ילקוט יהודה בא 1

פֿון װיקיביבליאָטעק

1 - 2 - 3 - 4 - 5 - 6 -7 - 8 - 9 - 10 - 11 - 12 - 13 - 14 - 15 - מפתח הפרשיות


אונזערע שול אידן
לכו עבדו את ד' אלהיכם מי ומי ההולכים.

גייט דינט אייער גאט, אבער זאגט מיר נאר ווער זיינען אייערע גייער אין שול. ווייס איך דען נישט ווער עס גייט ביי אייך אין שול? עס גייען אלטע, קראנקע, קאַליקעס (= בעלי מום), שלעפערס, קדישים זאגער, – נעמט זיי און גייט, "לכו עבדו את ד' אלקיכם", גייט דינט גאט, "מי ומי ההולכים" ווער זיינען די גייער אייערע, ווייס איך.

עס וועט נישט זיין אזוי
ויאמר משה בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ד' לנו.

משה זאגט, ניין מיין טייערער, איצט וועט נישט זיין אזוי, נישט מיט די טאבאק שמעקער, וועלען מיר דאוונען, דאס הויפט "בנערינו" מיט דעם יוגנט, נאכער "ובזקנינו נלך", מיט די אלטע, וועלען מיר גיין, "כי חג ד' לנו", מיר וועלען האבן א יום טוב, און דער יום טוב איז נאר געמאכט פאר דעם אז מיר וועלען פון דיר פטור ווערען.

משה דו טראכט אליין אויס אזא גאטס דינסט
יהי כן ד' עמכם.

הער משה, דאס טראכסטו אליין אויס, אזא גאטס דינסט, בחורים און מיידלעך און ווייבער דארפן דינען גאט. ניין איך קען דאס נישט גלויבן, אז - "יהי כן ד' עמכם", עס איז אוממעגלעך, אז גאט זאל זיין צופרידן, פון אזא גאטס דינסט.

א פיפטי פיפטי שול
לא כן לכו נא הגברים ועבדו את ד' כי אותה אתם מבקשים ראו כי רעה נגד פניכם.

ניין משה, איך גלויב נישט, און איך דערלויב נישט אזא גאטס דינסט, "לכו נא הגברים", איר אלטע מענער, גייט דאווענען, וויפל איר ווילט. ווי דען ווילט איר, "כי אותה" דען (= ווייל) איר, די ווייבער, ווילט איר האבן לעבן זיך, די אשה רעה מיט אייך ביי זיך, צוקוקן אויף איר, "כי רעה", די אשה רעה", ווילט איר האבן "נגד פניכם", עס קען נישט זיין, ווייל פרעה האט נישט פארשטאנען, וואס משה זאגט אים. ער האט אים נאר געזאגט, אז די יונגע מוזן גיין דאווענען, נאך בעפאר (= פאר) די אלטע, "בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו", בעפאר די יונגע, אבער נישט צוזאמען. און פרעה האט געמיינט, אז משה גייט מאכן א פיפטי פיפטי שול... ביי פרעה אפילו איז דאס געווען קשה.
ביי די אמעריקאנער אל'רייט'ניקעס[1], באלטרעמאנצער, גוט אפניקעס[2], און ביי ישיבות וואס שרייען כסדר גיט זיי געלט, מיט אלע בלאפן, און האדעווען אויס פארן אידישן פאלק, די טריפה'נע ביינער, מיט מאכן דעם "לכו

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. אל'רייט'ניקעס = דאס איז א ענגליש ווארט. אלעס איז גוט. די מענטשן וואס זאגן אויף יעדער זאך דאס איז גוט זארג נישט.
  2. אפניקעס = האפניקעס, מלשון האפן, די מענטשן וואס אלעמאל זאגן אז זיי האפן אז עס וועט זיין גוט.