לדלג לתוכן

ילקוט יהודה בא 3

פֿון װיקיביבליאָטעק

1 - 2 - 3 - 4 - 5 - 6 -7 - 8 - 9 - 10 - 11 - 12 - 13 - 14 - 15 - מפתח הפרשיות


"וערפתו", זאלסטו דעם ביזנעס אפשנדיין, אפהאקן. אן עצה טובה פאר יעדן ביזנעס מאן.

וואס א סאסייעטי (סאציאלאגיש) מוז מען האבן
בצאננו ובבקרינו נלך.

מיר מוזן מיטנעמען אונזערע בהמות אויך, האט דער גרויסער דיפלאמאט משה, געזאגט צו פרעה. קיין פאראיין אדער סאסייעטי קען ניט עקזיסטירן אן בהמות וואס בריקן אמאל אבער זיי גיבן אויך דערפאר מילך.

בא און בשלח

א תלמיד חכם אן ארימאן, האט זיך געווענדט צום גבאי פון שול, ער זאל אים שטיצע געבן פון שול. דער גבאי האט אים אנזאגט, און געגעבן דעם תלמיד הכם אן עצה, ער זאל פארן אין דער נאענטער שטעטעל.
האט דער תלמיד חכם געזאגט, דאס תזריע מיט מצורע גייען צוזאמען, דאס ווייס איך פון גאנץ לאנג, אבער אז בא מיט בשלח, זאל גיין צוזאמען, - דאס הער איך איצט פון אייך.

מצת חסר
אפּיל (מגבית) פאר מעות חטים

בראשון בארבעה עשר יום לחדש בערב תאכלו מצת (חסר וואו - בא י"ב פ' י"ח). און אין אין בא (י"ג פ' ט') שרייבט די תורה שבעת ימים תאכל מצת (אויך חסר וואו).

מיינע טייערע ברידער, אין פרשה בא איו אנגעזאגט געווארן צוויי מאל, אין די פסוקים וועלכע איך האב אויבן באצייכענט, מצת חסר, פעלט א וואו, דאס ווייזט אונז דאס מיר זאלן וויסן זיין, דאס מיר מוזן עסן מצות, אבער מיר זאלאן אויך וויסן זיין, אז עס איז פאראן בעלי בתים, דאס ביי זיי איז חסר מצות, עס פעלט זיי מצות און אלעס אויף פסח, מוזן מיר זיי אלעס צושטעלען אויף פסח. זיי זאל נישט זיין חסר מצות, זיי זאלן אלעס האבן, און מיר מוזן מיט חכמה נאך דערצו געבן זיי מצות, זיי זאלן אלעס האבן. פארשייט און באטראכט זייער גוט דעם ענין. פאר טאלאנט איז דאס דער שטארקמטער אפיל, וואס איז רירנד, עס קען אויפוועקען די שטיינערנע הערצער אפילו.

א שטארקן אפּיל(מגבית) פאר מעות חטים
מצת מצת.

אין בא איז צוויי מאל פארזאגט וועגן מצות, קאפיטל י"ב פמוק י"ח איז מצת חסר, און קאפיטל י"ג פסוק ט' איז אויך חסר. עם ווינקט אונז אן, אז דאס ווארט מצת חסר שהן דעם וואו מאכט צדקה תציל ממות. אדער גייען כסדר, ווי דאס ווארט מצת, ממות צדקה תציל, אויך פארקערט תציל צדקה ממות. אבער ווען מען גיט נישט קיין מעות חטים, און מען קוקט נישט אויף א פרעמדן ארעמאן, אדער אייגענעם, וועלכע מען איז מחויב אים געבן, נאך פריער ווי דעם פרעמדן. דעם אייגענעם מוז מען פארזארגן מיט אלעס, אויב ער גיט נישט, דאן פאר אים שטעל איך אוועק ווידער דעם ווארט מצת, - קוקט זיך איין, אז פון א ווארט מצת - נעמט ער ארויס דעם צדיק, ער פאלגט נישט אויס וואס דער צדיק מאכט אין מצת, - געוויס: "צדקה", און אז מען נעמט ארויס דעם צדיק פון מצת, פארקוקט פון אים, בלייבט "מת", - איז ער א געשטארבענער. זאלן מיר געבן צדקה, איז דאס