לדלג לתוכן

השארת הנפש עשרה מדריגות פרק ה

פֿון װיקיביבליאָטעק

השארת הנפש עשרה מדריגות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
צוריק צום ספר השארת הנפש


המשך רוח הקודש

זייט וויסן, הייליגע אידען, אז דער ווארט שפה איז בגימטרי' שכינה 385. אז מען האלט ריין די ליפען פון לשון הרע, אז מען רעדט נאר דברי תורה רוהט די שכינה אויף דעם מענשען. דער נאמען גאט איז בגימטרי' 13, שלש עשרה מדות אין סליחות ה' ה' אל רחום וחנון ארך הפים ורב חסד ואמת נוצר חסד לאלפים נשא עון ופשע וחטאה ונקה וסלחת לעווננו -ולחטאתנו ונחלתנו, סלה לנו אבינו כי חטאנו, מהל לנו מלכנו כי פשענו כי אתה אדני טוב וסלה ורב הסד לכל קוראיך. דער מענש דארף זיך לערנען פון גאט, 13 מדות האט גאט געלערענט צו אלע אידען אז די שכינה זאל אויף זיי רוהען, א ריינע מויל פון לשון הרע, א ריינע הארץ פון שנאת חינם, פון גאוה פון תאוה, א ריינע קאפ פון שלעכטע מחשבות ריינע הענט פון גזל, ריינע אויגען פון עריות, צו עסן, צו טרינקן, צו שלאפען. צו ארבעטען, צו מאכען ביזנעס, אלעס נאך דעם דייעט וואס איז פארשריבען פון דעם גוטען דאקטאר. דער דייעט דאס איז די תורה הקדושה, דער דאקטאר איז גאט, כי אל מלך רופא נאמן רופא חולי עמו ישראל. זיי וויסען, דו ביסט געקומען אין האטעל. אין דער קאנטרי זיך צו פיקסען דעם געזונט, דאס איז דעמ מענשנ'ס נשמה, זי איז געקומען אין דער וועלט תבל זיך צו פיקסן אין געזונט מיט תורה און מצוות מעשים טובים. אז דו וועסט זיין פאלקאס געזונט וועסטו זען די שכינה, היט דיין צונג פון די קליינע טריפע אותיות 4 כתות חשמ"ל.

באמת פארוואס זאל משיח ליידען אזוי פיל ליידען, אזוי פיל יסורים פאר דעם עון הדור, דאס הייסט חבלי משיח מכאובים וצרות וצער אלץ פאר די זינד פון דעם דור. עס זיינען פאראן אין דער וועלט אפולע קראנקע ארעמע מיט יסורים אבער ער ליידט מער פון אלעמען, מיר וועלען דאס פארשטיין. די גמרא זאגט (ברכות דךף ל"ג) גדולה דעה שנתנה בין שתי אותיות, שנאמר כי אל דעות ה' וכל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו, שנאמר (ישעיה כ"ז) כי לא עם בינות הוא על כן לא ירחמנהו עושהו, ועוד כתיב וארשתיך לי באמונה וידעת את הי. טוב לאדם להיות מאמין באמונה שלמה באמת, כמו שכתוב וצדיק באמונתו יחיה. ואף על פי כן טוב יותר אלף פעמים אם האדם שהוא משיג ידיעת ה' כי זה רוח הקודש, אשר אין למעלה הימנו מן ידיעת ה' ואחרי ככלות הכל בא שלמה המלך ואמר (קהלת) כי ברב חכמה רב כעם ויוסיף דעת יוסיף מכאוב. צריך להבין את הדברים האלה.

מיינע ברידער, איך האב געשריבען אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית אז משיח האט ניט געזואוסט אויף זיכער, אז ער איז דער אמת'ער גואל פאר דעם ארעמען געפלאגטען פאלק ישראל און אויך פאר דער גאנצער וועלט, נאר ער איז געווען אין ספק, אבער אין דעם יאר תרס"ו פרשת וירא איז געקומען צו איהם א נבואה פון גאט, ער איז אין אמעריקע, די שכינה האט איהם גענומען אין הימעל צו דעם פאטער פון די נשמות, ער פארשטעלט זיך אין דעם געשטאלט פון א מענשען, ער איז געזעסען מיט איהם אין א פרעכטיגען חדר, אויף א טיש איז געשטאנען א פלאש מיט וויין און מיט שיינע טרויבען, און גאט האט געזאגט צו איהם: מיין קינד, עס און טרינק פון די אלע זאכען, די כלים זיינען געווען פון גאלד און זילבער, ער האט מיט איהם גערעדט פון תורה. פלוצלוגג האט איהם גאט ארונטערגעלאזען אויף דער וועלט, האט ער פארשטאנען אז די וויין מיינט דאס די סודות התורה און די גרייפס (= טרויבן) דאס זיינען אלע אידען, זיי הייסען ענבים, און די סודות פון דער תורה הייסט יין, דאס הייסט ער זאל לערנען קבלה און ער זאל ליידען יסורים פאר די אידען, ער זאל פארדינען זיין כסא המלוכה. די תמונה פון דער נבואה טרעט ניט אפ פון זיין געדאנק שטענדיק, דורך דער צייט איז ער געווען 6 מאל אויפן הימעל, די אלע היכלות האב איך פארשריבען אין לשון הקודש.

מיר זעען, עס טרעפט אז א פאטער האט עטליכע קינדער, און איין קינד ווערט שרעקליך קראנק און די דאקטוירים גיבען ניט קיין האפענונג אויף דעם קראנקען קינד, סיידען אז מען זאל איהם ארייגגעבען געזונטע בלוט פון א געזונטען מענשען, וועט דאס קינד בלייבען לעבען. נעמט דער פאטער זיין בעסטען קינד, דעם שטארקען דעם געזינטסטען קינד פון אלע קינדער און זאגט צו איהם: מיין ליבער זוהן, מיין ליבעס קינד, דו זעהסט זדי דיין ברודער איז קראנק, ער קען גאר ווערען געזונט אז דו וועסט איהם אריינגעבן דיינע געזונטע בלוטען, דאן וועט ער בלייבען לעבען, מיט די בלוט קען מען היילען דיין ברודער, דו וועסט טאן א טובה דיין פאטער און דיין ברודער, דער געזונטער ברודער האט געגעבען זיין בלוט צו היילען זיין קראנקען ברודער, ווייל דער פאטער האט געבעטען.

מייגע הייליגע ברידער, דאס גלייכען איז משיח בן דוד ער ליידט יסורים פארן דור, מיט זיין בלוט היילט גאט דעם דור, ווי דער נביא זאגט (ישעיה נ"ג) אכן חלינו הוא נשא ומכאובינו סבלם והוא מחלל מפשעינו מדכא מעונותינו, מור שלומנו עליו ובחברתו נרפא לנו, כלנו כצאן תעינו איש לדרכו פנינו, וה' הפגיע בו את עון כלנו והוא חטא רבים נשא ולפשעים יפגיע. מיט די יסורים פון משיח בן דוד מיט זיין בלוט, היילט גאט די גאגצע וועלט. אבער איך דער מחבר פון דעם ספר זאג, אז זאל שוין זיין געגוג צו ליידען די צרות ווי דוד המלך זאגט גענוג האבען געליטען אלע אידען צרות אין דער גאנצער וועלט, און גענוג האט געליטען משיח יסורים פון אלע זייטען, ה' ירחם. זאל שוין זיין אן ענדע צו דעם גלות, זאל שוין זיין דער תקע בשופר גדול לחרותנו וקבצנו יחד מארבע כנפות הארץ ותוליכנו קוממיות לארצנו אמן ואמן.

זיינע יסורים איז גלייך ווי דער פרינץ, דער זוהן פון דעם מלך זיצט אין פריזאן (= טורמע) און ער ווערט אין דעם פריזאן געפייניגט מיט שרעק־ליכע שמערצען, דער מלך גייט פארביי יעדען טאג פארביי די גראטעס פון דעם פריזאן, דער פרינץ זעהט דעם מלך ווי ער גייט פארביי יעדען טאג, ער פאנגט אן צו שרייען: פאטער פאטער! דו גוטער קעניג, נעם ארויס דיין קינד פון דעם שרעקליכען פריזאן, וואס ער ליידעט פאר פרעמדע זינד, האב רחטנות אויף דיין בעסטען קינד. באפריי איהם פון דעם שרעקליכען קבר וואס איך בין באגראבען לעבעדינערהייט. דער מלך ווייזט איהם זיין פנים מיט א פריינדליכקייט אבער קיין ענטפער ניט אויף זיינע קולות וואס ער שרייט און וויינט טאג און נאכט. אידען, הייליגע אידען, דאס זיינען די חבלי משיח, ער שרייט און וויינט זיין גאנצען לעבען אויף זיינע שטערצען וואס ער ליידעט זיין גאנצען לעבען בעט ער אויף זיך דעם טויט פון זיינע ווייטאגען, ער זעהט גאנץ אפט די שכינה מיט מלאכים און אליהו הנביא, און משה רבנו, דוד. שלמה, יעקב אבינו, יוסף הצדיק, ישעיה הנביא, זיי קומען צו משיח צו באזוך, אבער קיינער קען איהם ניט העלפען אז גאט וויל ניט. מיט זיין בלוט, מיט זיינע צרות וועט גאט היילען די גאנצע וועלט, ער צורייסט די הארץ מען קוקט איהם אן, ער איז דער עני ורוכב על החמור (סנהדרין צ"ה) אמר רב כלו כל הקצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה ומעשים טובים (ירמיה ג') כי אנכי בעלתי בכם ולקחתי אתכם אחד מעיר ושנים ממשפחה והבאתי אתכם לציון. בשובה ונחת תושעון, אחד מעיר זה אליהו הנביא, אליהו הגלעדי, שהוא בא מן גלעד, ושנים ממשפחה זו משיח ואשתו שהם ממשפחה. יהי רצון שתישרה השכינה על כל ישראל אמן.

כתיב זה ספר תולדת אדם, דאס מיינט אז דער מענש זאל האבען קינדער מיט דער תורה, דאס זיינען די מצוות ומעשים טובים, צו טאן גוטעס מיט גאט און מיט לייטען, די מצוות הייסען קינדער, וואס דער מענש האט זיי באשאפען. מיינע ברידער, אין די ווערטער ספר תולדת אדם ליגט א מוסר השכל. עס זיינען פאראן פארשידענע ביכער, עס איז פאראן א בוך, וואס מען רופט איהם א טשעק בוך, טשעקס צו מאכען ביזנעס, אבער עס איז דא א בוך וואס ער רופט זיך א קאלענדאר, עס איז פאראן א בוך וואס ער רופט זיך ספר, א חבור צו לערנען חכמה פון גאטהייט. פון מענשהייט. דעם דיפערענץ אין די ביכער קען מען זעהן אין דעם אנפאגג. דער קאלענדאר יעדען טאג רייסט מען פון אים ארונטער א בלעטעל, דאס הייסט אז דער טאג איז אפגעשטארבען, דער טשעק בוך ווייזט דעם פראפיט וואס דער ביזנעסמאן האט געמאכט, עס קומט דער טשעק צוריק פון דער באנק, קען דער מענש זעהן וויפיל ער האט געמאכט פראפיט, אבער דער ספר וואס איז געמאכט אויף דער תורה מוז זיין א הקדמה, ווייטער אין דעם ספר קומט אלץ מערער חכמה פון דער תורה.

דעם מעגשענ'ס לעבען דארף זיין ווי א ספר מיט א הקדמה. דאס איז די קינדערשע יאהרען, מען דארף זיי געבען לערנען די הייליגע תורה, דאס איז א הקדמה פון דעם מענשענ'ס לעבען. ווייטער דארף דער מענש אנשרייבען יעדען טאג תורה, מצוות ומעשים טובים, יעדער טאג איז א בלאט פון דעם מענשענ'ס לעבען. 365 טעג איז פאראן אין דעם יאהר, דאס זיינען 365 בלעטער פון דעם מענשענ'ס לעבען אויף דער וועלט. דאס זאגט די תורה אין (חיי שרה) ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל, והמלך דוד זקן בא בימים. די תורה דערציילט אז די צדיקים קומען פאר גאט מיט אלע טעג, א גוטער טשעק בוך, ער האט געמאכט גוטע ביזנעס אויף דער וועלט ער קומט צו גאט מיט זיינע אלע טעג. יעדען טאג געדינט גאט, תורה, מצוות, מעשים טובים. אבער דער נאר קומט פאר גאט ווי דער בוך פון דעם נאר, גאר יעדען טאג אפגעריסען א בלעטעל. אפגעשטארבען אלע טעג הבל הבלים, עס קען זיין אז די עלטערען האבען איהם ניט געגעבען קיין הקדמה, ניט געלערענט אין די קינדערשע יאהרען. ניט געפלאנצט קיין אמונה, קיין יראה, קיין מצוות, זיין לעבען איז א קאלענדאר, אפגעשטארבען אלע טעג פון זיין לעבען.

זה ספר תולדת אדם. דער מענש אויף דער וועלט דארף זיין ווי א ספר מיט א הקדמה פון די קינדערשע יאהרען צום פלאנצען אמונה מיט יראת שמים, מיט מדות טובות. דערנאך קען דער מענש שרייבען דעם ספר פון זיך אליין, יעדער טאג פון זיין לעבען איז א בלעטעל פון זיין ספר חיי האדם. דעם מענשענ'ס לעבען איז א ספר א הייליגער ספר (קדושים תהיו), זייט הייליגע. די אלע אותיות פון דעם ספר זיינען הייליגע, גאר גוטע הייליגע ווערטער צו גאט און צו לייט, אט אזוי זאל דער מענש טאן ריידען גוטע רייד, גוטע ווערטער צו גאט, צו לייטען, קיין לשון הרע. דאס זיינען טריפה אותיות, זיי ברענגען דעם מענשען אין גיהנום. אבער גוטע וועטער ברענגען דעם מענשען אין גן עדן, החיים והמות ביד הלשון. דעם כח הדבור האט גאט באשאפען פאר דעם מענשען א מתנה צו גוטעס טאן אויף דער וועלט. זה ספר תולדות אדם.

נאך דעם באשאפען פון דער גאנצער וועלט האט גאט געטאכט קידוש אויף זיינע ארבעט. מיינע ברידער, יעדער ארבעטער, דער שניידער, דער שוסטער, דעד סטאליער, אלע ארבעטער זאלען מאכען קידוש, דאס מיינט אז די ארבעט זאל זיין הייליג, אשר ברא אלהים לעשות גאט האט באשאפען די וועלט מיט רויע מאטעריאל, אלעס דארף זיין אין תקון. אפילו משה רבנו, שלמה המלך, די גרעסטע רבנים, די גרעסטע דאקטוירים, מיליאנערען, אלע זיינען אנגעווארפן אויף דעם שניידער, אויף דעם שוסטער, דעם סטאליער, דעם בלעקשמיד, דעם ארבעטער, אז דער פאונדיישאן פון דער גאנצער וועלט דער גאנצער מענשהייט, די גרעסטע פילאזאפען דארפען האבען רעספעקט פאר דעם ארבעטער, ער בויעט די גאנצע וועלט ער איז מתקן די גאנצע בריאה, דער ערשטער שניידער אויף דער וועלט איז געווען גאט אליין. שנאמר ויעשה אלהים לאדם ולאשתו כתנות עור וילבשם. ער האט געוויזען דעם מענשען אז די ארבעט איז הייליג.

הייליגע ארבעטער, מאכט קידוש, אשר ברא ד' לעשות. מיר געפינען אז חנוך, וואס ער איז ארויף לעבערדיגערהייט אין הימעל, איז געווען א שוסטער, ער פלעגט פיקסען אלטע שיך, אבער ער האט געמאכט קידוש אשר ברא אלהים לעשות. מיר געפינען תנאים אין דעם תלמוד זיינען געוועזען בעלי מלאכות, שניידערס, שוסטעטרס, שמידען, קארפענטערס. זיי האבען אלע געמאכט קידוש אשר ברא אלהים לעשות. איך האב געשריבען אין מיין ערשטען ספר שנים אוחזין בטלית אז משיח בן דוד וואס די גאנצע וועלט האפט אויף איהם אז ער וועט באפרייען די גאנצע וועלט פון שקלאפעריי, פון גלות פון יצר הרע, פון אלע נארישע תאוות, פון הבל הבלים, דאס פארשקלאפען דער זעעלע צו זינד, דער זינדיגער איז געפאנגען פון זיינע אייגענע זינד. איך האף צו השם יתברך אז משיח בן דוד וועט מיט די הילף פון גאט באפרייען די מענשען פון אלע צרות ער איז הייליג ווי משה רבנו, ווייל אין דעם יאהר תרע"ה אין 1915 די נאכט פון שבועות, פון מתן תורה, די נאכט איז משה רבנו געקומען צו גאסט צו משיח בן דוד, ווייל משיח איז געווען געפערליך קראנק, איז ער איהם געקומען טרייסטען, ער איז מיט איהם די גאגצע נאכט געשלאפען אין איין בעט אונטער איין קאלדרע, ביידע האבען געלערענט, ער האט איהם געצייגט אז ער איז אזוי הייליג ווי ער, דאס מיינט אז משה רבנו און משיח בן דוד זיינען ביידע גלייך אין קדושה. האב איך געשריבען אין מיין ספר שנים אוחזין בטלית אז משיח איז א בעל מלאכה. יעצט קעגען די ארבעטער פון דער גאנצער וועלט זיין אינדעפענדענט, משיח איז אן ארבעטער. איך האב אייך אויסגעזאגט פון חדר. דער ווארט הדר איז נוטריקון: חסד, דין, רחמים יעצט איז אתים דער סוד, ער איז אן ארעמער קראנקער ארבעטער. און דער מחבר פון דעם געטליכען ספר איז אויך אן ארעמער ארבעטער, אבער מען דארף מאכען קידוש אשר ברא אלהים לעשות. זה ספר תולדת אדם, דעם מענשענ'ס, לעבען איז א ספר, יעדער טאג איז א בלעטעל פון זיין ספר, אבער די עלטערען דארפען אנשרייבען די הקדמה, דאס זיינען די קינדערשע יאהרען, צו פלאנצען ביי די קינדער אמונה, יראת-שמים, מדות טובות - צו גאט און צו לייטען, ער איז די גרעסטע טובה פון די עלטערען צו די קינדער איינצופלאנצען ביי די קינדער אמונה אין גאט, ווייל די חכמים זאגען: רשעים בחייהם נקראים מתים, צדיקים במיתתם נקראים חיים. דאס מיינט אז מען רעדט צו א צדיק וועגען שטארבען, פון דעם עולם האמת, זאגט דער צדיק אז גנאך דעם שטארבען פאנגט זיך אן דער לעבען, דער גוטער לעבען אין גן עדן. אבער אז מען רעדט מיט א נאר וועגען שטארבען זאגט ער: אז מען באגראבט דעם טויטען איז ניטא מער קיין לעבען. הייסט עם אז דער קלוגער האפט אויף א לעבען, און דער נאר האפט אויפן טויט, אפגעשטארבען. אבער דער מענש וואס האט רוח הקודש, ער איז איבערצייגט אין דעם הימלישען לעבען, ווייל ער זעהט די שכינה, ער זעהט די מלאכים, ער רעדט מיט גאט, אמאל איז ער אין הימעל. ער זעט, אז קיין שטארבען איז נאר ניטא, דאס הייסט ווי א מענש פארט אוועק פון דער שטאט צו אן אנדער שטאט, ווי ער גייט ארויס פון די רומס (= צימערן) אין אנדערע רומס (= צימערן), דער מענש טוט אויס פון זיך דעם גוף, דעם חומר, דעם קערפער, ווי מען טוט אויס א בגד, ווי מען טוט אויס די שיך פון די פיס, ווי די פייגעלע די טייבעלע פליהט ארויס פון דער קלעטקע, ווי דער פריזאנער (= ארעסטאנט) אנטלויפט פון דעם פריזאן (= טורמע). איז דער בעסטער פלאן, דער גרעסטער גליק פאר א מענשען איז צו קומען צו רוח הקודש, ער זאל אלעס וויסען, דעם אמת, דאס ליגט ביי דעם מענשען אין זיין האנט. מיינע טייערע ברידער, מען דארף מאכען קידוש אשר ברא אלהים לעשות. דעם מענשענ'ס לעבען איז א ספר זה תולדות אדם.