לדלג לתוכן

השארת הנפש עשרה מדריגות פרק ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

השארת הנפש עשרה מדריגות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
צוריק צום ספר השארת הנפש


ענוה

מדרגה שביעית ענוה, וזה המדה, גדולה מכלם, כי ענוה מביאה את האדם לרוח הקודש, וזה נחת רוח לה'. והענוה היא ראש לכל יראת שמים וזה מביא שלום בעולם, כמו שהגאוה מביאה קטטה, מריבה, שנאה, כך הענוה מביאה שלום, התחברות, התקשרות, אחדות בין אנשים הן בכלל והן בפרט. כי אין למעלה מן ענוה. כי משה רבינו היה בו כל המעלות, וה' בחר להגיד על משה מעלה של ענוה, כמו שנאמר והאיש משה עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה. מאד זו אותיות אדם, מכל בגיטטרי' צ', 90 . כלומר משה אדם צדיק לפי שהוא עניו, וזה בחר ה'. (ישעיה, נ"ז) כי כה אמר רם ונשא שכן עד וקדוש שמי מרום וקדוש אשכון ואת דכא ושפל רוח להחיות רוח שפלים ולההיות לב נדכאים, ויהיו כל אלה נאם ה', ואל זה אביט אל עני ונכה רוח וחרד על דברי (ישעיה, ס"ה). כתיב ואדם אין לעבד את האדמה, ושם אדמה בגימטר' נ', 50 . שיכנתא עילאה נון שערי בינה, אם האדם עומד בבחינת אין, ענוה, שאין בו גאוה, אז הוא משיג נון שערי בינה, והוא בעל רוח הקודש, וזה בחינת משח ונחנו מה, עניו מאד מכל האדם אשר על פגי האדמה. ובזה יובן מאמר הכתוב ויפול אברהם על פניו וידבר אלהים אליו, היינו שבא למדריגות נפילת אפים, ענוה, שנאמר ואנכי עפר ואפר, ואז וידבר אתו אלהים, שזכה לרוח הקודש שכינה מדברת מתוך גרונו. (ליקוטי תורה, פרשת לך לך). אבל אם אדם עומד בבחינת יש, בעל גאוה, כמו לבן בן נחור, שאמר יש לאל ידי לעשות עמכם רע, זה בחינת לבן אדם רשע, ודוד אמר (תהלים, כ״ב) ואנכי תועלת ולא איש חרפת אדם ובזוי עם.

אמר רב חייא בר אשי אמר רב, תלמיד חכם צריך שיהא בו אהד משמונה בשמינית, כסאסא לשבלתא. וזה מוסר השכל אם השבלים בריאות ומלאות דגן, אז הוא כפוף נכנע עד לארץ, ואם השבלים דקות שדופות ריקות ואין בו דגן, אז הם עומדים זקופים. כך תלמיד חכם אום הוא מלא תורה מצות ומעשים טובים, אז הוא עניו כפוף ונכנע, והוא יהיה בעל רוח הקודש. ואם אין בו מעשים טובים, אז הוא בעל גאוה, כמו קש ותבן שאין בהם דגן. מן בראשית עד וישלח יש ה' סדרות מן וישלח יש ה' פסוקים עד קטנתי מכל החסדים. וזה אחד משמונה בשמינית, והתורה מרמזת, אמר ואמרת להזהיר גדולים על הקטנים, כלומר הגדול בתורה צריך שהיה עניו, ואמרו חז"ל: כל תלמיד הכם שמתגאה נבלה טובה ממנו. כל המתגאה כאלו עובד עכו"ם.

וקח מוסר השכל מן הקדוש בתך הוא, שהוא עניו מאד, שנאמר בכל מקום שאתה מוצא גדלתו של הקדוש ברוך הוא, שם אתה מוצא ענותנתו, בתורה, בנביאים, בכתובים. כתוב בתורה: כי ה' אלהיכם הוא אלהי האלהים ואדוני האדונים, האל הגדול הגבור והנורא, אשר לא ישא פנים ולא יקח שחד. וכתיב בתריה : עשה משפט יתום ואלמנה ואהב נר לתת לו לחם ושמלה. בנביאים, דכתיב: כי כה אמר רם ונשא שכן עד וקדוש שמו, מרום וקדוש אשכון ואת דכא ושפל רוח, להחיות רוח שפלים ולהחיות לב נדכאים. משלש בכתובים דכתיב : שירו לאלהים זמרו שמו, סולו לרוכב בערבות ביה שמו ועלזו לפניו. וכתיב בתריה: אבי יתומים ודין אלמנות אלהים במעון קדשו, יהי ה' אלהינו עמנו כאשר היה עם אבותינו אל יעזבנו ואל יתשנו, ואתם הדבקים בה' אלהיכם חיים כולכם היום.


הערט מיינע ברידער די געטליכע רייד וואט איך האב פאר אייך געשריבען פון מיין טיפען הארצען, אז ענוה איז די בעסטע מדה, איך האב געבראכט פסוקים פון אברהם, פון משה, פון דוד, פון גאט ברוך הוא, אז די שכינה רוהט אויף דעם מענטשען וואס ער איז אן עניו באמת. איך האב געשריבען אין מיין ספר ,שנים אוחזין בטלית" אין "טרפה לנפש", אז גאט באווייזט זיך צו דעם מענטשען וואס ער האט גוטע מדות. ענוה איז די בעסטע מדה, ווייל משה רבינו האט די תורה געלויבט מיט דער מעלה.

איך האב געשריבען אין מיין ספר "רפואת הנפש" צו קריגען רוח הקודש. די לומדים האבען א טעות, זיי מיינען אז מיטן לערנען אליין קען מען קומען צום תכלית, עס איז ניט ריכטיג, דאס לערנען איז דער וועג צו קומען צו אלע גוטע מדות. אזוי ווי מאגנעט ציהט צו זיך אייזען, אט אזוי איז די תורה מיט מדות טובות ציהט צו דעם רוח הקודש, די שכינה. אזוי ווי א פאטער האט זיך ליעב צו שפילען מיט דער בייבי מיט דעם קליינעם קינד, ער קוקט ניט אויף זיין כבוד, די ליעבשאפט פון דעם קינד מאכט בטל דעם כבוד פון זיין פאטער, ער לאזט אלעס איבער און ער שפילט זיך מיט דעם קינד, ווייל דאס קינד איז גאך אומשולדיג, ער איז אן פאלשקייט, ער איז ערנסט אן פניות, דערפאר האט דער פאטער ליעב דאס קינד. אזוי איז דער פאטער פון הימעל, האט ליעב א מענטשען וואס ער איז א תמים, ווייל דער ווארט תמים איז געשריבען ביי נח, ביי אברהם, ביי דוד. דער ווארט תמים איז א נוטריקון תורה, מצות, יראה, מדות. ווען א מענטש זאל האבען תורה, מצות, יראה, אבער אז עס פעהלט איהם גוטע מדות איז ער נאך ווייט פון גאט. מיר זעהען גרויסע לומדים זיי קענען א פולע לערנען, גאנץ ש"ס, פוסקים ער רופט זיך גאון, ער האלט זיך פאר דעם בעסטען אין דער וועלט, אבער אין דער אמת איז ער ווייט פון גאט ווי דער הימעל איז ווייט פון דער ערד, ווייל ער האט אין זיך חסרונות, נאוה כעם, לשון־הרע, שנאת־-חנם. מען קען צו איהם נאר ניט ריידען, ער דיינקט אז קיינער איז צו איהם ניט גלייך. דער שטן האט איהם איינגערעדט אז ער איז גרעסטער פון אלעמען. אבער די זאך איז פאדקעהרט, ער איז ערגער פון אלעמען מיט זיין גאוה. גאט האט ליעב אן עניו, דער עניו קען אלעמען ליבען שעצען, ער האלט יענעם גרעסער פון זיך. צו אזא מענטשען קען קומען די שכינה. פון גאוה, פון כעס, פון לשון הרע, פון קנאה, פון שנאה, אנלויפט די שכינה. ווי אסתר האט געזאגט צו מרדכי: כי אין לבוא אל שעד המלך בלבוש שק. המלך סתם – זה הקדוש ברוך הוא, שק נוטריקון שנאה קנאה. דאס איז א רמז אין דער מגלת אסתר, אז מען קען ניט אריינקומען צו גאט אין רוח הקודש, אז מען האט שנאה קנאה, דאס הייסט שלעכטע מדות וואס האט דער למדן פון זיין לערנען, אז ער איז געבליבען ביי זיין חסרון, ער וועט נאך דארפען אפּגעבען דין וחשבון אויף זיינע שלעכטע מדות, ווייל ער האט געבראכט א חילול השם. גאט האט איהם באשאפען אז ער זאל זיין א סעמפּעל פאר אלעמען, מען זאל זיך פון איהם אפּלערנען צו טאן גוטעס, לא תשנא את אחיך בלבבך, דו זאלסט ניט פייינט האבען דיין ברודער אין דיין הארצען, פארקעהרט ווי דער יצר הרע זאגט דיר. די תורה זאגט: ואהבת לרעך כמוך אני ה' (קדושים).


מיינע ברידער, די תורה האט געמאכט א גאנצען פאראד גאנצע פרשה, וירא אליו ה' באלני ממרא והוא יושב פתח האהל כחם היום. דא ליגט א מוסר השכל אז די גאנצע וועלט איז נאר אן אהל, א געצעלט. אברהט זיצט אין טיר פון געצעלט. דער צדיק דארף וויסען, אז די וועלט אין א געצעלט, ער דארף זיצען אין דער טיר פון געצעלט. דער מענטש איז דא א גאסט אויף א וויילע. צו וואס האט די תורה אנגעשריבען א גאגצע פרשה פון אברהם מיט די מלאכים וואס ער איז געלאפען, צו מקבל פנים די אורחים, זיי האבען זיך פארשטעלט פאר גוים, אברהם האט זיי געגעבען עסען, טרינקען, שלאפען, אלעס פון די בעסטע מיט דער פולער האנד. ער האט צו זיי גערעדט מיט ליעבשאפט, צו ווייזען דער וועלט א סימבאל א סעמפעל (= מוסטער), ווי מען דארף צונעמען אורחים. ער האט געליבט אלע מענטשען אין כלל. ער האט תפילה געטאן צו גאט פאר די אנשי סדם, פאר די רשעים האט ער מתפלל געווען, אלץ צו ווייזען דער וועלט א לערע, אז מען טאר ניט זיין א שלעכטער ווי א חיה, דען גאט האט געזאגט נעשה אדם בצלמנו. דארף דער מענטש זיין אן עניו מיט גוטע מידות. אלע, די גרעסטע גאונים פון פארצייטען פלעגן אפּריכטען גלות אין פרעמדע לענדער, פארוואס האבען זיי אפגעריכט גלות? כדי צו קריגען ענוה, ווייל צו האבען רוח הקודש דארף מען האבען גרויסע עניוות, אבער ווען מענטשען געבען דעם גאון גרויס כבוד, דאס איז פאר דעם גאון א חסרון צו רוח הקודש, דאס איז די סיבה פארוואס דער גאון איז אוועק אין גלות אום צו האבען עניוות, די זיבעטע מדרגה ביז רוח הקודש.

מיינע ברידער איך האב דא באוויזען, אז די תורה איז געגעבען געווארען פון הימעל. יעדער ווארט איז ארויס פון גאט'ס מויל, און אין יעדען ווארט איז פאראן גרויסע סודות, אז אברהם אבינו האט גערייזט אין דער וועלט איבער שטעדט, דא ליגט דער סוד, אז ער האט גערייזט אין געטליכקייט, אין רוח הקודש, אין נבואה, ווי איך האב געשריבען אין דעם ספר אז עם איז פאראן 10 מדרגות צו קומען צו רוח הקודש. דאס זיינען 10 וואקזאלען, 10 סטאנציעס. די תורה איז ווי א טריין (= באן), זי ברענגט דעם מענטשען אין דער שטאדט צו זיין היים. אזוי איז די תורה זי ברעננט דעם מענטשען ביז רוח הקודש, צו זיין שטאדט שכם. יעקב אבינו איז געקומען בשלום אין דער שטאדט שכם. דער נוטריקון פון דעם ווארט שכם איז שכינה, כתר, מלכות ער האט דורכגערייזט אלע 10 וואקזאלען, די 10 מדרגות ביז רוח הקודש, ביז נבואה. אזוי איז געווען מיט אלע אבות זיי האבען גערייזט אין שטעדט. דאס איז אין פשט, אבער אין דער אמת האבען זיי גערייזט אין געטליכקייט, אין רוחניות, אין קדושה.

איך האב געשריבען פריער, אז אין דער מעשה פון קין מיט הבל איז פאראן דער סוד פון דעם גוף מיט דער נשמה, דער גוף שרייט: אז ער וויל אלעס קויפען פארמעגענס, און די נשמה שרייט: אז אלעס איז הבל הבלים, דער מענטש איז דא א גאסט אויף דער וועלט, מען דארף ניט צופיעל, ווי יעקב אבינו האט געבעטען לחם לאבל ובגד ללבוש. דער כח פון דעם גוף רופט זיך קין פון דעם לשון קנין, קויפען, אבער דער כח פון דער נשמה שרייט, אז עם איז הבל הבלים, מען שטארבט, מען לאזט אלעס איבער פאר פרעמדע, פאר שונאים. די גמרא זאגט אז די גרעסטע שונאים זיינען דעם מענטשענ'ס פאמיליע, מען ווארט אויף זיין טויט. די ביידע כחות זיינען 2 ברידער: קין מיט הבל, צום ענדע שטייט אויף קין און הרג'עט זיין ברודער הבל. מען גרייט צו לאזען מער ירושה פאר די קינדער פון דעם גוף, פאר דער נשמה זארגט מען זיך גאגץ ווינציג. ווייל פאר דעם גוף זעט דער מענטש מיט די אויגען, פאר דער נשמה דארף ער האבן אמונה, גלויבען.

זאג איך דער מחבר פון דעם ספר השארת הנפש, אז יעדער מענטש קען זיך איבערצייגען, ער קען קומען צו רוח הקודש וועט ער זען דעם אמת. פאר דעם שרייב איך בעזר השם יתברך דעם וועג צו רוח הקודש. יעדער איד קען זיין ווי אברהם אבינו. די אבות זיינען די סעמפעלס (= מוסטערס) פון דער וועלט, דער מאנופעקטשורער מאכט סעטפעלס (= מוסטערס), דערנאך קומען די ארדערס (= באשטעלונגען). אזוי איז גאט, ער האט באשאפען די אבות, דאס זיינען סעטפעלס (= מוסטערס) אז טען קען קומען צו רוח הקודש, דער עם ישראל זיינען די ארדערס, דער סטאָק. עס זיינען דא אפולע אזעלכע ווי די אבות, נאר זיי זיינען באהאלטען אין גלות, דאס איז דער אדם הנסתר. איך האף צו גאט, אז אין גיכען וועלען זיך אלע ארויסווייגען פאר דער וועלט. אבער מיינע ברידער איך שרייב פאר אייך דעם וועג צו קומען צו שכם , דער נוטריקון פון דער שטאדט שכם איז: שכינה, כתר, מלכות, צו רוח הקודש.

יראת חטא

ועתה צריך להבין מדרגה שמינית. כי ענוה מביאה את האדם לידי יראת חטא, וזה מדרגה שמינית. כי זה ידוע שיש שני מיני יראה: יראת העונש, ויראת הרוממות. יראת העונש זו מדה קטנה, ויראת הרוממות זו מדה גדולה. והיראה זו היא העיקר, שורש ויסוד האמונה, כמו שאמרו חז"ל: אם אין יראה אין כלום, אם אין יראה אין חכמה. כמו יסוד של הבית מחזיק את כל הבנין, כך היראה מחזיקה את האדם אל התורה והמצות. וזה שאמר משה לישראל (פרשה עקב): ועתה ישראל מה ה׳ אלהיך שאל מעמך כי אם ליראה את ה' אלהיך ללכת בכל דרכיו ולאהבה אתו ולעבד את ה' אלהיך בכל לבבך ובכל נפשך. ורבותינו דרשו מכאן שהכל בידי שמים חוץ מיראת שמים. לשמור את מצות ה' ואף היא לא לחנם אלא לטוב לך, שתקבלו שבר כמו שכתבתי למעלה את המשל עם הטריין (= רכבת), שהוא מביא את האדם אל מקומו שהוא צריך, כך התורה מביאה את האדם לעשר מדרגות עד רוח הקודש, אל עיר שכם, כלומר, שכינה, כתר, מלכות, אבל היראה הגדולה זה יראת הרוממות יראת הכבוד. כמן שהבן שהוא ירא לעשות צער לאביו. יראת הכבוד ויראת הרוממות יש באדם שהוא בא אל עיר שכם. נוטריקון של שכט : שכינה, כתר, מלכות.

ועתה נבין את אשר אמר יעקב אל יוסף לפני מותו אחר הברכות של אפרים ומנשה (ויחי), ואני נתתי לך שכם אחד על אחיך אשר לקחתי מיד האמרי בחרבי ובקשתי. (פרשה וישב) וישראל אהב את יוסף מכל בניו כי בן זקנים הוא לו ויעש לו כתנת פסים, ואונקלוס תרגם בר חכים הוא ליה, כל מה שלמד משם ועבר מסר ליוסף. וזה שאמר יעקב אל יוסף ואני נתתי לך שכם אחד על אחיך, כלומר שהוא למד ליוסף את עשר מדרגות עד רוח הקודש. נתתי לך שכם נוטריקון של שכם: שכינה, כתר, מלכות, וזה נבואה. דעם סיפור המעשה שרייב איך אין עברי טייטש.

חסידות

די מדה פון חסידות די מידה התשיעית וועל איך אי"ה דערקלערן פאר דעם המון אין עברי טייטש. די בעדייטונג פון חסידות איז פרומקייט און גוטסקייט צו גאט און צו לייט. אלעס איבערלאזען אין געלט, אין כבוד, אין געזונט, אלעס דארף ווערען געטאן מיט רחמנות, אלעס מוחל צו זיין, פאר א רעה אפטאן א טובה, אזוי ווי יוסף האט געהאנדעלט מיט זיינע ברידער, ווי דוד האט געהאנדעלט מיט שאול המלך, ווי איך האב געשריבען אין דעם ספר אז מען דארף מקיים זיין די כמוה פון שכחה, צו פארגעסען. ניט צו האבען א שנאה אויף א מענשען, וואס ער האט מיר אמאל געטאן א רעה. א צדיק האנדעלט מיט זיינע מיט-מענשען ווי דער דין איז, אבער חסידות האנדעלט לפנים משורת הדין. ווען א מענש האט ביי אייך געליען געלט און ער האט ניט אפצוגעבען, האט ער דאך אן עבירה, דאס איז דאך גזילה. דער צדיק מאכט על פי דין, אבער דער חסיד שענקט איהם די געלט במתנה, ער איז איהם מוחל זיין געלט, האט יענער ניט קיין עבירה דאס איז לפנים משורת הדין.

אין זהר הקדוש זיינען פאראן מעשיות פון חסידים, ווען זיי פלעגען גיין שלאפען אויף זייער געלעגער פלעגען זיי זאגען: רבונו של עולם, איך בין מוחל צו אלעמען וואס האבען מיר אנגעטאן צער. דעם גאנצען טאג. אלע נאכט פון זייער לעבען האבען זיי אלעמען מוחל געווען. דאס הייסט חסידות. דאס גלייכען איז אז א מענש האט אמאל געטאן א שלעכטע זאך, טאר מען ניט דערמאנען, אז יענער זאל ווערען פארשעמט, ווי תמר האט געהאנדעלט מיט יהודה. דאס איז אלץ דער מנהג פון חסידות, יעדען מענשען דן צו זיין לכף זכות. איהר זאלט ניט פארגעסען אז עס איז פאראן 10 מדרגות ביז רוח הקודש פון דער גמרא (ע״ז דף כ״ב) זהירות, זריזות, נקיות, פרישות, טהרה, קדושה, ענוה, יראת-חטא, חסידות. רוח הקודש. פון חסידות קען טען קומען צו רוח הקודש. דוד המלך זאגט אין (תהלים פ"ט) אז דברת בחזון לחסידך, אז גאט רעדט צו זיינע חסידים, צו די פרומע אידען, אבער דאס מיינט 100 פראצענט איד, צו גאט און צו לייטען, גוט און פרום, ער לאזט איבער זיינס, הן אין געלט, הן אין כבוד, הן אין געזונט. דאס קען גאר טאן א צדיק תמים, דאס הייסט חסידות. דער ווארט תמים איז נוטריקון תורה, מצוות, יראה, מידות דאס ווי מענשען זאגען: ער איז א מענש אז א גאל, ער דארף צו אלעמען ריידען גוטע רייד, מיט א ווייכען צונג, היטען אלעמענס כבוד. ניט האבען אויף קיינעם קיין שנאה, צו היטען דעם מויל פון לשון הרע, צו היטען די הארץ פון שנאת הינם, פון תאוה, צו היטען דעם קאפ פון שלעכטע מחשבות, צו היטען די הענט פון גזלה. פון פרעמדע געלט ניט עסען קיין מאכלות אסורות, צו היטען די אויגען פון עריות, צו היטען אלע אברים זאלען זיין הייליקע, דער גאנצער גוף דארף זיין הייליק, ווייל דאס איז דער משכן פאר דער שכינה. צו ליבען אלע מענשען, ווייל די גטרא זאגט, אז די חסידי אומות העולם האבען עולם הבא אין גן עדן התחתון. אין דעם יאהר תרס"ה. חודש חשון, האב איך געזעהן אין חלום אברהם לינקאלן. ער האט מיך געפרעגט א פסוק אין דער תורה, און ער איז גן עדן. האב איך פארשטאנען די ווערטער פון דער גטרא, אז עס איז קודש קדשים די רייד פון די חכמים אז די ערליכע גויים וואס טוען מיט אידען גוטעס האבען זיי עולם הבא, האב איך גענומען קלערען: פון וואנען האבען די חכמים געוואוסט צו זאגען אז די חסידי אומות העולם זיינען אין גן עדן התחתון, און די אידען זיינען אין גן עדן העליון. האב איך בעזר השם געפונען א פסוק אין דער תורה וואס עס איז דייטליך צו זען. משה רבנו זאגט צו די אידען: אף חבב עמים כל קדשיו בידך והם תכו לרגלך ישא מדבדתיך תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב (וזאת הברכה). משה האט דערקלערט דעם עם ישראל להסביר את האזן, אז גאט האט ליב די גוטע גויים וואס זיי טוען גוטעס מיט זיינע קינדער עם ישראל, האבען זיי גן עדו התחתון.

כל קדשיו בידך והם תכו לרגליך. א מענש האט די הענט מיט די פיס. די הענט זיינען העכער פון אלע אברים, די הענט קען דער מענש אויפהויבען איבער דעם קאפּ. וואס דאס איז די העכסטע זאך ביי דעם מענשען, אבער די פיס זיינען נידעריגע פון אלע אברים, נאר פון אונטען. גאט האט באשאפען דעם גן עדן העליון און גן עדן התחתון. פאר די מענשען, וואס זיינען מקיים די תורה, מצוות איז דער גן עדן העליון, מדה כנגד מדה, ווייל די תורה קומט אויך פון דעם עולם העליון, איז מען דערפאר אין גן עדן העליון, אבער די מענשען וואס טוען גוטעס אן דער תורה נאר מיט דעם שכל, קומט דערפאר גן עדן התחתון. כל קדשיו בידך, די אידען האט גאט געזאגט קדשים תחיו כי קדוש אני ה' אלהיכם, מיינט דאס, ווי די הענט זיינען העכער פון אלע אברים ביי דעם מענשען, אזוי איז דער גן עדן העליון, וואס ער איז העכער איבער דעם הימעל, והם תכו לרגלך, די פיס זיינען אין דער נידער איז דער גן עדן התחתון פאר די אומות העולם. אבער דאס איז צו זען, אז פאר טאן גוטעס באצאהלט גאט מיט גן עדן, ווייל מיר האט געזאגט אברהם לינקאלן אז ער איז אין גן עדן, הלואי אלע נאציאנען זאלען טאן גוטעס מיט די אידען און זאלען זיי אויך האבען גן עדן. איך דער מחבר פון דעם ספר בין געוויס צופרידען צו ברענגען שלום אויף דער וועלט, אז אלע מענשען זאלען לעבען גליקליך, ס'זאל זיין גרויס שלום אויף דער וועלט, ווי ישעיה הנביא האט געזאנט: וגר זאב עם כבש.

די ערגסטע קראנקהייט ביים מענשען איז די מאגען-קראנקהייט. די מענשען וואס ליידען אויף דעם מאגען זיינען פטור פון גיהנום, ווייל מען פיהלט דעם טעם פון גיהנום אויף דער וועלט. איך זעלבסט לייד מיין גאנצען לעבען אויף מאגען־קראנקהייט, דאס איז ערגער ווי דער טויט, דאם איז באגראבען לעבעדיגערהייט. דער וואס ליידעט אויף מאגען קראנקהייט אז ער קומט צום דאקטאר, צום פראפעסער, גיט ער דעם קראנקען א דייעט, ער פארשרייבט איהם וואס ער זאל עסען, וואס ער זאל ניט עסען. געוויס וויל דער דאקטאר אז דער קראנקער זאל ווערען אויסגעהיילט פון זיין קראנקהייט.

מיינע ליבע ברידער, זייט וויסען, אז גאט איז דער דאקטאר, דער פראפעסאר דער רופא חולים, און דערצו איז ער דאך אונזער פאטער אבינו שבשטים. און דער מענש ווערט געבארען מיט דעם יצר הרע, דאס איז די גרעסטע קראנקהייט אויף דער נשמה האט גאט געגעבען די תורה מיט אלע מצוות, דאס זיינען די רפואות פאר דער נשמה, רפואות הנפש. די גאנצע תורה איז א דייעט פאר דעם קראנקען. הער, מיין ברודער, וואס איך זאג דיר, איך בין אויסען דיין טובה דער דענש וואס האט זיין נשמה אויסגעהיילט, א געזונטע נשמה, רוהט אויף דעם מענשען די שכינה. ער איז א בעל רוח הקודש. נאר ער איז באהאלטען פון דער וועלט ווייל מען וועט איהם האלטען פאר א משוגענעם, מען זאגט אז ער איז משוגע, ווייל ער מיידט אויס אלע שלעכטע כתות. עס זיינען דא אויף דער וועלט 4 כתות, די גמרא האט זיי אפגע'פסק'נע פון עולם הבא, דאס זיינען די 4 כתות חשמ"ל. (סוטה דף מ"ב) אמר רב חסדא אמר ר' ירמיה בר אבא ארבעה כתות אין מקבלות פני השכינה כת חנפים, כת שקרים, כת מלבין פני חברו ברבים, כת לצים, והכל בכלל לשון הרע, ווייל די מענשען זיינען פוגמין אין דעם שם של ארבע אותיות הויה, דערפאר האבען זיי ניט קיין עולם הבא, וואס איז גלייך ווי דער מלך האט געגעבען זיינעם א מלבוש צו זיין משרת א מתנה ער זאל דאס טראגען, ווען ער וועט קומען דעם מלך צו באדינען איהם, איז דער משרת געקומען צו דעם מלך אנגעטאן אץ שמאטעם, אין ארימע קליידער זאגט דער מלך צו דעם משרת: וואו זיינען מיינע מלבושים וואס איך האב דיר געגעבען א מתנה אז דו זאלסט אין די גוטע קליידער קומען פאר מיר? האט דער משרת געוויזען דעם מלך, אז דער כלב טראגט זיין מתנה, דעם מלבוש טראגט דער הונט. האט איהם דער מלך פאר'משפט צום טויט ער איז מורד במלכות, חייב מיתה.

מיינע ליבע ברידער גאט האט געגעבען דעם מענשען א מתנה דעם כח הדבור צו לערנען תורה, מצוות, צו דינען גאט מיט דעם לשון, ווי מען זאגט אין דאוונען: אדני שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך, אבער אז דער מענש טוט רעדען לשון הרע, האט ער אנגעטאן דעם טייערען מלבוש אויף זיין כלב, זיין הונט, איז ער חייב מיתה. זייט וויסען, מיינע ברידער אז די גאנצע תורה איז א דייעט, פול מיט מעדיצין צו היילען די נשמה. א געזונטע נשטה זעט די שכינה.

לאמיר פארשטיין דעם תכלית פון דעם מענשענס לעבען אויף דער וועלט. צו וואס האט אים גאט באשאפען אויף דער וועלט? וואס איז דער בענעפיט (= נוציקייט) פון דעם לעבען צו ליידען אזעלכע צרות, מוז דאך זיין א בענעפיט פון דעם לעבען אין דעם גוף וואס ער איז באשאפען פון דער טפה סרוחה און די ענדע מוז ער גיין אין קבר. א פלאץ פול מיט ווערים. גאט איז דאך א גוטער, א חכם, צו וואס האט ער באשאפען די גאנצע וועלט מיט דעם מענשען צו ליידען די אלע צרות טיט די אלע יסורים. געוויס איז פאראן א גוטער תכלית. מיר וועלען פארשטיין מיט א משל וואס מיר זעהען אין אונזער לעבען טאג טעגליך

איך האב אייך באוויזען אז די תורה מיט אלע מצוות איז א דייעט מיט מעדיצין פאר דער נשמה, פארשריבען פון דעם גרעסטען דאקטאר פון גאט אליין. דער שרייבער איז געווען משה רבינו, ער איז געווען דער סעקרעטאר פון גאט, פארשריבען רפואות הנפש.