השארת הנפש עשרה מדריגות פרק א
השארת הנפש עשרה מדריגות פרקים: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו
צוריק צום ספר השארת הנפש
מיר וועלען פארשטיין מיט א משל : אז א מענטש דארף פארען אין א ווייטער שטאדט, 500 מייל ווייט. אויף דעם וועג איז פאראן 10 וואקזאלען. אויף יעדער 50 טייל איז דא א וואקזאל. קויפט דער מענטש א טיקעט אויף דעם טריין און דער טריין בריינגט דעם מענטשען אין דער שטאדט.
מיינע ברידער, די תורה איז דער טריין די מדרגות זיינען די וואקזאלען, דער טיקעט רופט זיך תמים. כמו נח איש צדיק תמים היה. גאט זאגט צו אברהם התהלך לפני והיה תמים. תמים תהיה עם ה' אלהיך. תמים נוטריקון תורה מצות יראה מצות, א גאנצער איד צו גאט און צו לייטען. אזוי ווי דער טריין בריינגט דעם מענטשען אין דער שטאדט צו זיין היים אזוי איז די תורה בריינגט דעם מענטשען צו זיין היים, צו רוח הקודש. אבער ער מוז איבער פארען 10 וואקזאלען. מיר וועלען בעזר השם פארשטיין יעדען באזונדער. דער ערשטער אפשטעל רופט זיך זהירות.
זהירות איז דער טייטש אפּהיטען. היטען דעם כבוד פון גאט דעם כבוד התורה. דעם כבוד פון אלע מענטשען. צושעטצען דעם כבוד פון א מענטשען, ווייל ער איז באשאפען געווארען מיט דעם צלם אלהים. מען טאר קיינעם ניט פארשעמען. תמר האט זיך געוואלט לאזען פארברענען אין פייער אום ניט צו פארשעמען יהודה. מען דארף היטען דעם כבוד פון אלעמען. אלע זיינען 'שטערבלין. אלעמען קומט דער זעלבער סוף, דער קבר מיט די ווערים פאר אלעמען גלייך, ארעם און רייך. אלע גלייך געבוירען, אויך אלע גלייך פון טפה סרוחה צוגעהן למקום עפר רמה ותולעה, דארף דער מענטש האבען די מדה פון רחמנות אויף אלעמען, די מדה איז א באווייז אז ער איז אן אייניקעל פון אברהם אבינו. דער איד דארף זיך היטען צו מאכען א חלול השם דאס איז דער ערשטער וואקזאל ער הייסט : זהירות.
דער צווייטער וואקזאל רופט זיך זריזות. פלייסיק צו א מצוה. הן צו גאט הן צו לייטען. ער טוט די מצוה מיט א געטליכען פייער ניט פארשלאפען. לערנען, דאווענען, געבען צדקה, טאן א מענטשען א טובה, אלעס לעבעדיק, ניט טמיט פוילקייט. פון יעדער מצוה ווערט באשאפען א מלאך, אז מען טוט א מצוה מיט לעבען ווערט באשאפען א לעבעדיגער מלאך. דאס זאגט די תורה ושמרתם את חקתי ואת משפטי אשר יעשה אתם האדם וחי בהם אני ה' (אחרי מות) הכלל די מצוה דארף זיין לעבעדיג טען דארף טאן מיט דער כונה, אז גאט האט געהייסען טאן אלע מצות פון דער תורה. די מדרגה רופט זיך זריזות.
די דריטע רופט זיף נקיות, ריינקייט, ער האט ריינע הענט צום עסען צו היטען די מצוה פון נטילת ידים, צוליעב 3 טעמים, דאס ווייזט אויף השגחה, אז דער מענטש קען ניט מאכען זיין לעבען מיט זיינע הענט, עס מוז זיין על פי השגחה מן השמים. נאך א טעם איז, ווייל די לופט, דער אויר העולם איז פול מיט באצילען (באקטעריעס). האט שלמה מתקן געווען נטילת ידים משום הסכנה. נאך א טעם ווען מען גיט א שלום עליכם צו א מענטשען, אפשר איז יענער קראנק, עס איז אנשטעקענדיג די קראנקהייט. אדער מען גיט שלום עליכם צו א אשד. נדה, דאס איז א סכנה.
מען דארף זיך וואשען צום עסען צוליעב השגחה. צוליעב די מיקראבען, באצילען אין דעם חלל העולם, אונטער די נעגעל ביי דעם מענטשען איז פול באצילען. דער דריטער טעם אשה נדה. אין נטילת ידים איז פאראן דער שם ה', אין דער המוציא איז פאראן דער שם ה', אין ברכת המזון איז פאראן דער שם ה'. 3 טאל שם ה' איז 78 בגימטרי' לחם. דאס מיינט די תורה לחם הפנים, נקיות. ער איז ריין פון גזל, גזלה פרעמדע געלט.
דוד המלך זאגט אין תהלים מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו, נקי כפים ובר לבב אשר לא נשא לשוא נפשי ולא נשבע למרמה. אויף גאט'ס בארג קען מען אויפגיין, אז מען האט ריינע הענט פון גזלה, ער איז נהנה מיגיעו כפו. די גמרא זאגט אין (ברכות, דף ה'), גדול הנהנה מיגיעו כפו יותר מירא שמים. יגיע כפיך כי תאבל אשריך וטוב לך. אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא. אז דער מענטש עסט זיין ברויט מיט דעם שווייס פון זיין פנים פארדינט כשר זיין געלט דאס איז ביי גאט זייער חשוב. די מדרנה רופט זיך נקיות.
די פערטע מדרגה רופט זיך פרישות. ער איז אפּגעשיידעט פון טומאה. ער וועט גיט האלטען אין זיינע הענט א שרץ שרצים. קיין טומאה ער היט זיינע אויגען ניט צו קוקען אויף שלעכטע זאכען. ער איז אפּגעשיידעט פון די 4 כתות חשמל, וואס האבען ניט קיין עולם הבא. כת חנפים, כת שקרים, כת מלבין את פני חבירו ברבים, כת לצים. דאס איז אלעס אין כלל פון לשון הרע. די מענטשען זיינען די ערגסטע אויף דער וועלט. זיי ווערען פארשטויסען אין כף הקלע. זה דומה למלך שנותן לעבד לבוש מלכות וילבישנו לחמורו, או לכלב, ווי א מלך האט געגעבען זיינעם א מלבוש צו זיין עבד, ער זאל איהם באדינען מיט דעם מלבוש האט דער עבד אנגעטאן דעם קעניגיס מלבוש אויף זיין הונט, איז ער חייב מיתה.
גאט האט געגעבען דעם מענטשען רעם צונג דעם כח הדיבור צו לערנען תורה, מצות, צו מאכען א לעבען כשר, און ער טוט אלע שלעכטע זאכען מיט זיין צונג. ער בייסט מענטשען מיט זיין לשון הרע. האט ער אנגעטאן דעם מלבוש פון גאט אויף זיין כלב אויף זיין הונט, אבער דער וואס האט די מדרגה פון פרישות, ער היט זיין צוגג זיין מויל זיינע אויגען זיינע הענט פון אלע שלעכטע זאכען, דאס איז פרישות.
די פינפטע מדרגה איז טהרה. דער טייטש פון טהרה איז ריינקייט, עס איז אזא ריינקייט וואס די שכינה מאכט איהר משכן ביי דעם מענטשען אין הארצען, דאס וואס מיר בעטען ביי גאט אין אונזערע תפלות : וטהר לבנו לעבדך באמת צו דינען גאט מיט אן אמת. ממעמקים קראתיך ה' מעומקא דליבא, רחמנא לבא בעי. וזה שאמר דוד המלך ע"ה (תהלים, נ"א) לב טהור ברא לי אלהים ורוח נכון הדש בקרבי אל תשליכני מלפניך ורוח קדשך אל תקח ממני השיבה לי ששון ישעך ורוח נדיבה תסמכני רוח הקודש אשר בי מאז כי רוח ה' דבר בי אלמדה פשעים דרכיך וחטאים אליך ישובו, תרנן לשוני צדקתך. דאס זאגט די תורה : וינחם ה' כי עשה את האדם בארץ ויתעצב אל לבו, כלומר אל לבו של אדם. גאט איז אומעטיג ווייל ער האט ניט קיין פלאץ ביי דעם מענטשען אין הארצען, רחמנא לבא בעי.
מיינע טייערע ברידער, גאט וויל האבען די הארץ פון דעם מענטשן, דאס איז דער אמת'ער משכן. די מדרגה רופט זיך טהרה, טהרת הלב. זאגט די תורה לא תשנא את אחיך בלבבך, ולא תשא עליו חטא. לא תקם ולא תטר את בני עטך ואהבת לרעך כמוך אני ה' (קדושים). מיר דארפען פארשטיין וואס עס איז א ריינע הארץ, אן שנאה שנאת הבריות קיין שנאה צו קיין מענטשען. אלעמען צו ליבען וואס איז א געטליכע הארץ, ווי אברהם אבינו האט געבעטען פאר סדום פאר די רשעים. אברהם אבינו האט א געטליכע הארץ פול מיט ליבע צו אלע מענטשען. אברהם אבינו איז געווען א סעמפעל פאר דער גאנצער מענשהייט. דאס איז די מדרגה טהרה, טהרת המח, טהרת המחשבות פון אלע תאוות, מהשבות קדושות בלי הרהור חטא ועון כלל, אין דער הארץ קומט אריין די שכינה. ווי די זון קומט אריין אין פענסטער, אט אזוי קוטט אריין די שכינה אין א ריינער הארץ צו דעם מענטשען. דאס איז דער משכן ה' זאגט די תורה ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם (תרומה).
די אלע כלים פון דעם משכן דאס זיינען דעם מענטשענ'ס אברים. דער ארון דאס איז די תורה וואס דער מענטש לערענט לשמה פון גאט'ס וועגען, ניט פאר ביזנעם. דאן קען מען לערנען קבלה די סודות התורה. דער משכן איז געווען באדעקט מיט די פעל פון תחשים האב איך געשריבען אין מיין ספר "שנים אוחזין בטלית", אז די חיה תחשים איז א נוטריקון, דער מענטש איז געקומען אויף דער וועלט צוליעב דער תורה מיט די מצות, (תרי"ג מצות). דער משכן דארף זיין דעם מענטשענס הארץ. ער קומט באדעקט פון אויבען מיט דער פעל פון דער היה תחשים וואס איז נוטריקון: תכלית חכמה, שכינה, יראה, מלכה. דאס איז די חיה. די שכינה איז א לעבעדיגע זי לעבט אייביג, מלכא קדישא. 27 מאל איז געשריבען אין דער תורה וכבסו שמלתם, כנגד כ"ז אותיות של אלף בית. דאס איז א רמז צו וואשען די מדות פון דעם מענטשען ער זאל קענען האבען רוח הקודש, דאס איז די מדרגה פון טהרה.
ועתה שמעו לי אחי ועמי אודיע דברי אתכם. דעו כי ה' נתן לנו את התורה והנביאים והתנאים שכתבו את כל הספרים בשביל התועלת לאדם, כלומר, מן האדם רע לעשות אדם טוב. ואם האדם טוב באמת שורה עליו השכינה וזה התכלית. וכל זמן שאין השכינה שורה עליך אין אתה שלום, אבל אתה חסר. אפילו אתה תלמיד חכם למדן גדול, אבל אם יש בך מדות רעות אין השכינה שורה עליך, כי אתה בעל מום וכל מום לא יקרב.
וזה אשר אני כתבתי בענין הקרבנות, אדם כי יקריב איז דער טייטש נעהענטער דער מענטש זאל צוגעהן נאהענט צו די גאטהייט, עד זאל פארברענען זיינע שלעכטע מדות דאס זיינען די אמת'ע קרבנות. ביי יעדען מענטשען איז פאראן זיין בהמה דער יצר הרע, דארף יעדער מענטש בריינגען זיין קרבן צו גאט, פארברענען די שלעכטע מדות און נעמען גוטע מדות, ער זאל תשובה טאן. כי האדם נולד במדות רעות גרוע מכל החיות, כי הזאב או הדב לא יטרף ממנו, אבל האנשים עושים מלחמות זה עם זה והורגים זה את זה הן בכלל והן בפרט. אבל באמת האדם נברא למלחמת היצר הרע, אם האדם מנצה התגברות על יצר הרע, אז השכינה שורה עליו בלי ספק.
איך האב בעזר השם יתברך געשריבען אין מיין ספר "שנים אוחזין בטלית" דעם נאנצען וועג צו רוח הקודש צו ווערען דער אדם העליון אדם הנסתר. ווייל מיר זעהן אז היות פון דעם זעלבען מין לעבען בשלום, איין בהמה דער אנדערער בהמה וועט ניט בייסען רייסען, אבער מענטשען זיינען ערגער פון אלע חיות, דערפאר האט מען געגעבען די תורה מיט די מצות ער זאל זיך אויסארבייטען. ווען גאט האט געגעבען די תורה אויף דעם בארג סיני האט ער זי געגעבען מיט פייער. דא ליגט א מוסר השכל : פייער מאכט פארטיק דעם עסען, דאס טרינקען. פון הארטע זאכען ווערען ווייכע זאכען. אלע מעטאלען ווערען ווייך אין פייער, אזוי איז די תורה אז מען לערענט די תורה מיט התלהבות מאכט די תורה פון א הארטען מענטשען מיט שלעכטע מדות, קען ער ווערען א גוטער מענטש מיט די בעסטע מדות. אשרי אדם המתקדש נפשו וגופו בעולם הזה כדי שיתדבק נפשו בעולם העליון לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו. כמו שאדם הולך בביתו מן חדר אל חדר, כך המחשבות של האדם יכולים ללכת בעולם העליון מן מקום למקום, מן היכל אל היכל. אזוי ווי א מענטש קען געהן ביי זיך אין הויז פון חדר צו חדר, פון רום צו רום. אט אזוי קען די מחשבה פון דעם מענטשען אומגעהן אין אלע הימלען, נאר אז די מחשבה איז א ריינע, דאס איז די מדרגה פון טהרה.
די זעקסטע מדרגה איז קדושה. די תורה זאגט קדשים תהיו כי קדוש אני ה' אלהיכם. אזוי ווי דער טריין (= באן) בריינגט דעם מעטשען פון שטאדט צו שטאדט, פון דעם וואקזאל (= באן סטאנציע) צו א צווייטען וואקזאל, אזוי איז די תורה בריינגט דעם מענטשען פון טהרה צו קדושה. רש"י זאגט קדושים תהיו, הוו פרושים מן העריות ומן העבירה, שכל מקום שאתה מוציא גדר ערוה אתה מוציא קדושה. פתח המחבר כל מקדש שביעי כראוי לו כל שומר שבת כדת מחללו שכרו הרבה מאד על פי פעלו איש על מחנהו ואיש על דגלו. כתיב ועשית מנורת זהב טהור מקשה תעשה המנורה, ירכה וקנה גביעיה כפתריה ופרחיה ממנה יהיו, וששה קנים יוצאים מצדיה כפתר ופרה כן לששת הקנים היוצאים מן המנורה, ובמנורה ארבעה גביעים משקדים כפתריה ופרחיה.
ודע קורא משכיל כי התורה נקראת מנורה, שמאירה לכל העולם. וששת הקנים היוצאים מן המנורה זו ששה סדרים משניות : זרעים, מועד, נשיט, נזיקין, קדשים, טהרות. ובמנורה ארבעה גביעים משקדים זו פרד"ס: פשט, רמז, דרוש, סוד קבלה. ועשית מנורת זהב טהור, זה הלומד תורה לשמה, זה זהב טהור. והאיר על עבר פניה, וזה שיהיה אור נרות הימין ונרות השמאל מכוון אל האמצעי, וכן ראוי שיהיה ענין האור השכלי בחלק העיוני, וג"כ אורו בחלק שכינתא כתר מלכות, כי אז יאירו כולם כמו שאמרו בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה ועשית מנורת זהב טהור. זהב בגימטרי' דוד ( 14 ) הוא טהור. כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, שנאמר ויהי דוד לבל דרכיו משכיל וה' עמו, אפשר חטא בא לידו שכינה עמו, זהב טהור זה דוד טהור (שבת, דף נ"ו). והאיר על עבר פניה מאי פניה אלא המנורה זו התורה, פניה זו השכינה, שנאמר אשרי העם יודעי תרועה ה' באור פניך יהלכון, כלומר באור השכינה אם האדם לומד תורה לשמה און טוט א ביזנעם נאר פאר גאט, בטהרת הלב, בטהרת המחשבה, בטהרת הפה, בטהרת העינים, בטהרת ידים. ודע אחי כי שפה בגימטרי׳ שכינה, ואל תדבר לשון הרע תראה את השכינה. זה רמז באור פניך יהלכון, כי אתה תאיר נרי ה' אלהי יגיה חשכי (תהלים, י"ה). כי העולם הזה דומה ללילה, אבל אם השכינה שורה על האדם אז יגיה חשכי, וידע כל הסודות. וזה בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות, וזה כל מקדש כראוי לו (ספר "שנים אוחזין בטלית" שער הנקודות, דף כ"ב).
ועתה קורא משכיל, זה ידוע כי יש לאדם ז' חושים. חמשה חושים גשמים : חוש הראיה, חוש השמיעה, חוש הריח, חוש הטעם, חוש המשוש. ושני חושים רוחנים: חוש הדמיון וחוש השכל. ועתה קורא משכיל שמע אל דברי שמע בקולי איעצך ויהי אלהים עמך. אם האדם מקדש השבעה חושים כראוי, להקדוש ברוך הוא, כל החושים יהיו קודש לה'. כל שומר שבת כדת מחללו, כמו שאתה שומר את השבת שיהיה קודש, כך אם תשמור את הז' חושים שיהיו קודש לה', אז השכינה שורה עליך, שכרו הרבה מאד על פי פעלו, כלומר על פי של האדם הזה פעלו של הקדוש ברוך הוא, כלומר הקדוש ברוך הוא גוזר גזירה והצדיק מבטל. וזה איש על מחנהו, והיה מחניך קדוש. מחניך אלו איברים של האדם, ואין איש אלא הקדוש ברוך הוא, שנאמר ה' איש מלחמה אם האדם שומר את החושים אז השכינה שורה עליו, והוא מרכבה לשכינה. איש על מחנהו הקדוש ברוך הוא שומר את האיברים של אדם. יהי רצון שתשרה השכינה על כל ישראל אמן.
אויב דער מענטש האלט הייליג זיינע 7 חושים: דעם חוש פון די אויגען, דעם חוש פון הערען — די אויערען, דעם חוש פון ריה פון שטעקען, דעם חוש פון טעם פון עסען, דעם חוש פון טאפען מיט די הענט, דעם חוש הדמיון, וחוש השכל, אז מען האלט די 7 חושים הייליג פאר גאט, רוהט אויף דעם מענטשען די שכינה, אזוי ווי רבינו הקדוש, הנינא בו דוסא אין דער גמרא ווי רבינו הקדוש האט געזאגט פאר זיין שטארבען, בשעת פטירתו של רבי זקף עשר אצבעותיו כלפי מעלה אמר : רבש"ע גלוי וידוע לפניך שיגעתי בעשר אצבעותי בתורה, ולא נהניתי אפילו באצבע קטנה, יר"מ שיהא שלום במנוחתי. יצתה בת קול ואמרה יבא שלום ינוחו על משכבותם (ישעיה, נ"ז), ולא נהניתי כעולם הזה אפילו, כלומר לא כיון בכל עניניו להנאות עצמו כ"א הכל לכבוד התורה, כמ"ש הרמב"ם שמי שאוכל כדי שיהא גופו בריא לעבודת ה', א"כ מאכלו ג"כ נחשב למצוה, לא להנאת עצמו. זה הכלל כי הקדושה יש לה כח המושך מאגגעט, שמושך את השכינה.
אמרו ליה לרבי מאי טעמא קראו לך רבינו הקדוש, אמר להם
מימי לא נסתכלתי במילה שלי, שלא הכנים ידו תחת אבנטו שלא
הכנים ידו למטה, דהיינו משום הרהור עבירה, ולכך נקרא קדוש.
מימי לא נסתכלתי במילה, לא להתפאר אמר כן, רק להזהיר לאחרים
שיעשו כן לעצום עיניהם שלא להסתכל בערוה שלו וכ"ש באחרים
(שבת, דף קי"ח).