בנות מלכים בלעטל גליון מב תשס"ט המשך ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

בנות מלכים מב - - בנות מלכים מב המשך א - - בנות מלכים מב המשך ב - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


קעניגלעכע קלאנגען

"מַלְכִּי," האָט דִי מַאמֶע זִיך גֶעוֶוענְדֶעט צוּ אִיר טאָכְטֶער וֶועלְכֶע אִיז גֶעשְטַאנֶען אִינֶעם קְלֵיידֶער גֶעשֶעפְט מִיט אַ קְלֵייד אִין אְיר הַאנְט, “דִי קְלֵייד אִיז נִישְט פַאר דִיר, עֶס אִיז נִישְט אוֹיסְגֶעהַאלְטְן לוֹיט דִי הַלָכוֹת פוּן צְנִיעוֹת." "אָבֶער מַאמִי" האָט זִיך מַלְכִּי אָפְגֶערֶעדְט “אִיך האָב גֶעזֶעהְן אַנְדֶערֶע מֵיידְלֶעך גֵיין מִיט אַזֶעלְכֶע קְלֵיידֶער, “אִיך וִויל אויך..."

"לאָמִיר אַרוֹיסְגֵיין אִינְדְרוֹיסְן מַלְכִּי, אוּן מִיר וֶועלְן זִיך אַראָפְזֶעצְן אוֹיף אַ בַאנְק, אוּן אִיך וֶועל דִיר דֶערְצֵיילְן אַ מַעשְה..."

"הוֹיעֶך אוֹיפְן בּוֹים האָט זִיך אַ וֵוייעֶכֶע גְרִינֶע בְּלֶעטְל גֶעשאָקְלְט אִין דִעם קִילֶן וִוינְטְל. דִאס בְּלֶעטְל האָט אַראָפְגֶעקוּקְט אוּן בַּאמֶערְקְט אַז או+נְטְן אוֹיפְן זַאמְד פְלִיעֶן אַרוּם פִיל קאָלִירְטֶע בְּלֶעטְלֶעך. "וִוי גְלִיקְלֶעך זֶענֶען זֵיי". האָט דאֶס גְרִינֶע בְּלֶעטְל גֶעקְלֶערְט. "זֵיי קֶענֶען טַאנְצְן אוּן שְפְרִינְגֶען וִויפִיל זֵיי וִוילְן. זֵיי זֶענֶען נִישְט צוּגֶעבּוּנְדְן צוּם בּוֹים אַזוֹי וִוי מִיר".

אַ שְטַארְקֶע וִוינְט אִיז גֶעקוּמֶען אוּן האָט אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן דִי קאָלִירְטֶע בְּלֶעטְלֶעך עֶטְלֶעכֶע פִיס אִין דֶער הֵייעֶך. "נאָר אִיך בְּלַייבּ דָא צוּגֶעבּוּנְדְן" האָט דָאס גְרִינֶע בְּלֶעטְל גֶעטְרַאכְט מִיט בְּיטֶערְקֵייט. "גֶענוּג גֶעוֶוען!" האָט עֶס בַּאשְלאָסְן. "סְ'אִיז שוֹין גֶעקוּמֶען די צֵייט אַז אִיך זאָל וֶוערְן פְרֵיי".

דָאס גְרִינֶע בְּלֶעטְל האָט זִיך אָפְגֶערִיסְן פוּנֶעם צְוֵוייג צוּ וֶועלְכֶע עֶס אִיז גֶעוֶוען בַאהאָפְטְן. גְלִיקְלֶעכֶערְהֵייט האָט עֶס גֶעשְוֶועבְט אִין דֶער לוּפְט בִיז עֶס אִיז אַראָפְגֶעפַאלְן אוֹיף דִי וֵוייכֶע גְרָאז. "אַה! וָואסְפַארַא מְחַי’!" האָט עֶס גֶעטְרַאכְט מִיט פְרֵייד. "עֶנְדְלֶעך בִּין אִיך פְרֵיי! יֶעצְט וֶועל אִיך שוֹין קֶענֶען טוּן וָואס אִיך וִויל".

נָאך עֶטְלִיכֶע שָעָה פוּן אַרוּמְטַאנְצְן אוּן אַרוּמְשְפְרִינְגֶען אִיז דאֶס בְּלֶעטְל גֶעוואָרְן שְטַארְק דוּרְשְטִיג. "פוּן וואוּ וֶועל אִיך הָאבְן וַואסֶער?" האָט עֶס זִיך גֶעזאָרְגְט, אִיך בִּין דאָך שוֹין מֶער נִישְט בַאהאָפְטְן צוּ מֵיין צְוֵוייג. וואָס וֶועט דָא זֵיין?

אַנְדֶערֶע בְּלֶעטְלֶעך זֶענֶען גֶעפַאלְן אוֹיף דֶעם גְרִינֶעם בְּלֶעטְל אוּן אִיר בַּאדֶעקְט. זֵיי האָבְן פַארְשְטֶעלְט דעֶם זוּן אוּן עֶס אִיז אִיר גֶעוואָרְן טוּנְקְל אוּן קִאלְט. עֶס האָט פַארְלוֹירְן דֶעם הֶערְלִיכֶן גְרִינֶעם קאָלִיר אוּן אִיז גֶעוואָרְן אַּבדֶעקְט מִיט בְרוֹינֶע פְלֶעקְן.

"אִיך בִין אַזוֹי דוּרְשְטִיג" האָט עֶס גֶעקְרֶעכְטְצְט. אָבֶער קֵיינֶער האָט עֶס נִישְט גֶעקֶענְט גֶעבְּן קֵיין וַואסֶער. עֶס האָט פַארְלוֹירְן דִי אַמָאלִיגֶע וֵוייכְקֵייט אוּן אִיז גֶעוואָרְן אִינְגַאנְצְן פַארְטְרִיקְנְט. מֶענְטְשְן זֶענֶען דוּרְך גֶעגַאנְגֶען אוּן האָבְן אוּמְוִוילְנְדִיג גֶעטְרֶעטְן אוֹיף דִאס בְּלֶעטְל. עֶס האָט זִיך גֶוַואלְגֶערְט צְוִוישְן דִי מִיסְט טְרוֹיעֶרְיג אוּן פַארְשֶעמְט. "וִוי גוּט אִיז גֶעוֶוען צוּ זֵיין צוּגֶעבִּינְדְן צוּם בּוֹים" האָט עֶס גֶעטְרַאכְט מַיט בֶּענְקְשַאפְט, "אַ שָאד אַז אִיך הָאב זִיך אַזוֹי בַּאנַארְישְט..."

  • * *

"אִיך פַארְשְטֵיי",האָט מַלְכִּי גֶעזָאגְט פַארְטְרַאכְטֶערהֵייט, "אִיך וִויל זֵיין אַזוֹי וִוי דִי פְרִישֶע לְעבֶּעדִיגֶע בְּלֶעטְלֶעך וֶועלְכֶע זֶענֶען בַּאהאָפְטְן צוּם בוֹים. אִיך וִויל זֵיין צוּגֶעבִּינְדְן צוּ דִי תּוֹרָה מִיט אִירֶע הַלָכוֹת וֶועלְכֶע גִיבְּן אוּנְז דִי אמת'ע חַיוֹת. אִיך וִויל זִיך נִישְט צוּגְלֵייכְן צוּ דִי קאָלִירְטֶע בְּלֶעטְלֶעך, וֶועלְכֶע זֶעען אוֹיס אַזוֹי גְלִיקְלֶעך אוּן פְרֵיי, אָבֶער זֶענֶען בְאמת אַזוֹי רַחְמָנוֹתְ’דִיג אוּן אוּמְגְלִיקְלֶעך. אִיך וִויל זֵיין בְאמת פְרֵיי – פְרֵיי צוּ טוּן דֶעם רָצוֹן הַבוֹרֵא!"



"טַרְררְררְר......."

אַ שַארְפֶע פֵייף האָט זִיך צוּקְלוּנְגֶען אִין דִי קֶעמְפ. אַלֶע מֵיידְלֶעך האָבְן גֶעוואוּסְט וואָס דאָס מֵיינְט, אָה! אַה! גלֵייך אִיז יֶעדֶער גֶעלאָפְן צוּ דֶער שוּרְה וואוּ זֵייעְר חַבֵר'טֶעס זֶענֶען גֶעשְטַאנֶען, דִי מֶדְרִיכוֹת האָבְן זִיך צוּגֶעקוּקט, אוּן זֵיי האָבְּן שְטִלֶערְהֵייט אַרָאפְגֶעשְרִיבְן וֶועלְכֶע מֵיידְלֶעך האָבְן דִי פלֵייסִיגְסְטֶע גֶעפאָלְגְט. אוֹיב אַ מֵיידְל האָט גֶעפאָלְגְט שְנֶעל, אוּן שֵיין מִיט גֶעשְפִילְט, האָט זִי לוֹיט דֶעם, בַּאקוּמֶען מֶער אוּן מֶער פוּנְקְטְן.

נאָר זִיסִי האָט גֶעהַאט צֵייט. "פַארְוָואס דַארְף מֶען לוֹיפְן?"

"פַארְוָואס דַארְף מֶען שְטֵיין אִין אַ שוּרְה אַזוֹי לַאנְג?" האָט זִי גֶעפְרֶעגְט פוּן אִיר חָבַרְ'טַע, "אִיך פַארְשְטֵיי נִישְט!"

זִיסִי האָט עֶנְדֶערְש גֶעוואָלְט זִיצְן.

וֶוען מֶען האָט דאָרְט גֶעשְפִילְט בּאָל, האָט זִי נאָך אַלְץ גֶעוואָלְט מִיט שְפִילְן נָאך דֶעם וָואס זִי אִיז שוֹין גֶעוואָרְן.

זִיסִי האָט נִישְט פַארְשְטַאנֶען "פַארְוואָס דַארְף אִיך שוֹין שְטֵיין אִין אַ זֵייט?" האָט זִי גֶעטְרַאכְט, "וואָס בִין אִיך שוּלְדִיג אַז דִי בּאָל אִיז גֶעפְלוֹיגְן אוֹיף מֵיין קאָפ?"

וֶוען דִי הוֹיפְט מַדְרִיכוֹת (הֶעדְ קַאונְסְלֶערְס) פְלֶעגְן דֶערְמַאנֶען צוּ אוֹיפְרֵיינִיגְן דִי שְטִיבֶער יֶעדן טָאג, האָט זִיסִי אוֹיפְגֶעהוֹיבְן אַפָאר שְמוּץ. זִיסִי האָט טַאקֶע בַאקוּמֶען אַפָאר פוּנְקְטְן, אָבֶּער נִישְט אַזוֹי סַאך וִוי דִי אַנְדֶערֶע מֵיידְלֶעך, "וָואס עֶפֶּעס דַארְף אִיך אויפְהֵייבְן שְמוּץ וָואס אַ צוֵוייטֵע מֵיידְל האָט אַראָפְגֶעוואָרְפְן?" האָט זִיסִי זִיך גֶערֶעגְט,

עֶנְדְלֶעך אִיז אָנְגֶעקוּמֶען דִי לֶעצְטֶע טָאג יֶעדֶער אִיז גֶעוֶוען פְרֵיילֶעך, אוּן אוֹיך נֵייגֶערִיג,

זֵיי האָבְּן שׁוֹין גֶעוואָלְט הֶערְן וֶוער עֶס זֶענֶען דִי גְלִיקְלִיכֶע "בֶּעסְטֶע פוּן זוּמֶער" מֵיידְלֶעך.

אִינְמִיטְן פוּן דֶער זאַל אִיז גֶעוֶוען אַ טִיש פוּל מִיט טֵייעֶרֶע מַתָּנוֹת, אוּן אַלֶע מֵיידְלֶעך האָבְן אַהִינְגֶעקוּקְט, אוּן שְטִילֶערְהֵייט צוּגֶעוַוארְט צוּ זֶען וֶוער עֶס וֶועט עֶס בַאקוּמֶען.

דִי אָנְפִירֶער האָט דעֶרְקְלֶערְט אַז מֶען גִיבְּט נִישְט דִי מַנָּתוֹת פַאר סְתַם מֵיידְלֶעך וואָס מֶען האָט לִיבּ, נאָר פַאר מֵיידְלֶעך וָואס פַארְדִינֶען עֶס מִיט זֵייעֶר אֵייגֶענֶע פוּנְקְטְן.

אַלֶע מֵיידְלֶעך האָבֵן גֶעפַּאטְשְט אוּן גֶעזוּנְגֶען פַאר לֵאה, פוּן זִיסִי'ס באָנְק, וָואס אִיז גֶעוֶוען דִי בֶּעסְטֶע צְוִוישְן זֵיי. אוֹי וֵויי! זִיסִי האָט גֶעמֵיינְט אַז זִי וֶועט עֶס בַּאקוּמֶען "כְ'פַארְשְטֵיי נִישְט! וָואס קוּמְט דָא אַרֵיין דִי פוּנְקְטְן? בִין אִיך דֶען נִישְט אַ וואוֹילֶע מֵיידְל?” האָט זִיסִי גֶעפְרֶעגְט טְרוֹיעֶרִיגֶערְהֵייט פוּן אִיר מַדְרִיכָה (קאונסלער).

"טֵייעֶרֶע זִיסִי! לֵאה האָט בַאקוּמֶען דִי שֵיינֶע גֶעשַאנְק וֵוייל זִי האָט גֶעפאָלְגְט אַפִילוּ וֶוען זִי האָט נִישְט פַארְשְטַאנֶען פַארְוָואס! לֵאה האָט אֶפְשְר אוֹיך גֶעוָואלְט זִיצְן רוּאִיג אוּן נִישְט אַרְבֶּעטְן שְוֶוער צוּ צוּזַאמְרוֹימֶען, אבֶּער וֶוען אַן עֶלְטֶערֶע מֶענְטְש הֵייסְט עֶפֶעס פאָלְגְט מֶען גְלֵייך כאָטְש מֶען פַארְשְטֵייט נִישְט!"

אוּן צוּ וֵוייסְטוּ אַז אוֹיך דֶער אוֹיבֶערְשְטֶער, ב"ה, פִירְט זִיך צוּ אוּנְז אַזוֹי, כַבִּיָכוֹל?

לוֹיט וִויפִיל מִצְווֹת מֶען טוּט, אַפִילוּ מֶען פַארְשְטֵייט נִישְט, אַזוֹי פִיל שְכַר בַּאקוּמְט מֶען, דוּ פַארְשְטֵייסְט נִישְט פַארְוָואס דֵיין קְנֶעפְל דַארְף זֵיין צוּגֶעמַאכְט אִין אַ הֵייסֶע טָאג? דוּ פַארְשְטֵייסְט נִישְט פַארְוָואס דוּ מֶעגְסְט נִישְט זִינְגֶען נֶעבְן מֶענֶער? אוּן אֶפְשְר אִיז פַאראַנֶען נאָך הִלְכוֹת צְנִיעוֹת, וָואס אִיז דִיר שְוֶוער צוּ פַארְשְטֵיין? אוּן שְוֶוער צוּ מְקַיֵים זֵיין? טוּ עֶס! פאָלְג וָואס דֶער תּוֹרְה הקְדוֹשָה הֵייסְט!

עֶס לוֹינְט זִיך! עֶס אִיז וֶוערְט אַסַאך.