לדלג לתוכן

בנות מלכים בלעטל גליון מב תשס"ט המשך א

פֿון װיקיביבליאָטעק

בנות מלכים מב - - בנות מלכים מב המשך א - - בנות מלכים מב המשך ב - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


גראמען

טרומפייטערס פייפן...
מיט זיגרייכע געזאנגען,
א שטאלץ צו אונזער פאטערלאנד!
געווינען, ווען קוים דעם קאמף אנגעפאנגען.
איינס, צוויי, דריי...
די שונא פאלט ווי פליגן,
אזעלכע געטרייע סאלדאטן
מיט’ן גאנצן כח טוען זיי קריגן.
ווייל ווען ס’ברענט אין הארצן
מ’איז א פאטריאט א פעסטן
קיין חילוק די קוילן וואס דער קעגנער טוט שיסן
ביז’ן לעצטן מינוט מיר וועלן פארמעסטן.
ס’גייט נישט אן וועגן מעדאלן
מ’לייגט קיין אויער צום מוזיק’ס שאלן
א טיפע פינק, ס’עגבערט, ס’מאנט
צו ברענגען דעם קעניג’ס גלאנץ פולקאם נאנט.
עס ליגט דער עיקר קאפ און געפיל
אויגן געווענדעט פאראויס צום ציל
פארברייטערן גרעניצן און מאכט
פארשענערן מיט כבוד און פראכט.
סאלדאט צו מארשאל
אין סיי וועלכן ראנק
דעם קעניג’ס מלוכה
זאל זיך ציען ווייט און לאנג.
ווען טאג און חודש
עס גייט פארביי
אין היצן וואס ברענט
אין פרעסט, אין שניי.
בייטאג און ביינאכט
ווען טונקל די גאס
ער טוט אלס וואס ס’איז מעגלעך
מיט שטאלץ מיט פאטאס.


ווען עס ברענט אין הארצן

קיין וואונדער פאר קיינעם
אז ס’דערגרייכט א טאג
טאנקען מאשינען מען טוט צוזאמקלייבן
הויך, ארויף דעם פאן אויפהייבן.
טרומפייטערס זיי פייפן
מיט זיגרייכע געזאנגען
א שטאלץ צו אונזער פאטערלאנד!
געווינען, ווען קוים דעם קאמף אנגעפאנגען.
מארשיר פאראויס, ארויס פון שלאכטפעלד
טייערע קאמראד! ביסט באמת א העלד
א זיכערע נצחון נישט שווער
צוליב דיך פעסטגעשטעלט!!!

ס’איז קיין רעש, ס’איז קיין טומעל
אבער ווי זיס איז דער טעם
פונעם בת מלך
אזא געטרייען סאלדאט אינעם אייביגן עם.
ווי איידל די טענער
איר גאנצע קאפ און וועזן פיל מיט פלענער
פון לעשות נחת רוח
געווינען דעם קאמף, דערנענטערן משיח.
ווי ליב עס איז איר
ס’איז איר וואסער, איר אטעם
מדקדק אויף יעדע קוצו של יוד
מיט איר פונקטליכסטע פרטים.
זי ווייסט, זי פארשטייט
מיט איר בינה יתירה
אז יעדער פעולה
צורייסט דעם גזירה.
צניעות’דיג געקליידט
פון קאפ ביז פיס
יעדער איינציגסטער מלבוש
איז אוודאי נאך א שפיז.

עס רייסט אונטער
איר ערגסטן פיינט
ס’ברענגט א טאטאלן סוף
צו דעם שטן’ס לאנד.
אוי ווי זי וויל
מיט’ן גאנצן גוף און נשמה געפעלן
דער מלך מלכי המלכים
זאל מיט הנאה קוועלן.
דעם מלא כל הארץ כבודו
זיך אפשפיגלן אינעם גארער וועלט
דאס איז איר תפקיד
דערפאר האט מען איר דא געשטעלט.
איר טוט גארנישט אנטציקן
קיין מעדאלן, קיין גליקן
ווייל שקר החן
הבל עס טוט זיין.
קיין וואונדער פאר קיינעם
אז ס’דערגרייכט א טאג
שכר פילע הויפנס ס’טוט זיך צוזאמענקלייבן
הויך, ארויף דעם פָאן אויפהייבן.
ושלל לא יחסר
ווי רייך איז איר רויב
זי די בת מלך
אן א גבול איר לויב.
אן קיין אפרו איז זי עוסק
אין חיי עולם אנטשטאט
חיי שעה
פארדינט אבנים טובות ומרגליות
וואס איז בזה ובבא.

סיי בני, סיי חיי, מיט מזוני רויחי
קינדערלעך ערליכע, סאלדאטן אינעם מלוכה
זייער בא’חנ’טע פנימ’ער מען טוט נאר אנבליקן
יראת שמים און קדושה עס טוט אויסדריקן.
איר מאן און אירע זון
דעם קאפ נישט אפטון
זייערע עצות למלחמה
איז עוסק זיין בתורה, ברענגען אייביגקייט פאר’ן נשמה.
און ווי באשיידן אירע טעכטער
ווי דעם טרענירטע גענעראל
ווייל צום ויגבה לבו
זיי האבן א סימבאל.
שופרות פייפן
מיט זיגרייכע געזאנגען
א שטאלץ צו ירושלים עיר הקודש!
געווינען – און אונזער שונא אונטערגעגאנגען
מארשיר פאראויס, ארויס פון שלאכטפעלד
טייער קאמראד, ביסט באמת א העלד
בזכות נשים צדקניות – א זיכערע נצחון נישט שווער
דיין מסירת נפש עס פעסטגעשטעלט!!!