לדלג לתוכן

בנות מלכים בלעטל גליון מב תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בנות מלכים מב - - בנות מלכים מב המשך א - - בנות מלכים מב המשך ב - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


זיי קלוג

האבן זיך געמאטערט אנצוקומען אהין, אבער נישט אלע האבן מצליח געווען. וואכן לאנג האבן זיי זיך געפלאגט צו דערגרייכן דעם שפיץ פונ’ם בארג, אבער נאר געציילטע זענען אנגעקומען צום ציל. וואס איז אייגענטליך געווען דער מאגנעטישער צוציאונגס קראפט וואס האט זיך געפינען דארט אויבן צווישן די שפיציגע פעלזנשטיינער?

די וואס האבן זוכה געווען אראפצושטעלן זייערע פיס אויף יענעם אויסטערלישן ארט האבן דערציילט פון זייער איבערלעבעניש מיט באגייסטערונג. זיי האבן גערעדט פון די וואונדערליכע פאנ נאראמע וועלכע פארשפרייט זיך פארן צוקוקער ווי נאר ער טרעט ארויף אויפן שפיץ בארג. זיי האבן געשילדערט מיט עקסטאז די אטעם–פארכעפנדע אויסקקוק פון בערג, טאלן, פעלדער, און וואס סערן וועלכער אנטפלעקט זיך פאר’ן אויג דארט אויבן אין די הויכקייטן. די טוריסטן האבן נישט אויפגעהערט דערציילן פון די אומגלויבליכע בילד פון נאטור וואס זיי האבן זוכה געווען בייצואוואוינען, און פון וועלכע עס איז זיי געווען אוממעגליך זיך צו זעטיגן.

אלע האבן געגליסט און געהאפט אנצ צוקומען דארט אויבן, אבער נישט יעדער האט זיך געטרויט איינצושטעלן. שמועות האבן זיך געדרייט צווישן די מיילער דער רציילנדיג איבער הינדערטע מענטשן וועל לכע האבן געאטעמט זייער לעצטע אטעם דארט אויפ’ן שפיץ בארג. זיי זענען געווארן אזוי באצויבערט און איבערגענומן פון די מיסטעטישער בילד, אז זיי זענען געגאנגען נענטער צום עק צו כאפן א בעסערע בליק, אין זייער פאר’שיכור’טן צושטאנד זענען זיי געגאנגען אביסל צו ווייט און דאן...

יארן זענען פארלאפן און די רעגירונ נג האט ענדליך באשלאסן צו טון צו דער זאך. זיי האבן געדינגען ארבעטער’ס וועל לכע האבן אויפגעשטעלט א צוים עטליכע פיס פאר’ן סכנה’דיגן עק פונ’ם בארג, און די טוריסטן זענען ענדליך געווען צופרידן. זיי האבן געקענט זען די אטעם–פארכאפנ נדע פאנאראמע, און אין זעלבן צייט פילן פארזיכערט מיט זייער לעבן.

אלעס איז געגאנגען כשורה ביז יענעם טאג, ווען א געוויסע טוריסט איז אנגעקומ מען אויבן אויפן בארג. דער טוריסט האט זיך געהאלטן פאר א קלוגער, געזעצטער מענטש, און האט נישט געוואלט ווערן געשטערט פון צוימען וועלכע זענען געב בויט געווארן פאר מענטשן וועלכע קענען נישט באהערשן זייערע אייגענע געפילן. ער האט געהאלטן אז אויב ער איז שוין יא אנגעקומען ביז’ן שפיץ פונ’ם בארג, איז א שאד צו פארפאסן אפילו א קליינע חלק פונ’ם אומגלויבליכע בילד.

דער קלוגער טוריסט איז איבערגעקר ראכן דעם צוים. דער אויסקוק איז געווען וואונדערליך און אטעם–פארכאפענד, און ער איז געווארן באגייסטערט און פאר’שיכור’ט, אזוי ווי אלע פאר אים. ער האט געטרעטן גאר נאנט צום עק כדי צו כאפן די בעסטע און נענטסטער בליק וואס איז שייך. און ווען ער איז שוין געווען אזוי נאנט, אז די פאנאראמע איז געווען ממש אומגלויבליך, האט ער גענומען נאך איין טריט פאראויס... עס איז געווען די לעצטע טריט פון זיין לעבן...

זיי קלוג. זיי נישט קלוגער פון די וואס האבן געשטעלט גדרים פאר דיין טובה.. .


רעשטלעך סחורה פאר וועמען?

מעשה שהיה

אין ירושלים עיה”ק איז פארהאן אן "אשה החשובה", וואס כסדר זעט מען איר לויפן צו די סחורה געשעפטן קויפן פאר ביליג קליינע רעשטלאך סחורות פון אלע סארטן און אלע פארבן. איין טאג, אויף די פראגע פון איינע פון די פארוואנדערטע פארקויפערינס... וואספארא ניצן האסטו פון אט די אלע קליינע שטיקלעך סחורות??? האט זי מיט אן איידעלע שמייכל אנגעהויבן מסביר זיין ווי פאלגנד.

שוין יארן לאנג ב"ה וואס איך פיר זיך צו פארן יעדן טאג צו מקומות הקדושים מתפלל זיין. איך פאר אהין מיט’ן באס. עס ווייטאגט מיר זייער ווען איך זע אידישע טעכטער ארויפשטייגן אויפ’ן באס פריצות’דיג געקליידט, ווען אויפן באס זענען דאך דא פיל היימישע בחורים און יונגעלייט. עס איז א פחד דאס בייצוקוקן...און ווער רעדט נאך ווען עס קומט די שרעקליכע הייסע טעג איז די פריצות ממש עד אין לשער...

איז וואס טו איך? ... איך קויף איין די שטיקלעך סחורות, נעם עס אהיים און ניי אויף דערפון אזעלכע שאליכלעך. איך האלט עס ביי מיר אין טאשקע, און ווען איך זע א פרוי אדער מיידל ארויפקומען אומאיידל אויפן באס, גיי איך רואיג צו צו איר, און מיט אן אמת בעט איך זיך איין זי זאל נעמען פון מיר די שאליכל (בחנם) זי זאל זיך איבערדעקן כאטש ביז זי גייט אראפ פון באס, און דערנאך קענען זי מאכן דערמיט וואס זי וויל. און גלייבט מיר, האט זי ווייטער געזאגט, ווען זיי זעען ווי עס גייט מיר "בנפשי" גיבן זיי מיר אזא בליק און נעמען דעם שאל און ווארפן עס אריבער זיך, אזוי אז זיי זענען בצניעות, רוב וועג.

"און איר ווילט נאך עפעס הערן?" פרעגט זי איין טאג שטיי איך און ווארט ביים באס סטאפ. עס איז פונקט "בין הזמנים" מיט די שטארקע היצן און די באס סטאפ איז פיל מיט בחורים און יונגעלייט, יראים ושלמים. שטייענדיג קומט דארט אן א מיידל, ממש נישט אנצוקוקן, מלא פריצות, און שטעלט זיך אזוי אוועק צווישן עולם, ווארטן אויפן באס. איך כאפ שנעל מיין טאשקע, זיך ארים, אהין, אהער, אבער מעשה שטן הצליח! פונקט האב איך פארגעסן מיינע שאליקעס אינדערהיים... געוואלד! וואס טוט מען??? טאטע זיסע... עס האט מיר אזוי געווייטאגט צוצוקוקן די שאנדע!

ביז איך האב מחליט געווען – כ’האב אן עצה – איך האב א "תהלים" מיט מיר. כ’וועל בעטן ביים באשעפער ער זאל ארויסהעלפן דעם מצב! עס איז דאך איום ונורא. איך האב גענומען זאגן תהלים און געבעטן: הייליגע באשעפער גיב אריין און איר א גוטן געדאנק – זי זאל זיך וועלן מיט עפעס צודעקן. און שטעלט אייך פאר... מיטאמאל נעמט דאס מיידל איר טאש און שלעפט ארויס פון דארט א סוועטער’ל און ווארפט עס איבער זיך, ממש אזוי איז געווען, דאך א אידיש קינד, דאס לעצטע פינטל געפיל פון צניעות האט זיך פאר א קורצע וויילע אויפגעפלאמט אין איר!

געהערט פון איינעם וואס האט עס אליין געהערט פון די "אשה החשובה" מרת שרה ק. עמי"ש ירושלים עיה”ק.

די בת ישראל מעדאל
וואס מיינט קוראזש האב איך שפעקולירט...

וואס איז אן העראישע אקציע, האב איך זיך אינטערעסירט... פארוואס ווערט דער קוראזש באקרוינט מיט רום, און ווערט מיט כבוד ארומגעפירט...

צו איז עס שפרייזן העכער א וואסער אויף א דינע שטריק... ווען אלע צוקוקער’ס ווערן אנציקט... אפשר מיינט עס גאר יענע מאן... וואס איז געווען דער ערשטע צו פליען אויף אן ערעפלאן... עס קען זיין עס מיינט אפשר א חשוב’ער גענעראל... וואס איז באהאנגען מיט א זיגרייכישע מעדאל...

איך וואונדער, איך טראכט, און איך קאנצעצטריר... אפשר וועט זיך איר מיינונג אנטפלעקן צו מיר... שפאצירן אינדרויסן בין איך געגאנגען... צוביסלעך האט זיך אנגעפאנגען... קוראזש ארויסצושטעלן מיט איר קלארקייט... איר אמת’ע ריכטיגע באדייט...

גייענדיג אזוי, נעם איך די הימל און באטראכט... וואלקענעס באדעקן דעם גאנצן האריזאנט, עס וועט זייך א רעגענדיגע נאכט... און דורך די וואלקענעס שטיפט זיך די זון... זי שיקט דורך אירע לייכטע שטראלן, זי זאל די וועלט באשיינען... זי וויל ווערן אנערקענט ביי די מענטשהייט... אפילו די וואלקענעס שטעלן איר פאר א שוועריגקייט... גרויע וואלקענעס מעגן איבערן הימל טאנצן... אבער צו די וועלט וועל איך שיקן מיינע שטראלן גלאנצן... אט דאס איז קוראזש האב איך באשלאסן... אז טראץ עס זענען דא די וואס שטעלן זיך אנטקעגן, טו איך די ריכטיגע זאך אנטשלאסן... יעדער גייט צו יענע ציענדיגע פראגראם... אפילו עס איז נישט א פלאץ פאר היימישע אידן, נאר א פארכאפונג פון די היינטיגע וועלט’ס שטראם... אלע וועלן שפעטן פון מיין פארזיכטיגקייט און חששות קרומע... און אויב איך וועל זיך צוריקהאלטן פון גיין, וועט פארשאפן ווערן פאר מיר דאס טיטל פון “די פרימע”... יעצט איז די זמן נעם דיין קוראזש אפיר... לאז נישט דיינע ריינע השקפות זיך געבן א ריר... דורך בלייבן אינדערהיים... וועסטו זיך איינקויפן פיל מער ווי דער “גוד טיים”... אלע מיינע חבר’טעס מיט מיר אינאיינעם, שפרייזן צווישן געשעפטן אן א שיעור... דער קלייד איז צו אלט-מאדיש, און דער זעט אויס צו ביליג אויף דיר... ענדליך מיינע חבר’טעס זענען מחליט, אז געטראפן די פאסיגסטע האט מען פאר מיר... אריין אין שפיגל איך געב א קוק, אבער שפירן טו איך נישט אזוי געשמירט...

די קאליר איז גאנץ שארף וואס וועט זיכער זיין אויפפאלענד, און אויך א צו געפאסטע אויסשטעל פארמאגט עס... אבער מיינע פריינד זענען בכלל נישט דערגעגן, זיי האלטן אז עס איז א מציאה ממש א נס...

יעצט איז דער זמן נעם דיין קוראזש אפיר... לאז נישט דיינע ריינע השקפות זיך געבן א ריר... פארלאז דער געשעפט אן דעם קלייד... וועסטו באקרוינט ווערן מיט א העלדישקייט, וואס איינקויפן דאס קלייד וואלט פארמיידט... איזהו גיבור טו א שטארקע כארעקטער פארמאגן... הכובש את יצרו באצווינג די געדאנקען, “וואס אנדערע וועלן זאגן וועגן מיינע דרכים”... דאס איז קוראזש טו מיט מסירות נפש ארויסצייגן... און דעמאלס וועסטו זיין די גרעסטע העלד, ווייל דו טוסט מעלה למעלה שטייגן!