Page:נחת פון קינדער און בּערעל-אַײזיק.pdf/6

פֿון װיקיביבליאָטעק
דעם בלאַט האָט מען קאָרעקטור-געלייענט

און פיער שניד; האָט איהר שױן, קײן עיו־חרע, אַ קײמאָ־לן פוז זעכצעהן.

הײנט אײניקלער, לעבען זאָלען זײ!

נישט צו פאַרזינדינען, װאָרום אַלע טעכטער און אַלע שניר קינדלען, ברוךּ־השם, אַלע יאָתר; בײ וועמען ס'איז פארהאַן עלף. בײ וועמען — נײען, בײ וועמען זיעבען. קײן עקרות, אַזעלכע. הײסט דאָס, װאָט זאָלען חלילה נישט האָבען נאָר נישט, איז בײ מיר נישם פאַרהאַן.

נאָר מיט אײן זוהן, מיט'ן טיטעלסמען, האָם איךּ געהאַט אַביסעל צו טהון: מײן שנור האָט אַ צײט קײן קינדער נישט געהאָט. נישטאַ און נישטא — און גענוג!

האָט זיך אַנגעהױבען א סררח: דאַקטױרים, דער רבי, להבדיל דער טאָטער — עס העלפט נישט.

קיצור־הדבר, ם'איז געבליבען — נט'ען זיך.

מילאָ, נט'ען זיך — נט'ען זיך. ס'איז געקומען צום נט'ען זיך — ווער? װאָס? זי װיל ניט!

וואָס הײסט, זי וױל ניט? זי האָט איהם, זאָנט זי, ליעב, טפּש אײנער! וואָס הערסט דו זי, זאָג איךּ, װאָס זי האָט דיךּ ליעב? זאָגט ער: איך האָב זי אױך ליעב. װאָס זאָגט איהר אױף דעם הכם? איך זאָג איהם „סינדער“ — זאָגט ער „ליעב“!… װאָס זאָגט איהר אױף אַזאַ לעקיש?

קיצור־הדבר, זײ האָבען זיך נישט גע'גט. און גאָט האָט נעהאַלפען — שױן אַ יאָהר זעכס, אַז זי האָט אָנגעהױבען צו קינדלען, קינדעלט זי װאָס אַ יאָהו, װאָס אַ יאָהר; שיט מיך אָפּ מוט אײניקלעךּ!

איהר זְאָלט זעהען בײ מיר אײניקלעךּ — אַלע געראָטענע, אײנס שענער פונ'ם אַנדערען, אין זײערע פּנים'ער נישם אַרײנצוקוקען! איךּ זאָג אַײךּ — אַנטיקלעךּ!

הײנט װי אַזױ לערנען זײ! טאָמערװילט איהר אַ בלאַט גמרא — איז אַ בלאַט גמרא אױסוועניג. פון חומש מיט רש"י, מיט