Page:נחת פון קינדער און בּערעל-אַײזיק.pdf/5

פֿון װיקיביבליאָטעק
דעם בלאַט האָט מען קאָרעקטור-געלייענט
נחת פֿון קינדער

(מאָנאָלאָג).

― קײן נגיד, הערט איהר, בין איךּ ניט. װײַט פֿון אַ נגיד. גאָרנישט. אַ בעל־הבית מיט אַ דירה אַײן אײגענע. תאָטש װאָס האָט מען, משטײנס געזאָגט ,בײ אונז פֿון אַ דירה? מכּות! ― נאָר נחת פֿון קינדער, קאָן איךּ מיך באַריהמען, האָב איך, ברוך־השם, מעהר פֿונעם גרעסטען גבֿיר אין כּתרילעװקע! בײ מיר, הערט איהר, אַז עס קומט אַ יום־טובֿ און עס קומען זיךּ צענױף אַלע קינדער, קײן עין־הרע, זיהן און טעכטער, שניר און אײדעמס מיט אַלע אײניקלעךּ ― װער איז צו מיר גלײַךּ?

למשל, נעמט פּורים צו דער סעודה.

װאָס פֿאַר אַ טעם, פֿרעג איך אײַך, האָט אַ סעודה, אַז מע זעצט זיךּ צום טיש אײנער אַלײן מיטן װײַב און מע עסט?

נו, שטעלט אײַךּ פֿאָר, אַז איךּ האָב שױן אָפּגעגעסן די פֿיש מיט דער יױךּ, לאָקשן, צימעס, דאָס, יענץ ― נו װאָס? בלאָטע שבבלאָטע! אַ פֿערד, להבֿדיל, עסט אױךּ. אַ מענטש איז דאָך אָבער נישט קײן פֿערד. ובפֿרט אַ איד. ובפֿרט יום־טובֿ. ובפֿרט אַזאַ יום־טובֿ, װי פּורים צו דער סעודה!

קודם כּל ― די קינדער, קײן עין־הרע.

אַכט האָב איך, זאָלען געזונט זײַן, אַלע אױסגעגעבענע. (געװען צװעלף ― פֿיער זענען, די צו לענגערע יאָהר, אַװעקגעגאַנגען). האַלב זענען זיהן, האַלב זהנען טעכטער; פֿיער אײדעמס