לדלג לתוכן

תורה קוואל בראשית ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

תורה קוואל: פארווארט - - הסכמות
בראשית פרק - א, א-י - - א, יא-ל - - ב - - ג - - ד


ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן: בראשית ג א

די מדה, פונעם נחש-הקדמוני איז, אפּצוקילן דעם מענטש פון די מצוות. זיי לייכט צו מאכן מיט ביטול: וואס איז דען אז עס שטייט אזוי, ווידער אן עסק!
דאס איז דער פשט: אף כי אמר אלהים - וואס איז דען אז השי"ת האט געזאגט, עס מאכט נישט אויס, אז מען פאלגט נישט אמאל, אז מען איז נישט אזוי פרום...
און אזוי פירן זיך אלע מסיתים ביז היינט, קאלט צומאכן יעדע מצוה און אפּצושוואכן איר באדייטונג, לויטן דרך פונעם ערשטן נחש...
(בשם חידושי הרי"ם)

ותאמר האשה אל הנחש הפרי עץ הגן נאבל ומפרי העץ אשר בתוך הגן אמד אלהים לא תאכלו ממנו ולא תגעו בו: בראשית ג, ב-ג

פארוואס האט זי טאקי צוגעגעבן אז מ'האט איר גע'אסר'ט נגיעה?
נאר דער דין איז אז יום-כיפור מעג מען אנרירן אין עסנווארג, כאטש דער איסור איז אזוי הארב ווי חמץ אין פסח, און מען איז אויך נישט אפגעשיידט דערפון. ווייל אין פסח, מעג מען דאך עסן אנדערע מאכלים, איז דא חושש זיין טאמער וועט מען עסן חמץ אויך, דעריבער טאר עס זיך בכלל נישט געפונען אין שטוב, אבער יום-כפור טאר מען דאך גאר נישט עסן, איז נישט צו קלערן אז מען וועט דורכן אנרירן קומען צו אכילה אליין.
האט דאס חוה געזאגט: מפרי עץ הגן נאכל - פון אלע בוימער די פרוכטן מעג מען דאך יא עסן, איז עס דאך נישט גלייך צו יום-כיפור, נאר צו חמץ בפסח, דעריבער דארף דאך מסתמא זיין אסור נגיעה אויך. ווען מען וואלט בכלל נישא געטארט עסן די פירות, וואלט מען מסיח-דעת געוועזען פון עסן, און ס'וואלט נישט געוועזען קיין חשש אז פון נגיעה זאל מען קומען צו אכילה, ווען אבער מען מעג יא עסן אלע אנדערע פרוכטן מוז זיין אז - אמר אלהים, לא תאכלו ולא תגעו - צוליב דעם איסור אכילה דארף זיין אויך אן איסור אויף דער גגיעה.
(כתנות אור בשם גדול אחד)

* * * * * * * * * *

הוסיפה על הצווי לפיכך בא לידי גרעון (רש"י)

וואס פאר אן עולה האט זי געטאן ווען זי האט זיך געמאכט א סייג און א גדר צו דער צווי ד׳'? אדרבה מען דאדף זיך דאך מאכן סייגים, אזוי ווי די משנה זאגט, ועשו סייג לתודה (אבות סיא מ"א)?
נאר אויב מען מאכט זיך א סייג צו א מצוה, דארף מען זאגן אז ס'איז אן אייגעגער סייג, נישס זאגן אז אמר אלהים לא תאכלו ולא תגעו און - מאכן - דעם סייג פאר א צווי ד' - אויף דעם איז שוין דא דעד איסור, לא תוסיף על דבריו.
(פוסקים ומפרשים)

* * * * * * * * * *

פונעם חידושי הרי"ם זאגט מען נאך א תירוץ דערויף, אז דער שנין פון מאכן א סייג, איז נאר נאכן חטא מון אדם הראשון, ווען דער יצר הרע איז געווארן שטארק און שלעפט דעם מענטש םפון א לייכטע זאך צו דער עבירה אליין, אבער פארן חטא האט מען טאקע קיין סייגים נישט געדארפט. דעריבער האט דער סייג מון חוה'ן טאקע געהייסן א הוספה...

ויאמר הנחש אל האשה לא מות תמתון: בראשית ג ד

דחפה לאילן עד שנגעה בו אמר כשם שאין מיתה בנגיעה כך אין מיתה באכילה (רש"י)
פון וואנען איז א ראיה אז ס'איז נישטא קיין מיתה בנגיעה, דערפון וואס זי איז נישט באלד געשטארבן, השי"ת האט דאך געזאגט ביום אכלך ממנו און דער טאג איז דאך נאך גענוג גרויס?
נאר דער נחש האס איר געזאגס: ממה-נפשך דארפססו עסן, וועט נישט זיין קיין מיתה אויף דער נגיעה, וועט מסתמא אויך נישט זיין קיין מיתה אויף דער אכילה, אויב אבער דו וועסט יא שטארבן פארן אנרירן, מעגסטו דאך געוויס שוין עסן, ווארום - לא מות תמותון - צוויי מאל שטארבט מען נישט, אז סיי ווי וועסטו שטארבן, עס כאטש...
אזוי איז דער דרך פון יצר הרע, ווען ער האט שוין געמאכט אביסל זינדיגן דעם מענטש, זאגט ער אים: סיי ווי ביסטו שוין א פארפאלענער, כאטש א גוטן טאג...
(פנינים יקרים בשם בני לוי)

ותרא האשה... ותתן גם לאישה עמה ויאכל: בראשית ג ו

מפני מה חשא אדם הראשון מפני שראה שתים ולא ראה שלש. (מדרש פליאה)

מ'קען זאגען, אז דן איז געמיינט די דריי זאכן וואס עקביא בן מהללאל זאגט: הסתכל בשלשה דברים ואי אתה אתה בא לידי עבירה, דע מאין באת, ולאן אתה הולך, ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון (אבות פ"ג מ"א).
אדם הראשון איז דאך געוועזען יציר כפיו של הקדוש ברוך הוא האט ער נאר געזען צווי זאכן, און דאס דריטע דעם מאין באת מטיפה סרוחה, דעריבער ער איז געקומען צו חטא.
(קול דודי בשם הגר"א ז"ל)

ויאמר לו איכה: בראשית ג י

איכּה האט די זעלבע אותיות ווי איכה.
זייט דער מענטש האט געזנדיגט, זוכט מען ארום דעם מענטש און מען פרעגט: איכה! אבער מען געפינט אים נישט, ער איז נאך נישטא. ס'איז נאר געבליבן אן איכה. . .
(בשם גדול אחד)

* * * * * * * * * *

שטענדיג רופט די געטלעכע שטימע דעם מענטש און שרייט צו איה: איכּה! - וואו ביסטו? קוק דיך נאר אום, וואו דו ביסט פארקראכן אין בלאטע! מ'האט דיך באשאפן צו זיין שטענדיג אין גן עדן, און דו זינדיגסט און ברענגסט מיט דיינע מעשים אז מען זאל דיך ארויסטרייבן פון גן עדן און איבערגעבן צו די מלאכי חבלה. וואו ביסטו אין דער וועלט!..
(אבני אזל)

המן העץ אשר צויתיך לבלתי אכל ממנו אכלת: בראשית ג יא

פאראן א תאוה צו א זאך, ווייל ס'איז בעצם געשמאק און זיס. פאראן אבער א תאוה, נישט ווייל די זאך איז גוט, נאר ווייל מען טאר עס נישט, רעדט דער יצר-הרע אן אז מען זאל עס דווקא טאן, א שטייגער ווי: מים גנובים ימתקו (משלי ט-י"ז).
דאס האט השי"ת געזאגט: דו האסט געגעסן פון עץ-הדעת נישט ווייל די פרוכט את אזוי גוט, נאר ווייל – אשר צויתיך לבלתי אכול ממנו - ווייל איך האב דיך נישט געהייסן.
האט אדם הראשון שפעטער געענטפערט: היא נתנה לי מן העץ ואכל - זאגט דערויף דער מדרש אכלתי ואכל עוד - איך האב עס געגעסן נישט ווייל דו האסט נישט געהייסן, נאר ווייל די פרי איז טאקע גוט און איך וואלט באמת געהאט חשק נאך צו עסן. . . (תפארת שלמה וכן נכתב סופר)

היא נתנה לי מן העץ ואכל: בראשית ג יב

אכלתי ואוכל עוד (רש"י)

השי"ת האט אים געפרעגט: איכּה - אין וואס פאר א מצב געפינסט דו זיך יעצט, צי האט דער חטא כאטש געברענגט ביי דיר א פארשטארקטע זהירות, אז על-כל-פנים פון יעצט אן און ווייטער זאלסטו זיך קענען מתגבר זיין איבערן יצר-הרע. דעדויף האט זיך אדם הראשון מתנצל געוועזען. אז ליידער פילט ער נאך ביי דך נישט קיין שום אויגעלייטערטקייט, און ער איז עלול נאך ווייטער צו עסן, ווען דער יצר הרע וועט זיך מתגבר זיין.
און דאס איז גאר א גרויסע חכמה צו קענען זיך גענוי און וויסן ביי וואס פאר א מצב מען האלט. . . (אהל תורה בשם הה"ק מקאצק זצ"ל)

* * * * * * * * * *

דער נחש האט דאך, ביים אנרעדען זיי צום חטא, געזאגט: ונפקחו עיניכם והייתם כאלהים - בוראי עולמות (רש"י). איז אויב זיי וואלטן טאקע געגעסן צוליב דעם וואלט דאך דער חטא געוועזען פיל גרעסער, ווייל דאםס איז דאך כפירה. באמת אבער שטייט ותרא האשה כי טוב העץ למאכל זי האט גנאר געזינדיגט צוליב תאוה צו א גוטע זאך.
דאס האט אדם הראשון געזאגט: אכלתי ואוכל עוד - איך האב געגעסן פשוט צוליב תאוה, ווייל ס'איז גוט, און ס'וואלט זיך גערן נאכאמאל געגעסן. ווארום צוליב דעם והייתם כאלהים - בוראי עולמות, דארף מען דאך נישט נאכאמאל. . .
(ההרה"צ ממאגעלניצא זצ"ל)


ויאמר ד' אלהים לאשה מה זאת עשית ותאמר האשה הנחש השיאני ואכל: בראשית ג יג

פארוואס האט איר השי"ת נישט געפרעגט דערויף, פארוואס זי האט נאך געגעבן דעם מאן צו עסן?
ווייל אויב זי האט נאר אליין געזיגדיגט און געגעסן פון עץ-הדעת, איז שוין נישט קיין פראגע פארוואס זי האט מער געזיגדיגט. זי איז שוין געוועזען עלול דערצו...
(קול שמחה)

ועפר תאכל על ימי חייך: בראשית ג יד

די חז"ל זאגן אז דורך דער קללה, דאס דאר נחש זאל נאר עסן עפר, איז שטענדיק זיין עסן גרייט, עולה לגג מזונותיו עמו. אזוי זאגן אויך די חז"ל: הרואה נחש בחלום פרנסתו מזומנת לו. (ברכות נז). איז דאך שווער, וואס איז ווידער די קללה?
נאר די קללה איז, וואס ער איז אזוי דערווייטערט געווארן פון דער קדושה, דאס מען ווי נישט אז ער זאל א מאל דארפן ווענדן זיך צום הימל אז ער דארף עסן, אזוי וו אנדערע ברואים, וואס מוזן זוכן עסן און הויבן א מאל אויף די אויגן צו השי"ת, (ווי הכפירים שואגים לטרף ולבקש מאל מאכלם, תהילים קד כא) אים וויל מען כלל נישט הערן. נא דיר דאס דייניקע און גיין, לאמיר דיך נישט מער אנקומען. . .
(חידושי הרי"ם ז"ל)

* * * * * * * * * *

לויטן מדרש האט דער נחש פריער געקענט רעדן און יעצט ביים חטא, האט מען אים צוגענומען דעם כח הדבור.
וואו איז דא מרומז אין דער תורה?
ווייל עס שטייט אין פסוק ואיבה אשית בינך ובין האשה, און די גמרא זאגט: איזהו שונא כל שלא דבר עמו שלשה ימים מחמת איבה (סנסהרין כז) – זעט מען דאך אז דער באגריף איבה הייסט, נישט צו רעדן מיטן צווייטן. . .
(פרדס יוסף בשם הגאון מהר"ח מוואלאזין ז"ל)

ואיבה אשית בינך ובין האשה: בראשית ג טו

היא (הסוטה) נתנה עיניה במה שאינו שלה, מה שבקשה לא נתן לה, ומה שבידה נטלו הימנה, וכן מצינו אצל נחש הקדמוני. . . אמר אהרוג את אדם ואשא את חוה, לפיכך ואיבה אשית. (סוטה ט)

פרעגן די מפרשים, ער האט דאך אנגערעדט חוה'ן צום ערשטן, וואלט זי דאך פריער געשטארבן? נאר די גמרא זאגט: שאול באחת ועלתה לו, דוד בשתים ולא עלתה לו (יומא כב) – שאול איז נענש געווארן צו פארלירן דאס מלכות אויף איין חטא וואס ער האט געזינדיקט, און דוד זענען אפילו צוויי חטאים נישט פארעכענט געווארן צו פארלירן דורך זיי די מלוכה.
פארוואס טאקע אזוי?
ווייל זאגט דער אגרת הטיול – יעדע מצוה מוז האבן ווער עס זאל איר מקיים זיין, אז זי זאל נישט אינגאנצן בטל ווערן, דעריבער האט דוד'ן גע'פועל'ט תשובה ווייל זיינע חטאים זענען געוועזן אלגעמיינע וואס אנדערע קענען יא אפהיטן. אבער דער חטא פון שאול'ן איז דאך געוועזן וואס ער האט נישט מוחה געוועזן עמלק'ן, די דאזיקע מצוה איז דאך נאר מוטל אויך א מלך, און אויב ער האט איר נישט מקיים געוועזן, ווערט זי אינגאנצן בטל, דעריבער האט נישט גע'פועל'ט קיין תשובה.
דער נחש האט געוואוסט אז אדם וחוה זענען צדיקים, און אפילו זיי וועלן זינדיקן וועלן זיי באלד תשובה טאן, (תשובה איז דאך נאך געוועזן פאר בריאת העולם), ממילא ביי חוה'ן וועט פועל'ן תשובה ווייל אויסער איר איז דאך נאך פאראן אדם, וועלכער קען מקיים זיין די מצוה. ווען אבער אדם וועט אויך עובר זיין און עסן פון עץ-הדעת, וועט דאך די מצוה אינגאנצן בטל ווערן , ווארום די דאזיקע מצוה איז דאך נאר געגעבן געווארן צו זיי אליין, ממילא וועט קיין תשובה נישט פועל'ן, וועט ער שטארבן און חוה וועט בלייבן לעבן, ווייל ביי איר האך נאך די תשובה גע'פועל'ט, דאן וועט איר דער נחש קענען נעמען.
(בשם הגאון בעל שערי משפט)

הוא ישופך ראש ואתה תשרפנו עקב: בראשית ג טו

דער יצר הרע פאגט דעם מענטש, דערמיט וואס ער ברענגט אין אים אריין תאוה צו כבוד צו גאות, אז דער מענטש זאל ווערן זיין א ראש. דער מענטש קען אלזא אים צוריק מנצח זיין דורך ענוה, וואס הייסט עקב – עקב ענוה ירא ה' (משלי).
(אמרי יואב)

הרבה ארבה עצבונך והרנך: בראשית ג טז

עצבונך – זה צער גידול בנים. והרונך – זה צער העיבור (רש"י).

דער צער העיבור איז דאך פארן צער גידול בנים, דארף עס דאך שטיין פריער אין פסוק?
נאר דא ליגט נאך א קללה, אז בעת זי וועט נאך זיין באשעפטיקט מיטן צער גידול בנים, וועט זי ווידער ווערן מעוברת, איז די טירחא גאר א גרויסע. דאס הייסט: הרבה ארבה – דער צער וועט זיין גרויסער, א דאפּעלעטער, אז בעת עס וועט נאך זיין – עצבונך – פון גדול בנים, וועט קומען – והרונך – צער העיבור.
(הגאון ר' חיים מוואלאזין זצ"ל)

ואל אישך תשוקתך והוא ימשל בך: בראשית ג טז

הכל ממנו ולא ממך (רש"י)

וואס מיינט דא רש"י מיט די ווערטער?
נאר השי"ת האט געזאגט צו דער אשה: באמת דארף זיין והוא ימשל בך, נאר אויב דו זעסט אמאל אז דו ביסט מושל איבערן מאן, איז עס ממנו, ער איז שולדיג דערין, ער איו נישט ווי עס דארף צו זיין. דעריבער קענסטו הערשן איבער אים - ולא ממך - נישט פון דיינע כחות, ווייל דו דארפסט הערשן איבער אים, נאר ער איז זיך אליין שולדיג...
(בשם הרה"ג ז"ל מפשיסכא)

* * * * * * * * * *

חסידים פלעגן זאגן:
אויס ס'איז אל אישך תשוקתך, איז והוא ימשל בך, ווען אבער פארקערט ואל אשה תשוקתו, דאן איז זי מושל איבער אים. . .

ויעש ד' אלהים לאדם ולאשתו כתנות עור וילבשם : בראשית ג כא

ווען השי"ת וואלט זיי פארטריבן נאקעטערהייט, און זיי אליין וואלטן זיך געמאכט מלבושים, וואלטן זיי געמיינט אז זיי זענען טאקע, דורכן חטא געווארן אנטוויקעלטער און קליגער, דעריבער האט זיי השי"ת אליין אנגעקליידט מלבושים. . .
(ספורנו)

* * * * * * * * * *

אזוי איז שוין דער שטייגער פון מענטש, מעג ער זיין פון מיט חסרונות, אבער ווען ער דערזעט נאר ביי זיך א מעלה, פארגעסט ער שוין אלע חסרונות, און זיי זענען אים שוין כדאי צוליב די איינע מעלה וואס ער האט. מעג עס זיין אפילו אזא מעלה מישטיינסגעזאגט (= אך, אבוי), אז ער קען זיך אנגעטאן. . .
(בשם גדול אחד)

וישכן מקדם לגן עדן את הכרובים: בראשית ג כד

ביים משכן שטייט: והיו הכרובים פורשי כנפים למעלה סוככים בכנפיהם על הכפרת (שמות כה-כו), זאגן דערויף די חז"ל כרובים - כרביא, דמות פרצוף תינוק הי' להם.
אויב מען גיט דעם קינד א גוטע דערציאונג, קען ער ווערן ווי די כרובים וזאס באשיצן דעם ארון הקודש. אויב אבער מען דערציט עס נישט ווי געהעריג, ווערט ער ווי די כרובים - מלאכי חבלה. . .
(הגאון ר' משה מרדכי עפשטיין ז"ל)

לשמור את דרך עץ החיים: בראשית ג כד

דרך - זו דרך-ארץ, עץ החיים - זו תורה, מלמד שדרך-ארץ קדמה לתורה (תנא דבי אליהו)

דרך ארץ איז די הקדמה צו דער תורה. פּונקט ווי דורך דער הקדמה פון א ספר ווייסט מען וואס דער ספר איז, אזוי דערקענט מען פון דער התנהגות פונעם מענטש אין דער ארץ, זיין מהות אין תורה. . .
(אהל תורה בשם הה"ק מקאצק ז"ל)