תורה קוואל בראשית א, יא-ל

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

תורה קוואל: פארווארט - - הסכמות
בראשית פרק - א, א-י - - א, יא-ל - - ב - - ג - - ד


תדשא הארץ דשא... עץ פרי עשה פרי למינו: בראשית א יא

שיהיה טעם העץ כטעם הפרי, והיא לא עשתה כן אלא ותוצא הארץ עץ עושה פרי ולא עץ פרי לפיכך כשנתקלל אדם על עוונו נפקדה גם היא ונתקללה. (רש"י)

די מפרשים פרעגן, פארוואס איז זי באלד נישט נענש געווארן. נאר ערש ווען אדם איז געשלאגן געווארן?
נאר ווייטער שטייט: ותרא האשה כי טוב העץ למאכל ותקח מפריו ותאכל (ג – ו), איז דאך אין פּלוג (= לכאורה) שווער וואס פאר א ראיה איז פון עץ אויף די פרי, ווייל זי האט געזען אז דער עץ איז גוט דעריבער האט זי געגעסן פון דער פרי? נאר חוה האט גערעכענט, אויב ס'איז אמת אז השי"ת מיינט זייער טובה, ווייל די פירות פון דעם בוים זענען שלעכט צום עסן, האט דאך דער בוים געדארפט זיין ערגער פון אנדערע בוימער, לסוף האט זי גאר געזען אז ער איז נאך בעסער פו אנדערע בוימער. בעת ביי אנדערע בוימער זענען נאר די פירות ראוי צום עסן און נישט דאס האלץ, איז אבער ביי עץ הדעת אויך דאס האלץ אליין ראוי צום עסן. דעריבער האט זי געגלויבט דעם נחש. און דאס איז דער פשט: ותרא האשה כי טוב העץ למאכל – זי האט געזען דאס דער בוים איז אזוי גוט, אז אפילו דאס האלץ איז גוט צום עסן, דעריבער – ותקח מפריו ותאכל – האט זי געגלויבט דעם נחש אז ס'קען נישט זיין דאס זיינע פירות זאלן ברענגען דעם טויט און האט געגעסן פון די פירות.
איז דאך דער גאנצער טעות פון חוה'ן ארויסגעקומען דערפון וואס די ערד האט געענדערט דעם צווי ה' און האט ארויסגעגעבן אלע בוימער אזוי, אז דאס האלץ האט נישט געהאט דעם טעם פון דער פרי. וואלט זי אבער נישט משנה געוועזן, און ביי אלע בוימער וואלט דאס האלץ געוועזן ראוי צום עסן, וואלט דאך חוה נישט געקומען צום חטא, ווייל זי וואלט נישט געפאלגט דעם נחש.
דעריבער איז פריער די ערד נישט געשטראפט געווארן, ווייל די בחירה איז דאך פריי, און ווען חוה וואלט נישט געפאגלט דעם נחש, וואלט עס נאך געוועזן א תיקון פאר דער ערד, ווארום זי האט דאך פארגרעסערט איר נסיון און ממילא פארגרעסערט דעם שכר. נאר שפּעטער אז חוה האט יא געזינדיקט און צו דער זינד האט גורם געוועזן די ערד מיט איר ענדערן די צווי ה', איז זי דעמאלט נענש געווארן.
(אמרי שפר)

* * * * * * * * * *

דער פני יהושע זאגט א כלל אז אויף אלע מצות עשה (נישט בלויז אויף נישט גיין א בגד וואס איז מחוייב בציצית – זע מנחות מ"א) איז מען נאר מעניש בעידן ריתחא, ווען ס'איז פאראן א כעס אין הימל. דעריבער פארן חטא פון אדם וחוה איז נישט געוועזן קיין עידן ריתחא, איז די ערד נישט נענש געווארן, ווארום זי האט דאך נאר עובר געוועזן אויף א מצות עשה, נאר ערשט נאכן חטא ווען ס'איז געווארן אן עידן ריתחא, איז דער ערד אויך גשטראפט געווארן.
(הגאון מהרי"ם בידערמאן שליט"א פון ווארשא)

ויעש אלהים: בראשית א כה

תקנם בצביונם ובקומתן (רש"י)

אלע ברואים זענען באשאפן געווארן באלד אין אן אנטוויקעלטן פארם. דער ערשטער באשאפענער אקס האט אויסגעזען ווי אן אנוויקעלטער פון א לענגערער צייט, הויך און פארטיק, און אזוי אלע ברואים.

דערפון זענען אפּגעפרעגט אלע באווייזן פון דער נאטור פארשער, אז די וועלט איז עלטער פון זעקס טויזנט יאר, ווייל זיי געפונען אין דער ערד ביינער פון באשאפענישן אדער מינעראלן, וואס לויט די יעצטיקער אנטוויקלונג-געזעצן אין דער נאטור, פון מיליאנען יארן, און זיי ווילן דעריבער אפּלייקענען אונזער מסורה בנוגע די עלטער פון דער וועלט. זייער טעות איז אבער גאר א גרויסער און דערנעמט זיך דערפון, וואס זיי בארעכענען יעדע זאך לויט זיין נארמאלער אנטוויקלונג.

באמת אבער זענען דאך די ברואים באשאפן געווארן אין פארטיק גוט אנטוויקלונג-פארם, קען מען דאך בכלל נישט וויסן וואס פאר א גרייס די אדער יענע חיה האט געהאט בעת איר באשאפונג, אדער וואס פאר א פארם דער מתכת האט געהאט בעת די ערד איז באשאפן געווארן.

דאס איז פּונקט אזוי ווי איינער וועט וועלן ברענגען באווייזן וועגן דער אנטוויקלונג-צייט פון א געבוירן קינד, פון זיין אנטוויקלונג-צייט אין דער מוטערס-בויך, בעת ס'איז קלאר אז דאס קען גארנישט האבן קיין שום צוזאמענהאנג, ווייל די באדינגונגען זענען גאנץ אנדערע. אזוי קען מען לגמרי נישט פארגלייכן די אנטוויקלונג-אופנים פון נאך דער בריאה מיט די אנטוויקלונג-אופנים בעת די בריאה...
(אבני ברזל)

נעשה אדם: בראשית א כו

אע"פ שלא סייעוהו ביצירתו לא נמנע הכתוב מללמד דרך ארץ ומדת ענוה שיהא הגדול נמלך ונוטל רשות מן הקטן. (רש"י)

דערמיט איז צו פארשטיין דעם מאמר חז"ל: כל המתגאה כאילו עובד עבודה-זרה (סוטה ד) – ווארום אויב ער האלט זיך גרויס, איז דאך לויט זיין שיטה נישט דער טייטש פון נעשה אז השי"ת האט געוויזן א וועג פון עניוות, דער גרעסטער זאך זיך אנפרעגן ביים קלענערן, מוז דאך זיין אז ער טייטשט דעם נעשה פּראסט פשוט, אז ס'איז חלילה פאראן שתי רשיות, ממילא איז אן עובד עבודה-זרה...
(פרשת דרכים)

* * * * * * * * * *

דערמיט איז צו פארשטיין א צווייטן מאמר חז"ל: כל המעלים עניו מן הצדקה כאילו עובד עבודה זרה (כתובות סח) – ווארום ס'איז פאראן אין מדרש אז נעשה אדם גייט ארויף אויף צדקה, השי"ת זאגט צום עשיר, איך און דו לאמיר מאכן דעם מענטש, איך האב אים באשאפן און דו זאלסט אים מפרנס זיין (מובא בספר אורי וישעי). איז דאך אלזא פאראן נאך א פּשט אויף דעם וואס עס שטייט נעשה בלשון רבים.

דער וואס גיט נישט קיין צדקה, נאר ער איז אבער מפייס דעם ארעמאן און איז אים מקרב, קען מען נאך זאגן אז ער טייטשט דעם נעשה אזוי ווי רש"י זאגט אז ס'איז צוליב עניוות, אבער דער וואס איז מעלים עיניו מן הצדקה – נישט גענוג ער גיט נישט קיין צדקה, פּאסט אים אפילו נישט צוליב זיין גיאות אנצוקוקן דעם ארעמאן אן רעדן מיט אים א גוט ווארט, האלט ער דאך נישט ביידע טייטשן אויפן נעשה, נישט מחמת צדקה און נישט מחמת עניוות, מוז דאך זיין אז ער טייטש פּראסט דאס עס זענען חלילה פאראן שתי רשויות, דעריבער איז ער כעובד עבודה-זרה.
(חוות יאיר מבעל אור חדש)

* * * * * * * * * *

דאס איז דער פשט אין פסוק: בגאות רשע ידלק עני יתפשו במזמות זו חשבו (תהלים יוד ב) – אויף בלויז גאות, ווען מען גיט צדקה, קען זיין א תירוץ אז נעשה מיינט צדקה (לויטן פּשט פון מדרש), ווידער אויף בלויז נישט געבן צדקה ווען מען איז אן עניו, קען זיין א תירוץ אז נעשה איז געמיינט עניוות (לויטן פּירוש פון רש"י) אויב אבער – בגאות רשע – ער איז א בעל גאוה און דערצו – ידלק עני – יאגט ער נאך אוועק מיט כעס דעם ארעמאן, דאן האט ער שוין גאר קיין תירוץ נישט, איז דעריבער – יתפשו במזימות זו חשבו – ווארום ביי עבודה-זרה ווערט מען נענש אפילו אויף דער מחשבה...
(שם)

* * * * * * * * * *

דעריבער האט רבי מכבד געווזען עשירים – ווייל רבי האט געזעען, אז די עשירים ווילן גיכער זיין ענוים און נישט געבן קיין צדקה, דעם נעשה טייטשן זיי צוליב עניוות און נישט צוליב צדקה, האט ער זיי געגעגן כבוד, און דערמיט זיי אנגעוויזן אז ס'איז שוין גלייכער זיי זאלן יא וועלן א ביסל כבוד און טייטשן דעם נעשה אז מען דארף געבן צדקה, איידער צו זיין גרויסע ענוים און נישט געבן...
(ילקוט טוב)

* * * * * * * * * *

נמלך בפמליא שלו. (רש"י)
כאטש די גאנצע וועלט איז שוין געוועזען באשאפן און דער תכלית פון דער בריאה, איז דאך דער מענטש, פונדעסטוועגען האט דאס אלץ נישט געשטערט, אז ס'זאל נאך זיין ישוב הדעת. דאס איז א לימוד פאר'ן מענטש, אז אפילו נאכ'ן בדיעבד זאל ער האבן ישוב הדעת איידער ער גייט עפּעס טאן, אזוי ווי ס'וואלט ערשט געוועוען א לכתחילה. דאס וואס ער האס שוין אנגעטאן זאל אים נישט שטערן צום ישוב הדעת אפילו ער וועט עס דאדפן צו פערניכטן...
(אחד מגדולי המוסר)

* * * * * * * * * *

בשעה שבא הקב"ה לברא את האדם... חסד אמד יברא... ואמת אמר אל יברא שכולו שקרים... צדק אמר יברא... שלום אמד אל יברא שכולו קטטה מה עשה הקב"ה נטל אמת והשליכו לארץ (מדרש)
פארוואס האט מען עפּעס אראפּגעווארפן בלויז דעם אמת, דער שלום האט דאך אויך געזאגט אל יברא?
נאר ווען מען ווארפט אוועק דעם אמת איז שוין דא גענוג שלום. מחלוקת איז נאר פאראן ווען יעדערער קעמפט פארן אמת וואס ער האלט פאר אמת. קוקט מען אוועק פונעם אמת, הערט ממילא אויף די מחלוקת, און דער שלום האט שוין נישט וואס מקטרג צו זיין...
(בשם הרה"ק מקוצק)

* * * * * * * * * *

נאך א תירוץ. מען מען האט אראבגעווארפן דעם אמת איז דאך דער שלום געבליבן איינער געגן צוויי - דעם חסד מיטן צדק - וואס האבן געזאגט . יברא, איז ממילא געבליבן א מעהרהייט אויף יא באשאפן.
איז דאך אבער די קשיא, פארוואס האט השי"ת נישט אוועקגעווארפן דעם שלום, וואלט דאך אויך דער אמת געבליבן איינער געגן צוויי?
איז אבער דער תירוץ, אז אקעגן דעם אמת קען נישט פועל'ן בכלל קיין רוב. ווען אפילו דער צדק מיטן .״חסד״ וועלען טענה'ן אז מען זאל דעם מענטש באשאפן, ווייל ער וועט טאן צדקות מיט חסדים, וועט דער אמת אויפווייזן אז אפילו די צדקות מיט די חסדים זענען אויך בלויז שקר... דעריבער האט מען דעם אמת אוועקגעווארפן און א קעגן דעם שלום וואס טענה'ט ,שכולו קטטה, קען מען שוין א קעגן שטעלן א רוב פון צדק מיטן חסד...
(אהל תורה בשם הרה"ק מקוצק)

* * * * * * * * * *

בשעה שבא הקב"ה לברא את האדם נעשו מלאכי השרת כתות כתות. מהם אומדים אל יברא ומהם אומרים יברא עד שמלה"ש מדיינים אלו עם אלו, אמר להם הקב"ה מה אתם מדיינים כבד נעשה אדם (מדרש)
די עיקר מעלה פון די מלאכים איבער די מענטשן, איז דאס, וואס בעת צווישן מענטשן זענען פאראן פערשידענע חלוקי-דעות, ווייל יעדערער האט א בחירה צו גוטס און שלעכטס, איז ביי די מלאכים נישט פאראן קיין אייגענע בחירה, און ממילא זענען זיי אלע גלייך מיט איין דיעה. יעצט אבער אז עס האט זיך צווישן די מלאכים אויך געמאכט חלוקי-דעות וועגן דער באשפוגג פון דעם מענטש, השי"ת צו זיי געזאגט: אויב אזוי, זענט איר דאך נישט בעסער ווי דער מענטש, קען דאך שוין דער מענטש באשאפן ווערן.
מה אתם מדיינים – אויב איר קריגט זיך, איז דאך דאס שוין דער מענטש - כבר נעשה אדם... (בשם החידושי הרי"ם ז"ל)

וירדו בדגת הים ובעוף השמים ובבהמה ובכל הארץ: בראשית א כו

יש בלשון זה לשון רדוי ולשון ירידה, זכה רודה בחיות ובבהמות, לא זכר נעשה ירוד לפניהם והחיה, מושלחת בו. (רש"י)

באמת איז דאך שווער פארוואס שטייט עפּעס וירדו א לשון-רבים, דא גייט דאך ארויף אויפן נעשה אדם דארף דאך שטיין וירדה א לשון-יחיד?
נאר די גמרא זאגט אז א חיה פאלט נישט אן אויף צוויי מענטשן צוזאמען, ווייל עס שטייט: ומוראכם וחתכם יהיה על כל חית הארץ (ווייטער ב-ט), נאר סיידן די מענטשן זעען אויס ביי די חיה אין די אויגן אזוי ווי בהמות, ווי דער פסוק זאגט ואדם ביקר בל ילין נמשל כבהמות נדמו (תהלים מט-יג) - ווען דער מענטש זינדיגט באקומט ער א צורה פון א בהמה, דעמאלט פאלט די חיה אן אפילו אויף צוויי מענטשן (שבת קנ"א).
דעריבער זאגט השי"ת: נעשה אדם בצלמנו כדמותנו - אויב דער מענטש וועט האבן דעם צלם-אלהים און וועט נישט אויסזען ווי א בהמה און אויך – וירדו - זיי וועלען זיין צוויי, דעמאלט וועט זיין – וירדו בדגת הים ובכל הארץ - וועלן זיי זיין שטאקער ווי אלע באשעפענישן און קיין שום חיה וועט זיי נישט קענען שלעכטס טאן. אויב אבער עס וועט פעלן איינס פון די צוויי זאכן, אדער זיי וועלן נישט האבן דעם צלם-אלהים, אדער ויי וועלן נישט זיין קיין צוויי צוזאמען, איז - נעשה ירוד לפניהם - זענען די חיות מושלים איבער די מענטשן.
(כתנות אור)

ויאמר אלהים הנה נתתי לכם את כל עשב זרע זרע ואת כל העץ... לכם יהיה לאכלה. ולכל חית הארץ את כל ירק עשב לאכלה ויהי כן: בראשית א כט-ל

דער צווייטער לכם יהיה זעט אויס ווי איבריג, עם שטייט דאך שוין פריער נתתי לכם? ווי פאסט זיך אויך ויהי כן אויף א צווי? און פארוואס שטייט נישט ארויס קיין פארבאט צו עסן בעלי- חיים?
נאר פריער זענען די אלע זאכן נישט געוועזען בגדר מאכל, מען האט זיי נישט געקענט עסן. ערשט דורכ'ן דבור פון השי"ת זענען זיי געווארן א מאכל, דעריבער שטייט: לכם יהיה לאכלה - עס זאל ווערן פאר אייך א מאכל, און די תורה זאגט - ויהי כן - אז ס'איז טאקע אזוי געווארן, זיי זענען געווארן ראוי צום עסן. ממילא איז פלייש פון בעלי-חיים, וועלכעס השי"ת האט נישט דערמאנט, נישט געוועזן בטבע ראוי צובש עסן, און מען האט נישט באדארפט צו געבן א צווי דערויף. ערשט שפּעטער ביי נח'ן ווען השי"ת האט געזאגט. כל רמש אשר הוא חי לכם יהיה לאכלה (ט-ג) - איז דאס פלייש פון בעלי-חיים אויך געווארן א מאכל פאר מענטשן.
דערמיט איז אויך ריכטיג, וואס לויטן פשט אין פסוק ווייזט אויס אז פאר בהמות איז נאר מותר געווארן צו עסן ירק און נישט קיין פירות (זע רמב"ן) - אייגעגטלעך וואס איז שייך א בעפעל אויף בהמות? נאר דער פשט איז, אז זייער טבע איז דעמאלט אזוי געוועזן, נאר צו קענען עסן ירק, די פירות זענען פאר די בהמות נישט געוועזן בגדר מאכל.
(קול שמחה)