רעדן:מעשה ט מחכם ותם
צושטעלן טעמעוועגן די הערה אויף: "ווען עס זאל געווען זיין". די פארמע רופט זיך קאנדציאנעל אין לשון עבר. דהיינו, כאילו מ'וואלט געזאגט טןיב עפעס וואלט געשען אין איין צייט, וואלט עפעס אנדערש געשען אביסל שפעטער. און דאס איז פארמע וואס דער רבי נחמן נוצט אט א דא. און מען קען געפינען וועגן דעם אין די גראמאטיקעס.ודפח"ח.
וועגן לאטייניש: זע איך נישט פון וואנעטאיז געדרונגען אז דאס איז דוקא א טעות. ואדרבה, אין פלוג ווייזט אויס איז די פארמע איז א פאלקסטימלעכע, און זיכער דארף נישט אזוי אויבנאופיק קאעגיט ווערן
"אויס וועמען": די פראםעזיציע "אויס" אין גאר אן אלטע און אן עכט יידישע. ענלעך איז זי אביסל צום ענגלישן "out of". הכלל זי מיינט טאקע ווי פון. למשל אין דעםשפריכוואט "פייל אויס בויגן" אדער די קלייד איז געמאכט געווארן אויס סאמעט, וואוילען וכדומה. און ווי דא א: שפעטן אויס עמעצן. דרך אגב: אויסשפעטן אויף - איז אויף יידיש נישט מעגלעך.
"אנטרעפן": לולי דמסתפינא וואלט איך משער געווען אז דאס איז אן אלטע פארמע פונעם ענלעכן ווארט: באטרעפן. וואס פאסט זייער שין אריין.
"לאם איך": די באמערקונג איז פשוט נישט ריכטיק. לויט די היינטיקע גראמאטיק וואלט געדארפט שטייען (אט פונקט ווי דער רבי ר' נחמן האט געזאגט) "לאמיך". דאס הייסט לשון יחיד איז - "לאמיך גיין שפאצירן" און לשון רבים - "לאמיר גיין". א סך יידן, זאכט זיך, זאגן "לאמיר" אויך ווען מען האט אין זינען נאר זיך אליין. די פאראמע "לאמיר איך גיין" איז, א פנים, נישט קארעקט
"ווענס" האט גארנישט צו טאן מיט "וו'אנס once" נאר עס איז מלשון "ווען" און מיינען מיינט עס "ווען נישט איז". די באדייט איז כמעט דאס זעלבע, אבער דער מקור איזגאר אן אנדערער.
"גארקעכער": בלשון הקודש כתוב - בעל הגארקעך, און עס וייזט בכן אויס, אז דאס איז נישט א קעכער נאר אן אייגנטימער. כלומר - נישטמלשון קע\עך, נאר מלשון גארקעך דייקא.
אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן מעשה ט מחכם ותם
רעדן־בלעטער זענען דער ארט וואו מענטשן דיסקוטירן וויאזוי צו מאכן דעם אינהאלט אין װיקיביבליאָטעק דאס סאמע בעסטע וואס קען זיין. איר קענט ניצן דעם דאזיקן רעדן־בלאט כדי אנצוהייבן א שמועס מיט אנדערע וויאזוי צו פֿארבעסערן מעשה ט מחכם ותם.