קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קיב

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות - סימן קיא דיני חנוכה - סימן קיב דיני פורים


קיצור קיב.gif

(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קיב דינים פון פורים. אנטהאלט פופצן סעיפים.

א. דרייצן טאג אין אדר זענען די יידן באפרייט געווארן פון זייערע פיינד, האבן זיי דעם טאג געפאסט און געבעטן צו השי"ת דאס ער זאל זיי העלפן, און זייער תפילה אז אנגענועמן געווארן. נאר פון דעסטוועגן איז ער נישט אזוי הארב ווי יענע פיר תעניתים, דאס וועמען עס הארט שטארק די תענית זאל ער נישט פאסטן. מכל שכן א חולה בודאי נישט פאסטן.

ב. פערצין טאג אין אדר איז פּורים, און מען לייענט די מגילה. און ווייבער זענען אויך מחויב צו הערן לייענען די מגילה.

ג. פאר מגילה לייענען, גיט מען מחצית השקל און מגילה געלט, און דער בעל קורא זאגט הן אין דער פרי הן ביינאכט פאר דער מגילה דריי ברכות על מקרא מגילה, ושעשה ניסים, ושהחיינו, און די מגילה מוז זיין אויפגעוויקלט ווי א בריוו. און נאך דעם לייענען וויקעלט מען צו די מגילה, און דער קורא זאגט די ברכה הרב את ריבנו, און ווען אן אבל איז דער קורא, זאל אן אנדערער זאגן די ברכות פון פאר דער מגילה.

ד. דער קורא דארף זען אין זינען צו האבן מוציא צו זיין דאס ציבור, און דאס ציבור מוז אויסהערן ווארט ביי ווארט. דרום (= דעריבער) אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) איינער קוקט אריין אין נישט קיין כשרע מגילה, זאל ער נישט מיטזאגן די ווערטער, נאר אויסהערן פון דעם קורא. און די עשרת בני המן זאגט מען, מיט איין אטעם.

ה. ביינאכט פאר דער מגילה נאך שמונה עשרה, זאגט מען קדיש מיט תתקבל. און נאך דער מגילה ואתה קדוש, און קדיש שלם אן תתקבל. און אין מוצאי שבת זאגט מען אויך ויהי נועם.

ו. ווען איינער לייענט פאר אן אשה, און דער קורא אליין האט שוין יוצא געווען מיט דער מגילה, מאכט ער די ערשטע ברכה לשמוע מגילה.

ז. מען זאגט ביי דעם דאווענען אויך ביי דעם בענטשן על הניסים. און אז מען פארגעסט צו זאגן על הניסים, האט עס דעם אייגענעם (= זעלבן) דין אזוי ווי מיר האבן געשריבן ביי חנוכה.

ח. ביידע טעג פּורים, אויך פּורים קטן, זאגט מען נישט תחנון, אל ארך אפים, למנצח, און מען מאכט נישט קיין הספד. מען זאגט נישט קיין צדוק הדין, און מען טאר אין זיי נישט פאסטן.

ט. דער וואס זיצט שבעה, מעג גיין פּורים אין שול הערן לייענען די מגילה, אויך מעג ער אנטאן די שיך און זיצן אויף א בענקל, נאר די רעשט דיני אבילות איז ער נוהג.

י. ווען איינער איז ר"ל אן אונן, דאס הייסט ער דארף זיינס א מת קובר זיין, זאל ער דאווענען ביינאכט און הערן די מגילה, נאר אין דער פרי זאל ער נישט דאווענען און נישט הערן לייענען די מגילה ביז מען וועט אים קובר זיין. און אז (= אויב) ער האט געהערט די מגילה פאר דער קבורה איז ער יוצר, נאר פון דעסטוועגן איז רעכט ער זאל שפּעטער נאך דער קבורה נאך אמאל לייענען די מגילה אן א ברכה, אבער קיין תּפילין איז ער דעם טאג נישט מחויב צו לייגן.

יא. עס איז א מצוה צו שיקן משלוח מנות. און אן אבל שיקט צו אנדערע, אבער אים שיקט מען דאס גאנצע יאר, נישט.

יב. ווען עס איז פורים א ברית מילה, איז מען מַלֵה (= מל זיין) פאר דער מגילה.

יג. די סעודה פון פּורים מוז זיין בייטאג, דרום (= דעריבער) מען זען תיכף נאך מנחה זיך צו זעצן צו דער סעודה. און ווען פורים איז געפאלן אום ערב שבת, מאכט מען די סעודה אין דער פרי.

יד. אויף די ערטער וואס עס איז דא א מויער פון יהושע בן נונ'ס צייטן, לייענט מען די מגילה אום שושן פורים[1].

טו. פופצן טאג אין אדר איז שושן פורים, מען דארף זיך דעם טאג אויך משמח זיין.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. לייענט מען די מגילה אום שושן פורים. אינעוויניק שטייט לייענט מען די מגילה אויך אום שושן פורים. און דאס איז א טעות, ווייל נאר ווען עס איז דא א ספק אויב די שטאט איז מיט א מויער פון יהושע בן נונ'ס צייטן, זאגט מען אז מען לייענט צוויי טעג, אבער ווען דאס איז א ודאי פון יהושע בן נונ'ס צייטן, מען לייענט נאר שושן פּורים. און אזוי שטייט אין קיצור שולחן ערוך קמא כג.