קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קיא

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן קיא דיני חנוכה - סימן קיב דיני פורים


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן קיא דינים פון חנוכה. אנטהאלט זיבן סעיפים.

א. פינף און צוואנציק טאג אין כסליו איז געשען צו די יידן אין בית שני גרויסע ניסים, דאס די קינדער פון חשמונאי האבן דענסטמאל גובר געווען איבער די יונים, וואס האבן געהערשט איבער ישראל מיט גרויס אכזריות, דאס זיי האבן נישט געלאזט לערנען תורה, האלטן שבת, מל זיין, און האבן מטמא געווען דאס בית המקדש. און אין דעם טאג זענען די יידן געהאלפן געווארן, דאס זיי האבן געהאט זייער מלכות איבער צוויי הונדערט יאר. און די יונים האבן אויך מטמא געווען אלע בוימל פון דער מנורה, און נאך דעם ווי די יידן האבן זיי מנצח געווען האבן זיי נאר געפונען איין פלעשן בוימל פארחתמעט מיט דער חתימה פונעם כהן גדול, וואס די יונים האבן דאס נישט מטמא געווען, און אין דעם קריגל איז נאר געווען דער שיעור בוימל פון איין נאכט צו ברענען, האט דער אייבערשטער געטאן א נס, דאס איידער זיי האבן זיך געשאפט פרישן בוימל, האט דאס ביסל געברענט גאנצע אכט טאג. דרום (= דעריבער) דערמאנט מען דעם נס חנוכה אכט טאג, אויך חנוכה לעכט צינדן, (צינדט מען אכט טאג).

ב. ווייבער זענען נוהג נישט צו טאן מלאכה בעת ווען די חנוכה לעכט ברענען, דען אין דעם זעלבן פינף און צוואנציק טאג אין כסליו איז אויך געשען א נאך א גרויסער נס דורך א אשה יהודית. ווען אנטיוכוס הרשע האט באלאגערט ירושלים, האט זי זיך איינגעשטעלט דאס לעבן, און איז געגאנגען צו דעם שונא, און האט מיט איר חכמה און שיינקייט נושא חן געווען ביי דער שר, און זי האט אים צוגעזאגט צו טאן זיין רצון, נאר ער זאל עסן פון איר סעודה. זי הוא געמאכט א סעודה פון מילכעדיקע געזאלצענע זאכן, און האט אים מיט זיינע לייט געגעבן פיל וויין צו טרינקען, דאס ער מיט זיינע לייט שטארק אנטשלאפן געווארן, האט זי אים אפּגעשניטן דעם קאפּ, און איז געקומען מיט אים צו לויפן קיין ירושלים. די יידן זענען באלד איבערגפאלן דעם לאגער, און דער שונא האט געזען דאס זייער קאמאנדיר איז טויט, זענען זיי אנטלאפן. און דער נאך האבן די יידן געמאכט גרויסע לומענאציעס[1], דרום (= דעריבער) איז מען זיך נוהג צו עסן מאכלים פון מילך, און די ווייבער רעכענען עס פאר זייער יום טוב.

ג. אום (= אין) חנוכה פאסט מען נישט, סיידן א תענית חלום. (און ער) מוז ער אפּפאסטן א טאג נאך חנוכה פאר דעם טאג חנוכה וואס ער האט געפאסט. מען מאכט אויך נישט קיין הספד, און מען זאגט נישט צדוק הדין.

ד. דער עיקר איז צו ברענען בוימל, נאר ווען ער האט נישט, מעג ער ברענען וואס עס איז. נאר יעדער פלאם, זאל זיין אפּגעטיילט פון דעם צווייטן.

ה. די צייט פון חנוכה לעכט בענטשן איז תיכף ווי עס ווערט נאכט. אין שול בענטש דער שמש בין מחנה למעריב, נאר נישט בעת ווען ער איז אן אבל. און אין דער היים נאך מעריב. און תיכף ווי (= ווען) עס ווערט נאכט, טאר מען נישט טאן קיין שום זאך, אפילו לערנען, ביז מען בענטש חנוכה לעכט. און מען מוז זען ביי צייטנס צו בענטשן כל זמן בני בית איז אויף, בכדי דאס זיי זאלן אויך הערן, ווארום אז ער וועט צינדן ווען אלע שלאפן, וועט ער נישט קענען מאכן איבער זיי קיין ברכה.

ו. דאס ארט פון חנוכה לעכט איז ענטוועדער (= אדער) [2] ביי דער טיר אין דער לינקער זייט קעגן איבער דער מזוזה, אדער ביי פענסטער. און מען מוז זען דאס זיי זאלן אם (= צום) ווייניקסטן ברענען א האלבע שעה.

ז. די ערשטע נאכט צינדט מען אן איין לעכטל, [אויך] דאס ערשטע פון דער רעכטער זייט חנוכה לעמפּל. און איידער ער צינדט אן, מאכט ער די ברכות "להדליק", און "שעשה ניסים", "ושהחיינו". די אנדערע נאכט צינדט מען צוויי לעכטעלעך, און מען הייבט אנצוצינדן ביי דעם צווייטן לעכטל פון דעם חנוכה לעמפּל, וואס איז געקומען צו דער לינקער זייט פון דעם ערשטן. און איידער מען צינדט אן מאכט מען שוין נאר צוויי ברכות "להדליק", און "שעשה ניסים". און אויף דעם סדר גייט עס אלע נאכט, מען איז אלע טאג מוסיף א לעכטל, און מען הייבט אנצוצינדן ביי דעם לעכטל וואס מען איז מוסיף.

ח. אין שול שטעלט מען דאס חנוכה לעמפּל אין דרום זייט, און מען צינדט די ערשטע נאכט פון מערב קיין מזרח.

ט. ווען ער האט נישט געמאכט די ערשטע נאכט קיין שהחיינו, קען ער מאכן שהחיינו אפילו די לעצטע נאכט, אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט זיך ערשט דענסטמאל דערמאנט.

י. מען טאר פון די חנוכה לעכט נישט קיין הנאה האבן, דאס מען זאל פאר זיי עסן, אדער לערנען, אדער שרייבן. און אפילו איין חנוכה לעכטל פון דעם צווייטן טאר מען נישט אנצינדן, איבער דעם לאזט מען דעם שמש אויך ברענען, דאס כדי אז מען וועט עפּעס הנאה האבן פון דער ליכטיקייט פון די חנוכה לעכט, זאל מען נישט האבן קיין עבירה, דען די לעכט פון שמש לייכט דאך אים אויך.

יא. ווייבער מוזן אויך הערן בענטשן חנוכה לעכט, און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) דער מאן איז נישט אין דער היים, זאל זי פאר זיך בענטשן חנוכה לעכט. אויך ווען זי האט א בלינדער מאן, צינט זי אן די לעכט.

יב. ווער עז איז אין דער פערמד, און ווייסט אז זיין ווייב צינט חנוכה לעכט אין דער היים, הערט ער די ברכות פון אן אנדערן וואס בענטשט חנוכה לעכט, דער נאך צינד ער, אן א ברכה.

יג. ווען מען צינד חנוכה לעכט בוימל, אין אן ערדישן לעמפּל, אדער אין א קארטאפעליע[3], מוז ער צו מארגנס מאכן פריש, און נישט אנצינדן אין דעם אייגענס (= זעלבן) פון נעכטן, דען איז שוין געווארן מיאוס, אבער א זילבערענע, א מעשענע, א בלעכענע, מאכט נישט אויס.

יד. תיכף ווען מען מאכט די ברכה מוזן די חנוכה לעכט זיין כשיערו, נישט דאס (= אז) נאך דער ברכה ערשט, צו צוגיסן בוימל. אויך טארן זיי נישט (שטיין אויף) אויפשטעלן (אין) אזוי אן ארט ווי דער ווינט איז שולט.

טו. פרייטיק צו נאכט בענטשט מען פריער חנוכה לעכט, און דער נאך צינד מען לעכט פון שבת. און שבתות צו נאכט מאכט מען צום ערשטן הבדלה, דער נאך חנוכה לעכט. נאר אין שול צינד מען חנוכה לעכט פאר הבדלה.

טז. אלע אכט טאג חנוכה זאגט מען גאנץ הלל, און מען זאגט נישט קיין תחנון "אל ארך אפים", "ולמנצח". אויך שבת זאגט מען נישט "צדקתך צדק".

יז. מען זאגט חנוכה אין שמונה עשרה, אויך אין בענטשן "על הניסים". און ווען מען פארגעסט און מען דערמאנט זיך ערשט נאך (דעם שם פון) "ברוך אתה ה' הטוב שמך", איז פארפאלן. אויך ביי דעם בענטשן אז ער האט פארגעסן צו זאגן פאר "ועל הכל", "על הניסים", און האט זיך ערשט דערמאנט נאך דעם שם פון ["ועל הכל"] ("ברוך אתה ה' על הארץ ועל המזון"), זאל ער פאר הרחמן הוא יזכנו, זאגן "הרחמן הוא יעשה לנו ניסים ונפלאות כמו שעשה לאבותינו בימים ההם בזמן הזה בימי מתיתיהו וכו', ביז "לשמך הגדול". ווען אבער ער דערמאנט זיך ביי ביידע פאר דעם שם פון דער ברכה, הייבט ער אן "על הניסים".


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. לומענציע = אילומענציע = Illumination = א גרויסע שמחה.
  2. ענטוועדער – אדער = אדער – אדער. אנשטאט צו זאגן: אדער אזוי אדער אזוי, זאגט מען: ענטוועדער אזוי אדער אזוי. אין ענגליש עס איז דא די זעלבע זאך אנשטאט צו זאגן: or like this or kike this זאגט מען: either like this or like this
  3. קארטאפעליע = קארטאפל