קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ק
מפתחות - סימן צח תענית צבור - סימן צט דריי וואך און תשעה באב - סימן ק תשעה באב נדחה, און שבת וואס פאלט אויס ערב תשעה באב
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן ק דינים פון שבת ערב תשעה באב, אדער ווען תשעה באב איז נדחה אויף זונטיק. אנטהאלט פיר סעיפים.
א. שבת ערב תשעה באב אדער תשעה באב, מעג מען עסן פלייש און טרינקען וויין אגאנצן שבת. און מען זאגט אב הרחמים, נאר ביי מנחה זאגט מען נישט צדקתך צדק.
ב. (ווען תשעה באב פאלט אויס אין שבת) מען זאגט נישט קיין פרק (פון פרקי אבות, און אנדערע לימודים א גאנצן טאג), אבער מעביר זיין די סדרה (שנים מקרא ואחד תרגום), אויך לערנען הלכות אבילות און חורבן בית המקדש מעג מען. (און ווען ערב תשעה באב פאלט אויס אין שבת, טאר נישט לערנען נאר פון חצות אן
[1]). אין שבת צו נאכט זאגט מען אתה חוננתנו, און מען מאכט נישט הבדלה, נאר איבער א ליכט די ברכה מאורי האש. אויך זאגט מען נישט ויהי נועם נאר ואתה קדוש אליין. מען זאגט אויך נישט קיין ויתן לך.
ג. די נאכט נאך תשעה באב טאר מען נישט עסן קיין פליישיקס, און נישט טרינקען קיין וויין, אפילו נאך א נדחה. און ווען תשעה באב איז אין זונטיק, מאכט מען זונטיק ביינאכט הבדלה מיו בורא מיני בשמים נישט קיין בורא מאורי האש.
ד. ווען תשעה באב איז א נדחה אויף זונטיק, דער בעל הברית און די קומפעטארין מיט דעם מוהל מיט דעם סנדק, אויך דער פאטער מיט דעם כהן פון פדיון הבן, מעגן דאווענען נאך האלב איינס ביי טאג[2] און עפעס טועם זיין[3], אבער די סעודה מוז מען מאכן ביינאכט.