לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן צח

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן צח תענית צבור - סימן צט דריי וואך און תשעה באב - סימן ק תשעה באב נדחה, און שבת וואס פאלט אויס ערב תשעה באב


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן צח דינים פון תענית צבור. אנטהאלט פינף סעיפים:

א מצות עשה פון די נביאים צו פאסטן אין די טעג וואס אונזערע עלטערן האבן אין זיי געהאט צרות. אין צום גדליה וואס איז געהארגעט געווארן גדליה בין אחיקם דער עלטסטער (= פירער) איבער ישראל וואס זענען איבער געבליבן געווארן נאך גלות נבוכדנצר אין ארץ ישראל, און דורך זיין טויט האט מען די רעשט פארטריבן, און עס איז כמה אלפים יידן געהארגעט געווארן.
אין עשרה בטבת האט מען באלאגערט (נבוכדנצר) די שטאט ירושלים וואס דערפון האט זיך אנגעהויבן דעם חורבן.
אין שבעה עשר בתמוז איז געשען פינף צרות: א. אין דעם טאג משה צעבראכן די לוחות איבער דעם עגל. ב. אין דעם טאג איז בטל געווארן דעם קרבן התמיד. ג. אין דעם טאג איז דורכגעשפאלט געווארן דעם מויער פון ירושלים, און נבוכדנצר (אין חורבן בית ראשון) אויך טיטוס (אין חורבן בית שני) מיט זיין חיל זיינען אריינגעקומען קיין ירושלים[1]. ד. אין דעם טאג האט אפוסטמוס פארברענט די תורה. ה און אין דעם טאג האט מען געשטעלט א צלם אין היכל.
אין תשעה באב איז געווען די גרעסטע צרות וואס מען האט די ביידע בתי מקדשים אין דעם טאג חרוב געמאכט, און מען האט געשאכטן די גרויסע שטאט ביתר, און אין דעם טאג איז געווען די גזירה פון די מרגלים.
אין די ערשטע דריי תעניתים מעג מען עסן די נאכט פריער, אויך זיך וואשן, און אויך שמירן, און גיין אין שיך. און אין תשעה באב טאר מען נישט עסן פון ערב תשעה באב פארנאכט, (און טאר נישט זיך וואשן, און שמירן) און מוז מען גיין בארוועס אין די זאקן.

ב. דער עיקר פון די תעניתים איז נישט בלויז (= נאר) פאסטן און ארומגיין שפאצירן, די רעכטע כוונה איז דאס (= אז) מען זאל אין זיי תשובה טאן, און געבן צדקה, דאס (= אז) דער אייבערשטער זאל זיך שוין איבער אונז מרחם זיין.

ג. א מעוברת אדער א זייגערין אדער א חולה אפילו נישט קיין שטארקער חולה, מעגן זיי עסן אין די דריי תעניתים ווען עס הארט זיי שטארק.

ד. אין תענית צבור טאר מען זיך נישט אויסשווענקשען דאס מויל, סיידן מען שפירט אים שטארק פון דעם מויל[2]. מען טאר אויך נישט פארזוכן קיין מאכל, כאטשע ער שלינג נישט אראפ.

ה. עס איז אויך א מצוה ווען עס קומט ר"ל א צרה אויף ישראל, דאס (= אז) מען זאל פאסטן און בעטן צו השי"ת.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. דאס איז שיטת הירושלמי אז דער מויער איז געשפאלטן געווארן אין י"ז בתמוז, אי אין בית ראשון אי אין בית שני.
  2. דהיינו אז ער האט א שלעכטן ריח פון דעם מויל.