לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן כז

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן כז כתיבת ספר תורה - סימן כח מדות טובות - סימן כט לשון הרע - סימן ל געזונטקייט - סימן לא סכנה - סימן לב צדקה - סימן לג לד פלייש זאלצן - סימן לה חלה - סימן לו טבילת כלים - סימו לז בלוט - סימן לח ווערמלעך


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן כז: דינים פון ספר תורה און אנדערע ספרים. אנטהאלט זעקס סעיפים.

א. עס איז א מצות עשה מן התורה צו שרייבן פאר זיך א ספר תורה, אפילו מען האט בירושה א ספר תורה. אדער צו לאזן שרייבן פאר זיך ביי א סופר. און די לעצטע דריי ווערטער לעיני כל ישראל זאל ער אליין שרייבן. און מען טאר נישט פארקויפן קיין ספר תורה אן א שאלת חכם.

ב. מען מוז די ספר תורה שטארק בכבוד האלטן, זען פאר איר (= קלייבן פאר איר) א שיין ווארט. און דאס ארט דארף מען מכבד צו זיין. און מען טאר נישט שפייען קעגן די תורה, און מען טאר נישט זי האלטן אן א מאנטעלע. און אז (= ווען) מען זען טראגן די ספר תורה מוז מען זיך אויפשטעלן.

ג. מען טאר נישט מאכן א מאנטעלע אדער א גארטל פון א זאך וואס עס איז פריער אויף עפעס א פראסטע זאך געניצט געווארן, נאר אז מען האט געמאכט, שאט נישט.

ד. אז מען זאלט חלילה אראפ א ספר תורה, אפילו מיט דעם מאנטעלע, מוז מען פאסטן. און די וואס האבן עס געזען אזי דער מנהג דאס זיי פאסטן אויך.

ה. אויך אנדערע ספרים, ש"ס, משניות, תנ"ך, מוסר ספרים, דארף יעדער ייד זיך צו קויפן. און ווי ווייט זיין כח איז, אויך וועלכעס ער דארף נייטיקער זאל ער פריער קויפן. און זאל אליין לערנען, אויך אנדערע לייען.

ו. מען דארף פאר אלע ספרים שטארק דרך ארץ האבן. מען דארף נישט זיצן אויף דער זאך וואס ליגט דערויף א ספר. אויך טאר נישט לאזן לייגן א ספר אויף דער ערד. און עס טאר נישט ליגן איבערגעקערט.
מען טאר דערפאר קיין שום מיאוסע זאך נישט טאן. אויך טאר מען זיך נישט באדינען מיט א ספר צו פארשטעלן די זון אדער שרייבן דערויף, אדער אן אנדער זאך.
אן אלט ספר דארף מען באהאלטן (= לייגן אין גניזה). אויך די טאוולען (= איינבונדן) טאר נישט פארברענען. און מען דארף אנשרייען די איינבינדערס דאס זיי זאלן צו די טאוולען נישט באניצן קיין אלטע שמות.