קיצור שו"ע עברי טייטש סימן לא
מפתחות - סימן כז כתיבת ספר תורה - סימן כח מדות טובות - סימן כט לשון הרע - סימן ל געזונטקייט - סימן לא סכנה - סימן לב צדקה - סימן לג לד פלייש זאלצן - סימן לה חלה - סימן לו טבילת כלים - סימו לז בלוט - סימן לח ווערמלעך
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן לא דברים האסורים משום סכנה (די זאכן וואס עס איז אסור ווייל עס איז א סכנה). אנטהאלט אכט סעיפים.
א. אונזערע חכמים האבן געזאגט אז א סכנה איז הארבער ווי אן איסור. איבער דעם דארף מען זייער נזהר זיין נישט צו עסן פיש און פלייש צוזאמען אדער מיט שמאלץ, דען דאס איז א סכנה. און אז מען עסט פיש און דערנאך פלייש אדער פארקערט זאל מען אין מיטן עפעס טרינקען און פארבייסן מיט א שטיקל ברויט.
ב. דער שווייס פון א מענטש איז סם המות, (חוץ דער שווייס פון פנים). איבער דעם זאל מען נישט האלטן קין עסננווארג ביי דעם בלויזן לייב. אויך זאל מען קיין געלט נישט נעמען אין מויל אריין, ווייל טאמער איז דא א ביסל שווייס דערויף. אויך טאמער איז עס פריער געווען ביי א געפערלכעכן קאנקן.
ג. מען טאר נישט לייגן קיין שום מאכל אדער משקה אונטער דער בעט אפילו עס איז פארדעקט.
ד. אז עס פארגלוסט זיך עפעס א מאכל מוז מען דאס שפייעכץ וואס קומט אין מויל אויסשפייען, דען אז מען שלינגט עס אראפ, איז עס א סכנה.
ה. מען דארף זיך היטן פון יעדער זאך וואס עס קען דערפון אן אומגליק ארויסקומען. מען טאר נישט גיין אונטער א וואנט וואס האלט ביי איינפאלן, אויך נישט אויף א שלעכטער בריק, אדער אליין צו גיין אונטערוועגנס (= אין וועג) ביי נאכט.
אויך איז נישט גלייך (= געהעריק) ביי נאכט אין א שטוב אליין שלאפן, אדער דאס מויל צו שטעקן צו א רער פון א פּלומפּ (= פּאָמפּע) און טרינקען, דען טאמער וועט ער חלילה א שלעכטע זאך איינשלונגען.
ו. מען דארף זיך היטן קיין שלעכטע זאך פאר דעם מויל ברענגען (פון דעם מויל נישט ארויסרעדן), אויך זאל מען קיין קינד נישט אנמאכן א מורא מיט א טמא זאך.
ז. ווען די תקופה פאלט אויס, איז זיינען זיך טייל נוהג צו לייגן א שטיקל אייזן אויף דעם עסנווארג. נאר אויף געקאכט דארף מען נישט.
ח. מען טאר נישט אויסהאקן א בוים וואס וואקסט אויף אים פירות סיידן ער מאכט קאליע די רעשט ביימער, אדער מען דארף דאס ארט פון בוים, אדער אז ער איז אויף האלץ א ווערט[1].
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ דאס הייסט: וואס שטייט אין קיצור שולחן ערוך לג יא וכן אם דמיו יקרים לבניין יותר מלמאכל, מותר לקוצצו.