פרדס יהודה דברים בלעטל תשס"ט המשך
פרדס יהודה דברים בלעטל תשס"ט --- פרדס יהודה דברים בלעטל תשס"ט המשך --- צוריק צו פרדס יהודה
דברים
מדור הספרים
היות אז איך האב געשריבן וועגן ספרים און לוח הצבור במשך דעם יאר, און דעם פארלאנג איז געווען גרויס, וועל איך דא צוריקברענגען די מאמרים לטובת הצבור וואס האבן נישט געליינט דעם לוח הצבור, און זיי וועלן הנאה האבן. און במשך הזמן וועט מען שרייבן ניי מאמרים, וואס זיינען נאך נישט געווען געדרוקט.
מען דארף האבן דעם שטאלץ און ברייטע פלייצעס אז א מחבר זאל צוזאגן ישועות און פרנסה און נאך הבטחות ווער עס וועט לערנען אין זיין ספר יעדן טאג, אבער דער מחבר איז געווען א שטארקער מאמין אין אויבערשטן און איז געווען א מושלם ווי מען זעט פון זיין ספר און אויך פון די הסכמות אויף דעם ספר און פון די פיל בריוו וואס מען האט אים געשריבן וואס זיי זענען געדרוקט געווארן אין זייןספר.
אז מען קוקט אריין אין שער פון ספר זעט מען לשונות וואס זענען פול מיט חיזוק אין אמונה און גיט א מענטש דעם חשק אין וועלן אריין קוקן אין ספר, אזוי ווי א מאגנעט וואס ציט א זעלטענע כח האט דער מחבר געהאט, אבער אויסער געווענליכע סעייתא דשמיא ווי מען זעט זיין הצלחה און שבחים פון די וואס האבן געלערנט אין דעם ספר פון די גאנצע וועלט.
דער מחבר איז הרבני ר' אביגדור ווייננבערגער וואס צופיל פרטים פון אים פון זיין יוגנט ווייסן מיר נישט, זיין טאטע האט געהייסן ר' יצחק, ער האט חתונה געהאט מיט מרת מרים וואס איז געווען די טאכטער פון הרה"צ ר' זעליג הירש פישהוף זצ"ל, וואס ר' זעליג הירש ווייב'ס שוועסטער האט חתונה געהאט מיט הרה"ק ר' הלל מקולומייא, [הגאון רבי הלל בן רבי ברוך בענדיט ליכטנשטיין נולד ביום י"א כסלו תקע"ה - ונפטר י' אייר תרנ"א] דער מחבר איז געווען זייער נאנט מיט זיין הייליגער פעטער. און ביידע זענען געגאנגען אין זעלבן וועג זוכן צו מקרב זיין אידן צום אויבערשטן. און דער מחבר האט זוכה געווען אז דורך זיין ספר האבן זיך צוריק געקערט צו תשובה טויזנטער אידן, ווי מען זעט פון די פילע בריוון וואס מען האט אים געשיקט.פון די בריוון פון די מסכימים אויף דעם ספר, זעט מען אז דער מחבר איז געווען א אתרוג סוחר פון שטאט טריעסט, איטאליא, אויך שרייבן אלע אז ער איז א ירא שמים לרבים און כל כוונתו לשמים, בשעת ער האט געדרוקט זיינע ספרים האט ער אויך געדארפט האבן געלט אויף צו חתונה מאכן זיין טאכטער וואס איז געווען א כלה. ער איז געווען א עני ואביון אבער דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון דרוקן זיינע ספרים. אויך האט ער געבעטן א נידעריגע פרייז פאר זיין ספר אבער געוואלט אז יעדער זאל באצאלן. דער מחבר איז נתקרב געווארן צו הרה"צ ר' יוסף מאיר פון ספינקא בעל אמרי יוסף תקצ"ח - ו' אייר תרס"טץ און איז געבליבן וואוינן אין ספינקא א לאנגע תקופה וואו ער האט אסאך געלערנט פון זיין רבי. דער מחבר האט נישט געהאט זין נאר דריי טעכטער: מרת הינדא, מרת רויזא. און מרת שרה רבקה. זי האט חתונה געהאט בזיוו"ר מיט הרבני ר' יוסף צבי ב"ר שרגא פייביל גולדשטיין כ"ב חשון תרע"ד און בזיווג שני מיט הרה"צ ר' ברוך האלמינר בהר"ר יוסף ח' תשרי תש"ב זי האט מאריך ימים געווען און אוועק געשטעלט שיינע דורות חסידים ואנשי מעשה [נפ' ד' אלול תשי"ד].
און דער ערשטער הסכמה איז טאקע פון זיין הייליגע רבי וואס שרייבט ובזכות מצות חיזוק האמונה תתברכו ממעון הברכות ברב טוב ונחת ויפתחו לכם שער שפע והצלחה ושערי גאולה וישועה.
נאך הסכמות זענען פון: 1) הרה"צ ר' משה פאנעט אדמו"ר מדעעש. 2) הרה"ק ר' יודא גרינוואלד אב"ד סאטמאר בעהמ"ח ספר שבט מיהודה ושו"ת זכרון יהודא 3) הרה"ג ר' מרדכי יודא לעוו אב"ד אינטערדאם. 4)הרה"צ הק' ר' יודא ליכטענשטיין רב דק"ק בעטהלען. 5) הגאון ר' ישעי' זילבערשטיין אב"ד וואיטצען בעל מעשי למלך. 6) הרה"צ ר' נחמן כהנא פון ספינקא בעהמ"ח ספר אורחות חיים. 7) ר' צבי הירש ריינמאן אב"ד קרעטשיניף. 8) הרה"ג ר' נתנאל הכהן פריעד אב"ד מ' איוואראש בעהמ"ח ספרי פני מבין על התורה ושו"ת. 9) הרה"צ הק' ר' מאיר ראזענבוים מטרעבושאן בהרב הצדיק קדוש העליון מוהר"ר מרדכי מנאדבורנאץהה"צ ר' מרדכי ב"ר ישכר בערצי מנאדבורנא. – א' סוכות תרנ"ה. 10)הרה"ג ר' שמואל ראזענבערג אב"ד אונסדארף בעהמ"ח ספרי באר שמואלץ 11) הרה"ג ר' קאפיל רייך אב"ד בודאפעסט, 12) הרה"ג ר' יעקב מאיר אב"ד קאפאש. 13) הרה"ג ר' אליעזר דייטש אב"ד באניהאד. 14) הרה"ג ר' שמואל בנימין הלוי יונגרייז רב דק"ק פילעץ, און נאך רבנים מסכימים און בריוו לשבח הספר.
אין סוף פון ספר שרייבט דער מחבר א קול קורא פאר כלל ישראל צו לערנען אין זיין ספר און גיט א שיינע משל וועגן ווי מען וועט געבן א נחת רוח פאר הקב"ה מיט דעם לערנען זיין ספר. און אויך שרייבט ער בסוף הספר די נעמען פון די רבנים וידידים און זייערע שטעט וואס האבן געקויפט זיינע ספרים. וואס מען זעט די סעייתא דשמיא ווי דער ספר איז געווארן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט און האבן הנאה געהאט פון ספר.
לכאורה האט דער מחבר געדרוקט און פארקויפט נאנט צו פופציג טויזנט ספרים אין פארלויף פון פינף יאר און האט געדרוקט דעם ספר פיר מאל אין לשון הקודש און פיר מאל אין עברי טייטש. אויך האט ער געדרוקט א צווייטער חלק אבער נאר אין עברי טייטש און שרייבט אין זיין ספר אז בקרוב וועט ער דעם חלק שני אויך דרוקן אין לשון הקודש אבער למעשה איז דאס נישט ארויס לפועל. דער מחבר האט געוואלט דרוקן זיין ספר אויף דעם ענגלישן שפראך אבער למעשה איז דאס אויך נישט ארויס לפועל. למעשה שרייבט דער מחבר אויף דעם צווייטן זייט פון שער אין דעם פערטן דפוס אין שנת תרס"ז וז"ל וזה חמש שנים שהתחלתי בעזרת הקב"ה ועתה מחמת חשובתם שנים ועשרים אלפים (22,000) נגמרו לטובה ולנחת רוח למי שאמר והיה העולם אמן. איז צוזאמען מיט אלע ספרים קען מען משער זיין די צאל פון פופציג טויזנט ספרים וואס מען האט פארקויפט אין די גאנצע וועלט. דער ערשטער דרוק איז געווען אין שנת תרס"ב געדרוקט אין סיגעט. און דער ספר איז שנעל אויס געכאפט געווארן און מען האט אין זעלבן יאר תרס"ב געמוזט איבער דרוקן נאך אמאל דעם ספר מיט פיל הוספות. דא שרייבט דער מחבר אז פון ערשטן ספר האט ער פארקויפט דריי טויזנט ספרים. און אין דעם זעלבן יאר תרס"ב האט ער געדרוקט דעם ערשטן דרוק פון זיין ספר אין עברי טייטש, און האט געדרוקט דעם ספר פיר מאל. ווי מען האט פריער געשריבן.
געוויינטלעך ביי יעדע גוטע זאך פאר לייגט זיך דער בעל דבר. און דא האט זיך אוועק געשטעלט אסאך מתנגדים צום ספר און מען האט גערודפ'ט דעם מחבר, אז ער איז א מתנגד צו חסידים, און אויך ער מיינט נישט לשם שמים, אנדערע שרייבן אז ער איז א בעל גאוה ווייל ער שרייבט אז זיין ספר איז חשובער פון הייליגן ספר ראשית חכמה, און נאך עלילות. דער מחבר מיט זיין גרויסער שפלות נעמט זיך אלעס צו פאר ענטפערן. זעט אין ספר דעם פערטן דפוס פון שנת תרס"ז אין דפים פ"א ע"ב ביז דף צ' ווי דער מחבר איז פאר ווייטאגט און ווענדעט אפ די טענת פון זיינע רודפים און נאך אלעס ברענגט ער אראפ די אלע בריוו פון די גאנצע וועלט וואס מען שרייבט אים וואס דער ספר האט אויף געטאן. וואס באמת האט דער מחבר דאס לכתחילה נישט געוואלט דרוקן. ב"ה אז מעשה שטן האט נישט מצליח געווען און דער מחבר האט זיך נישט געבראכן און איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין היייליגע ארבעט און ווייטער געדרוקט זיין ספר אין עברי טייטשץ און נאך מער האט ער זיך גענומען און געדרוקט א צווייטער חלק!
אזוי ווי מיר האבן פריער געשריבן האט ער אויך געדרוקט א צווייטער חלק אבער נאר אין עברי טייטש און שרייבט אין זיין ספר אז בקרוב וועט ער דעם חלק שני אויך דרוקן אין לשון הקודש אבער למעשה איז דאס נישט ארויס לפועל. דאס אין געווען אין שנת תרע"א אין סיגעט און דער מחבר גיט ארויס זיין שבח והודאה להקב"ה אויף די הצלחה פון זיינע ספרים . אויף דעם שער שרייבט דער מחבר דאס איז זייער נויטיג צו האבן אין יעדן הויז און ער בעט מען זאל לערנען אין דעם ספר און איבער חזר'ן און עס גוט פארשטיין, וועט איר זען ישועות פון הקב"ה ער וועט אייך בענטשן מיט פרנסה און געזונד און אויך אייערע קינדער.
דער מחבר שרייבט אין ספר זה הספר סגולה גדולה להצלחה ולאריכות ימים ולא רק סגולה אלא בודאי ובטח יבא ברכה בעזה"י למי שילמד בכל יום לפחות חצי שעה בזה הספר.
מען דארף נישט מער פון דעם. דער זכות פון דער מחבר איז גאר גרויס און אויך די צדיקים זענען מעיד אז מען קען באקומען די ריכטיגער אמונה אויב מען וועט לערנען אין דעם ספר. און בפרט אז דער ספר איז בנמצא , און דער ספר איז געשריבן פאר יעדן אין א גרינגע שפראך , וואלט געווען כדאי אז יעדער זאל פאר זיך א טובה טאן און קענן באקומען ישועות און נאך גוטע זאכן וואס דער מחבר איז מבטיח, און אויך א טובה טאן פאר דער מחבר אז זיין הייליגער ארבעט זאל ווייטער אנגיין און אידן זאלען נתקרב ווערן צו השי"ת, און דאס איז געווען דער רצון פון מחבר. און א ודאי וועט מען געהאלפן ווערן מיט אלע מיני ישועות און רפואות בכלל און בפרט און הצלחה ואריכות ימים כהבטחת המחבר.