לדלג לתוכן

פרדס יהודה דברים בלעטל תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרדס יהודה דברים בלעטל תשס"ט --- פרדס יהודה דברים בלעטל תשס"ט המשך --- צוריק צו פרדס יהודה


דברים

כהנים זריזין הן

1] אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל: (א, א) פרעגט דער רמב"ן אז סדר דברים ווערט אנגערופן משנה תורה ווייל משה רבינו האט איבער געחזר'ט די מצות פאר כלל ישראל, אויב אזוי פארוואס שטייט נישט די דינים פון כהנים ווי קרבנות אדער טומאה וטהרה? ענטפערט דער רמבן ווייל מיר ווייסן כהנים זריזין הן זיי געבן שטארק אכטונג, ממילא דארף מען נאך אמאל נישט מזהיר זיין וועגן דינים וואס זענען נוגע צו כהנים משא"כ וואס איז נוגע צו כלל ישראל דארף מען זיי נאך אמאל מזהיר זיין, לייגט צו דער הייליגע מהרשם אז לויטן מדרש (במדבר רבה ג' ז') וואס שטייט אז שבט לוי זענען נישט געשטארבן אין מדבר ווייל זיי זענען נישט געשטראפט געווארן ביי חטא פון מרגלים, און אויפ'ן פסוק שנים עשר אנחנו איש אחד לשבט (דברים א' כג') זאגט רש"י: מגיד שלא היה שבט לוי עמהם, איז ממילא שבט לוי האט געלעבט די גאנצע צייט האט מען זיי נישט געדארפט נאך אמאל מזהיר זיין אויף די מצות, אבער כלל ישראל וואס זענען געשטארבן אין מדבר און יעצט האט זיך אויפגעשטעלט א נייער דור וואס זיי דארף מען יא מזהיר זיין דעריבער איז דא משנה תורה נאר פאר זיי.
(תכלת מרדכי - למהרש"ם)

דורך היטן די תרי"ג מצות ווען זיין א ברכה

2] אלה הדברים: (א, א) זאגט רש"י אלה הדברים: לפי שהם דברי תוכחות דעריבער שטייט דברים א שטרענגן לשון: אבער למעשה אפי' וואס מיר זעען אין פ' כי תבא, וילך און אין האזינו די אלע תוכחות, אבער דער תכלית פון דעם איז אז מען זאל מקיים זיין די תריג מצות און דורך דעם וועט נתהפך ווערן די קללות צו ברכות, קען מען זאגן א שיינעם רמז: אז פון אות ב' פון דברים אז מען וועט ציילן 613 אותיות וועט זיין-ר', און נאך 613 - כ', און נאך 613 אותיות - ה', איז ברכה: קומט אויס אז דורך דעם וואס מען וועט היטן די תרי"ג מצות ווען זיין א ברכה.
(תורת חמד-רמח"ד ווייסמאנדל)

אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה

3] ויהי בארבעים שנה וגו' דבר משה אל בני ישראל ככל אשר צוה ה' אתו עליהם: (א, ד) דארף מען פארשטיין וואס מיינט ככל אשר צוה, עס האט געקענט שטיין אל בני ישראל אשר צוה ה'? נאר עס שטייט אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה (עו"ז ה:) א תלמיד פארשטייט נישט די גאנצע כוונה פון זיין רבי'ן ביז נאך פערציג יאר. איז יעצט איז געווען פערציג יאר פון וואס משה רבינו האט געהערט די הייליגע תורה פון אויבערשטן און ערשט יעצט פערציג יאר נאך דעם האט ער שוין פארשטאנען די כוונה פון זיין רבי'ן דעם אויבערשטן, דעריבער שטייט יעצט נאך פערציג יאר ככל אשר צוה: ווייל יעצט האט ער עומד געווען על דעת רבו.
(ראיתי)

שכינה מדברת מתוך גרונו של משה

4] בעבר הירדן בארץ מואב הואיל משה באר את התורה הזאת לאמר: (א' ה') משה רבינו האט זוכה געווען אז די שכינה האט גערעט דורך זיין מויל, - שכינה מדברת מתוך גרונו - קען מען דאס מרמז זיין אין פסוק: בעבר הירדן מיינט די אותיות נאך ירד"ן איז כשה"ס וואס דאס איז בגימאטריא שפ"ה אזוי ווי דעם מספר פון שכינ"ה, דאס מיינט בעבר הירדן וגו' הואיל משה באר את התורה הזאת וואס די הייליגע שכינה האט גערעט דורך זיין מויל.
(ראיתי)

פארוואס איז די תורה אין זיבעציג לשונות

5] בעבר הירדן בארץ מואב הואיל משה באר את התורה הזאת לאמר: (א ה') ברענגט רש"י (במדבר רבה מ"ט ב') אז משה רבינו האט מסביר געווען די הייליגע תורה אין זיבעציג לשונות, דארף מען פארשטיין פארוואס אין זיבעציג לשונות און דוקא פארן אריינגיין אין ארץ ישראל? נאר די אפיקורסים זאגן אז די תורה איז געגעבן געווארן אין מדבר און פאר די אידן אין ארץ ישראל וואס מישן זיך נישט מיט די גוים אבער ווען זיי וואוינען מיט גוים דארף מען נישט היטן די תורה חו, דעריבער האט משה רבינו ביי עבר הירדן בארץ מואב געגעבן צו פארשטיין די תורה אין זיבעציג לשונות כדי צו ווייזן אז תורה איז נצחיות און וואו א איד געפינט זיך איז ער מחוייב צו היטן די הייליגע תורה.
(כתב סופר)

פארן צום צדיק מיט תשובה טוט אויף אסאך

6] איכה אשא לבדי טרחכם ומשאכם וריבכם: (א' י"ב) שבת חזון האט דער הייליגער ריזינער זיע"א געזאגט ביים טיש: עס זענען דא דריי סארט מענטשען נוסעים וואס פארן צום צדיק: פשוטע אידן, חסידים ואנשי מעשה, און רבנים, די פשוטע אידן פארן וועגן זייער פרנסה און זייערע גשמיות, די חסידים ואנשי מעשה פאדרייט זיי דער בעל דבר מיט מחשבות און פניות דגדלות אז זיי פארן צו אזא גרויסע צדיק, די דריטע זענען די רבנים וואס דער בעל דבר פארדרייט זיי אז זיי וועלן באקומען כבוד פון רבי'ן, אבער פונדעסטוועגן אויב ווען זיי קומען שוין צום צדיק זענען זיי מהרהר בתשובה און באקומען א צובראכענע הארץ, איז דורך דעם האבן זיי א אנהאלט אין צדיק און דער צדיק לאזט זיך אראפ זיי צו דערהויבן, אבער אויב די אלע דריי סוגים זענען נישט מהרהר בתשובה נאר דער פשוטע איד טראכט נאר פון זיין גשמיות און דער חסיד נאר פון זיין גדלות, און דער רב פון זיין כבוד, דעמאלסט קען די צדיק זיי נישט דערהויבן, איז דאס מיינט דער פסוק איכה אשא לבדי. ווי קען דער צדיק דערהויבן די נוסעים פון זיך אליין, ווען זיי זענען נישט מהרהר בתשובה. די נוסעים זענען: טרחכם. וואס זיי מיינען זייער גשמיות. ומשאכם. מיינט די התנשאות און גדלות פון די חסידים, וריבכם. מיינט די רבנים ,דעריבער בעט דער צדיק אז דורך תשובה וועט ער אלעמען קענען דערהויבן.
(נר ישראל רוזין)

רבות מחשבות בלב איש

7] ובדבר הזה אינכם מאמינים בה' אלקיכם: (א' ל"ב) לכאורה וואס מיינט הזה נאר עס שטייט קשים מזונות של אדם כקריעת ים סוף: (פסחים קי"ח.) וואס איז דעם שייכות פרנסה מיט קריעת ים סוף? נאר ביי קריעת ים סוף האט יעדער מאמין געווען אז הקב"ה וועט העלפן אבער אז ער וועט שפאלטן די ים דאס האט קיינעם נישט איינגעפאלן, ווייל רבות מחשבות בלב איש אבער ועצת ה' היא תקום. דאס זעלבע איז ביי פרנסה א מענטש מיינט און מאכט חשבונות פון וואו וועט קומען זיין פרנסה אבער דער אויבערשטן טראכט אנדערש פון דעם מענטש. דאס מיינט ובדבר הזה, אז א מענטש וועט זאגן אז נאר פון דא וועט קומען זיין ישועה האט ער נישט אמונה, ווייל מען דארף האבן אמונה אז דער אויבערשטער וועט העלפן און נישט טראכטן פון וואו וועט קומען די ישועה.
(קב ונקי ר' יחיאל מיכל מגלינא)

מדור העובדות

דער הייליקער נודע ביהודה איז געווען באוואוסט מיט פאסקענען דיני תורה מיט גרויס חכמה: מען וועט דא ברענגען צוויי אינטרעסאנטע מעשיות וועגן זיין פקחות. "ושפטתם צדק בין איש ובין אחיו" (א ט"ז).

דער בעל עגלה הויבט זיך אויף פלוצלינג

א] עס איז געווען א גרויסער סוחר פון תבואה וואס איז געקומען קיין פראג פארקויפן זיין סחורה און האט געדונגען א בעל עגלה אים צו פירן. אין מיטן וועג באפאלט דער בעל עגלה דעם סוחר און האט צו גענומען זיין גאנצע געלט און געטוישט זיינע קליידער, און דער בעל עגלה האט זיך אנגעטאן די בגדים פון סוחר. און אזוי זענען זיי אנגעקומען קיין פראג און דער סוחר לויפט צום נודע ביהודה און שיקט רופן דעם בעל עגלה צו א דין תורה, און ער קומט צו גיין. און ביידע לייגן פארן רב זייערע טענות, דער סוחר טענה'עט אז דער בעל עגלה האט אים באגאנב'עט און דער בעל עגלה שרייט אז יענער איז א חסר דעה און האט אויסגעטראכט א בלבול.

דער נו"ב האט זיי ביידע אויסגעפארשט און ביידע שטייען פעסט אין זייערע טענות. האט דער נו"ב געזאגט זיין משמש אז ער וועט מארגן פאסק'ענען דעם דין תורה. און זיי זאלן קומען מארגן גלייך אינדערפרי. און אזוי איז געווען, זיי ביידע ווארטן אבער דער שמש לאזט זיי נישט אריין, און אזוי גייט אריבער אסאך שעות און מען רופט זיי נישט אריין. פארנאכט ווען זיי זענען שוין אומגעדולדיג, פלוצלינג קומט ארויס דער נו"ב און גיט א רוף אויס אין א שטארקע קול זאל דער בעל עגלה אריין קומען, און נישט טראכטנדיג איז דער בעל עגלה וואס איז געווען אנגעטאן די בגדים פון סוחר.

הויבט זיך אויף, שרייט דער נו"ב רשע!! דוא ביזט דער גזלן גיב צוריק די געלט, און אזוי איז געווארן ושפטתם צדק בין איש ובין אחיו.

מען קען נישט געבן א הכשר אויף די וויין

ב] עס איז געווען א מלמד פון שטאט פראג, א תלמיד פון נודע ביהודה , וואס האט געהאט א טאכטער וואס איז געווען אין די יארן, אבער ער האט נישט געהאט קיין געלט פאר נדן איז ער ארויס געפארן קיין אונגארן צו ווערן א מלמד. און האט זיך אפגעארבעט א פאר יאר זייער ערלעך, און זיין בעל הבית האט אים שיין באצאלט, קומט די צייט אז ער זאל אהיים פארן האט ער געזוכט א וועג, און ווייל אין יענער שטאט איז געווען א סאך סוחרים פון פראג וואס זיי האבן געהאנדלט מיט סחורה האט ער געטראכט אז ער וועט צוריק גיין מיט זיי צו זיין משפחה. און טאקע אנגעטראפן א סוחר וואס איז געקומן צו אונגארן וואס האט געקויפט 15 פעסער וויין דאס צו פארקויפן אין פראג פאר פסח. און דער סוחר האט מסכים געווען אים צו נעמען און אזוי וועט דער מלמד אפהיטן די וויין, און ביידע זענען ארויס אויפן וועג.

פרייטאג נאכמיטאג ווען זיי זענען געווען אויף די וועג און עס האט געהאלטן פאר שבת זענען זיי אנגעקומען צו א גאסטהויז וואס זיי האבן געוואלט איינשטיין אויף שבת. דער מלמד האט מורא געהאט צו לאזן די געלט ביי דעם מענטש האט ער געטראכט אז ער גייט באהאלטן די געלט צווישן די פעסער און ער וועט דאס נעמען מוצאי שבת. גלייך פאר צאת הכוכבים האט ער געווארט פארן שעת הכושר און אלע זענען געווען פארנומען אנצוגרייטן פאר שבת און ער האט געטראכט אז קיינער קוקט אים נישט נאך און ער האט באהאלטן זיין געלט צווישן די פעסער, און ער איז געגאנגען זיך אנגרייטן לכבוד שבת. גלייך נאך הבדלה איז דער מלמד געגאנגען דארט וואו די פעסער זענען געווען נעמען זיין געלט. האט ער געזען אז זיין געלט איז נישטא, האט ער געטראכט אז ווער האט דאס גענומען איז נישט קיין צווייטער נאר דער וויין סוחר, האט ער געטראכט אז ער גייט אים אנשרייען.

אבער נאך דעם האט ער געטראכט אז ער וועט אים פרעגן שטילערהייט אפשר האט ער געזען זיין געלט און דאס געלייגט אין א פארזיכערטע פלאץ, און דערציילט ווי שווער ער האט געארבעט פאר דעם געלט און ער דארף דאס פאר חתונה מאכן זיין טאכטער, אבער דער סוחר האט געמאכט א פנים כאילו ער ווייסט פון גארנישט און ער האט געלייקנט און זאגט דעם מלמד אז ער איז א טיפש וואס ער עס האט געלייגט דארטן, און וואס מער דער מלמד האט געבעטן אז מען זאל אים צוריק געבן דאס געלט האט דער סוחר געווארן שטארק אין כעס און ער האט געזאגט אז אויב ער וועט נאכאמאל פרעגן וועגן דעם געלט וועט ער אים דארט איבערלאזן, נאר איך קען געבן א נדבה פאר הכנסת כלה.

האט דער מלמד זיך אנגערופן איך דארף נישט קיין צדקה, און אויב דו האסט נישט גענומען דאס געלט וויל איך דיר איבערבעטן, דער מלמד האט געטראכט ביי זיך ער וועט ווארטן ביז ער קומט אן אין פראג און ער וועט פארציילען פארן נודע ביהודה וואס האט דא פאסירט, האט אים דער גאון געזאגט אז בקרוב וועט דער סוחר קומען צו אים נעמען א כתב הכשר אז די וויין איז כשר לפסח, כדי דאס צו פארקויפן אין פראג, און האט אים געבעטן אז ער זאל אריין גיין זיך אפרוען אין א צימער און עפעס טועם זיין נאך אזא נסיעה.

עס איז נישט אדורך א לאנגע צייט און דער סוחר איז אנגעקומען צום רב און ער האט אראפ געלייגט אויפן טיש א שיינעם סכום צדקה פאר מעות חיטים. און האט געזאגט פארן רב אז אזוי ווי די פריערדיגע יארן, האב איך יעצט געברענגט וויין וואס איז אונטער א שטרענגע השגחה פון פרעסן די טרויבן ביז מען האט דאס פארמאכט, און איך האב געהאט א משגיח מיט מיר די גאנצע וועג קיין פראג, און איך בעט אז דער רב זאל געבן א השגחה. האט דער רב זיך אנגערופן: יא יא !! אבער איך האב מורא אז יעצט איז דא א גרויסע שאלה אויף די וויין! האט דער סוחר געפרעגט ווי קען דאס זיין? האט דער רב געזאגט: אז דיין משגיח האט דערציילט אז ער האט געלייגט זיין געלט צווישן די פעסער וויין און די געלט איז נישט דא.

האט ער געזאגט אז ער האט דאס נישט געגנב'עט! האט דער רבי געזאגט: ח"ו! איך בין דיר נישט חושד אויף די גניבה, אבער קומט אויס אז אפשר א גוי האט גענומען וויין און נאך דעם האט ער די געלט דערזען און דאס גענומען, איז די וויין יין נסך, און איך קען נישט געבן א השגחה אויף די וויין! דער סוחר איז געווארן ווייס און זעט זיין נארישקייט וואס ער האט דא געטאן און וועט האבן אסאך שאדן אויב ער וועט נישט קענען פארקויפן די וויין פאר פסח. האט ער מודה געווען אז ער האט דאס געגנב'עט, און ער וועט צוריק געבן פארן מלמד זיין געלט.

האט דער רב זיך אנגערופן אז עס איז נישט אזוי פשוט: ווייל נישט נאר וואס דו האסט געגנב'עט, האסט אויך מחלל שבת געווען, האט דער סוחר געזאגט אז עס איז נאך נישט געווען שבת, און מיט דעם האט ער געטראכט אז ער האט עפעס א האפענוג ער זאל באקומען א הכשר אויף די וויין. אבער דער רב האט אים געזאגט אז דאס וואס ער איז מודה און איז גרייט צו באצאלן אפילו ער האט דאס נישט גענומען, איז נאר כדי צו באקומען א הכשר אויף די וויין, נעמט ער וויינען מיט ביטערע קולות אז ער זאגט נאר דער אמת און איז גרייט צו שווערן אז ער האט דאס געגנב'עט פאר שבת! רופט זיך אן די הייליגע נודע ביהודה: אויב אזוי! זע איך אז דו ביזט א באגלויבטער מענטש, זאלסטו טאן אלעס וואס איך גיי דיר הייסן. האט ער געזאגט: איך בין אלעס מקבל און איך וויל תשובה טאן, גוט!! איז חוץ וואס דו דארפסט צוריק געבן דאס געלט וואס דו האסט גענומען, דארפסט נאך צולייגן אז דער מלמד זאל קענען חתונה מאכן זיינע קינדער, און נאר בתנאי אויב דער מלמד איז מסכים דיר מוחל זיין, דעמאלסט איז דיין תשובה אנגענומען, און מיט דעם וועט זיך די פרשה ענדיגן, און אזוי רופט אריין דער רב דעם מלמד וואס אוודאי איז מסכים צום פסק פון רב, און מיט דעם האט דער נודע ביהודה מודיע געווען פארן סוחר אז די פרשה איז געענדיגט. און האט זיך פאר גענומען אז ער וועט מער נישט גנב'ענען .