לדלג לתוכן

פרדס יהודה בלעטל ראש השנה תש"ע המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרדס יהודה בלעטל ראש השנה תש"ע --- פרדס יהודה בלעטל ראש השנה תש"ע המשך --- צוריק צו פרדס יהודה


ראש השנה תש"ע

מדור העובדות עפעס ארויסלערנען

הרה"צ ר' ישראל מסטאלין י' כסלו תרכ"ט - ב' דר"ה תרפ"ב

דער צווייטער טאג ראש השנה איז דער יום ההילולא פון הרה'"צ ר' ישראל מסטאלין זיע"א בן הרה"ק ר' אשר זצוק"ל, ווי מען רופט אים דער פראנקפורטר וועגן זיין מקום מנוחה איז אין פראנקפורט, און די וועלט רופט אים דער ינוקא. ער איז געווען זייער א באהאלטענער אז די וועלט האט אים נישט פארשטאנען אבער זיינע חסידים און צדיקים בכלל האבן געוואוסט זיין גדלות סיי אין תורה און סיי אין עבודת השם און זיין אפענע אויגן. ער איז געבוירן אין שנת תרכ"ט און זיין הייליגן טאטע איז נסתלק געווארן ט"ו אב תרל"ג איז דער רבי געווען 4 מיט א האלב יאר ווען די זקני החסידים האבן אים געקרוינט אלץ ממשיך פון דעם הייליגע קייט פון אדמור"י סטאלין קארלין.

די יונגע יארן

דער רבי ז"ל ר' יוחנן זצוק"ל האט געזאגט אז דער טאטע איז קיינמאל נישט געווען א קינד, הרה"ח ר' מענדל ציילינגאלד ז"ל - פון מלינוב, אליק, א"י -האט דערציילט אז ווען די ינוקא איז געווען מיט זיין הייליגן טאטן אין מלינוב ביים ערשטע יארצייט פון הייליגן בית אהרן טו"ב סיון -תרל"ג- רופט זיך אן דער ינוקא " אט שטייט דא דער זיידאלע, האט דער יונגער רבי געזאגט: שא שא רעד נישט.

לערנט זיך אויס צו זיין א באהאלטענער

מען האט אמאל געגאנגען זוכן דער ינוקא און מען האט אים נישט געטראפן און נאך א לענגערע צייט האט מען אים געטראפן און מען האט אים געברענגט צו זיין טאטן, מען האט געוואוסט אז דער יונגער רבי וועט אים זיכער שטראפן פאר דעם, אבער ווען דער טאטע פרעגט דעם זון וואס איז דא געשען ? ענטפערט ער: מיר לערנען זיך אויס ווי צו זיין א באהאלטענער. דער טאטע האט געפעלן דעם ענטפער און אים נישט געשטראפט פאר דעם.

א מליץ יושר

ווען א פוילישער חסיד האט געהערט די וואונדערליכע זאכן פון א יונגן רבין וואס מען האט מכתיר געווען באדמורות, האט ער דאס געוואלט זען מיט זיין אייגענע אויגן, און איז געפארן צו סטאלין אויף ראש השנה, פארן דאווענען האט דער חסיד געזען ווי דער רבי מאכט א שפיל פון א שופט. און ווען דאס האט זיך געענדיגט, פרעגט דער רבי פאר זיך אליין, און וואס וועלן מיר זיין? און האט ער זיך געגעבן א רוף אן: מיר וועלן זיין די סניגור, און ער איז גלייך אריין געגאנגען דאווענען.
(פניני החסידות)

דו האסט שוין קינדער

עס איז געווען א אלמנה וואס האט נישט זוכה געווען צו קינדער, און איר ערשטער מאן איז געווען א חסיד פון דעם בית אהרן און פון דער יונגער רבי זי האט חתונה געהאט נאכאמאל מיט איינעם וואס האט שוין געהאט קינדער, אבער זי האט ווייטער נישט זוכה געווען צו האבן קינדער, האט זי געזאגט צו איר מאן וואס איז נישט געווען פון די חסידים, אז ער זאל פארן צום בית אהרן און בעטן א ברכה. אין צווישן איז דאך דער בית אהרן מיטן יונגער רבי שוין געווען אויפן עולם האמת, האט מען אים געזאגט אז עס איז דא א יונגער רבי, האט ער מסכים געווען אריין גיין צום ינוקא, קומט ער צו זיין שטוב און די מאמע די יונגער רביצין פרעגט וואס ער דארף און דערציילט איר, גייט זי פרעגן איר זון צו מען קען אריין גיין צו אים? האט ער מסכים געווען, ווען דער איד קומט אריין פרעגט די ינוקא: פארוואס ביזטו געקומען? ענטפערט ער, ער וויל האבן קינדער, שרייט אים אן דער ינוקא: דו האסט שוין קינדער, און איז אוועק געגאנגען, דער איד וויסט נישט וואס צו טאן און גייט אהיים, דערציילט ער פאר זיין ווייב וואס דא איז געשען, האט זי שוין פארשטאנען אז דער רבי האט געזען אז ער האט שוין געהאט קינדער, און ער וואלט געדארפט בעטן פאר זיין ווייב אז זי זאל האבן קינדער, איז ער צוריק קיין סטאלין און גייט אריין צום רבין וואס ווינטשט אים אן מיט א טאכטער, און כך הוה זיי האבן זוכה געווען צו איין טאכטער.
(נשמע מהאיש ששמע הסיפור מאותו הבת.)

געדענקט פשט אין זוהר

ווען דער רבי איז שוין געווען עלטער איז נאך געווען א איד וואס האט געהאט ספיקות אין רבין האט ער געהאט א שווערן זוהר האט ער מחליט געווען ער וועט פרעגן דער רבין פשט אין זוהר. ווען ער קומט און פרעגט. שרייט אים אן דער רבי: האסט א פארשטאפטער קאפ, האסט שוין געפרעגט דעם זיידן ווען ער האט אונז געהאלטן און אזוי און אזוי האט ער דיר געענטפערט פשט, דער איד האט איבער געבעטן דעם רבין און איז געווארן א חסיד. דער רבי איז געווען ווייניגער פון 2 מיט א האלב יאר אלט.!!!!

דער כח פון סבלנות און זעלטענע מדות

הרה"ח ר' אלטר שוחט זל האט דערצייילט אז איין מוצאי שבת קודש ווען מען האט געזונגען דעם זמר אליהו הנביא פאר מלוה מלכה האט דער רבי צוגערופן א יונגערמאן און ער האט גערעדט מיט אים שטילערהייט, דער יונגערמאן איז געווארן רויט און ר' אלטר וואס איז געווען דארטן האט דאס מרגיש געווען, נאך דעם האט ר' אלטר געגאנגען צו דער יונגערמאן און ער האט אים געפרעגט וואס איז געווען ביים רבין און דער יונגערמאן האט זיך פרובירט זיך אויסצודרייען פון ר' אלטר, אבער ר' אלטר לאזט נישט אפ ביז יענער האט נישט קיין ברירה און ער האט אים געזאגט וואס דא איז געווען:

האט ער אים דערציילט די מעשה אז ווען ער און דער רבי זענען נאך געווען יונגע בחורים איז דער רבי געזעצן צווישן די בחורים, און אין יענע תקופה איז געווען א סאך מענטשן וואס האבן געברענגט מתנות פארן רבין און צווישן זיי איז געווען א גאלדענעם זייגער וואס דער רבי האט זייער ליב געהאט און עס איז קיינמאל נישט ארויס פון זיין האנט, דער יונגערמאן -בחור- האט זייער שטארק געוואלט דאס האבן, איינמאל ביי שלש סעודת איז דער רבי געזעצן מיט זיינע חברים און האבן געזונגען זמירות און א יעדע בחור האט אנגעהויבן א צווייטן ניגון, שלש סעודת האט מען געפראוועט ווען עס איז געווען טונקל, האט ער געטראכט אז יעצט איז א שעת הכושר, און ער גייט אוועק נעמען דעם גאלדענעם זייגער, און ער האט אזוי געטאן, ער האט דאס באהאלטן, ווען מען האט אנגעצונדן דעם לעקטער און דער רבי האט מרגיש געווען אז דער זייגער איז נישטא, האט ער אנגעהויבן צו וויינען, און מען זוכט דאס אבער קיינער האט דאס נישט געטראפן, און אזוי איז אריבער די יארן וואס מען האט שוין פארגעסן די מעשה. ווען מען האט אנגעהויבן צו זינגען דעם ניגון פאר אליהו הנביא האט רבי מיר צוגערופן און ער האט מיר דערמאנט וואס איז געווען פאר צען יאר צוריק, אז ביי שלש סעודת אויף דעם זמר הק' יה אכסוף האסטו געזונגען דעם ניגון וואס מען זינגט יעצט פאר אליהו הנביא, וואס דו האסט דעמאלטס אוועק גענומען מיין גאלדענעם זייגער, נאר איך האב דיר נישט געוואלט פארשעמען וועגן דעם האב איך דיר דעמאלטס גארנישט געזאגט.

כי אין שכחה לפני כסא כבודך דער וואס איז דבוק אין כסא הכבוד ביי אים איז נישטא קיין שכחה אזוי פלעגט דער רבי ז"ל ר' יוחנן זצוק"ל אלעמאל זאגן.

א פאר עובדות פון הייליגן צדיק

געשטעלט א בחור אויף די פיס

דער הייליגער פראנקפורטר זיע"א האט זייער מקרב געווען דעם יוגנט: עס איז געווען א עלטערע בחור וואס האט געהאט א טיש אינדערויסן פון שול און פלעגט פארקויפן תשמישי קדושה וכדומה. איין מאל גייט אריבער דער פראנקפורטער און קויפט ביים אים א גארטל און לייגט אראפ 20 רובל וואס איז געווען א גרויסע מטבע, און דער בחור וויל געבן צו פארשטיין דעם רבין אז דאס איז צו פיל געלט אבער דער רבי איז שוין אריין אין שול, און דער בחור ווארט ביז דער רבי וועט ארויס גיין פון שול, און ווען ער זעט דער רבי ארויס גיין פון שול לויפט ער צום רבין און וויל אים צוריק געבען די 20 רובל, פרעגט אים דער הייליגער פראנקפורטר זיע"א צו ער האט שוין געלייגט תפילין היינט? ענטפערט אים ניין! און ערלייגט צו אז פון די בר מצוה האט ער נישט געלייגט תפילין פרעגט אים דער רבי צו ער וויל גיין מיט אים אויף א שפאנציר? און ער איז מסכים. אין מיטן וועג ווען זיי רעדן פון אלע וועלטלעכע זאכן פרעגט אים דער רבי אויף זיין מצב אין אידישקייט! און ער ענטפערט ער איז זייער שוואך. פרעגט אים דער רבי פארוואס ער לייגט נישט תפילין?ענטפערט ער ווייל ער האט פשוט נישט קיין געלטצו קויפן תפילין און ווייל ער איז א יתום האט מען אים נישט געקויפט תפילין ביי זיין בר מצוה, און דער רבי רעדט מיט אים ווייטער און ציט זיין הארץ צו די קדושה ביז דער בחור צוויינט זיך: רבי! איך וויל תשובה טאן! אבער ווי וועל איך באקומען תפילין, האט דער רבי אים גענטפערט אז דו האסט באקומען פון מיר 20 רובל גייט מיט דעם צום סופר און ער וועט דיר געבן א מהודרדיגער פאר תפילין. און האט אזוי געטאן ווי ער האט צוגעזאגט, און דער בחור איז געווארן א ערליכער איד.

דער קארלינער רב האט אמונה אין רבין

הרה"צ ר' אברהם אלימלך מקארלין זיע האט דערציילט אז הגאון ר' דוד פרידמן זצל אב"ד קארלין, איז געווען בידידות מיטן רבין, און דער גאון האט דער רבי זייער שטארק מכבד געווען, איינמאל איז דער גאון קראנק געווארן און מען האט געשיקט רופן א גרויסן פרופסר פון ווארשא וואס די הוצאות זענען געווען גאר גרויס, דער דאקטער האט געזען אז דער גאון איז בגדר סכנות נפשות און ער האט געהייסן אים נישט לאזן טרינקען קיין שום שארפע זאכן מיט אלכוהול, אין יענע צייט איז געווען א חסיד ר' יוסף דוד פון טעליחאן זל וואס ער איז געווען ביים רבי'ן, און דער רבי האט אים געבעטן אז ער זאל פארן צום גאון און אים איבערגעבן א דש און ער שיקט אים וויין וואס ער זאל טרינקן, ווען ער איז אנגעקומען צום גאון, האט ער געטראפן די קינדער וואס זענען זיך מייעץ מיט'ן פרופסר, ווען ר' יוסף דוד קומט אריין צו איבערגעגעבן א דש פון רבי'ן האט דער גאון אים געבעטן אריין קןמען צו אים, און ער האט איבערגעגעבן פאר'ן גאון א ד"ש פון רבין און אויך די פלאש וויין, און דער גאון האט באפוילן אז מען זאל אים אנגיסן פון דעם וויין, ווען די קינדער האבן דאס געהערט זענען זיי אריין געגאנגען און געבעטן אז ער זאל נישט טרינקען, ווייל דאס איז סכנת נפשות פאר אים. האט דער גאון זיי מבטיח געווען אז עס וועט גארנישט געשעהן און ער האט זיי געזאגט אויב דער רבי האט מיר געשיקט אז איך זאל דאס טרינקען וועט מיר גארנישט שאטן. און ער האט געמאכט א ברכה און געטרונקען די וויין וואס דער רבי האט אים געשיקט. האט אויסגעפירט דער הייליגער קארלינער זיע"א אז דאס איז אפגערעדט אז דער רב האט באקומען א רפואה!! און דאס איז נישט קיין חידוש ווייל די אמונה וואס דער גאון האט געהאט אז די וויין וועט אים אויסהיילן, האט טאקע געהאלפן, אבער דער גרעסטער חידוש איז: אז אזא גרויסער גדול זאל האבן אזא אמונה פשוטה אין טאט'ן.

געראטעוועט פון א הארבן שטראף

עס איז געווען א סאלדאט פון אונזערע חסידים וואס איז געווען צוזאמען מיט א גויאישע סאלדאט און זיי האבן געהאט א שליחות איבער צוגעבן 2000 רובל צו א גרויסן גענעראל, און ווען זיי זענען געווען אין א קרעטשמע זיך אפצורוען האט דער גוי צוגענומען האלב פון די געלט און איז אנטלאפן. דער איד ווייסט נישט וואס צו טאן, ווייל יעצט וועט מען זאגן אז ער האט דאס געגנבעט און וועט באקומען א הארבן שטראף. ער איז געווען נישט ווייט פון סטאלין און איז מחליט ער גייט אריין צום רבי'ן, דער רבי הערט אים אויס און זאגט אים זייער שטרענג אין רוסיש: עס וועט דיר גארנישט העלפן דו מוזט זיצן. און הייסט אים ארויס גיין פון צימער! דער חסיד ווערט אינגאנצן צומישט און גייט ארויס, און טראכט ביי זיך ווי וועט ער אויסהאלטן אין א תפיסה פון די ארמיי. אידישקייט און די פייניגען וכו' און אזוי טראכטנדיג טרעפט ער א פאר חסידים וואס זעען זיין זארג, און ער דערציילט זיי וואס איז געשען, און וואס דער רבי האט געזאגט, האט איינע זיך אנגערופן דער רבי האט נישט געזאגט וואו דו דארפסט זיצן. זיץ דא אין סטאלין. און אזוי איז געווען! דארטן איז ער געבליבן א האלב יאר ווען דער רבי קוקט אים נישט אן די גאנצע צייט. נאך א האלב יאר רופט אים אריין דער רבי און פרעגט אים וואס טוסט דו דא? און זאגט אים פאר שוין צום גענעראל, און דער אויבערשטער וועט העלפן, און אזוי טוט ער און לויפט צו חאפן די באן. און ווען ער קומט אן צום גענעראל אין שטוב דערציילט מען אים אז דער גענעראל שפילט קארטן אין שענק און אז דער גענעראל האט פארלוירן זייער אסאך געלט און ער דארף האבן נאך געלט צו ווייטער שפילן, רופט זיך אן דער חסיד אז ער האט געלט פארן גענעראל, רופט אים אריין דער גענעראל, און מיט פרייד איז ער מקבל פנים, און דער חסיד דערציילט אז ער האט געלט פארן גענעראל און ער וויל דאס איבערגעבן אבער ער דארף האבן א קבלה אז ער האט איבערגעגעבן די געלט, דער גענעראל איז געווען פארשיכורט און געהייסן אים געבן א קבלה אויף די 2000 רובל און דער גענעראל האט דאס אריינגעלייגט צו שפילן זיין קארטן, און ער האט אלעס פארלוירן און נאך דעם האט ער גענומען זיין לעבן און אזוי איז דער חסיד געווארן פריי.

דערציילט א מעשה און געזען א ישועה

החסיד ר' אלטר שוחט זל האט דערציילט אז עס איז געווען א חסיד ר' אלעזר פון א שטאט רציצא וואס זיין מצב פון געלט איז געווארן זייער געדריקט און זיין ווייב האט אים געשטופט צו גיין צום רבין און די השגחה פרטית האט געפירט אז דער הייליגער פראנקפורטר זיע"א איז אנגעקומען אין רציצא און באזוכט ר' אלעזר אין שטוב, גייט צום זיין ווייב און גיסט אויס איר הארץ פארן רבין, האט דער רבי דערציילט א מעשה און דערנאך האט ער זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צום ספרים שאנק און ארויס גענומען א ספר וואס מען האט נישט געזעהן אנגעשריבן וואס דער ספר איז. און דער רבי מישט אויף א פלאץ און לייגט אריין א סימן און זאגט צו ר' אלעזר דא אין ספר וועסטו טרעפן וואס דו דארפסט, ווען דער הייליגער פראנקפורטר איז ארויס האט רא געעפענט דעם ספר און זעט וואס עס שטייט: אז א חסיד איז געקומען צום הייליגן ריזינער זיעא און האט אויסגעגאסן זיין הארץ האט אים דער הייליגער ריזינער דערציילט א מעשה , און נאך דעם מעשה פרעגט אים דער חסיד זיין בקשה ענטפערט אים דער הייליגער ריזינער, דיין בקשה האט מען שוין געענטפערט. האט ר' אלטר שוחט אויסגעפירט די זעלבע זאך האט זיך דא אפגעשפילט מיט ר' אלעזר און איז געהאלפן געווארן.

מחזיר געווען בתשובה דורך א טאנץ

ווען דער רבי איז געקומען אין שטאט זלאטיפול אויף די חתונה פון זיין זון הרה"ק ר' אברהם אלימלך מיט די טאכטער פון הרה"ק ר' מרדכי יוסף מזלאטיפול - בן הרה"ק ר' דוד מזלאטיפול- חותנו של הרהצ ר' ישראל מסטאלין זיעא- בן הרה"ק ר' יוחנן מרחמאסטריווקא - האט ער באגעגענט אן עושר וואסמען האט געזען אויף אים אז ער איז נישט קיין ערליכע מענטש, דער רבי האט גערעדט מיט אים זייער לאנג, און האט אים זייער מקרב געווען, דער עושר האט איינגעלאדנט דער רבין צו קומען צו אים, און דער רבי האט דאס אנגענומען, און איז געגאנגען, דארטן מיטן רבין זענען געווען א פאר מענטשן פון שטאט זלאטיפול וואס האבן זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן גארנישט עסן דארטן, דער בעל הבית האט אנגעגרייט אלע מיני מאכלים פארן רבי'ן אבער ער האט גארנישט טועם געווען נאר האט זייער געלויבט די עסן און האט געזאגט אז עס וועט זיין גוט פאר זיינע מענטשן און האט געהייסן די מנגנים זינגן א לעבעדיגע טאנץ, און דער רבי נעמט אריין דער עושר און טאנצט מיט אים אליין א שטיק צייט. דער גאנצע ענין איז געווען א פלא פאר די מענטשן וואס האבן געקענט דעם עושר. נאך א שטיק צייט האבן זיי געזען דעם עושר אין סטאלין ביים רבי'ן און ער האט פארברענגט א גאר לאנגע צייט ביים רבין, און א שטיק צייט שפעטער האט מען אים געזען ארויסקומען פון שטוב פון רבין און ער וויינט מיט א יארמליכע וויין און קען נישט אויפהערן צו וויינען ביז א שטיק צייט שפעטער, ביים רבין אין שטוב האט ער חרטה געהאט אויף זיינע מעשים און דער רבי האט אים מייעץ געווען אז ער זאל אפלאזן זיין ווייב און ער איז געווארן א בעל תשובה גמור.

געזען די מחשבה פון א חסיד

הרהח ר' הירש קרייניקער ז"ל האט דערציילט אז אויף ראש השנה תרלג דאס איז די איינציגסטע יאר וואס אדמוהצ רבי אשר השני מסטאלין האט געפירט( איז אנגעקומען קיין סטאלין בערך 2000 מענטשן און מען האט געבויט א גרויסע און א הויכע סוכה פאר דעם גרויסן עולם, די נאכט פון ראש השנה ווען דער יונגער רבי האט זיך צוגעגרייט צו מאכן קידוש און ער האט שוין געהאלטן די כוס אין זיין האנט און לייגט אוועק דעם כוס, און זעצט זיך אראפ, און קוקט אויף א געוויסע ווינקל אין דער הויך, און איז מרמז אויף איינעם אז ער זאל אראפקומען צו אים, ווען דער יונגערמאן איז צוגעקומען צום רבין, זאגט אים דעם רבי ,בזה הלשון: פון דעם אליין קענסטו וויסן אז ס'איז דא א גא-ט אויף דער וועלט, אז מיר ווייסן וואס דו טראכסט. ווייל דער יונגערמאן האט געהאט ספיקות אין אמונה.
(פרי ישע אהרן דף ש"צ געהערט פון ר' הירש קרייניקער און פון הרה"צ ר' אברהם אלימלך מגראדזיסק צוק"ל)

מיט כח הנגינה מחזיר געווען בתשובה

דער רבי איז געווען געבענטשט מיט א זעלטענע כח הנגינה. ער מיט די הייליגע קינדער פלעגן שפילן צוזאמען אלע מוצאי שבת און מען האט געקענט אויסגיין פון מתיקות. ער האט געהאט א שטארקן חוש צוצופאסטן א טון. און דורך דעם האט ער צוריק געברעגט א חסיד מיטן נאמן בצלאל בוקצין פון טורוב. דער בצלאל האט אויך געהאט א חוש אין נגינה און איז געפארן קיין פטרבורג זיך צו לערנען נגינה, און איז געווארן א גרויסער מלחין, און אזוי צוביסלאך איז ער אראפ פון וועג., איינמאל איז געווען א יומא דפגרא און ער איז געגאנעגען באזוכן זיינע עלטערן אין שטאט טורוב, האט דער רבי געשיקט א שליח צו בצלאל אז ער וויל רעדן מיט אים, קודם האט ער נישט געוואלט גיין אבער נאך דעם וואס דער רבי און זיינע עלטערן האבן אים געבעטן איז ער געאגנגען קיין סטאלין, און דער רבי האט זיך פארשפארט מיט אים בערך א האלבע שעה, די חסידים וואס זענען דארטן געווען, האבן געוואוסט פארוואס ער איז געקומען און האבן געווארט צו זעהן וואס וועט זיין די תוצאה פונעם שמועס. האבן זיי געהערט ווי זיי שפילן אינעווייניג און צום סוף האבן זיי געהערט ווי ביידע זענען זיך משתתף מיט א נייע ניגון וואס ר' בצלאל האט מחבר געווען. און אזוי איז בצלאל געווארן א חסיד פון רבין, און מחבר געווען אסאך ניגונים פארן רבין. אגב איז אויך געווען נאך מלחינים ביים רבין: ר' יעקב טעליחאנער, ר' יוסי'ל טאלנר, ר' צדוק זאמדווייס פון ברעזניץ, ר' ישראל יהודה קולא פון קאברין און ר' יוסי'ל הורודוקר, וואס האבן מחבר געווען ניגונים אין הויף פון רבין. וואס יעדן ראש השנה האט מען מחבר געווען נייע ניגונים אויף היום הרת עולם און א מארטש אויף ויאתיו אין מוסף. און אויך א נייעם טאנץ ניגון, און אזוי אויף יום כיפור האט מען געדארפט א נייע ניגון אויף כי אנו עמך און אויף אנעים זמירות. און די מנגנים האבן די ניגונים צוגעשטעלט אלע יאר פארן רבין. עס איז געווען א חסיד וואס האט געהייסן פסח קולקי ער האט געהאט צו טאן מיט די פיס. וואס דער רבי פלעגט שפילן דעם פידל מיט אים, ווייל ער איז געווען א מומחה, און דער רבי פלעגט אים שיקן אין פארשידינע פלעצער און דורך זיין שפילן האט ער מחזיר בתשובה געווען אסאך מענטשן.