לדלג לתוכן

פרדס יהודה בלעטל ראש השנה תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרדס יהודה בלעטל ראש השנה תש"ע --- פרדס יהודה בלעטל ראש השנה תש"ע המשך --- צוריק צו פרדס יהודה


ראש השנה תש"ע

חודש תשרי איז מטהר

תשרי מיט די נקודות איז בגימטריא תתק"ס, אזוי ווי די תתק"ס לוגין פון א מקוה. און די מנין פון די שעות פון חודש תשרי איז אויך תתק"ס, צו מרמז זיין, אזוי ווי מקוה מטהר את הטמאים, אזוי איז חודש תשרי מטהר את הטמאים.
(בני יששכר מאמר א')

לעשות רצון אביך שבשמים

שנהיה לראש ולא לזנב: שטייט פון הייליגן דזיקובער זיע"א אז לרא"ש איז נוטריקון ל'עשות ר'צון א'ביך ש'בשמים. דאס איז דער המשך ולא לזנב, וואס זנב איז מרומז אויפן יצר הרע ווי עס שטייט ויזנב בך כל הנחשלים וגו' אז אויב מען וועט טאן דעם רצון פון אבינו שבשמים וועט זיין ולא לזנב ווייל דער אויברשטער וועט דיר היטן פון יצה"ר.
(ייטב לב במדבר)

אוכלין תפוח בדבש

תפוח איז בגימטריא פר"ו ורב"ו. דבש איז בגימטריא אש"ה. צו מרמז זיין וואס עס שטייט און ספרים אז אין ראש השנה איז א סגולה אז עקרות זאלן געהאלפן ווערן מיט קינדער.
(אמרי נועם ח"ב ליקוטים)

אוכלין תפוח בדבש

דב"ש = 306, איז בגימטריא א"ב הרחמ"ן 306 דעריבער זאל מען אריין לייגן די האניג אין מויל פאר די חלה.
(ר' פנחס מקאריץ)

דב"ש איז אויך גימט' צורי. און אויך גימט' כפור, ווייל דעם חודש איז דער באשעפער - צורי - מוחל אונזערע עוונת - כפור- איז וועגן דעם טינקט מען איין חלה אין דבש ביז נאך די עבודה פון שמחת תורה, ווייל אלעס איז געבונדן אין דעם אתה הראת פון שמחת תורה. ווי עס שטייט אין ספרים הק' אז די גאנצע עבודה פון רה יוכ און סוכות איז כדי צו קומען צו אתה הראת.
(שמח זבולון- המו"ל)

חטא איז בגימטריא חטא

מען עסט נישט אגוזים אין ר"ה ווייל אגו"ז איז בגימטריא חטא (פוסקים) זאגט דער הייליגע רמ"מ מקאצק זיע"א אז מען זאל נישט פארגעסן אז חטא איז אויך בגימטריא חטא מען זאל זיין נזהר אויך פון חטא.
(אות אמת)

דורך שופר ווערט רחמים

עלה אלקים בתרועה ה' בקול שופר: אלקים איז דאך מדת הדין אבער דורך תקיעת שופר גייט אוועק די מדת הדין און דורך שופר קומט הוי', מדת הרחמים . דאס הייסט אז דער אויבערשטער זיצט אויפן כסא הדין און שטייט אויף פון כסא הדין און זיצט אויף כסא הרחמים. איז דאס מיינט עלה אלקים , מדת הדין, בתרועה. ה', מדת הרחמים, בקול שופר, דורך שופר ווערט רחמים.
(בית אהרן נצבים)

תשובה נאר מיט שמחה

מען קען נאר מקבל זיין דעם הייליגן טאג ראש השנה נאר מיט שמחה און ישוב הדעת, ווייל דורך שמחה איז דער מוח קלאר און מען קען נאר טאן תשובה מיט א קלארע מוח.
(בית אהרן לרה)

התפלה בר"ה שיתגדל ויתקדש שמיה רבא

דער עיקר התפלה אין ימים נוראים איז שיתגדל ויתקדש שמיה רבא אזוי שטייט אין תקוני זוהר תיקון ו' און אויך אז דער כסא זאל זיין גאנץ. דער הייליגע מהרש"א איז מסביר דעם פסוק: כי בחר ה' בציון אוה למושב לו (תהלים קל"ב י"ג) או"ה איז די אותיות א' פון כסא, און ו"ה פון שם הוי,' אזוי ווי עס שטייט אין סוף פרשת בשלח: כי יד על כס י"ה וואס דורך עמלק פעלט א א' פון כסא ווערט כס, און ו"ה פון הוי' וואס ווערט י"ה, און עמידה איז א לשון פון תפילה אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות כו.) פון פסוק ויעמוד פנחס ויפלל: (תהלים קו' ל') און דאס מיינט דער פסוק אך אם יו"ם או יומים יעמו"ד, אויב א מענטש איז מתפלל נאר אין די הייליגע טעג, איז לא יוקם, ווערט דער אויבערשטער נישט נקמה נעמען, נאר בתנאי כי כספו הוא: דער עיקר איז מען זאל גלוסטן אויף די אותיות – הו"א- וואס דורך אונזערע חטאים איז כסא און הוי' געווארן כ"ס און י"ה, וואס דער אויבערשטנ'ס נאמען ווערט ווערט גרויס, וועט זיין כס"א און הוי'.
(ויגד יעקב פאפא)

יום הדין חודש תשרי

בראש השנה כל באי עולם עוברין לפניו כבני מרון (ר"ה פ"א מ"ב) דארף מען פארשטיין פארוואס האט מען קובע געווען חודש תשרי אלץ א יום הדין און נישט א אנדערע חודש? נאר דאס איז לטובת די אידן ווייל פאר חודש תשרי איז די צייט וואס מען זאמעלט איין די פירות און מען גיט צו די עניים לקט שכחה ופאה, און ווען דער אויבערשטער זיצט צו דן זיין די וועלט איז ער דעמאלטס דן די אידן במדת הרחמים ווייל די כח פון מתנת עניים איז מהפך מדין הדין צו רחמים.
(פרשת דרכים למשנה למלך)

ראש השנה שחל להיות בשבת

יום טוב של ראש השנה שחל להיות בשבת דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט יום טוב של ראש השנה. און נישט פשוט, ר"ה שחל בשבת? נאר אין ראש השנה דארף מען אנקומען צו שופר צו ממתיק זיין די דינים און מעורר רחמים זיין אויף כלל ישראל, אבער שבת קודש איז ממתיק דינים און איז מעורר רחמים, דעריבער שטייט יום טוב: עס איז א יו"ט אויב ר"ה פאלט אויס אין שבת ווייל די קדשת שבת טוט אלעס פאר אונז.
(ר' חנוך אלכסנדר)

זיין אפי' א רגע ביים צדיק

עס איז אמאל געפארן א חסיד אויף ר"ה צום הייליגן סטרעליסקער זיע"א, און ווען ער איז אנגעקומען, שיקט אים דער רבי אהיים אז היות זיין ווייב ווארט א קינד, זאגט דער חסיד אז ער האט זיך אזוי שטארק געפלאגט צו קומען און עס איז א לאנגער וועג און יעצט שיקט אים דער רבי אהיים! און ער וועט נישט קענען זיין ר"ה ביים רבין. האט אים דער רבי געזאגט: אז ביי מיר איז נישט קיין חילוק פון ראש השנה און שבת פון א גאנץ יאר, אויב דער אויברשטער העלפט מיר איז מיין דאווענען אין שבת אזוי ווי ראש השנה, און אויך א מאל איז גענוג צו זיין א פאר מינוט ביים רבין און מיט דעם פועל'ט מען וואס מען דארף. אין דער רבי שטעלט צו די גמרא פון בר בי רב וואס איז געפארן 6 חדשים צו זיין רבי און 6 חדשים איז ער צוריק געפארן און געבליבן נאר איין טאג ביים רבין. זעט מען אז דער בר בי רב האט פארשטאנען אז עס איז כדאי צו פארן 6 חדשים און צוריק פארן 6 חדשים , ווייל ער האט געוואוסט אז אין דעם איין טאג קען ער פויעלן וואס ער דארף, און זיין פלאגן זיך מיט א לאנגע נסיעה איז אלעס כדאי פאר דעם איין טאג. האט דער חסיד פארשטאנען די כוונה פון הייליגן סטרעליסקער און האט זיך געזעגנט מיטן רבין און איז אהיים געפארן אויף ר"ה.
(אמרי קודש)


מדור העובדות עפעס ארויסלערנען

געטרונקען לחיים און געבליבן לעבן

הרה"ח ר' משה אהרן פון פערליק האט דערציילט א חסיד וואס פלעגט פארן יעדן יאר צום חוזה מלובלין אויף ראש השנה. איין יאר ווען ער איז אנגעקומען צום רבין האט אים דער רבי אהיים געשיקט און געזעגנט זיך פון אים, דער חסיד האט זיך זייער דערשראקן ווייל אלע יארן פארט ער צום רבין און פארוואס שיקט אים דער רבי יעצט אהיים? און ער האט זיך שטארק פארזארגט אבער ער געזעגנט זיך פון רבין און פארט אהיים, אויפן וועג אהיים איז ער אריין אין א קרעטשמע וואס דארטן זענען געווען חסידים וואס זענען געפארן צום רבין פון לובלין. און ער גיסט אויס זיין הארץ פאר די חסידים, פארוואס דער רבי שיקט אים אהיים. די חסידים האבן זיך געזעצט צו א נאכטמאל מיט א חסידישע פארברענגען און זיי נעמען ארויס בראנפן און טרינקען לחיים מיט א ליבשאפט און ווינטשן דעם חסיד מיט א געזונטער יאר, און אין דער פרי רעדן זיי אים איין אז ער זאל מיט פארן מיט זיי צום רבין, און זיי וועלן שוין ממליץ זיין אויף אים פאר'ן רבין. און אזוי איז געווען. זיי קומען אן צום רבין און געבן שלום צום רבין און אויך דער חסיד גיט שלום און דער רבי זאגט אים גארנישט. און האט נישט קיין קפידא פארוואס ער איז צוריק. און פארקערט מען האט דארקענט אויפן רבין אז ער איז צופרידן אז דער חסיד איז צוריק געקומען אויף ראש השנה. און עס ווערט שטיל און דער הייליגער חוזה רופט זיך אן: יעצט איז מיר פארשטענדליך דער מדרש כשישראל יושבים ביחד ושותים לחיים הקבה מוחל להם את עוונתיהם ע"כ. זאגט דער רבי איך האב געזען ווי דינים זענען שורה אויף דעם חסיד און עס איז נגזר געווארן אויף אים, אז ער זאל אוועק גיין פון די וועלט דאס קומענדיגע יאר. און איך האב נישט געקענט מבטל זיין די גזירה. דעריבער האב איך אים געהייסן אהיים פארן, אבער יעצט זעה איך אז צוליב די חסידים וואס האט געזעצן מיט ליבשאפט און געטרונקען לחיים, האבן זיי ממתיק געווען די דינים פון דעם חסיד און די גזירה איז בטל געווארן. נאך דעם האט ממשיך געווען דער הייליגער חוזה: אז מען קען געבן א טעם צום מדרש פארוואס דורך לחיים איז דא מחילת עוונות. ווייל אין זכרינו לחיים וכו' איז דא 10 ווערטער, ווייל אלקים חיים איז איין ווארט באמת. וואס דער אויבערשטער איז אלקים חיים אויף אייביג. קומט אויס אז די ווערטער זכרינו לחיים וכו' איז אנקעגן די עשרת ימי תשובה, און דער לעצטער ווארט אלקים חיים גייט ארויף אויף יום כיפור, וואס דאס איז א יום סליחה ומחילה. און אלקים איז בגימט' פ"ו כמנים כו"ס, איז דורך טרינקען לחיים איז דא סליחה ומחילה אזוי ווי ביי יום כיפור עכ דברי החוזה מלובלין. דער זעלבער ענין ווערט אויך געברענגט אין ספר שבחי צדיקים בשם הרה"ק ר' יהודה צבי מראזדיל זיע"א צו מפרש זיין די מדרש, און ער שטעלט צו אויך דעם ענין פון כו"ס וואס דאס איז גורם צו מחילת עוונות, אזוי ווי ביי יום כיפור.
(ספר סיפורי צדיקים)