נטרונא גליון ב אלול תשס"ז ב
נטרונא גליון ב אלול תשס"ז א - - נטרונא גליון ב אלול תשס"ז ב - - צוריק צו נטרונא בלעטל
אין די לעצטע צייטן האבן די פרומע זיך היפש צולאזט און זוכן זיך אריינצובאקומען ווי מער צווישן די ציוניסטישע פירער, ווען די רעליגיעזע פירער פון די מתנחלים פארטייען האבן געווינען 23 פראצענט פון די "ליכוד פארטיי", ווען נתניהו שר"י ציטערט אויב דער ליכוד וועט נישט טראגן קיין "פרומען און עקסטרעמען אויסזען"... נאכדעם ווי די פרומע זענען נאך ליידער גרעסערע ציונים ווי די ציונים אליינס...
אין א צווייטרע מעלדונג ווערט גאר איבערגעגעבן אז האלב פון די אפיצירן פון די טריפה'נער צה"ל זענען גאר "פרומע"...
ווידער איז געמאלדן געווארן, אז אינעם טראסק צו פראווענען דער "זעכציגסטער יום העצמאות" איז איינגעשפאנט געווארן היי יאר א "פרומער איד" דער פירער פונעם ארגאן "בקהילה", אין דער צייט וואס די פרייע זענען מער אנגעווייטאגט אויפן גאנצן הילוך החיים פון די מדינה, זענען אבער די פרומע וועלכע געבן נישט אויף... רח"ל, ווען אלעס ווערט מלובש מיט א תירוץ, ווי דער זילבערשלאג דער רעדאקטער פון "בקהלה" האט דערקלערט: "דאס וואס איך נעם אנטייל אין די קאמיטע מיינט נישט אז איך בין א ציוניסט," זאגט זילבערשלאג. "מיין ראלע איז צוברענגן א ביסל אידישקייט צו דער חגא (!...) חוץ פון דעם, גוטע זאכן זענען דאך אויך ארויסגעקומען פון מדינת ישראל (!...). עס איז קיין מאל נישט געווען אזוי פיל אידן וואס קענען זיצן און לערנען תורה (?)"
נטרונא האט דערויף רעאגירט אין זייער וועבסייט, ווען זיי דערקלערן קבל כל העולם כולו: תורה אידן וועלכער פאלגן די גדולים האבן אן אנדערע דעה. מיר זעען א אידישע מדינה בכל אופן שהוא ווי א טראגעדיא, ווייל דער תורה אסר'ט איר עקזיסטענץ... און אלע לימוד התורה און אנדערע מצות וואס ווערט ערמעגליכט דורך די מרכה פון די טריפה'נער מדינה איז א "מצוה הבאה בעבירה". די גמרא זאגט )סוכה ל.( אז טאמער א איד גנב'ט א לולב און טוט מיט דעם די מצוה, איז דער אייבערשטער נישט צופרידן מיט זיין מצוה. אמת'ע לימוד התורה איז נאר מעגליך ווען עס נעמט נישט קיין תמיכה פון די מדינת הציונים, און מען לערנט אויף ערד וואס מ'האט א רעכט צו נוצן, נישט ערד וואס איז גענומען געווארן דורך מלחמה האסורה ע"פ תורה. די חז"ל זאגן אז אויב איינער לערנט תורה אין א הויז וואס אפילו נאר "איין נאגל" דערפון איז געגנב'ט, איז זיין מצוה נישט אנגענומען....
טעג וואס מיר קוקט ארויס אויף רחמים וחסדים ושנת גאולה וישועה, און מיר ערוועקען דעם זכות פון רביה"ק עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, לאמיר זיכער מאכן אז זיין פייער'ל זאל ווייטער טוליען, די פייערדיגע תורות, און די הייליגע ספרים, זאל האבן
א המשכה און א קיום בעזהשי"ת.לכבוד ידידינו היקר הי"ו עס ווייסט יעדער, עס ברענט א פייער... עס ברענט א שרעקליך פייער פון מינות און כפירה אויף דער וועלט, א פייער פון טומאה און זוהמא דורך די רשעי ישראל הציונים ימ"ש.
עס ברענט א פארכטיגער פייער פון שנאת ישראל אויף די גאנץ וועלט אדאנק די אומאויפהערליכע שרעקליכע אקטיוויטעיטן פון די ציונים זיך צו הייבן די קעפ בעזות נוראה אקעגן די אומות העולם די בכל אתר.
עס ברענט א געפארפולער פייער פון סכנת נפשות ממש אומעטום ווי עס געפינען זיך אידישע קינדער צוליב דעם חמת האומות וועלכע קענען נישט און ווילן נישט אראפשלינגען די אומבויגזאמע חוצפה באוועגונג פון די ציונים...
עס ברענט נעביך א הימלישער פייער פון חרון אף אויף די ביטערע ממשלת הכפירה און די אלע פינסטערע נאכשלעפער וועלכע העלפן צו אויסצורייסן אורייתא, קודשא בריך הוא און ישראל, רחמנא ליצלן... אבער דערקעגן... זה לעומת זה...
עס ברענט א קאכעדיגער פייער פון הארצעסעניש און ווייטאג עד דכדוכה של נפש ביי די פילע טויזנטער אידישע קינדער וועלכע שטייען אומבאהאלפן אקעגן די פאררעטערישע מעשה הציונים וועלכע פראבירן מיט אומרעכט צו פארטרעטן כלל ישראל צו יעדע געלעגנהייט.
עס ברענט א הייליגער פייער פון די ריינע אויסגעהאלטענע אמונה איינגעפלאנצט ביי אונז אין די הערצער אויסציווארטן די גאולה שלימה און נישט חלילה האבן קיין מינדעסטע נאנטקייט מיט די מרידה במלכות שמים...
עס ברענט א העלישער פייער פון די הייליגע צדיקי אמת זי"ע וועלכע האבן אונז אלע געלערנט דעם דרך האמת מיט א ברענענדיגע שנאה עמוקה צו די רשעים ארורים... אצינד ברענט שוין אויך א פלאמעדיגער פייער... ברוך השם...
וואס דרייעט איבער וועלטן ביי די אומות העולם און ביי אידישע קינדער אויסצושרייען דעם אמת אז כלל ישראל שטייט אינגאנצן אפגעזונדערט פון די כת הציונים הארורים ימ"ש וועלכע זענען דורכאויס כנגד התורה הק' און טוען בלויז שעדיגן און אריינשטעלן אין סכנה אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם... טייערע ברודער, דער ברענענדיגער פייער קאכט און פלאמט, עס איז אומגלויבליך די סייעתא דשמיא וואס באגלייט אויף טריט און שריט, אז אין די קורצע צייט זאל מען בעזרת השם אויפטוהן אזויפיל אין דעם געביט, אז דער אפקלאנג זאל שוין זיין אזוי מעכטיג און קלינגעדיג, לתכלית הנרצה.
אבער טייערע אידישע קינדער, שלומי אמוני ישראל, די אלע אקטיוויטעיטן און געבענטשטע שריט קאסט אפ שווערע געלטער, דער הייליג פייער טאר חלילה נישט פארלאשן ווערן, מיט דעם פייער פארברענט מען די אלע אנדערע שרעקליכע פארכטיגע גרויזאמע געפארפולע פייערן און מען שטילט אפ בפועל ממש דעם שנאת ישראל וואס פלאקערט אויף די גאנצע וועלט און דעם חרון אף אויבן אין הימל, ווי כ"ק מרן רבינו הק' מסאטמאר זי"ע און אנדערע צדיקי אמת זי"ע האבן אונז אלעמאל געלערנט און געפאדערט.
אח יקר, הייליגער אידישער ברודער, די אלע וועלכע האבן דאס מינדעסטע געפיל צו טוהן עפעס פאר כבוד שמים און צו ראטעווען אידישע קינדער, מיר בעטן אייך ברחמים, בכל לשון של בקשה, נעמט א חלק בסיוע שיש בה ממש, העלפט אונז אנגיין מיט די הייליגע העלדישע ארבייט, די רעזולטאטן זענען אומגלויבליך, כה יוסיף השם להלאה. געדענקט, וואס מער אייער נתינה, אלס מער די מעגליכקייט צו טוהן אונזער פליכט און שטילן די שרעקליכע פייער!
ויהי היום ראש השנה הוה ויבאו בני האלקים להתיצב על ה', אלין ב"ד רברבא בני האלקים ודאי בנוי דמלכא קריבין לגביה, ואינון שבעין ממנן דסחרין תדירא למלכא ואינון חתכין דינא על עלמא, להתיצב על ה', וכי על ה' קיימי, אלא בשעתא דאלין קיימי על דינא, דינא קדמאה דכלא ביה מאן הוא דלא יוקיר לשמא דקודשא בריך הוא ודלא יוקיר לאורייתא ולעבדוי, אוף הכי מאן הוא דלא חייש על יקרא דשמא קדישא דלא יתחלל בארעא מאן הוא דלא חייש ליקריה דקודשא בריך הוא מאן הוא דלא שוי יקר לשמא דא (זוהר הקדוש במדבר רלא ע"א).
ועוד יש עון והוא עון חילול השם, שהתשובה ויסורים תולים ומיתה ממרקת, כמו שנאמר (ישעיה כב, יד): אם יכופר העון הזה לכם עד תמותון. והנה כאשר האדם משתדל לתמוך בעד האמת, ויעזור אחריה ויתעורר בדבריה, והופיע אורו לעיני בני עמו, ויחזק ידי אנשי האמת ונשא ראשם, וכתות השקר ישפילם יגיעם עד עפר, הנה אלה דרכי קידוש ה' והוד והדר לאמונתו ועבודתו בעולם, ועוז ותפארת במקדש תורתו, על כן בהרבות פעליו לקדש את ה' ולעודד האמת להכין אותו ולסעדו, ונסלח לו מעון החילול עם התשובה בשומו האמת לעומת אשמת החילול, מדת תשובתו נגד מדת משובתו. זה ביאור "בחסד ואמת יכופר עון". (ר"י שערי תשובה, שער ראשון ס"ק מ"ז).
... "אין ספק כי המחאה העולמית קידשה ברבים את שם ה' הגדול והנורא, וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עלינו, והיהדות החרדית עוד לבה רד עם אל, קידוש ש"ש זה המתיק את הדינין והסירה חרון האף במדה גדולה, ועלינו להודות ולהלל לכל החרדים בעיה"ק אשר קידשו שם ה' ברבים ועמדו על המשמר במסירת נפש להגן על קדושת ירושלים, והערו נפשם למען שמירת טהרתה, ונתנו גיוויהם למכים ולחייהם למורטים, וירדו לבית הכלא למען כבוד שמו ית"ש, וכך נתפרסם בעולם כולו כי אלקיהם של אלו שונא זימה, ובזה סר מר הקטרוג הנורא שלא יאמר הותרה הרצועה ומדשתקי רבנן וכו', ועל זרע ברך אלה אשר קידשו שם ה' תפארתינו ונחמתינו, ועל כגון דנא נאמר "השיב את חמתי מעל בני ישראל בקנאו את קנאתי בתוכם ולא כליתי את בני ישראל בקנאתי".
וזכות מיוחד עמד להם להיראים וחרדים בחו"ל אשר לא עמדו מרחוק בימי עברה וזעם, ובאו לעזרת ה' בגבורים, ולא זזו ידם מתוך ידיהם של גבורי כח בעיה"ק, לעמוד לעזרתם ולימינם, וחלק כחלק ניהלו את המערכה בקדושה וטהרה, זכיתם אתם לקדש את השם ית"ש יש שכר לפעולתכם בזה ובבא". (כ"כ רבינו זיע"א במכתב ברכת השנה להעדה החרדית) לקראת שנה תשי"ט (אחרי ההפגנה בעיר וואשינגטאן).
...איבערדעם טאר מען זיך נישט ממהר זיין, האט מען באשוואוירן, אז מ'טאר זיך נישט אליין נעמען קיין גאולה, ווארן איין באשעפער איז נאר וואס ער זעהט, ער ווייסט ווען דער זמן איז, דארף מען נישט אויסצורעכענען חלילה אז מ'נעמט זיך אליין, אז מ'איז דוחק הקץ, מ'נעמט זיך אליין א באפרייאונג, וואס די גמרא זאגט אויף דעם, אז חלילה אני מתיר את בשכרכם, בעוונינו הרבנים, אזוי איז עס געווען, אוי וויי! יודען זענען הפקר געווען און היצט אויך נאך בעוה"ר, אפשר אז מ'וועט עפעס טוהן, מיט א שטיקל מחאה וועט מען מסיר זיין דעם חרון אף, אז יודיש בלוט זאל נישט זיין אזוי הפקר פון אלע שונאים פון די אויסנווייניגסטע און פון די אינעווייניגסטע, און מ'וועט מציל זיין יודען פון הריגות, טאקע מיט דעם כח, מ'זאל מוחה זיין אויף די וואס טוהן כנגד דעם רצון הבורא, וואס מ'איז מכעיס דעם בורא עולם, וואס דער בורא כל עולמים האט אזוי מזהיר געווען, מ'זאל די זכיה האבן מ'זאל זיין דבוק אין בורא כל עולמים, מ'זאל גיין אין דרך האמת (ס"ג בשלח תשט"ו).
מקורות
[רעדאַקטירן]נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות