לדלג לתוכן

נטרונא גליון ב אלול תשס"ז א

פֿון װיקיביבליאָטעק

נטרונא גליון ב אלול תשס"ז א - - נטרונא גליון ב אלול תשס"ז ב - - צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
לאנג ערוואטערטער און העכסט געלונגענער ספר "אפס בלתך גואלינו" ווערט אויפגענומען ביים יהדות החרדית מיט גרויס שפאנונג
רצון צדיק פון כ"ק מרן הקוה"ט מסאטמאר זי"ע ענדליך אויסגעפירט געווארן דורך "נטרונא" אין די טעג פון ערב ראש השנה די זעלבע צייט פון ערשיינונג פונעם ערשטן באנד "ויואל משה"

אין די טעג ווען דער כלל ישראל איבעראל גרייטן זיך צו די הייליגע טעג, מען זוכט זיך זכותים מיט וואס מעורר צו זיין די מליצה ישרה, אויף אויסצובעטן זיך א גוטען און א גליקליכער יאר, האט "נטרונא" זוכה געווען צו מעורר זיין א שטארקער צאל זכותים, וועלכע וועט אי"ה פיל אראפנעמען פון דעם שרעקליכן חרון אף וועלכע די רשעי הציונים און זייערע פרומע נאכשלעפער זייען אן אויף די וועלט, מיט זייערע סילוף דא"ח און חילול כבוד שמים איבער די וועלט רח"ל אויף א שרעקליכער פארנעם.

אין די טעג קומט ארויס פון דרוק דער לאנג ערווארטעטער ספר "אפס בלתך גואלינו", א גאר געלונגענער ווערק וועלכע איז פינאנצירט געווארן דורך די חשוב'ע הנהלה פון "נטרונא", מיטן ציל אפצושלאגן די אלע פאלשע ארגומענטן וועלכע די פרומע ציוניסטישע פראפאגאנדיסטן טראגן זיך ארום, ווען זיי פרעדיגן ביליגע און פארפירערישע פראפאגאנדע כאילו די פראבלעם איז נאר "מדינה חילונית" אבער א "מדינה ע"פ תורא", איז גאר א פליכט אנצוהאלטן און מחזק זיין, אדער גאר א חיוב "עולה", צו זיין במס"נ. ליידער ביי א גרויסן טייל פונעם ציבור ווערן נתפעל פון די פארלוימדישע ווערטער וועלכע די אלע סארט מסיתים האלטן אין איין פארקויפן אז די דעת תורה אמיתית איז בלויז א "שיטה יחידאה" פונעם "סאטמארער רב" און קיינער האלט נישט אזוי, און נאך אזעלכע שטותים ובדויים וואס דאס אליינס פאר זיך פאדערט א קלארער ביאור דערויף.

מיטן ערשיינונג פון דעם הערליכן ספר "אפס בלתך גואלינו" ווערט געשאצט אז אט די ווערטער פון די אלע סארטן מסיתים למיניהם וועלן אויטאמאטיש ווערן אפגעשלאגן. דער ספר איז צוזאמגעשטעלט פון א גאר רייכער חומר מיט פילע מאמרים אנגעהויבן פון פסוקי תנ"ך, וועלכע רעדן איבער די ענינים, און עס ציט זיך ווייטער צו מאמרי חז"ל, ביז צו א הערליכן ליקוט מפי ספרים וסופרים פון רבותינו הקדושים בכל דור ודור, ווען אלעס ווערט אויפגעקלערט מיט א געוואלדיגן בהירות איבער ענינים פון לקיחת חירות לפני ביאת המשיח, גלות און דחיקת הקץ אד"ג, ווי אויך די ניגוד און די מלחמה כבידה וועלכע די גדולי ישראל האבן אפגעהאלטן אקעגן די כת הרשעה מיום הוסדה, פארשידענע ליקוטים איבער ארץ ישראל, ישוב ארץ ישראל בזמנינו אד"ג. טראץ דעם וואס פאר אונז אחים לדעה וועלכע האבן זוכה געווען צו הערן דעם דבר ד' איז גענונג דער ספר "ויואל משה" ווי דער רבי זי"ע איז מברר כשמלה יעדן פרט ופרט, און נאך ביז היינט שטייען זיינע ווערטער פעסט אומבארירט. איז אבער באקאנט ווי דער רבי זי"ע זעלבסט אט געשטרעבט אהערצושטעלן אזא חיבור, ער פערזענליך האט נאך געבעטן בשעתו פון הגאוה"צ המפורסם רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצוק"ל ר"י נייטרא בעמח"ס תורת חמ"ד ומן המיצר, וועלכער איז געווען א באקאנטער גאון עולם, אז ער זאל אהערשטעלן אזא חיבור מלקט צו זיין די ווערטער פון די פריערדיגע גדולי ישראל און זייערע ריכטיגע פסקים בנוגע די פראבלעמען פון ציוניזים און איבער דעם ענין פון שלש שבועות אד"ג, אויף וואס רבי מיכאל בער זצ"ל האט זיך שפעטער פארענטפערט פארן רבי'ן אין א בריוו )געדרוקט אין תורת חמ"ד( זאגנדיג אז ער קען דאס נישט מסדר זיין נאכדעם וואס ער האט נישט די ספרים פאר זיך, און ער איז געווען גאר שטארק פארנומען מיט זיין ישיבה, ווי אויך איז ער נישט געווען געזונט, וואס דאס האט דעמאלס בשעתו נישט ערמעגליכט אהערצושטעלן דעם חיבור, אויף וואס דער רבי זי"ע האט גאר שטארק געשטרעבט, טאקע צו קענען איבערצייגן אז דאס איז ווייט נישט קיין "שיטה יחידאה", און ווי מען זעט קליפ און קלאר, ווי די גדולי ישראל נאך הונדערטער יאר פארן סאטמארער רב איז דאס געוועהן א דבר פשוט, אז מ'קען זיך נישט אליין א עצה געבען נאר ווארטן אויפ'ן ביאת המשיח שיתגלה במהרה בימינו אכי"ר.

נאכמער איז די ארבעט קריטיש וויכטיג בימינו אלה וואס מען איז געשלאגען מיט "אומגעדולדיקייט" אדורכצוקוקען בירור הענינים, ווי מ'זעהט אין די פאליצעס פון די ספרים געשעפטן איז פיל דייקא מיט די ספרי קודש וואס זענען "להקל על המעיין" אט מיט די נייעם ספר וועט מען אויך קענען דערגיין די יסודי הדת גריניג און לייכט בבחינת "חטוף ואכול".

ענדליך נאך אזויפיל יארן איז געלונגען פאר "נטרונא" אהערצושטעלן דעם געלונגענעם חיבור "אפס בלתך", וואס באצויבערט יעדן איינעם, און ברענגט ארויס א גאר שטארק פרייד ביי אלע שלומי אמוני ישראל, וועלכע זעהן דערין דער ציל וואס רביה"ק זי"ע האט געפאדערט צו מפרסם זיין איבער דעם וועלט, און אויפקלערן פאר יעדען נאכאנאנד דעם דעת תורה און נישט שווייגן, ווי ער צייכנט אן אין די הקדמה צום הייליגן ספר ויואל משה אז "שתיקת כל הדור ודאי שתיקה כהודאה גמורה".

מיט דער ווערק פון ארויסגעבן אזא ברייטער חיבור טאקע פאר די אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם, ווערט פארזיכערט אז "הקולות לא יחדלון", און אויב האבן מיר שוין היינט געזען די פילע פירות פון די וועלכע האבן שוין ענדליך געעפענט די הערצער פון פילע אידן וועלכע האבן קיינמאל נישט באגריפן דעם אמת, ווערט מען היינט דערשטוינט צו הערן ווי ווייט זיי פארלאנגן דאס.

דער ספר איז אויסער דעם הערליכן גראפישן אויסשטעל אויך א מייסטער ווערק פונעם אהערשטעלן די ליקוטים, ווען יעדעס שטיקל האט זיך זיין קעפל, ווען עס זעט זיך קלאר פון וואס מען רעדט, ווען אלעס איז איינגעטיילט אין באזונדערע פרקים אא"וו, די גדולי הדור שליטא האבן אויסער געווענליך משבח געווהען דעם חיבור, סיי מיט דעם פרישער אוצר פון מראי מקומות וואס עס איז נתגלה געווארן, און סיי די "מלאכת מחשבת" אינעם סידור הענינים זאגענדינג אז נאר דורצוקוקען די מפתח הענינים באקומט מען א קלארן בילד איבער די ענינים העומדים ברומו של עולם.

גלייכצייטיג איז אנגעמערקט געווארן דער "סימנא מילתא", ווען דער ספר איז ארויסגעקומען אצינד הארט פאר ראש השנה, ווען דאס דערמאנט די מורא'דיגע פאקט וואס הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל פארציילט אין "בוצינא קדישא", וויאזוי דער רבי זי"ע האט אים געלאזט רופן פאר ראש השנה, און געפרעגט ווי עס האלט מיט די ארבעט פונעם אפדרוקן דעם ערשטן באנד פונעם "ויואל משה" )וועלכע האט נאך דאן ערהאלטן בלויז דעם ערשטן מאמר(, ר' סענדר האט דאם געזאגט פארן רבי'ן אז אט אט וועט עס ווערן פארפערטיגט, זאגנדיג אז ער וועט דאס ענדיגן אויף נאך ראש השנה, אבער דער רבי זי"ע האט אים געבעטן אז ער זאל נאך פרובירן דאס צו ענדיגן בעפאר ראש השנה, זאגנדיג אז ער "זוכט זכותים מיט וואס אריינצוגיין אינעם יום הדין"..., ווי ר' סענדר פארציילט האט ער ביטער שווער געארבעט במשך פון די צוויי טעג, ביז ער האט קוים הארט פארן זמן ארויסדערווישט א פארפארטיגטער באנד "ויואל משה", ווי ער האט דאס געברענגט פארן רבי'ן זי"ע האט זיין פנים אויפגעלאכטן מיט א באזונדערן שטראל... דער רבי, דער גרויסער צדיק וקדוש און מנהיג ישראל, האט געשפירט אז ער קען נישט גיין צו די הייליגע טעג נאר מיטן ארויסגעבן דעם "ויואל משה"...

אנן מה נענה אבתרי'... וואס זאלן מיר זאגן, וויאזוי קענען מיר זיך ריכטיג גרייטן צום יום הדין?... אבער עס איז קלאר אז די אלע נדבנים און די אלע וועלכע האבן געהאט א חלק אין דעם ספר "אפס בלתך" האבן נאך זכותים אויף זייער קאנטע, יעדן איד וואס דער ספר וועט אי"ה אויפטון לטובה, וועט גערעכנט ווערן פאר זייערע זכותים.

לאמיר האפן אז אין אט דער גרויסער זכות וועלן מיר געהאלפן ווערן אס עז אל שוין מקויים ווערן די ווערטער וועלכע מיר בעטן די הייליגע טעג "וכל הרשעה כולה בעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ - ותמלוך אתה ה"א מהרה לבדך על כל מעשיך", און דערמיט צואיילן די גאולה העתידה, און מיר וועלן אלע זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה במהרה בימינו אמן.

ענגלישער ספר

"פוט סטעיפס אפ די פלעק" שטארק צוכאפט געווארן

טראץ סטראשענונגען
דיסטיריבוטערס האלטן זיך אפ דאס צו פארשפרייטן אין די געשעפטן

ווי עס איז שוין דערמאנט געווארן אין די פאריגע נאטיצן, איז ארויסגעגעבן געווארן אנהויב זומער א גאר וויכטיגער ענגלישער חיבור מיטן נאמען "פוט סטעיפס אפ די פלעק", וועלכע אנטהאלט פיל ווערטער צוזאמגעקליבן אויף די פרשה פון יעדע וואך, צו ערזעצן די אלע סארט ענגלישע ביכער פון דעם סארט, וועלכע ווערט גענוצט אלגעמיינעם ציבור, און ווערן פארבלענדעט פון די אלע ליגענעריעש ווערטער, וואס דעריבער האט זיך גאר וויכטיג געפאדערט אהערצושטעלן אט דעם שווערען ארבעט, ווען מיט די הילף פון גאר חשוב'ע תלמידי חכמים און מומחים איז אראפגעשריבן אויף יעדע פרשה הערליכע ליקוטים, ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די ריכטיגע דעת תורה פון אַלע גדולים פונעם פריערדיגן דור, איינגעטיילט מיט שיינע ווערטער אויף די פרשה.

עס איז כדאי צו באמערקן אז דער ספר איז פארקויפט געווארן דורך ליטווישע בחורים ביים ציון הקדוש פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין קרית יואל אין די טאג פון "כ"ו אב" ביים יומא דהילולא קדישא, ווען טראץ די שווערע רעגנס, זענען די ספרים צוכאפט געווארן, און שוין אין די פרימארגן שעה'ן האט די הנהלה ערהאלטן א רוף פון די פארקויפער אז מען זאל ווי שנעלער ברענגען נאך ספרים, ווייל אלעס איז צוכאפט געווארן, און צווישן זיי דוקא פון אזעלכע אידן פון די מער ליטווישע קרייזן אד"ג.

עסקנים פון "נטרונא" שטייען אויף די וואך צו פארעפענטליכן אמת'ן דעת תורה אקעגן פאלשע צייטונג פארלוימדונגען

איינס פון די אקציעס פון "נטרונא" וועלכע איז גאר שטארק באגריסנד, איז דער פאקט וואס די עסקנים שטייען אויף די וואך אויפצוכאפן ביי יעדע געלעגנהייט מפרסם צו זיין די אמת פאר די אידן איבער די גארער וועלט, און אפשלאגן אלע פוסטע צייטונג ארטיקלן וועלכע פרעדיגן דאס פארקערטע.

צום ביישפיל איז כדאי צו דערמאנען דאס אין דעם ארגאן "יתד נאמן" איז פארהאן א קאלום "ליינערס שרייבן", אין זייער אויסגאבע פון "פרשת שופטים" האט דארטן א געוויסער שרייבער אפגעשריבן א בריוו כאילו די גדולי ישראל האבן זיך גאר געקריגט אויף רביה"ק זי"ע בנוגע דעם יסוד פון די מדינה הציונית, כאילו אנדערע גדולים האבן דאס גאר געהאלטן אלץ א ישועה פאר כלל ישראל.

אט זענען די ווערטער פון יענעם בריוו שרייבער: "ר' יצחק צבי שווארץ האט לעצטע וואך געשריבן אן ארטיקל וואס האט געלויבט די צדקות און חכמה פון האדמו"ר סאטמאר, הרב יואל טייטלבוים זצ"ל. אוודאי אין דעם איז נישט דא וואס צו רעדן. דער סאטמאר רבי איז געווען א גאון עולם און א גרויסער צדיק. פונדעסט וועגן, די בילד וואס הרב שווארץ שטעלט פאר כאילו דער סאטמארער שיטה איז געוויזן צו זיין גערעכט אין אונזער צייטן (למשל די דורכפאלן פון אסלא, און די התנתקות פון עזה) איז געווען לויט מיין דעה (?...) נישט גערעכט.

"דער סאטמאר רבי האט געהאלטן אז די מדינת ישראל איז א כלי פון דער שטן, א פאלשע בילד, און אז די ציונים זענען נישט מער ווי כלים ביד השטן. אלע הצלחות וואס די מדינה האט געהאט זענען אלס מעשה שטן, א נסיון פון דעם אייבערשטן צו זעהן צו אידן וועלן טועה זיין, אזוי ווי די מופת פון א נביא שקר, דאס איז די סיבה וואס דער סאטמאר רבי האט געהאלטן אז מען טאר נישט משתתף זיין אין די בחירות פון די מדינה אדער זיצן אין כנסת.

די מערסטע פון גדולי הדור האבן אבער נישט אזוי געהאלטן, ביז היינטיגן טאג אויך. זיי האבן אלע מאל געוואלט אידן זאלן יא שטימען אין די בחירות, און משתתף זיין אין פארטייען אין כנסת ווי למשל יהדות התורה און ש"ס. זיי האבן נישט געטוישט זייערע שיטות נאך אסלא און עזה. הרב שך זצ"ל האט געגרינדעט דגל התורה, און האט זיך געדונגן מיט'ן סאטמאר רבי'ן בענין די מדינת ישראל. יבל"ח הרב יוסף שלום אלישיב און הרב אהרן לייב שטיינמאן שליט"א זענען ממשיך מיט שיטתו של הרב שך, און אויך די מערסטע גדולים.

און אזוי איז ער ווייטער ממשיך מיט שטותים והבלים כאילו אלע גדולים חוץ דער רבי זי"ע האבן געהאלטן אז דער מדינה איז א גוטע זאך, ווען אט דער בריוו דינט ריכטיג אלץ פארבלענדעניש פאר די המון עם, וועלכע ווייסן נישט פון קיין תירוצים...

א וואך שפעטער האט א חשוב'ער עסקן פון "נטרונא" הרב ר' ירמי' קאהן שליט"א אפגעשריבן אן ענטפער, וואס דער "יתד" האט דאס אפגעדרוקט, מיט אט די שורות: "איך שרייב אין ענטפער צו פייבל גאלדמאן'ס בריוו לעצטע וואך בענין דעת הגדולים וועגן מדינת ישראל. לויט מיין דעה, עס זענען דא צוויי טעות'ן, איינס פון מר. גאלדמאן און דער צווייטער פון הרב שווארץ, שרייבער פון דעם ארטיקל וועגן דעם סאטמארער רבי'ן זצ"ל.

"מר. גאלדמאן איז מבלבל דעם סאטמאר רבי'ס שיטה, און ממילא ברענגט ער אנדערע וואס האבן געקריגט מיט עם. אבער דער געדאנק אז די הצלחה פון ציונות און די מדינה איז מעשה שטן איז נישט דער יסוד היסודות פון רבי'נס שיטה, נאר א תוצאה. דער יסוד פון רבי'נס שיטה איז אז גרינדן א אידישע מדינה איז אסור ע"פ די שלש שבועות אין כתובות קיא ע"א, און איז א כפירה אין דעם אז די גלות איז א גזירה פון הקב"ה, און אז מיר האבן נאר צו א גאולה פון הקב"ה. דער יסוד איז מיוסד אויף גמרא, מדרשים, ראשונים און אחרונים, און אדרבה איך בעט מר. גאלדמאן מיט אלע ליינערס זיי זאלן פראבירן צו טרעפן איין גדול וואס האט געקריגט מיט דעם.

"להיפך, מיר געפינען אז אונזערע גדולים האבן שטענדיק אזוי גערעדט. ביי די כנסיה גדולה פון אגודת ישראל אין תרצ"ז, רבי אלחנן וואסערמאן, רבי אהרן קאטלער, און רבי מרדכי ראטענבערג פון אנטווערפן און אלע רבנים פון סלאוואקיי האבן געהאלטן אזוי אגודה זאל אפזאגן יעדער הצעה פון א אידישע מדינה, אפילו משני עברי הירדן, אפילו עס וועט זיין מיוסד אויף תורה ומצות, ווייל דאס איז א סארט כפירה באמונת ביאת המשיח (הפרדס). רבי יוסף צבי דושינסקי זצ"ל אין זיינע ווערטער צו די יו.ען. אין תש"ז, האט געזאגט: "ארטאדאקסישע אידן האבן נישט קיין רצון אדער כוונה אונטערצודריקן קיין איין טייל פון די פאפולאציא פון ארץ הקודש...מיר ווילן ארויסדרוקן אונזער קלארער קעגנשטעל צו א אידישע מדינה אין סיי וואס פארא חלק פון פאלעסטין." אין דעם ספר מקאטאוויץ עד ה' באייר ווערט געברענגט אז ר' משה שיינפעלד האט געזאגט אין נאמען פון חזון איש זצ"ל אז ער איז געווען אין גאנצן קעגן א אידישע מדינה.

"ווען דער סאטמאר רבי האט געזען אז די ציונים האבן טאקע מצליח געווען צו מאכן א מדינה, און אז א סך פרומע אידן האבן אין זייער עם הארצות געשטיצט און זיך געפרייט מיט די מדינה, האט ער פארשטאנען אז דאס איז א נסיון פון הקב"ה, ענליך צו די מופת פון א נביא שקר. מר. גאלדמאן איז גערעכט אז עס זענען געווען רבנים וואס האבן געטראפן אנדערע וועגן צו פארשטיין די הצלחת הרשעים. אבער קיינער זאל נישט מאכן א טעות און מיינען אז זייער מחלקת איז געווען אויף דער עיקר שאלה להלכה.

"דער חילוק האט געמאכט דער בריסקער רב זצ"ל ווען מענטשן האבן פאר אים געזאגט אז די מדינה שטייט שוין פאראויס אין ספרי הנביאים און קבלה, האט ער געענטפערט: "די גמרא זאגט בפירוש אז אפילו ווען א זאך איז געזען גאווארן דורך א נביא, מעג מען נישט עובר זיין אויף די הייליגע תורה. שטייט אין מסכת ברכות )י ע"א( אז חזקי' האט געזען מיט רוח הקודש אז ער וועט האט שלעכטע קינדער, און צוליב דעם האט ער נישט געוואלט האבן קינדער. פארוואס? אויב ער האט דאס געזען מיט רוח הקודש, וועט דאס געשען סיי ווי סיי, צע פארוואס האט ער פראבירן נישט צו לאזן? דער ענטפער איז אז ווי באלד לויט חזקי'ס דעה איז געווען אן איסור אריינצוברענגן אזעלכע קינדער אויף דער וועלט, האט ער געמוזט טוהן אלעס אז דאס זאל נישט געשעהן, כאטש ער האט געוואוסט אז עס וועט געשעהן סיי ווי סיי. דא אויך, מען טאר נישט מאכן א מדינה, ווייל דאס וועט גורם זיין שפיכות דמים. אפילו די נביאים זאגן אז עס וועט זיין א מדינה, טאר מען נישט צוהעלפן צו דעם."

"נאך א דוגמא האט געגעבן דער בריסקער רב: דער רמב"ם שרייבט סוף הלכות מלכים אז מען קען זעהן די האנט פון הקב"ה אפילו אין די פארשפרייטונג פון די רעליגיעס פון די גוים, וואס גרייטן צו די וועלט פאר ביאת המשיח דורך דעם וואס זיי לערנען אויס אלע גוים וועגן אמונה בה' ותורתו, באופן מטושטש. אבער היעלה על הדעת אז מיר זאלן דערפאר גיין און העלפן פארשפרייטן נצרות און איסלאם??" (תשובות והנהגות חלק ב' סימן ק"מ) "די שאלה פון השתתפות בבחירות איז אויך נאר א תוצאה פון דעם איסור צו גרינדן א מדינה. דער סאטמאר רבי האט געהאלטן אז גאר שווער איז אבער געווען פאר "נטרונא" דאס אויסצושפרייטן אין די ספרים געשעפטן פון די געגענטער אין פלעטבוש, קווינס, אד"ג, די דיסטריביוטער האבן מורא געהאט דאס אנצונעמען ציטערנדיג אז דאס וועט זיי שטערן די ביזנעס... די אייגענטומער פון די געשעפטן אליינס האבן באקומען סטראשענונגען אז מען וועט זיי "פאברענען די געשעפטן"...

כדי דאס צו קענען פארשפרייטן האט "נטרונא" אליינס געמוזט נעמען די הוצאות פון אדווערטייזן און דיסטריביוטען, ווען פילע געשעפטן האבן שוין יא מסכים געווען דאס אריינצונעמען נאכדעם וואס זיי האבן באקומען גאר שטארקע פארלאנגען דערויף, פילע וועלכע האבן דאס געזען ביי זייערע חברים האבן דאס אנגעהויבן פאדערן אין די געשעפטן אז מען זאל דאס פארשאפן, אט דאס אלעס האט געצווינגען "נטרונא" צו פארשאפן אן אייגענעם דיסטריביוטער, און נעמען זיך אלע קאסטן דערפון, וואס דאס טאר ווי פארשטענדליך נישט זיין קיין אפהאלט.

בשורה טובה תדשן עצם, מיר האבן אין די טעג צוריקגעהערט פון גאר גרויסע דזשדייקא סטאר'ס אז דער נייער ספר איז ביי זיי "האט אייטעם" און ווערט פאררעכנט אין זייער געשעפט אלס דער "בעסט סעלער", ב"ה דער ספר גייט ביי זיי ווי מצוה וואסער.

טראץ די שוועריגקייטן וואס מיר זענען דורך האט זיך די אייז ב"ה געבראכן, און מען הערט די תוצאות דערפון, גאר אסאך אימעילס קומען אריין צו "נטרונא" ווי די אידן באדאנקן זיך, אט דאס ברענגט אריין א קורת רוח, וואוסענדיג אז מען טוט ב"ה אזעלכע פעולות לטובה. לפום צערא אגרא!

מיר זאלן ארויסווייזן אונזער קעגנשאפט צו די מציאות מדינה דורך א "בויקאט" פון אלע השתתפות דעראין. די וואס האבן יא מתיר געווען די בחירות האבן דאס געטוהן כדי צו "שלאגן זיך פון איינעווענדיק" און זיי האבן נישט מורא געהאט אז מענטשן וועלן זעהן די השתתפות אזוי ווי א הסכמה. זיי האבן געגעבן א משל צו א מענשט וואס ווערט באפאלן פון גזלנים און ער הייבט אן רעדן מיט זיי און מאכן א "דיל" וואס זיי זאלן נעמען און וואס נישט. קיינער וועט נישט מיינען אז דער מענטש האלט פון גזילה.

"דער טעות וואס הרב שווארץ האט געמאכט איז מער צושפרייט, מ'קען דאס אמאל הערן אפילו אין סאטמארער קרייזן. און דאס איז צו רעדן כאילו די "דורכפאלן" פון אסלא און עזה האבן גורם געווען אז מער און מער אידן זעען די ריכטיגקייט פון סאטמאר שיטה. ליידער, ס'איז פארקערט, אין די לעצטע פופצען יאר האבן מיר געזעהן ווי די תנועת הציונות ציונות ווערט א גרעסערע סכנה ווי אמאל, ווייל זייער עיקר חיזוק קומט אלס מער און מער פון רעליגיעזע אידן. אין א צייט ווען די פרייע ציונים האלטן כמעט ביי יאוש און זיי ווילן אפגעבן מער און מער למען השלום, קומען די רעליגיעזע ציונים און זאגן פאר די וועלט אז די תורה זאגט אז דאס לאנד באלאנגט צו אידן, מ'דארף פירן מלחמות און פארטרייבן די אראבער, מ'דארף באזעצן די שטחים. ווען אזעלכע זאכן קומען פון מענטשן וואס היטן שולחן ערוך און זייען אויס ווי פרומע, רעדנדיק אין נאמען פון די תורה, איז דער חילול ה' א סך גרעסער און די סכנה מטעה זיין אידן און אריינברענגן בלבול המוחות איז גרעסער.

"אין אזא צייט קען די קאמף קעגן ציונות נישט זיין אזוי ווי אמאל אין די ערשטע יארן פון די מדינה, ווען גדולי ישראל האבן געפירט מערכות קעגן זייערע גזירות און שמד, ווייל נישט דאס איז דער עיקר היינט, היינט האבן מיר צו טאן מיט אן אנדערע ציונות, די ציונות פון רעליגיעזע עקסטרעמיסטן, וואס זענען שומרי תורה ומצות אבער טועים בעיקרי האמונה. ס'איז געקומען די צייט אז תורה אידן פון פאלגן די גדולים זאלן פארשן דעם ענין און זעהן וואס די גדולים האבן באמת געהאלטן". ביז דא זענען ציטאטן פון דעם בריוו וואס אונזער ר' ירמי' האט אפגעשיקט פארן "יתד", עס איז איבריג ארויסצורענגען וואס אזא בריוו מאכט אויס.

עס איז כדאי צו באמערקן אז דער "יתד" האט דאן אפגעדרוקט נאך צוויי ענטפערס איבער עדם ענין אקעגן דעם דערמאנטן גאלדמאן, איינס פונעם ערשטן שרייבער מוה"ר יצחק צבי שווארץ וועלכע שרייבט ענליכע זאכן אז אלע גדולי ישראל האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט מאכן קיין מדינה, און אויף פון מוה"ר דוד שמחה קושנער הי"ו, פלימענעק פון דעם באוואוסטער לוחם מלחמת ה' הרה"ג ר' עוזר יונה קושנער שליט"א פון לעיקוואוד, וועלכע שרייבט גאר שטארק איבער דעם בריסקער רב'ס פייערדיקע שטעלונג אקעגן די מדינה.

מקורות

[רעדאַקטירן]

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך

[רעדאַקטירן]

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם