מיין לעבן צווישן די מערדערס 2
מיין לעבן צווישן די מערדערס 1 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 2 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 3 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 4
צוריק צו געשיכטע פון ראזשישטש (רוז'ישץ') שטעטל
שמואל ווארקאוויצקי
אין יאר 1939 האבן שווערע און פינצטערע כמארעס פארוואלקנט דעם פאליטישן האריזאנט פון אייראפע. די דייטשפאשיסטישע חיה האט אין איר גאנצער גיגאנטישער גרויס זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס און געוויזן דער וועלט אירע שטאלענע נעגל. מיט בלוט-אנגעגאסענע אויגן און ווילדן ברומען האט זי געזוכט די ערשטע פעלקער-קרבנות אויפן אייראפעאישן קאנטינענט.
דעם 1טן סעפטעמבער 1939 האט זי זיר א ווארף געטאן אויף פוילן. דער דייטשער קלאפ איז געווען אזוי שרעקלעןמעכטיק, אז אויף דעם צווייטן טאג פון קאמף איז די פוילישע ארמיי געווען צעשמעטערט.
אלע שטעט זענען באמבארדירט געווארן פון דער לופט. אויר לוצק האט נישט אויסגעמיטן דעם אלגמיינעם גורל. פונעם ערשטן טאג פון דער מלחמה האבן אומאויפהערלעכע כוואליעס פון דייטשע עראפלאנען באמבארדירט די שטאט. די באפעלקערתג איז זיר צעלאפן אין די וועלדער, אויף די לאנקעס, אין די שוץ-קעלערן.
אויף מיין פאמיליע איז געלעגן אין א שוץ-קעלער פון א גרעסערער געביידע אויף ווילקע. די סירענעס, וואס האבן אנגעזאגט דאס אנקומען פון פיינטלעכע באמבארדיר-עראפלאנען, האבן געהאלטן אין איין ווילדן סווישטשען, ווארענענדיק קעגן דער אנקומענ-דער געפאר. אזוי האט געדויערט א ריי טעג. עס זענען שוין געווען אין שטאט פיל פארלעצטע און געהרגעטע. דער אעראדראם און א ריי געביידעס זענען צעשטערט געווארן.
די דייטשע ארמייען זענען שוין געווען אויף וואלין, אונטער לודמיר. די לאגע איז געווען א ביטערע, אן אן אויסוועג. די געפאר פון אונטערגאנג איז געשטאנען פאר די אויגן, געהאנגען איבערן קאפ.
לוצק איז געווען פארפלייצט מיט אומגעהויערע מחנות מענטשן, וואס זענען אנטלאפן פונעם דייטש. הונדערטער טויזנטער פוסגייערס האבן זיר געשלעפט איבער די געפאקטע שאסייען. אויטאס זענען אומאויפהערלעך געלאפן אין דריי פאראלעלע רייען. די רעגירונג, מלוכה-באנק און אויסלענדישע קאנסולאטן זענען געווען אין לוצק. אין דער מלוכה-באנק האבן א גאנצע נאכט געארבעט הונדערטער ארבעטער, ארומגערינגלט מיט פאליציי און מיליטער, ביים אנלאדענען אויף לאסאויטאס זעק מיט גאלד פונעם פוילישן מלוכה-אוצר פון די באנקקעלערס.
אינדערפרי האט זיך בליץ-שנעל פארשפרייט איבער דער שטאט דער אינהאלט פון מאלאטאווס רעדע אין ראדיא וועגן די אוקראינער-ברידער פון מערב-אוקראינע. ס'איז אריין אין די הערצער א ציטערנדיקע האפנונג, אפשר וועט מען אויסמיידן דעם דייטשן מערדער. די קלאנגען זענען געווארן שטארקער און זיכערער.
דאס באמבארדירן האט זיר אפגעשטעלט. דעם 17 טן סעפטעמבער האט זיו אין לוצק אויף ווילקע באוויזן אויף דעם ראוונער שאסיי דער ערשטער סאוויעטישער טאנק. די גאסן זענען געווארן פול מיט מענטשן, דער ענטוזיאזם איז געווען אומגעהויער.
כאטש די גאסן זענען נאד געווען פול מיט די בלויע מונדירן פון דער פוילישער פאליציי, האט דער עולם געשטורעמט מיט פרייד פון די טאנקען. די האלב-צעשראקענע, ברייט-צעשמייכלטע פארשווארצטע סאוויעטישע טאנקיסטן האט מען געקושט און געהאלדזט, פארווארפן מיט בלומען.
פאליציי האט פראבירט שטערן די ברודערונג, נאר זי איז באלד באזייטיקט געווארן. דער עולם איז געווען ווי פארשיכורט פון גליק. אויר די פאליאקן האבן געגלויבט, אז דאס קומט אן דאס סאוויעטישע מיליטער כדי העלפן פוילן באקעמפן די דייטשן. די האפענונגען האבן אבער שנעל געפלאצט, מען האט זיך דערוווסט פונעם דייטש-סאוויעטישן אפמאך. טאנקען זענען אנגעקומען איינער נאכן אנדערן, מאסנווייז. ס'זענען אנגעקומען סאוויעטישע עראפלאנען און מיליטער.
דער קאשמאר פון אונטערגאנג און מלחמה האט זיר אפגערוקט. די באפעלקערונג האט זיר אומגעקערט אויף די ערטער די וואונדן פון דער שטאט זענען שנעל פארהיילט געווארן.
דאס שטאט-לעבן אין לוצק האט צוריק אויפגעלעבט. די מאכט האט איבערגענומען די סאוויעטישע קאמענדאנטור, וועלכע האט געארבעט אין קאנטאקט מיט די ארטיקע זעלבסטפארוואלטונגען.
ס'איז פעסטגעשטעלט געווארן, אז דער רוסישער רובל גלייכט זיר צום פוילישן זלאטע. אויפן מארק און אין די מאגאזינען האט זיר אנגעהויבן א לעבהאפטער האנדל. דער קאנטאקט מיט די צענטראלע פוילישע שטעט איז געווען איבערגעריסן. קיין צופלוס פון פרישע סחורות איז נישט געווען. דאך זענען די געשעפטן געווען פול מיטן גרויסן פוילישן רייכטום פון פאר דער מלחמה.
סאוויעטישע זעלנער האבן געהאט פיל רוסיש געלט. זיי האבן געקויפט אלץ, וואס דאס אויג האט געזען. פאר די געשעפטן זענען געשטאנען איינקויפער אין רייען. מיליטער-לייט זענען געגאנגען אויסער דער ריי. אין צוזאמענהאנג מיט די קלאנגען, אז ס'וועלן פעלן סחורות, האט זיר די באפעלקערונג געמאכט זאפאסן אויף דער צוקונפט.
ווען איטע איז איין טאג געשטאנען אין א רייע ביי א מאגאזין, איז דורכגעפארן א גרופע סאוויעטישע רייטערס, זיך אפגעשטעלט און גערעדט מיט די מענטשן. איינער האט געפרעגט, צי זענען דא שטענדיק געשטאנען רייען פאר די קלייטן. איטקע האט געענטפערט, אז קיינמאל נישט, נאר יעצט. דער סאוויעטישער זעלנער איז געווארן אויפגעבראכט.
"מילא" האט ער געזאגט, "אז דו זאגסט, אז ס'איז ביי אייך נישט געווען קיין רייען אויף מאנופאקטור, וועל איך נאך אפשר גלויבן; נאר אז דו זאגסט, אז אויף צוקער איז נישט געווען קיין רייע – דאס איז בפירוש א ליגן!"
די ארבעטנדיקע באפעלקערונג האט זיר אנגעהויבן ארגאניזירן אין פראפעסיאנעלע פאריינען' ביי וועלכע עס איז געשאפן געווארן א פארמיטלונגסארבעטסביוראס, האבן זיר רעגיסטרירט עטלעכע טויזנט רבעטער פון פארשידענע פראפעסיעס, וועלכע זענען געווען ארבעטסלאז.
סאוויעטישע פארשטייער האבן געלאכט פון די זארגן פון ארבעטסלאזיקייט. "ביי אונדז", פלעגן זיי זאגן, "זענען אזעלכע זארגן נישטא. ארבעט פעלט קיינמאל נישט און ממילא איז נישטא קיין "ארבעטסלאזע-ביוראס".
אין א קורצער צייט זענען אלע ארבעטסלאזע באשעפטיקט געווארן אינעם ים פון די פארשידענע סאוויעטישע אנשטאלטן און ארגאניזאציעס. ס'האבן אנגעהויבן אנקומען פארשטייער פון רוסלאנד, וועלכע האבן ארגאניזירט פארשידענע אינסטיטוציעס מיט אזעלכע מאדנע דאן נעמען : זאגאטזיערנא, מיאסאפראמקאמבינאט, זאגאטסקאט, זאגאטסיענא, זאגטקאזש, גארפישטשעפראמטארג, מעלטרעסט, טעקסטילסביט, גארקאמכאז, אבלפינאטדיעל און אנדערע.
פאמעלעך איז פונעם כאאס פון פארשידענע ארגאניזאציעס ארויס די אויסגערעכנטע געשטאלט פונעם סאוויעטישן מלוכה-אפאראט.
די גאסן האבן אויר געביטן זייער אויסזען. דער באמבעס-שאדן איז באזייטיקט געווארן אין א פאר וואכן. די גאסן זענען געווארן אויסגעפוצט מיט קאלאסאלע פארטרעטן פון די פירער, פארשידענע לאזונגען און פלאקאטן. אין די סקווערן האט מען אויפגעשטעלט פיגורן און ביוסטן פון לענין און סטאלין.
ס'האבן זיר געעפנט די שולן און פיל נייע לערן-אנשטאלטן. ס'האבן אנגעהויבן ארבעטן קינא און סאוויעטישער טעאטער. דער עולם האט געשלונגען די רוסישע צייטונגען, מאסנווייז געגאנגען אויף סאוויעטישע פילמען.
ס'האבן אנגעהויבן אנקומען מאסן סחורות, וואס די סאוויעטן האבן מיט א ברייטער האנט געווארפן אויף מערב-אוקראינע.
דאס דארף איז פארפלייצט געווארן מיט וויכטיקע ארטיקלען כמעט אומזיסט : זאלץ, שוועבעלעך און נאפט.
אויד איך האב זיך שנעל איינגעארדנט. איר בין געווארן הויפט-בוכהאלטער אין גארפישטשעפראמטארג (מלוכהשער שטאטישער האנדל) וואס איז ארגאניזירט געווארן דורך טשארנאוסאוו.
אין דריי חדשים ארום האט שוין דער "טארג" אריינגעקראכן טיף אין שטאטישן לעבן און געציילט 50 מאגאזינען מיט 1500 אגגעשטעלטע. טשארנאוסאוו האט באקומען א העכערן פאסטן פון אנפירער מיטן האנדל אין גאנצן וואלינער באצירק. צו יענער ארבעט האט ער אויר מיך מיטגענומען. צוערשט האב איך זיך אפגעזאגט אנצונעמען דעם פארגעלייגטן אמט פון נאטשאלניק פון פלאניר און פינאנס-אפטיילונג פון וואלינער האנדלס-אמט, מאטיווירנדיק, אז אויף אזא ערנסטער ארבעט ווי פלאנירן דעם גאנצן האנדל פון דער אבלאסט דארף מען האבן א געענדיקטן עקאנאמיסט.
ס'האט נישט געהאלפן. דער הויכער ברייטפלייציקער טשארנאוסאוו, א געוועזענער מאטראז, האט א ברייטן שמייכל געטאן, א קלאפ געטאן מיך אין פלייצע און געזאגט: "ניטשעווא, סאמואיל אבראמאוויטש, דו ביסט א גראמאטנער מענטש, וועסט הייבן", אזוי איז אוועק א נייע ארבעט' ביי וועלכער איך בין געווען שטארק באשעפטיקט.
דער געהאלט איז געווען א קליינער, נאר מ'פלעגט באקומען פארשידענע פראדוקטן אויף מלוכה-פרייזן און דאס האט געגעבן א מעגלעכקייט דורכצולעבן.
איטקע האט אנגעהויבן ארבעטן אלס בוכהאלטערין און נאכער אלס עלטערע בוכהאלטערין אין גארפישטשעפראמטארג. זי האט זיר אויסגעצייכנט מיט איר ערנסטקייט און פאראנטווארטלעכקייט ביי דער ארבעט. מ'האט זי געשעצט און זי האט פארדינט נישט פיל ווייניקער פון מיר.
די קינדער זענען געגאנגען אין גימנאזיע. פריידע אין 7טן און ליובע אין 8טן קלאס. זיי האבן געהאט גרויסע שוועריקייטן ביים באהערשן די רוסישע שפראך, הויפטזעכלעך פריידל. זי איז געזעסן אינדערהיים און ביטער געוויינט, אז זי וועט קיינמאל נישט באהערשן די "ווילדע" רוסישע שפראך. איך האב איר געגלעט איבערן קאפ און בארואיקט, אז אין עטלעכע חדשים ארום וועט זי קענען לייענען און שרייבן רוסיש.
און אזר איז געווען. צום האלבן יאר האט זי זיר שוין אויסגעצייכנט אין גימנאזיע אלס "שלעגלערין" אין לערנען. מיר האבן זיך איבערגעקליבן אין א שענערע דירה אין צענטער שטאט.
ס'איז דאן געקומען פון טיף רוסלאנד מיין שוועסטער קלארע, וועלכע איז געווען 20 יאר אפגעריסן פון דער פאמיליע. זי האט פארבראכט אין לוצק צווישן אייגענע א חודש צייט, און צוריק אוועקגעפארן קיין ארמאוויר אויף קובאן. זי האט געוואלט מיטנעמען מיט זיך דעם אלטן טאטן. ער האט זיך אבער, נישט געוואלט אפרייסן פון דער אייגענער סביבה און ברייטערער פאמיליע, און געענטפערט: "ניין' כ'וועל שוין בעסער בלייבן דא. און די דייטשן, מיין קינד, זענען דאר אויך מענטשן!".
קלארע איז אוועקגעפארן אליין. זי האט זיך נישט פארגעשטעלט, אז זי געזעגנט זיך מיטן טאטן און דעם גרעסטן טייל אייגענע אויף אייביק.
דעם 22 סטן יוני 1941 האב איך זיך אויפגעכאפט גאנץ פרי. ס'איז שוין געווען ליכטיק. איטקע, וואס האט זיך געפארעט אין צווייטן צימער, רופט זיר פלוצלינג אן: "זע נאר, סאמואיל, איך זע עטלעכע עראפלאנען אויסערגעוויינלעך הויך אין הימל. כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען עראפלאנען אויף אזא הויך".
אין א מינוט ארום דערהערן מיר איינע נאכן אנדערן מוראדיקע זעצן, אזוי אז דער גאנצער מויער האט אנגעהויבן הוידען זיך און ציטערן.
כ'האב גלייד פארשטאנען. דאס זענען דייטשע עראפלאנען. ס'האט זיך אנגעהויבן. כ'האב גענומען זיך שנעל אנטאן. באלד זענען אלע געווען אויף די פיס.
דער שכן, דער סאוויעט, האט פרובירט בארואיקן דעם עולם, אז דאס זענען מאנעוורען, וועגן וועלכע ער האט נאך נעכטן געוואוסט, נאר קיינער האט נישט געגלויבט.
אמערסטן האבן זיך דענערווירט די פאמיליעס פון די עטלעכע סאוויעטישע באאמטע, וועלכע האבן געוווינט מיט אונדז אין איין הויז. אונדז זענען נאך געווען פריש אין זכרון די דייטשע לופטאטאקן פון 1939 , צו וועלכע מ'האט זיך דאך דאן אביסל צוגעוווינט, זיי זענען אבער יעצט דורכגעגאנגען דאס ערשטע מאל אזוי נאענט דעם מלחמה-פייער.
די פרויען און קינדער האט מען צונויפגענומען אין א פינצטערן זייטיקן קארידאר, אן פענצטער, כדי פארהיטן פון שפליטערס. די פנימער זענען געווען בלייך, די ליפן צונויפגעדרוקט, דאס רעדן ציטערדיק. שרעקלעכע אויפרייסן זענען געקומען איינער נאכן אנדערן. ס'האט זיך אלץ געטרייסלט און געוויגט ארום און ארום. שטיקער טיילן זענען געפאלן פון דער סטעליע. דייטשע באמבעס זענען אנגעפאלן אויפן אעראדראם, וועלכער האט גלייר אנגעהויבן ברענען.
מיר זענען אוועק אין א שוץ-קעלער, ווו די ענגשאפט איז געווען זייער גרויס. מיר האבן זיר איינגעארדנט אויף א קליינעם פלאץ אין א ווינקל. די אויפרייסן זענען געווען מעכטיקע. ס'האט זיר געדאכטן, אז יעדע באמבע איז געווענדעט דירעקט צו אונדז. מיר זענען געלעגן צוגעדריקט צו דער ערד, צעטרייסלטע און דערשלאגענע.
מיטאמאל איז געווארן שטיל, די לופטאטאקעס האבן אויפגעהערט – די דייטשן זענען אריין אין שטאט. באלד איז ארויס א פארארדנונג, אז אלע יידן וואט זענען פעאיק צו ארבעט זאלן זיך פארזאמלען אין אן אמאליקער פעסטונג. ס'האבן זיך צונויפגעזאמלט ביי צווי טויזנט יידן, וואס זענען באלד אוועקגעשיקט געווארן "אויף ארבעט". ווי ס'האט זיך דערנאר ארויסגעוויזן, זענען אלע דערשאסן געווארן נאך א טאג אדער צוויי.
די דייטשן האבן פארשפרייט ידיעות, אז ס'קומען אן בריוו פון די פארשווונדענע, כדי צו בארואיקן די געמיטער, און דערמעגלעכן ווייטערע ענלעכע אקציעס. איד בין געראטעוועט געווארן און האב באקומען א באשטעטיקונג, וואס האט מיר געגעבן די מעגלעכקייט בלייבן אין שטוב.