לדלג לתוכן

מיין לעבן צווישן די מערדערס

פֿון װיקיביבליאָטעק

מיין לעבן צווישן די מערדערס 1 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 2 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 3 - - מיין לעבן צווישן די מערדערס 4
צוריק צו געשיכטע פון ראזשישטש (רוז'ישץ') שטעטל


מיין לעבן צווישן די מערדערס

שמואל ווארקאוויצקי

זיי לאזן מיך נישט רוען, די זכרונות, זיי טרעטן נישט אפ פון מיר, צייטנווייז פייניקן זיי מיך שווער און צווינגען מיך צו פארגעסן אויף א וויילע די גרויזאמע איבערלעבתגען פון די לעצטע יארן.

אזוי ווי אין די ווארעמע זומער-אוונטן אויף די פאלעסיער בלאטעס פלעגן אונדז פייניקן כמארעס פון קאמארעס, אזוי פייניקן מיך איצט מחנות פון געדאנקען און דערינערונגען פון די לעצטע יארן.

עס ציען זיך לאנגזאם די נאכטשעהן פון שמירה אין קיבוץ "העובד" אין אסטיע.

אונטער די פענצטער בושעוועט און ברויזט דער אומענדלעכער ים, אבער נאך גרעסער איז דער רעש און געטומל פון די געדאנקען און דערינערונגען. זיי קומען אן סטיכיש, מאסנווייז, אין דער נאכטשטילקייט.

יאגן איינער דעם צווייטן און רייסן זיך צום ווידער-געבורט. שווערע, ביטערע און גרויזאמע. זיסע און ליבהארציקע. שטילע ווי די אוקראינישע זונען-אויפגאנגען.

רעשיקע און דונערנדיקע ווי דאס אומאויפהערלעכע סיסטעמאטישע דונערן-האווקען פון די סאוויעטישע קאטיושעס. זיי לאזן נישט פארגעסן די אומגעקומענע אייגענע און באקאנטע און מיליאנען אומבאקאנטע יידן. עס רייסן זיך צום אויסדרוק דער אומעט און פיין, די אומבאשרייבלעכע איבערלעבונגען פון מאמעס מיט קינדער אויף די הענט אין די לעצטע שעתן פון אונטערגייענדן געטא; פון איינזאם-געבליבענע יידישע קינדערלעך אויף די נאסע לאנקעס און קאלטע וועלדער; פון דעם ייד, וואס איז געווען גרויזאם פאראורטיילט צום טויט און ווארטן יעדע מינוט אויף דעם אומפארמיידלעכן סוף.

זיי ווילן נישט פארגעסן ווערן. זיי רייסן זיך ארויס ווי א מעכטיקער שטראם פון ווייסן דאמף פון לאקאמאטיוו. איך מוז די געדאנקען און דערינערונגען באפרייען, איבערגעבן אויף פאפיר, אפשר וועט מיר אביסל גרינגער ווערן.

איטאליע, 1946

(שמואל) סאמואיל ווארקאוויצקי.

רואיק און פיין האט געלעבט אין שטעטעלע ראזשישטש אויף וואלין דער דירעקטאר פון דער יידישער קאאפעראטיווער באנק סאמואיל (שמואל) ווארקאוויצקי.

זיין פרוי, די אינטעליגענטע, שטילע און בנעימותדיקע איטע גראבארסקי פון ראזשישטש, וועלכע האט געענדיקט די גימנאזיע און שוועסטער-קורסן אין ראוונע און איז פאר דער חתונה געווען די ביבליאטעקארין פון דער ראזשישטשער יידישער פאלקס-ביבליאטעק, האט אויך נאך דער חתונה נישט געוואלט בלייבן קיין שטוביקע באלעבאסטע און איז אוועק קיין ווארשע אויף אקושערין-קורסן, ווען זי האט שוין געהאט צוויי זיסע מיידעלעך: ליובע און פריידע.

זייענדיק אן אקושערקע האט זי זיך אויסגעלערנט בוכהאלטעריע און פלעגט טיכטיק מיטהעלפן מיט אירע פארדינסטן ביים אויסהאלטן די שטוב.

אין לוצק האט געוווינט סאמואילס גרויסע פאמיליע: פאטער, מוטער, ברידער, שוועס טער און אסאך קרובים; אין ראזשישטש – איטקעס משפחה די גראבארסקיס.

באלד נאך דער חתונה, אין יאר 1924 האט סאמואיל פארנומען דעם פאסטן פון דירעקטאר פון דער יידישער פייען-באנק אין ראזשישטש. פיל מי, ליבע און האפנונג האט סאמואיל אריינגעלייגט אין דער ארבעט אין דער קאאפעראטיווער באנק. ער פלעגט זאגן: איך האב דריי קינדער : ליובע, פריידע און די באנק... די באנק האט זיך שיין אנטוויקלט.

אין יאר 1929 האט די באנק געציילט 800 מיטגלידער, וועלכע האבן געהאט פון איר גרויסע נוצן. די באנק האט געקויפט א שיין אייגן הויז, דערגרייכט אומזאצן פון מיליאנען זלאטעס און איז געווען א וויכטיקער פאקטאר אין עקאנאמישן לעבן פונעם יידישן שטעטל.

סאמואיל איז געווען שטענדיק פארנומען. אינדערפרי און בייטאג און אין אוונט אויף פארשידענע געזעלשאפטלעכע זיצונגען. אויסער דער עקאנאמישער ארבעט האט ער אויך געפירט אין די ראמען פון שטעטל א גרויסע געזעלשאפטלעכע און קולטורעלע טעטיקייט.

ער איז געווען ראטמאן פון שטאט-ראט אין צוויי קאדענצן, פארזיצער פון ציש"א (צענטראלע יידישע שול-ארגאניזאציע) און געווען טעטיק אין אלע געזעלשאפטלעכע און קולטורעלע אינסטיטוציעס אין ראזשישטש.

אין 1934 האט די באנק געמוזט שטארק באגרענעצן איר טעטיקייט, צוליב דעם אלגעמיינעם עקאנאמישן קריזיס אין לאנד. סיזענען אויסגעצאלט געווארן אלע חובות און דער אייגענער קאפיטאל פון באנק איז געווען צו קליין אויף צו פירן א גרעסערע טעטיקייט.

צוליב די שווערע אנשטרענגונגען ביים איינהאלטן דאס גלייכגעוויכט פון באנק, אפנעמען די הלוואות און אויסצאלן אלע דעפאזיטן, איז סאמואיל ערנסט קראנק געווארן. דאקטוירים האבן געזאגט, אז צוליב דער שטארקער הארץאפשוואכונג איז נישטא קיין האפנונג איינהאלטן אים ביים לעבן.

איטקע האט נישט רעזיגנירט. זי האט איבערגעלאזט די קינדער ביי דעם מאנס עלטערן אין לוצק און אפגעפירט דעם מאן קיין לעמבערג אין דער גרויסער סאנאטאריע פון דער קראנקן-קאסע. נאך אייניקע מאנאטן איז ער געזונט געווארן און אוועק קיין לוצק, נישט קיין ראזשישטש.

אין לוצק איז ער געווארן דירעקטאר פון א קאאפעראטיווער באנק און אויך פארדינט ביי פריוואטע בוכהאלטעריעס. איטקע האט זיך איינגעפירט פראקטיק אלס אקושערקע, און אויך געארבעט ביי בוכפירונג. די קינדער זענען אונטערגעוואקסן און זיי האבן געשאפן א ווארעמע און גליקלעכע פאמיליע.

אזוי איז געווען ביז יאר 1939.

אין בענק נאך א יידיש פנים

סיזענען שוין אריבער אכט חדשים זינט ס'האבן זין אנגעהויבן מיינע וואנדערונגען איבער די אוקראינישע דערפער. איך האב זיך אין דער צווישנצייט ספעציאליזירט אין מאלו בילדער און בין געווארן א געווונטשענער גאסט אין די גויישע הייזלעך. דעם מאלערס קומען האט ביי די פויערים ארויסגערופן פרייד און א יום-טובדיקע שטימונג.

נאר דאן האט מין שוין אנגעהויבן פייניקן א גרויסע בענקשאפט נאך מיינע נאנטע, וועלכע כ'האב געמוזט אזוי פלוצלונג פארלאזן אויף הפקר; גרויס איז אויך געווען די בענקשאפט נאך יידן.

אויב די ערשטע עטלעכע וואכן האב איך נאך אמאל געזען פון דערווייטנס א ייד, אדער געהערט וועגן יידן, זענען וואס ווייטער וויי ניקער געווארן אזעלכע פאלן; ס'זענען שוין אריבער אייניקע חדשים ווי כ'האב נישט געזען און נישט געהערט וועגן יידן.

ס'איז אינגאנצן פארשווינדן יעדער סימן פון יידן ווי ס'וואלט קיינמאל קיין יידן נישט געווען אויף דער ערד, אויף וועלכער ס'האט בלויז מיט עטלעכע חדשים צוריק האסטיק געשפרודלט א פארשידנפארביק רייך און פולבלוטיק לעבן פון גרויסע יידישע קהילות.

ארום און ארום זיך האב איך געזען דאס שטארק פארגרעבטע פויעריש לעבן מיט האלבווילדע מנהגים פון א הארטער קאלטער און אכזריותדיקער פרעמדער וועלט.

און עס האט אנגעהויבן וואקסן אין מיר א גרויסע אומגעהויערע בענקשאפט, א בענקשאפט, נאך א יידיש פנים, נאך א יידיש ווארט.

ס'איז מיר דאו אויסגעקומען ארבעטן אויף א כוטאר נעבן דארף דאראסין, ביי א ווייניק פארמעגלעכן פויער, מאטוויי. זיין ווייב, אלגא, האט שטארק געוואלט האבן בילדער פון אירע צוויי קינדער און פון אירע עלטערן. כאטש די באדינגונגען פון עסן און ארבעט זענען געווען אין אזעלכע ערטער פיל ערגערע, האב איך ליב געהאט ארבעטן דווקא ביי אזעלכע, ווו כ'האב געקענט מיט מיין קונסט פארשאפן פיל פארגעניגן.

כ'האב דארט געארבעט עטלעכע טעג, און פלוצלינג האב איך אנגעהויבן באמערקן ארום זיך ווונדערלעכע נישט-אויפגעקלערטע דערשיינונגען.

יעדן פרימארגן פלעגט אלגא אפשיילן און אפקאכן א גרויסן טאפ קארטאפלעס. מיר זענען געווען פינף פערזאן און כ'האב באמערקט, אז זי קאכט פיל מער, אפשר פאר צען מענטשן. כ'האב איר אמאל געפרעגט וועגן דעם, האט זי מיר געגעבן א נישט קלארן ענטפער: אזוי ווי זי האט אוועקגעזעצט א פאר הינער קוואקעס אויסזיצן הינדעלעך, קאכט זי אויך פאר זיי קארטאפל.

יעדן פרימארגן האב איך געמאלט א האלבע שעה, אדער א שעה, און געמאכט גרעסערע איבערייסן. כ'האב געזאגט, אז כ'מוז אויסרוען די אויגן, פאר וועלכע די ארבעט איז זייער א גרויסע אנשטרענגונג.

ביי א גוטן וועטער פלעג איך ארויסגיין אויפן הויף אדער אין גארטן און אויסשפרייזן אהין און אהער אליין, פארטאן אין מיינע געדאנקען. שפאצירנדיק אזוי ביי מאטווייען אויפן הויף, האב איך א פאר מאל געהערט ווארטשען פון טייבעלעך. כ'האב זיך ארומגעקוקט זוכנדיק די טויבן, נאר כ'האב קיין טויבן נישט געזען. כ'האב אבער ווייטער געהערט דאס פארשטיקטע ווארטשען.

כ'בין אריין אין שטעלעכל, אין וועלכן ס'האבן זיך געפונען עטלעכע צענדליק שעפעלעך, זיך גוט ארומגעקוקט און גארנישט באמערקט. דאס ווארטשען האט אבער אויפגעהערט.

א צווייט מאל, ווען כ'האב ארומשפאצירט אויפן הויף, האב איך ווייטער דערהערט די טייבעלעך. דאסמאל האב איך שוין געקענט אונטערשיידן צוויי קלאנגען, אזוי ווי א פארשטיקטע פרויען און מענער שטים.

ס'איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, אז דא באהאלטן זיך מענטשן, מן הסתם יידן. כיהאב ווייטער געזוכט און נישט געפונען. כ'בין געווען זייער צערודערט און אויפגערעגט. כ'האב געהאט א געפיל, אז דא געפינט זיך א ייד, א ברודער, און כ'האב געגארט מיט אים זיך צו זען, מיט אים זיך דורכרעדן.

ווען כ'האב דעם אנדערן פרימארגן אויסגעענדיקט דער גויעס בילד, איז דאס איר אזוי געפעלן, אז זי האט דאס געכאפט און אוועק ווייזן. אין פינף מינוט ארום איז זי געקומען צוריק, געבראכט דאס בילד און געזאגט, אז ס'איז זייער געפעלן.

דער כוטאר איז געווען עטלעכע הונדערט מעטער פון דעם נאנטסטן כוטאר, אזוי אז ס'איז געווען אוממעגלעך, אז אין אזא קורצער צייט זאל זי קענען גיין אהין און צוריק, און נאך האבן צייט אויף ווייזן און רעדן. כ'האב פארשטאנען, אז זי האט דאס געוויזן עמעצן אין דער נאענט, און דאס האט באשטעטיקט מיינע פארדאכטן.

כיהאב זיך געוואלט פרעגן דער גויע וועגן מיינע פארדאכטן. ס'איז געווען געפערלעך, ווייל דאן וועט איר קלאר ווערן, אז איך ביו אויך א ייד. נאר כ'האב מער נישט געקענט אויסהאלטן מיין איינזאמקייט.

צומארגנס, ווען כ'האב שוין געענדיקט מיין ארבעט, פארן אוועקגיין אין אן אנדער דארף, בין איך צוגעגאנגען צו אלגא און געזאגט:

"הער אויס, אלגא 1 ביי דיר געפינען זיך פרעמדע מענטשן. דו טוסט א גרויסע זאך וואס דו העלפסט זיי אין אן עת צרה. איך ביו אן ארעמער מאלער, מיך אינטערעסירט נישט ווער די מענטשן זענען, נאר כ'וויל זיי אויך מיט עפעס העלפן. איך בעט דיך, דו זאלסט מיר לאזן פאר מיין אוועקגיין רעדן מיט די מענטשן א פאר ווערטער. זיי זיכער, אז פאר מיר דארפסטו קיין מורא נישט האבן".

צוערשט האט זי געלייקנט און געטענהט, אז ביי איר איז קיינער נישטא. דערנאך האט זי מיר געגעבן א פרעג, צי איך בין אויך פון זייערע מענטשן, דאס הייסט : א ייד. כ'האב איר נישט געגעבן קיין קלארן ענטפער, ווייל כ'האב נאך מורא געהאט פאר איר. כ'האב נאכאמאל געזאגט, אז כ'וויל זיי העלפן. זי האט מיר געהייסן ווארטן און איז אריין אין שטעלעכל. אין א פאר מינוט ארום האט זי מיך אריינגערופן און אליין איז זי געבליבן אויף דער וואך אויפן הויף.

כ'בין אריין אין שטעלכל מיט א שטארק קלאפנדיק הארץ. אינעם פינצטערן ווינקל האב איך באמערקט צוויי נפשות: א יינגל מיט א מיידל. דאס זענען געווען צוויי קינדער פון א ראזשישטשער ייד שמואליק שמויש. ער האט געוווינט אויפן בארג און האט גע'האנדלט מיט בהמות. ער איז געווען א זון פונעם קצב גרשון שמויש, וועלכער האט געהאט זיין יאטקע נעבן אונדזער שטוב אויפן ראג פון דער גאס אין משה באלערס א בודקע.

דאס מיידל איז אלט געווען עטלעכע צוואנציק יאר און געהייסן פופע, דאס יינגל א יאר 16 . זיי האבן זיך צעוויינט און געזאגט, אז זיי האבן מיך דערקענט און נאכגעקוקט פונעם בוידעם, בשעת כ'פלעג שפאצירן אויפן הויף. אין דער נאענט געפינען זיך זייער פאטער און מוטער, נאך א שוועסטער און צוויי ברידערלעך. זיי באגעגענען זיך אמאל ביי דעם גוי. פסח איז זיך די גאנצע פאמיליע צונויפגעקומען אויפן בוידעם ביי מאטווייען. זיי האב געזאגט, אז פאר זייער פאטער וואלט געווען א גרויס גליק און פארגעניגן מיט מיר זיך צו טרעפן.

כ'האב דעם יינגל אוועקגעגעבן מיינס א פארל וועש (סיאיז געווען אלט און געלאטעט, נאר ריין) און צוגעזאגט, אז זונטיק וועל איך קומען צו זיי און אפשר זיך באגעגענען מיטן טאטן, מיט שמואליקן.

כ'בין אוועק פון דארט א דערפרישטער. כ'האב שוין געהאט פאר זיך עפעס א צוועק אויסער דער אלטעגלעכער גרויקייט און נויטווענדיקייט איבערצוקומען דעם טאג.

מיט מאטווייען און אלגא בין איך געווארן היימישער. מיר האבן דאך שוין געהאט א געמיינזאמע געהיימניש.

דעם קומענדיק זונטיק בין איך אוועק גלייך אין שטעלכל.

דארט האט מען מיר געזאגט, אז שמואליק שמויש איז שויו געקומען און געפינט זיך ביי מאטווייען אין שטוב. כ'בין פארזיכטיק ארויס פון שטעלכל, זיך ארומגעקוקט צי מען זעט נישט פונדערווייטנס קיין פרעמדע מענטשן, און אוועק צו מאטווייס כאטע. אזוי ווי כיהאב נאר געעפנט די טיר, איז שמואליק מיר ארויפגעפאלן אויפן האלדז, אנגעהויבן קושן און וויינען. מיר זענען ביידע געווען שטארק גערירט. כ'האב זיך באמיט אים בארואיקן. אלגא איז אוועק אויפן הויף שטיין אויף דער וואך, אז קיינער זאל פלוצים נישט אנקומען.

שמואליק האט פאר מיר אויסגעגאסן זיין גאנץ ביטער הארץ. ער ווייס, אז סיאיז א גרויס גליק, וואס ער האט דא זיין גאנצע פאמיליע: ער, זיין ווייב, צוויי טעכטער און דריי זין. איין זון איז פארבליבן אין רוסלאנד. זיי געפינען זיך אין עטלעכע ערטער נישט ווייט איינער פון דעם אנדערן.

ער האט מיר דערציילט אז זיי זענען נישט איינמאל מיט נסים געראטעוועט געווארן פון א זיכערן טויט, און אין די ערגסטע מאמענטן איז געקומען די הילף אומדערווארטעט.

סיאיז געווען א פאל אז אין א דארף, ווו זיי האבן זיך אויסבאהאלטן, איז געקומען פאליציי זוכן יידן. דער פאלאק, ביי וועלכן זיי האבן זיך אויסבאהאלטן, האט זיי ארויסגעיאגט אינמיטן א פראסטיקער ווינטער-נאכט. זיי זענען געווען מיד, אפגעריסן, הונגעריק, און צוויי פון זיי זענען געווען אינגאנצן בארוועס. אזוי האבן זיי געוואנדערט שפעט ביינאכט אין א שטארקן פראסט, אן א ציל, אין אן אומבאקאנטער ריכטונג, אבי ווייטער פון דער פאליציי, אבי ווייטער פונעם טויט.

זיי האבן אנגעקלאפט ביי א באקאנטן גוי, מיטן נאמען אלעקסאנדער. זיי האבן געצווייפלט צי ער וועט זיי אריינלאזן, ווייל יעדער גוי, וועלכער האט באהאלטן א ייד האט איינגעשטעלט דאס לעבן פון דער גאנצער פאמיליע. ווען דער גוי האט זיי דערזען, האט ער זיך שטארק דערשראקן און זיך איבערגעצלמט. אלעקסאנדער האט זיי אלע אריינגענומען צו זיך אין שטוב אריין, זיי ארויפגעזעצט אויפן אויוון געגעבן עסן און געלאזט איבערנעכטיקן.

אויפן צווייטן טאג האט ער זיי געמאכט אן ארט אין שטאל צווישן שטרוי. דארט האט ער זיי אויסבאהאלטן צוויי חדשים.

ער האט מיר דערציילט פיל אנדערע עפיזאדן פון זייערע וואנדערונגען, און צוגעגעבן, אז זיי זענען שוין מיד פון אזא לעבן, די כוחות לאזן זיך אויס און אז די ישועה איז נאך ווייט, מ'זעט זי נישט.

איך האב אים געראטן נישט האלמן זיך אלע אינאיינעם, כדי צו פארקלענערן די געפאר און נישט ווארפן זיך צו פיל אין די אויגן. כ'האב צוגעזאגט אים העלפן מיט וואס כ'וועל נאר קענען.

כ'פלעג קומען צו די שמוישעס כמעט אלע זונטיק און פארברענגען מיט זיי עטלעכע שעה אויפן בוידעם. כיהאב געמאכט פון האלץ און פאפיר שפילצייג און געשפילט מיט די יינגלעך. כ'פלעג זיי דערציילן מעשיות פון טויזנט און איין נאכט און זיי האבן געהערט מיט גרויס שפאנונג. כ'האב זיי איבערגעגעבן וועגן די קאמפן אויף די פראנטן און די נייעסן, וועלכע כ'האב געחערט בשעת מיינע וואנדערונגען. די יינגלעך האבן געשפילט מיט אנגעמאלטע קארטן, וועלכע כ'האב געמאכט אין די לאנגע ווינטער-אוונטן אין לוצקער געטא.

איינמאל איז די פרוי שמויש קראנק געווארן, זיך פארקילט און אנגעהויבן הוסטן. דאס איז געווען א גרויס געפאר, ווייל דורך דעם קלאנג פון דעם הוסטן האט מען געקענט אויפדעקן זייער באהעלטעניש און זיי האבן געקענט אלע אומקומען.

כיבין דאו אוועק צו א באקאנטן טשעכישן דאקטאר אין דאראסין (ער איז אויך געווען א ייד, נאר קיינער האט פון דעם נישט געוווסט), גענומען ביי אים מיטלען אויף שטילו דעם הוסט און געבראכט דער פרוי. ס'איז איר איבערגעגאנגען.

די לאגע איז געווארן אלץ ערגער. ס'האבן זיך באוויזן אין די דערפער באנדעראווצעס, וואס האבן געזוכט איבערגעבליבענע יידן כדי זיי צו פארניכטן. פאר זיי איז געווען כמעט אוממעגלעך אויסבאהאלטן זיך אין דארף.

איין זונטיק, ווען איך בין געווען ביי די שמוישעס אויפן בוידעם, און געזעען זייער שרעק פאר דער גרויסער געפאר, האב איך באמערקט, אז אייגנטלעך וואס האבן מיר אזוי מורא פארן טויט. דער גרעסטער טייל פון אונדזערע זענען דאך שוין דורכגעגאנגען די טיר – וואס זשע האבן מיר מורא; מיר האבן דאך דארט כמעט אלע אייגענע, היימישע און באקאנטע...

האט רחל, די יינגערע טאכטער, מיר געענטפערט:

"איך, אבער איך בין דאך נאך אזוי יונג, ס'ווילט זיך דאך נאך אזוי לעבן".

די שמוישעס פלעגן מיר פיל מאל זאגן: "איר וועט זען, ווארקאוויצקי, גאט וועט נאך דערפרייען אייער הארץ. איר וועט נאך געפינען אייער פרוי און טעכטער".

די משפחה שמויש איז געווען זייער פרום. זיי האבן געהאט א סידור און אלע טאג געדאוונט. אין דארף איז אפט געווען רינדערן אדער הינערפלייש. זיי האבן די גאנצע צייט, נישט קוקנדיק אויפן הונגער, קיין פלייש נישט געגעסן, ווייל ס'איז נישט כשר און ס'איז נישט פון יידישע שחיטה.

אין א געוויסן זונטיק בין איך געווען ביי מאטווייען צוזאמען מיט רחל און איר ברודער. די איבעריקע זענען געווען ביי אנדערע גויים.

גאנץ פרי, בעת כ'בין ארויס אויפן הויף, האט מיר מאטוויי געזאגט, אז אויפן צווייטן כוטאר זעט ער א פארדעכטיקע באוועגונג. כ'האב וועגן דעם געמאלדן רחל מיטן ברודער, גענומען מיין פעקל און אוועק אין א צווייט דארף.

מער האב איך די שמוישעס נישט געזען. אין צווייטן דארף האב איך דערהערט די שרעקלעכע ידיעה, אז די באנדעראווצעס האבן אויסגעמארדעט שמואליקן מיט זיין גאנצער פאמיליע. איין זין, דער 16 יאריקער, איז אוועק. צוויי טעג האט ער געוואנדערט און איז פאר דער צייט געווארן גרוי ווי א טויב. דערנאך האט מען אים אויך דערמארדעט.

נאך טיפער און שרעקלעכער איז געווארן מיין איינזאמקייט...

שמואל ווארקאוויצקי

מקורות

[רעדאַקטירן]

הספר "רוז'ישץ' עיירתי".