הערשעלע אָסטראָפּאָלער און מאָטקע חב״ד/מאָדערנער אויסלייג
הערשעלע אָסטראָפּאָלער און מאָטקע חב״ד | |
מחבר: | מ. שטערן |
---|---|
אויסגאַבע: | ניו־יאָרק, 1920ער |
פאַרלאַג: | סטאַר היברו בוק קאָמפּאַני |
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive: | nybc201076 |
די צאָל זייטן: | 124 |
גלויב ניט וואָס מען זאָגט
[רעדאַקטירן]הערשל קומט אַמאָל אַריין אין בית המדרש דאַוונען, לויפט צו אים צו אַ יונג איידעמל און זאָגט מיט אַ שמייכל, אַז אַלע זאָלן הערן:
— ר׳ הערשל! מען זאָגט אויף אייך, אַז איר זייט אַ נאַר!
— גלויב ניט, וואָס מען זאָגט — ענטפערט הערשל — אָט זאָגט מען אויף דיר, אַז דו ביסט אַ קלוגער. נו, וועט עס איימעצער דען גלויבן?
וויפל נאַראָנים זיינען דאָ אויף דער וועלט
[רעדאַקטירן]איינער מיט אַ נאַקעטן קאָפּ פרעגט אַמאָל הערשלען:
— וויפל נאַראָנים אַזעלכע ווי איר, זיינען דאָ אויף דער וועלט?
— אַזוי פיל — ענטפערט הערשל — וויפל האָר עס זיינען דאָ אויף דיין קלוגן קאָפּ.
דער חילוק פון אַן אייזל ביז אַ נאַר
[רעדאַקטירן]אויף אַ ברית מילה, אויף וועלכן עס האָט זיך פאַרזאַמלט אַ גרויסער עולם, האָט הערשל מסתמא אויך ניט געפעלט און האָט אונטערגעהאַלטן דעם עולם מיט זיינע קלוגע וויצן.
איינער פון דעם עולם, וועלכן מען האָט גערופן חייקל חקרן, האָט ניט געקאָנט ליידן הערשלס נאַרישקייטן. צום ↰ 4 אומגליק איז אים נאָך אויסגעקומען צו זיצן פּונקט אַנטקעגן הערשלען. דאָ האָט זיך חייקל מישב געווען צו געבן הערשלען אַ שטאָכוואָרט, אפשר וועט ער שוין דעמאָלט קלוג ווערן און וועט אויפהערן צו פּלוידערן נאַרישקייט.
ער האָט אַ פרעג געטאָן הערשלען:
— זאָג מיר הערשל, ווי ווייט איז פון דיר ביז דאָס נאַרישע אייזל?
— גאָר ניט ווייט! — ענטפערט הערשל — נאָר דער טיש אַליין שיידט אָפּ איינעם פונעם אַנדערן.
דער חקרן האָט פאַרשטאַנען דעם שטאָכוואָרט און פאַרביסן מיט די ליפּן.
הערשל פאַרקויפט פאַר זיין פּרייז
[רעדאַקטירן]די קאַפּאָטע וואָס הערשל האָט באַקומען פאַר אַ מתנה פונעם פּרנס־חודש איז נאָך געווען אַ גאַנץ נייע און אַ טייערע. איינמאָל אין אַ יום־טוב, ווען הערשל האָט זיך אויסגעפראַנטעוועט אין דער דאָזיקער קאַפּאָטע, איז ער זיך אַוועק שפּאַצירן איבער דער שטאָט מיט דעם שטעקן אין דער האַנט. ערשט עס קומט אים אַנטקעגן דער משרת פון פּרנס־חודש און פרעגט אים, אויב ער וואָלט אַ בעלן געווען אים פאַרקויפן די קאַפּאָטע?
— אַך, פאַרוואָס נישט — ענטפערט הערשל — איך קען זי דיר אַפילו פאַרקויפן פאַר דעם פּרייז, וואָס זי קאָסט מיך אַליין.
און מיט די ווערטער האָט ער געכאַפּט דעם שטעקן און האָט מיט אים אָנגעהויבן צו שלאָגן דעם משרת, ציילנדיק די קלעפּ: איינס, צוויי. דריי, א.ז.וו. דער משרת איז מיטן ↰ 5 גרעסטן כעס אַנטלאָפן געוואָרן צום פּרנס־חודש און האָט אים דערציילט וואָס הערשל האָט אים געטאָן. דער פּרנס־חודש האָט געשיקט נאָך הערשלען און געפרעגט אים, העכסט אויפגעבראַכט:
— וויאַזוי האָסט דו זיך אונטערגעשטעלט צו שלאָגן מיין משרת אינמיטן גאַס, ווען ער האָט דיך גאָר ניט אָנגערירט?
— ניין, — ענטפערט הערשל, — איך האָב אים ניט געשלאָגן, נאָר איך האָב אים פאַרקויפט די קאַפּאָטע פאַר דעם זעלבן פּרייז וואָס זי קאָסט מיך אַליין.
— איך פאַרשטיי דיך ניט, רעד דייטלעכער! — זאָגט דער פּרנס־חודש.
— די מעשה דערפון איז אַזוי, — זאָגט הערשל — די דאָזיקע קאַפּאָטע האָב איך באַקומען פון אייך אַ מתנה, נאָר איידער איר האָט זי מיר געגעבן, האָט איר פריער אָפּגעציילט צוואַנציק שטעקנס אויף מיין פּלייצע און אַזוי ווי אייער משרת איז מרוצה געוואָרן צו קויפן ביי מיר די קאַפּאָטע פאַר דער פּרייז וואָס איך האָב באַצאָלט, האָב איך אָנגעהויבן אים צוציילן די שטעקנס.
דער פּרנס־חודש האָט זיך צולאַכט. נאָר פאַר דעם קנס וואָס הערשל האָט מבייש געשטעלט דעם משרת, האָט ער אים געהייסן ער זאָל דעם משרת אַוועקגעבן די קאַפּאָטע. הערשל איז געוואָרן אַ צוקאָכטער.
— סטייטש. — שרייט ער, — וואו איז דאָס געהערט געוואָרן אין דער וועלט אַזאַ אומרעכט?
— וואָס איז דאָס פאַר אַזאַ אומרעכט? — פרעגט אים דער פּרנס־חודש.
— אַוודאי! — שרייט הערשל — מיך קאָסט די קאַפּאָטע צוואַנציק שטעקנס אויף מיין אָרעמער פּלייצע און אייער משרת ↰ 6 האָט נאָר זעקס שטעקנס פון מיר באַקומען! לאָזט זשע ער זאָל פון מיר באַקומען די איבעריקע 14 שטעקנס און זאָל איך ניט ליידן קיין היזק!...
נאָר דער משרת האָט זיך איבערגעשראָקן פאַר הערשלס שטעקנס און האָט זיך אָפּגעזאָגט פון דער קאַפּאָטע.
הערשל באַשטראָפט זיין ווייב
[רעדאַקטירן]הערשלס ווייב — אַ אידענע אָן חכמות — פלעגט קיינמאָל ניט פאָלגן דעם מאַן, שטענדיק האָט זי געטאָן קאַפּויער פון וואָס ער האָט געזאָגט. דאָס האָט הערשלען פאַרדראָסן און ער האָט זיך באַשלאָסן ער זאָל זי באַשטראָפן אַזוי ווי אים פּאַסט.
הערשל איז געווען אַ חשוב ביים פּריץ פון דער שטאָט, וועלכער איז אויך געווען אַ באַרימטער צאָנאַרצט. איינמאָל קומט הערשל אַריין צום פּריץ מיט אַ פאַרזאָרגטן פּנים.
— וואָס איז, הערשל? וואָס ביסט דו אַזוי פאַרזאָרגט? — פרעגט אים דער פּריץ.
— אַך, פּריץ! דאָס ווייב מיינס גיט מיר גאָר קיין מנוחה ניט! כאָטש נעם און אַנטלויף אין דער ווייטער וועלט אַריין! וויפל מאָל איך האָב זי שוין געבעטן זי זאָל זיך לאָזן אַרויסנעמען דעם שלאַפן צאָן, איז זי אָבער אַן עקשנטע און וויל דאָס אַפילו ניט הערן. סיידן דו אַליין זאָלסט זיך נעמען צו איר...
— שוין! — האָט געענטפערט דער פּריץ. — איך וועל איר באַפרייען פון דעם קראַנקן צאָן, דעמאָלט וועט איר ביידע באַפרייט ווערן פון די שמערצן.
און נעמענדיק אַ קליין צוואַנגל האָט דער פּריץ זיך אַריינגעזעצט מיט הערשלען אין זיין קאַרעטע און זיינע צוויי באַדינטע — געזונטע פּויערן — האָט ער געהייסן נאָכגיין און זיי זיינען אַזוי אָנגעקומען צו הערשלס וואוינונג.
דער פּריץ פרעגט הערשלס ווייב, וועלכער צאָן טוט עס איר וויי און גיט איר אַן עצה זי זאָל זיך לאָזן אויסרייסן דעם צאָן. הערשלס ווייב שווערט זיך נעבעך מיט כל השבועות, אַז איר טוט גאָר קיינמאָל ניט וויי קיין צאָן, נאָר הערשל שטייט אונטער דעם פּריץ און רוימט אים איין אַ סוד, אַז דאָס ווייב פאַרשטעלט זיך, זי נאַרט אָפּ.
דער פּריץ הייסט זיינע צוויי באַדינטע זיי זאָלן זי אַנידערזעצן אויף אַ באַנק און פעסט זיי צוהאַלטן. ער פרעגט הערשלען, וועלכער צאָן איז אַ שלאַפער ביי איר, און הערשל ווייזט אים אויף דעם געזונטסטן צאָן און ווי שטאַרק די אָרעמע פרוי האָט נעבעך געשריען פון ווייטיק, האָט דער פּריץ דאָך אַרויסגעשלעפּט דעם שטאַרקסטן צאָן פון איר מויל.
שפּעטער איז דער פּריץ געוואָר געוואָרן פון הערשלס איינפאַל און האָט אַ לאַנגע צייט געלאַכט. נאָר הערשלס ווייב האָט פון דעמאָלט אָן שוין תמיד געפאָלגט דעם מאַן.
הערשל ווערט אַ דאָקטאָר
[רעדאַקטירן]אַן אַלטע מויד, שוין אַריבער דרייסיק יאָר, האָט אָפט געליטן פון קאָפּ־שמערצן. אין דעם האָט זי געהערט, אַז אַ נייער דאָקטאָר איז אַראָפּגעקומען אין שטעטל, און האָט אים געשיקט רופן.
דער נייער דאָקטאָר איז טאַקע געווען אונדזער הערשל.
אים האָבן זיך שוין אויסגעלאָזט אַלע שטוקעס, האָט ער זיך מישב געווען און האָט זיך אויסגעגעבן פאַר אַ דאָקטאָר.
הערשל באַטראַכט דעם חולה און געפינט די סיבה פון איר שלאַפקייט.
— איר מוזט חתונה האָבן, — זאָגט ער איר קורץ — וועט איר פולקום געזונט ווערן.
— עס קען זיין, אַז איר זייט גערעכט. איך גלויב אייך הער דאָקטאָר. איך וועל פאָלגן אייער עצה. זעט, געפינט מיר אַ חתן.
— איך בין ניט קיין שדכן און קען ניט זיין קיין שדכן.
— אַז איר קענט ניט זיין קיין שדכן, טאָ נעמט איר מיך פאַר אַ ווייב.
— ניין, — זאָגט הערשל — מיר דאָקטוירים פאַרשרייבן נאָר רעצעפּטן, אָבער מיר נעמען זיי ניט.
די לעצטע פּראַקטיקע פון הערשלס דאָקטאָריע
[רעדאַקטירן]הערשל האָט געהאַט אויסגעצייכענט פונעם ספר רפואות אַלע רעצעפּטן, האָט ער עס איבערגעשריבן אויף קליינע קוויטלעך, און ווען מען האָט אים גערופן צו אַ חולה, האָט ער אים געהייסן אַרויסציען אויף גליק אַ קוויטעלע און וואָס פאַר אַ רפואה עס איז געווען פאַרשריבן אין דעם קוויטעלע, פלעגט ער הייסן מאַכן פאַר דעם חולה.
איינמאָל רופט מען אים צו אַ ווייבל, וועלכע עס האָט געהאַט אָנגעריסן אַ מכה אין האַלדז. הערשל האָט איר געהייסן ↰ 9 אַרויסשלעפּן אַ קוויטעלע פון זיין טאַש און האָט עס איר איבערגעלייענט. דאָרט איז געשטאַנען, אַז מען זאָל מאַכן אַ קאַנע.
דאָס ווייבל האָט זיך שטאַרק צולאַכט, און פון דעם גרויס געלעכטער איז צוזעצט געוואָרן איר מכה אין האַלדז און זי איז געהאָלפן געוואָרן.
הערשל לייגט אַ אידענע אַ פלאַסטער
[רעדאַקטירן]איינמאָל קומט אַריין צו הערשלען אַן אַלטע אידענע מיט אַ געוויין:
— העלפט מיר, הער דאָקטאָר! ראַטעוועט אַ נפש.
— וואָס פעלט אייך?
— דער קאָפּ ברעכט אַזוי, אַז עס שטעכט אַזש אין די זייטן.
— מען דאַרף לייגן אַ פלאַסטער אויף דער פּאַטיליצע. גיט אַהער צוואַנציק קאָפּיקעס.
די אידענע גיט אים דאָס געלט און הערשל מאַכט אַ פלאַסטער און לייגט עס איר דאָרט אַרויף.
— אין צוויי שעה אַרום זאָלט איר דאָ ווידער זיין, וועל איך זען וויאַזוי עס האָט אָנגעריסן, און דערווייל גייט אַהיים.
— סטייטש! — זאָגט די אידענע פאַרוואונדערט, — וויאַזוי זשע זאָל איך גיין אַהיים?
— וואָס הייסט, וויאַזוי? אַזוי ווי אַלע מענטשן גייען.
— אפשר האָט איר, הער דאָקטאָר, נאָך אַ פלאַסטער?
— צו וואָס איז?
— ווי הייסט צו וואָס? פאַר מיין שנור! איך בין דאָך ניט קראַנק, נאָר די שנור איז קראַנק!
— צו וואָס זשע האָט איר זיך געלאָזט לייגן דעם פלאַסטער?
— ווייל איך האָב ניט געקענט זיין דערווידער אייערע רייד.
הערשל האָט זיך שטאַרק צולאַכט.
מיט פיל מי האָט ער אָפּגעריסן דעם פלאַסטער פון איר פּאַטיליצע און זי האָט דאָס אַוועקגעטראָגן דער שנור.
זיין גליק וואָס ער איז אַ פאַרבער
[רעדאַקטירן]ווידער האָט זיך געטראָפן אַ מעשה אין הערשלס פּראַקטיקע אַלס דאָקטאָר.
מען האָט אים גערופן צו אַ חולה. הייסט ער דעם חולה, ער זאָל אים ווייזן די האַנט. הערשל זעט אַז די האַנט איז באַדעקט מיט רויטע פלעקן, זאָגט ער:
— דער חולה האָט אַ היציקע שלאַפקייט מיט פלעקן, מוז ער שטאַרבן, ווייל ער האָט זיך אָנגענומען פון פאַר׳עיפּושטע בהמות.
— וואָס רעדט איר, הער דאָקטאָר? — וואונדערט זיך דעם קראַנקענס ווייב, — מיין מאַן איז אַ פאַרבער און פון די פאַרב איז אים רויט די האַנט.
— אויב אַזוי, — זאָגט הערשל — איז ער גליקלעך וואָס ער איז אַ פאַרבער, אַז ניט וואָלט איך אים שוין אָפּגעזאָגט דאָס לעבן.
הערשל היילט אַ פּויער
[רעדאַקטירן]אַן אַנדערש מאָל קומט צו אים אַ פּויער און בעט אים ער זאָל אים געבן אַ רפואה.
— וואָס טוט דיר וויי? — פרעגט הערשל.
— אָט דאָ אין דער זייט טוט מיר זייער וויי.
— הייב אויף די הענט אַרויף און צי דעם אָטעם.
דער פּויער טוט ווי הערשל הייסט אים.
— נו, וואָס הערט זיך?... דו אָטעמסט שווער?
— נישקשה... — ענטפערט דער פּויער — נאָר קוים ריר איך זיך נאָר צו צו דער זייט, טוט מיר שוין וויי.
— ווייסט זשע וואָס, — זאָגט הערשל — ריר זיך קיינמאָל ניט צו צו דער זייט, וועט דיר מער ניט וויי טאָן.
— טאַקע?! — שרייט אויס מיט פרייד דער פּויער — לאַנג לעבן זאָלט איר פאַר דער עצה.
הערשל איז זיך נוקם
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל אָנגעקומען ווינטער ביינאַכט צו אַן אכסניה ווען זי איז שוין געווען פאַרמאַכט און אינדרויסן איז געווען אַ שרעקלעכער פראָסט. הערשל קלאַפּט אָן אין דער טיר מען זאָל אים עפענען. דער בעל־אכסניה, וועלכער איז שוין געלעגן אין בעט, זאָגט צו זיין ווייב: „אַ רחמנות, כ׳לעבן, אויף דעם אידן וואָס שטייט אויפן גאַס“. נאָר די טיר עפענט ער אים ניט.
הערשל קלאַפּט ווייטער אָן און בעט: „האָט רחמנות! לאָזט מיך אַריין אין שטוב, וואָרעם איך ווער פאַרפרוירן!“
און דער בעל־אכסניה זאָגט ווייטער צום ווייב:
— אַ רחמנות אויף דעם אידן, וואָס שטייט אין דרויסן!
— סטייטש, — זאָגט דאָס ווייב, — אַז דו האָסט יאָ רחמנות אויף אים, פאַרוואָס זשע לאָזט דו אים ניט אַריין אין שטוב?
— נאַרעלע! — ענטפערט ער — אַז איך וועל אים אַרייננעמען אין שטוב, וועט דאָך שוין ניט זיין קיין רחמנות אויף אים!
הערשל האָט דעם ענטפער גוט געהערט און טראַכט זיך: „וואַרט, איך וועל דיר שוין אָפּטאָן אַ גוט שפּיצל!“
אין אַ פּאָר טעג שפּעטער קומט הערשל אַריין אין דער זעלבער אכסניה, לייטיש אָנגעטאָן, און פרעגט דעם בעל־אכסניה צי קאָן ער ביי אים האַלטן סטאַנציע אויף ניט קיין באַשטימטער צייט?
— אַך, מיטן גרעסטן כבוד! — ענטפערט דער בעל־אכסניה — איר דאַרפט אַוודאי אַ באַזונדער חדר מיט מעבל?
— יאָ, און מיט עסן אויך.
— גוט, גוט! — זאָגט דער בעל־אכסניה — נאָר געלט מוזט איר מיר באַצאָלן פאַר אַ חודש פאָרויס.
— פאָרויס צאָל איך קיינמאָל ניט, ווייל דער שווער מיינער שיקט מיר צו געלט נאָכן חודש, דרום קאָן איך ביי אייך קיין אורח ניט זיין... נאָר וויפל, למשל, נעמט איר פאַר דעם חדר?
— פינף רובל אַ חודש.
— איך בין אימשטאַנדע צו צאָלן זעקס רובל פאַר דעם חדר, ווייל ער איז מיר געפעלן. און וויפל נעמט איר פאַר קעסט?
— פופצן רובל אַ חודש, וועט שוין זיין אין דעם דריי געריכטן אַ טאָג מיט צוויי מאָל טיי.
— איך קען אייך געבן 20 רובל אַ חודש, — זאָגט הערשל, — אַבי עס זאָל זיין גוטע עסן.
— אויב אַזוי — זאָגט דער בעל־אכסניה, — בין איך מרוצה צו וואַרטן מיט דעם געלט אויף נאָך דעם חודש, אַבי איר זאָלט נאָר האַלטן וואָרט און מיך ניט אָפּנאַרן.
— איך האָב נאָך קיינעם ניט אָפּגענאַרט — ענטפערט הערשל, — מיר קומט אָפט איינצושטיין אין אכסניות און שטענדיק ווען איך צי זיך אַרויס באַגלייט מיך דער בעל־אכסניה מיט טרערן.
און הערשל איז געבליבן אין דער אכסניה.
עס איז אַוועק אַ חודש און צוויי, הערשל דערמאָנט זיך ניט געלט צו צאָלן, נאָר ער עסט און טרינקט און קומט צו זיך.
דעם בעל־אכסניה איז דאָס אַריין טיף אין דער נאָז.
— וואָס זאָל דאָס באַדייטן, ר׳ הערש? — פרעגט ער אים ענדלעך — איר האָט דאָך געזאָגט, אַז איר צאָלט נאָכן חודש, צום סוף איז שוין אַוועק צוויי חדשים און איך זע נאָך אַלץ ניט פון אייך קיין געלט!
— וואָס פאַר אַ שוטה איר זייט! — ענטפערט הערשל — צי מיינט איר אין אמתן, אַז ווען איך זאָל זיין אַ גוטער צאָלער, וואָלט איך באַשטאַנען צו וואוינען אין אַזאַ קבר? אָדער צו עסן אַזאַ שלעכט עסן ווי ביי אייך איז?... היינט פאַרגעסט ניט, אַז איך האָב אייך צוגעזאָגט צו געבן 26 רובל אַ חודש, ווען איך פאַרדין ניט אַפילו קיין 26 קאָפּיקעס אַ חודש און מיין שווער פון יענער וועלט זאָגט, אַז פון דאָרט איז זייער שווער איבערצושיקן געלט...
— פאַרוואָס זשע האָט איר מיך אָפּגענאַרט?
— איך האָב אייך ניט גענאַרט, מיין ליבער איד, איך האָב זיך נאָר באַרימט פאַר אייך.
— וויאַזוי האָט איר זיך דאָס אונטערגעשטעלט דאָס צו טאָן? — פרעגט דער בעל־אכסניה.
— בייזערט אייך נאָר ניט, פעטער! — ענטפערט הערשל. — פאַר אַזאַ פינצטערן און נאַסן חדר און פאַר אַזאַ שלעכט עסן ווי איך האָב ביי אייך געהאַט, איז פּשוט אַן עבירה אייך צו באַצאָלן. פאַרקערט, איר דאַרפט מיר נאָך צוצאָלן וואָס איך האָב אַזוי לאַנג געליטן ביי אייך.
דער בעל־אכסניה האָט פון פאַרדרוס זיך צואוויינט.
— וואָס איז דאָס פאַר אַן אומגליק? — שרייט הערשל — שטענדיק ווען איך דאַרף זיך אַרויסציען פון אַן אכסניה, באַגלייט מיך דער באַלעבאָס אָדער די באַלעבאָסטע מיט טרערן, זיי באַוויינען מיך ווי אַ געשטאָרבענעם. הערט אויף, איך בעט אייך, צו וויינען, עס קען זיין אַז מיר וועלן זיך נאָר זען.
— ניין, ניין, לאָז גאָט אָפּהיטן! — האָט דער בעל־אכסניה אים נאָכגעשריען.
אַ תירוץ
[רעדאַקטירן]מען פרעגט אַמאָל הערשלען, פאַרוואָס טראָגט ער אַזאַ צוריסענע קאַפּאָטע?
— נישקשה, — ענטפערט ער, — זאָרגט אייך ניט. איך האָב אין קאַסטן אַ נייע קאַפּאָטע.
— פאַרוואָס זשע נעמסטו זי נישט אַרויס?
— ווייל דער קאַסטן איז פאַרשלאָסן.
— נו, שליסט מען אויף!
— דאָס שליסעלע ליגט אָבער אויך אין קאַסטן. — ענטפערט הערשל.
אין מאַרק
[רעדאַקטירן]— קויפט, ר׳ הערשל, די שאַפע ביי מיר, איך פאַרקויף זי אין גלייכן געלט!
— וואָס זשע וועל איך אַריינלייגן אין איר?
— סטייטש? אייערע מלבושים!
— און אַליין זאָל איך נאַקעט גיין? — פרעגט אים הערשל מיט אַ ברוגזדיקן טאָן.
ביים עסן קלייבט מען ניט איבער
[רעדאַקטירן]הערשל זיצט אַמאָל אין אכסניה זייער פאַרשמאַכט. אין דעם זיינען אַהין אָנגעקומען אַ חברה מחותנים פון נאָך אַ חתונה און האָבן געהייסן דער באַלעבאָסטע זי זאָל מאַכן אַ גוטע וועטשערע פאַר זיי. דאָס עסן איז פאַרטיק געוואָרן און דער עולם האָט זיך אויסגעזעצט ביי די טישן און האָט אויך אָן הערשלען ניט פאַרגעסן.
אינמיטן עסן רופט זיך הערשל אָן צו זיי:
— רבותי! ווער קאָן זיך מיט מיר פאַרוועטן אין עסן? איך נעם זיך אונטער מיט נאָך איינעם אויפצועסן אַ גאַנצן זאַק קאַרטאָפלעס מיט שמאַלץ!
— ער נאַרט אָפּ! — שרייען אַלע, דאָס איז ניט מעגלעך.
— ווער? איך נאַר אָפּ? — פרעגט הערשל, — שטעלט איין צען רובל, וועט איר זען ווי איך מיט נאָך איינעם עסן מיר אויף אַ זעקל אָפּגעקאָכטע קאַרטאָפלעס מיט שמאַלץ.
— מיר שטעלן איין! — זאָגט דער עולם — נאָר אויב דו מיינסט, אַז איינער פון אונדז וועט צו דיר צושטיין פאַר אַ שותף צום עסן, האָסטו אַ טעות.
— נישקשה, איך וועל שוין געפינען אַ שותף.
דער עולם האָט איינגעלייגט צען רובל בעל־אכסניה און האָבן אים געהייסן צוגרייטן אַ זעקל אָפּגעקאָכטע קאַרטאָפלעס מיט שמאַלץ.
אין אַ פּאָר שעה איז דער מאכל פאַרטיק געוואָרן און דער בעל אכסניה האָט עס הערשלען דערלאַנגט אין אַ גרויסן קעסל אויף דעם טיש. הערשל האָט געוואַרט ביז די קאַרטאָפלעס האָבן זיך אויסגעקילט. נאָכדעם איז ער אַרויסגעגאַנגען אין הויף און האָט זיך באַלד צוריק אומגעקערט מיט אַ גרויסן חזיר אויף די הענט.
— אָט איז מיין שותף, וואָס וועט מיר העלפן עסן — זאָגט ער צום עולם, ווייזנדיק אויף דעם חזיר וועלכער דערשמעקענדיק נאָר דעם ריח פון די קאַרטאָפלעס, האָט ער זיך שוין געריסן צום קעסל.
דער עולם איז דערשטוינט געוואָרן פון הערשלס איינפאַל.
— מיר גלויבן דיר, — האָבן די מענטשן געזאָגט, — ביי אונדז איז מער קיין ספק ניט, אַז פאַר אייך ביידע וועט נאָך ווייניק זיין דער קעסל מיט די קאַרטאָפל.
— הייסט עס, האָב איך געוואונען די צען רובל.
— ניין, הערשל, אַ חזיר קאָן דען זיין אַ שותף צו דיר?
— ביים עסן קלייבט מען ניט איבער — ענטפערט הערשל — און ווידער: איך האָב דאָך אייך ניט געזאָגט ווער עס וועט זיין מיין שותף, דרום האָב איך געוואונען.
דער עולם האָט אים אָפּגעגעבן די צען רובל און הערשל איז אַרויס פון דער אכסניה זאַט און נאָך מיט צען רובל אין קעשענע.
הערשל לויבט אַ חתן
[רעדאַקטירן]מען האָט אַמאָל זיך אָנגעפרעגט ביי הערשלען אויף אַ קאַרגן חתן, וועלכער האָט זיך געהייסן געבן זייער פיל נדן. האָט הערשל געענטפערט: אַז אים קומט טאַקע אַ סך נדן איבער פיל מעלות, אַמאָל פלעגט אַ פערד קאָסטן 20 רובל, קאָסט היינט איבער 100 רובל; אַ חזיר וואָס פלעגט קאָסטן 5 רובל, קאָסט היינט 20 רובל און אַ בחור וואָס פלעגט נעמען 200 גילדן נדן, נעמט היינט 2,000 רובל נדן. היינט, אַז ער איז אַ חזיר איינער אין דער מדינה און אַ פערד איז זיין גלייכן ניטאָ און דערצו אַ חתן אויך, טאָ וויפל איז ער דאָס ווערט צו נעמען נדן?
הערשל דערקענט אַ מענטשן
[רעדאַקטירן]הערשל גייט אין גאַס פאַרטראַכט. פּלוצלים לויפט ער צו צו אַ מענטשן פון דער גאַס, שטופּט אים אַריין די האַנט און שרייט אויס מיט שמחה:
— אָ! וואָס מאַכט איר ר׳ טאָדרעס? שוין אַ צייט, אַז איך האָב אייך נישט געזען! איר האָט זיך אַזוי איבערגעביטן אין דער צייט, אַז איך האָב אייך קוים דערקענט.
— איר האָט אַ טעות, מיין ליבער איד, איך הייס גאָר יאַנקל ניט טאָדרעס.
— אַך! וואונדערט זיך הערשל ווייטער — וויאַזוי אַ מענטש בייט זיך דאָס איבער! אַפילו דער נאָמען אייערער האָט זיך שוין אויך פאַרביטן.
הערשל ברענגט אַ ראיה
[רעדאַקטירן]הערשל טרעפט אַמאָל זיין חבר חייקלען ווי ער וואַשט זיך מיט בראַנפן דעם קאָפּ.
— וואָס איז דאָס פאַר אַ שגעון, — פרעגט ער אים — וואָס דו וואַשסט זיך מיט בראַנפן דעם קאָפּ?
— איך האָב דערקלערט מיט מיין חקירה, — ענטפערט חייקל חקרן, — אַז דאָס איז אַ סגולה, די האָר זאָל וואַקסן.
— עט, גלויב דאָס ניט! — זאָגט הערשל, — ווען דאָס זאָל טאַקע זיין אַן אמת, וואָלט אין גאָרגל ביי מיר שוין אויסגעוואַקסן אַ באָרד אויף עטלעכע אַרשין.
הערשל און חייקל חקרן
[רעדאַקטירן]חייקל חקרן: זאָג מיר, הערשל, ווען למשל, אַשטייגער, עס זאָל ווערן אַזאַ מין שינוי (ענדערונג) אין דער נאַטור, אַז די זון זאָל אָנהייבן שיינען ביינאַכט, וואָס וואָלטסטו דערויף געזאָגט?
הערשל: איך וואָלט געזאָגט, אַז דאָס איז די לבנה.
חייקל: ווען מען זאָל דיר אָבער אויפקלערן, אַז דאָס איז נאָר די זון?
הערשל: וואָלט איך יענעם זאָגן, אַז ער איז אַ ליגנער!
חייקל: נאָר מיך קענסט דו דאָך, אַז איך בין ניט קיין ליגנער און אַז איך אַליין וואָלט דיר זאָגן, אַז דאָס איז די זון, וואָס וואָלטסטו מיר דערויף געענטפערט?
הערשל: איך וואָלט געענטפערט, אַז דו ביסט משוגע!
הערשל ווינטשעוועט
[רעדאַקטירן]הערשל האָט אַמאָל צוגעווינטשעוועט אַן אָרעמען ישיבה־בחור, אַז גאָט זאָל אים צושיקן אַ כלה מיט דריי מעלות, זי זאָל זיין שיין, רייך און משוגע.
— צו וואָס זשע, ר׳ הערש, זאָל זי גאָר זיין משוגע? — פרעגט אים דער ישיבה־בחור.
— שוטה איינער! — ענטפערט אים הערשל — אַז זי וועט זיין שיין און רייך און וועט דיך נעמען איז זי דאָך במילא משוגע.
ווי אַ קליין מיידל קליגט זיך איבער הערשלען
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל אַריינגעקומען אין אַ שענק און געזען, אַז ביי דער סטויקע (דער טיש אַוואו מען פאַרקויפט) שטייט אַ קליינע מיידל. האָט איר הערשל געבעטן, זי זאָל אים אָנגיסן אַביסל בראָנפן. די מיידל האָט הערשלען געקאָנט פאַר ↰ 20 אַן אָרעמאַן, האָט זי אים אָנגעגאָסן גאָר אַ קליינע גלעזעלע בראָנפן.
אַז הערשל האָט דערזען די גלעזעלע, זאָגט ער צו דער מיידל:
— פון דעם גלעזל טאָר איר ניט טרינקען, זי איז ניט קיין געטובלטע.
די מיידל האָט אויסגעקליבן אַ גרויסע גלאָז, עס געוויזן הערשלען, און געפרעגט:
— און פון דער מעגט איר טרינקען?
— יע, — ענטפערט הערשל — דאָס גרויסע גלאָז איז געטובלט.
האָט די מיידל גענומען און איבערגעגאָסן די ביסעלע בראָנפן פון דער קליינער גלעזעלע אין דער גרויסער גלאָז, און דערלאַנגט הערשלען.
— אָ, — האָט הערשל זיך אָפּגערופן — עס איז שוין דאָ קליגערע פון מיר, בין איך שוין איבעריק.
גריבעס מיט טאַראַקאַנעס
[רעדאַקטירן]דאָס ווייב פון דעם פּרנס־חודש פון הערשלס שטאָט האָט שטאַרק ליב געהאַט צו עסן גריבעס, און כאָטש דאָס פלעגט איר פאַרשאַטן און זי פלעגט אַלע מאָל קראַנק ווערן, דאָך האָט זי זיך ניט געקאָנט אָפּגעוואוינען פון דעם זיסן מאכל. איר מאַן האָט דערפון געהאַט גרויסע יסורים, ווייל ער האָט שטאַרק ליב געהאַט דאָס ווייב. ער האָט הערשלען דערציילט זיינע צרות, און הערשל האָט זיך אונטערגענומען אָפּגעוואוינען דאָס ווייב פון די גריבעס, און אָט וואָס ער האָט געטאָן.
דאָס ווייב פון פּרנס־חודש האָט שרעקלעך ניט געקענט קוקן אויף שוואַרצע טאַראַקאַנעס. הערשל האָט דאָס געוואוסט, און האָט עס באַנוצט פאַר אַ מיטל אויסצופירן זיין פּלאַן. ער האָט געקויפט אין מאַרק ווייסע גריבעס, האָט זיי צושפּאַלטן און אָנגעפילט זיי מיט אַ סך לעבעדיקע טאַראַקאַנעס און נאָכדעם, ווי ער האָט צוריק גאַנץ געמאַכט די גריבעס, האָט ער עס אונטערגעטראָגן פאַר אַ משלוח מנות צום ווייב פון דעם פּרנס־חודש. דאָס ווייב האָט גערן צוגענומען ביי אים די טייערע מתנה און האָט געהייסן איר קעכין זי זאָל זיי אַרייננעמען אין קיך און אָפּבראָטן זיי.
הערשל האָט זיך אונטערגעכאַפּט, ער וועט זיי אַליין אַריינטראָגן אין קיך. ער האָט געוואָלט אַכטונג געבן אויף דער קעכין, זי זאָל ניט אַנטדעקן זיין כיטרען איינפאַל.
באַלד זיינען די גריבעס פאַרטיק געוואָרן און הערשל איז צוריק אַריינגעגאַנגען אין שטוב. די באַלעבאָסטע האָט מכבד געווען הערשלען מיט אַ פולן טעלער מיט גריבעס. הערשל האָט זיך ניט אָפּגעזאָגט פון דעם כבוד און די באַלעבאָסטע האָט דערווייל שוין אויפגעגעסן עטלעכע גריבעס.
פּלוצים הייבט זיך אָן הערשל צו קרימען, כאַפּט אויס ביי דער באַלעבאָסטע די גריבעס און נאָכדעם ווי ער האָט אַוועקגעוואָרפן זיין טעלער מיט גריבעס, לויפט ער אַרויס פון דעם טיש און הייבט אָן צו שרייען:
— מען האָט מיך אָפּגענאַרט! אָפּגענאַרט! טאַראַקאַנעס! טאַראַקאַנעס!
די באַלעבאָסטע איז אויפגעשטאַנען פון איר אָרט, האָט גענומען באַטראַכטן די רויע גריבעס; זי האָט אויפגעשפּאַלטן איינע פון זיי, איז אַרויסגעקראָכן אַ לעבעדיקער שוואַרצער טאַראַקאַן; דעם צווייטן, דעם דריטן — אויך די אייגענע מעשה! די באַלעבאָסטע איז חלשות געפאַלן און פון דעמאָלט ↰ 22 אָן האָט זי שוין מער ניט געקאָנט קוקן אויף די גריבעס.
הערשל האָט אַפילו געלייזט שיינע עטלעכע שטעקנס אויף זיין פּלייצע פון דעם פּרנס־חודש פאַר די שרעק וואָס ער האָט פאַרשאַפט זיין ווייב. נאָכדעם אָבער האָט ער אים איבערגעבעטן, און דער פּרנס האָט אים אַוועקגעשענקט זיין שבת׳דיקע קאַפּאָטע.
ווי ביי הערשלען אין הויז איז געמאָלט
[רעדאַקטירן]איינמאָל איז הערשל אַריין צו אַ גביר אין אַ הויז. דער גביר האָט אים אַרומגעפירט ווייזן זיין דירה, ווי אומעטום איז געווען זייער שיין אויסגעמאָלט. דער גביר האָט געפרעגט הערשלען, ווי געפעלט אים די דירה.
— איך וועל אייך זאָגן, — ענטפערט הערשל דעם גביר — ביי אייך איז טאַקע שיין אויסגעמאָלט, נאָר ביי מיר איז שענער געמאָלט.
— וואָס? — האָט זיך דער גביר געכאַפּט מיט כעס — די גאַנצע וועלט ווייס, אַז דו ביסט אַ שלעפּער, זאָגסט דו, אַז דיין דירה איז שענער פון מיינע?
ענטפערט אים הערשל:
— איך האָב אייך קיין ליגן ניט געזאָגט. ביי אייך איז די הויז שיין געמאָלט, אָבער ביי מיר איז נאָך שענער געמאָלט, אַז איך האָב קיין ברויט אויך ניט אין הויז.
דער גביר האָט זיך צולאַכט און אים געגעבן אַ שיינע נדבה.
אַז ביי זיי איז ראש־חודש, איז ביי אים יום־טוב
[רעדאַקטירן]הערשל איז איינמאָל געפאָרן מיט חסידים אויף אַ חתונה. די חסידים זיינען געווען זייער פריילעך. מען איז געקומען אין אַ קרעטשמע, האָבן די חסידים געמאַכט אַ מנין און געשטעלט הערשלען פאַרן עמוד. אַז ס׳איז געקומען צו חזרת הש״ץ ביי רצה, האָבן זיי געגעבן אַ קלאַפּ אין טיש, הערשל זאָל זאָגן יעלה ויבוא. הערשל האָט אַפילו געוואוסט, אַז יענער טאָג איז געווען גאָר ערב ראש־חודש, ניט ראש־חודש, נאָר אַז די חסידים הייסן זאָגן, האָט ער געטראַכט אפשר האָט ער געהאַט אַ טעות. אָבער נאָך שמונה עשרה האָבן זיך די חסידים פון אים צולאַכט און געזאָגט: „אָט האָבן מיר אָפּגענאַרט הערשלען“.
האָט זיי הערשל געענטפערט: „עס וועט אייך טייער קאָסטן“.
זיי זיינען אַוועקגעפאָרן. הערשל האָט געוואוסט, אַז ווייטער מיט אַ פּאָר מייל איז פאַראַן נאָך אַ קרעטשמע און אַז דער בעל־עגלה וועט זיך דאָרט אויך אָפּשטעלן אַ וויילע, געבן די פערד אַביסל היי. זאָגט הערשל צו די חסידים:
— איר ווייסט, איך וויל זיך אַביסל דורכגיין און איר וועט מיר אָניאָגן.
ער איז אַוועק גיך און געקומען צו דער קרעטשמע. ער האָט אָפּגערופן דעם באַלעבאָס פון קרעטשמע אָן אַ זייט און צו אים געזאָגט:
— איר זאָלט וויסן, אַז ר׳ בער, דער בעל־עגלה, פאָרט מיט זיבן פּאַרשוינען, אַלע נגידים, אויף אַ חתונה. זיי האָבן מיך געשיקט פאָרויס אייך אָנזאָגן, אַז זיי וועלן ביי אייך נעכטיקן, און זיי בעטן אייך איר זאָלט אָנגרייטן גוטע ↰ 24 פיש, גוטע פליישן און געבראָטנס מיט וויין, עס זאָל אַלעס זיין כיד המלך. וועגן געלט וועט מען זיך מיט אייך ניט דינגען.
דער באַלעבאָס האָט גלייך גענומען טאָן ווי הערשל האָט אים געזאָגט. די ווייב האָט זיך געשטעלט קאָכן און אַלעס צוגרייטן אין הויז. הערשל אַליין איז אַרויס פון קרעטשמע און אַוועק אַנטקעגן די אורחים.
ניט ווייט פון קרעטשמע האָט הערשל באַגעגנט די פור און האָט זיי דערציילט אַ גאַנצע מעשה:
— דער באַלעבאָס פון קרעטשמע מאַכט אַ סעודה. שוין דריי טעג, אַז מען הוליעט דאָרט און ווער עס פאָרט נאָר אַדורך, לאָזט ער ניט אַוועק. מען גיט עסן און טרינקען און מען נעמט ניט אַ גראָשן באַצאָלט. נאָר וואָס איז פון קרעטשמע אַוועקגעפאָרן אַ בויד מיט פּאַרשוינען, און מען האָט ביי זיי אַ קאָפּיקע ניט גענומען, ניט פאַרן עסן און ניט פאַרן טרינקען. אין שטוב איז דאָרט צוגעקליבן און דער טיש איז גרייט פאַר יעדערן.
זיי זיינען צוגעפאָרן צום קרעטשמע און געזען, אַז הערשל האָט געזאָגט אמת. דער טיש אין הויז איז געווען גרייט. חברה חסידים האָט ניט געמאַכט קיין שאלות און זיך געזעצט עסן און קערן די כוסות. דער באַלעבאָס האָט זיי דערלאַנגט דאָס בעסטע און זיי געפרעגט צי זיינען זיי צופרידן פון דעם וויין, ווייל ער האָט אין קעלער בעסערע.
זיי האָבן אַזוי פאַרבראַכט פריילעך ביז שפּעט אין דער נאַכט. אינמיטן נאַכט איז אַריין דער בעל־עגלה און געזאָגט, אַז דער פערד איז געשפּאַנט. זיי מוזן פאָרן, ווייל זיי וועלן פאַרשפּעטיקן די חתונה.
אַז הערשל האָט דערהערט פאָרן, האָט ער געמאַכט ויברח. אַז זיי האָבן זיך געזעצט אויפן פור, האָט זיי דער ↰ 25 באַלעבאָס דערלאַנגט אַ חשבון אויף פופציק רובל. האָבן די חסידים זיך געכאַפּט ביים קאָפּ און אָנגעהויבן שרייען:
— אַז איר מאַכט אַ סעודה, וואָס איר זייט ניצול געוואָרן פון גזלנים, בעט איר ביי אונדז געלט? מיר האָבן דאָך אייך ניט געבעטן?
האָט דער באַלעבאָס געענטפערט:
— איך, אַ סעודה, ווער האָט דאָס אויסגעטראַכט? איר האָט דאָך געשיקט הערשלען, איך זאָל אַלעס צוגרייטן?
באַלד זיינען זיי געוואָר געוואָרן, אַז הערשל האָט ביידן אָפּגענאַרט. האָבן די חסידים געמוזט באַצאָלן און זיינען אַוועקגעפאָרן מיט אַ כעס, אַז ווי זיי וועלן נאָר כאַפּן הערשלען, וועלן זיי אים געבן זיין פּסק.
אויף דער חתונה האָבן זיי געטראָפן הערשלען, זיינען זיי אַרויפגעפאַלן אויף אים מיט קולות, וואָס האָט ער געהאַט צו זיי, פאַרוואָס האָט ער זיי דאָס אָפּגעטאָן.
האָט זיי הערשל געענטפערט:
— אַז איר האָט מיר געמאַכט אַ ראש־חודש, האָב איך אייך געמאַכט אַ יום־טוב.
וויאַזוי הערשל מאַכט חתונה אַן אָרעמע בתולה
[רעדאַקטירן]אום עשרה בטבת האָט זיך אַמאָל פאַרגלוסט הערשלען ניט צו פאַסטן. ער איז אַריינגעגאַנגען אין אַ שענק און האָט גענומען אַביסל בראַנפן און האָט פאַרביסן מיט אַ בייגל. אויף זיין אומגליק איז מען דעמאָלט אומגעגאַנגען זוכן חטאים אין שטאָט, ווייל אַ געווינערין איז שווער געגאַנגען צו קינד. ↰ 26 האָט מען געכאַפּט הערשלען אין שענק און מען האָט אים געשלעפּט צום רב.
— וויאַזוי עסט עס אַ איד אין אַ תענית? — פרעגט אים דער רב.
— זאָגט מיר, רבי, — ענטפערט הערשל, — אַשטייגער, ווען איך זאָל געבן טויזנט רובל אַן אָרעמע בתולה זי זאָל קענען חתונה האָבן, וואָלט איך מעגן עסן?
— יאָ, — זאָגט דער רב, — נאָר וויאַזוי קען דאָס געשען?
— איך בין געגאַנגען צום טייך, — ענטפערט הערשל — זיינען געשטאַנען צוויי מיידלעך און האָבן געוואַשן וועש. הער איך ווי איינע זאָגט: „איך גלויב, אַז היינט פאַסט ביי אונדז די גאַנצע שטאָט“. ענטפערט די אַנדערע: „פונדעסטוועגן וואָלט איך געוואָלט האָבן אַזוי פיל טויזנטער וויפל מענטשן עס וועלן היינט ניט פאַסטן“. נו, האָב איך דערפאַר אויך ניט געפאַסט, כדי דאָס מיידל זאָל האָבן מיט טויזנט רובל מער.
דער רב מיט די מענטשן האָבן זיך צולאַכט און הערשל איז זיך אַוועקגעגאַנגען.
אין בית המדרש
[רעדאַקטירן]אין די גרויסע ווינטערדיקע נעכט פלעגט הערשל ליב האָבן צו זיצן אין בית המדרש ביי דער וואַרעמער הרובע מיט אַ חברה בטלנים און עוסק זיין אין שאלות־ותשובות.
מען פרעגט הערשלען:
— וואָס האָסטו בעסער ליב: אַ רייכן ברית אָדער אַ רייכע לוויה?
— אַ רייכן ברית. — ענטפערט הערשל.
— פאַרוואָס איז עס?
— ווייל פון דעם רייכן ברית וועט שפּעטער ווערן אַ רייכע לוויה.
פרעגט מען ווייטער הערשלען:
— וואָס ווילסטו בעסער: אַ שיסל באָרשט, צי צוויי שיסלען רויע בוריקעס?
— צוויי שיסלען רויע בוריקעס. — ענטפערט הערשל.
— וואָס קענסטו דען טאָן מיט זיי?
— פון זיי קען איך האָבן אַ וואוילע שיסל באָרשט און זאָל נאָך פאַרבייסן מיט די בוריקעס.
מען פרעגט ווייטער הערשלען:
— ווער איז געווען דער ערשטער אַפּטייקער אין דער וועלט?
— די ציג, — עגטפערט הערשל, — ווייל זי האָט אויפגעזוכט קרייטער און געמאַכט פּילן.
מען פרעגט ווייטער הערשלען:
— וואָס איז נוצלעכער אויף דער וועלט: די זון צי די לבנה?
— אַוודאי די לבנה — ענטפערט הערשל — וואָרעם די זון שיינט דאָך נאָר בייטאָג, ווען עס איז אָן דעם אַזוי אויך גענוג ליכטיק.
— פאַרוואָס האָט מען אדם הראשון אַרויסגעטריבן פונעם גן עדן?
— מסתמא האָט ער ניט געצאָלט קיין דירה־געלט.
— פאַרוואָס קומט ניט משיח אַזוי לאַנג?
— כדי דער יין המשומר זאָל אַלט ווערן, וועט ער בעסער זיין צום טרינקען.
— קאָן זיין אויף דער וועלט אַ צווייטער מבול?
— ער איז שוין פון לאַנג דאָ, — ענטפערט הערשל, — ווען נח איז לעבן געבליבן פון דעם ערשטן מבול, האָט ער ↰ 28 געפלאַנצט אַ וויינגאָרטן און האָט אויסגעטראַכט דעם וויין. איז אָט פון דעם דאָזיקן מבול פון וויין זיינען שוין אַ סך מער מענטשן אומגעקומען ווי פון דעם ערשטן מבול.
— וואָס איז דאָס ערגסטע אין דער תולדות הטבע (נאַטור געשיכטע)?
— וואָנצען מיט צוויי־פיסיקע אייזלען.
— וואָס וואָלטסטו טאָן, הערשל, ווען דו זאָלסט פּלוצים רייך ווערן?
— איך וואָלט אָנשטאָפּן די אַלע לעכער פון מיינע קליידער מיט אַסיגנאַציעס.
— פון וועלכער צייט האָבן די מענטשן אָנגעהויבן צו שטאַרבן?
— זינט די מענער האָבן אָנגעהויבן צו פאָלגן די ווייבער.
— וואָס איז דער חילוק פון אַ חסיד ביז אַ מתנגד?
— דער חסיד זאָגט, אַז דער רבי איז אַ צדיק און דער מתנגד זאָגט, אַ צדיק איז גאָט.
— וועלכע נאַציע איז די חשובסטע אין דער וועלט?
— די אַסיג־נאַציע.
— ווי קומט עס וואָס פון ראש־חודש אלול הייבט שוין אָן קיל צו ווערן?
— מחמת מען בלאָזט שופר דעם גאַנצן חודש, איז די ווינטן וואָס גייען אַרויס פון די שופרות קילן אָפּ דעם הייסן אויר, ווערט קאַלט.
— פאַרוואָס פאַלט אַ שיכור פון די פיס און ניט פונעם קאָפּ?
— ווייל עס שטייט: שקר אין לו רגלים און שקר מיט „שיכור“ גלייכט זיך כמעט אויס ביים רעדן.
— נאָך וואָס טויגן דעם מענטשן די אויערן?
— כדי דאָס היטל זאָל ניט אַראָפּפאַלן איבער די אויגן.
— עס איז אמת, הערשל, מען זאָגט אַז אָפט שלאָגסטו דיין ווייב מיטן שטעקן און זי דיך מיט דער קאָטשערע?
— עט! — ענטפערט הערשל — עס טרעפט ביי אונדז אַמאָל פאַרקערט אויך...
הערשל עסט פאַר זיין געלט
[רעדאַקטירן]הערשל קומט אַמאָל אין אַ קרעטשמע הונגעריק ווי אַ וואָלף און פרעגט דעם קרעטשמער אויב מען גיט דאָ אומזיסט עסן.
— ניין, — ענטפערט דער קרעטשמער — דאָ עסט איטלעכער פאַר זיין געלט.
— זייט עדות ליבע אידן, — ווענדט זיך הערשל צו די איבעריקע אורחים פון קרעטשמע. — דער קרעטשמער זאָגט מיר צו, אַז נאָר פאַר מיין געלט קאָן איך דאָ עסן. נו, באַלעבאָס! — זאָגט הערשל צום באַלעבאָס — גיט נאָר אַהער אַביסל בראַנפן מיט אַ גוטן באָרשט מיט קאַשע.
דער קרעטשמער האָט אים דערלאַנגט וואָס ער האָט געהייסן.
הערשל האָט אַריינגעשטעלט דעם באָרשט מיט קאַשע, האָט נאָכדעם זיך געהייסן דערלאַנגען אַ שטיקל גענדזענס, נאָכדעם האָט ער זיך געהייסן מאַכן וואַרעניקעס און האָט פאַרטרונקען מיט אַ גוט גלעזל וויין. אַז ער האָט געענדיקט עסן, נעמט הערשל אַרויס אַ גרויסן פּיאַטאַק (8 גראָשן) פון זיין קעשענע און דערלאַנגט עס דעם קרעטשמער.
— וואָס גיט איר מיר עפּעס אַ פּיאַטאַק? — פרעגט דער קרעטשמער.
— דאָס באַצאָל איך אייך — זאָגט הערשל — פאַר דעם בראַנפן, פאַר דעם באָרשט מיט קאַשע, פאַר דעם גענדזענס, פאַר די וואַרעניקעס און פאַר דעם וויין.
— וואָס זשע איר מאַכט חוזק פון מיר? דאָס איז דאָך אַ פּיאַטאַק?!
— איך ווייס אויך וואָס דאָס איז, — ענטפערט הערשל, — נאָר איר אַליין האָט דאָך פאַר עדות מיר געזאָגט, אַז דאָ עסט איטלעכער פאַר זיין געלט און איך שווער אייך ביי מיין הן, אַז מער ווי דעם פּיאַטאַק מיין אייגענס האָב איך ניט. אַ גוטן טאָג!
און ער איז אַוועקגעגאַנגען.
הערשלס אַ נס
[רעדאַקטירן]איינמאָל איז הערשל געקומען אין קלויז צו די חסידים און געזאָגט, אַז ער דאַרף בענטשן גומל, עס האָט אים געטראָפן אַ נס, ער איז ניצול געוואָרן פון טויט.
חברה האָבן אָבער גוט געקאָנט הערשלען און גלייך פאַרשטאַנען, אַז ער מיינט דערמיט אַ וואונדערלעכע שטוקע. האָבן זיי אים גלייך געפרעגט:
— דערצייל אונדז, הערשל, וואָס האָט עס דיר געטראָפן?
ענטפערט זיי הערשל:
— איך וועל אייך דערציילן, איך בין געגאַנגען איבער אַ בריק אויף אַ טייך, האָב איך געהערט שטאַרק קלאַפּן, איך גיב אַ קוק אויף דעם וואַסער, איך זע ווי מיין וועשערין קלאַפּט מיינע העמדער, היינט ווען איך וואָלט געווען אין העמד, וואָלט דאָך פון מיר קיין זכר ניט פאַרבליבן.
ויש לישב בדוחק
[רעדאַקטירן]הערשל קומט אַריין אַמאָל צום גוטן אידן ר׳ ברוכל און זאָגט צו אים:
— רבי, פאַרענטפערט מיר אַ תוספות.
— נו, פרעג, לאָז מען הערן.
— מיר איז קשה — זאָגט הערשל — ואם תאמר, מה נאכל? וואָס טוט מען, אַז ס׳איז ניטאָ וואָס צו עסן?
ר׳ ברוכל האָט פאַרשטאַנען זיין כוונה און האָט אים געגעבן עטלעכע קאָפּיקעס. עס זיינען אָבער ניט אַריבער קיין עטלעכע שעה ווי הערשל איז ווידער געקומען צום רבין און געפרעגט די זעלבע קשיא „מה נאכל“. פרעגט אים דער רבי:
— איך האָב דאָך דיר שוין איינמאָל פאַרענטפערט די קשיא, וואָס ביסטו ווידער געקומען מיר דאָס פרעגן?
— פאַרשטייט איר מיך, רבי לעב — זאָגט הערשל — אַז איך בין געקומען אַהיים און האָב גענומען צוקייען אייער תירוץ, איז מיר פון אים גאָר ניט געבליבן, דעריבער בין איך געקומען צו אייך נאָך אַ נייעם תירוץ.
— גוט, — זאָגט ר׳ ברוכל — ויש לישב בדוחק, איך קען דיר ענטפערן דערויף, אַז ווען ס׳איז ניטאָ וואָס צו עסן, לעבט מען אין דחקות.
הערשל גיט אַ סגולה
[רעדאַקטירן]דער רבי, ר׳ ברוכל, איז אַמאָל אַוועקגעגאַנגען און זיך פאַרזאַמט. דערווייל זעט הערשל דורכן פענצטער ווי אַ אידענע לויפט און שרייט: „פריער גאָט דערנאָך דער רבי קען ראַטעווען מיין קינד“. האָט הערשל גיך געכאַפּט און אָנגעטאָן דעם רבי׳נס שטריימל מיטן כאַלאַט, גענומען אַ ספר אין האַנט און זיך אַוועקגעזעצט אויף דעם רבי׳ס אָרט.
די אידענע איז אַריינגעלאָפן פאַרוויינט, און זיך געווענדט צו הערשלען:
— רבי, ראַטעוועט מיין טאָכטער, זי גייט שוין צוויי טעג צו קינד.
הערשל האָט זיך קיין סך ניט געלאָזט טענהן. ער האָט אַרויסגענומען אַ מטבע פון קעשענע, געגעבן דער אידענע, און דאָס געהייסן צולייגן דער טאָכטער צום נאָפּל, וועט זי באַלד מוליד זיין.
מיט אַ טאָג שפּעטער, איז געקומען די אידענע און געבראַכט דעם רבין אַ פּדיון, אַ פּאָר הינער און אים געדאַנקט פאַר דער סגולה, וועלכע האָט טאַקע געהאָלפן דער טאָכטער.
דער רבי האָט ניט געוואוסט פון וואָס צו זאָגן, אָבער ער האָט געמאַכט אַ שווייג און צוגענומען דעם פּדיון.
שפּעטער, אַז די אידענע איז אַרויס, האָט ער זיך געווענדט צו הערשלען:
— הערשל, — האָט געזאָגט דער רבי ר׳ ברוכל — איך פאַרשטיי גוט, אַז ס׳איז עפּעס דיינער אַ שפּיצל אין דעם. זאָג מיר נאָר, וואָס פאַר אַ סגולה האָסטו דאָס געגעבן דער אידענע, וואָס האָט איר אַזוי געהאָלפן?
— איך האָב איר געגעבן אַ מטבע — האָט הערשל געענטפערט — זי זאָל דאָס צולייגן צום נאָפּל, ווייל נאָך אַ מטבע לויפט יעדער אָרעמאַן, האָב איך פאַרשטאַנען, אַז דאָס קינד וועט אויך גלייך נאָך דעם אַרויסלויפן.
וויאַזוי הערשל זאָגט אָן דעם רבין
[רעדאַקטירן]איינמאָל, ערב פּסח אינדערפרי, ס׳איז שוין געווען צייט צו פאַרברענען דעם חמץ, אָבער דער רבי, ר׳ ברוכל, האָט זיך זייער פאַרטראַכט וועגן די אָרעמעלייט, ווייל ס׳איז געווען זייער ווייניק מעות חטים, און ער האָט זיך ניט געשטעלט דאַוונען. די ↰ 33 חסידים האָבן ניט געהאַט די עזות אים צו דערמאָנען.
דערווייל איז אָנגעקומען הערשל, האָבן זיי אים דערציילט, אַז דער רבי האָט זיך פאַרדבקענט און האָט נאָך ניט געדאַוונט, און ס׳איז שוין אַזוי שפּעט.
האָט זיי הערשל געזאָגט, אַז ער וועט עס מאַכן רעכט.
ער איז אַריין צום רבין און געזאָגט:
— רבי, איך האָב איבערגעלייגט דעם קאַסטן און האָב געפונען די כתובה פאַרחתמעט מיט זויערטייג, איז ביי מיר אַ שאלה, צי מעג איך וואוינען מיט מיין ווייב, אָדער ניט? אויב ניט, בלייב איך אָן אַ מלכה אויף פּסח, און ס׳איז שוין אַזוי שפּעט, אַז ס׳איז שוין צייט צו פאַרברענען דעם חמץ און ווער רעדט דאַוונען געוויס.
דאַמאָלסט האָט זיך ר׳ ברוכל גלייך געכאַפּט, אַז עס איז שפּעט.
הערשל נעמט האַנט־געלט ביי חברה קדישה
[רעדאַקטירן]איינמאָל, ערב פּסח, איז הערשל אַוועק צו חברה קדישה און האָט פאַר זיי אָנגעהויבן וויינען, אַז די ווייב איז אים געשטאָרבן און ער האָט ניט אויף תכריכים.
חברה־קדישה האָבן אים געגעבן אַ פּאָר רובל ער זאָל נייען תכריכים און אים צוגעזאָגט, אַז אין צוויי שעה אַרום וועלן זיי קומען איר נעמען.
הערשל האָט צוגענומען די געלט און האָט געקויפט מצות.
אין אַ פּאָר שעה אַרום זיינען געקומען די חברה־קדישה צו הערשלען אין הויז נעמען דער ווייב, ערשט זיי זען, זי גייט אום און שמירט אויס די ווענט אויף פּסח.
— הערשל — האָבן די חברה קדישה אים געפרעגט — וואָס האָסטו אונדז אָפּגענאַרט?
— איך האָב אייך גאָר ניט אָפּגענאַרט — האָט הערשל זיי געענטפערט — איך האָב דאָס גענומען ביי אייך האַנט־געלט, איך זאָג אייך צו אויף מיין וואָרט, אַז זי איז אייערע און וועל זי שוין ערגעץ ניט אַוועקפירן. אויב איר האָט נאָך אַ פּאָר גילדן, קענט איר מיר געבן האַנט־געלט פאַר מיר אויך, און איך וועל אויך זיין אייערער.
די יאַרמלקע
[רעדאַקטירן]ר׳ ברוכלס גבאי האָט קיינמאָל ניט געלעבט בשלום מיט הערשלען. ער האָט אים פיינט געהאַט פאַר זיינע שטעכווערטלעך. איינמאָל, אַרויסגייענדיק פון די כלים איבער עפּעס אַ שטאָכוואָרט, זאָגט ער צו הערשלען: „וואַרט אויס, אַז דו וועסט שטאַרבן, וועל איך דיר אַפילו אין קבר אויך ניט לאָזן רוען“.
אויף מאָרגן קומט הערשל אַריין צום רבין מיט אַ פאַרקנייטשטן פּנים.
— וואָס איז דיר, הערשל? — פרעגט דער רבי ר׳ ברוכל — ביסט ניט געזונט?
— אָט וואָס מיר איז — ענטפערט הערשל — איך קען ניט לעבן אָן אייער יאַרמלקע, שענקט זי מיר אַוועק.
— צו וואָס דאַרפסט דו מיין יאַרמלקע?
— אייער גבאי האָט מיך פאַרסטראַשעט, אַז אַפילו אין קבר וועט ער מיך אויך ניט לאָזן רוען, דרום וויל איך מיך לאָזן מקבר זיין מיט אייער יאַרמלקע פאַר וועלכע ער ציטערט זייער. (מיט דער יאַרמלקע פלעגט דער רבי אָפט פּאַטשן זיין גבאי).
דער רבי האָט זיך צולאַכט און האָט דערציילט הערשלס בקשה צו אַלע זיינע חסידים.
פון דעמאָלט אָן איז דער גבאי שלום געוואָרן מיט הערשלען.
ער טרעט ניט אויף די ערד פון הויף
[רעדאַקטירן]דער רבי ר׳ ברוכל האָט זיך אַמאָל שטאַרק צובייזערט אויף הערשלען און האָט אים פאַרזאָגט מיט אַ האַרבן וואָרט, ער זאָל מער ניט באַטרעטן די ערד פון זיין הויף.
עס זיינען אַוועק עטלעכע טעג און הערשלען האָט מען מער ניט געזען און דעם רבי׳נס הויף. אָבער שפּעטער מיט אַ וואָך שטייט דער רבי ביים פענצטער און קוקט אַרויס אין הויף, ערשט ער זעט הערשל גייט דאָרט אַרום. איז ער אַרויסגעלאָפן און אים געפרעגט:
— סטייטש, איך האָב דאָך דיר אָנגעזאָגט, אַז דו זאָלסט מער ניט באַטרעטן די ערד פון מיין הויף?
— שאַט, רבי, — ענטפערט הערשל — בייזערט אייך ניט, איך האָב מיר געקויפט אַביסל ארץ־ישראל־ערד ביי אַ ירושלמי און האָב עס אַריינגעשאָטן אין מיינע שיך, טרעט איך אַצינד ניט אויף די ערד פון אייער הויף, נאָר אויף די ארץ־ישראל־ערד. טאָמער ווילט איר מיר ניט גלויבן, לייענט זשע איבער דעם שטר מכירה וואָס דער ירושלמי האָט מיר אַרויסגעגעבן ווען ער האָט מיר פאַרקויפט זיין ערד.
הערשל האָט אַרויסגענומען פונעם בוזעם אַ שטר מכירה און האָט עס דערלאַנגט דעם רבין. דער רבי האָט עס איבערגעלייענט און האָט זיך שטאַרק צולאַכט פון דעם איינפאַל.
אַ פּאַטש פאַר אַ פּאַטש
[רעדאַקטירן]איינער פון דעם רבי׳נס גבאים האָט געהאַט זייער אַ בייזע ווייב, וועלכע פלעגט אָפטמאָל אונטערפּאַטשן דעם מאַן. איינמאָל זאָגט דער דאָזיקער גבאי אין אַ ווערטל צו הערשלען:
— איך האָב געהערט, אַז נעכטן ביינאַכט האָט אויף דיר געגאָסן אַ רעגן פון דער פּאָמוניצע, וואָס דיין ווייב האָט אויסגעגאָסן אויף דיין קאָפּ.
— דאָס איז אמת! — ענטפערט הערשל — נאָר פריער אָבער האָט זיך געהערט אַ דונער, וואָס דיין ווייב האָט געמאַכט, ווען זי האָט אויסגעפּאַטשט דיינע באַקן און פון דעם דונער האָט זיך נאָכדעם גענומען דער רעגן.
אַלע האָבן זיך צולאַכט, און דער אומגליקלעכער גבאי איז פאַר בושה אַנטלאָפן געוואָרן.
הערשל קומט דורכן קוימען
[רעדאַקטירן]דער רבי ר׳ ברוכל איז איינמאָל אַריינגעפאַלן אין אַזאַ גרויסער מרה־שחורה, אַז ער האָט זיך פאַרמאַכט אין זיין צימער און האָט קיינעם ניט געהייסן אַריינקומען צו זיך, אַפילו קיין עסן האָט ער זיך ניט געהייסן אַריינטראָגן.
די רביצין האָט געבעטן הערשלען, ער זאָל זען מיט עפּעס צו פאַרטרייבן פונעם רבין די מרה־שחורה. נאָר וואָס קען מען דאָ טאָן, אַז דער רבי האָט פאַרזאָגט קיינער זאָל ניט וואַגן צו אים אַריינקומען?
הערשל האָט אָבער געפונען אַן עצה. אַזוי ווי צום רבין אין שטיבל האָט ער ניט געטאָרט אַריינקומען, האָט ער זיך ↰ 37 אַראָפּגעלאָזט אין קוימען, און פון דאָרט אין הרובע, וועלכע איז אַריינגעגאַנגען גלייך צום רבין אין שטיבל.
אויסשמירענדיק זיך דאָס פּנים מיט סאַזשע האָט הערשל געזען, ווי דער רבי זיצט ביים טיש קעגן דעם שפּיגל, אָנגעשפּאַרט מיט ביידע הענט דעם קאָפּ, און דאָס איז אויסגעקומען פּונקט קעגן דער הרובע. הערשל האָט אַרויסגעשטעלט זיין שוואַרצן פּנים, און דער רבי האָט פּלוצים דערזען אין שפּיגל אַ פאַרשמירטע און פאַר׳חושכטע צורה. ער האָט אַ קוק געטאָן צו דער טיר, צו זען ווער איז עס אַריינגעקומען צו אים, נאָר הערשל האָט זיך דערווייל באַהאַלטן אין דער הרובע. דער רבי האָט זיך ווידער פאַרטיפט אין זיינע געדאַנקען. אין עטלעכע מינוט שפּעטער האָט זיך ווידער באַוויזן אין שפּיגל דאָס פאַרשמירטע פּנים. דער רבי האָט זיך ווידער אומגעקערט און הערשל איז ווידער פאַרשוואונדן. דער רבי האָט אַריינגערופן דעם גבאי און האָט אים געהייסן אויסזוכן אין אַלע ווינקלעך. דער גבאי האָט געזוכט, נאָר ער האָט קיינעם ניט געפונען. דער גבאי איז אַרויסגעגאַנגען און דער רבי האָט זיך ווידער פאַרטיפט אין זיינע פאַרזאָרגטע געדאַנקען.
פּלוצים דערזעט ער ווי פון דעם קוימען פון דער הרובע קומט אַרויס אַ שוואַרצע צורה פון אַ מענטשן. מיינענדיק אַז דאָס איז עפּעס אַ גנב, האָט דער רבי געכאַפּט זיין שווערן שטעקן און צולויפענדיק מיט אים צו דער הרובע, האָט ער אַ געשריי געטאָן:
— אַרויס פון דאַנען, אַז ניט צושפּאַלט איך דיר דאָרט דעם קאָפּ!
קיין אַנטוואָרט איז ניט געקומען.
דאַן האָט דער רבי אָנגעהויבן מיט כעס צו שלאָגן מיט דעם שטעקן אין קוימען און באַלד דערויף האָט זיך געהערט פון ↰ 38 דעם קוימען אַ געבילעריי פון הינט און נאָכדעם אַ מיוקעריי פון קעץ. אויפן סוף איז הערשל אַרויסגעקראָכן פון דעם קוימען שוואַרץ ווי אַ רוח און האָט איבערגעבעטן דעם רבין און געזאָגט צו אים:
— זייט מיר מוחל, רבי, וואָס איך האָב אייך אַביסל דאָקוטשעט. וואָס זשע דען האָב איך געזאָלט טאָן: אַז צו אייך אין שטוב האָב איך ניט געטאָרט אַריינקומען, האָב איך מיר געפונען אַן אָרט דורך דעם קוימען.
— וואו זשע ביסטו געווען די גאַנצע צייט, ווען איך האָב געשלאָגן מיט דעם שטעקן אין קוימען?
— שומר פּתאים ד׳, שטייט אין תהילים — האָט הערשל געענטפערט — איך בין די גאַנצע צייט געשלאָפן אין קוימען.
און דאָ האָט הערשל גענומען גענעצן און אויסציען זיך, פּונקט ווי ער איז ערשט פון דעם שלאָף אויפגעשטאַנען. דאָס איז אויסגעקומען אַזוי קאָמיש, אַז דער רבי האָט זיך געמוזט צולאַכן. ער האָט אַריינגערופן די רביצין און ווייזנדיק איר אויף הערשלען האָבן זיי ביידע לאַנג געלאַכט.
די קאַפּאָטע
[רעדאַקטירן]הערשל האָט אַמאָל אומגערן פאַרפלעקט אַ אידן זיין נייע קאַפּאָטע. האָט יענער אים געשלעפּט צום רב. דער רב האָט געפּסקענט, אַז הערשל זאָל דעם אידן באַצאָלן דריי רובל פאַר דער קאַפּאָטע. הערשל האָט גראַדע ביי זיך געהאַט געלט, נעמט ער אַרויס דריי רובל און באַצאָלט. דער איד איז געווען זייער צופרידן און וויל שוין אַוועקגיין, נאָר הערשל לאָזט אים ניט גיין.
— שטיי, — זאָגט ער, — איך האָב דאָך דיר באַצאָלט פאַר דער גאַנצער קאַפּאָטע, איז זי דאָך שוין מיינע, נעם זי פון דיר אַראָפּ און גיב עס מיר.
— קום מיט מיר אַהיים, — זאָגט יענער, — וועל איך זי דיר געבן.
— גיי! — שרייט הערשל, — איך וויל דיר ניט לאָזן גיין מער אין מיין קאַפּאָטע, שוין טו זי אויס און גיב מיר זי אָפּ!
דער איד פּרואווט זיך בעטן ביי אים: סטייטש, וויאַזוי גייט מען עס אין גאַס אָן אַ קאַפּאָטע? דערצו טראָגט ער נאָך תחתונים אָן הויזן.
נאָר הערשל וויל ניט נאָכגעבן. דער איד האָט זיך געמוזט אָפּזאָגן פון די דריי רובל, און דאָס האָט טאַקע הערשל געמיינט.
הערשל פסקענט שאלות
[רעדאַקטירן]א.
[רעדאַקטירן]הערשל קומט אַמאָל אַריין צום רב אין שטוב, טרעפט ער אים שלאָפן אין דעם צווייטן חדר און אין דעם ערשטן חדר איז אויף דער קאַנאַפּע געלעגן דעם רב׳ס כאַלאַט מיט דער יאַרמלקע. הערשל טראַכט ניט לאַנג און טוט זיך אָן אין דעם רב׳ס קליידער, זעצט זיך ביים טיש און פאַרטיפט זיך אין אַ ספר...
עס עפענט זיך די טיר, און עס קומט אַריין אַ בעל־עגלה מיט דער בייטש אין דער האַנט און ווענדט זיך צו אים:
— רבי! אַז איך האָב שבת אָפּגעזאָגט גאַנץ תהילים, האָב איך נאָך געדאַרפט זאָגן ברכי נפשי אויך?
— באַרעכען זיך נאָר, — ענטפערט הערשל דער פאַרשטעלטער רב, — דו ביסט שוין, דאַכט זיך, דרייסיק יאָר אַ בעל־עגלה און דו ביסט נאָך אַלץ אַ פריץ! אַז דו פירסט אַשטייגער אַ גאַנצן וואָגן מיט סמאָלע, דאַרפסט דו דען ניט שמירן די רעדער?
ב.
[רעדאַקטירן]אַ אידענע קומט נאָכדעם אַריין צו אים מיט אַ הילצערנעם לעפל אין דער האַנט.
— רבי, — זאָגט זי, — אָט דער לעפל איז אַ מילכיקער און איך האָב שיער ניט אויסגעמישט מיט אים אַ פליישיקן באָרשט. איז שוין טרפה דער לעפל צי ניין?
— אָבער האָסט נאָך ניט אויסגעמישט?
— ניין, איך האָב נאָר געוואָלט דאָס טאָן און האָב זיך פאַרכאַפּט.
— דאָס ערשטע מאָל בין איך דיר מוחל — ענטפערט הערשל — נאָר אַז עס וועט זיך מיט דיר טרעפן נאָך אַמאָל אַזאַ מעשה, וועל איך שוין טרפה מאַכן דעם לעפל מיט דעם עסן.
— ניין, ניין, רביניו! — שרייט דאָס ווייבל, — איך וועל עס שוין מער ניט טאָן.
ג.
[רעדאַקטירן]אַ פאַרפלאַמטער חסיד לויפט אַריין אין שטוב און שרייט:
— רבי, געצל דער חקרן לאַכט פון אונדזער רבין!
— טרייב אים אַרויס! — ענטפערט הערשל.
— ער שטייט דאָך אָבער אין דרויסן?
— נו, נעם אים אַריין אין שטוב און טרייב אים אַרויס.
הערשל דערציילט די וואונדער פון אויסלאַנד
[רעדאַקטירן]ווען הערשל איז אַ צייט ניט געווען אין אָסטראָפּאָליע און נאָכדעם האָט ער זיך ווידער באַוויזן, האָט מען אים געפרעגט, וואו איז ער דאָס אַזוי לאַנג געווען?
— איך בין געווען העט ווייט אין אויסלאַנד, אַזש אין לאָנדאָן. — ענטפערט הערשל.
— אַזוי? אין לאָנדאָן ביסטו געווען? — פרעגט אים איבער חייקל חקרן — זאָג זשע מיר, איך בעט דיך, איז עס אמת וואָס מען דערציילט, אַז אין לאָנדאָן איז שטענדיק טומאַנען?
— אָט הער אויס וואָס מיט מיר האָט זיך געטראָפן! — ענטפערט הערשל — שבת בייטאָג גיי איך מיר שפּאַצירן אין די לאָנדאָנער גאַסן און מיר איז שטאַרק פינצטער אין די אויגן פון די טומאַנען, אַז איך מוז טאַפּן דעם וועג. דערווייל דאַרף איך זיך אָפּווישן די נאָז, נאָר פון גרויס פינצטערניש האָב איך נישט געקאָנט טרעפן צו מיין אייגענער נאָז און האָב אַ פרעמדן מענטשן אָפּגעווישט דעם שטערן.
אַ ווייב איז ערגער פון צען הולטייעס
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געקומען אין אַ שטאָט און געזאָגט אַ דרשה אין שול. ער האָט אין דער דרשה געוויזן אַ סך לומדות און איז דערהויבן געוואָרן אין אַלעמענס אויגן. הערשל האָט דעמאָלט אויך אויסגעזען זייער יונג, האָט דער שדכן פון שטאָט געמיינט, אַז ער איז נאָך אַ בחור און אים גערעדט אַ שידוך.
הערשל האָט געלאַסן אויסגעהערט דעם שדכן און צו אים געזאָגט:
— איר זאָלט וויסן, איך וויל איר זאָלט צו מיר דערנאָך קיין פּרעטענזיעס ניט האָבן, און איך וועל אייך אַלץ וועגן מיר, דעם גאַנצן אמת, אויסזאָגן פריער.
— לאָמיר נאָר הערן, — זאָגט דער שדכן — אפשר איז עס גאָר ניט אַזוי שרעקלעך.
— איר זאָלט וויסן, — זאָגט הערשל — אַז איך האָב אַ ברודער אַ מופקר.
— דאָס מאַכט ניט אויס, — ענטפערט דער שדכן קאַלטבלוטיק — מיין שוועגערין איז אויך אַ מופקרת.
— איך האָב אויך צוויי אָנקעלס, זיינען זיי ביידע גרויסע הולטייעס. — דערציילט אַלץ הערשל.
— מער קיין אומגליק זאָל ניט זיין. — זאָגט דער שדכן.
— איר זאָלט וויסן, אַז אין מיין משפּחה זיינען פאַראַן ביז צען אַזוינע הולטייעס.
— טאָ וואָס איז? — זאָגט דער שדכן — מען נעמט אַרויס די קו און מען פאַרברענט דעם שטאַל.
— איך האָב אָבער אַ ווייב אויך! — זאָגט הערשל מיט דעם זעלבן טאָן.
— נו, דאָס טויג שוין ניט — ענטפערט דער שדכן — אַ ווייב איז ערגער פון צען הולטייעס.
הערשל אין מאַרק
[רעדאַקטירן]עס איז ווינטער, דער פראָסט ברעכט און אַ שניי שיט, ווי קליינע פעדערן, פון דעם גרויען הימל. די קרעמערלעך לויפן אום אינדרויסן פאַר זייערע קלייטלעך און קלאַפּן אַ פוס אין אַ פוס און די ווייבער די קרעמערקעס און פיינע בריות זיצן ביי די טירן פון זייערע קראָמען איבער די פייערטעפּ און עס רינט זיי פון די נעזער. אין גאַס איז פּוסט, ניטאָ קיין קונים. הערשל לויפענדיק אין בית המדרש אַריין, איז דורכגעלאָפן פאַרביי די קרעמערקעס. אַ נייע קרעמערקע וועלכע האָט אים ניט געקאָנט, מיינט אַז ער איז אַ קונה און שטעלט אים אָפּ:
— זייט זשע מוחל, פעטער, וואָס קויפט איר עפּעס?
הערשל שטעלט זיך אָפּ, באַטראַכט די קרעמערקע, ווי עס רינט איר פון דער נאָז און פרעגט איר:
— וואָס האָט איר צו פאַרקויפן?
— איך האָב אַלצדינג, וואָס נאָר איר ווילט!
— נאָזטיכלעך האָט איר אויך?
— אַוודאי! — ענטפערט די קרעמערקע מיט גרויסקייט.
— נעמט זשע, זייט מוחל. אַ נאָזטיכל און ווישט אייך אָפּ דעם נאָז.
געענטפערט אויפן שטעל
[רעדאַקטירן]הערשל איז געגאַנגען פאַרביי אַ קירזשנער, וועלכער איז געזעסן אָן דעם היטל אין קלייט. דער קירזשנער רופט אים אַריין און זאָגט:
— נו, הערשל, זאָג אַ גלייך וואָרט ניט געטראַכט, קריגסטו שוין אויף אַ טרונק בראָנפן פון מיר.
— אַז איך בין געווען אַ קינד, — ענטפערט הערשל, — האָב איך קיינמאָל ניט פאַרשטאַנען ווי עס איז מעגלעך מען זאָל שטיין ביי אַ וואַסער און מען זאָל זיך ניט אָנטרינקען. היינט אָבער זע איך אַז עס איז גאָר קיין וואונדער ניט: אָט זיצט איר אין אַ פולע קלייט מיט היטלען און אַליין גייט איר אָן אַ היטל.
הערשל דרייט זיך אויס
[רעדאַקטירן]הערשל קומט אַריין אַמאָל אין בית המדרש אין וועג־קליידער מיט אַ טאָרבע אויף די פּלייצעס און מיט אַ גרויסן שטעקן אין דער האַנט.
— וואָס באַדייט עס, ר׳ הערשל? וואוהין פאָרט איר עס? פרעגט מען אים.
— איך פאָר קיין אויסלאַנד. — ענטפערט ער קורץ.
— אין אויסלאַנד גאָר? איר קענט דען די אויסלענדישע לשונות?
— נישקשה, — ענטפערט הערשל, — איך וועל זיך אַן עצה געבן: אַשטייגער, אַז איך וועל קומען צום טערק, איז ביז איך וועל מיך אויסלערנען זיין לשון, וועל איך זיך פאַרשטעלן פאַר אַ שטומען.
איבער אַ קדיש
[רעדאַקטירן]הערשל גייט אַמאָל אין אַ ווינטער־אָוונט צום טייך, זעט ער ווי איינער וויל זיך דערטרינקען. ער לויפט צו צו אים און כאַפּט אים ביי דער האַנט.
— שטייט, ר׳ איד, וואָס ווילט איר טאָן? — פרעגט אים הערשל.
— איך וויל זיך אין טייך אַריינוואַרפן.
— אין טייך גאָר? פאַרוואָס?
— מיינע צרות זיינען זייער גרויס: נישט גענוג וואָס איך האָב אַ שלאַק אַ ווייב, בין איך נאָך אָן קינדער אויך געבליבן, און צו שטאַרבן אָן אַ קדיש איז שוין גלייכער, אַז איך זאָל זיך אין טייך אַריינוואַרפן.
— איר זענט נעבעך אַוודאי גערעכט — זאָגט הערשל מיט אַ זיפץ — מען קאָן גאָר אַנדערש ניט זאָגן. נאָר ווען איר זאָלט מיך וועלן פאָלגן, וואָלט איך אייך געראָטן, אַז איידער איר וואַרפט זיך אין טייך אַריין, זאָלט איר זיך פריער אויסטאָן די מלבושים און ווען איך וועל נאָר דערזען דעם ערשטן פּוזיר אויף דעם וואַסער, וועלכעס וועט זיין אַ סימן, אַז איר זייט שוין טויט, וועל איך זיך צונעמען די קליידער פאַר אַ זכרון און וועל נאָך אייך קדיש זאָגן.
דעם אידן איז געפעלן די עצה. ער האָט זיך אויסגעטאָן נאַקעט און איז אַריינגעשפּרונגען אין טייך. הערשל האָט אָבער ניט געוואָלט וואַרטן לאַנג, ער האָט געכאַפּט דאָס פּעקל קליידער און האָט עס אַריינגעטראָגן אין אַ נאָענטן שענק און האָט עס דאָרט פאַרזעצט פאַר אַ גוטן ביסן. דער איד אָבער, ווי ער האָט נאָר דערפילט די קאַלטע וואַסער אויף דעם נאַקעטן לייב, האָט שוין חרטה געהאַט אויף דער גאַנצער מעשה. ער איז געשווינד אַרויסגעשפּרונגען פון דעם טייך און ניט געפינענדיק מער זיינע קליידער, האָט ער געמאַכט אַ גוואַלד. מען איז זיך באַלד צונויפגעלאָפן אויף זיין געשריי. ער האָט איטלעכן דערציילט זיין געשיכטע. דער עולם האָט אים באַלד אַריינגענומען אין דעם נאָענטן שענק, וואו ער האָט נאָך אַליין געמוזט אויסלייזן זיינע אייגענע מלבושים.
הערשל געווינט
[רעדאַקטירן]הערשל האָט זיך פאַרוועט מיט חברה, אַז אים וועט געראָטן אויסצורייסן ביים קאַרגן גביר פון זיין שטאָט אַ גאַנצן קערבל אַ נדבה. ער איז אַריינגעגאַנגען צום גביר אין שטוב און בעט ביי אים אַ נדבה. דער גביר נעמט אַרויס אַ גראָשן און גיט אים.
— גיט זשע מיר שוין אייער בייטעלע אויך, אַז איך זאָל האָבן וואו צו באַהאַלטן דעם גראָשן.
דער גביר זאָגט אים מסתמא אָפּ.
— נו, גיט מיר כאָטש אַ שוועבעלע צו פאַררויכערן אַ פּאַפּיראָס. — בעט אים הערשל.
דער גביר גיט אים אַ שוועבעלע.
— אַז איר ווילט נאָר זיין אַזוי גוט, — זאָגט הערשל ווייטער, — גיט זשע מיר שוין אַ פּאַפּיראָס אויך.
דער גביר גיט אים מיט כעס אַ וואָרף אַ פּאַפּיראָס גלייך אין שטערן.
— פאַר דעם באַליידיקונג, — זאָגט הערשל — וואָס איר האָט מיר געוואָרפן דעם פּאַפּיראָס אין שטערן אַריין, קאָן איך אייך ניט מוחל זיין, אָדער בעט מיך איבער מיט אַ קערבל, אָדער קומט מיט מיר צום רב.
— צי ביסטו משוגע? — שרייט דער גביר — וואָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט צו מיר?
— צום רב זאָלט איר גיין מיט מיר! — שרייט הערשל אויפן קול, און אויף דעם געשריי זיינען זיך מענטשן צונויפגעלאָפן פון דער גאַס — איר האָט מיך מבויש געשטעלט! איך קען דאָס אייך ניט מוחל זיין, ניין, ניין, מיין שטערן וויל דאָס אויך ניט מוחל זיין!
דער גביר האָט זיך געשעמט פאַר די פרעמדע מענטשן, האָט ער געמוזט אַרויסנעמען אַ רובל און געבן הערשלען.
וואָס פאַר אַ לשון איז דאָ ביי די רויטע אידלעך
[רעדאַקטירן]אַמאָל אין אַ ווינטערנאַכט, ווען הערשל איז געזעסן מיט אַ סך בטלנים אין קלויז ביי דער הרובע, האָט זיך דער עולם שטאַרק מפלפּל געווען וועגן דער פּאָליטיק פון דעם טערק מיט דער ענגלישער מלוכה, ביז מען איז געקומען צו די רויטע אידלעך וואָס זיצן פון יענער זייט סמבטיון. האָט מען זיך גענומען מתווכח זיין וועגן זייער לשון, אַ טייל האָבן געזאָגט: לשון קודש, אַנדערע, תרגום לשון.
— איר ווייסט ניט קיינער אויף ריכטיק. — האָט הערשל זיך אַריינגעמישט.
— און דו ווייסט, הערשל? — האָט איינער פון זיי אים אַ פרעג געטאָן אויף חוזק.
— יאָ, איך ווייס באַשטימט!
— נו, אַדרבה, זאָג וואָס פאַר אַ לשון איז דאָ ביי די רויטע אידלעך?
— אַזאַ לשון ווי ביי אַלע. אַ רויטע. — האָט הערשל געענטפערט.
אַלע האָבן זיך צולאַכט פון דעם ענטפער.
(ווען דער לעזער וועט זיך דערמאָנען, אַז לשון איז אויך די טייטש אַ צונג, וועט ער פאַרשטיין דעם וויץ).
הערשל מאַכט פריילעך אַ פּריץ
[רעדאַקטירן]דער פּריץ, ביי וועמען הערשל איז געווען חשוב, האָט זיך אַמאָל צובייזערט אויף זיין אַרענדאַר און האָט אים געהייסן אָפּלאָזן די אַרענדע. דער אַרענדאַר האָט געבעטן הערשלען, ער זאָל אים דאָ זען אַ טובה טאָן ביים פּריץ. איז הערשל זונטיק אינדערפרי אַוועקגעגאַנגען צום איספּראַווניק און האָט אים געזאָגט, אַז דער פּריץ האָט געהייסן ער זאָל ביז אַזייגער 12 צונויפזאַמלען אַלע מענטשן פון דער שטאָט, וואָס האָבן ליסע קעפּ און זאָל אויסשטעלן זיי אין צוויי שורות נעבן דער קירכע.
— צו וואָס דאַרף עט דאָס?
— ווער קאָן וויסן וואָס אַ פּריץ פאַרגלוסט זיך! — האָט הערשל געענטפערט.
דער איספּראַווניק האָט מיט גרויס מי קוים אָפּגעזוכט 96 מענער מיט ליסע קעפּ און האָט זיי אויסגעשטעלט אין דרויסן לעבן דער קירכע.
פּונקט זייגער 12, ווען עס האָט זיך געענדיקט דאָס געבעט אין דער קירכע, איז דער פּריץ פון דאָרט אַרויסגעגאַנגען. דער טאָג איז געוועזן אַ שיינער, די זון האָט געשיינט. פּלוצים האָבן אַלע 96 מענער אויף איינמאָל אַראָפּגעכאַפּט די היטלען פון די קעפּ און די זון האָט באַלויכטן זייערע נאַקעטע קעפּ.
— וואָס זאָל דאָס באַדייטן? — האָט דער פּריץ געפרעגט דעם איספּראַווניק.
— אייער דורכלויכט! — האָט זיך פאַרענטפערט דער איספראַווניק — האָט דאָך דאָס באַפוילן דורך הערשלען און איך האָב ריכטיק דערפילט אייער באַפעל.
דער פּריץ האָט זיך צולאַכט אויף הערשלס שטוקע.
אין דעם האָט זיך הערשל באַוויזן פאַר דעם פּריץ.
— זייט מיר מוחל, פּאַן! — האָט ער געזאָגט, — וואָס אין דער גאַנצער שטאָט האָבן זיך נאָך געפונען 96 ליסע קעפּ, דען פון די איבעריקע קעפּ האָט נאָך ניט אוספּייעט די האָר אויסצוקריכן.
דער פּריץ האָט ווייטער געלאַכט און הערשל האָט באַנוצט די אויפגעלייגטע צייט אויסצובעטן ביי דעם פּריץ ער זאָל צוריק אָפּגעבן דעם אַרענדאַר זיין אַרענדע.
הערשל ווערט אַ שדכן
[רעדאַקטירן]אַז הערשלען איז ניט געראָטן די דאָקטאָריי איז ער אַ שדכן נעוואָרן.
אַמאָל קומט ער אַריין צו אַן אויפגעקומענעם גביר, וועלכער איז פריער געווען אַ בעל־עגלה און לייגט אים פאָר אַ שידוך פאַר זיין טאָכטער. דער גביר נאַטירלעך האָט געוואָלט טאָן אַ גרויסן שידוך, ווי דער שטייגער איז פון די אויפגעקומענע גבירים, אָבער הערשל האָט אים גאָר פאָרגעלייגט אַ שידוך מיט אַ שוסטערס אַ זון.
— דו פּאַרך! — צובייזערט זיך אויף אים דער גביר — וויאַזוי שטעלסטו זיך אונטער מיר פאָרצולייגן אַזאַ שידוך? אַרויס פון מיין שטוב!
הערשל איז מיט רוגזה אַוועקגעגאַנגען פון אים.
אין עטלעכע וואָכן שפּעטער קומט ער ווידער צו אים.
— שוין? ביסט ווידער געקומען — פרעגט אים דער גביר מיט כעס — איך האָב דאָך דיר שוין איינמאָל אַרויסגעטריבן פון דאַנען!
— איך האָב אַצונד אַ גרויסאַרטיקן שידוך פאַר אייך — ענטפערט הערשל.
— מיט וועמען איז עס? — פרעגט נייגעריק דער גביר.
— מיט דעם האַצעלער רב׳ס אַ זון.
— אָט דאָס איז אַ פיינער שידוך! האָט איר שוין דאָרט גערעדט?
— אַוודאי האָב איך גערעדט.
— וואָס זשע האָט מען אייך געענטפערט?
— דאָס אייגענע וואָס איר האָט מיר געענטפערט, ווען איך בין צו אייך געקומען דאָס ערשטע מאָל.
דער גביר איז פאַרשעמט געוואָרן.
הערשל ביי אַ גוסס
[רעדאַקטירן]מען האָט הערשלען אַמאָל גערופן צו אַ קאַרגן גביר, וועלכער האָט שוין געהאַלטן ביי דער גסיסה און הערשל איז געקומען ווידוי זאָגן מיט אים. זעט ער ווי דער חולה קרעכצט זייער ביטער און לאָזט אַלע מאָל אַרויס שווערע זיפצן.
— וואָס קרעכצט איר אַזוי? — פרעגט אים הערשל — שטאַרבן מוז דאָך יעדער מענטש און אייביק לעבט ניט קיינער.
— אַך, מיין ליבער איד! — ענטפערט דער חולה — איך קרעכץ ניט דערויף וואָס איך דאַרף שטאַרבן, נאָר מיר איז אַ גרויסער ווייטיק וואָס איך גיי אין דער ערד אַריין, אַז מיין גאָלד און זילבער בלייבט דאָ איבער.
— גלויבט זשע מיר, — זאָגט הערשל, — אַז פאַר אייער גאָלד און זילבער איז אַ סך גלייכער וואָס עס בלייבט דאָ איבער, וואָרעם דאָרט וואוהין איר גייט באַלד אַוועק, איז אַזוי שטאַרק הייס, אַז דאָס געלט וואָלט באַלד צושמאָלצן געוואָרן...
הערשל דערלאַנגט דעם נאָז
[רעדאַקטירן]הערשל קומט אַמאָל אַריין אין קלויז מיט אַ צודראַפּעטן נאָז. ער האָט זיך אין דער היים געקריגט מיט דער ווייב, האָט זי אים מסתמא די נאָז צודראַפּעט.
— ווי קומט, הערשל, — פרעגט מען אים — וואָס דיין נאָז איז צודראַפּעט?
— איך האָב זיך אַליין אַ ביס געטאָן אין דער נאָז. — ענטפערט ער.
— סטייטש! וויאַזוי האָסטו געקענט דערלאַנגען?
— איך האָב מיך אַרויפגעשטעלט אויף אַ בענקל.
הערשל פאַר דעם טויט
[רעדאַקטירן]קיין מענטש לעבט ניט אייביק. שטאַרבן מוז יעדער, אויף איטלעכן קומט זיין צייט, און אויף אונדזער הערשלען איז געקומען די צייט צו שטאַרבן.
ער ליגט אין בעט, ווידוי האָט ער שוין לאַנג אָפּגעזאָגט, יעצט וואַרט ער נאָר אויף דעם מלאך המות, ער זאָל אַרויסנעמען דעם חלף פון דער שייד און זאָל אים קוילן. נעבן הערשלען זיצט דאָס ווייב און וויינט. צי וויינט זי דערפאַר וואָס ער שטאַרבט אַצונד, אָדער ווייל ער איז שוין לאַנג ניט געשטאָרבן, קען קיינער ניט וויסן.
פּלוצים רופט זיך אָפּ הערשל צו זיין ווייב:
— מיין ליב! טו מיר מיין בקשה אין דער לעצטער מינוט פון מיין לעבן, וואַש זיך אַרום און פּוץ זיך אויס אין דיינע יום־טובדיקע קליידער.
די בקשה פון אַ גוסס איז הייליק ביי יעדן מענטשן און הערשלס ווייב האָט ניט איבערגערעדט דאָס אַנדערע וואָרט און האָט תיכף דערפילט דעם מאַנס בקשה.
ווי הערשל האָט זי דערזען שיין אויסגעפּוצט, נעמט ער זי אָן ביי דער האַנט און רופט זיך ווי צו עמעצן אָפּ: „נו, זאָג מלאך המות! איז דען מיין ווייב ניט שענער פון מיר? צו וואָס זשע דאַרפסטו מיך? נעם בעסער איר צו!..“.
הערשל ביי אַ קאַרגן גביר
[רעדאַקטירן]הערשלען איז אַמאָל אויסגעקומען צו עסן שבת ביי אַ קאַרגן גביר, וועלכער האָט געמוזט נעמען אַן אורח צו זיך פּשוט פאַר בושה, ווייל דער גבאי פון שול איז אַליין צוגעשטאַנען צו אים. מען דערלאַנגט פיש, נעמט דער גביר דאָס קלענסטע פישל און גיט עס הערשלען אויף אַ טעלער און אַליין מיט זיין פאַמיליע עסט ער די בעסטע פיש. הערשל לייגט צו דעם אויער צום פיש.
— אַנטקעגן וואָס טוט איר עס? — פרעגט אים דער גביר.
— איך הער זיך צו, וואָס דאָס פישל זאָגט מיר — ענטפערט הערשל.
— וואָס זשע זאָגט עס אייך?
— עס דערציילט מיר, — ענטפערט הערשל, — אַז עס איז שוין זייער לאַנג פון טייך.
דער גביר שמייכלט צו און גיט שוין הערשלען אַ גרעסער שטיקל פיש.
מען דערלאַנגט די יויך. דער גביר נעמט זיך אַראָפּ אין אַ טעלער די אויבערשטע יויך און זאָגט דערביי אַ פּסוק: אדם קרוב לעצמו; נאָכדעם נעמט ער אַראָפּ פון דער שיסל פאַר דער ווייב און זאָגט ווידער אַ פּסוק: אהבתי את אשתי; נאָכדעם גיסט ער אָפּ יויך פאַר די קינדער, און זאָגט ווידער אַ פּסוק: אהבתי את בני; אַז אין שיסל האָט זיך אָפּגעשטעלט נאָר אַביסל אונטערשטע וואַסער, גיט ער עס אַוועק הערשלען און הייסט אים אויך זאָגן אַ פּסוק. הערשל שטעלט זיך אויף, נעמט די שיסל מיט ביידע הענט און זאָגנדיק אינדערהויך דעם פּסוק: וזרקתי עליכם מים טהורים, גיסט ער זיי אַלע אָפּ און אַנטלויפט.
הערשל האָט שוין אַ האַלבן פּסח
[רעדאַקטירן]הערשל איז געווען אַ גרויסער אָרעמאַן, אַז עס איז געקומען ערב פּסח האָבן אַלע געוואוסט, אַז ער האָט ניט אַפילו על מזון סעודה אחת. דאָך אַז ס׳איז געקומען צו רייד מיט די חסידים, האָט ער זיך באַרימט, אַז ער האָט שוין אַ האַלבן פּסח פאַרטיק אין שטוב.
— דו ביסט אַ ליגנער — האָבן אים די חסידים געזאָגט — מיר ווייסן דאָך, הערשל, אַז דו ביסט אַ גרויסער שלעפּער און האָסט גאָר ניט.
— ס׳איז אַן אמת, — האָט זיי הערשל געענטפערט, — אַז איך האָב אַ האַלבן פּסח, וואָרעם פון וואָס באַשטייט דער פּסח, פון אויסראַמען דעם חמץ און אַרייננעמען מצה. נו, האָב איך שוין דעם חמץ לאַנג אויסגעראַמט און מצה וועט גאָט באַשערן.
אַ פאָטער פאַרשטייט די קינדער אויפן וואונק
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געווען אין אַ קליין שטעטל, איז ער געגאַנגען אין קלויז דאַוונען, זעט ער ווי איינער גייט אום איבערן קלויז און דאַוונט, אָבער קיין ווערטער הערט מען ניט, נאָר ער מאַכט בי, מי, כי, מי.
נאָך דעם דאַוונען, ווען דער מענטש איז אַרויסגעגאַנגען פון דעם קלויז, גייט אים הערשל נאָך און רופט אים:
— ר׳ קרוב! ר׳ קרוב!
דער איד גייט צו אים צו און פרעגט אים וואָס ער וויל?
— בי, מי, בי, מי! — ענטפערט אים הערשל.
דער איד בטלט אים אויס אַלע חלומות און גייט זיך אַוועק. אונדזער הערשל רופט אים אָבער נאָך אַמאָל:
— ר׳ קרוב! ר׳ קרוב!
ווי יענער גייט ווידער צו אים צו, זאָגט צו אים הערשל נאָך אַמאָל:
— בי, מי, בי, מי!
— רעדט ווערטער, איך זאָל אייך פאַרשטיין! — שרייט צו אים דער איד.
— וואָס־זשע, — פרעגט הערשל — איר פאַרשטייט מיך דען ניט?
— אַוודאי פאַרשטיי איך ניט אייער בי, מי, בי, מי!
— אויב אַזוי, — זאָגט הערשל, — אַז איר פאַרשטייט ניט מיין מורקען, פאַרוואָס־זשע ווילט איר, אַז גאָט זאָל אייך יאָ פאַרשטיין, ווען איר מורקעט אָפּ דאָס גאַנצע דאַוונען מיט בי מי, אָן ווערטער?
דער איד, וועלכער איז אָבער אויך קיין נאַר ניט געווען, ענטפערט ער אים באַלד אויפן אָרט:
— קומט צו מיר אַהיים, וועל איך אייך עפּעס ווייזן.
אַז זיי זיינען געקומען צום אידן אַהיים, זיינען עטלעכע קליינע קינדערלעך אַנטקעגן געלאָפן דעם אידן, זייער טאַטן, מיט אַ לשון:
— בי מי, בי מי!
— איר פאַרשטייט וואָס זיי ווילן פון מיר? — פרעגט דער איד הערשלען.
— ניין, — ענטפערט הערשל, — איך הויב נישט אָן צו פאַרשטיין וואָס זיי ווילן פון אייך!
— און איך פאַרשטיי זיי יאָ, — זאָגט דער איד, און האָט דאָס אים גלייך באַוויזן אויפן אָרט.
— נו, וואָס איז דער וואונדער? — זאָגט הערשל — איר ↰ 56 זייט דאָך זייער פאָטער, דרום פאַרשטייט איר שוין אויפן וואונק פון אייערע קינדער, וואָס זיי מיינען מיט זייער בי מי, אָבער ווי קום איך זיי צו פאַרשטיין?
— זעט איר שוין, — רופט זיך אָפּ דער איד, — ביי אייך איז אַ חידוש געווען וואָס איך מאַך אָפּ דאָס דאַוונען מיט בי מי. איר פאַרשטייט דאָס ניט, ווייל איר זייט אַ פרעמדער, אָבער דער רבונו של עולם, מיין פאָטער, פאַרשטייט מיך שוין גוט און ווייסט שוין וואָס איך מיין מיט דעם.
דער ערוב וועט באַצאָלן
[רעדאַקטירן]הערשל האָט געוואָלט אַמאָל אַ שידוך אויספירן. דער חתן איז אָבער געווען גאָר אַ גראָבער יונג, האָט כלה׳ס צד אים נישט געוואָלט. נאָר ווען הערשל האָט זיי ערוב געווען, אַז ביז צו דער חתונה וועט דער חתן קענען אַ בלאַט גמרא אָפּלערנען, איז דער שידוך געשלאָסן געוואָרן.
עס איז שוין אָבער גאָר נישט ווייט געווען צו דער חתונה און דער חתן האָט פאָרט נישט געקענט, זיינען אָנגעפאַלן כלה׳ס צד אויף אונדזער הערשלען און שרייען.
— גוואַלד! וואָס האָט איר אונדז גענאַרט?
— וואָס הייסט איך האָב אייך גענאַרט? — זאָגט הערשל — איך האָב אייך ערוב געווען, אַז דער חתן וועט קענען אַ בלאַט גמרא אָפּלערנען, און ווי דער שטייגער פון יעדן ערוב איז, אַז ווען דער בעל־חוב האָט נישט צו באַצאָלן, מוז דער ↰ 57 ערוב פאַר אים דעם חוב באַצאָלן, נו, וועל איך אויך אַזוי טאָן, אַז דער חתן וועט ביז צו דער חתונה נישט קענען אַליין אָפּלערנען קיין בלאַט גמרא, וועל איך, זיין ערוב, פאַר אים אָפּלערנען דעם בלאַט גמרא!...
הערשל לערנט אַן אַרענדאַר וואָס מען טוט צו כורעים
[רעדאַקטירן]אַן אַלטער עם הארץ, אַן אַרענדאַר, האָט אַמאָל געפרעגט הערשלען, וואָס טוט דער עולם אין שול יום כיפּור ווען מען פאַלט כורעים?
— איך וועל אייך זאָגן, — ענטפערט הערשל — איר האָט דאָך געוויס געזען ווי איטלעכער נעמט מיט זיך אַ אינגל און טראָגט אין אַ גרויסע פאַטשיילע עטוואָס איינגעוויקעלט? דאָס טראָגט יעדער איד מיט זיך בלינצעס, און ווען מען פאַלט כורעים עסט מען זיי ליגנדיק אויף.
דער אַרענדאַר האָט עס גוט אַריינגענומען אין קאָפּ און אויף יום כיפּור האָט ער זיך שוין צוגעגרייט מיט אַ היפּשע ביסל בלינצעס.
ווען עס איז געקומען צו פאַלן כורעים איז דער אַרענדאַר אויך געפאַלן און געשמאַק זיך גענומען צו די בלינצעס. ער האָט געשמאַק געגעסן און דער ריח פון די בלינצעס איז זיך צוגאַנגען איבערן שול. דער עולם האָט דערשמעקט דעם ריח און זיך גענומען אַרומקוקן. האָט מען גלייך באַמערקט דעם אַלטן אַרענדאַר ליגנדיק אויף דר׳ערד און קייענדיק פולע באַקן מיט בלינצעס.
— זיידע, וואָס טוט איר דאָס אום יום כיפּור? — זיינען אַלע אויף אים אָנגעפאַלן.
— גזלנים! — ענטפערט זיי דער אַלטער — איר האָט גאָר ניט גאָט אין האַרצן! אייך איז גוט, איר האָט יונגע ציין, אָבער וואָס זאָל איך טאָן, אַז איך האָב ניט קיין ציין? וואַרט־צו אַ וויילע, ביז איך וועל אַראָפּשלינגען וואָס איך האָב אין מויל.
דער עולם האָט געמיינט, אַז דער אַרענדאַר איז משוגע און ווייס ניט וואָס ער רעדט. באַלד האָט ער אָבער דערציילט אַז הערשל האָט דאָס אים געלערנט, אַז דאָס טוט דער עולם צו כורעים. האָט מען דעם אַלטן אויסגעזאָגט דעם אמת און אים אויפגעקלערט, אַז יום כיפּור טאָר מען ניט עסן און ניט טרינקען.
דער אַרענדאַר האָט די האָר זיך געריסן פון בושה און צער, וואָס הערשל האָט אים אָנגעמאַכט.
ער האָט נאָך איינע
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געגאַנגען אין זייער אַ צוריסענע קאַפּאָטע, פרעגט מען אים:
— ר׳ הערשל? וואָס גייט איר אין אַזאַ צוריסענע קאַפּאָטע? האָט איר דען נישט קיין אַנדערע?
— איך האָב דווקא נאָך אַ קאַפּאָטע.
— טאָ פאַרוואָס טוט איר זי נישט אָן?
— גאַנץ פּשוט, יענע איז ערגער צוריסן פון דער.
זי וועט זיין אינגאַנצן הינטער אים
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל אַריין אין אַ קרעטשמע איבערצונעכטיקן. פון זיין הילוך האָט מען גלייך דערקענט, ס׳אַ גרויסער קבצן ער איז. מען האָט אים דעריבער גאָר געגעבן אַ קליין קישעלע צו שלאָפן.
מען טוט אַ קוק, הערשל לייגט אַנידער דאָס קישעלע אויף דער ערד און שטעלט זיך דערויף אַנידער מיט ביידע פיס און שטייט אַזוי אַ לאַנגע צייט, האָבן אים די שטוביקע געפרעגט, וואָס מיינט ער דערמיט?
— די מעשה איז אַזוי, — ענטפערט הערשל — די קישעלע איז אַ קליינע. זאָל איך דאָס לייגן צוקאָפּנס, וועט מיר קוועטשן אין דער זייט; זאָל איך דאָס לייגן אונטערן זייט, האָב איך ניט אויף וואָס דעם קאָפּ אַנידערצולייגן, האָב איך זיך בעסער דערויף אַנידערגעשטעלט, וועט עס זיין אינגאַנצן הינטער מיר.
ער זאָל זיך טאָן זיינס
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געוואָרן אַ מכניס אורח און געבראַכט אַהיים אַן אורח צו וועטשערע. אַז זיין ווייב האָט דערזען דעם אָרעמאַן, האָט זי אָנגעהויבן הערשלען שטאַרק צו זידלען.
— קבצן איינער, — האָט זי געטענהט — האָסט אַליין נישט וואָס צו עסן, גייסטו און ברענגסט נאָך אַן אורח מיט דיר.
דער אורח, ווען ער האָט דערהערט דער ווייבס קולות, איז ער ביי זיך שטאַרק אַראָפּגעפאַלן אין מוט. רופט זיך צו אים אָפּ הערשל:
— זאָל אייך ניט אַרן, ר׳ איד, וואָס די ארורה רעדט, איר טוט אייערס.
— וואָס זשע זאָל איך טאָן? — פרעגט דער אורח, ניט זייענדיק ערגעץ קיין סימן פון עסן.
— איר טוט אייך אייערס, — זאָגט הערשל — נעמט דעם זאַק און לייגט אייך שלאָפן.
צוליב וואָס הערשל לייגט זיך אויף דר׳ערד
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל אַרויס אויף דעם מאַרק און געמאָסטן די ערד מיט זיין שטעקן, פּלוצלונג האָט ער זיך אַנידערגעלייגט און זיך אויסגעצויגן אויף דער הוילער ערד.
די מענטשן, וועלכע זיינען דעמאָלט דורכגעגאַנגען דעם מאַרק, האָבן זיך זייער געוואונדערט און אים געפרעגט, וואָס זאָל דאָס באַדייטן.
— פאַרשטייט איר מיר — האָט זיי הערשל געענטפערט — איך קלער דאָ אויף דעם אָרט אויסבויען אַ הויז, האָב איך דאָ אַרומגעמאָסטן, וואו עס זאָל זיין דער הויף, וואו די צימערן, וואו דער אויוון. און דאָ אַוואו איך ליג איז מיר אויסגעקומען צו מאַכן דעם אויוון, האָב איך מיך שוין דערווייל אַרויפגעלייגט אויפן אויוון.
הערשל זאָגט אַ גרעסערן ליגן
[רעדאַקטירן]הערשל האָט זיך אַמאָל באַגעגענט מיט יאָסל מאַרשאַלעק, אַ באַוואוסטן בדחן, אויף אַ חתונה. נו, פאַרשטייט זיך אַליין, אַז זיי ביידע אויף איין חתונה, איז פּונקט ווי צוויי קעץ אין איין זאַק.
האָבן זיי זיך אָנגעהויבן שפּאַרן, ווער זאָל בלייבן אויף דער חתונה און ווער זאָל אַוועקגיין. רופט זיך אָפּ יאָסל צו הערשלען:
— ווייסט וואָס, הערשל, לאָזן מיר מאַכן אַזוי, ווער עס וועט זאָגן אַ גרעסערן ליגן, יענער זאָל בלייבן אויף דער חתונה.
הערשל האָט מסכים געווען. מען האָט געוואָרפן גורל, ווער עס זאָל זאָגן פריער דעם ליגן, איז געפאַלן אויף יאָסלען.
האָט יאָסל אָנגעהויבן זאָגן זיין ליגן:
— איך בין אויפגעשטאַנען — האָט ער דערציילט — גאַנץ פרי, עס איז נאָך געווען פינצטער, האָב איך געזען שטייענדיק אַ פלוי אויף דעם שפּיץ דאַך און געגענעצט, האָב איך איר געוואָרפן אַ שטיינדל אין מויל אַריין און זי איז דערוואָרגן געוואָרן.
רופט זיך אָפּ הערשל:
— עס איז טאַקע אמת, איך האָב דאָס מיט מיינע אויגן געזען.
דאָס שטיקל ברויט שלעפּט זיך
[רעדאַקטירן]הערשל האָט אַמאָל גענומען אַ שטיקל ברויט, דאָס צוגעבונדן צו דער קאַפּאָטע און אַזוי אַרומגעגאַנגען אין גאַס.
באַגעגענט אים אַ פריינט און פרעגט אים:
— וואָס מאַכסטו, הערשל? ווי גייט עס?
— אָט זעסטו דאָך, — ענטפערט אים הערשל — אַ דאַנק גאָט, דאָס שטיקל ברויט שלעפּט זיך.
ווי הערשל קריגט עסן און מלבושים
[רעדאַקטירן]הערשל איז איינמאָל אין אַבענד געקומען אין אַ קרעטשמע. דער באַלעבאָס פון קרעטשמע האָט געהאַט אַ שם פאַר אַ רשע, וואָס פלעגט ניט געבן קיין אָרעמאַן קיין ביסן ברויט צו פאַרזוכן און פלעגט אַלעמען אַרויסוואַרפן פון הויז. הערשל האָט אָבער גראַדע ליב געהאַט צו באַזוכן אַזוינע קרעטשמעס, און ער האָט זיך באַרימט פאַר אַלעמען, אַז אויך אין דער קרעטשמע וועט ער האָבן עסן און טרינקען און אַפילו אַ מלבוש אויך.
אַז הערשל איז אַריינגעטראָטן אין שטוב, פרעגט אים דער קרעטשמער:
— וואָס דאַרפט איר, ר׳ קרוב, אַוודאי אַ נדבה? קנאַפּ איז זיי די שלעפּער דער טאָג, זיי גייען נאָך ביינאַכט.
ענטפערט אים הערשל מיט אַ געמאַכטן רחמנות פּנים:
— איך פאַרלאַנג פון אייך ניט קיין נדבה, און אויך ניט ↰ 63 קיין עסן, איך בעט נאָר פון אייך איין זאַך, אַזוי ווי איך בין מיד און צובראָכן, זאָלט איר מיר דערלויבן זיך לייגן ביי אייך צווישן אויוון שלאָפן. איר וועט מיר פּשוט מחיה זיין און מאָרגן פרי גיי איך גלייך אַוועק.
דער באַלעבאָס האָט זיך געקוויינקעלט, אָבער ביים סוף אים דערלויבט.
הערשל האָט זיך געלייגט שלאָפן. ליגנדיק, האָט ער געזען, ווי די באַלעבאָסטע האָט אָפּגעשניטן די נעגל, אַריינגעלייגט אין אַ שטיקל פּאַפּיר און דאָס אַריינגעוואָרפן אין אויוון. דערנאָך איז זי ערגעץ אַרויס פון שטוב.
הערשל האָט געזען, אַז קיינער איז אין הויז ניטאָ, איז ער אַראָפּ פון געלעגער אויסגעזוכט אַ גענדזענעם פעדער מיט אַ מעסער און אויסגעשניטן שטיקלעך פעדער פּונקט ווי נעגל, דאָס פאַרוויקעלט אין אַ פּאַפּיר, אַריינגעוואָרפן גלייך אין דער וועטשערע, וואָס האָט זיך געקאָכט אין אויוון און אַוועק צוריק שלאָפן.
שפּעטער זיינען געקומען דער באַלעבאָס מיט דער באַלעבאָסטע און זיך געזעצט עסן. ווי נאָר זי האָט דערלאַנגט די וועטשערע, ערשט דער באַלעבאָס זעט, ביי אים אין טעלער שווימט עפּעס אַרום אַ פּאַפּירל. ער נעמט עס אַרויס, עפענט אויף, ערשט ער זעט, אינעווייניק ליגן עפּעס נעגל.
די באַלעבאָסטע האָט דערציילט דעם מאַן, אַז זי האָט אָפּגעשניטן די נעגל און אַריינגעוואָרפן אין אויוון, קען זיין, אַז דער פּאַפּירל איז ניט ווילנדיק אַריינגעפאַלן אין טאָפּ.
איז ביי זיי געבליבן, אַז זיי זאָלן די יויך ניט עסן. זיי האָבן אויפגעוועקט הערשלען און אים אָפּגעגעבן זייער וועטשערע.
שפּעטער זיינען אַלע געגאַנגען שלאָפן. אין אַ וויילע אַרום מען הערט אַ געשריי פון הערשל׳ס זייט: „רוק זיך“. דער ↰ 64 באַלעבאָס איז אויפגעשטאַנען, אָנגעצונדן אַ ליכט און צוגעגאַנגען אַרום אויוון. ער קוקט אויף הערשלען, אָבער ער שלאָפט געשמאַק, איז ער צוריק אַוועק שלאָפן. אין אַ שעה אַרום מען הערט ווידער אַ קול: „רוק זיך אַרויף“. אין אַ וויילע אַרום: „רוק זיך אַראָפּ“. דער באַלעבאָס איז ווייטער אַראָפּ זוכן, אָבער קיין זאַך ניט געפונען. זיינען זיי שוין געלעגן אין שרעק ביז אינדערפרי.
אַז מען איז אויפגעשטאַנען, פרעגט דער באַלעבאָס הערשלען, וואָס האָט ער דאָס געשריען פון שלאָף?
זאָגט הערשל:
— אַז איר וועט מיר שענקען אַ מלבוש, וועל איך אייך דערציילן, וועט איר פאַרשטיין, אַז איך רייד אמת.
דער באַלעבאָס איז געווען נייגעריק צו הערן, האָט ער אויסגעזוכט אַן אַלטן כאַלאַט און עס אַוועקגעגעבן הערשלען.
הערשל האָט גענומען דעם כאַלאַט און געזאָגט צום באַלעבאָס:
— איצט וועל איך אייך זאָגן וואָס דאָס איז. איך גיי אין אַ צוריסענעם פּעלצל און ער איז זייער קורץ. אַז איך דעק מיר צו די פיס און ווער אַנטשלאָפן, ווערט מיר קאַלט אין פּלייצע, שריי איך פון שלאָף, „רוק דיך אַרויף“. רוק איך אַרויף, ווערט מיר אָבער קאַלט אין די פיס, שריי איך צוריק „רוק זיך אַראָפּ“, ווערט מיר קאַלט אין זייט. שריי איך „רוק זיך אַהער“, „רוק זיך אַהין“. איצט, אָבער, אַז איר האָט מיר געגעבן אַ לאַנגן און ברייטן כאַלאַט, וועל איך שוין ניט דאַרפן שרייען.
אָט אַזוי האָט הערשל געקראָגן עסן און אַ מלבוש.
הערשל לערנט אָן אַ גוי
[רעדאַקטירן]איינמאָל איז הערשל אַרויס אין מאַרק אין אַ מאַרק־טאָג. ער זעט אַ רעדל מענטשן שטייען אַרום אַ גוי און דינגען ביי אים אייער. דער גוי האָט זיך איינגעשפּאַרט און געבעטן אַ טאָפּלן פּרייז פאַר יעדער שאָק. וויפל מען האָט צו אים געטענהט, אַז ס׳האַלט אין מאַרק נאָר דרייסיק קאָפּיקעס אַ שאָק, האָט גאָר ניט געהאָלפן. דער פּויער איז געווען פאַר׳עקשנ׳ט און געזאָגט, אַז זיינע אייער זיינען בעסערע און ווערט 60 קאָפּיקעס אַ שאָק.
דער עולם האָט אָנגעהויבן צו לאַכן פון גוי. ווי מען האָט דערזען הערשלען, האָבן אַלע זיך גאָר דערפרייט און געבעטן אים, ער זאָל עפּעס מאַכן אַ שפּיל, אַז דער גוי זאָל אים געדענקען.
הערשל איז צוגעגאַנגען צום פּויער און אָנגעהויבן זיך מיט אים צו דינגען. ער באָט אים פערציק קאָפּיקעס אַ שאָק. דער גוי וויל ניט און הערשל גייט אַוועק. ער קומט אָבער באַלד צוריק און איז אים ביסלעכווייז מוסיף, ביז ער האָט אים געגעבן די גאַנצע זעכציק קאָפּיקעס, וואָס דער פּויער האָט געבעטן. דער פּויער האָט אָנגעהויבן ציילן די אייער. הערשל האָט דערווייל אַ שושקע געטאָן איינעם פון זיינע פריינד אין אויער, און יענער איז אַוועקגעגאַנגען.
ווען דער גוי האָט געענדיקט ציילן, האָט הערשל אָנגעשטעלט די פּאָלעס, דער גוי זאָל אים דאָרט איבערלייגן. ערשט דער מענטש, הערשלס פריינט, קומט צולויפן, אַ צוקאָכטער, און שרייט צו הערשלען אויף רוסיש:
— הערשקאַ, סקאָריי, טוואָיאַ מאַטקאַ פּאָמערלאַ. (הערשל, לויף געשווינד, דיין מאַמע איז געשטאָרבן).
אַז הערשל האָט דאָס דערהערט, האָט ער אַראָפּגעלאָזן די פּאָלעס, דערלאַנגט אַ פּאַטש מיט די הענט און אָנגעהויבן וויינען און קלאָגן, אַז ער חלש׳ט, אים איז ניט גוט. דערווייל זיינען אַרויסגעפאַלן די אייער פון פּאָלע און זיך צובראָכן.
הערשל איז אַנטלאָפן. דער גוי איז אָבער געשטאַנען אַ לאַנגע צייט איבער די צובראָכענע אייער און געוויינט:
— אַ גדיע מאָיאַ פּראַצאַ? (אַוואו איז מיין האָרעווען?).
אים האָט שוין הערשל באַצאָלט, דעריבער איז אים גוט צו לאַכן
[רעדאַקטירן]צו הערשלען איז אַמאָל געקומען אַ בעל־חוב, ביי וועמען ער האָט אַמאָל, ווען ער האָט געדאַרפט חתונה מאַכן אַ קינד, געליען פופציק רובל. דער בעל־חוב האָט געמאָנט די געלט, אָבער הערשל האָט ניט געהאַט וואָס אים צו געבן.
זאָגט הערשל צום בעל־חוב:
— ווען דו ווילסט מיר געבן נאָך צוויי רובל, האָב איך אַ פּלאַן, וואָס איך קען דיר אָפּגעבן דעם חוב און מיר זאָל נאָך אויך עפּעס בלייבן.
— נו, מילא, — זאָגט דער בעל־חוב — איך האָב איינגעשטעלט פופציק רובל, דאַרף מען קריכן מיט נאָך צוויי.
און ער האָט דערלאַנגט הערשלען צוויי רובל.
הערשל האָט צוגענומען די געלט, און געהייסן דעם בעל־חוב גייען מיט אים. זיי זיינען אַוועק אין מאַרק, און הערשל האָט געקויפט פאַר די געלט פינף הינער.
— אָט דאָס איז מיין פּלאַן, — זאָגט הערשל צום בעל־חוב — די הינער וועלן לייגן אייער, יעדע הון צו דרייסיק, וועלן מיר האָבן בס״ה הונדערט פופציק אייער. דערנאָך וועל איך איבערזעצן די הינער אויף די אייער, וועלן זיי האָבן הינדעלעך, די הינדעלעך וועל איך אויסהאָדעווען און ווייטער זעצן אויף אייער, וועט ווייטער זיין הינדעלעך און אַזוי וועל איך דיר באַצאָלן דעם חוב.
אַז דער באַלעבאָס האָט דערהערט הערשלס רעכענונג, האָט ער זיך שטאַרק פאַרנאַנדערגעלאַכט.
— דיר איז גוט צו לאַכן — זאָגט הערשל — ווייל דיר האָב איך שוין גע׳סילוק׳ט, וואָס וועלן אָבער טאָן די איבעריקע בעלי־חובות?
הערשלס אַן עצה
[רעדאַקטירן]איינער האָט זיך געקלאָגט פאַר הערשלען, אַז ביי אים אין דירה זיינען דאָ זייער פיל עכברים.
זאָגט צו אים הערשל:
— איך האָב אַן עצה: לייגט אַוועק צו שטיקלעך אפיקומן ביי יעדער נאָרע, און נאָך דעם אפיקומן טאָר מען דאָך שוין ניט עסן. איז ווי די מייז וועלן אויפעסן די שטיקלעך אפיקומן, וועלן זיי שוין מער ניט אָנרירן קיין זאַך.
גיט אים יעדער אַ פרעג:
— סטייטש, ר׳ הערשל, פון וואַנען ווייסן אָבער די מייז, אַז נאָך דעם אפיקומן טאָר מען שוין מער ניט עסן?
ענטפערט אים הערשל:
— זיי האָבן ביי מיר אויפגעגעסן אַ שולחן ערוך, ווייסן זיי דאָך שוין דעם דין, אַז נאָכן אפיקומן טאָר מען ניט עסן.
הערשלס ענטפער
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל פרייטיק אַרומגעגאַנגען מיט נאָך אַ חסיד איבער די הייזער און איז אַריין צו אַ גביר, אַ פרייען, בעטן אַ נדבה.
פרעגט דער גביר הערשלען:
— אויף וואָס קלייבט איר דאָס די געלט?
— אויף חלה אויף שבת. — האָט הערשל געענטפערט.
רופט זיך אָפּ דער גביר:
— אָט דערפאַר האָב איך פיינט די חסידים: אַ גאַנצע וואָך הייסט עס ביי זיי בולקע, עס קומט שבת רופן זיי דאָס חלה.
האָט אים הערשל גלייך געענטפערט:
— דערפאַר האָב איך פיינט די יונגע גבירים. זיי האַלטן אַ מויד אין שטוב. בייטאָג רופן זיי איר דינסט, ביינאַכט — גאָר ווייב.
אַ ליגן, ניט געטראַכט
[רעדאַקטירן]אַן עושר האָט אַמאָל געזאָגט צו הערשלען:
— הערשל, זאָג מיר אַ ליגן ניט געטראַכט, גיב איך דיר אַ רובל.
זאָגט הערשל צו אים:
— איר האָט דאָך געזאָגט, אַז איר גיט מיר צוויי רובל.
הערשל רייסט מיט גוואַלד
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל אַריין אין אַ געוועלב און געהייסן מען זאָל אים אָפּרייסן ריפּס אויף אַ קאַפּאָטע. דער קרעמער האָט פאַר אים אָפּגעריסן. הערשל האָט צוגעכאַפּט דעם ריפּס און איז אַוועקגעלאָפן.
האָט דער קרעמער גערופן מענטשן, מען האָט אים נאָכגעיאָגט ביז מען האָט אים געכאַפּט.
פרעגן די מענטשן הערשלען:
— הערשל, וואָס האָסטו דאָס געטאָן?
— פאַרשטייט איר מיך, — האָט הערשל זיי געענטפערט — איר זעט דאָך איך גיי נאַקעט, און וואָס מען רייסט ניט אָפּ מיט גוואַלד, דאָס האָט מען ניט.
די מענטשן האָבן געמאַכט צווישן זיך אַ נדבה און באַצאָלט דעם קרעמער.
הערשל שעמט זיך
[רעדאַקטירן]אַמאָל, ביינאַכט, זיינען צו הערשלען אין שטוב אַריין גנבים. זיי זוכן אויף דר׳ערד, זיי טאַפּן אויף די ווענט, טאָמער הענגען מלבושים אָדער לייכטער, — עס איז אָבער גאָרניט צו געפינען.
דערווייל האָט הערשלס ווייב דערהערט די גנבים, וועקט זי הערשלען אין דער שטיל:
— הערשל, הערשל, גנבים זיינען ביי אונדז אין הויז.
— שווייג שטיל, — ענטפערט איר הערשל — אויף מיר פלאַמט דער פּנים פון בושה, וואָס זיי האָבן ניט וואָס צו נעמען, און דו שרייסט נאָך און דאָס אַרט דיך גאָרניט.
וויאַזוי הערשל פאַרבייט אַ העמד
[רעדאַקטירן]הערשלען האָט געטראָפן אַ סיבה. ער איז געגאַנגען אין באָד און מען האָט דאָרט ביי אים אַוועקגע׳גנב׳עט אַ העמד. איז ער אַוועק אַהיים און געבעטן זיין ווייב, זי זאָל אים געבן אַ העמד.
— וואו איז די העמד, וואָס איך האָב דיר מיטגעגעבן אין באָד אַריין? — האָט די ווייב געפרעגט.
— יענע העמד האָט מיר איינער פאַרביטן, — האָט הערשל געענטפערט.
— טאָ אַוואו איז יענעמס העמד? — פרעגט ווייטער די ווייב.
— יענער האָט זיינע פאַרגעסן אַנידערצולייגן. — האָט הערשל קורץ געענטפערט.
הערשל שענקט אים דער ערשטן מאָל
[רעדאַקטירן]הערשל איז איינמאָל פרייטיק געגאַנגען אין מרחץ אַריין, איז געקומען אַ גרויסער גביר און געזאָגט, ער וויל אַ גוטער שמייסער זאָל אים אויספּאַרן און אויסשמייסן. איז צוגעגאַנגען הערשל צום גביר און געזאָגט, אַז ער איז אַ גוטער שמייסער, נאָר ער וויל דער גביר זאָל אים פריער באַצאָלן.
דער גביר האָט הערשלען ניט געקאָנט און געזאָגט דעם שמייסער, וואָס איז אים די נפקא־מינה און אים באַצאָלט פריער.
הערשל האָט גענומען די געלט, געהייסן דעם גביר אַרויפקריכן אויפן אויבערשטן באַנק, דאָרט אים אַרומגעזייפט, אַרומגעוואַשן און, לאָזנדיק דעם גביר ליגן אויפן באַנק וואַרטן אויף דאָס שמייסן, איז ער געלאַסן אַראָפּ פון באַנק.
דער גביר איז געלעגן אַ האַלבע שעה און אַז ער האָט געזען, אַז דער שמייסער קומט ניט, איז ער אַראָפּ פון באַנק און אויפגעזוכט הערשלען.
— זאָגט מיר, — האָט אים דער גביר געפרעגט — איר האָט ביי מיר גענומען די געלט פאַראויס, פאַרוואָס שמייסט איר מיך ניט?
ענטפערט אים הערשל:
— פאַרשטייט איר מיך, דערפאַר וואָס איר האָט זיך אַליין געלייגט, שענק איך אייך דעם ערשטן מאָל די שמיץ.
דער גביר האָט זיך דערוואוסט, אַז דאָס איז געווען הערשל און האָט אים די געלט געשענקט.
ווען אַ גאַנדז האָט נאָר איין פיסל
[רעדאַקטירן]ווען הערשל איז נאָך געווען אַ קינד, איז ער אַמאָל געזעסן, ווינטער צייט, מיט דעם פאָטער און געגעסן מיטאָג. מען האָט דערלאַנגט גענדזן פלייש מיט די פיסלעך פון אַ גאַנדז.
אַז דער פאָטער האָט זיך אַ וויילע פאַרקוקט אָן אַ זייט, האָט הערשל אַ כאַפּ געטאָן אַ פיסל און דאָס אויפגעגעסן. אין אַ וויילע אַרום, האָט זיך דער פאָטער אַרומגעזען, אַז אין שיסל איז נאָר דאָ איין פיסל, זאָגט ער צו הערשלען:
— הערשל, פאַרוואָס האָסטו דאָס אויפגעגעסן אַ פיסל?
— ניין, טאַטע, דו האָסט אַ טעות — ענטפערט הערשל — איך האָב די פיסל ניט געגעסן, די גאַנדז האָט מער ניט געהאַט ווי איין פוס.
— וואָס? — זאָגט דער פאָטער — האָסטו אַמאָל געזען אַ גאַנדז מיט איין פוס?
— געוויס, האָב איך געזען, — זאָגט הערשל — קום מיט מיר צום טייך, וועל איך דיר ווייזן אַ סך גענדז, וואָס האָבן נאָר צו איין פוס.
דער טאַטע האָט איינגעשטימט. נאָכן עסן זיינען זיי ביידע אַוועק צום טייך. הערשל האָט דעם פאָטער געוויזן אַ גאַנדז, וואָס איז געשטאַנען נאָר אויף איין פוס און די אַנדערע האָט זיך ניט אַרויסגעוויזן.
— נו, זעסטו, — זאָגט הערשל מיט נצחון, — אָט איז אַ גאַנדז וואָס האָט נאָר איין פוס.
— דו האָסט אַ טעות, — ענטפערט דער פאָטער — אָט וועל איך דיר ווייזן, אַז זי האָט אויך צוויי פיס.
דער פאָטער האָט אַ טרייב געטאָן די גאַנדז מיט די הענט, ↰ 73 און די גאַנדז האָט אַראָפּגעלאָזן די אַנדער פיסל און איז אַנטלאָפן.
— הערסטו אַ שכל, — ענטפערט הערשל — דו האָסט דאָך אַ טרייב געטאָן מיט די הענט. מעגלעך, ווען דו זאָלסט געווען ביים טיש אויך אַ טרייב טאָן מיט די הענט, וואָלט אויך געוואָרן צוויי פיסלעך. (דאָס האָט ער געמיינט, ווען דער פאָטער וואָלט אים אַ קלאַפּ טאָן איבער די הענט, וואָלט ער ניט גענומען די פיסל.)
וואו הערשלס סידור איז געבליבן
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געקומען צום רבין ר׳ ברוכל אום ערב־פּסח און דערציילט אים, אַז ער האָט ניט אין וואָס צו זאָגן די הגדה. ר׳ ברוכל האָט אַרויסגענומען זיין סידור און עס אָפּגעגעבן הערשלען.
צום אַנדער סדר איז הערשל ווידער געקומען צום רבין און דערציילט, אַז ער האָט ווייטער ניט אין וואָס צו זאָגן די הגדה.
— סטייטש! — האָט ר׳ ברוכל זיך געוואונדערט — ערשט נעכטן האָב איך דיר געגעבן מיין סידור און אָט האָסטו שוין ווידער ניט אין וואָס צו זאָגן, וואו איז מיין סידור?
— אָ, עס איז אַ גאַנצע מעשה דערביי — ענטפערט הערשל — נעכטן האָב איך אָנגעהויבן זאָגן די הגדה און בין אַזוי צוגעקומען צום אָרט וואו עס שטייט „מעשה ברבי אליעזר ורבי עקיבא ורבי טרפון“, און איך האָב פאַר זיך דערזען אַזעלכע געסט, מיט וועלכע איך האָב זיך אַ גאַנץ יאָר ניט געזען, האָב איך זיי זייער שיין אויפגענומען און מיר ↰ 74 האָבן צוזאַמען געטרונקען וויין. נאָר אַזוי ווי ביי מיר איז ניט געווען גענוג וויין, האָב איך זיי אַוועקגעפירט אין שענק אַריין און מיר האָבן זיך גענומען צום טרינקען, איז אַזוי ווי איך בין שוין מיט דעם טרינקען געוואוינט, האָט דאָס מיר ניט געשאַדט און איך האָב געטראָפן אַהיים, נאָר זיי זיינען קליינע טרינקער, האָבן זיי שוין ניט געקענט גיין אַהיים און זיינען געבליבן דאָרט אין שענק ליגן און זיינען דאָרט נאָך איצט אויך.
האָט ר׳ ברוכל פון דער מעשה פאַרשטאַנען, אַז ער האָט זיין סידור פאַרזעצט אין שענק פאַר משקה, האָט ער געשיקט דאָס אויסלייזן און אים ווייטער געגעבן.
וויאַזוי הערשל מאַכט אַ מנין
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געקומען אויף אַ יריד גראַדע אין דעם טאָג, וואָס ער האָט געהאַט יאָר־צייט.
האָט ער געוואָלט צו מנחה מאַכן אַ מנין, אָבער דאָס איז געווען אוממעגלעך אויסצופירן, ווייל יעדער איז געווען שטאַרק פאַרנומען. הערשל איז אָבער געפאַלן אויף אַן עצה. ער איז אַריין אין שטוב און דורכן פענצטער געמאַכט גרויסע קולות:
— גוואַלד, גוואַלד!
אַלע מענטשן זיינען אַריינגעלאָפן אין הויז און גענומען זיך אַרומקוקן, וואָס האָט דאָרט געטראָפן, אָבער הערשל האָט אַ קלאַפּ געגעבן איבערן טיש און אַ געשריי געטאָן:
— יתגדל ויתקדש שמיה רבה.
איז שוין דער עולם ניט אַוועק און געדאַוונט מנחה בציבור.
הערשלען איז קיין דאגה ניט קיין פור
[רעדאַקטירן]הערשל אין זיינע וואַנדערונגען איבער דער וועלט, פלעגט מערסטנס גיין צו־פוס.
האָבן אים די מקורבים אַמאָל געפרעגט:
— הערשל, פאַרוואָס גייסטו נאָר צו־פוס, פאַרוואָס קוקסטו זיך ניט אַרום, מען זאָל אַמאָל קענען זיך אַריבערכאַפּן מיט אַ פור?
— איך האָב קיינמאָל קיין דאגה ניט מיט אַ פור — האָט זיי הערשל געענטפערט — דען קוים גיי איך נאָר אַרויס פון שטאָט, קומט מיר באַלד אַנטקעגן אַ פור...
פון זיינעטוועגן און פון עולמס וועגן
[רעדאַקטירן]ווען הערשל איז געווען משמש ביי ר׳ ברוכלען, האָט דער רבי מיט אים אויסגענומען אַ תנאי, אַז מען זאָל אים אַלע טאָג פרעגן וואָס צו קאָכן. איינמאָל איז דער רבי געווען מרה־שחורהדיק און עפּעס צוטראָגן, ערשט הערשל קומט אים אָן אַנטקעגן און פרעגט:
— רבי, וואָס זאָל מען היינט קאָכן?
— פון מיינעטוועגן — האָט דער רבי געענטפערט מיט כעס, וואָס הערשל שטערט אים אין מחשבות — זאָל מען קאָכן שפּענער.
האָט אים הערשל אָבער גלייך געענטפערט:
— אַז פון אייערטוועגן שפּענער, טאָ וואָס זאָל מען קאָכן פאַר דעם עולמס וועגן?
ער זאָל ניט גיין אין וואַסער
[רעדאַקטירן]ר׳ ברוכל איז אַמאָל געגאַנגען אין וואַסער. עס איז געווען זייער קאַלט, האָט זיך דער עולם געשראָקן דער רבי זאָל חלילה זיך ניט צוקילן, האָט מען געשיקט נאָך הערשלען, ער זאָל דעם רבין אומקערן מיט אַ גוט וואָרט. איז הערשל אַרויסגעלאָפן און דעריאָגט דעם רבין:
— רבי, רבי, — האָט ער געשריען — פאָלגט מיך, קערט זיך אום, גייט ניט אין וואַסער, וואָרעם מיין ווייב איז געגאַנגען אין וואַסער, איז זי געוואָרן גראָב ווי אַ פאַס.
ער איז ביי אים קיינמאָל ניט געווען
[רעדאַקטירן]הערשל האָט איינמאָל געהאַט אַ פאַרדרוס אין האַרצן אויף ר׳ ברוכלען, און האָט באַשלאָסן אים אַריינזאָגן מיט אַ וואָרט, אַז ער זאָל אים געדענקען. בין מנחה למעריב, ווען דער עולם איז געווען פול אין בית המדרש, איז הערשל צוגעגאַנגען צו ר׳ ברוכלען און אים אָנגעהויבן דערציילן אַ מעשה. דער עולם האָט זיך אַרומגעשטעלט הערן וואָס הערשל וועט דערציילן.
— הערט איר, רבי, — האָט הערשל אָנגעהויבן — פאַר צוויי וואָכן האָב איך ניט געהאַט אויף שבת, גיי איך מיר אַזוי אַרום פאַרקלערט און טראַכט, וואו נעמט מען ערגעץ אויף שבת? ערשט דער יצר הרע גייט מיר אָן אַנטקעגן און פרעגט: „הערשל, וואָס ביסטו אַזוי פאַרטראַכט?“ האָב איך אים דערציילט מיין זאָרג, אַז איך האָב ניט אויף שבת. רופט ↰ 77 ער זיך אָפּ צו מיר: „דו נאַר איינער, אויך אַ דאגה? גיי אַריין צום רבי ר׳ ברוכלען, נעם ביי אים אַ זילבערנע לעפל, וועסטו האָבן אַן אויפגעשפּילטן שבת“. בקיצור, איך האָב אים געפאָלגט און טאַקע געהאַט אַ שבת כיד המלך. פאַראַכטאָגן האָב איך ווייטער ניט געהאַט אויף שבת, האָב איך מיר געוואָלט גיין אויף דעם אַלטן גאַנג, וואָס דער יצר הרע האָט מיר געוויזן, ערשט דער יצר טוב באַגעגענט מיך און פרעגט:
— הערשל, וואוהין גייסטו?
דערצייל איך דעם אמת, אַז איך גיי צו רבין נעמען אַ לעפל, איך זאָל האָבן אויף שבת. רופט זיך אָבער אָפּ דער יצר טוב:
— פאָלג מיך, גנב׳ע ניט, גאָט וועט דיר העלפן, דו וועסט אַזוי אויך אויספירן דעם שבת.
בקיצור, איך האָב אים געפאָלגט, און אויסגעפירט דעם שבת מיט צרות און מיט ליידן.
היינטיקן דאָנערשטיק האָב איך ווייטער ניט אויף שבת, און גיי אַרום און קלער וועמען זאָל איך פאָלגן, דעם יצר טוב אָדער דעם יצר הרע. באַגעגענט מיך ווידער דער יצר טוב און זאָגט צו מיר:
— זעסטו, הערשל, אָט האָסטו אויסגעפירט דעם לעצטן שבת אָן גנבה, גאָט האָט דיר געהאָלפן.
— גוטער ברודער, — ענטפער איך אים — איך האָב טאַקע אויסגעפירט, אָבער אַז אָך און וויי צו אַזאַ אויספירן, מיט צרות און מיט ליידן. דעם שבת רעכן איך בעסער צו פאָלגן דעם יצר הרע.
כאַפּט זיך אויף דער יצר טוב מיט אַ גוואַלד און שרייט:
— הערשל, גנב׳נען טאָר מען דאָך ניט.
זאָג איך צו אים:
— אויב דו ווילסט מיך יאָ פאַרהיטן פון אַ זינד, טאָמער ↰ 78 וואָלטסטו אַריינגעגאַנגען צום רבין און אים בעטן ער זאָל מיר געבן אויף שבת?
רופט זיך אָן דער יצר טוב:
— איך וואָלט דיר, הערשל, אַוודאי געטאָן אַזאַ קליינע טובה, נאָר איך קען דיר שווערן, אַז זייט איך לעב, איז מיין פוס אויף זיין שוועל ניט אַריבערגעקומען.
דער פראָסט איז אַ נואף
[רעדאַקטירן]עס איז געווען ווינטער, דער פראָסט האָט געברענט און ביי הערשלען אין הויז איז געווען קאַלט סכנת נפשות. עס איז אויסגעגאַנגען די האָלץ און הערשל האָט ניט געהאַט קיין געלט אויף איינצוקויפן נייע. איז הערשל אַוועק צום רבי ר׳ ברוכל און געזאָגט, אַז ער האָט אַ שווערע זינד אויפן פראָסט, ער איז אַ נואף.
— וויאַזוי ווייסטו דאָס? — פרעגט אים ר׳ ברוכל.
— גאַנץ פּשוט, — זאָגט הערשל, — מיין ווייב איז אַוועק אין מאַרק, ערשט דער פראָסט לויפט איר נאָך, זי לויפט אַריין אין שטוב, ער איז דאָ נאָך איר. זוך איך אַ שייטל האָלץ אים אַרויסטרייבן, ערשט עס איז ניטאָ קיין שייטל האָלץ.
ר׳ נחום גייט אַראָפּ
[רעדאַקטירן]איינמאָל האָט זיך אַן אָרעמער מיוחס מיטן נאָמען ר׳ נחום זיך אַרויפגעזעצט אויבן אָן אין בית מדרש. אַלע האָבן געוואָלט, ער זאָל אַראָפּגיין, נאָר קיינער האָט ניט געוואַגט אים זאָגן אַ וואָרט. האָט מען געבעטן הערשלען, ער זאָל ↰ 79 עפּעס אויפטאָן אַ שיינע שטיק. הערשל האָט גענומען אַ סידורל, גייט צו צו דעם מיוחס און הייבט אָן לערנען די משנה פון „במה מדליקין“.
— במה מדליקין ובמה אין מדליקין, אין מדליקין לא בלכש ולא בחוסן ולא בחלב נחום...
— האַ? — האָט מען אים אָנגעהויבן אונטערזאָגן פון אַלע זייטן — וואָס איז דאָס פאַר אַ פּשט „ולא בחלב נחום“ ר׳ נחום געהערט דאָך אַראָפּ.
— איר זייט גערעכט, — האָט הערשל געענטפערט און הויך געזאָגט אין דעם מיוחס זייט — ר׳ נחום דאַרף גיין אַראָפּ.
וואָס דעם גביר פעלט
[רעדאַקטירן]גייענדיק איבער די הייזער, איז הערשל אַמאָל אָנגעקומען צו אַ גרויסן גביר. ס׳איז דעמאָלט געווען זומער. אין דרויסן איז געווען זייער הייס, דער גביר איז, אָבער, געווען אין קילן בייסמענט, אָנגעטאָן אין אַ ווייסן, טייערן כאַלאַט און גערויכערט אַ טייערע ליולקע.
דער גביר האָט געקליבן נחת פון זיין רחבות, אַז ער האָט דערזען הערשלען, האָט ער אים גלייך אַ פרעג געגעבן:
— זאָג מיר, הערשל, וואָס פעלט מיר איצט, וועל איך דיר געבן אַ שיינע נדבה.
הערשל האָט אַ טראַכט געטאָן און געזאָגט:
— גיט מיר פריער די נדבה, וועל איך אייך דערנאָך זאָגן וואָס אייך פעלט.
דער גביר האָט אים געגעבן אַ שיינע נדבה. הערשל ↰ 80 האָט די געלט אַריינגעלייגט אין קעשענע, זיך אויפגעשטעלט אַוועקצוגיין און געזאָגט:
— פאַרשטייט איר מיך: אין דער ערד ליגט איר; אָנגעטאָן גייט איר אין תכריכים, פעלט אייך טאַקע מער ניט, אַז ווערעם זאָלן אייך עסן.
וויאַזוי בראַנפן וועט העלפן
[רעדאַקטירן]ר׳ ברוכל איז אַמאָל געפאָרן ווינטער אין וועג מיט הערשלען און עס איז אויסגעבראָכן אַ זאַווערוכע מיט אַ ווינט אויף סכנת נפשות. ר׳ ברוכל מיט ר׳ הערשלען האָבן זיך איינגעדרייט אין זייערע פּעלצן, דאָך האָט דער ווינט זיי דורכגענומען און געמאַכט אויפציטערן זייערע ביינער. רופט זיך אָפּ הערשל צום רבין:
— רבי לעבן, אַוואו איז ערגעץ די פלאַש בראַנפן?
— וואָס דאַרפסטו איצט די בראַנפן, הערשל? — האָט אים ר׳ ברוכל געפרעגט — וואָס קען דיר די בראַנפן איצט העלפן?
— פאַרשטייט איר מיך, רבי לעבן, — האָט הערשל געענטפערט — דער ווינט בלאָזט מיר אין פּנים, וויל איך נעמען אַביסל בראַנפן, וועט זיך מיר פאַרדרייען די קאָפּ, וועט דער ווינט בלאָזן אין פּאַטיליצע.
ווי הערשל באַקומט געלט ביי זיין ווייב
[רעדאַקטירן]הערשל האָט אַמאָל דערשמעקט, אַז זיין ווייב האָט עטלעכע קערבלעך און האָט געזוכט אַן עצה ווי זיי ביי איר צו באַקומען. ער איז אַרויף אויפן בוידעם און פון דאָרט עפּעס גערעדט, געטענהט און ווי געבייזערט זיך אויף עמעצן. אַז ער איז אַראָפּ פון דאָרט, האָט אים די ווייב געפרעגט:
— הערשל, מיט וועמען האָסטו דאָס דאָרט גערעדט אויפן בוידעם?
— מיט דעם דלות. — ענטפערט הערשל.
— וואָס האָסטו דאָס מיט אים געטענהט אַזוי לאַנג?
— הערסטו דאָך, — זאָגט הערשל — דער דלות האָט מיר געזאָגט, אַז ווען איך זאָל אים נאָר אויפנייען אַ נייע קאַפּאָטע, טרעט ער פון מיר אָפּ אויף אייביק.
— טאָ פאַרוואָס מאַכסטו אים ניט קיין קאַפּאָטע? — פרעגט דאָס ווייב.
— ווייל איך האָב ניט די עטלעכע קערבלעך, וואָס די קאַפּאָטע דאַרף קאָסטן.
— איך האָב די געלט, — זאָגט די ווייב — נאַ דיר דריי רובל און ניי אים אויף אַ קאַפּאָטע, און זאָל ער פון אונדז איינמאָל פאַר אַלעמאָל אַוועקגיין. דו ווייסט דאָך אָבער ניט זיין מאָס? — האָט זי אים געפרעגט.
— איך דאַרף ניט זיין מאָס, — ענטפערט הערשל — ער איז פּונקט ווי איך, עס זאָל נאָר פעלן אַ האָר.
די ווייב האָט געגעבן הערשלען די געלט און הערשל איז אַוועק אין קראָם און געקויפט סחורה און געלאָזט אויפנייען אַ קאַפּאָטע.
אַז די קאַפּאָטע איז געוואָרן פאַרטיק, איז הערשל צוריק ↰ 82 אַרויף אויפן בוידעם און דאָרט ווייטער געטענהט מיט איינעם. שפּעטער איז ער אַראָפּ צוריק מיט דער קאַפּאָטע.
— פאַרוואָס האָסטו ניט אָפּגעגעבן דעם דלות זיין קאַפּאָטע? — האָט אים די ווייב געפרעגט.
— הערסט דאָך — האָט הערשל געענטפערט — די מאָס טויג ניט. דער דלות איז דערווייל גרעסער און גרעבער געוואָרן.
אַ ריכטיקער באַווייז
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל אַריינגעפאַלן צווישן אַ קאַמפּאַניע הולטייעס, וועלכע זיינען אויך געווען גרויסע לצים. אַז זיי האָבן דערזען הערשלען, האָבן זיי אָנגעהויבן פון אים מאַכן לצנות און אים אַ פרעג געטאָן:
— זאָגט, ר׳ הערשל, וואָס איז גאָט אַ זכר צו אַ נקבה?
— געוויס אַ זכר, — האָט הערשל אויפן שטעל געענטפערט — ווייל, ווען ער וואָלט זיין אַ נקבה, וואָלט איר פון אים געהאַט אַ הרהור.
לייט האָבן פאַרוואָס
[רעדאַקטירן]הערשלס ווייב רופט זיך איינמאָל אָפּ צו אים:
— גיב מיר עטלעכע קאָפּיקעס.
— וואָס דאַרפסטו געלט? — פרעגט איר הערשל.
— איך וויל איינזעצן גענדז. — ענטפערט די ווייב.
— פאַרוואָס זאָלסטו זיי איינזעצן? — פרעגט הערשל מיט אַ רוגז.
— וואָס הייסט פאַרוואָס? — פרעגט די ווייב מיט כעס צוריק — פאַרוואָס זעצן לייטן איין גענדז?
— הערסטו דאָך, — האָט הערשל געענטפערט — דאָס פרעג איך דאָך, לייטן זעצן גענדז, האָבן זיי פאַרוואָס, אָבער דו פאַרוואָס זאָלסטו זיי זעצן?
הערשלס אַ מעשה
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געזעסן ביים רבין ר׳ ברוכל ביים טיש. מען האָט דערלאַנגט צום טיש אַ געבראָטענעם אינדיק. האָט איינער פון די געסט, אַ רב פון אַ שטעטל, גענומען דעם אינדיק צו זיך און אים אָנגעהויבן איינטיילן אין חלקים. ר׳ ברוכלען איז ניט געווען געפעלן דעם רב׳ס שניידן און דערלאַנגט אַ וואונק הערשלען, ער זאָל געפינען אַ וועג ווי צוצונעמען ביים רב דעם אינדיק.
האָט זיך הערשל אויפגעשטעלט און געזאָגט:
— רבותי, איך האָב זיך דערמאָנט אַ שיינע מעשה, וואָס מיט מיר האָט געטראָפן און איך וועל אייך דאָס דאָ דערציילן.
מען האָט מיך אַמאָל גערופן אויף אַ חתונה פריילעך צו מאַכן דעם עולם. אַזוי ווי איך גיי, ערשט איך באַגעגען אַ רב.
— וואוהין גייט איר, רבי? — האָב איך אים געפרעגט.
— אויף דער חתונה נעמען רח״ש.
איך גיי ווייטער, באַגעגען איך אַן אינדיק.
— וואוהין גייסטו, אינדיק? — האָב איך אים געפרעגט.
— איך גיי אויף דער חתונה, מען זאָל מיך קוילענען, וועט מען האָבן פלייש צו דער חתונה.
איך גיי אַביסל ווייטער, ערשט איך באַגעגען אַ רוח.
— וואוהין גייסטו, רוח? — פרעג איך אים.
— איך גיי אויף דער חתונה — ענטפערט דער רוח — מאַכן אַביסל קונצן.
זיינען מיר געגאַנגען האַלבעפירט. איך מיטן רב, דער אינדיק מיטן רוח. מיר זיינען געגאַנגען ביז מיר זיינען געקומען צו אַ טייך. איך, הערשל, בין אַ בריה און האָב געקענט אַריבער דעם טייך. דער רוח קען דאָך געוויס אַריבער, דער רב אָבער מיטן אינדיק, צוויי שווערע לייט, זיינען געבליבן שטיין און ניט געקענט אַריבער. מיר גייען דאָך אָבער אין קאַמפּאַניע, דאַרף מען זיי אַרויסהעלפן. וואָס זשע האָבן מיר געטאָן? — האָט דער רוח געכאַפּט דעם רב, און איך דעם אינדיק (ביי די ווערטער האָט הערשל אָנגעכאַפּט דעם אינדיק פון טיש) און מיר זיינען אַריבער.
דער אינדיק איז שוין געבליבן ביי הערשלען אין די הענט.
הערשלס גוטע ווערטלעך וועגן קהל
[רעדאַקטירן]הערשל איז כידוע כל ימיו געווען אַן אָרעמאַן. ער האָט אָבער פאַרמאָגט אַ שטיקל הייזקע און האָט געדאַרפט צאָלן פּאָדאַטקעס (טעקסעס) צו קהל. אַז ער האָט ניט געהאַט מיט וואָס צו באַצאָלן, האָט קהל ביי אים צוגענומען די לייכטער פון טיש.
אַז הערשל האָט דאָס דערזען, האָט ער גענומען אַ קוילעטש (אַ גרויסע חלה) און אַוועקגעטראָגן צו קהל. האָט מען אים פון קהל געפרעגט, וואָס איז דאָס פאַר אַ קוילעטש? האָט זיי הערשל געענטפערט:
— פאַרשטייט איר מיך, אַז די גויה נעמט ביי מיר אַראָפּ די לייכטער אום שבת, גיב איך איר אַ שטיקל חלה, אָבער אַז קהל האָט אַראָפּגענוטען די לייכטער, דאַרף מען זיי געבן אַ גאַנצע חלה.
אַלע האָבן זיך צולאַכט. דער ראש הקהל האָט זיך אָפּגערופן צו הערשלען:
— הערשל, זאָג אונדז נאָך אַ גוט ווערטל, וועלן מיר דיר אָפּגעבן די לייכטער און באַפרייען פון פּאָדאַטקעס.
זאָגט צו זיי הערשל:
— גיט מיר אַפריער די לייכטער צוריק, דעמאָלט וועל איך אייך עפּעס זאָגן וועגן אייך.
מען האָט אים אָפּגעגעבן די לייכטער. הערשל האָט גענומען די לייכטער, זיי איינגעפּאַקט און זיך אויפגעשטעלט צו גיין.
— יעצט וועל איך אייך זאָגן — האָט הערשל אָנגעהויבן — מיר איז שטענדיק אַ וואונדער איין זאַך. קהל נעמט דאָך איין פּאָדאַטקעס, אָפּצאָל פון ליכט, קאָראָבקע פון פלייש און נאָך אַ סך אייננעמונגען, פאַרוואָס נעמט זי שוין אויך ניט איין קיין מיתה־משונה? דער תירוץ איז אָבער, מיינע פריינד, קהל טוט נאָר אַזוינע זאַכן, וואָס איז ניט רעכט, זיי ראַבעווען למשל די אָרעמעלייט, נעמען משכנות ביי אביונים, אָבער אייננעמען אַ מיתה־משונה וואָלט געווען זייער אַ רעכטע זאַך, און קיין רעכטע זאַך טוט קהל ניט.
ער קען עס משפּטן
[רעדאַקטירן]הערשלען האָט אַמאָל עפּעס שטאַרק פאַרדראָסן אויף ר׳ ברוכלען. האָט ער באַשלאָסן ער זאָל אים געדענקען, ער קומט צוגיין צו ר׳ ברוכלען און פרעגט אים:
— רבי, איך וויל ביי אייך האָבן אַ דין תורה.
— וואָס קומט דיר אויס גראַדע ביי מיר זיך משפּטן? — פרעגט אים ר׳ ברוכל.
— די דין תורה איז מיט גאָט אַליין — ענטפערט הערשל — איך האָב צו אים אַ סך טענות.
— און אַז מיט גאָט, מוזסטו דאָס משפּטן זיך ביי מיר? — פרעגט אַלץ ר׳ ברוכל.
— פאַרשטייט איר מיך — ענטפערט הערשל — אַלע איבעריקע רבנים האָבן מורא פאַר גאָט, ווייס איך אַז זיי וועלן געוויס גאָט צו׳פּסק׳ענען, אַז ער איז גערעכט. איר, אָבער, האָט דאָך פאַר גאָט קיין מורא ניט, וועט איר פּסק׳ענען אַן אמתע דין תורה.
ער מאַכט עס קורץ
[רעדאַקטירן]ר׳ ברוכל האָט אַמאָל געפרעגט הערשלען:
— הערשל, פאַרוואָס גייסטו אַזוי גיך אויס שמונה עשרה?
האָט הערשל געענטפערט:
— פאַרשטייט איר מיך, רבי לעבן, איר האָט אַ סך זילבער און גאָלד, געדויערט לאַנג איידער איר רעכענט דאָס ↰ 87 איבער, דעריבער נעמט ביי אייך די שמונה עשרה לאַנג; איך האָב אָבער מער ניט ווי אַ ווייב און אַ ציג, באַרעכן איך מיר איינמאָל ווייב ציג, ציג ווייב און פאַרטיק, אויסגעשטאַנען די שמונה עשרה.
וואָס עס מיינט רזין דרזין
[רעדאַקטירן]הערשל פרעגט אַמאָל ר׳ ברוכן:
— רבי, וואָס איז דער חילוק פון רזין ביז רזין דרזין.
דער רבי האָט פאַרשטאַנען, אַז הערשל וויל דאָ עפּעס זאָגן אַ וויץ, זאָגט ער צו אים:
— אַדרבה, הערשל, זאָג דו דעם חילוק.
רופט זיך אָן הערשל:
— דער חילוק איז פּשוט: רזין הייסט אַזוינע תורה, וועלכע איר ווייסט און איך ניט; רזין דרזין הייסן אַזוינע, וועלכע מיר ביידע ווייסן ניט.
ישראל עם קדושים
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געגאַנגען נאָך נדבות און אָנגעטראָפן אויף צוויי יונגעלייט, וועלכע זיינען געזעסן מיט אַ מיידל און געשפּילט אין קאָרטן. די חברה האָבן געקאָנט הערשלען, זאָגן זיי:
— הערשל, זאָג אונדז אַ גוט וואָרט, וועלן מיר דיר געבן אַ פיינע נדבה.
— וואָס האָב איך אייך צו זאָגן? איך זע נאָר פון אייך, אַז אידן זיינען ווירקלעך אַן עם קדושים.
↤ 88
— וויאַזוי זעסטו דאָס?
— גאַנץ פּשוט, — האָט הערשל דערקלערט — אַמאָל האָבן אידן געמעגט נעמען עטלעכע ווייבער, איז געקומען ר׳ גרשום, אַ הייליקער איד, און געמאַכט אַ חרם, אַז מען זאָל ניט נעמען מער ווי איין ווייב. אָבער איר, זע איך, זייט נאָך הייליקער פון רבינו גרשום, און צוויי יונגעלייט באַנוגענען זיך גאָר מיט איין ווייב, זעט מען דאָך ס׳אַ הייליקע פאָלק אידן זיינען.
די חברה האָבן זיך צולאַכט און אים געגעבן אַ פיינע נדבה.
איידער מען דערשלאָגט זיך צו דעם
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל אַרויס אין מאַרק און זעט, עס שטייט אַ רעדל מיט מענטשן און לאַכן פון דעם און פון יענעם, דערהויפּט האָבן זיי זיך געטשעפּעט צו די אביונים. רופט זיך אָפּ הערשל:
— איר לאַכט פון קבצנים? איר מעגט מיר גלויבן, איך האָב אַליין געזען פיל נגידים אדירים, מיליאָנערן, וועלכע האָבן פאַרקויפט הייזער, סקלאַדן, טייערע מעבל, גאָלד און זילבער, מיט איין וואָרט, זיי האָבן פאַרקויפט אַלעס וואָס זיי האָבן געהאַט, ביז זיי האָבן זיך דערשלאָגן צו ווערן אָרעמעלייט. היינט וואָס איז דאָ צו לאַכן פון אָרעמעלייט?
↤ 89
וואָס הערשל וועט טענהן אויף יענער וועלט
[רעדאַקטירן]הערשל איז אַמאָל געוואָרן קראַנק און דער רבי ר׳ ברוכל איז אים געקומען מבקר חולה זיין. זיי האָבן אַזוי פאַרבראַכט און הערשל האָט אַפילו קראַנקערהייט ניט פאַרלאָרן זיין מוט און געמאַכט מיט זיינע ווערטלעך פריילעך דעם רבין. האָט ר׳ ברוכל אַ פרעג געגעבן הערשלען:
— זאָג מיר, הערשל, צו האָסטו קראַנקערהייט אַמאָל אַ טראַכט געגעבן, וואָס וואָלטסטו טענהן אויף יענער וועלט?
— וואָס דאַרף איך פריער טראַכטן, — האָט הערשל געזאָגט — אַז מען וועט מיך פרעגן, וועל איך טרעפן וואָס צו ענטפערן.
— נו, לאָמיר נעמען למשל, — זאָגט דער רבי — און איך וועל דיך פרעגן די טענות, און לאָמיר הערן וואָס וועסטו ענטפערן.
— גוט. — האָט הערשל מסכים געווען.
— מה שמך? — פרעגט ר׳ ברוכל הערשלען.
— געצל.
— סטייטש, — כאַפּט זיך דער רבי — מען רופט דאָך דיר הערשל?
— נו, אַז איר ווייסט, וואָס פרעגט איר?
— עסקת באמונה? (האָסטו געהאַנדעלט אָרנטלעך?) — פרעגט ווייטער דער רבי.
— אַז איר האָט מורא, טאָר האַנדעלט ניט מיט טיר.
— מה תקנת בעולם? (וואָס האָסטו פאַרריכט אויף דער וועלט?)
— אַמאָל תחתונים, אַמאָל אַ העמד. — האָט הערשל געענטפערט.
↤ 90
האָט זיך ר׳ ברוכל זייער צולאַכט און געזאָגט:
— זאָג מיר, הערשל, דאָס איז דאָך אַלץ אויף שפּאַס, אָבער, דעם אמת, וואָס טראַכסטו צו ענטפערן אויף יענער וועלט?
— אָט וועל איך אייך זאָגן, — ענטפערט הערשל — איך האָב אַ צוגעגרייטע טענה: רבונו של עולם! דו האָסט באַשאַפן דעם מענטשן מיט פיר על־כרחה׳ס, נעמלעך, ע״כ אתה נולד, ע״כ אתה חי, ע״כ אתה מת וע״כ אתה עתיד ליתן דין וחשבון. דריי על־כרחה׳ס האָב איך שוין איבערגעקומען, וואָס וועט זיין דער געפאַר, רבונו של עולם, אַז דו וועסט מיר שענקען איין בעל־כרחה, בעט איך דיך טאַקע, גאָט ברוך הוא, שענק מיר דעם לעצטן בעל־כרחך און בעט ביי מיר ניט קיין חשבון.
מען ווייס ניט פאַר וועמען מען בויט
[רעדאַקטירן]אין אָסטראָפּאָליע האָט אַ באַלעבאָס געבויט אַ הויז און גערופן הערשלען פאַר אַ מבין. דער באַלעבאָס האָט אים געוויזן ווי עס וועט אַלעס אויסזען:
— דאָ — האָט ער דערקלערט הערשלען — וועט זיין דאָס שפּייז־צימער, דאָרט דער שלאָפצימער, רעכטס דער קינדערצימער און אין ווינקל די קיך.
— ניין, זאָגט הערשל — איר זאָלט אַזוי ניט בויען. דאָס געפעלט דאָך מער ניט אייך, אָבער איך פאַרלאַנג אַז די קיך זאָל זיין דווקא רעכטס און דער קינדערצימער אין ווינקל.
— וואָס הייסט דו פאַרלאַנגסט? — האָט זיך דער באַלעבאָס געוואונדערט — איך האָב דאָך דיר מער ניט גערופן ↰ 91 אויף מבינות ווייזן, אָבער דו ביסט דאָך דאָ ניט קיין באַלעבאָס?
— מען קען גאָר ניט וויסן — ענטפערט הערשל — די וועלט זאָגט אַ ווערטל „איינער בויט און דער אַנדערער וואוינט“. היינט, טאָמער וועט דאָ מיר אויסקומען צו וואוינען, וויל איך אַז די קיך זאָל זיין דאָ און דער זאַל דאָ, נאָך מיין וואונטש.
פאַר וועמען דער בית עולם איז
[רעדאַקטירן]פריער, פאַר אָסטראָפּאָלע, האָט הערשל געוואוינט אין זייער אַ קליין שטעטעלע, די שטעטל האָט פאַרמאָגט פּונקט צען דערוואַקסענע אידן, פּונקט ריכטיק אויף צו מאַכן אַ מנין. די אידן האָבן געהאַט אַ שולכל און אַ בית עולם.
איינמאָל איז דורכן שטעטל דורכגעפאָרן אַ רייזנדער, וואָס האָט דאָרט געהאַלטן שבת, און האָט זיי געפרעגט:
— צו וואָס דאַרפט איר אַ בית עולם מיט אַ שולכל? ממה נפשך: וועט איר אַלע לעבן, דאַרפט איר דאָך קיין בית עולם ניט; וועט איינער שטאַרבן, וועט דאָך פעלן צו אַ מנין, דאַרפט איר דאָך קיין שול ניט?
— מיר וועלן טאַקע אַלע לעבן, — האָט הערשל געענטפערט — נאָר דעם בית עולם דאַרפן מיר פאַר דורכרייזנדע.
על חטא
[רעדאַקטירן]הערשל האָט אַמאָל זיך צודרשהט און געזאָגט:
— דער על חטא האָט אונדז געטאָן אַ גרויסע טובה. אַזוי, למשל, ווען עס וואָלט זיך פאַרוועלן טאָן אַן עבירה, וואָלט איך ניט וויסן פון וואָס אויסצוקלייבן און וועלכע איז בעסער צו טאָן, איצט, אָבער, איז דאָ אַ רשימה פון עבירות איז עס אַ מחיה, איך עפען אויך דעם סידור און קלייב אויס פון על חטא, וועלכע עבירה מיר געפעלט.
עס וועט זיין גלייך
[רעדאַקטירן]הערשל האָט אַמאָל גערעדט אַ שידוך, איז די כלה געווען אַ הויכע און דער חתן זייער אַ נידעריקער. האָבן אַלע געזאָגט צו אים, אַז עס איז זייער אַ קרומע זאַך רעדן אַזאַ שידוך.
האָט זיי הערשל געענטפערט:
— איר האָט אַ טעות, עס קען קיין גלייכערע זאַך אין דער וועלט ניט זיין. ער וועט איר שוין אַראָפּנעמען די קאָפּ, און זיי וועלן זיין ביידע גלייך.
ווען יעדער עסט גוט
[רעדאַקטירן]די ווייב עסט גוט, ווען זי ליגט אין קימפּעט; דער מאַן עסט גוט, ווען ער זיצט אין סוכה, זיי ביידע עסן גוט, ווען זיי זיינען ביי אַ פרעמדן אויף אַ שמחה, און ביידע עסן... קדחת, ווען זיי מאַכן אַן אייגענע שמחה.
↤ 93
וואָס פאַר אַ פאַלשע וועלט
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער ריכטער האָט שטילערהייט זיך געלאָזט אונטערקויפן פון איין צד. דער בעל־דבר האָט אונטערן טיש אַריינגערוקט דעם שופט אין האַנט פינף גרויסע מטבעות און ער האָט געפּסקענט ווי יענער האָט געוואָלט.
אַז דער שופט איז נאָכן משפּט געקומען אַהיים און אַרויסגענומען די מטבעות, האָט ער דערזען אַז די פינף גרויסע מטבעות זיינען גאָר געווען פינף שטיקלעך קופּער.
— אוי, אוי, — האָט דער שופט געזיפצט — וואָס פאַר אַ פאַלשע וועלט מיר האָבן דאָס היינט.
ער דאַרף דאָך וויסן
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער פּראָסטאַק האָט שבת געדאַוונט מיט דעם טלית איבערגעוואָרפן איבערן קאָפּ, ווי עס פּאַסט פאַר אַ למדן. אַז הערשל האָט דאָס געזען, האָט ער אים געפרעגט:
— דו ביסט דאָך געוויס אַ למדן, דאַרפסטו דאָך וויסן, אַז אַ פּראָסטאַק דאַרף ניט טראָגן דעם טלית איבערן קאָפּ.
פאַרוואָס עפּעס אין זאַלץ
[רעדאַקטירן]ר׳ שמשון חקרן האָט אין בית מדרש דערקלערט דעם טעם, פאַרוואָס לוט׳ס ווייב האָט געזשאַלעוועט זאַלץ פאַר די אורחים, וואָס זי איז דערפאַר פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיק זאַלץ. אין פלוג איז דאָך אַ קשיא, וואָס איז זי עפּעס געווען אויף זאַלץ ↰ 94 קאַרגער ווי אויף אַנדערע זאַכן. דער תירוץ איז אָבער, זי האָט געזשאַלעוועט זאַלץ, ווייל זאַלץ מאַכט אַפּעטיט צו עסן אַנדערע זאַכן.
דער פאַרקערטער נוסח
[רעדאַקטירן]אין צדוק הדין געפינען זיך די ווערטער „ד׳ נתן, ד׳ לקח, יהי שם ד׳ מבורך“.
ביי אַ געוויסן לץ האָט זיך אַמאָל געמאַכט, אַז עס איז געשטאָרבן זיינער אַ רייכער פעטער, וועלכער האָט פאַר אים איבערגעלאָזן אַ גרויסע ירושה. אַז ס׳איז געקומען צו דער לוויה האָט ער געזאָגט צדוק הדין זייער פלייסיק. אָבער אַז ס׳איז געקומען צו די דערמאָנטע ווערטער, האָט ער זיי געזאָגט פאַרקערט „ד׳ לקח וד׳ נתן, יהי שם ד׳ מבורך“.
אין אַזאַ היץ געלעגן
[רעדאַקטירן]דער גרעסטער גביר פון שטעטל איז געווען זייער אַ קאַרגער. ער האָט ממש ניט פאַרגונען די ברויט וואָס ער פלעגט עסן. איינמאָל האָט זיך געמאַכט, וואָס דער גביר איז געוואָרן זייער קראַנק און אַלע דאָקטוירים האָבן אים אָפּגעזאָגט דעם לעבן. דער גביר האָט מיט די שוואַכע קרעפטן צוגערופן דער ווייב צום בעט און איר געזאָגט, אַז זי זאָל צוטיילן פופציק דאָלער צדקה און הייסן זאָגן תהילים. די ווייב האָט אַזוי געטאָן. שפּעטער איז דער גביר געוואָרן בעסער און אויסגעהיילט געוואָרן. אַז ער איז געקומען צו זיינע חשבונות, ↰ 95 האָט ער דערזען אַז עס פעלט אים פופציק דאָלער און האָט געפרעגט די שטוביקע, וואו די געלט איז.
— דו האָסט דאָך מיר אַליין געהייסן צוטיילן פופציק דאָלער אויף צדקה. — האָט די ווייב געזאָגט.
— אַזוי, — האָט זיך דער גביר אָפּגערופן — איך געדענק גאָר ניט. איך האָב געמוזט ליגן אין גרויסע היץ, איר זאָל הייסן טאָן אַזאַ זאַך.
גוט אַריין אָבער שלעכט אַרויס
[רעדאַקטירן]צוויי פריינד אַרומפאָרער האָבן זיך געטראָפן אין וועג און פאַרפירט אַ שמועס וואו צו פאַרפאָרן, און וועלכע איז אַ בעסערע אכסניה.
— איך ווייס איין אָרט, — האָט איינער געזאָגט — דאָרטן איז אויסנאַם גוט צו פאַרפאָרן, מען האָט דאָרט אַלע באַקוועמלעכקייטן.
— יע, — האָט דער אַנדערער געענטפערט — איך ווייס דעם אָרט. דאָרט איז טאַקע גוט אַריינצופאָרן, אָבער זייער שווער אַרויסצופאָרן. (ווייל מען באַרייסט זייער).
אַ וואָרטס־מאַן
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער אָקסן־הענדלער, וואָס האָט געהאַט אַ טאָכטער, האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ זון פון אַ קצב.
נאָך די תנאים האָט זיך געמאַכט דאָס דער אבי החתן, דער קצב, איז קראַנק געוואָרן און דער צוקינפטיקער מחותן, דער אָקסן־הענדלער, איז אים געקומען געוואָר ווערן.
דער קצב האָט זייער געוויינט און דער אָקסן־הענדלער האָט אים גענומען טרייסטן:
— וויינט ניט, מחותן, מיר זיינען וואָרטס־לייט, דער שידוך בלייבט שידוך און דער יתום בלייבט מיינער.
זיי ריידן ווינציקער
[רעדאַקטירן]מען האָט אַמאָל געפרעגט ביי אַ גרויסן פילאָזאָף, אפשר ווייס ער, אין וועלכן חודש ריידן די ווייבער צום ווינציקסטן, וועט מען דעמאָלט ניט דאַרפן אַנטלויפן פון דער היים אין די פרייע מינוטן, וואָס מען האָט נאָך דעם אַרבעטס־טאָג.
— אין פעברואַר. — האָט דער פילאָזאָף געענטפערט.
— פאַרוואָס עפּעס אין פעברואַר? — האָט מען אים געבעטן געבן צו פאַרשטיין.
— גאַנץ פּשוט, — האָט דער פילאָזאָף געענטפערט — ווייל דער מאָנאַט האָט נאָר אַכט און צוואַנציק טעג.
זיי האַלטן אַ סוד
[רעדאַקטירן]— אַ וואונדערלעכע זאַך, — האָט זיך אַמאָל אַ לץ געוואונדערט. — דוכט זיך, די פרויען קענען קיינמאָל קיין סוד ניט האַלטן און פּלוידערן אַלעס אויס, אָבער דאָך איז פאַראַן איין געוויסער סוד, וואָס זיי וועלן אייך קיינמאָל אין לעבן ניט אויסזאָגן און האַלטן עס פאַרבאַהאַלטן.
— וואָס איז דאָס? — איז מען געוואָרן נייגעריק.
— דער סוד פון זייערע יאָרן, ווי אַלט זיי זיינען. — איז געווען זיין ענטפער.
עס איז גוט, אָבער די צרה
[רעדאַקטירן]צוויי יונגע איידעמלעך, זיידענע יונגעלייטלעך, זיינען געזעסן אין בית המדרש און זיך פאַרנאַנדערגערעדט וועגן שלמה המלך.
— שטעל זיך פאָר, ווי גוט שלמה המלך איז געווען, ער האָט דאָך געהאַט טויזנט ווייבער.
— אָ, — ענטפערט דער אַנדערער, — ניטאָ וואָס צו מקנא זיין. האָט ער געהאַט טויזנט ווייבער, האָט ער אויך געהאַט טויזנט שוויגערס.
פאַרוואָס זי לאָזט שרייען
[רעדאַקטירן]— וואָס לאָזט איר אייער קינד אַזוי פיל שרייען? — האָט מען געפרעגט ביי אַ מוטער.
— וואָס זאָל איך טאָן? — האָט די מוטער געענטפערט — זאָל איך אים ניט לאָזן, וועט ער דאָך נאָך מער שרייען.
זי לאָזט ניט
[רעדאַקטירן]רעדט די מאַמע אויס דער טאָכטער:
— איך האָב דיר, טאָכטער, אַ סך מאָל אָנגעזאָגט, אַז דו זאָלסט ניט לאָזן, אַז דעם שכנ׳ס זון זאָל דיר געבן אַ קוש.
— איך לאָז דען? — ענטפערט די מיידל. — דו האָסט געמעגט זען, יעדעס מאָל וואָס ער גיט מיר אַ קוש, גיב איך אים אָפּ צוריק.
זיין תירוץ
[רעדאַקטירן]קומט די מאַמע מיט אַ פאַראיבל צום בחור.
— דו, אויסוואורף, צולאָזענער, ווי וואַגסטו דאָס צו קושן מיין טאָכטער? ווי דערלויבסטו זיך דאָס?
— איך דערלויב מיר? — ענטפערט געלאַסן דער בחור — זי דערלויבט מיר, אייער טאָכטער, פרעגט איר.
דער ריכטיקער טייטש
[רעדאַקטירן]אַן איידעם האָט אַמאָל פאַרטייטשט דעם פּסוק „תזל כטל אמרתי“ תזל — עס זאָל געשוואָלן ווערן; כטל — ווי אַ באַרג; אמרתי — מיין שוויגער. אַז מען האָט ביי אים געפרעגט, וואו האָט ער דאָס גענומען דעם פּשט? האָט ער געענטפערט:
— ווי דען זשע, קען דען זיין אַנדערש דער פּשט? איר מוזט דאָך מיר אַליין מודה זיין, אַז איך בין גערעכט. לאָמיר נעמען כסדר: „אמרתי“, — איז דאָך געוויס מיין שוויגער, וואָרעם ווער דען איז בילכער געשוואָלן צו ווערן, ווי מיין שוויגער? תזל — איז געוויס דער פּשט געשוואָלן ווערן, וואָרעם, וואָס דען דאַרף מיין שוויגער, אויב ניט געשוואָלן ווערן? איצט כטל, מיינט געוויס אַ באַרג, וואָרעם אויב שוין יאָ געשוואָלן ווערן, איז אַפילו ווי אַ באַרג אויך פאַר איר ווינציק.
גוטע ווערטלעך
[רעדאַקטירן]1. דאָקטוירים אָן פּאַציענטן — קענען ניט לעבן; פּאַציענטן אָן דאָקטוירים — וואָלטן אָפט לענגער געלעבט.
2. אַ קאַרגער וועט גיכער הונדערט מאָל דאַנקען, איידער איינמאָל באַצאָלן.
3. אַ שלימזל זאָל אַפילו פאַלן אויפן פּלייצע, וועט ער אויך צושלאָגן דעם נאָז.
4. אַ קאַרגער איז גלייך צו אַ חזיר: אַליין עסט ער... און די פעטקייט קלייבט ער פאַר אַ צווייטן.
5. די וואָרהייט איז נאַקעט... אַזוי ווי די מענטשן זיינען זייער פרום, ווילן זיי אויף איר ניט קוקן.
6. אויף דער גאַנצער וועלט היטן די מענטשן איין תורה: וואָס מערער נעמען, וואָס ווינציקער געבן.
שאלות ותשובות
[רעדאַקטירן]— פאַרוואָס אַז אַ דאָקטאָר ווערט קראַנק, רופט ער אַן אַנדערן דאָקטאָר און ער קען זיך אַליין ניט היילן?
— גאַנץ פּשוט, ווייל קיין מענטש וויל זיך אַליין ניט אָנטאָן אַ מיתה.
— פאַרוואָס זיינען ווייבער אַזוי שלעכט, אַז אָפט ווען זיי ווילן שוין זאָגן אַ גוט וואָרט דעם מאַן, שילטן זיי אים אויך?
— די מענער האָבן זיי דאָס אויסגעלערנט זיין פאַלש. זיי הערן פאַלשע קאָמפּלימענטן פון פרעמדע מענער, כאָטש דער אמת איז פאַרקערט.
אַ קלוגע קינד
[רעדאַקטירן]— מזל טוב דיר, קלמנ׳קע, דו וועסט יעצט האָבן אַ קליינינקע שוועסטער מיט וועמען זיך צו שפּילן. אָבער וואו לויפסטו דאָס אַזוי?
— איך לויף דערציילן דאָס דער מאַמען.
אַ צו גרויסע צרה
[רעדאַקטירן]— איך פאַרשטיי ניט, ווען גאָט האָט ביי איובן אַלעס צוגענומען, פאַרוואָס האָט ער אים געלאָזן דאָס ווייב?
— וואָס פאַרשטייסטו ניט? גאָט האָט דאָך איובן דערנאָך אָפּגעגעבן אַלץ צוויי מאָל אַזוי פיל. היינט ווען ער וואָלט ביי איובן דאָס ווייב אויך צוגענומען, וואָלט ער דאָך אים געמוזט אָפּגעבן צוויי ווייבער און אַזאַ צרה האָט גאָט איובן אויך ניט געוואָלט אָנמאַכן.
טייז מיט מלאכים
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער קאָרטנשפּילער איז ערב יום כיפּור געקומען צום חסידישן רבין און זיך געוואָלט אַריינשפּאַרן צום רבין אין חדר מיוחד. דער גבאי, וואָס איז געשטאַנען ביים טיר, האָט אים ניט אַריינגעלאָזן.
— גייט, גייט, — האָט דער גבאי געזאָגט — דער רבי איז איצט פאַרנומען מיט מלאכים.
— זאָגט דעם רבין, אַז איך האָב טייז. — האָט דער קאָרטנשפּילער געזאָגט.
— אַוועק, רשע, — האָט דער גבאי אויף אים אָנגעשריען — איך וועל באַלד זאָגן דעם רבין, וועט ער דיר פאַרשילטן.
— אַזוי?! דער רבי סטראַשעט? — האָט ער קיין מלאכים אויך ניט.
דאָ ליגט דער אומגליק
[רעדאַקטירן]אַ קרעטשמער האָט אַמאָל געפרעגט זיין ווייב:
— איך קען ניט פאַרשטיין, — האָט ער זיך געוואונדערט — דאַכט זיך, די בראַנפן מישן מיר מיט וואַסער האַלב אויף האַלב, אויסער דעם שרייבן מיר אויך צו צו יעדער קוואָרט נאָך אַן איבעריקע האַלבע קוואָרט, און פונדעסטוועגן האָבן מיר אַלץ ניט קיין מזל ברכה. וואָס קען דאָס זיין, און וואָס ליגט דער שלים מזל?
— וואָס פאַרשטייסטו ניט, מיין מאַן. די צרה ליגט דערין, וואָס אין די צוגעשריבענע גיסן מיר ניט קיין וואַסער.
ביי וואָס ער האַלט
[רעדאַקטירן]אַ קלוגער יונג איז אַמאָל אַריינגעקומען פּסח צו אַ פרומען אידן, ווען דער איד האָט אָפּגעריכט דעם סדר. האָט ער אים געפונען זאָגנדיק די הגדה. דער יונג האָט זיך געגרייט מאַכן שפּאַס און גיט אַ פרעג:
— רבי, וואו האַלט איר אין דער הגדה?
— ביי „ואתה כלבא“, — האָט דער איד גלייך געענטפערט.
דאָס גייט דיך ניט אָן
[רעדאַקטירן]ר׳ אייזיק בער ציטערט אויף. פון הינטן האָט אים איינער דערלאַנגט אַזאַ פּאַטש אין פּלייצע, אַז ער איז שיער ניט אומגעפאַלן. דרייט ר׳ אייזיק אום האַסטיק דעם פּנים זען זיין בעל־דבר. ערשט וועלוול שרה לאה׳ס, אויך אַ בית המדרש איד, שטייט פאַר אים און פאַרענטפערט זיך מיט טויזנט שבועות, אַז ער האָט אַ טעות געהאַט, ער האָט געמיינט, אַז עס איז זיין שוואָגער, פרידבערג.
— און אייער שוואָגער דאַרפט איר אַזוי פּאַטשן אין פּלייצע? — פרעגט ר׳ אייזיק בערל.
— הערט אַ זאַך — ענטפערט וועלוול — דאָס גייט דאָך דיך ניט אָן.
אַ געלערנטער קריגט דעם אמתן שכל פריער
[רעדאַקטירן]אַ יונגער געלערנטער מאַן האָט אויך ליב געהאַט דעם ביטערן טראָפּן, און פלעגט גאַנץ אָפט נעמען אַ „כוס“. זיינער אַ פריינד האָט באַשלאָסן אויסצוריידן אים אויף אַן איידלן אופן:
— דו ווייסט דאָך — זאָגט צו אים דער פריינד — וואָס די חכמים זאָגן, אַז ביז פערציק יאָר דאַרף אַ מענטש מער עסן ווי טרינקען, און דו ביסט דאָך נאָך יונגער פון פערציק?
— עס איז ניט ריכטיק, — האָט דער געלערנטער געזאָגט — שטענדיק איז טרינקען פריער פון עסן. נאָר ביז פערציק יאָר האָט נאָך אַ מענטש קיין פאַרשטאַנד ניט, רעדט מען אים ↰ 103 איין, אַז ער זאָל עסן מער; פון פערציק איז אָבער „בן ארבעים לבינה“ קומט מען צום שכל, אַז טרינקען איז דער עיקר. איך בין אָבער אַ געלערנטער, ווייס איך דעם אמתן שכל פריער נאָך פאַר פערציק און האַלט פון טרינקען בעסער.
אַלע פיר אין איינעם
[רעדאַקטירן]אַ אידישער געלערנטער האָט אַמאָל געזאָגט:
— און מיר געפינען זיך אַלע מעלות פון אַלע ארבעה בנים פון דער הגדה: איך בין אַ חכם — ווייל — „כי לא לחכמים לחם“ (די חכמים האָבן ניט קיין ברויט); איך בין אַ רשע — ווייל „לוה רשע ולא ישלם“ (דער רשע לייט און באַצאָלט ניט); אַ תם בין איך, ווייל — „כי תם הכסף“ (עס איז אויסגעגאַנגען די געלט); און אַ „שאינו יודע לשאול“ בין איך אויך, ווייל — איך קען מער ערגעץ ניט שואל׳ן (לייען).
ממה נפשך
[רעדאַקטירן]דער באַרימטער לץ, אפרים גריידינער, האָט פאַר זיין גסיסה יעדערן דערציילט, אַז גאָט האָט זיך צו אים באַוויזן און אים געזאָגט, אַז ער וועט פון זיין קראַנקהייט ניט שטאַרבן. זיינע גוטע פריינד, וועלכע האָבן זיך געוואונדערט אויף זיינע רייד, האָט ער געזאָגט:
— ממה נפשך, וועל איך טאַקע בלייבן לעבן וועט מען מיך האַלטן פאַר אַ נביא; אלא וואָס, איך וועל שטאַרבן — וואָס אַרט דאָס מיך, אַז מען וועט מיך האַלטן פאַר אַ שווינדלער?
ער גייט ווי יענעד זעט
[רעדאַקטירן]אַ הינקענדיקער אויף איין פוס האָט געהאַט אַ פריינד אַ בלינדן אויף איין אויג. אַז דער בלינדער פלעגט באַגעגענען דעם הינקענדיקן, פלעגט ער אים אַ פרעג טאָן:
— ווי גייט עס, פריינד?
— ווי דו זעסט, — איז געווען דעם הינקענדיקענס ענטפער.
משה יאַק׳ס תורה
[רעדאַקטירן]משה יאַק, אַ ווילנער נגיד און אַ ווילדער עם הארץ, האָט געהאַט אַ שטאָט אין שול נעבן דעם באַוואוסטן משכיל ניסן ראָזענטאַל. ביים דאַוונען פלעגט משה יאַק שטענדיק פרעגן דעם משכיל קשיות און ניסן פלעגט אים ענטפערן גוטע תירוצים.
איינמאָל ראש־חודש צו הלל טוט ער אים אַ פרעג:
— זע נאָר, ניסן, וואָס דאָ שטייט: „הים ראה, וינוס הירדן“ — „דער ים האָט דערזען, איז דער ירדן אַנטלאָפן“, וואָס פאַר אַ פּשט האָט עס?
— גערעכט, — ענטפערט ניסן — דיין קשיא פרעגט טאַקע דער הלל הקדוש „מה לך הים, כי תנוס הירדן“, וואָס איז דיר דער ים, אַז דער ירדן אַנטלויפט?“
נאָך פון זיינע תורה
[רעדאַקטירן]איינמאָל, זאָגנדיק פּרק, טוט משה יאַק אַ זאָג צום עולם:
— זעט נאָר ס׳אַ אַ פאַרקערטע וועלט ביי אונדז איז, גאָר ניט ווי אין הייליקן סידור. זומער, אַז אין פּרק שטייט „היום קצר“, איז ווי אויף להכעיס ביי אונדז דער טאָג לאַנג; ווינטער ווען דער „ברכי נפשי“ זאָגט דאַכט זיך מפורש „זה הים גדול“, איז דער טאָג דווקא קליין.
אַ פראַגע פון אַ קצב
[רעדאַקטירן]קומט דער שטענדיקער קויפער ביי קצב אַריין מיט אַ שמחה:
— גיט מיר אָפּ מזל טוב, קצב, מיין טאָכטער האָט מיט מזל געבוירן אַ מיידעלע, אַ געראָטענע. וועגט קיין עין־הרע צען פונט.
— שוין מיט די ביינער? — פרעגט דער קצב.
ער קען דאָ אויך הערן
[רעדאַקטירן]רופט די מוטער דעם קינד.
— אהרנ׳עלע, מיין זון, קום אַראָפּ, עס דונערט.
— מאַמע, איך קען עס דאָ אינדערהויך אויך הערן. — ענטפערט דער זון פון דאַך.
צו וואָס דער קאַרגער קען דערגרייכן
[רעדאַקטירן]ביי דעם גביר דעם פּראָצענטניק וואַקסט די עשירות.
כמעט פון אַ האַלבער שטאָט געהערט אים די דירות.
און וואָס ער ווערט רייכער, גרעסערט זיך זיין קמצנות.
אויב אים וועט צוקומען נאָך עטלעכע טויזנט קאַרבן,
האָב איך מורא — איך זאָג עס בנאמנות —
ער זאָל פּשוט פון הונגער ניט שטאַרבן.
אַ מפורש׳ער פּסוק
[רעדאַקטירן]אַ איד אַ למדן, וועלכער האָט געהאַט אַ זון אַ חתן־בחור, האָט דורך אַ שדכן באַקומען אַ כלה פאַר זיך און אַ כלה פאַר זיין זון. דער פאָטער האָט געוואָלט אַז די ביידע חתונות זאָלן זיין אין איין טאָג. איז ער אַוועק צום רבין פרעגן, אויב דאָס איז ניט קעגן דין.
— מען טאָר ניט, — האָט אים דער רבי געענטפערט — עס איז אַ מפורש׳ער פּסוק „אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד“.
ער קען שוין אויך שפּילן
[רעדאַקטירן]אַ גרויסער עולם איז געקומען הערן דעם רעדנער. מען איז געווען אַפילו אַביסל אַנטוישט, אָבער מען האָט געשוויגן. פּלוצלונג כאַפּט זיך אַרויס איינער פון עולם, דערלאַנגט אַ פּאַטש אויף אַ טיש און שרייט אויס:
— זאָל דער רעדנער שפּילן פידל!
— פידל שפּילן קען איך גאָר ניט. — רופט זיך אָפּ דער רעדנער.
— און רעדן קענט איר דען? — האָט אים דער איד קאַלטבלוטיק געפרעגט.
ווען עס איז אַ יום־טוב
[רעדאַקטירן]דער רבי לערנט מיט די תלמידים בבא קמא און לערנט איין מיט אַ תלמיד:
— למשל, — זאָגט דער רבי מיט האַרץ — איך גיי אין פעלד און אַ ווילדער אָקס לויפט מיר אַנטקעגן, און, גאָט זאָל אָפּהיטן, ער וואַרפט מיך אַנידער, וואָס זשע וואָלט געדאַרפט זיין?
— אַ יום־טוב אין חדר. — ענטפערט גלייך דער אינגל.
ער קען אָפּבעטן צוריק
[רעדאַקטירן]— קום שנעלער אַוועק פון דאַנען. — רופט זיך אָן לייזער צו חיימ׳ען — אָט גייט ר׳ ליב דער טעפּער.
— טאָ וואָס אַנטלויפסטו פון אים?
— איך האָב ביי אים נעכטן געבעטן אַ גמילת־חסד פון 10 רובל.
— טאָ וואַרט־זשע, פאַרקערט, אפשר וועט ער דיר איצט געבן.
— שוטה, געגעבן האָט ער מיר נעכטן, איצט, האָב איך מורא, וועט ער נאָך אָפּבעטן צוריק.
אַ מציאה — מסתמא איז עס אַ גע׳גנב׳עטע
[רעדאַקטירן]אַ ישובניק איז געזעסן ביים סדר און אָנגעקוואָלן ווי גוט זיין זון פרעגט די פיר קשיות. אַז עס איז געקומען צו חד־גדיא, האָט דער ישובניק אַריינגעקוקט אין די טייטש, און כדי צו ווייזן דעם זון אַז ער פאַרשטייט אויך עפּעס, האָט ער אים דערציילט די מעשה פון אַ ציגעלע, וואָס אַ טאַטע האָט געקויפט פאַר צוויי גילדן.
פרעגט דער זון:
— טאַטע, אָט האָסטו ניט לאַנג געקויפט אַ ציג האָסטו באַצאָלט צען גילדן, ווי קומט עס, דאָס אין דער הגדה האָט מען געקויפט אַ ציגעלע בלויז פאַר צוויי גילדן?
— איך וועל דיר זאָגן, מיין זון, — האָט דער ישובניק געענטפערט — דו ביסט טאַקע גערעכט מיט דיין פראַגע, נאָר דאָס איז דאָך געווען אום האַלבע נאַכט, און אַז מען האָט דאָס פאַרקויפט פאַר צוויי גילדן, מסתטא איז עס געווען אַ גע׳גנב׳עטע.
דאַרף מען ניט פאַסטן
[רעדאַקטירן]אין גרויסן בית המדרש האָט איינמאָל תשעה־באב געטראָפן אַ וואונדערלעכע זאַך. וועלוול דער ישובניק, דער „למדן“, וואָס האָט זיך אַרויסגעקליבן פון דאָרף אין שטאָט, האָט פּלוצלונג ביי מנחה אַראָפּגעכאַפּט די תפילין פון האַנט און זיי געגעבן אַ שליידער אויף דר׳ערד.
דער גאַנצער בית המדרש איז זיך צוזאַמענגעלאָפן.
— זייט איר משוגע צו חסר־דעה? — האָט דער עולם צו אים געשריען.
— איך ווייס וואָס איך טו — האָט וועלוול „למדן“ געענטפערט — איך בין זייער הונגעריק און וויל מיר איינשפּאַרן פאַסטן דעם רעשט פון טאָג!
— וואָס, — חידושן זיך די אידן — אַז מען וואַרפט אַראָפּ תפילין, מעג מען שוין עסן אום תשעה־באב?
— געוויס, — האָט וועלוול געענטפערט — איך האָב אין דער היים אַ קליינעם שולחן ערוך׳ל אויף עברי טייטש, שטייט דאָרטן בפירוש, אַז ווען מען לאָזט אַראָפּ די תפילין של יד דאַרף מען ניט פאַסטן.
געפונען אַ תירוץ
[רעדאַקטירן]ביים סדר אָפּריכטן פרעגט אַ אינגל דעם טאַטן, אַ ישובניק:
— ווי קומט אַ דבר אחר אין דער הגדה?
ענטפערט דער פאָטער:
— ער איז אַריין ביד חזקה.
— טאָ פאַרוואָס האָט מען אים ניט אַרויסגעטריבן?
— מען האָט אים טאַקע אַרויסגעטריבן. — ענטפערט דער פאָטער — נאָר עס זיינען געווען „שתים“, איז איינער אַרויס און דער אַנדערער אַריין.
פאַרוואָס ער קען היינט ניט קומען
[רעדאַקטירן]אַ פערד־הענדלער האָט פון וועג געשיקט פאָלגנדע טעלעגראַמע צו זיין פרוי:
„זאָלסט זיך ניט שרעקן וואָס איך קום ניט היינט. דער באַן, וואָס גייט אָפּ היינט, נעמט ניט קיין פערד. איך קום מאָרגן“.
וואָס עס איז איבעריק
[רעדאַקטירן]אַ יונגע ווייבל האָט געהאַט אַ אינגל. איז דאָך געוואָרן אַ שמחה, האָט דער מאַן געוואָלט עס טעלעגראַפירן זיין מאַמען. האָט ער אָנגעשריבן אויף אַ שטיקל פּאַפּיר: „שרה האָט גליקלעך געבוירן אַ זון“ און דאָס געוויזן דעם שווער.
— ביסט גאָר קיין סוחר ניט — זאָגט דער שווער — אַזעלכע לאַנגע דעפּעשן קלאַפּט מען ניט. זע נאָר וויפל איבעריקע ווערטער דו האָסט אָנגעשריבן: ערשטנס, „שרה“, וואָס הייסט שרה? — ווער דען? דו וועסט גיין קלאַפּן דעפּעשן, פאַר פרעמדע ווייבער? צווייטנס, „גליקלעך“, ווי דען, ניט גליקלעך? אַז עס וואָלט חס ושלום געווען אַ סכנה, וואָלט דיר ליגן אין קאָפּ לויפן דעפּעשירן? ווייטער „געבוירן“. צו וואָס דאַרפסטו דאָס שרייבן? ווי דען זשע דאָס פאַלט אַראָפּ פון הימל? זעסטו דאָס לעצטע „זון“ איז שוין נישקשה, כאָטש עס איז אויך איבעריק, אַז מען קלאַפּט אַ דעפּעשע איז דאָס מסתמא אַ זון, אַ טאָכטער וואָלט אַזאַ שמחה ניט געווען.
יעצט האָט ער זיך אַרומגעזען
[רעדאַקטירן]דער טויט פון נחמן קמצן, דער גרעסטער קאַרגער מענטש אין שטאָט, האָט ניט אַרויסגערופן קיין שטאַרקן טרויער ביי זיין זון. קאַלט און רואיק איז דער יורש געשטאַנען און זיך צוגעקוקט צו די אַלע צערעמאָניעס פון דער חברה־קדישא. דאָך ווען מען האָט דעם מת אַרויסגעטראָגן פון שטוב און די צדקה־פּושקעס האָבן אָנגעהויבן קלאַפּן און קלינגען, האָט דעם קמצנ׳ס זון פּלוצלונג אויסגעבראָכן אין אַ געוויין.
— וואָס האָסטו זיך איצט עפּעס דערמאָנט וויינען? — האָבן אים די שכנים געפרעגט.
— פאַרשטייט איר מיך, — האָט זיי דער זון צווישן דעם וויינען געענטפערט — אַז דער טאַטע הערט דאָס קלינגען פון די צדקה־פּושקעס און אַנטלויפט ניט פון דאַנען, בין איך שוין זיכער, אַז ער איז טויט.
קיינער שענקט אים אויך ניט
[רעדאַקטירן]שמשון בוימוואָל, אַ שנאָרער, קערט זיך אום אַהיים פון זיין יערלעכן אַרומפאָרן איבער די שטעט און שטעטלעך אין דייטשלאַנד, און גיט אָפּ דער ווייב אַ באַריכט פון זיין רייזע, וויפל ער האָט געמאַכט אין יעדער שטאָט, ווער עס איז אָפּגעקומען, און וועלכע נייע זיינען צוגעקומען. ער נעמט אַרויס פאַרשריבענע בויגנס פּאַפּיר און לייענט פון דאָרט פאַר דער ווייב. פּלוצלונג ברעכט שמשון אויס אין אַ שרעקלעכן יאָמער, און וויינט אויפן קול.
— וואָס וויינסטו פּלוצלונג? — פרעגט די ווייב.
— אוי וויי, — ענטפערט שמשון און קלאַפּט זיך מיטן קולאַק אין שטערן — איצטער האָב איך זיך דאָס אַרומגעזען.
— וואָס זעסטו איצט, שמשון?
— איך זע, — קלאָגט ער — איך זע, אַז ווען איך בין געווען אין פראַנקפורט, בין איך ניט געווען ביי ראָטשילדן. גאָר פון זינען אַרויס. ער גיט דאָך מיר אַלע יאָר 5 מאַרק. אוי וויי, אוי וויי.
— וואָס ערגערסטו זיך אַזוי? — טרייסט אים די ווייב — דו האָסט געבראַכט דעם מאָל אַזוי פיל געלט, שענקט מען ראָטשילדן די פינף מאַרק.
— איך זאָל אים שענקען — האָט שמשון זיך ניט בערואיקט און אויסגערופן מיט צאָרן — און מיר שענקט עמעצער?
ער וואָלט געווען רייכער פון ראָטשילדן
[רעדאַקטירן]— ווען איך זאָל האָבן ראָטשילדס געלט — זאָגט פאַרטראַכט אין מחשבות איין שנאָרער צום אַנדערן — וואָלט איך נאָך געווען פיל רייכער פון אים.
— וויאַזוי? — פרעגט דער אַנדערער שנאָרער.
— גאַנץ פּשוט, — זאָגט דער ערשטער — איך וואָלט דאָך דערצו נאָך צוגעשנאָרט אויך.
„וואָס זשע טוט גאָט“
[רעדאַקטירן]אַ קליינשטעטעלדיקער איז אַמאָל געווען אין אַ גרויסער שטאָט, ווען ער איז געקומען צוריק אין זיין קליין שטעטל, האָט ער דערציילט נסים פון דער גרויסער שטאָט, און האָט דאָס אויך דערציילט:
— איינמאָל האָט זיך מיר פאַרוואָלט עסן, וואו גייט מען אַריין? בין איך אַריין אין אַ פיינע גאָרקיך און הייס זיך געבן עסן. האָט מען מיר געגעבן עסן גאָר ווי ביי אונדז צו שבת׳דיקע וועטשערע: פיש, פלייש, קרעפּלעך, פון כל טוב, זאָג איך אייך! אַז איך האָב שוין אָפּגעגעסן, מאַכט מען מיר אַ חשבון, אַז איך דאַרף באַצאָלן אַ רובל. עס איז מיר פינצטער געוואָרן פאַר די אויגן. אָבער וואָס זאָל מען טאָן? אַז מען הייסט, מוז מען באַצאָלן! וואָס זשע טוט גאָט? נעם איך און גנב׳ע אַוועק אַ זילבערנעם לעפל.
גימפּל, גיי צוריק אין דיין רו
[רעדאַקטירן]אַ ישובניק, ביי דעם נאָמען גימפּל, האָט געקויפט פון אַ פּויער פון אַ נאָענטן דאָרף אַ באָק. ער האָט אים געגעבן האַנט־געלט און פאַרשפּראָכן אָפּנעמען דעם באָק אין אַכט טאָג אַרום. דערווייל איז געקומען אַן אַנדער איד צום פּויער און געבעטן ביי אים קויפן דעם באָק. זאָגט אים דער פּויער, אַז ער האָט שוין גענומען האַנט־געלט ביי גימפּלען. ענטפערט אים דער איד אַז גימפּל איז פּלוצלונג געשטאָרבן. דער פּויער האָט געגלויבט, דער איד האָט אים באַצאָלט, צוגענומען דעם ↰ 114 באָק און אַוועק. אין אַכט טעג אַרום, צו דער באַשטימטער צייט פאַרנאַכט צו איז גימפּל געקומען צום פּויער, און געוואָלט אָפּנעמען זיין באָק. אַז דער פּויער האָט אים דערזען, האָט ער אין שרעק אויסגערופן:
— גימפּל, גיי צוריק אין דיין רו, דער באָק איז שוין פאַרקויפט!
פון די זעלטנהייטן
[רעדאַקטירן]עס איז זעלטן צו געפינען:
אַ פּאָליציאַנט — אַ בעל רחמים.
אַ חסיד — אַ בעל דרך ארץ.
אַ קבצן — אַן עקר (קינדערלאָזער).
אַ גביר — ניט קיין עקספּלאָטאַטאָר.
אַ גמרא־קאָפּ — אַן ערלעכער מאַן.
אַ משולח — אָן אַ גראָבן בויך.
אַ שול — אָן מחלוקת.
אַ חברה־קדישא — אָן טרינקערס.
אַ רב — אַ שונא בצע.
אַ חזן — אַ בעל־עברי.
אַ מוכר ספרים — אַ למדן.
אַן אַדוואָקאַט — אַ בעל־יושר.
אַ בעל־טובה — אָן פּניה.
אַ שידוך — אָן האַרצווייטיק.
אַ צדקה־פּושקע — מיט געלט אינעווייניק.
איר פאַרשטייט בעסער אַ געשעפט
[רעדאַקטירן]צו אַ רייכן סוחר אין אַ רייך געשעפט איז אַריינגעקומען אַן אָרעמאַן און געבעטן אַ נדבה. יענער וויל זיך נעמען צו דער קעשענע, נאָר דער אָרעמאַן זאָגט אים:
— איך בין נישט קיין פּשוט׳ער אָרעמאַן. ווייניקער פון אַ קערבל נעם איך נישט.
— ווען איר בעט 20 קאָפּיקעס — זאָגט דער סוחר — וואָלט אייך יעדער געגעבן, אָבער אַ קערבל — מאַכט איר זיך דאָך אינגאַנצן קאַליע.
— זעט אויס, אַז איר פאַרשטייט טאַקע בעסער אַ געשעפט פון מיר — זאָגט דער אָרעמאַן — נאָר אפשר וועט איר איבערנעמען מיין פּרנסה?
וואָס גרעסער די מכה — כשר׳ער די רפואה
[רעדאַקטירן]אַ משכיל, פון די היינטיקע „חכמים“, איז אַריינגעקומען צו אַ רב מיט אַזאַ שאלה:
— רבי, איך האָב אַ מכה אויף דער האַנט און דער דאָקטאָר האָט באַפוילן אַלס רפואה צוצולייגן זויערמילך. טאָ פרעג איך ביי אייך, צי איז נישט דערויף חל דער איסור פון בשר בחלב?
דער רב, זייענדיק וועמען ער האָט פאַר זיך, האָט גלייך געענטפערט:
— וואַרט אַ וויילע, ביז די מכה וועט זיך פאַרגרעסערן מיט זעכציק מאָל, וועט עס ווערן בטל בששים...
אַ גרויסער בעל־צדקה
[רעדאַקטירן]אַ איד אַ נגיד, וואָס איז אַמאָל אין דער יוגנט געווען אַ שטיקל בעל תפילה, האָט איינמאָל אין אַ „שבת־מברכין“ מנדב געווען צו דאַוונען פאַרן עולם אַ מוסף. נאָכן דאַוונען רופט זיך איינער אָפּ:
— הערט איר וואָס איך וועל אייך זאָגן, אונדזער היינטיקער בעל־מוסף איז באמת אַ גרויסער בעל־צדקה. איטלעכער גיט ווען ער קען; ער, אָבער, קען נישט, פונדעסטוועגן גיט ער אַ נדבה.
וואָס ווער עס דאַרף
[רעדאַקטירן]דער פּנים איז דער יונגער פרוי׳ס ביזנעס. אַ שיינער פּנים איז אַ גרויסע רייכע ביזנעס. די מיידל, וואָס האָט אַ שיינעם פּנים, דאַרף האָבן אַ סך, אַ סך שכל צו פאַרוואַלטן איר שיינע, רייכע ביזנעס.
די, וואָס האָט אַ מיאוסן פּנים, דאַרף האָבן אַ סך, אַ סך געלט.
דער סדר
[רעדאַקטירן]אַ פאַרצייטיקער ישובניק האָט ניט געוואוסט ווי אָפּצוריכטן דעם סדר און האָט דעריבער געשיקט זיין ווייב, זי זאָל גיין ביים שכן אונטערן פענצטער און זען וואָס ער טוט, און זי זאָל אים נאַכער איבערגעבן ווי און וואָס, וועט ער וויסן וואָס צו טאָן.
די ווייב האָט אים געפאָלגט, איז אַוועק צום שכן אונטערן פענצטער און געזען ווי דער שכן שלאָגט שרעקלעך זיין ווייב. זי איז אַוועק אַהיים אין שרעק און באַשלאָסן דעם מאַן ניט צו דערציילן וואָס זי האָט געזען. זי קומט אַריין אין שטוב און דער מאַן פרעגט איר וואָס האָט זי געזען. זי שווייגט אָבער און ענטפערט ניט. דער מאַן האָט איבערגעפרעגט נאָך אַמאָל און זי האָט אים אַלץ ניט געענטפערט.
דאָ איז דער ישובניק געוואָרן אין כעס, האָט אויפגעהויבן די הענט און דער ווייב מכבד געווען מיט אַ פּאָר גוטע פּעטש. די ישוב׳ניצע האָט זיך פאַנאַנדערגעוויינט און געזאָגט:
— נו, אַז דו ווייסט שוין אַליין, טו וואָס׳זשע פרעגסטו?
אַ פּשוט׳ער קל וחומר
[רעדאַקטירן]אַ קלויזניק ליגט ביינאַכט אויף אַ האַרטער באַנק אין בית המדרש און קען נישט אַנטשלאָפן ווערן. טאַפּט ער אָן עפּעס אַ פעדער אויף זיין קאַפּאָטע, וואָס ליגט אים צוקאָפּנס, און ער נעמט דרינגען:
— איך הייב נישט אָן צו פאַרשטיין מיטן שכל. אויף וואָס טויג עס אַנדערע לייט צו האָבן אַ סך קישנס מיט פּערינעס? ס׳איז דאָך אַ פּשוט׳ער קל וחומר: וויבאַלד אַז מען ליגט אויף איין פעדער איז אַזוי האַרט, מוז דאָך אויף אַ סך פעדערן אַוודאי און אַוודאי זיין האַרט צו ליגן.
אַ העלד
[רעדאַקטירן]אין אַ מענאַזשעריע פון חיות איז אַרויסגעגאַנגען דער פּאָקוסניק און אויסגערופן פאַרן פּובליקום:
— ווער עס גייט מיט מיר אַריין צום טיגער אין שטייג, דעם גיב איך הונדערט מיליאָן.
— איך גיי, — האָט זיך אַרויסגערופן אַ בלייכער דערשראָקענער איד מיט אַ גרוי בערדל.
— מיט מיר?
— אַפילו אַליין. איך דאַרף קיינעם נישט.
— ס׳הייסט איינער אַליין ווילט איר אַריינגיין אין שטייג?
— נו, יאָ, נאָר פריער נעמט אַרויס דעם טיגער.
זיין אומגליק
[רעדאַקטירן]— וואָס טוט מען, מיין פריינד? — האָט דער קליידער־פאַבריקאַנט זיך געווענדט צו זיין פריינד, — מיין ווייב איז אַנטלאָפן מיט מיין בוכהאַלטער.
— וואָס׳זשע עסטו דיר אַזוי אָפּ דאָס האַרץ? — האָט דער פריינד געשמייכלט — ווייניק שיינע מיידלעך זיינען דאָ?
— אַך, ביסט אַ שוטה! — האָט דער קליידער־פאַבריקאַנט זיך ניט געוואָלט טרייסטן — וואו וועל איך קריגן נאָך אַזאַ פעאיקן און געטרייען בוכהאַלטער?
דעם ישיבה־בחור׳ס פּסוק
[רעדאַקטירן]אַ קאַרגער גביר האָט גענומען אַן אָרעם־בחור אויף שבת. ביים טיש האָט מען דערלאַנגט לאָקשן, נעמט דער גביר אַ קאָך־לעפל, שעפּט אָן פון שיסל געדיכטע לאָקשן, גיסט זיך אַריין אין טעלער און זאָגט דערביי: „אדם קרוב לעצמו“. נאָכדעם האָט ער ווידער אָנגעשעפּט די געדיכטע, אַריינגעגאָסן צום ווייב אין טעלער און געזאָגט: „אהבתי את אשתי“. נאַכער האָט ער אָנגעגאָסן די קינדערשע טעלערס און געזאָגט: „אהבתי את בני“. ביים סוף, ווען עס איז שוין איבערגעבליבן קלאָרע וואַסער, האָט ער דאָס אַריינגעגאָסן דעם אָרעם־בחור.
דער בחור האָט אָבער לאַנג ניט געקלערט, ער האָט גענומען דעם שיסל זופּ, זיי אַלעמען אָפּגעגאָסן, געזאָגט דערביי „וזרקתי עליכם מים טהורים“ און איז אַנטלאָפן פון טיש.
אים פעלט די מזומן
[רעדאַקטירן]— וואָס מאַכט איר? — האָט איינער געפרעגט זיינעם אַ פריינד, אָנטרעפענדיק אים אין גאַס.
— זייער ניט גוט, — האָט דער פריינד געענטפערט, — איך האָב אַ מיידל חתונה צו מאַכן, איך האָב גראַדע אויך פאַר איר אַ גוטן חתן, נאָר דער חתן וויל אַנדערש נישט ווי צוויי הונדערט רובל, אָבער איך האָב מער נישט ווי הונדערט.
— דאָס איז דאָך אַ קלייניקייט, — האָט דער ערשטער געזאָגט, — לייט זאָגן צו גרעסערע נדן און גיבן דערנאָך ניט ↰ 120 אַוועק. דאָס זעלבע דאַרפט איר אויך טאָן: איר זאָגט אים צו צוויי הונדערט און נאָכדעם וועט איר אים איין הונדערט ניט אָפּגעבן.
— הערסטו, — האָט דער פריינד געענטפערט, — דאָס איז דאָך די מעשה, וואָס דעם צוגעזאָגטן הונדערטער האָב איך, נאָר דער אמתער פעלט מיר.
פאַרוואָס ער עסט אַ סך
[רעדאַקטירן]א קליינגעוויקסיקער ישיבה־בחור האָט געגעסן ביי איינעם אַ טאָג. דער בחור איז געווען זייער אַ גרויסער עסער און וויפל מען פלעגט אים שטעלן צום טיש, פלעגט ער גיך איינשלינגען און נאָך בלייבן הונגעריק.
— זאָגט מיר, וואָס איז די מעשה, — האָט אים איינמאָל געפרעגט זיין באַלעבאָס — וואָס איר, אַזאַ קליינער מענטשעלע, עסט אַזוי פיל, אָן עין־הרע?...
— איך וועל אייך דערקלערן — האָט דער ישיבה־בחור געזאָגט — בשעת גאָט האָט באַשאַפן די וועלט, האָט ער אויפגעהאַנגען אַלע סאָרטן קישקעס, קליינע און גרויסע. דער הויכער מענטש, וועלכער האָט געקאָנט דערגרייכן העכער, האָט זיך אויסגעקליבן אַ קורצע קישקע איך אָבער, אַלס קליינער מענטשעלע, האָב געמוזט נעמען אַ לאַנגע קישקע.
קיינער ווייסט ניט אַוואו מען גייט
[רעדאַקטירן]דער גאון רבי יונתן פּראַגער איז געווען באַקאַנט מיט דעם קעניג. איינמאָל האָט דער קעניג געזען ווי ר׳ יונתן גייט אין גאַס זייער גיך. האָט דער קעניג געשיקט זיינעם אַ דינער און ער האָט געבראַכט ר׳ יונתן פאַר דעם קעניג.
— וואוהין גייסטו? — האָט דער קעניג אים געפרעגט.
— איך ווייס ניט — האָט ר׳ יונתן געענטפערט.
— דו פאַרדינסט אַ גרויסע שטראָף — האָט דער קעניג געזאָגט — דו לאַכסט פון מיר, ווייל וועלכער מענטש ווייסט דאָס ניט אַוואו ער גייט.
— חלילה — האָט ר׳ יונתן געענטפערט — איך לאַך ניט פון דיר, גרויסער קעניג. אָט זעסטו דאָך, איך האָב גערעכנט גיין אין שול לערנען און איך בין גאָר געבראַכט געוואָרן אַהער, צו דיר, קעניג, אין פּאַלאַץ. קען איך דען שוין וויסן אַוואו איך גיי?
דעם קעניג איז די תשובה זייער געוואָרן געפעלן.
דער רבי מיט די חסידים
[רעדאַקטירן]עלטערע חסידים זיינען געזעסן ביי דעם רבין אין קלויז און האָבן גערעדט, פילאָזאָפירט וועגן דער וועלט. זיי האָבן געפונען גרויסע פעלערן אין דער גאַנצער בריאה.
— ווען איך וואָלט געווען גאָט — האָט איין חסיד געזאָגט — וואָלט איך געמאַכט, דאָס אַלע מענטשן זאָלן ווערן חסידים...
דער צווייטער חסיד האָט געזאָגט:
— ווען איך וואָלט זיין גאָט, וואָלט איך געמאַכט אין אַלע טייכען זאָל אַנשטאָט וואַסער ווערן בראַנפן.
דער דריטער חסיד האָט געזאָגט:
— ווען איך וואָלט געווען גאָט, וואָלט איך אַריינגעגעבן אַ גוטע מחשבה אַלע מיליאָנערן זיי זאָלן זייער גאַנצן פאַרמעגן אַריינשיקן אַ פּדיון אונדזער רבין זאָל לעבן.
דער רבי האָט דאָס געהערט, האָט ער זיין טיר געעפענט און געזאָגט:
— קינדערלעך, הערט מיך אויס, ווען איך וואָלט געווען גאָט, וואָלט איך טאָן דאָס זעלבע וואָס גאָט טוט.
* * *
[רעדאַקטירן]האָט אַ מאַן געזאָגט צו זיין ווייב:
— דו ביסט מיין לעבן, אָבער מיר איז דער לעבן געוואָרן איבערדריסיק.
אַ לוח
[רעדאַקטירן]אַ ווייב, אַ „שלאַק פון זיין ליבן נאָמען“, רופט זיך איינמאָל אָן צום מאַן:
— שטענדיק, ווען דו ביסט אינדערהיים, קוקסטו זיך אויף מיר נישט אום, גלייך ווי איך בין גאָר נישטאָ, און האַלטסט אין איין אַריינקוקן אין ספר. הלוואי וואָלט איך אויך געווען אַ מין ספר!
— מהיכא־תיתא — זאָגט דער מאַן — גלויב מיר, איך וואָלט גאָרנישט געהאַט קעגן דעם דו זאָלסט אויך זיין אַ ספר, נאָר ווייסטו וואָס פאַר אַ ספר? אַ לוח, וואָס נאָכן יאָר לייגט מען אַוועק דעם אַלטן און מען נעמט אויף זיין אָרט אַ נייעם.
פאַרמאַטערט צו תשליך
[רעדאַקטירן]אַ ניינציק־יאָריקער זקן איז געלעגן אין בעט אַ מידער, פאַרמאַטערט, און געקרעכצט. פרעגט אים דער זון:
— וואָס איז דיר, טאַטע, וואָס קרעכצסטו?
— אַ, מיין קינד, איך האָב זיך פאַרמאַטערט גייענדיק צו תשליך און צוריק, — ענטפערט אים דער פאָטער.
— וואָס זאָגסטו, טאַטע — פרעגט דער זון — היינט איז דאָך גאָרנישט ראש השנה, היינט גייט מען דאָך נישט צו תשליך?
— איך מיין נישט היינט. איך האָב זיך פאַרמאַטערט אין די ניינציק מאָל וואָס איך בין געגאַנגען — זאָגט דער אַלטיטשקער.
אַ בעל־עגלה איז גרעסער
[רעדאַקטירן]אַ חזן, וואָס איז אַ גאַנץ יאָר אַרומגעפאָרן פון שטאָט צו שטאָט מיט זיינע משוררים, האָט שוין געהאַט תמיד מיט זיך זיין בעל־עגלה, ערשטנס כדי מען זאָל זען נאָך אַ היטל ביים עמוד, און דער עיקר עמעצער זאָל דעם בעל־עגלה אויך ↰ 124 אַהיימנעמען אויף שבת. ער פלעגט אים ביים דאַוונען אַוועקשטעלן גלייך מיט אַלע משוררים. ווען איינער, אַ באַלעבאָס, מיינענדיק, אַז דער בעל־עגלה איז אויך אַ משורר, האָט אים אַהיימגענומען אַלס אורח, האָט ער אים ביים טיש געפרעגט:
— ווי קומט עס, וואָס בשעת די משוררים האָבן געזונגען, האָט איר גאָר אינגאַנצן געשוויגן?
— איך — האָט געענטפערט דער בעל־עגלה ברייט — איך בין נאָך גרעסער פון חזן אַליין. וואָרעם דער חזן פירט נאָר דעם כאָר און איך פיר דעם כאָר ,מיטן חזן צוזאַמען.