הערשעלע אָסטראָפּאָלער און מאָטקע חב״ד
הערשעלע אסטראפּאלער און מאטקע חבּ״ד | |
מחבר: | מ. שטערן |
---|---|
אויסגאַבע: | ניו־יאָרק, 1920ער |
פאַרלאַג: | סטאַר היברו בוק קאָמפּאַני |
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive: | nybc201076 |
די צאָל זייטן: | 124 |
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג |
גלויב ניט וואָס מען זאָגט
[רעדאַקטירן]הערשעל קומט אמאָל אריין אין בית המדרש דאוונען, לויפט צו איהם צו א יונג איידימעל און זאָגט מיט א שמייכעל, אז אלע זאָלען הערען:
— ר׳ הערשעל! מען זאָגט אויף אייך, אז איהר זייט אַ נאַר!
— גלויב ניט, וואס מען זאָגט — ענטפערט הערשעל — אָט זאָגט מען אויף דיר, אז דו ביזט א קלוגער. נו, וועט עס איימעצער דען גלויבען?
וויפיעל נאַראָנים זיינען דאָ אויף דער וועלט
[רעדאַקטירן]איינער מיט א נאקעטען קאָפּ פרעגט אמאָל הערשלען:
— וויפיעל נאַראָנים אזעלכע ווי איהר, זיינען דאָ אויף דער וועלט?
— אזוי פיעל — ענטפערט הערשעל — וויפיעל האָר עס זיינען דאָ אויף דיין קלוגען קאָפּ.
דער חילוק פון אַן עזעל ביז אַ נאַר
[רעדאַקטירן]אויף א ברית מילה, אויף וועלכען עס האָט זיך פארזאַמלט אַ גרויסער עולם, האָט הערשעל מסתמא אויך ניט געפעהלט און האָט אונטערגעהאלטען דעם עולם מיט זיינע קלוגע וויצען.
איינער פון דעם עולם, וועלכען מען האָט גערופען חייקעל חקרן, האָט ניט געקאָנט ליידען הערשעלס נארישקייטען. צום ↰ 4 אומגליק איז איהם נאָך אויסגעקומען צו זיצען פּונקט אנטקעגען הערשלען. דאָ האָט זיך חייקעל מישב געווען צו געבען הערשלען א שטאָכוואָרט, אפשר וועט ער שוין דעמאָלט קלוג ווערען און וועט אויפהערען צו פּלוידערען נארישקייט.
ער האָט א פרעג געטאָן הערשלען:
— זאָג מיר הערשעל, ווי ווייט איז פון דיר ביז דאס נארישע עזעל?
— גאָר ניט ווייט! — ענטפערט הערשעל — נאָר דער טיש אליין שיידט אָפּ איינעם פונ׳ם אנדערען.
דער חקרן האָט פארשטאַנען דעם שטאָכוואָרט און פארביסען מיט די ליפּען.
הערשעל פארקויפט פאר זיין פּרייז
[רעדאַקטירן]די קאפּאָטע וואָס הערשעל האָט באקומען פאר א מתנה פונ׳ם פּרנס־חודש איז נאָך געווען א גאנץ נייע און א טייערע. איין מאָל אין א יום טוב, ווען הערשעל האָט זיך אויסגעפראָנטעוועט אין דער דאָזיגער קאפּאָטע, איז ער זיך אוועק שפּאצירען איבער דער שטאָט מיט דעם שטעקען אין דער האנט. ערשט עס קומט איהם אנטקעגען דער משרת פון פּרנס חדש און פרעגט איהם, אויב ער וואָלט א בעלן געווען איהם פארקויפען די קאפּאָטע?
— אך, פארוואס נישט — ענטפערט הערשעל — איך קען זי דיר אפילו פארקויפען פאר דעם פּרייז, וואָס זי קאָסט מיך אליין.
און מיט די ווערטער האָט ער געכאפּט דעם שטעקען און האָט מיט איהם אָנגעהויבען צו שלאָגען דעם משרת, צעהלענדיג די קלעפּ: איינס, צוויי. דריי, א.ז.וו. דער משרת איז מיט׳ן ↰ 5 גרעסטען כעס אנטלאָפען געוואָרען צום פּרנס־חדש און האָט איהם דערצעהלט וואָס הערשעל האָט איהם געטאָהן. דער פּרנס־חדש האָט געשיקט נאָך הערשלען און געפרעגט איהם, העכסט אויפגעבראכט:
— ווי אזוי האָסט דו זיך אונטערגעשטעלט צו שלאָגען מיין משרת אינמיטען גאס, ווען ער האָט דיך גאר ניט אָנגעריהרט?
— ניין, — ענטפערט הערשעל, — איך האָב איהם ניט געשלאָגען, נאָר איך האָב איהם פארקויפט די קאפּאטע פאר דעם זעלבען פּרייז וואס זי קאָסט מיך אליין.
— איך פערשטעה דיך ניט, רעד דייטליכער! — זאָגט דער פּרנס חודש.
— די מעשה דערפון איז אזוי, — זאָגט הערשעל — די דאָזיגע קאפּאָטע האָב איך באקומען פון אייך אַ מתנה, נאָר איידער איהר האָט זי מיר געגעבען, האָט איהר פריהער אָפּגעצעהלט צוואנציג שטעקענס אויף מיין פּלייצע און אזוי ווי אייער משרת איז מרוצה געוואָרען צו קויפען ביי מיר די קאפּאָטע פאר דער פּרייז וואס איך האָב באצאָהלט, האָב איך אָנגעהויבען איהם צוצעהלען די שטעקענס.
דער פּרנס־חדש האָט זיך צולאכט. נאָר פאר דעם קנס וואס הערשעל האָט מביש געשטעלט דעם משרת, האָט ער איהם געהייסען ער זאָל דעם משרת אוועקגעבען די קאפּאָטע. הערשעל איז געוואָרען א צוקאָכטער.
— סטייטש. — שרייט ער, — וואו איז דאָס געהערט געוואָרען אין דער וועלט אזא אומרעכט?
— וואָס איז דאָס פאר אַזאַ אומרעכט? — פרעגט איהם דער פּרנס־חדש.
— אודאי! — שרייט הערשעל — מיך קאָסט די קאפּאָטע צוואנציג שטעקענס אויף מיין אָרעמער פּלייצע און אייער משרת ↰ 6 האָט נאָר זעקס שטעקענס פון מיר באקומען! לאָזט זשע ער זאל פון מיר באקומען די איבעריגע 14 שטעקענס און זאָל איך ניט ליידען קיין היזק!...
נאָר דער משרת האָט זיך איבערגעשראָקען פאר הערשעלס שטעקענס און האָט זיך אָפּגעזאָגט פון דער קאפּאָטע.
הערשעל באשטראפט זיין ווייב
[רעדאַקטירן]הערשעלס ווייב — א אידענע אָהן חכמות — פלעגט קיינמאָל ניט פאָלגען דעם מאן, שטענדיג האָט זי געטאָהן קאפּויר פון וואָס ער האָט געזאָגט. דאָס האָט הערשלען פארדראָסען און ער האָט זיך באשלאָסען ער זאָל זי באשטראפען אזוי ווי איהם פּאסט.
הערשעל איז געווען א חשוב ביים פּריץ פון דער שטאָט, וועלכער איז אויך געווען א באריהמטער צאָהנארצט. איין מאָל קומט הערשעל אריין צום פּריץ מיט א פארזאָרגטען פּנים.
— וואָס איז, הערשעל? וואָס ביזט דו אזוי פארזאָרגט? — פרעגט איהם דער פּריץ.
— אך, פּריץ! דאָס ווייב מיינס גיט מיר גאָר קיין מנוחה ניט! כאָטש נעהם און אנטלויף אין דער ווייטער וועלט אריין! וויפיעל מאָל איך האָב זי שוין געבעטען זי זאל זיך לאָזען ארויסנעהמען דעם שלאפען צאָהן, איז זי אבער אן עקשנטע און וויל דאָס אפילו ניט הערען. סיידען דו אליין זאָלסט זיך נעהמען צו איהר...
— שוין! — האָט געענטפערט דער פּריץ. — איך וועל איהר באפרייען פון דעם קראנקען צאָהן, דעמאָלט וועט איהר ביידע באפרייט ווערען פון די שמערצען.
און נעהמענדיג א קליין צוואַנגעל האָט דער פּריץ זיך אריינגעזעצט מיט הערשלען אין זיין קארעטע און זיינע צוויי באדינטע — געזונדע פּויערען — האָט ער געהייסען נאָכגעהן און זיי זיינען אזוי אָנגעקומען צו הערשעלס וואָהנונג.
דער פּריץ פרעגט הערשעלס ווייב, וועלכער צאָהן טוט עס איהר וועה און גיט איהר אן עצה זי זאָל זיך לאָזען אויסרייסען דעם צאָהן. הערשעלס ווייב שווערט זיך נעבעך מיט כל השבועות, אז איהר טהוט גאָר קיין מאָל ניט וועה קיין צאָהן, נאָר הערשעל שטעהט אונטער דעם פּריץ און רוימט איהם איין א סוד, אז דאס ווייב פארשטעלט זיך, זי נאַרט אָפּ.
דער פּריץ הייסט זיינע צוויי באדינטע זיי זאלען זי אנידערזעצען אויף אַ באנק און פעסט זיי צוהאלטען. ער פרעגט הערשלען, וועלכער צאָהן איז א שלאפער ביי איהר, און הערשעל ווייזט איהם אויף דעם געזונדסטען צאָהן און ווי שטארק די אָרעמע פרוי האָט נעבאך געשריען פון וועהטאָג, האָט דער פּריץ דאָך ארויסגעשלעפּט דעם שטארקסטען צאָהן פון איהר מויל.
שפּעטער איז דער פּריץ געוואָהר געוואָרען פון הערשעלס איינפאל און האָט א לאנגע צייט געלאכט. נאָר הערשעלס ווייב האָט פון דעמאָלט אָן שוין תמיד געפאָלגט דעם מאן.
הערשעל ווערט אַ דאָקטאר
[רעדאַקטירן]אן אלטע מויד, שוין אריבער דרייסיג יאהר, האָט אָפט געליטען פון קאָפּ־שמערצען. אין דעם האָט זי געהערט, אז א נייער דאָקטאר איז אראָפּגעקומען אין שטעטעל, און האָט איהם געשיקט רופען.
דער נייער דאָקטאר איז טאקע געווען אונזער הערשעל.
איהם האָבען זיך שוין אויסגעלאָזט אלע שטוקעס, האָט ער זיך מישב געווען און האָט זיך אויסגעגעבען פאר א דאָקטאר.
הערשעל באטראכט דעם חולה און געפינט די סבה פון איהר שלאפקייט.
— איהר מוזט חתונה האָבען, — זאָגט ער איהר קורץ — וועט איהר פאָלקאָם געזונט ווערען.
— עס קען זיין, אז איהר זייט גערעכט. איך גלויב אייך הער דאָקטאר. איך וועל פאָלגען אייער עצה. זעהט, געפינט מיר א חתן.
— איך בין ניט קיין שדכן און קען ניט זיין קיין שדכן.
— אז איהר קענט ניט זיין קיין שדכן, טאָ נעמט איהר מיך פאר א ווייב.
— ניין, — זאָגט הערשעל — מיר דאָקטוירים פארשרייבען נאָר רעצעפּטען, אבער מיר נעהמען זיי ניט.
די לעצטע פּראקטיקע פון הערשעלס דאָקטאָריע
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט געהאט אויסגעצייכענט פונ׳ם ספר רפואות אלע רעצעפּטען, האָט ער עס איבערגעשריבען אויף קליינע קוויטלאך, און ווען מען האָט איהם גערופען צו א חולה, האָט ער איהם געהייסען ארויסציהען אויף גליק א קוויטעלע און וואס פאר א רפואה עס איז געווען פארשריבען אין דעם קוויטעלע, פלעגט ער הייסען מאכען פאר דעם חולה.
איינמאָל רופט מען איהם צו א ווייבעל, וועלכע עס האָט געהאט אָנגעריסען אַ מכה אין האלז. הערשעל האָט איהר געהייסען ↰ 9 ארויסשלעפּען אַ קוויטעלע פון זיין טאַש און האָט עס איהר איבערגעלייענט. דאָרט איז געשטאַנען, אז מען זאָל מאכען אַ קאנע.
דאָס ווייבעל האָט זיך שטארק צולאכט, און פון דעם גרויס געלעכטער איז צוזעצט געוואָרען איהר מכה אין האלז און זי איז געהאָלפען געוואָרען.
הערשעל לעגט אַ אידענע אַ פלאסטער
[רעדאַקטירן]איין מאָל קומט אריין צו הערשלען אן אלטע אידענע מיט א געוויין:
— העלפט מיר, הער דאָקטאר! ראטעוועט אַ נפש.
— וואָס פעלט אייך?
— דער קאָפּ ברעכט אזוי, אז עס שטעכט אזש אין די זייטען.
— מען דארף לעגען א פלאסטער אויף דער פּאטיליצע. גיט אהער צוואנציג קאָפּיקעס.
די אידענע גיט איהם דאָס געלט און הערשעל מאכט א פלאסטער און לעגט עס איהר דאָרט ארויף.
— אין צוויי שעה ארום זאָלט איהר דאָ ווידער זיין, וועל איך זעהן ווי אזוי עס האָט אָנגעריסען, און דערווייל געהט אהיים.
— סטייטש! — זאָגט די אידענע פארוואונדערט, — ווי אזוי זשע זאל איך געהן אהיים?
— וואָס הייסט, ווי אזוי? אזוי ווי אלע מענשען געהען.
— אפשר האָט איהר, הערר דאָקטאר, נאָך א פלאסטער?
— צו וואס איז?
— ווי הייסט צו וואָס? פאר מיין שנור! איך בין דאָך ניט קראנק, נאָר די שנור איז קראנק!
— צו וואָס זשע האָט איהר זיך געלאָזט לעגען דעם פלאסטער?
— ווייל איך האָב ניט געקענט זיין דערווידער אייערע רייד.
הערשעל האָט זיך שטארק צולאכט.
מיט פיעל מיהע האָט ער אָפּגעריסען דעם פלאסטער פון איהר פּאטיליצע און זי האָט דאָס אוועקגעטראָגען דער שנור.
זיין גליק וואָס ער איז א פארבער
[רעדאַקטירן]ווידער האָט זיך געטראָפען א מעשה אין הערשעלס פּראקטיקע אלס דאָקטאר.
מען האָט איהם גערופען צו א חולה. הייסט ער דעם חולה, ער זאל איהם ווייזען די האנט. הערשעל זעהט אז די האנט איז באדעקט מיט רויטע פלעקען, זאגט ער:
— דער חולה האָט אַ היציגע שלאפקייט מיט פלעקען, מוז ער שטארבען, ווייל ער האָט זיך אָנגענומען פון פאר׳עיפּוש׳טע בהמות.
— וואָס רעדט איהר, הער דאָקטאר? — וואונדערט זיך דעם קראנקענס ווייב, — מיין מאן איז א פארבער און פון די פארב איז איהם רויט די האנט.
— אויב אזוי, — זאָגט הערשעל — איז ער גליקליך וואס ער איז א פארבער, אז ניט וואָלט איך איהם שוין אָפּגעזאָגט דאָס לעבען.
הערשעל היילט אַ פּויער
[רעדאַקטירן]אן אנדערש מאָל קומט צו איהם א פּויער און בעט איהם ער זאל איהם געבען א רפואה.
— וואָס טוט דיר וועה? — פרעגט הערשעל.
— אָט דאָ אין דער זייט טוט מיר זעהר וועה.
— הויב אויף די הענט ארויף און ציה דעם אָטעם.
דער פּויער טוט ווי הערשעל הייסט איהם.
— נו, וואָס הערט זיך?... דו אָטעמסט שווער?
— נישט־קשה... — ענטפערט דער פּויער — נאָר קוים ריהר איך זיך נאָר צו צו דער זייט, טוט מיר שוין וועה.
— ווייסט זשע וואָס, — זאָגט הערשעל — ריהר זיך קיינמאָל ניט צו צו דער זייט, וועט דיר מעהר ניט וועה טאָן.
— טאקע?! — שרייט אויס מיט פרייד דער פּויער — לאנג לעבען זאָלט איהר פאר דער עצה.
הערשעל איז זיך נוקם
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל אָנגעקומען ווינטער ביינאכט צו אן אכסניה ווען זי איז שוין געווען פארמאכט און אינדרויסען איז געווען א שרעקליכער פראָסט. הערשעל קלאפּט אָן אין דער טיר מען זאָל איהם עפענען. דער בעל אכסניה, וועלכער איז שוין געלעגען אין בעט, זאָגט צו זיין ווייב: „אַ רחמנות, כ׳לעבען, אויף דעם אידען וואָס שטעהט אויפ׳ן גאַס“. נאָר די טיר עפענט ער איהם ניט.
הערשעל קלאפּט ווייטער אָן און בעט: „האָט רחמנות! לאָזט מיך אריין אין שטוב, ווארעם איך ווער פארפרוירען!“
און דער בעל אכסניה זאָגט ווייטער צום ווייב:
— אַ רחמנות אויף דעם אידען, וואס שטעהט אין דרויסען!
— סטייטש, — זאָגט דאס ווייב, — אז דו האָסט יא רחמנות אויף איהם, פאר וואס זשע לאָזט דו איהם ניט אריין אין שטוב?
— נארעלע! — ענטפערט ער — אז איך וועל איהם ארייננעהמען אין שטוב, וועט דאָך שוין ניט זיין קיין רחמנות אויף איהם!
הערשעל האָט דעם ענטפער גוט געהערט און טראכט זיך: „וואַרט, איך וועל דיר שוין אָפּטאָן א גוט שפּיצעל!“
אין א פּאָר טעג שפּעטער קומט הערשעל אריין אין דער זעלבער אכסניה, לייטיש אָנגעטאָן, און פרעגט דעם בעל אכסניה צי קאן ער ביי איהם האלטען סטאַנציע אויף ניט קיין באשטימטער צייט?
— אך, מיט׳ן גרעסטען כבוד! — ענטפערט דער בעל־אכסניה — איהר דארפט אודאי אַ באזונדער חדר מיט מעבעל?
— יא, און מיט עסען אויך.
— גוט, גוט! — זאָגט דער בעל אכסניה — נאָר געלט מוזט איהר מיר באצאָהלען פאר א חודש פארויס.
— פארויס צאָהל איך קיין מאָל ניט, ווייל דער שווער מיינער שיקט מיר צו געלט נאָכ׳ן חודש, דארום קאן איך ביי אייך קיין אורח ניט זיין... נאָר וויפיעל, למשל, נעהמט איהר פאר דעם חדר?
— פינף רובעל א חודש.
— איך בין אימשטאַנדע צו צאָהלען זעקס רובעל פאר דעם חדר, ווייל ער איז מיר געפעלען. און וויפיעל נעהמט איהר פאר קעסט?
— פופצעהן רובעל א חודש, וועט שוין זיין אין דעם דריי געריכטען א טאָג מיט צוויי מאָל טיי.
— איך קען אייך געבען 20 רובעל א חודש, — זאָגט הערשעל, — אבי עס זאָל זיין גוטע עסען.
— אויב אזוי — זאָגט דער בעל אכסניה, — בין איך מרוצה צו ווארטען מיט דעם געלט אויף נאָך דעם חודש, אבי איהר זאָלט נאָר האלטען וואָרט און מיך ניט אָפּנארען.
— איך האָב נאָך קיינעם ניט אָפּגענארט — ענטפערט הערשעל, — מיר קומט אָפט איינצושטעהן אין אכסניות און שטענדיג ווען איך ציה זיך ארויס באגלייט מיך דער בעל־אכסניה מיט טרערען.
און הערשעל איז געבליבען אין דער אכסניה.
עס איז אוועק א חודש און צוויי, הערשעל דערמאנט זיך ניט געלט צו צאָהלען, נאָר ער עסט און טרינקט און קומט צו זיך.
דעם בעל אכסניה איז דאס אריין טיף אין דער נאָז.
— וואָס זאל דאס באדייטען, ר׳ הערש? — פרעגט ער איהם ענדליך — איהר האָט דאָך געזאָגט, אז איהר צאָהלט נאָכ׳ן חודש, צום סוף איז שוין אוועק צוויי חדשים און איך זעה נאָך אַלץ ניט פון אייך קיין געלט!
— וואָס פאר א שוטה איהר זייט! — ענטפערט הערשעל — צי מיינט איהר אין אמת׳ן, אז ווען איך זאָל זיין א גוטער צאָהלער, וואלט איך באשטאַנען צו וואוינען אין אַזאַ קבר? אָדער צו עסען אזא שלעכט עסען ווי ביי אייך איז?... היינט פארגעסט ניט, אז איך האָב אייך צוגעזאָגט צו געבען 26 רובעל א חודש, ווען איך פארדין ניט אפילו קיין 26 קאָפּיקעס א חודש און מיין שווער פון יענער וועלט זאָגט, אז פון דאָרט איז זעהר שווער איבערצושיקען געלט...
— פארוואס זשע האָט איהר מיך אָפּגענארט?
— איך האָב אייך ניט גענארט, מיין ליבער איד, איך האָב זיך נאָר באריהמט פאר אייך.
— ווי אזוי האָט איהר זיך דאָס אונטערגעשטעלט דאָס צו טאָן? — פרעגט דער בעל־אכסניה.
— בייזערט אייך נאָר ניט, פעטער! — ענטפערט הערשעל. — פאר אזא פינסטערען און נאסען חדר און פאר אַזאַ שלעכט עסען ווי איך האָב ביי אייך געהאט, איז פּשוט אן עבירה אייך צו באצאָהלען. פארקעהרט, איהר דארפט מיר נאָך צוצאָהלען וואס איך האָב אזוי לאנג געליטען ביי אייך.
דער בעל אכסניה האָט פון פארדרוס זיך צואוויינט.
— וואָס איז דאָס פאר אן אומגליק? — שרייט הערשעל — שטענדיג ווען איך דארף זיך ארויסציהען פון אן אכסניה, באגלייט מיך דער בעל־הבית אָדער די בעל־הבית׳טע מיט טרערען, זיי באוויינען מיך ווי א געשטאָרבענעם. הערט אויף, איך בעט אייך, צו וויינען, עס קען זיין אז מיר וועלען זיך נאָר זעהן.
— ניין, ניין, לאָז גאָט אָפּהיטען! — האָט דער בעל־אכסניה איהם נאָכגעשריען.
אַ תירוץ
[רעדאַקטירן]מען פרעגט אמאָל הערשלען, פאר וואס טראָגט ער אזא צוריסענע קאפּאָטע?
— נישט־קשה, — ענטפערט ער, — זאָרגט אייך ניט. איך האָב אין קאסטען אַ נייע קאַפּאָטע.
— פאר וואס זשע נעהמסט דו זי נישט ארויס?
— ווייל דער קאסטען איז פארשלאָסען.
— נו, שליסט מען אויף!
— דאָס שליסעלע ליגט אָבער אויך אין קאסטען. — ענטפערט הערשעל.
אין מאַרק
[רעדאַקטירן]— קויפט, ר׳ הערשעל, די שאפע ביי מיר, איך פארקויף זי אין גלייכען געלט!
— וואָס זשע וועל איך אריינלעגען אין איהר?
— סטייטש? אייערע מלבושים!
— און אליין זאָל איך נאקעט געהן? — פרעגט איהם הערשעל מיט א ברוגז׳דיגען טאָן.
ביים עסען קלייבט מען ניט איבער
[רעדאַקטירן]הערשעל זיצט אמאָל אין אכסניה זעהר פארשמאכט. אין דעם זיינען אהין אָנגעקומען אַ חברה מחותנים פון נאָך א חתונה און האָבען געהייסען דער בעל־הבית׳טע זי זאל מאכען אַ גוטע וועטשערע פאר זיי. דאָס עסען איז פארטיג געוואָרען און דער עולם האָט זיך אויסגעזעצט ביי די טישען און האָט אויך אָן הערשלען ניט פארגעסען.
אינמיטען עסען רופט זיך הערשעל אָן צו זיי:
— רבותי! ווער קאָן זיך מיט מיר פארוועטען אין עסען? איך נעהם זיך אונטער מיט נאָך איינעם אויפצועסען א גאנצען זאַק קארטאָפלעס מיט שמאלץ!
— ער נאַרט אָפּ! — שרייען אלע, דאס איז ניט מעגליך.
— ווער? איך נאַר אָפּ? — פרעגט הערשעל, — שטעלט איין צעהן רובעל, וועט איהר זעהן ווי איך מיט נאָך איינעם עסען מיר אויף א זעקעל אָפּגעקאָכטע קארטאָפלעס מיט שמאלץ.
— מיר שטעלען איין! — זאָגט דער עולם — נאָר אויב דו מיינסט, אז איינער פון אונז וועט צו דיר צושטעהן פאר א שותף צום עסען, האָסטו א טעות.
— נישט־קשה, איך וועל שוין געפינען א שותף.
דער עולם האָט איינגעלעגט צעהן רובעל ביים אכסניה און האָבען איהם געהייסען צוגרייטען אַ זעקעל אָפּגעקאָכטע קארטאָפלעס מיט שמאַלץ.
אין א פּאָר שעה איז דער מאכל פערטיג געוואָרען און דער בעל אכסניה האָט עס הערשלען דערלאנגט אין א גרויסען קעסעל אויף דעם טיש. הערשעל האָט געוואַרט ביז די קארטאָפלעס האָבען זיך אויסגעקיהלט. נאָכדעם איז ער ארויסגעגאנגען אין הויף און האָט זיך באלד צוריק אומגעקעהרט מיט א גרויסען חזיר אויף די הענט.
— אָט איז מיין שותף, וואס וועט מיר העלפען עסען — זאָגט ער צום עולם, ווייזענדיג אויף דעם חזיר וועלכער דערשמעקענדיג נאָר דעם ריח פון די קארטאָפלעס, האָט ער זיך שוין געריסען צום קעסעל.
דער עולם איז ערשטוינט געוואָרען פון הערשעלס איינפאל.
— מיר גלויבען דיר, — האָבען די מענשען געזאָגט, — ביי אונז איז מעהר קיין ספק ניט, אז פאר אייך ביידע וועט נאָך וועניג זיין דער קעסעל מיט די קאַרטאָפעל.
— הייסט עס, האָב איך געוואונען די צעהן רובעל.
— ניין, הערשעל, א חזיר קאן דען זיין א שותף צו דיר?
— ביים עסען קלייבט מען ניט איבער — ענטפערט הערשעל — און ווידער: איך האָב דאָך אייך ניט געזאָגט ווער עס וועט זיין מיין שותף, דארום האָב איך געוואונען.
דער עולם האָט איהם אָפּגעגעבען די צעהן רובעל און הערשעל איז ארויס פון דער אכסניה זאַט און נאָך מיט צעהן רובעל אין קעשענע.
הערשעל לויבט אַ חתן
[רעדאַקטירן]מען האָט אמאָל זיך אָנגעפרעגט ביי הערשלען אויף אַ קארגען חתן, האָט וועלכער זיך געהייסען געבען זעהר פיעל נדן. האָט הערשעל געענטפערט: אז איהם קומט טאקע א סך נדן איבער פיעל מעלות, אמאָל פלעגט א פערד קאָסטען 20 רובעל, קאָסט היינט איבער 100 רובעל; א חזיר וואס פלעגט קאָסטען 5 רובעל, קאָסט היינט 20 רובעל און א בחור וואס פלעגט נעהמען 200 גילדען נדן, נעהמט היינט 2,000 רובעל נדן. היינט, אז ער איז א חזיר איינער אין דער מדינה און א פערד איז זיין גלייכען ניטאָ און דערצו א חתן אויך, טאָ וויפיעל איז ער דאָס ווערט צו נעמען נדן?
הערשעל דערקענט אַ מענשען
[רעדאַקטירן]הערשעל געהט אין גאס פארטראכט. פּלוצלים לויפט ער צו צו א מענשען פון דער גאס, שטופּט איהם אריין די האנט און שרייט אויס מיט שמחה:
— א! וואס מאכט איהר ר׳ טאָדרעס? שוין א צייט, אז איך האָב אייך נישט געזעהן! איהר האָט זיך אזוי איבערגעביטען אין דער צייט, אז איך האָב אייך קוים דערקענט.
— איהר האָט א טעות, מיין ליעבער איד, איך הייס גאָר יאנקעל ניט טאָדרעס.
— אך! וואונדערט זיך הערשעל ווייטער — ווי אזוי א מענש בייט זיך דאָס איבער! אפילו דער נאָמען אייערער האָט זיך שוין אויך פארביטען.
הערשעל בריינגט אַ ראיה
[רעדאַקטירן]הערשעל טרעפט אמאָל זיין חבר חייקלען ווי ער וואשט זיך מיט בראנפען דעם קאָפּ.
— וואָס איז דאָס פאר א שגעון, — פרעגט ער איהם — וואָס דו וואשט זיך מיט בראנפען דעם קאָפּ?
— איך האָב דערקלערט מיט מיין חקירה, — ענטפערט חייקעל חקרן, — אז דאָס איז א סגולה, די האָר זאָל וואקסען.
— עט, גלויב דאס ניט! — זאָגט הערשעל, — ווען דאס זאָל טאקע זיין אן אמת, וואָלט אין גאָרגעל ביי מיר שוין אויסגעוואקסען א באָרד אויף עטליכע ארשין.
הערשעל און חייקעל חקרן
[רעדאַקטירן]חייקעל חקרן: זאָג מיר, הערשעל, ווען למשל, א שטייגער, עס זאָל ווערען אזא מין שינוי (ענדערונג) אין דער נאַטור, אז די זון זאָל אָנהויבען שיינען ביינאַכט, וואָס וואָלסטו דערויף געזאָגט?
הערשעל: איך וואָלט געזאָגט, אז דאָס איז די לבנה.
חייקעל: ווען מען זאָל דיר אבער אויפקלעהרען, אז דאָס איז נאָר די זון?
הערשעל: וואָלט איך יענעם זאָגען, אז ער איז א ליגנער!
חייקעל: נאָר מיך קענסט דו דאָך, אז איך בין ניט קיין ליגנער און אז איך אליין וואָלט דיר זאָגען, אז דאָס איז די זון, וואס וואָלסטו מיר דערויף געענטפערט?
הערשעל: איך וואָלט געענטפערט, אז דו ביזט משוגע!
הערשעל ווינשעוועט
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט אמאָל צוגעווינשעוועט אן אָרעמען ישיבה־בחור, אז גאָט זאל איהם צושיקען אַ כלה מיט דריי מעלות, זי זאָל זיין שעהן, רייך און משוגע.
— צו וואס זשע, ר׳ הערש, זאָל זי גאָר זיין משוגע? — פרעגט איהם דער ישיבה־בחור.
— שוטה איינער! — ענטפערט איהם הערשעל — אז זי וועט זיין שעהן און רייך און וועט דיך נעהמען איז זי דאָך במילא משוגע.
ווי אַ קליין מיידעל קליגט זיך איבער הערשלען
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל אריינגעקומען אין א שענק און געזעהן, אז ביי דער סטויקע (דער טיש אוואו מען פארקויפט) שטעהט אַ קליינע מיידעל. האָט איהר הערשעל געבעטען, זי זאל איהם אָנגיסען אביסעל בראָנפען. די מיידעל האָט הערשלען געקאָנט פאר ↰ 20 אַן אָרימאן, האָט זי איהם אָנגעגאָסען גאָר א קליינע גלעזעלע בראָנפען.
אַז הערשעל האָט דערזעהן די גלעזעלע, זאָגט ער צו דער מיידעל:
— פון דעם גלעזעל טאָר איהר ניט טרינקען, זי איז ניט קיין גע׳טובל׳טע.
די מיידעל האָט אויסגעקליבען אַ גרויסע גלאָז, עס געוויזען הערשלען, און געפרעגט:
— און פון דער מעגט איהר טרינקען?
— יע, — ענטפערט הערשעל — דאס גרויסע גלאָז איז גע׳טובל׳ט.
האָט די מיידעל גענומען און איבערגעגאָסען די ביסעלע בראָנפען פון דער קליינער גלעזעלע אין דער גרויסער גלאָז, און דערלאנגט הערשלען.
— אָ, — האָט הערשעל זיך אָפּגערופען — עס איז שוין דאָ קליגערע פון מיר, בין איך שוין איבעריג.
גריבעס מיט טאראקאנעס
[רעדאַקטירן]דאָס ווייב פון דעם פּרנס־חדש פון הערשעלס שטאָט האָט שטארק ליעב געהאט צו עסען גריבעס, און כאָטש דאָס פלעגט איהר פארשאטען און זי פלעגט אלע מאָל קראנק ווערען, דאָך האָט זי זיך ניט געקאָנט אָפּגעוואוינען פון דעם זיסען מאכל. איהר מאן האָט דערפון געהאט גרויסע יסורים, ווייל ער האָט שטארק ליעב געהאט דאָס ווייב. ער האָט הערשלען דערצעהלט זיינע צרות, און הערשעל האָט זיך אונטערגענומען אָפּגעוואוינען דאָס ווייב פון די גריבעס, און אָט וואס ער האָט געטאָן.
דאָס ווייב פון פּרנס־חדש האָט שרעקליך ניט געקענט קוקען אויף שווארצע טאראקאנעס. הערשעל האָט דאס געוואוסט, און האָט עס באנוצט פאר א מיטעל אויסצופיהרען זיין פּלאן. ער האָט געקויפט אין מארק ווייסע גריבעס, האָט זיי צושפּאלטען און אָנגעפילט זיי מיט א סך לעבעדיגע טאראקאנעס און נאָכדעם, ווי ער האָט צוריק גאנץ געמאכט די גריבעס, האָט ער עס אונטערגעטראָגען פאר א משלוח מנות צום ווייב פון דעם פּרנס־חדש. דאָס ווייב האָט גערן צוגענומען ביי איהם די טייערע מתנה און האָט געהייסען איהר קעכען זי זאל זיי ארייננעהמען אין קיך און אָפּבראָטען זיי.
הערשעל האָט זיך אונטערגעכאפּט, ער וועט זיי אליין אריינטראָגען אין קיך. ער האָט געוואָלט אכטונג געבען אויף דער קעכין, זי זאל ניט ענטדעקען זיין כיטרען איינפאל.
באַלד זיינען די גריבעס פארטיג געוואָרען און הערשעל איז צוריק אריינגעגאנגען אין שטוב. די בעל הבית׳טע האָט מכבד געווען הערשלען מיט א פולען טעלער מיט גריבעס. הערשעל האָט זיך ניט אָפּגעזאָגט פון דעם כבוד און די בעל־הבית׳טע האָט דערווייל שוין אויפגעגעסען עטליכע גריבעס.
פּלוצים הויבט זיך אָן הערשעל צו קרימען, כאפּט אויס ביי דער בעל־הבית׳טע די גריבעס און נאָכדעם ווי ער האָט אוועקגעוואָרפען זיין טעלער מיט גריבעס, לויפט ער ארויס פון דעם טיש און הייבט אָן צו שרייען:
— מען האָט מיך אָפּגענארט! אָפּגענארט! טאראקאנעס! טאראקאנעס!
די בעל־הבית׳טע איז אויפגעשטאַנען פון איהר אָרט, האָט גענומען באטראכטען די רויע גריבעס; זי האָט אויפגעשפּאָלטען איינע פון זיי, איז ארויסגעקראָכען א לעבעדיגער שווארצער טאראקאן; דעם צווייטען, דעם דריטען — אויך די אייגענע מעשה! די בעל־הבית׳טע איז חלשות געפאלען און פון דעמאָלט ↰ 22 אָן האָט זי שוין מעהר ניט געקאָנט קוקען אויף די גריבעס.
הערשעל האָט אפילו געלייזט שעהנע עטליכע שטעקענס אויף זיין פּלייצע פון דעם פּרנס־חדש פאר די שרעק וואס ער האָט פארשאפט זיין ווייב. נאָכדעם אבער האָט ער איהם איבערגעבעטען, און דער פּרנס האָט איהם אוועקגעשענקט זיין שבת׳דיגע קאפּאָטע.
ווי ביי הערשלען אין הויז איז געמאָלט
[רעדאַקטירן]איינמאָל איז הערשעל אריין צו א גביר אין א הויז. דער גביר האָט איהם אַרומגעפיהרט ווייזען זיין דירה, ווי אומעטום איז געווען זעהר שעהן אויסגעמאָלט. דער גביר האָט געפרעגט הערשלען, ווי געפעהלט איהם די דירה.
— איך וועל אייך זאָגען, — ענטפערט הערשעל דעם גביר — ביי אייך איז טאקע שעהן אויסגעמאָלט, נאָר ביי מיר איז שעהנער געמאָלט.
— וואָס? — האָט זיך דער גביר געכאפּט מיט כעס — די גאַנצע וועלט ווייס, אז דו ביזט א שלעפּער, זאָגסט דו, אז דיין דירה איז שעהנער פון מיינע?
ענטפערט איהם הערשעל:
— איך האָב אייך קיין ליגען ניט געזאָגט. ביי אייך איז די הויז שעהן געמאָלט, אבער ביי מיר איז נאָך שעהנער געמאָלט, אז איך האָב קיין ברויט אויך ניט אין הויז.
דער גביר האָט זיך צולאכט און איהם געגעבען אַ שעהנע נדבה.
אַז ביי זיי איז ראש־חודש, איז ביי איהם יום טוב
[רעדאַקטירן]הערשעל איז איינמאָל געפאָהרען מיט חסידים אויף א חתונה. די חסידים זיינען געווען זעהר פרעהליך. מען איז געקומען אין א קרעטשמע, האָבען די חסידים געמאכט אַ מנין און געשטעלט הערשלען פאר׳ן עמוד. אז ס׳איז געקומען צו חזרת הש״ץ ביי רצה, האָבען זיי געגעבען אַ קלאפּ אין טיש, הערשעל זאָל זאָגען יעלה ויבוא. הערשעל האָט אפילו געוואוסט, אז יענער טאָג איז געווען גאָר ערב ראש חדש, ניט ראש חדש, נאָר אז די חסידים הייסען זאָגען, האָט ער געטראכט אפשר האָט ער געהאט אַ טעות. אבער נאָך שמונה עשרה האָבען זיך די חסידים פון איהם צולאכט און געזאָגט: „אָט האָבען מיר אָפּגענאַרט הערשלען“.
האָט זיי הערשעל געענטפערט: „עס וועט אייך טייער קאָסטען“.
זיי זיינען אוועקגעפאָהרען. הערשעל האָט געוואוסט, אז ווייטער מיט א פּאָר מייל איז פאראן נאָך א קרעטשמע און אז דער בעל־עגלה וועט זיך דאָרט אויך אָפּשטעלען אַ וויילע, געבען די פערד אביסעל היי. זאָגט הערשעל צו די חסידים:
— איהר ווייסט, איך וויל זיך אביסעל דורכגעהן און איהר וועט מיר אָניאָגען.
ער איז אוועק גיך און געקומען צו דער קרעטשמע. ער האָט אָפּגערופען דעם בעל־הבית פון קרעטשמע אָן א זייט און צו איהם געזאָגט:
— איהר זאָלט וויסען, אז ר׳ בער, דער בעל־עגלה, פאָהרט מיט זיבען פּארשוינען, אלע נגידים, אויף א חתונה. זיי האָבען מיך געשיקט פארויס אייך אָנזאָגען, אז זיי וועלען ביי אייך נעכטיגען, און זיי בעטען אייך איהר זאָלט אָנגרייטען גוטע ↰ 24 פיש, גוטע פליישען און געבראָטנס מיט וויין, עס זאל אלעס זיין כיד המלך. וועגען געלט וועט מען זיך מיט אייך ניט דינגען.
דער בעל־הבית האָט גלייך גענומען טאָן ווי הערשעל האָט איהם געזאָגט. די ווייב האָט זיך געשטעלט קאָכען און אלעס צוגרייטען אין הויז. הערשעל אליין איז ארויס פון קרעטשמע און אוועק אנטקעגען די אורחים.
ניט ווייט פון קרעטשמע האָט הערשעל באגעגענט די פוהר און האָט זיי דערצעהלט א גאנצע מעשה:
— דער בעל־הבית פון קרעטשמע מאכט אַ סעודה. שוין דריי טעג, אז מען הוליעט דאָרט און ווער עס פאָהרט נאָר אַדורך, לאָזט ער ניט אַוועק. מען גיט עסען און טרינקען און מען נעמט ניט אַ גראָשען באצאָלט. נאָר־וואָס איז פון קרעטשמע אוועקגעפאָהרען אַ בויד מיט פּארשוינען, און מען האָט ביי זיי אַ קאָפּיקע ניט גענומען, ניט פאר׳ן עסען און ניט פאר׳ן טרינקען. אין שטוב איז דאָרט צוגעקליבען און דער טיש איז גרייט פאר יעדערען.
זיי זיינען צוגעפאָהרען צום קרעטשמע און געזעהן, אז הערשעל האָט געזאָגט אמת. דער טיש אין הויז איז געווען גרייט. חברה חסידים האָט ניט געמאכט קיין שאלות און זיך געזעצט עסען און קעהרען די כוסות. דער בעל־הבית האָט זיי דערלאנגט דאָס בעסטע און זיי געפרעגט צי זיינען זיי צופרידען פון דעם וויין, ווייל ער האָט אין קעלער בעסערע.
זיי האָבען אזוי פארבראכט פרעהליך ביז שפּעט אין דער נאכט. אינמיטען נאכט איז אריין דער בעל־עגלה און געזאָגט, אז דער פערד איז געשפּאנט. זיי מוזען פאָהרען, ווייל זיי וועלען פארשפּעטיגען די חתונה.
אַז הערשעל האָט דערהערט פאָהרען, האָט ער געמאכט ויברח. אז זיי האָבען זיך געזעצט אויפ׳ן פוהר, האָט זיי דער ↰ 25 בעל־הבית דערלאנגט אַ חשבון אויף פופציג רובעל. האָבען די חסידים זיך געכאפּט ביים קאָפּ און אָנגעהויבען שרייען:
— אז איהר מאכט אַ סעודה, וואס איהר זייט ניצול געוואָרען פון גזלנים, בעט איהר ביי אונז געלט? מיר האָבען דאָך אייך ניט געבעטען?
האָט דער בעל־הבית געענטפערט:
— איך, א סעודה, ווער האָט דאָס אויסגעטראכט? איהר האָט דאָך געשיקט הערשלען, איך זאָל אלעס צוגרייטען?
באַלד זיינען זיי געוואָהר געוואָרען, אז הערשעל האָט ביידען אָפּגענארט. האָבען די חסידים געמוזט באצאָלען און זיינען אוועקגעפאָהרען מיט א כעס, אז ווי זיי וועלען נאָר כאפּען הערשלען, וועלען זיי איהם געבען זיין פּסק.
אויף דער חתונה האָבען זיי געטראָפען הערשלען, זיינען זיי ארויפגעפאלען אויף איהם מיט קולות, וואס האָט ער געהאט צו זיי, פארוואס האָט ער זיי דאָס אָפּגעטאָן.
האָט זיי הערשעל געענטפערט:
— אז איהר האָט מיר געמאכט אַ ראש חדש, האָב איך אייך געמאכט א יום טוב.
ווי אזוי הערשעל מאַכט חתונה אן אָרעמע בתולה
[רעדאַקטירן]אום עשרה בטבת האָט זיך אמאָל פארגלוסט הערשלען ניט צו פאסטען. ער איז אריינגעגאנגען אין א שענק און האָט גענומען אביסעל בראנפען און האָט פארביסען מיט א בייגעל. אויף זיין אומגליק איז מען דעמאָלט אומגעגאנגען זוכען חטאים אין שטאָט, ווייל א געווינערין איז שווער געגאנגען צו קינד. ↰ 26 האָט מען געכאפּט הערשלען אין שענק און מען האָט איהם געשלעפּט צום רב.
— ווי אזוי עסט עס א איד אין א תענית? — פרעגט איהם דער רב.
— זאָגט מיר, רבי, — ענטפערט הערשעל, — א שטייגער, ווען איך זאָל געבען טויזענט רובעל אן אָרעמע בתולה זי זאָל קענען חתונה האָבען, וואָלט איך מעגען עסען?
— יא, — זאָגט דער רב, — נאָר ווי אזוי קען דאָס געשעהן?
— איך בין געגאנגען צום טייך, — ענטפערט הערשעל — זיינען געשטאַנען צוויי מיידלעך און האָבען געוואשען וועש. הער איך ווי איינע זאָגט: „איך גלויב, אז היינט פאסט ביי אונז די גאנצע שטאָט“. ענטפערט די אנדערע: „פון דעסטוועגען וואָלט איך געוואָלט האָבען אזוי פיעל טויזענטער וויפיעל מענשען עס וועלען היינט ניט פאסטען“. נו, האָב איך דערפאר אויך ניט געפאסט, כדי דאס מיידעל זאל האָבען מיט טויזענט רובעל מעהר.
דער רב מיט די מענשען האָבען זיך צולאכט און הערשעל איז זיך אוועקגעגאנגען.
אין בית המדרש
[רעדאַקטירן]אין די גרויסע ווינטערדיגע נעכט פלעגט הערשעל ליעב האָבען צו זיצען אין בית־המדרש ביי דער ווארעמער הרובע מיט אַ חברה בטלנים און עוסק זיין אין שאלות־ותשובות.
מען פרעגט הערשלען:
— וואָס האָסטו בעסער ליעב: אַ רייכען ברית אָדער אַ רייכע לויה?
— אַ רייכען ברית. — ענטפערט הערשעל.
— פארוואס איז עס?
— ווייל פון דעם רייכען ברית וועט שפּעטער ווערען א רייכע לויה.
פרעגט מען ווייטער הערשלען:
— וואָס ווילסטו בעסער: א שיסעל באָרשט, צי צוויי שיסלען רויהע בוריקעס?
— צוויי שיסלען רויהע בוריקעס. — ענטפערט הערשעל.
— וואָס קענסטו דען טאָן מיט זיי?
— פון זיי קען איך האָבען א וואוילע שיסעל באָרשט און זאָל נאָך פארבייסען מיט די בוריקעס.
מען פרעגט ווייטער הערשלען:
— ווער איז געווען דער ערשטער אפּטייקער אין דער וועלט?
— די ציג, — עגטפערט הערשעל, — ווייל זי האָט אויפגעזוכט קרייטער און געמאכט פּילען.
מען פרעגט ווייטער הערשלען:
— וואָס איז נוצליכער אויף דער וועלט: די זון צי די לבנה?
— אודאי די לבנה — ענטפערט הערשעל — וואָרים די זון שיינט דאָך נאָר בייטאָג, ווען עס איז אָהן דעם אזוי אויך גענוג ליכטיג.
— פאר וואס האָט מען אדם הראשון ארויסגעטריבען פונ׳ם גען עדן?
— מסתמא האָט ער ניט געצאָהלט קיין דירה־געלט.
— פאר וואס קומט ניט משיח אזוי לאנג?
— כדי דער יין המשומר זאָל אלט ווערען, וועט ער בעסער זיין צום טרינקען.
— קאן זיין אויף דער וועלט א צווייטער מבול?
— ער איז שוין פון לאנג דאָ, — ענטפערט הערשעל, — ווען נח איז לעבען געבליבען פון דעם ערשטען מבול, האָט ער ↰ 28 געפלאַנצט א וויינגאָרטען און האָט אויסגעטראכט דעם וויין. איז אָט פון דעם דאָזיגען מבול פון וויין זיינען שוין א סך מעהר מענשען אומגעקומען ווי פון דעם ערשטען מבול.
— וואָס איז דאָס ערגסטע אין דער תולדות הטבע (נאַטור געשיכטע)?
— וואָנצען מיט צוויי־פיסיגע עזלען.
— וואָס וואָלסטו טאָן, הערשעל, ווען דו זאָלסט פּלוצים רייך ווערען?
— איך וואָלט אָנשטאָפּען די אלע לעכער פון מיינע קליידער מיט אסיגנאציעס.
— פון וועלכער צייט האָבען די מענשען אָנגעהויבען צו שטארבען?
— זינט די מענער האָבען אָנגעהויבען צו פאָלגען די ווייבער.
— וואָס איז דער חלוק פון א חסיד ביז א מתנגד?
— דער חסיד זאָגט, אז דער רבי איז א צדיק און דער מתנגד זאָגט, א צדיק איז גאָט.
— וועלכע נאציע איז די חשוב׳סטע אין דער וועלט?
— די אסיג־נאַציע.
— ווי קומט עס וואָס פון ראש חודש אלול הויבט שוין אָן קיהל צו ווערען?
— מחמת מען בלאָזט שופר דעם גאַנצען חודש, איז די ווינטען וואָס געהען ארויס פון די שופרות קיהלען אָפּ דעם הייסען אוויר, ווערט קאַלט.
— פאר וואס פאלט א שכור פון די פיס און ניט פונ׳ם קאָפּ?
— ווייל עס שטעהט: שקר אין לו רגלים און שקר מיט „שכור“ גלייכט זיך כמעט אויס ביים רעדען.
— נאָך וואס טויגען דעם מענשען די אויערען?
— כדי דאָס היטעל זאָל ניט אראָפּפאלען איבער די אויגען.
— עס איז אמת, הערשעל, מען זאָגט אז אָפט שלאָגסטו דיין ווייב מיט׳ן שטעקען און זי דיך מיט דער קאטשערע?
— עט! — ענטפערט הערשעל — עס טרעפט ביי אונז אַמאָל פארקעהרט אויך...
הערשעל עסט פאר זיין געלט
[רעדאַקטירן]הערשעל קומט אמאָל אין א קרעטשמע הונגעריג ווי א וואָלף און פרעגט דעם קרעטשמער אויב מען גיט דאָ אומזיסט עסען.
— ניין, — ענטפערט דער קרעטשמער — דאָ עסט איטליכער פאר זיין געלט.
— זייט עדות ליעבע אידען, — ווענדעט זיך הערשעל צו די איבעריגע אורחים פון קרעטשמע. — דער קרעטשמער זאָגט מיר צו, אז נאָר פאר מיין געלט קאָן איך דאָ עסען. נו, בעל־הבית! — זאָגט הערשעל צום בעל־הבית — גיט נאָר אהער אביסעל בראנפען מיט א גוטען באָרשט מיט קאשע.
דער קרעטשמער האָט איהם דערלאנגט וואס ער האָט געהייסען.
הערשעל האָט אריינגעשטעלט דעם באָרשט מיט קאשע, האָט נאָכדעם זיך געהייסען דערלאנגען אַ שטיקעל גענזענס, נאָכדעם האָט ער זיך געהייסען מאכען וואַרעניקעס און האָט פארטרונקען מיט א גוט גלעזעל וויין. אז ער האָט געענדיגט עסען, נעהמט הערשעל ארויס א גרויסען פּיאטאק (8 גראָשען) פון זיין קעשענע און דערלאנגט עס דעם קרעטשמער.
— וואָס גיט איהר מיר עפּעס א פּיאטאק? — פרעגט דער קרעטשמער.
— דאָס באצאָהל איך אייך — זאָגט הערשעל — פאר דעם בראָנפען, פאר דעם באָרשט מיט קאשע, פאר דעם גענזענס, פאר די ווארעניקעס און פאר דעם וויין.
— וואָס זשע איהר מאכט חוזק פון מיר? דאָס איז דאָך אַ פּיאטאק?!
— איך ווייס אויך וואָס דאָס איז, — ענטפערט הערשעל, — נאָר איהר אליין האָט דאָך פאר עדות מיר געזאָגט, אז דאָ עסט איטליכער פאר זיין געלט און איך שווער אייך ביי מיין הן, אז מעהר ווי דעם פּיאטאק מיין אייגענס האָב איך ניט. אַ גוטען טאָג!
און ער איז אוועקגעגאנגען.
הערשעלס אַ נס
[רעדאַקטירן]איינמאָל איז הערשעל געקומען אין קלויז צו די חסידים און געזאָגט, אז ער דארף בענשען גומל, עס האָט איהם געטראָפען אַ נס, ער איז ניצול געוואָרען פון טויט.
חברה האָבען אבער גוט געקאָנט הערשלען און גלייך פארשטאַנען, אז ער מיינט דערמיט אַ וואונדערליכע שטוקע. האָבען זיי איהם גלייך געפרעגט:
— דערצעהל אונז, הערשעל, וואָס האָט עס דיר געטראָפען?
ענטפערט זיי הערשעל:
— איך וועל אייך דערצעהלען, איך בין געגאנגען איבער אַ בריק אויף א טייך, האָב איך געהערט שטארק קלאפּען, איך גיב אַ קוק אויף דעם וואסער, איך זעה ווי מיין וועשערין קלאפּט מיינע העמדער, היינט ווען איך וואָלט געווען אין העמד, וואָלט דאָך פון מיר קיין זכר ניט פארבליבען.
ויש לישב בדוחק
[רעדאַקטירן]הערשעל קומט אריין אמאָל צום גוטען אידען ר׳ ברוך׳ל און זאָגט צו איהם:
— רבי, פארענטפערט מיר אַ תוספות.
— נו, פרעג, לאָז מען הערען.
— מיר איז קשה — זאָגט הערשעל — ואם תאמר, מה נאכל? וואָס טוט מען, אז ס׳איז ניטאָ וואָס צו עסען?
ר׳ ברוכ׳ל האָט פארשטאַנען זיין כונה און האָט איהם געגעבען עטליכע קאָפּיקעס. עס זיינען אבער ניט אריבער קיין עטליכע שעה ווי הערשעל איז ווידער געקומען צום רבי׳ן און געפרעגט די זעלבע קשיה „מה נאכל“. פרעגט איהם דער רבי:
— איך האָב דאָך דיר שוין איינמאָל פארענטפערט די קשיה, וואָס ביזטו ווידער געקומען מיר דאס פרעגען?
— פארשטעהט איהר מיך, רבי לעב — זאָגט הערשעל — אז איך בין געקומען אהיים און האָב גענומען צוקייען אייער תירוץ, איז מיר פון איהם גאר ניט געבליבען, דעריבער בין איך געקומען צו אייך נאָך א נייעם תירוץ.
— גוט, — זאָגט ר׳ ברוך׳ל — ויש לישב בדוחק, איך קען דיר ענטפערען דערויף, אז ווען ס׳איז ניטאָ וואָס צו עסען, לעבט מען אין דחקות.
הערשעל גיט אַ סגולה
[רעדאַקטירן]דער רבי, ר׳ ברוכ׳ל, איז אמאָל אוועקגעגאנגען און זיך פארזאמט. דערווייל זעהט הערשעל דורכ׳ן פענסטער ווי אַ אידענע לויפט און שרייט: „פריהער גאָט דערנאָך דער רבי קען ראטעווען מיין קינד“. האָט הערשעל גיך געכאפּט און אָנגעטאָן דעם רבינ׳ס שטריימעל מיט׳ן כאלאט, גענומען א ספר אין האנט און זיך אוועקגעזעצט אויף דעם רבי׳ס אָרט.
די אידענע איז אריינגעלאָפען פארוויינט, און זיך געווענדעט צו הערשלען:
— רבי, ראטעוועט מיין טאָכטער, זי געהט שוין צוויי טעג צו קינד.
הערשעל האָט זיך קיין סך ניט געלאָזט טענה׳ן. ער האָט ארויסגענומען א מטבע פון קעשענע, געגעבען דער אידענע, און דאָס געהייסען צולעגען דער טאָכטער צום נאָפּעל, וועט זי באלד מוליד זיין.
מיט א טאָג שפּעטער, איז געקומען די אידענע און געבראכט דעם רבי׳ן א פּדיון, אַ פּאָר היהנער און איהם געדאנקט פאר דער סגולה, וועלכע האָט טאקע געהאָלפען דער טאָכטער.
דער רבי האָט ניט געוואוסט פון וואס צו זאָגען, אבער ער האָט געמאכט א שווייג און צוגענומען דעם פּדיון.
שפּעטער, אז די אידענע איז ארויס, האָט ער זיך געווענדעט צו הערשלען:
— הערשעל, — האָט געזאָגט דער רבי ר׳ ברוכ׳ל — איך פארשטעה גוט, אז ס׳איז עפּעס דיינער א שפּיצעל אין דעם. זאָג מיר נאָר, וואס פאר א סגולה האָסטו דאס געגעבען דער אידענע, וואָס האָט איהר אזוי געהאָלפען?
— איך האָב איהר געגעבען א מטבע — האָט הערשעל געענטפערט — זי זאָל דאס צולייגען צום נאָפּעל, ווייל נאָך א מטבע לויפט יעדער אָרעמאן, האָב איך פארשטאַנען, אז דאָס קינד וועט אויך גלייך נאָך דעם ארויסלויפען.
ווי אזוי הערשעל זאָגט אָן דעם רבי׳ן
[רעדאַקטירן]איינמאָל, ערב פּסח אינדערפריה, ס׳איז שוין געווען צייט צו פארברענגען דעם חמץ, אבער דער רבי, ר׳ ברוכ׳ל, האָט זיך זעהר פארטראכט וועגען די אָרימעלייט, ווייל ס׳איז געווען זעהר וועניג מעות חטים, און ער האָט זיך ניט געשטעלט דאוונען. די ↰ 33 חסידים האָבען ניט געהאט די עזות איהם צו דערמאנען.
דערווייל איז אָנגעקומען הערשעל, האָבען זיי איהם דערצעהלט, אז דער רבי האָט זיך פאר׳דבק׳עט און האָט נאָך ניט געדאווענט, און ס׳איז שוין אזוי שפּעט.
האָט זיי הערשעל געזאָגט, אז ער וועט עס מאכען רעכט.
ער איז אריין צום רבי׳ן און געזאָגט:
— רבי, איך האָב איבערגעלעגט דעם קאסטען און האָב געפונען די כתובה פאר׳חתמ׳עט מיט זויערטייג, איז ביי מיר א שאלה, צי מעג איך וואוינען מיט מיין ווייב, אָדער ניט? אויב ניט, בלייב איך אָהן א מלכה אויף פּסח, און ס׳איז שוין אזוי שפּעט, אז ס׳איז שוין צייט צו פארברענען דעם חמץ און ווער רעדט דאוונען געוויס.
דאמאָלסט האָט זיך ר׳ ברוכ׳ל גלייך געכאפּט, אז עס איז שפּעט.
הערשעל נעמט האנט־געלט ביי חברה קדישה
[רעדאַקטירן]איינמאָל, ערב פּסח, איז הערשעל אוועק צו חברה קדישה און האָט פאר זיי אָנגעהויבען וויינען, אז די ווייב איז איהם געשטאָרבען און ער האָט ניט אויף תכריכים.
חברה־קדישה האָבען איהם געגעבען א פּאָר רובעל ער זאל נעהען תכריכים און איהם צוגעזאָגט, אז אין צוויי שעה ארום וועלען זיי קומען איהר נעמען.
הערשעל האָט צוגענומען די געלט און האָט געקויפט מצות.
אין א פּאָר שעה ארום זיינען געקומען די חברה־קדישה צו הערשלען אין הויז נעמען דער ווייב, ערשט זיי זעהן, זי געהט אום און שמירט אויס די ווענט אויף פּסח.
— הערשעל — האָבען די חברה קדישה איהם געפרעגט — וואָס האָסטו אונז אָפּגענארט?
— איך האָב אייך גאָר ניט אָפּגענאַרט — האָט הערשעל זיי געענטפערט — איך האָב דאָס גענומען ביי אייך האנט־געלט, איך זאָג אייך צו אויף מיין וואָרט, אז זי איז אייערע און וועל זי שוין ערגעץ ניט אוועקפיהרען. אויב איהר האָט נאָך אַ פּאָר גילדען, קענט איהר מיר געבען האנט־געלט פאר מיר אויך, און איך וועל אויך זיין אייערער.
די יארמילקע
[רעדאַקטירן]ר׳ ברוכ׳לס גבאי האָט קיינמאָל ניט געלעבט בשלום מיט הערשלען. ער האָט איהם פיינט געהאט פאר זיינע שטעכווערטעלאך. איינמאָל, ארויסגעהענדיג פון די כלים איבער עפּעס א שטאָכוואָרט, זאָגט ער צו הערשלען: „וואַרט אויס, אז דו וועסט שטארבען, וועל איך דיר אפילו אין קבר אויך ניט לאָזען רוהען“.
אויף מאָרגען קומט הערשעל אריין צום רבי׳ן מיט א פארקנייטשטען פּנים.
— וואָס איז דיר, הערשעל? — פרעגט דער רבי ר׳ ברוכ׳ל — ביזט ניט געזונט?
— אָט וואָס מיר איז — ענטפערט הערשעל — איך קען ניט לעבען אָהן אייער יארמילקע, שענקט זי מיר אוועק.
— צו וואָס דארפסט דו מיין יארמילקע?
— אייער גבאי האָט מיך פארסטראשעט, אז אפילו אין קבר וועט ער מיך אויך ניט לאָזען רוהען, דארום וויל איך מיך לאָזען מקבר זיין מיט אייער יארמילקע פאר וועלכע ער ציטערט זעהר. (מיט דער יארמילקע פלעגט דער רבי אָפט פּאטשען זיין גבאי).
דער רבי האָט זיך צולאכט און האָט דערצעהלט הערשעלס בקשה צו אלע זיינע חסידים.
פון דאמאָלט אָן איז דער גבאי שלום געוואָרען מיט הערשלען.
ער טרעט ניט אויף די ערד פון הויף
[רעדאַקטירן]דער רבי ר׳ ברוכ׳ל האָט זיך אמאָל שטארק צובייזערט אויף הערשלען און האָט איהם פארזאָגט מיט א האַרבען וואָרט, ער זאָל מעהר ניט באטרעטען די ערד פון זיין הויף.
עס זיינען אוועק עטליכע טעג און הערשלען האָט מען מעהר ניט געזעהן און דעם רבי׳נס הויף. אָבער שפּעטער מיט א וואָך שטעהט דער רבי ביים פענסטער און קוקט ארויס אין הויף, ערשט ער זעהט הערשעל געהט דאָרט ארום. איז ער ארויסגעלאָפען און איהם געפרעגט:
— סטייטש, איך האָב דאָך דיר אָנגעזאָגט, אז דו זאָלסט מעהר ניט באטרעטען די ערד פון מיין הויף?
— שאט, רבי, — ענטפערט הערשעל — בייזערט אייך ניט, איך האָב מיר געקויפט אביסעל ארץ־ישראל־ערד ביי אַ ירושלמי און האָב עס אריינגעשאָטען אין מיינע שיך, טרעט איך אצינד ניט אויף די ערד פון אייער הויף, נאָר אויף די ארץ ישראל ערד. טאָמער ווילט איהר מיר ניט גלויבען, לייענט זשע איבער דעם שטר מכירה וואָס דער ירושלמי האָט מיר ארויסגעגעבען ווען ער האָט מיר פארקויפט זיין ערד.
הערשעל האָט ארויסגענומען פונ׳ם בוזעם אַ שטר מכירה און האָט עס דערלאנגט דעם רבי׳ן. דער רבי האָט עס איבערגעלייענט און האָט זיך שטארק צולאכט פון דעם איינפאל.
אַ פּאטש פאר א פּאטש
[רעדאַקטירן]איינער פון דעם רבי׳נס גבאים האָט געהאט זעהר א בייזע ווייב, וועלכע פלעגט אָפטמאָל אונטערפּאטשען דעם מאַן. איינמאָל זאָגט דער דאָזיגער גבאי אין א ווערטעל צו הערשלען:
— איך האָב געהערט, אז נעכטען ביינאכט האָט אויף דיר געגאָסען א רעגען פון דער פּאמוניצע, וואָס דיין ווייב האָט אויסגעגאָסען אויף דיין קאָפּ.
— דאָס איז אמת! — ענטפערט הערשעל — נאָר פריהער אָבער האָט זיך געהערט אַ דונער, וואָס דיין ווייב האָט געמאכט, ווען זי האָט אויסגעפּאטשט דיינע באקען און פון דעם דונער האָט זיך נאָכדעם גענומען דער רעגען.
אלע האָבען זיך צולאכט, און דער אונגליקליכער גבאי איז פאר בושה אנטלאָפען געוואָרען.
הערשעל קומט דורכ׳ן קוימען
[רעדאַקטירן]דער רבי ר׳ ברוכ׳ל איז איינמאָל אריינגעפאלען אין אַזאַ גרויסער מרה שחורה, אז ער האָט זיך פארמאכט אין זיין צימער און האָט קיינעם ניט געהייסען אריינקומען צו זיך, אפילו קיין עסען האָט ער זיך ניט געהייסען אריינטראָגען.
די רבי׳צין האָט געבעטען הערשלען, ער זאָל זעהן מיט עפּעס צו פארטרייבען פונ׳ם רבי׳ן די מרה־שחורה. נאָר וואָס קען מען דאָ טאָן, אז דער רבי האָט פארזאָגט קיינער זאָל ניט וואַגען צו איהם אריינקומען?
הערשעל האָט אבער געפונען אן עצה. אזוי ווי צום רבי׳ן אין שטיבעל האָט ער ניט געטאָרט אריינקומען, האָט ער זיך ↰ 37 אראָפּגעלאָזט אין קוימען, און פון דאָרט אין הרובע, וועלכע איז אריינגעגאנגען גלייך צום רבי׳ן אין שטיבעל.
אויסשמירענדיג זיך דאָס פּנים מיט סאזשע האָט הערשעל געזעהן, ווי דער רבי זיצט ביים טיש געגען דעם שפּיגעל, אָנגעשפּאַרט מיט ביידע הענט דעם קאָפּ, און דאָס איז אויסגעקומען פּונקט געגען דער הרובע. הערשעל האָט ארויסגעשטעלט זיין שווארצען פּנים, און דער רבי האָט פּלוצים דערזעהן אין שפּיגעל א פארשמירטע און פאר׳חושכ׳טע צורה. ער האָט אַ קוק געטאָן צו דער טיר, צו זעהן ווער איז עס אריינגעקומען צו איהם, נאָר הערשעל האָט זיך דערווייל באהאלטען אין דער הרובע. דער רבי האָט זיך ווידער פארטיפט אין זיינע געדאנקען. אין עטליכע מינוט שפּעטער האָט זיך ווידער באוויזען אין שפּיגעל דאָס פארשמירטע פּנים. דער רבי האָט זיך ווידער אומגעקעהרט און הערשעל איז ווידער פארשוואונדען. דער רבי האָט אריינגערופען דעם גבאי און האָט איהם געהייסען אויסזוכען אין אלע ווינקעלעך. דער גבאי האָט געזוכט, נאָר ער האָט קיינעם ניט געפונען. דער גבאי איז ארויסגעגאנגען און דער רבי האָט זיך ווידער פארטיפט אין זיינע פארזאָרגטע געדאנקען.
פּלוצים דערזעהט ער ווי פון דעם קוימען פון דער הרובע קומט ארויס א שווארצע צורה פון אַ מענשען. מיינענדיג אז דאָס איז עפּעס א גנב, האָט דער רבי געכאפּט זיין שווערען שטעקען און צולויפענדיג מיט איהם צו דער הרובע, האָט ער אַ געשריי געטאָן:
— ארויס פון דאנען, אז ניט צושפּאלט איך דיר דאָרט דעם קאָפּ!
קיין אנטוואָרט איז ניט געקומען.
דאן האָט דער רבי אָנגעהויבען מיט כעס צו שלאָגען מיט דעם שטעקען אין קוימען און באלד דערויף האָט זיך געהערט פון ↰ 38 דעם קוימען אַ געבילעריי פון הינט און נאָכדעם אַ מיוקעריי פון קעץ. אויפ׳ן סוף איז הערשעל ארויסגעקראָכען פון דעם קוימען שוואַרץ ווי א רוח און האָט איבערגעבעטען דעם רבי׳ן און געזאָגט צו איהם:
— זייט מיר מוחל, רבי, וואס איך האָב אייך אביסעל דאקוטשעט. וואָס זשע דען האָב איך געזאָלט טאָן: אז צו אייך אין שטוב האָב איך ניט געטאָרט אריינקומען, האָב איך מיר געפונען אַן אָרט דורך דעם קוימען.
— וואו זשע ביזטו געווען די גאנצע צייט, ווען איך האָב געשלאָגען מיט דעם שטעקען אין קוימען?
— שומר פּתאים ד׳, שטעהט אין תהלים — האָט הערשעל געענטפערט — איך בין די גאנצע צייט געשלאָפען אין קוימען.
און דאָ האָט הערשעל גענומען גענעצען און אויסציהען זיך, פּונקט ווי ער איז ערשט פון דעם שלאָף אויפגעשטאַנען. דאָס איז אויסגעקומען אזוי קאָמיש, אז דער רבי האָט זיך געמוזט צולאכען. ער האָט אריינגערופען די רבי׳צין און ווייזענדיג איהר אויף הערשלען האָבען זיי ביידע לאנג געלאַכט.
די קאפּאָטע
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט אמאָל אומגערען פארפלעקט א אידען זיין נייע קאַפּאָטע. האָט יענער איהם געשלעפּט צום רב. דער רב האָט גע׳פּסק׳נט, אז הערשעל זאָל דעם אידען באצאָהלען דריי רובעל פאר דער קאפּאָטע. הערשעל האָט גראדע ביי זיך געהאט געלט, נעהמט ער ארויס דריי רובעל און באצאָהלט. דער איד איז געווען זעהר צופרידען און וויל שוין אוועקגעהן, נאָר הערשעל לאָזט איהם ניט געהן.
— שטעה, — זאָגט ער, — איך האָב דאָך דיר באצאָהלט פאר דער גאנצער קאפּאָטע, איז זי דאָך שוין מיינע, נעהם זי פון דיר אראָפּ און גיב עס מיר.
— קום מיט מיר אהיים, — זאָגט יענער, — וועל איך זי דיר געבען.
— געה! — שרייט הערשעל, — איך וויל דיר ניט לאָזען געהן מעהר אין מיין קאפּאָטע, שוין טו זי אויס און גיב מיר זי אָפּ!
דער איד פּרואווט זיך בעטען ביי איהם: סטייטש, ווי אזוי געהט מען עס אין גאַס אָהן א קאפּאָטע? דערצו טראָגט ער נאָך תחתונים אָהן הויזען.
נאָר הערשעל וויל ניט נאָכגעבען. דער איד האָט זיך געמוזט אָפּזאָגען פון די דריי רובעל, און דאס האָט טאקע הערשעל געמיינט.
הערשעל פסקנ׳ט שאלות
[רעדאַקטירן]א.
[רעדאַקטירן]הערשעל קומט אמאָל אריין צום רב אין שטוב, טרעפט ער איהם שלאָפען אין דעם צווייטען חדר און אין דעם ערשטען חדר איז אויף דער קאנאפּע געלעגען דעם רב׳ס כאלאט מיט דער יארמילקע. הערשעל טראכט ניט לאנג און טוט זיך אָן אין דעם רב׳ס קליידער, זעצט זיך ביים טיש און פארטיעפט זיך אין אַ ספר...
עס עפענט זיך די טיהר, און עס קומט אריין אַ בעל־עגלה מיט דער בייטש אין דער האנט און ווענדעט זיך צו איהם:
— רבי! אז איך האָב שבת אָפּגעזאָגט גאנץ תהלים, האָב איך נאָך געדארפט זאָגען ברכי נפשי אויך?
— בארעכען זיך נאָר, — ענטפערט הערשעל דער פארשטעלטער רב, — דו ביזט שוין, דאַכט זיך, דרייסיג יאהר א בעל־עגלה און דו ביזט נאָך אלץ א פריץ! אז דו פיהרסט א שטייגער א גאנצען וואגען מיט סמאָלע, דארפסט דו דען ניט שמירען די רעדער?
ב.
[רעדאַקטירן]אַ אידענע קומט נאָכדעם אריין צו איהם מיט א הילצערנעם לעפעל אין דער האנט.
— רבי, — זאָגט זי, — אָט דער לעפעל איז א מילכיגער און איך האָב שיער ניט אויסגעמישט מיט איהם א פליישיגען באָרשט. איז שוין טריפה דער לעפעל צי ניין?
— אָבער האָסט נאָך ניט אויסגעמישט?
— ניין, איך האָב נאָר געוואָלט דאָס טאָן און האָב זיך פארכאפּט.
— דאָס ערשטע מאָל בין איך דיר מוחל — ענטפערט הערשעל — נאָר אז עס וועט זיך מיט דיר טרעפען נאָך אמאָל אַזאַ מעשה, וועל איך שוין טריפה מאכען דעם לעפעל מיט דעם עסען.
— ניין, ניין, רבי׳ניו! — שרייט דאָס ווייבעל, — איך וועל עס שוין מעהר ניט טאָן.
ג.
[רעדאַקטירן]אַ פארפלאמטער חסיד לויפט אריין אין שטוב און שרייט:
— רבי, געצעל דער חקרן לאכט פון אונזער רבין!
— טרייב איהם ארויס! — ענטפערט הערשעל.
— ער שטעהט דאָך אָבער אין דרויסען?
— נו, נעהם איהם אריין אין שטוב און טרייב איהם ארויס.
הערשעל דערצעהלט די וואונדער פון אויסלאנד
[רעדאַקטירן]ווען הערשעל איז א צייט ניט געווען אין אָסטראָפּאָליע און נאָכדעם האָט ער זיך ווידער באוויזען, האָט מען איהם געפרעגט, וואו איז ער דאס אזוי לאנג געווען?
— איך בין געווען העט ווייט אין אויסלאנד, אַזש אין לאָנדאָן. — ענטפערט הערשעל.
— אזוי? אין לאָנדאָן ביזטו געווען? — פרעגט איהם איבער חייקעל חקרן — זאָגט זשע מיר, איך בעט דיך, איז עס אמת וואָס מען דערצעהלט, אז אין לאָנדאָן איז שטענדיג טומאנען?
— אָט הער אויס וואס מיט מיר האָט זיך געטראָפען! — ענטפערט הערשעל — שבת בייטאָג געה איך מיר שפּאצירען אין די לאָנדאָנער גאסען און מיר איז שטארק פינסטער אין די אויגען פון די טומאנען, אז איך מוז טאפּען דעם וועג. דערווייל דארף איך זיך אָפּווישען די נאָז, נאָר פון גרויס פינסטערניש האָב איך נישט געקאָנט טרעפען צו מיין אייגענער נאָז און האָב א פרעמדען מענשען אָפּגעווישט דעם שטערן.
אַ ווייב איז ערגער פון צעהן הולטאיעס
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געקומען אין א שטאָט און געזאָגט א דרשה אין שוהל. ער האָט אין דער דרשה געוויזען א סך לומדות און איז דערהויבען געוואָרען אין אלעמענס אויגען. הערשעל האָט דאמאָלט אויך אויסגעזעהן זעהר יונג, האָט דער שדכן פון שטאָט געמיינט, אז ער איז נאָך א בחור און איהם גערעדט א שדוך.
הערשעל האָט געלאסען אויסגעהערט דעם שדכן און צו איהם געזאָגט:
— איהר זאָלט וויסען, איך וויל איהר זאָלט צו מיר דערנאָך קיין פּרעטענזיעס ניט האבען, און איך וועל אייך אלץ וועגען מיר, דעם גאנצען אמת, אויסזאָגען פריהער.
— לאָמיר נאָר הערען, — זאָגט דער שדכן — אפשר איז עס גאָר ניט אזוי שרעקליך.
— איהר זאָלט וויסען, — זאָגט הערשעל — אז איך האָב א ברודער א מופקר.
— דאָס מאכט ניט אויס, — ענטפערט דער שדכן קאלטבלוטיג — מיין שוועגערין איז אויך א מופקרת.
— איך האָב אויך צוויי אָנקעלס, זיינען זיי ביידע גרויסע הולטאיעס. — דערצעהלט אלץ הערשעל.
— מעהר קיין אומגליק זאל ניט זיין. — זאָגט דער שדכן.
— איהר זאָלט וויסען, אז אין מיין משפּחה זיינען פאראן ביז צעהן אזוינע הולטאיעס.
— טאָ וואס איז? — זאָגט דער שדכן — מען נעמט ארויס די קוה און מען פארברענט דעם שטאל.
— איך האָב אבער א ווייב אויך! — זאָגט הערשעל מיט דעם זעלבען טאָן.
— נו, דאָס טויג שוין ניט — ענטפערט דער שדכן — א ווייב איז ערגער פון צעהן הולטאיעס.
הערשעל אין מאַרק
[רעדאַקטירן]עס איז ווינטער, דער פראָסט ברעכט און א שניי שיט, ווי קליינע פעדערען, פון דעם גרויען הימעל. די קרעמערלעך לויפען אום אינדרויסען פאר זייערע קלייטלעך און קלאפּען א פוס אין א פוס און די ווייבער די קרעמערקעס און פיינע בריה׳ס זיצען ביי די טיהרען פון זייערע קראמען איבער די פייערטעפּ און עס רינט זיי פון די נעזער. אין גאס איז פּוסט, ניטאָ קיין קונים. הערשעל לויפענדיג אין בית המדרש אריין, איז דורכגעלאָפען פארביי די קרעמערקעס. א נייע קרעמערקע וועלכע האָט איהם ניט געקאָנט, מיינט אז ער איז א קונה און שטעלט איהם אָפּ:
— זייט זשע מוחל, פעטער, וואס קויפט איהר עפּעס?
הערשעל שטעלט זיך אָפּ, באטראכט די קרעמערקע, ווי עס רינט איהר פון דער נאָז און פרעגט איהר:
— וואָס האָט איהר צו פארקויפען?
— איך האָב אלצדינג, וואס נאָר איהר ווילט!
— נאָזטיכלאך האָט איהר אויך?
— אודאי! — ענטפערט די קרעמערקע מיט גרויסקייט.
— נעהמט זשע, זייט מוחל. אַ נאָזטיכעל און ווישט אייך אָפּ דעם נאָז.
געענטפערט אויפ׳ן שטעל
[רעדאַקטירן]הערשעל איז געגאנגען פארביי אַ קירזשנער, וועלכער איז געזעסען אָהן דעם היטעל אין קלייט. דער קירזשנער רופט איהם אריין און זאָגט:
— נו, הערשעל, זאָג א גלייך וואָרט ניט געטראכט, קריגסטו שוין אויף א טרונק בראָנפען פון מיר.
— אז איך בין געווען א קינד, — ענטפערט הערשעל, — האָב איך קיינמאָל ניט פארשטאַנען ווי עס איז מעגליך מען זאָל שטעהן ביי א וואסער און מען זאָל זיך ניט אָנטרינקען. היינט אבער זעה איך אז עס איז גאָר קיין וואונדער ניט: אָט זיצט איהר אין א פולע קלייט מיט היטלען און אליין געהט איהר אָהן אַ היטעל.
הערשעל דרייט זיך אויס
[רעדאַקטירן]הערשעל קומט אריין אמאָל אין בית המדרש אין וועג־קליידער מיט א טאָרבע אויף די פּלייצעס און מיט א גרויסען שטעקען אין דער האנט.
— וואָס באדייט עס, ר׳ הערשעל? וואוהין פאָהרט איהר עס? פרעגט מען איהם.
— איך פאָהר קיין אויסלאנד. — ענטפערט ער קורץ.
— אין אויסלאנד גאָר? איהר קענט דען די אויסלענדישע לשונות?
— נישט קשה, — ענטפערט הערשעל, — איך וועל זיך אַן עצה געבען: אשטייגער, אז איך וועל קומען צום טערק, איז ביז איך וועל מיך אויסלערנען זיין לשון, וועל איך זיך פאָרשטעלען פאר א שטומען.
איבער אַ קדיש
[רעדאַקטירן]הערשעל געהט אמאָל אין א ווינטער־אָווענט צום טייך, זעהט ער ווי איינער וויל זיך דערטרינקען. ער לויפט צו צו איהם און כאפּט איהם ביי דער האנט.
— שטעהט, ר׳ איד, וואָס ווילט איהר טאָהן? — פרעגט איהם הערשעל.
— איך וויל זיך אין טייך אריינוואַרפען.
— אין טייך גאָר? פארוואס?
— מיינע צרות זיינען זעהר גרויס: נישט גענוג וואס איך האָב א שלאק א ווייב, בין איך נאָך אָהן קינדער אויך געבליבען, און צו שטארבען אָהן א קדיש איז שוין גלייכער, אז איך זאָל זיך אין טייך אריינווארפען.
— איהר זענט נעבעך אודאי גערעכט — זאָגט הערשעל מיט א זיפץ — מען קאן גאָר אנדערש ניט זאָגען. נאָר ווען איהר זאָלט מיך וועלען פאָלגען, וואָלט איך אייך געראטען, אז איידער איהר ווארפט זיך אין טייך אריין, זאָלט איהר זיך פריהער אויסטאָן די מלבושים און ווען איך וועל נאָר דערזעהן דעם ערשטען פּוזיר אויף דעם וואסער, וועלכעס וועט זיין א סימן, אז איהר זייט שוין טויט, וועל איך זיך צונעהמען די קליידער פאר א זכרון און וועל נאָך אייך קדיש זאָגען.
דעם אידען איז געפעלען די עצה. ער האָט זיך אויסגעטאָן נאַקעט און איז אריינגעשפּרונגען אין טייך. הערשעל האָט אבער ניט געוואָלט ווארטען לאנג, ער האָט געכאפּט דאָס פּעקעל קליידער און האָט עס אריינגעטראָגען אין א נאָהענטען שיינק און האָט עס דאָרט פארזעצט פאר א גוטען ביסען. דער איד אבער, ווי ער האָט נאָר דערפיהלט די קאלטע וואסער אויף דעם נאקעטען לייב, האָט שוין חרטה געהאט אויף דער גאנצער מעשה. ער איז געשווינד ארויסגעשפּרונגען פון דעם טייך און ניט געפינענדיג מעהר זיינע קליידער, האָט ער געמאכט א גוואַלד. מען איז זיך באלד צונויפגעלאָפען אויף זיין געשריי. ער האָט איטלעכען דערצעהלט זיין געשיכטע. דער עולם האָט איהם באלד אריינגענומען אין דעם נאָהענטען שענק, וואו ער האָט נאָך אליין געמוזט אויסלייזען זיינע אייגענע מלבושים.
הערשעל געווינט
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט זיך פארוועט מיט חברה, אז איהם וועט געראָטען אויסצורייסען ביים קארגען גביר פון זיין שטאט א גאנצען קערבעל א נדבה. ער איז אריינגעגאנגען צום גביר אין שטוב און בעט ביי איהם א נדבה. דער גביר נעהמט אַרויס א גראָשען און גיט איהם.
— גיט זשע מיר שוין אייער בייטעלע אויך, אז איך זאָל האָבען וואו צו באהאלטען דעם גראָשען.
דער גביר זאָגט איהם מסתמא אָפּ.
— נו, גיט מיר כאָטש א שוועבעלע צו פאררויכערען אַ פּאַפּיראָס. — בעט איהם הערשעל.
דער גביר גיט איהם א שוועבעלע.
— אז איהר ווילט נאָר זיין אזוי גוט, — זאָגט הערשעל ווייטער, — גיט זשע מיר שוין א פּאַפּיראָס אויך.
דער גביר גיט איהם מיט כעס א וואָרף א פּאַפּיראָס גלייך אין שטערן.
— פאר דעם באליידיגונג, — זאָגט הערשעל — וואס איהר האָט מיר געוואָרפען דעם פּאַפּיראָס אין שטערן אריין, קאן איך אייך ניט מוחל זיין, אָדער בעט מיך איבער מיט א קערבעל, אָדער קומט מיט מיר צום רב.
— צי ביזטו משוגע? — שרייט דער גביר — וואָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט צו מיר?
— צום רב זאָלט איהר געהן מיט מיר! — שרייט הערשעל אויפ׳ן קול, און אויף דעם געשריי זיינען זיך מענשען צונויפגעלאָפען פון דער גאס — איהר האָט מיך מביש געשטעלט! איך קען דאס אייך ניט מוחל זיין, ניין, ניין, מיין שטערן וויל דאָס אויך ניט מוחל זיין!
דער גביר האָט זיך געשעמט פאר די פרעמדע מענשען, האָט ער געמוזט אַרויסנעהמען א רובעל און געבען הערשלען.
וואס פאר א לשון איז דאָ ביי די רויטע אידלעך
[רעדאַקטירן]אַמאָל אין א ווינטערנאכט, ווען הערשעל איז געזעסען מיט אַ סך בטלנים אין קלויז ביי דער הרובע, האָט זיך דער עולם שטארק מפּלפּל געווען וועגען דער פּאָליטיק פון דעם טערק מיט דער ענגלישער מלוכה, ביז מען איז געקומען צו די רויטע אידלעך וואָס זיצען פון יענער זייט סמבטיון. האָט מען זיך גענומען מתוכח זיין וועגען זעהר לשון, א טייל האָבען געזאָגט: לשון־קודש, אנדערע, תרגום לשון.
— איהר ווייסט ניט קיינער אויף ריכטיג. — האָט הערשעל זיך אריינגעמישט.
— און דו ווייסט, הערשעל? — האָט איינער פון זיי איהם א פרעג געטאָן אויף חוזק.
— יא, איך ווייס באשטימט!
— נו, אדרבה, זאָג וואָס פאר א לשון איז דאָ ביי די רויטע אידלעך?
— אַזאַ לשון ווי ביי אַלע. אַ רויטע. — האָט הערשעל געענטפערט.
אַלע האָבען זיך צולאכט פון דעם ענטפער.
(ווען דער לעזער וועט זיך דערמאנען, אז לשון איז אויך די טייטש א צונג, וועט ער פאַרשטעהען דעם וויץ).
הערשעל מאכט פרעהליך אַ פּריץ
[רעדאַקטירן]דער פּריץ, ביי וועמען הערשעל איז געווען חשוב, האָט זיך אמאָל צובייזערט אויף זיין ארענדאר און האָט איהם געהייסען אָפּלאָזען די ארענדע. דער ארענדאר האָט געבעטען הערשלען, ער זאָל איהם דאָ זעהן אַ טובה טאָן ביים פּריץ, איז הערשעל זונטאג אין דער פריה אוועקגעגאנגען צום איספּראווניק און האָט איהם געזאָגט, אז דער פּריץ האָט געהייסען ער זאל ביז אזייגער 12 צונויפזאמלען אלע מענשען פון דער שטאָט, וואָס האָבען ליסע קעפּ און זאל אויסשטעלען זיי אין צוויי שורות נעבען דער קירכע.
— צו וואָס דארף עט דאָס?
— ווער קאן וויסען וואס א פּריץ פארגלוסט זיך! — האָט הערשעל געענטפערט.
דער איספּראווניק האָט מיט גרויס מיה קוים אָפּגעזוכט 96 מענער מיט ליסע קעפּ און האָט זיי אויסגעשטעלט אין דרויסען נעבען דער קירכע.
פּונקט זייגער 12, ווען עס האָט זיך געענדיגט דאס געבעט אין דער קירכע, איז דער פּריץ פון דאָרט ארויסגעגאנגען. דער טאָג איז געוועזען א שעהנער, די זון האָט געשיינט. פּלוצים האָבען אלע 96 מענער אויף איינמאָל אראָפּגעכאפּט די היטלען פון די קעפּ און די זון האָט באלויכטען זייערע נאקעטע קעפּ.
— וואָס זאל דאָס באדייטען? — האָט דער פּריץ געפרעגט דעם איספּראווניק.
— אייער דורכלויכט! — האָט זיך פארענטפערט דער איספראווניק — האָט דאָך דאס באפוילען דורך הערשלען און איך האָב ריכטיג דערפילט אייער באפעהל.
דער פּריץ האָט זיך צולאכט אויף הערשעלס שטוקע.
אין דעם האָט זיך הערשעל באוויזען פאר דעם פּריץ.
— זייט מיר מוחל, פּאן! — האָט ער געזאָגט, — וואָס אין דער גאנצער שטאָט האָבען זיך נאָך געפונען 96 ליסע קעפּ, דען פון די איבעריגע קעפּ האָט נאָך ניט אוספּייעט די האָר אויסצוקריכען.
דער פּריץ האָט ווייטער געלאכט און הערשעל האָט באנוצט די אויפגעלעגטע צייט אויסצובעטען ביי דעם פּריץ ער זאל צוריק אָפּגעבען דעם ארענדאר זיין אַרענדע.
הערשעל ווערט אַ שדכן
[רעדאַקטירן]אַז הערשלען איז ניט געראָטען די דאָקטאָריי איז ער א שדכן נעוואָרען.
אמאָל קומט ער אריין צו אן אויפגעקומענעם גביר, וועלכער איז פריהער געווען א בעל עגלה און לעגט איהר פאָר א שדוך פאר זיין טאָכטער. דער גביר נאַטירליך האָט געוואָלט טאָן א גרויסען שדוך, ווי דער שטייגער איז פון די אויפגעקומענע גבירים, אָבער הערשעל האָט איהם גאָר פאָרגעלעגט א שדוך מיט א שוסטערס א זוהן.
— דו פּארך! — צובייזערט זיך אויף איהם דער גביר — ווי אזוי שטעלסטו זיך אונטער מיר פאָרצולעגען אזא שדוך? ארויס פון מיין שטוב!
הערשעל איז מיט רוגזה אוועקגעגאנגען פון איהם.
אין עטליכע וואָכען שפּעטער קומט ער ווידער צו איהם.
— שוין? ביזט ווידער געקומען — פרעגט איהם דער גביר מיט כעס — איך האָב דאָך דיר שוין איינמאָל ארויסגעטריבען פון דאנען!
— איך האָב אַצונד אַ גרויסאַרטיגען שדוך פאר אייך — ענטפערט הערשעל.
— מיט וועמען איז עס? — פרעגט נייגעריג דער גביר.
— מיט דעם האצעלער רב׳ס א זוהן.
— אָט דאָס איז א פיינער שדוך! האָט איהר שוין דאָרט גערעדט?
— אודאי האָב איך גערעדט.
— וואָס זשע האָט מען אייך געענטפערט?
— דאָס אייגענע וואָס איהר האָט מיר געענטפערט, ווען איך בין צו אייך געקומען דאָס ערשטע מאָל.
דער גביר איז פארשעהמט געוואָרען.
הערשעל ביי אַ גוסס
[רעדאַקטירן]מען האָט הערשלען אמאָל גערופען צו א קאַרגען גביר, וועלכער האָט שוין געהאלטען ביי דער גסיסה און הערשעל איז געקומען וידוי זאָגען מיט איהם. זעהט ער ווי דער חולה קרעכצט זעהר ביטער און לאָזט אלע מאָל ארויס שווערע זיפצען.
— וואָס קרעכצט איהר אזוי? — פרעגט איהם הערשעל — שטארבען מוז דאָך יעדער מענש און אייביג לעבט ניט קיינער.
— אַך, מיין ליעבער איד! — ענטפערט דער חולה — איך קרעכץ ניט דערויף וואס איך דארף שטארבען, נאָר מיר איז א גרויסער וועהטאָג וואס איך געה אין דער ערד אריין, אז מיין גאָלד און זילבער בלייבט דאָ איבער.
— גלויבט זשע מיר, — זאָגט הערשעל, — אז פאר אייער גאָלד און זילבער איז א סך גלייכער וואס עס בלייבט דאָ איבער, ווארעם דאָרט וואוהין איהר געהט באלד אוועק, איז אזוי שטארק הייס, אז דאָס געלט וואָלט באלד צושמאָלצען געוואָרען...
הערשעל דערלאנגט דעם נאָז
[רעדאַקטירן]הערשעל קומט אמאָל אריין אין קלויז מיט א צודראפּעטען נאָז. ער האָט זיך אין דער היים געקריגט מיט דער ווייב, האָט זי איהם מסתמא די נאָז צודראַפּעט.
— ווי קומט, הערשעל, — פרעגט מען איהם — וואָס דיין נאָז איז צודראַפּעט?
— איך האָב זיך אליין א ביס געטאָן אין דער נאָז. — ענטפערט ער.
— סטייטש! ווי אזוי האָסטו געקענט דערלאנגען?
— איך האָב מיך ארויפגעשטעלט אויף אַ בענקעל.
הערשעל פאר דעם טויט
[רעדאַקטירן]קיין מענש לעבט ניט אייביג. שטארבען מוז יעדער, אויף איטליכען קומט זיין צייט, און אויף אונזער הערשלען איז געקומען די צייט צו שטארבען.
ער ליגט אין בעט, וידוי האָט ער שוין לאנג אָפּגעזאָגט, יעצט ווארט ער נאָר אויף דעם מלאך־המות, ער זאָל ארויסנעהמען דעם חלף פון דער שייד און זאָל איהם קוילען. נעבען הערשלען זיצט דאָס ווייב און וויינט. צי וויינט זי דערפאר וואס ער שטאַרבט אצונד, אָדער ווייל ער איז שוין לאנג ניט געשטאָרבען, קען קיינער ניט וויסען.
פּלוצים רופט זיך אָפּ הערשעל צו זיין ווייב:
— מיין ליעב! טו מיר מיין בקשה אין דער לעצטער מינוט פון מיין לעבען, וואש זיך ארום און פּוץ זיך אויס אין דיינע יום־טוב׳דיגע קליידער.
די בקשה פון א גוסס איז הייליג ביי יעדען מענשען און הערשעלס ווייב האָט ניט איבערגערעדט דאָס אנדערע וואָרט און האָט תיכף ערפילט דעם מאנס בקשה.
ווי הערשעל האָט זי דערזעהן שעהן אויסגעפּוצט, נעהמט ער זי אָן ביי דער האנט און רופט זיך ווי צו אימיצען אָפּ: „נו, זאָג מלאך המות! איז דען מיין ווייב ניט שעהנער פון מיר? צו וואס זשע דארפסטו מיך? נעהם בעסער איהר צו!..“.
הערשעל ביי אַ קארגען גביר
[רעדאַקטירן]הערשלען איז אמאָל אויסגעקומען צו עסען שבת ביי א קארגען גביר, וועלכער האָט געמוזט נעהמען אן אורח צו זיך פּשוט פאר בושה, ווייל דער גבאי פון שול איז אליין צוגעשטאַנען צו איהם. מען דערלאנגט פיש, נעהמט דער גביר דאָס קלענסטע פישעל און גיט עס הערשלען אויף א טעלער און אליין מיט זיין פאַמיליע עסט ער די בעסטע פיש. הערשעל לעגט צו דעם אויער צום פיש.
— אנטקעגען וואס טוט איהר עס? — פרעגט איהם דער גביר.
— איך הער זיך צו, וואָס דאָס פישעל זאָגט מיר — ענטפערט הערשעל.
— וואָס זשע זאָגט עס אייך?
— עס דערצעהלט מיר, — ענטפערט הערשעל, — אז עס איז שוין זעהר לאנג פון טייך.
דער גביר שמייכעלט צו און גיט שוין הערשלען א גרעסער שטיקעל פיש.
מען דערלאנגט די יויך. דער גביר נעהמט זיך אַראָפּ אין א טעלער די אויבערשטע יויך און זאָגט דערביי א פּסוק: אדם קרוב לעצמו; נאָכדעם נעהמט ער אראָפּ פון דער שיסעל פאר דער ווייב און זאָגט ווידער א פּסוק: אהבתי את אשתי; נאָכדעם גיסט ער אָפּ יויך פאר די קינדער, און זאָגט ווידער א פּסוק: אהבתי את בני; אז אין שיסעל האָט זיך אָפּגעשטעלט נאָר אַביסעל אונטערשטע וואסער, גיט ער עס אוועק הערשלען און הייסט איהם אויך זאָגען א פּסוק. הערשעל שטעלט זיך אויף, נעהמט די שיסעל מיט ביידע הענט און זאָגענדיג אין דער הויך דעם פּסוק: וזרקתי עליכם מים טהורים, גיסט ער זיי אלע אָפּ און אנטלויפט.
הערשעל האָט שוין אַ האַלבען פּסח
[רעדאַקטירן]הערשעל איז געווען א גרויסער אָרימאן, אז עס איז געקומען ערב פּסח האָבען אלע געוואוסט, אז ער האָט ניט אפילו על מזון סעודה אחת. דאָך אז ס׳איז געקומען צו רייד מיט די חסידים, האָט ער זיך באריהמט, אז ער האָט שוין א האלבען פּסח פארטיג אין שטוב.
— דו ביזט א ליגנער — האָבען איהם די חסידים געזאָגט — מיר ווייסען דאָך, הערשעל, אז דו ביזט א גרויסער שלעפּער און האָסט גאָר ניט.
— ס׳איז אן אמת, — האָט זיי הערשעל געענטפערט, — אז איך האָב א האלבען פּסח, וואָרים פון וואס באשטעהט דער פּסח, פון אויסראמען דעם חמץ און ארייננעמען מצה. נו, האָב איך שוין דעם חמץ לאנג אויסגעראַמט און מצה וועט גאָט באַשערען.
אַ פאָטער פארשטעהט די קינדער אויפ׳ן וואונק
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געווען אין א קליין שטעטעל, איז ער געגאנגען אין קלויז דאוונען, זעהט ער ווי איינער געהט אום איבער׳ן קלויז און דאווענט, אָבער קיין ווערטער הערט מען ניט, נאָר ער מאכט בי, מי, כי, מי.
נאָך דעם דאוונען, ווען דער מענש איז ארויסגעגאנגען פון דעם קלויז, געהט איהם הערשעל נאָך און רופט איהם:
— ר׳ קרוב! ר׳ קרוב!
דער איד געהט צו איהם צו און פרעגט איהם וואס ער וויל?
— בי, מי, בי, מי! — ענטפערט איהם הערשעל.
דער איד בטלט איהם אויס אלע חלומות און געהט זיך אוועק. אונזער הערשעל רופט איהם אָבער נאָך אמאָל:
— ר׳ קרוב! ר׳ קרוב!
ווי יענער געהט ווידער צו איהם צו, זאָגט צו איהם הערשעל נאָך אמאָל:
— בי, מי, בי, מי!
— רעדט ווערטער, איך זאָל אייך פארשטעהען! — שרייט צו איהם דער איד.
— וואָס־זשע, — פרעגט הערשעל — איהר פארשטעהט מיך דען ניט?
— אודאי פארשטעה איך ניט אייער בי, מי, בי, מי!
— אויב אזוי, — זאָגט הערשעל, — אז איהר פאַרשטעהט ניט מיין מורקען, פאר וואָס־זשע ווילט איהר, אז גאָט זאל אייך יאָ פארשטעהן, ווען איהר מורקעט אָפּ דאָס גאנצע דאוונען מיט בי מי, אָהן ווערטער?
דער איד, וועלכער איז אבער אויך קיין נאַר ניט געווען, ענטפערט ער איהם באלד אויפ׳ן אָרט:
— קומט צו מיר אהיים, וועל איך אייך עפּעס ווייזען.
אַז זיי זיינען געקומען צום אידען אהיים, זיינען עטליכע קליינע קינדערלעך אנטקעגען געלאָפען דעם אידען, זעהר טאַטען, מיט א לשון:
— בי מי, בי מי!
— איהר פאַרשטעהט וואס זיי ווילען פון מיר? — פרעגט דער איד הערשלען.
— ניין, — ענטפערט הערשעל, — איך הויב נישט אָן צו פערשטעהן וואָס זיי ווילען פון אייך!
— און איך פארשטעה זיי יא, — זאָגט דער איד, און האָט דאָס איהם גלייך באוויזען אויפ׳ן אָרט.
— נו, וואָס איז דער וואונדער? — זאָגט הערשעל — איהר ↰ 56 זייט דאָך זייער פאטער, דארום פאַרשטעהט איהר שוין אויפ׳ן וואונק פון אייערע קינדער, וואס זיי מיינען מיט זייער בי מי, אָבער ווי קום איך זיי צו פארשטעהן?
— זעהט איהר שוין, — רופט זיך אָפּ דער איד, — ביי אייך איז א חידוש געווען וואס איך מאך אָפּ דאס דאוונען מיט בי מי. איהר פארשטעהט דאָס ניט, ווייל איהר זייט א פרעמדער, אבער דער רבונו של עולם, מיין פאָטער, פארשטעהט מיך שוין גוט און ווייסט שוין וואס איך מיין מיט דעם.
דער ערוב וועט באצאָהלען
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט געוואָלט אמאָל א שידוך אויספיהרען. דער חתן איז אבער געווען גאָר א גראָבער יונג, האָט כלה׳ס צד איהם נישט געוואָלט. נאָר ווען הערשעל האָט זיי ערוב געווען, אַז ביז צו דער חתונה וועט דער חתן קענען א בלאט גמרא אָפּלערנען, איז דער שידוך געשלאָסען געוואָרען.
עס איז שוין אָבער גאָר נישט ווייט געווען צו דער חתונה און דער חתן האָט פאָרט נישט געקענט, זיינען אָנגעפאלען כלה׳ס צד אויף אונזער הערשלען און שרייען.
— גוואלד! וואָס האָט איהר אונז גענאַרט?
— וואָס הייסט איך האָב אייך גענארט? — זאָגט הערשעל — איך האָב אייך ערוב געווען, אז דער חתן וועט קענען אַ בלאַט גמרא אָפּלערנען, און ווי דער שטייגער פון יעדען ערוב איז, אז ווען דער בעל־חוב האָט נישט צו באצאָהלען, מוז דער ↰ 57 ערוב פאר איהם דעם חוב באצאָהלען, נו, וועל איך אויך אזוי טאָן, אז דער חתן וועט ביז צו דער חתונה נישט קענען אליין אָפּלערנען קיין בלאט גמרא, וועל איך, זיין ערוב, פאר איהם אָפּלערנען דעם בלאט גמרא!...
הערשעל לערנט אן ארענדאר וואָס מען טוט צו כורעים
[רעדאַקטירן]אַן אלטער עם הארץ, אן ארענדאר, האָט אמאָל געפרעגט הערשלען, וואס טוט דער עולם אין שוהל יום כפּור ווען מען פאלט כורעים?
— איך וועל אייך זאָגען, — ענטפערט הערשעל — איהר האָט דאָך געוויס געזעהן ווי איטליכער נעהמט מיט זיך אַ אינגעל און טראָגט אין א גרויסע פאטשיילע עטוואס איינגעוויקעלט? דאָס טראָגט יעדער איד מיט זיך בלינצעס, און ווען מען פאלט כורעים עסט מען זיי ליגענדיג אויף.
דער ארענדאר האָט עס גוט אריינגענומען אין קאָפּ און אויף יום כפּור האָט ער זיך שוין צוגעגרייט מיט א היבשע ביסעל בלינצעס.
ווען עס איז געקומען צו פאלען כורעים איז דער ארענדאר אויך געפאלען און געשמאק זיך גענומען צו די בלינצעס. ער האָט געשמאק געגעסען און דער ריח פון די בלינצעס איז זיך צוגאנגען איבער׳ן שוהל. דער עולם האָט דערשמעקט דעם ריח און זיך גענומען ארומקוקען. האָט מען גלייך באמערקט דעם אלטען ארענדאר ליגענדיג אויף דר׳ערד און קייענדיג פולע באַקען מיט בלינצעס.
— זיידע, וואָס טוט איהר דאָס אום יום־כפּור? — זיינען אלע אויף איהם אָנגעפאלען.
— גזלנים! — ענטפערט זיי דער אלטער — איהר האָט גאָר ניט גאָט אין הארצען! אייך איז גוט, איהר האָט יונגע צייהן, אָבער וואָס זאָל איך טאָן, אז איך האָב ניט קיין צייהן? ווארט־צו אַ וויילע, ביז איך וועל אראָפּשלינגען וואס איך האָב אין מויל.
דער עולם האָט געמיינט, אז דער ארענדאר איז משוגע און ווייס ניט וואס ער רעדט. באלד האָט ער אָבער דערצעהלט אז הערשעל האָט דאס איהם געלערנט, אז דאָס טוט דער עולם צו כורעים. האָט מען דעם אלטען אויסגעזאָגט דעם אמת און איהם אויפגעקלערט, אז יום־כפּור טאָר מען ניט עסען און ניט טרינקען.
דער ארענדאר האָט די האָר זיך געריסען פון בושה און צער, וואָס הערשעל האָט איהם אָנגעמאכט.
ער האָט נאָך איינע
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געגאנגען אין זעהר א צוריסענע קאַפּאָטע, פרעגט מען איהם:
— ר׳ הערשעל? וואָס געהט איהר אין אַזאַ צוריסענע קאפּאָטע? האָט איהר דען נישט קיין אנדערע?
— איך האָב דוקא נאָך א קאפּאָטע.
— טאָ פארוואס טוט איהר זי נישט אָן?
— גאנץ פּשוט, יענע איז ערגער צוריסען פון דער.
זי וועט זיין אינגאַנצען הינטער איהם
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל אריין אין א קרעטשמע איבערצונעכטיגען. פון זיין הלוך האָט מען גלייך דערקענט, סא גרויסער קבצן ער איז. מען האָט איהם דעריבער גאָר געגעבען א קליין קישעלע צו שלאָפען.
מען טוט א קוק, הערשעל לעגט אנידער דאָס קישעלע אויף דער ערד און שטעלט זיך דארויף אנידער מיט ביידע פיס און שטעהט אזוי א לאנגע צייט, האָבען איהם די שטוביגע געפרעגט, וואָס מיינט ער דערמיט?
— די מעשה איז אזוי, — ענטפערט הערשעל — די קישעלע איז א קליינע. זאָל איך דאָס לעגען צוקאָפּענס, וועט מיר קוועטשען אין דער זייט; זאָל איך דאָס לעגען אונטער׳ן זייט, האָב איך ניט אויף וואס דעם קאָפּ אנידערצולעגען, האָב איך זיך בעסער דערויף אנידערגעשטעלט, וועט עס זיין אינגאנצען הינטער מיר.
ער זאָל זיך טאָן זיינס
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געוואָרען א מכניס אורח און געבראכט אהיים אן אורח צו וועטשערע. אז זיין ווייב האָט דערזעהן דעם אָרימאן, האָט זי אָנגעהויבען הערשלען שטארק צו זידלען.
— קבצן איינער, — האָט זי גע׳טענה׳ט — האָסט אליין נישט וואָס צו עסען, געהסטו און ברענגסט נאָך אן אורח מיט דיר.
דער אורח, ווען ער האָט דערהערט דער ווייב׳ס קולות, איז ער ביי זיך שטארק אראָפּגעפאלען אין מוט. רופט זיך צו איהם אָפּ הערשעל:
— זאָל אייך ניט ארען, ר׳ איד, וואָס די ארורה רעדט, איהר טהוט אייערס.
— וואָס זשע זאָל איך טאָהן? — פרעגט דער אורח, ניט זעהענדיג ערגעץ קיין סימן פון עסען.
— איהר טהוט אייך אייערס, — זאָגט הערשעל — נעהמט דעם זאק און לעגט אייך שלאָפען.
צוליעב וואָס הערשעל לעגט זיך אויף דר׳ערד
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל ארויס אויף דעם מארק און געמאָסטען די ערד מיט זיין שטעקען, פּלוצלונג האָט ער זיך אנידערגעלעגט און זיך אויסגעצויגען אויף דער הוילער ערד.
די מענשען, וועלכע זיינען דאמאָלט דורכגעגאנגען דעם מארק, האָבען זיך זעהר געוואונדערט און איהם געפרעגט, וואס זאָל דאס באדייטען.
— פערשטעהט איהר מיר — האָט זיי הערשעל געענטפערט — איך קלער דאָ אויף דעם אָרט אויסבויען אַ הויז, האָב איך דאָ ארומגעמאָסטען, וואו עס זאל זיין דער הויף, וואו די צימערען, וואו דער אויווען. און דאָ אוואו איך ליג איז מיר אויסגעקומען צו מאכען דעם אויווען, האָב איך מיך שוין דערווייל ארויפגעלעגט אויפ׳ן אויווען.
הערשעל זאָגט אַ גרעסערען ליגען
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט זיך אמאָל באגעגענט מיט יאָסעל מארשאלעק, אַ באוואוסטען בדחן, אויף אַ חתונה. נו, פערשטעהט זיך אליין, אז זיי ביידע אויף איין חתונה, איז פּונקט ווי צוויי קעץ אין איין זאק.
האָבען זיי זיך אָנגעהויבען שפּארען, ווער זאָל בלייבען אויף דער חתונה און ווער זאָל אוועקגעהן. רופט זיך אָפּ יאָסעל צו הערשלען:
— ווייסט וואָס, הערשעל, לאָזען מיר מאכען אזוי, ווער עס וועט זאָגען א גרעסערען ליגען, יענער זאָל בלייבען אויף דער חתונה.
הערשעל האָט מסכים געווען. מען האָט געוואָרפען גורל, ווער עס זאָל זאָגען פריהער דעם ליגען, איז געפאלען אויף יאָסעלען.
האָט יאָסעל אָנגעהויבען זאָגען זיין ליגען:
— איך בין אויפגעשטאַנען — האָט ער דערצעהלט — גאנץ פריה, עס איז נאָך געווען פינסטער, האָב איך געזעהן שטעהענדיג א פלוי אויף דעם שפּיץ דאַך און געגענעצט, האָב איך איהר געוואָרפען א שטיינדעל אין מויל אריין און זי איז דערוואָרגען געוואָרען.
רופט זיך אָפּ הערשעל:
— עס איז טאקע אמת, איך האָב דאָס מיט מיינע אויגען געזעהן.
דאָס שטיקעל ברויט שלעפּט זיך
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט אמאָל גענומען א שטיקעל ברויט, דאָס צוגעבונדען צו דער קאפּאָטע און אזוי ארומגעגאנגען אין גאס.
באגעגענט איהם א פריינט און פרעגט איהם:
— וואָס מאכסטו, הערשעל? ווי געהט עס?
— אָט זעהסטו דאָך, — ענטפערט איהם הערשעל — א דאנק גאָט, דאס שטיקעל ברויט שלעפּט זיך.
ווי הערשעל קריגט עסען און מלבושים
[רעדאַקטירן]הערשעל איז איינמאָל אין אבענד געקומען אין א קרעטשמע. דער בעל־הבית פון קרעטשמע האָט געהאט א שם פאַר א רשע, וואס פלעגט ניט געבען קיין אָרימאן קיין ביסען ברויט צו פארזוכען און פלעגט אלעמען ארויסווארפען פון הויז. הערשעל האָט אבער גראדע ליעב געהאט צו באזוכען אזוינע קרעטשמעס, און ער האָט זיך באריהמט פאר אַלעמען, אז אויך אין דער קרעטשמע וועט ער האָבען עסען און טרינקען און אפילו אַ מלבוש אויך.
אַז הערשעל איז אריינגעטראָטען אין שטוב, פרעגט איהם דער קרעטשמער:
— וואָס דארפט איהר, ר׳ קרוב, אודאי אַ נדבה? קנאפּ איז זיי די שלעפּער דער טאָג, זיי געהען נאָך ביינאכט.
ענטפערט איהם הערשעל מיט א געמאכטען רחמנות פּנים:
— איך פארלאנג פון אייך ניט קיין נדבה, און אויך ניט ↰ 63 קיין עסען, איך בעט נאָר פון אייך איין זאך, אזוי ווי איך בין מיעד און צובראָכען, זאָלט איהר מיר ערלויבען זיך לעגען ביי אייך צווישען אויווען שלאָפען. איהר וועט מיר פּשוט מחיה זיין און מאָרגען פריה געה איך גלייך אוועק.
דער בעל־הבית האָט זיך געקוויינקעלט, אבער ביים סוף איהם ערלויבט.
הערשעל האָט זיך געלעגט שלאָפען. ליגענדיג, האָט ער געזעהן, ווי די בעל־הבית׳טע האָט אָפּגעשניטען די נעגעל, אריינגעלעגט אין א שטיקעל פּאַפּיר און דאס אריינגעוואָרפען אין אויווען. דערנאָך איז זי ערגעץ ארויס פון שטוב.
הערשעל האָט געזעהן אז קיינער איז אין הויז ניטאָ, איז ער אַראָפּ פון געלעגער אויסגעזוכט א גענזענעם פעדער מיט אַ מעסער און אויסגעשניטען שטיקעלאך פעדער פּונקט ווי נעגעל, דאָס פארוויקעלט אין א פּאַפּיר, אריינגעוואָרפען גלייך אין דער וועטשערע, וואס האָט זיך געקאָכט אין אויווען און אוועק צוריק שלאָפען.
שפּעטער זיינען געקומען דער בעל־הבית מיט דער בעל־הבית׳טע און זיך געזעצט עסען. ווי נאָר זי האָט דערלאנגט די וועטשערע, ערשט דער בעל־הבית זעהט, ביי איהם אין טעלער שווימט עפּעס ארום א פּאפּירעל. ער נעהמט עס ארויס, עפענט אויף, ערשט ער זעהט, אינעוועניג ליגען עפּעס נעגעל.
די בעל־הבית׳טע האָט דערצעהלט דעם מאן, אז זי האָט אָפּגעשניטען די נעגעל און אריינגעוואָרפען אין אויווען, קען זיין, אז דער פּאַפּירעל איז ניט ווילענדיג אריינגעפאלען אין טאָפּ.
איז ביי זיי געבליבען, אז זיי זאָלען די יויך ניט עסען. זיי האָבען אויפגעוועקט הערשלען און איהם אָפּגעגעבען זייער וועטשערע.
שפּעטער זיינען אלע געגאנגען שלאָפען. אין א וויילע ארום מען הערט א געשריי פון הערשעל׳ס זייט: „רוק זיך“. דער ↰ 64 בעל־הבית איז אויפגעשטאַנען, אָנגעצונדען אַ ליכט און צוגעגאנגען ארום אויווען. ער קוקט אויף הערשלען, אבער ער שלאָפט געשמאק, איז ער צוריק אוועק שלאָפען. אין א שעה ארום מען הערט ווידער א קול: „רוק זיך ארויף“. אין א וויילע ארום: „רוק זיך אראָפּ“. דער בעל־הבית איז ווייטער אראָפּ זוכען, אבער קיין זאך ניט געפונען. זיינען זיי שוין געלעגען אין שרעק ביז אינדערפריה.
אַז מען איז אויפגעשטאַנען, פרעגט דער בעל־הבית הערשלען, וואָס האָט ער דאָס געשריען פון שלאָף?
זאָגט הערשעל:
— אז איהר וועט מיר שענקען א מלבוש, וועל איך אייך דערצעהלען, וועט איהר פארשטעהן, אז איך רייד אמת.
דער בעל־הבית איז געווען נייגעריג צו הערען, האָט ער אויסגעזוכט אן אלטען כאלאט און עס אוועקגעגעבען הערשלען.
הערשעל האָט גענומען דעם כאלאט און געזאָגט צום בעל־הבית:
— איצט וועל איך אייך זאָגען וואס דאָס איז. איך געה אין א צוריסענעם פּעלצעל און ער איז זעהר קורץ. אז איך דעק מיר צו די פיס און ווער אנטשלאָפען, ווערט מיר קאלט אין פּלייצע, שריי איך פון שלאָף, „רוק דיך ארויף“. רוק איך ארויף, ווערט מיר אבער קאלט אין די פיס, שריי איך צוריק „רוק זיך אראָפּ“, ווערט מיר קאלט אין זייט. שריי איך „רוק זיך אהער“, „רוק זיך אהין“. איצט, אבער, אז איהר האָט מיר געגעבען א לאנגען און ברייטען כאלאט, וועל איך שוין ניט דארפען שרייען.
אָט אזוי האָט הערשעל געקראָגען עסען און א מלבוש.
הערשעל לערנט אָן א גוי
[רעדאַקטירן]איינמאָל איז הערשעל ארויס אין מארק אין א מארק־טאָג. ער זעהט א רעדל מענשען שטעהען ארום א גוי און דינגען ביי איהם אייער. דער גוי האָט זיך איינגעשפּארט און געבעטען אַ טאָפּעלען פּרייז פאר יעדער שאָק. וויפיעל מען האָט צו איהם גע׳טענה׳ט, אז ס׳האלט אין מאַרק נאָר דרייסיג קאָפּיקעס א שאָק, האָט גאר ניט געהאָלפען. דער פּויער איז געווען פאר׳עקשנ׳ט און געזאָגט, אז זיינע אייער זיינען בעסערע און ווערט 60 קאָפּיקעס א שאָק.
דער עולם האָט אָנגעהויבען צו לאכען פון גוי. ווי מען האָט דערזעהן הערשלען, האָבען אלע זיך גאר דערפרעהט און געבעטען איהם, ער זאל עפּעס מאכען א שפּיעל, אז דער גוי זאל איהם געדענקען.
הערשעל איז צוגעגאנגען צום פּויער און אָנגעהויבען זיך מיט איהם צו דינגען. ער באָט איהם פערציג קאָפּיקעס א שאָק. דער גוי וויל ניט און הערשעל געהט אוועק. ער קומט אבער באלד צוריק און איז איהם ביסלעכווייז מוסיף, ביז ער האָט איהם געגעבען די גאנצע זעכציג קאָפּיקעס, וואס דער פּויער האָט געבעטען. דער פּויער האָט אָנגעהויבען צעהלען די אייער. הערשעל האָט דערווייל א שושקע געטאָן איינעם פון זיינע פריינד אין אויער, און יענער איז אוועקגעגאנגען.
ווען דער גוי האָט געענדיגט צעהלען, האָט הערשעל אָנגעשטעלט די פּאלעס, דער גוי זאל איהם דאָרט איבערלעגען. ערשט דער מענש, הערשעל׳ס פריינט, קומט צולויפען, א צוקאָכטער, און שרייט צו הערשלען אויף רוסיש:
— הערשקא, סקאריי, טואָיא מאטקא פּאמערלא. (הערשעל, לויף געשווינד, דיין מאמע איז געשטארבען).
אַז הערשעל האָט דאָס דערהערט, האָט ער אראָפּגעלאָזען די פּאָלעס, דערלאנגט א פּאטש מיט די הענט און אָנגעהויבען וויינען און קלאָגען, אז ער חלש׳ט, איהם איז ניט גוט. דערווייל זיינען ארויסגעפאלען די אייער פון פּאָלע און זיך צובראָכען.
הערשעל איז אנטלאָפען. דער גוי איז אבער געשטאַנען א לאנגע צייט איבער די צובראָכענע אייער און געוויינט:
— אַ גדיע מאָיאַ פּראַצאַ? (אוואו איז מיין האָרעווען?).
איהם האָט שוין הערשעל באצאָהלט, דעריבער איז איהם גוט צו לאכען
[רעדאַקטירן]צו הערשלען איז אמאָל געקומען א בעל־חוב, ביי וועמען ער האָט אמאָל, ווען ער האָט געדארפט חתונה מאכען א קינד, געליהען פופציג רובעל. דער בעל־חוב האָט געמאָנט די געלט, אָבער הערשעל האָט ניט געהאט וואָס איהם צו געבען.
זאָגט הערשעל צום בעל־חוב:
— ווען דו ווילסט מיר געבען נאָך צוויי רובעל, האָב איך אַ פּלאן, וואס איך קען דיר אָפּגעבען דעם חוב און מיר זאָל נאָך אויך עפּעס בלייבען.
— נו, מילא, — זאָגט דער בעל־חוב — איך האָב איינגעשטעלט פופציג רובעל, דארף מען קריכען מיט נאָך צוויי.
און ער האָט דערלאנגט הערשלען צוויי רובעל.
הערשעל האָט צוגענומען די געלט, און געהייסען דעם בעל־חוב געהען מיט איהם. זיי זיינען אוועק אין מארק, און הערשעל האָט געקויפט פאר די געלט פינף היהנער.
— אָט דאָס איז מיין פּלאן, — זאָגט הערשעל צום בעל־חוב — די היהנער וועלען לייגען אייער, יעדע הוהן צו דרייסיג, וועלען מיר האָבען בס״ה הונדערט פופציג אייער. דערנאָך וועל איך איבערזעצען די היהנער אויף די אייער, וועלען זיי האָבען הינדעלאך, די הינדעלאך וועל איך אויסהאָדאָווען און ווייטער זעצען אויף אייער, וועט ווייטער זיין הינדעלאך און אזוי וועל איך דיר באצאָהלען דעם חוב.
אַז דער בעל־הבית האָט דערהערט הערשעלס רעכענונג, האָט ער זיך שטארק פארנאַנדערגעלאכט.
— דיר איז גוט צו לאכען — זאָגט הערשעל — ווייל דיר האָב איך שוין גע׳סלוק׳ט, וואס וועלען אבער טאָן די איבריגע בעלי־חובות?
הערשעל׳ס אן עצה
[רעדאַקטירן]איינער האָט זיך געקלאָגט פאר הערשלען, אז ביי איהם אין דירה זיינען דאָ זעהר פיעל עכברים.
זאָגט צו איהם הערשעל:
— איך האָב אן עצה: לעגט אוועק צו שטיקלאך אפיקומן ביי יעדער נארע, און נאָך דעם אפיקומן טאָר מען דאָך שוין ניט עסען. איז ווי די מייז וועלען אויפעסען די שטיקלאך אפיקומן, וועלען זיי שוין מעהר ניט אָנריהרען קיין זאך.
גיט איהם יעדער א פרעג:
— סטייטש, ר׳ הערשעל, פון וואנען ווייסען אבער די מייז, אז נאָך דעם אפיקומן טאָר מען שוין מעהר ניט עסען?
ענטפערט איהם הערשעל:
— זיי האָבען ביי מיר אויפגעגעסען א שלחן ערוך, ווייסען זיי דאָך שוין דעם דין, אז נאָכ׳ן אפיקומן טאָר מען ניט עסען.
הערשעלס ענטפער
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל פרייטאָג ארומגעגאנגען מיט נאָך א חסיד איבער די הייזער און איז אריין צו א גביר, א פרייען, בעטען א נדבה.
פרעגט דער גביר הערשלען:
— אויף וואס קלויבט איהר דאָס די געלט?
— אויף חלה אויף שבת. — האָט הערשעל געענטפערט.
רופט זיך אָפּ דער גביר:
— אָט דערפאר האָב איך פיינט די חסידים: א גאנצע וואָך הייסט עס ביי זיי בולקע, עס קומט שבת רופען זיי דאס חלה.
האָט איהם הערשעל גלייך געענטפערט:
— דערפאר האָב איך פיינט די יונגע גבירים. זיי האלטען א מויד אין שטוב. בייטאָג רופען זיי איהר דינסט, ביינאכט — גאָר ווייב.
אַ ליגען, ניט געטראכט
[רעדאַקטירן]אַן עושר האָט אמאָל געזאָגט צו הערשלען?
— הערשעל, זאג מיר א ליגען ניט געטראכט, גיב איך דיר א רובעל.
זאָגט הערשעל צו איהם:
— איהר האָט דאָך געזאָגט, אז איהר גיט מיר צוויי רובעל.
הערשעל רייסט מיט גוואלד
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל אריין אין א געוועלב און געהייסען מען זאָל איהם אָפּרייסען ריפּס אויף א קאפּאָטע. דער קרעמער האָט פאר איהם אָפּגעריסען. הערשעל האָט צוגעכאפּט דעם ריפס און איז אוועקגעלאָפען.
האָט דער קרעמער גערופען מענשען, מען האָט איהם נאָכגעיאגט ביז מען האָט איהם געכאפּט.
פרעגען די מענשען הערשלען:
— הערשעל, וואָס האָסטו דאָס געטאָן?
— פאַרשטעהט איהר מיך, — האָט הערשעל זיי געענטפערט — איהר זעהט דאָך איך געה נאקעט, און וואס מען רייסט ניט אָפּ מיט גוואלד, דאָס האָט מען ניט.
די מענשען האָבען געמאכט צווישען זיך א נדבה און באצאָהלט דעם קרעמער.
הערשעל שעמט זיך
[רעדאַקטירן]אמאָל, ביינאכט, זיינען צו הערשלען אין שטוב אריין גנבים. זיי זוכען אויף דרערד, זיי טאפּען אויף די ווענט, טאָמער הענגען מלבושים אָדער לייכטער, — עס איז אבער גאר ניט צו געפינען.
דערווייל האָט הערשעלס ווייב דערהערט די גנבים, וועקט זי הערשלען אין דער שטיל:
— הערשעל, הערשעל, גנבים זיינען ביי אונז אין הויז.
— שווייג שטיל, — ענטפערט איהר הערשעל — אויף מיר פלאמט דער פּנים פון בושה, וואס זיי האָבען ניט וואס צו נעהמען, און דו שרייסט נאָך און דאָס אַרט דיך גאָר ניט.
ווי אזוי הערשעל פארבייט אַ העמד
[רעדאַקטירן]הערשלען האָט געטראָפען א סיבה. ער איז געגאנגען אין באָד און מען האָט דאָרט ביי איהם אוועקגע׳גנב׳עט א העמד. איז ער אוועק אהיים און געבעטען זיין ווייב, זי זאָל איהם געבען א העמד.
— וואו איז די העמד, וואס איך האָב דיר מיטגעגעבען אין באָד אריין? — האָט די ווייב געפרעגט.
— יענע העמד האָט מיר איינער פארביטען, — האָט הערשעל געענטפערט.
— טאָ אוואו איז יענעמס העמד? — פרעגט ווייטער די ווייב.
— יענער האָט זיינע פארגעסען אנידערצולעגען. — האָט הערשעל קורץ געענטפערט.
הערשעל שענקט איהם דער ערשטען מאָל
[רעדאַקטירן]הערשעל איז איינמאָל פרייטאג געגאנגען אין מרחץ אריין, איז געקומען א גרויסער גביר און געזאָגט, ער וויל א גוטער שמייסער זאל איהם אויספּארען און אויסשמייסען. איז צוגעגאנגען הערשעל צום גביר און אז, געזאָגט ער איז א גוטער שמייסער, נאָר ער וויל דער גביר זאָל איהם פריהער באצאָלען.
דער גביר האָט הערשלען ניט געקאָנט און געזאָגט דעם שמייסער, וואס איז איהם די נפקא מיניה און איהם באצאָלט פריהער.
הערשעל האָט גענומען די געלט, געהייסען דעם גביר ארויפקריכען אויפ׳ן אויבערשטען באנק, דאָרט איהם ארומגעזייפט, אַרומגעוואשען און, לאָזענדיג דעם גביר ליגען אויפ׳ן באנק ווארטען אויף דאָס שמייסען, איז ער געלאסען אַראָפּ פון באנק.
דער גביר איז געלעגען א האלבע שעה און אז ער האָט געזעהן, אז דער שמייסער קומט ניט, איז ער אראָפּ פון באנק און אויפגעזוכט הערשלען.
— זאָגט מיר, — האָט איהם דער גביר געפרעגט — איהר האָט ביי מיר גענומען די געלט פאראויס, פארוואס שמייסט איהר מיך ניט?
ענטפערט איהם הערשעל:
— פארשטעהט איהר מיך, דערפאר וואס איהר האָט זיך אליין געלעגט, שענק איך אייך דעם ערשטען מאָל די שמיץ.
דער גביר האָט זיך דערוואוסט, אז דאס איז געווען הערשעל און האָט איהם די געלט געשענקט.
ווען אַ גאנז האָט נאָר איין פיסעל
[רעדאַקטירן]ווען הערשעל איז נאָך געווען א קינד, איז ער אמאָל געזעסען, ווינטער צייט, מיט דעם פאטער און געגעסען מיטאָג. מען האָט דערלאנגט גענזען פלייש מיט די פיסלאך פון א גאנז.
אַז דער פאָטער האָט זיך א וויילע פארקוקט אָן א זייט, האָט הערשעל א כאפּ געטאָן א פיסעל און דאָס אויפגעגעסען. אין א וויילע ארום, האָט זיך דער פאטער אַרומגעזעהן, אז אין שיסעל איז נאָר דאָ איין פיסעל, זאָגט ער צו הערשלען:
— הערשעל, פארוואס האָסטו דאס אויפגעגעסען אַ פיסעל?
— ניין, טאַטע, דו האָסט א טעות — ענטפערט הערשעל — איך האָב די פיסעל ניט געגעסען, די גאנז האָט מעהר ניט געהאט ווי איין פוס.
— וואָס? — זאָגט דער פאטער — האָסטו אמאָל געזעהן אַ גאנז מיט איין פוס?
— געוויס, האָב איך געזעהן, — זאָגט הערשעל — קום מיט מיר צום טייך, וועל איך דיר ווייזען א סך גענז, וואס האָבען נאָר צו איין פוס.
דער טאטע האָט איינגעשטימט. נאָכ׳ן עסען זיינען זיי ביידע אוועק צום טייך. הערשעל האָט דעם פאָטער געוויזען א גאנז, וואס איז געשטאַנען נאָר אויף איין פוס און די אנדערע האָט זיך ניט ארויסגעוויזען.
— נו, זעהסטו, — זאָגט הערשעל מיט נצחון, — אָט איז א גאנז וואס האָט נאָר איין פוס.
— דו האָסט אַ טעות, — ענטפערט דער פאָטער — אָט וועל איך דיר ווייזען, אז זי האָט אויך צוויי פיס.
דער פאָטער האָט א טרייב געטאָן די גאנז מיט די הענט, ↰ 73 און די גאנז האָט אראָפּגעלאָזען די אנדער פיסעל און איז אנטלאָפען.
— הערסטו א שכל, — ענטפערט הערשעל — דו האָסט דאָך א טרייב געטאָן מיט די הענט. מעגליך, ווען דו זאָלסט געווען ביים טיש אויך א טרייב טאָן מיט די הענט, וואָלט אויך געוואָרען צוויי פיסלאך. (דאָס האָט ער געמיינט, ווען דער פאָטער וואָלט איהם א קלאפּ טאָן איבער די הענט, וואָלט ער ניט גענומען די פיסעל.)
וואו הערשעלס סדור איז געבליבען
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געקומען צום רבי׳ן ר׳ ברוכ׳ל אום ערב־פּסח און דערצעהלט איהם, אז ער האָט ניט אין וואָס צו זאָגען די הגדה. ר׳ ברוכ׳ל האָט ארויסגענומען זיין סדור און עס אָפּגעגעבען הערשלען.
צום אנדער סדר איז הערשעל ווידער געקומען צום רבי׳ן און דערצעהלט, אז ער האָט ווייטער ניט אין וואס צו זאָגען די הגדה.
— סטייטש! — האָט ר׳ ברוכ׳ל זיך געוואונדערט — ערשט נעכטען האָב איך דיר געגעבען מיין סדור און אָט האָסטו שוין ווידער ניט אין וואס צו זאָגען, וואו איז מיין סדור?
— אָ, עס איז א גאנצע מעשה דערביי — ענטפערט הערשעל — נעכטען האָב איך אָנגעהויבען זאגען די הגדה און בין אזוי צוגעקומען צום אָרט וואו עס שטעהט „מעשה ברבי אליעזר ורבי עקיבא ורבי טרפון“, און איך האָב פאר זיך דערזעהן אזעלכע געסט, מיט וועלכע איך האָב זיך א גאנץ יאהר ניט געזעהן, האָב איך זיי זעהר שעהן אויפגענומען און מיר ↰ 74 האָבען צוזאמען געטרונקען וויין. נאָר אזוי ווי ביי מיר איז ניט געווען גענוג וויין, האָב איך זיי אוועקגעפיהרט אין שענק אריין און מיר האָבען זיך גענומען צום טרינקען, איז אזוי ווי איך בין שוין מיט דעם טרינקען געוואוינט, האָט דאס מיר ניט געשאַדט און איך האָב געטראָפען אהיים, נאָר זיי זיינען קליינע טרינקער, האָבען זיי שוין ניט געקענט געהן אהיים און זיינען געבליבען דאָרט אין שענק ליגען און זיינען דאָרט נאָך איצט אויך.
האָט ר׳ ברוכ׳ל פון דער מעשה פארשטאַנען, אז ער האָט זיין סדור פארזעצט אין שענק פאר משקה, האָט ער געשיקט דאָס אויסלייזען און איהם ווייטער געגעבען.
ווי אזוי הערשעל מאכט אַ מנין
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געקומען אויף א יריד גראדע אין דעם טאָג, וואס ער האָט געהאט יאהר־צייט.
האָט ער געוואָלט צו מנחה מאכען א מנין, אָבער דאס איז געווען אונמעגליך אויסצופיהרען, ווייל יעדער איז געווען שטאַרק פארנומען. הערשעל איז אבער געפאלען אויף אן עצה. ער איז אריין אין שטוב און דורכ׳ן פענסטער געמאכט גרויסע קולות:
— גוואלד, גוואלד!
אַלע מענשען זיינען אריינגעלאָפען אין הויז און גענומען זיך ארומקוקען, וואס האָט דאָרט געטראָפען, אבער הערשעל האָט א קלאפּ געגעבען איבער׳ן טיש און אַ געשריי געטאָן:
— יתגדל ויתקדש שמיה רבה.
איז שוין דער עולם ניט אוועק און געדאווענט מנחה בצבור.
הערשלען איז קיין דאגה ניט קיין פוהר
[רעדאַקטירן]הערשעל אין זיינע וואנדערונגען איבער דער וועלט, פלעגט מעהרסטענס געהן צו־פוס.
האָבען איהם די מקורבים אמאָל געפרעגט:
— הערשעל, פארוואס געהסטו נאָר צו־פוס, פארוואס קוקסטו זיך ניט ארום, מען זאָל אמאָל קענען זיך אריבערכאפּען מיט א פוהר?
— איך האָב קיינמאָל קיין דאגה ניט מיט א פוהר — האָט זיי הערשעל געענטפערט — דען קוים געה איך נאָר ארויס פון שטאָט, קומט מיר באלד אנטקעגען אַ פוהר...
פון זיינטוועגען און פון עולמ׳ס וועגען
[רעדאַקטירן]ווען הערשעל איז געווען משמש ביי ר׳ ברוכ׳לען, האָט דער רבי מיט איהם אויסגענומען א תנאי, אז מען זאָל איהם אלע טאָג פרעגען וואס צו קאָכען. איינמאָל איז דער רבי געווען מרה־שחורה׳דיג און עפּעס צוטראָגען, ערשט הערשעל קומט איהם אָן אנטקעגען און פרעגט:
— רבי, וואס זאל מען היינט קאָכען?
— פון מיינטוועגען — האָט דער רבי געענטפערט מיט כעס, וואס הערשעל שטערט איהם אין מחשבות — זאָל מען קאָכען שפּענער.
האָט איהם הערשעל אבער גלייך געענטפערט:
— אז פון אייערטוועגען שפּענער, טאָ וואס זאָל מען קאָכען פאר דעם עולמ׳ס וועגען?
ער זאָל ניט געהן אין וואסער
[רעדאַקטירן]ר׳ ברוך׳ל איז אמאָל געגאנגען אין וואסער. עס איז געווען זעהר קאלט, האָט זיך דער עולם געשראָקען דער רבי זאָל חלילה זיך ניט צוקיהלען, האָט מען געשיקט נאָך הערשלען, ער זאל דעם רבי׳ן אומקעהרען מיט א גוט וואָרט. איז הערשעל ארויסגעלאָפען און דעריאגט דעם רבי׳ן:
— רבי, רבי, — האָט ער געשריען — פאָלגט מיך, קעהרט זיך אום, געהט ניט אין וואסער, ווארים מיין ווייב איז געגאנגען אין וואסער, איז זי געוואָרען גראָב ווי א פאַס.
ער איז ביי איהם קיינמאָל ניט געווען
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט איינמאָל געהאט א פארדרוס אין הארצען אויף ר׳ ברוכ׳לען, און האָט באשלאָסען איהם אריינזאָגען מיט א וואָרט, אז ער זאל איהם געדענקען. בין מנחה למעריב, ווען דער עולם איז געווען פול אין בית־המדרש, איז הערשעל צוגעגאנגען צו ר׳ ברוכ׳לען און איהם אָנגעהויבען דערצעהלען א מעשה. דער עולם האָט זיך ארומגעשטעלט הערען וואס הערשעל וועט דערצעהלען.
— הערט איהר, רבי, — האָט הערשעל אָנגעהויבען — פאר צוויי וואכען האָב איך ניט געהאט אויף שבת, געה איך מיר אזוי ארום פארקלערט און טראכט, וואו נעמט מען ערגעץ אויף שבת? ערשט דער יצר־הרע געהט מיר אָן אנטקעגען און פרעגט: „הערשעל, וואס ביזטו אזוי פארטראכט?“ האָב איך איהם דערצעהלט מיין זאָרג, אז איך האָב ניט אויף שבת. רופט ↰ 77 ער זיך אָפּ צו מיר: „דו נאַר איינער, אויך א דאגה? געה אריין צום רבי ר׳ ברוכ׳לען, נעם ביי איהם א זילבערנע לעפעל, וועסטו האָבען אן אויפגעשפּילטען שבת“. בקצור, איך האָב איהם געפאָלגט און טאקע געהאט א שבת כיד המלך. פאראכטאָגען האָב איך ווייטער ניט געהאט אויף שבת, האָב איך מיר געוואָלט געהן אויף דעם אלטען גאנג, וואָס דער יצר הרע האָט מיר געוויזען, ערשט דער יצר טוב באגעגענט מיך און פרעגט:
— הערשעל, וואוהין געהסטו?
דערצעהל איך דעם אמת, אז איך געה צו רבי׳ן נעהמען אַ לעפעל, איך זאל האָבען אויף שבת. רופט זיך אבער אָפּ דער יצר טוב:
— פאָלג מיך, גנב׳ע ניט, גאָט וועט דיר העלפען, דו וועסט אזוי אויך אויספיהרען דעם שבת.
בקצור, איך האָב איהם געפאָלגט, און אויסגעפיהרט דעם שבת מיט צרות און מיט ליידען.
היינטיגען דאָנערשטאג האָב איך ווייטער ניט אויף שבת, און געה ארום און קלער וועמען זאל איך פאָלגען, דעם יצר טוב אָדער דעם יצר הרע. באגעגענט מיך ווידער דער יצר טוב און זאָגט צו מיר:
— זעהסטו, הערשעל, אָט האָסטו אויסגעפיהרט דעם לעצטען שבת אָהן גנבה, גאָט האָט דיר געהאָלפען.
— גוטער ברודער, — ענטפער איך איהם — איך האָב טאקע אויסגעפיהרט, אבער אז אָך און וועה צו אַזאַ אויספיהרען, מיט צרות און מיט ליידען. דעם שבת רעכען איך בעסער צו פאָלגען דעם יצר הרע.
כאפּט זיך אויף דער יצר טוב מיט א גוואלד און שרייט:
— הערשעל, גנב׳נען טאָר מען דאָך ניט.
זאָג איך צו איהם:
— אויב דו ווילסט מיך יא פארהיטען פון א זינד, טאָמער ↰ 78 וואָלסטו אריינגעגאנגען צום רבי׳ן און איהם בעטען ער זאל מיר געבען אויף שבת?
רופט זיך אָן דער יצר טוב:
— איך וואָלט דיר, הערשעל, אודאי געטאָן אַזאַ קליינע טובה, נאָר איך קען דיר שווערען, אז זייט איך לעב, איז מיין פוס אויף זיין שוועל ניט אריבערגעקומען.
דער פראָסט איז א נואף
[רעדאַקטירן]עס איז געווען ווינטער, דער פראָסט האָט געברענט און ביי הערשלען אין הויז איז געווען קאלט סכנת־נפשות. עס איז אויסגעגאנגען די האָלץ און הערשעל האָט ניט געהאט קיין געלט אויף איינצוקויפען נייע. איז הערשעל אוועק צום רבי ר׳ ברוכ׳ל און געזאָגט, אז ער האָט א שווערע זינד אויפ׳ן פראָסט, ער איז א נואף.
— ווי אזוי ווייסטו דאָס? — פרעגט איהם ר׳ ברוכ׳ל.
— גאנץ פּשוט, — זאָגט הערשעל, — מיין ווייב איז אוועק אין מארק, ערשט דער פראָסט לויפט איהר נאָך, זי לויפט אריין אין שטוב, ער איז דאָ נאָך איהר. זוך איך א שייטעל האָלץ איהם ארויסטרייבען, ערשט עס איז ניטאָ קיין שייטעל האָלץ.
ר׳ נחום געהט אראָפּ
[רעדאַקטירן]איינמאָל האָט זיך אן אָרימער מיוחס מיט׳ן נאָמען ר׳ נחום זיך ארויפגעזעצט אויבען אָן אין בית מדרש. אלע האָבען געוואָלט, ער זאל אראָפּגעהן, נאָר קיינער האָט ניט געוואגט איהם זאָגען א וואָרט. האָט מען געבעטען הערשלען, ער זאל ↰ 79 עפּעס אויפטאָן אַ שעהנע שטיק. הערשעל האָט גענומען א סידור׳ל, געהט צו צו דעם מיוחס און הויבט אָן לערנען די משנה פון „במה מדליקין“.
— במה מדליקין ובמה אין מדליקין, אין מדליקין לא בלכש ולא בחוסן ולא בחלב נחום...
— הא? — האָט מען איהם אָנגעהויבען אונטערזאָגען פון אלע זייטען — וואס איז דאָס פאר א פּשט „ולא בחלב נחום“ ר׳ נחום געהערט דאָך אראָפּ.
— איהר זייט גערעכט, — האָט הערשעל געענטפערט און הויך געזאָגט אין דעם מיוחס זייט — ר׳ נחום דארף געהן אראָפּ.
וואָס דעם גביר פעהלט
[רעדאַקטירן]געהענדיג איבער די הייזער, איז הערשעל אמאָל אָנגעקומען צו א גרויסען גביר. ס׳איז דאמאָלט געווען זומער. אין דרויסען איז געווען זעהר הייס, דער גביר איז, אָבער, געווען אין קיהלען בייסמענט, אָנגעטאָן אין א ווייסען, טייערען כאלאט און גערויכערט א טייערע ליולקע.
דער גביר האָט געקליבען נחת פון זיין רחבות, אז ער האָט דערזעהן הערשלען, האָט ער איהם גלייך א פרעג געגעבען:
— זאָג מיר, הערשעל, וואס פעלט מיר איצט, וועל איך דיר געבען א שעהנע נדבה.
הערשעל האָט א טראכט געטאָן און געזאָגט:
— גיט מיר פריהער די נדבה, וועל איך אייך דערנאָך זאָגען וואָס אייך פעלט.
דער גביר האָט איהם געגעבען א שעהנע נדבה. הערשעל ↰ 80 האָט די געלט אריינגעלעגט אין קעשענע, זיך אויפגעשטעלט אוועקצוגעהן און געזאָגט:
— פערשטעהט איהר מיך: אין דער ערד ליגט איהר; אָנגעטאָן געהט איהר אין תכריכים, פעהלט אייך טאקע מעהר ניט, אז ווערים זאָלען אייך עסען.
ווי אזוי בראָנפען וועט העלפען
[רעדאַקטירן]ר׳ ברוך׳ל איז אמאָל געפאָהרען ווינטער אין וועג מיט הערשלען און עס איז אויסגעבראָכען א זאווערוכע מיט א ווינד אויף סכנת נפשות. ר׳ ברוכ׳ל מיט ר׳ הערשלען האָבען זיך איינגעדרייט אין זייערע פּעלצען, דאָך האָט דער ווינט זיי דורכגענומען און געמאכט אויפציטערען זייערע ביינער. רופט זיך אָפּ הערשעל צום רבי׳ן:
— רבי לעבען, אוואו איז ערגעץ די פלאַש בראָנפען?
— וואָס דארפסטו איצט די בראָנפען, הערשעל? — האָט איהם ר׳ ברוך׳ל געפרעגט — וואָס קען דיר די בראנפען איצט העלפען?
— פארשטעהט איהר מיך, רבי לעבען, — האָט הערשעל געענטפערט — דער ווינט בלאָזט מיר אין פּנים, וויל איך נעהמען אַביסעל בראָנפען, וועט זיך מיר פארדרעהען די קאָפּ, וועט דער ווינט בלאָזען אין פּאטיליצע.
ווי הערשעל באקומט געלט ביי זיין ווייב
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט אמאָל דערשמעקט, אז זיין ווייב האָט עטליכע קערבלאך און האָט געזוכט אן עצה ווי זיי ביי איהר צו באקומען. ער איז ארויף אויפ׳ן בוידעם און פון דאָרט עפּעס גערעדט, גע׳טענה׳ט און ווי געבייזערט זיך אויף אימיצען. אז ער איז אראָפּ פון דאָרט, האָט איהם די ווייב געפרעגט:
— הערשעל, מיט וועמען האָסטו דאָס דאָרט גערעדט אויפ׳ן בוידעם?
— מיט דעם דלות. — ענטפערט הערשעל.
— וואָס האָסטו דאס מיט איהם גע׳טענה׳ט אזוי לאנג?
— הערסטו דאָך, — זאָגט הערשעל — דער דלות האָט מיר געזאָגט, אז ווען איך זאָל איהם נאָר אויפנייהען א נייע קאפּאָטע, טרעט ער פון מיר אָפּ אויף אייביג.
— טאָ פארוואס מאכסטו איהם ניט קיין קאפּאָטע? — פרעגט דאָס ווייב.
— ווייל איך האָב ניט די עטליכע קערבלאך, וואס די קאפּאָטע דארף קאָסטען.
— איך האָב די געלט, — זאָגט די ווייב — נא דיר דריי רובעל און ניי איהם אויף א קאפּאָטע, און זאל ער פון אונז איינמאָל פאר אלעמאָל אוועקגעהן. דו ווייסט דאָך אבער ניט זיין מאָס? — האָט זי איהם געפרעגט.
— איך דארף ניט זיין מאָס, — ענטפערט הערשעל — ער איז פּונקט ווי איך, עס זאָל נאָר פעהלען א האָר.
די ווייב האָט געגעבען הערשלען די געלט און הערשעל איז אוועק אין קראָם און געקויפט סחורה און געלאָזט אויפנעהען אַ קאפּאָטע.
אַז די קאפּאָטע איז געוואָרען פארטיג, איז הערשעל צוריק ↰ 82 ארויף אויפ׳ן בוידעם און דאָרט ווייטער גע׳טענה׳ט מיט איינעם. שפּעטער איז ער אראָפּ צוריק מיט דער קאפּאָטע.
— פארוואס האָסטו ניט אָפּגעגעבען דעם דלות זיין קאפּאָטע? — האָט איהם די ווייב געפרעגט.
— הערסט דאָך — האָט הערשעל געענטפערט — די מאָס טויג ניט. דער דלות איז דערווייל גרעסער און גרעבער געוואָרען.
אַ ריכטיגער באווייז
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל אריינגעפאלען צווישען א קאַמפּאַניע הולטייעס, וועלכע זיינען אויך געווען גרויסע לצים. אז זיי האָבען דערזעהן הערשלען, האָבען זיי אָנגעהויבען פון איהם מאכען ליצנות און איהם א פרעג געטאָן:
— זאָגט, ר׳ הערשעל, וואס איז גאָט א זכר צו א נקבה?
— געוויס א זכר, — האָט הערשעל אויפ׳ן שטעל געענטפערט — ווייל, ווען ער וואָלט זיין א נקבה, וואָלט איהר פון איהם געהאט א הרהור.
לייט האָבען פארוואס
[רעדאַקטירן]הערשעלס ווייב רופט זיך איינמאָל אָפּ צו איהם:
— גיב מיר עטליכע קאָפּיקעס.
— וואָס דארפסטו געלט? — פרעגט איהר הערשעל.
— איך וויל איינזעצען גענז. — ענטפערט די ווייב.
— פאר וואס זאָלסטו זיי איינזעצען? — פרעגט הערשעל מיט א רוגז.
— וואָס הייסט פארוואס? — פרעגט די ווייב מיט כעס צוריק — פארוואָס זעצען לייטען איין גענז?
— הערסטו דאָך, — האָט הערשעל געענטפערט — דאָס פרעג איך דאָך, לייטען זעצען גענז, האָבען זיי פאַרוואָס, אָבער דו פארוואס זאָלסטו זיי זעצען?
הערשעלס אַ מעשה
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געזעסען ביים רבי׳ן ר׳ ברוכ׳ל ביים טיש. מען האָט דערלאנגט צום טיש א געבראָטענעם אינדיק. האָט איינער פון די געסט, א רב פון א שטעטעל, גענומען דעם אינדיק צו זיך און איהם אָנגעהויבען איינטיילען אין חלקים. ר׳ ברוכ׳לען איז ניט געווען געפעלען דעם רב׳ס שניידען און דערלאנגט א וואונק הערשלען, ער זאל געפינען א וועג ווי צוצונעהמען ביים רב דעם אינדיק.
האָט זיך הערשעל אויפגעשטעלט און געזאָגט:
— רבותי, איך האָב זיך דערמאָנט א שעהנע מעשה, וואס מיט מיר האָט געטראָפען און איך וועל אייך דאָס דאָ דערצעהלען.
מען האָט מיך אמאָל גערופען אויף א חתונה פרעהליך צו מאכען דעם עולם. אזוי ווי איך גיי, ערשט איך באגעגען א רב.
— וואוהין געהט איהר, רבי? — האָב איך איהם געפרעגט.
— אויף דער חתונה נעהמען רח״ש.
איך געה ווייטער, באגעגען איך אן אינדיק.
— וואוהין געהסטו, אינדיק? — האָב איך איהם געפרעגט.
— איך געה אויף דער חתונה, מען זאל מיך קוילענען, וועט מען האָבען פלייש צו דער חתונה.
איך געה אביסעל ווייטער, ערשט איך באגעגען א רוח.
— וואוהין געהסטו, רוח? — פרעג איך איהם.
— איך געה אויף דער חתונה — ענטפערט דער רוח — מאכען אביסעל קונצען.
זיינען מיר געגאנגען זאלבעפיערט. איך מיט׳ן רב, דער אינדיק מיט׳ן רוח. מיר זיינען געגאנגען ביז מיר זיינען געקומען צו א טייך. איך, הערשעל, בין א בריה און האָב געקענט אריבער דעם טייך. דער רוח קען דאך געוויס אריבער, דער רב אבער מיט׳ן אינדיק, צוויי שווערע לייט, זיינען געבליבען שטעהן און ניט געקענט אריבער. מיר געהען דאָך אבער אין קאַמפּאניע, דארף מען זיי ארויסהעלפען. וואָס זשע האָבען מיר געטאָן? — האָט דער רוח געכאפּט דעם רב, און איך דעם אינדיק (ביי די ווערטער האָט הערשעל אָנגעכאפּט דעם אינדיק פון טיש) און מיר זיינען אריבער.
דער אינדיק איז שוין געבליבען ביי הערשלען אין די הענט.
הערשעלס גוטע ווערטלאך וועגען קהל
[רעדאַקטירן]הערשעל איז כידוע כל ימיו געווען אן אָרימאן. ער האָט אָבער פארמאָגט א שטיקעל הייזקע און האָט געדארפט צאָלען פּאדאטקעס (טעקסעס) צו קהל. אז ער האָט ניט געהאט מיט וואָס צו באצאָלען, האָט קהל ביי איהם צוגענומען די לייכטער פון טיש.
אַז הערשעל האָט דאס דערזעהן, האָט ער גענומען א קוילעטש (אַ גרויסע חלה) און אוועקגעטראָגען צו קהל. האָט מען איהם פון קהל געפרעגט, וואס איז דאס פאר א קוילעטש? האָט זיי הערשעל געענטפערט:
— פארשטעהט איהר מיך, אז די גויה נעמט ביי מיר אראָפּ די לייכטער אום שבת, גיב איך איהר א שטיקעל חלה, אבער אז קהל האָט אראָפּגענוטען די לייכטער, דארף מען זיי געבען א גאנצע חלה.
אלע האָבען זיך צולאכט. דער ראש הקהל האָט זיך אָפּגערופען צו הערשלען:
— הערשעל, זאָג אונז נאָך א גוט ווערטעל, וועלען מיר דיר אָפּגעבען די לייכטער און באפרייען פון פּאָדאטקעס.
זאָגט צו זיי הערשעל:
— גיט מיר אפריהער די לייכטער צוריק, דאמאָלט וועל איך אייך עפּעס זאָגען וועגען אייך.
מען האָט איהם אָפּגעגעבען די לייכטער. הערשעל האָט גענומען די לייכטער, זיי איינגעפּאקט און זיך אויפגעשטעלט צו געהן.
— יעצט וועל איך אייך זאָגען — האָט הערשעל אָנגעהויבען — מיר איז שטענדיג א וואונדער איין זאַך. קהל נעמט דאָך איין פּאָדאטקעס, אָפּצאָהל פון ליכט, קאראבקע פון פלייש און נאָך א סך אייננעמונגען, פארוואס נעמט זי שוין אויך ניט איין קיין מיתה משונה? דער תירוץ איז אבער, מיינע פריינד, קהל טוט נאָר אזוינע זאכען, וואס איז ניט רעכט, זיי ראבעווען למשל די אָרימעלייט, נעמען משכנות ביי אביונים, אבער אייננעהמען א מיתה משונה וואלט געווען זעהר א רעכטע זאך, און קיין רעכטע זאך טוט קהל ניט.
ער קען עס משפּט׳ן
[רעדאַקטירן]הערשלען האָט אמאָל עפּעס שטארק פארדראָסען אויף ר׳ ברוכ׳לען. האָט ער באשלאָסען ער זאָל איהם געדענקען, ער קומט צוגעהן צו ר׳ ברוכ׳לען און פרעגט איהם:
— רבי, איך וויל ביי אייך האָבען א דין תורה.
— וואָס קומט דיר אויס גראדע ביי מיר זיך משפּט׳ן? — פרעגט איהם ר׳ ברוכ׳ל.
— די דין תורה איז מיט גאָט אליין — ענטפערט הערשעל — איך האָב צו איהם א סך טענות.
— און אז מיט גאָט, מוזטו דאָס משפּט׳ן זיך ביי מיר? — פרעגט אלץ ר׳ ברוכ׳ל.
— פארשטעהט איהר מיך — ענטפערט הערשעל — אלע איבעריגע רבנים האָבען מורא פאר גאָט, ווייס איך אז זיי וועלען געוויס גאָט צו׳פּסק׳נען, אז ער איז גערעכט. איהר, אָבער, האָט דאָך פאר גאָט קיין מורא ניט, וועט איהר פּסק׳נען אן אמת׳ע דין תורה.
ער מאַכט עס קורץ
[רעדאַקטירן]ר׳ ברוכ׳ל האָט אמאָל געפרעגט הערשלען:
— הערשעל, פארוואס געהסטו אזוי גיך אויס שמונה עשרה?
האָט הערשעל געענטפערט:
— פארשטעהט איהר מיך, רבי לעבען, איהר האָט א סך זילבער און גאָלד, געדויערט לאנג איידער איהר רעכענט דאס ↰ 87 איבער, דעריבער נעמט ביי אייך די שמונה־עשרה לאנג; איך האָב אבער מעהר ניט ווי א ווייב און א ציעג, בערעכען איך מיר איינמאָל ווייב ציג, ציג ווייב און פארטיג, אויסגעשטאַנען די שמונה עשרה.
וואָס עס מיינט רזין דרזין
[רעדאַקטירן]הערשעל פרעגט אמאָל ר׳ ברוכ׳ן:
— רבי, וואס איז דער חילוק פון רזין ביז רזין דרזין.
דער רבי האָט פארשטאַנען, אז הערשעל וויל דאָ עפּעס זאָגען א וויץ, זאָגט ער צו איהם:
— אדרבה, הערשעל, זאג דו דעם חילוק.
רופט זיך אָן הערשעל:
— דער חילוק איז פּשוט: רזין הייסט אזוינע תורה, וועלכע איהר ווייסט און איך ניט; רזין דרזין הייסען אזוינע, וועלכע מיר ביידע ווייסען ניט.
ישראל עם קדושים
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געגאנגען נאָך נדבות און אָנגעטראָפען אויף צוויי יונגעלייט, וועלכע זיינען געזעסען מיט א מיידעל און געשפּיעלט אין קאָרטען. די חברה האָבען געקאָנט הערשלען, זאָגען זיי:
— הערשעל, זאג אונז א גוט וואָרט, וועלען מיר דיר געבען א פיינע נדבה.
— וואָס האָב איך אייך צו זאָגען? איך זעה נאָר פון אייך, אז אידען זיינען ווירקליך אן עם קדושים.
↤ 88
— ווי אזוי זעהסטו דאָס?
— גאנץ פּשוט, — האָט הערשעל ערקלערט — אמאָל האָבען אידען געמעגט נעמען עטליכע ווייבער, איז געקומען ר׳ גרשון, אַ הייליגער איד, און געמאכט א חרם, אז מען זאָל ניט נעמען מעהר ווי איין ווייב. אבער איהר, זעה איך, זייט נאָך הייליגער פון רבינו גרשום, און צוויי יונגעלייט באנוגענען זיך גאָר מיט איין ווייב, זעהט מען דאָך סאַ הייליגע פאָלק אידען זיינען.
די חברה האָבען זיך צולאכט און איהם געגעבען א פיינע נדבה.
איידער מען דערשלאָגט זיך צו דעם
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל ארויס אין מארק און זעהט, עס שטעהט א רעדל מיט מענשען און לאכען פון דעם און פון יענעם, דערהויפּט האָבען זיי זיך געטשעפּעט צו די אביונים. רופט זיך אָפּ הערשעל:
— איהר לאכט פון קבצנים? איהר מעגט מיר גלויבען, איך האָט אליין געזעהן פיעל נגידים אדירים, מיליאָנערען, וועלכע האָבען פארקויפט הייזער, סקלאדען, טייערע מעבעל, גאָלד און זילבער, מיט איין וואָרט, זיי האָבען פארקויפט אלעס וואס זיי האָבען געהאט, ביז זיי האָבען זיך דערשלאָגען צו ווערען אָרימעלייט. היינט וואס איז דאָ צו לאכען פון אָרימעלייט?
↤ 89
וואָס הערשעל וועט טענה׳ן אויף יענער וועלט
[רעדאַקטירן]הערשעל איז אמאָל געוואָרען קראנק און דער רבי ר׳ ברוכ׳ל איז איהם געקומען מבקר חולה זיין. זיי האָבען אזוי פארבראכט און הערשעל האָט אפילו קראנקערהייט ניט פארלאָרען זיין מוט און געמאכט מיט זיינע ווערטלאך פרעהליך דעם רבי׳ן. האָט ר׳ ברוכ׳ל א פרעג געבען הערשלען:
— זאָג מיר, הערשעל, צו האָסטו קראנקערהייט אמאָל אַ טראַכט געגעבען, וואס וואָלסטו טענה׳ן אויף יענער וועלט?
— וואָס דארף איך פריהער טראכטען, — האָט הערשעל געזאָגט — אז מען וועט מיך פרעגען, וועל איך טרעפען וואָס צו ענטפערען.
— נו, לאָמיר נעמען למשל, — זאָגט דער רבי — און איך וועל דיך פרעגען די טענות, און לאָמיר הערען וואס וועסטו ענטפערען.
— גוט. — האָט הערשעל מסכים געווען.
— מה שמך? — פרעגט ר׳ ברוכ׳ל הערשלען.
— געצעל.
— סטייטש, — כאפּט זיך דער רבי — מען רופט דאָך דיר הערשעל?
— נו, אז איהר ווייסט, וואָס פרעגט איהר?
— עסקת באמונה? (האָסטו געהאנדעלט אָרענטליך?) — פרעגט ווייטער דער רבי.
— אז איהר האָט מורא, טאָר האנדעלט ניט מיט טיר.
— מה תקנת בעולם? (וואָס האָסטו פארריכט אויף דער וועלט?)
— אמאָל תחתונים, אמאָל א העמד. — האָט הערשעל געענטפערט.
↤ 90
האָט זיך ר׳ ברוכ׳ל זעהר צולאכט און געזאָגט:
— זאָג מיר, הערשעל, דאָס איז דאָך אלץ אויף שפּאס, אָבער, דעם אמת, וואָס טראכסטו צו ענטפערען אויף יענער וועלט?
— אָט וועל איך אייך זאָגען, — ענטפערט הערשעל — איך האָב א צוגעגרייטע טענה: רבונו של עולם! דו האָסט באשאפען דעם מנשען מיט פיער „על כרחה”ס, נעמליך, ע״כ אתה נולד, ע״כ אתה חי, ע״כ אתה מת וע״כ אתה עתיד ליתן דין וחשבון. דריי על־כרחה׳ס האָב איך שוין איבערגעקומען, וואס וועט זיין דער געפאהר, רבונו של עולם, אז דו וועסט מיר שענקען איין בעל־כרחה, בעט איך דיך טאקע, גאָט ברוך הוא, שענק מיר דעם לעצטען בעל־כרחך און בעט ביי מיר ניט קיין חשבון.
מען ווייס ניט פאר וועמען מען בויט
[רעדאַקטירן]אין אסטראפּאָליע האָט א בעל־הבית געבויט א הויז און גערופען הערשלען פאר א מבין. דער בעל־הבית האָט איהם געוויזען ווי עס וועט אלעס אויסזעהן:
— דאָ — האָט ער ערקלערט הערשלען — וועט זיין דאס שפּייז־צימער, דאָרט דער שלאָף־צימער, רעכטס דער קינדער־צימער און אין ווינקעל די קיך.
— ניין, זאָגט הערשעל — איהר זאָלט אזוי ניט בויען. דאָס געעפלט דאָך מעהר ניט אייך, אבער איך פארלאנג אז די קיך זאל זיין דוקא רעכטס און דער קינדער צימער אין ווינקעל.
— וואָס הייסט דו פארלאנגסט? — האָט זיך דער בעל־הבית געוואונדערט — איך האָב דאָך דיר מעהר ניט גערופען ↰ 91 אויף מבינות ווייזען, אבער דו ביזט דאָך דאָ ניט קיין בעל־הבית?
— מען קען גאָר ניט וויסען — ענטפערט הערשעל — די וועלט זאָגט א ווערטעל „איינער בויט און דער אנדערער וואוינט“. היינט, טאָמער וועט דאָ מיר אויסקומען צו וואוינען, וויל איך אז די קיך זאל זיין דאָ און דער זאַל דאָ, נאָך מיין וואונש.
פאר וועמען דער בית עולם איז
[רעדאַקטירן]פריהער, פאר אסטראפּאָלע, האָט הערשעל געוואוינט אין זעהר א קליין שטעטעלע, די שטעטעל האָט פארמאָגט פּונקט צעהן דערוואקסענע אידען, פּונקט ריכטיג אויף צו מאכען א מנין. די אידען האָבען געהאט אַ שול׳כעל און א בית עולם.
איינמאָל איז דורכ׳ן שטעטעל דורכגעפאָהרען א רייזענדער, וואָס האָט דאָרט געהאלטען שבת, און האָט זיי געפרעגט:
— צו וואס דארפט איהר א בית־עולם מיט א שול׳כעל? ממה נפשך: וועט איהר אלע לעבען, דארפט איהר דאָך קיין בית עולם ניט; וועט איינער שטארבען, וועט דאָך פעהלען צו א מנין, דארפט איהר דאָך קיין שוהל ניט?
— מיר וועלען טאקע אלע לעבען, — האָט הערשעל געענטפערט — נאָר דעם בית עולם דארפען מיר פאר דורכרייזענדע.
על חטא
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט אמאָל זיך צו׳דרשה׳ט און געזאָגט:
— דער על חטא האָט אונז געטאָן א גרויסע טובה. אזוי, למשל, ווען עס וואָלט זיך פארוועלען טאָן אן עבירה, וואָלט איך ניט וויסען פון וואס אויסצוקלויבען און וועלכע איז בעסער צו טאָן, איצט, אָבער, איז דאָ אַ רשימה פון עבירות איז עס אַ מחיה, איך עפען אויך דעם סדור און קלויב אויס פון על חטא, וועלכע עבירה מיר געפעלט.
עס וועט זיין גלייך
[רעדאַקטירן]הערשעל האָט אמאָל גערעדט א שדוך, איז די כלה געווען א הויכע און דער חתן זעהר א נידעריקער. האָבען אלע געזאָגט צו איהם, אז עס איז זעהר א קרומע זאַך רעדען אַזאַ שדוך.
האָט זיי הערשעל געענטפערט:
— איהר האָט א טעות, עס קען קיין גלייכערע זאַך אין דער וועלט ניט זיין. ער וועט איהר שוין אראָפּנעהמען די קאָפּ, און זיי וועלען זיין ביידע גלייך.
ווען יעדער עסט גוט
[רעדאַקטירן]די ווייב עסט גוט, ווען זי ליעגט אין קינפּעט; דער מאן עסט גוט, ווען ער זיצט אין סוכה, זיי ביידע עסען גוט, ווען זיי זיינען ביי א פרעמדען אויף אַ שמחה, און ביידע עסען... קדחת, ווען זיי מאכען אן אייגענע שמחה.
↤ 93
וואָס פאר אַ פאלשע וועלט
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער ריכטער האָט שטילערהייט זיך געלאָזט אונטערקויפען פון איין צד. דער בעל־דבר האָט אונטער׳ן טיש אריינגערוקט דעם שופט אין האנט פינף גרויסע מטבעות און ער האָט גע׳פּסק׳נט ווי יענער האָט געוואָלט.
אַז דער שופט איז נאָכ׳ן משפּט געקומען אהיים און ארויסגענומען די מטבעות, האָט ער דערזעהן אז די פינף גרויסע מטבעות זיינען גאָר געווען פינף שטיקעלאך קופּער.
— אוי, אוי, — האָט דער שופט געזיפצט — וואס פאר א פאלשע וועלט מיר האָבען דאָס היינט.
ער דארף דאָך וויסען
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער פּראָסטאק האָט שבת געדאווענט מיט דעם טלית איבערגעווארפען איבער׳ן קאָפּ, ווי עס פּאַסט פאר א למדן. אז הערשעל האָט דאס געזעהן, האָט ער איהם געפרעגט:
— דו ביזט דאָך געוויס א למדן, דארפסטו דאָך וויסען, אז א פּראָסטאק דארף ניט טראָגען דעם טלית איבער׳ן קאָפּ.
פארוואָס עפּעס אין זאלץ
[רעדאַקטירן]ר׳ שמשון חקרן האָט אין בית מדרש ערקלערט דעם טעם, פארוואס לוט׳ס ווייב האָט געזשאַלעוועט זאלץ פאר די אורחים, וואס זי איז דערפאר פארוואנדעלט געוואָרען אין א שטיק זאלץ. אין פלוג איז דאָך א קשיה, וואָס איז זי עפּעס געווען אויף זאלץ ↰ 94 קארגער ווי אויף אנדערע זאַכען. דער תירוץ איז אבער, זי האָט געזשאלעוועט זאלץ, ווייל זאלץ מאכט אפּעטיט צו עסען אנדערע זאכען.
דער פארקעהרטער נוסח
[רעדאַקטירן]אין צדוק הדין געפינען זיך די ווערטער „ד׳ נתן, ד׳ לקח, יהי שם ד׳ מבורך“.
ביי א געוויסען לץ האָט זיך אמאָל געמאכט, אז עס איז געשטארבען זיינער א רייכער פעטער, וועלכער האָט פאר איהם איבערגעלאָזען א גרויסע ירושה. אז ס׳איז געקומען צו דער לויה האָט ער געזאָגט צדוק הדין זעהר פלייסיק. אָבער אז ס׳איז געקומען צו די דערמאנטע ווערטער, האָט ער זיי געזאָגט פארקעהרט „ד׳ לקח וד׳ נתן, יהי שם ד׳ מבורך“.
אין אזא היץ געלעגען
[רעדאַקטירן]דער גרעסטער גביר פון שטעטעל איז געווען זעהר א קארגער. ער האָט ממש ניט פאַרגונען די ברויט וואס ער פלעגט עסען. איינמאָל האָט זיך געמאכט, דאס דער גביר איז געוואָרען זעהר קראנק און אלע דאָקטוירים האָבען איהם אָפּגעזאָגט דעם לעבען. דער גביר האָט מיט די שוואכע קרעפטען צוגערופען דער ווייב צום בעט און איהר געזאָגט, אז זי זאל צוטיילען פופציג דאָלער צדקה און הייסען זאָגען תהלים. די ווייב האָט אַזוי געטאָן. שפּעטער איז דער גביר געוואָרען בעסער און אויסגעהיילט געוואָרען. אז ער איז געקומען צו זיינע חשבונות, ↰ 95 האָט ער דערזעהן אז עס פעהלט איהם פופציג דאָלער און האָט געפרעגט די שטוביגע, וואו די געלט איז.
— דו האָסט דאָך מיר אליין געהייסען צוטיילען פופציג דאָלער אויף צדקה. — האָט די ווייב געזאָגט.
— אזוי, — האָט זיך דער גביר אָפּגערופען — איך געדענק גאָר ניט. איך האָב געמוזט ליעגען אין גרויסע היץ, איהר זאָל הייסען טאָן אַזאַ זאך.
גוט אריין אָבער שלעכט ארויס
[רעדאַקטירן]צוויי פריינד ארומפאָהרער האָבען זיך געטראָפען אין וועג און פארפיהרט א שמועס וואו צו פארפאָהרען, און וועלכע איז אַ בעסערע אכסניה.
— איך ווייס איין אָרט, — האָט איינער געזאָגט — דאָרטען איז אויסנאם גוט צו פארפאָהרען, מען האָט דאָרט אלע באקוועמליכקייטען.
— יע, — האָט דער אנדערער געענטפערט — איך ווייס דעם אָרט. דאָרט איז טאקע גוט אריינצופאָהרען, אבער זעהר שווער ארויסצופאָהרען. (ווייל מען בארייסט זעהר).
אַ וואָרטס־מאן
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער אָקסען־הענדלער, וואס האָט געהאט א טאָכטער, האָט געטאָן א שדוך מיט א זוהן פון א קצב.
נאָך די תנאים האָט זיך געמאכט דאס דער אבי החתן, דער קצב, איז קראנק געוואָרען און דער צוקינפטיגער מחותן, דער אָקסען־הענדלער, איז איהם געקומען געוואָהר ווערען.
דער קצב האָט זעהר געוויינט און דער אָקסען־הענדלער האָט איהם גענומען טרייסטען:
— וויינט ניט, מחותן, מיר זיינען וואָרטס־לייט, דער שדוך בלייבט שדוך און דער יתום בלייבט מיינער.
זיי ריידען ווינציגער
[רעדאַקטירן]מען האָט אמאָל געפרעגט ביי א גרויסען פילאָזאָף, אפשר ווייס ער, אין וועלכען חודש רעדען די ווייבער צום ווינציגסטען, וועט מען דאמאָלט ניט דארפען אנטלויפען פון דער היים אין די פרייע מינוטען, וואס מען האָט נאָך דעם אַרבייטס־טאָג.
— אין פעברואר. — האָט דער פילאָזאָף געענטפערט.
— פאר וואס עפּעס אין פעברואר? — האָט מען איהם געבעטען געבען צו פארשטעהן.
— גאנץ פּשוט, — האָט דער פילאָזאָף געענטפערט — ווייל דער מאָנאט האָט נאָר אַכט און צוואנציג טעג.
זיי האלטען אַ סוד
[רעדאַקטירן]— א וואונדערליכע זאך, — האָט זיך אמאָל א לץ געוואונדערט. — דוכט זיך, די פרויען קענען קיינמאָל קיין סוד ניט האלטען און פּלוידערען אלעס אויס, אָבער דאָך איז פאראן איין געוויסער סוד, וואס זיי וועלען אייך קיינמאָל אין לעבען ניט אויסזאָגען און האלטען עס פארבאהאלטען.
— וואָס איז דאָס? — איז מען געוואָרען נייגעריג.
— דער סוד פון זייערע יאהרען, ווי אלט זיי זיינען. — איז געווען זיין ענטפער.
עס איז גוט, אָבער די צרה
[רעדאַקטירן]צוויי יונגע איידימלעך, זיידענע יונגעלייטלאך, זיינען געזעסען אין בית המדרש און זיך פארנאַנדערגערעדט וועגען שלמה המלך.
— שטעל זיך פאָר, ווי גוט שלמה המלך איז געווען, ער האָט דאָך געהאט טויזענט ווייבער.
— אָ, — ענטפערט דער אנדערער, — ניטאָ וואס צו מקנא זיין. האָט ער געהאט טויזענט ווייבער, האָט ער אויך געהאט טויזענט שוויגערס.
פארוואָס זי לאָזט שרייען
[רעדאַקטירן]— וואָס לאָזט איהר אייער קינד אזוי פיעל שרייען? — האָט מען געפרעגט ביי א מוטער.
— וואָס זאל איך טאָן? — האָט די מוטער געענטפערט — זאָל איך איהם ניט לאָזען, וועט ער דאָך נאָך מעהר שרייען.
זי לאָזט ניט
[רעדאַקטירן]רעדט די מאמע אויס דער טאָכטער:
— איך האָב דיר, טאָכטער, א סך מאָל אָנגעזאָגט, אז דו זאָלסט ניט לאָזען, אז דעם שכנ׳ס זוהן זאָל דיר געבען א קוש.
— איך לאָז דען? — ענטפערט די מיידעל. — דו האָסט געמעגט זעהן, יעדעס מאָל וואס ער גיט מיר א קוש, גיב איך איהם אָפּ צוריק.
זיין תירוץ
[רעדאַקטירן]קומט די מאַמע מיט א פאראיבל צום בחור.
— דו, אויסוואורף, צולאָזענער, ווי וואגסטו דאָס צו קושען מיין טאָכטער? ווי ערלויבסטו זיך דאָס?
— איך ערלויב מיר? — ענטפערט געלאסען דער בחור — זי ערלויבט מיר, אייער טאָכטער, פרעגט איהר.
דער ריכטיגער טייטש
[רעדאַקטירן]אן איידעם האָט אמאָל פאַרטייטשט דעם פּסוק „תזל כטל אמרתי“ תזל — עס זאָל געשוואָלען ווערען; כטל — ווי אַ באַרג; אמרתי — מיין שוויגער. אז מען האָט ביי איהם געפרעגט, וואו האָט ער דאס גענומען דעם פּשוט? האָט ער געענטפערט:
— ווי דען זשע, קען דען זיין אנדערש דער פּשט? איהר מוזט דאָך מיר אליין מודה זיין, אז איך בין גערעכט. לאָמיר נעמען כסדר: „אמרתי,“ — איז דאָך געוויס מיין שוויגער, וואָרים ווער דען איז בילכער געשוואָלען צו ווערען, ווי מיין שוויגער? תזל — איז געוויס דער פּשט געשוואָלען ווערען, וואָרים, וואס דען דארף מיין שוויגער, אויב ניט געשוואָלען ווערען? איצט כטל, מיינט געוויס אַ באַרג, וואָרים אויב שוין יא געשוואָלען ווערען, איז אפילו ווי אַ בארג אויך פאר איהר ווינציג.
גוטע ווערטלאך
[רעדאַקטירן]1. דאָקטוירים אָהן פּאַציענטען — קענען ניט לעבען; פּאַציענטען אָהן דאָקטוירים — וואָלטען אָפט לענגער געלעבט.
2. אַ קארגער וועט גיכער הונדערט מאָל דאנקען, איידער איינמאָל באצאָהלען.
3. אַ שלים־מזל זאל אפילו פאלען אויפ׳ן פּלייצע, וועט ער אויך צושלאָגען דעם נאָז.
4. אַ קארגער איז גלייך צו א חזיר: אליין עסט ער... און די פעטקייט קלייבט ער פאר א צווייטען.
5. די ווארהייט איז נאקעט... אזוי ווי די מענשען זיינען זעהר פרום, ווילען זיי אויף איהר ניט קוקען.
6. אויף דער גאנצער וועלט היטען די מענשען איין תורה: וואָס מעהרער נעמען, וואָס ווינציגער געבען.
שאלות ותשובות
[רעדאַקטירן]— פאר וואס אז א דאָקטאר ווערט קראנק, רופט ער אַן אנדערען דאָקטאר און ער קען זיך אליין ניט היילען?
— גאנץ פּשוט, ווייל קיין מענש וויל זיך אליין ניט אָנטאָן אַ מיתה.
— פאר וואס זיינען ווייבער אזוי שלעכט, אז אָפט ווען זיי ווילען שוין זאָגען א גוט וואָרט דעם מאן, שילטען זיי איהם אויך?
— די מענער האָבען זיי דאָס אויסגעלערנט זיין פאלש. זיי הערען פאלשע קאָמפּלימענטען פון פרעמדע מענער, כאָטש דער אמת איז פארקעהרט.
אַ קלוגע קינד
[רעדאַקטירן]— מזל טוב דיר, קלמנ׳קע, דו וועסט יעצט האָבען א קליינינקע שוועסטער מיט וועמען זיך צו שפּילען. אָבער וואו לויפסטו דאָס אזוי?
— איך לויף דערצעהלען דאָס דער מאמען.
אַ צו גרויסע צרה
[רעדאַקטירן]— איך פארשטעה ניט, ווען גאָט האָט ביי איוב׳ן אלעס צוגענומען, פאר וואס האָט ער איהם געלאָזען דאס ווייב?
— וואָס פארשטעהסטו ניט? גאָט האָט דאָך איוב׳ן דערנאָך אָפּגעגעבען אלץ צוויי מאָל אזוי פיעל. היינט ווען ער וואָלט ביי איוב׳ן דאָס ווייב אויך צוגענומען, וואלט ער דאך איהם געמוזט אָפּגעבען צוויי ווייבער און אזא צרה האָט גאָט איוב׳ן אויך ניט געוואָלט אָנמאכען.
טייז מיט מלאכים
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער קאָרטען שפּילער איז ערב יום כפּור געקומען צום חסיד׳שען רבי׳ן און זיך געוואָלט אריינשפּארען צום רבי׳ן אין חדר מיוחד. דער גבאי, וואס איז געשטאַנען ביים טיר, האָט איהם ניט אריינגעלאָזען.
— געהט, געהט, — האָט דער גבאי געזאָגט — דער רבי איז איצט פארנומען מיט מלאכים.
— זאָגט דעם רבי׳ן, אז איך האָב טייז. — האָט דער קאָרטען־שפּילער געזאָגט.
— אוועק, רשע, — האָט דער גבאי אויף איהם אָנגעשריען — איך וועל באלד זאָגען דעם רבי׳ן, וועט ער דיר פארשילטען.
— אזוי?! דער רבי סטראשעט? — האָט ער קיין מלאכים אויך ניט.
דאָ ליגט דער אומגליק
[רעדאַקטירן]אַ קרעטשמער האָט אמאָל געפרעגט זיין ווייב:
— איך קען ניט פארשטעהן, — האָט ער זיך געוואונדערט — דאכט זיך, די בראנפען מישען מיר מיט וואסער האלב אויף האלב, אויסער דעם שרייבען מיר אויך צו צו יעדער קוואָרט נאָך אן איבעריגע האלבע קוואָרט, און פונדעסטוועגען האָבען מיר אלץ ניט קיין מזל ברכה. וואס קען דאס זיין, און וואָס ליגט דער שלים מזל?
— וואָס פארשטעהסטו ניט, מיין מאן. די צרה ליגט דארין. וואָס אין די צוגעשריבענע גיסען מיר ניט קיין וואסער.
ביי וואָס ער האַלט
[רעדאַקטירן]אַ קלוגער יונג איז אמאָל אריינגעקומען פּסח צו א פרומען אידען, ווען דער איד האָט אָפּגעריכט דעם סדר. האָט ער איהם געפונען זאָגענדיג די הגדה. דער יונג האָט זיך געגרייט מאכען שפּאַס און גיט אַ פרעג:
— רבי, וואו האלט איהר אין דער הגדה?
— ביי „ואתה כלבא“, — האָט דער איד גלייך געענטפערט.
דאָס געהט דיך ניט אָן
[רעדאַקטירן]ר׳ אייזיק בער ציטערט אויף. פון הינטען האָט איהם איינער דערלאנגט אזא פּאטש אין פּלייצע, אז ער איז ↰ שיעור ניט אומגעפאלען. דרעהט ר׳ אייזיק אום האַסטיג דעם פּנים זעהן זיין בעל דבר. ערשט וועלוועל שרה לאה׳ס, אויך א בית המדרש איד, שטעהט פאר איהם און פארענטפערט זיך מיט טויזענד שבועות, אז ער האָט א טעות געהאט, ער האָט געמיינט, אז עס איז זיין שוואָגער, פרידבערג.
— און אייער שוואָגער דארפט איהר אזוי פּאטשען אין פּלייצע? — פרעגט ר׳ אייזיק בערל.
— הערט א זאך — ענטפערט וועלוועל — דאָס געהט דאָך דיך ניט אָן.
אַ געלעהרטער קריגט דעם אמת׳ן שכל פריהער
[רעדאַקטירן]אַ יונגער געלעהרטער מאן האָט אויך ליעב געהאט דעם ביטערען טראָפּען, און פלעגט גאנץ אָפט נעמען א „כוס“. זיינער אַ פריינד האָט באשלאָסען אויסצוריידען איהם אויף אן איידעלען אופן:
— דו ווייסט דאָך — זאָגט צו איהם דער פריינד — וואָס די חכמים זאָגען, אז ביז פערציג יאהר דארף א מענש מעהר עסען ווי טרינקען, און דו ביזט דאָך נאָך יונגער פון פערציג?
— עס איז ניט ריכטיג, — האָט דער געלעהרטער געזאָגט — שטענדיג איז טרינקען פריהער פון עסען. נאָר ביז פערציג יאהר האָט נאָך א מענש קיין פארשטאַנד ניט, רעדט מען איהם ↰ 103 איין, אז ער זאָל עסען מער; פון פערציג איז אָבער „בן ארבעים לבינה“ קומט מען צום שכל, אז טרינקען איז דער עיקר. איך בין אבער א געלעהרטער, ווייס איך דעם אמת׳ן שכל פריהער נאָך פאר פערציג און האלט פון טרינקען בעסער.
אלע פיער אין איינעם
[רעדאַקטירן]אַ אידישער געלעהרטער האָט אמאָל געזאָגט:
— און מיר געפינען זיך אלע מעלות פון אלע ארבעה בנים פון דער הגדה: איך בין א חכם — ווייל — „כי לא לחכמים לחם“ (די חכמים האָבען ניט קיין ברויט); איך בין א רשע — ווייל „לוה רשע ולא ישלם“ (דער רשע לייהט און באצאָהלט ניט); א תם בין איך, ווייל — „כי תם הכסף“ (עס איז אויסגעגאנגען די געלט); און אַ „שאינו יודע לשאול“ בין איך אויך, ווייל — איך קען מעהר ערגעץ ניט שואל׳ן (לייהען).
ממה נפשך
[רעדאַקטירן]דער באריהמטער לץ, אפרים גריידינער, האָט פאר זיין גסיסה יעדערען דערצעהלט, אז גאָט האָט זיך צו איהם באוויזען און איהם געזאָגט, אז ער וועט פון זיין קראנקהייט ניט שטארבען. זיינע גוטע פריינד, וועלכע האָבען זיך געוואונדערט אויף זיינע רייד, האָט ער געזאָגט:
— ממה נפשך, וועל איך טאקע בלייבען לעבען וועט מען מיך האלטען פאר א נביא; אלא וואס, איך וועל שטארבען — וואָס אַרט דאס מיך, אז מען וועט מיך האלטען פאר א שווינדלער?
ער געהט ווי יענעד זעהט
[רעדאַקטירן]אַ הינקענדיגער אויף איין פוס האָט געהאט א פריינד א בלינדען אויף איין אויג. אז דער בלינדער פלעגט באגעגענען דעם הינקענדיגען, פלעגט ער איהם א פרעג טאָן:
— ווי געהט עס, פריינד?
— ווי דו זעהסט, — איז געווען דעם הינקענדיגענס ענטפער.
משה יאק׳ס תורה
[רעדאַקטירן]משה יאק, א ווילנער נגיד און א ווילדער עם הארץ, האָט געהאט א שטאָט אין שוהל נעבען דעם בעוואוסטען משכיל ניסן ראָזענטאל. ביים דאוונען פלעגט משה יאק שטענדיג פרעגען דעם משכיל קשיות און ניסן פלעגט איהם ענטפערען גוטע תירוצים.
איינמאָל ראש חודש צו הלל טוט ער איהם א פרעג:
— זעה נאָר, ניסן, וואס דאָ שטעהט: „הים ראה, וינוס הירדן“ — „דער ים האָט דערזעהן, איז דער ירדן אנטלאָפען“, וואָס פאר א פּשט האָט עס?
— גערעכט, — ענטפערט ניסן — דיין קשיה פרעגט טאקע דער הלל הקדוש „מה לך הים, כי תנוס הירדן“, וואָס איז דיר דער ים, אז דער ירדן ענטלויפט?“
נאָך פון זיינע תורה
[רעדאַקטירן]איינמאָל, זאָגענדיג פּרק, טוט משה יאק אַ זאָג צום עולם:
— זעהט נאָר סא א פארקעהרטע וועלט ביי אונז איז, גאָר ניט ווי אין הייליגען סדור. זומער, אז אין פּרק שטעהט „היום־קצר“, איז ווי אויף להכעיס ביי אונז דער טאָג לאנג; ווינטער ווען דער „ברכי נפשי“ זאָגט דאכט זיך מפורש „זה הים גדול“, איז דער טאָג דוקא קליין.
אַ פראגע פון אַ קצב
[רעדאַקטירן]קומט דער שטענדיגער קויפער ביי קצב אריין מיט א שמחה:
— גיט מיר אָפּ מזל טוב, קצב, מיין טאָכטער האָט מיט מזל געבוירען אַ מיידעלע, אַ געראָטענע. וועגט קיין עין הרע צעהן פונט.
— שוין מיט די ביינער? — פרעגט דער קצב.
ער קען דאָ אויך הערען
[רעדאַקטירן]רופט די מוטער דעם קינד.
— אהרנ׳לע, מיין זוהן, קום אראָפּ, עס דונערט.
— מאמע, איך קען עס דאָ אין דער הויך אויך הערען. — ענטפערט דער זוהן פון דאַך.
צו וואָס דער קארגער קען דערגרייכען
[רעדאַקטירן]ביי דעם גביר דעם פּראָצענטניק וואקסט די עשירות.
כמעט פון א האלבער שטאָט געהערט איהם די דירות.
און וואס ער ווערט רייכער, גרעסערט זיך זיין קמצנות.
אויב איהם וועט צוקומען נאָך עטליכע טויזענט קאַרבען,
האָב איך מורא — איך זאָג עס בנאמנות —
ער זאל פּשוט פון הונגער ניט שטארבען.
אַ מפורש׳ער פּסוק
[רעדאַקטירן]א איד א למדן, וועלכער האָט געהאט א זוהן א חתן־בחור, האָט דורך א שדכן באקומען אַ כלה פאר זיך און א כלה פאר זיין זוהן. דער פאטער האָט געוואָלט אז די ביידע חתונות זאָלען זיין אין איין טאָג. איז ער אוועק צום רבי׳ן פרעגען, אויב דאָס איז ניט געגען דין.
— מען טאָר ניט, — האָט איהם דער רבי געענטפערט — עס איז א מפורש׳ער פּסוק „אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד“.
ער קען שוין אויך שפּילען
[רעדאַקטירן]אַ גרויסער עולם איז געקומען הערען דעם רעדנער. מען איז געווען אפילו אביסעל אנטוישט, אבער מען האָט געשוויגען. פּלוצלונג כאפּט זיך ארויס איינער פון עולם, דערלאנגט אַ פּאטש אויף א טיש און שרייט אויס:
— זאָל דער רעדנער שפּילען פידעל!
— פידעל שפּילען קען איך גאָר ניט. — רופט זיך אָפּ דער רעדנער.
— און רעדען קענט איהר דען? — האָט איהם דער איד קאלטבלוטיג געפרעגט.
ווען עס איז א יום טוב
[רעדאַקטירן]דער רבי לערנט מיט די תלמידים בבא קמא און לערנט איין מיט א תלמיד:
— למשל, — זאָגט דער רבי מיט הארץ — איך געה אין פעלד און א ווילדער אָקס לויפט מיר אנטקעגען, און, גאָט זאָל אָפּהיטען, ער ווארפט מיך אנידער, וואָס זשע וואָלט געדארפט זיין?
— אַ יום טוב אין חדר. — ענטפערט גלייך דער אינגעל.
ער קען אָפּבעטען צוריק
[רעדאַקטירן]— קום שנעלער אוועק פון דאנען. — רופט זיך אָן לייזער צו חיימ׳ען — אָט געהט ר׳ ליב דער טעפּער.
— טאָ וואָס אנטלויפסטו פון איהם?
— איך האָב ביי איהם נעכטען געבעטען א גמילת־חסד פון 10 רובעל.
— טאָ ווארט־זשע, פארקעהרט, אפשר וועט ער דיר איצט געבען.
— שוטה, געגעבען האָט ער מיר נעכטען, איצט, האָב איך מורא, וועט ער נאָך אָפּבעטען צוריק.
אַ מציאה — מסתמא איז עס אַ גע׳גנב׳עטע
[רעדאַקטירן]אַ ישוב׳ניק איז געזעסען ביים סדר און אָנגעקוואָלען ווי גוט זיין זוהן פרעגט די פיער קשיות. אז עס איז געקומען צו חד־גדיא, האָט דער ישוב׳ניק אריינגעקוקט אין די טייטש, און כדי צו ווייזען דעם זוהן אז ער פארשטעהט אויך עפּעס, האָט ער איהם דערצעהלט די מעשה פון א ציעגעלע, וואס א טאַטע האָט געקויפט פאר צוויי גילדען.
פרעגט דער זוהן:
— טאַטע, אָט האָסטו ניט לאנג געקויפט א ציג האָסטו באצאָהלט צעהן גילדען, ווי קומט עס, דאס אין דער הגדה האָט מען געקויפט א ציגעלע בלויז פאר צוויי גילדען?
— איך וועל דיר זאָגען, מיין זוהן, — האָט דער ישוב׳ניק געענטפערט — דו ביזט טאקע גערעכט מיט דיין פראגע, נאָר דאָס איז דאָך געווען אום האלבע נאכט, און אז מען האָט דאס פארקויפט פאר צוויי גילדען, מסתטא איז עס געווען א גע׳גנב׳עטע.
דארף מען ניט פאסטען
[רעדאַקטירן]אין גרויסען בית המדרש האָט איינמאָל תשעה באב געטראָפען אַ וואונדערליכע זאך. וועלוועל דער ישוב׳ניק, דער „למדן“, וואָס האָט זיך ארויסגעקליבען פון דאָרף אין שטאָט, האָט פּלוצלונג ביי מנחה אראָפּגעכאפּט די תפלין פון האנט און זיי געגעבען א שליידער אויף דר׳ערד.
דער גאנצער בית המדרש איז זיך צוזאמענגעלאָפען.
— זייט איהר משוגע צו חסר־דעה? — האָט דער עולם צו איהם געשריען.
— איך ווייס וואס איך טו — האָט וועלוועל „למדן“ געענטפערט — איך בין זעהר הונגעריג און וויל מיר איינשפּארען פאסטען דעם רעשט פון טאָג!
— וואָס, — חידוש׳ן זיך די אידען — אז מען וואַרפט אראָפּ תפלין, מעג מען שוין עסען אום תשעה־באב?
— געוויס, — האָט וועלוועל געענטפערט — איך האָב אין דערהיים א קליינעם שולחן ערוך׳ל אויף עברי טייטש, שטעהט דאָרטען בפירוש, אז ווען מען לאָזט אראָפּ די תפלין של יד דארף מען ניט פאסטען.
געפונען אַ תירוץ
[רעדאַקטירן]ביים סדר אָפּריכטען פרעגט א אינגעל דעם טאַטען, א ישוב׳ניק:
— ווי קומט א דבר אחר אין דער הגדה?
ענטפערט דער פאטער:
— ער איז אריין ביד חזקה.
— טאָ פארוואס האָט מען איהם ניט ארויסגעטריבען?
— מען האָט איהם טאקע ארויסגעטריבען. — ענטפערט דער פאָטער — נאָר עס זיינען געווען „שתים“, איז איינער ארויס און דער אנדערער אריין.
פארוואָס ער קען היינט ניט קומען
[רעדאַקטירן]אַ פערד־הענדלער האָט פון וועג געשיקט פאָלגענדע טעלעגראמע צו זיין פרוי:
„זאָלסט זיך ניט שרעקען וואָס איך קום ניט היינט. דער באהן, וואָס געהט אָפּ היינט, נעמט ניט קיין פערד. איך קום מאָרגען“.
וואָס עס איז איבעריג
[רעדאַקטירן]אַ יונגע ווייבעל האָט געהאט א אינגעל. איז דאָך געוואָרען אַ שמחה, האָט דער מאן געוואָלט עס טעלעגראפירען זיין מאמען. האָט ער אָנגעשריבען אויף א שטיקעל פּאַפּיר: „שרה האָט גליקליך געבוירען אַ זוהן“ און דאָס געוויזען דעם שווער.
— ביזט גאָר קיין סוחר ניט — זאָגט דער שווער — אזעלכע לאנגע דעפּעשען קלאפּט מען ניט. זעה נאָר וויפיעל איבעריגע ווערטער דו האָסט אָנגעשריבען: ערשטענס, „שרה“, וואס הייסט שרה? — ווער דען? דו וועסט געהן קלאפּען דעפּעשען, פאר פרעמדע ווייבער? צווייטענס, „גליקליך“, ווי דען, ניט גליקליך? אז עס וואָלט חס ושלום געווען א סכנה, וואָלט דיר ליגען אין קאָפּ לויפען דעפּעשירען? ווייטער „געבוירען“. צו וואָס דארפסטו דאָס שרייבען? ווי דען זשע דאס פאלט אראָפּ פון הימעל? זעהסטו דאָס לעצטע „זוהן“ איז שוין נישקשה, כאָטש עס איז אויך איבעריג, אז מען קלאפּט א דעפּעשע איז דאָס מסתמא א זוהן, אַ טאָכטער וואָלט אזא שמחה ניט געווען.
יעצט האָט ער זיך אַרומגעזעהן
[רעדאַקטירן]דער טויט פון נחמן קמצן, דער גרעסטער קארגער מענש אין שטאָט, האָט ניט ארויסגערופען קיין שטארקען טרויער ביי זיין זוהן. קאלט און רוהיג איז דער יורש געשטאנען און זיך צוגעקוקט צו די אלע צערעמאָניעס פון דער חברה־קדישא. דאָך ווען מען האָט דעם מת ארויסגעטראָגען פון שטוב און די צדקה פּושקעס האָבען אָנגעהויבען קלאפּען און קלינגען, האָט דעם קמצנ׳ס זוהן פּלוצלונג אויסגעבראכען אין א געוויין.
— וואָס האָסטו זיך איצט עפּעס דערמאנט וויינען? — האָבען איהם די שכנים געפרעגט.
— פארשטעהט איהר מיך, — האָט זיי דער זוהן צווישען דעם וויינען געענטפערט — אז דער טאַטע הערט דאס קלינגען פון די צדקה־פּושקעס און אנטלויפט ניט פון דאנען, בין איך שוין זיכער, אז ער איז טויט.
קיינער שענקט איהם אויך ניט
[רעדאַקטירן]שמשון בוימוואָהל, א שנאָרער, קעהרט זיך אום אהיים פון זיין יעהרליכען אַרומפאָהרען איבער די שטעט און שטעטעלאך אין דייטשלאנד, און גיט אָפּ דער ווייב א באריכט פון זיין רייזע, וויפיעל ער האָט געמאכט אין יעדער שטאָט, ווער עס איז אָפּגעקומען, און וועלכע נייע זיינען צוגעקומען. ער נעהמט ארויס פארשריבענע בויגענס פּאפּיר און לייענט פון דאָרט פאר דער ווייב. פּלוצלונג ברעכט שמשון אויס אין א שרעקליכען יאָמער, און וויינט אויפ׳ן קול.
— וואָס וויינסטו פּלוצלונג? — פרעגט די ווייב.
— אוי וועה, — ענטפערט שמשון און קלאפּט זיך מיט׳ן קולאק אין שטערן — איצטער האָב איך זיך דאָס אַרומגעזעהן.
— וואָס זעהסטו איצט, שמשון?
— איך זעה, — קלאָגט ער — איך זעה, אז ווען איך בין געווען אין פראנקפורט, בין איך ניט געווען ביי ראָטשילד׳ן. גאָר פון זינען ארויס. ער גיט דאָך מיר אלע יאהר 5 מאַרק. אוי וועה, אוי וועה.
— וואָס ערגערסטו זיך אזוי? — טרייסט איהם די ווייב — דו האָסט געבראכט דעם מאָל אזוי פיעל געלט, שענקט מען ראָטשילד׳ן די פינף מאַרק.
— איך זאָל איהם שענקען — האָט שמשון זיך ניט בערוהיגט און אויסגערופען מיט צאָרן — און מיר שענקט אימיצער?
ער וואָלט געווען רייכער פון ראָטשילד׳ן
[רעדאַקטירן]— ווען איך זאָל האָבען ראָטשילד׳ס געלט — זאָגט פארטראכט אין מחשבות איין שנאָרער צום אנדערען — וואָלט איך נאָך געווען פיעל רייכער פון איהם.
— ווי אזוי? — פרעגט דער אנדערער שנאָרער.
— גאנץ פּשוט, — זאָגט דער ערשטער — איך וואָלט דאָך דערצו נאָך צוגעשנאָרט אויך.
„וואָס זשע טוט גאָט“
[רעדאַקטירן]אַ קליינשטעטעלדיקער איז אמאָל געווען אין א גרויסער שטאָט, ווען ער איז געקומען צוריק אין זיין קליין שטעטעל, האָט ער דערצעהלט נסים פון דער גרויסער שטאָט, און האָט דאָס אויך דערצעהלט:
— איינמאָל האָט זיך מיר פארוואָלט עסען, וואו געהט מען אריין? בין איך אריין אין א פיינע גאר־קיך און הייס זיך געבען עסען. האָט מען מיר געגעבען עסען גאָר ווי ביי אונז צו שבת׳דיגע וועטשערע: פיש, פלייש, קרעפּלאך, פון כל טוב, זאָג איך אייך! אז איך האָב שוין אָפּגעגעסען, מאכט מען מיר א חשבון, אז איך דארף באצאָהלען א רובעל. עס איז מיר פינסטער געוואָרען פאַר די אויגען. אָבער וואס זאָל מען טאָן? אז מען הייסט, מוז מען באצאָהלען! וואָס זשע טוט גאָט? נעהם איך און גנב׳ע אוועק א זילבערנעם לעפעל.
גימפּעל, געה צוריק אין דיין רוה
[רעדאַקטירן]א ישוב׳ניק, ביי דעם נאָמען גימפּעל, האָט געקויפט פון אַ פּויער פון א נאָהנטען דאָרף א באָק. ער האָט איהם געגעבען האנט־געלט און פארשפּראָכען אָפּנעמען דעם באָק אין אכט טאָג אַרום. דערווייל איז געקומען אן אנדער איד צום פּויער און געבעטען ביי איהם קויפען דעם באָק. זאָגט איהם דער פּויער, אז ער האָט שוין גענומען האנט־געלט ביי גימפּלען. ענטפערט איהם דער איד אז גימפּעל איז פּלוצלונג געשטארבען. דער פּויער האָט געגלויבט, דער איד האָט איהם באצאָהלט, צוגענומען דעם ↰ 114 באָק און אוועק. אין אכט טעג ארום, צו דער באשטימטער צייט פארנאכט צו איז גימפּעל געקומען צום פּויער, און געוואָלט אָפּנעהמען זיין באָק. אז דער פּויער האָט איהם דערזעהן, האָט ער אין שרעק אויסגערופען:
— גימפּעל, געה צוריק אין דיין רוה, דער באָק איז שוין פארקויפט!
פון די זעלטנהייטען
[רעדאַקטירן]עס איז זעלטען צו געפינען:
אַ פּאָליציאנט — א בעל רחמים.
אַ חסיד — א בעל דרך־ארץ.
אַ קבצן — אן עקר (קינדערלאָזער).
אַ גביר — ניט קיין עקספּלאָטאטאר.
אַ גמרא־קאָפּ — אן עהרליכער מאן.
אַ משולח — אָהן א גראָבען בויך.
אַ שוהל — אָהן מחלוקת.
אַ חברה־קדישא — אָהן טרינקערס.
אַ רב — א שונא בצע.
אַ חזן — א בעל־עברי.
אַ מוכר ספרים — א למדן.
אַן אדוואָקאט — א בעל־יושר.
אַ בעל־טובה — אָהן פניה.
אַ שדוך — אָהן הארצוועהטאָג.
אַ צדקה־פּושקע — מיט געלט אינעווייניג.
איהר פאַרשטעהט בעסער אַ געשעפט
[רעדאַקטירן]צו אַ רייכען סוחר אין א רייך געשעפט איז אריינגעקומען אַן אָרימאן און געבעטען א נדבה. יענער וויל זיך נעמען צו דער קעשענע, נאָר דער אָרימאַן זאָגט איהם:
— איך בין נישט קיין פּשוט׳ער אָרימאַן. ווייניגער פון אַ קערבעל נעהם איך נישט.
— ווען איהר בעט 20 קאָפּיקעס — זאָגט דער סוחר — וואָלט אייך יעדער געגעבען, אָבער אַ קערבעל — מאכט איהר זיך דאָך אינגאַנצען קאַליע.
— זעהט אויס, אַז איהר פאַרשטעהט טאַקע בעסער אַ געשעפט פון מיר — זאָגט דער אָרימאן — נאָר אפשר וועט איהר איבערנעמען מיין פּרנסה?
וואָס גרעסער די מכה — כשר׳ער די רפואה
[רעדאַקטירן]אַ משכיל, פון די היינטיגע „חכמים“, איז אַריינגעקומען צו אַ רב מיט אַזאַ שאלה:
— רבי, איך האָב אַ מכה אויף דער האַנד און דער דאָקטאָר האָט באַפוילען אַלס רפואה צוצולעגען זויערמילך. טאָ פרעג איך באַ אייך, צי איז נישט דערויף חל דער איסור פון בשר בחלב?
דער רב, זעהענדיג וועמען ער האָט פאַר זיך, האָט גלייך געענטפערט:
— וואַרט אַ וויילע, ביז די מכה וועט זיך פאַרגרעסערען מיט זעכציג מאָל, וועט עס ווערען בטל בששים...
אַ גרויסער בעל צדקה
[רעדאַקטירן]אַ איד אַ נגיד, וואָס איז אַמאָל אין דער יוגענד געווען אַ שטיקעל בעל תפילה, האָט איינמאָל אין אַ „שבת־מברכין“ מנדב געווען צו דאוונען פאר׳ן עולם א מוסף. נאָכ׳ן דאוונען רופט זיך איינער אָפּ:
— הערט איהר וואָס איך וועל אייך זאָגען, אונזער היינטיגער בעל־מוסף איז באמת אַ גרויסער בעל־צדקה. איטליכער גיט ווען ער קען; ער, אָבער, קען נישט, פונדעסטוועגען גיט ער אַ נדבה.
וואָס ווער עס דארף
[רעדאַקטירן]דער פּנים איז דער יונגער פרוי׳ס ביזנעס. אַ שעהנער פּנים איז אַ גרויסע רייכע ביזנעס. די מיידעל, וואָס האָט אַ שעהנעם פּנים, דאַרף האָבען אַ סך, אַ סך שכל צו פאַרוואַלטען איהר שעהנע, רייכע ביזנעס.
די, וואָס האָט אַ מיאוס׳ן פּנים, דאַרף האָבען אַ סך, אַ סך געלד.
דער סדר
[רעדאַקטירן]אַ פארצייטיגער ישוב׳ניק האָט ניט געוואוסט ווי אָפּצוריכטען דעם סדר און האָט דעריבער געשיקט זיין ווייב, זי זאָל געהן ביים שכן אונטער׳ן פענסטער און זעהן וואָס ער טוט, און זי זאָל איהם נאכהער איבערגעבען ווי און וואָס, וועט ער וויסען וואָס צו טאָן.
די ווייב האָט איהם געפאָלגט, איז אַוועק צום שכן אונטער׳ן פענסטער און געזעהן ווי דער שכן שלאָגט שרעקליך זיין ווייב. זי איז אַוועק אַהיים אין שרעק און באַשלאָסען דעם מאַן ניט צו דערצעהלען וואָס זי האָט געזעהן. זי קומט אַריין אין שטוב און דער מאן פרעגט איהר וואָס האָט זי געזעהן. זי שווייגט אָבער און ענטפערט ניט. דער מאַן האָט איבערגעפרעגט נאָך אַמאָל און זי האָט איהם אַלץ ניט געענטפערט.
דאָ איז דער ישובניק געוואָרען אין כעס, האָט אויפגעהויבען די הענט און דער ווייב מכבד געווען מיט אַ פּאָר גוטע פּעטש. די ישוב׳ניצע האָט זיך פאַנאַנדערגעוויינט און געזאָגט:
— נו, אַז דו ווייסט שוין אַליין, טו וואָס׳זשע פרעגסטו?
אַ פּשוט׳ער קל וחומר
[רעדאַקטירן]אַ קלויזניק ליגט ביינאַכט אויף אַ האַרטער באַנק אין בית׳המדרש און קען נישט אַנטשלאָפען ווערען. טאַפּט ער אָן עפּעס אַ פעדער אויף זיין קאַפּאָטע, וואָס ליגט איהם צוקאָפּענס, און ער נעמט דרינגען:
— איך הייב נישט אָן צו פאַרשטיין מיט׳ן שכל. אויף וואָס טויג עס אַנדערע לייט צו האָבען אַ סך קישענס מיט פּערינעס? ס׳איז דאָך אַ פּשוט׳ער קל וחומר: וויבאַלד אַז מען ליגט אויף איין פעדער איז אזוי הארט, מוז דאָך אויף א סך פעדערען אודאי און אודאי זיין האַרט צו ליגען.
אַ העלד
[רעדאַקטירן]אין אַ מענאַזשעריע פון חיות איז אַרויסגעגאַנגען דער פּאָקוסניק און אויסגערופען פאַר׳ן פּובליקום:
— ווער עס געהט מיט מיר אַריין צום טיגער אין שטייג, דעם גיב איך הונדערט מיליאָן.
— איך געה, — האָט זיך אַרויסגערופען אַ בלייכער דערשראָקענער איד מיט אַ גרוי בערדעל.
— מיט מיר?
— אַפילו אַליין. איך דאַרף קיינעם נישט.
— ס׳הייסט איינער אַליין ווילט איהר אַריינגעהן אין שטייג?
— נו, יאָ, נאָר פריהער נעמט אַרויס דעם טיגער.
זיין אומגליק
[רעדאַקטירן]— וואָס טוט מען, מיין פריינד? — האָט דער קליידער־פאַבריקאַנט זיך געווענדעט צו זיין פריינד, — מיין ווייב איז אַנטלאָפען מיט מיין בוכהאַלטער.
— וואָס׳זשע עסטו דיר אַזוי אָפּ דאָס האַרץ? — האָט דער פריינד געשמייכעלט — ווייניג שעהנע מיידלאַך זיינען דאָ?
— אַך, ביזט אַ שוטה! — האָט דער קליידער־פאַבריקאַנט זיך ניט געוואָלט טרייסטען — וואו וועל איך קריגען נאָך אַזאַ פעהיגען און געטרייען בוכהאַלטער?
דעם ישיבה־בחור׳ס פּסוק
[רעדאַקטירן]אַ קאַרגער גביר האָט גענומען אַן אָרים־בחור אויף שבת. ביים טיש האָט מען דערלאנגט לאָקשען, נעמט דער גביר א קאָך־לעפעל, שעפּט אָן פון שיסעל געדיכטע לאָקשען, גיסט זיך אַריין אין טעלער און זאָגט דערביי: „אדם קרוב לעצמו“. נאָכדעם האָט ער ווידער אָנגעשעפּט די געדיכטע, אַריינגעגאָסען צום ווייב אין טעלער און געזאָגט: „אהבתי את אשתי“. נאכהער האָט ער אָנגעגאָסען די קינדערשע טעלערס און געזאָגט: „אהבתי את בני“. באַם סוף, ווען עס איז שוין איבערגעבליבען קלאָרע וואַסער, האָט ער דאָס אַריינגעגאָסען דעם אָרים־בחור.
דער בחור האָט אָבער לאַנג ניט געקלערט, ער האָט גענומען דעם שיסעל זופּ, זיי אַלעמען אָפּגעגאָסען, געזאָגט דערביי „וזרקתי עליכם מים טהורים“ און איז אַנטלאָפען פון טיש.
איהם פעהלט די מזומן
[רעדאַקטירן]— וואָס מאַכט איהר? — האָט איינער געפרעגט זיינעם אַ פריינד, אָנטרעפענדיג איהם אין גאַס.
— זעהר ניט גוט, — האָט דער פריינד געענטפערט, — איך האָב אַ מיידעל חתונה צו מאַכען, איך האָב גראַדע אויך פאַר איהר אַ גוטען חתן, נאָר דער חתן וויל אַנדערש נישט ווי צוויי הונדערט רובעל, אָבער איך האָב מעהר נישט ווי הונדערט.
— דאָס איז דאָך אַ קלייניגקייט, — האָט דער ערשטער געזאָגט, — לייט זאָגען צו גרעסערע נדן און גיבען דערנאָך ניט ↰ 120 אַוועק. דאָס זעלבע דאַרפט איהר אויך טאָן: איהר זאָגט איהם צו צוויי הונדערט און נאָכדעם וועט איהר איהם איין הונדערט ניט אָפּגעבען.
— הערסטו, — האָט דער פריינד געענטפערט, — דאָס איז דאָך די מעשה, וואָס דעם צוגעזאָגטען הונדערטער האָב איך, נאָר דער אמת׳ער פעהלט מיר.
פאַרוואָס ער עסט אַ סך
[רעדאַקטירן]א קליינגעוויקסיגער ישיבה־בחור האָט געגעסען ביי איינעם אַ טאָג. דער בחור איז געווען זעהר אַ גרויסער עסער און וויפיעל מען פלעגט איהם שטעלען צום טיש, פלעגט ער גיך איינשלינגען און נאָך בלייבען הונגעריג.
— זאָגט מיר, וואָס איז די מעשה, — האָט איהם איינמאָל געפרעגט זיין בעל־הבית — וואָס איהר, אַזאַ קליינער מענשעלע, עסט אַזוי פיעל, אָהן עין־הרע?...
— איך וועל אייך ערקלערען — האָט דער ישיבה־בחור געזאָגט — בשעת גאָט האָט באַשאַפען די וועלט, האָט ער אויפגעהאנגען אלע סאָרטען קישקעס, קליינע און גרויסע. דער הויכער מענש, וועלכער האָט געקאָנט דערגרייכען העכער, האָט זיך אויסגעקליבען אַ קורצע קישקע איך אָבער, אַלס קליינער מענשעלע, האָב געמוזט נעמען אַ לאַנגע קישקע.
קיינער ווייסט ניט אַוואו מען געהט
[רעדאַקטירן]דער גאון רבי יונתן פּראַגער איז געווען באַקאַנט מיט דעם קעניג. איינמאָל האָט דער קעניג געזעהן ווי ר׳ יונתן געהט אין גאַס זעהר גיך. האָט דער קעניג געשיקט זיינעם אַ דינער און ער האָט געבראַכט ר׳ יונתן פאַר דעם קעניג.
— וואוהין געהסטו? — האָט דער קעניג איהם געפרעגט.
— איך ווייס ניט — האָט ר׳ יונתן געענטפערט.
— דו פאַרדינסט אַ גרויסע שטראף — האָט דער קעניג געזאָגט — דו לאכסט פון מיר, ווייל וועלכער מענש ווייסט דאָס ניט אוואו ער געהט.
— חלילה — האָט ר׳ יונתן געענטפערט — איך לאַך ניט פון דיר, גרויסער קעניג. אָט זעהסטו דאָך, איך האָט גערעכענט געהן אין שוהל לערנען און איך בין גאָר געבראַכט געוואָרען אַהער, צו דיר, קעניג, אין פּאַלאַץ. קען איך דען שוין וויסען אַוואו איך געה?
דעם קעניג איז די תשובה זעהר געוואָרען געפעלען.
דער רבי מיט די חסידים
[רעדאַקטירן]עלטערע חסידים זיינען געזעסען ביי דעם רבי׳ן אין קלויז און האָבען גערעדט, פילאָזאָפירט וועגען דער וועלט. זיי האָבען געפונען גרויסע פעהלערען אין דער גאַנצער בריאה.
— ווען איך וואָלט געווען גאָט — האָט איין חסיד געזאָגט — וואָלט איך געמאַכט דאָס אַלע מענשען זאָלען ווערען חסידים...
דער צווייטער חסיד האָט געזאָגט:
— ווען איך וואָלט זיין גאָט, וואָלט איך געמאַכט אין אַלע טייכען זאָל אנשטאט וואַסער ווערען בראנפען.
דער דריטער חסיד האָט געזאָגט:
— ווען איך וואָלט געווען גאָט, וואָלט איך אַריינגעגעבען אַ גוטע מחשבה אַלע מיליאָנערען זיי זאָלען זעהר גאַנצען פאַרמעגען אַריינשיקען אַ פּדיון אונזער רבי׳ן זאָל לעבען.
דער רבי האָט דאָס געהערט, האָט ער זיין טיר געעפענט און געזאָגט:
— קינדערלעך, הערט מיך אויס, ווען איך וואָלט געווען גאָט, וואָלט איך טאָן דאָס זעלבע וואָס גאָט טוט.
* * *
[רעדאַקטירן]האָט אַ מאַן געזאָגט צו זיין ווייב:
— דו ביזט מיין לעבען, אָבער מיר איז דער לעבען געוואָרען איבערדריסיג.
אַ לוח
[רעדאַקטירן]אַ ווייב, אַ „שלאַק פון זיין ליבען נאָמען“, רופט זיך איינמאָל אָן צום מאַן:
— שטענדיג, ווען דו ביזט אינדערהיים, קוקסטו זיך אויף מיר נישט אום, גלייך ווי איך בין גאָר נישטאָ, און האַלטסט אין איין אַריינקוקען אין ספר. הלואי וואָלט איך אויך געווען א מין ספר!
— מהיכא־תיתא — זאָגט דער מאַן — גלויב מיר, איך וואָלט גאָרנישט געהאַט געגען דעם דו זאָלסט אויך זיין אַ ספר, נאָר ווייסטו וואָס פאַר אַ ספר? אַ לוח, וואָס נאָכ׳ן יאָהר לייגט מען אַוועק דעם אַלטען און מען נעמט אויף זיין אָרט אַ נייעם.
פאַרמאַטערט צו תשליך
[רעדאַקטירן]אַ ניינציג־יאָהריגער זקן איז געלעגען אין בעט אַ מידער, פאַרמאַטערט, און געקרעכצט. פרעגט איהם דער זוהן:
— וואָס איז דיר, טאַטע, וואָס קרעכצסטו?
— אַ, מיין קינד, איך האָב זיך פאַרמאַטערט גייענדיג צו תשליך און צוריק, — ענטפערט איהם דער פאָטער.
— וואָס זאָגסטו, טאַטע — פרעגט דער זוהן — היינט איז דאָך גאָרנישט ראש השנה, היינט גייט מען דאָך נישט צו תשליך?
— איך מיין נישט היינט. איך האָב זיך פאַרמאַטערט אין די ניינציג מאָל וואָס איך בין געגאַנגען — זאָגט דער אַלטיטשקער.
אַ בעל עגלה איז גרעסער
[רעדאַקטירן]אַ חזן, וואָס איז אַ גאַנץ יאָהר אַרומגעפאָהרען פון שטאָדט צו שטאָדט מיט זיינע משוררים, האָט שוין געהאַט תמיד מיט זיך זיין בעל עגלה, ערשטענס כדי מען זאָל זעהן נאָך אַ היטעל ביים עמוד, און דער עיקר אימיצער זאָל דעם בעל־עגלה אויך ↰ 124 אהיימנעמען אויף שבת. ער פלעגט איהם ביים דאוונען אוועקשטעלען גלייך מיט אַלע משוררים. ווען איינער, אַ בעל־הבית, מיינענדיג, אַז דער בעל־עגלה איז אויך אַ משורר, האָט איהם אַהיימגענומען אלס אורח, האָט ער איהם ביים טיש געפרעגט:
— ווי קומט עס, וואָס בשעת די משוררים האָבען געזונגען, האָט איהר גאָר אינגאַנצען געשוויגען?
— איך — האָט געענטפערט דער בעל־עגלה ברייט — איך בין נאָך גרעסער פון חזן אַליין. וואָרים דער חזן פיהרט נאָר דעם כאָר און איך פיהר דעם כאָר מיט׳ן חזן צוזאמען.