דע חכמה לנפשך קבלה כי תבא תשס"ט המשך
דע חכמה לנפשך קבלה כי תבא תשס"ט - - דע חכמה לנפשך קבלה כי תבא תשס"ט המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
ג] דער ענין פונעם שם הוי"ה בריבוע וואס דאס איז דער בחי' פון ריבוי הוי"ה, וואס איז בשורש ו"ק דמ"ה דהיינו די אונטערשטע חלק פונעם ו"ק דמ"ה בחי' חכמה דבינה, ווערט געברענגט אין זוה"ק אז דאס איז בבחי' דער שיר וואס מען גייט זינגען לעתיד לבא ווען ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, וואס דער שיר ווערט אנגערופן שיר פשוט כפול ומשולש, וואס דער עבודה דערפון איז מגלה צו זיין דעם אור האלוקות און די בהירות האמונה אין יעדע קלייניקייט, און אדרבה ווי מעהר עס איז באהאלטן פון אונז די אור האלוקי מיט הסתרות און העלמות, דארף מען זיך מעהר און מעהר מתגבר זיין מיט די עבודה פון מגלה זיין כבוד שמים בבחי' נגד"י כ'בוד ש'מים, און די גאנצע אמונה דארף צו זיין מתוך ששון ושמחה, און אזוי מיט די עבודה טוהט ער מגלה זיין דעם אור האלוקי אין די טיפסטע און אין די נידריגסטע מקומות, און דאס איז דער בחי' פון י' י"ה יה"ו וכו' דהיינו אז אפי' ער פאלט אדורך איינמאהל כאפט ער זיך צירוק און ער איז זיך מחזק, און ממילא איז ער זוכה צו א גרעסערע אור בבחי' י"ה, און שפעטער פאלט ער נאכאמהל אראפ און ער איז זיך מחזק, איז ער זוכה צו נאך א גרעסערע אור בבחי' יה"ו וכו'.
און ווי דער הייליגע תורת חכם זי"ע איז מבאר די חז"ל (תו"כ פר' בחוקותי) אינו דומה מרובין העושים את התורה ממועטין העושים את התורה, דהיינו כדוג' ווען א מענטש קומט אריין אין ביהמ"ד און זעהט ווי א מנין אידן זאגן אמן יהא שמיה רבא וגו', און ווען א מענטש קומט אריין אין ביהמ"ד און זעהט טויזנט אידן זאגן אמן יהא שמיה רבא וגו', איז עס דאך ממש נישט גלייך די קידוש השם פון איינער ביזן צווייטן, אזוי אויך ווען איינער איז אן עובד השי"ת מיט א דרך פון ישר דהיינו אן קיין בילבולים און העלמות, איז עס זייער חשוב אין הימל, אבער ווען איינער איז אן עובד השי"ת מיט העלמות און הסתרות און בילבולים, און יעדע מאהל איז ער זיך מחזק און איז מגלה די אור פונעם מלכות שמים אין אלע העלמות און הסתרות, אזא איינער איז אסאך מעהר מרבה כבוד שמים באופן ריבוי שם הוי"ה, וויבאלד אין יעדן עקסטרע פירוד און הסתרה איז ער נאכאמאהל מגלה די אור האלוקות, און טאקע דערפאר ווערט די עולם האצילות אנגערופן בבחי' אות י' פונעם שם הוי"ה, און עולם הבריאה י"ה, און עולם היצירה יה"ו, און עולם העשיה יהו"ה (וכמובא בכוונות הרש"ש על הפסוק בידך אפקיד רוחי), ווייל וויבאלד אינעם עולם העשיה איז פארהאן גאהר אסאך נפילות ירידות, און איינער וואס איז זיך מחזק און ער דערשרעקט זיך נישט פון די אלע העלמות, נאר אדרבה ער איז מגלה די אלוקות אין יעדע נפילה, אזא איינער איז אסאך מעהר מגלה די שם הוי"ה ווי דער וואס איז בבחי' עולם האצילות.
און אדרבה טאקע נאר אזוי קען מען מעלה זיין די שווערסטע נידריגסטע חלקים פון די רפ"ח ניצוה"ק, וואס דאס איז אונזער גאנצע תפקיד אויף די וועלט, און אזא עובד השי"ת איז מורא'דיג מקרב די ביאת הגואל שיבוא במהרה בימינו, ווייל ער באלייכטערט די נידריגסטע מקומות, מיט דעם וואס ער איז זיך מחזק און איז מגלה אז עס איז פארהאן א באשעפער אויפן וועלט וואס איז דער ברא ויצר ועשה הכל היה הוה ויהיה עילה כל העילות וסיבת כל הסיבות, און אפי' אין די גרעסטע נפילה און ירידה קען מען און מען דארף זיך מחזק זיין פונעם שאול תחתית ביז די העכסטע עולמות, און אזוי קומט מען צו צום שיר דלעתיד לבא, וואס דעמאלס וועט דאך זיין ומלאה הארץ דעה את הוי"ה מיטן גרעסטן מאס התגלות אן קיין שום הסתר פנים, און אפי' אין די נידריגסטע מקומות וועט נתגלה ווערן אז אחד יחיד ומיוחד אדון הכל היה הוה ויהיה, און דאס איז פשט אז אינעם עולם העשיה ווערט מרומז די גאנצע שם הוי"ה, ווייל דייקא אינעם גרעסטן העלמה און הסתרה ווערט נתגלה בכח ובפנימי' די גרעסטע אופן פון דביקות אין השי"ת.
און דער עיקר העבודה פונעם גילוי האלוקות אין יעדן מקום אפי' אין די טיפסטע מקומות, קומט דורכדעם וואס דער מענטש הארוועט אויף זיך, זיך צו מבטל זיין בהתבטלות גמורה פארן בורא ית"ש, וואס דאס איז בסוד חכמה דבינה וואס איז בבחי' משיח בן יוסף [1], וואס חכמה איז דער בחי' פון ביטול כ"ח מ"ה ונחנו מ"ה, און אז מען איז זוכה צו די ריכטיגע התבטלות גמורה און מען איז בבחי' לית ליה מגרמיה כלום, מען איז נאר דבוק אין חי החיים בסוד והיו חייך תלאים לך מנגד, אזא איינער לעבט דאך שטענדיג מיטן געדאנק פון מה אנו מה חיינו, עס קומט זיך דאך גארנישט מיט נישט פאר אונז, נאר אלעס איז בלויז חסד ה' ווייל מדרך הטוב להיטיב, און דער גאנצע בריאה איז איין שטיק חסד האלוקות בהתגלות ממש, ממילא קומט מען צו צום הכרה אז אפי' די אלע ירדות און נפילות הסתרות און העלמות איז אויך איין שטיק מדרך הטוב להיטיב בהתגלות ממש, ווייל כלפי השי"ת איז דאך נישט קיין שום נפק"מ צווישן טוב און וואס עס זעהט אויס פאר אונז רע, ווייל אינעם עלמא דקשוט זעהט מען דאך די גאנצע ווארהייט, אז אלעס איז נאר בלויז אלוקות און גאט'ליכקייט ממש בשלימות.
און אז מען האלט שוין אין די מדרגה איז מען זוכה אז אפי' מען איז בבחי' אחור באחור, און נאכמעהר מען איז בבחי' נסירה דהיינו אינגאנצן אפגעשניטן, און נאכמעהר מען איז בבחי' תרדימה און דורמיטא דהיינו מען איז אינגאנצן פארשלאפן בבחי' אחד משישים ממיתה, עכ"ז דייקא דעמאלס קען מען מגלה זיין אינעם מלכות דהיינו אינעם נידריגסטן בחי' עשיה שבעשיה אין די שווערסטע חלקים פון די רפ"ח ניצוה"ק, קען מען מגלה זיין די מוחין עילאין ו"ק דמ"ה בחי' חכמה דבינה, און די ריבוע פונעם שם הוי"ה ב"ה שיר דלעתיד לבא בסוד ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, וואס דאס איז אויך דער בחי' וואס שטייט ביי מרדכי הצדיק ע"ה ווי דער פסוק זאגט ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה, און ווי חז"ל דרש'ענען (מגילה י"א.) אז ער האט אפגעלייקנט אין אלע ע"ז שבעולם, דהיינו אז ער האט זיך מבטל געווען צו השי"ת און ער האט מגלה געווען די אור האלוקות אין יעדן מצב אפי' אין די נידריגסטע מצבים פון נפילות וירידות בבחי' עובד עבודה זרה רח"ל, האט מרדכי הצדיק מגלה געווען און מזכך געווען די לופט מיט אור האלוקותו ית"ש [2], און דאס זעהן מיר אויך ביי א תלמיד כלפי זיין רבי, וואס חז"ל זאגן (ע"ז ה.) לא קאי איניש אדעתיה דרביה עד ארבעין שנה, דהיינו אז בדרך כלל איז א תלמיד בבחי' עולם הבריאה כלפי זיין רבי וואס איז בסוד חכם בבחי' עולם האצילות, און ווען דער מענטש גייט אדורך א בחי' פון הסתרה כלפי זיין רבי און ער שטארקט זיך איז ער זוכה צו א מורא'דיגע התגלות און ער ווערט אין די בחי' פון זיין רבי אליינס [3].
ד] און בפרט מיר האלטן יעצט סוף די ס' טעג וואס הייבן זיך אן פון י"ז תמוז ביז י"ז אלול, וואס די טעג זענען טעג פון הסתרה העלמה בבחי' אחור באחור ותרדימה ונסירה, און ווי עס שטייט פונעם הייליגן אר"י זי"ע אז פון י"ז אלול הייבט זיך שוין אן די פנימי' פונעם קומענדיגן יאהר, און די ס' טעג זענען אקעגן די ס' אותי' פון די פסוקי ברכת כהנים, און בפרט די יאהר וואס מיר ענדיגן די זעקסטע יאהר פון די זעכציגע יאהרן {תשס"ו}, [און בפרט די יאהר ןןאס מיר ענדיגן יעצט די גאנצע צענדליג יאהר פון ס' און מיר גייען אריין בעז"ה אין תש"ע], וואס ס' איז בבחי' יוסף הצדיק די זעקסטע מידה וואס איז מרמז אויף חכמה דבינה בחי' ו"ק דמ"ה, און אין די ס' יום איז פארהאן געוויסע גזירות און הסתרות אויף כלל ישראל, און הגם בדרך כלל איז מען ממתיק די דינים מיטן עבודת התפילה, איז עס אבער נישט גענוג ווייל תפילה עושה מחצה, וואס דאס איז בבחי' לאה וואס איז בעצם נאר א האלבע פרצוף פונעם נוקבא, וואס לאה איז מרמז אויף תפילה בסוד ועיני לאה רכות, דארף מען אבער זיך מעלה זיין אויך מיטן בחי' רחל, וואס רחל איז בבחי' חכמה דהיינו כנ"ל צו באלייכטן אלע נידריגע טיפע מקומות מיטן אור האלוקות, און אזוי קען מען זוכה זיין צו די גאנצע ישועה בשלימות.
און ווען דער מענטש איז שוין שלם מיט ביידע בחי' דהיינו מיטן כח התפילה בבחי' לאה און מיטן כח החכמה בחי' רחל, דעמאלס האט שוין די מלכות איהר גאנצע קומה, ממילא קען זיך שוין די מלכות מייחד זיין מיטן ז"א פנים בפנים, און דאס איז וואס דער הייליגע אר"י זי"ע שרייבט אז די ו"ק דמ"ה זענען די כלי הלידה, דהיינו אז דייקא אזוי באקומט די נוק' די כח פון צו זיין שוה קומה בקומה מיטן ז"א, און דערנאך ממשיך זיין השפעות טובות פאר כלל ישראל.
און ווי הרה"ק רבי יצחק אייזיק'ל מזידיטשוב זי"ע טייטשט אינעם פסוק השקיפה ממעון קדשך מן השמים וגו', און ווי רש"י הק' איז מפרש עשינו מה שגזרת עלינו עשה אתה מה שעליך לעשות שאמרת אם בחוקותי תלכו ונתתי גשמיכם וגו', דהיינו אז טאמער א איד איז זיך מחזק אז אפי' ער געפינט זיך אין א מצב פון גזירה דהיינו בבחי' נסירה וחשכות, עכ"ז דינט ער השי"ת מיטן גאנצע שטארקייט, ער איז זוכה ממתיק צו זיין אלע דינים און הסתרות, און דעמאלס איז מען זוכה צו שפע טובה ברכה בסוד ונתתי גשמיכם בעיתם וגו' מיט אלע ברכות.
ה] און דאס איז דער עיקר עבודה פון מלכיות זכרונות שופרות, דהיינו מגלה צו זיין מלכות שמים אין אלע מקומות הבריאה אפי' אין די נידריגסטע מקומות, און דאס איז דורכדעם וואס מען איז מעלה אויפן זכרון גדלות הבורא ית"ש, בבחי' חכמה העליונה בסוד משיח בן יוסף, און דורכדעם איז מען זוכה צו דער אמת'ע המתקת הדינים בסוד שופר עלה אלהי"ם בתרועה הוי"ה בקול שופר, און דאס איז אונזער עיקר תפילה פון די עשרת ימי תשובה וואס קרוב הוי"ה לכל קוראיו, זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וגו', דהיינו אז מיטן כח החכמה כח הזיכרון זאלן מיר זוכה זיין צו דער אמת'ע חיים, דהיינו בבחי' מלך חפץ בחיים נכלל צו ווערן אינגאנצן אין השי"ת בסוד ו"ק דמ"ה וואס גייט אריין אינעם מלכות בבחי' חכמה דבינה הוי"ה דריבוע.
און דאס איז פשט דעה חכמה לנפשך דהיינו אז מען דארף צו זעהן אז אפי' אין די שווערסטע מצבים, זיך צו מחזק זיין און מגלה זיין די אלוקות אפי' אין די נידריגסטע מדרגות, דהיינו ממשיך צו זיין די דעת דחסדים ו"ק דמ"ה אינעם נפש בחי' מלכות דהיינו אין די נוקבא, און אדרבה למפרע דארף מען אנקוקן יעדע שווערע זמן מיט עיני שכל און נישט מיט עיני בשר, און צו זעהן אז די אלע שווערע מצבים האט השי"ת געשיקט נאר כדי זיך צו אויפהייבן העכער און העכער, און דאס איז געווען די שטענדיגע עבודה פון אלע צדיקי אמת, צו מגלה זיין די אור השכינה הק' אין יעדע מצב און זמן, און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו והיא כתר לראשך דהיינו אז מען איז זוכה ממשיך צו זיין די אמת'ע בחי' פון הוי"ה דריבוע דהיינו די שיר דלעתיד לבא, ווען עס וועט שוין זיין ומלאה הארץ דעה את הוי"ה און עס וועט נתגלה ווערן די כתר העליון בבחי' אריך אנפין מיט רחמים גדולים עד אין קץ.
זאל השי"ת אונז העלפן מיר זאלן זיך צוגרייטן צו די הייליגע ימים הנוראים הבעל"ט ווי עס באדארף צו זיין, מיטן אמת'ע דביקות אינעם חי החיים בבחי' זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים, מיטן אמת'ע יראת שמים בסוד והיו חייך תלאים לך מנגד, און דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו דער אמת'ע בנין ירושלים וואס ירושלים איז נוט' ירא-שלם, בסוד הפסוק שויתי הוי"ה לנגדי תמיד שטענדיג ממש אפי' אין די גרעסטע הסתרה און העלמה, און ממילא וועלן מיר זוכה זיין צו ועיננו תראינה מלכותך ועין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימינו ממש אמן.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ דהיינו כנ"ל אז די ריבוע פונעם שם הוי"ה דאס איז די אונטערשטע חלק פון ו"ק דמ"ה חכמה דבינה כנ"ל, וואס דאס איז בעצם די פנימי' החיות פונעם ז"א.
דהיינו כידוע אז דער עיקר און די שורש הז"א איז דער יסוד בחי' משיח בן יוסף וואס ז"א איז בבחי' חסדים כלפי מלכות, און ממילא איז דאס מקושר מיט חכמה וואס חכמה איז אויפן צד הימין בחי' חסדים, ודו"ק. - ↑ און ווי מיר זעהן ביי יוסף הצדיק יסוד עולם בחי' משיח בן יוסף, אז דאס איז געווען זיין גאנצע עבודה מגלה זיין אלוקות אין אלע שווערסטע מצבים און ירידות און נפילות בסוד ויפוזו זרועי ידיו, ווי חז"ל זאגן אז ביים יום הדין טוהט מען פרעגן דעם רשע כלום תקיף יצרך כמו יוסף הצדיק, און אדרבה טאקע דערפאר איז דייקא ער בבחי' צדיק יסוד עולם ווייל ער האט אויפגעשאקלט אין די טיפסטע יסודות פונעם עולם, מיט התחזקות און מגלה זיין אלוקות אפי' אין די ערות הארץ טמאת ארץ מצרים, ודו"ק.
- ↑ דער סוד פון ארבעים שנה קען מען מבאר זיין ווייל בן ארבעים לבינה, וואס בינה איז צד השמאל בחי' גבורות, וואס דאס איז מרמז אויף הסתרה און העלמה, און אויב ער איז זיך מחזק און ער האלט זיך אן אין זיין רבי איז ער זוכה צו א גרויסע התגלות.