דע חכמה לנפשך קבלה כי תבא תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה כי תבא תשס"ט - - דע חכמה לנפשך קבלה כי תבא תשס"ט המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת כי תבא תשס"ו פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

והיה כי תבוא אל הארץ אשר הוי"ה אלוהי"ך נתן לך נחלה וירשתה וישבת בה: (דברים כ"ו, א') השקיפה ממעון קדשך מן השמים וברך את עמך ישראל וגו': (שם ט"ו)

עבודת האמונה בכל המצבים ושכרה

א] כידוע אז דאס ווארט אר"ץ איז מרמז אויף אמונה [1], און דאס איז אונז דער פסוק מרמז אז די עבודה פון אמונה טהורה, דארף צו זיין אריינגעקריצט טיף טיף אין הארצן בבחי' דירת קבע בבחי' נחלה, דהיינו אז אין אלע מיני מצבים וואס השי"ת שטעלט צו פארן מענטש צו עליות אדער ירידות הן ברוחני' והן בגשמי', דארף מען זיך מדבק זיין אין השי"ת באמת ובתמים, אן קיין שום אייגענע אינטערעסן אדער הרגשים, נאר בלתי לה' לבדו בשלימות, און אזוי דערנאך וועט דער מענטש זיין בבחי' והיה, וואס חז"ל זאגן דאך אין והיה אלא לשון שמחה, ווייל דעמאלס איז דער מענטש זוכה צו דער אמת'ע חיים של שמחה חיים של עושר ואושר.

אמונה שאינה עד הסוף הריהו כאילו בונה במה לעצמו ועונשו גדול מאד

משא"כ אויב דער מענטש ווערט פארלוירן ווען ער פאלט אריין אין א ירידה, און ער קען אזוי ווייטער נישט דינען השי"ת, איז דער פשט אז ער איז נישט אינגאנצן בטל ומבוטל צו השי"ת, ווייל ער פארמאגט נאך אן אייגענע ישות, וואס דערפאר ווערט ער צוקלאפט און צובראכן אויב עס גייט איהם נישט ווי אזוי ער האט געוואלט, אזא איינער איז דומה צו דער וואס מאכט אן אייגענע במה רח"ל, וואס אויף דעם זאגט דער תורה"ק ארור האיש אשר יעשה פסל ומסכה, דהיינו אז ער מאכט פאר זיך אן אייגענע ישות, און ער איז נישט בטל ומבוטל צו השי"ת בתכלית הביטול וואס איז בבחי' מוחין, אזא איינער פאלט אריין אינעם שבירת הכלים וואס איז געווען אין די מידות הק', וואס איז מרמז אין די י"א סממני הקטורת וואס דער תורה"ק זאגט כמתכנתה לא יעשו כמוה [2], און דעמאלס איז ער מעורר אויף זיך מקטריגים און משטינים וואס שטייען איהם אין וועג, און זיי מאכן איהם פינסטער די אור השי"ת, הן ברוחני' אין עבודת השי"ת און הן בגשמי' אז עס גייט איהם גארנישט ווי ער וויל, ווייל ער איז נישט דבוק אין השי"ת בשלימות ובאמת.

עיקר הגאולה העתידה תלוי בעבודת האמונה בבהירות ובשלימות ובתמימות

און דאס דארף מען צו וויסן אז דער עיקר עבודה איז זיך צו מדבק זיין אין השי"ת בדביקות אמיתי ובפשטות, דהיינו מקיים צו זיין דעם פסוק שויתי הוי"ה לנגדי תמיד, צו זיין דבוק אין השי"ת שטענדיג יומם ולילה לא ישבותו, וכידע אז דער עיקר הגאולה איז בזכות דער עבודה פון אמונה ודביקות, ווי עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן קאז'ניצער מגיד זי"ע, אז דער שם מ"ב איז דער שם פון גאולה [3], און דער שם נג"ד יכ"ש איז דער שם הגאולה העתידה, וואס דער עבודה דערפון איז די דביקות און דער אמונה אין השי"ת, וואס דאס איז דער צירוף השם נגד"י כ'בוד ש'מים, דהיינו זיך צו מדבק זיין שטענדיג אין השי"ת בסוד הפסוק ובו תדבק.

וזהו מדרגת צדיק האמת, ולכן אחד מיסודי היסודות הוא להתדבק לצדיקי אמת

און ווי עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן דגל מחנה אפרים זי"ע, אויפן פסוק והיו חייך תלאין לך מנגד ופחדת יומם ולילה וגו', דהיינו אז טאמער א מענטש איז זיך שטענדיג מדבק אינעם שם הוי"ה דהיינו אז ער איז זיך מבטל צום חי החיים, איז מען ממילא זוכה דורכדעם צו דער אמת'ע יראת שמים בבחי' ופחדת יומם וגו', און ווי עס ווערט געברענגט אין שו"ע אינעם ערשטן רמ"א שויתי הוי"ה לנגדי תמיד וכו' וזהו כל מעלת הצדיקים, דהיינו אז דער עיקר עבודה פונעם צדיק איז די דביקות אין השי"ת און די דביקות אינעם שם הוי"ה ב"ה, און טאקע דערפאר ווערן די צדיקים האמתיים אנגערופן בבחי' פני השכינה הק', ווי מיר זעהן אין זוה"ק אויפן פסוק יראה כל זכורך את פני האדון הוי"ה מאן אנפי שכינתא דא רבי שמעון בר יוחאי, און ווי דער הייליגער ליקו"מ זי"ע איז כסדר מאריך אין דעם ענין, אז די עבודה פון זיך מדבק זיין אינעם צדיק האמת, איז איינער פון די גרעסטע עיקרים און יסודי העבודה, און ווי חז"ל זאגן (כתובות קי"א) אויפן פסוק ובו תדבק קען מען זיך דען מדבק זיין אינעם שכינה הק', נאר ענטפערט די גמרא אז איינער וואס העלפט א ת"ח אין אלע זיינע געברויכן, ער איז דבוק אין השי"ת בשלימות, און ווי דער הייליגע בעל התניא זי"ע איז מבאר אז חכם איז בבחי' חכמה וואס חכמה איז דער בחי' פון התבטלות השלימה צו השי"ת בסוד עולם האצילות, און דער תלמיד וואס איז דבוק אינעם חכם איז בבחי' עולם הבריאה ווייל ער איז דבוק אינעם חכם אזוי ווי עולם הבריאה איז דבוק אינעם עולם האצילות, אזוי אויך איינער וואס איז דבוק אינעם צדיק האמת איז ממילא דבוק אין השי"ת.

דארף מען אבער צו וויסן אז דער ריכטיגע חכם איז דער וואס איז דבוק אינעם חכמה דאצילות, דהיינו דער וואס איז בטל ומבוטל בתכלית האמת צו השי"ת בבחי' כ"ח מ"ה, און כנ"ל אז ער ווערט נישט געבראכן פאר קיין שום העלמה אדער הסתרה, ווייל ער איז קלאר מיט זיך אז אלעס איז בלויז השי"ת.

בחי' ז"א ובחי' נוק' תורה תפילה

ב] עס ווערט געברענגט אין כתבי האר"י הק' זי"ע, כידוע אז דער ז"א איז שטענדיג דער משפיע אויפן נוק', ממילא קומט אויס אז די נוק' איז שטענדיג מקבל א קלענערע מדרגה פונעם ז"א, וויבאלד זי איז אינטער דער ז"א, דהיינו אז ווען דער ז"א איז מקבל די השפעות בבחי' נשמה איז דער נוק' מקבל די השפעות בבחי' רוח [4], און דער ענין בדרך עבודה איז, כידוע אז דער תורה"ק ווערט אנגערופן בבחי' ז"א, און תפילה ווערט אנגערופן בבחי' נוק' [5], און מיר זעהן שטענדיג אז ביי דער עבודה פון התמדת התורה הק', קען דער מענטש אסאך מעהר שעות לערנען ברציפות, אבער משא"כ תפילה וואס איז אן עבודה שבלב, איז אסאך שווערער זיך צו מדבק זיין בדביקות ברציפות, און דערפאר איז די בחי' פון תורה א העכערע בחי' פון תפילה.

סדר השתלשלות היחוד בין ז"א ונוק' אחור באחור, תרדימה, נסירה

שרייבט דער הייליגע אר"י זי"ע, כידוע אז דער ז"א איז מקבל די מוחין פון בינה דהיינו אימא, און אין בינה אליינס איז אויך פארהאן צד ימין ושמאל דהיינו ישראל סבא [צד ימין] און תבונה [צד שמאל], וואס דאס איז די בחי' פון חכמה דבינה [צד ימין] און בינה דבינה [צד שמאל], וואס חכמה דבינה ווערט אנגערופן ו"ק דמ"ה און בינה דבינה ווערט אנגערופן ו"ק דב"ן [6], און דערנאך איז דער ז"א משפיע אויפן נוקבא די השפעות וואס געהערן צו איהר [דהיינו ו"ק דב"ן], און דאס איז אלעס צום ערשט בדרך אחוריים, אבער ווען דער ז"א שטייט אחור באחור מיטן נוקבא [7], דעמאלס כדי זיי זאלן זיך קענען מייחד זיין פנים בפנים מוז זיין די בחי' פון נסירה, דהיינו אז מען שניידט אפ דער ז"א פונעם נוק' און דערנאך איז מען זיי מייחד פנים בפנים, און בשעת די נסירה דארף מען איינשלעפן דעם ז"א וואס דאס איז דער בחי' פונעם דורמיטא [תרדימה], און ממילא גייען ארויס אלע מוחין פונעם ז"א וויבאלד ער איז אין א תרדימה, און די מוחין בלייבן העכערן קאפ פונעם ז"א, אבער וויבאלד עס איז נישט שייך קיין מציאות אז דער גאנצע קומה פון די מידות זאל בלייבן אן קיין שום מוחין און חיות, ממילא איז דער אימא דהיינו בינה משפיע די חלק פון ו"ק דב"ן דהיינו בינה דבינה גלייך אויפן נוק', און דאס איז אן דער אמצעי פונעם ז"א, אבער מען קען דאס לייכט דערהערן הגם די נוק' איז בדרך כלל נישט מקבל פון בינה, וויבאלד פארט זענען ביידע סיי בינה און סיי מלכות די בחי' פון צד השמאלי, און די חלק פון ו"ק דב"ן באקומט זי אויך פונעם ז"א בשעת'ן יחוד, אבער שרייבט ווייטער דער הייליגע אר"י זי"ע, אז אויפן נוקבא ווערט אויך נשפע דער אונטערשטע חלק פונעם ו"ק דמ"ה דהיינו חכמה דבינה, וואס דער אונטערשטע חלק ווערט אנגערופן בבחי' שם הוי"ה בריבוע דהיינו י' י"ה יה"ו יהו"ה בסוד ריבוי הוי"ה, וואס בדרך כלל איז דורך די אור זענען זיך דער ז"א מחבר מיטן נוק' אפי' אין א צייט וואס זיי זענען אחור באחור, ממילא קומט אויס אז די נוק' באקומט א שטיקל פון די עצמי' הנשמה דהיינו בינה, וואס די חלק הנשמה איז כלפי די נוק' בחי' חיה, וויבאלד די נוק' באקומט געווענליך נישט פונעם בינה אליינס נאר דורכן ז"א [8].


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. ווייל די גרעסטע עבודה פון מגלה זיין מלכות שמים איז אויף אונזער וועלט וואס איז די ארץ התחתונה, און טאקע דערפאר אויך איז ארץ מרמז אויף מידת מלכות ודו"ק.
  2. כידוע אז די י"א סממני הקטורת איז בבחי' שם ו"ה [בגימ' י"א], וואס די שם ו"ה איז מרמז אויפן ז"א ונוק' דהיינו די אלע מידות הק' [י' חכמה ה' בינה ו' ז"א ה' נוקבא], וואס אין די מידות הק' איז געווען די שבירת הכלים וואס איז מרמז אויף דינים, און היפך פון קירבת ה', און דאס איז איינע פון די עבודות פונעם קטורת צו מעלה זיין די אלע שבירות, און אזוי אויך איז דאס מרמז אינעם חלבנה וואס איז געווען די לעצטע פון די סמני הקטורת, וואס בעצם האט די חלבנה משלים געווען דער סכום אויף י"א, משא"כ אן די חלבנה איז עס בלויז י' וואס איז מרמז אויפן קדושה בשלימות.
  3. כידוע אז איינע פון די בחי' פונעם שם מ"ב, איז מעלה צו זיין ממטה למעלה, וואס דאס איז אויך די בחי' פון גאולה, מעלה צו זיין מגלות לגאולה, און די תפילה פון אנ"א בכ"ח איז אין דעם פארהאנען די ר"ת פונעם שם מ"ב, איז דער ערשטע שם דהיינו אב"ג ית"ץ דער סוד הגאולה פון גלות מצרים, די צווייטע שם דהיינו קר"ע שט"ן איז דער סוד הגאולה פון גלות בבל, און די דריטע שם דהיינו נג"ד יכ"ש איז דער סוד פונעם גאולה העתידה לבא בב"א.
  4. בקיצור ממש כידוע אז דער ז"א האט נישט קיין אייגענע שטארקע מוחין כדי זיך צו קענען מייחד זיין מיטן נוק', ממילא איז ער מקבל די מוחין פון אבא אימא וכו', און כידוע אז די ה' פרצופים זענען אקעגן די ה' חלקי הנשמה, דהיינו נוק'-נפש, ז"א-רוח, בינה-נשמה, חכמה-חיה, כתר-יחידה, ממילא קומט אויס אז דער ז"א ווען ער באקומט זיינע השפעות פון בינה [וואס בדרך כלל אינמיטן וואך איז דער ז"א יונק נאר פון בינה ואכהמ"ל], קומט אויס אז ער איז זוכה צו א שטיקל נשמה, און ער איז משפיע אויפן נוק' א קלענערע בחי' דהיינו בחי' רוח, ודו"ק.
  5. ווייל דער תורה הק' איז בבחי' תפארת [עם תליתאי ירחי תליתאי וכו'] בחי' יעקב אבינו איש תם יושב אהלים בסוד הפסוק תתן אמת ליעקב, און תפילה איז בבחי' מלכות, ווייל תפילה איז דער ענין אז עס פעהלט אונז און אונז האבן גארנישט קיין אייגנס, נאר מיר בעטן זיך ביי השי"ת השפעות טובות, בבחי' מלכות דלית ליה מגרמיה כלום בבחי' דלה ועניה, וואס דאס איז דער סוד הפסוק "ואני תפילה" וכידוע אז אני איז בחי' מלכות ישות [וואס די וועלט איז מרמז אויפן ישות וכנ"ל].
  6. כידוע אז דער סדר פון די צירופי הוי"ה הק' איז ע"ב [צד ימין] ס"ג [צד שמאל] דאס זענען די מוחין, מ"ה [צד ימין] ב"ן [צד שמאל], דאס זענען די בחי' פון די מידות הק', און אזוי אויך איז די עצם השפעה וואס דער ז"א איז מקבל פונעם אימא, צוטיילט אין צוויי דהיינו פונעם צד הימין של בינה [ישראל סבא] און פונעם צד השמאל של בינה [תבונה], [כידוע אז די אלע פרצופים האט יעדע פאר זיך א קומה שלימה פאר זיך דהיינו אז חכמה האט אין זיך אלע ספי' פרטי' און אזוי אויך בינה], ממילא ווערן די השפעות אנגערופן ו"ק דמ"ה וו"ק דב"ן ודו"ק.
  7. דהיינו אז זיי זענען נישט פנים בפנים וואס דעמאלס קענען זיי זיך נישט מייחד זיין, און די עבודה חזר'ט זיך איבער יעדן טאג בפרטות און יעדע יאהר ראש השנה בכללות, נאר כמובן מיט עטליכע חילוקים [כדוג' אז ר"ה איז דער בחי' פון דורמיטא פארהאן אויפן ז"א מיטן נוק' און יעדן טאג איז עס נאר אויפן ז"א], ואכהמ"ל.
  8. דארף מען אבער מבאר זיין אז בדרך כלל זענען די השפעות וואס קומען אראפ אויפן ז"א, וואס ווערן נשפע דורכן דעת, איז דער דעת כולל אין זיך חסדים וגבורות, חסדים דדעת ווערן נשפע פונעם צד הימין דהיינו די בחי' חכמה דבינה בסוד ישראל סבא און דאס הייסט ו"ק דמ"ה, און די גבורות דדעת ווערן נשפע פון צד השמאל דהיינו בחי' בינה דבינה בסוד תבונה און דאס הייסט ו"ק דב"ן, און דער ז"א איז אלעס מקבל נאר די חלק הגבורות איז ער משפיע אויפן נוק' וואס איז בבחי' דין, אבער ווען עס איז א זמן פון נסירה, באקומט די נוק' די חלק השמאלי גלייך פון די מוחין [וואס הגם די השפעה קומט דורכן דעת, איז דער דעת נאר דער ממשיך ההשפעה, אבער דער עיקר קומט עס פון בינה וואס איז דער אונטערשטע בחי' פון מוחין], און פון דער חלק הימיני באקומט זי דער חלק העצמי' פון איהם וואס דאס איז בבחי' שם הוי"ה בריבוע [וואס דער שם הוי"ה בריבוע איז בחי' ו"ק דמ"ה וואס איז דער צד החסדים וואס דאס באלאנגט בעצם צו דער עצמי' הז"א ווייל ער איז דאך דער צד החסד], וואס הגם עס איז נישט שייך אז די נוק' זאל באקומען די חלק החסדים דדעת וויבאלד זי איז דאך בבחי' דין, איז דער ביאור הענין אז בשעת די נסירה ווערן אלע ביידע צדדים בבחי' דין, נאר די ו"ק דמ"ה דהיינו די צד הימין ווערט בבחי' מוחין אויפן ו"ק דב"ו דהיינו די צד השמאל.