דע חכמה לנפשך קבלה ויצא תשס"ז המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה ויצא תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה ויצא תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת ויצא תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

עבודת יעקב אע"ה בבחי' שם ישרא"ל בסוד הגאולה שלימה וזהו החילוק בין בחי' דעת לבחי' כתר

ביז דערנאך האט יעקב אע"ה זוכה געווען צו דער מדרגה וואס ער האט באקומען די נאמען ישראל, וואס ישראל איז דער צירוף ל"י רא"ש, דהיינו אז ער איז צוגעקומען צו דער מדרגה פון כתר וואס איז בבחי' ראש, און ווי עס ווערט געברענגט (שעה"כ דרוש ב' מדרושי העמידה) אז בשעת מען זאגט ביים ערשטן ברכה פון שמו"ע ואלוה"י יעקב, דארף מען ממשיך זיין די מוחין פונעם דעת[1], וואס דער חילוק צווישן דעת און כתר איז, אז טאקע אמת ביידע ספי' זענען אויפן קו האמצעי [עיין הגה' לעיל 4], אבער דעת איז דער בחי' פון התקשרות, דהיינו אז דער עבודה פונעם עובד השי"ת איז צו מקשר זיין דעם אור חיוורא מיטן אור אוכמא, וואס דאס איז דער סוד י' עקב דהיינו מקשר זיין דעם אור עליון בסוד אות י' מיטן בחי' פון עקב דהיינו די אור אוכמא, אבער די עבודה בבחי' כתר איז, אז דער מענטש דארף אויף דעם קיין עקסטערע עבודה נישט אריינלייגן, ווייל עס איז ביי איהם א נאטורליכע זאך אז דאס גאנצע חשכוטת איז בעצם בפנימי' מלא אור חיוורא, נאר מען זעהט עס נישט בהתגלות, אבער בעצם איז דאס איין שטיק אור עליון באמת, און דאס איז דער לשון ישראל לשון שררה דהיינו אז דער מענטש טוהט געוועלטיגן אויפן מצב, דהיינו אז טאמער ער איז אין א מצב פון ירידה וחשכות, לאזט ער זיך נישט בייגן אפי' במשהו, ווייל ער איז קלאר בידיעה ברורה וואס זיין תפקיד איז יעצט, להאיר אור החיוורא עס זאל שיינען מיט א שטערקערן אופן, און דאס איז וואס עס ווערט געברענגט אין ספרי קבלה, אז דער חילוק צווישן ספי' דעת און ספי' כתר, וואס ביידע זענען אין די מוחין און ביידע זענען בקו האמצעי [עיין הגה' 4] , אז דער ספי' כתר איז מעהר נוטה צו צד הימין דהיינו חכמה, און ספי' דעת איז מעהר נוטה צו צד השמאל דהיינו בינה, און דער ענין דערפון איז כידוע אז בינה איז די שורש פון עבודה בדרך התאמצות, דהיינו התבוננות תשובה שמחה יראה, משא"כ חכמה איז דער עבודה בבחי' כ"ח מ"ה דהיינו התבטלות, והיינו אז דער עבודה בבחי' יעק"ב בסוד הדעת איז בבחי' התקשרות, דהיינו אז דער מענטש דארף זיך אנשטרענגען אין דער עבודה, משא"כ דער מדרגה בבחי' ישרא"ל איז בסוד הכתר, דהיינו אז די מציאות ווערט א מציאות פון יחוד הגמור צווישן דעם יחודא עילאה און יחודא תתאה.

אור חיוורא ואור אוכמא הן בחי' הידיעה והבחירה

און די בחי' ווערט געברענגט פונעם הייליגן אור שבעת הימים מאיר עיננו דער בעש"ט זי"ע און זייער מקור איז בעצם פונעם הייליגן רמ"ע מפאנו זי"ע, אז דער אור העליון אור החיוורא איז בבחי' ידיעה און דער אור אוכמא איז בבחי' בחירה, דהיינו אז ווען דער מענטש איז בבחי' אור חיוורא מיט מוחין עילאין, אין די צייט איז ער בבחי' ידיעה דהיינו אז ער איז קלאר ביי זיך בידיעה ברורה אין יעדע ענין, און ער פאלט בכלל נישט אדורך מיט א נסיון, אבער ווען דער מענטש איז אין א זמן פון אור אוכמא מיט חשכות און בילבולים, דעמאלס איז ער אין א זמן פון בחירה, און דער תורה הק' בעהט זיך ביי אונז ובחרת בחיים, דהיינו אז הגם עס איז גאהר שוועהר און מען איז אין א מצב פון בילבולים און חשכות, עכ"ז דארף מען צו וויסן אז דייקא דעמאלס איז דער זמן פון התגלות כבוד מלכות שמים, און אדרבה די עבודה איז אריינצושיינען פונעם אור החיוורא אינעם אור האוכמא, און מיט די צייט וועט דער מענטש צוקומען צום מדרגה אז זיין בחירה וועט נאר זיין אויפן עצם ידיעה, דהיינו אז ער וועט זיין קלאהר מיט א בהירות אמיתית וואס זיין תפקיד איז אויף די וועלט, און זיין בחירה וועט זיין צו לעבן מיטן בהירות הידיעה אז עס זאל שוין אפי' זיין קיין מציאות פון נסיון בבחי' כתר בסוד ישראל, וואס דאס וועט זיין בהתגלות ווען משיח צדקנו וועט נתגלה ווערן און עס וועט נתאחד ווערן די בחי' פון יוסף [אור חיוורא] מיט דוד [אור אוכמא] וכנ"ל.

שורש המידות רעות דעלמא דפרודא באים מכח ה"אני דקדושה" של כל אחד וזהו בחי' הי"ב אבנים שהיו אצל ראשו של יעקב אע"ה

ד] און דער עיקר הענין והעבודה למעשה איז, כידוע אז יעדער איד פארמאגט אין זיך א חלק אלוקי ממעל, וואס ווערט אנגערופן אני דקדושה דהיינו די נקודת המלכות, וואס אויף דעם איז ער אראפגעקומען אויף די וועלט, מגלה זיין און באלייכטן די חלק פונעם מלכות שמים, וואס דאס איז זיין עיקר תפקיד און מטרה אויף די וועלט, און קיינער אין די וועלט קען נישט מתקן זיין וואס ער דארף צו מתקן זיין, אבער איידער דער מענטש ווערט קלאר אין די נקודה, איז ער פארנומען מיט מידות רעות וואס די שורשי המידות זענען קנאה תאוה כבוד, דהיינו אז ער פארגינט נישט קיין צווייטן און ער וויל האבן וואס א צווייטע פארמאגט, און דער שורש הענין איז ווייל נפשו חשקה זיין פנימי' הנשמה וויל מגלה זיין איהר חלק פונעם "אני דקדושה", אבער דער מענטש כאפט זיך נישט ממילא כאפט ער זיך אן אין די חלקי הניצוה"ק פון דעם "אני דקדושה" וואס זענען אריינגעפאלן אינעם עלמא דפרודא בשעת דעם שבירת הכלים, און דאס איז דער ענין הפירוד וואס מיר ווייסן אז דאס איז דער עיקר מעכב אינעם מהלך העבודה פון יעדן איד ווי די דברים הקדושים פון חז"ל זענען פוהל פון דעם, און דאס איז דער ענין פון די י"ב שטיינער וואס האבן זיך געקריגט צווישן זיך עלי יניח צדיק את ראשו, דהיינו יעדער האט געשריגן אנא אמלוך איך וויל געוועלטיגן, ווייל בפנימי' האט באמת יעדער איינער א געוויסן אנא אמלוך וואס נאר ער קען און דארף צו מתקן זיין אויף די וועלט.

עבודת ההתבטלות לכל אחד בבחי' דעת

אבער אנצוקומען צום תכלית המטרה פונעם רצון השי"ת, דארף מען צו וויסן אז טאקע אמת עס איז פארהאן א בחי' פון אנא אמלוך און אני דקדושה, דארף מען אבער צו וויסן אז אזוי ווי ער האט אן אייגענע אני דקדושה האט א צווייטער איד אויך אן אני דקדושה און אזוי אויך יעדער איד, און ממילא איז דאך נישט שייך צו מקנא זיין א צווייטן איד אין זיין עבודה, ווייל יעדער איינער האט דאך זיין אייגענעם פריוואטן תפקיד אויפן וועלט, ממילא דארף מען זיך מבטל זיין צו א צווייטן איד באחדות גמורה, און צו וויסן מיט א קלארקייט אז יעדער איד איז אן אות קדוש פונעם תורה"ק, ואין צדיק אחד נוגע בחופתו של חבירו, קיינער נעמט נישט צו פונעם אנדערן אפי' כמלא נימא, ווייל יעדער איינער איז פארנומען מיט זיין אייגענעם וועלט בבחי' אדם עולם קטן, און דאס איז דער בחי' וואס שטייט אין חז"ל חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם, ווייל יעדער פאר זיך פארמאגט א גאנצע בריאה און א גאנצע חלק אינעם בריאה וואס נאר ער דארף דאס און קען דאס מתקן זיין, און פאר יעדעם איינעם האט השי"ת ב"ה צוגעשטעלט זיינע אלע צרכים און באדערפענישן און כלים וואס ער דארף צו האבן פאר זיין פריוואטן חלק העולם, און דאס איז דער ערשטע חלק העבודה בבחי' דעת בסוד י'עקב, דהיינו זיך צו מבטל זיין פאר יעדע איד.

עבודת הביטול בבחי' כתר בסוד ויקח את האבן

און דערנאך איז דער מענטש זוכה אז נישט נאר ער איז זיך מבטל צו יעדע איד און ער אנערקענט אז אין יעדע איד איז פארהאן א חלק הטוב וואס ער דארף צו מתקן זיין, נאר ער איז זוכה אז די אלע י"ב אבנים זאלן ווערן צו איין שטיין בסוד הפסוק ויקח את האבן אשר שם מראשותיו, דהיינו אז ער איז זוכה צו דער בחי' כתר בסוד ישרא"ל, אז גאנץ כלל ישראל איז ממש איין נשמה וחטובה אחת מתחת כסא כבודו ית"ש, און טאקע נאר מיט דעם מחשבה פונעם אחדות גמורה, קען מען דינען השי"ת בשלימות אן קיין שום בילבולים, והיינו אז עס זאל בכלל נישט פארנעמען ביי איהם א מקום די עבודה פונעם התבטלות צו יעדן איד, ווייל מען דארף אנקומען צו דעם בהירות המחשבה, אז גאנץ כלל ישראל איז בבחי' מזבח דהיינו איין שטיין ממש, וואס אויף דעם רוהט די הייליגע שכינה, און נאר מיטן אחדות גמורה ממש ווערט נשלם די מחשבה און רצון השי"ת, און דורכדעם איז מען מעלה די אלע ניצוה"ק פונעם עלמא דפרודא דהיינו קנאה תאוה כבוד, והיינו אז דער שורש הקנאה מיינט מען אז דער פנימי' הנשמה איז מקנא יענעם פשוט נאר דערפאר, ווייל ער וויל אינגאנצן נכלל וערן אינעם צווייטן איד בבחי' כתר העליון, און תאוה מיינט מען די שורש התאוה וואס א איד האט זיך צו מדבק זיין העכער און העכער אינעם אור אין סוף, און כבוד מיינט מען די שורש כבוד העליונה, וואס מיר ווארטן שוין בכליון עינים ובכלות הנפש ווען וועט שוין נתגלה ווערן די כבוד השכינה הק', און דאס איז אויך די בחי' פונעם גרויסן כבוד וואס השי"ת וועט אייטיילן פאר אלע צדיקים לעת"ל, ווי חז"ל זאגן (סנהדרין ק'.) עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמות, וואס מיר האבן נישט קיין השגה אינעם ערך פון יעדן אידישע נשמה אויף יענעם עולם, און בפרט א נשמה וואס פירט זיך אויף בקדושה ווי עס דארף צו זיין, וואס אלע מלאכים ושרפים זענען איהם מקנא אויף זיין הויעכן מדרגה, נאר אויף די וועלט זעהן מיר דאס נישט, ווייל אויב יא וואלט דאך אינגאנצן פארלוירן געווארן די בחירה, אבער אין אמת'ן דארף מען דאס מגלה זיין בפנימי' ובעמקי הנשמה.

ב' אופני היחוד זו"ן יחוד פרטי ויחוד כללי

און דאס איז וואס עס ווערט געברענגט אין די כתבי הרה"ק הרש"ש זי"ע, אז אינעם יחוד פונעם ז"א ונוקבא [עיין הגה' 4-7 ] איז פארהאן צוויי אופנים, איין אופן איז בבחי' ובסוד הדעת דאס הייסט יחוד פרטי, און איין אופן איז בבחי' ובסוד הכתר און דאס הייסט יחוד כללי, דהיינו ווען עס איז א יחוד פרטי איז דער פשט, אז דער פרצוף הז"א [ו' מידות הק'] זענען נאר בלויז חסדים [דהיינו בחי' מ"ה דמ"ה און מ"ה דב"ן], און די פרצוף הנוקבא איז בלויז גבורות [דהיינו ב"ן דמ"ה און ב"ן דב"ן][2], אבער טאקע אמת אז יעדער איינער באקומט נאר זיינע חלקים, דאך זענען זיי זיך מתייחד און עס ווערט א מורא'דיגע יחוד הספי' הק', וואס אלע השפעות טובות קומען אראפ דורכדעם, דהיינו אז מיטן כח הדעת וואס דעת איז בבחי' יחוד בסוד הפסוק וידע אדם את חוה, וואס כנ"ל אז מיטן כח הדעת בסוד י'עקב איז דער עבודה פון זיך מייגע זיין אינעם עבודת הביטול און זיך מייחד זיין מיט א צווייטן איד באחדות גמורה, און דאס איז דער בחי' פונעם עבודה אריינצושיינען פונעם אור חיוורא אינעם אור אוכמא, צו באלייכטן אלע הסתרות און העלמות וואס קומען דורך די עלמא דפרודא בסוד הפירוד ומידות רעות.

דרך העבודה בבחי' יחוד כללי בבחי' כתר בסוד ישראל

אבער די העכערע אופן היחוד איז בבחי' יחוד הכללי, דהיינו אז דער ז"א איז זיך מייחד מיטן נוק' בבחי' ובסוד כתר ולובן העליון, דהיינו אז יעדער איינער פאר זיך נעמט נאר וואס עס געהערט צו זיין אייגענעם פרצוף, און ער מושט זיך בכלל נישט אריין אין יענעמס פרצוף, והיינו אז דער פרצוף הז"א נעמט אלע חלקים פונעם שם מ"ה סיי די גבורות און סיי די חסדים, און די פרצוף הנוקבא נעמט אלע חלקים פונעם שם ב"ן סיי די גבורות און סיי די חסדים [עיין הגה' 8 ודו"ק], והיינו אז דער אופן היחוד איז מיטן התבטלות גמורה בסוד ישרא"ל, דהיינו אז מען איז זיך מדבק מיטן שורש הראשון מיט א נאטורלעכקייט, עד כדי כך אז הגם דער ז"א איז כולו חסדים נעמט ער זיך אויך די חלק הגבורות, וויבאלד דאס איז פון זיין שורש [וכנ"ל אז יעדע פרצוף פארמאגט אלע בחי'], און דאס איז דער בחי' וואס הרה"ק רבי אהרן סטרעשעלע זצוק"ל [מתלמידי בעל התניא] האט געזאגט, אז דער וואס מאכט חילוקים אינעם עצמי' פונעם אור אין סוף איז בבחי' אפיקורס[3], ווייל אינעם אור אין סוף איז נישט שייך מאריך צו זיין ווייל עס איז איין שטיק התבטלות גמורה ממש, און ווי הרה"ק דער בעל התניא זי"ע האט געזאגט און משבח געווען דער הייליגע מוהר"ח וויטאל זי"ע, אז ער האט נישט מאריך געווען אין די עולמות פונעם אור אין סוף, ווייל צו האבן א טעות אין די מקומות איז מורא'דיג מסוכן, [כידוע אז די ספה"ק אוצרות חיים און עץ חיים זענען דער עיקר מבאר פונעם אור אין סוף און אראפ דהיינו עולם אדם קדמון און ווייטער], און דאס איז דער עבודה בבחי' כתר בסוד ישראל, דהיינו אז די אור חיוורא ווערט ממש איינס מיטן אור אוכמא.

תיקון פגם אדה"ר בסוד העולמות עקודים נקודים וברודים וסוד כוונת ברוך

ה] און דורך די עבודה פון דער התבטלות גמורה בסוד כתר ולובן העליון, איז מען מתקן די פגם און חטא פון אדם הראשון, וואס חוה האט אויסגעקוועטשט טרויבן פאר אדה"ר (כמובא בחז"ל), וואס ענ"ב [טרויבן] איז ר"ת ע'קודים נ'קודים ב'רודים, וואס דאס זענען די דריי חלקים ווי אזוי דער וועלט איז באשאפן געווארן, דהיינו קודם איז געווען די בחי' פון עקודים, דהיינו אז אלע י' ספי' זענען געווען געקניפט און געבינדן [מלשון עקוד ויעקוד את יצחק בנו] אין איין כלי, און דערנאך איז געווען די שבירת הכלים, וואס דאס ווערט אנגערופן נקודים [וואס א נקודה ווייסט אויף צימצום דהיינו אז אלעס האט זיך מצמצם געווען אין א נקודה] וואס איז מרמז אויף דין און אויפן שבירה, און דערנאך איז געקומען דער עולם התיקון וואס ווערט אנגערופן עולם הברודים, וואס יעדע ספי' האט געהאט זיין כלי, דהיינו אז הגם דער מענטש גייט אריין אינעם עולם השבירה בסוד וילך חרנה בבחי' חרון אף כנ"ל, דארף מען דערנאך אנקומען צום עולם הברודים, צו וויסן אז יעדע איד האט זיין באזונדערע כלי און אור, און ממילא ווערט מען באחדות מיט יעדע איד מיט אן התבטלות, וואס דורכדעם איז מען מגלה דעם אור חיוורא אינעם אור אוכמא, און מען איז מבטל די אלע חשכיות וואס זייער שורש איז קנאה תאוה וכבוד, וואס דאס איז דער בחי' פון י'עקב בסוד דעת, אבער דערנאך דארף מען ארבעטן אנצוקומען צוריק אינעם עולם העקודים, וואס דארטן זענען אלע בחי' אין איין כלי, וואס דאס איז מרמז אויפן עבודה בבחי' ישרא"ל בסוד כתר, אז אלעס איז איינס ממש בתכלית האחדות והביטול, און ווי דער הייליגע בעל התניא זי"ע שרייבט אז ווען מען איז בבחי' עולם העקודים, קען מען ממשיך זיין די גרעסטע השפעות און ברכות, און ווי דער הייליגע רש"ש זי"ע איז מבאר (נהר שלום כ' ע"א וע"ב), אז ווען מען זאגט דאס ווארט ברוך איז דער כוונה פון דעם, ב' איז מען עולה צו דער בחי' פון בינה [דהיינו די עבודה פונעם יגיעה און דער התחזקות באמונה פשוטה אין יעדע שווערן זמן], ר' איז מען עולה צו דער בחי' פון חכמה [דהיינו דער התבטלות גמורה והישות ובחי' "אני"], ו' איז מען זיך מקשר מיטן בחי' פון דעת [דהיינו די עבודה בסוד יעקב כנ"ל], ך' איז מען עולה צו די בחי' פון כתר ולובן העליון בבחי' עקודים [דהיינו די עבודה בבחי' ישרא"ל כנ"ל].

דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך

און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך, דהיינו אז קודם איז דער עבודה בבחי' דעת וכנ"ל בבחי' י'עקב, ממשיך צו זיין דעם אור החיוורא אינעם אור האוכמא, און צו מגלה זיין אז די גאנצע חשכות איז בלויז א מיטל און א כלי צו מגלה זיין שטערקער די אור החיוורא וכנ"ל, וואס דאס איז דער הייליגע אור פון שמונת ימי חנוכה הבעל"ט, און דערנאך דארף מען צוקומען צו די מדרגה בבחי' כתר בבחי' ישראל, אז עס גייט איהם בכלל נישט אן אין וואספארא מצב ער געפינט זיך ווייל אלעס אז ממש גלייך ביי איהם, און דורכדעם איז מען זוכה צו נצור מצוות קדושך שמור שבת קדשך, דהיינו אז עס וועט זיין ביי איהם די בחי' פון שתהא שלהבת עולה מאליה.

זאל השי"ת אונז באלייכטן מיט די הייליגע אור ימי החנוכה הבעל"ט צו באלייכטן אלע מיני חשכיות ביז מען וועט זעהן און אנערקענען אז די גאנצע גלות איז בסך הכל א כלי און א מנורה עס זאל קענען אין איהר שיינען די גרויסע אורות און עס זאל שיינען די הייליגע אור בהתחדשות בלי שום הפסק בבחי' משה משה אן קיין פסיק אינדערמיטן (זוה"ק ח"א ק"כ:) און אן קיין הפסק צווישן די צוויי שמות הוי"ה פון די י"ג מידות של רחמים (ר"ה י"ז:), נאר עס זאל שיינען די אור פון מש"ה ר"ת מ'ה ש'היה ה'וא ש'יהיה און מיר זאלן זוכה זיין צו עין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימינו ממש אמן.


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. כנ"ל אז אלע השפעות קומען דורכן יחוד פון ז"א ונוק' דהיינו יחוד קודשא ב"ה [ז"א] ושכינתיה [נוק'] אבער זייער יחוד קען נאר זיין דורך די המשכת המוחין פון די מוחין עילאין אויף זיי, ווייל זייערע אייגענע מוחין זענען צו קליין אויף צו קענען מאכן דעם יחוד.
    [כידוע אז עס זענען פאראן ה' פרצופים אין די י' ספי' אריך [כתר] אבא [חכמה] אימא [בינה] זעיר אנפין [ו' מידות] נוקבא [מלכות], וואס ווען עס ווערט א יחוד צווישן די ספי', מיינט עס דער יחוד הפרצופים, און בעצם האט יעדער פרצוף פאר זיך א קומה שלימה פרטית מיט אייגענע י' ספי', כדוג' אז כתר האט אין זיך י' ספי' פרטיים וכו' וכו', און אויך דער ז"א האט אייגענע י' ספי' דהיינו ג' מוחין כתר חכמה בינה, און אויך זיינע מידות, אבער די מוחין פונעם פרצוף הז"א זענען צו קליין [מלשון זעיר קליין] און ממילא דארפן זיי צוקומען צו מוחין פון די העכערע מקומות].
    און ביים ערשטן ברכה פר שמ"ע איז מען ממשיך די מוחין עילאין, [חוץ וואס ביים ערשטן פסוק פון קרי"ש איז מעז אויך ממשיך מוחין] ביז ביים סוף שמ"ע ביים ברכה פון שים שלום דעמאלס ווערט דער יחוד פר זו"ן [זעיר ונוקבא],
  2. בקיצור נמרץ הנובע לעניננו, כידוע וכנ"ל אז די פרצופי הזו"ן [זעיר ונוק'] זענען מקבל מוחין פון די פרצופי מוחין עילאין דהיינו אבא ואמא און ישסו"ת [אבא ואימא דהיינו או"א איז דער פרצוף הפרטי פון חכמה (ווי אויבן געזאגט אז יעדע פון די פרצופי הספירות ואצילות פארמאגט א קומה שלימה פון י' ספי' ממילא איז דער פרצוף פון חכמה פארמאגט אליינס חכמה און בינה, און דאס ווערט אנגערופן אבא ואימא עילאין), און ישראל סבא דהיינו ישסו"ת איז די פרצוף הפרטי פון בינה].
    אוו בדרך כלל ווערט נמשך פון די מוחין דורכן דעת ה' חסדים און ה' גבורות, די ה' הסדים ווערן צעטיילט צו די ה' שורשי המידות דהיינו חסד גבורה תפארת נצח הוד, [אבער יסוד איז שוין די כולל פון זיי אלע], און די ה' גבורות ווערן נמשך צום נוק', כידוע אז מלכות [נוק'] איז בבחי דין בסוד מלך במשפט יעמיד הארץ, און ז"א איז בבחי' חסדים וויבאלד ער איז דער עיקר משפיע און מדרך הטוב להיטיב. וכמובן אז מיט דעם האט זיך נישט דער יחוד געענדיקט נאר דערנאך ווערט המתקה צו די דינים און גבורות ואכהמ"ל.
    וכידוע אז די די שמות הק' וצירופי שם הוי"ה הק' דהיינו ע"ב ס"ג מ"ה ב"ן [דהיינו גימט' פונעם שם הוי"ה כדוג' שם ע"ב איז דער צירוף פונעם שם הוי"ה הק' מלא יודי"ן דהיינו יו"ד ה"י וי"ו ה"י ואידך זיל גמור], איז אקעגן די ד' פרצופי האצילות דהיינו ע"ב איז בבחי' חכמה [ע"ב איז דער שם פון חסד וואס חסד איז אויפן צד הימין און אזוי אויך איז חכמה אויך אויפן צד הימין], ס"ג איז בבחי' בינה, מ"ה איז בבחי' זעיר אנפין, און ב"ן איז בבחי' נוקבא, ממילא קומט אויס אז שם ע"ב איז בצד הימין און שם ס"ג איז בצד השמאל, און דאס איז ביי די מוחין, און אזוי אויך איז שם מ"׳ה בצד הימין און שם ב"ן בצד השמאל.
    וכידוע אז די ד' שמות הק' האט יעדער איינער אין זיי אויך ד' שמות הק' פרטיים [וכנ"ל אז יעדער פון די ד' פרצופים פארמאגט אין זיך א קומה שלימה בפרטי'] און ממילא ווען דער ז"א באקומט די השפעות פון די מוחין עילאין וכנ"ל אז ער באקומט נאר דעם חלק החסדים, קומט אויס אז נישט נאר ער באקומט דעם חלק פונעם שם מ"ה [וואס ער איז דאך בבחי' שם מ"ה וכנ"ל] וואס דאס איז דאך בצד הימין וכנ"ל, נאר אויך פונעם חלק שם ב"ן וואס געהערט צום מלכות באקומט ער אויך דעם חלק החסדים דהיינו דער שם מ"ה דב"ן, און אזוי אויך די נוק' וואס איז בבחי' שם ב"ן, באקומט זי נאר די צד השמאל פונעם שם ב"ן, און חוץ פון דעם באקומט זי אויך די צד השמאל פונעם שם מ"ה דהיינו ב"ן דמ"ה, ודו"ק וד"ל.
  3. אור אין סוף איז די ערשטע התגלות פון השי"ת אויף צו מאכן די בריאה, דהיינו אז די ערשטע בריאה פון השי"ת נאך פאר אלע צימצומים איז געווען די אור איז סוף ואכהמ"ל.