דע חכמה לנפשך קבלה האזינו תשס"ח המשך
דע חכמה לנפשך קבלה האזינו תשס"ח - - דע חכמה לנפשך קבלה האזינו תשס"ח המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת האזינו תשס"ח
עובדי השי"ת ולא להיתגאות ח"ו
אחד על חבירוו] און אזוי דערנאך איז מען זוכה צו די בחי' פון אבן שתיה, וואס די אבן שתיה איז די בחי' פונעם התקשרות כל העולם, ממנה הושתת כל העולם (יומא נ"ג:), דהיינו אז ווען דער מענטש דינט השי"ת מיט אייגענע הרגשים און מוחין, איז ווען ער זעהט זיין חבר ווי ער איז נישט אזוי מצליח אין זיין עבודה, זעהט ער זיך באלד העכער פון זיין חבר וויבאלד ער איז דאך משיג גרויסע אורות און מוחין, אבער לא זו הדרך, נאר מען דארף זיך מדבק זיין אינעם עצמי' אלוקות מיט א דביקות אמיתי, און ממילא וועט מען דעמאלס אנקוקן די גאנצע בריאה מיט אן אנדער בליק אינגאנצן, דהיינו אז די גאנצע בריאה איז בעצם גלייך ממש, ווייל יעדער איינער איז פשוט א געוויסע חלק אינעם גילוי האלוקות און אינעם גילוי המלכות, אבער בעצם איז נישט פארהאן קיין שום נפק"מ פון איין איד צום צווייטן, איי מען זעהט דאך ווי ער איז מורא'דיג מצליח און דער צווייטער נישט, דאס איז פשוט די רצון השי"ת ובהדי כבשי דרחמנא למה לך, [מען מיינט נישט צו זאגו ח"ו אז דער רשע קען זיך זאגן שלום עלי נפשי וכו' ח"ו. וד"ל].
מחבירו, וענין וידוי יוה"כ דייקא על פגמי היסוד רח"ל, וענין ההקדמה
שמקדימין על דעת המקום וכו'און דאס זאגט דער פסוק ימצאהו בארץ מדבר ובתה"ו ילל ישמן וגו', דהיינו ווען עס קומט צו גיין דער הייליגע יום הכיפורים, און מען רייניגט זיך בבחי' יסוד דנוק' און מען איז זיך מתעטף בבגדי לבנים, וואס איז מרמז אויפן בחי' בגדי לבן וואס דאס איז דער עיקר העבודה, דהיינו צו זיין בבחי' כתר צו דינען השי"ת בדביקות אמיתי בעצם ממש, און טאקע דערפאר איז מען זיך מתודה פאר יוה"כ בעיקר אויף די פגמי היסוד, ווייל מען רייניגט זיך אויס פון אלע הרגשים און הנאות ותאוות גשמיים, און דערנאך גייט מען ארויף אין א העכערן מדרגה, זיך צו אויסרייניגן פון אלע הנאות און תאוות רוחניים, ביז מען איז זוכה צו זיין דבוק אינעם חי החיים באמת ובשלימות, וכנ"ל אז דעמאלס זעהט מען נאר אין יעדן איד די גילוי האלוקות און יעדע איד ממש איז בבחי' עצם מעצמי דהיינו א שטיק באשעפער, און טאקע דערפאר איז דער גרויסע ענין פון בקשת מחילה יעדער איינער פון זיינע ידידים, און דערפאר הייבן מיר אן דעם יוה"כ על דעת המקום ועל דעת הקהל וכו' אנו מתירין להתפלל עם העבריינים, ווייל יעדער איינער איז דאך די זעלבע נקודה פונעם גילוי האלוקות.
היינו להמשיך חיות העליון אפי' אם
נמצאים במצב של רעבאון דאס איז וואס עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (זוה"ק נ"ו:) אז בזכות די עבודה פון נדב ואביהו וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען אריינצוגיין אינעם אוהל מועד, בזכות זיי האבן אונז זוכה געווען צו די גרויסע יו"ט פון יום הקדוש, דהיינו כנ"ל אז דער יסוד פון יום הקדוש איז די בחי' וואס עס שטייט אינעם פסוק ולחיותם ברעב, דהיינו אריינצושיינען פונעם חיות העליון בסוד הכתר אפי' ווען דער מענטש איז אין א מצב פון רעב, דהיינו אז ער איז טריקן אן קיין הרגשים און אורות, דארף ער זיך מדבק זיין אינעם חי החיים מקור החיות התבטלות גמורה בעצמי' השי"ת.
במראה הכהן שעבד עבודתו ועסק
בתיקוני משיח צדקוז] און זוכה צו זיין צו די מדרגה דארף זיך דער מענטש אסאך מדמה זיין און מדבק זיין אין די עבודה וואס איז געווען אין ביהמ"ק, און ווי מיר זענען אסאך מאריך מה נהדר מראה כהן וכו', און ווי עס ווערט געברענגט אין חז"ל (ברכות כ"ב:) צריך לכוון לבו כנגד בית קדש הקדשים, דהיינו אז מען דארף זיך מדמה זיין אינעם עבודה פונעם כה"ג, און ממילא וועט ער זיין ממש אין ביהמ"ק מקום שמחשבתו של אדם שם האדם, און אזוי וועט ער קענען זיך מדבק זיין אינעם עבודה פון כי מן המים משיתה"ו, דהיינו זיך צו מדבק זיין אינעם אור אין סוף ב"ה, און צו זיין בבחי' תה"ו פון אלע מוחין און אורות, און ווי עס ווערט געברענגט אז דער כה"ג האט בעיקר עוסק געווען אין די תיקונים פון משיח צדקנו, וכידוע אז משיח איז בבחי' כתר בחי' בגדי לבן [בחי' עני רוכב על החמור וד"ל], און ווי עס ווערט געברענגט והארץ היתה תהו ובהו ורוח אלהי"ם מרחפת על פני המים דא רוחו של משיח (זוה"ק בראשית קצ"ב:), דהיינו אז מען דארף צו זיין תהו פון אייגענע אורות, נאר צו זיין דבוק בבחי' מים בסוד אור אין סוף בעצמי' האלוקות, און דאס איז דער טייטש תהו דהיינו "פארוויסט" פון אלע אייגענע הרגשים און מדרגות, און דאס איז גורם תהו א "פארווינדערונג" ווי קען דאס זיין אז א בשר ודם לאזט אפ אלע אייגענע אינטערעסן, און דינט השי"ת בלתי להוי"ה לבדו.
און דאס איז געווען די עבודה פון אלע צדיקי אמת זי"ע, און ווי עס איז באקאנט אז דער הייליגע בעל התניא זי"ע האט געזאגט, אז זיין עיקר שטרעבונג איז צו דינען השי"ת אן קיין שום תאוה און הנאה גשמיות איז פשוט, נאר אפי' רוחני'דיגע הנאות וויל ער אויך נישט האבן, נאר דער עיקר עבודה זאל זיין נאר מיטן יחוד אור האמונה בתמימות ממש בדביקות בעצמי' הבורא ית"ש, ווייל דעמאלס איז מען גורם דער גרעסטער נח"ר פארן בורא כ"ע, ומשל למה הדבר דומה, צו אן עושר וואס האט מחיה געווען אן ארימאן און איהם אוועקגעשטעלט אויפן פיס, און שפעטער הערט דער עושר אז דער ארימאן האט גאהר הנאה געהאט פון אנדערע פעלדער אויך, האט געוויס דער גביר א גרויסע צער דערפון, ווייל ער האט געמיינט אז ער איז דער איינציגער וואס האט מהנה געווען דעם ארימאן, און אזוי אויך א רבי וואס האט א תלמיד מובהק וואס איז קונה רוב חכמתו פון איהם, און שפעטער ווערט דער רבי געוואויר אז דער תלמיד האט יונק געווען פון אנדערע אויך, די זעלבע ענינים וואס ער האט מיט איהם געלערנט, האט דער רבי א צער דערפון.
נמצא שאינו עובד השי"ת בשלימות ומה מאד גודל הצער
שגורם להשי"תק"ו בן בנו של ק"ו ביים מלך מלכי המלכים וואס האט אונז באשאפן איהם צו דינען, און עס קומט צו גיין א איד און ער דינט השי"ת מיט אייגענע הרגשים און זיכט אייגענע מוחין, און האט אויך הנאה פונעם עבודת השי"ת, קומט דאך אויס אז חוץ וואס ער איז אן עובד השי"ת איז ער אויך אן עובד את עצמו ח"ו, און דערפאר דארף דער עיקר עבודה זיין בבחי' ולחיותם ברעב, דהיינו אריינצושיינען פונעם אור אין סוף ב"ה דייקא ווען עס איז בבחי' רעב אן קיין שום אייגענע אורות און מוחין, ווייל דעמאלס איז זיין עבודה אן עבודה תמה וישרה ואמיתית.
ח] און ווען עס קומט צו גיין דער הייליגער ערב יום הקדוש יום הכיפורים, און מען מאכט זיך א חשבון הנפש וואס ער האט אויפגעטוהן אין די הייליגע טעג, די ימי התשובה וואס דרשו הוי"ה בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב, העני ממעש נרעש ונפחד מפחד יושב תהילות ישראל, מען האט דאך אונז געגעבן אזעלעכע גרויסע הייליגע טעג, און מען האט ליידער גארנישט אריינגעכאפט מען האט זיך נישט צירוקגעקערט צו אונזער פאטער אין הימל, און ממש מען ווייסט נישט פון ווי זיך אהינצושטעלן און אריינגיין אינעם הייליגן יום הקדוש, און דאס איז די עבודה פונעם מנהג הכפרות וואס די הינדל ווערט אנגערופן גבר קריאת הגבר, וואס דאס איז די בחי' פון די צעקה און נאקה וואס דער מענטש שרייט פון טיפן הארצן צו השי"ת, כידוע אז די הינדל ווערט אויך אנגערופן שכוי הנותן לשכוי בינה, וואס בינה איז די שורש הגבורות וכידוע אז דער מלאך גבריאל ווערט אנגערופן שכוי (שעה"כ דרושי ברכות השחר)[1], וכידוע אז בינה גבורה איז דער סוד הצימצום, דהיינו די כח הדין וואס איז מצמצם די חסדים דהיינו די התפשטות, און ממילא איז דאס אויך די סוד ההשתוקקות וצימאון, וואס מען איז משתוקק מעהר און מעהר זוכה צו זיין צו העכערע מדרגות, און דאס איז די בחי' פון תשובה שלימה בבחי' קריאת הגבר, אבער דערנאך נעמט מען די הינדל און מען טוהט דאס שחט'ן, צו מרמז זיין אז מען דארף צו שחט'ן די אלע תאוות רוחניים זוכה צו זיין צו מדרגות, און מען דארף תשובה טוהן צו השי"ת באמת ובתמימות ובשלימות תשובה שלימה, אלכה ואשיבה אל בעלי הראשון אן קיין שום אייגענע הנאות און אינטערעסן[2].
און די זעלבע איז אויך ביי די גרויסע עבודה פון ערב יום הקדוש, וואס חז"ל האבן אונז געהייסן זיך צו מענג זיין באכילה ושתיה, וואס די אכילה ושתיה זענען מרמז אויף תענוגים והשתוקקות גשמיים, דהיינו אז דער עיקר הכנה צום הייליגן יום הכיפורים הבעל"ט, דארף צו זיין זוכה זיין צו בחי' בגדי לבן, דהיינו מבטל זיין אלע תענוגים והשתוקקות אז ער האט משפיע געווען אויף כ"י די פשוט'ע דרך התשובה זיך אפצורייסן פון אלע תענוגי גשמיים, און זיך צירוק קערן צו השי"ת בשלימות.
י] און דאס פשט דעה חכמה לנפשך כידוע אז נפש איז בחי' מלכות בבחי' תפילה בסוד "ואני" תפילה[3], און ווי עס ווערט געברענגט אין חז"ל (מס' ברכות) איז ביים עבודת התפילה פארהאן נחשים און עקרבים נחש כרוך על עקבו וכו', וואס דאס איז דער בחי' אז ווען דער מענטש דינט השי"ת בבחי' נפש בבחי' מלכות דהיינו מיטן קלענערע מדרגה בבחי' בינה כנ"ל, איז פארהאן אסאך מניעות און הסתרים וויבאלד עס איז נישט בשלימות כדבעית וכיאות, ווייל דער תכלית און דער עיקר הדרך דארף זיין ממשיך צו זיין בחי' חכמה אינעם נפש בסוד ולחיותם ברעב, דהיינו צו מבטל זיין און סותם זיין אלע הנאות און הרגשים און מדרגות אינעם ם' סתימה, וואס דאס איז דער עבודה ערב יוה"כ, און ממשיך זיין די בחי' פון והיא כתר לראשך דהיינו די אור בבחי' כתר בחי' תהו פארוויסט פון אלע אייגענע אינטערעסן, און צו זיין בבחי' בגדי לבן לפני ולפנים, וואס דאס איז די דרך פונעם דביקות בעצמיות שם הוי"ה, און אין דעם איז נישט שייך קיין שום קיטרוג און הסתרה, און ווי עס ווערט געברענגט אין פסוק ונוקב שם הוי"ה, דהיינו אז אינעם 'שם הוי"ה' איז שייך קיטרוגים און קללות רח"ל, אבער אינעם עצמיות שם הוי"ה איז נישט שולט קיין שום העלמה און הסתרה, ווייל דאס איז דאך די העכסטע מדרגה וואס איז נאר שייך.
און דאס איז וואס עס ווערט געברענגט פון צדיקי אמת זי"ע און בפרט פונעם הייליגן תורת חכם זי"ע, אז די גאנצע עבודה פון ערב יוה"כ איז אן הכנה צו יוה"כ, און די גאנצע עבודה פון יוה"כ איז אן הכנה אויף תפילת נעילה, און די עיקר עבודה פון תפילת נעילה איז צוצוקומען צו דער קבלת עול מלכות שמים, און די עבודה פון קבלת עול מלכות שמים איז בעיקר צוצוקומען צום תקיעה גדולה הפשוטה פון סוף תפילת נעילה, בשעת כי פנה היום כי בא השמש, וואס אלע מוחין וואס מען איז ממשיך ביז אהין כלפי די מוחין פונעם תקיעה איז בבחי' מוחין דאחור כלפי מוחין דפנים.
און דער ענין דערפון איז כנ"ל אז דער תכלית העבודה והתשובה איז צוצוקומען צו נכלל ווערן אינעם עצמיות הדביקות אין השי"ת בבחי' תקיעה פשוטה אן קיין שום אייגענע הרגשים און מוחין, און דעמאלס איז מען זוכה צו די אמת'ע שמחה בבחי' שם גי"ל, וואס דאס איז די בחי' פון שמחה פשוטה ותמימה, וואס איז מעין די שמחה דלעתיד לבא וואס ווערט נתעורר מיטן תקיעה גדולה סוף תפילת נעילה.
זאל אונז השי"ת העלפן אז אונז זאלן מיר זוכה זיין זיך ריכטיג צוגרייטן צום הייליגן יום הקדוש מיטן עבודה פון ערב יוה"כ, דהיינו משעבד זיין אלע הנאות גשמיים און אלע הנאות רוחניית צו השי"ת, און בזכות די עבודה בבחי' ם' סתימה וועלן מיר זוכה זיין צו די הבטחה אז יבקע כשחר אורך און עס וועט בקרות נתגלה ווערן די אורות פון דוד מלך ישראל חי וקים ועיננו תראינה מלכותך בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימנו ממש אמן.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ וכידוע וואס חז"ל זאגן אז די ברכה אתה חונן מאכט מען פאר די ברכה השיבנו, [ווייל אם אין דעת הבדלה מנין] בסוד הפסוק ולבבו יבין ושב ורפא לו, דהיינו אז טאמער דער מענטש פארמאגט נישט קיין דעת מבחין צו זיין בין טוב לרע, קען ער נישט תשובה טוהן, ווי חז"ל זאגן אין בור ירא חטא ווייל ער קען נישט מבחין זיין בין טוב לרע, ולכן די תרנגול און אזוי אויך די הארץ פונעם מענטש וואס ווערן אנגערופן שכוי, וואס כנ"ל אז דאס איז בבחי' בינה סוד התשובה, דאס קען נאר זיין מיטן כח הדעת להבחין בין יום ולילה, ווי מען זאגט ביי ברכת השחר. ודו"ק.
- ↑ און קען אפשר זיין בדרך רמז וואס מען איז מהדר מקיים צו זיין מצות כיסוי הדם בעפר, כידוע אז דם מיטן כולל איז בגימ' שם הוי"ה במילוי אלפי"ן, וואס איז בבחי' ז"א, דהיינו די גאנצע קומת האדם מיט זיינע מידות, און דאס טוהט מען מכסה זיין בעפר בבחי' אנכי עפר ואפר, די גאנצע אנכיות איז גארנישט מיט נישט, נאר מען דארף זיך מדבק זיין בעצמי' הבורא ית"ש.
- ↑ דהיינו אז נפש איז די קלענסטע מדרגה פון די חלקי הנשמה יחידה חיה נשמה רוח נפש, וואס דאס איז אקעגן די ה' פרצופי אצילות, יחידה-כתר, חיה-חכמה, נשמה-בינה, רוח-זעיר אנפין, נפש-נוקבא מלכות, וואס דאס ווערט אנגערופן בחי' אני, ווייל מלכות איז די קלענסטע ספירה וואס איז מרמז אויפן עולם העשיה וואס זעהט די מערסטע אויס ווי אן אייגענע ישות, און דאס איז אויך בחי' תפילה ווייל תפילה איז די בחי' פון השתוקקות מלמטה למעלה, אזוי אויך בחי' מלכות איז זיך משתוקק צו עולה זיין העכער און העכער. ודו"ק.