לדלג לתוכן

דע חכמה לנפשך קבלה האזינו תשס"ח

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה האזינו תשס"ח - - דע חכמה לנפשך קבלה האזינו תשס"ח המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת האזינו תשס"ח

פר' האזינו תשס"ח

יום הקדוש

ימצאהו בארץ מדבר ובתהו ילל ישמן יסבבנהו יבוננהו יצרנו כאישון עינו: (דברים ל"ב, י')

מדרגת שאר ימים טובים כלפי יום הקדוש

א] עס איז ידוע אז אין יעדן רוחני'דיגע מדרגה איז פארהאן צוויי חלקים אין די מדרגה, א' איז דער עצמיות האור דהיינו די פנימי'דיגער אור פונעם מדרגה, ב' איז דער התפשטות וואס ווערט צושפרייט פונעם אור המדרגה, כדוגמא ווי די זין וואס פארמאגט אן אייגענעם אור און אזוי אויך פארמאגט זי אן אור ההתפשטות (עיין ספר התניא פרק נ"ב ושער היחוד והאמונה פ"ג), און אזוי אויך מיטן זעלבן בחי' איז די שירת האזינו די אור העצם און דער עיקר האור פונעם תוה"ק, און די גאנצע תורה"ק איז בבחי' התפשטות האור פונעם שירת האזינו[1], און אזוי אויך זעהן מיר ביים הייליגן יום הקדוש וואס איז די הייליגסטע טאג פון יאהר, וואס אין דעם טאג ווערט נתגלה אינעם גרעסטן פארנעם די עצמיות הקדושה, משא"כ די אנדערע ימים טובים זענען נאר אן התפשטות האור פונעם הייליגן יום הקדוש.

פנימי' אור יום הקדוש הוא שנתגלה לכל אחד שהוא בנו יחידו של מלך מלכי המלכים הקב"ה

והיינו אז אין דעם הייליגן טאג ווערט נתגלה די נקודה הפנימית פון יעדן איד, וויבאלד מען ווערט דאך אויסגערייניגט לפני הוי"ה תטהרו, ממילא ווערט נתגלה בגלוי ממש אז מיר זענען דאך דער בן יחיד פון השי"ת בני בכורי ישראל א בן מלך, ומשל למה הדבר דומה צו א בן מלך וואס איז פארוואגלט געווארן פון זיין פאטער, און אזוי איז אדורכגעגאנגען יארן נאך יארן, ביז ער האט אינגאנצן פארגעסן פון ווי ער שטאמט אז ער איז דאך דער בן יחיד פונעם גרויסן מלך, און אזוי האט ער אדורכגעפירט זיין פשוטן פראסטן לעבן מיט פלאג און מיה, ויהי היום און ער באקומט א ידיעה נוראה אז עס איז נתברר געווארן, אז ער איז נישט מעהר און נישט ווייניגער נאר דער בן יחיד פונעם גרויסן מלך, וואס איז שוין אזוי לאנג פארלוירען געווארן פונעם גרויסן טאטן, איז אין אזא זמן וועט די מציאות אויפווייזן, אז אין די ערשטע שטיק צייט וועט מען כמעט נישט קענען ארויסזעהן די שמחה און איבערקערעניש, וואס טוהט זיך אפ ביי איהם אין הארצן, וויבאלד דאס איז גאהר גאהר א גרויסע אור און שמחה פנימי' וואס ער לעבט יעצט אדורך, און ער לעבט דאס מיט מיט א מורא'דיגע פנימי', נאר נאך א שטיק צייט נאך וואס ער האט שוין גענוג שטארק קונה געווען די נייע גרויסע אור, קען מען שוין זעהן ווי ער ווייזט דאס אוך ארויס צו אנדערע.

ביאור הענין שהכה"ג עשה דוקא אחר גמר עבודתו יו"ט לכל אוהביו

די זעלבע זאך איז מיט יעדן איד ווען עס קומט צו גיין דער הייליגע יום כיפורים, און דער מענטש ווערט קלאר אז ער איז דאך א בן מלך בן המלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, איז ער זוכה צו א מורא'דיגע גילוי אור עד כדי כך אז ער קען דאס בכלל נישט ארויסגעבן נאר ער פרייד זיך מיטן עצמי' האור מיטן נקודה הפנימית, און דאס איז ווי דער בעל הסולם זי"ע איז מבאר דאס וואס דער גמרא זאגט (יומא ע.) אז נאכן עבודת יו"כ פלעגט דער כהן גדול מאכן א גרויסן יו"ט לכל אוהביו, איז לכאו' שווער צו פארשטיין די לשון אז נאכן עבודת יו"כ איז געווען א יו"ט, און וואס איז מיט יום הקדוש אליינס איז דען דאס נישט קיין גרויסן יו"ט, עס ווערט דאך געברענגט אז לא היו ימים טובים לישראל כיום הכיפורים וכו', נאר דען ביאור הענין איז כנ"ל אז יום הקדוש אליינס איז טאקע גאהר א גרויסן יו"ט, און אדרבה וויבאלד עס איז אזא גרויסן יו"ט קען דער מענטש בכלל נישט ארויסגעבן די אור היו"ט, ווייל עס איז כולו כולו פנימי' ממש, נאר מוצאי יו"ט דעמאלס ווערט שוין אבסיל דער בחי' פון התפשטות האור, ממילא האט דער כה"ג געקענט ערשט נאכן עבודת יו"כ מאכן א שמחה לכל אוהביו.

ב' דרכי התשובה א' בבחי' בינה בסוד בגדי זהב ב' בבחי' כתר בסוד בגדי לבן

ב] והנה אינעם גרויסן יום הקדוש איז פארהאן צוויי מיני אופני עבודת התשובה, וואס די שרשי העבודה איז די צוויי עבודות פון בגדי זהב און פון בגדי לבן, והיינו די עבודה פון בגדי זהב וואס איז בסוד בינה, איז דער גרויסע אור הטהרה וואס ווערט נשפע אין יו"כ, בבחי' לפני הוי"ה תטהרו וגו' לפני מי אתם מטהרין וכו' מי איז בבחי' בינה כידוע[2], וואס דאס איז דער דרך העבודה פון תשובה שלימה מיט בכיות עצומות און השתוקקות וגעגעועים כבן המתחטא לפני אביו, וואס די אלע ענינים קומען מכח שורש בינה דורכן התבוננות ולבבו יבין ושב וגו', וואס בינה איז בסוד זהב (עיין ע"ח ש"ג פ"ב)[3], און בעצם איז דאס די התחלת הדרך וואס מען דארף ארבעטן אינעם יום הקדוש, און ווי מיר זעהן טאקע ביי די הייליגע גרויסע עבודה פונעם כה"ג, וואס ער האט אנגעהויבן זיין עבודה אין די הייליגע טאג מיט די בגדי זהב, אבער די צווייטע און דער עיקר הדרך אינעם יום הקדוש, איז די דרך בבחי' בגדי לבן וואס איז מרמז אויפן אור הלובן והכתר וואס שיינט מורא'דיג אינעם יום הקדוש, וכנ"ל אז אין די גרויסן טאג ווערט נתגלה ביי יעדן איד זיין פנימי'דיגע קשר און פנימי'דיגע נקודה, וואס איז בבחי' עצמי' האור אז מען איז א בן מלך, און ממילא ווערט ער בטל ומבוטל ביי זיך ביז ער ווערט אינגאנצן דבוק אינעם חי החיים אינעם עצמי' האור, בבחי' כהן גדול בבגדי לבן לפני ולפנים, און דאס איז דער עיקר ותכלית העבודה אין יו"כ, און הגם דער מענטש האט נישט זוכה געווען צו די עבודה בבחי' בגדי זהב וכנ"ל, דארף מען אבער זעהן אנצוקומען צום תכלית העיקרי, צו זיין בבחי' בגדי לבן לפני ולפנים בבחי' כתר אריך.

כשנכנס כה"ג בקודש הקדשים התעורר בשמחה וגילה האמיתית והפנימית

ג] וכידוע אז בשעת דער כה"ג איז אריין לפני ולפנים אין קדש הקדשים, האט ער מעורר געווען די הייליגע שם גי"ל, וואס איז די ר"ת פון י'חיד ג'אה ל'עמך, און וואס איז אויך בסוד הפסוק אשירה ל'הוי"ה כ'י ג'אה גאה, וואס דער לשון גי"ל איז מרמז אויף גילה ורינה, דהיינו אז דער עבודה פונעם כהן גדול מיט די בגדי לבן איז געווען, מעורר צו זיין די נקודה הפנימית פון יעדע איינציגע איד, צו אנערקענען אז מיר זענען דער בן יחיד פונעם מלך העולם, וכלום חסר בבית המלך! צו דען פעהלט עפעס פארן טייערסטן קינד פון קעניג!, און ממילא מיט די התעוררות ווערט מען איין שטיק שמחה וגילה, מיט גאוה דקדושה[4], און ווי די פסוק זאגט ישמח ישראל בעושיו בני ציון יגיל"ו במלכם, דהיינו אז די גאנצע שמחה וועט זיין נאר פארדעם ווייל הוא אבינו הוא מלכנו הוא יוצרנו "ישמח ישראל בעושיו".

וכל אדם לא יהיה באהל מועד ואפי' מלאכים בסוד לא יתערב זר בשמחתי

און טאקע דערפאר זאגט דער פסוק וכל אדם לא יהיה באהל מועד בבואו לכפר בקדש וגו', און ווי חז"ל זאגן (ירושלמי יומא פ"ה ה"ב) אז דאס גייט אויך ארויף אויף די מלאכים וואס פניהם פני אדם, און דערפאר מיז מען זאגן אז דער מלאך וואס דער כהן גדול האט געזעהן אין קה"ק איז געווען בבחי' השכינה הק', כנ"ל וויבאלד די שמחה איז גאהר גרויס און דאס איז א שמחה פנימית וואס קען בכלל נישט ארויסגעוויזן ווערן, ממילא איז יעצט אין קדש הקדשים בכלל נישט די צייט פון משתף זיין פרעמדע אין די געהויבענע שמחה, בבחי' לא יתערב זר בשמחתי, נאר עס איז בבחי' "יחיד גאה" אינגאנצן אליינס אשירה להוי"ה וגו', דהיינו אז די שירה פונעם נקודה הפנימית, דהיינו די גאוה דקדושה וואס איז יעצט נתעורר געווארן בבחי' כי חלק הוי"ה עמו יעקב חבל נחלתו, דארף און קען זיין נאר אליינס בפנימי פנימי'.

עיקר עבודת יוה"כ ובפרט בשעת חלישת הגוף מהתענית הוא להידבק בבחי' כתר ולובן העליון

און די עבודה וואס איז בבחי' בגדי לבן איז בבחי' דבקות בעצמי' האלוקותו ית"ש, דהיינו אז מען איז דבוק אין השי"ת אן קיין שום לבושים און אן קיין שום גילויים, נאר מען איז דבוק אין איהם ווייל הוא אבינו הוא יוצרנו בפנימי פנימי', וואס איז בבחי' כתר ולובן העליון אן קיין שום גוונין דהיינו מדרגות, און הגם די עבודה פון יום הקדוש דארף אויך צו זיין מיט תשובה חרטה קבלה השתוקקות, וואס די אלע בחי' קומען מכח בינה בסוד האש, דארף מען אבער צו וויסן און בפרט בשעת מען פיהלט די שוואכקייט און כובד הגוף דורכן פאסטן, און די עבודה הפשוטה ווערט אויך אפגעשוואכט, דעמאלס דארף מען זיך מחזק זיין און מקשר זיין מיטן חי החיים בדביקות שלימה ואמיתית אן קיין שום אייגענע הרגשים אדער מדרגות אורות גילויים, נאר מען איז דבוק אין השי"ת ווייל אונזער נשמה איז מתחת כסא כבודו ית"ש און מיר זענען דער בן הבכור פון השי"ת.

ה' בדד ינחנו היינו בדידות העליון בחי' כתר וזהו בחי' השמחה של בן המלך

און דאס איז דאך א מורא'דיגע שמחה עצומה ווען דער קינד טרעפט זיך מיטן טאטן און בפרט נאך אזא לאנגע שווערע צייט, און אין די מצב דארף דער מענטש נישט אנקומען צו די אלע זייטיגע מדרגות און מוחין, וואס זיי זאלן איהם ברענגען צום תכלית המטרה, ווייל ער איז בעצם דבוק אין השי"ת בפנימי פנימי' ממש, בסוד הוי"ה בד"ד ינחנו ואין עמו אל נכר, וכידוע אז בדד איז בסוד כתר[5] (ע"ח שער עתיק), דהיינו אז יום הקדוש ווערט דער מענטש בבחי' בדידות עליונה אליינס איך מיט השי"ת בדביקות פשוטה, און די עבודה איז אסאך גרעסער ווי די עבודה פון די מלאכים וואס ביי זיי שטייט בשתים יעופף וואס דאס איז מרמז אויף אהבה יראה, דהיינו אז זיי דארפן אנקומען צו געוויסע מיטלען ווי אזוי דערמיט צו דינען השי"ת, אבער כלל ישראל יום הקדוש איז אין א מדרגה אז זיי דארפן בכלל נישט צוקומען צו קיין שום מיטל ווי אזוי צו דינען השי"ת, נאר בעצמיות ובפשטות זענען זיי איין שטיק דבקות הפנימי' אין השי"ת.

קדושת יוה"כ ובחי' ממעמקים העשרה, היינו בחי' תשובה ואמונה אפי' למעלה מטעם ודעת

ד] און ווי דער פסוק זאגט אך בעשור לחודש השביעי, דהיינו ווען מען קומט אן צום הייליגן יום הכיפורים וואס איז די צענטע טאג פון די עשרת ימי תשובה, וואס איז מרמז אויפן צענטן ממעמקים וואס מען זאגט יעדן טאג, וואס דאס איז די בחי' פון די טיפסטע טיפענישן וואס דער מענטש פיהלט זיך גאהר גאהר ווייט און טיף פון השי"ת[6], דייקא פון דארטן פון די נידריגסטע פלאץ זינגט ער דעם "שיר" המעלות ממעמקים, דהיינו אז ער גלייבט באמונה שלימה.

אז די קדושת היום פון יום הכיפורים איז למעלה מטעם ודעת, הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט א"ל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא, דאס איז דער עיקר תכלית און די מטרה פונעם גאנצן בריאה, צו גלייבן באמונה שלימה באמונה פשוטה אז יש מנהיג לבירה דער אדון הכל היה הוה ויהיה, און אפי' עס איז העכער אונזער פארשטאנד און שכל, זאגט דאך שוין דער פסוק כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי נאום הוי"ה, אדרבה דייקא דעמאלס ווען דער מענטש פארשטייט גארנישט און פיהלט גארנישט און זעהט גארנישט, דייקא דעמאלס מעסט זיך די אמונה און די התקשרות וואס ער האט מיטן בורא עולם, און דעמאלס ווערט נתברר די אמת'ע דביקות פונעם נאצל צום מאציל, און דאס איז די בחי' פון די בגדי לבן אין יום הכיפורים, התבטלות גמורה צום אור אין סוף אן קיין שום מדריגות און אורות, נאר בדביקות פשוטה ובעצם [אזוי ווי דער מענטש פיהלט נישט צו ער אטעמט לופט אדער נישט, ווייל עס איז ממילא אזוי, פונקט אזוי איז דער דביקות בעצם, דהיינו אז מען דארף נישט צוקומען צו קיין עקסטערע אנשטרענגונג צום דביקות].

שובה ישראל תכלית התשובה הוא עד הוי"ה וגו' למעלה מטעם ודעת

און דאס זאגט דער פסוק שובה ישראל עד הוי"ה אלוהי"ך, דהיינו אז תשובה שלימה דער תכלית און די עיקר מטרה פון תשובה איז דער אמת'ע דביקות פשוטה אין השי"ת אליינס אן קיין אייגענע הנאות און מדריגות, און דאס זאגן מיר ביי סליחות הנשמה לך והגוף פעלך הנשמה לך והגוף שלך, דהיינו אז מיר געבן אלעס אוועק צו השי"ת, און מיר דינען איהם למעלה מכל טעם ודעת, נאר בבחי' ובסוד הפסוק כי חלק הוי"ה עמו יעקב חבל נחלתו.

ביוה"כ יש העבודה בבחינת חותם ם' סתימה היינו להיות מופרש מכל מיני אורות ומדרגות

ה] און דערפאר האט דער כהן גדול געדארפט זיין א נשוי אשה, ווי דער פסוק זאגט וכיפר בעדו ובעד ביתו, וואס חז"ל דרש'ענען אויף דעם ביתו זו אשתו, און אזוי אויך ווערט געפסק'נט אין שו"ע (סי' תקפ"א ס"ב) אז דער שליח ציבור דארף אויך צו זיין אזוי, כנ"ל אז אין דעם הייליגן גרויסן טאג הייבט מען אויף די גאנצע בריאה צו די בחי' פון כתר [דהיינו מען איז מעלה די בחי' פון ז"א ונוק' צו כתר וואס ז"א ונוק' איז די בחי' פונעם גאנצן בריאה][7], און ווי עס ווערט געברענגט (עיין שעה"כ ענין יוה"כ) אז אין דעם הייליגן טאג דארף זיך א יעדער איינער פארזיגלען מיטן חותם העליון חותם הפנימי, וואס דער סוד החתימה איז בבחי' ם' סתימה, בסוד הפסוק לםרבה המשרה ולשלום אין קץ [וואס די ווארט מרבה שטייט מיט א ם' סתימה], וואס דאס איז דער ענין פונעם חותם פארמאכט און פארזיגלט, און דאס איז דער סוד פון בתול"ה בסוד הפסוק כי אם בתול"ה מעמיו יקח, וואס בתול"ה איז די אותי' ל"ב תה"ו, וואס דאס איז אויך די סוד און די בחי' פון משה רבינו ע"ה וואס ביי איהם שטייט כי מן המים משיתה"ו, און ווי עס ווערט געברענגט פונעם אר"י הק' זי"ע אז בשעת'ן יחוד ווערט נחתם אינעם נוק' די אות ם'.

דהיינו כידוע אז לב איז דער בחי' פון הרגשים דהיינו אז דער מענטש וויל פיהלן גרויסע אורות אין זיין עבודה און שטענדיג זוכה זיין צו נייע מוחין און הרגשים, דארף מען צו וויסן אז יוה"כ דארף מען זיין בבחי' בתולה דהיינו פארמאכט און פארשלאסן, בבחי' ל"ב תה"ו דהיינו פארוויסט פון אלע הרגשים און מוחין, נאר מען איז זיך מדבק אינעם עצמי' השי"ת מיט אמונה שלימה ואמיתית, דהיינו נאטירלעך אן קיין זייטיגע זאכן וואס זענען גורם צו די אור, נאר מען איז בבחי' ישמח ישראל בעושיו בני ציון יגילו במלכם, און דאס איז די בחי' פון כתר דעת העליון בחי' משה רבינו ע"ה.

און אזוי איז מען זוכה אויפצובויען די קומה פונעם נוק', וואס דאס איז איינע פון די עיקרי העבודות אין יוה"כ, און ווי דער אר"י הק' זי"ע שרייבט אז מיטן ם' סתימה בויעט מען אויף די יסוד דנוק', וואס די עיקר פון יעדע קומה איז דאך דער יסוד, וואס איז מרמז אויף הנאות און הרגשים, און דער עבודה פון דעם איז צו פארזיגלען אלע אייגענע הרגשים מיט א ם' סתימה פארמאכט און פארשלאסן, און צו דינען השי"ת בפנימי' ממש בסוד ישמח ישראל בעושיו.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. וכידוע וואס עס ווערט געברענגט פון א טייל ראשונים אז די פסוק ועתה כתבו לכם את השירה הזאת, גייט ארויף נאר אויפן פרשת ושירת האזינו וואס דאס איז דער עיקר חלק פונעם תורה"ק. וכידע וואס דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע האט באפוילן זיינע תלמידים אז יעדער זאל קענען די גאנצע שירת האזינו בע"פ ווייל גאהר אסאך שרשים ועיקרים פונעם תורה"ק זענען תלוי אין די פרשה. ודו"ק.
  2. כידוע אז מ"י איז בבחי' בינה מ"י איז בגימ' נ' חמישים שערי בינה, אבער דער תכלית העיקר איז לפני מי אתם מטהרין, וואס פאר בינה איז חכמה בחי' כתר בחי' ביטול הגמור וכדלקמן. ודו"ק
  3. זהב איז בבחי' אודם רויט, דהיינו אז די שורש פון גאלד איז בעצם רויט, וואס רויט איז בבחי' גבורה די לינקע זייט, און אזוי אויך בינה איז אויפן לינקע זייט די צד הגבורה.
  4. כידוע אז מלכות מיט כתר איז בבחי' אי"ן אנ"י, דהיינו אז מלכות איז בבחי' אני דהיינו ישות בחי' עולם העשיה, און מלכות איז בבחי' אין דהיינו דער גרעסטער התבטלות צו השי"ת, און ממילא ווערט מען בבחי' אני דקדושה, וויבאלד מען איז ממש נכלל אין השי"ת בסוד כי גאה גאה, ודו"ק.
  5. כידוע אז איינע פון די אופנים ווי אזוי מען צוטיילט די ספי' איז פרצופים, דהיינו אז עס זענען פארהאן ה' פרצופים, אריך, אבא, אימא, ז"א, נוקבא, און אבא אימא איז בבחי' זכר ונקבה ז"א ונוק' איז אויך בבחי' זכר ונקבה, משא"כ כתר איז פאר זיך אליינס, בסוד בדד ינחנו, און דער פשוט'ע ביאור איז ווייל מרוב גדלותו וואס כתר איז בבחי' גילוי האלוקות אויף גאהר א הויעכע ברייטע פארנעם בסוד דביקות הפשוטה אינעם חי החיים, דארף ער צו קיין איינעם נישט צוקומען. ודו"ק
  6. כידוע אז יעדן טאג פון די ימי התשובה איז מען מתקן אן אנדערע חלק פונעם נסירה פון ר"ה, ביז ט' בתשרי ערב יוה"כ, און יוה"כ אליינס איז מען מתקן די גאנצע נסירה אויף אסאך א שטערקערע בחי', דהיינו אז די גאנצע ימי התשובה איז די נסירה בבחי' אחור און יוה"כ איז עס בבחי' פנים, וואס נסירה איז בעצם בבחי' התרחקות בבחי' גזירה אפגעשניטן פון די גרויסע אורות און מוחין, אבער דייקא אין די צייט קען מען לייכטערהייט זוכה זיין צו דביקות בעצמיות הבורא ב"ה אן קיין שום מוחין און אורות, וויבאלד מען איז דאך אפגעשניטן פון אלע מוחין און אורות, און כידוע אז די נוק' אינעם צייט פון נסירה באקומט זי גאהר הויעכע מדרגות און אורות פון העכערע מקומות, און דאס איז די בחי' פונעם טיפסטן עומק פון די ממעמקים. ודו"ק.
  7. כידוע אז ביז יוה"כ איז דער עיקר עבודה נאר מיטן בנין הז"א, אבער יוה"כ איז פארהאן אסאך עקסטערע עבודות נאר מיטן בנין הנוק', וואס איז מרמז אויפן ביטול ההרגשים ואורות צו השי"ת.