דע חכמה לנפשך קבלה בראשית תשס"ו המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

דע חכמה לנפשך קבלה בראשית תשס"ו - - דע חכמה לנפשך קבלה בראשית תשס"ו המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת בראשית תשס"ו פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

ענין אמירת חיים של עושר וכבוד בשבת מברכים וענין קבלת מצות ואהבת לרעך כמוך

און אדרבה אויף דעם בעטן מיר ביי שבת מברכין חיים של עושר וכבוד וכו', דהיינו כבוד האלוקי והתגלות כבוד שמים, און דאס האט משה רבינו ע"ה מתקן געווען מיט דעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט ציפורה די טאכטער פון יתרו, וואס אין איהר איז געווען מגולגל די צווילינג פון הבל (שער הגילגולים), און מיט דעם האט משה רבינו ע"ה מברר געווען די חלק הקדושה פונעם כבוד פון יתרו און איהר מעלה געווען, און דאס איז טאקע נאר דורך משה רבינו ע"ה וואס די תורה"ק איז מעיד והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה, ממילא האט ער זיך געקענט מקשר זיין בשלימות מיט אלע חלקי נשמות ישראל, און דורכדעם מעלה זיין כבוד השכינה הק' און מתקן אלע חלקי נשמת קין, און ווי מיר זעהן אז דער אר"י הק' זי"ע, איז כסדר מאריך אין דעם אז מען דארף זיך מקשר זיין מיט אלע נשמות ישראל, און בפרט פארן דאווענען דארף מען מקבל זיין אויף זיך מצות ואהבת לרעך כמוך, און זיך מקשר זיין מיט תפילות כל ישראל, ווייל דאס איז איינער פון די גרעסטע עיקריים פון מעלה זיין כבוד האלוקי, און אזוי ווערט נשלם אינגאנצן די יחוד פון שמיני עצרת בשלימות, אן דעם אז עס זאל ח"ו נתעורר ווערן די חלקי הגבורות פון קין.

עיקר היחוד הוא בשמיני עצרת אבל זה נמשך לכל ימי החורף עד יו"ט פסח

והנה הגם דער עיקר יחוד איז געווען אינעם הייליגן טאג פון שמיני עצרת, מיט דעם אלעם איז עס נאר בבחי' כלי בבחי' עיבור, און די זמן ציהט זיך ביזן יו"ט פסח וואס דעמאלס איז די זמן פונעם לידה בבחי' אור הפנימי פונעם יחוד, ממילא איז נאך שייך אגאנצע צייט די עבודה פון ממשיך זיין ישועות גדולות אויף די וועלט, ווייל דאס איז דאך זיכער אז אינעם ירח האיתנים אינעם הייליגן חודש תשרי האט מען אויסגעפויעלט ישועות ורפואות בכל הענינים, אבער די יעצטיגע עבודה איז ממשיך זיין די חסדים וישועות אויף די וועלט אפי' למטה מעשרה טפחים, בסוד הפסוק ובאו עליך כל הברכות האלה והשיגוך, און אין מיטן די גרויסע יחוד מעג מען נישט מפסיק זיין, נאר ברציפות ממש ממשיך זיין און מתקן די אלע בחי' פון קין, און ווי מיר זעהן אז ביים יו"ט שמיני עצרת, האט מען נאר געזאגט משיב הרוח ומוריד הגשם, און ממשיך געווען די השפעה אינעם מקום הנורא אוירא ובוצינא (זוה"ק ח"ג רצ"ב ע"ב) און ערשט שפעטער נאך א שטיקל זמן איז מען מתפלל ותן טל ומטר וכו', דהיינו קודם טוהט מען ממשיך זיין די השפעה אין הימל, און דערנאך טוהט מען דאס ממשיך זיין אויף די וועלט, מיטן עבודה פון תיקון בחי' קין.

אפי' אחר הנפילה צריכין להתחזק ולעלות לשורש העליון בסוד כתר בבחי' לוחות שניות

און הגם דער עיקר שמירה פון חיצונים און קיטרוגים דארף מען צו האבן בשעת'ן יחוד אליינס, אבער אגאנצע צייט וואס עס ווערט נשפע די השפעות פונעם יחוד, איז נאך אלס פארהאנען די סכנה פון קיטרוגים, און אפי' מען זעהט מיט די פליישיגע אויגן אז די מקטרגים האבן געהאט א שליטה איבער די השפעות טובות, טאר מען זיך נאך אלס נישט מייאש זיין ח"ו, און ווי אונזערע צדיקי אמת זי"ע האבן אונז געלערנט, אז מען דארף צו מגלה זיין די אורו של משיח דהיינו די דעת האמיתי, וואס בכח די דעת האמת קען מען מהפך זיין נגע לעונג צרה לצהר כרת לכתר, דהיינו די התגלות האלוקי בבחי' כתר העליון דהיינו די שורש הרצון העליון וואס מדרך הטוב להיטיב, און די רצון העליון דהיינו די ערשטע ספי' כתר, איז זיכער געווען נאר אנגעפוהלט מיט השפעות טובות, נאר בשעת די השפעות ווערן נשתלשל פון עולם צו עולם, ווערט דאס מקולקל און נהפך אויף א גזירה רעה ח"ו, אבער טאמער מען גייט צירוק און מען איז מעורר די שורש העליון איז מען מהפך אלע צרות אויף ישועות ונחמות, און דאס איז בבחי' לוחות שניות וואס איז געגעבן געווארן יום הכיפורים, וואס הגם די לוחות שניות אקעגן די לוחות הראשונות איז בבחי' בינה אקעגן חכמה, וואס חכמה איז דאך גרעסער ווי בינה (עיין ע"ח שער ל"ח ועיין בית עולמים דף קל"ד ע"א), אבער פון צווייטן זייט ווען מען איז עולה מלמטה למעלה, קען מען נאר דורך בינה אנקומען צו בחי' כתר דורכן כח פון די י"ג מכילין דרחמי, און ממילא ווערט אלעס נמתק לרחמים גמורים.

בזמן הזה נתגלה אור הכתר בחי' משיח יותר מזמן אדם הראשון

און ווי צדיקי אמת זי"ע פלעגן זאגן אז אויב וואלט אדם הראשון געוויסט און זיך באניצט מיט די סוד, וואלט ער אלעס מתקן געווען עס זאל זיין ממש אויפן זעלבן בחי' ווי קודם החטא, נאר פון הימל האט מען נישט געוואלט ווייל עס איז נאך נישט געקומען די צייט צו דעם, אבער היינטיגע צייטן וואס עס ווערט שוין נתגלה אביסל פונעם אור משיח צדקנו, דהיינו די אור פון צירוקגיין צום ערשטן שורש בחי' כתר בחי' משיח, קען מען מיט די כח מבטל זיין אלע מיני גזירות רעות הן בגוף והן בנפש, און אלעס מיטן כח האחדות מיט אלע נשמות ישראל, וואס מיט דעם איז מען מעורר די רצון העליון ואחדות הגמור, און ממילא איז קיינמאהל נישט צו שפעט ווייל אפי' נאכן גזר דין רח"ל קען מען נאך אלעס מהפך זיין לטובה ולברכה.

ענין שבת בראשית אחר שמיני עצרת

און דאס איז דער ענין פון שבת בראשית נאכן יו"ט שמיני עצרת, וואס שמיני עצרת איז מייחד די אלע גרויסע יחודים בבחי' קין, בבחי' אדם הראשון קודם החטא, און דערנאך אין שבת בראשית איז מען ממשיך די השפעה אויף די וועלט, דהיינו אפי' אינעם חשך על פני תהום אפי' אינעם תהו ובהו, איז מען מגלה די אור ורוחו של משיח צדקנו, און מיט דעם איז מען מנצח די אלע אוה"ע וואס ווילן זיך אנטשעפען מיט כלל ישראל, מיט כח פונעם רצון העליון, און ווי מען זאגט צו זיי ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו, דהיינו אז מיטן כח פונעם דעת האמיתי ורצון העליון, איז מען מהפך אלע נפילות והעלמות צו עליות גדולות ואורת נפלאים (עיין ליקו"מ קט"ו).

עיקר העבודה וקירוב הגאולה הוא ע"י קיום מצות ואהבת לרעך כמוך בתכלית השלימות

אבער דער עיקר העבודה צו מעורר זיין די רצון וכתר העליון, איז דורכן ביטול הגמור ואחדות האמת צווישן נשמות כלל ישראל, וואס דורכדעם איז מען מעורר די רצון ושורש העליון כנ"ל, און הגם מען דארף גיין מדרגא לדרגא ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו (מדרש תנחומא וזאת הברכה), דארף מען אבער זיך קודם מחזק זיין מיט יחודי שמות הק' שם ע"ב און שם מ"ב כנ"ל בבחי' נפש דקין, און דערנאך זיך מחזק זיין אין תורה"ק מוסיף צו זיין אין שיעורי תורה תמידין כסדרן מיט אן אמת'ע התמדה בבחי' רוח דקין, און דערנאך זיך מחזק זיין אינעם ביטול הגמור צווישן נשמות כ"י, און אפי' עס איז אמאהל גאהר שווער צו דן זיין לכף זכות, דארף מען צו וויסן אז אדרבה דאס איז יעצט די עבודה וואס מען וויל פון מיר פון הימל, זיך מתאמץ זיין און זיכן נאר זכותים אויף כלל ישראל בכלל ובפרט, און ווי מיר זעהן די גרויסע כבוד וואס משה רעיא מהימנא קדישא אשר דיבר איתו הוי"ה פנים אל פנים וגו' האט געטוהן צו זיין שווער יתרו און ווי רש"י הק' שרייבט כבוד גדול נתכבד יתרו וכו', און דאס איז די גרעסטע תיקון פארן כבוד השכינה הק' איזהו מכובד המכבד את הבריות (אבות ד', א'), און נאר אזוי אז מען איז מהפך פון שנאת חינם צו אהבת חינם קען מען צוברענגן און מקרב זיין די גאולה שלימה (יומא ט' ע"ב).

אור יום שמחת תורה הוא לגלות פנימי' נשמת בנ"י

און דאס איז די אור וואס ווערט נתגלה ביים הייליגן יו"ט פון שמחת תורה, וואס אלע נשמות בני ישראל זענען זיך מאחד מיטן תורה"ק מיט א שמחה אמיתית, וכידוע אז שמחת תורה איז די עיקר נקודה פון גאנץ יו"ט סוכות (דרושי רמ"ע מפאנו מאמר חקור דין חלק ב' פרק כ"ז) וואס דאס איז דער יו"ט וואס איז מעורר די נקודה הפנימית פון יעדן איד, וכידוע אז די מורא'דיגע תורה רפ"ב [בליקו"מ] אזמרה לאלה"י בעודי האט דער רבי זי"ע געזאגט שמחת תורה, און נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו מחזיר בתשובה זיין גאנץ כלל ישראל, ווייל מען איז מעורר די שורש רצון העליון וואס איז כל כולו טוב, און ממילא דורכדעם טוהט מען דערנענטערן די גאולה שלימה, און ווי צדיקים האבן געטייטשט כל הגאולה אינה תלויה אלא בחוט השערה, דהיינו אז די עיקר הגאולה איז תלוי אין די קלייניקייטן וואס די וועלט איז בכלל נישט מחשיב (עיין אמרי פינחס מהרה"ק מקאריץ זי"ע שער ב' אות י"ד), און דאס איז טאקע די טיפקייט אז ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה, ווייל דורכדעם שלעפט מען גאנץ כ"י בכללות ובפרטות צירוק צום שורש, וואס דארט איז כל כולו רחמים גמורים.

עיקר תכלית הבריאה הוא לשבר את הטבע ולברר המידות

און דאס איז דער עיקר עבודה און וואס דער שטן פארלייגט גאהר גרויסע כוחות אויף דעם, און ווער רעדט נאך אויב דער מענטש איז א בר הכי, רעדט ער זיך איין אז איהם איז גענוג אז ער איז א ת"ח א גאון א בעל מקובל, דארף מען וויסן אז דאס איז אלעס נאר די הכנה אנצוקומען צום תכלית האמת פון ביטול ואחדות כל נשמות ישראל, און דאס איז דער תכלית בריאת האדם לשבר את הטבע ולברר מידותיו (עץ חיים שער מ' פרק ד', פרד"ר שער ל' פרק ה'), און דורכדעם איז מען מקרב די גאולה שלימה, וואס השי"ת ווארט שוין יעדע מינוט זיך מגלה צו זיין צו אונז. זאל השי"ת העלפן על דבר כבוד שמו אז מיר זאלן קענען אויספירן די יחוד פון שמיני עצרת און ממשיך זיין השפעות טובות אפי' למטה מעשרה טפחים אן קיין שום מונע און מעכב אינעם זכות וואס מיר וועלן זיך מחזק זיין אין די נקודות כנ"ל און אפי' מען פאלט אמאהל אדורך הייבט מען זיך גלייך אינטער בקדושת כתר העליון בכח י"ג מכילין דרחמי און השי"ת זאל העלפן עס זאל שוין נתגלה ווערן לעין כל בשר מתוך שמחה והרווחה בביאת גואל צדק ברחמים תיכף ומיד ולאלתר אמן.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]