לדלג לתוכן

די צוויי גלחים קאפיטל פיר

פֿון װיקיביבליאָטעק

די צוויי גלחים קאפיטל איינס - - - - די צוויי גלחים קאפיטל צוויי - - - - די צוויי גלחים קאפיטל דריי - - - - די צוויי גלחים קאפיטל פיר


חודש אייר תשס"ט

די מציבה וואס צבי גרונער האט שוין געגרייט פאר זיך

גרעגארכס פאוואלאווסקי - צבי גרונער

די צווייטער ענדליכע און פיינפולע געשיכטע איז די היסטאריע פון גרעגארכס פאוואלא־ ווסקי - צבי גרוננער.

אנדערש ווי ראמאעלד-יעקב, האט גרעגארכס-צבי יא געוויסט פון זיין אפשטאם אבער צוליב די פולע פיין וואס ער איז אדורך איז זיין מח אויך פארטעמפט געווארן פון זעהן דעם אמת.

צבי איז געבוירן אין פוילן און ווען די נאציס האבן אויסגעשאסן זיינע עלטערן האט צבי, אלס 11 יעריג קינד, באוויזן צו אנטלויפן און זיך ראטעווען זיין לעבן. דריי יאר האט ער זיך געוואלגערט אין די גאסן ביז ער איז אריינגעשטעלט געווארן אין א קאטוילישע יתומים היים. דארט איז ער ערצויגן געווארן צו זיין א גלח און אין יאר תש”ל איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און דינט היינט אלס גלח אין א קירכע אין יפו.

פונקט ווי ראמאעלד, האלט ליידער גרעגארכס-צבי אויך אז מען קען זיין סיי א גוי און סיי א איד. אויף זיין טיר שטייען זיינע ביידע נעמען אויפגעשריבן אין פוליש און אין לה”ק. ער פאסט יום כיפור, און פסח עסט ער נישט קיין חמץ. אבער אינעם זעל־ בן מאמענט קען ער גיין אין קירכע און זיך ביקן צום צלם רח”ל. דאס הארץ רייסט צו זעהן די חורבנות פונעם צווייטן וועלט קריג וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג. עס איז אבער אינטערסאנט אז צבי, היי־ נט שוין אן אלטער מאן, האט אויף נאך זיין שטארבן באשטעלט בלויז א אידישע לוי’. ער האט געבעטן זיין פאמיליע איהם ארי־ בערצוטראגן קיין פוילן צו זיין היים שטאט און איהם באגראבן נעבן זיינע זיידעס. ער האט אויך ערלעדיגט מיטן היינטיגן הויפט רב פון פוילן, הרב יוסף שודריך, אז ער זאל אנפירן זיין לוי’ און זאגן א קדיש נאך איהם.

די מצבה זיינע האט גרעגארכס-צבי שוין לאנג צוריק געלאזט מאכן, און עס ליגט שוין אפילו אין יענע בית החיים אויפן פלאץ ווי ער וועט ליגן. דער נוסח דערויף איז געשריבן אויף ביידע שפראכן, סיי אויף לה”ק און סיי אויף פוליש. קיין צלם אדער עפעס א רמז צו זיין גויאישע פארגאנגענהייט איז אבער נישט אויפגעצייכנט דערויף, א צייכן אז ער ווייסט וואס דער אמת איז און האפענטליך וועט ער נאך זוכה זיין צו תשובה שלימה איידער זיין

מקורות

[רעדאַקטירן]

גלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com