די צוויי גלחים קאפיטל איינס

פֿון װיקיביבליאָטעק

די צוויי גלחים קאפיטל איינס - - - - די צוויי גלחים קאפיטל צוויי - - - - די צוויי גלחים קאפיטל דריי - - - - די צוויי גלחים קאפיטל פיר


חודש אייר תשס"ט

די מאפע פון דעם דעמאלטס'דיגן ליטא

צוויי געשיכטעס האבן פארנומען די הויפט נייעס אין די לעצטע פאר טאג. דאס ערשטע איז די אויסליפערונג פון אן אלטע נאצי וועכטער פון אמעריקע קיין דייטשלאנד. דער נאצי ווערט געהאלטן פאראנטווארטליך אויף די טויט פון 29,000 טויזענט אידן, אבער זיינע אדוואקאטן האבן געשטעלט א העפטיגן ווידערשטאנד צו זיין אויסליפערונג. פארגאנגענעם זונטאג האט זיך ענדליך א פליגער געהויבן פונעם קליוולאנד לופטפעלד, פליענדיג אינאיינעם מיטן נאצי-וועכטער קיין דייטשלאנד ווי ער וועט געשטעלט ווערן פאר א פראצעס.

די צווייטע געשיכטע, וואס איז אבער נישט אזוי גוט פארן אידישן פאלק ווי דאס ערשטע, איז די באזוך פונעם שמייליגן פויבסט אין ארץ ישראל. אויב איז די לופט דארט נאכנישט גענוג פארפעסטיגט פון די טומאה וזוהמה וואס הערשט אין לאנד, האט דער פויבסט'ס באזוך בלויז צוגעהאלפן דאס שטערקער צו מאכן. והעיר האלוקים מושפלת עד שאול תחתי'.

די ביידע געשיכטעס אינאיינעם ברענגן אונז צו די אינטערסאנטע אבער ווייטאגליכע געשיכטע פון די צוויי היינטיגע אידישע גלחים ראמאעלד-יעקב וועקסלער-וואסזקינעל און גרעגארכס פאוואלאווסקי-צבי גרונער.

ראמאעלד-יעקב וועקסלער-וואסזקינעל

שוויציעני געטא, תש"ג

שוויציעני איז א קליין שטעטל וואס ליגט ביים גרעניץ צווישן ליטא און באלערוס. אמאל האט דאס באלאנגט פאר ליטא, אבער היינט איז דאס אונטער די פוילישע הערשאפט. פונקט ווי אירע פוילישע שכנים, איז שוויציעני אויך באדראעט געווארן דורך די נאציס ימ"ש אז זי וועט טיילן די זעלבע גורל און פארניכטעט ווערן. די אידן דארט זענען צוזאמגענומען געווארן אין א געטא און מען האט געלעבט אונטער שווערע אומשטענדן.

די שול געביידע אין שוויציעני


יעקב וועקסלער, א שניידער אין שוויציעני, האט גאנץ גוט געוויסט וואס עס ערווארט פאר איהם איבער די טויזענטער אידן וואס ווערן טעגליך געפירט צו די שחיטה איז אנגעקומען צו זיינע אויערן. יעקב האט באשלאסן אז אויב איז פאר איהם נישט פארהאן די מעגליכקייט איבערצולע עבן דעם קריג, זאל ער כאטש פרובירן אז זיינע צוויי קינדער זאלן דאס יא דורכמאכן. אינאיינעם מיט זיין ווייב בתי' האבן זיי זיך ארויסגעלאזט זוכן גוי'אישע משפחות וואס וועלן אפשר מסכים זיין אריין צו נעמען זיינע קינדער ביז נאכן קריג או אזוי זיי ראטעווען.

דער 5 יעריגע שמואלי, איז איבערגעגעבן געווארן ווארן פאר א געוועזענע שכן, און דער צווייטער קינד, א פיצל'ס פון בלויז איין חודש, האבן די וואסזקינעל פאמיליע מסכים געווען איבערצונע עמען. די וואסזקינעל'ס זענען געווען שטענדיגע קליענטן ביי יעקב'ס שניידעריי און זיי האבן זיך דעריבער גוט געקענט איינער מיטן אנדערן. זיי האבן אריינגענומען דעם קינד אן אויסזאגן פאר קיינעם פון ווי עס שטאמט. נאך צוויי וואכן האט דער גוי, דער געוועזענע שכן פון יעקב, צו די ווע ייטאג פון די וועקסלער'ס, צוריקגעברענגט דעם עלטערן שמואלי'ן זאגענדיג אז עס איז איהם צו שווער אויפצוברענגן ווען די געפאר אז ער זאל געכאפט ווערן שטייט פאר די אויגן. דער אקט האט געקאסט פאר שמואלי דאס לעבן. יעקב וועקסלער מיט זיין ווייב בתי', צוזאמען מיט דעם קליינעם שמואל וועקסלער, זענען אומגעקומען עקדה"ש אינעם מיידאנעק לאגער, אינאיינעם מיט נאך דריי מיליאן פוילישע קדושים הי"ד.

פעסליק, פוילן תשכ"ו

פאר דעם 23 יעריגע ראמאעלד וואסזקינעל ווארט א גרויסע טאג. נאך זעקס יאר פון שווערע שטודיעס האלט ער שוין ענדליך געציילטע וואכן איידער ער מיט נאך געציילטע פריינד זיינע וועלן געקרוינט ווערן אלס א קריסטליכע גלחים דורך די ארטיגע ארכיבישאף. א ריזיגע פאראדע וועט אנגעגרייט ווערן אפצוצייכענען דעם היסטארישן מאמענט. אינאיינוועגס וועט אויך געפייערט ווערן די טויזענט יאר פעריאד פון ווען די קריסטליכע רעליגיע איז אנגעקומען קיין פוילן.

נישט יעדער האט אזוי געגליכן זיין באשלוס צו דינען אלס גלח. ער געדענקט נאך גוט דעם טאג וואס זיין טאטע האט איהם פרובירט אפצורעדן דערפון. דאס איז געווען ווען ראמאעלד איז אלט געווארן 17 יאר, די יארגאנג וואס מען פארלאזט די לאקאלע שולע, און עס איז איהם געקומען די צייט צו באשליסן אין וועלעכע שטודיעס ער זאל זיך אריינלאזן.

“איך וויל ווערן א בישאף!" האט ראמאעלד איין טאג זיך אנגערופן צו זיינע עלטערן.

“ניין ראמאעלד," - איז געווען די ענטפער פון זיין פאטער, - “זיך דיר עפעס אנדערש. צו זיין א בישאף איז צו א שווערע אויפגאבע. ענדעע רש נעם דאקטאריי קורסן און העלף ראטעווען מענטשליכע לעבנס."

ראמאעלד איז דאן געווארן שאקירט. זיין טאטע, פיאטער וואסזקינעל, איז געווען א שטאע רק רעליגיעזע קריסט, און געמיינט האט ער אז ער וועט אויפשפרינגען פאר פרייד הערענדיג זיין צוקונפטיגע ציהל. עס איז איהם אין ווילד'סטן חלום נישט איינגעפאלן אז זיין טאטע זאל שטעע לן א קעגן שטאנד דערצו.

“אבער טאטי," - האט ראמאעלד פרובירט זיך איינצובעטן. - “די קורסן פאר דאקטעריי איז אסאך שווערער פון די קורסן וואס די בישאף'ן נעמען. איך זאג די צי אז איך קען זיין א גוטע בישאף."

“ראמאעלד, איך ווייס וואס איז גיט פאר דיר, און איך זאג דיר נאכאמאל אז די זאלסט זוכן א צווייטער פאך. דו קענסט נאך זיין אן ערליכע קריסט אפילו מיטן פראקטיצירן עפעס אנדערש ווי א בישאף."

ראמאעלד האט אבער נישט געהאלטן ביים אויפגעבן. זינט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד איז דאס געווען זיין חלום. נאכ'ן זיך ארום טענה'ן פאר א היבשע צייט, האט זיך די מאמע אריינגעמישט און אפגעשטעלט דעם געפעכט.

“גיי טוה וואס די פארשטייסט," - האט איהם די מאמע געזאגט, זי האט אבער צוגעלייגט. - “זעה זאלסט נישט חרטה האבן!"

ראמאעלד האט נישט פארשטאנען וואס איז שייך צו חרטה האבן, און בכלל פארוואס זענען זיינע עלטערן נישט צופרידן פון זיין באגער אויע פציוואקסן א בישאף. ער האט זיך אבער נישט צופיל צוטוהן געמאכט פון דעם אינצידענט און האט פרייליכערהייט זיך איינגעשריבן אין א קלאס וואס טרענירט סטודענטן צו ווערן גלחים.

אצינד האט ראמאעלד פארענדיגט די קורסן און איז שוין פולשטענדיג גרייט אנצונעמען דעם פאסטן.

די מיידאנעק לאגער וואו זיינע עלטערן זענען אומגעקומען עקדה"ש

עפעס שטימט נישט

“ראמאעלד וואסזקינעל," האט זיך פלוצים געהערט אן אויסרוף אינעם צימער ווי ראמאעלד איז דאן געזיצן און געווען פארטיעפט אין די פריע ערדיגע געדאנקן.

“יא, איך בין דאס." האט זיך ראמאעלד אנגעע רופן, און געזעהן פאר זיך שטיין א מאן אין די מיע טעלע יארן. דער מענטש האט זיך אינדענטיפיציע רט צו זיין א שליח פונעם ארטיגן ארכיבישאף.

“דער ארכיבישאף וויל זיך טרעפן מיט דיר אום דריי אזייגער, אין זיין פריוואטע ביורא." איז געקע ומען א באפעל פונעם מאן.

“וואס וויל דער ארכיבישאף פון מיר פערע זענליך אזוי וויכטיג?" האט ראמאעלד ביי זיך געטראכט. אבער אז מען רופט דארף מען גיין. צום באשטימטן צייט האבן זיך ראמאעלד באוויזן אינעם הערליכן ביורא, ווען ראמאעלד מאכט זיע כער צו מאכן דעם בעסטן איינדרוק, אזוי אז דער ארכיבישאף זאל איהם חלילה נישט אפזאגן פון קרוינען אלס גלח.

נאך א קורצע שמועס, ווי די ארכיבישאף האט איהם אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים, האט ער איהם אנגעהויבן זאגן די עיקר ציהל פארוואס ער האט איהם גערופן.

- “הער מיר צו ראמאעלד, איידער די ווערסט געקרוינט אלס גלח דארפסטו זיך טויפן צום קריסטנטום."

“געערטער פאטער, טויפן?.. פארוואס?" - האט ראמאעלד אנגעהויבן זיין פראגע אן ערשטוינטע ער. - “מיינע עלטערן זענען ערליכע קריסטן. יעדע זונטאג גייען זיי אין קירכע. זיי האבן מיר זיכער שוין געטויפט אלס קליין קינד. וואס איז דאס זיך נאכאמאל טויפן?".

- “הער אויס ראמאעלד, איך הער שמועות פון פארשידענע פלעצער איבער דיין פארגאנגענע הייט, און עס איז נישט פארהאן קיין רויעך אן קיין פייער. אויב ווילסטו געקרוינט ווערן, דאן מיזטו אויספאלגן דעם באפעל."

קיין אנדערע ברירה האט ראמאעלד נישט געהאט און ער האט זיך פריש געטויפט צום קריסטנטום. אבער די דאזיגע פאסירונג האט איהם אויפגעוועקט פארשידענע פארגעסענע קינדערישע זכרונות און האט איהם שוין נישט געגעבן קיין מנוחה ביז ער האט אויסגעפונען זיין פונקטליכע פארגאנגענהייט.

אלס קליין קינד, אינגאנצן 6 יאר אלט, געדענקט ער ווי ער איז אמאל אהיימגעקומען זאגענעדיג פאר זיין מאמע אז געוויסע שיכורים האבן איהם נאכגעשריגן מיט פארשידענע לאזונגען, ווי ‘געמיינע יוד' ‘נארישע יוד' און נאך. ראמאעלד האט נישט געהאט געהערט בכלל פון אזא ווארט ווי ‘יוד' און האט דעריבער געפרעגט די מאמע דעם באדייט דערפון. זיין מאמע איז נישט אריין אין קיין דיסקוסיעס, נאר האט עס פרובירט אווע עקצומאכן זאגענ'דיג, “מאך דיר נישט צוטוהן, פון אפאר שלעכטע אנגעטרינקענע חברה."

די געשיכטע האט אצינד, נאכן געשעפרעך מיטן ארכיבישאף, צוריק אויפגעבליצט פאר ראמאעלד און האט זיך גענומען אריינטראכטן דערינען. “צו גייט עפעס פאר מיט מיין היסטאריע?" - “באהאלטן מיינע עלטערן עפעס פון מיר?" - “זענען איינע פון זיי אפשר אידן?". די געוויסן האט אים אנגעהויבן פייניגן איבער זיין פארגאנגענהייט. טאג און נאכט איז ער געווארן פארנומען נאר צו טראכטן דערפון. דעם קוראזש צו פרעגן זיינע עלטערן דערוועגן האט ער נישט געהאט, נאר ער האט געווארט אויף א גוטע געלע עגנהייט ווי די נושא זאל אויפגעברענגט ווערן אויפן טיש און דאן וועט ער דאס קענען קלאר שטעלן מיט זיי.

אינצווישן צייט איז ראמאעלד אויפגענומען געווארן אלס א בישאף אינעם לובלין יוניווערסיע טעט. לובלין איז געווען גאנץ ווייט פון פעסליק, די שטאט ווי זיינע עלטערן האבן געוואוינט, און דעריבער איז איהם כמעט נישט אויסגעקומען צו באגעגענען זיינע עלטערן און אוודאי נישט צו כאפן לענגערע שמועסן. אבער ראמאעלד האט נישט אויפגעגעבן. די נושא האט ביי איהם געע קאכט און געברענט. ווי מער צייט עס איז פאריע בער, אלס מער צייט האט ער געהאט צו טראכטן איבער די פארלאפענע יארן און טרעפן פארע שידענע פאקטן וואס האבן נישט געשטימט. די ווערסיע אז די פוילישע וואסזקינעל פארפאלק זאלן זיין זיינע ריכטיגע עלטערן האט אנגעהויע בן צו ווארפן ביי איהם ספיקות. צום ביישפיל, ער האט איינגעזעהן אז זיין אויסזעהן שטימט נישט מיט קיינער פון זיינע עלטערן און געשוויסטער. ער איז געווען אביסל א טונקעלע מיט שווארצע האר, אין די צייט וואס זיי זענען געווען ווייסע מיט ליכטיגע האר און מיט א שטארקע סלאוואקישען אויסזעהן. ראמאעלד איז געווען אנטשלאסן צו דערגיין זיין ריכטיגן אינדענטיטעט.

ענדלעך איז די טאג אנגעקומען. נאך צוועעלף יאר פון דינען אלס בישאף, אין יאר 1979 - תשל"ט, זענען זיינע וואונטשן ענדליך מקוים געווארן.

מקורות[רעדאַקטירן]

גלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com