די ניובורג 4 טייל ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

די ניובורג 4 טייל א - - די ניובורג 4 טייל ב - - די ניובורג 4 טייל ג - - די ניובורג 4 טייל ד


סיון תשס"ט

די "ניובורג 4" טעראר צעל

ווי אזוי די עף. בי. איי. האט אליין פראדוצירט אן אמעריקאנער טעראר נעסט פון א גרופע נארישע וואנדאלן


מאי 1

דעם ערשטן טאג אין מאי האבן די פיר ווידער זיך ארויסגעלאזט ‘שאפינג’, דאסמאל איינצוהנ אנדלען סעלפאונס וועלכע זאלן אקטיוויזירן די באמבעס. די סעלפאנ’ס זענען געקויפט געווארן אין א לאקאלע סטאר אויף די אינפארמאנט’ס קאסטן.

מאי 6

מיט אייניגע וואכן בעפאר, האבן די עף. בי. איי. אינאיינעם מיט די קאנעדיקעט פאליציי אגענטור אראנזשירט א פאסיגע ווערהויז ווי די טעראריסטן זאלן קענען אויפנעמען די באמבעס וואס די עף. בי. איי. וועט זיי צושטעלן צום אטאקע. די לאקאל איז אויסגעשטאט געווארן מיט סאספיקירטע ווידיא אפאראטן וועלכע זאלן אפכאפן יעדע טריט און שריט פון זייער באזוך דארטן.

די עף. בי. איי. האבן טאקע צוגעשטעלט אמת’ע באמבעס אבער נישט איידער וואס אירע עקספערטן האבן ארויסגענומען דעם געצייג וואס אקטיוויזירט דעם באמבע, אזוי ארום האבן די באמבעס נישט געהאט דאס מעגליכקייט אויפצורייסן. די עף. בי. איי. האט געוויסט אז די פיר האבן נישט קיין שום עקספיריענס מיט אויפרייס מאטריאלן און וועלן גלייבן דעם אינפארמאנט וולעלכע וועט דאס באשטעטיגן צו זיין א געהעריגע באמבע.

איינמאל אלעס איז גרייט געווען, האט שעיעד באקומען דעם אקעי איינצומעלדן די טעראריסטן אז ‘זשעיש-מוחמוד’ האט באוויזן צוצושטעלן די נויטיגע מיסילס און באמבעס וואס פעלט זיך אויס צום אטאקע. אהן פרעגן קיין פראגעס וויאזוי די מאטריאל איז אנגעקומען, האבן זיך די פיר חברה ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט שעיעד קיין קאנעדיקוט אויפנעמען די פעקלעך.

אנקומענדיג נאנט צו קאנעדיקוט האט אנטע וויליאמס אנגעהויבן צו פארדעכטיגן אז איינער האלט אן אויג אויף זיי. א העליקאפטער פון די הייך און א קאר וואס זיי האבן אפאר מאל באגעגענט, האבן אויסגעזעהן צו שפיאנירן אויף זיי. איינמעלדענדיג זיינע פארדאכטן פאר די אנדנ ערע חברה, איז באשלאסן געווארן זיך צוריק צודרייען קיין ניובערג און דאן זעהן וואס ווייטער צו טוהן.

אין ניובערג, איז אנטע וויליאמס אויסגעשטיגן פון קאר צוליב דעם פחד אז אט אט גייט מען זיי כאפן. די איבעריגע חברה זענען ארומגעפארן אין די געסער פון די שטאט צו זעהן אויב איינער פארט זיי נאך. נאך צוויי שעה ארומפארן און נישט באמערקן עפעס עקסטער, האט זיך די גרופע ווידער ארויסגעלאזט קיין קאנעדיקוט. דארט האבן זיי אויפגענומען א סטינגער מיסיל וואס קען אראפ שיסן עראפלאנען, און נאך דריי באמבעס אנגעפילט מיט 37 פונט פלאסטישע אויפרייס מאטריאל פאר זייער אנדערע ציהלן.

"אויב די זעסט עפעס, זאג עפעס" מאי 8

אינעם ניו ווינסאר 911 עמערדזשענסי צענטער איז אריינגעקומען א רוף פון די איינענטומער פונעם ‘גארדיען סעלף סטארעדזש’ וואס געפונט זיך אויף די ראוט 32 . דער אייגענטומער האט אויסגעדרוקט זארג איבער א מיטל מזרח אפשטאמיגער וועלכע האט שוין באזוכט זיין סטארעדזש כמעט 50 מאל אין בלויז צוויי טאג. נישט נאר דאס, יעדעס מאל וואס ער קומט, ברענגט ער מיט אפאר שווארצע חברים. עס קוקט איהם עפעס אויס זייער מאדנע דעם גאנצן ענין. געווען איז דאס טאקע אונזערע שעיעד, דער עף. בי. איי. אינפארמאנט וועלכע האט געסטארעדזשט די באמבעס אין יענעם צענטער. די גרופע איז געווען אזוי איבערגעליקליך אז זייער פלענער ווערן אנטוויקלט, אז זיי האבן געהאלטן און איין צוריקומען צום סטארעזש צו כאפן א בליק אויף די באמבעס. יעדעס מאל זיי האבן דאס געזען האבן זייערע רוצח’ישע הערצער געקוואלן פאר פרייד און האבן קוים געקענט אויסווארטן דאס צו נוצן.

ווען די ניו ווינסאר פאליציי האט דאס איינגעמאלדן פאר די עף. בי. איי. האבן זיי באקומען אן אנטווארט אז אלעס איז אונטער קאנטראל און מען דארף דאס איגנארירן. דער אייגענטומער פונעם סטארעדזש צענטער איז שפעטער אויסגעלויבט געווארן פארן זיין אזוי וואכזאם און איינמעלדן די פאליציי דערוועגן. ווען דאס וואלט טאקע געווען ריכטיגע טעראריסטן וואלט אזא טעלפאן רוף געקענט ראטעווען הונדערטער לעבנס. אין א פרעסע קאנפערענץ נאכן ארעסט האט דער הויפט פאליציי אפיציר פון ניו ווינדסאר, מייקל בייאסטי, דערמאנט די איינוואוינער דעם באוויסטן סלאגאן וואס איז אדאפטירט געווארן איבער די וועלט נאך סעפ. 11 , “אויב די זעהסט עפעס, זאג עפעס!”.

מאי 20 איז באשטימט געווארן אלס דער טאג ווען די אטאקעס זאלן ווערן אויסגעפירט. פון ווען די גרופע האט באקומען די באמבעס מיט די מיסיל האבן זיי קיין רואיגע מינוט נישט געהאט. די פיר זענען ארומגעפארן צו די געפלאנטע ערטער וואס מען וועט אטאקירן און איבערגעגאנגען די פלענער וויאזוי מען וועט דאס אדורך פירן. קראמאטי איז ביינאכט קוים געשלאפן, און איז כסדר אריבער געגאנגען אונטערזוכן די באמבעס. אנטע וויליאמס האט געלאזט מעלדן זיין פאמיליע אז קומענדיגע דארנערשטאג וועט ער זיי ברענגן די $50000 וואס וועט העלפן זיין ברודער באקומען דעם לעבער טראנספלאנט.

אין ריווערדעיל, ניו זשערסי, האבן קיינער פון די שכינים נישט אין אכט גענומען איבער צוויי שפאגל נייע קארס וואס זענען פארקירט געווארן אויף די לאנגע אינדיפענדענט גאס. איין קאר איז פארקירט געווען פארנט פונעם ארטעדאקסישן אידישן צענטער און דאס צווייטע, פארנט פונעם רעפארם אידישן צענטער. עס איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז די קארס זענען געשטעלט געווארן אויף א מיסיע. אין אייניגע טעג ארום וועלן ארנ יינגעשטעלט ווערן דערינען מאכטפולע באמבעס דורך אומבאקאנטע קרימינאלן פון אפסטעיט ניו יארק. די ביידע קארן זענען צוגעשטעלט געווארן פאר די טעראריסטן דורך די עף. בי. איי.

צוויי טאג איידער די אטאקעס האט שעינ עד געהייסן אריבערברענגן די באמבעס צו קראמאטי’ס אפארטמענט און זיי אנגרייטן צום אטאקע. שעיעד האט זיי דאן געוויזן פונקטליך וויאזוי צו שיסן דעם סטינגער מיסיל און ווי אזוי צו צוטשעפענען די סעלפאן’ס צו די באמבעס. די פיר זענען אנגעזאגט געווארן צו ארבעטן גאר פארזיכטיג ווייל יעדעס אומנויטיגע ריר קען פאנ ראורזאכן אן אויפרייס. די חברה האבן געפאלגט ווי לעמעלעך ווען שעיעד שטייט און דערזייט און האלט זיך איין פון אויספלאצן אין א געלעכטער איבער די פאנאטישע קרימינאלן וועלכע נעמען אן זיינע ווערטער מיטן גרעסטן רעספעקט. ווען די הכנות זענען פארטיג געווארן זענען די באמבעס אריינגעשטעלט געווארן אין פלאסטיק קאנטעינ נארס און באהאלטן געווארן אונטער די בעטן.

מאי 20

עס איז מיטוואך פ’ במדבר ולמס’ מאי 20 . דער לאנג ערווארטערטער טאג איז ענדליך אנגעקומען. היינט האט געלויטעט די פלאן פון די פיר טעראריסטן אנצוזייען ח”ו טויט און פאניק איבער ניו יארק. צוויי שוהלן אין ריווערדעיל וועלן אויפנ געריסן ווערן פאראורזאכנדיג צענדליגע קרבנות ה”י און א מיליטערישע עראפלאן אינעם סטוארד עירפארט וועט אראפגעשאסן ווערן אלס צייכן פון פראטעסט אנטקעגן די אמעריקאנער רעגירונג פאר טשעפענען מיט די על קאידא און אפגאניסטאן און איראק.

די פיר חברה זענען גאר פרי אויפגעשטאנען אבער מיט געמישטע געפילן. פון איין זייט זענען זיי געווען מלא שמחה אז זייערע פלענער וועלן אט אט פארווירקליכט ווערן, אבער פונעם צווייטן זייט זענען זיי געווען היבש נערוועז און אנגעצויגן צו זייערע אטאקעס וועלן געלונגען. שעיעד האט מיט אלע כוחות זיי פראבירט צו בארואיגן און פארזיכערט אז ‘אלעס וועט אריבערגיין בשלום’. אין די קארידארן פון די עף. בי. איי. קוואטיר אין ניו יארק, ווי אויך אין וואן פאליס פלאזא, די הויפט קוואטיר פון די ען. וויי. פי. די., האט זיך געטוהן שטילע אבער העפטיגע צוגרייטונגען. איבער הונדערט אגענטן אויפגעריסטעט מיט כל מיני געווער, זענען שטילערהייט אנגעזאגט געווארן צו זיין גרייט א יעדע ליאדע מינוט זיך ארויסצולנ אזן אפהאלטן א טעראר אקציע. קיין פרטים האבן זיי נאכנישט געוויסט אבער אויסגעזעהן האט עס אז מען רעדט פון עפעס גאר ערנסט.

ווי פון פריער אפגעשמועסט, האבן די עף. בי. איי. אנגעגרייט א גרויסע עס. יו. ווי. פארנט פון קראמאטי’ס אפארטמענט און מיט דעם האבן די חברה זיך ארויסגעלאזט קיין ניו יארק סיטי. וואס זיי האבן אבער נישט געוויסט איז, אז דער קאר איז געווען אויסגעשטאט מיט באהאלטענע ווידיאו אין אוידיא אפאראטן וואס האבן אפגעכאפט יעדעס ווארט און יעדער תנועה במשך דעם איין און אהאלב שעה’דיגע רייזע. א העליקאפטער מיט א מיליטערישע עראפלאן האט זיי באגלייט פון דער הייעך און פילע באהאלטענע עף. בי. איי. אגענטן האבן זיי נאכגעפאלגט מיט קארן און טראקס.

ארגינעל איז געווען געפלאנט אראפצושטענ לן די באמבעס אין ריווערדעיל בערך 6 אזייגער נאכמיטאג און דאן וועלן זיי זיך צוריקקערן צו ניובערג ווי זיי וועלן אטאקירן דעם עראפלאן, ובשעת מעשה אקטיוויזירן די באמבעס דורך די סעלפאן פארבינדונגען. אבער ווי עס זעט אויס, האבן די טעראריסטן באשלאסן צו כאפן א געשמאקע מאלצייט איידער די אטאקעס ווערן אויסגעפירט. אויפן וועג אריין אין שטאט, האבן זיך די פיר אפגעשטעלט אינעם ראמאפא רעסט עריע, טאקע דארט ווי עס געפונט זיך די בארימטע ‘מנחה עריע’, און האבן באשטעלט א גאנצע מעניו אויף שעיעד’ס קאסטן. א היבש ביסל צייט האבן די חברה דארט פארברענגט און דערמיט אנגעצויגן די נערווען פון די עף. בי. איי. וועלכע האט געדארפט לענגער האלטן אן אויג אויף זיי.

אין ליכט פון דעם ראמאפא מאלצייט, האבן די עף. בי. איי. אויך שנעלערהייט געטוישט זייערע פלענער ווען צו ארעסטירן די באנדע. פארנט פון סטוארט עירפארט זענען שוין אצינד געווען סטאנציאנירט באהאלטערנעהייט פילע אויפגעריסטעטע אגענטן וועלכע האבן געזאלט ארעסנ טירן די באנדע בערך אום ניין אזייגער אווענט, נאך וואס זיי וועלן פרובירן צו שיסן דעם סטינגער מיסיל. צוליב דעם לאנגע לאנטש וואס האט זיך פארגליסט פאר די טעראריסטן האבן זיך אבער די פלענער געטוישט. די עף. בי. איי. אגענטן זענען אין די איילעניש אריבערגעשיקט געווארן קיין ריווערדעיל און דארט האט מען ארעסטירט די גרופע, נאך איידער זיי זאלן פארזעצן קיין ניובערג. די דראמאטישע ארעסט איז אדורך אן קיין קאמפליקאציעס אבער האט אויפגעשוידערט די וועלט בכלל און אידן בפרט, ווי שוין באשריבן מיט פונקטליכע דעטאלן אינעם ערשטן ארטיקל.

דעם קומענדיגן טאג זענען די פיר געברענגט געווארן אינעם ווייט פלעינס געריכט הויז, ווי זיי זענען אנגעקלאגט געווארן פארן וועלן ניצן מאסן פארניכטונגס וואפן און קאנספירירן אנטקעגן אידן. מיט צוויי וואכן שפעטער זענען זיי ווידער געברענגט געווארן אין געריכט הויז ווי זיי האבן זיך דעקלערט ‘נישט שולדיג’. אינמיטן דעם געריכט סעסיע, האט פאיען געדארפט ארויסגעפירט ווערן צוליב וואס זיין הויזן איז איהם אראפגעפאלן בפני כל עם ועדה.... די פיר ווערן אצינד געהאלטן אונטער ארעסט אן קיין בעיל מעגליכקייטן ביז זייער פראצעס וועלכע וועט זיך אנהייבן סעפ. 17 , איין טאג בעפאר ראש השנה.

עס איז צום ערווארטן אז די פארטיידיגוגנ’ס אדוואקאטן וועלן היבש דעבאטירן די שולד פון די עף. בי. איי. אין רעקרוטירן די טעראריסטן. אן אנאנימיע קוואל פון די עף. בי. איי. לייקענט אז איינער פון די פיר זאל האבן באקומען סיי וואס פון דעם אינפארמאנט, אבער דעם אמת וועט מען הערשט וויסן ביים פראצעס. אויב וועט געלונגען פאר די אדוואקאטן פון די פיר צו איבערצייגן אז שעיעד האט טאקע באצאלט עפעס געלט אדער געגעבן מתנות פאר די טעראריסטן דאן קען די גאנצע קעיס מינומיזירט ווערן און מען וועט זיי נישט קענען אנקלאגן אויף וועלן טערארזירן די באפעלקערונג, נאכדערצו ווען די חברה וואלטן דאס קיינמאל נישט געקענט אויספירן אויף די אייגענע האנט.

א אנאניעמער קוואל פון די ניו יארקער פאליציי האט רעאגירט צו די טענות זאגענדיג "ווען די אינפארמאנט וואלט טאקע געווען א טעראריסט, וואלט קיינער זיך נישט אנגענומען פאר די פיר, וויסענדיג אז עס איז בכלל נישט געווען קיין שפיל."



מקורות[רעדאַקטירן]

גלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com