די ניובורג 4 טייל ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

די ניובורג 4 טייל א - - די ניובורג 4 טייל ב - - די ניובורג 4 טייל ג - - די ניובורג 4 טייל ד


סיון תשס"ט

די "ניובורג 4" טעראר צעל

ווי אזוי די עף. בי. איי. האט אליין פראדוצירט אן אמעריקאנער טעראר נעסט פון א גרופע נארישע וואנדאלן.


"ברודער, אלעס וואס די דארפסט וועל איך דיר ערלעדיגן."
שעיעד ארבעט אויף קראמאטי יוני 2008

“ברודער, אלעס וואס די דארפסט וועל איך דיר ערלעדיגן.” די דאזיגע ווערטער פלעגט קראמאטי אלס הערן פון שעיעד. איינמאל קראמאטי האט זיך צוגעצויגען צו שעיעד, האט איהם שעיעד שוין נישט אפגעלאזט. שעיעד פלעגט אריבערקומען צו קראמאטי’ס פארשטיפטע אפארטמענט און פארברענגען מיט איהם לאנגע שעות. ער פלעגט איהם ארויסנעמען אויף מאלצייטן אין רעסטוראנטן און דערביי פרעדיגן האס און שנאה אנטקעגן אמעריקע און אנטקעגן אידן. ווען אימער קראמאטי האט זיך גענויטיגט אין עפעס הילף איז שעיעד באלד דא געווען איהם צו העלפן. לויט ווי א שוועסטער פון קראמאטי דערציילט, האט ער איהם באצאלט זיינע רענט ביללס און איהם געשטאפט מיט דראגס. ער האט איהם אמאל אפילו געקויפט א קאמערע און אויך איהם צוגעזאגט א שווארצע מערצעדעס. פון די מינוט וואס קראמאטי האט זיך באפריינדעט מיט שעיעד, האט איהם קיין געלט נישט געפעלט. שעיעד פלעגט געבן פאר קראמאטי פילע לייען מאטריאל וואס זענען געווען אנגעפיקעוועט מיט האס און האבן געפרעדיגט זשיהאד מיסיעס. נאך א שטיק צייט האט עס טאקע אנגעהויבן שלאגן ווארצלען. אונטערן איינפלוס פון שעיעד האט קראמאטי אנגעהויבן ווייזן אינטערעסע “אין ‘טוהן עפעס קעגן אמעריקע’ וואס הרג’עט אויס אומשולדיגע מוסלימענער אין איראק און אין אפגאניסטאן.” - די פראזע איז טייל פונעם קלאגע קעגן קראמאטי, און נוצט אלס באווייז אז ער האט געוואלט דורכפירן טעראריזים און נישט סתם עפעס א קרימינאלע אקט.

שעיעד אנטדעקט זיין ‘סוד’ אקטאבער 2008

ווען קראמאטי איז שוין געווען גענוג אנגעפילט מיט האס און נקמה געפילן, האט שעיעד באש־ לאסן איהם צו דערציילן זיין ‘מיליטערישע סוד’. איין אינדערפרי, ווען די ביידע האבן געפרישטיגט אין א רעסטוראנט, פארשטייט זיך אויף די עף. בי. איי.’ס קאסטן, האט שעיעד זיך צוגעבויגן צו קראמאטי און איהם שטילערהייט אריינגערוימט אין אויער אז ער איז גאר א מיטגלידער אינעם זשעזש-מחמוד ארגעניזאציע, א טעראריסטישע ארגעניזאציע אין פאקיסטאן וואס איז צווישן אנדערן אויך פארמישט געווען אינעם מומביי אטאקע.

קראמאטי האט געגלייבט שעיעד אויפן ווארט און איז געווארן איבער גליקליך אז ער קען אויך זיין א מיטגלידער אין די דאזיגע באנדע. שעיעד האט אצינד אנערקענט אז ער איז אויף די ריכטיגע רעלסן. מען דארף בלויז זעהן ווייטער צו גיין מיט די פלענער.

(די פיר טעראריסטן, מיט זייערע "גרויסע מוחות" האבן קיינמאל נישט געשטעלט פאר שעיעד קיין פראגעס איבער זיינע פארבינדונגען מיט זשעזש-מחמוד. אפילו שפעטער, ווען שעיעד האט זיי געברענגט די פילע וואפן, איז זיי ניטאמאל איינגעפאלן צו פרעגן שעיעד וויאזוי ער האט דאס באקומען. ווען זיי וואלטן געפרעגט בלויז צוויי דריי שאלות וואלטן זיי ווארשיינליך גלייך איינגעזעהן אז שעיעד’ס געשיכטע שטימט עפעס נישט. זעהט אויס אז שעיעד האט גוט געוויסט מיט וועם ער האנדלט און דעריבער האט ער זיך ערלויבט זיי איינצורעדן כל מיני שטותים ווייל די חברה וועלן איהם סייווי גלייבן אלעס אויפן ווארט).

איינמאל עס איז געלונגען פאר שעיעד צו געווינען קראמאטי’ס הארץ, האט שעיעד איינגעמאלדן פאר די עף. בי. איי. אז ער האט ווארשיינליך איינער וואס וואלט גרייט געווען דורכצופירן אטאקעס אנטקעגן אמעריקע. מען דארף אצינד ווייטער שפינען דעם פאדעם. דאס הויז פון קראמאטי האט באקומען פיר און צוואנציג שעה קאנטראל, און ווידיא אפאראטן זענען איינגעשטעלט געווארן דערינען. שעיעד האט באקומען א ספעציעלע אוממערקבארע רעקארדער וואס האט אפגעכאפט יעדעס ווארט וואס קראמאטי האט ארויס גערעדט.

אינעם קלאגע אנטקעגן קראמאטי ווערן אויסגערעכנט פארשידענע פראזן וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט במשך די יאר און ווייזן זיינע טעראריסטישע מיינונגען. אין נאוועמבער, אויפן וועג צו א מוסלימענער צוזאמקום אין פילידעלפיע, האט קראמאטי פלאנירט מיט שעיעד וועלכע ציהלן צו אטאקירן. ביי יענע שמועס האט זיך קראמאטי אויסגעדרוקט אז "דאס בעסטע ציהל איז שוין אטאקירט געווארן". מיינענדיג דערמיט די ווארלד טרעיד סענטער טורעמעס. אין א צווייטע שמועס איז קראמאטי אויפגעכאפט געווארן זאגענדיג, "איך האב פיינט די אידן, איך וואלט געוואלט זעהן זייער’ס א שוהל אויפגעריסן".

שעיעד זאגט צי א לעבערטראנספלאנט

במשך די ווינטער האבן די צוויי זיך בעיקר פארלייגט אויף אריינברענגען נאך חברה אין די גרופע. ענדע ווינטער איז זיי געלונגען אריינצוברענגן די אנדערע דריי דערמאנטע טעראריסטן וועלכע האבן זיך אלע געדרייט אינעם זעלבן ניובערג מאסק.

איינע פון די דריי איז געווען דעוויד וויליאמס. זיין מוטער האט אבער פארגאנגענע וואך דערציילט אז דעיוויד האט בלויז מסכים געווען זיך אנצושליסן אינעם גרופע נאר נאך וואס שעיעד האט איהם צוגעזאגט אז ער וועט העלפן באצאלן די קאסטן פאר א לעבער טראנספלאנט פון זיין ברודער. איר אנדערע זוהן איז געליגן קראנק אין שפיטאל און האט דרינגענד געדארפט א טראנספלאנט אין די לעבער אבער האט נישט געהאט קיין געהעריגע דעקונג אויף די קאסטן דערפון. לויט ווי די מוטער זאגט האט זיך שעיעד אונטערגענומען זיי צו געבן $50000 איינמאל די אטאקע ווערט אויסגעפירט.

ווי עס שיינט האט די עף. בי. איי. זיך געוואלט פארזיכערען אז אין פאל די טעראר פלענער ארבעטען זיך נישט אויס זאל מען עכ”פ קענען ארעסטירן די גרופע אויף אנדערע קלאגעס. אנטקעגן יעדע פון די פיר איז שוין געווען גענוג קלאגעס אבער מיט דעוויד איז געווען א שטיקל פראבלעם. ער איז ביזדערווייל נאך געווען צו געהייסן בארויבן א טאשקע פון א פרוי בשעת’ן פארן אויף א סיטי באס. די פרוי האט גערופן די פאליציי אבער זיי האבן דאן באקומען א באפעל פון די העכערע פענסטערס איהם אפצולאזן. אין אן אנדערע פאל האט שעיעד באצאלט עפעס א קנס וואס דעיוויד האט געדארפט באצאלן אין געריכט.

אצינד, אז עס איז שוין געלונגען פאר שעיעד צוזאמצושטעלן די ‘סאספיקירטע’ טעראר צעל, איז די נעקסטע טריט געווען אז זיי זאלן אויספלאנירן עפעס אן אטאקע און זיי דערנאך כאפן אינעם לעצטן מינוט’.

די פלאנירונגען אויפן אטאקע מארטש 2009

שעיעד האט געלאזט די פיר שווארצע קרימינאלן אליין אויסוועלן די ציהלן וועלכע עס איז דאס בעסטע פאר זיי צו אטאקירן. זיי האבן אויסגעקליבן די ארמיי באזע אין סטוארד עירפארט מיט צוויי שוהלן אין ריווערדעיל אלס זייע־ רע ציהלן. די ריווערדעיל שוהלן זענען ספעציעל אויסגעוועלט געווארן צוליב זייער נאנטקייט צום הייוועי. דאס וועט זיי געבן די מעגליכקייט שנעל צו אנטלויפן פון סצענע.

איינמאל די ציהלן זענען באשטימט געווארן, האט די גרופע, נישט וועלענדיג אז די עף. בי. איי. זאל עפעס אויפכאפן, געגעבן פאר די ערטער קאוד נעמען. קראמאטי פלעגט זיך אפט ארויסלאזן באזוכן דעם עירפארט כדי צו אויסוועלן די בעסטע פלאץ פון ווי צו שיסן אויף די עראפלאנ־ ען. קיין וואפן אדער באמבעס האבן זיי נאכנישט געהאט, אבער שעיעד האט זיי געהייסן זיך פארלאזן אויף זיינע קאנעקשאנס מיט די זשע־ זש-מחמוד גרופע וועלכע האט גענוג און גענאך וואפן באהאלטן אין געהיימע ערטער איבער גאנץ אמעריקע און ער וועט זיי ברענגן ווען עס וועט זיין די צייט. די פיר נערנים האבן איהם בלינדערהייט געגלייבט.

אפריל 10

אינעם צענטן אפריל זענען שעיעד זענען קראמאטי און דעיוויד וויליאמס אראפגעפארן צום לאקאלן וואל-מארט צו איינקויפן א דיזשיטעל קאמערע. די דריי זענען דאן געפארן קיין ריווערדעיל און גענומען בילדער פון די צוויי בתי מדרשים, אדער לויט זייער קאוד נאמען, - די צוויי ‘דזשוינטס’. זעהענדיג אפאר אידן גייען אויפן גאס, האט קראמאטי אנגעוויזן אויף זיי און געזאגט אז ווען ער האט ווען א ביקס וואלט ער זיי תיכף דערשאסן, רח”ל. שפעטער, ביים אוועקפארן האט ער ווידער געזאגט אז אויפרייסן די שוהלן וועט זיין א געשמאק שטיקל קוכן. ה”י.

ניטאמאל א ביקס.. אפריל 23

די פיר געריבענע טעראריסטן האבן געמוזט אנקומען צו שעיעד אויף יעדן טריט און שריט. אן זיין הילף, בעסער געזאגט אן די הילף פון די עף. בי. איי., האבן די חברה זיך בשום אופן נישט געקענט אליין קיין עצה געבן. ממש ווי קליינע קינדער וואס דארפן אנקומען צו אן ערוואקסענע זיי ארויסצוהעלפן. דעריבער, ווען די עף. בי. איי. האט צוליב געוויסע סיבות געהאלטן אז מען זאל הייסן די פיר זיך אליין פארשאפן א ביקס, איז דאס זיי אנגעקומען ביטער שווער. אין דערצייט וואס ניובערג, די הויפט שטאט פון פאברעכן, איז פארפלייצט מיט אומלעגאלע געווער, יעדער שמויגער דרייט זיך ארום באוואפענט, האבן די פיר טעראריסטן זיך געמוטשעט צו קויפן א פשוטע ביקס.

צום ערשט האבן זיי געזוכט אין ניובערג ביי לאקאלע פארקויפער, אבער צו זייער שלימזל’נות האט קיינער נישט געהאט. ענדליך נאך עטליכע טאג זוכן, זענען זיי אראפגעפארן קיין ברוקלין ווי זיי האבן געטראפן עפעס א ביקס ביי איינעם וואס ווערט באצייכנט אלס א ‘בלוטיגע גענג פירער’. דארט האבן זיי באצאלט דערפאר $700 . דעוויד וויליאמס האט געוואלט דערשיסן דעם גענג פירער מיט דעם ביקס און צוריקנעמען די געלט, די איבעריגע טעראריסטן האבן איהם אבער צוריק געהאלטן דערפון, אויס מורא אז זייערע פל־ ענער וועלן פריצייטיג אנטדעקט ווערן.


מקורות[רעדאַקטירן]

גלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com