די משפּחה מאַשבער/באַנד 2
די משפּחה מאַשבער | |
מחבר: | דער נסתר |
---|---|
באַנד: | 2 |
אויסגאַבע: | ניו־יאָרק, 1948 |
ערשטע אויסגאַבע: | ניו־יאָרק, 1948 |
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive: | nybc200734 |
די צאָל זייטן: | 446 |
אינהאַלט: | זע אונטן |
אַלע בענד: | |
I | קאַפּיטל: דעמאָלט האָט געטראָפֿן | 9 |
II | קאַפּיטל: צוויי טויטן, איין חתונה | 106 |
III | קאַפּיטל: באַנקראָט | 143 |
IV | קאַפּיטל: בייזוויליקער באַנקראָט | 191 |
V | קאַפּיטל: לוזיס וואָג אין תאקלונג | 214 |
VI | קאַפּיטל: בריוו | 289 |
VII | קאַפּיטל: פֿינצטער | 308 |
VIII | קאַפּיטל: סרולי גאָל גרייט זיך אין וועג | 343 |
IX | קאַפּיטל: סוף ווינטער | 362 |
X | קאַפּיטל: אָנהייב זומער, אָדער צוויי גייערס מיט איין טאָרבע | 408 |
דאָס איז דער צווייטער טייל פֿונעם ראָמאַן „די משפּחה מאַשבער”. דער ערשטער טייל פֿונעם בוך איז דערשינען ביי אונדז, אינעם איקוף־פֿאַרלאַג, מיט אַ 5 יאָר צוריק, אין 1943. ער איז איבערגעדרוקט געוואָרן פֿון דער מאָסקווער אויסגאַבע פֿון 1939. דער נסתּר האָט אָנגעהויבן שרײַבן דאָס בוך אַרום 1934. דער ערשטער טייל פֿונעם בוך האָט צוועלף קאַפּיטלען: די שטאָט N, משפּחה־כראָניק, לוזי ביי די זייניקע, סרולי גאָל, דער קריג צווישן די ברידער, ווידער סרולי, אויף „פּרעטשיסטער” יאַריד, אַ קליין ביסל שטייגער, כמאַרעס, ערב קראַך, אַלטער און דרײַ באַזוכן ביי אַלטערן. — דער איצטיקער צווייטער טייל ווערט ביי אונדז געדרוקט פֿון דעם מאַנוסקריפּט, וואָס מיר האָבן באַקומען פֿונעם מחבר, וואָס וווינט אין מאָסקווע.
ווי דער ערשטער טייל, אַזוי אויך דער איצטיקער, צווייטער טייל, פֿונעם ראָמאַן נעמט אַרום די צייט — די 70ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. אין „די משפּחה מאַשבער” ווערט געשילדערט באַרדיטשעוו, די פֿאַרשיידענע טיילן פֿון אָט דער ספּעציפֿישער יידישער שטאָט מיט אירע „רינגען”, באַזונדערע געגנטן, שולן און מערקווירדיקייטן. אין צענטער פֿון דעם ראָמאַן זיינען אַרויסגעבראַכט די ברידער מאַשבער — לוזי, משה און אַלטער. לוזי, דער שטענדיקער אומרו, דער זוכער, וואָס ווערט לסוף פֿאַרבונדן מיט די בראַסלאַווער חסידים, וועלכע רופֿן אַרויס גרויס קעגנערשאַפֿט צווישן די רעליגיעזע קרייזן, — משה, דער גרויסער סוחר, וואָס די געשעפֿטן גייען אים אַלץ ערגער און ער קומט צו באַנקראָט, און דער יינגערער קראַנקער ברודער אַלטער. אין ראָמאַן, אין דעם צווייטן טייל, ווי אינעם ערשטן, האָבן מיר אויך די מערקווירדיקע, אויסטערלישע געשטאַלט סרולי גאָל, וואָס איבערראַשט אונדז כּסדר מיט זײַנע געהיימניספֿולע טועכצן און אַספּיראַציעס.
אין דעם איצטיקן טייל ווערט באַזונדערס געמאָלט דער ווײַטערדיקער איבערוואַנדלונגס־גאַנג פֿון דעם בראַסלאַווער חסיד מיכל בוקיער, וואָס דערגייט צו אַפּיקורסות, צערייסט בפֿרהסיא מיט דער פֿרומער וועלט און אין זיין שווערן געראַנגל מיט זיך און דעם אַרום ווערט ער קראַנק און שטאַרבט. עס גייט אויך אַוועק פֿון דער וועלט דער באַרדיטשעווער רב ר׳ דודי, וואָס פֿאַרקערפּערט מיט זיך די אַלטע טראַדיציאָנעלע יידישע וועלט, דער היטער פֿון דעם קאַנאָניזירטן יידישן לעבן. עס מאַכט אַדורך שווערע איבערלעבונגען און לסוף קומט אום אויך משה מאַשבער, דער פֿאָרשטייער פֿונעם יידישן סוחרטום ווי אויך זיין פֿרוי און טאָכטער.
ווי אין דעם ערשטן טייל, אַזוי אויך אין דעם צווייטן שילדערט דער נסתּר בעיקר דאָס לעבן פֿון עטלעכע מענטשן, די הויפּט־טיפּן פֿונעם ראָמאַן אין אַ קורצן צייט־אָפּשניט, אין אַ פּעריאָד פֿון בלויז עטלעכע חדשים. אין דעם ערשטן טייל — אַ דרײַ חדשים, אויך אין דעם דאָזיקן טייל — אַ פּאָר חדשים, ביז אָנהויב זומער — דער לעצטער קאַפּיטל פֿון דעם איצטיקן טייל.
אויסער אַ צוויי־דריי נייע געשטאַלטן (ווי יאָסעלע „מגפֿה” און אַברהמל לובלינער) זיינען אין דעם צווייטן טייל אַרויסגעבראַכט די זעלבע מענטשן ווי אינעם ערשטן. אין דעם פֿאָרוואָרט צום ערשטן טייל האָט דער נסתּר צווישן אַנדערע געשריבן: „דער עיקר ציל פֿון מײַן אַרבעט איז געווען ניט נאָר צו פֿאַרענדיקן מיט אַן אַלטן דור, וואָס האָט געשמעקט איבערן האַלדז אין מיטלאַלטערלעכע לעבנס־פֿאַרהעלטענישן, נאָר דער עיקר ציל פֿון בוך איז ווײַזן יענע פֿאַרבאָרגענע כּוחות, וואָס זיינען דאַן געלעגן טיף דערנידעריקט אין „דריטן רינג” און וואָס זיינען אַזוי טראַגיש אומגעקומען אונטערן לאַסט פֿון יענעם לעבנס־יאָך...” דער נסתּר האָט אויך באַטאָנט אין זיין פֿאָרוואָרט דעם „אָנקום פֿון יענע מענטשן, וואָס האָבן איבערגענומען דעם רודער און האָבן פֿאַרקערעוועט די געזעלשאַפֿטלעכע שיף אויף גאָר אַנדערע ריכטונגען”, און ער זאָגט ווייטער, אַז עס האָט אים געצויגן „צו דעם באַהאַלטענעם פֿייער, וואָס אין די פּאָלעס פֿון יענעם יונגן דור”, „צו וועלכן ער האָפֿט זיך צו דערקלייבן, און קינסטלעריש אים שילדערן”.
אין איצטיקן צווייטן טייל האָט דער נסתּר זיך אַלץ נאָך פֿאַרהאַלטן ביי די געשטאַלטן פֿונעם אַלטן דור, זיך פֿאַרנומען בעיקר מיט זייער לעבן און שטייגער ביי זייערע געראַגלענישן מיט די קומענדיקע דורות און מיט זייערע פֿאָרשטייער, וואָס ווילן ערשט אויסקעמפֿן פֿאַר זיך אַן אָרט אין דער יידישער געזעלשאַפֿטלעכקייט אין יענער צייט, ווען דער ווידערשטאַנד מצד די היטער פֿון דער אַלטער יידישקייט איז נאָך זייער גרויס און שטאַרק.
מיר זעען אינעם איצטיקן טייל דאָ און דאָרטן דעם אָנקום פֿון אָט די בונטאַרישע און קעמפֿערישע כּוחות, וואָס האָבן שוין ביי זייערע ערשטע שריט אויסצושטיין גענוג שוועריקייטן גייט דורכברעכן וועגן און שטעגן אינעם ווילדוואַלד פֿון דעם יידישן טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער און אַרויסשטויסן פֿון די פּאָזיציעס די אַלע וואָס קלאַמערן זיך אָן דעם אַלטן יידישן לעבן און זיינע יסודות. מיר האָבן דאָ ערשט דעם נישט זיכערן אָנזאָג פֿון דער נייער צייט און די ערשטע שוואַכע אָנדייטונגען פֿון די נייע פֿאַרמעסטן אויף אַ ניי וועלטלעך לעבן...
מיר וואַרטן אויף די ווייטערדיקע בענד פֿון דעם אינטערעסאַנטן און גייסטרייכן ווערק. לאָמיר האָפֿן, אַז דער איבעררייס צווישן איין באַנד און דעם צווייטן וועט מער נישט געדויערן אַזוי לאַנג.
מיר ווייסן ניט, צי מיכל בוקיער האָט זיך ניט אַוועקגעלאָזט אַהין, וואוהין ער האָט פֿאַרטראַכט — אַזש אין דער ווייטער ליטע, צו די דעסעווער, דערפֿאַר, ווייל ער האָט פּשוט קיין הוצאות ניט געהאַט, צי ניין, צי אפֿשר גאָר דערפֿאַר, ווייל אַזוי ווי ער האָט געקאָנט געפֿינען דאָס, וואָס ער האָט געדאַרפֿט, דאָ הי, אין דער אייגענער שטאָט, איז צו וואָס מאַכן רייזעס און זיך אויסברענגען?
אַזוי צי אַזוי, נאָר אַ פֿאַקט איז, אַז אין איינעם אַ טאָג האָט מיכל בוקיער אַריינגעטראָפֿן צום גרונטלייגער פֿונעם הי־שטאָטישן אַפּיקורסים־קרייז, צו יאָסעלע בריליאַנט, אָדער ווי מ׳האָט אים שפּעטער אַ נאָמען געגעבן — „יאָסעלע מגפֿה”.
ס׳איז אים אָנגעקומען גאַנץ שווערלעך, ביז ער האָט זיך דערוואוסט יענעמס וואוינונג — ערגעץ אין אַ ניט־יידישן קוואַרטאַל, פֿול מיט סעדער, מיט הינט און טויבע פּאַרקנס, וואו זומער פֿלעגט מען אָפּדינגען פֿאַר פֿאַרמעגלעכע קראַנקע און יאַדישליווע לייט אַ צימערל אויף לופֿט און אויף צו פּילנעווען די איינגעשרומפּענע לונגען.
אָט דאָרט, טיף ערגעץ אין אַ הויף פֿאַררוקט, האָט יאָסעלע מגפֿה אָפּגעדונגען אַ ניט־יידיש שטיבעלע, אַרויסגענומען פֿון שטאָט־רעש, און סוחרישן פּילדער, געשיצט פֿון פֿרעמדע, נישט־געוואונטשענע בליקן און אויך פֿון פּוסטע און פֿיינטלעכע מיילער, וועלכע גאַרן גראַגעריי און אומזיסטיקע רכילות.
ס׳מוז דאָ געזאָגט ווערן אַ פּאָר ווערטער מער אויספֿירלעכער וועגן יאָסעלען.
ווער איז ער?
דעם אמת געזאָגט, האָט ער צוערשט, איידער מ׳האָט אים אָפּגעשטויסן, אַלעמען באַנג געטאָן: אַ פֿלינקער קאָפּ, אַ וואויל־לערנער; דערצו אַ בן־טובים, פֿון פֿיינע עלטערן, אַ זון פֿון מאָטל בריליאַנט — אַ שטילער ייד, מער פֿרומער, ווי לערנער, וואָס האָט געלעבט שטיל, געהאַנדלט שטיל און קיינעם ↰ 10 נישט אָנגערירט, און נאָר מיט זיין זון האָט ער זיך אָפֿטלעך געקריגט און פֿון קליינערהייט אָן נישט איבעריק געהויזט.
דער שאַרפֿער יאָסעלע האָט אַלעמאָל זיך געווענדט מיט אַזוינע קשיות, וואָס דער פֿרומער, שטילער טאַטע, מאָטל בריליאַנט, האָט זיי ניט שטענדיק געקאָנט פֿאַרענטפֿערן. ער האָט זיך געבייזערט און אין יאָסעלעס נאָך פֿריער יוגנט האָט ער זיך, ווי ניט ווי, מיט אים נאָך אָפּגעפֿאַרטיקט, נאָר אַז יאָסעלע איז עלטער געוואָרן און דאָס וואויל־לערנערישע חריפֿות האָט זיך אין אים געשפּילט, פֿלעגט שוין אָפֿטמאָל דער טאַטע געטראָפֿן ווערן פֿון אַזאַ סאָרט פֿראַגע, וואָס ער פֿלעגט פֿון איר בלייבן מיט אַן אָפֿן מויל און נישט אויפֿהערן אויף זיין יונגן זון מיט די אויגן צו גלאָצן.
שפּעטער, אַז ער איז נאָך עלטער געוואָרן, פֿלעגט שוין יאָסעלע אומשוועבען אין גאָר הויכע עולמות, שטענדיק באַשעפֿטיקט מיט אַזוינע פֿראַגעס, ווי וועגן ידיעה און בחירה1 — וועגן שכר ועונש,2 און נאָך, און ענלעכע, אין וועלכע ער, יאָסעלע, פֿלעגט פֿריי אַרומשווימען, ווי אין אַ טייך, אָבער וואָס זיי זיינען ניט געווען פֿאַרן קאָפּ פֿון זיין טאַטן, פֿון מאָטל בריליאַנט, וועלכער האָט געלעבט שטיל, געהאַנדלט שטיל און געגלויבט נאָך שטילער, און וואָס אָט די אַלע פֿליענדיקע און גריבלענדיקע יאָסעלעס געדאַנקען זיינען אויף אים אַלע מאָל אָנגעקומען, ווי אַ שטורעם און, ווי אים האָט געדאַכט, האָבן אים ווי מיט די וואָרצלען געוואָלט אַרויסרייסן און זיין שטילן שטייגער צעשטערן.
ס׳איז ווי געזאָגט, געקומען צו קריגערייען. פֿריער וועגן אַזוינע פֿראַגעס, וואָס געפֿינען זיך נאָך אין די ראַמען פֿון דער אמונה און וואָס אַפֿילו אין די באַוואוסטע ספֿרים פֿון יידישע רעליגיעזע גדולים ווערט גערעדט וועגן זיי און ווערט אויך דערלויבט צו רעדן. שפּעטער אָבער איז שוין יאָסעלע אַרויס פֿון די ראָמען.
מ׳ווייסט ניט, צי האָט ער זיך אַליין צו דעם דערטראַכט, צי ס׳איז דאָ געווען אַ פֿרעמדע האַנט דערביי — אַ חבר, אָדער ווער, האָט אים אויף אָט דעם וועג אַרויפֿגעשטויסן, צי אפֿשר האָט צו אים אַריינגעטראָפֿן איינער פֿון די ספֿרים פֿון די באַוואוסטע אויפֿקלערער, וואָס האָט אים גענומען געפֿאַנגען; אַזוי צי אַזוי, נאָר אין איינעם אַ טאָג, ביי איינעם אַ שטרייט, וואָס איז פֿאָרגעקומען צווישן יאָסעלען מיט זיין טאַטן, האָט זיין טאַטע, מאָטל בריליאַנט, דערזען, אַז זיין זון איז פֿאַר אַן אָפּגרונט. ער איז אַזוי ווייט פֿאַרקראָכן, אַז באַלד, באַלד האָט זיך זיין טאַטן, מאָטל בריליאַנט, געדאַכט, וועט ער אויף ↰ 11 זיין זונס האַלדז דערזען הענגען אַ צלם, ווי ביי אַלע „גויים”, ווי ביי אַלע „שקצים” אין זיין עלטער.
1 פֿאָראויסבאַשטימטקייט און פֿרייער ווילן.
2 שטראָף און באַלוינונג.
מאָטל בריליאַנט האָט זיך שטאַרק דערשראָקן, ער האָט מיטאַמאָל איבערגעריסן דעם געשפּרעך און איז מיט זיין שטילן כאַראַקטער אַנשטילט געבליבן, כּדי מיט זיך אַליין זיך האַלטן אַ שטילע עצה: צי תּיכּף, דאָ באַלד, אויף זיין אומגליק אויסשרייען פֿאַר דער וועלט, פֿאַר אַלע יידן, און פֿאַר גאַנץ קהל, צי אפֿשר פֿאַרקערט: פֿאַרשווייגן, לאָזן זיין זונס בלוט זיך אָפּקילן, ער זאָל זיך אַליין באַטראַכטן, און אפֿשר דורך אַ „סיעתא דשמיא” — מיט גאָטס זיינער הילף, הייסט עס — וועט ער זיך צוריק אַליין אויפֿן ריכטיקן וועג אַרויפֿשלאָגן.
ער האָט אים אָפּגעלאָזט אויף אַ שטיקל צייט, דערצו נאָך האָט מאָטל בריליאַנט דעמאָלט געליטן אַ בראָך: דאָס ווייב איז אים געשטאָרבן. יאָסעלע איז געווען אַ בן־יחיד, און אַזוי ווי דער צער פֿון פֿאַרלירן די מוטער איז ביי יאָסעלען געווען גרויס, האָט אים דער פֿאָטער דערום מילד געשאַנעוועט. דערביי האָט ער זיך געטראַכט, אַז אָט דער בראָך וועט אים, מעגלעך, מאַכן באַדענקען און ער וועט אים אָננעמען, ווי אַ שטיק עונש.
דאָס איז אָבער ניט געשען, מאָטל האָט זיך דערפֿילט פֿרעמד צו זיין זון. אויב פֿריער האָט זיי נאָך די מוטער צוזאַמענגעהאַלטן און געבונדן און די שטרייטיקייט צווישן זיי אָפֿטמאָל געלינדערט, איז איצט אָבער, נאָך דער מוטערס טויט, דער בונד אויס געוואָרן, איבערגעריסן, אויף אים צוריק ניט צו באַהעפֿטן.
דערצו ווידער איז נאָך מאָטל שטאַרק פֿרום געווען, און בלייבן אַליין אָן אַ ווייב, איז אים, לויטן דין, געווען פֿאַרבאָטן. האָט ער נאָכאַמאָל חתונה געהאַט, און דאָס האָט ווידער געדינט פֿאַר אַ סיבה, אַז דער זון זאָל זיך פֿון אים נאָך מער דערווייטערן, און ער — פֿונעם זון.
ס׳האָט ווידער נאָך געטראָפֿן ביי מאָטל בריליאַנט, וואָס צו יענער צייט האָט ער אַ ביסל געמוזט בייטן אויך זיין פּרנסה: פֿריער איז ער געווען אַ שטילער חלפֿן, געזעסן מיט אַ טישל אין מאַרק און געביטן גרויס געלט אויף קליינס, קליינס אויף גרויס, מינץ אויף פּאָזיט, פּאָזיט אויף מינץ, און איצט, נאָכן טויט פֿון זיין ערשטן ווייב, וואָס אויף איר שלאַפֿקייט האָט ער זיך פֿיל אויסגעבראַכט, און נאָכן חתונה האָבן פֿאַר דעם צווייטן, וואָס דאָס אַריינברענגען זי אין שטוב האָט אים אויך פֿיל אָפּגעקאָסט — וועלנדיק זיך פֿאַר איר אויסשטעלן, ווי ס׳פֿירט זיך פֿאַר אַ ניי ווייב — האָט ער דערום, אויסער דעם חלפֿנות, נאָך גענומען געבן געלט אויף פּראָצענט.
דאָס האָט אויך אַ ביסל געענדערט זיין שטילן כאַראַקטער פֿון מער ווייך אויף האַרבער, ווי ס׳איז אייגנטימלעך פֿאַר פּראָצענטניקעס, וואָס אַליין דער ↰ 12 עסק און דאָס האָבן צו טאָן מיט אַזאַ זאַך, ווי פּראָצענט, פֿאַרהאַרטעוועט זיי און מאַכט זיי ענגהאַרציק און גראָבהויטיק.
דאָס האָט יאָסעלע גלייך באַמערקט, און אַזוי ווי ער איז אַזוי אויך שוין געווען אויפֿגערייצט, און אַזוי ווי די אָפּגעפֿרעמדטקייט צווישן טאַטן און זון איז שוין סיי־ווי, איבערן טויט פֿונעם זונס מוטער און איבערן אָנקומען פֿון דער שטיפֿמוטער, גרויס געווען, איז שוין דערום דעמאָלט נאָר אַ קלייניקייט אָפּגעגאַנגען, אַז דאָס מחלוקת צווישן די ביידע זאָל זיך אַזוי צעפֿלאַקערן, אַז טאַטע און זון זאָלן זיך מוזן צעגיין און נישט קאָנען מער אַפֿילו אונטער איין דאַך בלייבן.
דאָס קלייניקייט האָט זיך געמאַכט, דער צופֿאַל האָט געטראָפֿן און די קריג איז אויסגעבראָכן. איבער וואָס? טאַקע איבער מאָטל בריליאַנטס נייער פּרנסה, וועלכע האָט אים, מאָטלען, ווי ניי בלוט אונטערגעגעבן, און פֿון הנאה פֿון דעם, וואָס זיין פֿאַרמעגן האָט אים אין דער שטיל גענומען וואַקסן, האָט ער זיך אָפֿט געריבן די הענט און פֿרום אין דער נשמה אונטערגעטענצלט מיט אַ לויב צו גאָט, וואָס ער האָט אים אַזאַ גוטן געדאַנק אויפֿגעגעבן, און וואָס יאָסעלען, פֿאַרקערט, האָט זי געערגערט און ער האָט אויף זיין טאַטן גאָר בייז גענומען קוקן.
צי ער האָט ניט געקאָנט צוזען די נידערגעשלאָגענע, געקרענקטע און ניכנעדיקע פּנימער פֿון די אָרעמע באַלמעלאָכעס און קליינע קרעמערלעך — זיין טאַטנס קליענטן — וועלכע פֿלעגן קומען צו אים לייען פֿאַרשעמטע, ווי מען גייט עפּעס בעטלען, אָדער אויף אַ מין געצוואונגענער גנבֿה? צי ער האָט ניט געקענט צוזען זיין טאַטנס שטיל און האַרבלעך געוואָרן פּנים, בשעת ער גיט אַרויס די הלוואה, ווען ער באַקומט דאָס וועקסל אָדער אַ משכּן פֿאַרזעצט, וועלכן ער באַטראַכט, שאַצט אים און טאַפּט פֿון אים אַרויס געדאַנקלעך דעם ריווח — אַזוי צי אַזוי, נאָר יאָסעלען האָט די מעשה גענומען שטאַרק ערגערן, און אַזוי ווייט, אַז ער האָט שוין נישט געקאָנט פֿאַרליידן די שטוב־לופֿט, וועלכע האָט אים אָנגעהויבן שמעקן מיט פֿרעמדן שווייס און אָרעמער האָרעוואַניע, און וואָס, פֿאַרקערט, דעם טאַטן זיינעם, האָט ער באַמערקט, האָט דער שווייס געשמעקט געשמאַק, ווי אַ וויינהענדלער זיינע גוטע וויינען.
אָט איבער דעם איז די קריג אויסגעבראָכן, און יאָסעלע איז אין איינעם אַ טאָג ביי אַ מינדסטער געלעגנהייט, אַרויס פֿון די כּלים און מיט אַזאַ הויך קול, אַז ער האָט זיך ניט אָפּגעהאַלטן פֿון אויסצואוואַרפֿן דעם פֿאָטער און אים אַ געשריי טאָן אין פּנים אַזאַ זאַך, ווי:
— טאַטע, וואָס טוסטו: ס׳איז דאָך בלוט און גזילה?
— וואָס רעדט דער מענטש? וואָסער בלוט און וואָסער גזילה? וועמען גזלט ער דאָ?
— וואָס הייסט וועמען? דעם, ביי וועמען ער נעמט, וואָס איז פֿאַרבאָטן. לא תקח נשך ותרבית.1
— נו, און וואו איז היתר עסקאָ?2 וואו איז דאָס, וואָס איז דערלויבט לתּקנת הרבים?3 — צום וואויל פֿונעם רוב מענטשן, וואָס קאָנען זיך אָן קיין הלוואות גאָרניט באַגיין און וואָס מ׳טוט זיי גאָר אַ טובה, ווען מע לייט זיי?...
— אַ טובה?! פֿאַר אַזאַ פּראָצענט, וואָס מ׳קאָן זיך פֿון אים קיינמאָל ניט אויסבאָדן, גיט אַרויסקריכן, אַפֿילו ווען מ׳זאָל די גאַנצע קבצנישע הויט פֿון זיך אַראָפּציען... אָדער פֿאַר אַזוינע משכּנות, וואָס מ׳קאָן זיך אָן זיי נישט באַגיין און וועגן וועלכע ס׳איז בפֿירוש אָנגעזאָגט: השב תשיב לו,3 און ביי דיר ליגט אָרעמעלייטס קישנס און קאָלדרעס גאַנצע שאַפֿעס און באַנקבעטלעך אָנגעשטאָפּט און אָנגעוואַלגערט און אָרעמע לייט שלאָפֿן איבער דיר אויפֿן הוילן...
— איז וואָס וויל ער? — האָט זיך מאָטל בריליאַנט צעשריגן — איז ער, הייסט עס, שוין קליגער פֿון די רבנים? פֿאַרשטייט ער און ווייסט שוין מער פֿון זיי?
— וואָס מיר רבנים? ווער רבנים? נאַ דיר אַ גראָשן פֿאַר דיינע רבנים?
— וויי איז מיר! גוואַלד, יידן, קומט הערט, צו וואָס אַ בן סורר ומורה5 קאָן זיך דערטראַכטן.
אויסהערנדיק זיין זונס רייד, איז מאָטל בריליאַנט שטיין געבליבן אַזוי געפּלעפֿט, ווי ער וואָלט געקוקט אויף איינעם, וואָס אַ מין דיבוק, אַ נישט־גוטער קרייעט פֿון אים אַרויס... ער האָט אַ וויילע אויף אים געקוקט טאַקע, ווי אויף אַ קראַנקן, דערנאָך האָט ער פֿרום־פֿייערלעך און איבערגלויבעריש־נאַריש, ווי מ׳פֿלעגט אין יענע צייטן אַלעמאָל שרייען, בשעת אַרויסטרייבן אַ דיבוק, אויך איצט אַ געשריי געטאָן:
— רשע, אַרויס פֿון מיין זון!
דעמאָלט האָט זיך יאָסעלע צעלאַכט. ער האָט גלייך פֿאַרשטאַנען זיין טאַטנס מיין און מיטן זעלבן טאָן, כּמעט מיט די זעלבע ווערטער, צו אים צוריק אַ געשריי געטאָן:
— שוטה, אַרויס פֿון מיין טאַטן.
— ניין, ניט „שוטה”, נאָר אַן ערגער זידל־וואָרט האָט ער געברויכט, וואָס אין דרוק דערלויבט מען זיך דאָס ניט, און וואָס אַז מאָטל בריליאַנט ↰ 14 האָט דאָס דערהערט, האָט ער מיטאַמאָל דערפֿירט, אַז אַלע קרובישע קנופּן צווישן אים מיט זיין זון זיינען אויס, און אַז ניט נאָר צווישן זון מיט אים אַליין, נאָר מיטן גאַנצן כּלל, מיט אַלע יידן, פֿון היינט און ווייטער, איבערגעריסן, אויף צוריק זיי ניט צו פֿאַרבינדן.
1 זאָלסט ניט נעמען קיין פּראָצענט און וואָכער.
2 פּראָצענט נעמען איז דערלויבט.
3 צום נוצן פֿון פֿיל וואָס נייטיקן זיך.
4 זאָלסט אים אומקערן דאָס פֿאַרמשכּנט קלייד, ביז די זון וועט אונטערגיין, כּדי ער זאָל האָבן אויף וואָס דעם קאָפּ אַוועקלייגן.
5 אַן אומזיטלעכער, ווידערשפּעניקער זון.
מאָטל בריליאַנט האָט זיך דעמאָלט דערפֿילט, ווי גלייך ער וואָלט גאָר קיינמאָל קיין זון נישט געהאַט, אָדער ער וואָלט יאָ געהאַט, נאָר יענער וואָלט אים געשטאָרבן, אָדער זיך געשמדט, וואָס איז ערגער ווי געשטאָרבן.
ער האָט גלייך, נאָכן אויבן דערציילטן, אויסגעטאָן די שיך, ער האָט אַוועקגעלייגט אַ קישן אויף דער עדה זיך אַראָפּגעלאָזט אויף איר, ווי צו שבעה, און ווי מ׳טוט אין אַזוינע פֿאַלן, זיך געהייסן אַריינטראָגן אַ שטיין, און אַ גאַנצן טאָג האָט ער ניט אויפֿגעהערט אויף אים צו קוקן.
— דאָס האָט באַטייט — ער איז עלנט: וואָס ער האָט געהאַט, האָט ער פֿאַרלוירן, און וואָס גאָט האָט אים געגעבן פֿונעם ערשטן ווייב, האָט ער ביי אים צוגענומען, און פֿון איצט אָן דאַרף ער וואַרטן אויף אַ קדיש און אַ יורש נאָר פֿונעם צווייטן. יאָסעלען האָט ער אויסגעמעקט, און — שוין. יאָסעלע איז, ווי מ׳פֿלעגט דעמאָלט זאָגן, אַרויס לתּרבות רעה, ד״ה, אויף הפֿקר, אויף שלעכטע זיטן און אויף אַזוי ווייט צו זיין אַרויסגענומען פֿון אַלע, אַז זיינע אייגענע זאָלן מיט אים זיך שעמען און ניט וועלן דערמאָנען זיין נאָמען, ווי מ׳שעמט זיך און מ׳וויל ניט דערמאָנען אַ ממזר אָדער ענלעכע צו אַזוינע.
ווי אַזוי יאָסעלע האָט געלעבט און זיך דורכגעשלאָגן די ערשטע צייט אָן דעם פֿאָטערס שטיצע — ווייסן מיר ניט. מעגלעך, אַז בשעת ער איז אַוועק פֿון שטוב, האָט ער מיטגענומען עפּעס געלט, אָדער אַנדערע ווערט־זאַכן, אויף וועלכע ער האָט זיך אויסגעהאַלטן; מעגלעך, אַז די באַרעמהערציקע קרובים האָבן זיך דאָ אַריינגעמישט, און מעגלעך אויך, אַז דער פֿאָטער אַליין, מאָטל בריליאַנט, מורא האָבנדיק, אַז ווען יאָסעלע וועט בלייבן הויל און ווי אויפֿן וואַסער, זאָל ער באמת, מחמת נויט, ניט געצוואונגען זיין זיך צו לאָזן אויף גאָר שלעכטע וועגן, האָט ער זיך ניט וויסנדיק געמאַכט און געלאָזט, אַז זיין צווייט ווייב, די שטיפֿמוטער, זאָל אים אונטן־אַרום שטיצן און אונטערהאַלטן מיט וואָס נויטיק איז.
מיר ווייסן ניט, זאָגן מיר, ווי האָט דעמאָלט יאָסעלע געלעבט און פֿון וואָס, נאָר איצט, אין דער צייט, וועגן וועלכער מיר רעדן דאָ, איז שוין יאָסעלע באַזאָרגט און דאַרף צו קיינעם ניט אָנקומען: ער איז אַן אָנגעשטעלטער אין אַ ניט־היגער, ניט־יידישער פֿירמע דאָ, אין N. ער האָט שוין דעמאָלט געשמט מיט זיינע גאָר גרויסע קענטענישן, סיי מיט יידישע, וועלכע ער האָט זיך דערוואָרבן, איידער ער האָט פֿאַרלאָזט דעם פֿאָטערס שטוב, און סיי ניט־יידישע, וועלכע ער האָט זיך דערוואָרבן, ווען ער איז שוין געווען ↰ 15 זעלבסטשטענדיק. און אויסער דעם האָט שוין יאָסעלע פֿאַרמאָגט אַ פּען אין דער האַנט, און אַ שאַרפֿע פּען, און יעדן מאָל, ווען ער האָט געהאַט וועמען וואָס צו זאָגן און אַן עוולה אויסוואַרפֿן, זיינען די טויערן פֿון דער דעמאָלטיקער פּרעסע געשטאַנען פֿאַר אים אָפֿן, ער איז דאָרט אַן אָפֿטער און געגאַרטער גאַסט געווען, און פֿאַר אַזוינע זאַכן, ווי פּרעסע, האָט מען, ווי באַוואוסט, אין אַלע צייטן, אי דרך ארץ, אי מורא געהאַט, בפֿרט דער, וואָס דאַרף מורא האָבן.
יאָ, ווען ער האָט באַדאַרפֿט, האָט ער שוין שטאַרק און שאַרף געשמיסן און ניט געשאַנעוועט קיינעם, אַפֿילו ניט אַזאַ גרויסן און אָנגעזעענעם גביר און באַנקיר, ווי יעקב־יוסי איילבירטן, וואָס איז געווען באַקאַנט אויף דער גאַנצער געגנט און אויך אויסער איר, סיי מיט זיין גרויס רייכקייט, סיי מיט זיין גוואַלדיקער ווירקונג אויף נאַטשאַלסטווע, וועלכע האָט אָפֿט באַדאַרפֿט אָנקומען צו אים און דערפֿאַר האָט ער אַלע זיינע שתּדלנותן ביי איר געפּועלט — אַפֿילו פֿאַר אים, פֿאַרן גרויסן באַנקיר, האָט ער זיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון צו זאָגן: וואָס ער האָט געהאַט — עפֿנטלעך און נישט באַהאַלטן אונטער דער פּאָלע....
פֿאַרשטענדלעך, אַז דעם גביר איז דאָס ניט אָנגעשטאַנען. ער האָט געהאַט אַן אויג אויף יאָסעלען. און אַ סברה, אַז ער האָט צוליב זיינעטוועגן אָפּגעדונגען איינעם אַ יידן, אַז יענער זאָל אים נאָכקוקן, זען, וואָס ער טוט, מיט וועמען ער באַגעגנט זיך און חברט זיך, האָפֿנדיק, אַז סוף־כּל־סוף, וועט זיך יאָסעלע, מעגלעך, אַרויסכאַפּן מיט אַ וואָרט קעגן הויכע מלוכה־לייט, און דעמאָלט וועט מען אים דערמאָנען אויך זיין הפֿקרות אין אמונה־זאַכן, און דאָס מיט דעם צוזאַמען וועט דערלאַנגט ווערן פֿאַר וועמען מ׳דאַרף, און וועט געניגן מ׳זאָל אים פֿון שטאָט אַרויסיאָגן און פֿון זיין שלעכטן ביישפּיל פּטור ווערן.
און אַזוי איז טאַקע געווען: דער אָפּגעדונגענער ייד האָט יאָסעלען נאָכגעקוקט. דער גביר האָט פֿאַר יאָסעלען שוין אַ באַזונדער קאָנטע געהאַט, און דער ייד פֿלעגט אָפֿט קומען און אין גבירס אויער, וואָס איז שטאַרק באַשעפֿטיקט געווען: אַריינרוימען און אַ גיכן זאָג טאָן, למשל, אַזאַ זאַך, ווי:
— ער עסט!...
— ווער? וואָס? — פֿלעגט דער גביר זיך דערשראָקן אויפֿכאַפּן, נישט פֿאַרשטייענדיק, וואָס דער ייד מיינט.
— יאָסעלע — פֿלעגט דער ייד, איינגעבויגן שטייענדיק, שטאַמלען — יאָסעלע מגפֿה, חזיר, טרפֿות עסט ער, ראַקעס און כּל דבר אָסור.1
15 אַלץ, וואם איז פֿאַרבאָטן.1
יאָ, דער ייד האָט געוואוסט אויף זיכער. ער האָט זיך פֿיל מאָל געמיט אַליין צו יאָסלען אין שטוב אַריינקומען און זיך איינקויפֿן אין היימישקייט. אַז יאָסעלע האָט זיך אָבער דערוואוסט פֿון יענעמס מיין און האָט אים דורכגעטריבן, האָט יענער שוין דאָס געמאַכט דורך אַן אַנדער וועג, אָדער דורך אַ קינד, וואָס ער האָט אַריינגעשיקט אַ קוק טאָן, וואָס דאָרט טוט זיך, ווי מען פֿירט זיך און מיט וועמען מע טוט זיך חברן.
— מע רויכערט! — פֿלעגט דער ייד אַן אַנדערש מאָל ווידער דעם גביר אין אויער איינרוימען.
— ווער?
— יאָסעלע! ער זאָל אַזוי זען אַלדאָס גוטס, ווי ער האָט אַליין געזען, ווי שבת איז דורך זיין פֿענצטער געגאַנגען אַ רויך.
— מ׳טוט! — האָט דער ייד אַן אַנדערש מאָל, שוין אַליין אַ דערשראָקענער, אויסגעשריגן.
— וואָס טוט מען!
— מיט ווייבער... מיט מיידלעך... מע קומט זיך צונויף, מע זיצט און מע פֿאַרברענגט אינאיינעם... ער זאָל אַזוי זען אויף זיינע אויגן, ווי ער האָט אַליין געזען, ווי ס׳איז געזעסן...
אָבער דאָס אַלץ איז ווייניק געווען מ׳זאָל יאָסעלען קאָנען צוקלאָגן צו נאַטשאַלסטווע, ווייל ווייטער, ווי צו זיצן מיט ווייבער אינאיינעם, ווי אפֿשר רויכערן אום שבת און עסן ראַקעס איז אים ניט געווען וואָס אויסצואוואַרפֿן. און אַ סברא, אַז אויך דאָס איז ניט אינגאַנצן אמת געווען, נאָר אַ היפּש ביסל אויסגעטראַכט. און אויב יאָ אמת, איז נאָר דאָס, וואָס יאָסעלע איז שוין דעמאָלט פֿאַרשמט געווען, ווי אַזאַ צוים־ברעכער און אמונה־פֿאַרשווערער, וואָס מיט קיינע מיטלען איז אים שוין נישט צוריק צום פֿריעריקן אומצוקערן. ער האָט שוין אויך געהאַט אַן אייגענעם קרייז אָנהענגער, דערוואָרבן און אַריבערגעצויגן אויף זיין זייט פֿון דער פֿרומסטער טייל יוגנט, וועלכע האָט אים געקרוינט פֿאַר אַ ראש און אָנפֿירער. און אַזוי ווי זיין ווירקונג האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן, און אַזוי ווי אַלץ מער און מער יוגנטלעכע האָבן גענומען אַרויסקריכן פֿון די עלטערנס פֿרומע סטריכעס און שטילערהייט זיך ציען צו יאָסעלען און פֿריידענקעריש צו קוואָקען, האָבן דערום די עלטערן גענומען קוקן אויף יאָסעלען, ווי אויף אַ שונא, ווי אויף אַן אָנשיקעניש און אַ קרענק, און קרוינענדיק אים מיט דעם נאָמען „מגפֿה”, האָבן זיי געמיינט צו זאָגן, אַז ער איז אָנשטעקנדיק, און אַז ווער ס׳קומט נאָענט אין זיינע פֿיר איילן, דעם דראָעט אַ געפֿאַר זיך אָפּצוזעגענען מיטן לעבן...
מיכל בוקיער האָט, ווי אַלע זיינגלייכן פֿרומע לייט, געפּראַוועט „חצות”. ביינאַכט, ווען אין שטוב, אין גאַס און אין שטאָט איז שטיל און ס׳דערגרייכט ↰ 17 פֿון ערגעץ ניט קיין קול, קיין קלאַנג, פֿלעגט מיכל אויפֿשטיין, אָפּגיסן נעגל־וואַסער, אָנשיטן אַ ביסל אַש אויפֿן קאָפּ און זיך אַראָפּלאָזן ביי איינער אַ טיר־שוועל, און צוזאַמען מיט גאָט, וואָס לויט דער לעגענדע, לאָזט ער דעמאָלט פֿאַלן צוויי שטילע טרערן אין ים־אוקיאונום, וויינענדיק אויפֿן חורבן בית־המקדש, האָט אויך ער, מיכל, גענומען קלאָגן און וויינען:
- עד אנה בכיה בציון, מספּד בירושלים,1 אאַז״וו.
ווער ס׳וואָלט דעמאָלט זיין שטיל יאָמערן דערהערט, וואָלט ער מער גערירט געווען, ווי ווען מע הערט ווי צען ווייבער מיטאַמאָל יאָמערן.
מיכלס ווייב האָט אַלע מאָל, הערנדיק אין שלאָף זיין געוויין, הנאה געהאַט און זיך איבערגענומען, וואָס איר מאַן איז אַן אויסדערוויילטער שותּף צו גאָט, דערמיט, וואָס נאָר ער, מיכל, אונטן, און נאָר גאָט אין זיינע הימלען אויבן זיינען איצט פֿאַרנומען מיט אַזוינע הויכע זאַכן, ווי צו קלאָגן אויף צרות־הכּלל.
מיכל פֿלעגט נאָכן חצות זיך צוריק אין בעט שוין נישט לייגן, נאָר בלייבן אויף דער גאַנצער איבעריקער טייל נאַכט צו לערנען. און פֿאַרטאָג, סיי זומער, סיי ווינטער, פֿלעגט ער זיין כּמעט דער ערשטער אין שטאָט, וואָס האָט זיך גענומען צו גאָטס טאָגעדיקער עבודה — צום אינדערפֿריעדיקן דאַוונען.
דאָס ווייב האָט קיינמאָל ניט דערווידערט קעגן מיכלס פֿרומער אויפֿפֿירונג כאָטש אַזאַ זאַך מאַטערט אויס געוויינלעך, און פֿון אָפּגעבן אַ העלפֿט רו־צייט קומט קיין איבעריק געזונט ניט צו, דאָך, אַזוי ווי מיכל איז געווען גענוג קרעפֿטיק און ס׳איז שוין כּמעט געוואָרן צו זיין צווייטער נאַטור, האָט דאָס אים ניט געשאָדט, האָט ער דאָס ניט געפֿילט, האָט דערום אויך דאָס ווייב ניט געהאַט צו זאָגן און קעגן דעם צו דערווידערן.
די לעצטע צייט אָבער האָט דאָס ווייב באַמערקט, ווי אין דער פֿרי פֿילט ער זיך עפּעס ניט גוט, עפּעס האָט זיך אים געוויזן צופֿיל בלויס אונטער די אויגן און אָפֿט זעצט ער זיך צו, גלייך ווי איינער, וואָס ליידט אויף די פֿיס, אָדער האָט אַ מיחוש אין רוקן, אין די קריזשעס. זי האָט אים אויפֿמערקזאַם געמאַכט און גענומען זאָגן, אַז טאָמער איז ער ניט געזונט, דאַרף ער זיך זען היילן, דאַרף מען דאָך עפּעס טאָן. מיכל האָט אָבער יעדער מאָל מיט דער האַנט אַ מאַך געטאָן: אייסעך... ס׳הייסט, ס׳גאָרניט ניט... און אַזוי ווי אין אַזוינע הייזער מאַכט מען זיך בכלל ניט איבעריקס פֿון אַזוינע זאַכן, מחמת מ׳איז פֿאַרנומען מיט גענוג אַנדערע דאגהס, האָט דערום דאָס ווייב, נאָך יעדער מאָל דערמאָנען אים, דאָס גלייך פֿאַרגעסן.
1 ביז וואַנען אַ געוויין אין ציון, אַ קלאָג אין ירושלים.
שפּעטער האָט דאָס ווייב דערזען, אַז ס׳איז ניט קיין קרענק ביי אים. זי האָט געזען, אַז מיכלס אויפֿשטיין ביינאַכט איז איצט אַנדערש, ווי אַלעמאָל פֿריער. זי האָט זיך גענומען איינהערן און האָט זיין געוויין ניט פֿאַרנומען, גענומען זיך צוקוקן און אים ניט געטראָפֿן זיצן ביי דער שוועל, נאָר גאָר ביים טיש פֿאַרטראָגן, דער קאָפּ אין פּאַפּיר אַריינגעטאָן און שרייבן, און ווען ניט ביים טיש, פֿלעגט ער זיך איבער דער שטוב אַרומדרייען, ווי אין די אייגענע פֿיר ווענט פֿאַרבלאָנדזשעט.
זי האָט באַמערקט אַן ענדערונג און נישט פֿאַרשטאַנען, אין וואָס זי באַשטייט. זי האָט געזען, אַז ער האָט זיך פּלוצים אָפּגעריסן פֿון די זייניקע און באַזוכט ניט זייערע מנינים נישט אינדערוואָכן, ניט אַפֿילו שבת. זי האָט אויך געזען, אַז עפּעס האָט ער צוגעשיקט מיט אַ קינד אַ צעטעלע צו יענע, און פֿון דעמאָלט אָן גייט ער שוין בכלל ניט אַהין, ווי גלייך ער האָט קיינמאָל מיט זיי ניט געהאַט צו טאָן און ניט געווען מיט זיי געבונדן.
דאָס אַלץ האָט זי געמאַכט באַדענקען. זי האָט געזען, אַז עפּעס קאָכט אין אים, עפּעס קומט אין אים פֿאָר, ווי יעדער מאָל זי איז געוואוינט צו פֿילן, ווען ער ברעכט זיך און האַלט ביים איבערגיין פֿון איין דעה צו דער אַנדערער, צו דער היפּוכדיקער פֿון דער ערשטער.
— יאָ, מיכל האָט זיך אויך איצט געבראָכן...
מיר וואָלטן דאָ, מעגלעך, זיך באַדאַרפֿט לענגער אָפּשטעלן, אויף צו דערקלערן די סיבות, וואָס האָבן געבראַכט מיכלען צו אַזאַ שריט, וואָס איז זיך גאָר שווער פֿאָרצושטעלן. מיר טוען דאָס אָבער ניט, ווייל, ערשטנס, האָבן מיר שוין אין אָנהויב בוך דערציילט וועגן זיין פֿעאיקייט זיך צו וואַרפֿן פֿון איינס צו איינס און פֿון איין היפּוך צום צווייטן; און צווייטנס, האָפֿן מיר, אַז דער לייענער וועט פֿון דער עצם געשעעניש אַליין פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס איז אַזוי געשען און אויך פֿאַרוואָס דאָס געשעענע האָט זיך ביי אים אויסגעגאָסן אין אַזאַ אויפֿגעריסענער פֿאָרם... אַנדערש האָט דאָס ניט געקאָנט זיין: נעמענדיק אין אַכט יענע צייט און יענע באַדינגונגען, איז נאַטירלעך, אַז ווען אַזאַ, ווי מיכלען, איז אויסגעקומען דורכצומאַכן אַזאַ גייסטיקע איבערקערעניש, איז ער געווען געגליכן צו איינעם, וואָס דאַרף טאָן אַ שפּרונג פֿון הייס אין קאַלט, אָדער פֿאַרקערט, וואָס דאָס ווערט אַלעמאָל געמאַכט אי קרענקלעך, אי לעפּישעוואַטע און מיט אַ היסטערישן קוויטש.
איז אָט.
איינמאָל אַ פֿרייטיק פֿאַרנאַכט, ווען ס׳האָט שוין געהאַלטן נאָך ליכט־בענטשן און מיכל איז שוין געווען שבתדיק אָנגעטאָן, גרייט זיך לאָזן אין שול, אַזוי האָט מיכלס ווייב פּלוצים באַמערקט, ווי מיכל איז שטיין געבליבן פֿאַרגליווערט, ווי אַ גולם, וואָס ווייסט ניט וואָס ס׳טוט זיך מיט אים, אָדער ווי איינער, וואָס ס׳באַפֿאַלט אים אַ שטאַרק שטעכעניש, פֿון וועלכן מע קאָן ↰ 19 זיך ניט רירן, ווייל ס׳סטייעט קיין אָטעם ניט... די אויגן האָבן זיך אים אויסגעגראַטשעט — די ווייסלעכער מער גרעסער פֿון די שוואַרצלעכער... און קוקנדיק אויף אים, האָט מען געקאָנט מיינען, אַז אָט אַזוי וועט ער בלייבן אויפֿן אָרט, ביז מען וועט אים ניט נעמען אויפֿוועקן — אויב ער האָט זיך נאָר פֿאַרטראַכט, אָדער מע וועט אים מוזן נעמען און צום בעט אַוועקטראָגן — אויב ער איז פֿאַרשלאָפֿט געוואָרן פּלוצלינג.
ס׳האָט אָבער לאַנג ניט געדויערט, און מיכל האָט צוריק אויפֿגעוואַכט, נאָר אָנשטאָט דעם, ער זאָל זיך באַלד לאָזן צו דער טיר, ווי ער האָט פֿריער געזאָלט, האָט ער גאָר אַ שפּאַן געטאָן צו די בענטש־ליכט, וואָס אויפֿן טיש. ער איז פֿאַר זיי שטיין געבליבן אַ וויילע, און מיטאַמאָל האָט ער זיך אַ בויג געטאָן, און — פֿו־פֿו — איינס נאָכן איינס און אַלע ביז לעצט אויסגעלאָשן.
— וואָס האָט ער געטאָן?! — האָט דאָס ווייב אויסגעשריען אַ פֿאַרציטערטע — וויי איז מיר!
מיכל האָט ווי פֿון שלאָף דערוואַכט. ער האָט אַ רגע אויסגעזען, ווי איינער, וואָס האָט אין אַן אומבאַוואוסטזיניקן שטאַנד אָפּגעטאָן עפּעס אַ נישט־ריכטיקע זאַך, פֿאַר וועלכער ער פֿאַרשעמט זיך און וויל גלייך דאָס קאַליע־געמאַכטע פֿאַרריכטן. ער האָט שוין געהאַט אַ האַנט אויסגעשטרעקט, ווי אויף צוריק אָנצוצינדן די ליכט, נאָר באַלד האָט ער זיך באַדענקט און חרטה געהאַט, און אָנשטאָט זיך פֿאַרנעמען מיט די ליכט ווידער אָנצינדן, איז ער גאָר אַוועק צום באַנק־בעטל, וואו זיין טלית און תּפֿילין איז געלעגן, ער האָט דאָס אויפֿגעעפֿנט און געכאַפּט דעם טלית אונטערן אָרעם, און אַזוי און קיין וואָרט ניט זאָגנדיק, האָט ער זיך צו דער טיר און צום אַרויסגאַנג געלאָזט.
— וואוהין מיטן טלית, מיכל? — האָט דאָס ווייב אַ צווייטן ווייגעשריי אַרויסגעלאָזט.
משוגע! ווייל פֿרייטיק־צו־נאַכטס געברויכט מען ניט קיין טלית, און דעם ווייבס פֿאַרגאַפֿונג איז דערום איצט געווען ניט ווייניקער באַרעכטיקט, ווי פֿריער פֿונעם ליכט־אויסלעשן. איר געשריי אָבער האָט שוין צו מיכלס אויער ניט דערגרייכט, מחמת ער איז שוין געווען אויסער דער טיר און אויסער דער מעגלעכקייט איר קול צו פֿאַרנעמען.
אַז ער איז אַרויס, איז שוין אינדרויסן געווען טונקל. ס׳איז שוין צוגעפֿאַלן דער קורצער האַרבסטיקער פֿאַרנאַכט. דער גרעסטער טייל איינוואוינער פֿון יענער גאַס איז שוין געווען אין שול, און נאָר איינציק פֿאַרשפּעטיקטע האָבן איצט אונטערגעאיילט אויך אַהין אָנצוקומען.
פֿון אַלע פֿענצטער פֿון די אָרעמע נידעריקע הייזלעך אין יענער גאַס און פֿון די דערביי־ליגנדיקע גאַסן האָבן אַרויסגעקוקט די בענטש־ליכט, מיט יענער מילדער פֿייערלעכקייט, וואָס האָט דערמאָנט דאָס געמיט פֿון די, ↰ 20 וואָס האָבן זיי אָנגעצונדן, און וואָס יעדערער, לויט זיין שטאַנד און שטייגער, האָט זיך, נאָך אַ וואָך האָרעוואַניע, איצט דערשלאָגן צו דעם, ווי צו אַ שטילן ברעג, נאָך אַ שטורעמדיקער רייזע.
און אַזוי ווי מיכל איז אַרויס צעמישט און פֿאַרטראָגן פֿון זיין שטוב, אַזוי איז ער אויך זיין גאַס און די נאָענט־ליגנדיקע גאַסן פֿאַרביי און נישט געזען און נישט געוואוטט כּמעט, וואוהין די פֿיס טראָגן אים. ביז זיי האָבן אים, לסוף, נאָך לאַנגן גאַנג, געבראַכט אין איינעם אַ ניט־יידישן קוואַרטאַל, וואו פֿון אַ פֿענצטער האָבן דאָרט קיין ליכט ניט אַרויסגעקוקט, ווייל די פֿענצטער גייען דאָרט אַרויס ניט אין גאַס, נאָר אין טיפֿע הויפֿן, מיט הויכלעכע, טויבע פּאַרקנס און סעדער פֿאַרשטעלט.
און אָט צו איינעם אַזאַ הויף האָט זיך מיכל מיטן טלית אונטערן אָרעם צוגעשלאָגן. ער האָט אויפֿגעעפֿנט די פֿאָרטקע, איז אַריין אין הויף, איז צוגעקומען צו אַ ניט־יידיש שטיבעלע מיט אַ ניט־הויכן פּידאַשעק פֿאַר די טרעפּ, און אַז ער איז אַראָפּ פֿון זיי, האָט ער פֿריער געעפֿנט אַ הויזן־טיר, דערנאָך אַ צווייטע — די שטוב־טיר, און האָט זיך צו יאָסעלע מגפֿה אין זיין וואוינונג אַריינגעשטעלט.
ס׳האָט דאָרט, ווי אין אַלע אַזוינע הייזער, געשמעקט מיט ערדענעם פּאָל, מיט געווייסטע ווענט און באַלקן און מיט האַרבסטיק־געדעמפֿטע און אַ ביסל אויך פֿאַרוויאַנעטע פּראָסטע גאָרטן־בלומען, זויבער. אַ געוויינלעכער לאָמפּ אויף אַ געוויינלעכן טיש און טישטעך, אָן קיין סימן ניט פֿון שבת, און ביים טיש האָט זיך יאָסעלע מיט אַ קליינער קאָמפּאַניע זיינע פֿריינט און אָנהענגער געפֿונען. יאָסעלע — מיט אַ בלאָנדן קאָפּ און בערדל און מיט היפּש געלע און קלוגע קלייען אין פּנים — בראש, און אַרום אים — אייניקע מיט היטלען און אַנדערע מיט בלויזע קעפּ — אין אחדות און אין חבדשאַפֿט.
אַז מע האָט דערזען אַריינקומען דעם פֿרעמדן יידן, האָבן זיך אַלע פֿאַרחידושט. מ׳האָט באַלד איבערגעריסן דעם שמועס, ביי וועלכן מ׳האָט געהאַלטן ביי זיין אָנקומען, און אַלעמענס אויגן האָבן זיך אַ ווענד געטאָן צו מיכלען, ווי מיט אַ שטומער פֿראַגע, ד״ה ווי קומט אַזאַ, וואָס זיין אָרט איז איצט אין שול, צו? פֿאַרבלאָנדזשען גאָר אַהער, אויף דער ניט־יידישער גאַס, צו יאָסעלען מיט זיין קאָמפּאַניע.
ס׳איז אַלעמען אויך אַ חשד דורכגעלאָפֿן: אפֿשר איז דאָס ווידער עפּעס אַ פּאַרשוין, אונטערגעשיקט פֿון יעקב־יוסין דעם גביר, מיט אַ געוויסן מיין — און מ׳האָט אים שוין געזאָלט איינס און צוויי אַרויסמשלחן. אַז מען האָט אָבער אייניקע רגעס לענגער אים באַטראַכט, אַזוי האָט מען דערזען, אַז ניין, אַז וואָס געהער גבירישער שליחות, איז דער אויסער יעדן פֿאַרדאַכט, ווייל אויף זיין פּנים איז ניט צו מערקן יענע ליגנערישע הכנעה און דאָס וועלן איינקויפֿן זיך אין נישט־פֿאַרדינטן צוטרוי, ווי ביי יענע; גאָר פֿאַר↰ 21קערט, דעמס פּנים אָפֿן, ערלעך און זעט אויס, ווי ער קומט אַ גלייכער צו גלייכע.
— וואָס האָט ער באַדאַרפֿט? — האָט אים יאָסעלע אַ פֿרעג געטאָן און גענומען קוקן אויף אים. נאָך די ערשטע מינוטן פֿרעמדקייט און פֿאַרדאַכט, שוין מיט מער צוטרוי און אַפֿילו מער צוגעלאָזט, ווען ער האָט איצט דערזען פֿאַר זיך מיכלען — אַן אָרעמלעכן, אָבער אַ זויבער־אָנגעטאָנענעם, נאָך מיט כּמעט נאַסלעכע באָרד און פּיאות, אויסגעצוואָגן לכּבוד שבת, און מיט עטוואָס אַרויסגעשטעקטע ווייסע העמד־אַרבל פֿון אויבערשטן מלבוש אַרויס,
— צו וועמען האָט ער באַדאַרפֿט?
— טאַקע צו אים... דאָס איז ער — יאָסעלע בריליאַנט?
— יאָ. און נו?
— איז ער אים געקומען זאָגן, אַז ער וויל צו אים צושטיין... ער האַלט זיך פֿאַר אַ זייניקן.
— וואָס הייסט? — האָט יאָסעלע אַ פֿרעג געטאָן פֿאַרחידושט, און אויך די איבעריקע, זיין קאָמפּאַניע, האָט זיך אים געהאָלפֿן חידושן — וואָס הייסט, ער — אַ זייעריקער?
— וואָס־זשע איז דאָס חידוש? — האָט מיכל אָפּגעענטפֿערט אַ ביסל מיט תּרעומות, מיינענדיק, אַז מע שטויסט אים אָפּ און מען איז ניט גערן זיין שותּפֿות.
— ניין, ער פֿרעגט נאָר. ער וואונדערט זיך און איז ניט זיכער, צי ווייסט מיכל בכלל, צו וועמען ער האָט אַריינגעטראָפֿן, און צי זיינען דאָס די, וועמען ער האָט באמת טאַקע געדאַרפֿט האָבן? — האָט יאָסעלע אַ זאָג געטאָן, און בשעת מעשה האָט נאָכאַמאָל אַ קוק געטאָן אויף מיכלען, ווי געוואָלט זיך איבערצייגן, צי האָט ער ניט פֿאַר זיך, אויב ניט קיין פֿרעמדן אונטערגעשיקטן, איז אפֿשר אַזוי זיך עפּעס אַ צעדרייטן, אַ ביסל אַ גערירטן, וואָס די רייד און דאָס פֿאַרנעמען זיך מיט אים איז איבעריק און ווינציק וואָס טשיקאַווע...
— צו וועמען ער האָט אַריינגעטראָפֿן, ווייסט ער אויף זיכער — האָט מיכל געזאָגט. — דאָס איז דאָך צו אייך, צו די, וואָס געפֿינען זיך אויסערן קהל, פֿון אַלעמען פֿאַרשריגן, ווי אַזוינע וואָס האָבן אַלע גדרים אויפֿגעבראָכן.
— און נו?
— און ער איז מסכּים און האַלט זייער צד.
— ער?
— יאָ, און זאָל מען זיך ניט וואונדערן און ניט מיינען, אַז ס׳איז פֿון קלת־דעת,1 חלילה; ער, מיכל, איז, ווי יאָסעלע מיט זיין קאָמפּאַניע קאָנען זען, ניט קיין שנויץ מיט ברויט, ניט קיין הפֿקר־מענטש, און אויב ער האָט אַזאַ טראָט געמאַכט און זיך באַשלאָסן, דאַרף מען פֿאַרשטיין, אַז ס׳איז אים ניט לייכט אָנגעקומען נאָר נאָך גרויס אַנגסט און זעלישן געראַנגל.
— פֿאַרוואָס? — האָט מיכל זיך אַליין איבערגעפֿרעגט — ווייל ווי יאָסעלע מיט זיין קאָמפּאַניע קאָנען זען און זיך איבערצייגן, איז ער ניט פֿון גאַס געקומען, נאָר ער גייט פֿון ערגעץ, קומט פֿון ערגעץ, און ניט קיין אָרעמאַן פֿון איבער די הייזער, נאָר ער האָט, מעגלעך, גאָר אַ גרויס פֿאַרמעגן פֿון יענער זייט זייער שוועל איבערגעלאָזט.
— פֿאָרמעגן? — האָבן יאָסעלע מיט די זייניקע זיך דאָ געוואָלט צעשמייכלען, אָבער מיכל האָט זיי איבערגעשלאָגן, ניט דערלאָזט.
— נו,? יאָ — האָט שוין מיכל אַרויסגעזאָגט אַ ביסל בייזלעך — ווער־ווער, נאָר יאָסעלע מיט זיין קאָמפּאַניע דאַרפֿן דאָך געוויס פֿאַרשטיין, אַז ס׳איז גאָר ניט קיין קלייניקייט דאָס פֿאַרמעגן פֿון אַ איינעם, וואָס האָט יאָרנלאַנג געהאַט אַ בורא עולם, אַ באַלעבאָס, אַ האַר איבער אַלע גייסטיקע גיטער, וואָס אַז ער האָט געוואָלט, האָט ער אים געדינט, ווי אַ קנעכט אַ האַר, אַז געוואָלט, האָט ער אים געליבט, ווי אַ קינד אַ פֿאָטער, געוואָלט — האָט ער געקוקט אויף יענעמס גוטס, ווי אויף פֿרעמדע חידושים, געוואָלט — האָט ער געקוקט דערויף, ווי אויף אייגנס, ווי אַ יורש...
— און אָט, צו אָט די קנעכט, אָדער קינדער, אָדער ביידע צוזאַמען, האָט אויך ער, מיכל, אָקאָרשט נאָר וואָס געקערט. אויך זיי, יאָסעלע מיט זיין קאַמפּאַניע, דאַרפֿן דאָך אַוודאי פֿאַרשטיין, וואָס הייסט דאָס אַלץ אָנצואווערן, צו בלייבן הויל און ביי גאָרניט, ביז מען דערשלאָגט זיך צו ווערן אַליין האַר און פֿאָטער איבער זיך...
— דערצו נאָך דאַרף מען נעמען אין אַכט, וועמען און אין וואָס פֿאַר אַ צייט ס׳געשעט אַזאַ אָנווער, און אים, מיכלען, וואָס איז געווען אַזוי טיף פֿאַרוואָרצלט אין גלויב־האָבערישן אייגנטום, האָט עס געטראָפֿן אויף דער עלטער, ווען פֿאַרלירן דאָס דערוואָרבענע טוט שטאַרק באַנג, ס׳שווער דערפֿון זיך אָפּרייסן, און ווען מע פֿאַרלאָזט עס, טוט מען זיך אַלעמאָל צו דעם אויסקערעווען, ווי צו אַ וויינענדיק קינד, ווען עלטערן פֿאַרלאָזן עס, און ס׳בעט זיך מע זאָל דאָס אויף די הענט נעמען, ווייל אַליין גיין קאָן דאָס ניט און הינטן בלייבן האָט דאָס מורא.
— און נו? — האָבן יאָסעלע מיט זיין קאָמפּאַניע געוואַרט אויף מיכלס פֿאָרזעצונג.
1 לייכטזין.
— און דאָך — האָט מיכל געזאָגט — האָט זיך אים איינגעגעבן צו קריגן מיט זיך אויסקערעווען צו דעם מיטן רוקן... ווייל אָנווער איז, ווי באַוואוסט, אַמאָל אַ באַדינג צו געווינען, און כּדי צו דערגרייכן אַ געוויסע הויך מוז מען זיך אַמאָל פֿריער דערפֿילן שטאַרק געפֿאַלן... ס׳פֿיל וועגן דעם צו רעדן... און ניט אַזוי גיך טוט זיך, ווי ס׳רעדט זיך... פֿיל מניעות און שטערונגען האָט ער געהאַט אויסצושטיין, ביז ער האָט זיך דערשלאָגן, אַז די פֿריערדיקע איידל־שטיינער זאָלן אים נעמען אויסזען, ווי שערבלעך, און אַז אַ טרער זאָל אים די שיין פֿון די אויגן נישט פֿאַרשטעלן פֿון רחמנות צו דעם, וואָס ער האָט פֿאַרלוירן.
— אָבער ער, מיכל, האָט זיך נאָך גרויס מי, דערצו פֿאָרט דערשלאָגן. דערצו האָט אים געהאָלפֿן אי זיין קאָנען זיך אָנכאַפּן און אָנקלאַמערן אין דעם, וואָס אים איז טייער, ביז בלוט אין די פֿינגער, אי דאָס קאָנען אָפּלאָזן דאָס, וואָס ער האַלט פֿאַר פּוסט, ווי מ׳לאָזט אַרויס לופֿט פֿון די פֿויסטן. ס׳האָבן אים געהאָלפֿן באַוואוסטע ספֿרים פֿון באַוואוסטע מחברים, ביי וועלכע ער האָט זיך פֿיל גוטס אָנגענומען, און אויך אַפֿילו — ער שעמט זיך צו זאָגן — זיין קרענקלעכע נטיה צו חלומות, וועלכע האָט אים דאָ צוגעדינט.
— חלומות?
— יאָ, יענע, וואָס האָבן אים אַלע מאָל זיין פֿרומע וועלט געשראָקן, ווייל וואָס ער האָט זיך דעמאָלט איינגעשאַפֿט און דערוואָרבן מיט גרויס מי בייטאָג, האָבן יענע אים ביינאַכט צעשלעפּט און צעטראָגן, איבערגעקערט און צו נישט געמאַכט; דאָס וואָס ער האָט בייטאָג פֿון זיך מיט שטעקנס געטריבן, האָט ער ביינאַכט געמוזט זיך זען דערמיט אין דער נאָענט; דאָס, פֿון וועלכן ער האָט זין געהאַלטן אויף מיילן, האָט אים ביינאַכט אין בעט באַזוכט און אים שווייס געבראַכט...
— קיין טעג און נעכט וואָלטן אים ניט קלעקן, ווען ער זאָל וועלן לענגער וועגן זיי דערציילן, נאָר אויב זיי, יאָסעלע מיט זיין קאָמפּאַניע, ווילן, וועט ער זיי נאָר איינעם אַ לעצטן, אַלס ביישפּיל, ברענגען, אַ דאַנק וועלכן ער, מיכל, וואָס איז שוין דעמאָלט אַליין געהאַט געקומען צו דעם, ביי וואָס ער האַלט איצטער, האָט דערצו נאָך געקראָגן אַ וואונק און אַ שטויס פֿון אויסן.
— זיי ווילן, אדרבא — האָבן יאָסעלע מיט זיין קאָמפּאַניע מסכּים געווען און האָבן דערביי זיך איבערגעוואונקען: כּדי, הייסט עס... ערשטנס, אַליין צוליב נייגיר, און צווייטנס, כּדי צו האָבן אַ מער זיכערן שליסל צו אים, צו אָט דעם מיכלען.
— זאָל ער, ביטע — האָט מען אים געזאָגט. און אַזוי ווי מיכל איז שוין אַריין אין זיין געוויינלעכן ווידוי־ראש און ווי פֿאַר מער היימישע מער ↰ 24 לויפֿיק לשון געקראָגן, האָט ער דערום אויך גלייך גענומען דערציילן אַן אָפּהאַלט:
— ער האָט איינמאָל געזען דעם בעל־דבר אין חלום — אַ הויכן, לאַנגן, דאַרן, מיט שטאַרק שמאָלע פֿיס און, ווי אים האָט געדאַכט, מיט ציגענע טלאָען. דאָס פּנים האָט אים געלויכטן, ווי ער וואָלט געהאַט אונטער דער הויט אַ לאַמטערן, די אויגן שמאָל, לענגלעך, און שאַרף־געשניטן ביי די עקן, און אויך אינמיטן האָבן זיי אַרויסגעקוקט, ווי נאָר דורך שפּאַלטן.
ער האָט מיכלען אַ וואונק געטאָן, ער זאָל מיט אים מיטגיין. ער האָט דערביי קיין וואָרט נישט געזאָגט, נאָר מיט אַ שפּאַלט פֿון איינעם אַן אויג אַ מאַך געטאָן. מיכל האָט געוואָלט זיך ניט זעענדיק מאַכן. דעמאָלט האָט אים יענער אַ ריר געטאָן מיט אַ פֿינגער, און יענער ריר, האָט זיך מיכלען געדאַכט, איז געווען אי ווי פֿון אייז, אי ווי פֿון אייזן, און ווי אויך פֿון עפּעס אַ ברענענדיקן שטאָף, וואָס בריט מער פֿון פֿייער. פֿאַרשטאַנען, אַז ווערן זיך וועט דאָ ניט העלפֿן און אַז, סוף־כּל־סוף, וועט ער זיין געצוואונגען צו פֿאָלגן — האָט ער זיך אויפֿגעהויבן פֿון זיין אָרט, וואו ער איז געזעסן, אָדער געלעגן — ער געדענקט שוין נישט — און איז מיטגעגאַנגען.
דעמאָלט האָט אים יענער אַריינגעבראַכט אין אַ הויך געביי, וואָס האָט געקלונגען מיט חלל און מיט קיינמאָל נישט באַוואוינטן, און וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ טעמפּל, געווידמעט אַליין טאַקע דעם חלול. און אָט דאָרט האָט זיך ערשט יענעמס לענג אין זיין גאַנצער גרויס באַוויזן. אַז ער איז אַהין אַריין, האָט ער נאָר ביז דער העלפֿט דערגרייכט, אָבער וואָס ווייטער האָט שוין זיין קאָפּ ביז צו דער סטעליע דערלאַנגט. און דאָרט, פֿון דער הויך אַראָפּ, האָט זיך זיין קול דערהערט, אַ באַפֿעל: און מיטאַמאָל האָבן זיך גענומען ווייזן שרצים, שפּינען, פֿליגן, פֿלעדערמייז — פֿליענדיק, פּויזענדיק און קריכנדיק אויף די ווענט, אויפֿן דיל, ביז דער סטעליע אַרויף, און גרויסע מאָסן אָנגעזעצט און איינס אויפֿן אַנדערן אָנגעוואַלגערט... און אַלע מיטאַמאָל, אַז זיי האָבן דערזען יענעמס פּנים זיך לויכטן, אַזוי האָבן זיי גענומען קריכן, פּויזען, דראַפּען זיך און קלעטערן צו אים, און ווי קינדער ביי אַ פֿאָטער, און ווי קנעכט ביי אַ האַר — האַר־פֿאָטערלעכע ליבע ביי אים פֿאָדערן: „אוי, האָר, אוי, פֿאָטער אונדזער,....
און מיטאַמאָל האָט אויך מיכלען יענעמס ליבע זיך פֿאַרוואָלט, און אויך אים האָט אָנגענומען אַ חשק פֿאַר אים צו קניען און צו קריכן. ער האָט זיך באַלד טאַקע — וויי־וויי — אויף די קני אַראָפּגעלאָזט און צוזאַמען מיט די שורשענדיקע שרצים זיינע הענט געשטרעקט און צו אים זיך געצויגן.
און ווידער אַמאָל האָט זיך יענעמס קול דערהערט: ↰ 25 — שטיי אויף, דו אָרעמער בעל־זוכה; וואויל דיר, וואָס האָסט באַקומען באַגערט פֿאַר מיר צו קניען... און דערפֿאַר וועסטו באַגליקט זיין צו זען, אַז ניט אומזיסט האָסט זיך פֿאַר מיר פֿריער געשראָקן און דערנאָך מיך ליב געקראָגן.
און דאָ האָט יענער מיט אַ פֿוס אַ טופּע געטאָן, און די סטעליע פֿון יענעם געביי האָט זיך אַזוי הויך אויפֿגעהויבן, אַז ס׳איז זי מיטן אויג ניט געווען צו דערלאַנגען. און אַז ער, מיכל, האָט נאָך גרויס אָנשטרענגונג, מיט פֿאַרריסענעם קאָפּ, דאָך אַהין דערלאַנגט, אַזוי האָט ער דערזען, ווי יענער האָט שוין מיטן קאָפּ דאָרט אָנגעשפּאַרט, און ווי איבער זיין קאָפּ, אין אַ האַלב פֿייערדיקער ראָד, ווי אַ האַלב פֿריערדיקע קרוין, האָבן פֿייערדיקע אותיות זיך אָפּגעלויכטן, וואָס אַז מיכל האָט זיך אין זיי איינגעקוקט, האָט ער איבערגעלייענט: אָנכי ה׳ אלהיך...
אַז ער האָט זיך נאָך מער איינגעקוקט האָט ער צווישן די וועכטער, אין האַלבע לבנהס אַריינגעשטעלט, דערזען נאָך איינס אַ וואָרט, וואָס צוזאַמען מיט די פֿריערדיקע האָט איצט אויסגעזען אנכי (הס״מ) ה׳ אלהיך...
מיכל האָט זיך אויפֿגעכאַפּט אַ דערשראָקעגער און אין שווייס... ער איז אָבער באַלד ווידער אָנשלאָפֿן געוואָרן, און דעמאָלט האָט ער ווידער יענעם, דעם בעל־דבר, דערזען, אָבער שוין נישט אינעם טעמפּל צום חלל געווידמעט, נאָר גאָר אויף אַ ברעג ים, אויף אַ הויך־שפּיציקן פֿעלדז, וואו ער איז געזעסן אויף דער סאַמע הויך, מיטן פּנים אין אַ שפּיציכיקער קני אָנגעשפּאַרט, און האָט אויסגעזען אָדער ווי איינער, וואָס זיין וועלט איז אים אונטערגעגאַנגען און וואָס אָט באַלד־באַלד דאַרף ער זיך פֿון דער הויך אין וואַסער וואַרפֿן, אָדער ווי עפּעס אַן איבערגעלאָדענער חכם, אַ טרויעריקער געזעצגעבער, וואָס דענקט צו באַזאָרגן אַלע וועלטן, אויף אַלע צייטן, אויף וויפֿיל ער זעט זיי פֿאָראויס, מיטן סאַמע העכסטן, סאַמע צוגעקליבענעם און סאַמע טרעפֿלעכסטן געזעץ, וואָס זאָל אויסדריקן דעם סאַמע עיקר אין סאַמע געקירצטע זאַצן.
— אנכי ה׳ אלהיך...— האָט מיכל, אונטערקומענדיק, פֿון יענעמס מויל אויסרעדן דערהערט. — איך זיץ דאָ שוין לאַנג און טראַכט פֿון געבאָט פֿון אַלע געבאָטן, פֿון ערשטן און גרעסטן, וואָס מוז אין גרונט פֿון אַלע גלויביקע גרונטן אַוועקגעלייגט ווערן. איך טראַכט: ווער קאָן דאָס זאָגן: „איך — דער האַר, דער מושל, דער הערשער אויף זיך און אויף אַלעמען?” צי נאָר טאַקע דער, וואָס מע זאָגט אויף אים, אַז ער אַליין האָט אַלץ באַשאַפֿן און ער פֿאַרליידט ניט קיין שותּף צו זיך; צי אויך דער, וועמען מיכל האָט נאָר וואָס געזען, דער בעל־דבר, וואָס ער האַלט זיך יאָ פֿאַר אַ שותּף, אַ גלייב־ באַרעכטיקטער מיט יענעם, מיט וועמען ער שטרייט, קעמפֿט און וויל אויך אַ חלק אין יענעמס מאַכט, ווייל ער האַלט, אַז ס׳קומט אים... צי אפֿשר גאָר ↰ 26 זיינען אַלע באַרעכטיקט, אַלע מאַכטהאָבער, ווייל קיינער קיינעם האָט געשאַפֿן, ווייל אַלע זיינען זעלבסטבאַשאַפֿונג, כל־זמן זיי זיינען דאָ און האָבן דעם ווילן און די פֿעאיקייט אויסצודריקן זייער ווילן, און זאָגן.. איך בין איך, ווער איך זאָל ניט זיין, צי גרויס, צי קליין, צי מינדסט, צי פּיצל... איך — אַליין מיין שעפֿער, מיין גאָט, מיין האַר, מיין היפּוך, מיין צעשטערער און מיין געזעצגעבער.
— און אָט, צו אָט דעם לעצטן געדאַנק בין איך לעצטנס, נאָך לאַנגער מי, געקומען און וויל זיך מיט אים טיילן און וויל אים מאַכן פֿאַר אַלעמענס געדאַנק. און איצט, אַז דו (מיכל, הייסט עס) ביסט דאָ, און כ׳זע, אַז דו נעמסט אים אָן און ביסט גרייט אים צו גיין פּריידיקן פֿאַר אַלעמען, אַזוי האָב איך דאָ שוין מער ניט וואָס צו טאָן: מיינע אויגן זיינען מיד פֿון צו קוקן, מיין געזעס — פֿון צו זיצן, און איך פֿאַרלאָז מיין אָרט... און אָט...
און דאָ האָט יענער מיטאַמאָל פֿון פֿעלדז אין ים אַ שפּרונג געטאָן, ווי הויך און לאַנג ער איז, איז אַהין אַריין, אַראָפּ, און באַלד האָט ער מיט אַן עק, ווי אַ פֿיש אַ פּאַטש געטאָן און איז פֿאַרשוואונדן...
— אַז ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט — האָט מיכל פֿאָרגעזעצט — האָט אים אונטערן האַרץ געקילט. ער איז געלעגן ווי געליימט, און כאָטש ער האָט געוואוסט, אַז חלום בלייבט חלום, דאָך האָט אים דער געדאַנק געעקבערט.
ער האָט די ערשטע צייט געציטערט, ווי געזאָגט, צו פֿאַרבלייבן אַליין, אָן אַ באַלעבאָס, אָן אַ האַר, אָן אַ מושל. אָן אַ באַשערער אויף דער וועלט: אָבער פֿון דער אַנדערער זייט, אַז ער האָט זיך דערמאָנט, ווי גליקלעך איז דער, וואָס קאָן זיך זאָגן: „ביסט אַליין דיין שעפֿער” — אָט דעמאָלט האָט ער זיך אויך דערמאָנט, אַז דער, וואָס האָט אים אויפֿגעגעבן דעם געדאַנק, איז ניט איינער: אַז אין ספֿרים האָט ער זיך מיט אים שוין, וואו ניט וואו, אָנגעשלאָגן ערגעץ ביי ניט־יידישע גדולים און אויך ביי יאָ יידישע, וועלכע האַלטן, אַז די בריה און דער בורא איז היינו הך, ד״ה, אַז אַלץ וואָס איז געשאַפֿן און דער שעפֿער אַליין איז איינס און דאָס זעלבע, און אויב אַזוי, איז דאָס אַלץ, וואָס ווערט צוגעשריבן און פֿאַררעכנט פֿאַר גאָטס גרויסקייט און וואונדער, קאָן יעדערער פֿאַררעכענען און צושרייבן זיך אַליין, ווייל ער איז אַליין אַ וואונדער.
— יאָ, און ביי אָט דעם געדאַנק האָט ער זיך פֿעסט אָנגעכאַפּט, מיכל, ער האָט זיך אין אים אָנגעקלאַמערט און ער פֿילט, אַז ניט נאָר ער אַליין איז איבערפֿולט פֿון אים, נאָר אַז ער איז בכּוח אויך אַנדערע אים מאַכן פֿילן, מ׳זאָל זיך אים איינשאַפֿן, ווי אַן אייגענעם.
ער האָט זיך אונטערגענומען אים דערקלערן אין אַ ספֿר, וואָס ער שרייבט, מיטן נאָמען „השגות על הרמבם”,1 אין וועלכן ער טרעט אַרויס קעגן מיימון, ↰ 27 וואָס קריגט מיט אַריסטון2 — פֿאַרוואָס יענער האַלט, אַז די וועלט איז אַ קדמון, ד״ה, אַז זי איז נישט געשאַפֿן פֿון קיינעם, נאָר אַז זי לעבט און איז פֿאַראַן, אַזוי ווי זי איז, שוין פֿון אייביק — אייביק... דאָס איז אַ גוואַלדיקער עיקר, און גיט זיך אים נאָר איין צו באַווייזן דאָס גערעכט פֿון אַריסטון (און אַז ס׳וועט זיך אים איינגעבן, איז מיכל זיכער), אַזוי פֿאַלט שוין במילא דער גאַנצער שטרויענער בנין פֿון די כּלומרשטע געבאָטן און פֿאַרבאָטן, פֿון מצוות און עבירות, פֿון שכר און עונש, און מ׳פֿאַרשפּאָרט זיך שוין מאַטערן איבער אַלע יענע סתּירות און ווידערשפּרוכן, וועלכע דרינגען אַרויס פֿון דער ביז אַהער אָנגענומענער פֿעלערהאַפֿטער דעה, וועלכע האַלט ניט, ווי אַריסטו, ווי די פֿראַגע וועגן ידיעה און בחירה, און נאָך און נאָך, וואָס ניט איין גייסטיקע פֿליג איז אין יענעם שפּינוועבס אַ טויטע געפֿאַלן און אַן אויסגעזויגענע ליגן געבליבן, און וואָס ניט איין גוטער קאָפּ האָט זיך אין יענע סתּירה־ווענט ביז בלוט צעשלאָגן... אויס מיט דעם!
1 דערווידערונגען קעגן רמב״ם.
— און ער, מיכל — האָט ער ווייטער פֿאָרגעזעצט — האָט זיך גענומען פֿאַר יענעם ספֿר ערנסט, ער טוט שוין אין דעם לאַנג און איז שוין ווייט אַוועק, און ער האָפֿט, אַז גאָר אין גיכן וועט ער זיין מיט אים אויף אַ גוטן דרך — צו אַלעמענס וואויל און גייסטיקער גענעזונג. אָמן, הלוואי... — האָט ער פֿאַרענדיקט אי אַביסל באַשיידן, אי מיט אַ שמייכל פֿון נצחון, וואָס ס׳האָט זיך אים איינגעגעבן צו קומען פֿאַר די, צו וועלכע ס׳האָט אים געצויגן און אַרויסצוברענגען דאָס, וואָס ער האָט געטראָגן ביי זיך לאַנג אויסבאַהאַלטן...
דעמאָלט האָט מיכלס נצחון־געפֿיל זיך אויך יאָסלען מיט זיין קאָמפּאַניע איבערגעגעבן. זיי האָבן אַ טייל פֿון נצחון גענומען אויך אויף זייער חשבון און פֿאַררעכנט פֿאַר זייער אויפֿקלערערישן פֿאַרדינסט... מע איז געווען אויפֿגעלייגט. מע האָט נאָענט זיך אַ לאָז געטאָן צו מיכלען, אים ענגער אין דער חברה אַריינגענומען, און שוין ווי ביי אַ שטיק אייגענעם זיך גענומען דערפֿרעגן ביי אים, ווער ער איז איצט, וואָס איז ער פֿריער געווען און וועגן זיין באַשעפֿטיקונג. און דערויף, אויף אַלע די פֿראַגעס, האָט מיכל שוין גאָר באַשיידן און מיט אַן אַקסל אַוועקמאַכן, ווי מע זאָל אים פֿרעגן וועגן זאַכן, וואָס האָבן ניט קיין שייכות צום ענין — אָפּגעענטפֿערט:
— אייסעך, וואָס איז די נפֿקא־מינא? ער איז אַ מלמד, לערנט מיט קינדער און האָט קיין פּרנסה ניט; קנעלט און לעבט אין דחקות, ווייל ער איז שוין לאַנג פֿאַרשמט פֿאַ ראַזאַ, וואָס איבעריק גערן האָט מען אי םקיינמאָל ניט געהאַט, בפֿרט די לעצטע צייט, ווען ער איז געווען אַ שטיק ראש און אָנפֿירער ביי די בראַסלעווער... אָבער סע מאַכט נישט... מע קומט אויס, מע שלאָגט זיך דורך... דער עיקר איז ניט דאָס. דער עיקר איז, וואָס ער איז איצט דאָ, אַרויסגעקומען און באַפֿרייט פֿון אַ ערגער מין דחקות ..
2 אַריסטו, געמיינט: אַריסטאָטעלעס.
דערביי האָט מיכל די אויגן אויפֿגעהויבן און גענומען באַטראַכטן די ניט־יידישע שטוב. מע האָט געזען, אַז ס׳טוט אים הנאה די נייע לופֿט פֿון דער ערדענער פּאָל, פֿון די געווייסטע ווענט און באַלעק און אויך פֿון די האַלב־פֿאַרוויאַנעטע פּויערשע און פּראָסטע גאָרטן־בלומען, און אויך יאָסעלע מיט זיין קאָמפּאַניע, האָט מען געזען, האָבן אים געפֿרייט, און קוקנדיק אויף זיי און אויף זייער יוגנטלעכקייט, איז אויך ער אַליין, ווי עטוואָס יינגער געוואָרן און ווי ער וואָלט אַראָפּגעשאָקלט אַ געוויסע צאָל יאָרן פֿון זיינע פּלייצעס.
אַז מע האָט אים געבעטן זיך זעצן, האָט ער געזאָגט: ניין, ער האָט נאָך וואו צו גיין און עפּעס אָפּצוטאָן. און אַז מע האָט זיך אַרומגעקוקט און דערזען, אַז די גאַנצע צייט איז ער געשטאַנען און געהאַלטן דעם טלית אונטערן אָרעם, און אַז מע האָט אים געפֿרעגט: צו וואָס דער טלית? דאָ — דאָך ניט, און אין שול איז ער ניט געגאַנגען, און ווען יאָ, געברויכט מען דאָך פֿרייטיק צונאַכטס אויך אין שול ניט קיין טלית? — האָט ער געענטפֿערט, און בשעת מעשה זיך אַליין אונטערן אָרעם אַרונטערגעקוקט, גלייך ער האָט אים ביז אַהער אַליין נישט באַמערקט:
— האַ, דעם טלית? יאָ, ער דאַרף אים אויך צום גאַנג...
— צו וואָס? — האָט מען ביי אים נאָכאַמאָל געפֿרעגט.
— צו וואָס? — האָט ער געשמייכלט, און דערביי האָט מען געזען, אַז ער וויל עפּעס ניט דערזאָגן: — צוליב אַ געוויסער זאַך, וואָס אָדער יאָסעלע מיט זיין קאָמפּאַניע וועלן זיך שפּעטער פֿון אים דערוויסן, אָדער, אויב ניט, מאַכט אויך ניט אויס, מיט איין וואָרט, ער דאַרף אים...
מיר וועלן ניט דערציילן, ווי לאַנג מיכל האָט זיך דערנאָך נאָך ביי יאָסעלען פֿאַרהאַלטן, און וועגן וואָס ס׳זיינען ווייטער געגאַנגען די רייד. מירן נאָר זאָגן, אַז ווען דער שמועס מיט אים האָט זיך פֿאַרענדיקט און מ׳האָט געזען, אַז מיכל קלייבט זיך שוין די שטוב פֿאַרלאָזן, אַזוי האָבן זיך אַלע מיט אים מיטגעלאָזט — ווער ס׳האָט אים נאָר ביז דער טיר באַגלייט, און יאָסעלע אַליין איז אַרויס מיט אים אויך אויסער דער טיר, אויך פֿון די טרעפּ פֿון גאַנעקל אַראָפּ. ער האָט אים אויך דורכגעפֿירט דורכן גאַנצן הויף, אַז די הינט, וואָס ווערן אָפּגעלאָזט אויף ביינאַכט, זאָלן אויף אים ניט אָנפֿאַלן. און אַז זיי זיינען צוגעקומען צו דער פֿאָרטקע פֿון הויף, האָט יאָסעלע, איידער ער האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט מיכלען, אים געבעטן, ער זאָל זיך פֿון היינט אָן וואָס אָפֿטער צו אים ווייזן, זיין שטוב איז פֿאַר אים, פֿאַרשטענדלעך, אָפֿן, און ער וועט אַלעמאָל זיין אַ גאַסט אַן אָנגעלייגטער.
מירן דאָ אויך ניט דערציילן, ווי אַזוי מיכלס ווייב האָט יענעם פֿרייטיק צונאַכטס געוואַרט אויף אים, נאָך דעם, ווי ער האָט פֿאַרן אַוועקגיין פֿאַרנאַכט די געוויסע מעשה אָפּגעטאָן — די ליכט אויסגעלאָשן. מירן ווידער גאָר זאָגן, אַז ווען מיכל איז אַרויס פֿון יאָסעלעס שטוב, איז שוין אין דרויסן רעכט ↰ 29 פֿינצטער געווען, נישט נאָר אין די ניט־יידישע גאַסן, פֿון וואַנען ער האָט זיך אַרויסגעלאָזט, נאָר אויך אין די מער באַזעצטערע, יידישע.
דער עולם האָט שוין פֿון לאַנג אָפּגעדאַוונט און פֿון די שולן אַוועק. אין די פֿענצטער, וואָס מיט די ניט־פֿאַרמאַכטע לאָדן, האָט מען געזען, ווי די שבת־ליכט האָבן שוין אויף העלפֿט אויסגעברענט, און דורכן רוב שוין פֿאַרמאַכטע לאָדן האָט זיך זייער שיין אַרויסגעזען דורך די שפּאַלטן.
ס׳איז געווען שטיל און זעלטן־זעלטן צו באַגעגענען אַ דורכגייער, און מיכל האָט דורך אָט דער שטילקייט מיטן טלית אונטערן אָרעם געשפּאַנט, און זיין וועג האָט ער אָנגעריכט צום צענטער שטאָט, וואו דאָס רוב שולן און קלויזן האָבן זיך געפֿונען, און וואו אויך — די „אָפֿענע שול” און וואו אַנטקעגן איר, אויפֿן זעלבן פּלאַץ, איז געשטאַנען ר׳ דודיס קליין צוויי־שטאָקיק מויערל. דער אונטערשטער שטאָק — אַ האַלב קעלער־שטוב — אָפּגעגעבן פֿאַר מלך דעם לאַנגן, פֿאַר ר׳ דודיס שמש, וואָס האָט אים באַדינט, און אויפֿן צווייטן שטאָק, וואָס מיט די גרעסערע און ליכטיקערע צימערן, האָט געוואוינט אַליין ר׳ דודי.
מע דאַרף דאָ זאָגן: ר׳ דודי האָט געפֿירט אַ שטיק מלוכה, אי ערשטנס, ווי דער גרעסטער רוב אין אַזאַ אָנגעזעענער און גרויס־באַפֿעלקערטער שטאָט, ווי מ.; אי צווייטנס נאָך דערצו, אַלס פֿאָרשטייער פֿון איינער אַ חסידישער סעקטע, וואָס די הי־לענדישע רביים זיינען איר, אַפּנים, געווען קאַרג, און זי האָט זיך געהאַט אירן אַן אייגענעם אין גאַליציע, אין טשאָרטקאָוו, צו וועמען ס׳האָבן זיך פֿאַרגינט צו געהערן נאָר גאָר רייכע און אויך אַזאַ, ווי ר׳ דודי, מחמת אויף צו קומען אַהין האָט מען געמוזט האָבן אַן אויסלענדישן פּאַס, וואָס דאָס איז שוין נישט פֿאַר יעדערנס קעשענע. און אַזוי ווי אָט דער רבי האָט געוואוינט ווייט און קומען פֿאַר אים אָפֿטער איז געווען נישט גרינג אַפֿילו פֿאַר זיינע פֿאַרמעגלעכע אָנהענגער, האָט אים דערום ר׳ דודי דאָ, אין מ.; פֿאַרבעטן, ווי אַ מין באַפֿולמעכטיקטער, הן ווען מען האָט אַמאָל באַדאַרפֿט אַן עצה, הן אַ בקשה, הן אויף קלייבן מעמדות־געלט — אַ מין חסידישער שטייער, וואָס ר׳ דודי האָט דאָס אַלץ גענומען אויף זיך.
שבת האָט ר׳ דודי געפּראַוועט נישט אַליין פֿאַר זיך און זיינע בני־בית, נאָר תּמיד מיט אַ מנין, אַמאָל מער, אַלנפֿאַלס ניט ווייניקער, וואָס איז באַשטאַנען אָדער בלויז פֿון שטאָטישע חסידים, אָדער אויך פֿון אייניקע אָנגעפֿאָרענע רבנים פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך, עלטערע, יינגערע, וועלכע פֿלעגן קומען מיט פֿאַרשיידענע שאלות־ותּשובות, ווען זיי האָבן ניט געוואָלט שטעלן אויף זיך, ביז זיי וועלן זיך ניט האַלטן אַן עצה מיט אַן עלטערן און געניטערן, מיט אַזאַ, ווי ר׳ דודי.
ביים שבתדיקן טיש, ווי בכלל אום שבת, איז ר׳ דודי געווען אין אַ שטריימל באַכרוימט מיט סויבל, רבנים און אַנדערע — אין מיצלעך, ביים ↰ 30 סאַמעטענע דעניקעס און אויך מיט פֿוטער, אָבער מיט פֿוקס און ניט מיט סויבל.
צוליב דער פֿרייטיק־צו־נאַכטיקער סעודה האָט מען דעם טיש אַלע מאָל אין גאַנצן צערוקט, אַזוי, אַז ער האָט פֿאַרנומען פֿון וואַנט צו וואַנט כּמעט די גאַנצע לענג פֿון צימער, ר׳ דודי אַליין — אויבנאָן, די רביצין מיט דער שנור — אין דער אַנטקעגנאיבערדיקער זייט, און תּמיד האָבן דעם טיש דעמאָלט באַדינט אויסער די דינסטן און די רביצין, אויך מלך דער לאַנגער, ר׳ דודיס משרת.
אויך דאָס מאָל איז ביי ר׳ דודיס טיש אַריבער אַ מנין אויסגעזעצט. ס׳האָבן אויך דאָס מאָל אייניקע פֿון דער פֿרעמד אָנגעפֿאָרענע רבנים ניט געפֿעלט — אַזוי, אַז דער שטאַט — אַ בכּבודיקער, אַ געהויבענער און זייער פֿייערלעכער.
ר׳ דודי האָט ביי דער סעודה ווייניק גערעדט, בפֿרט אום שבת, און מחמת דרך־ארץ פֿאַר אים האָבן אויך אַנדערע די ווערטער געשפּאָרט. דעם טיש האָבן באַלויכטן הויכע זילבערנע לייכטער מיט די בענטש־ליכט, און אויך אַ הענגלאָמפּ — אַלץ, ווי ס׳געהער צו זיין, און ווי ביי אַזאַ, ווי רב דודי, פֿאָדערט זיך צו שבת.
מען האָט שוין געהאַלטן נאָך די ערשטע מאכלים, און פּלוצים האָט זיך דערהערט פֿון קיך, וואוהין ס׳פֿירט די טיר פֿון דרויסן, עפּעס אַ קריגעריש קול פֿון מלך דעם לאַנגן, פֿון די דינסטן און, דאַכט זיך, נאָך פֿון עפּעס עמעצן אַ פֿרעמדן... דאָס האָט מיכל בוקיער געעפֿנט די טיר אין קיך אַריין, און אַז מלך דער לאַנגער, וואָס האָט זיך גראָד דעמאָלט אין קיך געפֿונען צוליב זיין באַדין־מלאכה, האָט אים באַגעגנט, און געפֿרעגט ביי אים, וואָס ער דאַרף, און האָט באַקומען אַן ענטפֿער, אַז צו ר׳ דודין, האָט ער אים דעם וועג פֿאַרשטעלט, אים צוריקגעשטויסן, שרייענדיק: „שבת! דער רב איז פֿאַרנומען! דער רב עסט! זאָל ער גיין און קומען אַן אַנדערש מאָל”.
— ס׳האָט אָבער, ווייזט אויס, ניט געהאָלפֿן דעם שמש׳ס געשריי און יענער, וואָס איז אַריין אין קיך, האָט — צי מיט חוצפּה, צי מיט עקשנות, צי מיט ביידע אינאיינעם — דעם שמש פֿון וועג אָפּגעשאַרט און קעגן זיין ווילן צו דער שוועל פֿון עס־צימער צוגעקומען.
— גוט נאָוונט! — האָט זיך דערהערט אַ קול פֿון שוועל אַראָפּ. און אַלע ביים טיש, זיצנדיקע, אויך ר׳ דודי אַליין, האָבן גענומען באַטראַכטן דעם פּאַרשוין, פֿון וועמען דאָס קול איז געקומען.
— גוט נאָוונט?! — האָט מען זיך פֿאַרוואונדערט, דערזעענדיק עפּעס אַ יידן מיט אַ טלית אונטערן אָרעם. — אי, נו... גוט שבת!— האָט מען אַלע צוזאַמען אים גענומען אויספֿאַרריכטן, מיינענדיק, אַז ער האָט זיך פֿאַרגעסן, געגרייזט און דערום נישט דאָס ריכטיקע אַרויסגעבראַכט.
— שבתא טבא — האָבן עלטערע רבנים אים אונטערגעזאָגט גאָר אַן אַלטן העברעאישן וואונטש, וואָס געהער צו שבת.
— אַ גוט נאָוונט! — האָט אָבער מיכל ווידער אַמאָל דאָס זעלבע איבערגעחזרט, און מ׳האָט געזען, אַז דאָס איז שוין ניט פֿון פֿאַרגעסן, נאָר מיט אַ באַוואוסטן מיין און קאַלטן צו להכעיס, וואָס קיינער האָט זיך די ערשטע מינוטן נישט געקאָנט דערקלערן, פֿונוואַנען נעמט זיך אַזאַ זאַך צו אַ יידן, צו אַ מענטשן, מיט אַ טלית אונטערן אָרעם, קומענדיק שבת צו דער סעודה אין אַ רבס שטוב, בפֿרט צו אַזאַ רב, ווי ר׳ דודי.
— שיכּור!
— משוגע!
— יצאָ מן הדעת!1
— עברין!21 — האָבן זיך דערהערט אויסגעשרייען פֿון אַלע די, וואָס זיינען ביים טיש געזעסן און אין דער סעודה אָנטייל גענומען.
— וואָס האָט ער געוואָלט, דער ייד? — האָט זיך די רביצין פֿון בענקל אויפֿגעהויבן און איז מיכלען אַנטקעגן געגאַנגען, ווייל זי האָט געזען, אַז עפּעס איז דער באַזוך נישט קיין געוויינלעכער, און דער באַזוכער איז אָדער באַטרונקען, אָדער, ווי אַנדערע האָבן געוואָלט און האָבן אויסגעשריגן: משוגע.
— כ׳האָב געדאַרפֿט צום דב, צו ר׳ דודין.
— איצט? שבת? צו דער סעודה? — האָט די רביצין אַ פֿרעג געטאָן פֿאַרוואונדערט.
— ביי וועמען ס׳איז שבת און ביי וועמען — ניט! — האָט מיכל געענטפֿערט.
— וואָס הייסט? איז וואָס־זשע איז ביי אים איצט? יום־טוב? אויף דער וואָך? אָדער, חלילה, חגאָ?
— אי... נו... וואָס האָט ער געוואָלט? — האָט ר׳ דודי פֿון דער קעגנאיבערדיקער זייט טיש, פֿונעם אויבנאָן אַריבערדערלאַנגט זיין שוואַכלעכע שטים צו דער רביצין — פֿרעג, וואָס וויל ער, וואָס דאַרף ער.
דעמאָלט האָט זיך מיכל אָפּגעטיילט פֿון זיין אָרט ביי דער שוועל, וואָס ער האָט פֿאַרנומען, איז אַריין אין צימער און האָט זיך נעענטער, נעענטער צו ר׳ דודין אויבנאָן אונטערגערוקט, און צוגעקומען אַהין, האָט ער זיך געווענדט ניט צו קיינעם, נאָר אַליין טאַקע צו ר׳ דודין.
— כ׳בין אייך געקומען זאָגן, אַז כ׳גיי אַרויס פֿון כּלל...
— פֿון וואָסער כּלל?
1 גערירט פֿון זינען.
2 אַוואַריאָן — זינדיקער.
— פֿון אייערן און פֿון אַלע די, וואָס זיצן דאָ ביים טיש אויסגעזעצט, צו וועמען זיי טוען געהערן... און אָט האָב איך דאָ מיין טלית געבראַכט, פֿון וועלכן איך זאָג זיך אָפּ הן בחיי — בעת איך לעב, הן במותי, ד״ה, אַז איך וועל שטאַרבן, וויל איך ניט, מע זאָל מיך אין אים באַגראָבן...
אַ דונער!... יאָ, אַ דונער ווען ער טרעפֿט אין אַ מיטן העלן טאָג, וואָלט ער ניט אַזוי איבערראַשט, ווי די ווערטער, וואָס אָט דער ייד, אָט דער מענטש, האָט אַרויסגעבראַכט ביי אַ רב, בפֿרט ביי אַזאַ רב, ווי ר׳ דודי, אום פֿרייטיק־צו־נאַכטס ביי דער סעודה, פֿאַר אַזאַ עדה יידן און פֿאַר שבת־ליכט און לאָמפּן...
— האַ, וואָס? וואָס האָט ער געזאָגט? — האָט ר׳ דודי ווי ניט איינגעהערט, אָדער ניט באַנומען דאָס געהערטע.
— רשע! — האָט זיך באַלד פֿון אַן עלטערן בייזלעכן רב אַרויסגעריסן אַן אויסגעשריי.
— אוי לאָזנים שכך שומעות!1 — פֿון אַ צווייטן.
— מ׳דאַרף קריעה רייסן — פֿון אַ דריטן.
— דול און פֿון זינען! — פֿון אַ פֿערטן.
— ירבעם בן נבט, עוכר ישראל! אין חרם! בגזרת נחש,2 — האָבן זיך פֿון פֿאַרשיידענע מיילער דערהערט ווערטער, וואָס מע הערט זיי זעלטן, בפֿרט אום שבת.
— איי, איי, וואָס טוט זיך דאָ! ווער האָט אים אַריינגעלאָזט? — האָט זיך דעם רבס שנור צעגוואַלדעוועט — מלך! וואו איז מלך? זאָל ער אים אַרויסוואַרפֿן.
— אַרויס! אַרויס! פֿאַרוואָס קומט אונדז דעם שבת פֿאַרשטערן? — האָט אויך די רביצין פֿון איר זייט אונטערגעהאַלטן.
1 וויי די אויערן, וואָס הערן אַזוינס.
2 צונעמען פֿאַר אַן אַפּיקורס, וועמען ס׳קומט אַריינלייגן אין חרם.
דעמאָלט האָט שוין מלך, וואָס פֿריער, ביי דער באַגעגעניש מיט מיכלען אויפֿן קיך, האָט ער אים ניט געקאָנט ביישטיין — איצט, ווען ער איז אויפֿגעפֿאָדערט געוואָרן וויי אַ שמש — און באַדין־מלאכה — זיך אָנגענומען מיט כּוח און האָט זיך צו אים אַ לאָז געטאָן, ער האָט אים געוואָלט אָננעמען פֿאַר אַן אַרבל אָדער פֿאַרן קאָלנער און אים אַרויסשלעפּן. מיכל אָבער האָט זיך ניט געלאָזט: ער האָט אַזאַ קוק געטאָן אויף מלכן, אַז זיין אויסגעשטרעקטע האַנט איז געבליבן הענגען, ווי אַ פֿאַרקילטע. און איידער מיכל האָט באַשטימט אַליין אַרויסגיין, האָט ער אַפֿריער אַפֿירגענומען זיין טלית פֿון אונטערן אָרעם, און נאָכדעם, ווי ער האָט אָפּגעזוכט אַ פֿריי אָרט אויפֿן טיש און אים אַוועקגעלייגט, האָט ער ערשט דעמאָלט זיך אויסגעקערעוועט, און ↰ 33 באַגלייט פֿון די ווילד־דערשראָקענע בליקן פֿון אַלע די, וואָס זיינען ביים טיש געזעסן, איז ער אַרויס פֿון צימער און צום קיך און צום דרויסן זיך געלאָזט...
מיר וועלן ניט זאָגן, ווי אַזוי מיכלס טלית איז דעמאָלט אויף ר׳ דודיס טיש אַ פֿאַרשעמטער ליגן געבליבן, און ווי ביי אַלע האָט דערנאָך ווי דער צונג אָפּגענומען, און מ׳האָט ניט געקאָנט אַרויסברענגען גאָרניט.
מיר ווילן אויך ניט זאָגן, ווי אַזוי יענע פֿרייטיק־צונאַכטיקע סעודה האָט זיך געענדיקט, און ווי אַזוי אַלעמען איז שוין דערנאָך דאָס עסן ניט איינגעגאַנגען, און נאָר לכּבוד שבת האָט מען זיך געמאַכט, ווי מ׳עסט, כאָטש מ׳האָט געפֿילט, ווי שטיינדלער אונטערן צונג.
מירן נישט זאָגן אויך וועגן דעם, ווי אַזוי מיכל בוקיער איז דעמאָלט דורך דער ליידיקער שול־גאַס אַוועק אין זיין אייגענער, וואו קיין דורכגייער האָבן זיך אים שוין אַוודאי ניט באַגעגנט, און ווי אַזוי ער איז געקומען צו זיין היים, צו זיין שטוב, וואו ער האָט געטראָפֿן די טיר אָפֿן, נאָר אַ קליין לעמפּעלע, אָן שבת־ליכט, האָט געצאַנקט, און ווי אַזוי די גאַנצע שטוב האָט אויסגעזען אָבלדיק, און ווי קיינער האָט זיין אָנקומען ניט באַמערקט, ווייל אַלע, סיי די קינדער, זיינען, ווער־וואו, אין פֿאַרשיידענע ווינקלען, מיט פֿאַרטריקנטע טרערן אויף די אויגן איינגעשלאָפֿן... מיר וועלן ניט דערציילן, ווייל דאָס אַלץ קאָן מען זיך אַליין פֿאָרשטעלן. מירן נאָר זאָגן, וואָס מאָרגן אויף דער נאַכט, שבת־צונאַכטס, איז ווידער ביי ר׳ דודין פֿאָרגעקומען, און ווי אַזוי מ׳האָט דעמאָלט גערעדט און באַהאַנדלט דאָס נעכטיקע געשעעניש...
יענעם שבת־צו־נאַכטס האָט זיך צו ר׳ דודין, ווי אַלע מאָל, געוויינלעך, אַ גרעסערער עולם צונויפֿגעקליבן. אַחוץ די אָנגעפֿאָרענע געסט — רבנים פֿון דער פֿרעמד — האָבן זיך אַריינגעשטעלט אויך היגע, אויך שוחטים, מבקרים און בכלל כּלי־קודש, ווי שול־גבאים, כּל־בו, און קאָראָבקע־לייט און אַנדערע.
ס׳האָט זיך דעמאָלט געוויזן אויך דער גרויס־שטאָטישער גביר יעקב־יוסי איילבירטן, וואָס פֿלעגט שבת צונאַכטס, נאָך הבדלה, הייסן שפּאַנען דאָס האַלבע פֿאַעטאָנדל, מיטן הויכן זיץ — אַ מין בריטשקע, און צופֿאָרן צו ר׳ דודין, אַמאָל כּדי צו באַהאַנדלען אַ נייטיקן שטאָט־ענין, און אַמאָל נאָר כּדי אויסהערן אַ רבניש וואָרט, וואָס איז גלייך צו אַ תּורה.
ס׳איז געווען טומלדיק, די רביצין, איז שוין האַלב־וואָכעדיק געווען פֿאַרפּאָטיעט אין קיך ביים צוגרייטן דעם שבת־צונאַכטיקן באָרשטש און אויך אַנדערע מאכלים, ווי ס׳פֿירט זיך.
דאָס מאָל האָט זיך ר׳ דודי געפֿילט אַ ביסל שלעכט פֿונעם נעכטיקן אויפֿדערנאַכט, וואָס האָט אים אונטערגעריסן, און ער האָט זיך היינט ניט ↰ 34 באַנוגנט, ווי אַלעמאָל, נאָר מיט שבת־בייטאָגיקן שלאָף, נאָר ער איז אויך נאָך הבדלה אַריין צו זיך אין אַלקער זיך צולייגן.
אָבער ס׳מאַכט ניט: דער רב האָט אין אַלקער גערוט, און אין שטוב האָט זיך דערווייל שוין דער עולם געקליבן, יעקב־יוסי איילבירטן איז שוין מיטן האַלבן פֿאַעטאָנדל, מיטן הויכן זיץ — אַ מין בריטשקע — געהאַט צוגעפֿאָרן, אויך די שטאָטישע רבנים, שוחטים אאַז״וו. און אויך האָט מען היינט צווישן אַלע איבעריקע געקאָנט באַמערקן אַ פּאָר פּאַרשוינען, ווי יונה און זכריה שענקער, וואָס כאָטש אַזעלכע איז מען אַלעמאָל ניט איבעריק גערן, נאָר אַזוי ווי אַ רבס אַ שטוב איז, אין אַ געוויסן פּרט, אַ קהל־שטוב, וואָס שטייט פֿאַר יעדערן אָפֿן, האָט מען דערום אויך פֿאַר אַזוינע זי ניט געקאָנט אָפּשליסן.
אַ פּאָר ווערטער וועגן אָט די לעצטע:
זכריה האָט געהאַלטן זיין שענק אינמיטן יאַטקע־מאַרק פֿאַר קצבים, העקער, טרעגער און אַנדערע. ער איז געווען זייער פֿלינק אין האַנדל: פֿלעגט אונטער זיין פֿאַרקויף־טיש אָפּגיסן און שנעל אָנצאַפּן אַ גלעזל בראַנפֿן פֿון פֿעסל, דערלאַנגען דאָס פֿאַרבייסן, גיך, אויפֿן קאָפּ מאַכן דעם חשבון, און גיך און שנעל באַקומען, וואָס ס׳קומט אים, אַריינלייגן אין קאַסע־שופֿלאָד און, ווען מ׳דאַרף, אַרויסגעבן אויסגאָב.
ער איז אויך שנעל און פֿלינק געווען ביים שענק — און שטאָט־מחלוקת און קריגערייען. נאָך איידער דער קעגנער זיינער, דער וואָס איז ווערט פּעטש, האָט זיך באַוויזן אַרומקוקן, אַזוי האָט ער אים שוין דעם ערשטן פֿלאַם אין פּנים דערלאַנגט. יענער האָט זיך שוין מיט בלוט באַוואַשן... און אויב יענער איז אויך ניט געווען קיין פּראָמאַך און אַן אַבי־ווער און איז אויך מיט פּעטש און מיט קולאַקעס אַנטקעגן געקומען — אַזוי האָט זכריה זיך אַ לאָז געטאָן מיטן קאָפּ פֿאָראויס צו יענעמס ברוסט און אים אַזאַ זעץ געטאָן, אַז יענער האָט גלייך דאָס גלייכגעוויכט פֿאַרלוירן און איז באַלד שוין אַן אונטערגעבראָכעגער און באַזיגטער אויף דער ערד געפֿאַלן.
דאָס איז זכריה.
דער צווייטער, יונה, שוין אַן אַנדערער, מער געזעצטער, אַ געפּאַקטער, שוין אין די זעכציקער, און אַוודאי מיט אַ יאָר צען עלטער פֿון זכריהן, אָבער דאָס פּנים פֿון דער ווייסער באָרד אַרויס נאָך רויט, קרעפֿטיק, געשפּיקעוועט, און קיין קרענק, האָט מען געזען, האָט אים זינט ער לעבט, ניט דערנומען.
יענער האָט געהאַלטן דעם שענק אַ ביסל ווייטלעך, אויפֿן וועג, וואָס פֿירט צום בית־עולם, וואָס אַהין פֿלעגן זיך, אַמערסט אין די אָוונטן, צונויפֿגיין הפֿקר־יונגען, טויבן־לאָזער, קאָרטן־וואַרפֿער, האַלבע און גאַנצע גנבים און „קייסאָרים”. זיי פֿלעגן זיך דאָרט פֿילן גאַנץ פֿריי און אַ שטיק פֿון ↰ 35 זייער הפֿקר קאָנען אויסברענגען אי אין שטילע געריידערייען וועגן זייערע טונקעלע עסקים, אי אויך אין מער אָפֿענע רייד וועגן לינקע ליבעס, וועגן מוידן, וואָס היינט־מאָרגן דאַרפֿן זיי ווערן אַמען, און וועגן פֿאַרשידענע „וואַסערלעך” און אַנדערע מיטלען, וואָס מע באַנוצט צו ליבע; ווי אַזוי מע דאַרף מיט זיי „אָפּטאָן”, אַז דער צווייטער צד — דער „ער” אָדער די „זי” — זאָל כאַפּן דעם שלאַק סע זאָל אים אים, אָדער זי, ציען, ווי מיט שטריק, ביז קראַפּירן.
ביי אים, בי יונהן, האָט מען געשמועסט, איז בכלל ניט איבעריק כּשר. מען האָט אַמאָל דאָרט געקאָנט אָפּשטעקן אַ גנבֿה בשתיקה, אַז קיין פֿויגל זאָל ניט וויסן, קיין האָן ניט קרייען, ווייל יונה איז, מיט וועמען מע דאַרף, שטאַרק געווען צונויפֿגעלייגט; קלענערע נאַטשאַלסטווע — קליין צו באַשמירן, בלויז מיט אַ טרונק בראַנפֿן און ווייניק צובייסן, גרעסערע — ווען מע דאַרף, אויך אַ היפּשע מטבע אין דער יד אַריינשטעקן.
יונהס שענק האָט אַמאָל אויך געשמט מיט זיין ווייב, וואָס איז, ווייזט אויס, געווען גאָר ניט פֿון געהויבענעם יחוס, אָבער דערפֿאַר אַ ווייב מיט די אמתע פּאָלעס, מיט די היפּש־געטאַקטע קליבעס, וואָס אַז זי האָט אַ גיי געטאָן אין שענק האָבן פֿיל מאַנצבילשע הערצער גענומען פֿאָכען און נאָזלעכער — שווער צו אָטעמען... היינט איז זי שוין עלטער, האַלט זיך אין דער מעלה, אָבער ווער ס׳וויל, קאָן זיך אויך איצט פֿאַרשטעלן, ווי יענע האָט אַ מאָל אַ וועלט געסמאָליעט — אַליין שוין דערפֿון, וואָס זי האָט אַזאַ יונהן געקאָנט אַריינכאַפּן. זי האָט אים אויף דער וועלט נאָר איינעם אַ זון אַריינגעבראַכט, וואָס איצט, אין דער צייט, וועגן וועלכער מיר רעדן דאָ, איז ער שוין אַ גרויסער, אַ הויכער, איבער די צוואַנציקער און געדאָטן אין דער מוטער{
י אָבער קיין נחת פֿון אים האָבן נישט ביידע — נישט יונה, נישט דאָס ווייב; ווייל, מעגלעך, אַ דאַנק דער מוטער איז ער שוין גלייך פֿון בויך אויף דער וועלט געקומען מיט זיין שלאַפֿקייט, און נאָר יונהס געזונטע בלוטן האָבן מיטגעהאָלפֿן, אַז ביז איצט, ביז די צוואַנציקער, זאָל זיך דאָס אים אַרויס. ווייזן? און מעגלעך אויך, אַז דער בחור, דער פּאַרשוין, איז ערשט, בשעת ער איז אויסגעוואַקסן און האָט זיך אָנגעהויבן אַרומפֿירן מיט אויסגעלאַסענע מוידן, האָט ער די שלאַפֿקייט אַליין, מיט אייגענע קענטעניש, דערוואָרבן... ווי ס׳זאָל ניט זיין, נאָר דער בחור איז שוין פֿראַנצעוואַטע, האָט מען געשמועסט, און נאָענטע שכנים פֿון זעלבן הויף, וואו יונה האָט געוואוינט, האָבן פֿון געוויסע סימנים געוואוסט אויף זיכער און האָבן נביאות געזאָגט, זיך שעפּטשענדיק, אַז אין גיכן וועט ער — יאָ, שוין אויך בלייבן אָן אַ נאָז...
בקיצוד, יונה — אַ מענטש מיט אַ נאָמען. דערצו נאָך איז ער, אויסער שענקער, געווען אַ שטיק סטאָדאָסטע אין שטאָט־אופּראַווע, און צעך־יונגען, ↰ 36 באַלמעלאָכעס, האָבן תּמיד באַדאַרפֿט צו אים אָנקומען נאָך פֿאַרשיידענע טומת, פֿאַר וועלכע ער האָט אַלעמאָל זיך געהייסן אין דער האַנט אַריינלייגן.
מע האָט באַדאַרפֿט זען, ווי אַ יונג פֿאַרל, אַ באַלמעלאָכע מיט אַ דינסטמויד, למשל, זיינען פֿאַר אים געקומען, און דער יונג האָט אַ זאָג געטאָן ־ ר׳ יונה, כ׳דאַרף חופּה־שטעלן, כ׳דאַרף אַ קוויטל צום רב — האָט מען באַ* דאַרפֿט זען, ווי אַזוי יונה האָט זיך אַוועקגעשטעלט, די הענט „פֿיד־באָקאם”, און צוערשט באַטראַכט די מויד פֿון אויבן ביז אדאָס, אַלע אירע אברים אָפּגעמאָסטן, און דערנאָך אַ זאָג געטאָן:
— וואָסי: וואָס האָט איר אַזוי קיין צייט ניט? וואָס כאַפּט אייך אַזוי דער רוח אַוועק: איר וועט נאָך באַווייזן... — און דערמי פֿלעגט ער פֿאַרענדיקן מיט אַזוינע פּאָר ווערטער, אַז ניט נאָר דער כלה־מויד זיינען אַלע בלוטן אין פּנים געקומען, נאָר אויך אַפֿילו דער חתן, דער באַלמעלאָכע־יונג, האָט געמוזט די אויגן פֿאַרשעמט צו די שפּיץ־שיך אַראָפּלאָזן... דערמיט האָט יונה געמיינט צו זאָגן, אַז מע דאַרף זיך ניט איילן מיט קיין אַנדערע הגאות צו האָבן, מז, פֿאַר אַלעמען, ס׳וועט אים זיין דח״ש1 ניט געסילוקט ויערן.
צו דעם אַלעמען איז יונה נאָך געווען אַ סיפֿק, אַ דרייער ביי דער טאַקסע ביי גבאות, ביי פֿאַרשיידענע צדקה־אָנשטאַלטן, ווי מקור־חולים, תלמוד־תּורה א״א. וואו טאָמער האָט ער געהאַט די דעה צו זאָגן אונטן אַרום, אויבן אַרום, דורך אַלע זייטן, אַ דאַנק געוויסע אונטערגעקויפֿטע לייט און שרייערס, וועלכע זיינען שטענדיק געשטאַנען פֿאַר אים, און אין וואָס פֿאַר אַ דיכטונג און אין וועמעס אינטערעסן ער האָט זיי נויטיק געהאַט, אַהין האָט ער זיי אָנגעריכט און יענעמס צד געהייסן האַלטן. פֿאַר יונהן האָבן זיי געשריגן, פֿאַר אים האָבן זיי זיך איינגעשטעלט, און וואָס ער האָט געוואָלט, האָבן זיי אויסגעפֿירט און געפּועלט מיטן שרייען.
יונה איז געווען אַ נויטיקער מענטש פֿאַר געוויסע לייט פֿון קהל, און דערום האָט ער געהאַט איינגאַנג אין אַזוינע הייזער, וואָס ווען ניט דאָס, ד״ה” ווען מ׳זאָל ניט דאַרפֿן צו אים אָנקומען, וואָלט מען אים אַפֿילו אויף דער שוועל ניט געלאָזט.
ער האָט שטענדיק, קומענדיק אין אַזוינע הייזער, זיך געהאַלטן שטאַרק אָנשטענדיק, די שבתדיקע קאַפּאָטע פֿאַרשפּיליעט אויף אַלע קנעפּ אַפֿילו אינדערוואָכן, און נאָך דעם, ווי ער פֿלעגט אַריינזופֿן די אָנשטענדיקע לופֿט און די לייטישע רייד פֿון יענע הייזער, פֿלעגט ער באַקומען אַ ליאַדע אָנדיי־ טונג, צוליב וואָס ער איז אַהין גערופֿן און איינגעלאַדן געוואָרן, און יונה
1 רח״ש — רבגים־חזגימ־שמשימ״געלט, הייסט עס, ↰ 37 האָט זיך שוין דאָס איבעריקע געשטויסן, ווייל קיין פֿינגער אין מויל האָט מען אים ניט באַדאַרפֿט אַריינלייגן.
ער האָט זיך געלאָזט אויסנוצן פֿאַרשידן ־ ניט נאָר אין קאַמף מיט אַ נישטגעוואונטשענעם פֿאַרריסענעם בעל־טאַקסע, אָדער מיט אַן אָפּגעפֿאָרע־ נעם טויגעניכטס אַ גבאי, נאָר אויך מיט אַלע אַנדערע, ווער נאָר ס׳האָט זיך קעגנגעשטעלט קהל און קהל האָט אים ניט געוואָלט ליידן, ווי אַ יאָסעלע מגפֿה, וואָס אויך מיט אים האָט זיך שוין יונה אַמאָל געהאַט פֿאַרטשעפּעט... דאָס מאָל אָבער האָט ער שוין שיעור שלעכט אָפּגעשניטן. ווייל יאָסעלע, ווי געזאָגט, האָט געהאַט אַ פּען אין דער האַנט, נישט נאָר פֿאַר פּרעסע, נאָר אויך פֿאַר נאַטשאַלסטווע,'וואָס פֿאַראיר האָט מען געציטערט און — געהאַט פֿאַר וואָס... אַזוי, אַז מיט יאָסעלען איז די זאַך ניט געראָטן, נאָר דערפֿאַר אָבער אַ ווייניקער געפֿערלעכער, ווי יאָסעלע, אַזאַ, לאַמיד זאָגן, ווי מיכל — דאָ איז שוין עפּעס אַנדערש, דאָ איז קיין געפֿאַר, דאָ איז אַפֿילו ווען ס׳זאָל זיך האַנדלען ניט וועגן איין מיכלען, נאָר וועגן אַ גאַנצן צענדליק, ווי ער, קאָן מען אויד אין איין שמיי־דריי מיט זיי פֿאַרטיק ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים: זיי מאַכן אַ שלעכטן שם, זיי אַרויסשלאָגן פֿון פּרנסה, ביז אַפֿילו זיך ניט אָפּשטעלן פֿאַר אַזאַ זאַך, ווי אַז מ׳דאַרף, זאָל מען זיי פּאַקן אין אַ הינטערגעסל און זיי אָפּשלאָגן די כריפֿעס...
אַז יונה האָט זיך היינט דערוואוסט וועגן דער מעשה־מיכל, האָט ער דערפֿילט אַ גרויסע באַליידיקונג * ערשטנס, פֿאַר ר׳ דודין, וואָס כּמעט אַ גאַנצע שטאָט דרייט זיך אַרום אים, האַלט זיך אָן אין אים און קוקט אים אין מויל, און פֿאַר וועלכן אַזאַ נישט, אַ דער רוח־ווייסט־ווער, האָט זיך דערלויבט אַרויספֿאָרן מיט אַזוינס, וואָס דערפֿאַר קומט ממיתן: צווייטנס, אַ באַליידיקונג פֿאַר דער עצם־זאַך, פֿאַר יידישקייט, וואָס כאָטש יונה קוקט אָפֿט אַוועק פֿון דעם, ווי למשל, ווען ס׳פֿאָדערט זיך אויסבאַהאַלטן אַ זאד, וואָס מוז אויסבאַהאַלטן ווערן, און וואָס, ווי באַוואוסט, איז קיין בעסער אָרט, ווי ביי יונה גיט צו געפֿינען... כאָטש מיט יידישקייט, איז ער אַליין ניט איבעריק שווה־בשווה, דאָך האָט אים די מעשה־מיכל אָנגערירט ביזן כיק, ווייל ס׳טייטש: אַזוי פֿירט זיך נישט! הפֿקר, און קעגן סדר־העולם... און אַזוי ווי ער האָט געוואוסט, אַז אַזאַ זאַך ווערט ניט געשענקט, ניט פֿאָדשוויגן, און שטאָט וועט זוכן מיטלען, ווי אַזוי צו באַצאָלן מיכלען פֿאַר זיין אומדערהערטן טאַט, און אַז דערצו וועט מען זיך שוין נייטיקן אין הענט, ד״ה, אין מענטשן, וועלכע זאָלן דאָס נעמען אויף זיך און דורכגרן, האָט ער דערום געהאַלטן פֿאַר נוצלעך צו זיין במקום המעשה, דאָס הייסט, אויפֿן אָרט, וואו די מעשה איז געשען, טאַקע ביי רי רודין, וואו זי וועט היינט, געוויס, פֿאַר־ האַנדלט ווערן און מ׳וועט זי פֿון אַלע זייטן אַרומרעדן.
ער האָט אָנגעטאָן די שבתדיקע קאַפּאָטע, יונה, און גלייך ווי ער איז אַרויס פֿון שטוב, מיטן מיין זיך לאָזן צום רג, אַזוי האָט ער פֿאַרלייגט די הענט אויף אַרונטער — אַן אָדערויף אויפֿן דרך־ארץ, מיט וועלכן ער וועט זיך דערנאָך האַלטן ביי יענעם, ווי אַלע מאָל, ווען ער קומט פֿאָר העכעדס און לייטישעדס פֿון זיך...
ער האָט אויאַן וועג אויך מיטגעטיילט זכּדיהן און אים מיטגענומען פֿאָד אַ שטיק שותּף. און אַזוי האָבן, צווישן אַלע חשובע און אָנגעזעענע געסט דעמאָלט ביי ר׳ דודין, אויך זכריה און יונה זיך געטראאַן.
דער רב האָט נאָך אַלץ גערוט אין נאָענטן אַלקער, און דערום האָט מען זיך אין עס־צימער געהאַלטן שטיל. מע האָט זיך געזאַמלט אין רעדלעך און, נאַטירלעך, זיינען די רייד געגאַנגען וועגן דעם, וועגן וועלכן זיי האָבן געקאָנט גיין.. וועגן דער נעכטיקער טרעפֿעניש, וואָס אייניקע זיינען געווען עדות דערביי, און וואָס איצט, שבת צונאַכטס, בעת הבדלה, ווען מע האָט געטרונקען טיי און גערויכערט, האָט מען אויס8ירלעך און בהרהכה איבערדערציילט פֿאָד יענע, וואָס זיינען דערביי ניט געווען און וואָס האָבן זיך אָנגעהערט מיט דורשטיקע אויערן.
זכריה דער שענקער איז געשטאַנען טיף אַריינגעבויגן דעם קאָפּ אין אַ רעדל צוהערער און ניט געוואָלט פֿאַרלירן קיין וואָרט. ער האָט געשוויגן, אָבער מע האָט געזען, אַז ווען ער האָט אים, יענעם פּאַרשוין, אָט דעם מיכלען, וועגן וועלכן ס׳גייט דאָ די רייד, וואָלט ער זיך צו אים אַ לאָז געטאָן מיט אָט דעם איינגעבויגענעם קאָפּ צו זיין ברוסט און אים אַזאַ שטויס געגעבן, ווי ער טוט עס תּמיד, ווען ער האָט פֿאַר זיך אַזאַ, וואָס אַליין פּעטש מיט קולאַקעס זיינען פֿאָד אים ווייניק און ער דאַרף אים זען ליגן אַן איבערגע. קערמן און אומגעוואַלגערטן.
ביים זעלבן רעדל איז געשטאַנען אויך יונה, ער אָבער רואיקער, ווי זכריה, ער — מיטן רויטן פּנים סיי פֿון די פֿעטע סעודות פֿון אַלע טעג פֿוו אַ גאַנץ יאָר, בפֿרט פֿון די שבתדיקע; אויך פֿון שבתדיקן געשמאַקן שלאָף פֿון נאָך די סעודות, און אויך די געשמאַקע ביסלעך בראַנפֿן, וואָס ער האָט אַלע מאָל, באַזונדערס שבת, אַריינגעכאַפּט און וועלכע האָבן אים רויטגעשפּיקעוועט דאָס פּנים און דעם האָרכן פֿליישיקן קאַרק. /
יונה האָט זיך געהאַלטן גאָר שטיל מעשה־אָנשטענדיק, מיט די הענט אויף הינטן פֿארלייגט, אָבער דאָס וואָס איז אין רעדל דערציילט געוואָרן, איז אויך פֿון זיין אויער קיין מינדסט ניט פֿאַרלוירן געגאַנגען, און אויך ביי אים, ווען מ׳וואָלט דעמאָלט אַ קוק געטאָן אויף זיין רוקן, וואָלט מען געזען, ווי די הענט רוען אים ניט. ווי אַמאָל האָט ער זיי געכיילט, אַמאָל ווידער צעלאָזט, ס׳געווענדט אין דעם, ביי וואָס דער דערציילער האָט געהאַלטן.
דער דערציילער אין יענעם רעדל איז געווען אַ יונג אָנגעפֿאָרן רכ׳ל, אַ שטאַרק פֿרומס, וואָס האָט געזופּט לופֿט מיט גרויס גאָטפֿאָרכטיקייט, און וואָס נאָך דעם, ווי ער האָט איבערגעגעבן אַליין די מעשה, ביי וועלכער ער איז בייגעווען, האָט ער זיך אַריבערגעוואָרפֿן אויפֿצוזוכן די סיבד: פֿון וועלכער אַזוינע „מעשיות” קאָנען אַרויסשטאַמען, מיטן גאַנצן ווילדן צעוואוקס זייערן. ער האָט גענומען רעדן וועגן די כראסלאווער, צו וועלכע, ווי מען האָט געהערט, האָט אָט דער פּאַרשוין, אָט דער מיכל, געקערט, און וואָס אויף זיי קאָן מען זיך אויף אַלץ ריכטן, ווייל דער שורש זייערער איז פֿורת ראש ולענה, דאָס הייסט — גיפֿט און ביטער־גאַל... דאָס מיינט מען דעם רבין זייערן, ר׳ נחמן, וואָס ווי מען דערציילט, איז אַז ער איז צוריקגעקומען פֿון זיין רייזע קיין אַרץ־ישראל און איז אַריין צום באַרדיטשעווער רב, האָט יענער, ווי נאָר ער האָט אים דערזען, גלייך אויסגעשריגן: וויי, וויי, וואו איז דיין צלם אַלוקים אַהינגעקומעןז... און די בערדיטשעווער רביצין, דערציילט מען ווייטער, אַז זי האָט דאָס דערהערט, האָט זי אים גלייך אָנגענומען פֿאַר אַן אַרבל פֿון זיין זשופֿיצע און אַ זאָג געטאָן: „גייט, גייט, ר׳ נחמן. דער באַרדיטשעווער רב וויל אייך ניט זען און נישט האָבן פֿאַר קיין אורח אין שטוב...” און דאָס אַלץ דערפֿאַר” — האָט דאָס שטאַרק פֿרומע רכ׳ל פֿאָרגעזעצט, — ווייל, ווי מען האָט איבערגעגעבן, האָט יענער, זייענדיק אין אַרץ־ישראל, זיך משתטח געווען אויפֿן קבר פֿונעם תלוי“.... ערגער: מע זאָגיט אַפֿילו, אַז ער איז געווען אַ זורק אבן למרקולוס*
— וואָס? — האָט זכריה שענקער, דער איינציקער פֿונעם רעדל, און אויך יונה, דער צווייטער — דעם פֿרומען רכ׳לס ווערטער ניט פֿאַרשטאַנען און איבערגעפֿרעגט:
— וואָס איז ער געווען? וואָס הייסט עס?
— דאָס הייסט, אַז ס׳פֿאָראן אַזאַ עבודה־זרה, אַזאַ אָפּגאָט, וואָס מ׳דינט אים דערמיט, וואָס מען וואַרפֿט אין אים אַ שטיין.
— אַ שטיין? — האָבן זיך ביידע שענקערס איבערגעקוקט און ווידער ניט פֿאַרשטאַנען.
“ יא-
— היינט וואָס־זשע איז דאָס חידוש — האָט דאָס פֿרומע גאָטפֿאַרב־
טיקע רכ׳ל פֿאָרגעזעצט — אַז פֿון אַזוינעם קומט אַזוינס אַרויסז מ׳קאָן זיך דאָס ריכטן אויף אַלץ, אויף כל׳ע פּסלנות, אויף שמד אם אויף שיוארץ-יאָר ווייסט וואָס.
1געקניט מיט אַ תּפֿילה.
8 דער געהאַנגענער, כריסטוס. געמיינט: געדינט צו אַן אָפּגאָט.
— רבי! — האָט זיך דאָ זכריה שענקער מיט אַ וואָרט אַרויסגעכאַפּט, מחמת די בלוטן האָבן זיך אין אים צעקאָכט און די אָדערן אין האַלדז האָבן זיך אים אָנגעצויגן גלייך ער וואָלט שוין. געהאַט דעם קעגנער פֿאַר די אויגן, קעגן וועמען ער דאַרף אַרויסטרעטן, — רבי, איז אויב אַזוי, איז וואָס־זשע שווייגט מען! דאַרף מען זיי דאָך עוקר מן השורש זיין — אָט די אַלע שלעק, מיט די עבודה־זדהס און מיט די שטיינער! וואָס שווייגט מען! — האָט ער אין גרויס אימפּעט זיך אַריינגעריסן טיפֿער אין רעדל, פֿאַר וועלכן ער איז געשטאַנען, — וואָס דערלאָזט מען עס? לאָזט מיך, לאָזט יונהן!
— האַ, יונה? — האָט ער זיך אויסגעקערעוועט צו יענעם, און אים ווי געשטעלט פֿאַר אַן עדות, אַז ער מיט אים, מיט יונהן, הייסט עס, נעמען עס אויף זיך, אויב מע וועט זיי נאָר הייסן און באַפֿולמעכטיקן.
יונה אָבער האָט געשטיגן, און אין דעם מאָמענט, ווען זכריה האָט/אויף.
זיין וואָרט און הסכמה געוואַרט, האָט אים יענער נאָר מיט אַ וואונק אויף דער טיר אָנגעוויזן* שטילער, הייסט עס, ר׳ דודי...
ווירקלעך: דעמאָלט זיינען אַלע מיט אַמאָל אַנטשוויגן געוואָרן, ווייל אין דעם מאָמענט האָט ר׳ דודי, שוין אַ ביסל אויסגערוט און .גרייט צום שבתדיקן אויפֿנאַם, אויף דער שוועל פֿון זיין אַלקער זיך באַוויזן.
ער איז געווען אין כאַלאַט, ווי אַלע שבת־צו־נאַכטס. ער האָט געזשמו־
רעט די אויגן אי פֿונעם נאָרוואָסיקן שלאָף, אי פֿון דער לאָמפּשיין, אי אויך פֿונעם עולם, וואָס האָט זיך אין עט ־צימער פֿאַרזאַמלט. ר׳ דודי האָט זיך איינגעקוקט אין עולם, זען, ווער ס׳איז היימישער און גיט אַזוי חשוב, זאָל ער אים פֿאַרבייגיין, און ווער יאָ חשוב, ווי אַ יעקב־יוסי, זאָל ער צו אים זיינע ערשטע טריט אָנריכטן...
— אַ גוטע וואָך! — האָט ער שטיל אַ זאָג געטאָן, געווענדט צו אַלע־
מען זיין וואונטש.
— אַ גוטע וואָך, אַ פֿולע וואָך — האָבן אים אַלע מיט כבוד אָפּגע.? ענטפֿערט.
ר׳ דודי איז צוגעגאַנגען צום אויבנאָן, וואו ס׳איז באַשטענדיק זיין אָרט, און וואו נאָענט לעבן דעם, אַ בענקל לעבן אַ בענקל, האָט שוין דער גביר יעקב־יוסי פֿון לאַנג געוואַרט אויף אים, און איצט, אַז ער האָט אים דערזען געגענען, האָט ער זיך פֿון זיין אָרט אויפֿגעשטעלט און מיט אָפּשיי ווי אים אַנטקעגן געגאַנגען.
אַז ר׳ דודי איז געקומען אויף זיין אָרט, זיינען אַלע פֿריערדיקע געשפּרעכן פֿון די פֿאַרשיידענע רעדלעך אַנטשוויגן געוואָרן און אַלע אויגן האָבן ↰ 41 זיך געווענדט צו אים, אויף וועמען מען האָט געוואַרט, ווי אויפֿן ראש־ המדברים.1
— וועגן וואָס האָבן דאָ יידן געשמועסט? — האָט ער אַ פֿרעג געטאָן, כאָטש ער האָט זיכער אַליין געוואוסט און זיך אָנגעשטויסן.
— וועגן וואָס זאָל מען שמועסן, אויב ניט פֿונעם נעכטיקן, פֿונעם פּאַרשוין בפֿרט, און בכלל וועגן שורש, פֿון וואַנען ס׳שטאַמען און וואַקסן אַרויס אַזוינע.
— ריכטיק — האָט ר׳ דודי געזאָגט — וועגן דעם, און נאָר טאַקע וועגן דעם דאַרף מען רעדן? וועגן שורש. ווייל יענער אַליין איז דאָ מער ניט שולדיק, ווי די שרפֿה, וואָס עמעצער האָט אָנגעצונדען, שולדיק איז דער המבעיר את הבעירה — דער אונטערצינדער.
— ווער? וואָס? וועמען מיינט מען? — האָבן אַלע מיט אַמאָל צו ד' דודים ווערטער אַן אויער צוגעלייגט.
— ווער? פֿאַרשטענדלעך, דער, וואָס שטייט בדאש פֿון זיי; וואָס.
איז אַליין ביים אָפּגרונט און האַלט ניט אָפּ אַנדערע פֿון נאָענט צו אים צוגיין, פֿאַרקערט, ער שטויסט זיי אונטער.
— אַוודאי, אַוודאי — האָבן אייניקע ר׳ דודיס ווערטער אונטערגע-כאַפּט און אים צוגעבאמקעט, — אַוודאי! מען האָט דאָס שוין לאַנג באַדאַרפֿט אַרויסזען. אמת, מען האָט שוין וועגן דעם ניט איין מאָל געפּרואווט רעדן מיט זיין ברודער, מיט משה מאַשבער, אָבער יענער האָט זיך עפּעס אָפּגעשאָקלט, זיך ניט געוואָלט מישן, ווי ניט אין זיין זאַך און דאָס ווי מיט דער האַנט אַוועקגעמאַכט.
אַוודאי... אַ ברודער... — האָבן אַנדערע זייער וואָרט געהאַט אַריינצוזאָגן, — און גיט צו אים האָט מען זיך באַדאַרפֿט ווענדן.
— צו וועמען דען? — האָבן אַנדערע געפֿרעגט.
— טאַקע צו אים אַליין: אים וואָרענען, מתרה זיין, אַז ער איז אַליין פֿאַרפֿירט און פֿאַרפֿירט אַנדערע.
— דאָס וואָלט באַדאַרפֿט טאָן נישט קיינער, נאָר אַליין טאַקע ר7 דודי, — האָט איינער, אַ מער דרייסטער, אַ זאָג געטאָן און געמאָנט פֿון ר׳ דודין, וואָס פֿון אים קומט, ווי פֿון אַזאַ, וואָס פֿון אים איז אַמערסטן צו פֿאָדערן, ווי פֿונעם עלטסטן רב אין שטאָט, פֿונעם חשובסטן, וואָס צו זיין וואָרט מוזן זיך אַלע צוהערן און זיין ווירקונג איז אויסער צווייפֿל.
— אין־י — האָט שוין ר׳ דודי געהאַט אַ זאָג געטאָן דאָס ערשטע וואָרט אויף זיך צו פֿאַרטיידיקן און אָפּשאָקלען זיך פֿון דעם אחריות, ־ איך? ...
נאָר אין דער מינוט, ווען ער האָט שוין געוואָלט אַרויסברענגען דאָס
1 דער הויפּט־רעדנעה ↰ 42 צווייטע וואָרט, אַזוי האָט זיך פּלוצלינג דערהערט אַ קול, אויסגעשריגן פֿון מלך דעם לאַנגן, וואָס אויך ער האָט זיך דעמאָלט אין עס־צימער געפֿונען:
— זעט! ער איז ווידער דא!
דאָס קול איז אַרויס ווי פֿון איינעם, וואָס וואָלט פּלוצלינג דערזען זיך באַווייזן אַ ווילדע חיה אין מיטן אַ מענטשלעכן ישוב — זעט, ווידער...
— ווער? וואָס? — האָבן זיך אַלע פֿאַרזאַמלטע מיטאַמאָל אָפּגע-קערט פֿון צו קוקן אויף ר׳ דודין, און זיך געווענדט צום אָרט, פֿון וואַנען דאָס קול האָט זיך דערהערט.
דער לאַנגער מלך האָט דאָ געמיינט מיט זיין אויסגעשריי דעם, וואָס קיין בן־אדם וואָלט אויפֿן געדאַנק ניט געקומען צו גלויבן, אַז נאָך דעם, ווי ערשט נעכטן איז מיט יענעם דאָ די געוויסע מעשה געשען, זאָל ער זיך איצט ווידער אַמאָל טרעפֿן אין דער זעלבער שטוב, אויפֿן זעלבן אַרט און פֿאַר די זעלבע מענטשן.
דאָס איז געווען מיכל בוקיער.
אַ דונער.... ניין, ווען צען דונערן מיטאַמאָל זאָלן אין מיטן העלן טאָג אויפֿקנאַלן, וואָלטן זיי ניט געמאַכט אַזאַ דערשלאָגענדיקן איינדרוק, ווי דאָס צווייטע מאָל ווייזן זיך און קומען אַהער פֿון אָט דעם מיכלען. ס׳האָט דערצו קיין אַנדער דערקלערונג ניט געקאָנט געגעבן ווערן, ווי נאָר — אָדער טאַקע דולן אָדער ווי אַ מענטש, וואָס האָט ליב געקראָגן סכנה און פּרואווט דאָס מעסער אויפֿן האַלדז, פּרואווט דעם קאָפּ אין תליז/־שטריק אַריינטאָן; אָדער צום לעצטן, מעגלעך, אַז אפֿשר האָט מיכל מיט זיין וואק-לענדיקער נאַטור, לסוף חרטה געקראָגן אויף דער נעכטן־אָפּגעטוענער מעשה און איז איצט געקומען אויפֿן זעלבן אָרט, וואו די זינד האָט אים געטראָפֿן, און פֿאַר די זעלבע אויערן, וואָס האָבן זיין שרעקלעכע לעסטערונג אויסגע-הערט, צוריק מיט תּשובה צום לעבעדיקן און אַל־פֿאַרגעכנדיקן גאָט זיך אומקערן.
נישט אַנדערש, אַז טאַקע איינס פֿון די זאַכן, וואָס וועלכע זי זאָל ניט זיין, האָט זי מיכלען געמאַכט אויסזען, ווי אַ הולך למיתה, ווי אַ מענטשן, וואָס גייט דעם טויט אַנטקעגן... ווייל אויב אין דער ערשטער מינוט, ווען דער שמש האָט אויסגעשריגן, האָט מען אים, מיכלען, געקאָנט אָננעמען ווי אַ חיה, וואָס האָט זיך באַוויזן צווישן מענטשן, איז אָבער שוין שפּעטער אַ מינוט, ווען מיכל איז אַראָפּ פֿון דער שוועל און האָט געזאָלט שטעלן די ערשטע טריט אין שטוב אַריין, האָט שוין די זאַך אויסגעזען פּונקט דער היפּוך: נישט ער — די חיה, נאָר פֿאַרקערט, ער — דער איינציקער מענטש, דער אומבאַהאָלפֿענער, דער אומבאַוואָפֿנטער מיט גאָרניט, האָט זיך פּלוצלינג אַריינגעטראָפֿן, ווי אין אַ שטייג פֿון צעווילדעוועטע, ווען זיין לעבן איז פֿון לכתחילה אָן און פֿון פֿאָראויס באַשטימט איינגעשטעלט, און דאָס ↰ 43 איינציקע, וואָס אים איז געבליבן איז אַרויסצושעפּטשען מיט בלאַסע ליפּן אַ בלאַסע ווידוי פֿאַרן טויט...
— האַ! ער־ דער. — האָט זיך פֿון אַלעמענס מיילער אַרויסדערהערט און אַלע האָבן אויף אים כייז־פֿאַרצוקענדיקע בליקן אָנגעשטעלט.
ס׳איז אַ וויילע געוואָרן שטיל. אַלע האָבן דעמאָלט געווענדט די אויגן פֿון אים אויף ר׳ דודין און פֿון ר׳ דודין ווידער אויף אים, ווי ניט געקאָנט זיך באַשליסן, אָן דער דערלויבעניש פֿון ר׳ דודין, פֿונעם עלטסטן און פֿונעם באַלעבאָס פֿון שטוב,עפּעס פֿירצונעמען קעגן אים, ניט אים עפּעס צו זאָגן, ניט אויסצושרייען, ניט אַוודאי אָנצופֿאַלן אויף אים, און ניט ווי אייניקע, ווי זכריה און יונה שענקער, האָבן געמיינט — אים אויף שטיקער צערייסן.
— זאָל עדן — האָט ר׳ דודי שטיל אַ זאָג געטאָן, — וואָס דאָס האָט באַטייט, ערשטנס, מיכלען אַ דערלויבעניש אַריינצוקומען צווישן די פֿאַרזאַמלטע, און צווייטנס, אַ פֿאַרבאָט אים אָנצורירן, אים שלעכטס טאָן, איידער ער, ר׳ דודי, הייסט עס, וועט פֿריער די לאַגע נישט אויסקלאָרן און דערגיין די סיכות, וואָס האָבן אים דאָס צווייטע מאָל אַהער געבראַכט.
— און וואָס האָט ער ווייטער געוואָלט; — האָט אים ר׳ דודי אַ פֿרעג געטאָן, ווען ער איז עטוואָס נעענטער אונטערגעקומען.
— איבערצוהזרן דאָס זעלבע וואָס נעכטן — האָט מיכל געענטפֿערט...
אַלע זיינען געבליבן געפּלעפֿט, באַזונדערס אַליין ר׳ דודי, וואָס פֿון עלטער פֿלעגט זיך אים די לעצטע צייט בכלל די פֿיס ברעכן און אים קוים אויפֿהאַלטן, אַפֿילו ווען אין גוטן מוט און ווען ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן מער רואיקע זאַכן; בפֿרט איצט, ווען ער האָט, דערזעענדיק מיכלען, זיך אויפֿגעהויבן פֿון אָרט, שוין גלייך אַ האַלב־דערשלאָגענער, בפֿרט נאָך, ווען ער האָט דערהערט פֿון יענעמס מויל די זעלבע ווערטער, וואָס נעכטן, אַרויסקומען.
ס׳האָבן זיך אים די קני אונטערגעבראָכן, ער האָט זיך מיט די הענט אָנגענומען פֿאַרן טיש, כּדי צו האָבן אַן אָנשפּאַר, און אָט אַזוי, שטייענדיק, האָט ער זיך נאָך אַמאָל געווענדט צו מיכלען, אָבער ניט ווי אַ געוויינלעכער אויספֿאָרשער, וואָס דער שולדיקער גייט אים ניט אָן, און ער באַציט זיך גלייכגילטיק צו זיין גורל, נאָר ווי אַזאַ, וואָס וויל, אַז דער באַשולדיקער זאָל, ווי ווייט מעגלעך, זיך ריינוואַשן און אַרויס אַן אומבאַפֿלעקטער, און וואָס צוליב דעם לייגט ער אים אַריין ווערטער אין מויל, עפֿנט פֿאַר אים אַ טיר פֿון חרטה, און דערלאַנגט אים מיטלען, ער זאָל זיך קאָנען באַפֿרייען פֿון זיין צרה.
— און צו וואָס דאָס איבערחזרן? — האָט ר׳ דודי אַ פֿרעג געטאָן.
— כּדי מע זאָל ניט מיינען, אַז דאָס, וואָס כ׳האָב נעכטן געזאָגט, איז געזאָגט געווען אין אַ שעה מטורפֿת ובדעה מטורפֿת — פֿון שיכרות צי פֿון שיגעון.
— און אפֿשר יאָ? באַטראַכט זיך, מיכל בן.. \ — האָט ר׳ דודי אַ זאָג געטאָן אויף אַ רבנישן אופֿן, ווי בשעת חליצה, צי בשעת אַ גט, ווען מ׳דאַרף וויסן דעם נאָמען און דעם מוטער־נאָמען פֿון דעם, צו וועמען מע ווענדט זיך.
— בן שרה־פֿייגל, — האָט אים מיכל אונטערגעזאָגט.
— איז באַטראַכט זיך, מיכל בן שרה־פֿייגל, אפֿשר טאַקע פֿאָרט פֿון שוואַכן זינען, פֿון צער, פֿון ערגער, וואָס דעמאָלט, אויב מע טוט עפּעס ניט רעכט, איז אין אדם נתּפֿס.. .“
— ניין, — האָט מיכל געזאָגט, — ס׳איז בדעה צלולה ומיושבת.3
— איז, הייסט עס, האַלט ער זיך טאַקע פֿעסט ביי זיינעט?
— יאָ, — האָט מיכל ווידער געזאָגט.
— און קיין תּשובה און קיין חרטה דערלאָזט ער ניט? .
— ניין.
— און ער האָט קיין מורא ניט פֿאַרן משפּט אויף דער און אויף יענער וועלט?
— ניין, ווייל ס׳איז נישטאָ פֿאַר וועמען, ס׳איז לית דין ולית דין.. :
— אויב אַזוי... על דעת המקום ועל דעת הקהל...6 פֿושע ישראל איז דיין נאָמען... 'אחר..: חוטא ומחטיא?. ?
— רבי! האָט זיך דאָ דערהערט אַ קול — ניין, נישט איין קול, נאָר פֿיל קולות, געווענדט צו ר׳ דודין, פֿון פֿיל מיילער אַרויסגעקומען, נאָר דאָס סאַמע שטאַרקסטע פֿון זכריה דעם שענקער, וואָס האָט זיך, ווי אַ צעווילדעוועטער בופֿלאַקס, פֿון זיין אָרט אַ ריס געטאָן: — רבי, איין וואָרט, און מיר מאַכן פֿון אים אשפֿה.
— אשפֿה8i — האָט אים יונה אונטערגעהאַלטן, און האָט די הענט וואָס ער האָט זיי אַ שטיק צייט געהאַלטן הינטן, אויפֿן רוקן, איצט אַפֿיר־
1 דער זון.
2 איז דער מענטש נישט פֿאַראַנטוואָרטלעך.
3 מיט אַ לויטערן און קלאָרן געדאַנק.
1 ס׳ניט פֿאַראַן קיין רעכט און קיין ריכטער, ד״ה, קיין גאָט.
5 אין גאָטס נאָמען און אין נאָמען פֿון קהל.
“ געמיינט: פֿררעטער.
י אַליין זינדיק און מאַכט זינדיק אַנדערע.
8 אשפֿה — מיסט.
גענומען, זיך געמאַכט אַרט צווישן עולם און זיך אַ לאָז געטאָן צו מיכלען גאָרניט מיט קיין בשלומדיקער כוונה.
— ניטע! — האָט ר׳ דודי שלאַבעריק אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, געווענדט צו אַלעמען, בפֿרט צו די שענקערס, וועלכע האָבן זיך געוואָלט איינשטעלן פֿאַר אים, זיך אָננעמען זיין קריוודע, און וואָס ווען ער דערלאָזט זיי, אַזוי איז געווען צו זען אין זייערע צענעטטע פּנימער, אַז זיי וואָלטן וואָרט געהאַלטן, און פֿון יענעם, פֿון מיכלען, דאָ אויפֿן אָרט טאַקע, געמאַכט, וואָס זיי האָבן צוגעזאָגט, אשפֿה.
— ניטען זאָל אים קיין האַנט ניט אָנרירן, וידינו לא תהיה כו...1 זאָל אים גאָט צאָלן — האָט ר׳ דודי דעם עולם אויפֿגעהאַלטן, און מיכל איז אַזויערנאָך, ווי ער איז אַריין אַ נישט־אָנגערירטער, אַזוי איז ער אויך אַ ניט־אָנגערירטער אַרויס.
— זאָל אים גאָט צאָלן, זאָל ער זיך מיט אים אָפּרעכענען.
— ניין, מיר, רבי! מירן זיך אָפּרעכענען; — האָבן דאָ זכריהס מיט יונהם קול געשריגן, — מירן
...מע האָט זיך דעם גאַנצן אָוונט דערנאָך נאָך געטומלט און די באַהאַנדלונג ווייטער געפֿירט. מע האָט זיך געהיצט, געטענהט און באַשולדיקט ניט נאָר מיכלען אַליין, נאָר אויך די סעקטע, צו וועלכער ער האָט געהערט, און באַזונדער דעם ראש און אָנפֿירער זייערן, אויף וועמענס קאָפּ ס׳איז די הויפּט־שולד צו וואַרפֿן — אויף לוזין...
מען האָט זיך געקאָכט און געטראַכט וואָס מ׳דאַרף דאָ פֿירנעמען.
— וכערת הדעה... דאָס שלעכטס מיטן וואָרצל אויסרייסן! — האָט געעצהט איינער.
— די נעסט פֿאַרניכטן — אַ צווייטער.
— אויף קיין יידישער שוועל ניט לאָזן — אַ דריטער.
— ס׳איז נאָך ערגער ווי יאָסעלע מגפֿה, יענער איז כאָטש מחוץ למחנה
— אויסער קהל — און די, ווי ווערעם אינעם אייגענעם בויך, — האָט מען געשריגן פֿון אַלע זייטן.
... פֿאַרשטייט זיך, אַז מ׳האָט געפּועלט. געשריגן האָט מען ביי ר׳ דודין אין שטוב, און דערהערט האָט די גאַנצע שטאָט... פֿאַרשטענדלעך אויך, אַז ביז וואָס־ווען, ביז מ׳האָט באַוויזן זיך צו דערקלייבן צו אַלע איבעריקע שולדיקע, האָט מען זיך צו מיכלען אַליין דערקליבן קזוין. וואָס אַ טאָג האָבן ביי אים אַלס מער תלמידים אין דער פֿרי גענומען אויספֿעלן, ביז איינעם אַ טאָג איז שוין געבליבן איינער, אי דאָס אַזאַ, וואָס האָט, פֿון
1 אונדזערע הענט זאָלן אים ניס אָנרירן...
גרויס אָרעמקייט, סיי ווי קיין שכר־לימוד ניט געצאָלט, און אויף מאָרגן, נאָך יענעם טאָג האָט שוין דער איינער אויך געפֿעלט.
דאָס האָט געשמעקט מיט שטיל־שטאָטישן חרם. אויף מיכלס שטוב, אויף זיין ווייב און קינדער, האָבן זיך גלייך די פֿאָלגן אָפּגערופֿן. זיין שטוב האָט אָנגעהויבן פּראַווען תעניתים, און דאָ איז נאָך אַ צופֿאַל געשען, אַ ביטערער, אַן אומגליקלעכער, וואָס גוטע פֿרומע לייט האָבן אין אים דערנאָך געוואָלט זען גאָטס האַנט, וואָס צאָלט כּלומרשט, פֿאַר געוויסע מעשים אויפֿן אָרט און מזומן, ווען אין דער אמתן האָבן זיי, אָט די גוטע פֿרומע לייט, דאָס בלויז פֿאַר זייער אַן אייגן פֿאַרדינסט באַדאַרפֿט פֿאַררעכענען...
ס׳האָט זיך אָנגערוקט דער ווינטער, אין מיכלס שטוב איז קיין הייצונג ניט געווען. דערצו נאָך האָט צו יענער צייט גענומען אומגיין אַ שלאַפֿקייט, וואָס קומט כסדר סוף האַרבסט צו באַזוכן קבצנישע הייזער, וואו ס׳געפֿינט דעם גינסטיקן באָדן פֿאַר זיך אויפֿגעאַקערט.
ס׳האָט זיך אַריינגעכאַפּט צו מיכלען. דעם ערשטן האָט דאָס אַוועקגעלייגט זיין עלטער יינגל, כערלען, דעם געברעכטן און מיט די אָנגעדראָלענע פֿיס. פֿון אַרבעטן פֿון דער יוגנט אָן ביים שלייפֿער, און קיין ראַטונעק איז ניט געווען — קיין דאָקטער, קיין רפֿואות, און פֿון די פֿענצטער האָט געבלאָזן און דעם חולה אין כעט אַריינדערלאַנגט, האָט ער זיך נאָך מער פֿאַרקילט, ניט אויסגעהאַלטן און אַוועקגעשטאָרבן.
ס׳איז אויף קבורה נישט געווען, און מיכל בוקיער האָט זיך לאַנג געדונגען מיט חברה־קדישא, דערנאָך מיטן הויפּט־גכאי אַליין, צו וועלכן ער איז געלאָפֿן, און יענער האָט אים אַלץ אָפּגעלייגט, זאָגנדיק, אַז מתים' האָט ער גענוג, ס׳איז דאָ בילכערס, און ער מוז מיט זיינעם אויסוואַרטן. מ׳ד״אָט אים קוים, ערשט דעם צווייטן טאָג אויף דער נאַכט, פֿון שטוב פֿאַרנומען.
פֿון גרויס גליק האָט זיך מיכלס צווייט יינגעלע, זיין יאַנקעלע, וואָס האָט געאַרבעט ביי אַן איינבינדער אָנגענומען פֿון עלטערן, און ווי נאָר מען האָט יענעם פֿון שטוב אַרויסגעטראָגן, אַזוי איז יאַנקעלע איינגעפֿאַלן און האָט יענעמס נאָך כּמעט ניט אָפּגעקילט בעט פֿאַרנומען... .
ס׳האָט נישט געדויערט קיין סך, און דער .צווייטער, יאַנקעלע, האָט געענדיקט מיט דעם, וואָס דער ערשטער — בערל — מיט טויט און מיט מיכלס אומלויפֿן צו חברה־קדישא', אַז מען זאָל אים טאָן די טובה און מע זאָל צונעמען אויך דעם צווייטן.
און דעמאָלט, אַז ס׳האָט שוין געהאַלטן ביים צווייטן קינד, האָט מיכלס ווייב די האָר אויף זיך געריסן, פֿון גרויס צער פֿון אַ מוטער בכלל, ווען מ׳דאַרף איר פֿאַר אַזאַ קורץ שטיקל צייט דעם צווייטן זון פֿון שטוב אַרויסטראָגן אַ און בפֿרט פֿון דעם, וואָס זי האָט געהאַלטן, אַז דער טויט ↰ 47 איז ניט נאַטירלעך, גאָר אַ שטראָף פֿון גאָט זייער טאַטן מיכלען פֿאַר זיינע פֿאַרשאָלטענע מעשים, וואָס ער וואָס די לעצטע צייט אָפּגעטאָן, זי האָט געשריגן און געגוואַלדעוועט, מער ווי אויף די טויטע, אויפֿן לעבעדיקן מיכלעןן
— גוואַלד: קוילער: גזלן! מלאך־המוות פֿון דיינע קינדער! לויף צו יידן, לויף צו קהל, צום רג, און זאָל מען אָפּשטעלן דאָס פֿייער... בעט רחמים.
דערויף האָט איר מיכל גאָרנישט געענטפֿערט. ער איז געשטאַנען פֿאַרשטיינערט און געקוקט אויפֿן מת, וואָס איז געלעגן אויפֿן אָרעמען פֿאַל, אויף שטרוי אונטערגעכעט, מיט צוויי אָרעמע לייכטער מיט ליכט צוקאָפּנס, און יעדער מאָל, ווען דאָס ווייב האָט עפּעס אויסגעשריגן און זיך געווענדט צו אים מיט איר בראָך און טענות, האָט ער אויך איצט, אַ סנרה, געוואָלט צוגיין צום מת צוקאָפּנס, און אויך די מתים־ליכט אויסלעשן. ער האָט דאָס אָבער ניט געטאָן, ווייל פֿאַרשטיינערט...
און דאָס איז די ערשטע שטראָף, — האָט די שטאָט געשמועסט, —
און געוויסע פֿרומע לייט האָבן שטילערהייט די גאָטפֿאָרכטיקע הנאה געהאַט, זעענדיק, ווי געזאָגט, אַז גאָט לייגט ניט אָפּ און צאָלט אויפֿן אָרט... און וואָס ווייטער, און ווי אַזוי מענטשן האָבן אַליין געדענקט צו באַצאָלן און זיך אָפּרעכענען מיט די, וואָס זיינען ווערט די שטראָף, וועלן מיר שפּעטער זען און אויפֿן געהעריקן אַרט באַריכטן.
2
ווי מיר געדענקען, איז איינמאָל אין אַ געוויסן אויפֿדערנאַכט, ביי לוזין אין שטוב אָפּגערעדט געווען, אַז משה מאַשבערס הויז זאָל איבערגע־ שריגן ווערן אויף סרוליס נאָמען, צוליג געוויסע צילן... דאָס איז אָפּגע-טאָן געוואָרן דורך משה מאַשבערס פֿאַרטרויאונגס־מאַן און אַדוואָקאַט אי-ציקל זילבורג, וועלכער האָט אויסגענוצט אַלע זיינע פֿאַך־קענטענישן, כּדי נישט איבערצולאָזן קיין שום שפּאַלט און שפּעלטעלע און קיין איין פּונקט פֿונעם אָפּמאַך, דורך וועלכן אַ זייטיקער בעל־חוב זאָל קאָנען, וואו ניט איז אָדער ווען ניט איז, דורכקריכן מיט אַ וואָסער גיט איז טענה־ומענה.
אין אָפּמאַך איז געווען געשריגן ־ „דעם און דעם טאָג, פֿון דעם און דעם חודש, אין דעם און דעם יאָר גייט איבער דאָס הויז פֿון משה מאַשבער, מיטן פּלאַץ, אויף וועלכן ס׳געפֿינט זיך, צוזאַמען מיטן הויף, מיטן סאָד און מיט אַלע אַנדערע גענויען, ווי קאַמערן, שטאַלן וכדומה — פֿון דאַן און ווייטער אין רשות פֿון דעם נייעט אייגנטימער, פֿון סרולי גאָל, פֿאַר אַ געוויסער סומע (אָנגעוויזן די גרויס), וועלכע דער נייער אייגנטימער, סרולי גאָל, האָט אויסגעצאָלט מזומן דעם אַלטן — משה מאַשבער... געחתמעט פֿונעם לעצטן און נאַטאָריאָל־באַשטעטיקט און געשטעמפּלט, אַז קיינע ענדערונגען און ↰ 48 חרמות קאָנען שוין דאָ ניטי געמאַכט ווערן און ניט פֿאָרקומען, סיידן נאָר מיט גוטן ווילן און מיטן הסכם פֿונעם צווייטן צה פֿונעם נייעם אייגנטימער, פֿון סרולי גאָל...
איז אָט, אַז סרולי גאָל האָט אַריינבאַקומען אָט דעם אָפּמאַך — אויסגעפֿאַרטיקט, ווי געזאָגט, דורך דער געניטער האַנט פֿון איציקל זילבורג, וועלכער האָט די גאַנצע צייט, בעת ער האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט אים ביים נאַטאָריוס, נישט געקוקט אין די אויגן נישט סרולין, און אַוודאי נישט משה מאַשבערן, וועלכער האָט אויסגעזען ווילד פֿאַרחושט און דערשלאָגן—האָט זיך סרולין אין דער ערשטער מינוט געדאַכט, אַז ער פֿילט אַ ביסל נעץ פֿון עפּעס אַ טרער, וואָס משה מאַשבער האָט אויף דעם פּאַפּיר יאָ, אָדער מעגלעך, אויך נישט — אָפּגעלאָזט, אָבער וואָס אין די אויגן ביי אים האָט ער זי זיכער געזען — די טרער.
ווי סרולי האָט דאָס ניט פֿאָראויסגעזען און געצילט דערצו, איז אָבער איצט אַז ער האָט באַקומען דאָס געצילטע אין האַנט אַריין, אַזוי האָט ער זיך גלייך אָפּגעקערעוועט פֿון צו קוקן אויף משה מאַשבערן, און אויך אַפֿילו אויף איציקל זילבורג, און אָן אַ זיי־געזונט און גיט זאָגנדיק קיין וואָרט, האָט דאָס הויז פֿון נאַטאָריוס פֿאַרלאָזט, דער שוועל זיין שטומען רוקן געוויזן, און — דאָס צווייטע מאָל פֿאַר זינט מיר קענען אים — האָט זיך היינט אין שענק אַוועקגעלאָזט.
דאָס מאָל אָבער ניט צו שלום אהרונען אין וויין־שענק, ןוייל שלום־אהדונען האָט ער געדענקט ניט צום איבעריק גוטן נאָך פֿונעם ערשטן מאָל, ווען ער האָט זיך מיט אים גאָרניט נשלוס אויסגעהאַנדלט. אויך צו זכריה דעם שענקער — ניט, ווייל דאָרט איז אַ שטיי־שענק, ד״ה אַן אָרט נאָר אויף איבערצוכאַפּן, אָבער אויף לענגער צו פֿאַרברענגען איז דאָרט צו ענג און קיין פּלאַץ ניטאָ. איז ער דערום אַוועק צו יונה שענקער, וואָס כאָטש צוגיין אַהין איז ווייט, אָבער דערפֿאַר וועט ער, גייענדיק אַהין, קאָנען האַלטן אין זינען משה מאַשבער און זיך פֿאַרשטעלן, ווי אַזוי יענער האָט אויסגעזען ביים נאַטאָריוס בעתן אויספֿאַרטיקן דעם אָפּמאַך, און ווי איצט — שוין נאָך דעם.
ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, ווי צווישן אַלע איבעריקע געדאַנקען משה מאַשבערס, קומט אים איצט געוויס אויף דער געדאַנק וועגן צאַלי דערבא-דעמדיקער... מ׳דערציילט וועגן יענעם, אַז יעדערס מאָל, ווען עמעצער אין שטאָט האַלט ביי אָנזעצן און מאַכט הכנות איבערצוטרעטן זיין קלייט, קראָם אָדער אַנדערע געשעפֿטן צו אַן אַנדערן; און ווי געוויינלעך ווערן דאָך אַזוינע זאַכן געמאַכט ביינאַכט, ווען קיינער זעט ניט, און ווען ביי איינעם אַ לאָמפּ, אָדער אַ ליכט, ווערן דעמאָלט אין קראָם די סחורות גע. פֿאַקט, געוואויבן, געמאָסטן, איבערגעציילט און איבערגערעכנט, איידער זיי ↰ 49 דאָר6ן איבערגיין אין רשות פֿון נייעם באַלעבאָס אַ — איז אָט דעמאָלט, דערציילט מען, דערהערט זיך מיטאַמאָל אַ קלאַפּ פֿון דרויסן... מ׳דערשרעקט זיך, אָבער מ׳שטויסט זיך גלייך אַן< ווער ס׳איז דער פּאַרשוין, וואָס ווייסט זיך צוצושטעלן אין אַזאַ סודותדיקער שעה — אַז דאָס איז צאַלי, וואָס דאַרף אַלע מאָל ביי אַזאַ געהיים שטיקל אַרבעט אַריינכאַפּן זיין חלק, — אַנדערש שרעקט ער, גייט ער דערציילן, אַנדערש, וועט ער באַלד אַהער אַלע בעלי־חובות צונויפֿרופֿן, אַנדערש, איז ער פֿאַראָפּאַלגע די גאַנצע שטאָט אויפֿוועקן, מאַכן אַ גוואַלד און אַן אויפֿגעלויף... מע ווייסט דאָס. און אַז ער קלאַפּט אָן און מ׳עפֿנט אים אויף, קומט ער ניט אַריין אינעווייניק, נאָר שטעקט אַריין די האַנט דורך דער שפּאַלט פֿון טיר און מע ווייסט שוין ווידער, וואָס די האַנט פֿאָדערט: לא־יחרץ 1־געלט... מ׳לייגט אין איר אַריין אַזוי פֿיל, וויפֿל מ׳מיינט, אַז ס׳וועט גענוגן, אָבער יעדערס מאָל כאַפּט צאַלי אַ קוק דורכן שפּאַלט אויף דעם געגעבענעם און גיט אַ זאָג: „ווייניק”... ווייסט מען שוין, אַז מען דאַרף דערלייגן, אַנדערש, גייט ער ניט אַוועק, אַנדערש, קאָן ער נאָך לענגער שטיין מיט דער האַנט אַריינגעשטרעקט, וואָס דאָס איז דעמאָלט; אין ביינאַכט, ביי אַן איינציק־אָנגעצונדענעם לאָמפּ אָדער ליכט אין קראָם, גאָרניט אָנגענעם און ווייניק וואָס געוואונטשן.
יאָ, משה מאַשבער זעט שוין איצט געוויס צאַלי דערבאַרעמדיקערס האַנט צו אים אויסגעשטרעקט... אויך זעט ער פֿאַר זיך שלום שמאַריאָן, וואָס כאָטש יענער אָן אַ האַנט, כאָטש יענער, דאַכט זיך, אַלע מאָל ביי אַ פּאַרקן פֿון עניוות און פֿון ניט וועלן מ׳זאָל זיין פֿרום קרום קעפֿעלע אַרויסזען, דאָך מאַכט ער דאָס ניט ערגער פֿון אַ צאַלין און אין געגעבענעם פּאַל, דאָ מיט משה מאַשבער, האַלט שלום אַ לאַקערדיק אויג אויף זיין קאָנטאָר, אַז טאָמער וואָס, טאָמער הויבט זיך אָן, זאָל ער זיין דערביי, זאָל ער ניט £ארשפּעטיקן און דעם נויטיקן מאָמענט ניט דורכלאָזן...
משה מאַשבער, — האָט סרולי ווייטער געטראַכט — ווייסט שוין געוויס, אַז אויך אַזוינע ווי „קעצעלע, דרייען זיך שוין די לעצטע צייט אַרום זיין שטוב און.קאָנטאָר, כּדי ניט צו פֿאַרשלאָפֿן די גסיסה און אין געהעריקן מאָמענט אַריינצוכאַפּן, וואָס געהעריק... זיי טוען דאָס אָדער אַליין, אָדער זיי האָבן זיך זייערע אָנגעדונגענע, ווי אַ שמואַלעקל שלעגער, וואָס היטן, וואַכן, און וואָס איבער דעם, אַז משה מאַשבער גייט די לעצטע צייט פֿון קאָנטאָר אַהיים, ווי און דער היים אין קאָנטאָר, קערט ער זיך אַלע וויילע מסתם אום, ווי ער וואָלט זיך ריכטן, אַז אַן אומגעריכטער, אַ נישט־געוואונטשענער זאָליאים אין די פּלייצעס אָניאָגן מיט אַ שלעכטן רוף, מיט אַ שלעכטן וואָרט, אָדער, נאָך מיט ערגערס.
1געלט פֿאַר ניט בילן, הייסט עס.
אָט אַזוי האָט סרולי, גייענדיק צו יונתן, וועגן משה מאַשבער געטראַכט, און אַז ער איז, לסוף, אַריין אין שענק, און זיך געהייסן דערלאעען, וואָס מ׳פֿאָדערט אין אַ שענק, האָט ער גענומען טרינקען אי פֿאָר זיך אי פֿאַר משהן, ווי ער וואָלט אים אָדער געהאַט פֿאַר אַ לעבעדיקן שותּף ביי דער זייט, אָדער ווי ער וואָלט חוץ זיין אייגענעם קאָפּ אויך יענעמס אויף זיינע אַקסל געטראָגן.
מ׳דאַרף קלערן, אַז יונה האָט געוואוטט סרוליס אַרט־פֿאַרנעם אין שטאָט 2ריער גיי אַלעמען און דאָס אָרט, וואָס ער פֿרנעמט איצט באַזונדערס ביי לוזין... און דערום, אַז ער האָט אים דערזען אונטער זיין דאָך פֿאַר אַ גאַסט אָנקומען, האָט ער זיך עפּעס דערפֿרייט, נישט וויסנדיק נאָך אייגנט־ לעך, וואָס צו טאָן מיט אים, און צי איז שוין די צייט דערויף, אָבער דאָך מיט אַ געפֿיל פֿון אַ יענער, וואָס דערפֿילט אַ געפּאַנג צו זיין כאַפּ־שטייגל נאָענט...
אַז סרולי האָט איין מאָל און צוויי מאָל אויסגעטרונקען, האָט ער אויך איצט, ווי אַמאָל ביי שלום־אהרונען אין וויין־שענק, גענומען רעדן און זיך דורכשמועסן מיטן גלעזל... ער האָט גערעדט, און יונה האָט אַ וואונק געטאָן צו דעם איינציקן פּאַרשוין, וואָס האָט זיך גראָד דעמאָלט אין שענק געטראָפֿן, אַז יענער זאָל זיך אונטעררוקן און, ווי ווייט ער קאָן, צו סרוליס ווערטער זיך איינהערן.
דער פּאַרשוין — אַ גאַלאַנטאָן, אַ ליידיקגייער, מיט אונטערגעהויבענע אַקסל און מיט אַ געוויסן קוק פֿון אונטער אַן אַראָפּגערוקטן דאַשעק, האָט אויף יונהס באַפֿעל זיך צוגערוקט צו סרולין, און, אַ וואונק טוענדיק צוריק צו יונהן, האָט ער אים, ווי פֿאַרזיכערט, אַז ער מעג רואיק זיין: דער פֿויגל פֿיקס, הייסט עס, און אַז וואָס פֿאַר אַ וואָרט יענער וועט נישט אַרויסלאָזן, וועט עס פֿאַרן פּאַרשוינס אויער ניט פֿאָרלוירן גיין.
שוין פֿון לאַנג אָפּגעוואוינט פֿון טרינקען, און דער עיקר נאָך דער־
אָאד, וואָס סרולי האָט איצט, ווי געזאָגט, צוויי קעפּ אויף זיך געטראָגן — זיינעם און משה מאַשבערס — האָט ער דערום, ווי נאָר ער האָט די ערשטע פֿאַר כוסות אַריעבאַקומען, באַלד שוין ביידע קעפּ צוזאַמענגעמישט געהאַט, און האָבנדיק נאָר איין צונג אין מויל, האָט ער 0אר ביידע מיט אַמאָל גענומען פּלאָנטערן און אַ האַלב־שיפֿורע רעדע האַלטן.
— טאָמער ווייסטו, צו וואָס האָט אים די גאַנצע מעשה געטויגט? מע וואָלט געקאָנט מיינען אַ אַ קוילער, אַ גזלן, וואָס קילט זיך ניט, ביז ער זעט ניט יענעמס בלוט אויף: דער סטעזשקע, אָדער, אַז ער טראָגט נאָך אַלץ דעם האַס פֿאַר דער באַליידיקונג, וואָס ער קאָן ניט פֿאַרגעסן און ניט מוחל זיין... אַז ס׳הייבט זיך גאָרניט אַןו אסורו... ניין, ניט קיין גזלן איז ער, סרולי, אויך די באַליידיקונג שפּילט דאָ קיין ראָליע. ער שווערט ↰ 51 זיך ביי דער משקה, וואָס ער טרינקט, אַז ניט דאָס איז די סיבה. די סינד. איז, מעגלעך, גאָר דאָס, וואָס מע האָט אים, סרולין, פֿון אויבן, באַשטימט פֿאַר יענעמס לעבעדיקער שטראָף, און אַז ער פֿירט דאָ אויס, אָן זיין. אייגענעם ווילן, דאָס, וואָס די בייטש פֿירט אויס אין דער האַנט פֿון דעם, וואָס שמייסט מיט איראַ ער איז די בייטש פֿון דער השגחה. און אויב אַזוי, שווערט ער ווידער ביי דער משקה, אַז ס׳איז אפֿשר שוין גענוג געשמיסן... האָז ער האָט משהן איין מאָל געזען ביים ברודער אין אַ געוויסער לאַגע, ער האָט זיך אים אויך פֿאָרגעשטעלט, ווען שמואַלעקל שלעגער איז צו אים געקומען מיטן געוויסן באַזוך, וואָס ווי שמואַלעקל האָט אים דערנאָך דערציילט, האָט ער זיך געמוזט פֿריער גוט אָנשיכּורן, איידער ער האָט זיך געלאָזט אין „קעצעלעס, שליחות, און אָט ווי ווייך ער איז זיך דעמאָלט גיט באַגאַנגען און זיך ניט געהאַלטן אין משה מאַשבערס שטוב, האָט ער דאָך מיט אַ שיכּורער פֿויסט געמאַכט קלינגען אַלץ, וואָס אויפֿן טיש, דאָס גאַנצע גלאָז אין די שאַפֿעס און אין די פֿענצטער די שויבן. נו, און היינט אָט דער אָפּמאַך, וואָס ער, סרולי האָט אים איצט ביי זיך אין קעשענע ליגן, וועלכער האָט אים געדאַכט צו זיין עטוואָס נאַסלעך פֿון אַ טרער, וואָס משה מאַשבער האָט אויף אים — יאָ, אָדער ניט — אָפּגעלאָזט, אָבער וואָס אין די אויגן ביי יענעם האָט ער זי, זיכער, געזען — די טרער. און אויב אַזוי, איז אפֿשר גענוג דיר,? סרולי, צו זיין די בייטש: און אפֿשר האָט שוין יענער זיין פֿוס ביזן דנאָ אויסגעטרונקען, און אפֿשר וואָלסטו אים איצט געשטעלט אַ נייעם צו זיין טרייסט?
— האַז — האָט זיך סרולי דאָ געווענדט צו משה מאַשבער און ווי געפֿרעגט אַ הסכמה אויף זיין פֿאַרשלאָג.
— יאָ, האָט אים געדאַכט צו באַקומען אַן ענטפֿער פֿון יענעם, און ער האָט זיך אויסגעקערעוועט צום פּאַרשוין, וועלכן ער האָט גראָד געפֿונען אונטער זיך זיצן, און מיינענדיק אין טעות, אַז ער איז אַ שענק־משרת, האָט ער זיך געווענדט צו אים, ער זאָל זיין אַזוי גוט, און נאָך איינע אַ גלאָז דערלאַנגען: ער דאַרף — וועמען ער דאַרף — זיינעם אַ נאָענטן מכבד זיין.
— הא; וואָס רעדט ער דאָרט: — האָט יונה אַ פֿרעג געטאָן דעם פּאַרשוין, וואָס איז אונטערגעקומען אין סרוליס שליחות.
— כ׳פֿאָרשטיי גיט אַ וואָרט, ער וויל אַ גלאָז — האָט דער פּאַרשוין געענטפֿערט און דערביי האָט ער אַ וואונק געטאָן מיט אַן אויג, און מיט אַ פֿיק פֿון אַ פֿינגער אין דער רעכטער זייט גאָרגל האָט באַוויזן אויף סרולין, אַז ער איז שוין פֿאַרטיק, הייסט עס, פֿאַרקנאַקט...
— גיי, גיב אים און הער ווייטער.
—. צו וואָס?
.ל- מ׳דאַרף, און אַז מ׳הייסט, פֿאָלג.
אַז יענער האָט דערנאָך סרולין געבראַכט, וואָס סרול האָט פֿאַרלאַנגט פֿון אים, האָט סרולי אים אַ וויילע פֿאַרוואונדערט אָנגעקוקט, שוין נישט געדענקענדיק, וואָס ער האָט ביי אים בריער אַ מינוט געפֿאָדערט. און אַז יענער האָט אַ זאָג געטאָן: „אַ גלאָז... אַ גלאָז האָט איר געבעטן...”, האָט זיך סרולין גלייך דערמאָנטן יאָ, ריכטיק... און ער האָט שוין מיט פֿולע איבערגייענדיקע אויגן גענומען אָנגיסן אַ פֿולע איבערגייענדיקע גלאָז, קלאָמפּערשט, פֿאַרן צווייטן, פֿאַר יענעם, פֿאַר משה מאַשבער, וועלכן ער האָט אַקערשט שיער שוין גיט פֿאַרגעסן.
ס׳איז געווען שטיל אין שענק. נאָך האַלבן טאָג. קיינער, אויסער יונהן, וואָס איז געשטאַנען אונטערן פֿאַרקויף־טיש אין הוילע העמד־אַרבל, און אויסער אויך דעם ליידיקגייערשן אונטערוועלט־פּאַרשוין, האָט זיך איצט קיינער אַהין ניט געוויזן. און סרולי, וואָס איז שוין געווען היפּש בגילופֿין און האָט שוין אַלע מאָל דורכגעפֿירט אַ פֿינגער פֿון זיין רעכטער האַנט פֿאַר זיינע אייגענע אויגן, ווי ער וואָלט זיך אַליין פֿאַר עפּעס געוואָרנט, און באַלד טאַקע פֿאַרגעסן אי די וואדנונג, אי דעם פֿינגער, — סרולי, אַז ער האָט באַקומען פֿון יונהס פּאַרשוין די גלאָז און האָט זי אָנגעפֿילט פֿאַרן צווייטן, פֿאַר דעם, וואָס האָט אים געדאַכט אַנטקעגן זיך אויף אַ בענקל צו זיצן, האָט דעמאָלט אַ זאָג געטאָן, איינלאַדנדיק דעם צווייטן.
— טרינקט און וויינט ניט, משה מאַשבער, ווייל דער שמייסער האָט דאָ, דאַכט זיך, ניט געמיינט גאָר אייך, נאָר אין אייער געשטאַלט, אַלע אַנדערע אייער גלייכן: — אַ מין רמז, ווי אַזוי די פֿון אויבן קאָנען זיין אונטן און די אונטערשטע — אויבן... וואָס־זשע געהער אים, סרולין, דער רוט פֿונעם שמייסער, איז זאָל ער גלויבן, אַז ס׳איז אים גאָר אַ קליינער כבוד אויסצופֿילן יענעמס שליחות און דינען פֿאַר אַ זאַך, וואָס מ׳גייט זיך מיט איר דורך איבער גאָרניט קיין ככבודיק אָרט, זאָל זיין אַפֿילו פֿון אַ גאָר ככבודיקן מענטשן... ס׳שטייט אים גאָרניט אָן, און ער האָט קליינעם נחת דערפֿון, און אויב ער וויל וויסן, דער, וואָס זיצט אים איצט אַנטקעגן — משה מאַשבער — האָט ער סרולי, דאָס אַלץ געטאָן און זיך אַ שטיק אין זיין גורל אַריינגעריסן, כּדי, פֿאַרקערט, אַרויסצורייסן אַ שטיק רוט פֿון דער האַנט פֿונעם שמייסער, פֿון דער השגחה, הייסט עס, וואָס אויף איר טראָגט ער, סרולי, זינט ער איז צו זיין שכל געקומען, דאָס אמתע האַרץ... זעענדיק, ווי זי הויכט מענטשן אומזיסט און וואַרפֿט מערכות מוראדיק, האָט ער זיך איר איין מאָל געוואָלט שטעלן אין וועג, פֿעלנדיק קעמפֿן קעגן איר אומפֿאַרמיידלעכקייט און זי ניט דערלאָזן צו קיין ווילקיר... און אפֿשר האָט ער דאָס געטאָן ניט צוליב אים, צוליב משהן, נאָר צוליב זיין ברודער לוזין, וואָס (אַ סוד דאַרף אים דאָ זאָגן) יענער איז אים זייער און זייער טייער... הא: ↰ 53 — וואָס האַקעט ער דאָרט? — האָט יונה אַ פֿרעג געטאָן מיט אַ וואונק ביי זיין אונטערגעשיקטן פּאַרשוין. ער האָט זיך ניט באַגנוגנט מיטן וואונק און איז גלייך אַרויס פֿון אונטער זיין פֿאַרקויף־טיש אין די העמד־אַרבל און צוגעגאַנגען צום אָרט, וואו סרולי איז געזעסן און געטרונקען און געפֿירט דעם געשפּרעך מיט זיך אַליין.
— ער פֿאַרשטייט גיט אַ וואָרט, עפּעס בעבעט ער דאָרט מיט איינעם, מיט אַ משה מאַשבער, עפּעס זאָגט ער! אַ סוד — אַ לאָך, בייטש, רוט, שמיץ, שטעקעלע און די כאָליערע ווייסט וואָס.
— פֿאָרשטייסט ניט? איז לאָז מיך — האָט יונה יענעמס אָרט פֿאַרנומען, זיך צוגעזעצט און צו סרוליס רייד אַן אויער צוגעלייגט.
— אַזוי, — האָט סרולי, 'נישט קוקנדיק, וואָס הינטער זיינע פּלייצעס טוט זיך, פֿאָרגעזעצט, — אַזוי, אַז אַ רוט צו זיין, אין וועמעס האַנט ס׳זאָל ניט זיין, האַלט סרולי פֿאַר זיך פֿאַר גאָר אַ קליינעם בבוד, און געמיינט האָט ער דאָ — זאָל משה מאַשבער, וואָס זיצט איצט אַנטקעגן אים, וויסן — ניט קיין קאַפּריז און צו להכעיס אויספֿירן, נאָר דאָס, וואָס איז אַמאָל צווישן זיי אין לוזיס שטוב געווען אָפּגערעדט... איי וואָס, .ס׳שטייט אים נישט אָן, ס׳אַ ירידה, און וואָס וועט די וועלט זאָגן, און ער, משה אַליין, האָט שוין דערפֿאַר קיין ווערטער ניט, נאָר טרערן, — איז נאַ, מילא, מען האָט שוין געזען ערגערם: מען האָט שוין געזען אַזוינע, וואָס האָבן גאָר קיין מאָל ניט געהאַט וואָס אָנצואווערן, און אויך אַזוינע, וואָס זיינען אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אַ פֿיל העכערער הויך, פֿון וועלכער ער, משה, פֿאַלט איצטער... אַלנפֿאַלס, פֿאַר אַזוינע, ווי ער, ווי סרולי, זיינען אַזוינע זאַכן אַ קליינע תּפֿילה. און אַלנפֿאַלס זאָגט ער אים צו — כאָטש ער איז קיין גאָט ניט — אַז זיין געוויין וועט ערגעץ דערהערט ווערן...
— האַ, ער וויינט ווייטער? נו, איז אַ סימן, אַז ער האַלט שוין ווייט, אַז ער איז באַטרונקען, האָט דעם קאָפּ פֿאַרלוירן און דאַרף זיך גיין צו־ שפּאָרן — ער, משה, ניין, ניט משה, נאָר טאַקע ער, סרולי, וואָס אַניט וועט מען דאָ אין שענק אים אָננעמען פֿאַר שיכּור און האָבן אַ שלעכטע מיינונג וועגן אים.
— האַ, — האָט ער זיך אויסגעדרייט און דערזען אַ פּאָר פּאַרשוינען הינטער זיך — יוגהן מיט זיין שותּף — האַ, יידן, וואָס וועט איר זאָגן מכּוח זיך צולייגן? מכּוח דאָ, ביי אייך טאַקע, אויב מ׳קאָן זיך אַהיים שוין נישט דערקלייבן?
— פֿאָר וואָס ניט? — האָט יונה אַ זאָג געטאָן — אויב ער האָט נאָר געלט צו באַצאָלן פֿאַר קאָפּ און קישן און פֿאַר נאַכטלעגער.
— ער האָט, אַוודאי האָט ערו וואָס־זשע, אָן געלט? — האָט סרולי זיך גענומען צעצאָלן, אי ערשטנס, פֿאַרן געטראַנק, וואָס ער האָט געטרונקען, ↰ 54 אי צווייטנס, פֿאַרן געלעגער, וואָס מע וועט אים דאָ, באַלד, טאַקע אוי6ן אָרט, פֿאָרלייגן.
ער האָט געצאָלט און איבערגעצאָלט, נאַטירלעך, און אויך נאָכן איגעדצאָלן איז אים אין דער האַנט נאָך געבליבן אַזוי פֿיל, אַז ביי דעם יוגהס פּאַרשוין האָבן זיך די אויגן צעפֿינקלט, וו* ביי אַ קאַץ אין דער פֿינצטער, זעענדיק, אַז ער קאָן דאָ אַריינבאַקומען, אָן שום ריזיקע, דאָס, אין וואָס אַזאַ איינער נויטיקט זיך באַשטענדיק — געלט.
— פֿיר אים אָפּ צו ברכהן, — האָט יונה אַ זאָג געטאָן צום פּאַרשוין, און יענער האָט סרולין פֿאַר אַ האַנט אָנגענומען, ווייל סרולי האָט, פּרואוונדיק זיך אויפֿשטעלן און פֿון בענקל אויפֿהויבן, זיך גלייך געמוזט צוריק אַראָפּ־ לאָזן, נישט האָבנדיק קיין כּוח און דעם נויטיקן גלייכגעוויכט.
— טו מיט אים וואָס דו ווילסט, נעם, וואָס דו דאַרפֿסט, נאָר אַרויסלאָזן זאָלסטואים אַזוי און אַזוי: מיט קלעזמער און מיטן טשאק... — האָט יונה זיין פּאַרשוין אָנגעזאָגט, האַלב מיט ווערטער, האַלב מיט וואונק, וועלכע יענער, ווייזט אויס, האָט, ווי געהעריק, פֿאַרשטאַנען...
ברכה האָט געוואוינט נישט ווייט, אין אַן עק פֿון דריטן רינג, אין אַ הינטערגאַס פֿאַרוקט, וואו די הייזער האָבן זיך געפֿונען אין גרויסע הויפֿן, וואָס האָבן אויסגעזען, ווי פּוסט־פּלעצער, און וואָס, שטייענדיק אונטער זייערע פּאַרקנס, האָט מען נישט געקאָנט גלויבן, אַז דאָרט, אין אַזאַ פֿאַררוקטקייט, איז ווער געווען אַ בעלן זיך בויען אַ שטוב, אָדער אַ וואָסער גיט איז אַנדער בנין.
יענער העק האָט געדינט פֿאַר אַ שוץ־ערטל פֿאַר אַ פּערעלען און פֿאַר דער אַליאוועכן, וועגן וועלכע מיר האָבן שוין איין מאָל דערמאָנט, וואָס טוען זייערע געשעפֿטלעך אין דער פֿינצטער און וואָס ווייטער פֿון אַ מענטשנס אויג פֿאַרשטעלט. דאָרט האָט מען אויסגעהאַלטן די מיידן, וואָס ,אויף דער צייט” כיזן „האכך; דאָרט פֿאַר אַליאוועכן דאָס געבענטשטע אַרט אויף צו קאָנען זיך באַגיין מיט אירע „פֿיטיוקלעך, און „ממזרים”, ווי זי פֿלעגט זיך באַגיין מיט אַזוינע, ד״ה מיט האַלטן זיי אויף אַזוינע מינים קעסט, אַז זיי פֿלעגן גיך געל און גרין ווערן און אָן לאַנגע שהיות אָפּגעבן די נשמות, כּדי צו באַפֿרייען זייערע געלעגערלעך פֿאַר אַנדערע, וואָס קומען זיי פֿאַרבייטן.
אָט דאָרט האָט געוואוינט אויך כרם־: — כרכה די באַנדערקע, ווי מ׳פֿלעגט זי רופֿן — נישט, ווייל איר מאַן איז אַ באַנדער, גאָר דאָס איז אַ שאַנד־נאָמען, וואָס שטאַמט פֿון איר שעגדלעכער פּרנסה, און וואָס דעם אייגנטלעכן באַטייט פֿון דעם וואָרט, ווילן מיר, איבער געוויסע טעמים, דאָ ניט דערקלערן.
כקיצור, ביי ברכהן אַ „הייזל, וואו מערסטנטייל שבת, יום־טוב פֿלעגן זיך ווייזן, אַמאָל איינציקווייז, אַמאָל גאַנצע כינטלעך, יוגנטלעכע באַל-מעלאָכעס, צוליב וועלכע אייניקע באַשטענדיקע „מיידלעך, זיינען אויסגע־ האַלטן געוואָרן אויף קעסט און מיט דירה. און אויב די שטענדיקע האָבן אַמאָל ניט געניגט, אַזוי פֿלעגט זיך ברכה ווענדן אויך צו פּערעלעס און אַליעוועכעס אַמען און ערב־אמען פֿאַר אַ קליין געצאָלט נאָך מיטהילף...
. די פֿאָדער־שטוב האָט געשמעקט טוכלע, ווי אַ פֿאַרלאָזטער שענק; די ווענט ניט געטינקעוועט, אָדער דער טינק שוין לאַנג אָפּגעריבן: די סטעליע נידעריק, דער דיל אַ צעפֿאָרענער און אין שפּאַלטן, און אין שטוב קיין מעכל, אויסער אַ לאַנגער שלעכט־געהובליעוועטער טיש, אויך בענק אַזוינע. און נאָר אַ פּאָר בילדלעך אויף די ווענט פֿאַר די באַזוכער, אויב זיי קומט אויס אַמאָל צו וואַרטן, זיי זאָלן האָבן אויף וואָס זיך צו פֿאַרקוקן.
בילד איינס: אַ בראווער רוסישער קיסר מיט אַ שווערד און אַקסל-באנדן, מיט אַ ווייס־מילכיקן פּנים, ווי ביי אַ לובאָקישן מלאך, האַלט דעם קיווער און אַ הענטשקע אין איינער אַ האַנט און איינעם אַ פֿוס קאָוואָלעריש אַרויסגעשטעלט...
׳בילד צוויי! אַ טערק אין גרייטע, גרינע פּלודערן — שטייט און קוקט אויף עפּעס אַ נאַקעטער נקבה, וואָס גייט אויף פֿון וואָסער, פֿון אַ מין באַסיין, און וואָס מערסטנטיילס ברכהס באַזוכער, אַז ס׳איז זיי אויסגעקומען צו וואַרטן, האָבן אויף איר, אויף אָט דער פֿרוי, זייערע בליקן געווענדט.
ברכה — אַ דרייסיק־יעריק, הויך־פֿריילעך ווייבל — אַז זי פֿלעגט דערזען, ווי איינער האַלט די אויגן אַהין אָנגעשטעלט, אַזוי פֿלעגט זי צו אים צוגיין, אים אַ טאָרע טאָן פֿון הינטן, און אַ זאָג טאָן היימיש און אונטערפֿירעריש ־.
— וואָס קוקט ער אַזויי — פֿלעגט זי זאָגן, — פֿון קוקן האָט מען נאָר סליונע אין מויל... באַלד וועט זיין פֿריי... און זי פֿלעגט אים אָנווייזן אויף דער טיר, וואָס פֿירט אין צווייטן צימער, אויף וועלכן דער פּאַרשוין האָט, אַן אירע אָנווייזונגען, שוין פֿון לאַנג אַליין געוואַרט.
אויפֿנעמען פֿלעגט דאָרט, אין צווייטן צימער, אויף אַ געוויסן סאָרט כעס, אַ געוויסער סאָרט פֿרויען, פֿון וועלכע ס׳האָט געשמעקט מיט נישט געלופֿטערטער שטוב, מיט ניט איבעריק זויבער וועש און בגדים און פֿון זיי אַליין — מיט עפּעס שאַרפֿע און ביליקע קבצנישע מאכלים.
אַמאָל, אין אַ וואָכעדיקן טאָג, ווען באַזוכער ווייניקער, פֿלעגט מען זיך דערלויפֿן מיט אַ קונד עטוואָס לענגער פֿאַרברענגען: פֿריער, אין פֿאָדערצימער, אים אַ נאַקעט־וואַרעמלעכן אָרעם אויפֿן האַלדז אַרויפֿלייגן, דערנאָך ערשט מיט אים אין צווייטן צימער, אויף לענגערן צוזאַמענזיין, אַוועק...
אַז יונהס פּאַרשוין האָט.זיך איצט אין מיטן העלן טאָג צו ברכהן אַריינגעשטעלט, איז דעמאָלט קיינער פֿון ברכהם באַשטענדיקע אין שטוב ניט געווען. אָבער נאָך דעם ווי דער פּאַרשוין, האָט אַ ו-ואונק געטאָן צו ברכהן און איר געגעבן צו פֿאַרשטיין, וועמען ער האָט געבראַכט און וואָס ס׳פֿאָדערט זיך פֿון איר — אַזוי האָט זי זיך גלייך אַ לאָז געטאָן אין אַ צווייטן, אין אַ דריטן הויף, צו פּערעלען, אָדער צו אַן אַליאוועכן, אויף אָפּצוזובן און אַהער צו רופֿן איינע אַן איריקע, און אַז זי האָט געפֿונען און זי אין שטוב אַריינגעבראַכט, אַזוי איז יענע גלייך צוגעקומען צו סרולין מיט אַ פֿאַרסאָפּעט מויל און מיט אַ ריח פֿון אַ שאַרף־קבצניש מאכל, ערשט נישט לאע אָפּגעגעסן, און אַ זאָג געטאָן:
— וואָס באַגערט אַ פֿעטער?
— פֿון דיר? — גאָרניט? — האָט סרולי' משונה אַ קוק געטאָן אויף איר און אויף אירע גרויסע דינע אוירינגען, ווי די רייפֿן, נישט פֿאַרשטיי-ענדיק, וואָס זי וויל פֿון אים. — אַ נעט, שלאָפֿן וויל ער.
— ליולען הייסט עס? מיט, אָדער אָן.. .ז — האָט ברכהס באַשטענדיקע פֿרעך אַ פֿרעג געטאָן, און דערביי געפּרואווט אַרויפֿלייגן אַ האַנט אויף סרוליס האַלדדאון־נאַקן און בשעת־מעשה גאָר נאָענט אים אין די אויגן אַריינקוקן. אַז סרולי האָט זיך נישט געלאָזט און זיך אָפּגעדרייט, האָט זי אים אין אויער איינגערוימט עפּעס אַזוינס, וואָס ווי סרולי איז ניט געווען באַטרינקען און ווי שוין לאַנג ניט ווייט פֿון אַזעלכע זאַכן, האָט ער דאָך אויף אַ וויילע זיך דערפֿילט אי ווי אויסגעניכטערט, אי ווי פֿון נאָך עפּעס פֿאַרשיכּורט.
— האַ? — האָט ברכהס באַשטענדיקע אַ פֿרעג געטאָן און נאָך נעענטער אים עפֿעם,אין אויער אַריינגעזאָגט.
סרולין האָבן זיך אויף אַ וויילע די אויגן אויסגעלייטערט. ער האָט זיך גענומען אַרומקוקן אויף דער שטוב, און דערפֿילט, אַז עפּעס האָט ער דאָ ניט געהעריק אַריינגעטראָפֿן.. אַז עפּעס אין אַן אָרט, וואו ס׳איז אי ניט אָנשטזלנדיק און אי ס׳קאָן מיט אים עפּעס ניט גוטס געשען, ער האָט זיך אָבער לאַנג ניט באַהערשט און ביים קלאָרן זינען זיך ניט געקאָנט האַלטן, אַזוי, אַז וואָס ס׳איז מיט אים ווייטער פֿאָרגעקומען, געדענקט ער שוין שוואַך, מטושטש, האַלב יאָ און האַלב ניט זיכער.
דאַכט זיך, אַז ער האָט זיך געטראָפֿן ליגן אין אַ בעט מיט יענער פֿרוי, וואָס האָט אים די ערשטע מינוטן באַגעגנט מיטן פֿאַרסאָפּעטן מויל און האָט אים אַריינגערוימט אין אויער דאָס אומאָגשטענדיקע. דערנאָך, האָט אַבים געדאַכט, אַז, אויסער דער פֿרוי, האָט ער דערזען שטיין איבערגעבויגן איבערן בעט יענעם פּאַרשוין, וואָס האָט אים פֿון יונהס שענק אונטער דער האַנט געפֿירט און צו ברכהן געבראַכט, און וואָס די גאַנצע צייט, ביז ער איז ↰ 57 צום בע?ו צוגעקומען, האָט ער הינטער זיינע פּלייצעס מיט ברכהן זיך עפּעס געסודעט — שורעס־בורעס — און אויך דער ברכהס באַשטענדיקער האָט ער הינטן אַרום פֿאַרשידן געוואוגקען און פֿאַרשיידענע אָנווייזונגען געגעבן, ווי אַזוי זי זאָל זיך מיט אים באַגיין, ווי אים פֿירן, באַלייגן און וואָס ווייטער מיט אים צו טאָן.
ס׳האָט אים אויך געדאַכט, אַז דער יונה־פּאַרשוין האָט אים אין די קעשענעס געזוכט, און אַז ווען ער האָט באַדאַרפֿט, האָט ער אים, ווי אַ קלאָץ, פֿץ זייט אויף זייט איבערגעקערט, און אַפֿילו — ס׳אַוודאי אַ בזיון צו זאָגן — נאָר ווען יענער האָט ביי אים אַרויסגענומען דאָס רעשט געלט, וואָס איז אים געבליבן נאָכן צעצאָלן זיך מיט יונהן, האָט ער אים, שוין אָן צערעמאָניעס, דאַכט זיך, פֿון בעט אַראָפּגעשליידערט, און זיין אָרט לעבן ברכהם באַשטענדיקער פֿאַרנומען, און וואָס ווייטער ס׳איז צווישן יענע געשען
— איז שוין אַוודאי אַ בזיון צו זאָגן...
ס׳האָט אים ווייטער געדאַכט, אַז.נאָך דעפּ, ווי ער איז אַ שטיקל צייט אַזוי, אַן אַראָפּגעוואַלגערטער, אויף דער ערד געלעגן, און פֿון ליגן אויפֿן דיל האָט ער זיך פּאַמעלעך, פּאַמעלעך גענומען אויסניכטערן, אַזוי האָט ער דערזען, ווי די שטוב האָבן פֿאַרפֿולט עפּעס פּאַרשוינען, אָנגעקומען פֿון יענער גאַס און פֿון יענע פֿאַררוקטע הויפֿן, און אַלע זיי אַזוינע, ווי דער, וועלכער האָט אים אַהער, צו ברכהן געבראַכט; און אויך עפּעס ווי ברכהס באַשטענדיקע פֿרויען, אַ מאַסע, מיט שלאַבערדיקע קליידלעך, מיט לויז־צע-
. שפּילעטע קאָפֿטלעך, מיט אוירינגען, ווי די רייפֿן... און כרכה מיט נאָך אַזוינע ברכהס האָבן זיך אין די ליינער געקנייפֿט און געקייכט פֿון געלעכטער, און אַז זיי האָבן אים דערזען ליגן אויף דר׳ערד, האָבן זיי אים מיט שענדלעכע ווערטער אָנגערופֿן... דערנאָך האָבן אים די מאַנצבילן פֿון דער ערד אויפֿגעשטעלט און אים גענומען אויסריכטן אין וועג, אים אָנגעטאָן דאָס היטל אויף פֿאַרקערט, מיטן דאַשעק צו דער פּאָטיליצע אויסגעדרייט, און פֿון דער טיר אַרויסכאָלייט... דעמאָלט האָבן די ווייבער, די ברכהם, ווי מיט כעס און ווי שוין כּלומרשט אויפֿגערעגטע, גענומען שטאַרק שרייען אויף אים, אַז די גאַנצע גאַס און די נאָענטסטע גאַסן זאָלן דערהערן:
— נואףi קוירע!... אין מיטן העלן טאָג צו אַ מויד!...
— געכאַפּט ביי אַ מויד: — האָבן שפּעטער אַנדערע, וואָס זיינען זיך פֿון גאַס אָנגעלאָפֿן, געשריגן: — זאָל מען אים די הויזן אַראָפּלאָזן! צום רב! נעמט אים, פֿירט אים, אַזאַ אַלטער תרח!
ס׳אַוודאי געווען אַ בזיון... גוט נאָך, וואָס דער פּאַרשוין, וועלכער האָט סרולין די קעשענעם אויסגעליידיקט, האָט כאָטש גיט אַוועקגענומען דעם אָפּמאַך, וואָס סרולי האָט ביי זיך געהאַט. ער האָט אים, געוויס, אין דער האַנט געהאַלטן, אָבער גיט וויסנדיק פֿון זיין ווערט און באַטייט, האָט ער ↰ 58 אים צוריק אומגעקערט. גוט כאָטש אויך, וואָס אויפֿן אָרט האָבן זיך קיין מער היציקערע בעלנים ניט געטראָפֿן, וואָס וואָלטן אים געקאָנט פֿאַרשלעפּן אַ שיכּורן אין צעגטער־שטאָט און מאַכן אַרום אים אַזאַ געזעמל, אַזאַ איינגעלויף, וואָס וואָלט געקאָנט זיין גרעסער, ווי ביי אַ רייכער חתוגה, אָדער ביי אַן אָנגעזעענער לוויה. גוט כאָטש, זאָגן מיר, וואָס מ׳האָט אים נישט אָנגעטאָן נאָך גרעסערע בזיונות, ווי מ׳טוט אַמאָל אין אַזוינע הייזער, ווען מ׳לאָזט טאַקע אַראָפּ די הויזן, אָדער מען קערט איבער די קאַפּאָטע אויף דער אַנדערער זייט, און מען טוט נאָך אָן אַ זיפּ מיט פֿעדערן אויפֿן קאָפּ, צום פּוץ און צום שענדלעכן טאַבלטיר.
יאָ, אויך דאָס האָט געקאָנט טרעפֿן... אָבער ווי לייכט און מיט ווייניק טומל סרולי איז זיין שאַנד־פּאַראַד ניט אָפּגעקומען, דאָך וואָלט אַ יונה־ שענקער, ווען ער וואָלט אים געזען, זיך געקאָנט האַלטן פֿאַר כאַפּרידיקט: ווייל אַפֿילו נאָר אַזוי, ביי דעם קלענערן עולם און ביי נאָר דעם דאַשעק אויף דער אַנדערער זייט אויסדרייען, איז דאָס כילד געווען גענוג, אַז סרולי, ווען ער האָט זיך אין דעם שפּעטער דערמאָנט, אַן אויסגעניכטערטער, זאָל אים אויפֿשוידערן.
ער האָט געדענקט, ווי בעת מען האָט אויף אים געשריגן, האָט ער זיך שוואַך אויף די פֿיס געהאַלטן, ער האָט זיך געוואַקלט און זיך אַלע מאָל, ווי אין אַ שטיין, אָנגעשלאָגן, שיער נישט געפֿאַלן, און אייניקע מאָל איז ער טאַקע אומגעפֿאַלן, און די געשרייען, וואָס.אַרום אים, האָבן אים אויפֿגעמונמערט, און ער האָט זיך ווייטער אויף די פֿיס געשטעלט, כּדי ווידער אַמאָל זיך צו ספֿאָטיקען און ווידער אומצופֿאַלן.
ער מעג שווערן, אַז ער געדענקט אויך, ווי אַזוי, אַז ער איז געקומען אין זיין גאַס, פֿון זיין היים, און ניט קאָנענדיק דערגיין אַהין, איז ער אַן אָנמעכטיקער לעבן עפּעס אַ פּאַרקן אַוועקגעפֿאַלן, איז אַלע מאָל צוגעגאַנגען אַ היימישער, אַ באַקאַנטער צום רעדל, וואָס האָט אים אַרומגערינגלט, און אים דערלאַנגט אַ האַנט אויף אויפֿשטיין; אָבער אַזוי ווי ער איז געווען שווער און שוואַך, און יענער האָט געזען, אַז פֿון אָרט איז אים ניט צו רירן, האָט ער כאָטש זיך געפּרואווט.צעטרייבן די נייגעריקע און דעם ליידיק־ גייערישן עולם אַרום אים.
— וואָס האָט איר זיך אָנגעשטעלט: וואָס האָט איר דאָ ניט געזען? צעגייט זיך! — האָט דער היימישער און באַקאַנטער צו די אַרומיקע געשריגן. און אַלע מאָל האָט זיך סרולין געדאַכט צו דערקענען דאָס קול פֿונעם באַקאַנטן, וועלכן ער וואָלט זיכער געוואוסט ביים נאָמען אָנצורופֿן„ נאָר מחמת שיכּורלעכער שוואַכקייט האָט ער אים ניט געקאָנט אַרויסריידן, און ווען אַפֿילו יאָ, וואָלט ער אים אַליין נאָר פֿאָר בזיון אויף די ליפּן ניט געבראַכט.
דאָס זיינען געווען אייניקע פֿון די לוזי־לייט, וועלכע זיינען, מעגלעך, גראָד דעמאָלט די גאָט פֿאַרבייגעגאַנגען. און אַן אַנדערש מאָל האָט אים געדאַכט, — אוי־וויי, אוי־וויי, — אַז אַליין לוזי האָט זיך איבער אים איבערגעבויגן און אים מיט אַ לייכטער האַנט אעערירט, פֿאַר וועלכער ער האָט זיך גאָר גאָר פֿאַרשעמט און שיכּורערהייט אַפֿילו דעם קאָפּ פֿון אים אָפּגעקערעוועט, יענער זאָל אים אין זיין משה גיט זען.
מיט איין וואָרט, סרולי האָט יענע שיכּור־שעהן? האַלב־שוואַך, גאָר דאָך פֿאַרגעדענקט! ער האָט פֿאַרגעדענקט דאָס, וואָס איז אויף געוויס פֿאָרגעקומען, און אויך דאָס, וואָס ס׳וואָלט נאָר מעגלעך געווען ס׳זאָל פֿאָרקומען; ווי, למשל, אַזאַ זאַך, אַז ער איז מיט ברכהס באַשטענדיקער, אויפֿן בעט ליגנדיק, ניט אין אומשולד געלעגן...
מיט אייניקע טעג שפּעטער האָט זיך לוזי פֿון אָט דער מעשה דערוואוסט. — פֿון וועמען? — טאַקע אַליין פֿון סרולין, וואָס האָט נישט געוואָלט, אַז זי זאָל דערגיין דורך אַן אַנדערן און ער האָט נישט פֿאַרלייקנט און קיין שום פּרט ניט אויסבאַהאַלטן און זיך אַפֿילו ניט געפּרואווט ריין וואַשן פֿון דער ספֿק־שולד, פֿון צוזאַמענזיין מיט כרכהס באַשטענדיקער, אין וועלכער ער אַליין האָט, ווי מיר ווייסן, גאָר ווייניק געגלויבט.
אַז לוזי האָט דאָס דערהערט, איז ער געבליבן געפּלעפֿט. ער האָט אָבער גאָרניט געזאָגט. ניט געקוקט דערויף, וואָס ער האָט געוואוסט, אַז שטאָט איז אַזוי אויך גענוג אויפֿגעבראַכט פֿון דער מעשה־מיכל, בפֿרט אַז ס׳קומט איצט אַזאַ זאַך, וואָס וואַרפֿט אַ פֿלעק אויף אים און אויף אַלע, וואָס שטייען נאָענט צו אים; כאָטש לוזי האָט דאָס געוואוסט, דאָך האָט ער גאָרניט געזאָגט און סרולין גאָרניט אויסגעוואָרפֿן. ער איז, אמת, זיכער געווען, אַז ס׳איז ניטאָ וואָס אויסצווואַרפֿן, ווייל פֿון סרוליס רייד האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז ניט מיט זיין ווילן האָט ער פֿאַרבלאַנדזשעט אַהין, גיט וואוהין ס׳געהער, און אַז דאָ איז אַ זייטיקע האַנט דערביי — די האַנט פֿון איינעם אַ יונה שענקער, וואָס האָט צוליב געוויסע צוועקן, שיכּורערהייט אים פֿאַרפֿירט. יאָ, דאָס — זיכער, און דאָך, ווען אַן אַנדערער וואָלט געווען אויף לוזיס אָרט, וואָלט ער פֿאָרט אַרויס מיט טענות און תּרעומות פֿאַרן טרינקען בכלל, בפֿרט נאָך ביי אַזאַ, ווי£ יונה, וואָס, ווי סרולי האָט דערמאָנט, איז אָט דער יונה גאָרניט אַזאַ, מיט וועמען אָרנטלעכע לייט דאַרפֿן האָבן אַ וואָסערע ניט איז עסקים, אַפֿילו זיין שוועל ניט איבערטרעטן... היינט, ס׳טייטש, איז צו וואָס צום לייב אין מויל קריכן?
גיין, לוזי האָט גאָרניט ניט געזאָגט. און ווי נאָר ער האָט די מעשה אויסגעהערט, אַזוי האָט ער די אויגן אַראָפּגעלאָזט, כּדי סרולין ניט צו ↰ 60 פֿאָרשעמען, און כּדי לענגער ניט צו בלייבן אויג אויף אויג מיט סרולין, האָט ער זיך באַלד אָפּגעקערעוועט פֿון אים און איז אין זיין צווייטן צימער, אין זיין אַלקער אַוועק.
דאָס צווייטע צימער — קליין און האַלב טונקל, מחמת דאָס איינע פֿענצ־ מערל האָט אַזוי אויך ווייניק שיין פֿון דרויסן אַריינדערלאַנגט, דערצו נאָך האָט מען עס אַריבער האַלב פֿאַרהאַנגען טיט אַ פֿאַרהאַנגל, כּדי פֿרעמדע אויגן זאָלן ניט אַריינקוקן, ווי ס׳פֿירט זיך אין יענער טייל שטאָט, ווען די פֿענצטער ניט פֿאַרהאַנגען... אין צימערל — איינס אַ טישל, אַ פּאָר בענקלעך, אַ באַנקבעטל צום שלאָפֿן, אויך אַ פֿראָסט קאבריצל אויפֿן פּאָל פֿאַרשפּרייט, און אַחוץ דעם אַלעם איז נאָך געבליבן איינס אַ ווינקל פֿריי און נישט פֿאַרשטעלט פֿון מעכל, וואו לוזי פֿלעגט ביים דאַוונען זיך שטעלן שמונה־עשרה און פּראַווען התבודדות, ביי דער וואַנט.
ווי נאָר ער איז אַהין אַריין, אַזוי האָט ער נאָך זיך די טיו, פֿאַרמאַכט און פֿון אינעווייניק מיט אַ קייטעלע זיך אָפּגעשלאָסן — א' סימן, אַז ער וויל בלייבן אַליין, און אָט דעם ווילן לוזיס האָט סרולי אַלע מאָל זייער ערלעך. געהאַלטן, און אין דער צייט פֿון זיין אָפּגעזונדערטקייט האָט אים קיין מאָל אַליין ניט געשטערט, און געזען, אַז אויך אַנדערע זאָלן דאָס ניט טאָן.
ווער ס׳וואָלט דעמאָלט צו לוזין דורך אַ טיר, אָדער דורך אַ פֿענצטער אַריינגעקוקט, וואָלט אים געטראָפֿן שטיין אין ווינקל אַזוי נאָענט מיטן פּנים צו דער וואַנט, ווי גלייך ס׳דאַרף זיך דאָרט באַלד עפֿענען אַ טיר, דורך וואַנען ער דאַרף אַריין... ס׳געווען די שעה, ווען לוזי האָט מתפּלל געווען ניט אויפֿן סקאַרבאַווען אופֿן, ניט פֿון סידור אַרויס, נאָר אויפֿן געוויינטלעכן מאַמע־לשון, ווי די בראַסלאַווער איז פֿאַרזאָגט פֿון זייער רבין ר׳ נחמן, זיך צו ווענדן, ווען דאָס האַרץ גייט איבער.
טאַטע אין .הימל — האָט לוזי געזאָגט, ווי נאָר ער האָט זיך געשטעלט פֿאַר דער וואַנט און האָט זי דערפֿילט.ווי אַ לעבעדיקע, אַזש אַ וואַרעמקייט האָט גענומען גיין פֿון איר צו אים — דו, וואָס טראָגסט דעם עול און די מאַסע פֿון דיינע ש״י עולמות,1 מיט זייערע זונען, לבנות און שטערן, וועלכע האַלטן זיך בלויז אין זכות פֿון דיין הייליקן אָטעם, וועלכער גיט זיי חיות און באַרעכטיקונג... פֿאַרגיב דיינע ברואים פֿון דעם עולם השפֿל, וועלכע זיינען נישט מער, ווי עפֿר מן האדמה — שטויב פֿון דער ערד, און וואָס פֿון זיי איז אַוודאי ניט צו פֿאָדערן...
— זאָל פֿאַרגיבן ,ווערן — האָט לוזי געבעטן — צווישן אַלע אַנדערע, אַזאַ ווי אַ מיכל בוקיער, וואָס דאָס זעט זיך אָן פֿאַר דיר, ווען אַזאַ איינער
1 דריי הונדערט מיט צען וועלטן.
שטעלט זיך מיט זיין גאַנצער נישטיקייט, מישטיינסגעזאָגט, דיר גאָר אָנט־ קעגן? צי האָט אַ ווערט די קעגנערשאַפֿט פֿון איינעם, וועלכער איז ווי ליים פֿון טעפּער געקנאַטן, און וואָס איז אין דער האַנט פֿון דיר, ער זאָל יאָ אָדער גיט זיין, עלעהיי אַ ווינט, וואָס אָט איז ער דאָ און אָט פֿאַרשווינדט ער... דאָס גלייכן אַזאַ, ווי סרולי גאַל, פֿון וועמען ער, לוזי, האָט נאָר וואָס געהערט, וואָס געהערט, און וואָס אויב ער איז ניט באַגאַנגען, וואָס ס׳לאָזט זיך מיינען, איז דאָך אַוודאי גוט, און אויב אַפֿילו יאָ, וועט דאָך אויך, הלילה, אויפֿן אויבערשטגס כבוד קיין שאָטנדל ניט פֿאַלן, און אויף זיין קלייד, הלילה, קיין פֿלעק.
— ער בעט פֿאַר זיי, לוזי, ווי פֿאַר זיך, ווי גלייך ער וואָלט זיין אויף זייער אָרט, וואָס?עמאָלט, איז ער זיכער, וואָלט אויך ער געטאָן, וואָס זיי, און דעמאָלט ווידער, וואָלטן זיי גאָר מעגלעך, ווי ער איצט, פֿאַר דער וואַנט געשטאַנען און פֿאַר אים געבעטן... אַזוי איז דאָך געזאָגט געוואָרן און אַזוי איז די וועלט געשטעלט, אַז איינער פֿאַרן אַנדערן מוז זיין ערוב און קוקן אויף זיך, ווי אויף אַ שותּף פֿון צווייטנס גוטס אָדער שלעכטס, ווייל אַנדערש, וואָס וואָלט ווערן פֿונעם גאַנצן קיום המין, טאַטע אין הימל, וועם דו האָסט געשאַפֿן אויף מי און ערגערניש...
— פֿאָרגיב און זיי מוחל — האָט לוזי געזאָגט, און לאַנג, שטיל פֿאַר דער וואַנט שטייענדיק, האָט אין האַרצן געהאַט נאָך און נאָך צו זאָגן, ווייל די געכעטערישע בלוטן האָבן זיך אים צעשפּילט און ס׳האָט אים אָנגעהויכן גיין פֿון מויל אַ זים געשמעלץ, אַרויסגעקומען, ווי פֿון איינעם, וואָס אין מענטשלעכן קלעם האָט אויך מיטגעפֿיל פֿאַר דעם, וואָס ס׳קלעמט אַנדערע.
ער איז נאָך לאַנג געבליבן אַ שווייגנדיקער פֿאַר דער וואַנט און ניט געקאָנט פֿון איר אָפּגיין, גלייך ער וואָלט געוואָרן אַ טייל פֿון איר. מיר ווייסן ניט וויפֿיל ס׳האָט נאָך געדויערט זיין געכעט... נאָר אַז לוזי איז צוריק אַרויס אין ערשטן צימער, וואו סרולי האָט זיך די גאַנצע צייט פֿון זיין אָפּגעשלאָסנקייט געפֿונען, האָט ער אויסגעזען, ווי ער וואָלט נאָר וואָס אַרויס פֿון אַ טכילה געזויבערט! דאָס פּנים עטוואָס נאַסלעך — ווייזט אויס, פֿון טרערן, אָבער די אויגן פֿאַרגעגיגטע, און ווי מיט הנאה פֿון איינעם, וואָס קומט פֿון אַן אָרט, וואו ער האָט עפּעס געפּועלט פֿאַר זיך, אָדער פֿאַר אַנדערע, נאָך לאַנגן אָפּשלאָגן אַ הויכע שוועל...
דעמאָלט איז סרולי פּלוצים צוגעגאַנגען צו לוזין — מאָרגע, אומגע-ריכט, ווי אַלע מאָל ער איז געווען פֿעאיק, אַז פֿריער אַ מינוט זאָל מען ניט וויסן, וואָס ער וועט אין דער שפּעטערדיקער אַרויסוואַרפֿן — אַזוי איז ער איצט צוגעגאַנגען צו לוזין מיט עפּעס אַ פּאַפּיר אויסגעשטרעקט, און געבעטן, לוזי זאָל דאָס אים אַוועקגעמען. —
— וואָס איז דאָס: — האָט לוזי געפֿרעגט.
— דאָט איז דער אָפּמאַך, וואָס ער האָט ניט לאַנג געשלאָסן מיט לוזיס ברודער, מיט משה מאַשבער, אויף יענעמס הויז, וואָס איז איבערגעשריבן געוואָרן אויף זיין, סרוליס, נאָמען.
— און נו?
— איז וויל ער אים גיט האַלטן ביי זיך.
— פֿאַרוואָס?
— ווייל ס׳איז שוין איין מאָל פֿאָרגעשטאַנען אַ געפֿאַר, ער זאָל אים פֿאַרלירן, אָדער ער זאָל אַריינפֿאַלן אין גאָרניט קיין געוואונטשענע הענט
— דעמאָלט, ווען ער סרולי, האָט אַריינגעטראָפֿן אינעם געוויסן הויז, וועגן וועלכן ער האָט היינט לוזין דערציילט. ער האָט מורא, ס׳זאָל זיך מיט אים נאָך אַמאָל ניט טרעפֿן.
— נאָך אַמאָלו — האָט לוזי געפֿרעגט און מ׳האָט געזען, ווי איבער זיין שטערן גייט אים דורך אַ שאָטן, ווי אַ כמאַרע.
— יאָ, ער קאָווירט ניט פֿאַר זיך.
— איז זאָל ער אים לאָזן אין דער היים.
— ניין, ער האָט מורא אויך פֿאַר דער היים, ס׳קאָן זיך אים פֿאַרגלוסטן אויף עפּעס אויסנוצן.
— צו וואָס? — האָט לוזי ווידער געפֿרעגט.
— ער קאָן דאָס וועלן פֿאַרזעצן, כּדי צו קריגן געלט, ווען ער וועט זיך נויטיקן, און דאָס וואָלט געבראַכט גרויס שאָדן לוזיס ברודער, משה מאַשבער, שוין דערמיט, וואָס אַנדערע בעלי־חובות וואָלטן זיך פּריצייטיק דערוואוסט דערפֿון, וואָס זיי דאַרפֿן נישט וויסן, כּדי זיי זאָלן זיך מיט אַמאָל ניט אַרויפֿוואַרפֿן אויף אים און אויף אַזאַ אופֿן אַוועקנעמען די לעצטע מעגלעכקייט, ער זאָל זיך, ווי ניט ווי, נאָך אפֿשר אויסדרייען פֿון זיין ענגעגיש. און דערויף האָט דאָך לוזי ערוב געווען. ער האָט דאָך פֿאַרזיכערט דעם ברודער, אַז דאָס פּאַפּיר איז אין גוטע הענט, און אַז ביז זיין לאַגע וועט זיך ניט ענדערן צום בעסערן, וועט מען עס ניט אויסניצן אים לרעה.
מ׳דאַרף זאָגן, אַז מיט דעם אַלץ, וואָס סרולי ד&ט דאָ געזאָגט, האָט ער געמיינט נאָר אויסצופּרואוון לוזי?, צו זען ווי גרויס איז יענעמס צוטרוי, אָדער אומצוטרוי צו אים ; דאָס הייסט, אויף וויפֿל וועט לוזי גלויבן, אָדער ניט גלויבן אין דעם, אַז ער איז פֿעאיק ניט צו האַלטן קיין וואָרט און ברעכן זיין צוזאָג, אויף וועלכן לוזי האָט זיך פֿאַרלאָזט.
מ׳דאַרף ווידער זאָגן, אַז אויב לוזי האָט עס לכתחילה ניט גאַנץ קלאָר אַרויסגעזען, אָבער שפּעטער עטוואָס האָט ער דערפֿילט, אַז דאָס שוואַכקייט, וואָס סרולי וויל אויף זיך אַרויפֿציען, איז אַ געמאַכטע, אַ כּלומרשטע, ווייל ↰ 63 אין דער אמתן איז ער גענוג פֿעסט און שטאַנדהאַפֿטיק אין זאַכן פֿון וואָרט און נאָמנות.
— גיין! —האָט לוזי מיט דער האַנט אַ מאַך געטאָן, און האָט ווי אָפּגערוקט דאָס פּאַפּיר, וואָס סרולי האָט אים דערלאַנגט, — ער נעמט דאָס ניט, ער פֿאַרלאָזט זיך אויף סרולין.
— נו, און אויב דער יצר־הרע צוזאַמען מיטן יצר־טוב וועלן זיך אים צוזאַמענמישן און ס׳וועט זיך אים מאַכן אַ פֿאַל, ווען ער וועט דאַרפֿן אונטערהאַלטן איינעם אַ זייער נויט באַדערפֿטיקן, ווי אָט, למשל, אַ מיכל בוקיער, וואָס לוזי ווייסט, האָבן זיך אַלע פֿון אים אָפּגעקערט און ער איז געבראָכן פֿון פּרנסה, און אויסער דעם אומגליק, וואָס האָט אים געטראָפֿן מיט די קינדער, וועלכע זיינען אים אַוועקגענומען, שטייט אים איצט פֿאַר נאָך דאָס געפֿאַר, ער זאָל אויך די איבעריקע משפּחה פֿאַרלירן — דאָס ווייב מיט די איבעריקע קינדער און אויב אים צו דערלאַנגען שטיצע וועט מען דאַרפֿן „פֿינגער”, ד״ה געלט, און ער, סרולי, האָט ניט, אויסער, לאָמיר זאָגן, נאָר אָט דעם אָפּמאַך, וואָס ביז וואָס, ביז ווען, ביז לוזיס ברודער וועט אים צוריק ניט אויסקויפֿן, קאָן מען אים ניט נייסן און פֿון אים גאָרניט ניט אַרויסבאַקומען, — ווי וועט זיין דעמאָלט?...
— דעמאָלט: — האָט לוזי געזאָגט, — זאָל ער טאָן, ווי ער פֿאַרשטייט...
ער איז גענוג מענטש און בעל־ברירה, ער זאָל אַליין געפֿונען אַן אויסוועג אין אַזאַ לאַגע.
מ׳דאַרף דאָ ווידער זאָגן, אַז דאָס מאָל, ווען סרולי האָט שוין געהאַלטן ביי אָט די לעצטע רייד, ווען ער האָט גענומען דערמאָנען מיכל בוקיער, איז שוין לוזין געוויס קלאָר געווען, אַז סרולי מיינט דאָ ניט ערנסט מיטן אָפּמאַך, נאָר טאַקע, ווי געזאָגט, אים כלויז אויסצופּרואוון.
— ניין — האָט ער געזאָגט — ער נעמט ניט.
דעמאָלט האָט סרולי כּלומרשט אומוויליק צוריק דאָס פּאַפּיר אין בוזים־ קעשענע אומגעקערט, אָבער מ׳האָט געזען, ווי די אויגן האָבן אים אַ לויכט געטאָן פֿון אַן אויסבאַהאַלטענעם צופֿרידענעם שמייכל, ווען ער האָט דערפֿילט, אַז לוזי צווייפֿלט ניט אין זיין שטאַנדהאַפֿט און געוויסן, נישט געקוקט דערויף, וואָס ער האָט אַלץ געטאָן- אים יאָ צו מאַכן צווייפֿלען... דעמאָלט האָט ער זיך נאָך מער געפֿילט צוגעבונדן צו לוזין... דעמאָלט האָט אויף אים אויך אַ געפֿיל פֿון אַ גרויסן יום־טוב אַראָפּגענידערט... און אַזוי ווי ער האָט נאָר וואָס, אין זיין געשפּרעך מיט לוזין, דערמאָנט מיכל בוקיער, אַזוי האָט ער באַלד איבערגעטראָגן דעם יום־טוב אויף יענעם, און אונטערן פֿליגל האָט אים אַ כרי געטאָן — טאַקע באַלד, תּיכּף אויסצופֿילן, וואָס ער האָט געוואָלט? מיכלען צו שטיצן, ווי אַלע מאָל, ווען ס׳קומט אים עפּעס אָן פּלוצלים... נאָר ווי ער האָט זיך שוין געזאָלט אויס־ ↰ 64 קערעווען צו לוזין, מיטן מיין זיך אַוועקצולאָזן עפּעס פֿירצונעמען פֿאַר אַיכלען, אַזוי האָט זיך די טיר צו לוזין אין קיך געעפֿנט און פֿון דאָרט אָנקומענדיק, האָט זיך אויף דער שוועל פֿון לוזיס פֿאָדערצימער באַוויזן ניט קיין אַנדערער, נאָר אַליין טאַקע... מיכל.
— מיכל?
— יאָ.
ס׳איז לעווען די צייט פֿון דער צווייטער שבעה ביי אים. ער איז אַריין אין אַן אָרעמאַנישן בורנעס, מיט גאָרנישט ניט אונטערגעשלאָגן, וועלכע האָט אים שלעכט געשיצט פֿאַר דער קעלט פֿון דרויסן און אים געמאַכט דעם קאָפּ אין די אַקסל אַריינציען. אין דרויסן האָבן שוין געהאַט געכאַפּט די ערשטע פֿרעסט, אָבער דערווייל נאָך אָן שניי. די האַרבסטיקע בלאָטעס זיינען פֿאַרהאַרטעוועט געוואָרן, און באַזונדערס די גאָר גרויסע פֿונעם דריטן רינג, וועלכע זיינען געבליבן שטעקן סטאָרטשאָס מיט אָנגעהאָרבעטע האַרט־ קלינגענדיקע הרודעס.
מיכל איז אַריין אַ פֿאַרכלאווטער, די מעשענע האָר פֿון זיין באָרד האָבן איסיאיצט אויסגעזען קויטיקלעך־סיוולעך. די קנייטשן פֿון זיין פּנים פֿיל טיפֿער געקאָרבט, און ווי מיט עטוואָס ערד אין זיי.
ער איז נאָר וואָס אַרויס פֿון זיין שטוב, וואו אויף איינעם אַ פֿענצטער איז געשטאַנען אַ קליין צאַנקענדיק לעמפּעלע, לעבן אַ גלאָז וואָסער מיט אַ שמאָטקעלע, וואָס ווערט אַלע מאָל געשטעלט אין אַ שטוב פֿון אַ געשטאָרבענעם. דערביי איז אויף דער ערד געזעסן מיכלס ווייב אויף אַ קישן אָן אַ ציכל און אַרום איר די איבערגעבליבענע קינדער, וואָס האָבן אומגעבלאָנקעט אין דער הונגעריקער, ניט געהייצטער שטוב, ניט האָבנדיק וואָס צו טאָן, אויסער נאָר צו דערמאָנען אין טויט פֿון די געשטאָר־ בענע, אויך אין זיך, וואָס האָבן אויסגעזען, ווי האַלב געשטאָרבן.
מיכל האָט די צייט פֿון שכעה אָפֿט, לאַנג, שווייגנדיק איבער דער שטוב אומגעשפּאַנט, אַמאָל אין איין צימער, אַמאָל אין אַ צווייטן, אַמאָל אין ביידע — פֿון וואַנט צו וואַנט... און דאָס מאָל האָט ער אין מיטן דאָס שפּאַנען איבערגעריסן, גענומען דעם בורנעס אויף זיך, און ניט וויסנדיק אַליין, וואוהין ער דאַרף און צו וועמען ער וועט זיך לאָזן, איז אַרויס אין דרויסן.
פֿאַרוואָס ער האָט זיך אַוועקגעלאָזט צו לוזין, און ניט צו אַזאַ, ווי יאָסעלע מגפֿה, מיט וועמען ער איז זיך צונויפֿגעגאַנגען, ווי מיר געדענקען — קענען מיר ניט זאָגן. מעגלעך דערפֿאַר, וואָס צו לוזין איז אים געווען נעענטער? מעגלעך אויך, אַז צו יאָסעלען איז אים בכלל דער וועג ניט געווען גענוג אויסגעטראָטן און ער וואָלט זיך דאָרט ניט געפֿילט ↰ 65 גענוג היימישאַ אַזוי, צי אַזוי, נאָר ווי ער איז אַרויס פֿון שטוג און ס׳האָט אים אַ נעם געטאָן דער פֿראָסטיקער ווינט, וועלכער האָט ערטערווייז בלויז פֿאַרפֿראשעט מיט דינע שיכטלעך שניי די פֿאַרהאַרטעוועטע בלאָטעס — אַזוי האָט ער לאַנג ניט געטראַכט, און אַז די נאָענטקייט פֿון לוזיס שטוב איז אים אין מוח אויפֿגעשוואומען, אַזוי האָט ער גלייך אָנגעריכט זיין גאַנג אַהין, צו דער „קללה”, וואו לוזיס וואוינונג האָט זיך געפֿונען.
אַז ער איז אַריין, האָט אים קיינער קיין „שלום” ניט געגעבן — נישט לוזי, נישט סרולי; אַזוי ווי סע פֿירט זיך מיט אַן אַכל, און אַזוי ווי לוזי האָט זיך געטראָפֿן שטיין ביים אויבן אָן פֿון טיש און סרולי ביי זיין איינער אַ זייט, אַזוי האָט מיכל, אָן שום אייגלאַדונג, זיך אַוועקגעשטעלט אַנטקעגן סרולין — ביי דער צווייטער זייט.
ס׳איז צוערשט פֿאָרגעקומען אַ שטילע סצענע, וואָס קיינער האָט זי מיט קיין וואָרט ניט איבערגעריסן, לוזי האָט געקוקט אויף מיכלען שווייגנדיק, מיכל האָט געהאַלטן די אויגן אַראָפּ, און נאָר סרולי האָט — אומפֿאָרש טענדלער פֿאַרוואָס — מיטאַמאָל זיך צעשמייכלט, ניט אויף קיין קול, נאָר בלויז מיטן מויל, — ווייזט אויס, ווידער פֿון דעם יום־ סוב, וואָס האָט פֿריער אויף אים אַראָפּגענידערט...
ער האָט ניט לאַנג געזאַמט און איידער לוזי מיט מיכלען האָבן כאַ־
וויזן איינער דעם אַנדערן עפּעס צו זאָגן, אַזוי האָט ער זיך אויסגעדרייט, זיי געלאָזט אַליין, און דורך דאָרט, דורך וואַנען מיכל איז אָקאָרשט, נאָר וואָס שטיל אַריין, איז ער אַרויס.
און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן איינער פֿון סרוליס משונה ווילדע טעג, ווען ס׳קומט אים עפּעס אָן, און ווען ער באַווייזט אָפּצוטאָן אַמאָל פֿאַר איין שעה, וואָס אַן אַנדערער גיט פֿאַר צען טעג.
ער איז אַוועק אין מאַרק, וואו מען שטייט מיט פֿורן מיט האָלץ, ער האָט איינגעקויפֿט איינע אַ פֿור, דערצו נאָך געדונגען אַ העקער אויף צו צעהאַקן דאָס האָלץ, און צוזאַמען מיט דער פֿור און מיטן העקער האָט ער זיך אַוועקגעלאָזט אַהין, וואו מיכל האָט געוואוינט.
ער איז אַריין אין שטוב, וואו ס׳האָט געהערשט אַ קעלט און אַ טרויעריק־פֿאַרזאָרגטע שיין פֿונעם לעמפּעלע אויפֿן פֿענצטער. ער האָט גלייך אויסגעפֿונען אַ תירוץ פֿאַר מיכלס ווייב אויפֿן געבראַכטן האָלץ, וואָס זי האָט ניט געוואוסט, פֿון וואַנען ס׳איז איר אַראָפּגעפֿאַלן... ער האָט געוואוסט, אַז אויך איצט, ווען האָלץ איז שוין דאָ, איז אָבער מיכלס ווייב אַזוי דערשלאָגן, אַז זי וועט זיך ניט קאָנען נעמען און טאָן, וואָס מע טוט מיט האָלץ געוויינטלעך. און ער האָט זיך דערום גלייך אַרויסגעלאָזט אין קאַמער, און גלייך נאָר, ווי דער העקער האָט באַוויזן דאָס ↰ 66 ערשטע פֿיסל שייטלעך אָנצושפּאַלטן, אַזוי האָט ער דאָס געכאַפּט, אַריין אין שטוב און אַליין גענומען אונטערהייצן, זאָגנדיק, אַז ס׳איז אים קאַלט און ער איז כּלומרשט, גערן צו זען נייער אין הרובע.? ער האָט נאָך דעם, ווי ער האָט אויסגעפֿונען דעם תירוץ אויפֿן האָלץאַ אַז, כּלומרשט, האָבן דאָס מיכלס גוטע פֿריינט, וואָס ער, סרולי, קאָן זיי, צוגעשיקט, וויסנדיק, אַז ס׳ליגט איצט ניט אין קאָפּ אַליין צו גיין איינקויפֿן, — האָט ער מיכלס ווייב אויך אַ קליין ביסל מזומן געלט הינטן אַרום דערלאַנגט, זי זאָל האָבן מיט וואָס זיך די הענט צעפֿירן און עפּעס טאָן פֿאַר די קינדער, וואָס דרייען זיך אום שלינג־שלאַנג פֿאַרן אויוון, וואָס האָט שוין פֿיל טעג קיין פֿייער ניט געזען און דעם ריח פֿון געקעכטס ניט געשמעקט.
ער האָט נאָך געטאָן, און פֿאַרן אַוועקגיין האָט ער מיכלס ווייב איינגערוימט, אַז נאָך שבעה, ווען מע וועט דאַרפֿן „צאמעך די קינדער, זאָל זי גלייך אַרויף אויפֿן „פֿעלד”, זיך ווענדן צום משגיח, און אַלץ איז שוין אָפּגערעדט, אַלץ אָפּגעמאַכט און באַצאָלט פֿאַר די אַצאמען” ווייל — האָט סרולי צו מיכלס ווייב געזאָגט, — די זעלבע מיכלס גוטע פֿריינט האָבן אויך דאָס אין זינען געהאַט.
ער איז אַרויס פֿון מיכלס שטוב” וואו ער האָט אַלץ דערליידיקט, און אויפֿן וועג, צוריקגייענדיק, האָט ער זיך גראָד באַגעגנט מיט שמואליקל, שלעגער, וואָס זיין בלאַס־כעלמעוואַטע אויג האָט איצט אויסגעזען פֿאַר-שלאָפֿן און האַלב־צוגעמאַכט, און דאָס ריינע — שטאַרק גלאַנציק, ווי ס׳ווייזט אויס פֿון אַ טרונק, וואָס יענער האָט נישקשה, אָקאָרשט ערשט אַריינגעכאַפּט.
אַז סרולי האָט אים דערזען, האָט ער אַ געשריי געטאָן.
— זע, אים, שמואליקלען טאַקע, דאַרף ער?
. — צו וואָס? — האָט שמואליקל שיכּור אַ ברום געטאָן.
— ערשטנס, וויל ער אים פֿרעגן! וואָס זעט מען אים ניט אַזוי לאַנג, אַזאַ צייט?... היינט איז אַ סעודה ביי די לוזי־לייט, זאָל ער קומען און זיין אַן אָנגעלייגטער גאַסט; און צווייטנס, — האָט סרולי ביים וואָרט „צווייטנס” דאָס פֿריערדיקע קול פֿאַרקלעגערט און גענומען זיך אומקוקן, ווי מורא־האָבנדיק, אַז קיין אַנדערע זאָלן אים ניט דערהערן, — און צווייטנס, וויל ער אים זאָגן, אַז זאָל ער געדענקען, שמואליקל, אַז אויב אין גיכע צייטן וועט אים „קעצעלע, ווידער וועלן דינגען צו גיין אין אַ געוויסן שליחות צו משה מאַשבער, ווען ס׳וועט שוין האַלטן נאָענט ביי אַן אָנזעצן און מע וועט אים דערפֿאַר באַצאָלן, איז צאָלט ער, סרולי, צוויי מאָל אַזוי פֿיל, אַז שמואליקל זאָל ניט גיין, נאָך מער: ער זאָל אָפּהאַלטן אויך אַנדערע דאָס צו טאָן, ער הערט, שמואליקל?
— אַוודאי הערט ער, וואָס זשע ער ווייסט ניט: אַוודאי וועט ער ניט גיין! קעצעלע זאָל אים אַפֿילו אָפּגילטן...
— איז גוט, איז זאָל ער געדענקען, און זאָל ער זיך היינט ווייזן צו דער סעודה אויף דער נאַכט — האָט סרולי געזאָגט און האָט גיך אַוועקגעאיילט, ווייל ער האָט נאָך עפּעס וויכטיקס געהאַט צו טאָן, איידער ער וועט זיך נעמען גרייטן צו דער סעודה, וואָס ס׳האָט טאַקע באמת היינט אויפֿדערנאַכט ביי לוזין באַדאַרפֿט פֿאָרקומען לכּבוד עפּעס אַ יום־ טוב, לפֿבוד אַ רבי־געבורט, דאַכט זיך...
ער איז אַוועק, צו ברכהן.
— צו ברכהןר...
— יאָ. און כאָטש ער האָט פֿון ערשטן מאָל נישט געדענקט איר וואוינונג אַקוראַט, ווייל דער דעמאָלטיקער שיכּורער שטאַנד האָט דאָס אים גיט דערלויבט, דאָך האָט ער, נאָך לאַנגן קוקן און זיך איינקוקן אין יענער גאַס, זיך דערמאָנט און פֿאָרט אַהין ריכטיק געטראָפֿן.
אַז ער איז אַריין, האָט זיך, ווי דאָס ערשטע מאָל, אויך איצט קיינע פֿון ברכהס באַשטענדיקע פֿרויען אין שטוב ניט געפֿונען. ער האָט אַ וויילע זיך איינגעקוקט אין ברכהן, ווי די ערשטע רגעס זי ניט דערקאָנט, און דעמאָלט אַ זאָג געטאָן שוין היימיש און ווי אַ לאַנג־באַקאַנטער!
— האַ, די מאַמע פֿון די „קינדער״! ג
— וואָסערע קינדער? — האָט ברכה אַ ביסל אַ דערשראָקענע און פֿאַרוואונדערטע אַ פֿרעג געטאָן.
זי האָט סרולין יאָ דערקענט, און אַזוי ווי זי האָט געוואוסט, וואָס מיט אים איז ביי איר אין שטוב, ביי זיין ערשטן באַזוך, געשען, אַז אַחוץ כזיונות, וואָס מען האָט אים אָנגעטאָן, האָט מען אים אויך די קעשענעס אויסגעליידיקט, האָט זי מורא געהאַט, טאָמער קומט ער זיך איצט צערעכענען און אָפּמאָנען, וואָס אים קומט... זי האָט ווייטער געוואוסט, אַז אַן אַנדערער, ווען ער פֿאַרבלאָנדזשעט, אָדער ער ווערט פֿאַרשלעפּט אין אַזאַ הויז, ווי אירס, און מ׳באנעמט אים און מ׳באגייט זיך מיט.אים אויף אַזאַ אופֿן, ווי מיט אָט דעם, פֿאַרזאָגט ער שוין אַ צענטן, יענע גאַס פֿאַרבייגיין, פֿון איר אַוועקקוקן און אַפֿילו אַהין די נאָז ניט ווייזן... און אויב דער איז נאָך אַמאָל געקומען, איז אַ סימן, אַז ער פֿילט זיך אין קראַפֿט אַרויסצורייסן, וואָס איז ביי אים אַוועקגענומען געוואָרן, מיט די ציין, מיט די נעגל, נישט מורא האָבנדיק, ער זאָל אָפּשניידן דאָס צווייטע מאָל ערגער, ווי דאָס ערשטע — אַ סימן, אַז אָדער ער איז אַליין אַ בעל־כּוח, אָדער אַז עמעצער אַן אַנדערער שטייט הינטער אים, וואָס ער שלאָגט אָפּ יענעמס תקיפֿות.
1 אַ צונעמען פֿאַר פֿרויען פֿון שאַנד־הייזעראַ ↰ 68 — וואָסערע קינדער? — האָט זי דערום דערשראָקן און פֿאַרוואונדערט אַ פֿרעג געטאָן.
— קוקט נאָר אָן דאָס מלופֿים־קינד, וואָס ווייסט, כּלומרשט, נישט, וואָס מע רעדט, — האָט סרולי צו איר אַ רער געטאָן אויף אַ שפּראַך, ווי שוין גאָר אַ היימישער, מיט וועלכע אַזוינע, ווי זי, שלאָגן בלאַט צוליב שותּפֿות, מ׳האַלט זיך פֿריי און מ׳קלאַפּט זיך גוט־ברודעריש און פּאַניבראַט אין די פּלייצעס.
— מאַך זיך ניט נאַריש, — האָט סרולי געזאָגט — און ברענג, וואָס מ׳הייסט.
— וואָס? וועמען?
— אַ מויד?
— וואָס וויל דער ייד: — האָט שוין ברכה אַ געשריי געטאָן אויף אַ קול, ווי זי וואָלט געוואָלט, אַז שכנים זאָלן זי דערהערן און איר קומען צו הילף.
— כ׳צאָל פֿאַר צוויי — האָט סרולי אַ זאָג געטאָן, און קוקנדיק אויף אים, האָט ברכה ווידער דערזען, אַז זי האָט צו טאָן ניט מיט קיין „יאָלד”, ווי אַזוינע הייסן ביי איר, וואָס האָט קיין מאָל אַזוינע שוועלן, ווי אירע, ניט איבערגעטראָטן.
אַז סרולי איז אויך גלייך אַרויס מיט געלט, אַרויסגענומען פֿון וואַנען מ׳דאַרף, איז שוין ברכה פֿיל ווייבער געוואָרן *
— וואָס־זשע? — האָט זי אַ פֿרעג געטאָן, — ער מיינט טאַקע מיט אַן אמת?
— ניין, נישט קיין מויד, מיין איך, נאָר דיך.
— מיך?! וואָס רעדט דער ייד? — האָט ברכה גענומען פֿאַרשעמט צו שטאַמלען, איר קאָפֿטל צו פֿאַרשפּיליען, דאָס קאָפּ־טיכל פֿאַרריכטן און אַ ביסל זיך אויך רויטלען, — וואָס רעדט דער ייד?
— נישט דערויף... — האָט זי סרולי באַרואיקט, — כ׳דאַרף דיך פֿאַר אַן עדות.
— אָן עדות? צו וואָס?
— אַז אויב היינט, מאָרגן, מעגלעך, וועט מען דיך רופֿן און פֿרעגן, ווי אַזוי כ׳האָב צו דיר דאָס ערשטע מאָל אַריינגעטראָפֿן, זאָלסטו זאָגן, וואָס דו ווייסט, ווי דער אמת איז, אַז — שיכּור, און אַז אָן מיין ווילן בין איך אַריין און אַרויס פֿון דיר.
— אַוודאי וועל איך זאָגן, ווי דען? — ניט? — האָט ברכה שוין אויפֿגעלייגט גענומען ווי אונטערקנאַקן מיטן צונג, ווען זי האָט באַקומען אויסגעציילט דאָס געלט פֿון סרולין... זי האָט מסכּים געווען אויף סרוליס פֿאָרשלאָג אי פֿאַר דער גוטער פּרייז, וואָס זי האָט באַקומען באַצאָלט במזומן, ↰ 69 אי אויך פֿאַר מודאַ, וואָס אויב אָט דער פּאַרשוין, וואָס שטייט דאָ פֿאַר איר, איז טאַקע אַ כעל־כּוח, ווי זי האָט פֿאַרשטאַנען, איז אויב זי וועט זיך אָפּזאָגן און ניט באַשטיין, אַזוי קאָן זיך די זאַך ענדיקן מיט אַ סקאַנדאַל, מיט אַ טומל און אַן איינגעלויף, וואָס איז גאָרניט געוואונטשן פֿאַר אַזוינע הייזער, ווי איר הויז.
— אַוודאי וועט זי זאָגן! — וואָס־זשע? ער איז דאָך טאַקע אַריין און אַרויס אַ שיפֿורער פֿון איר שטוב... און מיט דער מויד האָט ער דאָך גאָר־ ניט געטאָן... זי וועט גיין שווערן... ער האָט זי געלאָזט קאַלט...
— איז גוט, איז אַזוי טאַקע זאָלסטו זאָגן, געדענק — האָט סרולי נאָך אַמאָל איבערגעחזרט — אויב היינט, מאָרגן וועט מען דיך רופֿן און פֿרעגן.
— אַוודאי, אַוודאי — האָט ברכה פֿאַרזיכערט, און נאָך אָט דעם קורצן משא־ומתן האָט זיך סרולי צו איר אויסגעקערעוועט, קיין גוטן טאָג ניט געזאָגט, און פֿון איר שטוב אַרויסגעשפּאַנט.
ער איז אַרויס אַ דערלייכטערטער, און קומענדיק אויפֿן גאַס, וואו ברכהס הויף האָט זיך געפֿונען, האָט ער זיך גענומען אומקוקן און ווי זיך געמאַכט סימנים, אויב ער וועט דאַרפֿן אַהער ביינאַכט, אין דער פֿינצטער, ער זאָל קיין טעות ניט האָבן.
דעמאָלט איז ער אַוועק אין שטאָט, איינצוקויפֿן צו דער סעודה, וואָס האָט היינט אין אָוונט באַדאַרפֿט פֿאָרקומען ביי לוזין, לכּבוד עפּעס אַ געוויסן סעקטע־יום־טוב. ער האָט אויפֿן וועג ערגעץ געקריגן אַ קוישל, און צוריק פֿון שטאָט האָט מען אים געקאָנט זען ניט נאָר מיטן קויש אָנגעלאַדן, נאָך אויך, די הענט פֿאַרנומען און די קעשענעס אָנגעשטאָפּט.
און אָט אין דער צייט, בעת סרולי האָט די אַלע זיינע געשעפֿטן דערליידיקט — פֿריער ביי מיכל בוקיער אין שטוב, ז־ערנאָך זיין געשפּרעך מיט שמואליקל שלעגער, דערנאָך דעם באַזוך ביי ברכהן — איז צווישן לוזי; מיט מיכל בוקיער פֿאַרגעקומען די שטילע באַגעגעניש, וועלכע מיר האָבן פֿריער פֿאַרשוויגן און איצט ווילן מיר וועגן איר אַ פּאָר ווערטער זאָגן.
בלייבנדיק אויג אויף אויג מיט לוזין, האָט מיכל גענומען עפֿענען דאָס געשלאָסענע מויל פֿון אבלות און דערציילן, ווי ער האַלט, ווי אַזוי מ׳האָט אים אָפּגעשטויסן, און אַז ער, מיט ווייב און קינדער, האָבן ניט מיט וואָס אַ טאָג איבערצולעבן. — מילא ער, ווי ער — האָט ער געזאָגט — אָבער זיי, זיין משפּחה. וואָס איז שולדיק?
ער האָט צווישן אַנדערן, ווייטער געזאָגט: מילא ער ווייסט כאָטש מיט מיט וועמען ער האָט זיך אָנגעהויבן, אַז מיט אַזוינע, וועלכע באַטיילן גאָט אין הימל מיט אַלע יענע שפּלדיקע אייגנשאַפֿטן, מיט וועלכע זיי, ווי כּשר־ ודמס, זיינען אַליין מישטיינסגעזאָגט, באַשאָנקען, ווי קנאה, שנאה, אאַז״וו, ↰ 70 און וואָס אויף דעם שרייען אַפֿילו די גאָר גלויביקע גדולים, וועלכע האַלטן, אַז ניט נאָר די געמיינע מידות, נאָר אַפֿילו די גרעסט־מענטשלעכע טיטולן און לויבערייען, וואָס מ׳שרייבט צו דעם רבונו־של־עולם, מינערן זיין גרויס, ווייל ס׳איז ניט צו מעסטן מיט קיין מענטשן־מאָס דעם, וואָס איז איבערמענטשלעך. און זיי, אָט די, וועלכע מיכל וויל זייער נאָמען ניט דערמאָנען, ציען דעם הימל צו דער ערד און טוען אים אין זייער אייגענעם קויט איינוואַלגערן — דערמיט, וואָס זיי שטעלן זיך פֿאַר זייער פֿאַרערטן, לויט זייער קליין־טרויעריקער השגה, ווי אַ ליאַדע ראובן אָדער שמעון אין מאַרק, וועלכער איז גרייט דודס זיין, ווען ס׳דאַכט אים, אַז עמעצער האָט זיין גרענעץ אַריבערגעשפּאַנט, אים צו שאָדן.
— זיי האַלטן דאָך — האָט מיכל פֿאָרגעזעצט — אַז דאָס, וואָס ביי אים, ביי מיכלען, זיינען איצט די קינדער אומגעקומען, איז דאָס אַ גערעכטיקער געצאָלט פֿון זיין ליגן נאָמען דערפֿאַר, וואָס ער, מיכל, האָט זיין עול אַראָפּגעוואָרפֿן און איז אַוועק אויף אַ גאַנצן תחום־שבת ווייט פֿון אים... פֿוקד עתן אָבות על ננים, — זאָגן זיי, שטייט דאָך געשריבן — ער צאָלט קינדער £אר די זינד פֿון עלטערן, הייסט עס, און מ׳פֿאָרגעסט, וואָס איז אין שפּעטערע צייטן געווען געזאָגט: דיברה תּורה כלשון כני אדם, אַז דאָס האָט זיך געפֿאָדערט פֿאַר אָפּגעשטאַנענע מענטשן, פֿאַרן המון אַזוי צו רעדן, ווייל אויב ניט, אויב ס׳זאָל טאַקע זיין, ווי אין פּסוק שטייט, אַזוי וואָלט דאָך דאָס געהייסן דאָס גרעסטע גזלנות פֿון גרעסטן גזלן...
אָט אַזוי, אין אָט דעם גייסט, האָט דעמאָלט מיכל בוקיער נאָך און נאָך גערעדט פֿאַר לוזין, און וואונדערלעך, ווי אַזוי לוזי האָט, דאָס אַלץ אויסהערנדיק, געשוויגן — אַ זאַך, וואָס איז ניט געהערט, ווייל אַן אַנדערער וואָלט אַזוינע רייד אַפֿילו צו קיין שפּיץ אויער גיט דערלאָזט, ווייל מ׳טאָר ניט.
אַויב מ׳וואָלט געוואָלט מיינען, אַז לוזי האָט, מעגלעך, געקוקט אויף מיכלען, ווי אויף אַ קראַנקן, וואָס רעדט פֿון וועג, און דערמיט האָט אים פֿארענטפֿערט, — איז ניין: גיכער איז צו גלויבן, אַז אַזוי ווי מיכלס ריס און אַרויס פֿון גדר איז אין יענע צייטן און אין יענע באַדינגונגען געווען אַן אויסנאַם־געשעעניש, אַזוי איז אויך לוזי, פֿון דער צווייטער זייט, געווען אַ צווייטער אויסנאַם... קלאָר גערעדט: ניט דערפֿאַר האָט לוזי אַזוי געדולדיק אויסגעהערט מיכלען, ווייל ער, חלילה, ווייניקער פֿרום, ווי ס׳האָט זיך געפֿאָדערט פֿון אַזוינע, ווי ער. ניין, נאָר דווקא דערפֿאַר, ווייל אי ער האָט געקערט צו אַ מער פֿרומער שיטה און אי אויך ווייל ער אַליין, ווי געזאָגט, אַ שטיק אויסנאַם — אינעווייניק אין דער שיטה...
ס׳וואָלט זיך געפֿאָדערט אַ באַזונדער אָפּהאַנדלונג אויף צו דערקלערן, ווי אַזוי אַזאַ, ווי לוזי, האָט זיך דערלויבט צד האַלטן אפֿן זיין טיר, למשל, פֿאַר אַזאַ, ווי אַ שמואליקל שלעגער, וואָס זיין פֿאַרשריגענע אויפּ־ ↰ 71 פֿירונג און שלעגערישע מעשים זיינען אונדז שוין פֿון פֿריער באַוואוסט... אין פֿלוג דאָך ווילד, אָפּגעפּרעגט און ניט צו כאַנעמען, ווי אַזוי לאָזט מען אַריין אין אַ שטוב אַזאַ, וואָס זיינע הענט זיינען ניט ריין פֿון שפֿיכת־דמים, — נישט נאָר פֿון איין מאָל פֿאַרגיסן כלום, נאָר פֿון באַשטענדיק שלאָגן שולדיקע, ווי אומשולדיקע, אַבי פֿאַר לוין, אַבי פֿאַר געלט... משונה; אַנדערע וואָלטן אים דאָך אויף די אויגן ניט געלאָזט. און דאָ גאָר: ער — ביי לוזין אַן איינגייער.
ווייל יאָ, ווייל מ׳דאַרף וויסן, אַז נישט איין מאָל האָט געטראָפֿן, ווען דווקא דערפֿאַר, וואָס ער, אַ שמואליקל, אַ כּמעט לא יכוא כקהל, אויף וועלכן אַ גאַנצע שטאָט קוקט קרום, מיט עקל און מיט מורא, אויב מ׳האָט אים מכבד געווען און ער דערפֿילט, אַז שערי תּשובה לא נבעלין — אַז די טויערן פֿון תּשובה, הייסט עס, זיינען ניט געשלאָסן אאָילו פֿאַר אַזאַ, ווי עד
— האָט זיך געמאַכט, אַז אַזאַ האָט זיך מיטאַמאָל געטאָן אַ קערעווע־ אויס צו זיין פֿאַרגאַנגענהייט מיט אַזוי פֿיל חרטה, אַז אין אַ שיינעם טאָג האָט ער גענומען וויינען פֿאַר די זעלבע סעקטע־לייט, ביי וועלכער ער איז פֿריער געווען נאָר אַ קאַלטער אורח, געזעסן אין אַ זייט און זיך מיט גאָרניט אָנגעקערט — מ׳זאָל אים פֿאַררעכענען פֿאַר אַן אייגענעם... און דאָס האָט געטראָפֿן, זאָגן מיר ווידער, אי אַ דאַנק דער אייגנשאַפֿט פֿון דער גלויבי-קער שיטה אַליין צו וועלכער ער איז געוואָרן אַ מקורב, אי אַ דאַנק, דער עיקר, דעם אָנפֿירער, וואָס איז געשטאַנען אַ האַלב אָבער גאַנץ־פֿאַראורטיילטער, אַ האַלב אָבער גאַנץ־פֿאַרפֿאַלענער, צוליב לייטערונג, צוליב בעסערונג.
אַזוי מיט אַ שמואליקלען, דאָס גלייכן מיט אַ מיכלען, וואָס דערפֿאַר האָט לוזי, מעגלעך, אַזוי געדולדיק אויסגעהערט יענעמס אָפּטריניקע ביטער־ ניש, אים ניט איבערגעשלאָגן און זיך ניט אָפּגעקערט פֿון צו הערן דאָס, וואָס אַנדערע, אין אַזאַ פֿאַל, וואָלט זיך געדאַכט, אַז זיי האָבן ווערעם אין די אויערן.
ניין, לוזי האָט געהערט אויפֿמערקזאַם. מערער — און דאָס איז אויפֿן ערשטן קוק שוין גאָר אַ חידוש — לוזי האָט, דאָס אַלץ אויסהערנדיק, אַפֿילו ווי כּלומרשט מישטיינסגעזאָגט מיט מיכלען... נאָך מער: ער האָט אַפֿילו, ווי מיט אַ שמייכלענדיקער הנאה זיינע רייד פֿאַרנומען, וואָס דאָס איז שוין גאָר, גאָר אַ חידוש.
דאָס לעצטע אָבער לאָזט זיך דערקלערן דערמיט, וואָס באמת האָט לוזי, קוקנדיק אויף מיכלס כאָטריבטקייט, געשמייכלט נישט פֿון יענעמס רייד, נאָר פֿון דעם, וואָס ער האָט זיך גראָד דעמאָלט דערמאָנט אין סרולין, וואָס איידער מיכל האָט זיך איצט אין שטוב צו אים באַוויזן, האָט יענער אָנגערופֿן מיכלס נאָמען, אין פֿאַרבינדונג מיטן אָפּמאַך, וואָס ער האָט געבעטן לוזין, ער זאָל אים ביי אים אַוועקנעמען, ווייל מעגלעך — האָט ער געזאָגט ↰ 72 — ער וועט דאַרפֿן געלט, כּדי אונטערצוהאַלטן אַזאַ, למשל, ווי אַ מיכלען... נו, דאָס האָט דאָך לוזי געוואוסט, אַז אויב סרולי האָט עפּעס פֿאַרטראַכט און זיך אונטערגענומען צו טאָן, אַזוי וועט ער שוין ברעכן ווענט און די זאַך וועט ער דורכפֿירן. און זיכער — האָט לוזי ווייטער געטראַכט — איז דאָס, וואָס סרולי איז היינט גלייך אַרויס פֿון שטוב, ווי נאָר מיכל איז אַריין, איז געטאָן געווען צוליב דעם, כּדי טאַקע איצט, באַלד, ווען מיכל איז אין דער היים ניטאָ, זאָל אים דערלאַנגט ווערן די הילף הינטער די אויגן, כּדי אים ניט צו פֿאַרשעמען.
און ווירקלעך, אַזוי איז דאָס טאַקע געווען, ווי מיר ווייסן... און דער־
פֿאָר, אַז מיכל האָט איצט אויסגעלייגט זיין גיטער האַרץ און האָט נאָך צוגעגעבן דערצו, אַז ניט נאָך טרייסט איז ער אַהער געקומען, ווייל ער ווייסט, אַז דער מענטש איז שטויב און זיין טרייסט איז דאָס זעלבע, — נאָר דערפֿאַר, וואָס ער קאָן אין דער היים גיט זיין און ניט צוזען דעם צער פֿון ווייב און קינדער; — אַז מיכל האָט דאָס צוגעגעבן און לוזי האָט אויך דערויף מיט גאָרנישט ניט דערווידערט, אַזוי האָט מען געזען, ווי מיכלען איז אַראָפּ אַ שטיק שטיין פֿון האַרץ שוין אַליין דערפֿון, וואָס ער האָט זיך כאָטש אָפֿן און פֿריי אַרויסגערעדט...
דערצו נאָך האָט צוגעהאָלפֿן דאָס, וואָס ביי לוזין אין שטוב איז געווען גוט געהייצט און פֿון דער געמיטלעכער וואַרעמקייט האָבן מיכלען גענומען אָפּגיין די שפּאָרעס און די קעלט פֿון לייג... און דעמאָלט, אַז סרולי גאָל איז אַהיימגעקומען, נאָך דעם ווי ער האָט זיינע געשעפֿטן אין שטאָט אָפּגעטאָן, מיט אַ פֿולן קויש און מיט פֿולע הענט און קעשעניעס פֿון מאכלים און משקה, וואָס ער האָט צו דער פֿאַרשטייענדיקער סעודה פֿאַרגרייט — אָט דעמאָלט, אַז סרולי האָט פֿאָרגעלייגט מיכלען, ער זאָל זיך ניט וואַשן און עפּעס טועם זיין פֿון געבראַכטן, האָט זיך מיכל ניט אָפּגעזאָגט. ער האָט זיך געוואַשן און איז צוגעגאַנגען צום טיש, צו וועלכן ס׳איז אים דערלאַנגט געוואָרן פֿון אַלעם פֿאַרגרייטן, און מ׳האָט געזען, אַז ער איז פֿאַרגענוגט ניט נאָר פֿון די מאכלים, נאָר אויך פֿונעם אופֿן, ווי אַזוי און מיט וואָס פֿאַר אַ פֿאַרגינערישקייט מ׳האָט זיי אים דערלאַנגט.
אי לוזי, אי סרולי האָבן מיכלען אין מויל ניט געקוקט, און בכלל האָבן זיי געזען האַלטן די גליקן אין אַ זייט, בשעת ער האָט זיין הונגער געשטילט, ווי כּלומרשט זיי זיינען מיט עפּעס אַנדערש פֿאַרנומען... ער האָט אָפּגעגעסן און איז אַוועק בשלום פֿון לוזין, אָן שום קריגעריי, נאָר פֿאַרקערט מיט דעם געפֿיל, אַז לוזיס טיר שטייט פֿאַר אים אָפֿן איצט, ווי אַלע מאָל, גליד ס׳איז גאָר קיין שום ענדערונג ניט פֿאָרגעקומען...
אָט דעמאָלט איז אויף סרולין ערשט דער רעכטער יום־טוב אַראָפּ. מ׳האָט געזען, אַז ער איז צופֿרידן און אויפֿגעלייגט ,אי פֿון די פֿיל אַרבעטן, ↰ 73 וואָס ער האָט היינט דערליידיקט, אי וון דעש, ווי אַזוי לוזי האָט אָקאָרשט ערשט אויפֿגענומען מיכלען. און ער האָט זיך דערפֿאַר גענומען גרייטן צו דער סעודה מיט גרויס פֿלייס, מיט ברען און אימפּעט, גלייך ס׳וואָלט זיין זיין ערשטע.אַרבעט פֿאַר היינטיקן טאָג.
ער האָט צונויפֿגעטראָגן אַלע טישן פֿון שטוג אין פֿאָדערצימער, וואו די סעודה האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען, און פֿון אַלע טישן געמאַכט איינעם
— !ון וואַנט צו וואַנט אַוועקגעשטעלט. דערנאָך האָט ער געבראַכט בענק, דערנאָך פֿאַרשפּרייט דעם טיש מיט טישטעכער, וועלכע האָבן זיך געפֿונען אין לוזיס באַלעבאַטישקייט; דערנאָך האָט גענומען אויסשטעלן דאָס געשיר־טעלער, מעסער, לעפֿל־גאָפּל לעבן יעדער אָרט, וואו עמעצער אַן איינגעלאַדענער האָט באַדאַרפֿט זיצן — אַלץ מיט דער ברייטער האַנט, נישט ווי אַן אַנדערש מאָל אין אַזוינע הייזער, ביי אַזוינע געלעגנהייטן, ביי אַן אָרעמען מאָלצייט, ווען איין מעסער געניגט אַמאָל אויף אַ גאַנצן טיש, און אויך טעלער, לעפֿל־גאָפּל קלעקן ניט פֿאַר אַלע; דאָ, היינט, ניט ווי אַלע מאָל, ווען מע קומט אָפּ די אויסשטאָטונג צו אַזוינע סעודות מיט אַבי־ווי און שיע פֿיע.
סרולי האָט דאָס מאָל אי פֿאר מאכלים, אי פֿאַר משקה גוט געזאָרגט, אי אויך פֿאַרן אויסערלעכן פּוץ און אַזוי געזאָגטן טאַבלטיר. ער האָט אַלע שטוב־לאָמפּן צונויאָגעבראַכט און זיי אויאָן טיש אַוועקגעשטעלט, ס׳זאָל היינט זיין ליבטיקער, ווי כסדר. און ווען אַלץ איז שוין גרייט געווען, האָט ער נאָך אַמאָל אַ קוק געטאָן אויף זיין מלאכה מיט אַ געניט אויג פֿון אַ געניטן סאַרווער, און אַז ער האָט געזען, אַז ס׳פֿעלט נאָך עפּעס אַזוינס, וואָס ביי לוזין איז דאָס ניט געווען צו קריגן, איז ער אַוועק צו שכנים, שכנות, זיך איינגעשאַפֿט און אָנטליען דאָס אויספֿעלנדיקע.
אַ סברה אויך, אַז פֿאַרנאַכט, ווען ס׳האָט אים געדאַכט, אַז די משקה וועט ניט קלעקן, איז ער נאָך אַמאָל אַוועק אין שטאָט דעם היסרון צו דעפֿולן און איינצוהאַנדלען נאָך.
און אויפֿדערנאַכט, נאָך מערב, ווען דער עולם האָט זיך גענומען צו־ נויפֿקלייבן, און ווען אויפֿן טיש האָבן זיך באַוויזן — ניט ווי אַלע מאָל איין לאָמפּ, נאָר דריי מיט אַמאָל, און די לוזי־לייט האָבן גענומען זשמורען די קבצנישע גליקן פֿון דער גרויסער ליכט, צו וועלכער זיי זיינען ניט געוואוינט און אויך ניט — צו אַזאַ אומגעוויינלעכער פֿאַר זיי טיש־אויסשטעלונג... אָט דעמאָלט האָט סרולי גאַל — אַ מירער, אַן אויסגע־ שעפֿטער פֿון אַ גאַנצן טאָג האַווען און אומשמייען — אין אַ ווינקל זיך אַוועקגעזעצט, גלייך ער האָט צו אַלעם אָפּגעטאענעם און פֿאַרגרייטן אין שטוב קיין שייכות ניט, און גלייך ניט ער איז דער שולדיקער פֿון דער אומגעוויינלעכער ליכט, פֿון לאַנגן טיש, מיט די ווייסע טישטעכער, מיטן ↰ 74 געשיר און מאכלים און משקאות, וועלכע האָבן זיך אויפֿן טיש געפֿונען אויסגעשטעלט — נישט זיין האַנט דערביי... ער האָט זיך אין אַ ווינקל פֿאַרזעצט און געוואַרט, דער עולם זאָל זיך אויסזעצן, און ווען מ׳וועט דאַרפֿן אויפֿגיבן צו דער סעודה דאָס, וואָס אויפֿן טיש איז נאָך לעת־עתה ניטאָ... אויך דעמאָלט, האָט מען געזען, וועט ער קיין אָרט צווישן אַלע איינגעלאַדענע ניט פֿאַרנעמען, ער וועט בלויז סאַרווערן און ווי אַ געוויסער סאָרט בעלי־שמחות, וואָס רירן זיך אַליין גיט צו צום פֿאַרגרייטן, און האָבן הנאה בלויז פֿון באַדינען אַנדערע מיט הנאה...
און אַזוי איז טאַקע געווען, אַז מ׳האָט זיך לסוף אויסגעזעצט, איז סרוליס אַרבעט באַשטאַנען אין דעם, צו זען, צו דערלאַנגען, וואָס וועמען ס׳פֿעלט — מ׳זאָל זיך פֿילן גוט, און אַלע גלייך, נישט אויסגענומען אַפֿילו אַזוינע, וואָס פֿאַר זיי האָט זיך שוין נישט געפֿונען קיין אָרט ביים טיש און זיי האָבן געמוזט בלייבן שטיין ביי זיינע זייטן.
דאָס זיינען געווען אייניקע פֿון די „קללה”־איינוואוינער, וועלכע האָבן דערזען די אומגעוויינלעכע ליכט פֿון לוזיס שטוב אַרויסשיינען, און דערפֿילנדיק דעם געמיטלעכן צוזאָג פֿון אַ שמחה פֿון דאָרט, האָבן זיך אומגעבעטענע אַליין אַריינגעשטעלט. סרולי האָט געזען, אַז אויך אָט די „קללה”־ לייט זאָלן זיין קאָנטענט... ער האָט דאָס מאָל אַפֿילו געלאָזט פֿרייען איינגאַנג פֿאַר די קאַליקעס און האַלב־דולע, ווי די „מיטוואָכס, און די „פּושקעס” וואָס אויך זיי האָט די פֿולע שיין צוגעצויגן און זיי זיינען אַריין שטילע, ווי אויף די שפּיץ־פֿינגער, האָבן זיך אין קיך אָנגעשטופּט און גענומען אַריינקוקן אין פֿאָדער־צימער, צו זעטיקן די פֿאַרקריפּלטע און האַלב־דולע פּנימער פֿונעם שטוב־יום־טוב, וואָס אַ קליינער חלק איז אויך זיי אַרי־ בערגעפֿאַלן.
ס׳האָבן זיך ביים טיש געפֿונען אויסגעזעצט די אַלע אונדז שוין באַקאָנטע לוזי־לייט, ווי יאַנקעלע דער פֿיר־אַרשיניקער שניידער, מיטן דאָרן האַלדז און „קנאַפּ״! מנחם דער פֿאַרבער, מיט דער צעשפּאָלטענער ליפּן יאַנקעלע ליקוי־חמה! דאָס „פֿאָרל, און נאָך, און נאָך, וואָס ווייל מיר קענען זיי שוין פֿון לאַנג, ווילן מיר זיי מער ניט אויסרעכענען. ס׳האָבן זיך געפֿונען, אַחוץ יענע, אויך אַ קליין ביסל ניי־צוגעשטאַנענע, וואָס האָבן זיך געפֿילט נאָך ניט איבעריק פֿריי, ניט היימיש און אַ ביסל פֿרעמדלעך. ס׳האָט אויך דאָס מאָל ניט געפֿעלט אַפֿילו אַזאַ, ווי שמואליקל שלעגער, וואָס ער האָט זיך אין סרוליס איינלאַדונג פֿון היינט בייטאָג דערמאָנט און האָט זיך מער ניט געלאָזט נעטן.
מ׳האָט שוין געהאַט עטוואָס געגעסן פֿון די מאכלים, אויך געטרונקען פֿון דער משקה, וואָס סרולי האָט היינט בייטאָג, קומענדיק פֿון מאַרק, מיטגעבראַכט אין קוישל, אויך אין די קעשעניעס, און וואָס פֿאַרנאַכט, אַ סברה, ↰ 75 ווען ס׳האָט אים געדאַכט צו זיין ווייניק, איז ער ווידער, ווי דערמאָנט, אַוועק אין שטאָט, אויף צוצוקויפֿן נאָך.
ביי די האַלב־אויסגעהונגערטע לוזי־לייט האָבן נאָכן ערשטן עסן און טרינקען שוין די ערד־קאָלירטע באַקן גענומען אונטערפֿלאַמען, זיך רויטלען. מ׳האָט זיך דערפֿילט אַ ביסל אויפֿגעבונדן און דערמונטערט. באַלד האָט מען שוין געזאָלט אַרויס מיט געזאַנג, וואָס נאָך דעם וואָלט געקומען אַ טאַנץ אין מיטן דער סעודה, ווי אַלע מאָל, ווען מ׳פֿאָרגעסט זיך און מ׳טאַנצט ביזן זיבעטן שווייס און ביז דאָס העמד ווערט נאַס.
אַרער אין דעם מאָמענט, ווען אַלעמענס אויגן האָבן זיך שוין געווענדט צום פֿאַרזינגער, וואָס קומט' אַלע מאָל אַרויס דער ערשטער מיט זיין קול, און וואָס נאָך אים קומען אַלע — אַזוי האָט מען פּלוצלים דערהערט, גאָר אַן אַנדער קול, אַ קול פֿון אַ שפּיל־כּלי, פֿון עפּעס אַן אומגע-ריכטער זייט אַרויס.
— האַ, וואָס? — האָבן זיך אַלעמענס אויגן אַ ווענד געטאָן צו יענער זייט שטוב, וואו די קללה־איינוואוינער זיינען געשטאַנען, מחמת ס׳האָט ניט געקלעקט פֿאַר זיי קיין אָרט צום זיצן.
מ׳האָט דאָרט פּלוצלינג דערזען סרולין מיט אַ דודע ביים מויל, מיט יענער, מיט וועלכער ער פֿלעגט אַמאָל משמח זיין חתן־כּלה אויף חתונות, ווי שוין דערציילט... מ׳האָט זיך גלייך אויך אַ ווענד געטאָן, ווי מיט אַ פֿראַגע אָן ווערטער, צו לוזין * צי געשיקט זיך עס, הייסט עס, דאָס, וואָס סרולי האָט„ ניט ווי דער שטייגער, זיך אַרויסבאַוויזן מיט אַזאַ זאַך גאָר, ווי מיט אַ דודע, מיט אַ ניט־יידישער שפּיל־כּלי? — צי איז רעכט, און צי מעג מען הערן?
— ס׳מאַכט נישט — האָט מען צוריק פֿון לוזין אַ גוטמוטיקן ענטפֿער אָן ווערטער באַקומען, און נאָך מיט אַ שמייכל, וואָס האָט באַטייט, אַז אויך אים איז עס מאָדנע, און אַז אַ ביסל האָט ער דאָך געקריגן גייגיר צו וועלן הערן, וואָס סרולי האָט דאָ צו זאָגן מיט זיין כלי..
אַלע זיינען גלייך פֿאַרכאַפּט געבליבן, סיי די ביים טיש זיצנדיקע, סיי די שטייענדיקע, סיי אויך די „מיטוואָכס, און „פּושקעס” וועלכע האָבן זיך פֿול אין קיך אָנגעשטופּט און וואָס ווען זיי האָבן דערהערט די שפּיל־כּלי, אַזוי האָבן זיי זיך צו דער שוועל פֿון פֿאָדער־צימער צוגערוקט און מיט אויסגעשטרעקטע קעפּ און העלדזער צו סרולין דעם געהער צוגעבויגן.
ווייל יאָ, ווייל דאָס מאָל איז סרולי אַרויס מיט אַזאַ שפּיל, וואָס ער האָט ווי זיך אַליין איבערגעשטיגן: מיט אַזאַ ריינעם טאָן און מיט אַזוינע קלאַנגען, וועלכע האָבן באַלד געמאַכט פֿאַרגעסן דעם עולם, ווער ער איז, און זיין גאַנץ גייענדיק יאָר קבצנות... ער האָט אים גלייך געבראַכט, ווי צו עפּעס זייער אַ געראָטענעם פּאַלאַץ, הויך, לופֿטיק געבויט, וועלכער גע ↰ 76 6ינט זיך אין אַן אָרט, וואָס פֿאַסט זיך פֿאַר פּאַלאַצישע בנינים — מיט אַ שיינעם אַרום און מיט אַ טויער, וואָס שטייט געשלאָסן פֿאַר ניט־געוואונטשענע און פֿאַר אַזוינע, וואָס האָבן ניט די ווערט אהיז אַריין.
און דאָ האָט זיך סרולי מיט דער דודע אַוועקגעשטעלט — ער מיטן עולם, וואָס ער האָט מיטגעבראַכט, און שפּילנדיק, האָט ווי גענומען אָא־ דערן ביים טויער, ער זאָל זיך עפֿענען מיט כבוד פֿאַר די, וואָס ער, סרולי, האַלט זיי פֿאַר פֿולווערטיק און פֿאַרדינטע.
— זיי ד.אבן פֿאַרדינט — האָט ער שפּילנדיק, זיי פֿאָרגעשטעלט — כאָטש אָרעם און פֿאַרטיילט. כאָטש באַנומען און 8ון מזל באַדויבט, אָבער ווער ווייסט, וועמענס מאָרגן ס׳איז, און ווער ס׳וועט איבערמאָרגן די וועלט ירשהנען?
און אָט ע8נט זיך דער טויער. סרולי מיט די מיטגעבראַכטע קומען אַריין, און מ׳זעט, ווי זיי פֿילן זיך צוערשט געענגט און ווי פֿאַרשעמט פֿון דעם, וואָס, ווי זיי דאַכט זיך, האָבן זיי אַריינגעטראָפֿן אַהין, וואו זייער זכות דערלויבט ניט, און מ׳פֿילט, אַז זיי וואָלטן גערן זיין, מ׳זאָל זיי באַלד צוריק אַרויספֿירן פֿון דאָרט...
סרולי אָבער דערלאָזט זיי זיך ניט שעמען. ער מוטיקט און מונטערט זיי, גייט פֿאָראויס און שפּילט אַ באַגעגעניש, ווי פֿאַר גאָר געוואונטשענע, וועלכע ווערן גערן איינגעלאַדן אין פּאַלאַצן.
און אָט קומט מען אַריין אין זאַלן, וואָס זיינען רייך אויסגעשטאָט, מיט רייך־באַשטעלטע טישן, ביי וועלכע ס׳זיינען שוין אויסגעזעצט פֿיל אַזוינע, ווי דירוואָס סרולי האָט אָקאָרשט מיטגעבראַכט — אויך אַזוי אָרעם געקליידט, אויך אַזוי געמיין אויסזעענדיק, אָבער וואָס פֿילן זיך' שוין היימיש און מאַכן אַרט פֿאַר די ניי״אָנגעקומענע, אויפֿגעלייגט און גאַסטפֿריינדלעך, און לערנען זיי און ווייזן זיי, אַז אויך זיי זאָלן זיך גוט פֿילן, היימישער און בעסער.
ס׳קומען באַלד אַן אויך די אייגנטימער פֿון פּאַלאַץ — שוין שיין געקליידט און אַזוי אויסזעענדיק, ווי גלייך זיי וואָלטן מיט אַזוינע געסט, 8ון סרולין איצט געבראַכטע, קיין מאָל קיין מגע־ומשא ניט געהאַט, קיין מאָל אין זייער נאָענטקייט ניט אָנגעטראָפֿן; און דאָ גאָר, פֿאַרקערט, יחוסן זיך מיט זיי, זעצן זיך צוזאַמען, עסן ווי פֿון איין טעלער און טרינקען 8ון איין כוס; און אַז די ניי־אָנגעקומענע סרוליס געסט נעמען דערנאָך טאַנצן, נאָכן עסן און אויסטרינקען, טאַנצן די אייגנטימער פֿון פּאַלאַץ מיט — אַזוי, אַז די פּיאַטעס הויכן אָן פֿלאַקערן ביי אַלע, אַזוי, אַז די סטעליע הויבט זיך פֿון אַלגעמיינער גדולה, און אַלע שרייען.. „זאָל זיך די וועלט פֿרייען! זאָל, ווער סע וויל, אַהער קומען און אין אונדזער אַלעמענס שמחה אָנטייל נעמען, נישט אויסגענומען די סאַמע לעצטע, ווי די סאַמע ערשטע, די חכמים און דער וועלט, און אויך די, וואָס זיינען אין קאָפּ געשלאָגן און ביז אַ ↰ 77 גראָשן שכל אויסגעבייטלט... אַלע: אַלע? — שרייט מען — און נישט נאָר מענטשן, נאָר אַפֿילו חיות פֿון וואַלד און בהמות פֿון פֿעלד וועט מען דאָ אויפֿנעמען גערן...
און דאָ טוט זיך טאַקע אַ הויב די סטעליע... מ׳דערזעט: ס׳נאַכט, קאַלט, פֿינצטער און אויסגעשטערנט... און מיט אַמאָל באַווייזט זיך, פֿון דער קעלט אָנקומענדיק, אַן עדה זקנים, פֿאַרשיידן אָנגעטאָן, מיט ליכט אין די הענט, ווי מ׳פֿירט עמעצן צו אַ חופּה, און הינטער אָט די זקנים — זע, — קומט אָן אַן עדה גייער, וואַנדערער, מיט ניסן־שטעקנס אין די הענט און מיט טאָרבעס, — אַזוינע, וואָס האָבן קיין מאָל קיין דאָך אויפֿן קאָפּ... און הינטער זיי — זע ווידער — באַווייזן זיך אויך בהמות פֿון פֿעלד, — ניין, גיט פֿון פֿעלד, נאָר פֿון אָרעמע שטאַלן, שלעכט פֿון קעלט געשיצטע, מיט פֿראָסט אויף די פֿעלן, וואָס זעען אויס, ווי זיי זוכן אַ וואַרעם אָרט, וואו זיך אָפּקעלבן און וואו — פֿון זייערע מעוברתע בייכער זיך באַפֿרייען.
און באַלד געשעט עס טאַקע: ס׳הערט זיך אַ שטילער מרוק פֿון קי. אַ ציקלען זיך פֿון ציגן, אַ מעקען פֿון שאָף, און זיי קעלבן זיך, ציגלען זיך, שעפּסלען זיך פֿאַר די אויגן פֿון אַלע פֿאַרזאַמלטע אין פּאַלאַץ און פֿאַר די ליכט פֿון די אָנגעקומענע זקנים, וואָס לייכטן זיי צו אין שטילקייט און אין פֿייערלעכקייט... און נאָכדעם, ווי די נייע ברואים קומען פֿון די מוטערס בייכער אַרויס, קערן זיך אום די זקנים און די וואַנדערער און ווינטשן דעם גאַנצן עולם מזל־טוב אייך: מזל־טוב דער וועלט: ... און אין קאַלטן דרויסן, אין פֿינצטערן הימל באַווייזט זיך אַ גרין־גאָלדענער שטערן איבער די קעפּ פֿון עולם, וואָס איז ביי די געבורטן בייגעווען.
— מע־מע...
— מזל־טוב! מזל־טוכו...
און דאָ האָט סרולי מיט אַמאָל דאָס שפּילן איבערגעריסן, ווי אַלע מאָל, אין מיטן, און אויך איצט געמאַכט גלויבן דעם עולם, אַז די שפּיל דויערט און די דודע איז נאָך אין מויל ביי אים, ווען אין דער אמתן איז די שפּיל שוין געווען אויס און די דודע ביי אים אין קעשענע פֿאַרבאַהאַלטן.
ס׳איז געווען אַ מין פּאַסטעך־ליד, וואָס האָט דעם עולם אַזוי מיטגעריסן, אַז די ביים טיש זיצנדיקע האָבן געהאַלטן די מיילער אָפֿן? די וואָס זיינען געשטאַנען, האָבן ניט געפֿילט, אַז זיי שטייען, די האַלב־דולע, קדיפֿלדיקע „קללה”־פּאַרשוינען, ווי די „מיטוואָכס, און „פּושקעס” וואָס האָבן געהאַלטן די קעפּ און די העלדזער איינס איבערן אַנדערן אַריבערגעשטרעקט, קוקנדיק אין פֿאָדערצימער און הערנדיק דאָס שפּילן מיט פֿאַרגאַפֿונג, — ביי יענע האָט סרוליס שפּיל אַרויסגערופֿן אַמאָל אַ שטיל געלעכטערל און אַמאָל אויך אַפֿילו אַ קוויטש פֿון התפּעלות...
מ׳האָט אויך נאָך דער שפּיל זיך געפֿילט פֿון סרוליס קלאַנגען באַהערשט, באַצויבערט. מ׳האָט נאָך געהאַט פֿאַר די אויגן, וואָס סרולי האָט אָקאָרשט פֿאָרגעשטעלט; דעם טרויער, פֿאַר וועלכן ער האָט אויסגעשפּילט דעם מאָרש לכּבוד די, וואָס ער האָט מיטגעבראַכט; די שמחה מיט די אייגנטימער פֿון פּאַלאַץ: די זקנים מיט די ליכט אין די הענט, און דאָס פֿי, וואָס קעלבט זיך — מע־מע — מיט מזל — דאָס אַלץ, וואָס מ׳האָט אין דעם געפֿילט אַ שטיק אייגענעם גורל, אַזוי הויכאַרטיק אויסגעדריקט...
מ׳האָט נאָך געהאַלטן די קעפּ געווענדט צו סרולין, ווי וועלנדיק הערן נאָך און נאָך פֿון דעם... נאָר מיטאַמאָל האָט זיך דערהערט! שא, שא...
— וואָס איז: — לוזי האָט גענומען „זאָגן”. אַ זאַך, וואָס טרעפֿט זעלטן, ווייל לוזי איז געווען קאַרג אויפֿן וואָרט, ווייל לוזי האָט אַלע מאָל באַפֿולמעכטיקט אַן אַנדערן אַרויסצוטרעטן אָנשטאָט אים, מיט דעם, וואָס מ׳דאַרף, פֿאַר די זייניקע. און דאָ גאָר, אָן שום בקשות פֿון קיינעם, האָט ער זיך אַליין אַרויסגערופֿן — אַ סימן, אַז אויך אים איז עפּעס איבער דער כלי איבערגעגאַנגען...
יאָ, אויך לוזי האָט היינט געהאַט אַן איבערפֿולטן טאָג : פֿריער אויס־
הערן פֿון סרולין, וואָס ס׳האָט געטראָפֿן, דערנאָך זיך אָפּזונדערן אין אַלקער און בעטן ביי דער וואַנט, און ביי דעם, וואָס שטייט הינטער דער וואַנט, מחילה פֿאַר סרולין, ווי אויך פֿאַר מיכלען, וועלכער האָט זיך גלייך דערנאָך צו אים אין שטוב באַוויזן און ביי אים לענגער פֿאַרבראַכט, ווי מיר געדענקען! דערנאָך אָט די שמחה, ווען ער האָט צוגעזען, ווי סרולי טוט אַרום איר, ווי אַרום אַן אייגענער, ווען ער האָט אַלץ, ווי געהער, פֿאַרגרייט, און ווי ער איז, אַ צופֿרידענער, איצט- אַרויס מיט זיין שפּיל־כּלי אומגעדרייט, — דאָס אַלץ האָט לוזין, ווייזט אויס, פֿון זיין געוויינטלעך איינגעשטעלטן שטייגער אַרויסגעפֿירט, און ווען ער האָט דערזען פֿאַר זיך דעם עולם מיט אָנגעשפּיצטע אויערן, אָקאָרשט ערשט פֿון סרוליס שפּיל אויפֿגערודערט, אַזוי איז אים אונטערגעקומען אַ באַגער זיי גיט לאָזן זיך אָפּקילן, און אויך, פֿון. זיין זייט, . אַ שאָט טאָן מיט קערנער אויפֿן באָדן, וואָס סרולי האָט פֿאַר אים אויפֿגע-אַקערט אין געמיט פֿון די צוהערער.
— חביבין ישראל — האָט לוזי אָנגעהויבן שטיל, אָפּגעהאַקט און מיט קורצע זאַצן — געליבט איז ישראל, וואָס ניט די יסורים פֿון גלות און ניט וואָס ער איז פֿאַרטריבן פֿון זיין טאַטנס טיש שטערט אים גיט זיך צו פֿילן בנים למקום — קינדער צו גאָט און אויסדערוויילט צום קיגפֿטיקן מלכות...
— און זאָלן זיך די אומות העולם ניט פֿרייען — האָט לוזי ווייטער געזאָגט — מיט זייער רייכן חלק, וואָס איז זיי אויסגעפֿאַלן, און ניט קוקן אויף ישראל, וואָס איז פֿאַרשוואַרצט, ווי די געצעלטן פֿון קדר... אמת, ער איז פֿאַרטיילט און איבערגעלאָזט אויפֿן חסד פֿון פֿיל שווערדן, וואָס הענגען אויף זיין קאָפּ און צווינגען אים אויסצובעטלען זיין לעבנס־ברויט ביי אַלערליי ↰ 79 אכזריות און וועלט־מערדער; זאָלן זיך די אומות ניט פֿרייען און ניט שפּעטן פֿון ישראל, וואָס זעט אויס פֿרעמד, פֿאַרטיילט און אַ פֿאַרוואָגלט שטיפֿקינד צווישן אַלע־ די קללה פֿון ישראל איז צייטווייליק, ווי לאַנג זי זאָל ניט דויערן, און דאָס, וואָס איז אים באַשערט צו זיין אַן אומגליקלעכער בעטלער אויף פֿאַרשאָלטענע שליאַכן, וועט, סוף פֿל סוף, אויפֿהערן...
— ס׳קומט די ליכט, די גאולה פֿון ישראל, ווי ס׳איז פֿאָראויסגעזאָגט פֿון פֿאָראויסזאָגער און נביאים אויף שפּעטער... אָבער אויך שוין איצט, און אַלע מאָל, קומען צדיקים אין אַלע דורות, ווען ס׳קומט בראָך און פֿורעניות אויף ישראל, וואָס נעמען אויף זיך די באַזיניקונג פֿון זיין גורל, באַלייטן אים אויף זיין דאָרנוועג מיט אַ ליג אויג פֿון אַ דערבאַרעמדיקן, וואָס אַלע פֿיילן, וועלכע דאַרפֿן טרעפֿן אין אים, ווינטשן זיי זיי צו האָבן געטראָפֿן אין זיך... ס׳ווינטשן זיך דאָס אויך די, וואָס שטייען נאָענט צום צדיק, וועלכע זיינען באַגליקט מיטן זכות צו פֿילן דעם טעם פֿון יענעם הויכן צער פֿון ישראל, וואָס איז דאָס געקרענקטע, אָפּקומענדיקע און ליידנדיקע האַרץ פֿון דער וועלט.
— חכיכין ישראל למקום — געליכט איז ישראל פֿאַר די יסורים, מיט וועלכע ער דינט פֿאַר אַ ביישפּיל דער וועלט, ווי אַזוי צו גלייכן אין שטאַנד און אין דער ניט־געבראָכענער מעלה אַפֿילו ווען דער חלף איז אויפֿן האַלדז... געליכט איז ישראל, וואָס אין זיינע פֿאַרטונקלטע גליקן בלייבט אים כסדר דאָך אויך אַ קליין שפּעלטעקל אויף אַרויסצוקוקן אויף דער גאולה — ניט נאָר פֿאַר זיך אַליין, נאָר פֿאַר אַלעמען, פֿאַר וועלכע ער איז דער געבענטשטער אָפּקומער און דער דערמאָנער פֿונעם באַוואוסטן צוזאָג, אַז ,״ומחה דמעה מעל כל פּנים” — אַז ס׳וועט קומען אַ צייט, ווען אַלע טרערן וועלן אָפּגעווישט ווערן פֿון אַלע פּנימער.
— ס׳וועט קומען די צייט... — האָט לוזי פֿאָרגעזעצט, שוין אַ דערוואַרעמטער פֿון זיינע אייגענע רייד, פֿול האָפֿענונג, — ווען אַ חופּה וועט געפֿירט ווערן צום הייליקן באַרג... חכמים פֿון דער וועלט און צדיקים מיט קרוינען אויף די קעפּ און מיט הנדלות אין די הענט, וועלן האָבן דעם געזאַלבטן אין דער מיט, און די גאַנצע וועלט וועט זיי נאָכגיין — מאַן, ווייב און קינד נישט נאָר פֿונעם מענטשלעכן מין, נאָר אויך אַפֿילו חיות, בהמות און עופֿות, וועלכע וועלן אויפֿגעריכט ווערן און אָנגעפֿולט זיין מיט וויסן, אינעם טאָג פֿון פֿרייד, ווען אַלעמען וועט דאָס גליק טרעפֿן... יעדער חכם מיט זיינע אָנהענגער און פֿאַרערער, יעדער נגיא מיט די כני נניאים, יעדער צדיק מיט די, וועלכע האָבן זיך לעבן אים נאָענט געהאַלטן און זיך געשפּייזט פֿון זיינע געלייטערטע רייד און געזאָלגטע מעשות — אַלע, וועלכע האָבן אָפּגעהיט דאָס הייליקע פֿייער אין ווינטן און אין שטו־ רעמווינטן, ס׳זאָל זיך ניט אויסלעשן אין דער פֿינצטער.
— היט דערום אויך איר- אחינו, אָנשי שלומנו — דאָס ליכט, וואָס איז אייך איבערגעגעבן געוואָרן בירושה, ניז' יענע טעג, ביז ימות המשיח, ווען אַלע קניען וועלן זיך בוקן פֿאַרן אויסלייזער. און אַלע קעפּ — נעטן ברכה
— סיי מענטש, סיי אַנדערע ברואים, אין וועמען ס׳איז נאָר פֿאַראַן אַ רוח חיה — אַ לעבעדיקע זעל...
— היט דאָס פֿייער, אחינו, אָנשי שלומנו. — האָט לוזי זיך גענומען מער דערוואַרעמען, און דער עולם האָט מיט פֿאַרגאַפֿונג אים געקוקט אין מויל, וועלנדיק הערן נאָך און נאָך צו זיין טרייסט און צו דער דערהויבענער שליחות, וואָס איז באַשטימט פֿאַר יעדער אָנגעהעריקן און נאָענט־שטייענדיקן צום צדיק.
— אי־אי, — האָט דער עולם זיך געקוויקט פֿון התפּעלות פֿון דעם וואָס איז דאָ אָנגעוויזן געוואָרן אַן אויסוועג פֿון צרות־הבלל, פֿון צרות האומה און צרות הפֿרט פֿון יעדן איינציקן פֿון די צוהערער.
— אי, אי, אי — האָט מען זיך געקוויקט פֿונעם גלויביקן נחת, וואָס ס׳איז באַגליקט צו האָבן אונטער דער פּאָלע פֿאַרשטעלט דאָס באַוואוסטע ליכט, וואָס דאַרף טליען און זיך אויפֿהאַלטן ביז משיחס צייטן, ווי דער רבי ר׳ נחמן האָט פֿאַרשפּראָכן...
— אי,אי...
אָבער ווי דער עולם האָט נאָך ניט באַוויזן זיך אָפּצואוואונדערן פֿונעם געהערטן פֿון לוזין, אַזוי האָט פּלוצים אַ טראך געטאָן אַ שטיין, וואָס האָט געטראָפֿן אין פֿענצטער פֿונעם פֿאָדער־צימער, וואו די סעודה איז פֿאַרגע-קומען. מ׳האָט אויסגעזעצט אַ שויב, און שיער־שיער און אַ האַר איז אָפּגעגאַנגען, אַז דער אַריינגעטראָפֿענער שטיין זאָל עמעצן אַ קאָפּ געווען פּלעטן, ניט אויסגעשלאָסן אויך (און אפֿשר דער עיקר טאַקע געמיינט), לוזיס קאָפּ...
דער עולם האָט זיך אַ ווילדן כאַפּ אויף געטאָן... דער קריפּל־עולם, וואָס האָט זיך געזאַמלט אין קיך, האָט זיך גענומען צוריקרוקן פֿון דער שוועל פֿון פֿאָדער־צימער, וואוהין ער האָט פֿריער די קעפּ געשטרעקט, און באַמעלעך־פּאַמעלעך זיך גאָר אין גאַנצן אָנגעהויבן אַרויסשארן און די שטוב פֿאַרלאָזן? יענע, וואָס האָבן ביים טיש קיין אָרט ניט געהאַט און האָבן, שטייענדיק, פֿריער סרולין און איצט לוזין אויסגעהערט, האָבן זיך אויך איצט פֿון די ערטער גערירט, געפּלעפֿטע; אַזוי אויך די זיצנדיקע — אויף זייערע זיין־פּלעצער, און נאָר איין סרולי האָט גלייך געכאַפּט, וואָס דאָ קומט פֿאָר און וואָס מ׳דאַרף פֿירנעמען.
ער האָט באַלד אַ וואונק געטאָן שמואליקל שלעגער, וועלכער האָט פֿאַרנומען אַן אָרט ביים טיש, ער זאָל מיט אים אין דרויסן אַרויס, און זען, ↰ 81 אפֿשר וועט זיי געלינגען פּאַקן ביי דער האַנט דעם, וואָס האָט דעם שטיין געוואָרפֿן, ער זאָל פֿון זיי זיין ערלעך אויסקומעניש באַקומען.
ער האָט פֿאַרשטאַנען, סרולי, אַז אָט דער שטיין איז אַ מין פֿאָרזעצונג פֿון דעם, וואָס מ׳האָט פֿריער מיט אים דורכגעמאַכט אין ברכהס הויז, ווען ער האָט זיך אַהין געטראָפֿן באַטרונקען, און אד דאָס איז אויך אַן אָנזאָג אויף עפּעס נאָך, וואָס וועט ווייטער, מעגלעך, געשען, אויף אַ געוויסן אופֿן, פֿון געוויסע הענט געשאַפֿן...
ער האָט זיך דורכגערוקט דורכן שטוב־עולם, און אַז ער מיט שמואַלעקלען זיינען אַרויס אין דרויסן און האָבן זיך אומגעקוקט אין אַלע זייטן און געוואָלט דערשפּירן כאָטש אַ מינדעסטן סימן פֿון דעם, פֿון וועמענס האַנט דער שטיין האָט געטראָפֿן, און זיי האָבן ניט געפֿונען, נישט געקוקט דערויף, וואָס זיי האָבן זיך צעלאָזט, ווי שפּיר־הונט אין אַלע זייטן, — האָבן זיי זיך, באין ברירה, לסוף געמוזט אומקערן מיט ליידיקן און ניט קיין אויסגעלאָדענעט ווילן יענעם צו באַצאָלן, ווי ער האָט פֿאַרדינט. באַלד אָבער, ווי זיי האָבן זיך צוריק צו דער טיר פֿון לוזיס שטוב דערנעענט, אַזוי האָבן זיי זיך אָנגעשלאָגן אויף איינעם אַ הויכן, אַ לאַנגן, וואָס אין דער פֿינצטער איז זיין פּנים ניט געווען צו דערקענען, און וואָס ווי נאָר יענער האָט דערזען.סרולין מיט שמואליקלען אים אַנטקעגן גיין, אַזוי האָט ער גלייך אַ פֿרעג געטאָן:
— דאָ וואוינט לוזי מאַשבער?
— יאָ, וואָס איז דען? וואָס דאַרף ער??
— ער דאַרף — האָט יענער געזאָגט — ער איז געשיקט פֿון רב, ר׳ דודין איויא שליחות.
אַז ער איז אַריין, צוזאַמען מיט סרולין און שמואליקלען, פֿריער אין קיך, דערנאָך אין פֿאָדער־צימער, וואו דער פֿול־געפּאַקטער עולם האָט זיך נאָך געפֿונען אויף די ערטער, שטייענדיק, זיצנדיק, נאָך איבערראַשט פֿונעם נאָר וואָס געשעענעם, וואָס האָט זיך אַלץ נאָך פֿון אַלעמענס פּנימער ניט אויסגענומען — אַזוי האָט ער גלייך אַ קוק געטאָן צום אויבנאָן פֿון טיש און האָט דערקענט דעם, צו וועמען ער האָט באַדאַרפֿט האָבן — לוזין, און נאָר, צוליב מער זיכערקייט, האָט זיך אַ ווענד געטאָן און אַ פֿרעג געגעבן..
— דאָס איז ער, לוזי מאַשבער?
— יאָ, ער.
— איז ער געשיקט פֿונעם מרא דאתרא, פֿון רב ר׳ דודין, וועלכער נעט, אַז לוזי זאָל ניט זאַמען און וואָס גיכער נאָך היינט צו אים זיך ווייזן, צוליב אַ געוויסן ענין.
דאָס איז געווען מלך דער לאַנגער, ר׳ דודיס משרת, וואָס ווי נאָר ער האָט די לעצטע ווערטער אָפּגעזאָגט, אַזוי איז ער אַ וויילע געבליבן מבולבל ↰ 82 פֿון דער פֿרעמדער סעודה־לופֿט, מיט וועלכער ער האָט אַן אָטעם געטאָן, און אויך דערפֿון, וואָס אויף די פּנימער פֿון עולם איז געווען צו מערקן עפּעס אַ צעמישטקייט, וואָס ער האָט זיך ניט געקאָנט דערקלערן, פֿון וואָגען זי שטאַמט — איז ער דערום שטיין געבליבן מיט פֿאַרלוירענע בליקן, און נישט האָבנדיק מער וואָס צו זאָגן, האָט אויף לוזיס ענטפֿער געוואַרט.
גוט — האָט לוזי געזאָגט — ער קאָן גיין, מלך, הייסט עס... ס׳איז אַ סעודה דאָ, ווי ער זעט... און אַז מ׳וועט ענדיקן, מ׳וועט אָפּבענטשן, וועט ער גלייך קומען, לוזי, ניט געזאַמט.
שפּעטער אַ ביסל, אַז מ׳האָט די סעודה שוין פֿאַרענדיקט, ווי ניט ווי, אי מחמת דעם איבערשלאָג מיטן שטיין, אי מחמת דעם, וואָס דער עולם האָט דערפֿילט אויך עפּעס ניט גוטס אין דער איינלאַדונג פֿון לוזין צו ר׳ דודין; שפּעטער אַ ביסל, אַז מ׳האָט שוין אָפּגעגעסן, דערנאָך אָפּגעבענטשט, אַזוי האָבן אַלע, פֿאַרן אַוועקגיין און זיך אָפּגעזעגענען מיט לוזין, אים אַרומגערינגלט און ציטעריק ווי אים געוואונטשן, ער זאָל זיין באַהיט פֿון שלעכטס, וואָס קאָן אים מעגלעך פֿאַרשטיין דאָרט, וואוהין ער לאָזט זיך...
מ׳האָט זיך איינציקווייז, אויך רעדלעכווייז גענומען אַרויסרוקן פֿון לוזיס שטוב, וואו ס׳זיינען געבליבן נאָר סרולי מיט לוזין, אויך שמואליקל שלעגער, וועמען סרולי האָט אַ וואונק געטאָן, ער זאָל ניט אַוועק מיט אַלע... און דעמאָלט, אַז לוזי האָט זיך גענומען אָנטאָן צום גאַנג, האָט אויך סרולי געטאָן דאָס זעלבע, און אַ זאָג געגעבן?
— ער גייט אויך — ער מיט שמואליקלען.
— צו וואָס? מ׳האָט אים ניט גערופֿן?
— ס׳מאַכט ניט, אַז אויך אומגערופֿן.
— מ׳איז אַרויס פֿון שטוב אין דרייען, לוזי אין דער מיט, און סרולין מיט שמואליקלען האָט ער ביי די זייטן געהאַט. מ׳איז אַזוי צוזאַמען פֿאָרזיכטיק דורכגעגאַנגען די פֿינצטערע געסלעך פֿון יענעם אָרט, וואו לוזי האָט געוואוינט, און וואו מענטשן גייען ווייניק — ווייזט אויס פֿון מורא, אַז ס׳זאָל זיך דאָרט ווידער עפּעס ניט טרעפֿן, ווי אין שטוב — אַ מין אָנפֿאַל אויף לוזין. און אַז מ׳איז אַרויס אין די מער באַלויכטענערע און מער באַלעבטערע גאַסן, וואו די מורא דאָרט האָט שוין געקאָנט זיין קלענער, אַזוי האָט סרולי מיטאַמאָל זיך פֿאַרהאַלטן און אַ זאָג געטאָן, אַז ער האָט נאָך עפּעס אויפֿן וועג צו דערליידיקן... און שמואליקלען האָט ער דערביי אַ וואונק געטאָן, ער זאָל לוזין ניט לאָזן אַליין. פֿון אים ניט אָפּשטיין און אים באַגלייטן, ביז ר׳ דודין, און אויך דאָרט, האָט ער געזאָגט, זאָל ער מיט אים צוזאַמענזיין, ביז ער, סרולי, וועט אַהין אָנקומען.
דעמאָלט איז ער אַוועק און ניט געבליבן. ער האָט זיך געלאָזט צו ברכהן, וואָס כאָטש היינט בייטאָג האָט ער זיך געמאַכט סימנים אין איר ↰ 83 הויף, אויף צו פֿאַרגעדענקען, טאָמער וועט ער אַהין באַדאַרפֿן האָבן אויפֿדערנאַכט, אין דער פֿינצטער, דאָך האָט ער אויך איצט אַ ביסל געפּלאָגטערט, ביז ער האָט אים אָפּגעזוכט.
אַז ער איז אַריין צו ברכהן און האָט דאָרט אָנגעטראָפֿן, ווי אַלע מאָל איז אַ וואָכעדיקן טאָג, אין אַ וואָכעדיקן אוי6דערנאַכט, גאָר ווייניק, האַלב פֿאַרשעמטע, האַלב פֿאַררוקטע באַזוכער, אַזוי האָט ער זיך גלייך אַ ווענד געטאָן צו איר און איר איינגעדוימט.
— איצט דאַרף ער זי האָבן, זי זאָל מיט אים מיטגיין, ווי אָפּגע-מאַכט.
— וואוהין? — האָט יענע אַ פֿרעג געטאָן.
— צום רג. — האָט סרולי געענטפֿערט.
— אי־אי — צום רב מ
— יאָ, וואָס־זשע, זי האָט זיך דערשראָקןז
— אַוודאי דערשראָקן.
— נו, איז האַלט זיך צו דאָרט, וואו מען האַלט זיך, אַז מ׳דערשרעקט זיך...
דעמאָלט האָט ברכה עטוואָס אַ שמייכל געטאָן פֿונעם ענטפֿער פֿונעם אומבאַקאַנטן איר סרולין, וואָס, ווי ס׳ווייזט אויס, איז ער אַמאָל גאָר קיין פּראָמאַך ניט געווען אַפֿילו אין באַציאונגען מיט אַזוינע, ווי זי, ברכה. זי האָט זיך איצט נאָך אַמאָל איבערצייגט, ווי שוין איין מאָל היינט בייטאָג, אַז אָט דער אַמאָל געוועזענער גאָרניט קיין פּראָמאַך האָט עפּעס אַ פֿעסטע האַנט אויף צו צווינגען דעם, מיט וועמען ער האָט, עפּעס אָפּגעמאַכט, אַז יענער, דער צווייטער צד, זאָל — צי ער וויל יאָ, צי ער וויל ניט — אויספֿירן, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען. זי האָט געפֿילט, אַז אויב זי וועט איצט פּרואוון וועלן נישט האַלטן קיין וואָרט און זיך אויסדרייען פֿון דעם, אויף וואָס זי איז פֿריער באַשטאַנען, אַזוי קאָן אָט דער איר־אומ. באַקאַנטער סרולי מאַכן אַ סקאַנדאַל, אַ הויכע סצענע, וואָס קאָן פֿיל שאָדן ברענגען איר גאָרניט איבעריק כּשרער פֿדנסה־שטוב, וועלכע דאָרף מורא האָבן פֿאַר אַזוינע זאַכן, ווי איבעריקע אויגן, איבעריקע אויערן און איבעריקן טאָראָדאָס.
זי האָט זיך דערום אונטערגעגעבן. און כאָטש זי האָט ניט געוואוסט גענוי, מיט וואָס זי וועט דאַרפֿן דינען אָט דעם אומבאַקאַנטן ביים דכ; און כאָטש זי האָט אויך געהאַט אַ גרונט מורא צו האָבן, אַז אָט דאָס עדות־ זאָגן דאָרט וועט, מעגלעך, גיט צונויפֿפֿאַלן מיט די אינטערעסן פֿון אַ יונה, מיט וועלכן זי איז, ווייזט אויס, געווען נישקשה פֿון באַקאַנט, און וואָס, ווי זי האָט געוואוסט, האָט ער, יונה, דאָך איינגעאָרדנט די גאַנצע זאַך מיטן ברענגען צו איר אָט דעם אומבאָקאָנטן, צוליב אַ געוויסן צילן נאָר דאָך, ↰ 84 אַזוי ווי יונה? איז איצט נישט געווען, ער זאָל זי אונטערהאַלטן און איר העלפֿן, אויב זי וועט זיך וועלן פֿאַרקריגן מיט אָט דעם, סרולין; און אַזוי ווי זי האָט דאָך היינט בייטאָג אויך באַקומען גוט באַצאָלט פֿון דעם, וואָס שטייט איצט פֿאַר איר און מאָנט אויף פֿאַר זיין געצאָלטס; און אַזוי ווי זי האָט אויך געזען, ווי געזאָגט, אַז דער פּאַרשוין איז אַ מענטש מיט אַ ווילן, וואָס צוויי מאָל אָפּגעפּריצעוועט און באַנומען ווערן פֿון איר שטוב וועט ער זיך שוין אַוודאי ניט לאָזן — האָט זי דערום נאָכגעגעבן... זי האָט אַ זאָג געטאָן: „אָט, באַלד”, און באַלד טאַקע האָט זי גענומען אויף זיך אַ ווינטערדיקן מאַנטל און אַ שאַל אויפֿן קאָפּ; און זייענדיק שוין גרייט צום גאַנג, האָט זי ווידער אַ זאָג געטאָן:
— זי גייט; געמאַכט, איז געמאַכט; און אַז מ׳וועט זי פֿרעגן, וועט זי אַוודאי זאָגן, וואָס זי ווייסט.
אַז לוזי איז יענעם אָוונט אַריין צו. ר׳ דודין, האָט ער געטראָפֿן נישט קיין גרויסן עולם, ווי אַמאָל אַ שבת־צו־נאַכטס, נאָר בלויז עטלעכע געציילטע, אָבער, ווייזט אויס, נישט קיין צופֿעליקע, נאָר ספּעציעל אַהער צוזאַמענגערופֿענע, דאָס איז געווען צו זען דערפֿון, וואָס ווי נאָר רי דודי האָט אים באַמערקט און האָט זיך עטוואָס אויפֿגעהויבן פֿון זיין שטול, ווי אים אָנט־ קעגנגייענדיק מיט כבוד, אַזוי האָבן די אַרומזיצנדיקע אויף לוזין אַזאַ קוק געטאָן, פֿון וועלכן ס׳איז קלאָר געווען, אַז פֿריער אַ מינוט איז דאָ די Tn געגאַנגען וועגן אים, און איצט, ביי זיין אַריינקומען, איז מען אַנטשוויגן געוואָרן און דעם געשפּרעך איבערגעריסן. ס׳האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען ביי ר׳ דודין חוץ אַ פּאָר רבנים, אויך אייניקע שטאָט־באַלעבאָטים, און אויך — זע אַ וואונדער: — אַזאַ, ווי יונה שענקער, וואָס אַזוי ווי ער האָט ניט געוואַגט צו פֿאַרנעמען אַן אָרט לעבן העכערס פֿון זיך, ביים טיש פֿון רב, איז ער דערום געשטאַנען הינטער אַ בענקל פֿון איינעם אַ זיצנדיקן חשוב, מיט פֿאַרלייגטע הענט אויף אַרונטער, ווי זיין שטייגער.
יונה האָט בעת לוזיס אָנקומען, באַמערקט אויף שמואליקל שלעגער, וואָס האָט, לויט סרוליס אויפֿטראָג, באַדאַרפֿט לוזין ביזן רב באַלייטן און אויך אין שטוב מיט אים מיטגיין. ער האָט אויך -באמערקט, אַז ווען שמואַלעקל איז אַריין, האָט ער זיך די ערשטע רגעס פֿאַרלוירן אומגעקוקט מיט זיין בעלמעוואַטע אויג, ניט וויסנדיק, וואו זיך אַהינטאָן, צי שטיין בלייבן, צי זיך זעצן; און, אַז לסוף, זייענדיק פֿון זעלבן סאָרט, וואָס ער, יונה, אַליין, וועלכער פֿילט זיך ניט איבעריק פֿריי אין דער סכיכה פֿון אַ רב, בפֿרט פֿון אַזאַ, ווי אַ ר׳ דודי — האָט ער דערום באַשלאָסן שטיין בלייבן, אַ ביסל ↰ 85 ווייט, אַ ביסל אָפּגעזונדערט, ווי אַ ניט באַרעכטיקטער אוךניט אַריינגע־ פֿאַסט אין אָט דער געזעלשאַפֿט.
— ווער איז דער ייד? — האָבן אייניקע אַ פֿרעג געטאָן, ווען מען האָט דערזען דעם פֿרעמדן שמואליקלען און געוואוסט, אַז ער איז נישט איינגעלאַדן.
— האַ, שמואליקל; — האָבן אַנדערע, וואָס האָבן אים אַ ביסל יאָ געקאָנט און געוואוסט זיין שלעגערישע עבודה אין שטאָט, הינטן אַרום אַ מורמל געטאָן, נישט צופֿרידענע, פֿאַרשטענדלעך, פֿון זיין אַהערקומען.
— האַ, שמואליקל: — האָט יונה זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַן אויסרוף׳
ווי צו אַ גוט באַקאַנטן, און מען האָט געזען, אַז ער ווייסט אים אויף,זיכער', און אַז, זיכער, שמואליקל — אויך אים; און אָט דערום האָבן די אומצופֿרידענע מיט שמואליקלען נישט געקאָנט נעמען דערווידערן קעגן אים, מחמת אויב אַ יונה ווערט דערלאָזט ביי־צו־זייז פֿון איינעם אַ צד, מעג דער צווייטער צד זיך דערלויבן צו האָבן אַזאַ, ווי דער צווייטער, ווי שמואליקל, הייסט עס: און קוויט, און קיינעם קומט פֿון קיינעם קיין אויסגאָב ניט אַרויס...
און אַזוי איז דאָס טאַקע געגליכן; יונה איז שטיין געבליבן, ווי פֿריער, הינטערן בענקל פֿונעם זיצנדיקן חשוב, און שמואליקל — וואו ער האָט פּלאַץ פֿאַרנומען; אַ ביסל ווייט, אַ ביסל אָפּגעזונדערט...
און אָט, און ווי די ערשטע פֿאַר באַגריסונג־ווערטער זיינען געזאָגט געוואָרן צווישן לוזין און ר׳ דודין, ווי ס׳פֿירט זיך, אַזוי איז מען גלייך צוגעטראָטן צום ענין, צוליב וועלכן דער ערשטער איז איינגעלאַדן געוואָרן פֿון צווייטן.
אַ פּאָר ווערטער וועגן דער באַגעגעניש פֿון אָט די צוויי!
אין פֿלוג דאַכט זיך, מידע גלייך, מידע פֿון איין טייג געקנאַטן, ביידע צו איין גאָט און צו איין גלויבן געהעריקע, און אַפֿילו כּמעט צו איין שיטה אין גלויבן — און דאָך פֿאַרשיידענע, אי לויט זייערע אייגנשאַפֿטן, און אי, דער עיקר, לויט דעם אַרט און לאַגע, וועלכע זיי האָבן פֿאַרנומען.
ווען ר׳ דודי — אַ חריף, מיט פֿיל קענטעניש, וועלכע האָבן אים געבראַכט צו זיין דער גרעסטער רב אין אַזאַ קהילה, ווי N, וואו מ׳האָט אים גרויס ערלעך געהאַלטן און וואו זיין וואָרט איז געהיט געווען, ווי אַ וואָרט, וואָס איז געגעבן געוואָרן „מסיני” — ד״ה פֿון גאָט אַליין; — ווען ר׳ דודי — אויך אַ תקיף, וואָס האָט געהאַט אַ גאַנצע שטאָט הינטער זיך, וועלכע האָט זיך אים אונטערגעגעבן, ווי אַ האַר, אַ הערשער, און וואָס דערפֿאַר, ווי מיר האָבן דערציילט, פֿלעגט ער אַלע פֿרימאָרגן, זומער, דער ערשטער אויף זיין גאַניקל אַרויסגיין, די אויגן פֿאַר דער זון פֿאַרשטעלן און נעמען אויפֿן זינען די שטאָט, ווי איינער, וואָס גיט אַכטונג און באַזאָרגט זיינע אַ נחלה, אויף וועלכער ער האָט צו זאָגן, ווי אַן אייגנטימער, ↰ 86 ווען ר׳ דודי — אַזאַ, איז לוזי פֿאַרקערטאַ אַ ווינקל־מענטש, וואָס האָט אַלע יאָרן אין אַ קליין שטעטעלע אויף דער גרענעץ ערגעץ פֿאַרבראַכט! אַ דערווייטערטער פֿון קהל! כאָטש אַ געלערנטער און גרויס־ווייסער, דאָך אָבער אַ מענטש נישט פֿון מאַכט, נאָר פֿון געמיט; נישט נאָר נישט תקיף, נאָר ערגעץ אינערלעך אַפֿילו אָנגעבראָכן, און וואָס דערפֿאַר, ווי מיר האָבן שוין אויך דערציילט, האָט מען אים געקאָנט זען אָפֿט זיך אומדרייען אַ פֿאַרטראַכטן, ווי ער שטעלט זיך אויף און נעמט פֿירן מיט אַ פֿינגער איבער דער ברעם פֿון זיין רעכטן אויג, ווי איינער, ביי וועמען די מחשבות קא-לויצען זיך און ער וויל זיי איינשטילן, באַרואיקן; אַזאַ, וואָס זיין כלי האָט שטיל..און לאַנג זיך געוואַקלט, ביז דער וויין און די הייוון האָבן זיך אים איינגעשטעלט — אַזוי פֿריער, אי־ן דער יוגנט, און אַזוי אויך איצט, ווען ער האָט, נאָך לאַנגע גייסטיקע אומוואַנדערונגען, דערלאַנגט צוקומען צו די, ביי וועלכע ער האַלט זיך איצט, אי דאָס אויך (זאָגן מיר דאָ אויס...) ניט איבעריק זיכער, אַז ער וועט ביזן סוף בלייבן אַ זייעריקער. אַזאַ — לחי.
און איצט צום ענין.
ווי נאָר ר׳ דודי האָט לוזין פֿאַר די אויגן געקריגן, און ווי נאָר ער האָט זיך געווענדט צו אים מיט די ערשטע פֿאַר באַגריסונג־ווערטער, אַזוי האָט ער אים גלייך דערנאָך אַ פֿרעג געטאָן: צי ווייסט ער, אַז שטאָט איז שטאַרק אויפֿגעבראַכט אויף אים, און אַז ער, ר׳ דודי, ווי דער מרא דאתרא, איז מחוייב אים צו וואָרענען?
— יאָ, ער ווייסט — האָט לוזי שטיל אָפּגעענטפֿערט, אַ ביסל מיט טרויער און אַ ביסל מיט פֿאַרבאָרגענעם שפּאַס, און דערביי אויך אַ ביסל אונטערגעשמייכלט — ווייל איינע אַ וואָרענונג האָט ער שוין היינט באַקומען.?
— פֿון וועמען? — האָט ר׳ דודי געפֿרעגט.
— פֿון אַ שטיין, וואָס מ׳האָט אים היינט, ערשט אויפֿדערנאַכט, אין זיין פֿענצטער אַריינגעוואָרפֿן.
— אַ שטיין? — האָט ר׳ דודי זיך פֿאַרחידושט און מיט די אַקסל, ווי אַוועקגעמאַכט די האַלב־פֿאַרשטעלטע לוזיס באַשולדיקונג, אַז, כּלומרשט, קאָן ער, ר׳ דודי, האָבן אַ שייכות צו אַזוינע זאַכן, ווי צו וואָרענען מיט שטיינער...
— ער פֿאַרשטייט גיט און הויבט ניט אָן פֿאַרשטיין, נישט ער, און נישט אויך אַלע די, געוויס, וואָס זיצן דאָ ביי זיין טיש פֿאַרזאַמלט.
— האַ? — האָט ער זיך מיט אַ פֿראַגע געווענדט צו די ביים טיש-זיצנדיקע און ווי זיך געעדותט מיט זיי וועגן זיין און אַלעמענס אומשולד.
— ניין, קיינער — האָבן זיך אַלע אָפּגעטרייסלט פֿונעם פֿאַרדאַכט פֿון וועלכן קיינער האָט ניט געוואוסט צו זאָגן און ניט געהאַט פֿון אים קיין אַנונג.
יאָ, קיינער... אויסער יונתן, וואָס ווען עמעצער וואָלט דעמאָלט אַ גוטן קוק געטאָן אויף אים, וואָלט מען געזען, אַז ער ווייסט יאָ און האָט יאָ עפּעס ↰ 87 אַ שייכות... און אַז דערפֿאַר, ווען לוזי האָט דערמאָנט וועגן שטיין, האָט ער אַ ביסל דעם קאָפּ אין אַ זייט אַ קערעווע געטאָן און זיינע פֿאַרלייגטע הענט אויף אַרונטער האָבן זיך אים עפּעס אַן אומרואיקן באַברע געטאָן.
— נישט איז נישט — האָט לגזי געזאָגט און האָט זיין האַלב־טרויעריקע, האַלב־שפּאַסיקע אָנצוהערעניש, ווי צוריקגעצויגן — נו, און פֿון וואָס וויל אים ר׳ דודי וואָרענען?
— פֿון דעם, וואָס אונטער זיין שאָטן געפֿונען זיך אויסבאַהאַלטן אַזעלכע פּאַרשוינען, וואָס ווען יד ישראל תקיפֿה, ד״ה ווען יידן וואָלטן געווען ביי דער מאַכט, וואָלט מען זיי באַדאַרפֿט אַריינוואַרפֿן אין חרם, אָדער ערגער — ווי ס׳קומט זיי.
און דאָ האָט ר׳ דודי גענומען אויסלייגן די מעשה־מיכל, וואָס איז £ארגעקומען ביי אים איין שטוב, אָט דאָ, ביי דעם זעלבן טיש, ביי וועלכן ס׳זיצט איצט לוזי מיט אַלע איבעריקע, ווען יענער האָט פֿאַר אַ גאַנצער עדה יידן געזאָגט און איבערגעחזרט, אַז מ׳זאָל ניט מיינען, אַז דאָס, וואָס ער האָט געטאָן, איז געווען משוגע — שיכּורערהייט, קראַנקערהייט, אָדער איבער אַן אַנדער ס יכה, וואָס וואָלט זיין שולד געקאָנט פֿאַרלייכטערן. ניין — בדעה צלולה ומיושבת, ד״ה פֿריש און געזונט און מיט קלאָרן זינען.
— אַזוי — האָט ר׳ דודי געזאָגט — אַז פֿון אויסגעפֿונען אַ פֿאַרענטפֿערונג פֿאַר יענעם, ווען יענער אַליין איז אַן עומד במרדו, ד״ה האַלט זיך פֿעסט ביי זיינעם — קאָן דאָ קיין רייד גיט זיין. קיינער האָט ניט די רעכט צו נעמען אונטער זיין שוץ, פֿאַרטיידיקן און זאָגן אַ גוט וויאָרט פֿאַר אַן אָפּענעם און אויסגעשפּראָכענעם כופֿר און פֿורק עול, מיט וועמען מ׳דאַרף זיך באַגיין ככל חומר הדין... דאָס איז אָבער -ווייניק, מען דאַרף נאָך זיך דערקלייבן צו די וואָרצלען, וועלכע שפּייזן, נערן און גיכן צו זויגן אַזוינע ווילדע געוויקסן, ווי יענער... ער מיינט, די שיטה, וואָס דער, וועגן וועלכן ס׳גייט דאָ די רייד, האָט זיך ביי איר געהאַלטן, ביז ער איז אַזוי טיף אומגליקלעך אַראָפּגעפֿאַלן... דאָס מיינט ער די שיטה, ביי וועלכער אויך לוזי מאַשבער האַלט זיך, און וואָס שטאַמט פֿונעם באַוואוסטן מקצץ בנטיעות, פֿון ר׳ נחמן פֿון בראַסלעוו, קעגן וועלכן ס׳זיינען בשעתו אַרויסגעטראָטן אַלע גדולי הדור, און וואָס נאָר דערפֿאַר ווייל מ׳האָט געשאַנעוועט דעם כבוד פֿון זיינע הייליקע עלטערן, דעם כבוד פֿון דעם הייליקן בעל־שם, האָט מען אים אַליין שיער ניט מחרים געווען.
— ס׳דאָך קלאָר: ביי קיינע נאָכפֿאָלגער פֿון אַלערליי אַנדערע שיטות איז אַזוינס לא יראה ול: ימצא — ניט צו זען און ניט צו הערן. איז נמצא, איז דערפֿון געדרונגען — האָט ר׳ דודי גענומען מאַכן אויספֿירן פֿון זיינע rn
— אַז שולדיק איז ניט נאָר יענער אַליין, נאָר אויך די, וואָס האָבן פֿאַר אים אַ וועג אויסגעטראָטן, און וואָס ווער ווייסט, צי היינט, מאָרגן וועלן זיי ↰ 88 אויך ניט טאָן דאָס זעלבע, מחמת זיי זיינען מסוגל און צוגעגרייט פֿון זייער פֿאַלש־פֿאַרפֿירערישער לערע, וואָס איז אַ מין מפֿולת אַ באַנומענע חורבה, וואו ס׳הוליען און טאַנצן שדים און נישט גוטע, וועלכע פֿאַרנאַרן מענטשן אויפֿן ניט גלייכן וועג... *
— און אָט וועגן דעם וויל אים ר׳ דודי וואָרענען, לוזין, און זאָגן, אַז ווי ער וויל! אַז אָדער ער זאָל, פֿאַר אַלעמען, זיך אַליין דערווייטערן פֿון דער עדה, וועלכע מוז פֿאַרזינקען, ווי קורחס, און אַליין העלפֿן צעשטערן די נעסט; אָדער, אויב ניט, וועלן דאָס אַנדערע טאָן, על דעת המקום ועל דעת הקהל — אין נאָמען פֿון גאָט און קהל, וואָס זייער געדולד איז שוין אַריבער דער מאָס, און די עוולה איז גענוג גרויס, וואָס מ׳האָט דאָס פֿאַרשוויגן ביז אַהער און ניט אָנגענומען קיין מיטלען אויף אויסצוראַמען דאָס שלעכטס.
— זאָל ער דאָס נעמען אין אַכט, לוזי — האָט ר׳ דודי געזאָגט —
זיך באַטראַכטן... און אויב ער האָט דערווייל עפּעס צו זאָגן צו זיין פֿאַרענטפֿערונג איז אים ר׳ דודי גרייט אויסצוהערן.
מ׳דאַרף זאָגן דעם אמת, אַז לוזי האָט וועגן דער עצם באַשולדיקונג אַליין גאָרניט געקאָנט זאָגן: זיינע אַקסל זיינען געווען צו שמאָל צו קאָנען נעמען אויף זיך אַזאַ האַרבע מאַסע פֿון אַזאַ טאַט, ווי מיכלס, וואָס איז לויט אַלע פֿרום־דענקענדיקע דעות, נישט א.,יסגענומען אויך זיינע, פֿון פֿאָרויס באַשטימט פֿאַראורטיילט... אי, פֿאַרוואָס ער 'האָט היינט בייטאָג געבעטן פֿאַר דער וואַנט ביי זיך אין אַלקער אויף מיכלס מעשים, ווי מיד געדענקען, איז האָט ער דאָס געטאָן אויף זיין אייגענער אחריות, אַ ביסל איבערגעזעצ־ לעך, ד״ה לפּנים משורת הדין, געדענקענדיק דאָס געוויסע וואָרט „ורחמיו על כל מעשיו” — אַז גאָטס דערבאַרעמונג איז איבער אַלע זיינע ברואים, ווער זיי זאָלן ניט זיין, און וואָס פֿאַר אַ פֿאַרשולדיקטע הויט זיי זאָלן אויף זיך ניט טראָגן... יאָ, דאָס איז מידת הרחמים... אָבער אַרויפֿצווינגען דאָס אויף ר׳ דודין, דעם היטער פֿון דין, דעם שיצער פֿון דין, דער, וואָס האַלט איר פֿאָן און גייט מיט איר פֿאָרויס — האָט ער ניט געקאָנט. אַנדערש
— וואָלט אַ ר׳ דודי געזאָגט און מיט רעכט געקאָנט מיינען — ווען מ׳וואָלט יעדערס מאָל וועלן מאַכן אַן אויסנאַם און אַריבערשפּאַנען די צוימען פֿון געזעץ, אַזוי וואָלט גאָטס גאָרטן מיט די בייטן און געבאָטן גלייך אויסגעטראָטן געוואָרן. און די וועלט און דער געשטעלטער שטייגער וואָלטן קיין קיום ניט געהאַט.
אַזוי, אַז לוזי מאַשבער האָט, זיצנדיק איצט פֿאַר ר׳ דודין און אויסהערנדיק, וואָס יענער האָט געהאַט צו זאָגן קעגן מיכלען, נישט געקאָנט אַרויסגיין מיטן גלייכן וועג, אים צו פֿאַרטיידיקן אָפֿן, און ער האָט דאָס געמוזט מאַכן מיט אומוועגן, און פֿאַרשטעלט...
ער האָט געזאָגט.. מיכל — וועדליק ער, לוזי, קאָן אים — איז פֿון אַ וואַקלענדיקער נאַטור... ער איז פֿול מיט מורא, אָבער אויך מיט חקירה, וואָס איינס ציט אים אויפֿן דרך־הישר, און דאָס צווייטע — אין אַ צווייטער זייט. ער איז פֿון זיין יוגנט אָן, ווי לוזי ווייסט, באַהערשט פֿון צווייפֿלעריי, וואָס לאָזט אים ניט צורו... ווען אַנדערע אָבער, ווען ס׳טרעפֿט זיי, ווייסן, אַז דאָס איז דער עצה היצר, וועלכן מ׳דאַרף גובר זיין און אים מאַכן דינען פֿאַר אַ שטאַפּל צו העכערער שטייגונג, איז ער, וועמען די ספֿקות זיינען באַפֿאַלן אין אַן אומגעהויערער צאָל, פֿון וועלכע ער האָט זיך ניט געקאָנט באַפֿרייען, האָט זיך געלערנט שלעכטן פּשט, אַז אויב זיי זיינען דאָ, איז אַ סימן, אַז זיי זיינען באַרעכטיקט צו זיין, און פֿאַרדינען צו בלייבן זייט ביי זייט מיטן העכסטן אמת, וואָס איז אויסער ספֿק.
— און אויב אַזוי — האָט לוזי געזאָגט —ל איז צי קאָן דאָס ניט דינען פֿאַר אַ פֿאַרענטפֿערונג פֿאַר איינעם, וואָס איז באַגאַנגען, וואָס באַגאַנגען, נישט פֿון הפֿקרות, נאָר פֿון שלעכטן פֿאַרשטיין דעם רעכטן תמצית פֿון גלויבן — דערמיט, וואָס ער האָט מורא געקראָגן צו לייקענען אַפֿילו אין דעם, וואָס רעדט קעגן גלויבן — אויב נאָר, זאָגט ער, ביידע זיינען פֿון איין גאָטס האַנט געשאַפֿן. גם את הטוב וגם את הרע נקבל — האָט ער זיך געלערנט שלעכטן, בוכשטעבלעכן פּשט... ס׳טרעפֿט. אַלנפֿאַלס, צי דאַרף מען ניט קוקן אויף אַזאַ, ווי אויף אַ האַלב קראַנקן, וואָס דווקא ווייל ער האָט מורא פֿאַר אַ מעסער, האַלט ער אים, שפּילט זיך מיט אים און שפּיגלט זיך אין אים איבעריקס...
— אַלנפֿאַלס — האָט לוזי ווייטער געזאָגט — צי וואָלט מען דאָ ניט באַדאַרפֿט אויסוואַרטן און ניט כאַפּן פֿאַראורטיילן אַזאַ, וואָס זיין אָפּקערן פֿון גוטן וועג איז געקומען בלויז פֿון אַ גוטער כוונה, ווי משונה דאָס זאָל ניט זיין און אויסזען... אַזוי ווי ס׳מאַכט זיך, ווען מ׳פֿאַרדרייט זיך אין די הויכע דרכים פֿון חקירה, וועלכע טוען ווילד פֿאַרפֿירן, אָבער וואָס מעגלעך היינט, מעגלעך מאָרגן, וואָלט ער זיך צוריק אַליין אַרויסגעדרייט און אַרויסגעפּלאָנטערט פֿון זיין גרייז... מעגלעך, אַז דאָ האָט זיך געפֿאָדערט עפּעס אַ מין האָרה עליונה, אַ דערלויבטונג פֿון אויבן, דורך וועלכער ער וואָלט צוריק געקומען צו דעם, וואָס מ׳דאַרף יאָ, אַזוי ווי ער איז פֿריער, פֿון אַ פֿאַרטונקלונג, געקומען צו דעם, וואָס — ניט...
— אַלנפֿאַלס — האָט לוזי ווייטער געזאָגט — וואָלט מען דאָ באַדאַרפֿט האָבן אַן אַנדער צוגאַנג צו אַזאַ: ניט דעררגזענען, נאָר באַרואיקן, ווי ס׳טוען די אמתע היילער און רופֿאי־חולים, ווען מ׳וויל באמת אַרויסטרייבן אַ קרענק, גיט ווייל ס׳איז אַ קרענק, נאָר כּדי צו דערלייכטערן דעם חולה... ווייל ניט אין דער זינד גייט דאָ, נאָר אינעם זינדיקן, וועלכן מ׳וויל באַפֿרייען פֿון איר, און נישט, ווי מ׳האָט דאָ געטאָן, ווען מ׳האָט געוואָלט היילן אַ קראַנקן ↰ 90 מיט גיסן הייסן גליי אים אויפֿן קאָפּ... קורץ: ער מיינט, די אַלע האַרבע מיטלען, וועלכע די שטאָט האָט אָנגענומען קעגן יענעם, וועמען מ׳האָט גלייך פֿאַרמשפּט און אים זיך ניט געלאָזט באַדענקען, מיינענדיק, אַז מיט שטעקנס שלאָגט מען אַרויס אַ קרענק, בפֿרט מיט אַזוינע, מיט וועלכע מ׳האָט אים געשלאָגן — מיט דעם, וואָס מען האָט אים צוגענומען די פּרנסה און דעם ניסן פֿון מויל, וואָס דאָס האָט גורם געווען, אַז פֿון אָרעמקייט און שלאַפֿקייט — מער פֿון ערשטן, ווי פֿון צווייטן — זאָלן אים די קינדער אַוועקקומען, מיי־ נענדיק, אַז ס׳איז מידי שמים, אַז ס׳איז פֿון זיין ליגן נאָמען אים די שטראָף...
— אַוודאי גידי שמים, אַוודאי פֿון זיין ליבן נאָמען — האָבן זיך איי-ניקע, די ביי ר׳ דודיס טיש זיצנדיקע, פֿון די ערטער אויפֿגעכאַפּט, לוזיך די רייד איבערגעשלאָגן און אים ווי אַרויסגעכאַפּט די ווערטער פֿון מויל — אַוודאי בידי שמים, וואָס דען — ניט?
— ניין — האָט לוזי שוין דאָסמאָל עטוואָס מער דרייסט אַ זאָג געטאָן, — אַוודאי איז ניט ער, לוזי, דער, וואָס האָט די רעכט און דעם מוט צו פֿאַרטרעטן דעם ווילן און דעם מיין פֿונעם רבונו־של־עולם, נאָר אויף וויפֿל ס׳איז אין מענטשנס פֿאַרשטאַנד, מיינט ער, אַז דער רבונו־של־עולם וואָלט דאָ אַנדערש געטאָן, ווי די שטאָט. אַרך אָאים — איז געזאָגט וועגן אים: ער מיינט, אַז יענער וואָלט דאָ זיכער מער געדולד אַרויסגעוויזן.
,— אַזוי מיינט ער? — האָט זיך שוין ר׳ דודי אַליין אַרויסגעכאַפּט אַ זייער אויפֿגערעגטער — אָבער פֿון וואַנען נעמט זיך צו אים דאָס וותרנות אויף אַ פֿרעמדער קעשענע — אויף גאָטס געדולד אָדער אומגעדולד, ווען ס׳האַנדלט זיך וועגן אַזאַ, וואָס קיין כר־ךעת וועט ניט זאָגן, אַז מחילה אָדער אויסוואַרטן איז דאָ שייך... מקלל אלהיס מות ימות — איז בפֿירוש געזאָגט, און ער, לוזי, זעט מען, איז אָט־אָט, אַ האַר גייט אָפּ, גרייט שוין יענעם ריין וואַשן און באַפֿרייען פֿון שולד. איז ווער, פֿרעגט זיך, האָט אים די רעכט געגעבן און פֿון וועמען איז.ער באַפֿולמעכטיקט, פֿון וואָס פֿאַר אַ גדול און פֿון וואָס פֿאַר אַ פֿוסק?
— קיין רעכט — האָט לוזי געענטפֿערט — און פֿון קיינעם ניט באַפֿולמעכטיקט. נאָר אַזוי ווי ס׳האַנדלט זיך וועגן אַ מענטשן, וואָס זיין זעל איז פֿאַרבלאָנדזשעט, און מ׳דאַרף אויסגעפֿינען אַ פֿתח חרטה, אַ טיר פֿון ראַטונעק פֿאַר אים, מיינט ער, לוזי, אַז ס׳איז כּלל ניט קיין אומרעכט, ווען ס׳ווילן דאָס טאָן אויך ניט קיין גדולים.
— דאָס איז איינס, וואָס איז שייך אָט דעם מיכלען. וואָס־זשע געהער דעם, וואָס ר׳ דודי באַשולדיקט, די שיטה, וועלכע האָט אים, כּלומרשט, געגעבן דעם היתר אויף זינד, זאָגנדיק, אַז אַלע אַנדערע שיטות זיינען באַוואָרנט און אויסגעהיט דערפֿון — האָט ר׳ דודי, ווי לוזין דאַכט זיך, אַ טעות — זאָל ער אים מוחל זיין... ווייל אָט האָט זיך די לעצטע צייט געמאַכט דער ↰ 91 פֿאַל מיטן ליעווער — ניט אַבי־ווער, נאָר אַליין אַ גדול, אַ זון און אַ ברודער פֿון גדולים, וואָס האָט אַן ענלעכע מעשה אָפּגעטאָן און איז אַריבערגעלאָפֿן צו די טשערנאָוויצער, וועלכע האָבן זיך מיט אים, ווי באַוואוסט, שטאַרק דערפֿרייט און אים גענומען אונטער זייער שוץ. שטעכנדיק די אויגן פֿון די פֿרומע קעגנער זייערע מיט אַזאַ, ווי דעם, וועמען זיי האָבן אויף זייער זייט אַריינגעקריגן. די זאַך איז אַלעמען באַויואוסט, נישט געקוקט דערויף, וואָס די אייגענע, קרובים, ברודער פֿונעם געטראָפֿענעם האָבן דאָס אַזוי געוואָלט פֿאַרשטעלן און האָבן אַלערליי שיפֿלות געטאָן, מ׳זאָל יענעם צוריק ווידער צו זיך אַריבערציען... ס׳האָט ניט געהאָלפֿן. אַזוי; אַז פֿון דעם איז צו זען, אַז קיינע באַוואָרענישן זיינען פֿאַר קיינעם ניט פֿאַראַן, ווייל הכל כידי שמים, חוץ מיראת שמים — איז געזאָגט, יעדער מענטש האָט די ברירה און קיינער איז פֿאַר קיינעם ניט פֿאַראַנטוואָרטלעך, ניט קיין טאַטע פֿאַר קיין קינד, ניט קיין קינד פֿאַר אַ טאַטן, ניט אויך קיין שיטה פֿאַר די, וועמען זיי ווילן, געוויס, ניט זען פֿון זיך דערווייטערט...
— יא — האָט ר׳ דודי לוזין די רייד איבערגעהאַקט, און מ׳האָפּ געזען, אַז עפּעס איז אים זייער ניט ניהה די. לעצטע מעשה, וואָס לוזי האָט דאָ דערמאָנט, אויף צו באַווייזן דעם היפּוך, וואָס ר׳ דודי האָט באַהויפּטעט — די מעשה מיטן ליאווער, וועלכע האָט אַלע יענעמס נאָכפֿאָלגער, קרובים, ברידער פֿיל עגמת־נפֿשן אָנגעטאָן דערמיט, וואָס די אַפּיקורסישע קעגנער האָבן פֿון יענעמס אָפּטריניקייט געקריגן אַ גאָלדעגע פֿאָן פֿאַר זייער נצחון און גערעכט, אויב פֿון דער גאָטפֿפֿאָרכטיקער מחנה — האָבן זיי געזאָגט — הויכן שוין אַן איבערצולויפֿן צו זיי אַזוינע, ווי דער ליאווער.
— יאָ, האָט ר׳ דודי געזאָגט, און מ׳האָט ווידער געזען, אַז ער וואָלט אַוודאי געווען גערן מען זאָל ניט געווען דערמאָנען יענע זאַכן, וועלכע האָט אַלע גלויביקע פֿון יענעם דור טיף אָנגערירט און פֿון וועלכער ער, ר׳ דודי, אַליין האָט זיך איצט געפֿילט שטאַרק געשלאָגן אין זיינע טענות קעגן לוזין.
— יא — האָט ער אין געדאַנק גענומען זוכן עפּעס גאָר שטאַרקס, מיט וואָס לוזין צו דערלאַנגען, כּדי אָפּצושוואַכן דעם רושם, וואָס יענער האָט געמאַכט אויף אים אַליין און אויף אַלע ביים טיש זיצנדיקע מיט זיין לעצטער קעגנזייטיקער טענה.
— נו, יאָ, איז פֿאַר זיין. שוץ־פּאַרשוין, הייסט עס, האָט ער שוין אַ תירוץ. אויך פֿאַר דער שיטה, מכּלומרשט... אָבער וואָס וועט ער ווייטער זאָגן דערויף, למשל, וואָס איינער זיינער אַ גאָר גאעגטער האָט, ווי מען דערציילט, אַריינגעטראָפֿן אין אַן אָרט, וואָס ער, ר׳ דודי, וויל דאָס ניט דערמאָנען, וויל זיינע ליפּן גיט מטמא זיין. נאָר צום באַדויערן, מוז ער — אין אַ הויז פֿון זנות, פֿץ וואַנען ער איז אַרויס מיט כזיונות און האָט זיך דערנאָך נאָך אַ שיכּורער אין גאָט געוואַלגערט. וואָס וועט ער זאָגן דערויף i ↰ 92 ר fi o וסר נ
— אָט איז אַן עדות — האָט ר׳ דודי אַ ווייז געטאָן אויף יונתן, וואָס איז געשטאַנען הינטערן בענקל פֿונעם זיצנדיק! חשוב, און האָט, ווי געוואַרט, מ׳זאָל אים דערמאָנען, מען זאָל אים אויפֿרופֿן צו דעם, צו וואָס ער האָט זיך, ווייזט אויס, פֿאָראויס צוגעגרייט — צו זיין דער געשוואוירענער עדות פֿון לוזיס לייטס שענדלעכקייט.
— אָט איז אַ מענטש — האָט ר׳ דודי פֿאָרגעזעצט, אָנווייזנדיק אויף יונהן — וואָס האָט אַליין געזען, אָדער געהערט, ווי אַנדערע האָבן געזען — אַלץ איינס....
— יאָ, וואָס וועט ער דערויף זאָגן? — האָבן אַלע ביים טיש דעמאָלט זיצנדיקע אויף לוזין אַזאַ קוק געטאָן, ווי גלייך באַלד־באַלד וועלן זיי זיך נעמען אָפּרוקן פֿון אים, ווי פֿון אַזאַ, אין וועמענס נאָענטקייט ס׳שטעקט סכנה, אָדער אַזאַ, וואָס ס׳טראָגט זיך אַ שלעכטער ריח פֿון אים.
— דערויף? — איז לוזי גרייט געווען צו נעמען אויך אַ וואָרט צו דער פֿאַרטיידיקונג פֿונעם נייעם באַשולדיקטן, פֿון סרולין.
— דערויף... — האָט אים פּלוצלים גענומען אונטערזאָגן שמואַלעקל שלעגער, וואָס איז געשטאַנען אין מיטן שטוב און האָט זיך די גאַנצע צייט אין געשפּרעך, נאַטירלעך, ניט געמישט, נישט פֿאַרשטייענדיק, וועגן וואָס ס׳גייען אַזוינע הויכע רייד צווישן ר׳ דודין מיט לוזין... איצט אָבער, אַז ער האָט דערהערט פֿון ר׳ דודיס מויל אַרויסקומען דאָס יא־פֿאַרשטענדלעכע וואָרט „זנות”, מיט וואָס ס׳ווערט באַשולדיקט איינער פֿון לוזיס נאָענטע — ער ווייסט ניט, ווער — פֿאַר וועלכן לוזי טראָגט, ווייזט אויס, די פֿאַראַנט־ וואָרטלעכקייט; איצט האָט שמואליקל אַוודאי און אַוודאי געוואָלט זען לוזין גערעכט. און דערום, ווען לוזי האָט גענומען אָפּענטפֿערן ר׳ דודין, אַזוי האָט שמואליקל נישט באַמערקט פֿאַר זיך אַליין, אים גענומען אונטערזאָגן מיט מיטגעפֿיל, ווי וועלנדיק, אַז לוזי זאָל״וואָס גיכער אַרויס אויך פֿון דער לעצטער טענה אַ זיגער, אַזוי ווי ער איז אַרויס, זעט אויס, פֿון דער.ערשטער...
— דערויף? — האָט לוזי שוין געוואָלט פֿאַרזעצן... אָבער... אין דער מינוט, ווען ער האָט געוואָלט דאָס צווייטע וואָרט זאָגן, אַזוי האָבן זיך אויף דער שוועל פֿון ר דודים צימער באַוויזן צוויי מענטשן אָנקומען: איינע אַ פֿרוי אין אַ ווינטער־מאַנטל און מיט אַ שאַל אויפֿן קאָפּ — פֿאָרויס, און הינטער איר אַ מאַנצביל, וואָס האָט איר ווי די טריט געהיט און געזען, זי זאָל זיך ניט אָפּשטעלן, זיך ניט אומקוקן, ניט חרטה האָבן און ניט וועלן צוריקגיין.
דאָס זיינען געווען כרכה מיט סרולין, וועלכער האָט זיך אַריינגעשטעלט אין סאַמע דער רעכטער צייט, סאַמע דעמאָלט, ווען מע האָט זיין נאָמען דערמיט, אַקוראַט ווי אין אַ מעשה, ווען ס׳קומט, דער העלד פּונקט ווען מען דאַרף...
— גיי אַריין... גיי צש טיש — האָט סרולי פֿון הינטער ברכהס רוקן איר אונטערגעזאָגט און ווי זי געשטויסן.
ברכה איז אַריין אַ פֿאַרלוירענע: אי בכלל פֿון ר׳ דודיס שטוב און פֿון דער רבגישער לופֿט- צו וועלכער זי איז ניט געווען געוואוינטאַ אי בפֿרט, ווען זי האָט פּלוצלינג דערזען אויך יונה שענקער צווישן די פֿארזאַמלטע און האָט דערפֿילט, אַז — צי זי וויל, צי גיט — וועט זי דאָ מוזן קומען מיט אים אין אַ צוזאַמענשטויס, ניט געוואונטשן.
הא, ברכה: — האָט זיך ביי יונתן אויך דאָס מאָל שטיל, אומוויליק אַרויסגעכאַפּט אַ רוף, ווי צו אַ גוט־באָקאָנטער... און ווי באַלד ער האָט שוין דערמאָנט איר נאָמען, אַזוי האָט ער שוין, אגב, געמיינט איר גיבן אָנצוהערן, זי זאָל וויסן, וואו זי געפֿינט זיך און ווי זיך צו האַלטן אין זייער ביידנס אינטערעסן.
— האַ, יונה: — האָט אויך ברכה אַ זאָג געטאָן מיט הנאה, ווי ווען מ׳דערזעט אַן אייגענעם צווישן ניט אייגענע, צווישן וועלכע מ׳פֿילט זיך געדריקט און כּלל ניט געהויבן.
זי האָט זיך אויך געוואָלט אַ לאָז טאָן צו אים, ווי צום איינציקן נאָענטן אין אָט דער פֿרעטרער סביבה... אָבער זי האָט זיך באַלד אָפּגעהאַלטן דאָס צו טאָן, ווייל באַלד האָט ר׳ דודי זיך אַ ווענד געטאָן צו איר — ניט צו איר, נאָר ווי צו איר קאָפּ אַריבער — און אַ פֿרעג געגעבן:
— וואָס האָט זי געוואָלט, דאָס ווייבל?
— יאָ, וואָס געוואָלטו — האָבן די אַרומיקע ביי ר׳ דודיס טיש אים געהאָלפֿן פֿרעגן אָן ווערטער, בלויז מיט גליקן.
ברכה איז געבליבן אָן לשון...
— כ׳כין אַן ערלעך ווייבל — האָט זי נאָר באַוויזן אַרויסשטאַמלען און מער פֿון וואָרט „ערלעך, איז איר פֿון האַלדז נישט געגאַנגען.
— איז וואָס האָט זי געוואָלט, און צוליב וואָס האָט מען זי געבראַכט?
— האָט ר׳ דודי אַ .קוק געטאָן צו סרולין, וואָס האָט זיך געהאַלטן הינטער איר רוקן און מ׳האָט געזען, אַז ביידע האָבן זיך צוליב איין ענין אַהער אַריינגעשטעלט.
— רבי, דאָס איז די — האָט זיך יונה אַריינגעמישט, נעמענדיק אַ וואָרט פֿאַר דער פֿאַרלוירענער ברכה — וואָס אין איר הויז האָט אַריינגעטרא5ן אָט דער, וועמען מ׳האָט אָקאָרשט דאָ דערמאָנט; דאָס איז זי די באַלעבאָסטע פֿונעם הויז, און אָט איז ער — האָט ער אָנגעוויזן אויף סרולין.
— איך! — האָט סרולי, צו אַלעמענס פֿאַרוואונדערונג, דאָס וואָרט „איך, אַרויסגעזאָגט אָן בושה — און דאָס האָב איך זי געבראַכט, זי זאָל דערציילן די מעשה כהוויה, און אויך — וואָס פֿאַר אַ שייכות ס׳האָבן געהאַט צו אָט ↰ 94 דעם אַלעם אָט אַזוינע, ווי אָט דער — האָט סרולי צוריק מיט אַ האַנט אָנגעוויזן אויף יונהן.
— ערו — האָט ר׳ דודי אַ פֿרעג געטאָן, קוקנדיק צעמישט אויף יונהן.
~ יאָ. אָט די יונהס, אָט די זונות! — האָט זיך סרולי מיט אַ שאַרף וואָרט אַרויסגעכאַפּט. שוין גאָרניט אָנשטענדיק, אין דער אָנוועזנהייט פֿון אַלע די, וואָס האָבן זיך ביי ר׳ דודין פֿאַרזאַמלט.
— וואָס טוט זיך דאָ? — האָט ר׳ דודי אַ צעטומלטער אַ געשריי געטאָן, אויף וויפֿל זיין אַלט־רבניש קול האָט אים דערגרייכט.
— ווער איז דער ייד? — האָט ער זיך אַ ווענד געטאָן צו לוזין פֿון צעטומלונג.
— דאָס איז דער, וועמען איר האָט נאָר וואָס דערמאָנט, און וואָס האָט געבראַכט אַן עדות פֿון זיין אומשולד.
— ברכדאַ! — האָט זיך פּלוצים דאָ דערהערט אַ קול פֿון שמואַלעקל שלעגער, וואָס איז געשטאַנען די גאַנצע צייט אין דער זייט, אַ שווייגנדיקער. ער האָט צוערשט אויסגעהערט די באַשולדיקונג פֿון ר׳ דודין; דערנאָך, ווען ער האָט דערזען ברכהן מיט סרולין, האָט ער פֿאַרשטאַנען, וועמען מען מיינט מיט דער באַשולדיקונג — אַז סרולין, און דעמאָלט, ווען ער האָט ווידער דערזען, ווי אַזוי סרולי טרעט אַרויס פֿעסט, באַשלאָסן און בטוח, האָבנדיק אויף זיין זייט אָט די ברכה, וועלכע ער האָט אַליין מיטגעבראַכט — אַ סימן, אַז ער איז רואיק און גלויבט זיך ריין וואַשן פֿון יעדער חשד; דערזעענדיק דאָס אַלץ, און מורא האָבנדיק, אַז יונה, ווי ברכהס אַ גוט־באַקאַנטער, זאָל דאָ ניט וועלן ווירקן מיט דעם, וואָס ער וועט אָנשרעקן ברכהן, אַז ער וועט זיך מיט איר שפּעטער אָפּרעכעגען, אויב זי וועט גיין קעגן אים — האָט ער אויסגעשריען:
— ברכה, זאָג דעם אמת!... דעם אמת זאָג: ... האָב קיין מורא ניט... כ׳הייס; איך, שמואַלעקל שלעגער!
— איך בין אַן ערלעך ווייבל — האָט ווידער ברכה גענומען זאָגן. ווייגענדיק, ווייל זי האָט זיך דערזען צווישן פֿיל פֿייערן: צווישן איר באַקאַנטן יונתן, דעם אומבאַקאַנטן סרולין און אויך שמואַלעקלען, וואָס זי האָט אים, ווייזט אויס, אויך געקענט און געוואוסט זיין כּוח, ווען ער שטעלט זיך איין פֿאַר עמעצנס צד, צום גוטן אָדער צום שלעכטן.
— רבי, כ׳בין אַן ערלעך ווייבל... ס׳נאָר מיין פּרנסה אַזאַ... כ׳זאָג, ווי דער אמת איז... אָט דער ייד — האָט זי אָנגעוויזן אויף סרולין — איז געקומען אַ באַטרונקעגער פֿון אים, פֿון יונהן — האָט זי אַן איבערגע־ שראָקענע געקוקט אויף דעם, וועמענס נאָמען זי האָט צולעצט אָנגערו6ן.
— האַ! — האָט יונה אַ ברום געטאָן פֿון פֿעם, וואָס גרכה האָט זיין אָנצוהערעניש נישט פֿאַרשטאַנען, אָדער נישט געוואָלט פֿאַרשטיין, און האָט דאָ דערמאָנט זיין נאָמען ניט צום גוטן.
ס׳האָט געדאַכט, אַז אָט־אָט איז ער גרייט זיך אַ לאָז טאָן און אָנ־
פֿאַלן אויף איר, און דערפֿאַר, האָט מען געזען, האָט זי, קוקנדיק אויף אים, ווי דעם קאָפּ אין די אַקסל אַריינגעצויגן !ון מורא.
יאָ, זי איז געווען, ווי געזאָגט, צווישן פֿיל פֿייערן: פֿון איין זייט, דאָס אַריינטרעפֿן צום רב און צווישן אַזוינע לייט, וואָס קערן זיך אָן נאָענט מיט גאָט, פֿאר וועמען זי, כרכה, האָט מורא, נישט געקוקט דערויף, וואָס איר פּרנסה איז גאָרניט קיין געמלענע: פֿון דער צווייטער זייט, די מורא פֿאַר אַ יונתן, וואָס, ווי ס׳ווייזט אויס, האָט ער איר און זי אים נישט איין מאָל ניש־ קאשע פֿון אַ פֿאַרדינסטל צוגעשאַרט און וואָס זי וואָלט אַוודאי גערן געוואָלט פֿאַר אים יוצא זיין און נישט שטעלן זיך פּאַפּערעק זיינע געשעפֿטן; היינט, ווידער, אָט דער שמואליקל, וואָס איז, ווייזט אויס, עמעצענס אַ צווייטנס צד, נישט יונהס, פֿון וועמען מ׳קאָן אויך אַמאָל אַריינקריגן אַ טובה אָדער אַ רעה, ווי פֿון אַזאַ, וואָס איז פֿעאיק אויף ביידע... און גאָר צולעצט, אָט דער סרולי, וואָס האָט זי היינט צוויי מאָל באַזוכט און דאָס ערשטע מאָל איר די מטבע דערלאַנגט, און ביידע מאָל ביי איר געפֿאָדערט, וואָס אים קומט — דעם אמת, וואָס אויב ניט, אויב זי זאָגט זיך אָפּ פֿון אים צו זאָגן, איז ער, ווי ס׳זעט אויס, אויך אַ בעל־יכולת, וואָס קאָן זיך אָפּרעכענען דערפֿאר, ווי געהעריק. פֿון דעם אַלעם האָט זיך איר גענומען מישן דער קאָפּ, און אומקוקנדיק זיך 'אין אַלע פֿיינטלעכע און קעגנזעצלעכע זייטן, האָט זי קיין אַנדער אויסוועג ניט געזען, ווי נאָר צו זאָגן דאָס, וואָס איז איר געווען אַמלייכטסטן — דעם אמת, וועלכער זאָגט זיך גלאַט, אַן אָנשטרענגונג, אָן דרייען מיטן צונג, און אָן צו דאַרפֿן פֿאַרשטעלן עפּעס אונטער דער פּאָלע.
— רבי: — האָט זי אויסגעשריגן — און מיט דער מויד האָט ער גאָר־
ניט געטאָן. מחמת ער איז געווען שיכּור... ער האָט זי ניט אָנגערירט... ער האָטיזי געלאָזט קאַלט...
— מלך!!! — האָט ר׳ דודי, אויסער זיך, אַ געשריי געטאָן, רופֿנדיק זיין משרת, מלך דעם לאַנגן צו הילף, ווען ער האָט דערהערט די לעצטע כרכהס ווערטער, פֿון וועלכע ער האָט זיך גענומען אָפּשאָקלען, גלייך ווי שרצים וואָלטן אויף אים אומגעקראָכן.
— אוי לאותה בושה — האָבן זיך אים די הענט אַראָפּגעלאָזט פֿון , אָנמאַכט.
— וואָס טוט זיך דאון — האָט ער זיך ווידער אַ כאַפּ געטאָן.
— יאָ, וואָס: — האָבן אַלע ביים טיש זיצנדיקע אים אונטערגעהאָלפֿן, אליין אויך פֿארלוירענע פֿונעם פֿארגעקומענעם.
— המערת פּריצים — אַ גנבֿים־לאָך ביי מיר? — האָט ר׳ דודי, לסוף, אויסגעשריגן, ווי ניט מיט זיין קול. — גייט אייךן — האָט ער ווי מיט אַ זיך־מיאוסנדיקער האַנט אָנגעוויזן אויף ברכהן, אויף שמואַלעקלען, אויף סרולין און אויך אויף יונתן, וואָס כאָטש ער איז געווען אַ מער היימישער, האָט זיך אָבער ר׳ דודיס צוטרוי צו אים אָפּגעטאָן,' דערזעענדיק אים אַ שותּף צו דעם, וואָס האָט געבראַכט בושה־שאַנד אין זיין הויז.
— זעט: — האָט ער זיך מיטאַמאָל אַ קערעווע געטאָן צו לוזין, וועלכער איז די גאַנצע צייט געזעסן אַןאונטערגערימענער, געפּלעפֿט פֿונעם נבזהדיקן האַנדל, צו וועלכן מען האָט אים צוגעצויגן.
— זעט, צו וואָס איר האָט דערבראַכט * צו שאַנד, צו זנות און צו דאַרפֿן האָבן צו טאָן מיט אַזוינע, וואָס ניט זיי זיינען דער חייב אין דעם, וואָס זיי טוען, נאָר די, וואָס שטייען ביי זיי בראש... — איר, איר, לוזי מאַשבער...
— און מיר — איך און אַלע דאָ פֿאהאָמלטע — זיינען אייך מהרה ומודיע, אַז שטאָט וועט ניט שווייגן, שטאָט וועט אויף קיינעמס פֿבוד ניט קוקן, ווער דער שולדיקער זאָל ניט זיין, וואָס פֿאַר אַן אָרט ער זאָל ניט פֿאַרנעמען און מיט וועמען ער זאָל זיך ניט אָנקערן... אַש יצאה — אַ פֿייער האָט זיך צעפֿלאַקערט און מ׳דאַרף דאָס זען לעשן מיט אַלע מעגלעכקייטן, וואָס שטאָט פֿאַרמאָגט: ביז אַרויסטרייבן פֿון שטאָט, ביז איבערגעבן אין גויישע הענט און ביז אַפֿילו מתיר דם זיין! — האָט ר׳ דודי שוין געשריגן העכער, ווי זיין קול האָט אים דערלויבט.
— יאָ, אַפֿילו מתיר דם זיין, — האָבן אים אַלע ביים טיש זיצנדיקע אונטערגעזאָגט, און באַזונדערס יונה, וואָס ר׳ דודיס לעצט וואָרט איז אים זייער געווען צום האַרצן...
— יונה; — האָט זיך ווידער דערהערט אַ געשריי פֿון שמואלקעל שלעגער, וואָס האָט פֿאַרשטאַנען דעם באַטייט פֿון „מתיר דס׳; און אויך צו וועמען מ׳וויל דאָס אָנווענדן — אַז צו די לוזי־לייט, און מען האָט דערזען, ווי זיין בעלמעוואַטע אויג האָט זיך אים ווילד צעבלינצלט, ווי גרייט זיך וואַרפֿן אין געשלעג מיט דעם, וועמענס נאָמען ער האָט אָקאָרשט אָנגערופֿן:
— יונה, כ׳בין נאָך ניט געשטאָרבן — איך, שמואַלעקל!... וועסט דאָ האָבן צו טאָן מיט מירן...
— שווייג, דון — האָט יונה אים, ווי באַזייטיקט און מיט דער האַנט אַוועקגעמאַכט זיין באַדייטונג, זיין ווערט און זיין כּוח אין קריג.
— גייט אייך: גייט אייך! — האָט, לסוף, ר׳ דודי אַ געשריי געטאָן אי צו יונתן, וואָס האָט כּלומרשט, געהאַלטן זיין צד, אי אויך צו זיין קעגנער, שמואַלעקלען, אי צו ברכהן און סרולין, אַז אַלע זיי, הייסט עס, זאָלן זיך וואָס גיכער פֿארנעמען און פֿארלאָזן זיין שטוב, וועלכע איז פֿון זיי פֿאַרפֿעסטעט.
— אַון אייך — האָט ער זיך גאָר צום סוף אַ ווענד געטאָן צו לוזין, שוין אַן אויסגעשעפּטער, אי פֿון פֿריעריקן שטילן געשפּרעך צווישן אים און יענעם, און אי אויך דערנאָך פֿון זיינע אויפֿגעבראַכטע אויסגעשרייען — און אייך, לוזי מאַשבער, וואָרן איך נאָך אַמאָל, אין נאָמען פֿון קהל, אַז איר זאָלט געדענקען, אַז שטאָט וועט ניט שווייגן און וועט זען אויסראָמען דעם חרם.
— וואָסער חרם? — האָטילוזי געפּרואווט אַ וואָרט אַריינשטעלן צו זיין פֿאָרטיידיקונג — ער, האָט ער אַ ווייז געטאָן אויף סרולין — האָט דאָך עדות.
— עדות י! — אַזוינע — האָט ר׳ דודי אויף ברכהן אַ ווייז געטאָן, — זיינען פּסול לעדות, אַזוינע זיינען אַ שאַנד אין ישראל, און נאָר אַזוינע ווי די אייעריקע, און אפֿשר אויך ער אַליין, קאָנט געגנען אַ היתר אויף אָנקערן זיך מיט זיי אייגענע...
— וואָס? !— האָט לוזי גענומען שטאַמלען.
— וואָס האָט געזאָגט ר׳ דודי? — האָט סרולי פֿון זיין אָרט, וואו ער איז געשטאַנען, ווי פֿון אַ קייט זיך אָפּגעריסן, און מ׳האָט געזען, אַז אויב עמעצער, אָדער עפּעס, וועט אים איצט ניט אָפּהאַלטן, אַזוי וועט ער, קומענדיק פֿאַר ר׳ דודין אים לאָזן הערן אַזוינס, וואָס ניט נאָר ר׳ דודי אַליין, נאָר אַלע דאָ אין שטוב פֿארזאַמלטע, און אַפֿילו די ווענט אין שטוב, וועלן זיך דאַרפֿן שעמען...
יאָ, דערביי האָט עס געהאַלטן ־ אָט־אָט האָט דאָס געזאָלט געשען. נאָר אין דער מינוט האָבן זיך אומגעריכט אויף דער שוועל פֿון ר׳ דודיס שטוב באַוויזן צוויי נייע מענטשן, צוויי פֿרויען — ביידע אין ווינטער אָנגעטאָן, אין מאַנטלען און אין קאָפּ־טיכלעך, און ווי נאָר מ׳האָט אויף זייער הלבשה אַ קוק געטאָן, אַזוי האָט מען גלייך דערקענט דעם גראַד, צו וועלכן זיי. געהערן, אַז צו די רייכע, גאָר רייכע...
דאָס זיינען געווען די אונדז שוין פֿון לאַנג באַקאַנטע גיטעלע, משה מאַשבערס ווייב, מיט איר טאָכטער יהודית, וואָס זיינען נאָר וואָס צום רבס שטוב מיט אַ פֿורל צוגעפֿארן — נישט פֿון דער היים, נאָר פֿון דער קללה־ גאַס, וואו לוזי האָט געוואוינט, און וואָס קומענדיק אַהין, און זיך דערוואוסט, אַז ער איז ניטאָ און אַז מ׳האָט אים אַוועקגערופֿן צום רב, האָבן זיי פּאַר־ קערעוועט און געהייסן אַהער־פֿארן.
דאָס איז געווען נאָך לעצט־שווערע טעג ביי משה מאַשבער; נאָך דעם ווען ער האָט אין געהיים אָפּגעשלאָסן דעם געוויסן אָפּמאַך מיט סרולי גאָל, ווי אויך אַנדערע ענלעכע אָפּמאַכן, וועגן וועלכע ס׳איז ניט דאָ דאָס אָרט צו דערציילן! אָבער דער עיקר נאָך דעם, ווי אין די זעלבע טעג איז קלאָר געוואָרן פֿון די וויזיטן פֿון איינצלנע דאָקטוירים, ווי אויך פֿון גאַנצע קאָנסיליומס, וועלכע מ׳האָט איינגעלאַדן, אַז די לאַגע פֿון זיין קראַנקער טאָכטער ↰ 98 נחמהקע איז אָן האַפּענונג, און אַז אירע טעג, און מעגלעך אויך שעהן, זיינען געציילטע...
אָט דעמאָלט, ווען גיטעלע, משה מאַשבערס ווייב, האָט פֿון צער שוין אָפֿט געזען איר קראַנקער טאָכטערס אַלקער אויסמיידן, און משה מאַשבער איז, מחמת דעם זעלבן טעם, אַלע מאָל אַריין אין אַלקער, און באַלד ווידער געוואָלט אַרויס פֿון דאָרט, אָבער ער האָט ניט געקאָנט, מחמת די טאָכטער האָט אים פֿארהאַלטן, האָט זיין האַנט ניט אַרויסגעלאָזט, פֿרעגנדיק אַלע מאָל דאָס זעלבע: „טאַטע, אויף וועמען לאָזט דו מיך איבערי... שטיי לעבן מיר, זיי מיט מיר, לאָז מיך ניט אַליין...” און משה מאַשבער האָט אַלע מאָל, ווען ער האָט דאָס דערהערט, מיט טרערן זיך באַוואַשן און אַ פֿולן גאָרגל פֿארשטיקטע כליפּעריי געהאַט...
אָט דעמאָלט — און דאָס איז געווען יענעם אויפֿדערנאַכט, וועגן וועלכן מיר האָבן נאָר וואָס דערציילט — האָט גיטעלע אָפּגערופֿן אין אַ זייט איר עלטערע טאָכטער יהודית און איר אַ זאָג געטאָן אַ פּאָר ווערטער אויפֿן אויער... זיי האָבן זיך ביידע באַלד אָנגעטאָן, און אַזוי ווי זיי האָבן געהאַט שטיין גרייט אַ פֿורל פֿארן טויער, אַזוי זיינען זיי גלייך אַרויס און זיך געהייסן פֿירן אויף דער „קללה” לויט אַ געוויסן אַדרעס.
דאָס אָרט, וואו לוזי האָט געוואוינט, האָט זיך היטעלע דערפֿרעגט ביי איר מאַן משהן, וועלכער האָט איר פֿריער מיט אַ פּאָר טעג, אגב, איבערכאַפּנדיק, דערציילט, אַז די לעצטע צייט האָט ער, אין ענגעניש, שוין נישט איין מאָל לוזין באַזוכט און זיך מיט אים איבערגעבעטן... אויף וויפֿל גיטעלע האָט דעמאָלט געקאָנט הנאה האָבן, האָט עס איר הנאה געטאָן, ווייל כאָטש זי האָט זיך זייער און זייער געבויטיקט אין טרייסט און אין אַזאַ, פֿאַר וועמען זי זאָל איר אָנגעווייטיקט האַרץ אויסגיסן; און ווער איז דען מער מסוגל דערויף, אויב ניט לוזי, וואָס ווען זי וואָלט אים דערזען אין איר נאָענטקייט, וואָלט איר גלייך לייכטער געוואָרן און ס׳וואָלט פֿון איר אַראָפּ אַ שווער־דריקנדיקער שטיין. יאָ, ווער?... און דאָך האָט זי ביז איצט אַפֿילו זיין נאָמען ניט דערמאָנט, האַלטנדיק, אַז ווי באַלד משה האָט מיט אים איבערגעריסן, איז ניט איר זאַך זיך אַריינמישן און זיך אַריינלייגן אין שלום.
איצט אָבער, ווען זי האָט זיך דערוואוסט, אַז די פֿאַרבינדונג צווישן די ברידער איז ווידער אויאָגעשטעלט; איצט אויך, ווען ווי שוין אויבן געזאָגט, איז שוין דער מלאך־המוות אויף איר טאָכטערס שוועל געשטאַנען? איצט, אַז אַלץ, וואָס אַ מוטער איז פֿעאיק צו טאָן פֿאַר איר קינד, האָט זי אָפּגעטאָן און ס׳האָט ניט געהאָלפֿן: אַז אַלץ, וואָס מ׳האָט געקאָנט צעטיילן אָרעמעלייט פֿון איר קראַנקער טאָכטערס זאַכן, ווי שיך, קליידער — איז שוין צעטיילט געוואָרן: אַז אין אַלע מעגלעכע שולן און קלויזן איז שוין געשענקט געוואָרן געלט אויף ליכט און אויף משקה, מ׳זאָל אויף איר טאָכטערס געזונט בעטן; ↰ 99 אַז מ׳האָט שוין קברים געמאָסטן און, לסוף, אויך דער קראַנקער דעם נאָמען געניטן, און ס׳האָט ווייטער ניט געהאָלפֿן...
אָט דעמאָלט האָט זיך גיטעלע דערמאָנט אין איר לעצטן אָנהאַלט, אין לוזין... און נישט ווייל זי האָט געגלויבט, אַז ער וועט באַווייזן אַ מופֿת, אָדער אַז זיין תּפֿילה וועט זיין מער אָנגעגומענער, ווי איר אייגענע, אָדער ווי די תּפֿילות פֿון אַנדערע, גאָר פּשוט דערפֿאַר, ווייל זי האָט געוואָלט האָבן איינעם, צו וועמען זי זאָל קאָנען קומען מיט אירע געבראָכעגע טענות, און ווי אַ קינד צו אַ טאַטן — מיטן פּנים צו זיין ברוסט צופֿאַלן.
אַז זי האָט זיך פּלוצים באַוויזן אין ר׳ דודיס שטוב, סאַמע דעמאָלט, ווען ר׳ דודיס כעס איז דערגאָנגען דערצו, אַז ער האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון אַזוי ווילד צו מבייש זיין לוזין, ווי מיר האָבן דערציילט; אָט דעמאָלט, אַז זי האָט זיך באַוויזן מיט איר טאָכטער אויף דער שוועל, אַזוי זיינען אַלע מיט אַמאָל אַנטשוויגן געוואָרן; ר׳ דודי מיטן כעס אין מויל, לוזי מיט זיין פֿאַרשטומטער פֿראַגע אויף די ליפּן, סרולי מיטן אימפּעט, מיט וועלכן ער האָט זיך אַ לאָז געטאָן צו ר׳ דודין, ווי אויך אַלע אַנדערע, וועלכע זיינען — ווער ביים טיש געזעסן און ווער — אין מיטן שטוב געשטאַנען, יעדערער, וועמעס צד ער איז ניט געווען — אין זיין פֿאַזע, ווי פֿאַרגליווערט... און אַז גיטעלע, וואָס איז אַריין פֿון פֿינצטערן דרויסן האָט, זיך איינקוקנדיק אין דער שטוב־שיין, דערזען צווישן איבעריקן עולם דעם, צו וועמען זי האָט געצילט און געגאַרט דערזען — לוזין, אַזוי האָט זי זיך אַ לאָז געטאָן מיט אַ גיכערן שפּאַן צו אים; נאָר איידער זי האָט צו זיין אָרט דערגרייכט, האָט זי זיך פֿאַרכאַפּט און זיך אַ ווענד געטאָן צום אויבנאָן פֿון טיש, וואו ר׳ דודי האָט זיך געפֿונען, און אויך צו די איבעריקע ביים טיש — אויך רבנים און אויך, ווי ס׳זעט אויס, חשובע — זיך געווענדט און אויסגעשריגן:
— יידן, רבנים!
— לוזי! — האָט זי זיך אָבער באַלד איבערגעריסן און איז אַרויס מיט איר וואָרט צו דעם, צו וועמען זי האָט דער עיקר באַדאַרפֿט האָבן, און וואָס צוליב אים איז זי אַהער געקומען.
מ׳האָט איר געוואָלט דערלאַנגען אַ 'בענקל, ווען מ׳האָט געזען, אַז זי איז געקומען מיט אַ בראָך, וואָס וועט איר ניט דערלויבן צו קאָנען בלייבן שטיין פֿאַרן רב, ווי ס׳פֿירט זיך... גיטעלע אָבער האָט אַוועקגעקוקט פֿונעם בענקל און עס מיט דער האַנט אַוועקגעמאַכט.
— לוזי־קרוין — האָט זי אויסגעשריגן — גאָטס צאָרן איז אויף אונדז... נחמהקע, דער יונגער כוים, ווערט אונדז פֿאַרשניטן... יידן, רבנים, בעט פֿאַר מיר, בעט פֿאָר משה מאַשבערס טאָכטער, וואָס איז אַ חולה מסוכן...
ביי אַלעמען זיינען די פּנימער ערנסט געוואָרן, ווען מ׳האָט זיך דערוואוסט, ווער דאָס איז — אַז משה מאַשבערם ווייב, און דערהערט, וואָס פֿאַר אַ צרה ס׳האָט זי געבראַכט אַהער. און אייניקע ביים טיש זיצנדיקע האָבן מיט מיטגעפֿיל די אויגן אַראָפּגעלאָזט און אָנטיילנעמענדיק, אַרויסגעמורמלט * אַזוי... אַזוי... משה מאַשבערס טאָכטער... דער אויבערשטער זאָל העלפֿן..?
— לוזי? — האָט זיך גיטעלע דעמאָלט נאָך אַמאָל אַ ווענד געטאָן צו לוזין, נישט קוקנדיק מער אויף קיינעם, גלייך קיינער איז אין שטוב ניטאָ — דו פֿאַרסט מיט מיר מיט: אַ פֿורל וואָרט אויף אונדז אונטן... און דער בזיון — האָט זי זיך געכאַפּט און דערמאָנט אינעם קריג, וואָס איז אַמאָל פֿאָרגעקומען צווישן לוזין מיט איר משה, ווי מיר געדענקען, ביי איר אין שטוב — און דעם בזיון, וואָס משה האָט דיר אָנגעטאָן, דאַרפֿסטו נישט געדענקען, ווייל ס׳שטייט צו דיר ניט צו קי\ן בזיון... פֿון קיינעם נישט, לוזי? — האָט זי צוגעגעבן, גלייך זי וואָלט געפֿילט, אַז אויך דאָ, ערשט, פֿאַר איר אָנקומען, איז ער נאָך אַמאָל פֿון עמעצן באַליידיקט געוואָרן אומפֿאָרדינט.
— יאָ, גיטעלע, כ׳פֿאָר... אַוודאי פֿאַר איך... — האָט לוזי אַ זאָג געטאָן, און אַלע אַרום, סיי אַליין ר׳ דודי, סיי די, וואָס האָבן זיך געפֿונען ביי זיין טיש אויסגעזעצט, האָבן מיט פֿאַרוואונדערונג דערזען, מיט וואָס פֿאַר אַ פֿאַרערונג גיטעלע האָט זיך באַצויגן צו לוזין, וואָס כאָטש ער איז איר אַזאַ נאָענטער קרוב, דאָך שטייט זי פֿאַר אים, ווי מיטן קאָפּ געבויגן.
ס׳איז דעיוט דער בזיון, וואָס ר׳ דודי האָט לוזין אָנגעטאָן דערמיט, וואָס ער האָט אים אויסגעוואָרפֿן אַזאַ זאַך, וואָס מ׳וואַרפֿט ניט אויס קיין ערגסטן
— איצט, נאָך גיטעלעס פֿאַרערנדיקער באַציאונג צו לוזין, ווי צערינען און אויס געוואָרן, און ווי גיטעלע האָט דאָ נאָר וואָס געזאָגט: צו אים ניט צוגעשטאַנען...
נישט נאָר ר׳ דודי אַליין האָט זיך איצט געפֿילט אַ ביסל נישט ווי ס׳געהער צו זיין, נישט געהויבן און אַ ביסל שולדיק פֿאַר לוזין, נאָר אויך אַלע ר׳ דודיס מקורבים האָבן געהאַט דאָס זעלבע געפֿיל, און אַפֿילו ביי אַזאַ, ווי אַ יונה, האָבן זיך די הענט אַראָפּגעלאָזט פֿון צו וועלן יענעם עפּעס שלעכטס טאָן, אַפֿילו ווען ער וואָלט איצט געקריגן אַ דערלויבעניש פֿון וועמען ער דאַרף... יאָ, ווייל אויף וויפֿל אַזאַ פּאַרשוין קאָן האָבן דרך־ארץ פֿאַר איינעם, וואָס כאָטש ער איז אויף אים אָנגעשטויסן רופֿט דאָך יענער ביי אים אַרויס מער אַכטונג, ווי צו זיך אַליין — אויף אַזוי פֿיל האָט לוזי טאַקע ביי אים אַרויסגערופֿן.
דער זייטיקער עולם האָט גלייך נאָך גיטעלעס אויסרופֿן, געווענדט צו לוזין, זיך גענומען פֿון שטוב אַרויסרוקן. צו ערשט ברכה, וואָס איז נישט ↰ 101 באמערקט פֿון קיינעם, אָן אַ זיי־געזונט, פֿון רבס שטוב אַרויס און פֿאַרשוואונדן: דערנאָך אויך שמואַלעקל, וועלכער האָט באַקומען אַ וואוגק פֿון סרולין, אַז אויך ער קאָן גיין, ווייל זיין שליחות איז פֿאַרענדיקט, און ווייל ער, שמואַלעקל, אַליין, האָט אויך פֿון זיין זייט, געזען, אַז יונה וועט איצט, נאָך דער נאָר וואָס פֿאָרגעקומענער סצענע, שוין קיין יונהשע שטיק נישט וועלן אַרויסווייזן, און ער האָט דערום דערפֿילט אויך זיין אייגענעם שלעגערשן אימפּעט אָפּגעקילט, געלאָשן און נישט צום געברויכן.
ער איז אויך אַרויס, און נאָך דעם, ווי לוזי האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון זיין זיץ־אָרט און האָט זיך האַלב־יא, האַלב־ניט אָפּגעזעגנט מיט ר׳ דודין און מיט די אַרומיקע, האָט ער, אין דער באַגלייטונג פֿון גיטעלען און יהודיתן איר טאָכטער, די שטוב פֿאַרלאָזט. אויך סרולי איז אים נאָכגעגאַנגען. און אַז מ׳איז אַרויס פֿון רב און מ׳איז אַראָפּגעקומען צום פֿורל, וואָס האָט די גאַנצע צייט אין דרויסן געוואַרט, האָבן צו ערשט לוזי מיט די פֿרויען פֿאַרנומען זיין־פּלעצער, און דערנאָך האָט לוזי אַ ווייז געטאָן אויף סרולין, אַז אויך ער זאָל זיך זעצן און פּלאַץ פֿאַרנעמען.
און אָט דעמאָלט האָט לוזי, נאָך אַזאַ לאַנגער צייט נישט־זיין און נישט באַזוכן זיין ברודערס שטוב. זיך דאָרט נאָך אַמאָל איצט באַוויזן... אויף וויפֿל אין יענער שטוב איז דעמאָלט מעגלעך געווען פֿאַרגעניגן צו האָבן, האָט מען געהאַט... מ׳האָט אים גלייך אַריינגעפֿירט צום חולה, וואוהין אַלע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, ווי גלייך מ׳וואָלט געוואַרט אויף הילף און אויף גענעזונג פֿון אים.
ווען ער האָט דערזען די האָפֿענונגסלאָזע לאַגע פֿון חולה, איר פּנים — פֿאַרענדערט, די באַקן־ביינער — פֿאַרשפּיצט, ערד ביי די נאָזלעכער, און אַז דער אָטעם קומט איר אַרויס מיט אַ כריפּ, און אָפֿט פֿעלט ער איר אויס און זי זוכט אים און וויל אים אויפֿכאַפּן, ווי אַ פֿיש אַליף דער טרוקן; זעענדיק דאָס אַלץ, האָט ער געטאָן, ווי מ׳טוט אין אַזוינע פֿאַלן ־ קיין סימן פֿון באַאומרואיקונג נישט אַרויסגעוויזן, נאָר פֿאַרקערט, זיך געהאַלטן אַזוי, גלייך ער קוקט אויפֿן חולה, ווי אויף אַלע איבעריקע, אָן חידוש און אַן אויסטיילן זי צום ערגערן, ווי ווען מ׳קוקט אויף אַ מענטשן, וואָס איז אין סכנה.
אויף אַ וויילע האָט אָט די לוזיס האַלטונג דעם חולה טאַקע פֿאַרגרינגערט. ווייל ווי שווער און באַרג־אַראָפּ זי האָט די מאַסע פֿון אירע לעצטע טעג ניט געצויגן, איז אָבער דאָך, ווען זי האָט דערזען פֿאַר זיך דעם, וואָס זיין אָנקומען און ווייזן זיך אין איר פֿאָטערס שטוב האָט אַלע מאָל געשאַפֿן יום־טוב, האָט דאָס אויף איר אַזוי גענעזנדיק געווירקט, אַז זי האָט אַ וויילע אין איר קרענק פֿאַרגעסן — אין אַזאַ זאַך, ווי אַז געוויינטלעכער אַטעם איז ביי איר אַ זעלטנהייט און אַ גליקלעכער אויסנאַם.
מ׳האָט פֿאַרבראַכט ביים חולה, וויפֿל ס׳האָט זיך געלאָזט און אַפֿילו מער, ווי ס׳האָט זיך געלאָזט. מ׳האָט גערעדט אַ קליין ביסל, צוליב יוצא וועגן, פֿון איר אַליין, אָבער מער פֿון זייטיקע זאַכן, פֿרי זי צו צעשטרייען און נישט אַרויסווייזן קיין באַזונדערע באַזאָרגטקייט פֿון איר קרענק.
יאָ, לוזי איז, ווי געזאָגט, גלייך נאָך זיין אָנקומען אין חולהס אַלקער אָפּגערופֿן געוואָרן, און סרולי איז געגליכן אויסוואַרטן אויף אים אין עס־ שטופֿ. דאָס איז געווען יענע עם־שטוב, אין וועלכער סרולי פֿלעגט פֿריער, אַמאָל זיין אַן אָפֿטער איינגייער, ווען ס׳האָט זיך אים געוואָלט, און ווען ניט געוואָלט — ניט אָפֿט, און ווי דאָס לעצטע מאָל, ווי מיר געדענקען, האָט ער, אָנקומענדיק פֿון זיין זומערדיקער וואַנדערונג, דאָרט זיין טאָרבע אָפּגעלייגט, און פֿון דאָרט ווידער, איז ער, בעת דער קריג פֿון לוזין מיט זיין ברודער, אַרויסגעיאָגט געוואָרן פֿון משה מאַשבער, און אַוועקגייענדיק, האָט ער זיין טאָרבע פֿון איינעם אַ ווינקל פֿארנומען.
ער איז איצט געזעסן און האָט זיך איינגעקוקט אין יענעם ווינקל...
ער האָט אויך די גאַנצע עס־שטוב באַטראַכט. און אויך די אַנדערע צימערן, אויף וויפֿל זיי האָבן זיך געלאָזט אָנזען דורך די אָפֿענע טירן, וועלכע האָבן געפֿירט אַהין.
ווען סרולי זאָל ניט געווען זיין סרולי, וואָלטן אים, געוויס, דעמאָלט מאָדנע געדאַנקען געקאָנט קומען אין קאָפּ, און באַזונדערס איינער, אַ טשי-קאָווער זייער, און נעמלעך; אַז ער, דער אַרויסגעיאָגטער, איז איצט דער באַלעבאָס פֿון אָט דעם עס־צימער, פֿון אַלע צימערן, פֿון גאַנצן הויף פֿון סאָד און פֿון דער גאָרער באַלעבאַטישקייט. וואָס געהער צו משה מאַשבער... יאָ, ווען סרולי זאָל ניט געווען זיין סרולי... ער וואָלט, צוליב באַשטעטיקן אָט דעם געדאַנק, זיך באַדאַרפֿט נאָר איין טאַפּ טאָן אין בוזים־קעשענע, אין וועלכער ס׳איז געלעגן דער אָפּמאַך, וואָס ער האָט ערשט ניט לאַנג אָפּגעשלאָסן מיט משה מאַשבער — אַ טאַפּ טאָן און זיך זאָגן: יאָ, באַלעבאָס...
צי ער האָט אָבער אַזוי געטאָן און געטראַכט — זיינען מיר ניט זיכער. זיכער ניט, ווי יאָ. ווייל אַ סימן — ווען משה מאַשבער האָט אים איאַט באַגעגנט מיט זיין ברודער, האָט ער אויף אים געכאַפּט כלויז אַ פֿאַרביילויפֿנדיקן קוק, ווי אויף איינעם אָן וואָג, אָן ווערט, אויף וועמען מ׳דערלויבט זיך לענגער ניט פֿאַרהאַלטן, וואָס דאָס וואָלט ער, געוויס, ניט געטאָן, ווען סרולי, פֿון זיין זייט, וואָלט בעת דער באַגעגעניש, אים, משהן, נישט געגעבן די מעגלעכקייט נישט צו געדענקען, אַז ער, סרולי, האָט יאָ וואָג, יאָ אַ ווערט, ווייל אַ גרויסע שטיק ווערט פֿון משה מאַשבער איז איצט אין דער האַנט ביי אים... אַ סימן, אַז סרולי איז אַן אַנדערער, און ניט אַזאַ, וואָס איז פֿעאיק אויסצונוצן יענעמס שלעכטע און זיין גוטע לאַגע, זיך צו גרויסן און זיך איבערנעמען ↰ 103 און דערמאָנען יענעם אין זיין נידערלאָגע — בכלל ניט- בפֿרט איצט, ווען ער האָט געוואוסט, וואָס ביי משה מאַשבער אין שטוב טוט זיך...
ער איז געזעסן אַליין אין עס־שטוב, אַ סברה, אַז ער האָט, זיצנדיק, בלויז זיך צוגעהערט צום פֿראָסטיקן דרויסן, וואו ער האָט באַמערקט, בשעת ער מיט לוזין מיט גיטעלען און יהודיתן זיינען, פֿארנדיק פֿון רב, אַרונטערגעקומען אונטער דער טונקעלער שיין פֿון איינעם אַ גאַס־לאַמטערן, ווי אַזוי ס׳האָט פּאַמעלעך גענומען שיטן פֿון דער פֿאָר6ינצטערטער הימל־הויך עפּעס אַ קליין שיטער שנייעלע — אַזאַ וואָס אַמאָל באַווייזט עס נאָר קוים־קוים צו פֿאַר־ ווייסן דעם אויבערפֿלאָך פֿון דער פֿארהאַרטעוועטער ערד אָנהויב ווינטער, און אַן אַנדערש מאָל קאָן דאָס דורך איין נאַכט אַזוי אָנשיטן און פֿון קליין־ווייניק אַזוי גרויס ־געדיכט ווערן, אַז אין דער פֿרי זאָל מען שוין די טירן פֿון נידעריקע הייזלעך ניט קאָנען עפֿענען, און אַפֿילו ניט נאָר פֿון נידעריקע...
ער האָט, זיצנדיק דעמאָלט אַליין אין עס־שטוב, אַ סברה, אויך געטראַכט פֿון משה מאַשבערס אַלטן און עובר־בטלדיקן הויף־היטער, מיכאַלקען, וואָס זיין קליין הילצערן שטיבעלע איז געשטאַנען אַנטקעגן משה מאַשבערס קיך־אַריינגאַנג, און פֿון וועלכן ער, סרולי, האָט איצט, אין הויף אַריינקומענדיק, באַמערקט אַ קליין מאָגער קאָניצל פֿון אַ דאָרטיקער פֿארשטויבטער שויב אַרויס-שיינען...
ער האָט זיך דערמאָנט דאָס לעצטע מאָל, ווען ער האָט דאָ, אין הויף, געוואַרט אויף לוזין, מיט וועלכן ער האָט זיך דעמאָלט אָקאָרשט, ערשט אין דער פֿרי, באַקאַנט, און דעם זעלבן טאָג, אין אָוונט, האָט באַדאַרפֿט מיט אים דעם ערשטן געשפּרעך האָבן — ווי אַזוי ער האָט יענעם פֿרימאָרגן פֿאר־ בראַכט אין מיכאַלקעס שטיבעלע, וואו ער איז שטיל און געשמאַק איינגע
' שלאָפֿן אויף יענעמס הילצערנעם באַנק־בעטל, און אַ סברה, אַז אויך איצט האָט זיך סרולין, נאָך היינטיקן גאַנצן מידפֿולן טאָג, געוואָלט דאָס זעלבע — איינשלאָפֿן ביי מיכאַלקען...
אָבער דאָ האָבן זיך מיטאַמאָל באַוויזן משה מאַשבערס בני־בית אַרויס־
קומען פֿונעם הולהס אַלקער, מיט לוזין, מיט גיטעלען און מיט משה מאַשבער אַליין. מ׳האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט לוזין און אים געבעטן, ער זאָל נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל קומען — איצט, ווען, ווי ער זעט, וואו ס׳האַלט... און דערביי האָט גיטעלע שטיל די טרערן געמישט און אויך ביי אַלע איבעריקע כני-בית זיינען די אויגן נישט געבליבן טרוקן...
און דעמאָלט, אַז לוזי איז אַרויס אין הויף, באַלייט פֿון' זיין ברודער משהן, און אויך פֿון סרולין, וועלכער איז אים נאָכגעגאַנגען, האָבן ביידע ערשטע נישט באַמערקט, נאָר ער, דער דריטער, סרולי — יאָ, אַז ווען דער אַלט־געבראָכענער מיכאַלקע, וואָס האָט זיך גראָד דעמאָלט ביי זיינער אַ ↰ 104 פֿאָרשפּעטיקטער אָוונט־אַרבעט אין הויף געפּונען, האָט פּלוצלינג דערזען צו־ זאַמען מיט זיין באַלעבאָס אויך דעם ברודער, מיטן הויכן געשטאַלט, און מיטן פֿרעמדלעכן און דרך־ארץ־וועקנדיקן אויסזען, אַזוי האָט ער עפּעס אַן אומצופֿרידענעם בורטשע געטאָן... ער האָט דעם אַנטקעגנקומענדיקן באַלעבאָס און לוזין דעם וועג אָפּגעטראָטן, און אַז ער האָט זיי דורכגעלאָזט אַהין, וואוהין זיי האָבן באַדאַרפֿט — צו דער טויער־פֿאָרטקע, האָט ער די גאַנצע צייט ניט אוי6געהערט נאָכצוקוקן לולין, ווי נאָך אַזאַ, וואָס דערוועקט חשד און מורא...
ווייל יאָ, אַז מיכאַלקע האָט איצט דערזען לוזין, איז אים דורכגעגאַנגען אַ סקרוך איבערן לייב, אַקוראַט, ווי דעמאָלט, זומער, ווען יענער איז געקומען צוגאַסט, און ווען מיכאַלקע 5לעגט אים אַלע מאָל טרעפֿן איינעם אַליין אין הויף ביי נאַכט — אַמאָל אַרויפֿקוקן צו דער לבנה, ווען אַ לבנה איז אין הימל, און ווען ניט — איז גלאַט צום הימל און צו די שטערן... אַ כישוף־מאַכער — האָט מיכאַלקע זיך דעמאָלט געזאָגט — וואָס קיין גוטס פֿון אים וועט זיך דאָ פּאד קיינעם ניט באַקומען...
ריכטיק? אַ ביסל, האַלט ער, מיכאַלקע, איז זיין זומערדיקע נביאות שוין מקוים געוואָרן... כאָטש לוזי איז אים דעמאָלט גלייך פֿאַרשווינדן, און 6ון ניט וויסן פֿון דער קריג צווישן לוזין מיט משהן, האָט ער נישט געוואוסט, .וואוהין לוזי האָט זיך אַהינגעטאָן, דאָס אָבער, טראַכט ער, האָט יענעמס כישוף גלייך געלאָזט נאָך זיך געוויסע שפּורן... כאָטש ער איז שוין אַלט, אָפּגעלעבט און מיט פֿאַרקיסנעטע אויגן, דאָך זעט ער, קוקנדיק אוי6ן באַלעבאָס און אויף אַלע זיינע שטוביקע, אַז עפּעס גייען ביי זיי די געשעפֿטן די לעצטע צייט ניט, ווי סע דאָרף... ער זעט דאָס אין דער פּאָרציע מאכלים, וואָס מ׳טיילט אים אויס אויפֿן קיך איצט פֿיל־שפּאָרעוודיקער, ווי אַלע מאָל פֿריער... די מזלדיקע ראָד האָט זיך ביי זיי פֿארהאַקט... ער זעט דאָס אין דעם, וואָס דעם באַלעבאַם יינגערע טאָכטער האָט זיך אַוועקגעלייגט קראַנק און, ווי ס׳זעט אויס, שוין נישט צום אויפֿשטיין... דאָס זעט ער אין די פֿיל דאָקטוירים, וואָס האָבן גענומען באַזוכן דעם באַלעבאָס הויז צו אפֿט, פֿון די רפֿואות, וואָס מע ברענגט, און דער עיקר, פֿון אַלעמענס באַזאָרגטקייט, וואָס איבער דעם קלעקט ביי קיינעם קיין צייט נישט, מיט אים, מיכאַלקען, אַפֿילו אַמאָל אַ וואַרט אויסצוריידן...
יאָ, און נאָך ערגער פֿילס מיכאַלקע זיין נביאות אויף זיך אַליין, וואָס די לעצטע צייט חלומט זיך אפֿט, ווי בינען פֿאַרפֿלען זיך אין זיין פֿאַזוכע און זוכן אַן אָרט, ווי אַזוי זיך דערקלייבן צו זיין ברוסט, ווי צו אַ כלום, כּדי אירע זאפֿטן אויסצוזויגן...
— יאָ, ס׳ניט צום גוטן — האָט מיכאַלקע אויך איצט אַן עובר־בטלדיקן טראַכט געטאָן, ווען ער האָט דערזען לוזין מיטן באַלעבאָס. ער האָט זיך אָפּגעקערעוועט פֿון צו קוקן אויף לוזין, און דערביי האָט ער זיך פֿירגענומען, אַז באַלד, ווי נאָר ער וועט איצט אַריין צו זיך אין שטיבעלע אויף נאַכט, און אויף לייגן זיך שלאָפֿן, אַזוי וועם ער זיך אַ סך מאָל איבערצלמען פֿאַר דער פֿאַרשטויבטער און מיט שפּינוועבם־באָדעקטער איקאבע, וואָס אין זיין שטיבעלע־ווינקל...
— יאָ, זיך גוט־גוט איבערצלמען — האָט ער באַשלאָסן, און דערביי האָט ער זיך ניט איינגעהאַלטן און האָט ווידער אין לוזיס זייט אַ קוק געטאָן מיט אויסבאַהאַלטענעם פּחד.
II
צוויי טויטן, איין חתונה
מיכאַלקעס נביאות איז גלייך מקוים געוואָרן — פֿאַר אַלעמען אויף אים אַליין.
ער איז געווען אַלט, קוים אומגעקראָכן און די פֿיס געשלעפּט, און אָפֿט, ווען ער איז אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, האָט ער שוין דאָס האַרץ ניט געפֿילט, גליד ס׳וואָלט זיך אים אַרויסגעקליבן פֿונעם ברוסט־קאָסטן אין די עלנבויגנס אָדער אין די פּיאַטעס.
אין יענער נאַכט פֿון לוזיס און סרוליס באַזוך ביי משה מאַשבער האָט, ווי סרולי האָט פֿאָרויסגעפֿילט, טאַקע אַזוי אָנגעשאָטן, אַז ווען מ׳איז אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי האָט מען דעם דרויסן ניט דערקענט. אַ שטאַרק. ווייסער בלענד האָט דאָס אויג פֿאַרכאַפּט ביז טרערן... די גיימער פֿון סאָד זיינען געווען ביז העכער די קני פֿאַרשאָטן, דאָס זעלבע — דער הויף ביז אַרויף די טרעפּ פֿון קיך און פּאַראַד־אַריינגאַנג; היינט דער דאַך פֿון שטוב און פֿון אַלע געכייען אין הויף, ווי אַלע דעכער פֿון אַלע שטיבער פֿון יענער גאַס, אויף וויפֿל דאָס אויג האָט זיי אָנגעזען; היינט די גאַסן אַליין, וואָס האָבן אויסגעזען ביז די בייכער פֿאַרזונקען.
אַז מיכאַלקע איז אויפֿגעשטאַנען יענעם פֿרימאָרגן, האָט ער געהאַט פֿיל צו טאָן, צו ערשט ביים עפֿענען די טיר פֿון זיין שטיבעלע אין דרויסן אַרויס: זי האָט זיך ניט געלאָזט און זיינע שלאַבערדיקע הענט נישט נאָכגעגעבן, מחמת דער פֿול־אָנגעשאָטנקייט, וואָס פֿון יענער זייט; דערנאָך — ביים אָפּרייניקן אַ סטעזשקע צווישן זיין שטיבעלע און צווישן דער קיך־טיר פֿונעם באַלעבאָס הויז, ווי אויך אַ סטעזשקע פֿון דאָרט ביז דער טויער־פֿאָרטקע, ווייל ווען ניט, איז זיך אַהין נישט געווען צו דערקלייבן. ער האָט אויך געהאַט פֿיל אַרבעט ביים אָנפֿאמפֿען און ברענגען וואָסער פֿון דער קרענעצע, וואָס איז אים היינט אָנגעקומען פֿיל שווערער, ערשטנס, איבער דער פֿריערדיקער אַרבעט ביים שניי־רייניקן, און צווייטנס, איבער דעם, ווייזט אויס, וואָס דער וועטער האָט זיך געניטן פֿון טרוקן אויף פֿייכט און האָט אים, ווי אַלע מאָל אין אַזאַ פֿאַל, פֿאַרשווערט דעם אָטעם, ס׳איז אים היינט אויך שווער געווען דאָס אָנטראָגן האָלץ, וואָס ס׳האָט זיך געפֿאָדערט מער ווי ביז אַהער, ווייל אַלע הרובעס אין שטוג האָבן שוין באַדאַרפֿט מער ווינטערדיק געהייצט ווערן.
קייטל־זייגער — דער הונט, וואָס אָנעם קול און מיטן אַראָפּהענגענדיקן באָמבלדיקן בייכל — איז דעם גאַנצן פֿרימאָרגן, ווי שטענדיק זיין שטייגער, פֿון זיין באַלעבאָס, פֿון מיכאַלקען, ניט אָפּגעשטאַנען: — שטייענדיק און אים נאָכקוקנדיק, ווען יענער האָט זיך געהאַלטן אויף איין אָרט, און נאָכגעגאַנגען און אים באַלייט ביי אַ זייט און פּאַמעלעך, ווען מיכאַלקע האָט זיך פֿון אָרט אויף אָרט גערירט. דאָס מאָל אָבער האָט קייטל־זייגער עפּעס באַזונדערס באַזאָרגט געקוקט אויף מיכאַלקען, ווי אויף אַ זאַך, וואָס מ׳דאַרף דערויף גוט אַכטונג געבן, ווייל אַ גיט קאָן מען דאָס, צווישן יאָ און ניין, אומגעריכט און מיטאַמאָל, נאָך אָנווערן.
קייטל־זייגער האָט געזען, ווי ביים האָלץ־ און וואָסער־טראָגן שטעלט זיך מיכאַלקע אַלע מאָל אָפּ אין מיטן וועג, גלייך ווי דאָרט, פֿת וואַנען ער איז אָנגעקומען מיט דער מאַסע, האָט ער עפּעס פֿאַרגעסן און האָט בדעה באַלד אַהין זיך אומצוקערןל ווען אין דער אמתן האָט אים אָפֿט גאָר פּשוט אָטעם אויסגעפֿעלט, און ער האָט אויסגעזען אַזוי, גלייך אָט באַלד וועט ער די מאַסע פֿון די הענט אַרויסלאָזן און שטיין בלייבן ווי אַ גולם.
קייטל־זייגער האָט אויך באַמערקט, ווי מיכאַלקע האָט היינט אויך ביים באַקומען די פֿרימאָרגנדיקע שפּייז אויפֿן קיך, נישט איבעריק זיך אָפּגעגעבן דעם עסן ווי אַלע מאָל, ווען ער קוקט אַריין אין שיסל מיט כוונה, שוויצט און ווישט זיך דעם שטערן און די פּאָטיליצע, גרונטעוועט און דערלאַנגט דעם דנאָ, וואו ער לאָזט קיין מאָל קיין לעק און קיין נדעקל ניט איבער. ניין, דאָס מאָל האָט ער מאַנקירט, און אַ גרויסן טייל, אַ פֿיל גרעסערן ווי באַשטענדיק, האָט ער אים, דעם הונט, אויסגעטיילט און אָפּגעגעבן.
קייטל־זייגער האָט אויך געזען, ווי נאָך דעם, ווען מיכאַלקע האָט זיך אָפּגעפֿאַרטיקט מיט אַלע זיינע אַרבעטן פֿאַרן באַלעבאָס קיך, שטוב און הויף ביז נאָך האַלבן טאָג, און איז שוין שפּעטלעך אַריין צו זיך אין שטיבעלע און גענומען זיין אייגן אייוועלע איינהייצן, האָט ער, הייצנדיק, ווי געוויינטלעך
— אויף די קני זיצנדיק און אַלע מאָל צום פֿייער אַריינקוקנדיק — דאָס מאָל זיך פֿאַרגעסן און ווי איינגעשלאָפֿן; און דערנאָך, אַז ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט און געוואָלט אויפֿשטיין, האָט ער ניט געקאָנט און זיך לעפּיש געמוזט אַוועקזעצן אויפֿן געזעס, און ערשט דערנאָך, קאָראַטשקענדיק זיך און אויף די הענט אָנגעשפּאַרט, האָט ער קוים־קוים פֿון דעם פֿאַל זיך אויפֿגע־ הויכן, ווי אַ קליין קינד, אָדער ווי אַ געליימטער, אומנאהאָלפֿן.
דעם זעלנן טאָג האָט — נישט ווי דער שטייגער איז נאָך אַ שניי —
אַ שטאַרקער פֿראָסט גענומען.
ס׳איז געווען ערשט צו פֿאַרנאַכט, ווען אין די הייזער האָט מען שוין גענומען אָנצינדן ליכט. מיכאַלקע, וואָס איז דעמאָלט צוליב אַ געוויסער אַרבעט נאָך אַמאָל אין דרויסן אַרויסגעגאַנגען, האָט דאָס דערפֿילט, און מורא האָבנדיק, ↰ 108 אַז ביינאַכט זאָל זיך אים דאָס אייוועלע ניט אָפּקילן, האָט ער נאָך אַמאָל האָלץ אונטערגעלייגט. ער האָט ניט געציילט, און ווי ס׳ווייזט אויס, האָט ער די מאָס איבערגעכאַפּט, ווייל אין שטיבעלע ביי אים איז שוין אַזוי הייס געוואָרן, אַז ער האָט פֿון גרויס היץ אַזש דעם העמד־קאָלנער צעשפּיליעט און מיט דער אַלטער צעטריפֿעטער נשמה געפֿאבעט.
ער האָט געמוזט אָפּגיין צו זיין באַנק־בעטל, זיך צוזעצן, ווייל אויך דער קאָפּ האָט זיך אים פֿארדרייט און אין די הענט און פֿיס האָט ער דערפֿילט אַ ברעכעניש ווי פֿון אַ טשאַד, ער איז צוערשט געזעסן אויפֿן באַנק־בעטל, ווי מ׳זיצט געוויינטלעך — אויפֿן ראַנד, דערנאָך אָבער, אַז דער טשאַד האָט זיך אים אין קאָפּ געמערט און אין אַלע אברים? צוגעקומען, האָט ער זיך גענייטיקט אין אַן אָנשפּאַר פֿארן קאָפּיאון רוקן און ער האָט זיך העכער אַרויפֿגערוקט. דאָס שטיבעלע האָט זיך אים געדרייט, און אין דער זעלבער צייט האָבן אים אין די אויגן גענומען שיין־רעדעלעך און ליכט־פֿינטעלעך אומשווינדלען, וועלכע האָבן זיך אים דערנאָך אין אַ פֿול כילד אויסגעאָורעמט און פֿאַרגאַנצט.
ער האָט איינגעדרעמלט און געזען:
ס׳איז ניט ווינטער, נאָר זומער, ס׳איז אַן אויאָדערנאַכט, דער גאַנצער הויף שלאָפֿט שוין, און נאָר ער איינער איז וואָך, און פּלוצים דערזעט ער אויפֿן דאָך פֿון שטוב, ביים קוימען, שטייט עפּעס אַ הויכער מענטש, אַ מין לאַנגער לוזי, דאַכט זיך, וואָס כישופֿט, שפּרעכט אין הימל אַריין און אין דער נאַכט דער זומערדיקער.
מיכאַלקע דערשרעקט זיך, וויל זיך צוריקציען, אַז יענער, וואָס אויאָן דאָך, זאָל אים אין הויף ניט דערזען, אָבער ס׳גיט זיך אים ניט איין: יענער באַמערקט אים, רופֿט אים, און ער ווייסט ניט — פֿאַרוואָס, נאָר ער מוז יענעמס רוף פֿאלגן און אַליין אויך אַרויפֿקומען צום קוימען... און פֿונעם קוימען פֿילט ער עפּעס אַ מין רויך אַרויסקומען, וואָס זעען זעט מען אים ניט, נאָר יענער, דער לאַנגער לוזי, מאַכט אים פֿילן מיט עפּעס מינים קונצן, וואָס זיינען אייגנטימלעך פֿאַר אַזוינע, וואָס כישופֿן אין שטילע זומער־נעכט ביי קוימענס... מיכאַלקע וויל דעם קאָפּ אָפּקערעווען, ניט צו שמעקן פֿונעם רויך, אָבער יענער פֿאַרבאָט דאָס אים, און ער מה און איז געצוואונגען — אַזוי לאַנג, ביז דער קאָפּ פֿאַרדרייט זיך אים און באַלד — באַלד האַלט עס שוין דערביי, ער זאָל פֿון דאָך אין הויף אַראָפּפֿאלן און קאָפּ און רוק־און־לענד אין שטיין צעברעכן.
דעמאָלט כאַפּט ער זיך אויף אַ ציטערדיקער, מיכאַלקע, און טרעפֿט זיך זיצן אויף זיין באַנק־בעטל אין זיין שטיבעלע, ביי אַ שטאַרק־אָנגעהייצט אייוועלע, ער אָילט, אַז ער וואָלט איצט עפּעס באַדאַרפֿט טאָן, עפּעס פֿיר־ נעמען — זיך אויאָהויבן, עפֿענען די טיר אויף אַריינלאָזן לופֿט, אָדער צו־ ↰ 109 זאַמען מיט קייטל־זייגער אין הויף אַרויס. אָבער ער קאָן ניט: די אברים זיינען אים שוין אַלט, און פֿון געדאַנק, ביז טאָן, פֿון וועלן, ביז טאָן זיין ווילן, ליגט אים די לעצטע צייט ווי אַ גאַס אַ לאַנגע, וועלכע ער פֿוילט זיך זי דורכצוגיין.
און אָט שלאַפּט ער ווידער איין, ער פֿילט, אַז קייטל־זייגער האָט זיך נאָר וואָס אַוועקגעשטעלט קעגן אים אויף די הינטערשטע לאָפֿעס און מיט די פֿעדערשטע טאָרעט ער אים, וועקט אים, מורא האָבנדיק פֿאַר זיין אַלטן, שוואַכן קאָפּ, וואָס רוקט זיך אים אַראָפּ אויף אַ זייט משונה, ווי אויך פֿאר זיינע שלאַבעריקע הענט, וואָס האָבן זיך אים אַראָפּגעלאָזט ווי פֿרעמדע.
ס׳דאַכט זיך מיכאַלקען, אַז אַזוי ווי קייטל־זייגער קאָן נישט פּועלן מיט זיינע לאָפֿעס גאָרנישט, פּרואווט ער זיך עפּעס מאַכן מיט זיין שטומען גאָרגל, און אַז ווען ער קאָן נאָר, קייטל־זייגער, ווען ער האָט נאָר אַ קול, וואָלט ער איצט, פֿון גרויס אומרו, אַרויס מיט אַ שאַרף־הינטישן ניל, וואָס ער האָט אים ערגעץ טיף אין די שטומע געדערים אויסגעהאַלטן.
ער צלמט זיך אין געדאַנק, מיכאַלקע, פֿילנדיק, אַז ער פֿאַרלירט דעם קאָפּ אומוויליק, אַז ער בייגט זיך אים אַראָפּ און ער טוט אים וואָס אַמאָל טיפֿער און טיפֿער אין אַ זייט אַראָפּזינקען.
ער שלאָפֿט איין און זעט ווידער דעם לאַנגן לוזי אוי6ן דאָך, ווי ער רופֿט אים אַרויפֿצוקומען, ער איז ווידער געצוואונגען, און ווידער איז ער מיט יענעם באַנאנד דאָרט: אָבער איצט שוין נישט נאָר ער אַליין מיט לוזין אין צווייען פֿון אויבן, נאָר אויך דעם באַלעבאָס גאַנצע הויז־געזינד, און אַלעמענט פּנימער זיינען פֿון יענעמס כישופֿן און שפּרעכן באַזאָרגט... אַלע שטייען שווייגנדיק, קאָנען זיך ניט רירן און האָבן ניט די מעגלעכקייט קיין וואָרט צו זאָגן און מוזן נאָך דערצו דעם געוויסן רויך פֿון קוימען אין זיך אַריינשמעקן, פֿון וועלכן אַלעמענס קעפּ פֿארדרייען זיך און אַלעמען ווערט פֿון אים אויפֿן האַרצן איבל; דער עיקר אָגער אים, מיכאַלקען, און אויך דעם באַלעבאָס יינגערער טאָכטער, דער קראַנקער, וועלכע ליגט שוין אַ צייט און, ווי ס׳ווייזט אויס, אָן שום האפֿענונג אויף צוריק ווידער אויפֿשטיין. ס׳ווערט זיי שלעכט, און ווי אַלע שטייען אַזוי שטיל און באַצוואונגען, אַזוי דערהערט זיך אַ ווילד געשריי פֿון אַלעמענס מיילער אַרויסקומען, ווען מען דערזעט, ווי צוויי פֿון צווישן אַלעמען — מיכאַלקע און דעם באַלעבאָס טאָכטער — פֿאלן מיט פֿארדרייטע קעפּ פֿון דאָך אין הויף אַראָפּ, אויף טויט אַנידערגעבראַכטע... און מיכאַלקע דערזעט גלייך אין הויף צוויי לוויות שטייען אָנגעגרייט פֿון דאָרט זיך אַרויסצוציען: — איינע אַ קריסטלעכע
— זיינע — און ער אין אַן אַרון מיט' אַן אָפּגעדעקט פּנים; די צווייטע אַ יידישע — דעם באַלעבאָס טאָכטער — אויף אַ מיטה, מיט אַ צוגעדעקט פּנים.
און דאָ האָט מיכאַלקע מיטאַמאָל דערהערט אַ קוויטש, וואָס ער ווייסט ניט, פֿון וואַנען איז ער געקומען — צי פֿון קייטל ־זייגערס אָנשטרענגונג אַ האַווקע צו טאָן און אים פֿון כיהן אויפֿצואוועקן, צי גאָר פֿון אַנטקעגנאיבערדיקער באַלעבאָס שטוב, וואָס אין דער שטילקייט פֿון דער נאַכט האָט ער זיך אַהער אַריינגעריסן — אַזאַ, ווי אַלע מאָל פֿון שטוב־מענטשן ביי אַ חולה ביינאַכט, ווען דער חולה איז גוסס און מע האַלט אים ביי אפֿשרייען.
דעמאָלט האָט מיכאַלקע אַ ציטער געטאָן און צום לעצט און צום איבעריקן דעם קאָפּ פֿאַרלוירן, האַלטנדיק אים קרום־קיילעכיק אין אַ זייט אַראָפּגעלאָזט, ווי אַ מאַסע, וואָס ער איז מער ניט אומשטאַנד צו טראָגן. און אַזוי איז ער פֿאַרשטאָרט געבליבן.
קייטל־ זייגער האָט אַ צייט לעבן אים געהאַלטן רואך * ער איז געשטאַנען מיט די הינטערשטע לאָפֿעס אויפֿן פּאָל און מיט די פֿעדערשטע אין מי־ כאָלקעס אָנגעשפּאַרט — אויך פֿאַרשטאָרט.
דאָס קאגיצל האָט זיי מידע אין זייער פֿארגליווערטקייט באַלויכטן. קייטל־זייגער האָט די גאַנצע נאַכט פֿון מיכאַלקען די אויגן ניט צוגענומען, ביז שפּעט, ביז אַזש פֿאָרטאָג. און אַז ער האָט צום לעצט אויף מיכאַלקען אַ קוק געטאָן און זיך איבערצייגט, אַז מיט זיין באַלעבאָס האָט דאָס לעצטע טרעפֿעניש געטראָפֿן, אַז יענעמס אומבאַוועגלעכקייט איז ניט מחמת שלאָף אָדער שיכרות, נאָר דערפֿאר, ווייל ער איז אויס — אָט דעמאָלט האָט קייטל־ זייגער צום לעצטן מאָל אויך מיכאַלקעס הענט באַשמעקט און דערפֿילט, אַז ס׳איז שוין פֿון זיי גאָרנישט ניט צו וואַרטן, זיי זיינען האַרט און קאַלט־ פֿאַרהילצערט — אָט דעמאָלט, איז ווען עמעצער וואָלט זיך געפֿינען נאָענט צו מיכאַלקעס שטיבעלע — וואָלט ער פֿון דאָרט אַרויס דערהערט אַ הינטיש קול, וואָס איז זיך פֿאַרגאַנגען אין אַ שטיל־שטילן, לעצט־ביטערן וואי...
יאָ, קייטל־זייגער האָט אויף אַ וויילע צוריק דאָס קול באַקומען... און אין דער פֿרי, אַז מ׳איז אויפֿגעשטאַנען מי משה מאַשבער נאָך אַ שווערער נאַכט וואַכן ביים חולה — מי זיין טאָכטער, וועלכע מען האָט אין אַ געוויסן מאָמענט שוין טאַקע אָפּגערואָן — אַז מ׳איז אויפֿגעשטאַנען, און די דינסט האָט זיך גענומען צו דער טאָג־אַרבעט און, ווי אַלע מאָל, זיך גענייטיקט אין מיכאַלקעס הילף ביים ברענגען האָלץ, וואַסער און אַנדערע נויטיקייטן, און זי האָט אים גענומען רופֿן, און ער האָט, נאָך איין מאָל און צוויי מאָל אַריבערשרייען צו אים אין שטיבעלע, זיך ניט אָנגערופֿן — האָט זי זיך פֿארחידושט, די דינסט, און אַז זי האָט אַ קוק געגעבן צו דער טיר פֿון זיין שטיבעלע, וועלכע איז געווען געשלאָסן, און אַז זי האָט דערהערט פֿון דאָרט עפּעס אַ נישט געוויינטלעך דראַפּען־זיך און אַ שטיל־שטיל וואָיען, איז זי צוגעגאַנגען, זי אויפֿגעעפֿנט, און דעמאָלט האָט זיך פֿאַר איר פֿארגעשטעלט אַ פֿילד, וואָס לאַנג האָט זי ניט געדאַרפֿט דערויף קוקן, זי זאָל פֿארשטיין, ↰ 111 וואָס דאָ איז פֿאַר דער נאַכט מיט מיכאַלקען געשען: ער איז געווען טויט, קרום־קיילעכיק אויסגעבויגן אין דער וואַנט אָנגעשפּראַט, און קייטל־זייגער האָט, קוקנדיק אויף מיכאַלקען אוין אויף דער אַריינקומענדיקער דינסט, מיט אַ שטילן מרוק צו פֿאַרשטיין געגעבן, וואָס פֿאַר אַ הינטיש אומגליק ס׳וזאַט אים דאָ היינט געטראָפֿן.
אַוודאי איז דאָס צו משה מאַשבערס רוטל אין שטוב דעמאָלט נישט אָפּגעגאַנגען. נאָך דאָס האָט דאָרט געפֿעלט!... ס׳איז אַזוי אויך געווען אַ פֿולע שטוב אומגליק פֿון ערג דעם, וואָס האָט דאָרט באַלד — היינט, מאָרגן
— באַדאַרפֿט טרעפֿן — דאָט, וואָס אַפֿילו נחמהקע און נחום לענטשערס פּיצלעך קינדער האָבן שוין געוואוסט דערפֿון. און אויף זייער קינדערשן אופֿן דאָס דערשפּירט, און נעמלעך: אַז זייער מאַמע איז שוין נאָר אויף געציילטע טעג זיי אַ מאַמע; און אַז זייערע יונגע לעבנס שטייט דאָ באַלד פֿאַר עפּעס אַ בראָך אָן אַ נאָמען.
זיי האָבן דאָס געפֿילט אין דעם, וואָס די מוטער האָט זיך שוין אַ צייט צו זיי ניט צוגעדירט, גיט בעת אָנטאָן און אויסטאָן, נישט בעת עםן־גיבן און שלאָפֿן־לייגן, וואָס דאָס האָבן שוין פֿאָר דער קראַנקער נחמהקע געטאָן אַנדערע: — אַמאָל די באָבע גיטעלע, שטאַרק געשריי, אַמאָל יהודית, וועלכע האָט ניט געמאַכט קיין חילוק צווישן אירע קינדער און דער שוועסטערס, און אַמאָל אויך אַפֿילו אַליין זייער טאַטע, וואָס פֿון נישט געוואוינט זיין צו קיין פֿרויען־אַרבעט, איז זי ביי אים יעדערס מאָל אַרויסגעקומען לעפּיש און מאַנצביליש נישט־געראָטן.
אָבער דאָס אַליין, האָבן די קינדער געפֿילט, איז נאָך גאָרנישט: ס׳מאַכט זיך, אַ מאַמע ווערט קראַנק, אָבער מען קאָן צו איר אַלע מאָל אין אַלקער אַריינקומען, קינדערשע נויט און פֿרייד אויסדערציילן און ביי איר אַ גוט וואָרט, אַ מוטערלעכן גליק אַרויסקריגן. דאָ אָבער האָט מען שוין די קינדער דאָס אין אַלקער־אַריינקומען פֿאַרווערט. זעלטן־זעלטן נאָר, אויף איין אויגנגליק, אי דאָס אויך נאָר פֿון אַ זייט, שטייענדיק אויף דער שוועל: און יעדערס מאָל האָבן די קינדער באַמערקט, ווי זייער מוטער דערווייטערט זיך פֿון זיי אַלץ מער און מער, איר אויסזען — נישט אירער, דער בליק — אָפּגעפֿרעמדט, און אַז זי כאַפּט יאָ ווען אַמאָל אַ קוק אויף זיי, ווען זיי באַווייזן זיך, קערעוועט זי זיך באַלד אָפּ, און באַזונדערס נאָך, ווען זי זעט זיי מיט זייער טאַטן, מיט נחום, לענטשער, צוזאַמען.
אַזוי ביז אַהער. די לעצטע טעג אָבער איז זיי שוין אַפֿילו אויך דאָס איבערגעכאַפּטע זען־זיך — פֿאַרבאָטן, און מ׳האַלט שוין גאָר אַלע מאָל אָנגעגרייט זייערע בורנעסלעך, כּדי זיי אַוועקצופֿירן צו אייגענע, באַקאַנטע, ↰ 112 ווייל דאָ .אין שטוב, וואו מע ריכט זיך אויף אומגעריכטס, האַלט מען נישט פֿאַר געהעריק, זיי זאָלן אין אַ געוויסן מאָמענט דאָ בלייבן.
מ׳האָט דאָס שוין מיט זיי געוואָלט טאָן נעכטן פֿארנאַכט, נאָר אין דער לעצטער מינוט האָט מען זיך נאָך באַטראַכט און זיי געלאָזן... און ביינאַכט, מעגן זיי שווערן, האָבן זיי פֿון מיטן שלאָף אויפֿגעריסן עפּעס ווילדע קולות פֿון פֿיל היימישע, אייגענע, קרובים און באַקאַנטע, וועלכע האָבן צוליב זייער מוטער ביי זיי אין שטוב גענעכטיקט און האָבן זיך אַלע מיטאַמאָל, קורצ־ ווייליק, אָבער וואָיענדיק צעליאַרעמט. זיי האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט, און אויף זיי צו באַרואיקן האָבן זיי לעבן זיך געטראָפֿן שטיין אַ פּאָר היימישע שטופּ־ מענטשן, און צווישן די היימישע אויך עפּעס אַיעס אַ נישט־היימיש פּנים, דאַכט זיך, און דאָס איז געווען די באָבע שיינצי, די באָבע פֿון פֿאָטערס צד, וואָס, ווי ס׳ווייזט אויס, האָט זי זיך היינט ביינאַכט, ווען זיי, די קינדער, זיינען געשלאָפֿן, מיט אַ שפּעט־אָוונטיקן צוג צוגעשטעלט.
יאָ, דאָס איז טאַקע געווען זי, די באָבע שיינצי, נחום לענטשערס מאַמע, וואָס אַז זי איז געוואויר געוואָרן, וואָס פֿאַר אַן אומגליק ס׳דערנעענט זיך צו איר זון, האָט זי זיך פֿון איר ווייטער פּאָדאָליע, אַזש פֿון קאַמעניעץ, אַהער געלאָזט און אַ ווינטערדיק־אָפּגעפּעלצטע אין שטוב אַריין.
זי איז גלייך אַריין צום חולה, צו נחמהקען, וועלכע האָט זי שוין כּמעט נישט דערקענט, און אויב יאָ, איז זי איר שוין נישט אָנגעגאַנגען, צוזעענדיק נאָר, ווי זי שטייט ביי אירן אַ זייט בעט און אירע אויגן זיינען מיט קאַלט־ שווייגערישע טרערן פֿאַרפֿולט.
נחמהקע האָט אויך באַמערקט, ווי גלייך נאָך דעם, ווי יענע האָט זיך אויסבאַהאַלטענערהייט אַ ביסל אויסגעוויינט, האָט זי איר מאַן, נחומען, אין אַ זייט אָפּגערופֿן און מיט אים גענומען עפּעס ווי איינטענהן, אים טרייסטן, ווי געוויינלעך מסתם: אַז ערשטנס, קאָן נאָך גאָט העלפֿן: און צווייטנס, טאָר מען זיך אַזוי ניט אַוועקלייגן, ס׳געשעט, און וואָס קאָן מען מאַכןו
יאָ, טאַקע ־ דערזעענדיק, ווי ס׳האַלט, אַז ס׳איז עק און ביי אַלע לעצטן, האָט די כאכע שיינצי געזען פֿאַר אַלעמען אָפּהאַלטן איר זון נחומען וואָס ווייטער פֿון חולהס בעט און ווי ניט איז אים צו פֿאַרגרינגערן: ער זאָל ביי זיך רעכט מאַכן, ביי זיך פּועלן און אויף אַלץ גרייט זיין.
— ער איז אַ טאַטע, און אַ יונגער טאַטע, ער האָט קינדער און ער טאָר זיין וועלט גיט פֿאַרשפּילן.
— וואָס רעדט זיבי — האָט שוין איצט אַפֿילו ער, דער נישט געטרייער און קאַלטער מאַן, נחום, אַ געבראָכענער געטענהט:
— נחמהקע — האָט ער אונטערגעכליפּעט — אויף וועמען לאָזט זי אונדז איבער — מיך מיט די קינדער ן ↰ 113 — מיין קינד — האָט די באָבע שיינצי אים' געטרייסט — גאָט איז אַלעמען אַ פֿאָטער און אויך אַ פֿאָטער פֿאַר יתומים.
יאָ, אַפֿילו אין אָט דער לעצט־לאַגע האָט מען געקאָנט אַרויסזען דאָס ענגהאַרציקייט און זעלבסטפֿאָרליבטקייט פֿון נחומס בלוט־אייגענע און משפּחה
— אויב איצט גיט אויף נחומען אַליין, וועלכער האָט דאָך אין מיטן רעכטן אומגליק געשמעקט, איז אויף זיין מאַמע שיינצי, וואָס איז אין אַזוינע לעצטע מינוטן געקומען אַ גאַסט און האָט זיך גלייך גענומען אַזוי אויפֿפֿירן, אַז אין שטוב האָט מען פֿון איר אַוועקגעקוקט, זי כּמעט פֿאַר קיין אייגענער נישט גערעכנט, און זי ווי גאָרניט גיט באַמערקט. זי האָט זיך געהאַלטן אַזוי, גלייך די שטוב־צרה איז איר נאָר אויף האַלב נוגע און גלייך אויך איצט וואָלט זי זיך געפֿילט ווי אויף אַ חתונה — נאָר מעשה חתן־צד.
זי האָט אַפֿילו (ס׳אַוודאי אַ בזיון צו זאָגן), אין סאַמע געריכטן קאָך דעמאָלט, גענומען אַריינקוקן אין די שאַפֿעס און אין די גאָרדעראָבעם, ווי עפּעס צו שעצן מיט די אויגן און ווי אָפּצוטיילן איר זונט, נחומס, קליידער פֿון די איבעריקע, פֿונעם ווייבס, גלייך ס׳האַלט עפּעס ערב אַ גט, ווען מאַן און ווייב דאַרפֿן איבעררעכענען דאָס פֿריער צוזאַמען־אָנגעלעבטע, כּדי צו וויסן, וואָס און וויפֿל וועט אויספֿאַלן אויף יעדנס חלק נאָכן צעגיין זיך.
ס׳האָט דאָס קיינער פֿון די שטוב־לייט אין גרויסע צרות דעמאָלט, באַטירלעך, גיט באַדאַרפֿט באַמערקן< נאָר דאָך, אויף וויפֿל אַפֿילו אין אויסגענומענע פֿאַלן, ווען מ—איז פֿאַרנומען מיט פֿיל וויכטיקערס, קאָן מען אַמאָל דערזען אויך אַ קלייניקייט און אַ נישט זען־וויכטיקעס — אויף אַזוי פֿיל האָט מען דאָס יאָ באַמערקט, און פֿאַרשטענדלעך שוין, וואָס פֿאַר אַ געפֿיל דאָס האָט אַרויסגערופֿן ביי אַלעמען פֿון די שטוב־לייט. מ׳האָט, מחמת דער קאָפּ דערשלאָגן — דאָס גלייך פֿון געדאַנק אַרויסגעלאָזט, אַוועקגעקוקט, קיין אַכט ניט געלייגט און ווי זיך געטראַכט דערביי אַ אַז אויב זי, די באָבע שיינצי, הייסט עס, איז אַזאַ, וואָס ס׳קאָן איר איצט, אין אַזאַ, צייט, ליגן אַזוינע זאַכן אין זינען, איז זאָל זי... וואָרעם וועמען גייען דען איצט אָן שאַפּעס און גאָרדעראָבעסז...
ס׳אין געווען אין דער פֿרי, נאָך יענער שווערער נאַכט ביי נחמהקען, ווען מ׳האָט זי שוין איין מאָל טאַקע אָפּגערופֿן און וואָס דעמאָלט האָט אַפֿילו אַזאַ ווי די באָבע שיינצי אויך איר קול פֿאַראייניקט צו די קולות פֿון די איבעריקע שטוב־לייט — צו די אייגענע, באַקאַנטע און קרובים, וואָס האָבן דעמאָלט דאָרט גענעכטיקט.
די גאַנצע שטוב, אויסער קליינע קינדער, זיינען געווען נאָך אַ נאַכט ניט שלאָפֿן. מע האָט אויסגעזען געל, פֿאַרמאָרעט, פֿון וויסן און האָבן דאָס געפֿיל, אַז די פֿאַרגאַנגעגע נאַכט איז ניט קיין אויסגאַנג פֿונעם צער, נאָר ↰ 114 דבר נסתר
ערשט אַן אָנהויב, וואָס די רעכטע, געדיכטע פֿאָרזעצונג דאָרף ערשט — מעגלעך היינט בייטאָג, מעגלעך קומענדיקע נאַכט — נאָך קומען.
מ׳האָט זיך איצט געריכט אויף די דאָקטוירים, וואָס מ׳האָט נאָך דער שווערער נאַכט, גאַנץ פֿרי געשיקט נאָך זיי, און מ׳האָט געוואוסט, אַז זייערע וויזיטן וועלן שוין קיין בעסערונגען ניט ברענגען, אויסער נאָר לעצטע הייל־ מיטלען, וועלכע זיי וועלן נאָך פֿדואוון גינן, ווי קאָנפֿאָר און פֿיזעם.
אַ שטאַרק פּראָסטיקער דרויסן האָט אַריינגעקוקט דורך די פֿאַרכמד רעטע פֿענצטער, אויף וועלכע ער האָט שוין פֿון סוף נאַכט גענומען מאָלן זיינע טונקל־אָנגעברוגזטע געמעלן, וואָס די שיין אין שטוב איז פֿון. זיי אויף פֿיל געמינערט געוואָרן.
אין שטוב האָט געהערשט אַ געוויסער אומעט פֿונעם גאַנצן רוטל, וואָס האָט ניי אַלעמען ווי צוגענומען דאָס לשון.
דעמאָלט איז פּלוצלים נאָך באַוואוסט געוואָרן די מעשה מיט מיכאַלקען.
די עלטערע דינסט, וואָס האָט אים לאַנג גערופֿן אויף אַרבעט און זיך ניט געקאָנט דעררופֿן און וואָס האָט זיך, סוף־כּל־סוף, אַ לאָז געטאָן צו זיין שטי-נעלע, געעפֿנט די טיר און אים געטראָפֿן, ווי געטראָפֿן — איז גליד אין שטוב אַריינגעקומען, און צו אַלעם פֿיינעם, וואָס האָט שוין מער, דאַכט זיך, דאָרט ניט געפֿעלט, האָט זי נאָך אַ זאָג געטאָן:
— זאָל מען נאָר גיין אַ קוק טאָן צו מיכאַלקען... ער איז, דאַכט זיך, טויט, מיכאַלקע.
— טויט? וואו, וואָס, ווען איז דאָס געשען?
— זי ווייסט ניט, נאָר ס׳דאַכט זיך איר אויף געוויס...
ס׳זיינען באַלד דעמאָלט אייניקע אַוועק אַ קוק טאָן צו מיכאַלקען, און קומענדיק צוריק, האָבן זיי טאַקע אין שטוב די ריכטיקע תשוכה אַריינגע־ בראַכט, וועלכע האָט דער דינסטס ווערטער באַשטעטיקט און האָט שוין אַלעמען גאָר צום איבעריקן געפּלעפֿט.
— דאַרף מען דאָך עפּעס זען טאָן, צו וויסן געבן, אים צונעמען —
האָט עמעצער פֿון די שטונ־לייט אַ באַזאָרגטן זאָג געטאָן.
— ער האָט, דאַכט זיך, אַ טאָכטער ערגעץ — האָט אַ זאָג געטאָן אַ צווייטער.
ס׳איז דעמאָלט עמעצער טאַקע אַוועק צו טאָן פֿאַר מיכאַלקען, דאָס וואָס מ׳דאַרף: דאָס איז געווען איינער פֿון די קלייט־משרתים — אַן אליקום אָדער קאַטערוכע, וואָס אויך זיי האָבן די נאַכט, צוהילף די שטוב־מענטשן, גענעכטיקט ביים חולה.
דער איבעריקער עולם האָט — ווער יאָ, ווער ניט — די אינדערפֿרי. ענריקע טיי אָן טעם געטרונקען.
די פֿאַכע שיינצי, נאָך איר נעכטיקן קומען פֿון איר שווערער, ווייטער רייזע, אַזש פֿון קאַמענעץ, און נאָך דער שווערער נאַכט וואַכן ביי דער שנור, איז איצט, אין שלייער אָנגעטאָן און אין די וועג־קליידער, אין אַ זייטיקן אַלקער אָפּגעגאַנגען און האָט דאָרט, אַ מידע און אַ פֿרעמדלעכע, אויף אַ סאָפֿקע, איבערכאַפּנדיק, זיך צוגעשפּאָרט און אויף אַן ערנסט איינגעשלאָפֿן. זי האָט זיך אַרויסגערוקט אומבאמערקט, און קיינער האָט איר ניט נאָכגע־ קוקט, גלייך ס׳איז פֿון איר ניט צו פֿאָדערן און גלייך ווי אַזאַ ווי זי איז פֿון ניט איר אומגליק נישט מחויב צו ליידן.
די דאָקטוירים, וואָס מ׳האָט גאַנץ פֿרי גערופֿן, האָבן זיך איצט נישט קיין אויסגעשלאָפֿענע און פֿאַר דער צייט אויפֿגעשטאַנענע אין שטוב אַריינגעשטעלט נישט גערן, און ווי נאָר כּדי יוצא זיין פֿאַר אַ שטוב, וועלכע זיי גאַזוכן באַשטענדיק אווי וואָס די לעצטע צייט האָבן זיי, אָן שום הילף צו ברענגען, ביי איר היפּשלעך פֿאַרדינט... זיי האָבן שוין נישט געהאַט מער וואָס צו טאָן, אויסער נאָר, ווי געזאָגט, פֿיזעם צו פֿאַרשרייבן און האָבן כלויז מיט דעם טאַקע זיך כאַנוגנט און מער ווי דאָס טאַקע ניט פֿאַרשריכן.
זיי האָבן זיך דאָס מאָל נישט גערן געלאָזט כאָלייטן, און ביים טויער, ווען מ׳איז זיי פֿאָרט נאָכגעגאַנגען און וועגן חולה זיך געפֿרעגט, האָבן זיי געענטפֿערט, ווי זיי ענטפֿערן תּמיד, ווען געענגט: „גאָט קען העלפֿן...” וואָס אין מויל ביי זיי, ביי דאָקטוירים, קלינגט דאָס קאַלט, פֿאַלש און אַ סימן אויף האָפֿענונגסלאָזיקייט און אַז מער איבערפֿרעגן איז איבעריק.
פֿון די מאַנצפֿילן אין שטוב איז שוין קיינער, נאַטירלעך, אין שטאָט און אין די געשעפֿטן נישט אַרויס. פֿאַרקערט, ווער נאָר אַ משרת, אַן אָנגעשטעל־ טער, אַ נאמן, אַ בוכפֿירער, אָן וועמען מ׳האָט זיך היינט געקאָנט באַגיין אין יענע געשעפֿטן, איז איצט אַהיים גערופֿן געוואָרן, אָדער מ׳איז אַליין גע1קומען צו כייהילפֿיק זיין אין שטוב, אַז טאָמער וועט מען זיך נויטיקן אין עמעצן — אים ערגעץ־וואו שיקן, ווען מ׳דאַרף.
די טיר האָט זיך אַלע מאָל געעפֿנט פֿון אַ ניי־אַריינקומענדיקן, וועלכער האָט, נישט זאָגנדיק קיין „גוט־מאָרגן” און נישט פֿרעגנדיק ביי קיינעם „וואָס הערט זיך י” אַליין שוין, נאָר מיטן קוק, פֿאַרשטאַנען, און האָט זיך גלייך צוגערוקט צו אַ רעדל זייניקע — אָדער כּדי כלויז גאָר אַנדערע אויסצוהערן, אָדער אַליין אויך עפּעס אַריינצוגעבן אַ שטילן, פֿאָרזיכטיקן שעפּטשע אין רעדל.
דעמאָלט האָט משה מאַשבער, פֿון נישט האָבן און נישט וויסן וואָס מער פֿירצונעמען, זיך אַוועקגעשטעלט? דאַוונען. ער האָט אין מיטן עס־צימער גענומען אָנטאָן טלית און תּפֿילין, עפּעס זיך געאיילט היינט מער, ווי אַלע טאָג, גלייך ער האָט מורא געהאַט פֿאַר אַן איבערשלאָג, וואָס קאָן פּלוצלינג פֿון דער קראַנקערס צימער אַרויסקומען, ווען ער וועט שוין קיין צייט ניט ↰ 116 האָבן און ניט באַווייזן... געדאַוונט אָבער האָט ער, ווי מ׳דאַרף פֿאַרשטיין, אַן כוונה און נישט צו באַנעמען דעם טייטש פֿון די ווערטער, ווייל אַלע מאָל האָט ער זיך צו דער טאָכטערס אַלקער געלאָזט, זען, וואָס זי מאַכט און וואו זי האַלט דאָרט. ער האָט איין מאָל אַפֿילו אויך איר שוועל אַריבערגעטראָטן, ווען זי, די טאָכטער, אַרומגערינגלט פֿון אייגענע און קרובים, וואָס האָבן איר די נשמה געהיט, האָט די אויגן צוגעהאַלטן, נישט קוקנדיק אויף קיינעם, און פּלוצלינג האָט זי זיי געעפֿנט, דעם בליק צו דער טיר געווענדט און דערזען דעם פֿאָטער אין טלית־און־תּפֿילין, זי האָט זיך שטאַרק דערשראָקן, אים נישט דערקענט און געקוקט אויף אים ווי אויף אַ פֿרעמדן, אָדער ערגער: ווי אויף אַן אויסווייזעניש, אויפֿן מלאך־המוות אין אַ טלית.
— האַ, טאַטע... — האָט זי זיך אָבער באַלד געכאַפּט און אים אַ וואונק געטאָן צוגיין, האָט זיין האַנט אָנגענומען און זי ניט אַרויסגעלאָזט פֿון אירער, ווי בכלל זי איז געוואוינט געווען די לעצטע צייט צו טאָן — דעם פֿאָטערס האַנט פֿון אירער נישט אַרויסצולאָזן, בעטנדיק, ער זאָל שטיין לעבן איר, זיין מיט איר, ווייל האַלטנדיק זיין האַנט, האָט זי זיך געפֿילט זיכערער און פֿעסער.
אַז זי האָט אָבער ווידער די אויגן פֿאַרמאַכט און ווי זיך פֿאַרגעסנדיק איינגעשלאָפֿן, האָט משה מאַשבער דעם מאָמענט אויסגענוצט, זיין האַנט פֿון אירער אַרויסגענומען און איז צוריק פֿון אַלקער אַרויס.
דעמאָלט, שפּעטער, האָט דער מענטש — אליקום צי קאַטערוכע — וואָס איז געשיקט געוואָרן צו באַזאָרגן מיכאַלקען — אָפּזוכן זיין טאָכטער און איר וועגן איר טאַטן צו וויסן טאָן — זיך אין שטוב אומגעקערט און געלאָזט וויסן, אַז ער האָט זי געבראַכט, די טאָכטער.
יענע, די טאָכטער, האָט טאַקע אין דעם מאָמענט שוין ביי מיכאַלקען? אין שטובעלע זיך געפֿונען. זי איז אַריין, און ווען זי האָט אים דערזען זיצן אין זיין אויסגעקרימטער לאַגע, מיטן קאָפּ אין וואַנט אָנגעשפּאַרט, האָט זי אַ גרויס געוויין אַרויסגעלאָזט און אויף אַ קול גענומען אַזוי צו קלאָג-מוטערן, אַז ס׳האָט אַזש אויך אַהער, אין באַלעבאָס הויז, אין עס־צימער דערלאַנגט.
משה מאַשבער, וואָס איז דעמאָלט געשטאַנען ביים פֿענצטער אין טלית־ און־תּפֿילין, האָט, דערהערנדיק מיכאַלקעס טאָכטערס אויסגעשריי, אַ ציטער געטאָן.
זי, די טאָכטער, איז אָבער באַלד אַנטשוויגן געוואָרן. זי האָט זיך דאָרט גענומען, ווייזט אויס, מיט אים פּאַרען, מיט איר פֿאָטער מיכאַלקען: אים רעכט אַוועקלייגן, אים אויסטאָן און צו קבורה איבערטאָן.
שפּעטער אַ ביסל האָבן נאָך אַ פּאָר מענטשן — אייגענע אָדער געדינ־
גענע צוליב מיכאַלקען — מיט אַן אַרון און אַ פֿורל זיך באַוויזן. מ׳האָט אים ↰ 117 פּאַמעלעך אַרויסגעטראָגן, אויפֿן פֿורל אַרויפֿגעלייגט און פֿון טויער אַרויסגע6ירט, און קיינעם איז אין זינען נישט געווען, נאָך זייער אַרויספֿארן, צו פֿארמאַכן דעם טויער... און אָט, דורך אָט דעם זעלבן טויער, דעם נישט פֿארמאַכטן, האָט מען אין דער זעלבער צייט אויף מאָרגן, אויך נחמהקען, משר: מאַשבערם טאַפּטער אַרויסגעטראָגן.
אויף יענער לעצטער נאַכט האָט מען שוין, אָן שום ישוב, נחמהקעס קינדער פֿון שטוב אַוועקגעפֿירט. מ׳האָט פֿארנאַכט וויינענדיק, זיי די כור־ נוסלעך אָנגעטאָן, זיי פֿארשפּיליעט, מיט וואַרעמע שארפֿעלעך די העלדזער פֿאַרוויקלט און מ׳האָט זיי אויף נאַכטלעגער אַוועקגעשיקט אין אַן אָרט, וואָס מ׳האָט געפֿונען פֿאַר באַקוועם און פֿאר די קינדער מער רואיקער און בעסער.
יענע נאַכט האָט שוין קיינער — גאָר קיינער, אַפֿילו ניט די באָבע שיינצי — מיט קיין אויג ניט צוגעמאַכט. מ׳האָט די קראַנקע שוין נישט איין מאָל דעמאָלט אָפּגעשריגן און יעדעס מאָל, ווען די קולות האָבן זי צוריק אויפֿדערוואַכט, האָט זי אויסגעזען, ווי עפּעס ווילד פֿארחידושט און ווי שוין פֿון ערגעץ אַן אַנדער וועלט אַ צוריקגעקערטע.
אַלע האָבן זיך שוין דעמאָלט ביי דער קראַנקער אין אַלקער געפֿונען, , נישט אָפּגעטראָטן פֿון.איר און ווי שוין קיין מורא ניט געהאַט, אַז די באַזאָרגטקייט פֿון אַלעמען זאָל אויף דער קראַנקערס געמיט שלעכט ווירקן, ווי ווען ס׳פֿירט זיך, ווען ס׳איז נאָך פֿאראן אַ וואָסער ניט איז האפֿענונג, ווען מ׳זעט דעם חולה ניט אַזוי ענג אַרומשטעלן, כּדי פֿאַר אים זיין אייגענע סכנה נישט אַרויסצוווייזן.
ס׳האָבן דעמאָלט אויך אַלע קלייט־ און קאָנטאָר־אָנגעשטעלטע גענעב־
טיקט און וואָך געהאַלטן, כאָטש קיינער האָט זיך אין זייער הילף שוין נישט גענייטיקט, ווייל אַלערליי שליחותן און אַרבעטן זיינען שוין געווען איבעריק, אַזוי אַלע די גאַנצע נאַכט, ביז אין דער פֿרי, ו\ען פֿון דרויסן האָט שוין דער טאָג אַריינגעקוקט און ווען אין די שויבן האָט מען געזען, ווי אַ שטאָר־ קער, גריסיריקער פֿראָסט פֿארנעמט זיך אויפֿן טאָג... דעמאָלט האָט זיך פּלוצים דערהערט אַ קול פֿון דער קראַנקער, וועלכע האָט זיך גראָד די לעצטע מינוטן דערפֿילט פֿעסער און ביים פֿולן פֿארשטאַנד — אַ קול אַן אויסגעשריי:
— פֿינצטער!... אוי, וויי, פֿינצטער!... טאַטע, וואו פֿיסטן!
— מיין קינד — איז משה מאַשבער צו איר צו, זיך איבער איר איבערגעבויגן און איר דעם נויט־שווייס פֿון שטערן געווישט.
— ליכט! צינדט אָן ליכט!... האָט זי ווייטער אין לעצטן קראַמף געשריגן.
— מיין קינד — האָט זיך משה מאַשבער דאָ שוין פֿון אַפּענעם געוויין ניט געקאָנט איינהאַלטן און איר אַ זאָג געטאָן דערביי פֿון גרויס צער און פֿאַרצווייפֿלונג: — מיין קינד, ס׳איז קיינעם ניט פֿינצטער נאָר דיר... דיין וועלט גייט דיר אונטער...
און דאָ האָט זיך שוין אָנגעהויבן די גסיסה, מיט אַ כריפֿ, מיט אַ האַרץפֿאָכען, מיט אַ קרעכצן און מיט אַלע לעצטע חיותן פֿון דער ברוסט דורכן גאָרגל אַרויסגעבן.
דעמאָלט האָט עמעצער, ווי שוין לאַנג געהאַלטן אָנגעגרייט פֿאר יענעם מאָמענט, משה מאַשבערן אַ סידור דערלאַנגט, אויפֿגעמישט אויף אַ געוויס אָרט, און משה מאַשבער האָט מיט אים זיך צו דער קראַנקער צוגעבויגן און אַ זאָג געטאָן אין אַנגסט!
— קינד מיינס, זאָג מיר נאָך... — און ער האָט איר גענומען די ווידוי פֿארלייענען, ווי מ׳דאַרף — מודה אָני לאָניך ה׳ אלהי ואלוזי אָבותי שרפֿואתי בידך ומיתתי בידך,1 וואָס דאָס דערזעענדיק, זיינען אַלע אויף אַ וויילע אָנט־ שטומט געבליבן, נישט אויסגענומען קיינעם, סיי פֿון די שטוב־אייגענע, סיי פֿון די קרובים, ווי סיי אויך פֿון ידי אָנגעשטעלטע, וועלכע האָבן זיך אַלע איצט אין דער קראַנקערס צימער פֿארזאַמלט, און כאָטש אַלע, אַפֿילו די שטאַרקסטע, האָבן געהאַט נאַסע אויגן און טרוקענע גאָרגלען, דאָך האָט מען זיך געהאַלטן שטיל און פּ”ערלעך, און קיינער האָט דעמאָלט קיין הויך געוויין ניט אַרויסגעלאָזט.
ס׳האָט לאַנג ניט געדויערט, ביז דער קראַנקערס אָטעם האָט זיך גענומען באַרואיקן און אַלץ שטילער און שטילער ווערן — אַזוי שטיל, אַז ווער ס׳וואָלט זיך געוואָלט נאַרן, וואָלט געקאָנט מיינען, אַז זי איז אָט־אָט, גאָר גענעזנדיק, איינגעשלאָפֿן, ווען אין דער אמתן איז דאָס שוין קיין שלאָף נישט געווען, נאָר דער סוף פֿון אַלע סופֿן — טויט און דער שטאַנד פֿון ערב־פֿארשטאָרטקייט.
די מער דערפֿארענע האָבן דאָס גלייך דערזען, און אַ קוק געבנדיק אויף דער טויטערס פּנים, האָבן זיי גלייך גענומען די אייגענע פֿון איר בעט אָפּפֿירן — גיטעלען, וואָס האָט זיך צו דער טאָכטער, ווי אַ חיה, מיט אַ גוואַלד־געשריי אַ ריס געטאָן: — מיין וועלט... — אויך יהודיתן, די שוועסטער, וואָס אויך זי האָט זיך, כאַפּנדיק פֿארן קאָפּ, פֿון דער מוטער נישט אָפּגעשטאַנען אין געשריי... אויך משה מאַשבער אַליין, וואָס איז אַ וויילע פֿארגליווערט געבליבן, ביז עמעצער האָט אים מיט אַ שטילן זאָג אויפֿדערוואַכט, אים ווייטער אויפֿן סידור אָנגעוויזן, און יענער, משה, האָט אינעם
י כ׳דאבק דיר, גאָט, מיין גאָט און גאָט פֿון מיינע עלטערן, וואָס מיין היילונג איז אין דיין האַנט און מיין טויט איז אין דיין האַנט.
זעלבן סידור, פֿון וואַנען ער האָט נישט לאַנג פֿאַר דער טאָכטער די ווידוי אַרויסגעלייענט, איצט גענומען זאָגן און גאָטס דין באַרעכטיקט?
שוכני כתי המר, למה תשאו עין...
ה, נתן, ה׳ לקח, יהי שם ה׳ מבורך.1
און אויך ער איז אָפּגעגאַנגען.
דעמאָלט איז אַרויסגעטראָטן, ווי יעדער מאָל אין אַזאַ צייט, אַ נאָענטער, אָבער אַ זייטיקער — אַזאַ, וואָס ווייסט, ווי מ׳פֿירט זיך מיט אַ מת, איז דערפֿאַרן און האָט דעם נויטיקן מוט דערצו.
דא, אין דעם £אל, איז דאָס געווען אסתר־רחל — יענע, וואָס מ׳האָט זי גערופֿן „די לעדערנע צדיקת” — משה מאַשבערס אַ ווייטלעבע קרובה, וואָס האָט אַלע יאָרן געלעבט אין נויט און אין פֿרומקייטן, אַלע יאָרן פֿון איר מאַנס צווייענדיקער פּרנסה — פֿון איינבינדעריי אין דער וואַכן און אַ שמש זיין אין אַ קליין אָרעם באַלמעלאָכע־שולעכל אום שבת — האָט זי קיינמאָל ניט געהאַט קיין ברויט צו זאַט; אָבער זי האָט זיך קיין מאָל ניט געקלאָגט, קיין מאָל צו קיינע קרובים, אַפֿילו אויך צו משה מאַשבער, נישט אָנגעקומען נאָך גאָרנישט, אויסער נאָר נאָך באָרשטש אויף פֿסח, און וואָס תּמיד, ווען מ׳האָט זי געפֿרעגט: ,אסהר־רחל, וואָס הערט זיך י” — פֿלעגט זי יעדערס מאָל מיט אַ פֿרום וואָרט אָפּענטפֿערן: „אַ דאַנק... נישקשה... משה איינבינדער (איר מאַן) און דער רבונו־של־עולם פֿאַרלאָזן נישט, און יאקאש שלאָגט מען זיך דורך” ווי זי וואָלט זיך אָפּגעטרייסלט און זיך אַרויסגעמאַכט פֿון אַלע ענלעכע זי באַדויערנדיקע פֿראַגעס, כאָטש איר פּנים איז געווען אַ גענוגער עדות אויף דער מוראדיקער נויט, וואָס האָט עס געמאַכט פֿאַרהאַרטעוועט, ווי לעדער און ווי שוין נישט פֿעאיק אויפֿצונעמען קיין מינדסטע פֿריילעכע מינע.
פֿאַרמעגלעכע קרובים האָבן זי אויסגענוצט אויף חתונות — אויף אב־
סונג געבן ביים קאָכן, באַקן, אויף די סאַרווערם און סאַרווערינס; אָדער ביי קימפּעטאָרינס און ביי אַ חולה צו וואַכן; אָדער, ווי איצט דאָ, ביי משה מאַשבער, ביי זיין קראַנקער טאָכטער שוין צו לעצט.
דעמאָלט, זאָגן מיר, איז אַרויסגעטראָטן אסתר־רחל... נאָך דעם, ווי מ׳האָט די אייגענע — גיטעלען, יהודיתן און אויך די אייגענע מאַנצבילן — אַרויסגעפֿירט, איז זי צו דער טויטערם בעט צוגעגאַנגען, זיך איבער איר איבערגעבויגן און אַ זאָג געטאָן, ווי מ׳זאָגט צו אַ לעבעדיקער צום הערן און צום פֿאָלגן?
1 איר, וואָס וואוינט אין ליימיקע שטיבער, מיט וואָס נעמט איר זיך איבער... גאָט האָט געגעבן, גאָט האָט?{וועקגענומען, זאָל גאָטס נאָמען זיין געבענטשט.
— הייליקע נשמה פֿון נחמה ביז משה, גיי אַהין, פֿון וואַנען דו גיסט געקומען און לאָז דיין חומר דיך באַדינען. — און זי האָט איר גענומען די אויגן צומאַכן, די הענט און די פֿיס אויסציען, די קישן פֿון אונטערן צוקאָפּנס אַוועקנעמען און דאָס פּנים פֿאַרדעקן.
זי איז נאָך דעם, ווי זי האָט דאָס אַלץ אָפּגעטאָן, אויך צום שפּיגל, וואָס איז אויף דער וואַנט געהאַנגען, צוגעגאַנגען, אים פֿאַרדעקט, דערנאָך האָט זי זיך געווענדט צו די אַרום־שטייענדיקע און אַ זאָג געגעבן:
— זאָל מען הייסן אויסגיסן די וואָסער...
שפּעטער אַ ביסל האָט מען געטאָן מיטן מת, וואָס מ׳טוט געוויינטלעך:
אים אָפּגעהויבן, אויף דער ערד אַוועקגעלייגט און ביים צוקאָפּנס ברענענדיקע ליכט אַוועקגעשטעלט.
דאָס אָבער האָבן שוין געטאָן אַנדערע — מאַנצבילן, נישט אסתר־
רחל, און צו יענער צייט איז מען צו משה מאַשבערן, צו גיטעלען, צו יהודיתן און אויך צו נחום לענטשער צוגעגאַנגען און זיי געריסן „קריעה”; מי משה מאַשבער און מי נחומען האָט מען די לאצן פֿון די קאַפּאָטעס מיט אַ מעסער איינגעשניטן און דערנאָך מיט די הענט זיי טיף אַראָפּ אַ ריס געטאָן, זיי זאָלן זיך אַראָפּהענגען, און מי גיטעלען און מי יהודיתן האָט מען אַזוי אויך טיף די קאָפֿטלעך איינגעשניטן.
מיר ווילן ניט דערציילן, וואָס איז דעמאָלט ווייטער פֿאָרגעקומען, ווי אַזוי די אייגענע, קרובים און נאָענטע האָבן זיך אַרום מת אַרומגעזעצט און אים באַוויינט; מירן אויך ניט דערציילן, ווי אַזוי גיטעלע האָט, ניט זעצנדיק זיך, די גאַנצע צייט אין אַנדערע צימערן — אַמאָל אין איינעם, אַמאָל אין אַ צווייטן
— פֿון וואַנט צו וואַנט שטיל אַרומגעשפּאַנט און ווי געוואַרט, מ׳זאָל צו איר אָט־אָט פֿונעם מת' צימער מיט אַ ידיעה אַרויסקומען, אַז ס׳איז אוממעגלעכעס געשען, אַז די טאָכטער איז צוריק לעבעדיק געוואָרן...
זי איז אַזוי אַרומגעגאַנגען ביז מיטאָג, ווען חברה־קדישא האָבן זיך גענומען באַווייזן;? ווען דורכן אָפֿענעם טויער, דורך וואַנען מ׳האָט ערשט נעכטן מי־ כאָלקען אַרויסגעפֿירט און וואָס מ׳האָט ניט אין זינען געהאַט אים צו פֿאַרמאַכן, האָבן זיך איצט אַריינבאַוויזן אַ פּאָר אָרעם־אָנגעטוענע ווייבער מיט עפּעס מינים משונהדיקע שוין לאַנג ניט געשייערטע טעפּ און לאַנגע קאָנען צו דער טהרה< און נאָך יענע ווייבער האָבן זיך אויך די נושאי־מיטה באַוויזן: איינער אַ ייד מיט דריי דרענגלעך אונטערן אָרעם, דער צווייטער — מיט אַ שוואַרצן טוך, דערווייל נאָך אַ צונויפֿגעלייגטן, און דער דריטער מיט אַ קיל שטרוי — אויף דער מיטה אויסצושפּרייטן.
אָט דעמאָלט, ווען אין קיך און אין פֿאַרהויז האָבן שוין גענומען פֿאַר־
זידן די געשטעלטע סאַמאָוואַרן און די טהרה־ווייבער האָבן מיט פֿלינקע הענט און דערפֿאַרן זיי גענומען טאסקען אַהין, אין יענעם צימער, וואו דער ↰ 121 מת איז שוין געלעגן אויף צוזאַמענגעשטעלטע טישן און וואו מ׳האָט אים באַדאַרפֿט זיין „רעכט, טאָן? — אָט דעמאָלט האָט גיטעלע, ווי אַ טיגער־ מוטער זיך אין יענעם צימער אַריינגעריסן, וואו גאָר שטאַרקע, גאָר־גאָר אויסגעהאַלטענע, זיינען אַריינגעלאָזט געוואָרן — ווי אַן אסתר־רחל.
אסתר־רהל האָט איר ווילדעניש דערזען און איז צו איר צו. גיטעלע האָט עפּעס אַ ריטשע געטאָן און באַלד גלייך אַנטשוויגן געוואָרן, און שטיל ווערנדיק, האָט זי האַלב־דול און משונה־נאָכגעבנדיק ביי אסתר־רחלען אַ פֿרעג געטאָן:
— זאָג מיר, כ׳בעט דיך, אסתר־רחל לעבן, נאָר איינס: צי זעען דאָס באמת טאַקע מיינע אויגן?...
— יא — האָט איר יענע גלייך, אָן קרימעניש, געענטפֿערט — זעסט, און ווי אַ יידישע טאָכטער לאָז איר טאָן איר רעכט... גיי, גיי, פֿון דאַנען, גיטעלע.
דאָס האָט אסתר־רחל גערעדט אַזוי האַרט מיט גיטעלען, כּדי זי אומצוקערן צום זינען, וועלכן זי האָט שיר־שיר שוין נישט געהאַט אָנגעוואוירן און פֿאַרלוירן.
מ׳האָט באַלד דאָרט, נאַטירלעך, געטאָן, וואָס מ׳דאַרף, מ׳האָט מיט שטאַרק הייס וואָסער דעם מת אַרומגעוואַשן, תכריכים אָנגעטאָן, אויפֿן קאָפּ, ווי סע פֿירט זיך, דעם פֿרומען טשיפֿיק, און געזאָגט דערביי די געוויסע פּסוקים, וואָס געהערן צו דער לאַגע, ווי וורקתי עליכם ביים טהורים 1 אאַז״וו.
אין דרויסן דערווייל האָט מען שוין דעמאָלט די מיטה אויסגעפֿאַרטיקט, איינער אַ נושאי־מיטהניק האָט אייף אַ קיך־בענקל אָנגעשפּאַרט צוויי דרענג־ לעך און זיי אין מיטן דורכגעפֿלאָכטן מיט אַ שטריקל אין אלכסון.8 ער האָט פֿונעם געבראַכטן קיל שטרוי אַ קליין ביסל, וועדליק אַ זשמעניע, אַרויסגע-כאַפּט, און ווי מ׳מאַכט אַ גאַרטל צו אַ תבואה־גאָרב, אַזוי האָט ער פֿלינק און מיט אַ געניטער האַנט דאָס אַ דריי געגעבן, דערפֿון אַ מין קאָפּנקישעלע אויסגעמאַכט און פֿון אַ צווייט ביסל — פֿאַר די פֿיס אַן אָנשפּאַר, און די איבערגעבליבענע שטרוי האָט ער אין דער לענג פֿון דער מיטה אויסגעשפּרייט. באַלד האָבן אַנדערע צוויי נושאי־מיטהניקעס דעם מת, אין אַ ווייסן ליילעך איינגעהילט, פֿון שטוב אַרויסגעטראָגן. איינער האָט געהאַלטן דעם ליילעך אין אַ זשמוט צונויפֿגעדרייט צופֿוסנס, און דער צווייטער — צוקאָפּנס, און ביידע האָבן, זיך וואַקלענדיק, די שווערע מאַמע צו דער מיטה צוגעבראַכט.
דעמאָלט האָבן זיך אַלע היימישע, אייגענע, קרובים, און שכנים און ווער נאָר פֿון ווייבערשן געשלעכט ס׳איז צו משה מאַשבערס שטוב נאָענט געווען, 1 איך וועל אויף אייך שפּריצן ריינע תאסערן.
3 אַלאכסן — ויאָגאַנאַל.
צו דער מיטה זיך אַ לאָז געטאָן און זי אַרומגערינגלט; און פֿונעם ענגן רעדל, פֿונעם געדראַנג און פֿונעם ציטעריק־פֿאַרכטיקן פּלאָנטער, וואָס האָט זיך געבילדעט אַרום די נושאי־מיטהניקעס, וואָס האָבן זיך, איילנדיק, אַרום מת געפּאָרעט, אים איינגעמאָטטעט אוין צוגעדעקט — האָבן זיך פֿאַרשיידענע קולות און ווילדע געשרייען אַרויסדערהערט:
— גוטע מלאכים זאָלן דיר אַנטקעגנגיין...
— די טויערן פֿון הימל זאָלן פֿאַר דיר אפֿן שטיין...
— אַ יונגער גוים אַזאַ, וויי צו קלאָגן?...
— זאָלסט זיך מיען און זכות טראָגן...
און גיטעלע איז אויף דער שוועל, דורך וואַנען מ׳האָט נאָר וואָס דעם פֿת אַרויסגעטראָגן, שטיין געבליבן. זי איז צו דער מיטה גיט אַראָפּ, האָט אַ האַלב״דולע אויפֿן געדרענג, וואָס אַרום דער מיטה, אַראָפּגעקוקט, און די גאַנצע צייט, ווען אַנדערע האָבן געשריגן, האָט זי געהאַלטן אין איין פֿרעגן ביי זיך אַליין דאָס, וואָס זי האָט בשעת מעשה אַ פֿרעג געטאָן ביי אסתר־ רחלען:
— צי זעען דאָס באמת טאַקע אירע אויגן...
באַלד האָט זיך גערירט די לוויר.! באַלד האָט זיך אויך דערהערט דער געוויסער קלאַנג פֿון דער צדקה־פּושקע אין דער האַנט פֿון איינעם אַ חברה־ קדישא שמש. מ׳איז אַרויס דורכן טויער, דורך וועלכן מ׳האָט נעכטן אַרויסגעפֿירט מיכאַלקען און וואָס מ׳האָט ניט אין זינען געהאַט אים פֿאַרמאַכן, און מ׳האָט אים אויך איצט ניט פֿאַרמאַכט.
און שפּעטער אַ ביסל, ווען די לוויה איז שוין אַוועק, ווען די פֿיל באַלייטערס, וואָס זיינען געקומען משה מאַשבערס מת כבוד אָפּגעבן, פֿון מאַרק-לייט, פֿונעם קלויז און אַנדערע, זיינען פֿון גאַס און פֿון אויג שוין פֿאַרשוואונדן — האָט מען אַ ביסל ווייטער פֿון טויער, אַ קליין ביסל אין גאַס אַרויסגערוקט, איינעם נאָר אַ מענטשן, פֿון גאַנצן עולם אַ פֿאַרבליבענעם, געקאָנט זען...
דאָס איז געווען אַלטער, וואָס קיינער האָט זיך אויף אים די לעצטע טעג ,ניט אומגעקוקט — נישט ווען ער האָט זיך געוויזן אין שטוב און נישט ווען אויך נישט. מ׳האָט אים פֿון זינען אַרויסגעלאָזט, נישט באַמער־ קבריק, ווי ער האָט געוואַכט באַגלייך מיט אַלע אין יענער נאַכט, ווען מ׳האָט נחמהקען צום ערשטן מאָל אָפּגערופֿן, נישט אויך דעם צווייטן טאָג, ווען ער האָט, ווידער צוזאַמען מיט אַלע, ווי אַ שאָטן אַרומגעבלאָנדזשעט, און אויך נישט היינט, ווען מ׳האָט זיך אַרום מת*געעסקט, בעת ער, אַלטער, איז אונטן, אין עס־שטוב, געשטאַנען מיטן פּנים צו אַ וואַנט און שטיל געוויינט פֿאַר זיך אַליין, נישט צושטייענדיק אין שותּפֿות צו קיינעם און פֿון קיינעם ניט באַקומען געטרייסט. ער האָט זיך, מחמת ער איז נישט גע ↰ 123 וואוינט געווען צו מענטשן, נישט איינגעשטעלט מיט דער לןויך, מיטצוגיין, און ער איז גאָר אַרויס פֿון טויער אויפֿן גאַס און האָט לאַנג געקוקט און זיין בליק געווענדט אין יענער ריכטונג, וואוהין די לוויה איז אָפּגעגאַנגען.
ער איז געשטאַנען פֿאַרחושט, ווי אַ חיה, וואָס האָט דעם וועג פֿאַרלוירן..*
און באַלד האָט מען געקאָנט זען, ווי גלייך, אים צו טרייסטן, האָט זיך, פֿון וואַנען, פֿון וואו צו אים צוגעשטעלט דער הונט קייטל־זייגער, וואָס איז שוין פֿון נעכטן אָן געווען אָן אַ באַלעבאָס און וואָס אויך ער איז קיינעם פֿון די שטומלייט נישט אָנגעגאַנגען און פֿון אַלעמען פֿאַרגעסן, און ביידע זיי — אי אַלטער, אי קייטל־זייגער — האָבן זייערע בליקן געווענדט אין איין ריכטונג — אַהין, וואוהין מ׳איז מיטן מת אַוועק.
אַלטער וואָלט לאַנג אַזוי געשטאַנען — מעגלעך, מז אין דער נאַכט אַריין און מז ער וואָלט פֿון פֿראָסט פֿאַרסטאָרטשעט ווערן — נאָר באַלד האָט זיך פֿון הויף אַרויסגייענדיק, באַוויזן גנעסיע, דאָס אין דער שטיל פֿאַר אים פּאַרקנסטע דינסט־מיידל, וועלכע האָט אים צופֿעליק דערזען, איז זי צו אים צוגעגאַנגען, אים פֿון גליווער אויפֿגעוועקט און אין שטוב אַריינגערופֿן.
די שטוב האָט דעמאָלט אויסגעזען, ווי אַלע מאָל, ווען מ׳טראָגט אַרויס אַ מת! די טירן פֿון צימער צו צימער אויפֿגעפּראַלט, און נעץ־סימנים פֿון טהרה און פֿון פֿיל פֿוסטריט, וואָס זיינען ערשט נאָר־וואָס דורך די אויפֿגע-עפֿנטע טירן אַריין און אַרויסגעגאַנגען.
און דאָרט, אויפֿן „פֿעלד”, וואוהין מ׳איז אָנגעקומען מיט דער לוויה שוין -שפּעטלעך, ערשט פֿאַרנאַכט צו, מחמת צוגיין אַהין איז אַ גרויסער מהלך, האָט מען געטאָן, וואָס מ׳טוט געוויינטלעך: מע האָט זיך זיבן מאָל אין „אוהל, אַרום בר־מינן געדרייט, דערנאָך געזאָגט דעם „צירוק הדין” און דערנאָך, אַז מ׳האָט דעם מת צום קבר צוגעבראַכט, און דער קבר איז, מחמת דעם גרויסן פֿראָסט, וועלכער האָט פֿאַרשווערט דאָס גראָבן, נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַרטיק געווען, האָט מען נאָך אַ ביסל געמוזט אויסוואַרטן, ביז מען האָט דעם מת שוין אין דער פֿינצטער, ביי אַ לאַמטערן, אין גרוב אַראָפּגעלאָזט.
דאָס מאָל איז ביי דער קבורה, ווי אַלע מאָל ביי חשובע שטאָט־מענטשן, מיגעווען אַליין הירשל ליווער, וועלכער, האָט, שטייענדיק ביים קבר־ראַנד, צוקאָפּנס, געהאַלטן דעם לאַמטערן, אַריינגעלויכטן מיט אים און אַהין אַריינגעקאַמאַנדעוועט מיט פֿלייס, זעענדיק, אַז אַלץ זאָל דאָרט געטאָן ווערן, ווי ס׳געהער און ווי אַלע מנהגים פֿאָדערן.
— דעק איר אָפּ דאָס פּנים — האָט הירשל ליווער, צולייכטנדיק מיטן לאַמטערן, אַריינגעשריגן צו דער שמשטע, וועלכע האָט זיך אין קבר מיטן מת געפּאָרעט.
— די שערבלעך... די גאפֿעלעך... — האָט ער ווייטער אַריינגעשריגן, ווען מע האָט באַדאַרפֿט פֿאַרדעקן דעם בר־מינן די אויגן און אין האַנט אים אַריינגעבן אַ צווייגל, ווי אַ גאפֿעלע, צוליב געוויסע סגולות.
באַלד האָט משה מאַשבער, מחמת זיין טאָכטער האָט קיין דערוואַקסענעם „קדיש, נישט געלאָזט, אַליין גענומען זאָגן דעם קדיש. דערביי האָט ער עפּעס אַ משונה כליפּ געטאָן שוין ביים ערשטן וואָרט „יתגדל” און אַלע איבעריקע ווערטער זיינען אים פֿאַרכליניעטע צווישן דער וויינענדיקער באָרד און ליפּן געבליבן.
מ׳האָט די אבלים געטרייסט, ווי געוויינלעך, אַלץ, ווי ס׳דאַרף צו זיין.
נאָר אַז אַלץ איז אָפּגעטאָן געוואָרן און דער עולם באַלייטער האָט גענומען אָפּגיין פֿון קבר, איז משה מאַשבער נאָך מיט האַלב־פֿאַרגליווערטע קדיש־ ווערטער אין מויל איבער דער שוין פֿאַרשאָטענער גרוב געשטאַנען, ווי אונטערגעריסן און ווי גאָר די וועלט האָט זיך אים דאָ, ביי אָט דעם בערגל ערד, אויסגעלאָזטן און אַז לוזי, וואָס איז, נאַטירלעך, געווען איינער פֿון די באַלייטער, איז צו אים צוגעגאַנגען און אים זיין צער געוואָלט לינדערן, האָט יענער, משה, אויף אים אַ פֿאַרחידושטן בליק געטאָן, ווי אויף אַ פֿרעמדן און גיט ווי אויף קיין ברודער, און אַ זאָג געגעבן דערביי האַלב טויט און ווי פֿון אַן אַנדער וועלט אַראָפּ!
— הא... לוזי... אַ האַלבע וועלט מיינע איז שוין דאָ — האָט ער, אויפֿן קבר אָנווייזנדיק, געזאָגט — און אויך די צווייטע וועט מסתם ניט פֿאַרזאַמען באַלד אַהין אַראָפּקומען.
— וואָס רעדט ער?
— יא — האָט יענער געענטפֿערט — ס׳האַלט איצט ביי אים, ביי משה מאַשבער אַליין, הייסט עס.
און משה מאַשבער האָט זיך גלייך גענומען גרייטן צו דער אייגענער באַגרעבעניש.
אָנגעהויבן האָט ער דערפֿון, וואָס באַלד נאָך „שבעה”, נאָך אין משך פֿון שלושים,1 האָט ער איין מאָל אַוועקגערופֿן גיטעלען אין אַ זייט און איר פּלוצים אַ זאָג געטאָן:
י— די וועלט אונדזערע, גיטעלע, איז שוין באַלד אויס, ס׳צייט אַ טראַכט טאָן פֿון יענער.
1 שלושים — דרייסיק. די ערשטע דרייסיק טעג נאָך עמעצנס שטאַרבן, רעכענען זיך פֿאַר טרויער־טעג.
— וואָס: — האָט גיטעלע, שוין אַזוי אויך אַ גענוג געשטראָפֿטע, איצט ווי עפּעס אַ נייעם אומגליק דערפֿילט און זיך געווענדט צו איר מאַן נאָך דערקלערונג — וואָס מיינט ער?
— ער מיינט, אַז פֿונדאַנען איז שוין נישט צו האָפֿן, און אַז מ׳דאַרף זיך זען פֿאַרגרייטן, מיט וואָס מ׳קאָן, אויף אַהין.
— יאָ, אָבער וואָס וויל ער?
— ער וויל, פֿאַר אַלעמען, חתונה מאַכן אַלטערן.
— אַלטערן? ... איצט, און אין אַזאַ צייט?
— יאָ, דווקא איצט. די צייט שטייט נישט, אונדזער לאַגע הענגט אויף אַ האַר און אַלטערס הענגט אָפּ פֿון אונדזערער: אויב ניט מיר, איז ווער, אויב ניט איצט, איז ווען דען?
— אָבער וואָס איז דאָס איילעניש? — האָבן זיך גיטעלען פֿרישע טרערן אין די אויגן געוויזן.
— ס׳איז אַ מצווה־זאַך, און קיין חתונה לייגט מען ניט אָפּו בפֿרט אַזאַ, ווי אַלטערס.
משונה, אָבער יאָ אַ ס׳טרעפֿט אַמאָל מיט איינעם, וואָס נאָך איינעם אָדער עטלעכע קלעפּ פֿון גורל, בלייבט ער אַזוי דערשלאָגן, אַז ס׳קלעקט אים ניט קיין כּוח אויפֿצושטעלן, וואָס אים איז חרוב געוואָרן, ער פֿאַרלאָזט אַלץ, און פֿון זיין אַלעם אייגענעם און דערוואָרבענעם מאַכט ער זיך נאָר אַ קליין פּעקעלע אויף זיין לעצטן, אָרעמען און געבראָכענעם סוף־וועג, וואָס שטייט אים פּאָר, ווען ער וועט אָפּגיין פֿון זיין געוועזענער גדולה.
וואונדערלעך, זאָגן מיר, ווי משה מאַשבער האָט איצט פֿון זיינע אַלע געשעפֿטן אַוועקגעקוקט, גלייך זיי וואָלטן שוין געווען אחר־יאוש, אין דער צייט, ווען אַן אַנדערער אויף זיין אָרט וואָלט נאָך געפּרואווט עפּעס טאָן, געפּרואווט זיך אַ וואַרף געבן, כאָטש ווי אַ פֿיש אויף דער טרוקן, ווי אַן עוף אויף דער העלפֿט געקוילעט — געפּרואווט עמעצן אין שותּפֿות אַרייננעמען אָדער צו באַקומען שטיצע אויף אַן אַנדער אופֿן.
ניין, משה מאַשבער האָט זיינע געשעפֿטן אין גאַנצן פֿון קאָפּ אַרויסגעלאָזט, און דער עיקר זאָרג, וואָס האָט אים באַהערשט נאָך זיין טאָכטערס טויט, איז געווען אַלטער... ער האָט אים איין מאָל, בשעת שבעה, דערזען אַריינקומען אין עס־צימער, זיך אָנטרעפֿנדיק אויף דער שוועל מיט דער אים־ פֿאַרשפּראָכענער גנעסיע, און ער האָט באַמערקט, ווי אַזוי אַלטער האָט אויף איר אַ קוק געטאָן, און ווי אַזוי צוריק גנעסיע אויף אים, און נישט געקוקט אויפֿן אומגליק אין שטוב, האָבן ביידע דעמאָלט אויף אַ שטומען אופֿן אויך צו אים, צו משה מאַשבער, מיט זייערע בליקן זיך געווענדט און ווי אים דערמאָנט, וואָס זיי קערן זיך אָן און וואָס זיי איז פֿאַרשפּראַבן געוואָרן זיך אָנצוקערן...
משה מאַשבער האָט דאָס גלייך אויפֿגעכאַפּט, און אַ סברה, אַז אין משך נאָך פֿון שבעה, ווען לוזי איז אים געקומען מגחם־אבל זיין, האָט ער מיט אים אַ געשפּרעך פֿאַרפֿירט — אין דער שטיל, פֿון אַלעמעגס אויערן פֿאַרשטעלט, און דערביי האָט עמעצער פֿון זיי אַ שטילן מורמל געטאָן דעם געוויסן זאַץ.. „מעבירין את המת מלפֿני הכלה”, וואָס דאָס האָט באַדאַרפֿט כאָטייטן, אַז אַ טויט פֿון אַ נאָענטן, ווען ס׳מאַכט זיך, איז פֿאַר קיין אָפּגעשטעלטער חתונה ניט קיין אָפּהאַלט, און אַז לויט דעם דין און לויט דער לאַגע דאַרף מען דאָ זען טאָן וואָס גיכער און נישט געקוקט אויף גאָרנישט.
און משה מאַשבער האָט דאָס גענומען דורכפֿירן אַמשנעלסטן, גלייך עמעצער וואָלט אים געשטאַנען איבערן קאַרק און אים דערצו אונטערגעיאָגט. ער האָט גענומען נאָכקוקן דער גנעסיען — און אַליין איר קערפּער, וואָס האָט געשפּאָרט פֿון אירע קליידער, האָט אים געזאָגט, אַז זי איז שוין צו לייטן, און אַז ווען ניט ער, משה מאַשבער, וואָלט זי ניט פּאַרקנסט פֿאַר זיין ברודער אַלטערן, וואָלטן זיך געפֿונען מענטשן פֿון איר, פֿון נגעסיעס, גראַד, וועלכע וואָלטן זיך מיט איר ניט געכרעקלט — אַ מין קאַטערוכע, אָדער אַן אַנדערער־ווער.
ער איז געווען גערעכט, משה מאַשבער, וואָס געהער אָט דער גנעסיען.
זי האָט ניט איין מאָל, ווען זי פֿלעגט קומען אין מאַרק צווישן קצכים, העקער און ענלעכע, נישט איין צואווינקענדיקן בליק אַרויסגערופֿן ביי אַ יונגער פֿריילעכער קאָמפּאַניע, וועלכע האָבן, קוקנדיק אויף איר, איינער דעט אָנדערן אין די זייטן געשטורכעט, דערביי מיט די צעגען אונטערגעקנאַקט, וואָס דאָס האָט געהייסן אויף קצבים־לשון: אָט אַ מויד, שוין איין מאָל...
אַ םכרה, אַז אַפֿילו אַזאַ, ווי מאַזשעווע, דער אונדז שוין באַוואוסטער קצב־יונג, מאיר בלאַס באַוואוסטער העקער, דער באַוואוסטער ווייבערשער שאָדן־ווינקל, האָט אויך נישט איין מאָל, אַ קוק טוענדיק אויף איר, זיך געריפֿן די הענט פֿון גאַלאַנטאַנישער לוסט.
יאָ, אַ ספֿרה, אַז זי איז טאַקע געשטאַנען אין זיין גאַלאַנטאַנישן צעטל.
ער האָט פֿון איר געטראַכט און געהאַט אין זינען זי אַמאָל צו פֿאַרטשעפּען און מיט איר אין אַ מער נאָענטער באַקאַנטשאַפֿט אַריינצוטרעטן.
יאָ, אַ ספֿרדאַ, אַז די לעצטע צייט, ווען ער איז געוואויר געוואָרן פֿון אַ קאַטערוכען אָדער פֿון אַן אַנדערן וועמען, אַז זי, אָט די גנעסיע, האָט אַוועקגעקוקט פֿון איר גראָד און זיך גאָר געלאָזט פּאַרקנסן פֿאַר עפּעס אַ גביריש־ קרענקלעכן שלימ־מזל, האָט עס אים שטאַרק פֿאַרדראָסן? ערשטנס, וואָס ער אַליין האָט דורכגעלאָזט אַזאַ געלעגנהייט, און צווייטנס, אויב זי וואָלט ניט אויסגעפֿאַלן פֿאַר אים, וואָלט זי אָנגעקומען, על־כּל־פּנים, צו אַ זיין גלייכןצי אַ באַלמעלאָכע אָדער אַ העקער; — איז אָט, געוואויר ווערנדיק דערפֿון, האָט ער איין מאָל, דערזעענדיק זי אין מאַרק, איר נאָכגעטשאַטעוועט, ער ↰ 127 האָט זי פֿון אויג גיט אַרויסגעלאָזט, און ווען זי איז אַרויס פֿון מאַרק, זיך לאָזנדיק אַהיים, האָט זי אים פּלוצים, אין איינעם אַ געסל, לעבן איינעם אַ טויכן טויער, דערזען פֿאַר זיך אויסוואַקסן.
זי האָט אים געוויס געקענט, ווייל ווער פֿון דינטט־מיידלעך און פּאַקא־ יאוועס האָבן אויף מאַזשעווען אַמאָל אַן אויג ניט געוואָרפֿן, אוין קוקנדיק אויף אים, די טרוקענע ליפּן ניט באַנעצט? נאָר דערזעענדיק אים איצט אויג אויף אויג לעבן זיך, האָט זי זיך שטאַרק דערשראָקן, דערצו נאָך האָט זי מאַזשעווע גלייך הינטערן טויער אַרונטערגערופֿן, וואָס אָפּזאָגן זיך און ניט פֿאָלגן זיין רוף איז ניט געווען שייך... זי האָט זיך דערפֿילט, ווי אַ פֿייגעלע פֿון אַ שלאַנגס אַ בליק געפֿאַנגען... זי האָט געפּרואווט די אויגן אַראָפּלאָזן און נישט געקאָנט, די הענט צום פּנים אויפֿהויבן — און מורא געהאַט, און פֿון זיין שרעקנדיקער נאָענטקייט איז איר געקומען די היץ העכער די קני, אין די שענקלען; און שטייענדיק אַ וויילע אַזוי געקלעמט און אין וואָרטע-ניש, ביז ער וועט איר דאָס ערשטע וואָרט זאָגן, האָט זי זיך אין גאַנצן, ווי אין זיין רשות דערזען; אַנטלויפֿן אוממעגלעך, שרייען — אַוודאי ניט, און דער.עיקר איז איר אי פֿאָרכטיק, אי אָנגענעם געווען די היץאַ פֿון העכער אירע קני...
— דו דינסט? — האָט זי מאַזשעווע אַ פֿרעג געטאָן.
— יאָ, — האָט גנעסיע געענטפֿערט. או־ן &'איז איר מיט אַמאָל שרעקלעך געוואָרן, זיך צו דערמאָנען, וואו זי דינט און מיט וועמען זי איז איצט פֿאַרכונדן... און מיטאַמאָל, נאָך יענער שטוב און יענער פֿאַרבינדונג, זיך גאָר טרעפֿן אין אַ הינטערגעסל, הינטער אַ טויכן טויער מיט אַ מאַנצביל, און נאָך מיט אַזאַ מאַנצביל, ווי מיט מאַזשעווען...
— וואָס וויל ער? — האָט זי אַ דערשראָקענע אַ פֿרעג געטאָן.
— גאָרנישט. ער וויל נאָר וויסן: ער האָט געהערט, אַז זי האָט חתונה פֿאַר עפּעס אַ גבירישן יאָלד, וואָס זי מיינט פֿון אים גליקלעך צו ווערן, וויל ער איר זאָגן, זי זאָל זיך באַטראַכטן, ווייל יענע קאָנען דאָך אַפֿילו ניט די מלאכה...
— וואָסער מלאכה;י — האָט גנעסיע ניט פֿאַרשטאַנען, קוקנדיק אויף מאַזשעווען אין פֿאַרלעגנהייט און געפֿרעגט נאָר צוליב פֿרעגן.
— אָט די... — האָט ער געענטפֿערט — און דערביי האָט ער זיך צו איר אַ שטאַרק נאָענטן רוק געטאָן און מיט זיין שטייף־בחורשן קערפּער איר אַ שטומע אָבער אַן אָפּשוילעכע דערקלערונג געגעבן.
— לאָז מיך אָפּ! — האָט זיך גנעסיע אַ האַלבן אומוויליקן דריי געטאָן, וועלנדיק זיך אַרויסרייסן פֿון זיין צו שטאַרקער נאָענטקייט, וואָס האָט זי געשטיקט און איר געמאַכט דעם אָטעם אויספֿעלן — לאָז אָפּ, כ׳וועל שרייען גוואַלד.
— פֿאָר שרייען פּאַטשט מען ביי אונדז אין פּיסק אַרן נאָך ערגעץ —
האָט געזאָגט מאַזשעווע, און זעענדיק, אַז אונטערן טויער קאָן מען מער קיין מחזקות ניט מאַכן, מחמת ער האָט מורא געהאַט פֿאַר פֿאַרבייגייער, וואָס קאָנען זיך דאָרט טרעפֿן, האָט ער זי גענומען ווי פֿון אונטער זיינע פֿליגל צו באַפֿרייען.
— גיי און באַטראַכט זיך — האָט ער איר אַ זאָג געטאָן — און זע, זאָלסט קיין חרטה ניט האָבן.
אַז גנעסיע איז דעמאָלט צוריקגעקומען אַהיים, האָט זי אויסגעזען בלאַס און דערשראָקן — ערשטנס, אַליין נאָר פֿון דער נאתואסיקער באַגעגעניש מיש מאַזשעווען און פֿון זיין וואַרנונג, וועלכע זי האָט פֿון איבערראַשונג האַלב יאָ, האַלב ניט געדענקט? דער עיקר אָבער איז זי געווען דערשראָקן פֿון יענעמס שטאַרקער נאָענטקייט, וואָס זי האָט זי נאָך אַלץ געפֿילט העכער די קני, אין אירע שענקלען, און וואָס דערפֿאַר האָבן זיך איר איצט געזעצט די פֿיס, גלייך ווי ביי אַ הון, ווען אַ האָן טוט זי אַררמרינגלען און איר דעם וועג פֿאַרלויפֿן...
זי האָט, קומענדיק פֿון מאַרק, טאַקע גלייך אין קיך אויף אַ בענקל זיך צוגעזעצט, און די עלטערע דינסט, וואָס האָט אַזוי גוט געקאָנט איר יעדער מינע, האָט גלייך פֿון איר פּנים אַראָפּגעלייענט, אַז עפּעס האָט מיט איר געטראָפֿן נישט געוויינטלעכס.
— וואָסי? וואָס געשען? וואָס ביסטו אַזוי בלאַס, מויד, און וואָס האָסטו זיך עס צוגעזעצט.
— גאָרנישט. — האָט יענע נישט געהאַלטן פֿאַר מעגלעך צו דערמאָנען וועגן מאַזשעווען און וועגן דער באַגעגעניש מיט אים אַפֿילו פֿאַר איר נאָענטס. טער, פֿאַר דער עלטערער דינסט, וואָס זי טיילט זיך מיט איר מיט אַלץ.
— אָבער פֿאַרטו זאָג, דערצייל, פֿאַררער ניט די ציין... געוויס אַ באַ,געגעניש מיט עמעצן — מיט אַ נהור... האַ, זאָג.
דאָ האָט גנעסיע די אויגן אַראָפּגעלאָזט... זי האָט ניט געקאָנט לייקענען און ניט געוואָלט זיך מודה זיין, און די עלטערע דינסט האָט, אַליין פֿאַרשטייענדיק און ניט וועלנדיק ציען קיין ווערטער מער ביי גנעסיען, זי גענומען טרייסטן, זי באַרואיקן און ווי זי פֿאַרזיכערן, אַזאַ נישקאשע, זאָל זי נאָר צואוואַרטן אַ ביסל, די באַלעבאַטים איז, ווי זי ווייסט, איצט ניט אין זינען, נאָכן אומגליק, אָבער זייער וואָרט איז אַ וואָרט, פּאַרקנסט איז זי, און אין גיכן וועט מען מסתם פּראַווען חתונה.
— דו דאַרפֿסט... — האָט די עלטערע דינסט איבער גנעסיעס קאָפּ מוטערלעך־געטריי און מיט מיטליT אַראָפּגעלייענט — אַוודאי דאַרפֿסטו...
ס׳שפּאָרט פֿון דיר... די רייפֿן האַלטן שוין ניט די פֿאַס... די קליידער — דאָס מויד־לייב, אָבער וואָרט צו, באַלד וועסטו שוין געהאָלפֿן ווערן.
אָט דאָס באַגעגעניש גנעסיעס מיט מאַזשעווען און די טרייסט־רייד פֿון דער עלטערער דינסט איז פֿאָרגעקומען פּונקט דעמאָלט, ווען משה מאַשבער האָט באַמערקט אויף אַלטערן און אויף גנעסיען דאָס, וואָס אויבן איז געזאָגט, און האָט, פֿון זיין זייט, וועגן דעם געהאַט דעם געוויסן געשפּרעך מיט גיטעלען.
גיטעלע האָט פֿריער אין גרויס צער פֿונעם טויט פֿון איר טאָכטער, נישט געוואָלט הערן; אָבער נאָך דעם, ווי איר מאַן, וועמען זי איז געוואוינט אין אַלץ צו פֿאָלגן, האָט איר אַ רייד געטאָן וועגן עולמות, וועגן הויכע דרכים און וועגן מיצוות, וועלכע מע טאָר גיט אַפֿלייגן, האָט זי נאָכגעלאָזט, נאָכגעגעגן, און די זאַך, וואָס איז איר ערשט אַזוי פֿרעמד געווען און אוממעגלעך אויפֿן געדאַנק צו נעמען — גלייך נאָך שבעה, אין מיטן שלושים, גאָר ריידן וועגן חתונה — איז איצט, וועלנדיק ניט אָפּשטיין און גיין האַנט ביי האַנט מיט איר מאַן, ביי איר רעכט געוואָרן.
— מ׳דאַרף זען — האָט משה מאַשבער, נאָך זיין ערשטן געשפּרעך מיט גיטעלען וועגן דעם ענין, אַ זאָג געטאָן — מ׳דאַרף זען זי מקרב זיע, זי זאָל זיך אָנהייבן פֿילן ווי אַן אייגענע.?
ס׳האָט טאַקע ניט לאַנג געדויערט, און נאָך דעם ווי גיטעלע האָט די זאַך נעענטער צום האַרצן צוגעלאָזט, האָט זי, צוזאַמען מיט משהן, אין איינעם אַ טאָג, גנעסיען אין אַלקער אַריינגערופֿן, און נאָך לאַנגן געוויינטלעכן הין־ און־הער, און נאָך שווערלעכן אויסגעפֿונען די נויטיקע ווערטער, וואָס מע געברויכט צו אַזאַ, וועלכע שטייט אויף פֿיל טרעפּ נידעריקער, און וואָס, איבער געוויסע אומשטענדן, מוז מען אים אין דער משפּחה אַרייננעמען און פֿאַררעכענען פֿאַר אַן אייגענעם — האָט זי צוזאַמען מיט משה מאַשבער זיך צו גנעסיען געווענדט און אַ זאָג געטאָן:
— ס׳איז, ווי דו ווייסט, ביז אַהער אין זינען ניט געלעגן, אָבער איצט גרייט זיך צו... זאָלסט אונדז גיין אין דרך־הישר... וועסט אונדז גערעכנט זיין פֿאַר אַן אייגן קינד. גיי, גנעסיע, אין גיכן רעכענען מיד פּראַווען חתונה.
גנעסיע איז אַרויס פֿון אָט דעם געשפּרעך מיט גיטעלען און משה מאש־
פֿער אין יענעם אַלקער מיט אַ פֿול פּנים רויטס און אַ פֿולן בוזים בושה. זי האָט זיך געהאַלטן פֿאַרן קאָפֿטל, גלייך זי וואָלט מורא געהאַט, ס׳זאָל זיך איר עפּעס ניט אויסשיטן, און אַז זי איז אַריין אין קיך צו דער עלטערער דינסט, האָט זי צו איר אַ פֿאַל געטאָן און אַרויס מיט אַ געוויץ־
— האַרצעגיוז... קרוינעניוו ↰ 130 — וואָסי? וואָס איז געשען; ווער האָט דיך געטשעפּעט: ווער אָנגערירט?
דעמאָלט האָט איר נגעסיע דערציילט, וואָס משה מאַשבער און גיטעלע האָבן מיט איר נאָר וואָס אין אַלקער גערעדט, דערביי האָט זי שטאַרק געוויינט און געכליפּעט און ווי נאָך אַמאָל די מעשה שידוך איבערגעלעבט.
זי האָט געוויינט דעמאָלט, ווען זי האָט זיך באַדאַרפֿט צום ערשטן מאָל באַשליסן, און איצט — דאָס צווייטע מאָל, ווייל באַלד איז איר, ווי אין אַלקער אָפּגעשמועסט, פֿאָרגעשטאַנען די חתונה און זי האָט נאָך אַלץ ניט געוואוסט, ווער אַלטער איז, ווי אַזוי זי וועט זיך מיט אים פֿאַרבינדן און ווי אַזוי מיט אַזאַ איר וועלט אויסלעבן.
ס׳איז איר שווער געווען צוערשט, ווען די עלטערע דינסט, ווי מיר געדענקען, האָט זי גענומען צוריידן צום שידוך. זי האָט זיך געלאָזט, ווייל דער אינטערעם אָנצוקומען פֿאַר אַ שנור אין אַזאַ שטוב, אַ שמאַלץ־גרוב, האָט איר די שיין פֿון די אויגן פֿאַרשטעלט. אָבער דאָס האַרץ האָט איר, ווי דעמאָלט, אַזוי אויך איצט, געשראָקן, וויסנדיק ווער אַלטער איז געווען פֿריער, און אויך אַפֿילו די לעצטע צייט, ווען ער איז שוין, קלאָמפּערשט געזונט.
— האַרצעניו \ קרוינעניו! — האָט זי איצט פֿאַר דער עלטערער דינסט געבליפֿעט — כ׳האָב מורא... מווייס ניט, אויף וואָס פֿאַר אַ וועלט איך בין... וואוהין גיי איך און וואָס טו איך...
די זאַך איז שוין אָבער געווען פֿאַרפֿאַלן. ווי דער עלטערער דינסט האָט ניט געשקראָכעט דאָס מייזעלע פֿון חרטה, ווען זי האָט זיך אַרומגעקוקט, אַז זי האָט אפֿשר טאַקע, מעגלעך, אַ נאַרישקייט געטאָן, גנעסיען צום שידוך צו־ צוריידן, איז שוין אָבער דער שידוך געווען שידוך, און צוריקכאַפּן שוין שפּעט. זי האָט דערום, ווי אַן עלטערע און ווי אַזאַ, וואָס איז אַ ביסל שולדיק אינעם גאַנצן ענין, אַליין ניט זיכער, דאָך זיך געמאַכט האַרץ:
— מאַך זיך ניט נאַריש — האָט זי קלאָמפּערשט אויף גנעסיען גענומען אָנשרייען — וואָס פֿאַר אַ וויינען איגמיצקעדערינעןו זע, גלייך מע וויל זי קוילען; מע וויל דיך חתונה מאַכןו איז וואָס, ווילסטו ניט?
— ניין, יאָ — האָט יענע וויינענדיק געענטפֿערט — אָבער כ׳האָב מורא.
— מורא? נו, איז לייען קריאת־שמע, צערייס דעם סטאָן... וואָס האָסטו מורא, אַז אַ פֿרינץ זאָל דיך ניט אויסכאַפּן, אָדער די יאַטקע־הינט זאָלן דיר דאָס זיידענע קלייד ניט צערייסן? ...
דאָס איז זי אויף גנעסיען אַזוי שטרענג אָנגעפֿאַלן — ערשטנס, כּדי יענער, גנעסיען, די געדאַנקען צו פֿאַרשלאָגן, און צווייטנס, כּדי אַ ביסל צו פֿאַרשרייען אויך איר אייגענעם געוויסן, וועלכער האָט זי געטאַטשעט און אויף איבערטראַכטערישע מחשבות געשטויסן.
פּאַמעלעך, פּאַמעלעך האָט זיך אָבער גנעסיע אויך איצט באַרואיקט, זי האָט נאָכן געשפּרעך מיט משה מאַשבער און מיט גיטעלען אין אַלקער זיך געלאָזט אַריינרופֿן אויך פֿון יהודיתן, פֿון משה מאַשבערס עלטערער טאָכטער, און פֿון איר, ווי שוין אַ שטיק אייגענע, אויפֿגענומען ווערן, און זיך לאָזן עצהן פֿון יענער, ווי אַזוי זי זאָל זיך נעמען גרייטן צום שניידער, וואָס וועט זיך די טעג באַווייזן איר נעמען אַ מאָס אויף חתונה־קליידער.
זי האָט זיך געלאָזט, גנעסיע, דערביי האָט זי זיך גאָר שטאַרק גערויטלט, צוהאַלטנדיק זיך פֿאַרן קאָפֿטל, מחמת זי האָט זיך געפֿילט ניט איבעריק פֿריי מיט יהודיתן, און מחמת יענערס. עצהט זיינען איר אַראָפּגעגעבן געוואָרן ווי פֿון אַ לייטער, נישט געקוקט דערויף, וואָס יהודית האָט זיך געפּרואווט האַלטן מיט איר, ווי אַ גלייכע צו אַ גלייכן.
יאָ, יהודית האָט זיך געמיט און אַלערליי פֿעולות פֿאָרגענומען, כּדי טאַטע־ מאַמע צו.׳צוליב טאָן, ווי אויך צו טאָן, וואָס זי האָט אַליין געהאַלטן פֿאַר נייטיק. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז פֿון אַלטערס וועגן, פֿאַר אַזאַ פּאַרשוין אין אַזאַ לאַגע, מוז מען זען פֿון דער אייגענער, הויכער מעלה אַראָפּנידערן, ביז אַפֿילו זיך שטעלן אויף איין ברעט מיט גנעסיען — זי מקרב זיין און איר גענז אַ מער ברייטערן אַריינגאַנג אין דער משפּחה און אין איר יחוסדיקן שטאַנד. זי האָט זיך געמיט, יהודית, ווי אַלע אַנדערע אין שטופֿ? ווי אַפֿילו די איידעמס, וואָס אַז זיי האָבן זיך די לעצטע טעג דערוואוסט פֿונעם שידוך און פֿון דער פֿאַרשטייענדיקער חתונה, האָבן זיי גענומען קוקן אויף גנעסיען פֿיל מילדער און קרובישער, און נישט אַרויסווייזן דעם גרויסן אונטערשייד, וואָס האָט זיי געהאַלטן ביז אַהער אַזוי ווייט אָפּגעטיילט פֿון איר, ווי געוויינלעך, פֿון אַ דינסט.
יאָ, אַלע. מ׳האָט שוין פֿאַרשטענדלעך, דעמאָלט ניט געקוקט אויך אויף די קורצע מזומנים, און אויף וויפֿל נאָר די קאַסע האָט דערלויבט, האָט מען ניט געציילט, ניט געקאַרגט, זיך געלאָזט קאָסטן, און אין די נאָענטע טעג, נאָכן געשפּרעך פֿון משה מאַשבער מיט גיטעלען, און פֿון זיי ביידע מיט גנעס־ יען, האָט מען געלאָזט רופֿן אי מענערשע, אי ווייבערשע שניידער. און נאָך דעם, ווי מ׳האָט זיי באַוויזן די איינגעהאַנדלטע סחורה אויף די קליידער, און נאָך דעם, ווי מ׳האָט מיט זיי אויסגענומען, אַז די באַשטעלונגען מוזן אויסגעפֿאַרטיקט ווערן וואָס שנעלער — איז מען צוגעטראָטן חתן־כּלה די מאָס אַראָפּנעמען.
די מאָסן זיינען גענומען געוואָרן אין צוויי פֿאַרשיידענע אַלקערס — אין איין אַלקער דער כלה, גנעסיע, און אין צווייטן — אַלטערן.
צו גנעסיען איז גערופֿן געוואָרן יהושע חסיד, אַ שטאַרק־פֿרומער שניידער, מיט אַ זויבערער, פּיין־געקעמטער באָרד, שטענדיק אינעם שבתדיקן היטל און קאַפּאָטע, וועלכער נעמט קיין מאָל אַליין קיין מאָס ניט — ניט נאָר ↰ 132 מחמת מורא זיך אָנצורירן אין ווייבער, נאָר אויך אַפֿילו אויף זיי אַ קוק טאָן, ווען זיי מוזן זיך פֿאַר אים ווייזן עטוואָס נאַקעטלעך אָנטבלויזטן און וואָס צוליב אָט דעם צוועק, צוליב נעמען אַ מאָס, &לעגט ער קיין מאָל ניט קומען אַליין, נאָר מיטברענגען מיט זיך אַן עלטערן שניידער־יונג, אַ פֿאָב־ מאַן” און יענער פֿלעגט מעסטן, און יהושע פֿלעגט נאָר, ווען ניט ווען, כאַפּן אַ קוק הינטן אַרום אויף זיין יונגס מלאכה, און גשעת מעשה פֿלעגט ער 6ירן אַן אָנשטענדיקן שמועס מיט די באַלעבאַטים, די באַשטעלער, און אויך פֿאָר־ שרייבן אין זיין שניידער־ביכעלע אויף צו געדענקען די לענג, גרייט אאַז״וו פֿון די מלבושים.
אויך דאָס מאָל איז יהושע נישט געקומען אַליין, נאָר מיט אַ יונג, און יענער, אַז ער איז צוגעטראָטן נעמען אַ מאָס דער גנעס יען און, וויסנדיק, וואָס דאָ אין שטוב קומט פֿאָר און וואָס דאָס איז פֿאַר אַ סאָרט כלה, האָט ער זיך דערלויבט אַ ביסל דרייער צו „אַלטן, ווי מ׳האַלט זיך געוויינטלעך מיט אַ באַלעבאַטישער אָדער גבירישער טאָכטער, ווען אַן איבעריקער ריר איז פֿאַרכאָטן, ווייל יעדער שטיקל לייג איז ביי זיי ניט צום אָנרירן... ניין. דאָ האָט זיך דער יונג דערלויבט, אי ביים אויפֿהויכן די הענט, ווען ער האָט באַדאָר6ט מעסטן 6ון אונטער די פֿאבוועס, אי ביים הויכן בוזים, ווען ער האָט איר געמאָסטן דעם פֿון פֿאָרנט, און אַזוי ווייטער אויך אַנדערע ערטער, ווי די קליבעס און דעם רוקן, ווען ער האָט זיך דערלויבט אַ ביסל מיט די הענט זיך לעעער פֿאַרהאַלטן און אַ מער נעענטערן גלעט טאָן — קלאָמפּערשט נייטיק צו דער מאָס, אָבער אין דער אמתן, אין זינען האָבנדיק, אַז ווען ער וועט קומען אַהיים, זאָל ער האָבן וואָס צו דערציילן און פֿאַר די איבעריקע שניידעריונגען זיך באַרימען...
גנעסיע האָט די גאַנצע צייט ביי דער מאָס־נעמען, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער אָנוועזנהייט 8ון גיטעלען און אויך פֿון איר אייגענער — 8ון דער עלטערער דינסט — זיך'געפֿילט שלעכט, געענגט און צעמישט. טרערן זיינען איר געשטאַנען אין די אויגן... אַלע מאָל, ווען יהושעס שניידער־יונג האָט זיך דערלויבט זי נאָענט אָנצורירן, האָט זי זיך געכאַפּט פֿאָרן קא8טל, אוי8־ ציטערנדיק, און מיינענדיק, אַז דאָס וויל איר טאָן מאַזשעווע עפּעס אומאָנשטענדיק... די אויגן זיינען איר געווען ערצויגן, נישט זעענדיק קיינעם, נישט גיטעלען, און אַפֿילו אויך נישט די עלטערע דינסט, וואָס איז איר געווען אַמנאָענטסטן, נאָר ווי דורך אַ דין שלייערל האָט זי, שטייענדיק אָנט־ בלויזט און שרעקנדיק זיך פֿאָר איר הוילקייט, געזען פֿאָד זיך אים, מאַזשעווען, וועלכער רו8ט זי הינטערן טויכן טויער אַרונטער...
גיטעלע האָט די גאַנצע צייט, בעת דער שניידער־יונג האָט זיך מיט גנעסיען געפּאָרעט, נישט געקוקט אויף איר, ווי אויף אַ צו געזונטער און 6ול* לייביקער, וואָס שפּאָרט 8ון איר דורך אַלע נאָטן, און וואָס אויף אַזאַ איז ↰ 133 אַפֿילו פֿאַר אַ פֿרוי נישט אָנשטענדיק צו קוקן... זי האָט אַוועקגעקוקט פֿון גנעסיען און האָט נאָר געהאַלטן אין איין אַרומשפּרעכן מיט יהושען דעם הויפּט־שניידער די פֿאַרשיידענע מאָדעס און פֿאָדערונגען, וועלכע זי האָט צו אים אַרויסגעשטעלט. יהושע האָט פֿאַרשפּראָכן און בשעת מעשה האָט ער, נישט קוקנדיק אויף קיינעם פֿון די ווייבער, פֿאַרשריבן דאָס, וואָס זיין באַל־מעלאָכע־יונג האָט, מעסטנדיק, אים דיקטירט אויף צו פֿאַרצייכענען אין זיין כיכעלע.
און אַזוי איז דעמאָלט אין פֿלה־אלקער פֿאַר גנעסיען די מעסט־מלאכה אָפּגעטאָן געוואָרן, און אַזוי אויך אינעם צווייטן אַלקעה אין זעלבן טאָג, דורך אַן אַנדערן שניידער — פֿאַר אַלטערן.
אַהין איז גערופֿן געוואָרן גרשון דער ליטוואק, אָדער גרשון שטאַנליץ, ווי מען האָט אים גערופֿן. אַ קליין נישטיק שניידערל, שוין אויף דער עלטער” האַלב תט, האַלב באַה מיט רויטע קאַליע אייגעלעך, מיט אַ דין פּישטשענדיק קולעכל, וואָס האָט אַלע מאָל אַרויסגערעדט אַ הין אָנשטאָט אַ שין.
ביי קיין פֿאַרנעמע און רייכע האָט ער קיין מאָל קיין באַשטעלונגען ניט באַקומען, אָבער ער איז ביי זיך ניט אַראָפּגעפֿאַלן, האַלטנדיק, אַז ער, גרשון, קאָן גיט ערגער פֿון אַלע אַנדערע, וואָס נייען יאָ פֿאַר רייכע, ווייל ער נייט, ווי אַלע פֿעסטע, נאָר סטאָגליץ. וואָס איז דאָס אַזוינס סטאָגליץ — האָט ניט געוואוסט קיינער, אויך גיט ער אַליין, נאָר געמיינט האָט דאָ גרשון, דאָס צוגעשלאָגענע שניידערל, געוויס? ערשטער סאָרט און לעצט־וואַרטיקע N־אַ מאָדע.
ער האָט טאַקע געמאַכט „טטאָגליץ”, נאָר אָפֿט פֿלעגט ביי אים דער קאָלנער צופֿיל אַפֿשטיין, און אַמאָל אויך צופֿיל אַרויפֿקריכן; אַמאָל דער סטאָן פֿון דער קאַפּאָטע, צי פֿון אַ בורנעס, קורצער פֿון הינטער־טייל, און אַמאָל פֿאַרקערט — דער הינטער־טייל קירצער און דער סטאָן לענגער? אָבער ס׳מאַכט ניט? אַהער, צו אַלטערן, איז אויך גרשון געווען נישקאשע. מ׳האָט באַדאַרפֿט מאַכן אי כיליקעה אי שנעלער, און נישט אָנהויכן זיך מיט די מער־ באַוואוסטע שניידערס, וואָס זיינען אי יקרנים, אי זיי האַלטן קיין וואָרט ניט, האַלטן לענגער.
ביי אַלטערס מאָס־נעמען איז בייגעווען אַליין נאָר משה מאַשבער, וועל. כער היאָט האַלב אויפֿמערקזאַם, האַלב צעשטרייט צוגעקוקט, ווי גרשון דרייט אַלטערן אין אַלע זייטן, בייגט זיך אַראָפּ, הויבט זיך אויף, און דאָס עלטערלעכע פֿיסל בלוט קומט אים אין פּנים און אין די קאַליע אויגן? פֿאַרשרייבט אין שניידער־כיכעלע מיט אַ קאַטשערעוואַטער. שניידער־כתיבד” וואָס ער האָט, כּלומרשט, נייטיק און וואָס, קומענדיק אַהיים, וועט ער געוויס פֿאַרגעסן און זיך שוין באַגיין אָנעם פֿאַרשריכענעם...
קוקנדיק אויף גרשונס מלכה, האָט משה מאַשבער אי האַלב ערנסט ↰ 134 מיט אים גערעדט, אי האַלב אַפֿילו אונטערגעשמייבלט, אָבער דער עיקר האָט ער ביי אים, נאָך אַלע שניידערשע טועכצן, געפֿאָדערט, ער זאָל זען מאַכן וואָס בעסער און נאָך מער דער עיקר — וואָס גיכער, און דערויף האָט אים גרשון מיט זיין פֿאַרצאַפּעטן ליטווישן לשון און מיט דער הין אָנשטאָט דער שין אָפּגעענטפֿערט.
— יע, געוויס. מ׳פֿאָרספֿאָרט אים זאָגן. מ׳פֿאָרסטייט אַליין־ סטאָגליץ, און וואָס סנעלער.
און די אַרבעט איז אַוועק, ביידע שניידער האָבן זיך געמיט, און באַלד גלייך די נאָענטע טעג, האָט מען שוין געבראַכט די קליידער אויף דער ערשטער פֿראָכע אי דעם חתן, אי דער כלה, וואָס ביידע זיינען דערפֿון, יעדערער אין זיין אַלקער, ווי אין טשאַד געווען. מע האָט דאָס געזען מאַכן אויף גיך, און ביי דער ערשטער מאָס האָט מען די שניידער ווידער אונטערגעאיילט — סיי גיטעלע יהושע חסיד, סיי משה מאַשבער דעם ליטווישן גרשון — זיי זאָלן זען וואָס גיכער די אַרבעט אַרויספֿאָרענדיקן.
מ׳האָט נאָך געטאָן — און אויסער די שניידער האָט מען באַלד גענומען אויך אַנדערע זאַכן צו באַזאָרגן, ווי אַלטערן אַ טלית, למשל, צוליב וועלכן מ׳האָט גערופֿן איינעם אַ יידן, אשר טליתניק, וועלכער האָט אָנגעבראַכט אין שטוב אַ שאַרפֿן, האַרב־טערפֿיקן ריח פֿון עסיק און פֿון אַ מין צוגעלעגערטן קעז, וואָס ס׳האָט אַראָפּגעשמעקט אי פֿון אים אַליין, אי פֿון זיין ווייס־פֿרישן, נאָר וואָס פֿון דער זאָלע אַרויסגענומענעם טליתים־פּאַק.
ווען די טעג פֿון דער חתונה האָבן זיך דערנעענט און ווען אַלץ איז שוין געווען פֿאַרטיק פֿון וועש, קליידער און אַנדערע זאַכן, האָט מען אויך צו דער כלר” צו גנעסיען, וואָס זי האָט געקענט קנאַפּ ענדי און האָט מיט גרויס שוועריקייט געלייענט אין סידור — צוגעשטעלט אסתר־דחלען, יענע פֿרומע קרובה, וועלכע מיר האָבן שוין אויבן דערמאָנט, זי זאָל מיט איר איינ* שטודירן די געוויסע ווייבערשע דינים, וואָס יעדע יידישע טאָכטער דאָרף אומבאָדינגט וויסן, ווען זי גייט חתונה האָבן.
יענע, אסתר־רחל האָט מיט איר צוערשט איינגעלערנט די ברכות פֿון ליכט־בענטשן און חלה־נעמעןז דערנאָך האָט זי זיך מיט גנעסיען אין אַן אַלקער אָפּגעשלאָסן, האָט גענומען דעם ווייבערשן „קרכן־מנחה”, אויפֿגעמישט דאָס אָרט, וואו ס׳געפֿינט זיך דער „מעין טהור” — דער ריינער קוואַל, הייסט עס — און איר פֿון דאָרט אַרויסגעלייענט די רעגעלן און גע* באַטן, וואָס אַ פֿרוי דאָרף אָפּהיטן, ווען זי איז מיטן מאַן צוזאַמען, און וועט ניט, ווען זי איז אָפּגעשיידט פֿונעם מאַן... אַלץ אַרויסגערעדט אָפֿן און אָנגערופֿן ביים נאָמען אַזוינע זאַכן, אַז גנעסיע האָט זיך אַרומגעקוקט אין אַלע זייטן, צי זעט ניט קיינער, צי הערט ניט קיינער, און אויסהערנדיק וועגן ↰ 135 אַלעם יענעם, האָט זי זיך גערויטלט, זיך געדרייט און רואיק אויפֿן בענקל ניט געקאָנט איינזיצן.
מ׳האָט באַלד אין איינעם אַן אויפֿדערנאַכט, אייניקע טעג פֿאַר דער חתונה, אויך געשריגן תנאים, אין דער אָנוועזנהייט פֿון גאָר ווייניק מענטשן, אַממערסט אייגענע, אַן איבעריקן רעש און געוויינטלעכע צערעמאָניעס.
און אָט איז די חתונה.
די כלה איז פֿריער מיט אַ טאָג איבערגעענטאָערט געוואָרן צו אסתד־ רחלען און דער עלטערער דינסט, וועלכע האָבן זי גענומען יידישלעך באַאַרבעטן — זי פֿירן אין באָד און אין מקווה, וואו זיי האָבן זי, ווי דער שטייגער, איבערגעגעבן צו די טוקערנס, און יענע האָבן איר גענומען שניידן די נעגל פֿון די הענט און פֿיס, זיי טוכלען און שרייען אַ „כּשר! פֿשרן” פֿאַר אַ געוויס געצאָלטס, אויף וועלכן זיי האָבן אויסגעשטעלט אַ אָבער אחוצן געצאָלטס, האָבן זיי, די טוקערנס, איר ווייס־געשפּיקעוועט לייב באַוואונדערט, און ביי איר אַריין און אַרויס פֿון טכילה, האָבן זיי זיך איינס דאָס אַנדערע ווייבערישגעניט אונטערגעוואונקען, ס׳הייסט; אַזאַ יאָר, אַזאַ מזל און אַזאַ אוצר אויף אַלע מאַנעןן...
גנעסיע האָט זיך געלאָזט טאָן, וואָס מ׳טוט אַ כלה, נישט אויסגענומען גאָרנישט, נאָר אַז זי האָט זיך דערזען נאַקעט, אויסגעוואַשן און דורכגע-זויבערט, האָט זיך איר דער קאָפּ פֿאַרדרייט פֿון איר אייגענע לייכיקער גדולה.
און דאָס זעלבע, וואָס פֿריער אַ טאָג האָבן געטאָן די ווייבער מיט דער כלה — זי געפֿירט אין באָד און מקווה, האָט שפּעטער אַ טאָג, אינעם טאָג פֿון דער חופּה, געטאָן מיטן חתן, מיט אַלטערן, אַליין משה מאַשבער, וועלכער האָט, ווי אַן עלטערער ברודער, דאָס געהאַלטן פֿאַר זיין חוב.
דעם טאָג פֿון דער חופּה האָבן חתן־כּלה, ווי ס׳פֿירט זיך, געפּאַסט. גנעסיע האָט זיך געלאָזט פֿון אסתר־רהלען און פֿון דער עלטערער דינסט אָנטאָן, פֿאַרפּוצן און צוקלייבן, און אַלטער איז פֿון זיין ברודער משה אין אַ באַזונדער אַלקער געבראַכט געוואָרן, וואו נאָך דעם, ווי אַלטער האָט אָפּגעזאָגט דעם „על חטא” און זיך אויסגעוויינט אויף זיין נישט געראָטן לעבן פֿון ביז אַהער, און נאָך דעם, ווי ער האָט, ווי ס׳פֿירט זיך, די פֿאַרשטאָרבענע פֿאָטער און מוטער דורך געוויסע תּפֿילות אויף זיין אייגענער חתונה איינגעלאַדן — איז נאָך דעם אַלעם האָט משה מיט אים נאָך מער אָפּגעזונדערט .באַדאַרפֿט גלייכן, כּדי אים איבערצוגעבן האַלב פֿאַרשטעלט אין קורצע ווער-מער דאָס, וואָס אסתר־רחל האָט פֿאַר גנעסיען פֿון „קרגן־מנחה” אַרויסגעלייענט, דאָס מיינט מען, דברים שגין איש לאָשתו — ווי אַזוי מ׳דאַרף זיך אויפֿפֿידן ביים צוזאַמענלעכן מיט דער פֿרוי און אויך ווען מ׳דאַרף זיך פֿון איר אָפּשיידן.
יערגיי איז אַלטער שטאַרק בלאַס געווען, אי פֿון זיין קרענק, אי פֿון תענית און האָט נישט געהערט פֿטעט וואָס מען זאָגט אים, ביז מ׳האָט אים גענומען אָנטאָן די חתונה־קליירער, און פֿון אויבן, אויף זיי, בעט ווייסן קיטל, ווי אַ העמר מיט גרייטע אַרנל, וואָס פֿון רעם האָט ער נאָך בלאסער אויסגעזען, שוין אַ האַלבער מת, כּמעט.
ער האָט דעמאָלט אַ פֿאַל געטאָן פֿריער צו משהן זיין נרורער, רערנאָך צו לוזין, וועלכער איז אויך נייגעווען ביים חתונד׳־פֿוץ — אָן ווערטער, נאָר מיט זיין שטיל־בלאַסן פּנים, און מער האָט ער נישט געהאַט נישט רעם ערשטן, משהן, צו זאָגן, ווי אויך נישט רעם צווייטן — לוזין, ווי נאָר די ווערטער־ לוזי... משה... נרירער... און ווער ס׳וואָלט יעמאָלט אָט רי קורצע, שטומע סצענע נייגעווען, וואָלט גלייך געקאָנט מערקן, אַז קיין איבעריקן נחת איז פֿאַרן חתן אַליין פֿון דער חתונה ניט צו וואַרטן, ווי אויך ניט פֿאַר די, וואָס רינגלען אים איצט אַרום און ווילן אים זעען כאָטש אַ קליין ניסעלע אַ נאָגליקטן...
דאָס זעלנע אַן ערך, איז פֿאָרגעקומען אויך אינעם צווייטן אַלקער, נעתן פֿלה־פֿוץ, ווען ניי אסתר־רחלען און ביי יער עלטערער דינסט, וועלכע האָבן זיך געפּאָרעט ביי דער כלה, זיינען די גאַנצע צייט געשטאַנען טרערן אין די אויגן, און די כלה אַליין, גנעסיע, איז אַז זי האָט זיך דערזען אין גאַנצן אַ פֿאַרטיקע, אַן אויסגעפּוצטע, האָט זי מיט אַמאָל אַ פֿאַל געטאָן צו דער עלטערער דינסטס נרוסט מיט אַן אויסגעשריי: מאַמעניו, האַרצעניו! וואָס האָט נאַטייט פֿאַרלוירנקייט און נישט וויסן, וואָס דער מאָרגעדיקער טאָג וועט איר ברענגען.
די חתונה איז געפּראַוועט געוואָרן, ווי אַלע שטוניקע חתונות, ווען אינער געוויסע מינות קאָן מען ניט, אָדער מע וויל ניט זיי אַרויספֿירן אין דער עפֿנטלעכקייט, אין אַ ספּעציעלן חתונה־זאָל, כּדי קיין איבעריקן רעש נישט מאַכן.
מ׳האָט איינגעלאַדן נאָר אַ קנאַפּ פֿיסל מענטשן, אי דאָס אויך ניט פֿון קיין נאָענטעאַ ניט קיין מאַרק־מענטשן, אויך ניט פֿונעם קלויז, וואו משה מאַשבער האָט געדאַוונט, נאָר אַ קליינעם מנין, אָדער עטוואָס מער, פֿרעמדע, און זע, מאָדנע — אַזוינע, וואָס האַס צו משה מאַשבער און צו זיין שטוב גאָר קיין מאָל קיין שייכות ניט געהאַט, און דהיינו — גאָר פֿון די לחי-לייט אַ מנין.
גיטעלע און די שטונלייט האָבן זיך געהאַלטן אי ווי מחותנים, אי' ווי אָנלים, באַזונדערס גיטעלע און יהודית, וואָס איידער זיי האָבן זיך באַדאַרפֿט אָנטאָן צו דער חתונה, האָבן זיי דאָך באַדאַרפֿט אויסטאָן די שוואַרצע פֿאַרטענער, און ווי נאָר די חתונה וועט זיך ענדיקן, וועלן זיי ווידער זיי דאַרפֿן אָנטאַז.
ס׳איז דאָך געווען ערשט נאָך „שלושים”. פֿאַרשטענדלעך, אַז קיין אי־ בעריקע פֿרייד איז ניט געווען צו זען אויף קיינעם פֿון די-שטוב־לייט, ווי אויך נישט אויף משה מאַשבער אַליין, וואָס ער האָט אַלץ, ווי עפּעס אין אַ חלום, געאיילט, סיי פֿריער מיטן חתונה מאַכן, סיי איצט מיט דער חופּה, ווען ער האָט דעם איינגעלאַדענעם בדחן זיך ניט געלאָזט צעגיין, נישט גייט באַזעצן דעם חתן, ווי אויך ביים כלה־באַזעצן, און אויך די קלעזמער, דאָס קליינע אָרעמע ביסל, וואָס איז איינגעלאַדן געוואָרן, האָט ער קיין איבעריקס ניט געלאָזט שפּילן, נאָר סאַמע דאָס נויטיקסטע, און גלייך האָט ער אוי6געפֿאָדערט דעם שמש, ער זאָל אַרויס מיט די שטאָנגען, ווי אויך דעם חזן, ער זאָל וואָס גיכער מסדר־קידושין זיין.
מ׳האָט אַזוי געטאָן, דערנאָך איז פֿאָרגעקומען די וועטשערע, ביי וועלכער ס׳איז בייגעווען משולם דער שדכן, און וואָס אים, וועלכער האָט אויסגעפֿירט דעם שידוך, איז איצט ניט געווען אויסצומיידן.
ער האָט זיך דאָס מאָל געפֿילט ביי משה מאַשבער אין שטום גאָר־גאָר היימיש, מחמת די כלה האָט ניט געהאַט קיין עלטערן, קיין אייגענע און קרובים, אויסער די איר נאָענטסטע דינסט, און דערום האָט זיך ער, משולם, געהאַלטן ווי אַזאַ, וואָס פֿאַרבייט טאַטע־מאַמע.
ער האָט לכּבוד אָט דער היימישקייט אַריינגעכאַפּט אַן איבעריק ביסל משקה, פֿון וועלכן זיין פּנימל, וואָס איז אַזוי אויך רויט געווען, איז נאָך מער רויט געוואָרן און זיין ווייס בערדעלע האָט זיך איצט נאָך מער ווייס אויסגעטיילט. זיין פֿוטערן מיצל האָט זיך אים שטאַרק צעשוויצט, און ווען ער האָט דאָס געוואָלט אַראָפּנעמען און בלייבן אין דער יאַרמעלקע, ווי ער טוט געוויינטלעך, האָט ער דאָס מאָל מער ווי געוויינטלעך געהאָרעוועט, זיי אָפּצוטיילן איינס פֿונעם אַנדערן; דערפֿאָר, אָבער ווען דאָס איז אים געראָטן, האָט ער זיך אַוועקגעלאָזט אין אַ טאַנץ — שיכּורלעך נאַריש און שדכניש-אומבאַהאָלפֿן — אַזוי, אַז ווען אַן אַנדערש מאָל, ווען ס׳איז אַ ביסל מער אויפֿגעלייגט אויאַן האַרצן, וואָלט מען, זעענדיק אַזאַ איינעם אַזוי טאַנצן, געוויס זיך צעלאַכט, מ׳וואָלט אים אָפּגעפֿירט אין אַ זייט און זיך אים געהייסן זעצן...
איצט האָט מען אים געלאָזט, ס׳האָט אָבער אויסגעזען גענוג משונה משולמס טאַנצן, וועלכן ער האָט דורכגעפֿירט האַלב פֿאַרשלאָפֿן, מיט צוגעמאַכטע אויגן און מיט עפּעס ציגךבאָקישע תנועהס און הוועיות? ווי משונה ס׳האָט אויסגעזען דער גאַנצער אַרום, און ווי, פֿאַר אַלעמען, אַליין די חתן־ כלה, וועלכע מ׳האָט, גלייך נאָך דער חופּה, באַזעצט איינס לעבן איינס, און וואָס זיי האָבן איצט געגעסן, וואָס מ׳האָט זיי דערלאַנגט נאָכן תענית, האָבן זיי זיך קיין וואָרט ניט געזאָגט, זיך ווי אונטערגעוואָרגן און אין פֿאַרשיידענע זייטן געקוקט.
משונה האָט אויך אויסגעזען דאָס, וואָס גיטעלע האָט דאָס מאָל געלאָזט לעבן זיך באַזעצן די עלטערע דינסט, וועלכע איז געווען דער פֿלה אַמנאָענטסטן: משונה אויך דאָס גאַנצע קנאַפּ־ביסל עולם, וואָס איז באַשטא-נען פֿון אַן אָנדערהאַלבן מנינים לוזי־לייט, וועלכע משה מאַשבער האָט דורך לוזין געלאָזט איינלאַדן, ווייל קיין נעענטערע, קיין מער היימישערע און אַזוינע, וואָס נעמען באַשטענדיק אָנטייל אין משה מאַשבערס שמחות, איז מען דאָס מאָל ניט גערן געווען, טאַקע ווייל היימישע, טאַקע ווייל באַשטענדיקע, כּדי קיין אייגענע אויגן זאָלן דאָ אויף דער משונהדיקער חתונה, גיט קוקן משונה.
משונה האָט אויך אויסגעזען דאָס, וואָס אַז די לוזי־לייט האָבן געוואָלט חתן־כּלה דערפֿרייען, האָבן זיי זיך אַוועקגעלאָזט אין אַ טאַנץ — אין אַזאַ, וואָס די ווענט פֿון משה מאַשבערס שטוב האָבן קיין מאָל ניט געזען — אַזאַ ענגע געשלאָסנקייט, מיט קעפּ אַזוי הויך פֿאַרריסן, אָדער אַזוי טיף צו דער ערד אַראָפּגעלאָזט, ווי זיי וואָלטן געוואָלט הימל און ערד מיט זייערע גליקן פֿאַראייניקן.
משונה אויך, וואָס נאָך דעפּ, ווי די לוזי־לייט האָבן אָפּגעטאַנצט, זיינען אַרויס אויך משה מאַשבער און לוזי צום טאַנץ. משה, נישט געקוקט, וואָס אַן אבל, האָט דאָך געוואָלט אַלטערן משמח זיין, און לוזי האָט משהן ניט געוואָלט לאָזן אַליין און האָט באַשלאָסן מיט אים מיטצוגיין...
ס׳איז געווען אַ מאָדנע בילד צוצוקוקן, ווען זיי ביידע זיינען זיך איינס דעם אַנדערן אין אַ ראָד נאָכגעגאַנגען — פֿריער משה פֿאָראויס און לוזי הינטער אים, און דערנאָך לוזי פֿאָרויס, האָבנדיק הינטער זיך משהן, און די גאַנצע צייט האָבן זיי זיך כּמעט מיט די פּנימער באַגעגנט.
ס׳איז אויך מאָדנע געווען, ווי נאָך אָט די צוויי זיינען אַרויס גיטעלע מיט דער עלטערער דינסט, ווי צוויי גלייכע מחותנתטעס, ווען גיטעלע האָט זיך געפֿירט מיט יענער, בעת־מעשה, מעשה איר גלייכן, טאַנצנדיק איר אַנטקעגן און נישט אַרויסגעוויזן קיין מינדסט פֿון איר מער־יחוס און העכערן גראַד, און וואָס דערפֿון האָט ביי יענער, ביי דער דינסט, זייער און זייער דאָס פּנים געפֿלאַמט, און זי האָט, בעתן טאַנצן, מיט דער יום־טובדיקער פֿא־ טשיילע, וואָס זי האָט געטראָגן לכּבוד דער שמחה, זיך אַלע וויילע די אויבערשטע ליפּ געווישט...
ס׳האָבן דערנאָך געטאַנצט אויך אסתר־רחל מיט יהודיתן... אסתר־
רחל מיט איר לעדערנעם פּנים פֿון לאַנגער דחקות און פֿון ניט האָבן קיין ברויט צו זאַט, וועלכע מ׳נוצט אויס, ווי געזאָגט, אין אַ פֿאַל, חלילה, ביי שלאַפֿקייט, ביי אַ מת פֿאַרן אָפּהייגן, אָדער ביי אַ חתונה — ווען געוויינטלעך — נאָר אויף אַכטונג געבן:ויף די סאַרווערס, און ווען נישט געוויינטלעך, ווי איצט דאָ, ביי אַלטערן מיט גנעסיען, אויף צו נעמען אַ מער טיכטיקערן אָנטייל, ווי צו לערנען מיט דער כלה די ווייבערשע דינים, ווי דערנאָך זי ↰ 139 צופֿירן אין באָד און אין מקווה, און איצט, ביי דער חופּה־וועטשערע — צו טאַנצן מיט איינעם פֿון די בני־יהום, ווי איצט מיט יהודיתן. זי האָט געטאַנצט שטיל, קיין איין אָדערל אין פּנים האָט זיך איר אין פּאָרלעדערטן פּנים ניט געניטן, גלייך ווי קיין איין שטראַל שמחה האָט שוין צו איר אינע־ ווייניק ניט געקאָנט אַריינדערלאַנגען, נאָר דערפֿאַר אָבער אויף אירן אַן אייגענעם או6ן 6ריילעך, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט אין עכטער שטילקייט, וואָס איז אפֿשר העכער און פֿיל־באָדייטנדיקער פֿון אַלערליי אַנדערע ליא־ רעמדיקע סאָרטן שמחות.
ס׳איז דערנאָך אויך אַרויס איר מאַן, משה איינבינדער, וואָס קיין מאָל לאָדט מען אים נישט איין אויף קיין חתונה, און ווען יאָ — קומט ער אַליין נישט, נעמט ניט אָן די איינלאַדונג, מחמת ער גלויבט און איז זיכער: אַז קיינער נייטיקט זיך נישט אין אים, ער זאָל עמעצנס אַ שמחה באַשיינען. דאָס מאָל אָבער איז ער אי גערופֿן געוואָרן, אי ער איז אַליין געקומען, ווייל עפּעס האָט ער זיך דאָס מאָל געפֿילט נעענטער, באַרעכטיקטער, אַז אויף אַזאַ סאָרט שמחה זאָל אַפֿילו ער זיך קאָנען אָנזען און זיך פֿאַרשפּאָרן שעמען און זיך דאַרפֿן אָפּרוקן אין אַ ווינקל מיט זיין נידעריקער וואוקס, מיט זיין אָרעם־שמייכלענדיקן פּנים און מיט זיינע קויטיקלעכע הענט, וואָס לאָזן זיך ניט דערוואַשן פֿון אייגבינדערשן פּאַפּ און קלעי.
ער האָט געטאַנצט מיט משולמען. יענער, משולם, אין דער יאַרמעלקע, אָנעם מיצל, וואָס ער האָט זיך דערלויבט אויסצוטאָן צוליב היימישקייט, צו־ ליג שדכנישער גדולה און מחמת ער האָט שוין פֿיל, צו6יל אויסגעטרונקען: און משה איינבינדער, איז אַנטקעגן, אינעם היטל, וואָס אַן אַנדערער וואָלט דאָס שוין געמעגט טראָגן אינדערוואָכן און ער האָט דאָס געהאַט אויף שבת, יום־טוב און אויך אויף חתונות, אויף וועלכע ער איז קיין מאָל ניט גערופֿן און ניט איינגעלאַדן געוואָרן.
משולם האָט געטאַנצט שדכניש־נאַריש און שיכּורלעך־צעפֿלאָסן, און משה איינבינדער שטיל, באַשיידן און אַזוי אָרעמזעליק, גלייך ער וואָלטימורא געהאַט מיט זיינע קבצנישע פֿיס דעם דיל צו באַטרעטן.
דערנאָך האָט לוזי, ווי דער עלטערער, געטאַנצט „פּויליש, מיט דער כלה. גנעסיע האָט געהאַלטן די רויטע פֿאַטשיילע פֿאַר איין עק, און ער ביים צווייטן, און ער האָט זי געפֿירט און בעת־מעשה האָבן אַלע אָנטיילנעמער און דער שמחה זיי אַרומגערינגלט, צוקוקנדיק, ווי לוזי וואָלט אַן אַנדערש מאָל געקאָנט ווייזן מייסטערשאַפֿט אין אַזאַ טאַנץ, איצט אָבער האָט ער, לויט אַ וואונק, אַפּנים, פֿון זיין ברודער משה, דאָס געמאַכט בקיצור.
בקיצור האָט מען אויך געמאַכט אַלע אַנדערע זאַכן, וועלכע זיינען אויף אַנדערע חתונות, ווי דער מינהג פֿאָדערט, איינגעפֿירט. דאָ האָט מען זיי פֿאַר־ בויגן.
מען האָט דאָ, למשל, קיין דרשה־געשאַנק נישט אויסגערופֿן, ווייל ס׳איז גאָר געווען חתן־צד, און פֿלהס־צד האָט דאָ קיינער, אויסער דער עלטערער דינסט, ניט פֿאָרגעשטעלט. אַזוי אויך אַנדערע זאַכן, ווי למשל: באַזונדערע וויוואַטן און טענץ לכּבוד פֿאַרשיידענע מחותנים... דאָ איז דאָס ניט געווען שייך, און מע האָט, כּדי ניט צו באַליידיקן כלהס־צד, אויך חתן־צד מיט יענע ליאַרעמדיקע זאַכן ניט באַערט. מ׳האָט געזען צו גאצאָלן די קלעזמער, די כּלי־קודש, ווי שמש, חזן, א׳א. וועלכע האָבן די חתונה באַדינט, הינטן־אַרום, ווי ס׳ניט איז, אָן שום אויסרופֿעניש און אָן שום הויך־אויסשרייענדיקע כיבודים.
און אַזוי האָט מען די חתונה פֿאַרענדיקט. דער עולם — די לוזי־לייט און אַנדערע — האָבן זיך שטיל געזעגנט און פּריצייטיק זיך צעגאַנגען, און געבליבן זיינען נאָר אייגענע, וועלכע מע האָט אויך אונטערגעאיילט, מע זאָל זיך יעדערער צעגיין אויף נאַכט, ווער וואוהין ס׳דאַרף.
בעת־מעשה האָט אסתר־רחל און די עלטערע דינסט אין איינעם אַן אַלקער פֿאַרגרייט אַ בעט און דערביי עפּעס געשפּראָכן איבער די קישנס און געזאָגט פּארשיידענע זאָגעכצן, וואָס געהערן צום באַלייגנס פֿון אַ יונג פֿאַר־פֿאָלק, ווי דער מינהג איז.
און אָט איז אין שטוב שטיל געוואָרן, די שטוב איז איינגעשלאַפּן...
און דאָ וואָלט מען באַדאַרפֿט, ווי מע זאָגט, אַראָפּלאָזן דעם פֿאַרהאַנג און מער וועגן איבעריקן קיין וואָרט שוין ניט אַרויסברענגען.
אָבער, אַזוי ווי מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַן אויסגענומענעם פֿאַל, מיט אַזאַ ווי אַלטערן, זיינען מיר געצוואונגען אָנדייטן אויף אַ זאַך, וואָס געוויינטלעך וואָלט מען דאָס פֿאַרהוילן... און נעמלעך, אַז, ווי ס׳ווייזט אויס, איז אין אָפּגעזונדערטן אַלקער, צווישן יונגן פֿאַר־פֿאָלק אין יענער נאַכט אין אָפּגעזונדערטקייט, פּארגעקומען עטוואָס אומגעוויינטלעכס... מירן זיך באַנוגענען מיט צוגעבן בלויז פֿאָלגנדעס: אַז וואָס געהער אַלטערן, האָט מען זיך אויף אַלץ געקאָנט ריכטן...
און איצט נאָך אַ וואָרט: אינדערפֿרי, ווען אַלץ אין שטוב איז שטיל געווען און אין דרויסן האָט שוין אָנגעהויבן טאָגן, האָט זיך גנעסיע אויפֿגעהויבן, זיך אָנגעטאָן, אַ ביסל זיך אין אַלקער אַרומגעדרייט, צונויפֿגענומען אירע זאַכן און געמאַכט אַ פּעקעלע; און ווען די עלטערע דינסט, וואָס איז, ווי געוויינטלעך געשלאָפֿן אין קיך, וואָלט ניט געווען אַזוי מיד פֿון נעכטן, פֿון דער חתונה, אַזוי וואָלט זי געוויס דערהערט, ווי פֿון שטוב איז עמעצער דעמאָלט אין קיך אַריינגעגאַנגען, זיך דאָרט אַרומגעדרייט אַ קליינע וויילע און באַלד שטיל די טיר געעאַנט און אין דרויסן אַרויס.
דאָס איז געווען גנעסיע, וואָס וואוהין זי איז יענעם פּרימאָרגן, אַן אָנגעטוענע, פֿון משה מאַשבערס שטוב אַוועק, קאָנען מיר ניט זאָגן אַ צי צו באַ־ ↰ 141 קאָנטע, צי צו אַ דינסט־מעקלערין, צי גלאַט ערגעץ־וואו צו גלאַנדזשען אָן אַ ציל — ווייסן טיר נישט. נאָר דערטאָר אָבער דעם איינדרוק פֿון איר פּארלאָזן משה מאַשבערס שטוב אינעם ערשטן פֿרימאָרגן נאָך דער ערשטער נאַכט פֿון דער חתונה — ווייסן מיר יאָ, און וועגן דעם ווילן מיר דאָ אייניקע ווערטער צוגעבן.
אַז מ׳ר״אָט אינדערפֿרי, שוין שפּעטלעך, אַרויסגעקוקט אויפֿן פֿאַרפֿאָלק, זיי זאָלן זיך, ווי געוויינטלעך, ווייזן פֿון אַלקער, און זיי זיינען נישט אַרויס — האָט מען אויף אַ צנועותדיקן אופֿן אַ וואונק געטאָן אסתר־רחלען, וועלכע מ׳האָט געלאָזט איבערנעכטיקן צוליב חתונה־ענינים, זי זאָל זיי אָנקלאַפּן און צו וויסן געבן, אַז ס׳איז צייט אויפֿשטיין... און אַז אסתר־רחל האָט אָנגעקלאַפּט און מ׳האָט איר ניט געענטפֿערט, און זי האָט אַליין די טיר אַ פּרואוו געטאָן און דערזען, אַז זי שטייט אָפֿן, איז זי אַריין און האָט אַלטערן געטראָפֿן שוין אַן אָנגעטוענעם, אָבער אַזוי אויסזעענדיק, אַז איין קוק אירער איז גענוג געווען, זי זאָל פֿאַרשטיין, אַז עפּעס איז דאָ געשען, וואָס ס׳געשעט זעלטן.
צי אַלטער איז געשלאָפֿן און ניט געזען, בשעת גנעסיע האָט זיך גע. קליבן אין וועג, צי ער האָט יאָ געזען, ווי זי קלייבט זיך און האָט זיך געמאַכט שלאָ0ן — אַזוי צו אַזוי, נאָר אַלטער איז שוין פֿון לאַנג, ווייזט אויס, אין מיטן שטוב געשטאַנען, אַ בלאַסער און אַזוי פּאָרטראָגן, ווי אָדער עס וואָלט געווען נאָך זיינעם אַ קראַנקן־אָנפֿאַל, אָדער ערב אַזאַ...
אסתר־רחל האָט אים אַ פּרעג געטאָן אויף גנעסיען, אָבער מיט איר געניט־ווייבעריש אויג האָט זי דערזען, אַז ס׳איז שוין נישטאָ אויף וועמען צו פּרעגן, ווייל ניט נאָר איר אָרט איז פּארקילט, נאָר אַז אויך איר געדעכעניש איז, דאַכט זיך, אויסגערונען.
אַלטער, האָט כּמעט איר פּראַגע ניט געהערט... דעמאָלט איז זי גלייך אַרויס זמן האָט משה מאַשבערן עפּעס אין אויער איינגערוימט, און באַלד איז אין שטוב אויף אַלעמענס פּנימער אַן אומרו געווען צו באַמערקן, ווען זויגער גייט אַנדערן האָט פּאַרוואונדערט זיך גענומען דערפֿרעגן: ”וואָס הייסט? ווי געשיקט זיך און וואוהין האָט זי געקאָנט אַהינקומעןז” מ׳האָט זיך באַלד אַ לאָז געטאָן צו דער עלטערער דינסט, צו פּרעגן מי איר אין מורא און אויף איר לעצט וואָרט צו וואַרטן: צי ווייסט זי עפּעס: און צי האָט איר אַזוינס אוי6ן זינען געקאָנט קומען; — און אויך זי, די עלטערע דינסט, האָט נישט געוואוסט תאס צו זאָגן.
— נישטאָ ו... איז פֿון אַלעמענס דערשראָקענע פּנימער געווען אַראָפּ־ צולייענען און מ׳האָט אַפֿילו ניט געדענקט זי נעמען זוכן, ווייל אַלע האָבן גע8ילט, אַז אויב אַזאַ זאַך איז געשען, איז שוין זוכן ניט שייך, ווייל דער ↰ 142 כזית פֿון אַרומלויפֿן און זיך נאָכפֿרעגן וועט זיין גרעסער און די כושה פֿאָר לייטן געטאָפּלט.
אַ נערה, פֿונדעסטוועגן, אַז מ׳האָט אַ ביסל יאָ .געזוכט. אַ סברה, אַז שטילערהייט האָט מען די עלטערע דינסט און אסתר־רחלען אַרויסגעשיקט איבער דער שטאָט, אַז טאָמער; אפֿשר, וועט מען זי דאָך אָפּזוכן, ערגעץ אָנטרעפֿן, געפֿינען און זי 8אָרט צוריק אומקערן.
מ׳האָט זיך, ווידער אַ סברה, אויך אַפֿילו געווענדט צו געוויסע טרעפֿער און „נביאים”, צו וועלכע מ׳ווענדט זיך בעת אַ גנבֿה, ווען עפּעס ווערט פֿאַרפֿאַלן, און קיינער פֿון זיי האָט ניט געוואוסט פֿון גנעס יעס געביין צו זאָגן, און זיי האָבן נאָר פֿאַרשפּראָכן זען געוואויר ווערן, און דערווייל האָבן זיי זיך פֿאַר דער שפּעטערדיקער טירחה געהייסן באַצאָלן.
ס׳איז דערפֿון גאָרניט אַרויסגעקומען, גנעסיעס שפּורן זיינען פֿון יענער שטוב פֿאַרשוואונדן אויף שטענדיק, און איבערגעלאָזט האָט זי נאָך זיך נאָר אירע חתונה־קליידער, וואָס („נאָך אַ לייטישקייט פֿון איר זייט, האָט מען אין שטוב געשמועסט) זי האָט זיי גיט פֿאַרנומען און האָט זיך כאַנוגנט נאָר מיט אירע אייגענע, וואָס זי האָט זיך אויף איר שטעלע דערוואָרבן, אי דאָס אויך נישט מיט אין גאַנצן... זי האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך אויך אַלטערן — אַ מאַן אָן אַ ווייב, אָבער דערפֿאַר שוין אין אַ טלית, וועלכן ער האָט באַדאַרפֿט אָנטאָן פֿון היינט אָן ביים דאַוונען... זי האָט איבערגעלאָזט אויך אַ פֿרישן בראָך פֿאַר משה מאַשבער. אַ שטיק פֿון זיין יורד ישן גורל, וועלכער האָט אים ניט פֿאָרגונען א8ילו אַזאַ זאַך, ווי צו האָבן די הנאה 6ון אַ מצווה — אַ קראַנקן ברודער חתונה צו מאַכן.
יאָ, ווער ס׳וואָלט יענע טעג געזען משה מאַשבער און אויף אים אַ רעכטן קוק געטאָן, וואָלט ער באַמערקט, ווי די בלאָנדע האָר פֿון זיין קאָפּ און באָרד זיינען אים אַ סך סיווער און טונקעלער געוואָרן? און אויך — אַז ער האָט זיך ערגעץ ביי דער פּלייצע אַן עלטערלעכן בויג געטאָן און אַז פֿון אָט דעם בויג, דעם קוים־באַמערקכאַרן, איז זיין וואוקס אויף 6יל געמינערט געוואָרן, ווי אַ שטוב אַמאָל ערג אַלט־ווערן און אַראָפּזינקען...
III
באָנקראָט
אייגנטלעך, איז שוין דער משה־מאַשבער־בוים געווען אין גאַנצן אונטערגעהאַקט — אַ האַר איז אָפּגעגאַנגען, אַ מינדסטער שטויס האָט זיך געפֿאָדערט, ער זאָל זיך איבערקערן צום קראָבן... מ׳האָט אים אָבער נאָך געשאַנעוועט.
— ווער?
— אַפֿילו אַזוינע ווי אַ צאַלי דערבאַרעמדיקער און שלום־שמאָדיאן, וואָס האָבן זיך געקאָנט פֿויען פֿון דין חורבן, און ווי פֿון יעדער אַנדער באַנקראָט, פֿאַר זיך היפּש נוצן ציען. יאָ, כאָטש דאָס איז זייער באַרוף און עבודה — הינטיש נאָבגיין נאָכן שטאַרקן, ווען יענער איז שטאַרק און ווען מ׳קאָן 6ון יענעמס רויג אַ ביינדל אַריינפּאַקן, און פֿאַרקערט, ווען ער ווערט שוואַך און ווערט אַליין צו רויג פֿון אַ מער שטאַרקערן — אויף אים אָנפֿאַלן און אַ געשמאַקן ריס און צום טאָן אומרחמנות; — כאָטש דאָס איז דער באַרוף פֿון די צאַליס און שמאָריאָגס, דאָך האָבן זיי זיך דערפֿון איצט אָפּגעהאַלטן.
פֿאַרוואָס?
— ווייל ערשטנס, האָבן זיי דאָ אַליין געשמעקט מיט גרויסע סומעס, און וויסנדיק די ריזיקע פֿון יעדער סוחרישן קראַך, האָבן זיי געהאַט אַ גרונט צו צווייפֿלען, צי וועלן דיאַרויס בשלום מיט זייער אייגן געלט; און צווייטנס, ווייל ווער זיי זאָלן גיט זיין, איז אויף די דאָך עפּעס אָנגעפֿאַלן אַ מורא פֿאַר משה מאַשבערס שלעק, פֿון הימל אים געקומענע — ווי פֿריער דער טויט פֿון זיין טאָכטער, דערנאָך די געוויסע חתונה פֿון זיין ברודער פֿאַר אַ שפֿלהמדרגה — פֿאַר אַן אייגענער דינסט, וועלכע האָט אים, אין דער נאַכט פֿון דער חופּה, ווי אַלעמען איז באַוואוסט געוואָרן, געוואָרפֿן, און וואָס האָט אויך, נאַטירלעך, משה מאַשבערן קיין איבעריקן נחת ניט פֿאַרשאַפֿט און אים געצוואונגען האַלטן דאָס פּנים טיף צו דער ערד אַראָפּגעלאָזט? און ווייטער, טאַקע אַליין זיינע געשעפֿטן, מיט וועלכע ער איז שוין געקומען צום מויל פֿון אָפּגרונט — אָט דאָס אַלץ האָט אַפֿילו, זאָגן מיר, ביי אַזאַ, ווי אַ צאַלי און שלום שמאַריאָן געקאָנט אַ ביסל רחמנות דערוועקן.
און... לאָמיר דאָס דערלאָזן, לאָמיר דערלאָזן, אַז ווען צאַלי דערבאַרעמדיקער האָט, צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע, באַלייט משה מאַשבערס טאָכטער
אויפֿן בית־עלמין און נאָך דעם, ווי מע האָט שוין פֿאַרשאָטן דעם קבר און אַלע זיינען צוגעגאַנגען צו אים, מיט טרייסט־ווערטער, ווי ס׳פֿירט זיך, און אויך ער, צאַלי, האָט דעמאָלט דעם געוויסן זאָג געטאָן: „ער זאָל שוין באַהיט זיין פֿון צער, משה מאַשבער”... איז לאַמיד דערלאָזן, אַז אויך צאַלי איז דעמאָלט גערירט געווען, ווען ער האָט געזען, ווי יענער האָט דאָ אַ שטיק פֿון זיין לעבן אונטערן אָנגעהויבטן, ליימיקן בערגל געלאָזט...
לאַמיד דאָס דערלאָזן בנוגע אַ צאַלין, און אַ פֿשיטא שוין בנוגע אַלע אַנדערע, פֿיל מער מענטשן, ווי יענער? ווייל פֿאָרט האָט מען זיך נאָך דעמאָלט געפֿירט אַ היפּש ביסל אורפֿאָטעריש און אַלטפֿדענקיש אַפֿילו אין מקח־וממכר 1— נישט, ווי שפּעטער, ווען האַנדלשאַפֿט, האָט מען געזאָגט, איז ניט קיין ברודערשאַפֿט און ווען רחמנות אין געשעפֿט איז שוין ניט געווען שייך... ניין„דאָרט און דעמאָלט איז אין אַזוינע פֿאַלן, ווי דאָ, ביי משה מאַשבער, אַ מער בעסערע באַציאונג, מער פֿילבאַרקייט און מער רחמנות נאָך יאָ אַמאָל געווען צו דערלאָזן.
ניו, איז האָט מען דערום אויסגעוואַרט, משה מאַשבערן — סיי די פֿאַרמעגלעכע, וואָס זיינען אומשטאַנד צו וואַרטן, און סיי אויך אַפֿילו די, וואָס ניט, און וואָס, ווי מיר והאָבן שוין אין אַן אַנדער אָרט געזאָגט, האָבן די לעצטע ניסלעך אָפּגעשפּאָרטע געלטן צו אים געטראָגן, ווי צו אַ גרויסן בטוח, און אין וועלכע זיי האָבן זיך איצט, אין אַ געענגטער צייט, שטאַרק געבויטיקט.
יאָ, די צייט איז געווען אַ שווערע. דאָס יאָר אַן אומגערעטעניש. די קויף־
און פֿאַרקויף־פֿעאיקייט פֿון די פּויערים פֿון גאַנצן קאָנט אַרום אַ נישטיקע, .און סוחרים, אַפֿילו גרויסע, זיינען אומגעגאַנגען מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ, בפֿרט קליינע, ביי וועלכע ס׳האָבן די לעצטע גראָשנס אין די בייטעלעך געטאָגט.
ס׳פֿאַרשטענדלעך, אַז ווער פֿון אָט די קליינע האָט ווען אַמאָל עפּעס אָפּגעלייגט אויפֿן שלעכטן טאָג, האָט עס איצט געמוזט אַרויסבאַקומען — אָדער פֿון דער אייגענער באַהעלטעניש, אָדער פֿונעם רייכן בטוח, וועמען ער האָט פֿאַרטרויט.
די צרה פֿאַר אַזוינע לייט איז דעמאָלט געקומען אין צווייען? אויסער וואָס מ׳האָט נישט פֿאַרדינט, ווייל ס׳איז ניט געווען ביי וועמען, איז נאָך דער יקרות געוואַקסן, און ביי די קלייטן פֿון מעל, אַ זונטאָג אָדער אַן ערג־ שבת, ווען מ׳האָט ניט געדאַרפֿט באַקן כרויט אויף אינדערוואָכן, אָדער חלה אויף שבת, האָט מען געקאָנט זען פֿיל פֿאַרזאָרגטע פּנימער פֿון ווייבער, 1 ד&גדל.
וועלכע זיינען געקומען מיט געמיינע מזומנים, אין אָרעמע קנינולעך געבונדן, וואָס האָבן אויף זייערע מעל־באַדערפֿענישן נישט געקלעקט.
דאָס זעלבע איז געווען צו זען אין יאַטקע, ביי די קצבים, וואו אַזוינע סאָרטן ווייבער פֿלעגן מוזן אַוועקקוקן פֿון פֿריש פֿלייש פֿון אַ היינטיקער שחיטה, מחמת זיי האָבן נישט געקאָנט קומען צו דעם, און דער עיקר פּלעגן זיי האַלטן געווענדט די אויגן צו אַ נעכטיקן, אייערנעכטיקן נשאר, אַ פֿאַרשוואַרצטן, אַ פֿאַרטריקנטן, צו אַ בלויען מילץ, אָדער צו אַ העסלעך־אויסזעענדיקער פֿליאקע. זיי האָבן זיך מער ניט געקענט פֿאַרגעען, און אויב אַ גאַנצע וואָך האָט מען זיי בכלל ניט געקאָנט געפֿינען ביי די קלעצער פֿון די קצכים, איז אָבער אַ דאָנערשטיק אָדער אַ פֿרייטיק, ווען מ׳האָט כאָטש איין מאָל אין וואָך — שבת — געוואָלט פֿאַרזוכךדעם טעם פֿון פֿלייש, זיינען אויך דעמאָלט די גוטע חלקים נישט געווען צוטריטלעך פֿאַר זיי, נאָר דאָס פֿאַרלעגערטע און דאָס לעצט כיליק־קאָסטנדיקע.
אַזוי אויך ביי די שטעלן פֿון גרויפּן, וואו אָט די ווייבער פֿלעגן שטיין, קוקן, אָפּקומען מיט אַ זי6ץ פֿון נישט האָבן די מעגלעכקייט זיך דערשלאָגן צו עפּעס רעכטס, אויסער צו אַ ביטל הירזש פֿול מיט קוקיל און צו רעטשענע גרויפּן צוזאַמען מיט סיטשקע.
ס׳איז געווען ווינטער, און מ׳האָט באַדאַרפֿט זען אָט יענע מינים ווייבער ביי אַ שטאָטישן סקלאַד פֿון האָלץ, וואָס קהל האָט געעפֿנט אוייף צו באַזאָרגן אָרעמע לייט מיט הייצונג.. וואָס פֿאַר אַ האָלץ, און וויפֿיל, אַזאַ אַ פֿרוי האָט אַמאָל אַליין, און אַמאָל מיט דער הילף פֿון אַ קליין קינד, פֿון דאָרט אַרויסגעטראָגן? אַ הוליאַק אָדער אַ פּאשינע, אַמאָל צוויי, אָבער אַלנפֿאַלס נישט אויף איבערהייצן זיך...
מ׳האָט אויך באַדאָר8ט הערן די געשפּרעכן, למשל, פֿון שוסטער — ווען זיי פֿלעגן זיך אַ פֿרייטיק פּארנאַכט צונוי5קלייבן צו אַ שלום־אהרון דעם וויינשענקער, ווי מ׳איז געוואוינט אין די גוטע צייטן, ווען באַשטעלונגען זיינען לרוב און ווען מ׳קומט נאָכן אָפּטראָגן די אַרבעט צו שלום־אהרונען אויסטרינקען, — איצט אָבער, ווען באַשטעלונגען ווייניק און נאָר אייניקע גליקלעכע האָבן געהאַט צו צאָלן פּאר דער משקה, זיינען זיך פֿונדעסטוועגן אויך פֿיל נישט־גליקלעכע צונויפֿגעגאַנגען — אָדער מיטן מיין, אַז די גליקלעכע זאָלן זיי מככד זיין, אָדער אַז שלום־אהרון זאָל געבן אויף באַרג, ווייל אויב ניט, וואָלט איצט, אין אַ צייט פֿון קורצע פּארדינסטן, דער „ווימא-ראַזעלף — דאָס שוסטערשע געטראַנק — געשימלט פֿון אומגעברויך און פֿון נישט האָבן וועמען דאָס צו פּארהאַנדלען.
נדהאָט באַדאַרפֿט הערן די רייד און אויסגעשרייען פֿון די שוסטערס, איידער זיי האָבן זיך אָנגעטרינקען, בפֿרט שוין בעתן טרינק, ווען די אויגן האָבן גע8לאַמט און די צונגען האָבן זיך אוי8געבונדן, ווי אַזוי מ׳האָט אין ↰ 146 שיכרות זיך די צרות אויסגערעדט, דערמאָנענדיק מיט מורא די ווייבער, וואָס אַז זיי וועלן אַהיים קומען מיט ליידיקן, וועלן יענע זיי כאאָאלן פֿון האַרצווייטאָג, ווייל זיי האָבן ניט געהאַט מיט וואָס שבת צו מאַכן.
— אַ רוח אין אייער באָבעס געפֿגרטן שקראַב אַריין! — האָט זיך דעמאָלט ביי שלום־אהרונען אין וויינשענק אַ קול איבער אַלע קולות אַמאָל אַרויסדעדהערט. — שוסטערס זענט איר? פֿלענט און למדנים! שיך און פֿאגטאָפּל גייט איר? באָרוועס וואָלטן זיי געגאַנגען! די גאַנצע שטאָט כאַר־ וועס! וואָסי? ר׳ דודי איז קליין דאָס מויל עפֿענען-און זאָגן אַ גוט וואָרט פֿאַר קנצנים, און יעקב־יוסי איילכירטן איז קראַנק אויפֿשנורעווען דעם נייטל!...
— גערעכט — האָבן זיך געוונען בעלנים פֿון צווישן די טרינקער, וואָס האָבן דעם שרייער אונטערגעהאַלטן, אָבער מ׳האָט געזען, אַז ווייטער גייט עס ניט און אַז ביי אָט דעם אָנמעכטיקן „גערעכט, וועלן זיי בלייבן, מחמת די נויט האָט זיי דערשלאָגן און זיי זעען ניט קיין אַנדער אויסוועג, ווי נאָר צו טרינקען דעם „ווימאָראַזעק” פֿאַר מזומן אָדער אויף באַרג ניי שלום־אהרונען...
אָט אַזוי די לאַגע דעמאָלט ניי שוסטערם, אַזוי אויך ניי אַנדערע נאַל־ מעלאַנעם, ווי אויך ניי נישט באַלמעלאָכעס, ביי קליינע קרעמערלעך, ביי שטעל־הענדלער, וועלכע לעבן איינס פּונעם אַנדערן און אַלע צוזאַמען — פּונעם דאָרף, און דאָס דאָרף — טויט און אין שטאָט ווייזט זיך ניט קיין פֿוס פֿון קיין פּויער...
פּארשטענדלעך שוין, חזרן מיר אינער, אַז ביי וועמען פֿון אָט אַזוינע לייט און אָרעמע מענטשעלעך ס׳האָט זיך אָנגעקלינן אַ קליין קניפּל אויף אַ שלעכטער צייט און זיי האָבן דאָס אַוועקגעלייגט ניי גרויסע נטוחים אויף קליינע פּראָצענט, האָכן דאָס איצט געמוזט צוריק אַרויספֿאָדערן.
פּארשטענדלעך דערום אויך, אַז צו משה מאַשבער אין קאָנטאָר האָבן זיך די לעצטע צייט אַזוינע אָרעמע בעלי־חובות גענומען ווייזן וואָס אָפֿטער און פּאראומערטער? — אויב די זמנים פֿון זייערע וועקסלען זיינען זיי שוין אויסגעגאַנגען — איז מיט רעכט, און אויב ניט — איז מיט נקשות און האַלבע תחנונים, אַז טאָמער, הייסט עס, קאָן מען זיי פּאר דער צייט זייערע חובות סילוקן, אויב ניט אין גאַנצן, איז כאָטש אַ טייל.
דעמאָלט אָבער, ווען משה מאַשבערס טאָכטער איז געווען קראַנק, פּלעגן זיי אין קאָנטאָר ניט טרעאָן נישט משה מאַשבער אַליין, ווי אויך ניט זיין איידעם נחום לענטשער, צו וועמען זיי זאָלן זיך קאָנען ווענדן, און די אָנגעשטעלטע האָבן זיי אַלע מאָל אָפּגעשטופּט מיט אַ שטרוי, זיי געראָטן דאָרטן: „זיי זעען דאָך... ס׳איז איצט ניט אין זינען...” דערנאָך, ווען די. טאָכטער איז געשטאָרבן און אַז מ׳איז געקומען צו דער טיר פֿון קאָנטאָר און מ׳האָט זי ↰ 147 געטראָפֿן געשלאָסן, האָט מען זיך אויסגעקערעוועט צום אַוועקגיין און מ׳האָט זיך אַליין געזאָגט: נו, יאָ, אַן אומגליק... דערנאָך, אין משך פֿון „שלושים” ווען אויך דעמאָלט פּלעגט זיך משה מאַשבער און זיין איידעם שיטערלעך און גאָר זעלטן ווען ווייזן אין קאָנטאָר, איז נאָך אויך געווען אַ תירוץ, אַז מ׳זאָל אין אַזאַ צייט ניט איבעריק צושטיין און זלירגיש נישט וועלן מאַנען.
אָבער שפּעטער אַ ביסל, נאָך דעם, ווי אויך יענער חודש איז אַריבער און ווען פֿאַר די אָרעמע בעלי־חובות איז שוין קיין תירוץ נישט געווען, און די נויט איז זיי צום גאָרגל צוגעטראָטן — אָט דעמאָלט האָבן זיי זיך שוין גענומען אָנגיין גאַנצע שיירות, ווען זיי האָבן ניט געטראָפֿן משה מאַשבער אין קאָנטאָר, האָבן זיי אויף אים לאַנגע שעהן געוואַרט, און ווען יאָ, האָבן זיי אים באַלאַגערט און ניט געוואָלט אָפּטרעטן; יענע, וואָס זייערע טערמינען זיינען שוין געקומען, האָבן געפֿאָדערט, און די, וואָס נאָך ניט, האָבן געבעטן און געכניקעט... אָט דעמאָלט האָט איין מאָל נחום לענטשער, משה מאַשבערס איידעם, אָפּגערו6ן זיין שווער משה מאַשבער אין אַ ווינקל און אים פֿאַרגע־ לייגט, אַז אַזוי ווי ס׳איז לעצט און אין ברירה און קיין הילף פֿון ערגעץ אַנדערש איז ניט צו זען, איז אַפּשר וואָלט מען זיך געווענדט צו יעקב־ יוסי איילבירטן נאָך הילף...
ס׳איז גרינג צו' זאָגן „צו יעקב־יוסין,...
אַ קליינע פֿאַר שטריכן צו יעקב־יוסיס פֿאַרטרעט:
ווי זעט ער אויס?
שוין אַריבער די זעכציק, מיט פֿול־געפּאַקטע, גלייכע אַקסל, מיט אַ ווייסער זאַט־זויבערער, נישט לאַנגער באָרד, אַ גאַנצע וואָך אין אַ שוואַר־ צער קאַפּאָטע פֿון גוטן ענגלישן שטאָף, און שבת — אין אָטלאָס, איז שטאַרק רייך, דער רייכסטער אין שטאָט, מיט דער גרעסטער ליי־קאָנטאָר, אויך מיט אַנדערע געשעפֿטן.
אויסערלעך זייער שטיל און באַשיידן, אָבער אויך מיט שטאַרק גבירישע קאַפּריזן.
מיט אַ פּיינער השגה, צו האָבן די שענסטע ספֿרים מיט די רייכסטע איינבונדן און מיט גאָלד־געפֿרעסטע אותיות אויף די טאָוולען און רוקנס! אויך מיט גוסט צו שטייגער־ און קולט־זאַכן, ווי צו אַ גרויסער, גאָלדענער אתרוג־פּושקע מיט אינקרוסטירטע בילדער, ווי דער באַרג ציון און ירו־ שליט, ספּעציעל ביי יידישע באַלמעלאָכעס באַשטעלט; ווי אויך אַ חנוכה־ לאָמפּ, וואָס האָט פּארנומען אַ האַלבע וואַנט מיט זיין שווער־וואָגיקן זילבער־
1 שאיאָרויס — כאַפּטעס, ↰ 148 נעם געשטעל און מיט די גרייט צעוואָרפֿענע רערן, אויך פֿון זילבער, אין דער פּארם פֿון הירשענע האָרנס.
אויך מיט אַ פֿאַרגעניגטער נטיה צו נגיגד.... יעדערס טאַל, שבת אָדער יום־טוב, נאָך דעם, ווי ער האָט פֿריער אָפּגעדאַוונט אין זיין קליין שולעכל מיט אַ געציילטן מנין אין גביריש־אָפּגעזונדערטער מנוחה, פֿלעגט ער זיך אַוועקלאָזן אין דער באַוואוסטער אַלטער שול, צום באַוואוסטן חזן, „ירוחם דעם גרויסן”, וואו ער פּלעגט זיך כסדר אַוועקשטעלן אין מערב־זייט און זיך ניט לאָזן אַרויפֿבעטן אין מזרח, וואוהין דער שמש און די גבאים פֿלעגן אים אַרויפֿרופֿן! און דאָרט, אָנגעשפּאַרט אין אַ וואַנט אָדער אין אַ שטענדער, פּלעגט ער מיט פֿאַרמאַכטע אויגן זיך גוט־גוט איינהערן אינעם געזאַנג אַמאָל אַליין פֿון חזן און אַמאָל אין דער באַגלייטונג פֿון זיין משוררים-כאַר אַ דערביי האָט ער אַלע מאָל געהאַט זיין אַטלעסענע זשיפֿעצע נאָר אויף איין אדבל אָנגעטאָן און דער אַנדערער האָט אים ליידיק אַראָפּגעהאַנגען — ווי ס׳ווייזט אויס אויך איבער עפּעס אַ גבירןצן קאַפּריז.
אויך אַ שטיק למדן — נישט נאָר פּאד קליינע רבנים נישט פּארשעמט צו ווערן, נאָר אַפֿילו ניט פֿאַר אַזאַ, ווי ר׳ דודי — סיי מיט וויסן ווי אַזוי אַ געוויינטלעכע שאלה צו פּסקענען און טיי צו קענען אויף אויסנווייניק גאַנצע טיילן פֿון „חושן משפּט, און „יורה דעה”. ער איז אויך געווען אַ ידען אין אַנדערע זאַכן, אין וועלכע רבנים שטייען אָפּ, ווי אין „תכונה” און „מרידה”,1 וואָס ער האָט שוין געהאַט זיינע אָפּגעדונגענע קבצנים־קענער, מיט וועמען ער פּלעגט זיך אַמאָל וועגן יענע ענינים אַמפּערן.
אויך אַ בעל־יחוס, ער האָט אַליין געשטאַמט נישט פֿון אַבי וועמען און דער עיקר האָט ער זיך געבונדן און געטאָן שידוכים מיט הויך־שטאַמענדיקע
— מיט גרויס־באַוואוסטע, גוטע יידן פֿון הי, פֿון ראָכמיסטריווקע און קאָרלין, און פֿון אויסלאַנד — פֿון סאַדיגורע און שטיפֿיגעשט.
מ׳האָט אים, נאַטירלעך, מקנא געווען, און אַז מ׳האָט אים געזען שטיין שבת־יום־טוב אין דער אַלטער שול אין מערב־זייט אין דער אַטלעסענער זשיפֿעצע אויף איין אַרבל אָנגעטאָן, ווי ער לאָזט זיך ניט אַרויאָבעטן אין מזרח, האָבן פּיל אויגן געקוקט אויף זיינע געפּאַקטע אַקסל, ווי אויך אויף זיין ווייסן למדנישן שטערן, וועלכער האָט זיך אים געמינעט אין מתיקות פֿון פּארשטיין און הנאה האָבן פֿון נגינה.
דער עיקר אָבער האָט מען אים מקנא געווען אויף זיין רייכקייט, וואָס מען האָט דאָס געשאַצט אין גרויסע אַל5ים 2 און וואָס ער האָט דאָס געהאַט הן אין מזומן, .הן אין זיינע אייגענע געשעפֿטן און הן אין פּארשיידענע שות5ותן
1אסטראַנאָמיע און געאמעטריע.
- טויזנטער.
מיט פֿרעמדע. אויסער פּריצישע מאַיאָנטקעס. ביי אים פֿאַרזעצט, אויסער מויערן, פּלעצער, דירות פֿון היגע באַלעבאַטים, איבערגעשריבן אויף זיין נאָמען, האָט ער נאָך געהאַט זיין אייגענעם באַוואוסטן מויער אין שטאָס׳-א שטיק פּאַלאַץ, מיט עטלעכע שטאָקן, וועלכע ער האָט אויסגעבויט פֿאַר זיך און זיין משפּחה — פֿאַר יעדערן פֿון זיינע היגע, אָדער אויסלעגדישע, שניי און איידעמס אַ באַזונדער שטאָק, ווי זיי זיינען געוואוינט געווען ביי זייערע גוט־יידישע רייכע טאַטעס.
ער האָט זיך אַפֿילו פֿאַרגוגען צו האָבן צוויי פֿאיעטאָנען: איינעם אַ קליינעם, מיט אַ הויכלעכן געזעס, אַ מין קאבריאָלעט, צו זיין אייגענעם געברו־יךן און אַ צווייטן, אַ פֿלאַך־צעעפֿנטן, מיט ווייס־טייערן שטאָף געכעט דער פֿון פֿאָרנט און דער אַנטקעגן, וועלכן ער פֿלעגט נוצן זעלטן, אויסער נאָר ווען אַ יונגער אויסלענדישער שנור האָט זיך אַמאָל פֿאַרוואָלט אַ זומער פֿאַרנאַכט צו מאַכן אַ שפּאַציד; אויך ווען אַ גרויסער גוטער ייד איז אָנגעפֿאָרן און זיינע אָנהענגער האָבן אים באַדאַרפֿט מקבל־פּנים זיין מיט גרויס כבוז־ן און אַמאָל אויך האָט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע און כאאמטע אים געליען, ווען מ׳האָט באַדאַרפֿט באַגעגענען אַ גובערנאַטאָר, אַן אַרכירעי אָדער אַ מיטראָפֿאַליט, ווען יענע זיינען געקומען צו באַזוכן די קריסטלעכע עדה פֿון שטאָט.
מיט איינעם וואָרט, מקנא זיין איז אים געווען אויף וואָס אַ תּורה וגדולה במקום אחד — תּורה און רייכקייטן אין איין האַנט — האָט מען געזאָגט — און די מערסטע טייל שטאָט האָט דערום געהאַלטן די אויגן צו אים און צו זיינע גליקן פֿאַרריסן און פֿיל מיילער זיינען געווען פֿול וואונטש אַ קרופּ זיין שאָדן, אויף זיי געזאָגט געוואָרן כאָטש אַ צענטל, כאָטש אַ הונדערט־חלק פֿון זיין גוטס.
יאָ, אַלץ אמת... אָבער אויסער זיין רייכקייט, אויסער זיין געלערנטקייט און יחוס האָט ער נאָך געהאַט נאָך איינע אַ מעלה, אָבער שוין גאָרניט קיין געהויבענע, וואָס וועגן איר פֿלעגן זיך די זעלבע, וואָס האָבן אים מקנא געווען, שטילערהייט, צווישן זיך, אַמאָל אַ סוידע טאָן און זי אויך אָנרופֿן ביים נאָמען די מעלהאַ אַ שטילער קוילער... — און זע, ווי אַזוי פֿאָרט זיך דאָסך... האָט מען זיך געסוידעט. יאָ, ער האָט געדינט פֿאַר אַ שטיק סטראַשידלע און ווי אַ שאַרף־ציינעריקער העכט פֿאַר אַ געוויסן סאָרט בלאָטע־פֿישעלעך, פֿאַר פֿלאַטעטשקעס — דאָס מיינט מען, פֿאַר די, וועמען ס׳איז באַשערט געווען אין זיין ציין־געכיס אַריינצוטרעפֿן.
ס׳איז שוין געווען אַ שעה נאָך זיי? דווקא מיט גוטן, דווקא ניט קיין הויך וואָרט צו זאָגן, נאָר אויב עמעצער האָט זיך שטאַרק געבויטיקט און יעקב־יוסי האָט דאָס געוואוסט, ווייל ער האָט געהאַט זיינע מענטשן, וואָס האָבן אים שטענדיק אָפּגעטראָגן, וואָס ער האָט באַדאַר9ט וויסן — האָט מען ↰ 150 גלייך געקאָנט זען, ווי אַזוי די גבירישע אַקסל האָבן אים גענומען פֿון דער קאַפּאָטע וואַקסן, דאָס פּנים, ווי אַ פּנים, נאָר אין די קאָרע אויגן און אונטערן הויכן, ווייסן שטערן האָבן אים גענומען אומשפּאַנען עפּעס שאָטנדלעך פֿון חשבונות, וואָס ער מאַכט דעמאָלט אין מוח: נו, יאָ — האָבן די אומשפּאַנענדיקע שאָטנדלעך דעמאָלט באַטייט — ס׳געשעפֿט לוינט...
יאָ, ס׳גרינג צו זאָגן, ,צו יעקב־יוסיך... אָבער ווער ס׳האָט גאַוואוסט זיין דאַלע אין שטאָט און אין גאַנצן קאָנט אַרום, דער האָט אויך געוואוסט זיין שווערע האַנט, וואָס אַז עמעצער כאַפּט זיך אין איר אַריין, איז אַרויסרייסן זיך פֿון איר שוין פֿיל שווערער ווי פֿון אייזעדנע צוואַנגען.
ער האָט דווקא יאָ געליען, דווקא אַנטקעגן געקומען אין אַ נויט —
ניין, דער עיקר טאַקע אין אַ נויט — ווען יענעם איז שוין דער שטריק אויפֿן האַלדז און אָט באַלד הויבט ער אַן כאַרכלען — אָט דעמאָלט האָט ער זיך מיט זיין הילף באַוויזן, און פֿאַרשטענדלעך שוין, ווי אַזוי דער האַלב־דערשטיקטער, איז דאַנקבאַר געווען, און וואָס פֿאַר אַ געזונטע שטיק פֿעל ער האָט געמוזט לאָזן פֿון זיך אָפּשינדן אויס „דאַנקבאַרקייט,.
אַזוי מיט פּריצים, ווען ער האָט. געוואוסט, אַז זיי האַלטן ביי ווערן אויס... אַזוי אויך מיט מלוכהשע באַאַמטע, ווען זיי האָבן זיך פֿארשפּילט אין קאָרטן אָדער זיך פֿאַרלעבט ניט לויט זייערע מיטלען און האָבן צע-טרענצלט מלוכיש געלט; און אַזוי אויך מיט שטאָט־סוחרים, ווען יענע זיינען אַריין אין קלעם, ניט אַרויסצוקריכן — אָט דעמאָלט פֿלעגט ער זיך אַרויסווייזן ווי אַן אויסלייזער, און דערפֿאַר פֿלעגט ער אַריינכאַפּן אַ שטיק שותּפֿות אין געשעפֿט, אָדער דאָס אין גאַנצן אויף זיין נאָמען איבערשרייבן און דערנאָך אַפֿקומען דעם אייגנטימער מיט שיה־פֿיהו און אים אין גאַנצן דערפֿון באַזייטיקן. אַזוי תאָט ער געטאָן מיט געלט־קאָנטאָרן און האָט אויף אַזאַ אופֿן זיך באַפֿרייט פֿון זייער קאָנקורענץ, גענוי אַזוי, ווי ער פֿלעגט טאָן מיט פֿארשווינדלטע און ערב־באַנקראָטירטע פּריצים, ווען זייערע מאַיאָנט־
קעם פֿלעגן צו אים איבערגיין פֿאר האַלב די ווערט און אויף גאָר לוינבאַרע קאָנדיציעס: גענוי אַזוי ווי ער פֿלעגט טאָן מיט גרויס־אַדמיניסטראַציע און מלוכה־באַאַמטע — ניט אויף זיי אָפּצוירשהנען, ווי אַנדערע פֿאַרשולדיקטע, נאָר כּדי זיי צו האָבן אין די הענט און זיי אויסנוצן, ווען מ׳דאַרף: אָדער צוליב זיך אַליין, אָדער צוליב אַ שטאָט־ענין, ווען מ׳האָט באַדאַרפֿט זייערע אַ טובה.
ער האָט שוין נישט איינעם אַזאַ אַריינגעכאַפּט, נישט איין באַוואוסטער -: נאָמען איז געוואָרן אויס און איבער אים אַ יורה מ׳האָט דאָס געוואוסט און זיך געהיט פֿון זיין //הילף”, און געווענדט האָט מען זיך נאָר ווען שוין לעצט און בלית־כרירד.: און יעדערס מאָל, ווען זיין קרכן האָט זיך דערפֿילט ענג פֿאַדקוועטשט פֿון אים אויף נישט אַרויסצוקומען און זיך קיין מאָל נישט ↰ 151 צו ראַטעווען, און ער האָט זיך גענומען געטן און פֿארשטיקטע תחנונים אַוועקלייגן, אַז יענער, יעקב־יוטי, זאָל זיין לאַגע נישט אויסנוצן און אים צום איבעריקן נישט וועלן דערוואַרגן, טענהנדיק שטיל און געבראָכן!
— ס׳טייטש, ר׳ יעקב־יוסי? אַזאַ ווי איר... ’איר קוילעט דאָך אָן אַ מעסער... וואו איז יידישקייט? מענטשלעכקייט?
דעמאָלט 8לעגט יעקב־יוסי זיך אויפֿהויבן פֿון זיין אָרט און בענקל, אויף וועלכן ער איז פֿריער געזעסן און האָט געפֿירט די אונטערהאַנדלונגען מיט זיין קליענט, זיין קרכן, און אַ זאָג טאָן קאַלט, גלייך ער שטייט ניט אין געשעפֿט און גלייך ס׳איז אים אַלץ אייגס, צי וועט ער דאָס יאָ אָדער ניט מאַכן!
— ס׳לוינט ניט? איז ניט... מ׳באַשטייט ניט? דאַרף מען ניט!...
און וואָס איז שייך יידישקייט זאָל מען עס זוכן אין „יד־החזקה”, און נאָך מענטשלעכקייט זאָל מען קומען צו אים אַהיים, ווייל דאָ, אין קאָנטאָר, וואו ס׳האַנדלט זיך וועגן געשעפֿט, איז ער — יאָ, — אַ גזלן — אויב יענעם וועלן אַ סוכה טאָן און אויב געבן קרעדיט אַ וישט־קרעדיט־פֿעאיקן און אים אַרויסשלעפּן פֿון דער בלאָטע הייסט קוילען מיט אָדער אָן אַ מעסער...
מ׳איז געווען געצוואונגען און מ׳האָט געמוזט איינגיין אויף זיינע באַדינגונגען, און וויי איז אַוודאי געווען אַזאַ איינעם, אַזאַ כּלומרשט געהאָלפֿענעם פֿון יעקב־יוסין, וואָס אַריינקומען צו יענעם אין קאָנטאָר פֿלעגט ער נאָך מעשה אייגנטימער און אַ ביסל נאָך מיט אַן אויפֿגעהויבענעם קאָפּ, און אַרויס פֿון איר פֿלעגט ער שוין האַלב מענטש, אַן אויסגעבייטלטער און מיט די אויגן צו די שפּיצן שיך אַראָפּגעלאָזט.
און אָט, צו אָט דעם יעקב־יוסין האָט נחום לענטשער דעמאָלט געראָטן זיין שווער, משה מאַשבער, אַריבערצוגיין און נאָך הילף זיך ווענדן.
ס׳גרינג צו זאָגן... משה מאַשבער איז שוין אַזוי אויך געווען פֿארשול-דיקט ביי יעקב־יוסין, ווי יעדע קלענערע קאָנטאָר, וואָס אַפֿילו אין גוטע צייטן איז זי געבויט אָנצוקומען צו דער מער גרעסערער און רייכערער: איצט אָבער, ווען ער וואָלט זיך באַוויזן נאָך אַ גייער הלוואה — איצט, ווען אַלעמען איז שוין באַוואוסט, אַז ער איז ניט אומשטאַנד צו דעקן אַפֿילו די קליינע געלטער פֿון די קליינע בעלי־חובות — איצט וואָלט זיין באַזוך זיך אַנדערש נישט געלאָזט אויסמייטשן, ווי נאָר: אַז ס׳האַלט שוין דערביי, ביי וואָס אַלע אין אַזוינע לאַגעס האַלטן, ווען מע גיט אָפּ אַלץ און מע לאָזט זיך ריידן אַפֿילו פֿון אַזאַ זאַך, ווי צו ליקווידירן דאָס געשעפֿט אויף אַזאַ אָדער אַנדער אופֿן, ד״ה אָדער אין גאַנצן דאָס אָפּטרעטן, אָדער אַרייננעמען אַ שותּף מיט גרויס געלט און אַליין אָפּגיין אין אַ זייט און ווערן אַ מין אָנגעשטעל-טער, מיט קליינע פּראָצענטן און מיט אַ קליינער דעה.
יאָ, און דאָך איז משה מאַשבער באַשטאַנען זיך לאָזן צו יעקב־יוסין, דאָס האָט ער אָבער געטאָן נישט פֿון קיין שטאַרק־אָנגעשטרענגטן ווילן, ווי אַ מענטש, וואָס שטרעבט זיך ראַטעווען ביי אַלע אומשטענדן און קוקט נישט אויף קיינע גוטע אָדער. שלעכטע מיטלען, וואָס מע לייגט אים פֿאַר אָנצונעמען צוליב זיין ראַטונעק, ניין, נאָר פֿון שלאַבעריקייט און פֿון אַזאַ אָפּגעלאָזנקייט, ווי אַ מענטש, וואָס ס׳איז אים שוין אַלץ איינס — צי אַ רעטער צי אַ תלין.
— האַ, צו יעקב־יוסין, זאָגט ער? גוט, זאָל זיין צו יעקב־יוסין...
מ׳דאַרף דאָ צוגעבן; משה מאַשבער האָט שוין דעמאָלט בכלל אויסגעזען ווי איינער, וואָס ס׳האָט אים עפּעס אין קאָפּ איבערגעברענט און וואָס אַלץ, וואָס ס׳געשעט, גייט אים גיט אָן, רירט קוים זיינע קליידער אָן, ווייל ער איז נישט אויפֿנאַם־פֿעאיק.
מ׳האָט דאָס געקענט זען פֿון זיין אויפֿפֿירונג אין שטוב, וואו ער האָט די לעצטע צייט מיט קיינעם, אַפֿילו ניט מיט זיין ווייב גיטעלע, קיין וואָרט ניט אויסגערעדט. גלייך די ווערטער פֿון מויל זיינען אים אויסגערונען, און אָנשטאָט רייד האָט ער זיך גאָר געמאַכט אַ געוואוינשאַפֿט אומצושפּאַנען ביי די ווענט, זיך רוקן אַמאָל ביי איינער, אַמאָל ביי אַ צווייטער, גלייך ער וואָלט געהאַט עפּעס נאָענט־געהיימע געשעפֿטן מיט זיי...
מ׳האָט אויך געקאָנט זען, ווי ער פֿלעגט די לעצטע צייט אָפֿט מאָל פֿאַרבלאָנדזשען אינעם זאָל, דאָרט וואו מ׳נעמט אויף געסט, און וואו אַלע פֿיר זייטן פֿון פֿאַל זיינען אויסגעלייגט מיט סטעזשקעס און ביי איינער אַ וואַנט שטייט אַ שפּיגל, וועדליק אַ מענטש די גרויס, און ווי אַזוי אַז ער פֿלעגט דאָרט אומשפּאַצירן און איז פֿאַרבייגעגאַנגען אָט יענעם שפּיגל, פֿלעגט ער זיך מיט אַמאָל פֿאַרהאַלטן, זיך אין אים דערזען, זיך נישט דערקענען און זיך דערשרעקן... ער האָט געקוקט אויף זיך, ווי אויף אַ פֿרעמדן און ווי אויף אַזאַ, וואָס מ׳דערזעט פּלוצלים קומען פֿון עולם־התוהו... ער פֿלעגט אַ וויילע שטיין און קוקן אויף זיין געשטאַלט, האַלב אומזיניק, האַלב אָפּהענטיק, גיז ער האָט פּאַמעלעך — פּאַמעלעך זיך אויפֿגעהערט צו באַמערקן און אַזוי, פֿאַרטראַכטערהייט, פֿון דאָרט ווידער אַוועקשפּאַנען און זיך מיט אַמאָל ווידער דערזען און ווידער זיך דערשרעקן.
מ׳האָט אויך באַדאַרפֿט זען, ווי אַזוי ער האָט זיך די לעצטע צייט אויפֿגעפֿירט מיט די אייניקלעך פֿון שטוב, דער עיקר אָבער מיטן עלטסטן, מאירלען, ווען ער פֿלעגט מיט אים זיך אָנשלאָגן.
ער האָט זייער געהאַלטן פֿון מאירלען, פֿילנדיק אין אי: אַ געקרענקטן אָנטיילנעמער אין אַלעם דעם, וואָס אין שטוג איז פֿאָרגעקומען גיז אַהער און וואָס ס׳שטייט אויך ווייטער פֿאַר.
ער האָט דאָס געזען אין בליק, וואָס יעדערס מאָל פֿלעגט מאירל אָפּ* ווענדן, ווען ער פֿלעגט זיך מיט אים באַגעגענען, און יעדערס מאָל נישט מיט ליידיקן, נאָר מיט טרערן פֿון צער, צוזעענדיק ווי דער לאָמפּ פֿון זיין זיידנס לאַנגאָניק גליק צאַנקט שוין און האַלט ביי אוימלעשן זיך.
משה מאַשבער האָט אים אָפֿט דעמאָלט אָפּגעשטעלט, גלייך ער וואָלט אים געהאַט עפּעס צו זאָגן. יענער פֿלעגט שטיין בלייבן, קוקן און אויס־ וואַרטן, אָבער אויסגעלאָזט האָט זיך עס תּמיד מיט — „ניין, גאָרניט... האַ, ס׳איז דו, מאירל?” פֿלעגט משה מאַשבער אַ פֿאַרטראָגענעם פֿרעג טאָן, גלייך ער וואָלט מאירלען גיט דערקענט, און ווען יאָ, האָט ער אים מער ניט באַדאַרפֿט, ווי אויף נאָר אַ קליינעם גלעט טאָן און מיט אַ גאָרנישט־זאָגנדיקן וואָרט אים אָפּקומען.
אַזוי מיט מאירלען, אַזוי אויך מיט אַלטערן, וועלכער האָט די לעצטע צייט, נאָך דער חתונה, זיך צוריק אין זיין אָפּגעזונדערטן אויבער־שטיבל פֿאַרקליבן, זעלטן ווען זיך אין שטוב געוויזן, און וואָס צו אים פֿלעגט משה מאַשבער דעמאָלט אָפֿטע באַזוכן פּראַווען, אַרויפֿגיין, אָבער לאע זיך ניט זאַמען; און סיי ביים אַרויפֿגאַנג, סיי ביים אַראָפּגאַנג האָט ער אויסגעזען ווי פֿאַרטשאַדעט, נישט וויסנדיק נאָך וואָס און צוליב וואָס, אייגנטלעך, ער האָט באַדאַרפֿט צו יענעם.
אַזוי אין שטוב, און דאָס זעלבע אויך אין קאָנטאָר, וואו ער פֿלעגט זיך ווייזן אַלע מאָל נישט, ווי געוויינטלעך אַ באַלעבאָס, נישט רעגלמעסיק, נאָר אין פֿאַרשיידענע שעהן. ער האָט זיך אַלע מאָל געווענדט צו אַן אַנדער אָנגעשטעלטן מיט אַ פֿראַגע, און איידער יענער האָט באַוויזן ענטפֿערן, האָט ער זיך אָפּגעקערעוועט און דעם געפֿרעגטן מיט האַלבע ווערטער אין מויל געלאָזט.
צעטראָגן... זייער צעטראָגן... אַזוי ווייט, אַז די לעצטע צייט איז ער אין קאָנטאָר קיין מאָל אויף קיין אָרט ניט איינגעזעסן, נאָר געהאַלטן אין איין אומגיין פֿון זיין אויפֿנאַם־צימער צו די אָנגעשטעלטע, און פֿון דאָרט, ווידער, צוריק, נישט דאָרפֿנדיק נישט דאָ, נישט דאָרט, גאָרנישט; אַזוי ווייט
— אַז ער האָט קיין מאָל די טיר פֿונעם געוויינטלעכן קאָנטאָר־אַרויסגאַנג נישט געפֿונען, און יעדערס מאָל האָט ער גראָד אָנגעטראָפֿן צו דער הינטערטיר, וואָס איז שטענדיק געשלאָסן און אַז מ׳האָט אים אויפֿמערקזאַם געמאַכט און אַ זאָג געגעבן: „נישט דאָ... נישט דורך דאַנען, באַלעבאָס...” פֿלעגט ער זיך אַ כאַפּ טאָן: „אַך, ניין, טאַקע נישט דורך דאַנעך. און דאָך האָט ער די קליאַמקע פֿון די הענט ניט אַרויסגעלאָזט, און ווען די טיר איז געווען אויפֿן קייטל פֿאַרשלאָסן, פֿלעגט ער אים אַראָפּנעמען, און דווקא דורך דאָרט, דורך וואַנען קיינער גייט קיין מאָל נישט, האָט ער זיך איצט זיין אַרויסגאַנג געמאַכט...
יאָ, צעטראָגן... זייער צעטראָגן... און אָט אַזאַ האָט ער זיך איצט, לויט זיין איידעמס עצה, צו יעקב־יוסין אַוועקגעלאָזט, און פֿארשטענדלעך שוין, וואָס פֿאַר אַ דערפֿאָלג ס׳האָט אויף אים געוואַרט, אין אַזאַ אַ לאַגע גייענדיק צו יענעם.
מאָל דיר, ווען אַפֿילו אַ מער רואיקער און מער מיושבער, און ווען אַפֿילו אַ מענטש נישט מיט איין קאָפּ נאָר מיט צוויי וואָלט צו יעקב־יוסין אָנגע־ קומען, וואָלט אויך יענער גלייך דערקענט צוליב וואָס מ׳האָט זיין שוועל אי* בערגעטראָטן און וואו דער שוך קוועטשט... בפֿרט דאָ, ביי משה מאַשבער, וואָס איין קליינער קוק האָט גענוגט, אַז יעקב־יוסי זאָל גלייך דערזען, וואו ס׳האַלט און ווי ווייט משה מאַשבער איז שוין אויפֿן שלים־מזלדיקן וועג.
ווי נאָר משה מאַשבער איז אַריין אין קאָנטאָר צו יעקב־יוסין און געגעטן, אַז אַזוי ווי ער האָט אַ נייטיקן ענין און וואָלט וועלן גלייכן אויג אויף אויג מיט אים, און דערום זאָל יעקב־יוסי אַזוי גוט זיין די טיר אָפּשליסן און אַ וויילע קיינעם ניט אויפֿנעמען, מ׳זאָל ניט שטערן, און יעקב־יוסי האָט דאָס געטאָן און האָט גלייך אַליין אָפּגעשלאָסן די טיר — אַזוי האָט משה מאַשבער, ווי נאָר ער האָט פֿאַרנומען אַן אָרט אויף אַ בענקל אַנטקעגן יעקב־ מסין, עפּעס גענומען זוכן ביי זיך אין די קעשעניעס...
צי ער האָט באַדאַרפֿט זיין פֿאַטשיילע, איידער ער וועט אַרויסקומען מיט זיין ענין, צי ער האָט געזוכט עפּעס אַ פּאַפּיר, וואָס ער האָט זיך אָנגעגרייט, גייענדיק אַהער — אַ מין קאָפּיע פֿון אַ באַלאַנס, וועלכן ער האָט געזאָלט באַווייזן יעקב־יוסין, אַז יענער זאָל זיך איבערצייגן, אַז אַלץ איז ביי אים, בדוך־השם, אין אָרדענונג און אַז זיין מעמד — נישט צו פֿאַרזינדיקן, און אַז נאָר די שווערע צייט האָט גורם געווען, ער זאָל איצט מוזן אָנקומען; — אַזוי צי אַזוי, נאָר ער האָט זיך גענומען דרייען אין אַלע זייטן, פֿריער געזוכט אין בוזים־קעשעניע, דערנאָך אין די הויזן־טאַשן, וואו ער האַלט קיין מאָל גאָר-נישט, און ער האָט זיך אַפֿילו אויפֿגעהויבן פֿון זיין בענקל, אַ קוק צו טאָן, צי ער האָט דאָרט נישט ליגן דאָס געזוכטע...
ער איז באַלד מכולכל געוואָרן, צוזעענדיק, ווי יעקב־יוסי קוקט שוין אויף אים גלייך צום אָנהויב אָן מיט ביליקן מיטלייד, ווי אויף איינעם, וואָס מיינט זיך האַלטן אין דער מעלה און וויל נישט אַרויסווייזן זיין פֿארלוירנקייט, אָבער ס׳גיט זיך אים ניט איין און פֿון נישט קאָנען זיך באַהערשן ווערט ער נאָך מער צעטומלט און פֿאַרלוירן.
משה מאַשבערס צעטומלונג האָט זיך טאַקע באַלד אַרויסגעוויזן, ווען ער האָט גענומען, שטאַמלענדיק, אויסלייגן פֿאַר יעקב־מסין, וואָס ער וויל.
— ער איז געקומען בעטן — האָט ער געזאָגט, — אויב ס׳איז מעגלעך, אַ געוויסע סומע נאָר אויף אַ קליין שטיקל צייט, ביז לכשירחיב, ביז די געשע&טן, הייסט עס, וועלן זיך פֿאַרבעסערן, און ער וועט זיין אומשטאַנד צוזאַמען מיטן ↰ 155 פֿריערדיקן חוב אויך רעש איצטיקן אומקערן... ער וועט געוויס זיין אומשטאַנד... ס׳איז גאָר קיין ספֿק נישט... יאָ, און נאָך וויל ער זאָגן, אַז פֿון קיין פּראָצענטן פֿאַר דער הלוואה רעדט ער איצט נישט — ער וויל ניט ריידן... ער וועט זיך ניט שטעלן, און דאָס הייסט — אַז ער איז גרייט צו געבן וויפֿל יעקב־יאָסי וועט אַלים פֿאַרלאַנגען, אויב ער גייט איין און אויב ס׳גייט אים נאָר אינדרינען...
ער האָט אַוודאי אַ נאַרישקייט געטאָן, משה מאַשבער, ווען ער האָט געזאָגט, אַז פֿון פּראָצענטן רעדט ער ניט... ס׳ניט קיין גאַנג און גאָרניט מעשה? סוחר, אַפֿילו ווען מ׳האַנדלט ניט מיט אַזאַ מבין אויף לאַגעס און אויף זאַכן, ווי אַ יעקב־יוסי; ווייל דאָס פֿאַרשטייט דאָך אַ ליאַדע ווער, אַז ווער ס׳איז באמת אין דער מעלה און וועמען ס׳קוועטשט ניט איבעריקס, דער וועט געוויס ניט מסכּים זיין צו געבן מער פֿון דער נאָרמע, וואָס איז איינגעשטעלט פֿאַר בטוחים... מ׳וואַרפֿט זיך ניט מיט פּראָצענטן, און ווער ס׳איז ניט קיין שווינדלער און האַלט נישט ערב־אָנזעצן, דער דינגט זיך און באַשטייט אויף זיינעם, ווייל אויב ניט ביי דעם, וועט ער, זיכער, קריגן געליען ביי אַן אַנדערן.
— ניין, נישט אין קיין פּראָצענטן גייט דאָ, נאָר אין קרן...— האָט יעקב־
יוסי, אויסהערנדיק משה מאַשבערן, אין מיטן אַ וואָרט, אַ מין זייטיקע באַמערקונג אַריינגעשטעלט.
— אין קרן? אַוודאי אין קרן! וואָס־זשע? יעקב־יוסי איז, חלילה, מסופּק אין אים, אין משה מאַשבערן, מיט וועמען ער האַנדלט שוין, אַזוי לאַנג און ווייסט, אַז ער האָט זיך ביז אַהער, גאָט זיי דאַנק, מיט אַלעמען אויסגעהאַנדלט, ווי ס׳געהער.
— ניין — האָט אים יעקב־יוסי די רייד איבערגעשלאָגן און אים פֿאַרזיכערט, אַז ער מיינט, חלילה, ניט קיין בייז און אַז ער איז גאָרניט ניט חושד... ער מיינט נאָר, אַז פּראָצענטן שפּילן איצט ניט קיין ראָליע, און אַז אויך אַ מענטש מיט אַ גוטן נאָמען איז קיין באַוואָרעניש, ווייל אַפֿילו דער, וועמען מ׳האָט ביז אַהער געטראָגן פֿון אַלע זייטן, ווי אַ גוטן בטוח, און אים געבעטן נעמען, ווייל יענעמס וועקסלען זיינען קוראַנט ווי מזומנים, איז איצט זיינען ניטאָ די טרעגער: געלט איז אין גרויס חשיבות, מ׳לאָזט עס פֿון די הענט ניט אַרויס, מ׳גלויבט ניט, ווייל ס׳איז טאַקע שווער צו גלויבן.
— וואָס רעדט ר׳ יעקב־יוסי: — האָט משה מאַשבער אומרואיק פֿון בענקל זיך אַ הויב געטאָן און פֿאַרוואונדערט אַ פֿרעג געגעבן.
— חלילה, ער מיינט ניט אים, ער מיינט בכלל... און וואָס געהער אים, יעקב־יוסין, איז ער איצט אויך געענגט. ער מאַכט קיין געשעפֿטן ניט. און אויב ער וואָלט יאָ געמאַכט, איז נאָר אין אַן אויסנאַם, אי דאָס אויך מיט אַ באַדינג: זיך גוט באַוואדענען.
— מיט וואָס, למשל; — האָט משה מאַשבער, כאָטש צעטומלט, דאָך דערזען, וואוהין יעקב־יוסי צילט.
— מיט וויסן וואוהין די הלוואה וועט אַהינקומען און אויף וואָס זי וועט אויסגענוצט ווערן.
— וואָס הייסט?
— דאָס הייסט, אַז אויב די הלוואה ווערט געגעגן יענעם צו הילף און זיך ניט צום שאָדן, איז מהיכי־תיתי, און אויב ניט, איז דער, וואָס גיט אַלע מאָל, בפֿרט איצט — אַ חסר־דעה. ער פֿאַרשטייט דאָך, משה מאַשבער, אַז ס׳זיינען פֿאַראַן הלוואות, וואָס פֿאַרזינקען ווי אין אַ גרוג: די לאָך איז צו גרויס, אַז דאָס, וואָס מ׳גיט אַהין אַריין, זאָל זי פֿאַרפֿולן... ס׳איז ניט זיך און ניט יענעם.
— איז פֿון וואָס זשע פֿאַר אַ באַוואָרעניש רעדט ער?
— ער וואָלט, פֿאַר אַלעמען, זיך געוואָלט באַקאָנען מיטן געשעפֿט, זען, ווי ס׳האַלט: מיט וויפֿל דער אייגנטימער האָט דאָרט צו שטעקן און אויף וויפֿל איז ער הינטערשטעליק. און דעמאָלט, אויב ס׳וואָלט געלוינט, אויב דאָס געשעפֿט וואָלט זיך געלאָזט מאַכן, וואָלט ער, יעקב־יוסי, צו דעם צוגעשטאַנען ווי אַ שותּף.
— ניין, דאָס ניט: — האָט משה מאַשבער זיך אַ כאַפּ געגעבן און מיט אַמאָל אַנטשלאָסן אַ זאָג געטאָן, אי זיך אַליין, אי אַז אויך יעקב־יוסי זאָל דאָס דערהערן.
— וואָס ניט?
— שותּפֿות... שותּף איז מען מיטן ווייב, שותּף מיט די קינדער, שותּף איז ער, לסוף, מיט גאָט, אָבער מער מיט קיינעם. ניין, ס׳ניטאָ פֿון וואָס צו רעה...
— ניט, איז ניט — האָט יעקב־יוסי אַ זאָג געטאָן און ביידע האָבן זיך פֿון די בענקלעך אויפֿגעהויבן, ווייל די אונטערהאַנדלונגען זיינען איבערגעריסן געוואָרן שוין גלייך צום אָנהויב...
מחמת צאַלי דערבאַרעמדיקער איז געווען אַ גראָבער פֿליגל און אַ שלעכט־פֿאַרשעמטער פֿאַר זיין שלעכטן באַגיין זיך מיט אָרעמע לייט, וועלכע ער פֿלעגט לייען קליין־געלט פֿאַר גרויס ־באַרייסערישע פּראָצענטן! און מחמת ער איז, חוץ דעם, אויך געווען אַ ווילדער עם־האָרץ, וואָס חוץ געלט־זאַכן האָט ער כּמעט ניט געוואוסט קיין קמץ־אלף — האָט ער דערום אין אַזאַ שטוב, ווי צו יעקב־יוסין, קיין מאָל קיין צוטריט ניט געהאַט. אין קאָנטאָר
— יאָ, ווען ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן געלט־אפֿעראַציעס, קורסן, אַקציעס, ↰ 157 פּאַפּירן, פּראָמיל און ענלעכע, אָבער, וויסנדיק זיין מינדערווערט, האָט ער צו יעקב־יוסין אין שטוב זיך קיין מאָל נישט געוויזן.
אויב־זשע ער האָט אין איינעם אַ פֿרימאָרגן, מיט אייניקע טעג שפּעטער נאָך משה מאַשבערס באַזוך ביי יעקב־יוסין, זיך יאָ דערלויבט יעקב, יוסיס שוועל אַריבערטרעטן, איז אַ סימן, אַז גאָר אַ וויכטיקער ענין האָט אים דערצו געשטויסן.
יעקב־יוסי איז ווי אַלע מאָל אין דער פֿרי געווען אין כלוי־פֿלאָנעלענעם כאַלאַט, מיט עטוואָס צענומענע פּאָלעס, שוואַך אונטערגעבונדן מיט אַ גאַרטל פֿון זעלבן שטאָף, ווי דער כאַלאַט.
ער איז געזעסן אין עס־שטוב, גרויס ווי אַ פֿעלד, וואָס בשעת ער האָט געבויט דעם מויער האָט ער זי אין זינען געהאַט צו פֿלאַנירן — פֿריער אויף פּאַפּיר, דערנאָך, בעת דער בויאונג, אומצוגיין, מעסטן און באַווייזן די באַלמעלאָכעס די ברייט און די לענג, וועלכע ער כאָגערט צו האָבן, און וואָס דאָס איז, אגב, אויך געווען איינער פֿון זיינע גבירישע קאַפּריזן; אַלע צימערן, ווי אַלע, נאָר דאָס עס־צימער זאָל אים זיין איינס אין שטאָט — פֿאַר אים, פֿאַר געסט און אויף שמחות, און צוגעפּאַסט צו דער גרויס פֿון אָט דעם צימער האָט ער באַשטעלט נייט באַשטענדיקן סטאַליער אַ דעמבענעם טיש אויף אַ צען־צוועלף מענטשן די גרייט און אויף דרייסיק אין דער לעע — זיין געוויינטלעכע גרויס, און בעת אַ שמחה האָט ער זיך געלאָזט צערוקן און כּמעט צוויי מאָל לענגער ווערן.
יעקב־יוסי איז געזעסן ביי אָט דעם טיש, וואָס פֿון איין עק צו צווייטן האָט מען באַדאַרפֿט אַריבערשרייען. ווייל געוויינטלעך האָט דאָס קול ניט דערגרייכט. ער איז געזעסן ביי אַ זודיקן סאַמאָוואַר, ביי איינעם פֿון די דריי, וועלכע מ׳האָט אין פֿאַרשיידענע צייטן גענוצט: איינעם אַ הויך־מעשענעם, ווי אויף אַ וואָקזאַל, אויף אַ גאַנץ יאָר: אַ צווייטער, די זעלבע גרויס, אויך פֿון מעש — אויף פֿסח, און אַ דריטער, עטוואָס קלענער, נאָר פֿון זילבער, ווען ס׳איז אַ געהויבענע שמחה, אויף וויין קאָכן.
ער איז געווען אַליין, ווייל זיינע שטוב־אייגענע פֿלעגן שפּעט אויפֿשטיין און מערסטנטייל פֿלעגט מען זיי ברענגען די טיי אין די באַזונדערע וואוינונגען אין באַזונדערע טשייניקעס, אויף טאַצן. ס׳איז געווען מיט אים נאָר זיין משרת, וועלכער פֿלעגט אים באַדינען — אַמאָל דאָס טאַבעק־פּושקעלע דערלאַנגען, אַמאָל דאָס פֿוס־בענקעלע אונטערטראָגן, אַמאָל אַנדערע זאַכן.
אַז צאַלי דערבאָדעמדיקער האָט באַדאַרפֿט אַריין צו יעקב־יוסין, האָט ער זיך געפֿילט ניט איבעריק פֿריי. צוגעגאַנגען צו יעקב־יוסיס טיר פֿון דער דרויסן־זייט, האָט ער זיך אַ ביסל פֿאַרהאַלטן און זיך אַרומגעקוקט, צי איז ער אין אָרדענונג, צי זיינע שיך זיינען ניט שמוציק. ער האָט אַפֿילו זיך ↰ 158 אויסגעתוטט און דעם גאָרגל ריין געמאַכט איידער ער האָט די שוועל אַריבערגעשפֿאגט.
ער האָט זיך פֿאַרהאַלטן און געקווענקלט נישט נאָר איצט, שטייענדיק פֿאַר דער טיר, נאָר אויך פֿריער, ווען ער האָט לאַנג געטראַכט, צי זאָל ער מאַכן ־אָט דעם וויזיט, צי ניט, ער האָט זיך אָבער געמוזט באַשליסן.
— וואָס איז די מעשה?
אַ קלאַנג האָט זיך דערטראָגן צו צאַלין, אַז משה מאַשבער האָט שטילערהייט, נאָך מיט אַ צייט פֿריער, איבערגעשריבן אַלע זיינע געשעפֿטן אויף קינדערס און קרובימס נעמען...
מ׳ווייטט נאָך ניט, צי ס׳איז אמת, נאָר פֿאַר אַזאַ ווי צאַלי איז אַליין אָט דער קלאַנג, געווען גענוג, ער זאָל אים אויפֿרודערן און פֿון די כּלים אַרויסברענגען.
אַ קלייניקייט: — ער, צאַלי, וואָס כאַפּט אַריין אַ שטיק פֿון יעדער אָנזעץ, אַפֿילו ווען ער האָט צו אים קיין שייכות ניט — זאָל דאָ אַזוי מיאוס אַריינפֿאַלן און אַזוי אָפּגעפּריצעוועט ווערן, אַז ניט נאָר ער זאָל ניט באַווייזן אַרויסראַטעווען די געלט פֿון די בעלי־הלוואות. וועלכע ער האָט נאָראיעט משה מאַשבערן, נאָר אַפֿילו זיין אייגן געלט, מיט וועלכן ער איז געבליבן שטעקן, ווי מיט אַ פֿאַרקלעמטן פֿוס, אים ניט אַרויסצוכאַפּן.
— פֿע? — האָט ער זיך געזאָגט און זיך געהאַלטן אין איין זידלען —
דאָס איז אַן עסק פֿאַר אַלעמען, אָבער ניט פֿאַר אים, וואָס זינט ער איז ער
— צאַלי, האָט זיך אַזוינס מיט אים ניט געטראָפֿן און ניט געקאָנט טרעפֿן.
פֿון גרויס ערגער האָט ער ניט געקענט איינשלאָפֿן, און וואָך בלייבנדיק גאַנצע נעכט, פֿלעגט ער אַלע מאָל עפּעס אַ ווילדן כרום אַרויסלאָזן, גלייך ס׳וואָלט אים עמעצער אַ כיס טאָן פּלוצלינג.
— האַ? וואָסי? — האָט דאָס ווייב פֿון אַנטקענגאיבערדיקן כעט זיך אַלע מאָל אויפֿגעכאַפּט אַ דערציטערטע פֿון זיין אויסגעשריי — וואָסיז ס׳קלינגט? ס׳ברענט?
— ווער ברענט? וואָס ברעגט? ס׳ברענט ניט!
— וואָס־זשע שרייסטו?
— איך ברען?
— וואו, וואָס?
— שלאָף, שלאָף, ס׳ניט דיין זאַך, ניט דיין עסק — פֿלעגט צאַלי אויף זיין אופֿן זיין ווייב באַרואיקן און זי ניט לאָזן זיך מישן אין זיינע געשעפֿטן, און אַליין פֿלעגט אויך ווייטער וואָך בלייבן, אַ זיצנדיקער אָדער אַ ליגנדיקער, און פֿון צייט צו צייט פֿלעגט ער ווידער אַרויס מיט אַ ברום, ווי פֿון אַ כיס.
אַזוי ביינאַכט, און בייטאָג איז ער אַרומגעגאַנגען אַ פֿארמרה־שחורהטער און מיט אַ האַלב געשלאָסן מויל, און נישט געוואָלט זיך טיילן אַפֿילו מיט די זיינסגלייכן געלט־מעקלער, ווי מיט אַ שלום־שמאַריאָן, מורא האָבנדיק זיי טרויען און מיט זיי זיך אַן עצה האַלטן; ביז ער האָט נאָך לאַנגן טראַכטן זיך באַשלאָסן און איז אַוועק צו יעקב־יוסין נאָך אַן עצה.
ער האָט געלאָזט וויסן.. ערשטנס, צי איז אויך צו יעקב־יוסין דערגאַנגען דער קלאַנג; צווייטנס, אויב יאָ — איז צי לאָזט זיך עס אים גלויבן,־ דריטנס, אויב ווידער יאָ, איז וואָס האַלט ער פֿאר גלייכער; צי מ׳זאָל לאָזן משה מאַשבערן זיך אַליין דערקלערן באַנקראָט, ווען ער, משה מאַשבער, וועט וועלן? צי ניין, צי זאָל מען אים פֿאַרלויפֿן דעם וועג און אים צווינגען זיך דערקלערן, ווען זיי, ווען די בעלי־חובות, וועט דאָס לוינען... נישקשה, מיטלען און מעגלעכקייטן זיינען פֿאַראַן אַ סך, מע זאָל אים דעם לעצטן שטויס טאָן, איידער ער וועט זיך אויסבעטן און זיך ריכטן אויפֿן שטויס.
— אַ גוט מאָרגן — האָט צאַלי אַ זאָג געטאָן, ווען ער איז אַריין צו יעקב־יוסין אין באַוואוסטן עס־צימער און אים געטראָפֿן ביי דער טיי, ביים אויבנאָן פֿון גרויסן טיש. אַ סברה, אַז ער האָט דעם גוט־מאָרגן איבערגע־ חזרט צוויי מאָל: צוערשט, ווען ער האָט מיט גרויס אָפּשיי די שוועל אַריבערגעשפּאַנט און מ׳האָט אים נישט דערהערט, מחמת דער צימער צו גרויס, דער טיש — צו ווייט און דאָס אָרט, וואו יעקמיוסי איז ביים צווייטן עק געזעסן, נישט צו דערגרייכן; און דאָס צווייטע מאָל, ווען ער איז נעענטער אונטערגעקומען און זיך שוין גאָר נאָענט פֿאַר יעקב־יוסין פֿאַרגע-שטעלט.
— גוט־מאָרגן, גוט־יאַד — האָט אים געענטפֿערט יעקב־יוסי, וואָס איז געווען פֿאַרנומען מיט דער טיי און האָט נאָך דערצו געהאַט עפּעס פֿאַר זיך ליגן אַ ספֿר, אין וועלכן ער האָט אַריינגעקוקט, — וואָס וועט ער זאָגן אַזוי פֿרי?
— שעפּסל: — האָט זיך יעקב־יוסי געווענדט צו זיין משרת — אַ שטאַרק־קורצזיכטיקער, צוגעשלאָגענער תם, וואָס האָט געהאַלטן די רעכטע זייט קערפּער אויף לינקס איבערגעבויגן, ווי אַ קרומע קאָראָמיסלע — גיס אָן טיי, שעפּסל.
— ניין, אַ דאַנק... ער האָט שוין געטרונקען... — האָט זיך צאַלי אָפּגעזאָגט פֿון דרך־ארץ און פֿון נישט היימיש־זיין אין אַזאַ הויז, ווי יעקב־ יוסיס — ער איז געקומען וועגן געשע&ט... ־ האָט צאַלי געזאָגט און בעת מעשה האָט געכאַפּט עפּעס אַ קוק מיט פֿארדאַכט אויפֿן משרת — ער האָט געוואָלט איבעררעדן, אויב מעגלעך, אויג אויף אויג — האָט ער ווייטער געזאָגט און ווי זיך אָנגעאָרעגט מי יעקמיוסין צי געטרויעט ער זיין באַדינער, אָדער אפֿשר דאַרף מען זיך פֿאר אים היטן.
— גיין — האָט יעקב־יוסי פֿארשטאַנען צאַליס מיין און דערביי האָט מיט גרויס ביטול אַוועקגעקוקט פֿון זיין באַדינער, ווי גלייך יענער וואָלט געווען אַ מין באַלכיי, אַ שטומער צונג, פֿאַר וועמען מע מעג אַלץ זאָגן, אַלץ רעדן, אָן שום מורא.
— ער האָט געוואָלט פֿרעגן — האָט צאַלי דאָס מאָל שוין אַ באַרואיקטער אַ זאָג געטאָן: — צי וואָלט יעקב־יוסי אפֿשר באַשטאַנען איבערטרעטן די וועקסלען פֿון איינעם זיינעם אַ פֿאַרשולדיקטן, וואָס האַלט שמאָל און וואָס, ווי מע שמועסט, וועט ער היינט־מאָרגן, מעגלעך, מאַכן פֿליטה... פֿאַר־ שטענדלעך — האָט ער באַלד, טאַקע תוך־פֿרי־דיבוד צוגעגעבן — אַזוי ווי ס׳איז אַ ריזיקע, דאַרפֿן די וועקסלען אָפּגעגעבן ווערן פֿאר אַ פֿיל קלענערן סכום, אויף וויפֿל זיי זיינען געחתמעט.
— און ווער איז עס דער פֿארשולדיקטער, און ווער איז דער געלן אויף זיינע וועקסלען?
— דער פֿארשולדיקטער איז משה מאַשבער, און דער געלן איז טאַקע ער — צאַלי.
— און צוליב וואָס;טוט ערדאָס?
— וואָס הייסט „צוליב וואָס?” צוליב געשעפֿט!... ס׳טראָגן זיך זייער נישט קיין גוטע קלאַנגען וועגן משה מאַשבער...
— איז לכן? איז דאָך אדרבא...
— איז וויל ער פֿונדעסטוועגן פּרואוון איינשטעלן.
— וואָס הייסט t
— דאָס הייסט, אַז אויב די קלאַנגען וועלן זיך אַרויסשטעלן פֿאלש, איז קויפֿנדיק די וועקסלען פֿאר אַ קלענערן סכום, אויף וועלכן זיי זיינען אַרויסגעגעבן, וועט ער פֿארדינען דעם אונטערשייד... אויב־זשע, פֿארקערט, די קלאַנגען זיינען אמת — איז מילא — פּרואווט ער, ריזיקירט ער, ווי אין אַלע געשעפֿטן, ווען מע שפּילט, ווי אין אַ קאָרט.
— יאָ, — האָט יעקב־יוסי אַ זאָג געטאָן — אָבער פֿאַרוואָס מיינט צאַלי, אַז ער, יעקב־יוסי, איז אַ קלענערער איינשטעלער און אַליין נישט קיין ריזיקאָנט.
— אַוודאי איז ער... אַוודאי קאָן ער... ער האָט נאָר געמיינט, אַז אפֿשר וועט יעקב־יוסי ניט וועלן האָבן מיט דעם צו טאָן... אפֿשר איז דאָס פֿאר אים קיין עסק... אפֿשר וויל ער גיין אוי6ן אייזערנעם בריק און זיך ניט בינדן מיט אַזאַ, וואָס מ׳זאָגט שוין א5ילו, אַ סכרה, אַז ער האָט, אויס. באַהאַלטענערהייט, איבערגעשריבן די געשעפֿטן אויף פֿרעמדע נעמען, און זיך באַוואָרנט אַזוי, אַז קיינער פֿון זיינע כעלי־הלוואות זאָלן, בשעת ער וועט זיך „שטעלן”, קיין האָר פֿון זיי נישט קאָנען אָנרירן, קיין פֿאָדעם.
— אַזוי שמועסט מען )־ — האָט יעקב־יוסי זיך אומרואיק פֿון בענקל אַ הויב־געגעבן און אַ פֿרעג געטאָן פֿאַרוואונדערט — אַזוי! — האָט ער ווייטער געזאָגט, און מ׳האָט געזען, אַז אָט די ידיעה וועגן משה מאַשבער האָט אים פֿון דער פֿרימאָרגנדיקער מנוהה אַרויסגע6ירט און אים אַפֿילו געשטערט אויף זיין זיץ־אָרט בלייבן.
— שעפּסל! — האָט ער זיך מיט אַמאָל אַ ווענד געטאָן צו זיין תמעוואַטע משרת, וואָס איז געשטאַנען האַלב שלעפֿעריק, האַלב פֿאַרטראָגן, און דאָס וואָס יעקב־יוסי און צאַלי האָבן צווישן זיך געשמועסט, איז אים נישט אָנגעגאַנגען און האָט דערגרייכט צו זיין אויער, נאָר ווי פֿליגן וואָלטן ערגעץ־ ווייטלעך געזשומעט — שעפּסל! — האָט אים יעקב־יוסי אָנגעוויזן אויף דער האַלב־אויסגעטרונקעגער און עטוואָס קיל־געוואָרענער טיי — דערגיס... מאַן־חייס...
אַ סברה, אַז העלפֿט פֿון דעם, וואָס יעקב־יוסי האָט איצט אויסגעהערט פֿון צאַלין, האָט ער געוואוסט און זיך געשטויסן נאָך דעמאָלט- ווען ער איז געבליבן נאָך משה מאַשבערס לעצטן באַזוך אַליין, און אַ קלער געטאָן, אַז יאָ אַ יענער האַלט שוין ביים עק... אָבער די צווייטע העלפֿט — וועגן דעם, אַז משה מאַשבער האָט הינטן־אַרום פֿאָרטראַכט אויסנאַרן און אַרומגיין זיינע בעלי־חובות אויף אַזאַ אומלייטישן און נישט־פֿיינעם אופֿן — דאָס איז געווען פֿאַר אים אַ נייס, און דאָס האָט אים איצט אויפֿגערודערט, אַרויסגעפֿירט פֿון רו־שטאַנד, אויפֿגעהויבן פֿון בענקל און אים געמאַכט אומשפּאַנען אין דער גרייט פֿון טיש, ביים גאַנצן אויבנאָן... דאָס האָט אים אויך געבראַכט זיך אַ ווענד טאָן צו זיין משרת שעפּסל מיט אַ נאפֿעל, אים די טיי הייס צו מאַכן, זי דערגיסן, ווען אינדעראָמתן האָט ער ניט זי אין זינען געהאַט, נאָר דאָס, וואָס האָט אים אויפֿגעבראַכט און אים געצוואונגען — מער פֿאַר זיך, ווי פֿאַר צאַלין, די פֿאלגנדיקע ווערטער אַרויסברענגען...
— ניין — האָט ער געזאָגט — ער האָט אַ טעות, יענער, אויב ער מיינט, אויף אַזאַ אופֿן זיך אויסדרייען און נאָך בליינן לייט... ניין, אויב מיט גוטן, אויב אַ פֿאַרשולדיקטער האַלט שלעכט און קומט זיך געטן, מע זאָל אים דאָס פּנים ניט פֿארשוואַרצן און אים ניט ברעכן פֿון מעמד, איז אַ מצווה, איז מהיכי־תיתי, איז טוט מען דאָס... אָבער אַזוי — אָפּשווינדלען, פֿארגיין פֿון אַ זייט, אויסנאַרן און באַנעמען — דערויף איז דאָ אַ דין, אַ דיין, דערויף איז, סוף־כּל־סוף, אויך דאָ אַ גויישער געריכט... מ׳האָט שוין געזען אַזוינע און מ׳טוט זיך מיט זיי אַן עצה... ניין.
— יא — האָט צאַלי זיך אַריינגעכאַפּט אין מיטן יעקב־יוסיס רייד, — אָבער ווי אַזוי לאָזט זיך דאָס דערווייזן פֿארן געריכט? ווי אַזוי קאָן מען דערווייזן, אַז די וועקסלען, וואָס דער פֿארשולדיקטער גיט אַרויס צוליב שווינדל יענע, אויף וועמעס נעמען ער שרייבט איבער די געשע6טן, אַז, ↰ 162 ד אַ ד. ב ס וו ר
כּלומרשט, איז ער זיי שולדיק נאָך פֿון פֿריער און נאָך איידער ער האָט זיך ביי אַלע אַנדערע בעלי־חובות אָנגעליען — ווי אַזוי באַווייזט מען, אַז אָט די וועקסלען, אויסגעשטעלט אויף פֿריערדיקע שווינדלערישע זמנים, זיינען אויסגעטראַכט און אַז דער גאַנצער עסק מיטן איבערשרייבן איז שאָבער־ מאַכער און מאַניפֿאָרגע?
— ווי אַזויז — האָט יעקב־יוסי געענטפֿערט — מ׳ווייסט שוין. מ׳האָט דאָס שוין נישט איין מאָל דורכגעמאַכט, און אַזאַ איינער האָט שוין נישט איין מאָל שלעכט אָפּגעשניטן און מ׳האָט אים איבערגעפֿירט אויף אומזיסטע קעסט אין די הויכע קאַזיאַנע פֿענצטער...
— אַזוי! — האָט צאַלי אַ זאָג געטאָן, ווען ער האָט דערזען, ווי יעקב־
יוסי איז פֿאַראינטערעסירט און וואָס פֿאַר אַ טיכטיקן אָנטייל ער איז גרייט צו נעמען, ווי אַ גרויסער כעל־יכולת, אויף אַרויסצושלאָגן די מעגלעכקייט פֿון משה מאַשבער, אויב יענער וועט זיך לאָזן אויפֿן געוויסן וועג — אַזוי? איז, הייסט עס, קלערט יעקב־יוסי, אַז ס׳לאָזט זיך יאָ דערווייזן... איז אויב אַזוי, וויל ער ביי אים נאָך עפּעס פֿרעגן: ווי מיינט ער, צי דאַרף מען אַזאַ־אָ דאָך אויסוואַרטן, ווייל אפֿשר וועט ער זיך באַדענקען און וועט זיך אָפּזאָגן פֿונעם געדאַנק, וואָס איז אים, מעגלעך יאָ, מעגלעך נאָך ניט — אוי0געקומען
— מ׳ווייסט נאָך גיט... צי ניין, צי איז שוין גענוג אַליין דער קלאַנג, אַז זיינע כעלי־חוכות זאָלן האָבן די רעכט אים צו פֿאָרפֿאַרן אַזוי, אַז אויב אַפֿילו ער וואוינט אין גאָר ווייטער שכנות מיטן געדאַנק, זאָל ער פֿון אים אַוועקקוקן און נאָענט צו אים נישט וועלן צוגיין... ער מיינט, צאַלי, צי איז דאָס לויטן דין, צי סוחריש, און צי האָט מען רעכט, איידער יענער דערקלערט זיך אַליין באַנקראָט, אים צו צווינגען דערצו און נישט דערלאָזן צו וועלן טאָן דאָס, וואָס מענטשן אין אַזאַ לאַגע טוען אַמאָל אָפּ — יענעם צו שאָדן און זיך אַליין, ווי יעקב־יוסי האָט דאָ נאָר וואָס געזאָגט — אויך גיט לטובה, האַ? ווי מיינט ער?
— אַוודאי לויטן דין! אַוודאי סוחריש! אַוודאי מעג מען און אַוודאי האָט מען אויך די רעכט דערויף, ווייל ס׳איז דאָך אין ערגעץ ניט געזאָגט, אַז אויב עמעצער וויל דיר טוען אַ רעה, זאָלסטו אים אַנטקעגן גיין און כעסן אויף זיך די רעה... פֿאַרקערט: הבא להרגך, השכם להרגו” 1 — איז געזאָגט. און דאָ איז דאָך דער אָאל, ווען אויף יענעם איז שוין גאָר קיין רחמנות ניט, פֿאַרקערט, דער גרעסטער רחמנות וועט זיין, אויב מען וועט אויף אים ניט רחמנות האָבן... ס׳מאַכט ניט אויס — האָט יעקב־יוסי גענומען זיינע לעצטע ווערטער צו דערקלערן — וואָס ס׳איז נאָר אַ קלאַנג: ווייל ערשטנס, אַז ס׳קלינגט, איז אַ חגא... און מעגלעך גאָר, אַז יענער האָט אַליין אַרויס־
1ווער ס׳וויל דיך הרגענען, פֿעדער זיך און היגע אים.
געלאָזט דעם קלאַנג, כּדי צו האָבן אַ תירוץ פֿאַר זיין שטשערבאַטען און קאַליעגעוואָרענעם יושר און זיך קאָנען זאָגן, אַז ווי באַלד ס׳קלינגט שוין סיי־ווי, און ווי באַלד מ׳האַלט אים שוין אַזוי.אויך פֿעאיק אויף שווינדל, איז פֿאַרוואָס זאָל ער טאַקע ניט שווינדלען אויף אַן אמת, ווייל סיי ווי איז ער שוין אונטערגעריסן און זיין נאָמען איז פֿאַרפֿלעקט... אַזוי אַז ווען בעלי־חובות טוען באַצייטנס, וואָס מ׳דאַרף, מ׳פֿאָרלויפֿט יענעם דעם וועג און מ׳דערלאָזט אים ניט אויספֿירן דאָס געגאָרעריי, ראַטעוועט מען דעמאָלט זיך אַליין, אי אויך, דער עיקר, יענעם, דעם בעל־דבר, וואָס פֿון אַזאַ זאַך קאָן ער, ווי געזאָגט, גאָר שלעכט אָפּשניידן — אַזוי אַז ס׳איז, פֿאַר אַלעמען, גאָר זיין טובה...
— אַזוי! — האָט זיך צאַלי גלייך אעעכאַפּט פֿאַר יעקב־יוסיס למדני־
שער המצאה, אַז ס׳איז אייגנטלעך, גאָר אַ מצווה און פֿאַר יענעם אַ טובה, אים אין גרוב אַריינשטויסן, און אים ניט דערלאָזן, ער זאָל דאָס אַליין טאָן.
— טאַקע!
— יאָ, אי על־פֿי דיני ישראל, אי על־פֿי דיני עכו״ם 1 — מעג מען, דאַרף מען, און ס׳איז אויך אַ יושר — האָט יעקב־יוסי אַ זאָג געטאָן פֿעסט, און צופֿרידן, דערפֿון וואָס ס׳האָט זיך אים איינגעגעבן אויסגעפֿונען אַ היתר אויף אַזאַ זאַך, וואָס אויפֿן ערשטן קוק זעט זי אויס צו זיין אַן עוולה, וואָס גרענעצט מיט גזלנות...
פֿון צופֿרידנקייט האָט ער אַפֿילו אוי8געהערט אומשפּאַנען ביי דער ברייט פֿון טיש, ביים אויבנאָן... און אַז ער איז צוריק געקומען צו זיין אָרט און האָט אַ טאַפּ געגעבן די נישט־דערטרונקענע גלאָז טיי, וואָס שעפּסל, זיין משרת, האָט אים דערגאַסן און ווידער הייס געמאַכט, האָט ער אַ זאָג געטאָן ווידער מער פֿאַר זיך, ווי פֿאַר צאַליןs אַוודאי מעג מען... לכל הדעות.3
ביידע .סיי צאַלי סיי יעקב־יוסי, האָבן שוין פֿאַרגעסן אין די וועקסלען, וועלכע דער ערשטער האָט ניט בדעה געהאַט צו קויפֿן, און דער צווייטער — צו פֿאַרקויפֿן. ביידע צופֿרידענע $ יעקב־יוסי — דערפֿון, וואָס מ׳האָט אים אין שטוב אַריינגעבראַכט אַ ידיעה, וואָס ער האָט באַדאַרפֿט וויסן, ראשית, כּדי בכלל צו זיין אין קורס און ניט אָפּשטיץ; און צווייטנס, כּדי צו קאָנען פֿירנעמען, וואָס מ׳דאַרף, אויב די ידיעה וועט זיך אַרויסווייזן אמת* און אויך צאַלי — פֿון דעם, וואָס געקומען אַהער איז ער אַן איינזאַמער באַליידיקטער און באַזאָרגט פֿון נישט וויסן, ווי אַזוי אַרויסצוטרעטן קעגן דעם, וואָס האָט אים זיין לאַנג־יעריקע וואוכערישע דערפֿאַרונג צעשלאָגן און פֿון
1 אי לויטן יידישן דין, אי לויטן ניט־יידישן.
2 לויט אַלע דעות.
נישט וויסן אויך, צו זיין אַרויסטרעטונג וועט ברענגען נוצן — איצט אָבער. אַז ער האָט אַריינגעקראָגן אַזאַ דערלויבעניש און אַזאַ הכּשר פֿון יעקב־יוסין, האָט ער זיך דערפֿילט אַקסל מי אַקסל מיט אַזאַ פֿאַראינטערעסירטן, וואָס, וואָס ער וועט שוין איצט ניט טאָן, וואַרט אויף אים פֿון זיין שותּפֿס צד אי מיטשטימונג, אי שטיצע, אי אויך געזיכערטער דערפֿאָלג.
יעקב־יוסי האָט זיך נאָך דעם אומדרייען ביים טיש, אויף זיין שטול צוריק אַוועקגעזעצט, האָבנדיק בדעה פֿאַרצוזעצן דאָס, מי וואָס ער האָט געהאַלטן, איידער צאַלי האָט זיך צו אים באַוויזן — ווייטער טיי טרינקען און אויך אַריינקוקן אין זיין ספֿר, און דאָס האָט באַדאַרפֿט דינען צאַלין פֿאַר אַ סימן, אַז זיין וויזיט מי יעקב־יוסין איז געענדיקט און אַז ס׳צייט אים אַוועקצוגיין. אויך צאַלי אַליין האָט זיך שוין געגרייט דערצו.. זיך באַלד אויפֿהויבן, אָפּגעזעגענען און די שטוב פֿאַרלאָזן. האָט זיך אָבער אין דער מינוט געעפֿנט די טיר און אויף דער שוועל האָט זיך נאָך איינער, אַ שטילער, פֿרימאָרגנדיקער גאַסט באַוויזן. און דאָס איז געווען סרולי גאָל.
.סרולי האָט שוין לאַנג קיין נגידישע הייזער ניט גאַזוכט און זינט ער איז זיך צונויפֿגעגאַנגען מיט לוזין, האָט ער קיין איין שוועל זייערע ניט אַריבערגעטראָטן. אויך דאָס מאָל האָט ער דאָס געטאָן נישט גלאַט, נאָר ווייל אַ וויכטיקע סיבה האָט אים דערצו געטריבן.
.ער איז געקומען מיט דעם היפּוך, וואָס צאַלי: יענער — כּדי משה מאַשבערן דעם לעצטן שטויס טאָן, ער — כּדי אָפּצוהאַלטן פֿונעם שטויס.
וויסנדיק יעקב־יוסיס כּוח אין שטאָט בכלל; וויסנדיק אויך זיין שווערע האַנט, וואָס קאָן זיך אַוועקלייגן אין געלט־ענינים איבערצואוועגן אויף רויט אָדער טויט( וויסנדיק אויך, אַז יעקב־יוסי איז איינער פֿון די, מי וועמען משה מאַשבער איז היפּש פֿאַרשולדיקט — האָט ער געוואָלט דערגיין, ווי וועט יעקב־יוסי, ווי אַ פֿאַראינטערעסירטער צד, זיך דאָ האַלטן: צי ער וועט משה מאַשבערן שוין, תּיכּף, וועלן צעקוועטשן, צי פֿאַרקערט, זיך דערווייל אָפּהאַלטן און אויך אַנדערע ראַטן טאָן דאָס זעלבע.
אַז סרולי האָט אויפֿגעעפֿנט די טיר צי יעקב־יוסין אין עס־שטוב, איז ער אַ קליינע וויילע שטיין געבליבן אויף דער שוועל, ווי ער וואָלט געקווענקלט: אַריין, צי ניין. דערנאָך האָט ער באַשלאָסן און אַ האַרבן שפּאַן געטאָן, ווי יעדערס מאָל ער טוט, ווען ער קומט אין אַן אָרט, וואו ס׳איז אים ניט איבעריק גערן און וואו מיט אַזאַ סאָרט שפּאַנען באַווייזט ער, אַז יענעמס יאָ — אָדער ניט־גערן גייט אים ניט אָן און אַז ער רעכנט זיך מיט גאָרניט, אויסער מיט זיך אַליין און זיין אייגענעם ווילן.
ער איז צוגעקומען צום טיש אָן אַ גוט־מאָרגן, ווי זיין שטייגער, און נאָך איידער ער האָט זיך געלאָזט רעכט באַמערקן פֿון באַלעבאָס, פֿון יעקב־ מסין, ווי אויך פֿון זיין אורח, פֿון צאַלין, וועלכער האָט שוין געהאַט בדעה זיך אוי6ד.ויבן און אָפּגעזעגענען, אַזוי איז ער שוין נאָענט לעבן סאַמאָוואַר געווען, און ניט געוואַרט, מ׳זאָל אים פֿאָרלייגן, האָט זיך אַליין גענומען טיי אָנגיסן.
ער איז געקומען מיט אַ פֿול מויל שווייגן, און נישט קוקנדיק, כּלומרשט, אויף קיינעם, האָט דאָך, הינטן אַרום, פֿון אונטער זיין אַראָפּגערוקטן דאַשעק, ביידע, אי יעקב־יוסין, אי אויך צאַלין, אינעם אויג געהאַלטן, זיין חוש האָט אים אונטערגעזאָגט, אַז דאָ איז נאָר וואָס צווישן יענע ביידע אָפּגעמאַכט געוואָרן עפּעס אַ זאַך, וואָס ביידע זיינען פֿון איר אויפֿגעלייגט און אין גוטער לוינע.
— א, אַ גאָטט: — האָט יעקב־יוסי, דערזען סרולין, מיט אַמאָל אַ זאָג געטאָן מיט אַ שפּאָטישן טאָן, ווי צו איינעם, פֿאַר וועמען מ׳האָט נישטיקן אינטערעס און גאָר ווייניק אָפּשיי.
— שוין לאַנג ניט געזען — האָט ער נאָך אַמאָל אַ זאָג געטאָן, נאָך דעם, ווי סרולי האָט זיינע ערשטע ווערטער נישט איינגעהערט, אָדער זיך געמאַכט נישט הערנדיק.
— וואָס עפּעס אַזוי ברוגז — האָט יעקב־יוסי צום דריטן מאָל אַ זאָג געגעבן, ווען ער האָט געזען, אַז סרולי וויל אויך זיין צווייטע ווענדונג פֿאַרמי אויער לאָזן.
— און אַז ברוגז איז וואָס! קאָנען, חלילה, נגידים די וועטשערע ניט פֿאַרדייעןבי
— ניין, גלאַט — האָט יעקב־יוסי זיך צעלאַכט דערפֿון, וואָס ס׳האָט זיך אים איינגעגעבן דעם מרוק סרולין אויפֿצורייצן. ער איז געווען אין גוטער שטימונג און געוואָלט פֿאַרזעצן:
.— און דאָך, וואָס איז דער רוגז!
— ניט אויף קיינעם, נאָר אויף זיך אַליין — האָט סרולי אומוויליק פֿון צווישן די ליפּן אַרויסגעמרוקעט.
— פֿאָר וואָס?
— ווייל אָט איז אים שיר ניט באַשערט געווען אויך צו זיין אַ נגיד, האָט מען פֿון ערגעץ דערזען.
— ווער?
— ערן — האָט סרולי אַ האַנט אויפֿגעהויבן און אַ ווייז געטאָן צום הימל — גאָט! וואָס האַלט אין איין אַראָפּקוקן און זען: אויב מי אַזאַ ווי מי יעקב־יוסין, געלט, איז צו געזונט, איז ביי אים בלייב עס, און זאָל זיך דאָס פֿרוכפֿערן און מערן... און אויב מי אַזאַ, ווי סרולי, איז — פֿו, איז ↰ 166 זאָל דאָס גיין, פֿון וואַנען ס׳איז געקומען — פֿון נגידים צו נגידים.
— וואָס הייסט? — האָט יעקב־יוסי אַ פֿרעג געטאָן.
— אָט איז זיין עדות — האָט סרולי אויסגעשטרעקט אַ האַנט און אָנגעוויזן אויף צאַלין.
— זאָל ער זאָגן: געלט האָט ער געהאַט?
— געהאַט — האָט צאַלי באַשטעטיקט.
.— יאָ — האָט אויך יעקב־יוסי, שמייכלענדיק, צוגעגעבן — ער האָט אויך עפּעס געהערט וועגן געלט...
— און ער האָט דאָס אַוועקגעלייגט ביי אַ בטוח? האָט סרולי ווייטער פֿאָרגעזעצט רעדן צו צאַלין און נישט געקוקט אויף יעקב־יוסין.
— יא — האָט צאַלי ווידער באַשטעטיקט.
— ביי משה מאַשבער?
— אמת — האָט צאַלי געזאָגט.
— נו, און אַז משה מאַשבער פֿליט איצט דורכן קוימען און אַז אַלע די, וואָס האָבן אים פֿאַרטרויעט, פֿליען צוזאַמען מיט אים, איז אויך אמת?
— אמת — האָט צאַלי אַ זאָג געטאָן, אָבער באַלד האָט ער זיך פֿאַרכאַפּט און אַ קוק געטאָן אויף יעקב־יוסין, צו זען, צי האָט ער גוט געטאָן, וואָס ער האָט פֿאַרטרויעט סרולין כאָטש אַ שפּיץ דערפֿון, וועגן וואָס ס׳איז נאָר וואָס צווישן זיי געגאַנגען די רייד.
— אויב אַזוי — האָט יעקב־יוסי אַ זאָג געטאָן — האָט ער רעכט אויפֿן רוגז, ווייל ער איז רעכט אַריינגעפֿאַלן.
— אַריינגעפֿאַלן, זאָגט ער? — האָט סרולי געזאָגט.
— יאָ.
— און וואָס איז די עצה?
— ס׳איז קיין עצה, מיידן — האָט יעקב־יוסי געפּרואווט טרייסטן סרולין מיט אַ שפּאַס.
— סיידן וואָסז — האָט סרולי אים איבערגעפֿרעגט.
— סיידן משה מאַשבער וואָלט געווען אַזוי גוט און וואָלט איבערגע-שריבן אויף זיין נאָמען זיין אויל־ און גאַפֿט־געשעפֿט, זיין קאָנטאָר, אָדער זיין פּריצישן הויף, וועלכן ער האָט זיך אַמאָל, אין די גוטע צייטן, דערוואָרבן.
— נו, און אויב יענער וואָלט דאָס געטאָן, וואָלט ער, סרולי, מיינט יעקב־יוסי, געווען באַוואָרנט.
— יאָ.
— איז אויב אַזוי, האָט ער עס געטאָן...
— אָט — האָט סרולי מיט אַמאָל אַריינגעטאָן די האַנט אין כתים* קעשעניע און פֿון דאָרט אַרויסגענומען אַ הערבאַווע בויגן אָקטן־פּאַפּיר, צונויפֿגעלייגט אין פֿירן, ער האָט אים צענומען און האָט גלייך פֿאָר יעקב־ ↰ 167 יוסין און פֿאר צאַלין אַ ווייז געטאָן אַ טעקסט, געשריבן, געחתמעט און געשטעמפּלט לויט אַלע געזעצן, און וואָס אַז מידע, אי יעקב־יוסי אי צאַלי, האָבן דאָס דערזען, איז זיי גלייך קלאָר געוואָרן, אַז דאָס, אין וואָס זיי האָבן פֿריער, אָקאָרשט ערשט געצווייפֿלט, איז איצט שוין אַ געשעענער פֿאַקט.
צוליב וואָס סרולי האָט זיך איצט אַרויסבאַוויזן מיטן אָפּמאַך, וועלכן ער האָט ביז אַהער געהאַלטן אין פֿאַרהוילן — איז ניט קלאָר: צי נאָר כּדי צו צאָלן יעקב־יוטין פֿאַר זיין גרינג־שעצנדיקער באַציאונג צו אים — מיטן זעלבן: מיט חוזק און צו להכעיס, און כּדי אים בלויז צו דעררגזענען( צי ניין, צי צוליב ערנסט, מיינענדיק, אַז ווי באַלד אַ יעקב־יוסי און צאַלי וועלן זען און זיך איבערצייגן, אַז משה מאשגער האָט זיי איבערגעשפּיצט, זיי פֿאַרלאָפֿן דעם וועג און זיך אַזוי באַוואָרנט, אַז זיינע בעלי־חובות זאָלן ניט קאָנען קיין האַנט אַרויפֿלייגן אויף זיין פֿאַרמעגן, נאָך דעם ווי ער וועט זיך דערקלערן פֿאַר אומפֿעאיק צו צאָלן — וועלן זיי דערום פֿאַרלירן דעם אינטערעס אים צו שטויסן צו דער אומפֿעאיקייט, און פֿאַרקערט, וועלן אַלץ טאָן, כּדי אים אויפֿהאַלטן פֿון פֿאַלן, ווייל אַנדערש וועלן זיי אַליין געשעדיקט ווערן און אַרויס נקי פֿון דעם, וואָס זיי האָבן מי אים צו שטעקן.
מיר ווייסן ניט, זאָגן מיר ווידער, צוליב ון אס סרולי איז אַרויס מיטן אָפּמאַך? נאָר אַז יעקב־יוסי מיט צאַלין האָבן אים דערזען, אַזוי האָט זיך פֿון ערשטן אָפּגעטאָן דער שפּאַס און דער צווייטער איז געבליבן אָן ווערטער אין מויל, און צוערשט האָבן מירע איינס מיטן אַנדערן זיך איבערגעקוקט, און דערנאָך האָבן שטיל גענומען קוקן אויף סרולין.
— וואָס קוקט מען אַזוי אויף אים; — האָט דאָ סרולי פֿון זיין זייט, מיט שפּאַס און שאָדן־פֿרייד אַ פֿרעג געטאָן — וואָסי! ער שטייט זיי פֿאַר קיין נגיד ניט אַןו אָדער אפֿשר גלויבט מען ניט, אַז דער אָפּמאַך איז אַן אמתער און די חתימה — אַ חתימה: איז נו, איז אדרבא, קאָן ער זיי נאָך אַמאָל באַווייזן.. ? צי אפֿשר האַלט מען, אַז גיט ער, נאָר אַן אַנדערער וואָלט באַדאַרפֿט אויסכאַפּן און זיך באַוואָרענען פֿאַר איםז צי אפֿשר האַלט מען דאָס בכלל נישט פֿאַר קיין גוטער מידה און אַז ווען מע לייגט דאָס פֿאַר צו־ ערשט זיי, אַ יעקב־יוסין אָדער אַ צאַלין, וואָלטן זיי זיך אָפּגעשאָקלט און וואָלטן זיך אָפּגעווישט די כּשרע הענט אין די כּשרע פּאָלעס?... הא ו...
— יאָ... האָט יעקב־יוסי אגטשלאָסן זיך אַ רוק געטאָן מיטן שטול, אויף וועלכן ער האָט זיך געהאַט אַוועקגעזעצט נאָך זיין געשפּרעך מיט צאַלין, און אַ זאָג געגעבן טאַקע צום זעלבן צאַלין, נישט קוקנדיק דערמי אויף סרולין, גלייך יענער וואָלט איצט ביים טיש נישט געווען, אָט־אָט לעבן אים נאָענט.
— און זאָל ער געדענקען, צאַלי — האָט דאָ יעקב־יוסי מיט אַמאָל אַ זאָג געגעבן און ווידער קיין בליק ניט געטאָן אין סרוליס זייט, גלייך יענער ↰ 168 האָט ניט פֿאַרדינט, אַז זיינע רייד זאָלן צו זיינע אויערן דערגרייכן — זאָל ער געדענקען, אַז משה מאשגער וועט שוין איצט מוזן אָפּקומען ניט אַליין, נאָר צוזאַמען מיט נאָר עמעצן — מיט אָט אַ דעם — האָט יעקג־יוסי דאָ מיט אַמאָל זיך אַ ווענד געטאָן אין סרוליס זייט און אויף אים מיט אַ פֿינגער אָנגעוויזן — ס׳איז דאָך שקר און קלאָר אַפֿילו פֿאַר אַ קינד! ווי קומט צו אָט דעם גאָר געלט? — האָט יעקב־יוסי ווייטער מיטן פֿינגער געטייטלט אויף סרולין און אים ביים נאָמען ניט אָנגערופֿן — וואו האָט זיך עס צו אים גענומען? פֿון וועמען געירשנט? ווי אַ האַר פֿון דער מילך וועט דאָס גרינג זיין צו דערווייזן פֿאַר אַ יעדן איינעם, וואָס וועט זיך פּאַר־ אינטערעסירן מיט דעם ענין, אַז ס׳איז פֿון אָנהויב ביז סוף אויסגעטראַכט: אַז דער האָט יענעם נישט געהאַט וואָס צו געבן, און יענער — ביי דעם ניט וואָס צו נעמען... אַז ס׳איז הויל גענאַרעריי, וואָס צו דעם האָט, געוויס, אַ שייכות אויך דער געוויסער משה מאַשבערס ברודער, דער שגתי צביניק, מיט אַלע די, וואָס דרייען זיך אַרום אים, מיט אויך דעם — האָט ער ווידער אָנגעוויזן אויף סרולין — וואָס מ׳דאַרף אים גאָר אַ טרייטל טאָן, בודק זיין, זען, צי האָט ער געלט, און אויב יאָ, איז פֿון וואַנען האָט זיך עס צו אים גענומען? געוויס ניט זיינס און ניט אויף קיין פֿשרן או6ן געקראָגן...
— תרבות1! — איז דאָ סרולי יעקג־יוסין אין מיטן די רייד אַרימ
— איר! — האָט ער אויסגעשטרעקט אַ פֿינגער פֿריער צו צאַלין, דערנאָך צו יעקב־יוסין און אַ זאָג געגעבן דערביי: איר רעדט פֿון כּשר און ניט־ פֿשר? איר? — האָט ער ווייטער געפֿירט דעם פֿינגער צוריק פֿון יעקב־ יוסין צו צאַלין.
— אַרויס פֿון דאַנען: אַרויס! וואָס טוט ער דאָ? — האָט יעקב־יוסי זיך אַ ווענד געטאָן, ווי מיט פֿאַרוואורף צו די ווענט פֿון שטוב, וועלכע זיינען געווען עדות פֿון סרוליס חוצ9ה און זיינען געגליכן קאַלט, האָבן נישט דערווידערט און געשטיגן.
— וואָס טוט ער דאָ? — האָט ער נאָך אַמאָל אַ זאָג געטאָן און זד , פּלוצלים דערמאָנט אין זיין משרת שעפּסל, צו וועלכן ער האָט אַ געשריי געטאָן: „וואָס שטייט ער, ווי אַ גולם? וואָס שווייגט ער? זאָל ער לויפֿן און אים אַריינברענגען, אַריינרופֿן — האָט ער ווייטער געשריגן און נישט געוואוסט די נעמען, וועמען ער האָט באַגערט צו זען אַריינגערופֿן.
— דעם קוטשער... דעם בודאָטשניק... — האָט ער זיך דערמאָנט, און ס׳האָט געדאַכט, אַז באַלד וועט ער אויך ווייטער אויסרופֿןז דעם גאָראָד־ ניטשע... דעם גוגערנאַטאָר.„
1 דרן־ארץ, אייגט אַען.
— אין קייטן; אין תּפֿיסה: — האָט ער אַ ווייז געטאָן מיטן פֿינגער אויף סרולין מיט אַזאַ פֿעם, אַז ס׳האָט געדאַכט, אַז ווען ער קאָן, וואָלט ער אים אַליין נאָר מיט די פֿינגער צו אַש געמאַכט און אין אַ הויפֿן ביינער פֿאַרוואַנדלט.
— שטילער! וואָס האָט ער זיך אַזוי צעליאַרעמט אויפֿן גאָרגל; וואָסי: מ׳האָט אים אויף דער הייליקער זאָגניאַטקע אָנגעטראָטן?
— אַרויס אין תּפֿיסה: רעשטעווען אַזאַ זי — האָט יעקב־יוסי ניט אויפֿגעהערט זיך צו כעסן און צו ליאַרעמען.
— שטילער, ער גייט אַליין — האָט סרולי ווייטער אַ זאָג געטאָן, און דערביי האָט ער זיך שוין טאַקע געמיינט אויפֿהויבן פֿון זיין בענקל, אויף וועלכן ער איז געזעסן, זיך אויסדרייען און צו דער טיר זיך לאָזן, אָנער... ווי ער האָט דאָס געוואָלט טאָן, אַזוי האָט ער פּלוצלים דערזען איינעם אַ מענטש, וואָס אין גרויס טומל און בעת יעקב־יוסיס כעס האָט קיינער ניט באַמערקט, ווי אַזוי יענער האָט די טיר פֿון עס־צימער געעפֿנט און ווי שטיל און אומבאמערקט ער איז זי אַריבערגעטראָטן.
דאָס איז געווען אַ פֿרוי — משה מאַשבערס ווייב, גיטעלע, וואָס ווי נאָר סרולי האָט זי אויף דער שוועל דערזען, אַזוי האָט ער, נאָך האגנדיק דאָס וואָרט „שטילער” אין מויל, דאָס איצט, ווי אומוויליק, נאָך אַמאָל איבערגע-חזרט!
— שטילער... משה מאַשבערס ווייב, גיטעלע.
דעמאָלט האָבן זי אַלע דערזען.
יאָ, ס׳איז געווען זי, אָנגעטאָן אין יום־טוב: אין נעסטן פֿוטערנעם מאַנטל, מיט אַ ברייטן סויבלענעם קאָלנער, ווייט איבער די אַקסלען אָפּגעלייגט, און אויך די אַרנל און די ברעג פּאָלעם מיטן זעלנן פֿוטער נאָכרעמט.
זי איז אַריין שטיל; מ׳האָט קוים געהערט, בשעת זי האָט די טיר געעפֿנט, און באַזונדערס שטיל, ווען זי האָט, קומענדיק אין צימער, אָנגעטראָפֿן אויף דער צעהיצטער סצענע פֿון די פֿרעמדע מאַנצגילן.
וואָס איז זי געקומען?
— צוליב געשעפֿט.
— זין
— יאָ. משונה, אָבער אַ פֿאַקט: זי, אַ פֿרוי, וואָס האָט קיין מאָל אין מאַנס געשעפֿטן זיך ניט געמישט, און וואָס קיינער האָט זי אויף אַזאַ סאָרט שליחות ניט נאַפֿולמעכטיקט און נישט געקאָנט באַפֿולמעכטיקן, איז איצט געקומען איבערריידן מיט יעקנ־יוסין וועגן אַן ענין, וואָס אַפֿילו מער טיפּ” טיקע פֿרויען און אמתע אשת־חיילס נעמען זיך פֿאַר דעם זעלטן.
מ׳דאַרף אָבער זאָגן, אַז גיטעלע האָט פֿירגענומען אָט דעם גאַנג צו יעקג־יוסין נישט וון איבעריק מוט, ווי אַ מענטש בשעת אַ שריפֿה, ווען ↰ 170 פֿוחות מערן זיך און ווען מ׳נעמט שלעפּן מער, וויפֿל מ׳קאָן... גייו, נאָר ווי איינער, וואָס געפֿינט זיך אין אַזאַ שטאָנה ווען ס׳איז אים שוין אַלץ איינס, צי וואָסער, צי פֿייער קאָפּעט אים אויפֿן קאָפּ... זי איז געווען אין דעם פּרט ענלעך צו איר מאַן, משה מאַשבער, וואָס אויסערלעך האָט ער נאָך אויסגעזען — ער, אָבער אינדעראָמתן האָט מען אים שוין געמעגט אַן אַנדער נאָמען געבן...
אויך זי האַלב געשטילט, געשלאָגן, און אָפֿט 8לעגט זיך איר ווייזן אַ טרער אין די אויגן, אַן אָפּגעקילטע, אַ פֿרעמדע, גלייך נישט איר געהעריקע, נאָר ווי פֿון זיך אַליין געקומען, אַ זעלבסשטענדיקע טרער.
גיטעלע, וואָס איז אויך גענוג געווען פֿרום, ווי אַלע פֿרויען פֿון איר שטאַם, איז נאָך דעם, ווי דער בראָך מיט דער טאָכטער האָט זי געטראָפֿן, נאָך מער פֿרום געוואָרן. ניין, נישט פֿרומער, נאָר גלייך זי וואָלט נישט געווען פֿון דעם עולם, וועלכער האָט איר אויפֿגעהערט אָנגיין...
מ׳האָט זי לעצטנס שוין זעלטן אין עט־שטוב געזען, ס׳האָט זיך אוי8געהערט פֿילן איר האַנט אין באַלעבאַטישקייט, מיט וועלכן זי האָט זיך פֿאַרלאָזט אין גאַנצן אויף דער עלטערער דינסט — די איינציקע איצט פֿאַרבליבענע סיי צייט איינקויפֿן, טיי אין אַלע אַנדערע זאַכן, אין וועלכע אַ שטוב נויטיקט זיך.
מערסטנטייל איז זי געזעסן ביי זיך אין אַלקער, אָפּגעזונדערט, תּמיד ביים טייטש־חומש, אַפֿילו אין דער וואַכן... זי פֿלעגט דורכלייענען אַ פּאָר שורות, דערנאָך זיך פֿאַרטראַכטן, און נעמען נאָנדענקען און באַזיניקן, וואָס זי האָט געלייענט.
„...דען ווען די ישראל וועלן גיין אין גלות דורך נבוזראָדן, וועלן זיי גיין אויפֿן וועג, וועט רחל אוי8שטיין פֿון איר קבר און תּפֿילה טאָן צו גאָט, וועט גאָט הערן איר תּפֿילה...” זי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט- ווי יידן ווערן געטריבן, אַלט און יונג אין קייטן געשמידט, און ווי אַזוי, אַז זיי גייען פֿאָר־. ביי דער מוטער רחלס קבר, פֿאַרהאַלטן זיי זיך און ווילן ניט אָפּגיין, ביז זי וועט אַרויסקומען און פֿאַר זיי גאָט כעסן.
זי פֿלעגט זיך פֿאָרשטעלן און זען די מוטער רחל, ווי זי גייט אַמאָל פֿאָרויס, פֿאָר די געטריבענע, אַמאָל הינטער זיי, און יעדערס מאָל מיט אוי6געהויבענע הענט, און סיי זי אַליין, סיי אירע הענט, וואַקסן אויס און הויכן זיך הויך־הויך, אַזש ביזן הימל אַרונטער, און אַ קול דערהערט זיך, ווי זי וויינט אויף אירע קינדער...
גיטעלען פֿלעגט זיך נאָך דעם לייענען בייטאָג, ביינאַכט חלומען 8ון גע* לייענטן, ווי למשל.. אַז עס באַווייזט זיך איר געשטאָרבענע טאָכטער פֿון קבר און גיטעלע דערפֿרעגט זיך ביי איר, ווי ס׳גייט איר, און יענע קלאָגט זיך ניט, וויינט ניט, נאָר אַזוי ווי זי איז געטריי און מיט דער שטוב גע ↰ 171 בונדן, קומט זי אַליע מא?, דערמאָנען גיטעלען און איר זאָגן: „מאַמע, זע, גיב אַכטונג אויפֿן טאַטן, מע יאָגט אים, דאַכט זיך, אויך...” און גיטעלע כאַפּט זיך אַלע מאָל אויף אַ דערשראָקענע, און דערפֿילט, אַז איר מאַן, משה מאַשבער, וואָס אין אַנטקעגנאיבערדיקן געט, שלאָפֿט נישט ביינאַכט. זי הערט אים אָפֿט ריידן צו זיך אַליין, אָדער עפּעס קרעכצן! „אוי, מאַמע...”
אַזוי שוין פֿיל נעכט, און די לעצטע צייט האָט ער איר, איין מאָל אַ ביונאַכט, אין דער פֿינצטער, פֿון בעט אַרויס, דערציילט וועגן דעם לעצטן באַזוך זיינעם ביי יעקב־יוסין, וואָס ער האָט, לויט דער עצה פֿון זייער איידעם נחום לענטשער, די לעצטע טעג געפּראַוועט: — ווי אַזוי ער איז צו אים געקומען, ווי יענער האָט אים אויפֿגענומען, וואָס ער האָט פֿון אים געפֿאָדערט און מיט וואָס ס׳האָט זיך געענדיקט — מיט גאָרנישט.
און אָט דעמאָלט, דאָס דערהערנדיק, איז שוין יענע נאַכט אויך גיטעלע ניט געשלגן, זי האָט זיך קוים דערוואַרט, ביז אין דרויסן האָט אָנגעהויבן טאָגן, דערנאָך — ביז אַלע אין שטוב וועלן אויפֿשטיין, אָפּעסן, אָפּטרינקען און יעדערער וועט אַוועק, וואוהין מ׳דאַרף; און דעמאָלט האָט גיטעלע, אַריינקומענדיק צו זיך אין אַלקער, זיך גענומען אָנטאָן — אין שענסטן און אין נעסטן, און קיינעם גאָרניט זאָגנדיק, האָט זיך אין שטאָט, צו יעקב־ יוסי איילבירטן, אַוועקגעלאָזט.
זי איז אַריין נישט אין דער צייט * זי האָט אָנגעטראָפֿן אויף דער נאָר וואָס פֿאָרגעקומענער סצענע, ווען יעקב־יוסי איז געווען שטאַרק אויפֿגע-רודערט פֿון שרייען אויף סרולין און פֿון סרוליס חוצפּהדיקן ענטפֿער און ניט וועלן פֿאַרשווייגן.
ס׳וואָלט אַוודאי געווען נאַטירלעך, אַז ווען יעקב־יוסי האָט איצט מיט אַמאָל דערזען דאָס ווייב פֿון דעם, וועגן וועלכן ס׳האָט זיך אָקאָרשט אַזוי הייס געהאַנדלט, וואָלט ער זי נישט באַדאַרפֿט לאָזן צוגיין, און שוין, גלייך צום אָנהויב, ניט וועלן קוקן אויף איר, זי באַגעגענען מיט אומפֿבוד, און אַפֿילו זי וועלן אַרויסיאָגן, ווי ער האָט סרולין געיאָגט.
ס׳איז אָבער ניט אַזוי געווען. געשען איז — זע אַ וואונדער! — גאָר קאָפּויער: ווי יעקב־יוסי האָט דערהערט סרוליס אויסגעשריי: „שטילער... משה מאַשבערס ווייב, גיטעלע...” אַזוי איז נישט נאָר, וואָס ער האָט ניט געטאָן, ווי מיר האָבן פֿריער געזאָגט און ווי אין זיין דעמאָלטיקער לאַגע האָט זיך געלאָזט דענקען, נאָר פֿאַרקערט, ער איז שטיל געגליכן און גלייך ווי מ׳וואָלט אויסגערופֿן דעם נאָמען פֿון איינעם גאָר אַ בפֿכודיקן, וועמען מ׳באַדאָרף אויפֿנעמען און באַגעגענען מיט גרויס אָפּשיי, אַזוי האָט ער איצט, דערזען גיטעלען, אָנשטאָט בייז, גאָר עפּעס אַן אומפֿאַרשטענדלעכן דרד־ אַרץ צו איר דערפֿילט.
אַזוי יעקב־יוסי... וואָס־זשע געהער גיטעלען, איז אויך מיט איר געשען עטוואָס אומגעוויינלעכס, און נעמלעךאַ אָנשטאָט דעם, זי זאָל, אַריינקומענדיק צו יעקב־יוסין, זיך פֿאַרלירן פֿון דער גרויסער געפֿאַלנקייט, מיט וועלכער זי האָט זיך געלאָזט אַהער — אָנשטאָט דעם האָט זי זיך פֿאַרקערט, דערפֿילט דרייסט, גלייך זי וואָלט זיך אַ שטעל־אויף געטאָן פֿון אַ לייכטן פֿאַל און אויך לייכט זיך אָפּגעטרייסלט פֿון דעם שטויב, וואָס האָט זי קוים באַרירט...
זי האָט באַדאַרפֿט מאַכן פֿיל שפּאַן פֿון דער שוועל פֿון גרויסן עסצימער, ביז צום אַרט ביים אויבנאָן פֿון טיש, וואו יעקב־יוסי האָט זיך געפֿונען... און דאָך האָט זי זיך געפֿילט נישט שלעכט, נישט געענגט פֿון די פֿרעמדע מאַנצבילשע בליקן, וואָס האָבן זי באַגעגנט און איר נאָכגעקוקט, בעת זי איז געגאַנגען פֿון דאָרט אַהער... זי האָט זיי כּמעט נישט באַמערקט, און אַז זי איז צוגעקומען נעענטער צו יעקב־יוסין, איז איידער יענער האָט איר געזאָלט אַרויסווייזן די ערשטע אָנשטענדיקע מינע און זי איינלאַדן זיך זעצן, אַזוי איז זי, גיטעלע, אים פֿאַרלאָפֿן זיין וואונטש און די איינלאַדונג ווי אָפּגעבויגטז און איז באַלד אַרויס מיט איר וואָרט, וואָס איז איר לייכט, זייער לייכט אָנגעקומען.
זי האָט געזאָגט: זאָל ער זיך ניט חידושן, יעקב־יוסי, וואָס זי, אַ פֿרוי, וואָס האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין שייכות צו מסחר, האָט זיך אונטערגענומען צו פֿאַרטרעטן די אינטערעסן פֿון איר מאַן, וואָס ער האָט זי דערום ניט באַפֿולמעכטיקט, און פֿאַרקערט, ווען ער ווייסט, וואָס זי האָט פֿירגע־ גומען אָן זיין וויסן, וואָלט ער דאָס ניט באַגיטיקט און ס׳וואָלט אים אויך גרויס ערגער געשאַפֿן — זאָל ער זיך ניט חידושן.
— זאָל אים אויך ניט חידושן, וואָס ווען זי האָט שוין אַפֿילו יאָ באַשלאָסן צו מאַכן אָט דעם שריט, וואָלט זי דאָך, צו אַלעם ערשטן, אים, יעקב־ יוסין, באַדאַרפֿט בעטן, ער זאָל איר דערלויבן מיט אים איבערריידן אויג אויף אויג און ניט אין דער אָנוועזנהייט פֿון פֿרעמדע, פֿאַר וועלכע אַזוינע זאַכן דאַרפֿן בלייבן אַ סוד — זאָל אים אויך דאָס ניט חידושן...
— ווייל, זי זאָגט אָפֿן: ס׳איז אַ לעצטע שעה, און ערג אַ יום־הדין גיי איר מאַן, ווען זיין גאַנצע וועלט און וואוילשטאַנד שטייט אים אויף דער וואָגשאַל — אַהין אָדער אַהער, לשבט או לחסד — געשלאָגן, אָדער באַגנעדיקט ווערן; און אין אַזאַ צייט, ווען ס׳איז עת לעשות, ווי מ׳זאָגט, זאָגט מען זיך אָפּ פֿון אַלערליי משות, און דעמאָלט, זאָגט מען ווידער, ווערט אַפֿילו אַ קאָלאַדאָטש אַ מעסער און שטומע ווערן ריידנדיק, ווי אָט זי, גיטעלע, וואָס ביז אַהער האָט זי קיין מאָל פֿאַר אַזוינס קיין וואָרט ניט געהאַט...
— זי זאָגט ווידער אפֿן * זי איז געקומען ראַטעווען איר מאַן פֿון דעם, וואָס ווען זי טוט דאָס ניט, שטייט אים פֿאַר אָפּברענען און אַרויס, חלילה, ↰ 173 אין הוילן העמד... ס׳איז זיך ניטאָ מיט וואָס צו שעמען! ס׳האָט שוין נישט מיט איינעם געטראָפֿן — אַמאָל, ווען יענער האָט דאָס קרדינט, אַמאָל אומפֿאָרדינט, און איר מאַן, משה מאַשבער, האַלט זי, געהער צו די לעצטע.
— מעגלעך. אַז אי יעקב־יוסי, אי אויך אַנדערע קאָנען מיינען, אַז דאָס, וואָס איר מאַן איז איצט געקומען צו אַזאַ ירידה, האָט אים געטרא5ן דערפֿאַר, ווייל ער האָט ניט אָרנטלעך געהאַנדלט און ניט לויט זיינע מיטלען געלעגט... איז ניין, זאָל מען וויסן: זי איז משה מאַשבערם ווייב אויף דער וועלט און אויף יענער — דאָ פֿאַר מענטשן און דאָרטן פֿאַרן רבונו־של־עולם, ווען זיי וועלן דאַרפֿן, איבער הונדערט מיט צוואַנציק יאָר, חשבון אָפּגעבן — איז זאָל מען וויסן, זי איז אַן עדות און מיט דער פֿולער אָרנטלעכקייט פֿון אַ יידישער טאָכטער קאָן זי זאָגן: ניין׳. דאָ איז עס ניט דער פֿאַל; איר מאַן משה מאַשבער, האָט, חלילה, אין קאָרטן ניט געשפּילט, זיך ניט אויסגעבראַכט, געלעבט לויט זיינע פֿאַרדינסטן, נאָר ס׳איז געשען אַ גזר, פֿאַר וועלכן ער איז ניט שולדיק און פֿאַר זיין פֿאַרשמירט פֿניש וועט ער קיין בזיון נישט דאַרפֿן ליידן.
— זי האַלט, פֿאַרקערט, אַז איר מאַן האָט.זיך פֿאַרדינט, מ׳זאָל אים אונטערהאַלטן און נישט צושטיין מיט קיין מעסער צום האַלדז... זי מיינט, אַז דאָס וואָלטן באַדאַרפֿט טאָן אַלע יענע, מיט וועלכע ער האָט יאָרן לאַנג געהאַנדלט און ער זיי און זיי אים האָבן זיך געגעבן איינס דאָס אַנדערע צו פֿאַרדינען, און אין דער ערשטער ריי אַזאַ, ווי יעקב־יוסי, צו וועלכן זי איז איצט געקומען מיט איר בקשה.
— נישקשה — האָט זי פֿאָרגעזעצט — פֿון אים, פֿון יעקב־יוסין, וועט חלילה, גאָרניט אָפּפֿאַלן, און פֿאַרקערט: פֿון זיין שטיצע, וואָס איז איצט אַזוי נויטיק, ווי אין לעבן, וועט אי אים אַליין אַרויסקומען אַ טובה, ווען ער וועט אין בעסערע צייטן, באַקומען אויסגעצאָלט זיין הוג מיט גרויס דאַנק און מיט אַלע סוחרישע פּראָצענטן; אי אויך אַנדערע, קלענערע בעלי־חובות, מיט קלענערע געלטן, וועלן פֿאַרשפּאָרן ניזוק ווערן: אי — דער עיקר — אַ נאָמען, אַ מענטש, אַ סוחר וועט דאָ אויפֿגעריכט ווערן, וואָס ווי אַלע ווייסן און ווי גאָט אַליין איז אַן עדות, האָט ער זיך, חלילה, פֿון פֿרעמדס קיין מאָל ניט געבויט און פֿון קיין טריפֿות ניט געוואָלט רייך ווערן...
— זי זאָגט עס מיטן פֿולן געוויסן, ווי זי וואָלט דאָס פֿאַר גאָט אַליין געזאָגט, און זי וויל דערביי אויך דערמאָנען, פֿון וואַנען ער, איר מאַן, משה מאַשבער, שטאַמט, און אַז קיין שווינדל האָט ער פֿון זיינע אָבות ניט געירשנט, און אַז אויך אין זיין אייגענער נאַטור און טנע איז ניט פֿאַראַן אַזוינס, וואָס זאָל דערמאָנען אַפֿילו אַ מינדסט פֿון- אַ שלעכטער כוונה און פֿון וועלן יענעם שעדיקן... גאָט באַוואָר זי, גיטעלע, און אַלע אירע ליבע...
גיטעלע האָט דאָס אַלץ אָפּגעזאָגט, שטייענדיק פֿאַר יעקב־יוסין אין איר פֿוטערנעם מאַנטל מיטן גרייטן קאָלנער אַראָפּגעלייגט, און זיך געהאַלטן אַזוי, ווי גלייך זי איז פֿון אַלע מאָל געוואוינט צו אַזוינע רייד, וואָס קומען איר אָן לייכט און וואָס אָן שום אָנשטרענגונג שטראָמען פֿון איר אַרויס בשפּע...
וואונדערלעך, ווי אַזוי אויך יעקב־יומי האָט זי שטיל אויסגעהערט, גלייך ס׳וואָלט זיך דאָ גערעדט ניט וועגן אַזאַ, וועלכער האָט אים היינט אַזוי שטאַרק אויפֿגעבראַכט, נישט אויפֿצושפּרינגען יערגיי, און נישט וועלן אויך זי, גיטעלען, ווי פֿריער סרולין, פֿון שטוב אַרויסיאָגן, און נישט אויסשרייען צו זיין משרת שעפֿטל, ווי פֿריער־ „רוף מיד אַריין... רוף אַריין...” ווי ער האָט דאָס געטאָן ננוגע סרולין.
וואונדערלעך, אָבער אַ פֿאַקט... אַ פֿאַקט, אַז גשעת יעקב־יוסי האָט אויסגעהערט גיטעלען און האָט פֿון איר די אויגן אָפּגעווענדט, אַהי ווי דער פֿרומער שטייגער פֿאָדערט — נישט צו קוקן אויף קיין פֿרעמדע מיינער, זיינען אָבער דאָך איר סויכלענער קאָלנער, אירע נאנרעמטע אַרנל, ווי אויך אַפֿילו די פֿרעג פּאָלעס פֿון איר מאַנטל געווען אים אָנצוזען...
דאָס האָט אים ווייזט אויס, פֿיל ווייבער געמאַכט און ער האָט זיך געהאַלטן אַזוי, ווי גלייך ס׳וואָלט אים דורכגעגאַנגען עפּעס אַ תענוג־געדאַנק, פֿון וועלכן מ׳ווערט שלאָפֿעריק און נאָכגיכיק כגוגע פֿרויען אין געוויסע פֿאַלן... אָבער דאָ האָט ער זיך געכאַפּט... און ווען גיטעלע, האָט שוין געהאַלטן ביים ענדיקן, קומענדיק צום סוף פֿון אירע רייד, און ווען זי האָט גענומען פֿאַרזיכערן יעקב־יוסין, אַז גאָט פֿאוואַר, אַז וואָס געהער איר מאַן, הייסט עס, איז? פּשוט אופֿן גיט צו דערלאָזן, אַז זיין מיין איז געווען עמעצן אויסצוגאָרן און פֿאַרשוויגדלען< — אַז זי איז צוגעקומען צו אָט דעם אָרט, אַזוי האָט יעקב־יוסי מיט אַמאָלזיך אין פֿריערדיקן דערמאָנט... ער האָט מיט אַמאָל דערזען צאַלין, מיט וועלכן ער האָט אָפּגעמאַכט פֿיר־ צונעמען, וואָס מ׳דאַרף, קעגן דעם אָנזעצער משה מאַשבער; דערנאָך סרולין, צו וועלכן ער האָט ניט באַוויזן אויסצולאָזן דעם פֿעם און דאַן ווידער, צום לעצט, זי, גיטעלען, וואָס איז, לויט זיין מיינונג, ווייבעריש־ווייך, אָבער כיטרע* פֿאַרשטעלט איצט צו אים אַריין, אָפּגערעדט אויף פֿריער מיט איר מאַן, אַז זי, ווי אַ פֿרוי, זאָל אים דאָ פֿאַרבייטן, און ווי אַ פֿרוי קאָן, זיין, יעקב־ יוסיס, רחמנות דערוועקןj — דאָס דערזען, האָט זיך יעקנ־יוסי פֿון זיין שטול אַ כאַפּ געטאָן, און אויסכאַפּנדיק דאָס לעצטע וואָרט ניי גיטעלען, האָט ער זי, ווי איבערגעקרימט און אַ זאָג געטאָן דערביי מיט אומצוטרוי און געכייזער:
— וואָס? „גאָט באַוואָר” זאָגט זי? איר מאַן, משה' מאַשבער, הייסט עס, איז אַ לעמעלע, קייט שטרוי און קאָן זיך ניט שטויסן?... קיין שווינדל.— זאָגט זי? זי גייט פֿאַר אים שווערן? און זי פֿאָדערט נאָך, פֿאַרקערט, אין ↰ 175 נאָמען פֿון זיין ערלעכקייט, מ׳זאָל אים שטיצן און אַרויסהעלפֿן פֿון זיין נויט: נו, און טאָרוואָס טראַכט ער ניט פֿון יענעמס נויט? פֿאַרוואָס האָט ער ניט געזאָרגט פֿאַר קיינעם און האָט, פֿאַר אַלעמען, זיך אַליין פֿאַרזאָרגט? ווער טוט עס?
— ווער? — האָט גיטעלע, צעטומלט פֿון יעקב־יוסים שאר6ע ווערטער, נישט פֿאַרשטאַנען און איבערגעפֿרעגט.
— ווער: ער ג איר מאַן!
— וואָס רעדט ר׳ יעקב־יוסי! ווער פֿאַרזאָרגט? וואָס פֿאַרזאָרגט;־ זי ווייסט ניט פֿון וואָס צו זאָגוי
— זי — טאַקע נישט, אָבער ער, איר מאַן — ווייסט שוין דווקאַ יאָ.
פֿען אַזוי טוט מען ניט!
— ווי אַזוי? — האָט גיטעלע ווייטער געשטאַמלט.
— אָט? — האָט יעקב־יוסי אַ ווייז געטאָן מיט אַ פֿינגער אויף סרולין, :וועלכער איז די גאַנצע צי־„ט, בעת גיטעלע האָט אויסגעלייגט אירע טענות פֿאַר יעקב־יוסין, געשטאַנען מיט אַ זייט, אויף זיין אָרט, פֿאַרגליווערט, און וואָס פֿון אונטער זיין אַראָפּגערוקטן דאַשעק האָט איצט אויסגעהערט אויך יעקב־יוסיס טענות.
— אָט — האָט יעקב־יוסי אָנגעוויזן און האָט גלייך זיין פֿינגער ווי מיט עקל צוריק געכאַפּט — אָט איז דער, וואָס דורך אים האָט איר מאַן געוואָלט אַלעמען אַרומגיין, ווען ער האָט איבערגעשריבן אויף זיין נאָמען די שטוב, אָדער אַנדער 5אַרמעגן, צו וועלכן אַנדערע זאָלן ניט האָבן קיין צוטריט, ווען ער וועט זיין מאָט און האַלטן ביי פֿאַלן, פֿע, אַזוי טוט מען גיט! קיין סוחר... קיין ייד... בפֿרט אַזאַ, ווי זי זאָגט, אַז ער שטאַמט פֿון יחוס.
— און מירן נאָך זען — האָט ער זיך נאָך מער צעהיצט און צעפֿייערט
— וואָס ער וועט דאָ פּועלן: זאָל ער געדענקען: ס׳וועט אים לייכט ניט אָפּגיין?...
— גייט געזונט? — האָט יעקב־יוסי שוין צום סוף געזאָגט און גיטעלען אויף אַן איידעלן אואָן גענומען טרייבן פֿון שטוב און נישט געוואָלט מער אויסהערן קיין וואָרט און איר מאַנס אָאַרטיידיקונג. — גייט געזונט, און גיט אים איבער, אַייער מאַן, אויב איר זייט אים געטריי און. ווילט זיין טובד” &ז ער זאָל זיך דאָס ניט האַלטן פֿאַר גרינג, זאָל ער זיך מיט קיין וועלט ניט אָאַרקריגן, ווייל ס׳וועט זיך ענדיקן שלעכט, גאָר שלעכט.
— הינט! בייטל־שניידער?... — האָט דעמאָלט סרולי, שטייענדיק מיט אַ זייט, הינטן אַרום, אַ זידלדיקן בורטשע געטאָן, אָבער אַזוי הויך, אַז ↰ 178 ס׳איז נישט מעגלעך געווען, אַז עמעצער, וואָס געפֿינט זיך ביים טיש, זאָל ניט דערהערן.
ווירקלעך! באַלד האָט זיך דערהערט נאָך אַמאָל און אַ לעצטער אויסגעשריי פֿון יעקב־יוסין „שעפּסל!” און איצט איז קיין ס5ק ניט געווען, אַז דאָס מאָל וועט זיך עס שוין ענדיקן גאָרניט בשלום, ווי די פֿריערדיקע מאָלן שרייען...
דעמאָלט האָט סרולי נישט געוואַרט און זיינע טריט צו דער טיר אָנגעריכט. אויך. צאַלי, וואָס האָט שוין לאַנג אָפּגעטאָן זיינס ביי יעקב־יוסין, האָט זיך ניט געזאַמט און האָט נאָכגעטאָן סרולין. און גלייך נאָך זיי, נאָך צאַלין און סרולין — אויך גיטעלע, וואָס האָט זיך אויסגעקערעוועט צו יעקב־ יום ים טיש, נישט זאָגנדיק קיין גוטן טאָג, און ווער ס׳וואָלט זי דעמאָלט געזען צוריקגיין צו דער טיר, דער וואָלט אויך געזען, ווי די טרערן האָבן איר גענומען רינען, און ווי שטיל, באַנומען, דערנידעריקט און נישט דענקענדיק זיי אָפּצואווישן, האָט זי זיי געלאָזט אָאלן אינעם גרייט אַראָפּגעלייגטן סויבלענעם קאָלנער אירן.
און ס׳איז געשען, וואָס ס׳האָט געמוזט... ס׳איז געקומען אַ טאָג אויף משה מאַשבער, וואָס מ׳דאַרף אים קיין מאָל קיינעם ניט ווינטשן.
ער האָט געפֿילט, אַז דער סוף דערנעענטערט זיך. בעסער וואָלט ער שוין דעמאָלט אין קאָנטאָר גאָרניט ניט געגאַנגען. אָבער ער האָט ניט געקאָנט: ווייל ערשטנס, וואָס וועט ער טאָן, בלייבנדיק אין דער היים, אַז פֿון אַלע ווינקעלעך קוקט שוין אַרויס דער אַנגסט 8ונעם באַלד אָנקומענדיקן קראַך; און צווייטנס, איז זיין אָנוועזנהייט אין קאָנטאָר דאָך נאָך נויטיק געווען, כּדי אָפּצוהאַלטן די בעלי־חובות, וואָס האָבן זיי באַלאַגערט, און זיי דאָך נאָך מאַכן גלויבן, אַז ווען ניט ווען — היינט, מאָרגן, שפּעטער — וועלן זיי באַקומען, וואָס ס׳קומט זיי.
ער האָט זיך דערום געמוזט ווייזן. אָבער וויי צו דעם ווייזן! ווער ס׳וואָלט אים דעמאָלט געזען גיין אין קאָנטאָר — אַן איינגעשרומפּענעם און דעם קאָפּ אין קאָלנער פֿון ווינטער־מאַנטל אַריינגעצויגן, וואָלט אים אָנגענומען פֿאַר אַ שאָטן און זיינס אַ געדעכעניש... בפֿרט, ווען ער פֿלעגט אַריינקומען אין קאָנטאָר, און ווען שוין אויף דער שוועל האָט ער זיך געמוזט אָפּשלאָגן פֿון די פֿיל מאָנער, וועלכע האָבן אים אַרומגערינגלט און גענומען ציען פֿון אים אַ גוט וואָרט, אַ פֿאַרזיכערנדיקס, וואָס ער האָט עס אַלע מאָל אַרויסגעשטאַמלט האַלב ליגנעריש, האַלב דערשראָקן.
סי׳איז שוין אַוודאי ניט געווען וועמען צו מקנא זיין... ער האָט שוין דאָרט קיין מאָל לאַנג ניט פֿאָרבראַכט, און ווי נאָר ער האָט זיך אָפּגעפּאר־ טיקט מיט די בעלי־חובות, וואָס אַ ביסל האָט ער די גענאַרט און אַ גיטל ↰ 177 האָבן זיי זיך געלעזט גאַרן, אַזוי האָט ער זיך ווידער גענומען אַרויסרוקן. מיט אַ געבויגענעם קאָפּ פֿון בושה און פֿון די נישט וואדע רייד, וואָס זיינען אים שווער געקראָכן פֿון גאָרגל.
אָבער איין מאָל... משה מאַשבער איז דעמאָלט געקומען שוין עטוואָס שפּעטלעך. ער איז אַריין פֿון אַ שטאַרק־פֿראָסטיקן דרויסן, וואָס האָט אים פֿאַרהויכקעט די אויגן, די ברעמען און די וויעס... ער האָט די ערשטע רגע נישט געזען, וואָס אַרום אים טוט זיך — נישט נאָר מחמת דער פֿאַר-טונקלטער ראיה, נאָר אויך מחמת דעם, וואָס גייענדיק אַהער, איז ער געווען אַזוי פֿאַרחושט און פֿאַרטראָגן, אַז דאָס, וואָס האָט אים איצט באַגעגנט אין קאָנטאָר, האָט אים אויסגעזען פֿרעמד און גלייך ס׳האָט צו אים קיין שייכות ניט.
די קאָנטאָר איז געווען איבערפֿולט פֿון מאַנצבילן, ווייבער, מיידלעך, וויג־ מערדיק אָנגעפּעלצט און אַזוי אָנגעפֿרענדעט, אַז יעדערער פֿון זיי האָט פֿאַרנומען פֿיל מער אָרט, ווי ווען מ׳איז געוויינטלעך אָנגעטאָן. ס׳איז געווען טומלענדיק און ענגלעך פֿון די פֿאַרשיידענע רעדלען, וועלכע האָבן זיך געהאַלטן באַזונדער, און אויך פֿון אַלע אין איינעם, וועלכע האגנן אויסגעגילדעט איין געדיכטעניש, וואָס האָט געמינערט די שיין אי דורך די אויסדעמפֿונגען פֿון פֿראָסט, וועלכע מ׳האָט אַריינגעבראַכט, אי פֿון ציגאַרן־רויך...
משה מאַשבער האָט עפּעס אַ לייכטן ציטער געטאָן, דאָס דערזעענדיק.
ער האָט אַ דערשראָקענער, זיך געוואָלט גלייך צוריקרוקן און פֿאָרקערעווען אויף אַרויס פֿון קאָנטאָר, אָבער איידער ער האָט דאָס באַוויזן, אַזוי האָט דער עולם אים באַמערקט, און שטיל און ווי אָפּגערעדט, האָט מען אים גענומען מאַכן אַן אָרט אי אויף דורכגיין, אי אים אַרומצורינגלען, אויף נישט אַרויסלאָזן פֿון דאָרט.
מ׳האָט זיך אַ וויילע געהאַלטן שטיל, אָבער באַלד האָט איינער £ון עולם ,גענומען אַ וואָרט פֿאַר אַלע, גלייך מ׳וואָלט אים באַפֿולמעכטיקט, און שטיל, צוריקגעהאַלטן האָט אַ זאָג געטאָן:
— ס׳שוין צייט, ר׳ משה... ווי£ל איז דער שיר: מיר וואַרטן שוין חדשים... מער קאָנען מיר ניט, מער איז מען ניט בכּוח... און זאָל ער אַ קוק טאָן, מיט וועמען ער האָט דאָ צו טאָן, משה מאַשבער! נישט מיט קיין בעלי־הלוואות, וואָס לעבן און ווערן רייך דערפֿון, נאָר מיט אָרעמע־לייט, וואָס האָבן געטראָגן צו אים זייערע געלטן, ווי אין אַ פֿייער־קאַסע; קבצנישע שטעל־הענדלער און זקנים, וואָס האָבן געשפּאָרט דעם גראָשן אויפֿן לעצטן טאָג; דינסט־מיידלעך — דאָס פֿאַרהאָרעוועטע נדן; אַלמנות, וואָס איז זייער לעצט...
— דאָט לעצט... — האָט דער גאַנצער עולם יענעם אונטערגעהאַלטן.
— איצט מוזן מיר באַקומען, וואָס ס׳קומט אונדז.
— אונדזער געלט... — האָבן זיך שוין געפֿונען מער דרייסטע, וואָס האָבן אָנגערופֿן די זאַך גייט נאָמען, און זיינען מער מאָנערישער צוגעטראָטן צו משר: מאַשבער.
דעמאָלט האָט זיך פֿון צווישן עולם אַרויסגערוקט אַ קליין נידעריק פּאַרשוינדל, מיט אַ האַלב־ווינטערדיק כורנוסל, אָן קנעפּ און מיט אַ שטריק אונטערגעגאַרטלט. און דאָס איז געווען „קעצעלע” וואָס האָט צו אַלעם אויסערלעכן פּוץ, נאָך געהאַט די באַקן מיט אַ רויטער פֿאַטשיילע פֿאַרבונדן
— צי פֿון ציין־ווייטאָג, צי פֿון קעלט.
— אַוודאי איז צייט, ר׳ משה — האָט קעצעלע מיט זיין הייזעריק, פֿיש־ טשענדיק קולעכל געטענהט און געמאָנט, כּלומרשט, פֿאַר אַלע — אַלע אונדזערע זמנים זיינען שוין פֿאַרביי... וואו איז יושר? גאָט אַליין הייסט דאָך שוין נישט מער.
— יאָ, אַלע זמנים פֿאַרביי — האָבן אַלע אַנדערע אויך קעצעלען אונטערגעהאַלטן.
פֿון פֿאַרלוירן זיין און פֿון ניט האָבן וואָס צו זאָגן זיינע באַלאַגערער האָט משה מאַשבער זיך גענומען רוקן צוריק צו דער שוועל פֿון ערשטן קאָנטאָר־צימער, דורך וועלכער ער האָט נאָר וואָס אַריבערגעשפּאַנט: און אין דער זעלבער צייט האָט ער דערזען זיין איידעם נחום לענטשער זיך ווייזן פֿונעם צווייטן, פֿון אויפֿנאַם־צימער — ווי ס׳ווייזט אויס, מיטן מיין אים קומען צו הילף און אים אָפּשלאָגן און באַפֿרייען פֿון די, וואָס האָבן אים אַרומגערינגלט.
— וואָס איז מען זיך דאָ אָנגעגאַנגען אַ פֿולע קאָנטאָר? וואָס מאַכט מען פֿאַר אַ טומל? — האָט נחום לענטשער אומגעריכט, הויך אויף אַ קול, זיך אַ ווענד געטאָן מיט אַ פֿראַגע צום עולם, כּלומרשט ער ווייסט ניט, צוליב וואָס און פֿאַר וואָס האָט מען איצט אַזוי ענג אַרומגענומען זיין שווער משה מאַשבער אין אַ ראָד, — און זיין פּלוצימדיקע ווענדונג האָט געמאַכט אַלע פּנימער זיך אויף אַ וויילע אויסצודרייען צו אים און זיך אָפּקערעווען פֿון משה מאַשבער...
ווי משה מאַשבער איז נישט געווען דערשלאָגן און ווי שלעכט דער קאָפּ האָט אים די לעצטע צייט בכלל שוין נישט געדינט, דאָך האָט ער דערפֿילט, אַז איצט איז אַ שעת־הכושר, ער זאָל אומבאמערקט זיך אַרויסמאַכן פֿון קאָנטאָר, און דעם גאַנצן כעס, מיט וועלכן אַלע זיינע באַלאַגערער האָבן, מעגלעך, געמיינט אָנפֿאַלן אויף אים, אָפּווענדן אויף זיין איידעם נחום לענטשער.
ער האָט טאַקע אַזוי געטאָן... ער האָט דאָס געמאַכט גיך, גראָד אין דער מינוט, ווען אַלע פּנימער האָבן זיך פֿון אים אָפּגעקערעוועט. און אַזוי ווי ער האָט געוואוטט, אַז די מינוט וועט לאַנג גיט דויערן, און אַז ווי נאָר ↰ 179 מ׳וועט זיך אומקוקן און באַמערקן, אַז ער איז ניטאָ, אַזוי וועט מען אים נעמען זוכן, מעגלעך — נאָכלויפֿן און אים וועלן פֿאַרהאַלטן, האָט ער זיך דערום געלאָזט נישט דורכן געוויינטלעכן אַריינגאַנג, נאָר טאַקע דורך דער הינטערטיר, וואָס דורך דאָרט, האָט ער געגלויבט, וועט זיין פֿאַרשווינדענער שפּור נישט אַזוי גרינג זיין צו געפֿינען.
אַרויסאיילנדיק דורך דער טיר, האָט משה מאַשבער פֿאַרשטאַנען, אַז מיט זיין איידעם, וואָס איז געבליבן אויג אויף אויג מיטן אויפֿגערייצטן עולם, קאָן זיך דאָרט ניט גוט ענדיקן! אַז קיין איבעריק כבוד וועט מען ” אויף אים, נחומען, שוין די ערשטע מינוטן, מסתם, נישט לייגן, און ווער ווייסט, וואָס שפּעטער וועט נאָך זיין... אָבער ערגער פֿון דעם, האָט ער ווידער פֿאַרשטאַנען, וועט זיין, אויב אָט דער עולם וועט פֿאַרלאָזן זיין איידעם, נישט זעענדיק אין אים דעם אמתן שולדיקן, און וועט זיך אַ לאָז טאָן נאָך אים, נאָך משה מאַשבערן טאַקע, אהייט, וואו ער וועט אַריינפֿאַלן מיט געשרייען, מיט בזיונות, מיט קלאַפּן אין טיש, קלאַפּן שדכן, ווי מ׳טוט אין אַזוינע פֿאַלן.
ער האָט דאָך קיין אַנדער אויסוועג ניט געפֿונען, ער איז אַוועק אויף גיך, מיט אַן איינגעגראָבענעם קאָפּ אין קאָלנער, און אַזוי צעמישט און צע־ טראָגן, אַז ווען אַ זייטיקער וואָלט אויף אים דעמאָלט אַ קוק געטאָן, וואָלט ער אים אויסגעזען, ווי אַ חיה, וואָס די יענער זיינען אויף איר שפּור און וואָס די פּיאַטעס ברענען איר פֿון געיעג...
— וואָס פֿאַר אַ טומל, פֿרעגט ער — האָט עמעצער פֿון עולם משה מאַשבערס איידעם, נחום לענטשער, אָפּגעענטפֿערט — מיר וואָלטן געוואָלט זען, ווי וואָלט ער, נחום, זיך געהאַלטן, ווען מ׳באגייט זיך מיט אים אַזוי, ווי משה מאַשבער, זיין שווער, באַגייט זיך שוין אַ צייט מיט אָט די אַלע דאָ פֿאַרזאַמלטע: צי וואָלט ער לענגער געוואַרט און צי וואָלט ער מער געדולד אַרויסגעוויזן צו די, וועלכע זיינען אים שולדיק, ווען ער וואָלט געווען אין דער לאַגע, ווי אָט די — האָט דער איינער, וואָס איז אַרויסגעטראָטן פֿאַר אַלע, אָנגעוויזן מיט אַ פֿינגער אויפֿן עולם און בעת מעשה האָט אי ער אַליין, אי אויך אַנדערע באַמערקט, אַז דער, צו וועמען זיי האָבן זיך פֿריער געווענדט מיט זייער טענה, איז ניטאָ, פֿאַרשוואונדן.
— וואָס רעדט מען דאָ מיט אים;, — האָט אַן אַנדערער אויסגעשריגן — נישט אים האָבן מירדאָך געלט געליען. ניט ער האָט אונדזערע וועקסלען געחתמעט: וואו איז יענער: וואו איז משה מאַשבער? זיין שווער, וואו איז?
— ניטאָ: — האָט עמעצער אַ זאָג געטאָן.
— זיך אויסגעדרייט — אַ צווייטער.
— אַנטלאָפֿן — אַ דריטער.
און דאָ האָבן זיך שוין מיט אַמאָל דערהערט פֿאַרשיידענע קולות פֿון עולמס געדיכטעניש אַרויסקומען — ווער הויך און ווער העכער:
— וואו איז ער אַהינגעקומען?
— זיך אויסבאַהאַלטן?
— ס׳וועט אים גיט העלפֿן!
— מיר ווייסן, וואו ער וואוינט.
— מירן טרעפֿן אויך אַהיים, — אַהיים!... יידן, ווייבער, וואָס שווייגט מען? לאָמיר לויפֿן, אים דעריאָגן, ער איז נאָר וואָס אַרויס, ער איז נאָך ניט ווייט. —
— אנזעצן... מיינט ער?
— ראַבעווען?
— וועמען?
— אונדז?
— אַזוינע בלוטיקע געלטן! — האָט מען געטומלט און נישט האָבנדיק פֿאַר די אויגן דעם, צו וועמען מ׳וואָלט געקאָנט דאָס האַרץ אויסלאָזן, האָט מען זיך דערווייל איינס פֿאַרן אַנדערן די העלדזער געריסן און אָנגערופֿן משה מאַשבערן מיט אַזוינע נעמען און ווערטער, וואָס סיי נחום, משה מאַשבערס איידעם, סיי אַלע אָנגעשטעלטע, סיי אויך זייטיקע מענטשן, וואָס האָבן דערהערט דעם ליאַרעם אין קאָנטאָר און זיינען אַריין פֿון גאַס און פֿון די נאָענטע געשעפֿטן, זיינען געשטאַנען אָפּהענטיק, פֿאַרלוירן און ווי פֿון אַ שטאַרקן האגל געטראָפֿן.
— אַהיים: — האָט עמעצער אַ רוף אַרויסגעלאָזט און דער עולם האָט אים גלייך אויפֿגעכאַפּט. און ווי ענג די קאָנטאָר איז ניט געווען פֿון אָנגע־ לויף, אַזוי האָבן זיך דאָך אַלע מיט אַמאָל צו דער טיר אַ לאָז געטאָן, זיך שטופּנדיק און וועלנדיק זיך פֿעדערן איינס פֿאַרן אַנדערן, ווי אַלע מאָל אַ צעהיצטע מאַסע, וואָס לאָזט זיך מיט אימפּעט צו אַ זאַך, פֿון וועלכער מ׳האָט זי לאַנג אָפּגעהאַלטן און צו איר ניט צוגעלאָזט.
— וויי איז מיר? — האָבן אייניקע עלטערע, אָפּגעשטאַנענע, וואָס מ׳האָט שיר ניט צעריבן אין ענגעניש, געשריגן.
— אונדזער געלט; — אַנדערע.
— פֿאַרהאָדעוועטס!
דער עולם איז אַרויס. מ׳האָט זיך געלאָזט לויפֿן, צוערשט אַלע מיט אַמאָל, אַלע אין איינעם, רעדלעכווייז, בינטלעכווייז. ווער ס׳איז יונגער געווען איז אָבער באַלד פֿאַרלאָפֿן פֿאָרויס, און ווער עלטער און שוואַכער, איז אָפּגעשטאַנען, און האָט, לויפֿנדיק, געסאָפּעט, ווי מורא האָבנדיק צו פֿאַרשפּעטיקן און אַז די גיכער־לויפֿנדיקע זאָלן ביי זיי ניט אויסכאַפּן.
משה מאַשבער איז שוין טאַקע אין דער היים געווען, ער איז אַריין מיט אַ קליינער וויילע פֿריער, איידער דער עולם האָט אים אָנגעיאָגט... און ווען ער איז אַריינגעקומען אין עס־שטוב און דאָרט קיינעם ניט געטראָפֿן, ווייל גיטעלע איז, ווי איר שטייגער דעמאָלט, ביי זיך אין אַלקער, ביי איר ווייבערשן ספֿר געזעסן, האָט ער אַ לויף געטאָן מיטן געדאַנק איבער אַלע צימערן און זיך אַ ישוב 'געטאָן, וואוהין ער זאָל אַריין זיך אויסבאַהאַלטן. און מיטאַמאָל, ווען ער האָט גראָד דערזען מאירלען אים אַנטקעגנקומען, האָט ער אַ זאָג געטאָן אין גרויס יאָגעניש און אָן שום ישוב.
— מאירל... קום אַריין צו דיר... און פֿאַרשליס די טיר.
— וואָס איז, זיידע? האָט מאירל אַ פֿרעג געטאָן, ווען ער האָט דערזען דעם זיידן אַ דערשראָקענעם און אַזוי אויסזעענדיק, ווי איינער, וואָס איז נאָר וואָס אָנטריבען פֿון גזלנים און ווען דער נאָך־נישט איבערגעגאַנגענער פּחד ווירקט אויף אים אַזוי, אַז ער איז גרייט זיך ווענדן נאָך הילף אַפֿילו צו אַ קינד — ווי אָט דאָ, ווען משה מאַשבער האָט אָנגענומען מאירלען פֿאַר אַ האַנט און מ׳האָט געזען, אַז נישט מיטן מיין כּדי ער זאָל מאירלען פֿירן, נאָר פֿאַרקערט, ער זאָל פֿון מאירלען געפֿירט ווערן, אַז יענער, הייסט עס, זאָל אים נעמען און וואָס גיכער אַריינגרענגען אין זיין קינדער־צימער, וואו ער לערנט און פֿאַרגרענגט געוויינטלעך.
— פֿאָרשליס — האָט משה מאַשבער איילנדיק אַ זאָג געטאָן, ווען זיי האָבן זיך געטראָפֿן דערווייטערטע פֿון שטום, אין קינדער־צימער, וואו מאירל האָט ערשט דאָרט דערזען, ווי זיין זיידנס פּנים איז רויט, טויט, מבולבל-און די אויגן, ווי נישט זיינע.
— האַ, מאירל — האָט משה מאַשבער, בלייבנדיק אַליין מיט זיין אייניקל, עפּעס אַ גיכן אומזיניקן זאָג געטאָן מער צו זיך אַליין, ווי צו יענעם, וועלכער האָט געזען, ווי ביי משה מאַשבער האָבן געציטערט די ליפּן בשעת ער האָט די ווערטער אַרויסגעבראַכט.
— הא — האָט משה מאַשבער נאָך אַמאָל דאָס זעלבע איבערגעחזרט. דעמאָלט האָט מאירל דערהערט, ווי אין עס־שטוב איז מיט אַמאָל גע,
וואדן עפּעס אַ זשום פֿון אַ סך מענטשן, וואָס האָבן זיך צוערשט, זעט אויס, נישט איבעריק דרייסט אַריינגעשטעלט, און נאָך דעם ווען זיי זיינען שוין אַהין אַריין, האָבן זיי זיך דערפֿילט פֿריי נאָר אויף אַזוי פֿיל, אַז זייערע מיילער זאָלן דערווייל נאָר לאָזן הערן דערשטיקטע קלאַגערייען, ווייל אויף העכער שרייען האָט זיי נאָך קיין מוט ניט געקלעקט.
~ וויי איז מיר — האָט זיך דערווייל פֿון דאָרט אַרויסגעהערט — אַזאַ
גזר!
— ווער זאָל זיך עס געווען ריכטן?
— ווער האָט דאָס געקאָנט פֿאָרויסזען?
— אַ מענטש, וואָס גאָט און לייט האָבן אים מקנא געווען...
שפּעטער אָבער, אַז דאָס געזעמל אין עס־צימער איז מער געוואַקסן, האָבן די אָנגעקומענע, ווייזט אויס, אויך מער העזה געקראָגן, און צוגעוואוינט צו דער שטוב־לופֿט און געשטאַרקט איינס דורכן אַנדערן, זיינען זיי אַרויס מיט דעם, וואָס זיי האָבן מיטגעבראַכט, נישט געקוקט דערויף, וואָס דער אַרום איז זיי געווען פֿרעמד און וואָס די רייכע ווענט פֿון דער רייכער שטוב האָבן זיי ניט דערלויבט זיך פֿריי צו צעבינדן.
— וואו איז ער? — האָט זיך דערהערט.
— וואוהין האָט ער זיך עס אויסבאַהאַלטן?
— וואָס מיינט מען, ס׳וועט אַזוי לייכט אָפּגיין?
— מ׳ט אים אויסגעפֿינען!
— פֿון אונטער דר׳ערדו
— ער וועט זיך ניט אויסדרייען!
— מירן ניט אַוועקגיין, ביז ער וועט ניט דאָ, אויפֿן אָרט, סילוקן ביז אַ קאָפּיקע.
— דאָ טאָגן, דאָ נעכטיקן.
— צעטראָגן אַלץ, וואָס די אויגן זעען.
— וואו איז ער? זאָל ער אַרויס! גיט אים אַהער! — האָט די אָנגעלאָפֿענע מאָטע, נישט האָבנדיק קיינעם פֿון די בני־בית פֿאָר די אויגן, אויסגעשריגן אירע פֿאָדערונגען צו די ווענט, צו דער סטעליע, צו די טירן, פֿון אַנדערע צימערן, וועלכע האָבן געפֿירט אין עס־שטוב, און וואָס קיינער האָט זיך איצט אויף זיי ניט געוויזן.
— שטילער — האָט משה מאַשבער דעמאָלט אַ זאָג געטאָן צו דערשראָקענעם מאירלען, וועלכער האָט זיך גענומען שטויסן, וואָס אין שטוב טוט זיך, און פֿאַרוואָס דער זיידע האָט זיך אַזוי איילנדיק דאָ מיט אים אין אַלקער פֿאַרשטעקט.
— שטילער! — האָט משה מאַשבער גענומען טרייסטן און ווישן מאיר־
לען די טרערן, וועלכע האָבן זיך אים געוויזן אי פֿון מורא, אי פֿון רחמנות צו זיך אַליין, צו אַלע שטוביקע, בפֿרט צום זיידן.
— וויין ניט! — האָט משה מאַשבער געזאָגט צו זיין אייניקל און דערביי האָט אויך ער אַליין געציטערט פֿון דעם, וואָס זיינע אויערן האָבן פֿון שטוב פֿאַרנומען!
— ס׳דאָך עק וועלט! — האָט מען דערווייל דאָרט ניט אויפֿגעהערט שרייען.
— ס׳דאָך ערגער ווי אין סדום:
— ס׳דאָך שוין גאָר קיין נאָמנות ניטאָ!
— עלעהיי צו רוצחים אין די הענט.
— וואָס טוט מען, וואָס הויבט מען אָן צו טאָן?
— אוי!...
— וואָסער... גיט מיר וואָסער... ס׳איז מיר ניט גוט... — האָט מען גענומען שרייען און געטן הילף מיט קוויטשערייען פֿון ערג אָנמאַכט און חלשות.
דעמאָלט איז מיט אַמאָל שטיל געוואָרן אין שטוב. גיטעלע, וואָס איז צום אגהויב אָנגעלויף געזעסן אין איר אַלקער איבער איר טייטש־חומש, ווי איר דעמאָלטיקער שטייגער, האָט, דערהערנדיק, וואָס אין עס־צימער טוט זיך, זיך פּאַמעלעך פֿון אָרט אויפֿגעהויבן, איז רואיק אַהין צוגעגאַנגען, די שוועל אַריבערגעטראָטן, צו זען, צי זיינען ווירקלעך טאַקע די קולות, קולות, צי אפֿשר ווייזט זיך איר נאָר אויס...
זי האָט זיך ניט געאיילט, ווייל פֿון גרויס גלייכגילט, וואָס האָט זי באַהערשט נאָך דעם, וואָס ס׳האָט זי און איר מאַן משהן די לעצטע צייט געטראָפֿן, באַזונדערס נאָך איר אומגליקלעכן און גאָרנישט־פּועלנדיקן באַזוך ביי יעקב־יוסין, האָט געדאַכט, אַז קיין זאַך קאָן זי שוין נישט איבערראַשן און פֿון איר שטאַנד נישט אַרויספֿירן.
זי איז אַריין, און ווי נאָר זי איז אויף דער שוועל אַרויף, אַזוי האָט זי גלייך פֿאַרשטאַנען, ווער דער עולם איז און וואָס ס׳האָט אים געבראַכט אַהער... זי איז געבליבן געפּלעפֿט, אָגער אין דער זעלבער צייט האָט זי זיך אַ כאַפּ געטאָן, זיך גענומען אין די הענט און געזען זיך שטאַרקן, וויסנדיק, אַז ס׳איז פֿון הימל באַשערט און אַז קעגנשטעלן זיך איז ניט שייך, און אַז זי דאַרף דאָס אָננעמען פֿאַר ליפֿ...
זי איז דערום גרייט געווען צו אַלץ. באַזונדערס נאָך, אַז זי האָט זיך דערזען איינע אַליין אין שטוב, אָן משהן, אַן אירע קינדער און אָן קיינעם, וועלכער זאָל איר קומען צו הילף, האָט זי באַשלאָסן זיך אונטערגעבן דער פֿאַרשטייענדיקער דערנידעריקונג, אַן תּרעומות, ווי ס׳פּאַסט פֿאַר אַ איינעם, וועלכן גאָט האָט אויסדערוויילט צו פּרואוון מיט יסורים, ווי זי האָט אין אירע ווייבערשע ספֿרים אויסגעלייענט.
זי איז שטיין געבליבן, און די ערשטע רגע האָט זי, אַ נישט־באַמערק-טע פֿון קיינעם, זיך האַלב רואיק איינגעהערט אין די גוואַלדן פֿון עולם און נאָר צוגעזען די אומאָרדענונג, וואָס מ׳האָט אַריינגעבראַכט אין שטוב מיט די אָרעמע ריחות, און מיט די טראַנטעוואַטע שיך און שטיוול, וועלכע האָבן אָנגעטראָגן אַ פֿולע שטוב נעץ און קויט פֿון גאַסן־שניי.
באַלד אָבער האָט מען זי דערזען, און דער עולם איז אויף אַ רגע, אויף איין רגע נאָר, שטיל געוואָרן, ווי געטראָפֿן פֿון דער רו, מיט וועלכער זי האָט, פֿון דער שוועל אַראָפּקוקנדיק, אַלעמען באַגעגנט, מ׳איז אויף אַ וויילע ווי אָן לשון געגליכן — אַ ביסל פֿון דרך־ארץ פֿאַר איר ווירדיקער האַלטונג, ↰ 184 און אַ ביסל אויך דערפֿאַר, וואָס אין דער שווייגנדיקער מינוט האָבן זיך אַלע דערפֿילט באַפֿרידיקט דערפֿון, וואָס זיי האָבן איצט דערזען משה מאַשבערס אַ נאָענטן, צו וועמען זיי וועלן זיך קאָנען ווענדן — מיט גוטן אָדער מיט שלעכטן — ווי גלייך אַליין צו משה מאַשבער.
און אַזוי איז טאַקע געווען.
באַלד האָט זיך פֿון אַנטשוויגן־געוואָרענעם עולם אַרויסגערוקט „קעצעלע” מיטן האַלב־ווינטערדיקן בורנוסל, און איז מיט אַ פֿויסטל צום טיש צוגע־ לאָפֿן, זיך געשטעלט צום אויבנאָן און אויסגערופֿן:
— מיין געלט!
געלט: — האָבן אים פֿון אַלע זייטן אונטערגעהאַלטן צעפּאַטלטע ווייבער, מיידלעך, וואָס די האָר זיינען זיי 8רויס דורך די שאַלן, שאַלעכלעך, און האָבן זיי געמאַכט אויסזען ווילד־פֿאַרפּאַליעט און צעפֿלאָכטן.
— יידן, ווייבער — האָט זיך גיטעלע דעמאָלט שטיל אַ ווענד געטאָן צום עולם, וואָס האָט זיך צו איר געריסן מיט פֿאָדערנדיקע אויסגעשרייען _
— נעמט וואָס איר ווילט, נעמט וואָס אייערע אויגן זען... ס׳ניט מיינס, ס׳איז גאָטס און אייערס...
— אַוודאי וועלן מיר נעמען אַ — האָט מען פֿון אַלע זייטן אירע ווערטער אויפֿגעכאַפּט — אַוודאי!... יידן, נעמט?
און דער גאַנצער עולם האָט זיך צעלאָזט פֿון עס־צימער איבער 'אַלע צימערן — איינציקווייז, גרופּעסווייז, און צעווילדעוועט פֿון אייגענעם אימ* פֿעט, האָט מען גענומען שלעפּן, ווער וואָס ס׳האָט געקאָנט, וועמען וואָס ס׳איז אונטער דער האַנט געקומען, ווי בעטגעוואַנט פֿון געטן, קליידער — פֿון שאַפֿעס און גאָרדעראָבעס, ווי אויך אַנדערע חפֿצים — געפֿעס, גלאָז־ וואַרג, און אויסשטייער, ווי טישטעכער, האַנטעכער אאַז״וו.
פֿון גרויס אימפּעט האָבן אייניקע אַפֿילו גענומען פֿ8קן ז8כן אין ליילע
נער, ווי בעת אַ שרפֿה, גיך און איילנדיק, און דערביי האָט מען אי געכאַפּט, אי אין דער זעלבער צייט האָט מען זיך געשעמט און זיך פֿאַרענטפֿערט מיט די צרות, וואָס האָבן דערצו גאַצוואונגען:
— וויי איז מיר — האָט מען געפּאַקט און, פּאַקנדיק, זיך געקלאָגט אויף וואָס מ׳איז איבערגעקומען; אויף דאַרפֿן אָנקומען צו נעמען פֿרעמדס...
דערביי האָבן זיך אויך פֿאַרשיידענע סצענעס אָפּגעשפּילט, ווען צוויי מיט אַמאָל האָבן זיך אָנגעשלאָגן אויף איין זאַך, וואָס איז זיי געפֿעלן, און יעדערער האָט זי געוואָלט וואָס גיכער אַריינכאַפּן פֿאַר זיך( ווען מ׳האָט זיך שוין שיר־שיר ניט צעשלאָגן, האַלטנדיק איינער ביי איין עק זאַך, דער צווייטער ביי אַ צווייטן עק און געצויגן און געריסן איינער פֿון אַנדערנס הענט, און אָט־אָט, האָט געדאַכט, וועט מען זיך אין די פּנימער, אין די צורות אַריינפֿאָרן.
דערביי, ווען דער עולם איז געווען אַזוי פֿאַרכאַפּט און באַשעפֿטיקט מיט דער שלעפּ־מלאכה, איז גיטעלע פֿון גרופּע צו גרופּע אַרומגעגאַנגען, פֿון איינציקע צו איינציקע געקוקט, און שטילערהייט אַלעמען איינגעשטילט און רואיק ווי געעצהט:
— קריגט זיך ניט — האָט זי געזאָגט — ס׳וועט קלעקן פֿאַר אַלע... נעמט געזונט און פֿאַרגוצט געזונט...
דאָס זיינען, פֿאַרשטענדלעך, ניט אירע ווערטער געווען, נאָר ווי אַן אַנדערער האָט פֿון:יר אַרויסגערעדט — אַן איינער, וואָס וואָלט ווי געווען אי דער געשטראָפֿטער, אי דער, וואָס שטראָפֿט זיך, אי דער פֿאַראורטיילטער, אי דער, וואָס פֿירט איבער זיך אויס דעם אורטייל.
און נאָך דעם אומגיין פֿון גרופּע צו גרופּע און פֿון איינציקע צו אייג־ ציקע, האָט מען זי, גיטעלען, שפּעטער געקאָנט זען, ווי זי האָט זיך געטראָפֿן שטיין אין: צימער, פֿאַרשטעלט די אויגן מיט די הענט, ווי צו ליכט־בענטשן, און שטילערהייט, מיט טרוקענע אויגן, אָן געוויין, צו טענהן!
— רבונו־של־עולם, פֿאַרוואָס?
ס׳וואָלט געווען שווער צו זען, ווי גיטעלע איז, מיט די הענט די אויגן פֿאַרשטעלט, אין מיטן יענעם צימער געשטאַנען; אָבער נאָך שווערער וואָלט געווען;צו קוקן אויף משה מאַשבער דעמאָלט אינעם אָפּגעשלאָסענעם אַלקער מיט זיין אייניקל מאירל זיך אויסבאַהאַלטן — ווי אַזוי דער עלטערער, משה מאַשבער, האָט זיך אָנגעהאַלטן אין קינד, זיך געקלאַמערט און ווי געזוכט הילף ביי דעם...
דאָס נאָך צוערשט, בפֿרט שפּעטער, נאָך דעם, ווי די אָרעמע בעלי־ חוגות זיינען זיך אָנגעלאָפֿן און האָבן גענומען טאָן אין שטוב, ווי אויגן איז געזאָגט — פּאַקן פּעק און כאַפּן איינציקע זאַכן צעהיצט און ווי בעת אַ מהומה; און ווען נאָך דעם האָבן זיך אויך גענומען אַריינשטעלן די מער ערנסטע בעלי־חובות, מיט ווייניקער רעש מיט קלענערן אומגעדולד, אָבער דערפֿאַר מיט מער וואָג און אויך מיט גרעסערע טענות; און אויך זיי האָבן גענומען פֿריער צו גיטעלען זיך ווענדן, טענהנדיק מיט גוטן: ס׳טייטש, אַזאַ, ווי איר מאַן, ווי משה מאַשבער, זאָל וועלן פֿרעמדס; און גיטעלע האָט די הענט געבראָכן, צוריק טענהנדיק: יידן, טוט, וואָס איר ווילט, נעמט, וואָס אַייערע אויגן זען, ווי אָט די אַלע טוען... און יענע האָבן איר געענטפֿערט: וואָס רעדט זי, וואָס וועט דאָס זיי גיכן? און צי מיינט זי אויף אַן אמת, אַז מיט אָט דעם ביסל כּלים און שטוב־זאַכן וועט מען זיי אַפֿקומען: ניין, זיי ווילן אַפֿילו ניט הערן... זי, גיטעלע, האָט ביי זיי ניט געליען, און פֿון איר פֿאָדערן זיי גאָרניט; זיי ווילן נאָר זען און איבעררעדן מיט איר משהן, וועלגער וועט געוויס ניט מעיז זיין און זיי ניט פֿאָרלייגן דאָס, וואָס זי, וואָס פֿאַרשטייט ניט אין אַזוינע זאַכן.
— אייער מאַן וואו איז? — האָבן זיי געטענהט — גיט אים אַהער —
און אַלע די, וואָסהאָבן שוין געהאַלטן די אָנגעפּאַקטע פּעק און חפֿצים אין די הענט, האָבן זיי אונטערגעהאַלטן און געהאָלפֿן פֿאָדערן?
— וואָס באַהאַלט מען אים, מיר ווילן אים זען, גיט אים אַהער...
און איבער אַלעמען האָט זיך דערהערט דאָס קול פֿון אַ צאַלי דערבאַרעמדיקער, וואָס האָט זיך אויך, צווישן אַנדערע, מיט זיין גרויסן גוף אַריינגעשטעלט, האָט אַלעמען צעשטופּט, זיך אַוועקגעשטעלט לעבן גיטעלען און אין איר בלאַס־פֿאַרלוירן פּנים אַריינגעשריגן:
— וואָס מיינט זי, וואָס? פֿון צאַלין ווערט מען אַזוי לייכט פּטור? כ׳ל גיט אַוועק פֿון דאַנען, כ׳וועל פֿון שטוב ניט אַרויס, כ׳וועל דאָ טאָגן, נעכטיקן — ביי אייער משהן אין נעט, ביי אייך אין געט... צאַלין האָט נאָך קיינער ניט אָנגעזעצט, אויך אייער מאַן וועט ניט. חורבנות וועט ער מאַכן.-..
און דאָ, אין מיטן אָט דעם אַלעם, האָט נאָך געפּלאַצט עפּעס אַ גלעזערנע כלי פֿון אַ קרעדענץ, וואָס איינער, אָדער איינע, פֿון די אָרעמע כעלי־חוכות האָט אַרויסגעכאַפּט פֿון אַ גלאָז־שאַפֿע און האָט זי אומפֿאָרזיכטיק, אָדער פֿון נישט וויסן, ווי אַזוי זיך צו באַגיין, אַראָפּגעוואָרפֿן און צעבראָכן, און דער עולם האָט געמיינט, אַז עמעצער האָט שוין אַ שויב אויסגעזעצט.
— גוט אַזוי — האָט מען אַלע מסכּים געווען מיט דעם ברעכער.
— רעכט אַזוי!
— ס׳קומט זיי!
— פֿאָרדיגט.
— די פֿענצטער אויסשלאָגן, די שטוב צעטראָגן.
אָט דעמאָלט האָט גיטעלע עפּעס אַ שטילן ציטער געטאָן — .אַזאַ, וואָס נאָך אים קומט שוין אַמאָל אַ קוויטש, וואָס לעכערט דעם מוח, אָדער אַזאַ שטילשווייגן, וואָס ענדיקט זיך מיט אומפֿאַלן און שוין נישט קאָנען אויפֿשטיין.
אין יענעם מאָמענט האָט אויך צו משה מאַשבער אין אַלקער דערגרייכט, מיט וואָס פֿאַר אַ נעמען ער ווערט אין שטוב אָנגערופֿן, ווי אַזוי מ׳זוכט אים, מ׳וויל אים זען און מיט אים זיך צערעכענען — אָט דעמאָלט איז ער שוין גרייט געווען, אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַרוואָס, צו פֿאַרלאָזן מאירלען, צוגיין צו דער טיר, עפֿענען דעם שלאָס, אַרויס און מיט אַמאָל זיך באַווייזן פֿאַרן גאַנצן עולם פֿון באַהעלטעניש.
אָבער... אין דער מינוט איז אין שטוב עפּעס ווידער מיט אַמאָל שטיל געוואָרן, אַזוי שטיל ווי גלייך איינער, אַן אומגעריכטער, וואָלט זיך דאָרט באַוויזן, וואָס אַז מ׳האָט אים דערזען האָט מען דערפֿילט, אַז אַלע טוט־ לענדיקע מיילער דאַרפֿן איינצייטיק און אָן שום תירוץ אַנטשוויגן ווערן.
ווירקלעך! ווי דער עולם — דער, וואָס מיט די פּעק, און דער, וואָס אָן זיי — האָט זיך אַרום גיטעלען פֿאַרזאַמלט, מאַנענדיק פֿון איר, זי זאָל איר מאַן משהן אַרויסגעבן — אַזוי האָט זיך אויף דער שוועל פֿון שטוב באַוויזן אַ געריכט־באַאַמטער, אָנגעטאָן לויט דער פֿאָרמע, און נאָך אים אַ בודאָטשניק, אים צו הילף, ווי דער שטייגער, און הינטער זיי סרולי גאַל, און הינטער סרולין אויך שמואליקל שלעגער צו לעצט.
— האַלטו — האָט אויסגערופֿן דער געריכט־באַאַמטער, וואָס איז אָנגעקומען אויף די געשרייען און געזען, וואָס פֿריער איז דאָ פֿאָרגעקומען —אַז דער עולם האָט גענומען איינציקע זאַכן און גאַנצע פּעק אויף אַרויסצוטראָגן פֿון שטוב.
— האַלט! — האָט ער אַ זאָג געטאָן און צוגייענדיק צום אויבנאָן פֿון טיש האָט ער אַרויסגענומען אַ פּאַפּיר, פֿון וועלכן ער האָט גענומען לייענען.
ער האָט געלייענט נישט לאַנג, און ווער נאָר ס׳האָט פֿאַרשטאַנען און געהאַט אַ מינדסטע אַנונג אין געריכט־ענינים, דער האָט גלייך באַנומען אין וואָס דאָ גייט: אַז דאָס, וואָס דער עולם האָט זיך דערלויבט צו נעמען אויף אייגענער אחריות פֿון משה מאַשבערס שטוב־זאַכן און אייגנס, איז פֿאַרבאָטן” ווייל ס׳געהער שוין נישט צו. משה מאַשבער, נאָר צו דעם, אויף וועמעס נאָמען יענער האָט איבערגעשריבן די גאַנצע שטוב, דעם הויף און אַלץ, וואָס דאָרט געפֿינט זיך.
— וואָס? — האָבן די, וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען, זיך פֿאַרחידושט, ווען זיי האָבן דערהערט דעם נאָמען פֿון דעם, צו וועמען משה מאַשבערפּ פֿאַר* מעגן געהערט איצט — צו סרולי גאַל?
— יא — האָט דער געריכט־באַאַמטער געענטפֿערט. און דערביי צוגעגעגן, אַז פֿון איצט אָן, איז ווער ס׳וועט אָנרירן אַ האַר, אַ מינדסט, דער וועט זיין פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן געזעץ, וואָס האָט דאָס אַלץ אַרונטערגענו־ מען אונטער זיין רשות.
— וואָסער געזעץ זי וואָס דברט ער? — האָט דער מערסטנטייל נישט־ פֿאָרשטייערס געפֿרעגט ביי די, וואָס פֿאַרשטייען יאָ, צעמישט און פֿאַרלויה פֿון דעם, וואָס זיי האָבן דערפֿילט די פֿרעמדע האַנט פֿון דער פֿרעמדער מאַכט, וועלכע האָט זיך אַריינגעמישט און דערלויבט זיי ניט קומען צו זייערס.
— ס׳אויף אַ פֿרעמדנס נאָמען, זאָגט ער... נעמען טאָר מען ניט.
— אויף וועמענס נאָמען?
— אויף דעמס — האָט מען זיי אַ ווייז געטאָן אויף סרולין, וואָס איז געשטאַנען לעבן געריבט־באַאַמטן, האַנט־ביי־האַנט, און דאָס פּנים איז אים געווען פֿאַרגליווערט פֿון אַלץ צוקוקן און גאָרנישט ניט זאָגן.
— וואָסער נאָמען?
— ווער נאָמעןז
— ווער איז ער?
— וואָס האָט ער אַריינגעלייגט: וואָס קער ער זיך אַן: — האָבן גליד גענומען פֿרעגן אייניקע, נישט פֿאַרשטייענדיקע, וואָס דאָ קומט פּאַר.
— פּאַני... האַספֿאַראָר... האָבן פֿאַרשיידענע ווייבער, מענער פֿון עולם זיך געריסן צום באַאַמטן, אים געוואָלט עפּעס זאָגן און פֿאַר אים זיך אויסרעדן, אָבער מער פֿון די ווערטער „פּאַני, האַספֿאַראָר” האָבן זיי ניט געקאָנט אַרויסברענגען, מחמת זיי האָבן דאָס פֿרעמדע לשון נישט באַהערשט.
— וואָס פֿאַר אָן נשיקעניש? — האָבן זיך גענומען קלאָגן אַלע די, וואָס האָבן זיך אָנגענומען איינציקע זאַכן אָדער גאַנצע פּעק און האָבן זיי שוין געהאַלטן פֿאַר זייער אייגנס, און איצט, נאָכן באַפֿעל פֿון באַאַמטן, האָבן זיך געמוזט מיט זיי אָפּגעזעגענען און זיי צוריק אַוועקלייגן.
— פֿאַלש און שווינדל: — האָבן זיך דערהערט אויסגעשרייען פֿון אַזוינע, וואָס האָבן זיך אויף קיין שטוב־זאַכן נישט געראַדעוועט, ווייל ס׳איז זיי געקומען מער און קיין קלייניקייטן האָבן זיי ניט באַפֿרידיקט. און „קעצעלע” וואָס איז ווילד אָפּהענטיק און דערשלאָגן געבליבן, זעענדיק, וואָס ס׳האָט דאָ געטראָפֿן, איז שטיל און אין גרויס פֿאַרצווייפֿלונג צוגעגאַנגען צו שמואַלעקל שלעגער, וועלכן ער האָט די לעצטע טעג געזוכט און געמיינט, ער וועט אים אָאָרטרעטן דאָ, ווי אַלע מאָל, ביי אַנדערע אָנזעצן, און ער האָט אים ניט געפֿונען, און געפֿילט, אַז יענער דרייט זיך עפּעס אויס, וויל נישט פּאַר־ דינען און דאָס מאָל אין זיין שליחות נישט גיין: /
— וויי און ווינד איז מירן — האָט איצט קעצעלע געטענהט מיט אַ ווייבעריש־וויינענדיקן ניגון פֿאַר שמואַלעקל שלעגער — וואָס האָסטו זיך אויסבאַהאַלטן? האָסט ביי מיר ווייניק פֿאַרדינטז צי האָט דיר עמעצער מער געגעבוי גזלן! רוצח! איז פּאַרוואָס האָסטו ניט געזאָגטז אין ריץ טאַטנס טאַטן...
— וואָס טוט זיך אויף דער וועלט! — האָט זיך דערהערט אַ קלאַגעריי פֿון אַלטע, שוואַכע.
— זי וואָלט שוין געמעגט אונטערגיין ן...
— צעגייט זיך; — האָט דער,בודאָטשניק, אויפֿן באַאַמטנס אַ וואונק, אַ באַפֿעל געטאָן צום עולם, צו וועלכן ער איז צוגעטראָטן, אים אויף דער טיר אָנגעוויזן און גענומען אַרויסטרייבן.
— צעגייט זיך, זאָגט מען! — האָט ער שוין אַ העכערן געשריי געטאָן, ווען דער עולם האָט געזאַמט, זיך גערוקט פֿון איין אָרט אוי6ן אָנדעח און נישט געוואָלט אָפּטרעטן און די שטוב פֿאָרלאָזן.
מ׳האָט סוף־כּל־סוף נאָכגעגעבן — פֿריער די, וואָס האָבן דאָס 8רעמדע לשון נישט פֿאַרשטאַנען און האָבן בכלל געציטערט פֿאָר אַ „קנעפּל” דער↤ 189
נאָך אויך אַזוינע, ווי אַ צאַלי, וואָס האָט ווייניקער מורא געהאַט, אָבער וואָס אויך בנוגע אים איז דער כאפֿעל געווען אַ כאַפּעל, וועלכן מ׳מוז אויספֿאלגן.
— מירן נאָך זען! — האָט ער בעת אַרויסגיין דעם קאָפּ צוריק צו דער שטוב אויסגעקערעוועט און פֿון'דער שוועל אַראָפּגעדראָעט — די וועלט איז ניט הפֿקר, און נישט ער, צאַלי, איז איינער אַ פֿאַראינטערעסירטער, וואָס וועט אַלץ טאָן, אַז דער שווינדל זאָל אויפֿגעדעקט ווערן.
— גענוג, גענוג! — האָט אים דער בודאָטשניק אויף דער טיר אָנגעוויזן, און אויך ער, צאַלי, האָט געמוזט די שוועל אַריבערשפּאַנען מיט ליידיקע הענט, ווי אַלע איבעריקע, וואָס זיינען אַרויס בלויז מיט אויפֿגעהאַלטענע קללות און זידלערייען אין די מיילער.
געבליבן איז נאָר איינער, קעצעלע, וועלכער האָט באַוויזן זיך פֿאַרהאַלטן לענגער פֿון אַלע, מחמת זיין קליינעם וואוקס און נישטיקן אויסזען, ער האָט אַלץ צו שמואַלעקל שלעגערס פּנים אַרויפֿגעקוקט און ווי דורך אַ לייטער זיך צו אים געדראַפּעט און שטילערהייט נאָך אַלץ אין אים אַריינגעטענהט:
— אין זיין טאַטנס טאַטן... פֿאר וואָס האָט ער זיין אויפֿטראָג ניט געוואָלט אָננעמען, און וואו איז ער געווען די גאַנצע לעצטע צייט, ווען ער, קעצעלע, האָט אים געזוכט און אַזוי באַדאַרפֿט האָבן ן...
און דאָ צום פֿארענדיקן מיט דער זאַך, נאָך אַ פּאָר קלייניקייטן : ערשטנס, דאַרף מען זיך פֿארשטעלן, ווי אַזוי סרולי האָט זיך געפֿילט ביי אָט דער סצענע, ווען ער איז געקומען פֿאָרטיידיקן די אינטערעסן פֿון אַזאַ, צו וועלכן ער האָט זיך באַצויגן כּלל ניט געהויבן, ווי מיר געדענקען; ב6רט נאָך, ווען פֿון אָט דער פֿאָרטיידיקונג האָבן געמוזט ליידן אַזוינע, וואָס צו זיי איז אים זיין האַרץ געלעגן און זייער אָרעמען גורל האָט ער אַוודאי ניט געוואָלט פֿאָרטשעפּן און אָנרירן.
יאָ, אַ ווידערשפּרוך, אויף וועלכן ס׳וואָלט זיך געלוינט לענגער אָפּצו־ שטעלן, אָבער מיר האָבן דערויף קיין צייט ניט... דאָס איינס, און דאָס צווייטע
— אַ בילד, וואָס דאַרף אין קורצן דאָ געמאָלט זיין, און נעמלעך:
ווי נאָר דער עולם איז אַרויס און געלאָזט די שטוב אַליין, שוין אָן קיינעם, אָן קעצעלען אַפֿילו, און דערנאָך אויך אָן דעם באַאַמטן, אַן סרולין און אָן אַלע איבעריקע, און געבליבן איז אַליין נאָר גיטעלע אין עס־שטוב אי אַ געטרפֿענע, אי, כּלומרשט אַ געהאָלפֿענע פֿון דעם, וואָס דער עולם איז אַוועק און איז געווען געצוואונגען איבערלאָזן און נישט פֿארנעמען גאָרנישט. ווי זי איז אַזוי געגליכן, אַזוי האָבן שפּעטער עטוואָס, שטיל פֿון אַלקער, וואו משה מאַשבער האָט זיך אויסבאַהאַלטן, ער מיט מאירלען זיך באַדויזן. זיי ↰ 190 האָבן זיך פֿאַר אַ האַנט געהאַלטן — נישט אַזוי משה מאירלען פֿאַר דער האַנט, נאָר גיכער פֿאַרקערט: — מאירל — משהן, וועלכן ער האָט געפֿירט, ווי אַ בלינדן... און אַז זיי זיינען אַריין אין עס־שטוב, און דערזען גיטעלען אין מיטן, זיינען זיי אָן אַ וואָרט צו זאָגן, צו איר צו. משה מאַשבער איז דאָס ערשטע? מאָל פֿאַר פֿרעמדע אויגן אַזוי נאָענט צוגעטראָטן צו גיטעלען, און גיטעלע האָט אים, ווי אַ קינד, אָדער ווי אַ קראַנקן צו זיך צוגעלאָזט... און אַזוי ווי מאירל האָט זיך געפֿונען צווישן זיי אין מיטן, אַזוי האָט ער אויסער דעם זיידנס האַנט, אָנגענומען אויך די באָבע פֿאַר אַ האַנט, און מידע אין שטום־שווייגנדיקן צער פֿאַראייניקט...
IV
בייזוויליקער באַנקראָט
ווי נאָר מען האָט זיך דערוואוסט פֿון משה מאַשבערס אבזע־ץ; ווי מע האָט זיך דערוואוטט, וואָס פֿאַר אַ סצענעס ס׳האָבן זיך אָפּגעשפּילט ביי אים אין שטוב, ווען אָרעמע בעלי־חובוה האָבן זיך געוואָרפֿן כאַפּן די חפֿצים, וואָס יעדערן איז געקומען אונטער דער האַנט, און ווי אַזוי אין לעצטן מאָמענט האָט מען זיי אָפּגעהאַלטן דערפֿון, ווען ס׳האָט זיך באַוויזן אַ פֿאָרשטייער פֿון געריכט צהאַמען מיט סרולי גאַל, אויף וועלכן יענער, דער געריכט־ באַאַמטער האָט אָנגעוויזן, ווי אויפֿן באַלעבאָס פֿון אַל־דעם אייגנס, וואָס ס׳האָט ביז אַהער געהערט צו משה מאַשבער; ווי מען האָט זיך דאָס דערוואוסט, אַזוי איז אין הויז פֿון יעקב־יוסי איילבירטן אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ באַראַטונג, צוערשט צווישן אים מיט זיין יאָר־אַדוואָקאַט, וועלכער פֿאַרטרעט אַלע מאָל זיינע ענינים, ווען ס׳קומט צו אַ געריכט; דערנאָך אויך מיט אַנדערע כעלי־חובות און אויף די באַראַטונגען איז מען נאָך לאַנגע ריידערייען געקומען צו אַ באַשלום, וואָס איין העלפֿט פֿון אים האָט מען טאַקע באַלד דורכגעפֿירט: מען האָט אַ וואונק געטאָן, וועמען מ׳דאַרף, און גאָלד איז סרולי גאָל פֿון פּאָליציי פֿאַרנומען געוואָרן און באַלד טאַקע איז ער געשטעלט געוואָרן פֿאַר אַן אויספֿאָרשער, וועלכער האָט זיך ביי אים געוואָלט דערוויסן! ערשטנס, ווער ער איז און פֿון וואַנען האָט ער אַהער אין היגן קאָנט געטראָפֿן. אוין צווייטנס, וואו קומט צו אים אַזאַ, ווי ער — גאָר געלט.
סרולי האָט, שטייענדיק פֿאַרן אויספֿאָרשער אָנעט היטל, ווי מ׳שטייט פֿאַר אַזאַ, געפּרואווט צוערשט זיך אָפּשלאָגן מיט שפּאַס, ווי גלייך ער וואָלט געשטאַנען פֿאַר אַ היימישן, וועלכער וואָלט אים פֿאַרגעבן אַזאַ אַ פֿראַגע.
— „געלט? ווי ס׳קומט צו אים געלט ן... — פֿון אַ קלויסטער... פֿון קיעווער אָדער פּאַטשאיעווער לאוורע, וואָס ער האָט באַגנבֿעט...” שפּעטער אָבער, אַז פֿדולי האָט דערזען, אַז פֿאַר שפּאַס איז דאָ קיין אָרט ניט, האָט ער גענומען ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס, וואָס מ׳האָט אים פֿאַרגיבן, מיט טאַלק, געוויסנהאַפֿט און זאַכלעך, אַזוי, אַז דער אויספֿאָרשער האָט, קוקנדיק אויף אים מיט זיין געניט אויג, גלייך געזען, אַז יענע, וואָס האָבן אָנגעוויזן אויף אים, האָבן קיין שום סמך געהאַט פֿאַר זייער חשד, און שוין, נאָכן ערשטן פֿאַרהער, איז ער נוטה געווען אים צו באַפֿרייען.
ער 'האָט זיך דאָך ניט געאיילט דאָס צו טאָן, מיינענדיק, אַז אפֿשר פֿאָרט האָט ער דאָ אָנגעטראָפֿן אויף אַ צו קלען, וואָס וויל אים אויסנאַרן און איבערשפּיצן, ווי ס׳מאַכט זיך... ער האָט דערום אים נאָך פֿאַרהאַלטן און אים געהייסן ברענגען פֿאַר זיך אַ צווייט מאָל און אַ דריט מאָל. דערביי האָט ער זיך ניט באַנוגנט בלויז מיטן אויספֿרעגן, נאָר האָט גלייך 6ון אָנהויב אָן זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג דורכן געהיימען קרימיגעלן אויסשפּיר מיט אַלע יענע ערטער, אויף וועלכע סרולי האָט זיך פֿאַררופֿן, אַז ער שטאַמט פֿון דאָרט און וואו מ׳קאָן אויף אים עדות זאָגן, אַז אַלץ, וואָס ער זאָגט, איז ריכטיק. אַלע סרוליס אָנגאָבן האָבן זיך, נאָך דער אויספֿאָר־ שונג פֿון די אויבן־דערמאָנטע אויסשפּיר־ארגאַנען, טאַקע אַרויסגעוויזן, רוי סרולי האָט געזאָגט, אַ האַר ניט געמינערט. אַזוי, אַז ביים אויספֿאָרשער איז שוין דעמאָלט קיין צווייפֿל ניט געבליבן אין סרוליס אומשולד, און לויטן געזעץ איז שוין קיין שום גרונט ניט געווען מ׳זאָל אים נאָך לענגער פֿאַרהאַלטן.
האָט מען אים טאַקע באַפֿרייט, און אַזויערנאָך איז צונישט געוואָרן איין העלפֿט ציל, וועלכן ס׳האָבן געוואָלט דערגרייכן משה מאַשבערס בעלי־חובות
— אַרויסצוקריגן אַ באַווייז פֿאַר זיינע שווינדל־שטיק — דערמיט וואָס מ׳וועט באַווייזן, אַז איינער פֿון די מיט וועמען ער האָט הינטנאַרום אָפּגעשלאָסן אַ מאַניפֿאָרגע־געשעפֿט, איז אין גרונט אַ שווינדלער. דאָס — צונישט. דערפֿאַר אָבער די צווייטע העלפֿט — די עצם שולד פֿון משה מאַשבער אַליין, אַז ער האָט בכלל ניט אָרנטלעך געהאַנדלט און אַז ער האָט אונטערגעשטעלט אויסגעטראַכטע בעלי־חובות, מי וועמען ער האָט כּלומרשט געליען פֿריער איידער מי אַנדערע און אַז דערום האָט ער אויך רעכט געהאַט זיי צו באַפֿרידיקן — איז געבליבן אין קראַפֿט.
דאָס האָט זיך לייכט געקאָנט דערווייזן דערפֿאַר, ווייל ס׳האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז אויסער דער שטוב, וואָס איז איבערגעשריבן געוואָרן אויף סרולי גאָלם נאָמען, האָט משה מאַשבער אויך מיט זיינע געשעפֿטן געטאָן דאָס זעלבע: דאָס נא£ט־ און אויל־געשעפֿט האָט ער איבערגעשריבן אויפֿן נאָמען פֿון איינעם זיינעם אַן איידעם, פֿון יעקעלע גראָדשטיין, און די קאָנטאָר — אויפֿן נאָמען פֿון. זיין צווייטן איידעם נחום לענטשער.
פֿע! אַזוינס איז דאָך ניט געהערט; מע זאָל קיינעם פֿון די נישט־אייגענע ניט לאָזן קיין מינדסטע מעגלעכקייט צו באַקומען כאָטש אַ מינדסט, כאָטש אַ קליינעם טייל פֿון דעם, וואָס מ׳האָט אַריינגעלייגט און וואָס מ׳האָט אָנגעוואוירן.
דאָס האָט אַלעמען אין גרויס כעס אַריינגעבראַכט, און באַזונדערס אַזוינע, ווי אַ יעקג־יוסין, וואָס האָט נישט געטאָרט דערלאָזן אומבאַשטראָפֿט אַזאַ זאַך, וואָס קאָן דינען פֿאַר אַ מישפּיל, וועלכן אַנדערע וועלן נאַכטאָן... און ↰ 193 יענע, די סאַמע אָנגעזעענסטע, די סאַמע פֿאַראינטערעסירטסטע בעלי־חוכות האָבן באַלד ווידער אַ וואונק געטאָן, וועמען מ׳דאַרף און באַלד טאַקע געפּועלט, אַז דער זעלבער אויספֿאָרשער, וואָס האָט אָקאָרשט ערשט געהאַט צו שטיין פֿאַר זיך אויפֿן פֿאַרהער סרולי גאַל, זאָל איצט נעמען אויפֿן פֿאַרהער משה מאַשבערן, און באַלד שוין נאָכן ערשטן אויספֿרעג זאָל ער האָבן באַקומען אַלע נויטיקע ראיות און באַווייזן, וואָס זאָלן אים געבן די רעכט צו קאָנען פֿאַרנעמען מעשה מאַשבערן און אים פֿאַרזעצן אויף דער גאַנצער צייט, ווי לאַנג די אויספֿאָרשונג וועט זיך ציען און ביז די זאַך וועט אויסגעקלאָרט ווערן אין געריכט.
דאָ אָבער, ווען ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן באַלד אַרעסטירן משה מאַשבערן, האָט זיך נאָך געלאָזט אויסגעפֿינען אַ לעצט מיטל אויף אים אַרויסצוציען פֿון דער צרה: מ׳האָט באַדאַרפֿט איינלייגן אַ געוויסע סומע ערבותגעלט, אָדער אויב ניט קיין געלט — איז אַז איינער, אַ זייער אָנגעזעעגער שטאָט־מענטש זאָל גיכן אַ חתימה פֿאַר אים, אַז ער וועט ביזן געריכט פֿון אָרט זיך ניט רירן און ניט וועלן אַנטלויפֿן.
אַזאַ איינער האָט זיך געוונען, און משה מאַשבער איז דערווייל נאָך געבליבן אויף דער פֿריי... און אָט די צווישן־צייט האָבן משה מאַשבערס אייגענע אויסגענוצט דערויף, מ׳זאָל אומשיקן איציקל זילבערג, משה מאַשבערט פֿאַרטרויאונגס־מאַן, צו די שטאַרק אויפֿגעבראַכטע בעלי־חובות, ער זאָל זיי אויפֿקלערן און דערווייזן, אַז דאָס, וואָס משה מאַשבער איז, לויט זייער מיינונג, באַגאַנגען בייזוויליק און מיט שלעכטן מיין, איז אין דער אמתן ניט אַזוי, ווייל אין דער אמתן איז זיין מיין געווען בלויז דאָס געשעהט נישט צו צעברעכן, ווען אַלע מיט אַמאָל וועלן זיך אָנלויפֿן און נעמען רא-טעווען, ווי פֿון אַ שרפֿה, ווען אַלץ וועט ווערן צונישט און אַלע וועלן געשעדיקט ווערן, — אַמער — האָט משה מאַשבער געטראַכט — זאָל בעסער צייטווייליק דאָס געשעפֿט בלייבן אין אייגענע הענט, כּדי דערנאָך, ווען דאָס רעדל וועט זיך איבערדרייען און ער וועט קאָנען איינקאַסירן די חומת, וואָס קומען אים פֿון אַנדערע, וועט ער דעמאָלט זיין אומשטאַנד צו דעקן אַלץ דאָס, וואָס אַנדערע קומט פֿון אים.
אַזוי האָט דעמאָלט טאַקע געטאָן און געטענהט איציקל זילבורג, אומלויפֿנדיק פֿון איין בעל־חוב צום אַנדערן.
— ניין — האָבן אָבער די בעלי־חובות דעמאָלט צוריק געטענהט — ווער קאָן איצט גלויבן משה מאַשבערן, נאָך דעם ווי ער איז זיך באַגאַנגען ווי קיינער; ווייל וואָלט ער באמת טאַקע געמיינט אַזוי ווי ער זאָגט, וואָלט ער אַפֿריער באַדאַרפֿט זיך צונויפֿריידן מיט די פֿאַראינטערעסירטע און אָפֿנהאַרציק פֿאַר זיי אויסדערציילן, וואו ער האַלט, און דעמאָלט וואָלט מען אים ↰ 194 געוויס ניט אַזוי צוגעשפּאָרט און מעגלעך אויך דערלריבט אַ צייט טאַקע ניט צו צאָלן, כּדי ער זאָל זיך אַרויפֿאַרבעטן און צוריק קומען צו זיין מעמד.
— ניין — האָט איצט קיינער פֿון די 'בעלי־חובות מיט איציקלס פֿאָרשלאָג — אויסצואוואַרטן — נישט געוואָלט מספֿים זיין — איצט איז שוין שפּעט, איצט וועט משה מאַשבער אָדער צאָלן מזומן, אָדער זיך מוזן שטעלן פֿאַרן געריכט, וואָס זיין אורטייל איז קלאָר צו זען.
מ׳האָט שוין גאָרניט געפּועלט, און אַזוי ווי די לאַגע איז געווען אַזאַ אַז איינגיין אויף אַ פֿשרה מיט די בעלי־חובות, ווען יענע וואָלטן אַפֿילו וועלן מושווה ווערן אויף קליינע פּראָצענטן, איז משה מאַשבער ניט געווען אומשטאַנד, האָט ער זיך דערום געזען געצווינגען צו וואַרטן אויף דעם וואָס ס׳איז אים געווען אָנגעצייכנט...
און אָט האָט זיך דער פּראָצעם דערנעענט. משה מאַשבער האָט, זינט ער האָט אָנגעזעצט, שוין זיין שטוב ניט פֿאַרלאָזן און אין דרויסן ניט אַרויס. ער איז געבליבן אין דער היים און האָט זיך אויפֿגעפֿירט, ווי מיר האָבן פֿריער געזאָגט? מאָדנע־שטיל זיך אַלע מאָל' אומגעדרייט ביי די ווענט, ווי גלייך ער וואָלט געהאַט אַ גאָר קרובישע שייכות צו זיי...
ער האָט זיך זעלטן ווען אַמאָל מיט עמעצן צערעדט, און ווען יאָ, פֿלעגט ער זיך פֿאַרגעסן אין מיטן און זיך כאַפּן, אַז ער געדענקט ניט, וואו ער האַלט אַ ער פֿלעגט אויך פֿאַרגעסן עסן ביז מען האָט אים ניט דערמאָנט, און בעתן עסן פֿלעגט ער אָפֿט בלייבן מיטן ניסן אין מויל — נישט צו קייען, נישט אַראָפּצושלינגען.
אַפּט פֿלעגט ער אויך כאַפּן עפּעס אַ ציטער, ווי פֿון קעלט, אָדער ווי עמעצער וואָלט אים אַ צי געטאָן ביי דער פּאָלע... אַן אַנדערש מאָל פֿלעגט ער אויף גיך אַ קערעווע טאָן דעם קאָפּ אויף רעכטס אָדער לינקס, ווי מ׳וואָלט אים אונטער דער פּלייצע געשטנען און אַ רוף געגעבן ביים נאָמען...
ער האָט מיט קיינעם קיין וואָרט ניט אויסגערעדט. זעלטן־זעלטן נאָר פֿלעגט מען הערן, ווי ער רעדט צו זיך אַליין, משונה קורץ און איבערגעכאַפּט, ווי מיט אַ זייטיקן, וואָס גייט אים נאָך און וויל ניט אָפּשטיין.
ס׳איז אים שוין קיינער ניט אָנגעגאַנגען, ביז איין מאָל, שוין גאָר נאָענט פֿאַרן פּראָצעס, ווען אַלע אויסזיכטן אויף ווי ניט איז דורכקומען מיט די בעלי־חובות האָבן זיך אויסגעלאָזט; אַז די האָפֿענונג סיי פֿון אים אַליין, סיי פֿון זיינע שטוב־אייגענע, סיי אויך פֿון זיין פֿאַרטרויאונגס־מאַן איציקל זילגורג, וועלכער, האָט געטאָן אין דעם ענין, ווי אין זיין אייגענעם — אַז אפֿשר וועלן די בעלי־חובות זיך, סוף־כּל־סוף, באַדענקען אין אָפּדרפֿן צוריק די אָנקלאַגע, וואָס מ׳האָט אויף אים אָנגעגעבן — אַז אָט די האָפֿענונג איז געוואָרן אויס און משה מאַשבער האָט שוין דערפֿילט — אָט־אָט — די שאַרף פּם דער שיוערד אויף זיין קאָפּ־, און פֿון ערגעץ קיין עצה, קיין הילף, און ↰ 195 ווען אַפֿילו גיטעלע, משה מאַשבערס ווייב, האָט קיין טרייסט־וואָרט ניט געהאַט פֿאַר איר מאַן, ניט פֿאַר קיינעמס ווי ס׳פֿאָדערט זיך פֿון אַ ווייב, פֿון אַ מוטער, ווייל זי האָט אַליין ניט געוואוסט, פֿון וואַנען זי צו נעמען, די טרייסט — אָט דעמאָלט האָט משה מאַשבער איין מאָל געלאָזט רופֿן זיין ברודער לוזין און אים געבעטן איבערגעבן, אַז אַזוי ווי ער איז ניט בקו הבריאה ג און ער האָט אַ נויטיקן ענין צו אים, איז זאָל לוזי זיך מטריח זיין און אים, משהן, אין זיין הויז באַזוכן.
לוזי איז געקומען, און ווי נאָר ער איז אַריין אין שטוב, אַזוי האָט אים משה מאַשבער אָפּגערופֿן אין זאַל פֿאַר געסט, וואו קיינער האָט זיך ניט געפֿונען, און ווען ער האָט אים באַזעצט אויף אַ שטול און ער אַליק האָט פֿאַרנומען אַן אָרט אַנטקעגן אים, האָט ער אים אַזוי אַ זאָג געטאָן־
— ער ווייסט אויף וואָס ער האָט אים גערופֿן: — גיין? ער וויל זיך מיט אים געזעגענען... ער ווייסט מן־הסתם, וואָס אים, משהן, שטייט פֿאַר גאָר אין גיכן — אַ פּראָצעס, און אַזאַ סאָרט אורטייל, געוויס, וואָס ווער ס׳וועט וועלן וועט זיך קאָנען פֿרייען און זיינע אייגענע וועלן האָבן אויף וואָס צו וויינען.
וואָס געהער אים, משהן, אַליין, האָט ער שוין ביי זיך געפּועלט און נעמט דאָס אָן פֿאַר פֿאַרדינט... זייער טאַטע, עליו־השלום, ווי לוזי האָט אים אַמאָל דערמאָנט, האָט זיי אָנגעזאָגט און געוואָרנט פֿאַר יאָגן זיך נאָך רייכקייט. איז אָט, האָט ער, משה, זיך דעריאָגט... כאָטש באמת געזאָגט, איז ער ניט געווען פֿון די, וואָס רייסן איין די וועלט, גיט אַזאַ אין להעשיר, הייסט עס, ווי אַנדערע, נאָר אַזוי איז שוין די טנע: ביי וואָס אַ מענטש טוט ניט, וויל ער זיך העכער אַרויפֿשלאָגן און מער דערווערבן. אַזוי אין מעשים־טובים, אַזוי אויך אין מסחר. און אַזוי ווי דער מין האַנדל בכלל איז אַ זומפּיקער, איז וואָס מער מ׳איז אין אים עוסק, אַלץ מער דנקט מען, מיינענדיק, אַז מ׳שטייגט... און אַוודאי קרענקט אים, און אַוודאי טוט אים וויי, וואָס ער זעט זיך געצוואונגען אומגיין מיט פֿאַרפֿלעקטע הענט און אַ פֿאַרשמירט פּנים פֿון ניט געדעקטע חובות, און נאָך פֿון וואָס פֿאַר אַ חובות!
־ער האָט צוערשט געמיינט, אַז ער האָט די ווערט ביי גאָט כאָטש אויף אַזוי פֿיל, אַז מ׳זאָל על־כּל־פּנים, זיין בזיון און ווייטאָג אים פֿאַררעכענען פֿאַר אַ כפֿרה עוון. אָבער ער זעט, אַז גיין, ווייל מ׳האַלט, אַפּנים, אַז ס׳איז ווייניק.
משה מאַשבערס אייגענע וועלן זיך געוויס קלאָגן פֿאַר לוזין און טענהן, הלמאי האָט ער, משה, זיך אַזוי אָפּגעלאָזט און זיך אויסגעטאָן פֿון אַלעם, טוט ניט,? רעדט ניט מיט קיינעם, ווי אַנדערע אין זיין מצב, וועלכע זוכן
1ניט בעקאָוו האָנדיע — ניט געזונט.
עצות, רוי זיך בעסער מאַכן, ביי אַרויסצוקריכן פֿון קלעם. יאָ, ער — ניט, ווייל, לויט זיין מיינונג, גייט שוין דאָ ניט נאָר אין אויסנעסערן אַ לאַגע, וואָס לאָזט זיך סיי־ווי ניט * נאָר דער עיקר וויל ער זיי דעם עיקר ניט זאָגן * נישט בלויז זיין גוטער נאָמען גייט דאָ פֿאַרלוירן, נאָר ער אַליין פֿילט זיך שוין, ווי ניט. קיין היגער: ער שטייט מיט אַ פֿוס ביי אַ גרענעץ, וואָס נאָך איין שפּאַן איז ער וון יענער זייט...
לוזי געדענקט מסתמא, וואָס אין ספֿר־חסידים ווערט געזאָגט: „נשעה שנמר על אדם לטות, באותו לילה ובאותו יום נחשך עליו מזלו ועיניו ופֿיו סתומות.1 ער, משה, זעט שוין נישט און הערט נישט פֿטעט די לעצטע צייט גאָרנישט, ווען ער איז וואָך און געפֿינט זיך צווישן מענטשן; נאָר פֿאַרקערט, ווען קיינער איז ניטאָ, ביינאַכט, אין חלום, דערוואַכן אים די חושים, ער דערהערט עפּעס שטילע טריט זיך דערנעענטערן, אַמאָל פֿון איין מענטשן, אַמאָל פֿון מער. און אַז ער קוקט זיך איין, דערזעט ער דעם טאַטן, די מאַמע און פֿיל אַנדערע נפֿטר־געוואָרענע קרובים, וואָס קומען אים פֿאַר די אויגן און שטעלן זיך אויס אין אַ ריי... און זע, יעדערס מאָל דאַכט אים, אַז אין מיטן דער ריי איז עפּעס איינס אַן אָרט ליידיק, ווי ס׳וואָלט געוואַרט, ער זאָל דאָס פֿאַרנעמען און זיך אַהין אַריינשטעלן.
יאָ, ער איז זיכער, אַז דאָס אָרט איז זיינס... ער זאָגט עס ניט קיינעם, ווייל צו וואָס, נאָר אים, לוזין — יאָ, און צוליב דעם האָט ער אים איצט גערופֿן.
ער ווייסט ניט, משה, ווען ס׳וועט אים טרעפֿן, צי בשעת ער וועט זיצן תּפֿוס, צי שפּעטער; נאָר ווען ס׳וועט ניט געשען, בעט ער, אַז אויף וויפֿל לוזי דענקט זיך פֿאַרזאַמען דאָ, אין N, און אויף וויפֿל ס׳וועט אים נאָר מעגלעך זיין, זאָל ער זען אַכטונג געבן און גיט אָפּטאָן זיין אויג און השגחה פֿון זיין הויז־געזינד. ער ווייסט, לוזי, ווי ער איז פֿון אַלעם געליכט און וואָס פֿאַר אַ ווערט זיינס אַ וואָרט האָט פֿאַר יעדן, איז זאָל ער דאָס ניט פֿאַרמיידן, ווען ער, משה, וועט שוין נישט זיין און ווען זיינע אייגענע וועלן זיך אין דעם נויטיקן.
משה מאַשבער האָט, זיצנדיק דעמאָלט שטול קעגן שטול מיט זיין ברודער לוזין, דאָס אַלץ אויננגעזאָגטע אַרויסגערעדט אַזוי שטיל און רואיק, גלייך די רייד וואָלטן געגאַנגען ניט וועגן אים, נאָר וועגן אַן אַנדערן, וועמען ער וויל באַוואָרענען. כאָטש, זאָגן מיר, משה מאַשבער האָט, זיצנדיק דעמאָלט אָפּגעזונדערט מיט זיין ברודער, געשמועסט וועגן זאַכן פֿון סוף פּסוק, דאָך איז זיין גליק געווען קלאָר, און כּלל נישט מטושטש און פֿאַרטראָגן, 1 אין דער שעה ווען ס׳קומט דער גזר, אַז דער מענטש זאָל שטאַרבן, אין דער זעלבער נאַכט, אין זעלבן טאָג ווערט אים פֿינצטער דאָס מזל און דאָס מויל און די אויגן שליסן זיך אים.
ווי די לעצטע צייט, ווען ער פֿלעגט זיך אומדרייען אַרום די ווענט און נישט אויסריידן קיין וואָרט מיט קיינעם.
לוזי, פֿאַרשטענדלעך, האָט אים איבערגעשלאָגן, ער האָט אים גענומען מוסרן און פֿאַרשעדען די שלעכטע געדאַנקען, וואָס יענער האָט זיך אַריינגענומען — „ס׳טייטש, היתכן, ווי מעג מען דען פֿאָרויסלויפֿן דעם אומגליק? דיר. לצרה בשעתה... און ווער האָט עס רעכט צו פּרואוון פֿאָרויס־ זען דאָס, וואָס ס׳איז פֿון מענטשנס אויגן פֿאַרהוילן — דעם סוף כל האדם. און ווי טאָר מען גלויבן און זיך שרעקן פֿאַר פּוסטע צייכנס און חלומות, אַז מאותות השמים לא תחתו, איז געזאָגט, און חלומות שוא ידברו”.1
דאָ אָבער, ווען לוזי האָט גענומען אָפּענטפֿערן און צוריק טענהן מיטן ברודער, האָט מען געקאָנט זען, ווי משה מאַשבערם גליק האָט זיך ווידער מיט עפּעס פֿאַרצויגן, גלייך ער הערט ניט, וואָס מ׳רעדט צו אים, גלייך ער איז מיט עפּעס אַנדערש באַשעפֿטיקט און לוזיס מוסר גייט אים פֿאַרביי אויער.
מיר ווייסן ניט, צי לוזי האָט דאָס באַמערקט, צי ניט. נאָר לסוף, אַז דער געשפּרעך האָט זיך געענדיקט און לוזי האָט זיך פֿון בענקל אויפֿגעהויבן אויף זיך געזעגענען, איז אַז ביידע ברידער האָבן זיך דערנעענט צו דער טיר פֿון זאַל, וואָס פֿירט אין אַ צווייטן צימער, אַזוי האָט פּלוצלים~משה מאַשבער, זייענדיק נאָענט צום ברודער, זיך אַ נויג געטאָן מיטן קאָפּ צו לוזיס אַקסל אָן ווערטער, אַ סברה, אַז משה מאַשבער האָט האַלטנדיק דעמאָלט דעם קאָפּ אין לוזיס אַקסל אָנגעלענט, אויך אַ קורצן גליפֿע געטאָן און אַ פֿרעג געטאָן ביי לוזין: לוזי, און וואָס וועט זיין מיט אַלטערן, ווען איך וועל ניט זיין?... אַ סברה, אַז אויך לוזי, גערירט פֿון ברודערס נויג, האָט מער צו יענעם טרייסט ניט געהאַט, ווי נאָר אַ שטילן מורמל צו געבן: ה׳ ירחם, און ווידער אַ סברה, אַז אויך אים איז עפּעס צוגעטראָטן צום האַלדז פֿון יענעם מין, וואָס שטיקט און לאָזט זיך ניט אַרויסזאָגן. ער האָט דעם קאָפּ אָפּגעדרייט.
און אַז ביידע ברידער זיינען אַריין אין עם־שטוב, וואו ס׳האָבן זיך געפֿונען משה מאַשבערם אייגענע, וועלכע האָבן געוואָלט פֿאַרהאַלטן לוזין, כּדי אויסהערן פֿון אים כאָטש אַ וואָסער ניט איז וואָרט צו זייער טרייסט, ווי פֿון אַזאַ, וואָס מ׳קאָן פֿון אים דאָס וואָרט באַקומען, האָט משה מאַשבער געמאַכט אַזאַ מינע, ווי גלייך לוזי וואָלט איצט געווען פֿאַרנומען, און אַז ער האָט זיך געלאָזט פֿאַרבעטן אַהער בלויז צוליב אים, משהן, און אַז איצט, ווען ער האָט מיט אים פֿאַרענדיקט, וואָס געדאַרפֿט, מוז ער אַוועק.און ס׳ניט כדאי אים מער צו פֿאַרהאַלטן.
1 אַז פֿאַר די צייכנס פֿון הימל שרעקט איר זיך נישט און חלומות רעדן פֿאַלש.
לוזי האָט זיך טאַקע ניט געזאַמט, ער האָט זיך ניט געוואָלט אַריינ־
לאָזן אין אַ געשפּרעך וועגן אַן ענין, וואָס, ווי ער האָט געזען, וועט ער דעם ברודער ניט זיין ניהאָ, ווייל ער האַלט אים אחר־יאוש. ער האָט זיך אָפּגעזעגנט און איז אַוועק, און משה מאַשבער איז טאַקע גערעכט געווען, ווייל ס׳איז שוין טאַקע באמת געווען אחר־יאוש.
ס׳האָט זיך אָנגעהויבן דער פּראָצעס, און שוין פֿון ערשטן טאָג איז געווען צו זען, וואוהין דער ריכטער צילט און איז געבויגט — אַז צו דער זייט פֿון די קעגנער פֿון משה מאַשבער און בשום אופֿן ניט צו זיינער. אַליין דער ענין האָט גערעדט פֿאַר זיך, און יעדערס מאָל, ווען משה מאַשבערס אַדוואָקאַט האָט גענומען אַ וואָרט צו זיין פֿאַרטיידיקונג, האָט מען געזען, ווי אי ער אַליין איז ניט איבעריק זיכער אינעם גערעכט פֿון זיין באַשיצטן, און אי דער עיקר דער געריכט און דער גאַנצער עולם, וואָס האָט זיך אָנגעקליגן און איז גייגעווען גייט משפּט, נעמען אויף זיינע פֿאַרטיידיקונגען מיט אומצוטרוי און זיינען זיי ווי פֿון פֿאָרויס מנטל.
דער משפּט האָט זיך געצויגן עטלעכע טעג, און יעדערס מאָל, ווען משה מאַשבער האָט אינדערפֿרי באַדאַרפֿט דורכגיין צווישן עולם, וואָס האָט זיך אָנגעזאַמלט אין הויף און אין גאַס פֿון דער געדיכט־געגיידע, האָט ער זיך געמוזט באַגעגענען מיט בליקן פֿון פֿאַרשיידענע מענטשן, וועלכע האָבן זיך צו אים באַצויגן פֿאַרשיידן. ער האָט דערום געהאַלטן דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזט.
און אַז ס׳איז געקומען די צייט, ווען ער האָט באַדאַרפֿט אַרויסטרעטן צו זיין אייגענער פֿאַרענטפֿערונג, האָט ער קוים די ליפּן באַוועגט, שטאַמלענדיק און אָן שום האַפּענונג, אַז ס׳וועט זיך לאָזן אַריבערציען די מיינונג פֿון געריכט אויף זיין זייט צום גוטן, צום בעסערן. ער האָט ניט נאָר אַליין זיך מייאש געווען, נאָר אויך פֿון זיין פֿאַרטרויאונגס־מאַן איציקל זיל־ גורג, ווי אויך פֿון זיין ספּעציעלן אַדוואָקאַט, וואָס ער האָט געדונגען, אים צו פֿאַרטיידיקן ביים משפּט, האָט ער נישט באַקומען אין משך פֿון געריכט קיין איין מאָל פֿאַרזיכעדט, אַז דער אורטייל וועט זיין אַן אַנדערער, ווי ער אַליין האָט זיך פֿאָרגעשטעלט.
צום סוף איז נאָך דער קעגנערישער אַדוואָקאַט אַרויסגעטראָטן מיט אַ שלוס־וואָרט, אין וועלכן ער האָט צווישן אַנדערן אַ זאָג געטאָן, שרעקנדיק דעם געריכט מיט משה מאַשבערס שלעכטן ביישפּיל, אַז אויב — האָט ער געזאָגט — מ׳וועט אים פֿריישפּרעכן אָדער אַפֿילו פֿאַרגרינגערן די שטראָף, אַזוי וועלן אַנדערע אים וועלן נאַכטאָן, און דאָס וועט ברענגען דערצו, אַז ס׳וועלן אונטערגעריסן ווערן די יסודות פֿון האַנדל, וואָס דאָס איז דאָס זעלבע, ווי די יסודות פֿון אייגנטום־רעכט, אויף וועלכע די מלוכה האַלט זיך...
ס׳איז קלאָר געווען, אַז משה מאַשבער איז רעכט פֿאַרקוועטשט און אַז פֿון באַפֿרייען אים קאָן קיין רייד גיט זיין.
מ׳האָט אים טאַקע פֿאַראורטיילט. משה מאַשבער האָט עס פֿון לכתחילה אָן געוואוסט, ער האָט זיך געגרייט דערצו. און אין לעצטן טאָג, ווען דער געריכט האָט באַדאַרפֿט אַרויסטראָגן דעם אורטייל — איז איידער ער האָט זיך באַדאַרפֿט לאָזן אין געריכט, וואָס פֿון דאָרט, איז ער געווען זיכער, וועט ער זיך שוין אַהיים ניט אומקערן און וועט אָפּגעשיקט ווערן אַהין, וואו ס׳איז אים אָנגעצייכנט — אין תּפֿיסה, האָט ער ביי זיך אינדערהיים געפּראַוויעט אַ געזעגעניש, וואָס אַזאַ דאַרף מען שוין ווינטשן נאָר שונאים...
ער האָט פֿאַרן אַוועקגיין זיך געהייסן דערלאַנגען דעם טלית־זאַק און האָט גענומען אַהין אַריינלייגן מער, ווי ס׳לאָזט זיך־ אַ סידור, אַ חומש, אַ חוק לישראל און אויך אַ מעבור יבוק, וואָס ער האָט פֿון ערגעץ אַ ספֿרים־ שאַפֿע שטילערהייט אַרוימגעקראָגן, און אים, אַ סברד” שוין פֿון פֿריער געהאַלטן אָנגעגרייט. דער לעצטער ספֿר האָט שוין נישט געקאָנט אַריין און משה מאַשבער האָט מיט ציטערדיקע הענט אים דאָך געוואָלט אַריינרוקן און ס׳האָט זיך אים ניט איינגעגעבן, ווייל די הענט האָבן אים ניט געפֿאָלגט און ער איז שוין ניט געווען קיין באַלעבאָס אויף זיי. ער האָט אים געמוזט אָפּלייגן און „נא” — האָט ער שטיל, צו אַלעמענס פֿאַרוואונדערונג צו זיך אַליין אַ זאָג געטאָן — „אפֿשר איז נאָך טאַקע ניט די צייט, ווי לוזי זאָגט...” דערביי, ווען ער האָט זיך געפּאָרעט ביים טלית־זאַק, זיינען אַלע אייגענע געשטאַנען אַרום אים און קיינער האָט ניט פֿאָרגעלייגט אים די הענט אי־ בערגעמען. מ׳האָט אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַרוואָס — אים געלאָזט, ער זאָל זיך דערמיט אַליין פֿאַרנעמען און אים ניט געהאָלפֿן, אויך ניט געשטערט, ווייל די מינוט פֿון די הכנות זיינען געווען אַזוינע, ווי ווען מ׳שטייט, בשעת איינער גראָבט פֿאַר זיך אַליין אַ גרוב.
דערביי איז די עלטערע דינסט, וועלכע איז איצט געווען די איינציקע דינסט אין שטוב, און וואָס ניט פֿרעגנדיק ביי קיינעם, האָט אויך זי איצט איר אַרבעט אין קיך פֿאַרלאָזט און איז אַריין אין שטוב צום געזעגענען — געשטאַנען און געוויינט און מיט אַן עק פֿון קאָפּ־טיכל האָט די טרערן פֿון די אויגן און די גאַז געווישט.
ביי גיטעלען איז קיין טרערן ניט געווען צו זען, אויך ביי יהודיתן, ביי משה מאַשבערס עלטערער טאָכטער — ניט, מחמת יהודית האָט געקוקט אויף דער מוטער, אויף גיטעלען, וואָס האָט די גאַנצע צייט, בשעת משה מאַשבער האָט זיך געפּאַקט, אָט־אָט געקאָנט אויסברעכן אָדער מיט אַן אויסגעשריי, אָדער אַנידערפֿאַלן צום קראָכן אָבער ס׳איז מיט איר קיין איינס פֿון די מידע ניט געשען. זי האָט זיך געהאַלטן פֿעסט און נישט געוואָלט מצער ↰ 200 זיין איר מאַן, משהן, וואָס האָט אַזוי אויך גענוג און מ׳האָט אים ניט געטאָרט די מאָס דערפֿולן.
ביידע, סיי גיטעלע, סיי יהודית האָבן, ווי געזאָגט, נישט געוויינט. אויך די איידעמס משה מאַשבערס האָבן שווייגנדיק צוגעקוקט, וואָס ער טוט און האָבן פֿון פֿאַרלוירנקייט קיין וואָרט ניט געזאָגט.
ס׳זיינען בייגעווען מיט געזעגעניש אויך אַלע אָנגעשטעלטע פֿון קאָנטאָר, אויך פֿונעם אייל־ און נאַפֿט־געשעפֿט, וואָס משה מאַשבער האָט ספּעציעל געלאָזט רופֿן, — ווייזט אויס, צוליב מער אָפּקומעניש, כּדי יענע זאָלן צוקוקן, ווי אַזוי זייער בעל־הבית, זייער ברויט־געבער, וועט איצט אויסזען, איידער ער וועט די שטוג פֿאַרלאָזן... ווי אַלע, זיינען אויך זיי געשטאַנען און האָבן שווייגנדיק צוגעקוקט, וואָס פֿאָר זיי איז פֿאָרגעקומען, פֿאַרגליווערטע, ווי מ׳שטייט ביי יציאת נשמה.
און אַז משה מאַשבער איז לסוף פֿאַרטיק געוואָרן מיטן טלית־זאַק, האָט ער זיך גענומען געזעגענען. ער איז צוערשט צוגעגאַנגען צו יעדער איינעם פֿון די אָנגעשטעלטע און משרתים, און מער ווי ער האָט זיי געהאַט מיט ווערטער וואָס צו זאָגן, האָט ער געזאָגט מיטן בליק, און מי זיי ווי מחילה געפֿעטן, טאָמער האָט ער וועמען ווען באַליידיקט אָדער עפּעס שלעכטס געטאָן...
ער איז דערנאָך צוגעקומען צו יהודיתן זיין טאָכטער, און איר געזאָגט וואוסט דעם כאָטייט פֿון דער געזעגעניש און צו וואָס דער זיידע פֿאַקט זיך, און האָבן נאָר געוואוסט, אַז ס׳איז עפּעס קיינעם אויפֿן האַרצן ניט אויפֿגעלייגט און אַז מ׳דאַרף זיך האַלטן וואָס שטילער און וואָס ווייניקער טומלען.
ער איז דערנאָך צוגעקומען צו אידעסן זיין טאָכטער און איר געזאָגט אַ שטיל וואָרט, אַ מין כרכה צו גיטעלען מיט עפּעס אַן אומפֿאַרשטענדלעכן מורמל; און דאַן, צום לעצט, צו מאירלען, צום עלטסטן פֿון זיינע אייניקלעך, וואָס יענער האָט יאָ פֿאַרשטאַנען וואָס ס׳געשעט, און דערפֿאַר האָט ער דעם קאָפּ אָפּגעדרייט און פֿון זיידנס האַנט די זייניקע אַרויסגעצויגן.
ס׳איז דעמאָלט, גאָר צום לעצט, צוגעגאַנגען אויך אַלטער, וואָס האָט זיך אומבאַמערקט פֿון זיין אויבער־שטיבל אַראָפּגעלאָזט, און וואָס דאָ האָט שוין נישט משה מאַשבער אַליין, אויך אַלטער נישט אויסגעהאַלטן און ביידע האָבן עפּעס אַ קרענקלעך־איבערגעכאַפּטן וויין געטאָן...
משה מאַשבער האָט געזען פֿאַרענדיקן דאָס אַלץ וואָס גיכער, און צום לעצטן מאָל האָט ער נאָך גענומען זיך אומקוקן אויף די ווענט און פֿויף אַלע מיזייענדיקע, וואָס האָבן אים אַרומגעשטעלט, און דערנאָך האָט ער מיט אַמאָל אָפּגעריסן די אויגן פֿון צו קוקן און איז צו צו דער שוועל, דורך וועלכער ער האָט באַדאַרפֿט אַריבערטרעטן, און איידער נאָך ער האָט דאָס געטאָן, האָט ער אויפֿגעהויבן די אויגן צו דער מזוזה, וואָס אויפֿן כיישטידל, האָט צו איר ↰ 201 אַ האַנט דערלאַנגט, און באַלד, זי צוריקנעמענדיק, זי אַ קוש געטאָן, די האַנט...
ווער פֿון די אייגענע און אָנגעשטעלטע ס׳האָט אים דערנאָך צום געריכט געזאָלט באַלייטן, איז מיט אים מיטגעגאַנגען און באַלייט, און ווער ניט, דער איז אין שטוב געבליבן, ווי גיטעלע, וואָס אַלע האָבן זי אָפּגערעדט און זי אַליין האָט זיך אויך ניט איבעריק געריסן צו וועלן מיטגיין...
און אין זעלבן בייטאָג, ווען דער אורטייל איז אַרויסגעטראָגן געוואָרן און איז אַריין אין קראַפֿט, איז שוין משה מאַשבער איבערגעענטפֿערט געוואָרן צו דער מאַכט, צו וועלכער ער האָט פֿון איצט אָן געטאָן געהערן. מ׳האָט אים גענומען אונטער אַ וואָך, וועלכע האָט אים גלייך גענומען אָפּפֿירן אַהין, וואוהין מען פֿירט אַלע מאָל פֿאַראורטיילטע — אין תּפֿיסה און אונטער שלאָס און ריגל, אויף וויפֿל צייט מ׳באַשטימט זיי.
פֿאַר דער געריכטס־געביידע האָט זיך יענעם טאָג פֿאַרזאַמלט אַ גאָר גרויסער עולם, וואָס האָט, שטייענדיק אין רעדלעך, געדולדיק געוואַרט, ביז דער משפּט וועט זיך ענדיקן און ביז מ׳וועט אַרויספֿירן משה מאַשבערן מיט בלויזע שווערדן...
מ׳האָט זיך אויסדערוואַרט. ווער פֿון די גאָר אייגענע ס׳האָט געחלשט, דאָס דערזעענדיק, האָט געחלשט, און ווער נישט אַזוי אייגן, האָט געוויינט, און אַפֿילו די קעגנער פֿון משה מאַשבער, די וואָס האָבן פֿיל בייגעטראָגן אים אַרונטערצוברעעען אונטער די שווערדן, האָבן זיך איצט מיטן נצחון ניט געקאָנט פֿרייען און זיינען מיט אָפּגעדרייטע קעפּ פֿון צווישן עולם אַרויס און געזען אין אַ זייט אָפּגיין מ׳זאָל זיי ניט באַמערקן.
אַ גרויסער טייל עולם איז אַ שטיק צייט נאָכגעגאַנגען נאָך דער וואָך פֿון משה מאַשבער * דערביי האָבן זיך אייניקע געהאַלטן פֿון הינטן, ווי ביי אַ לוויה, און אַנדערע, מער נייגעריקע און מער ליידיקגייערישער עולם, האָט געוואָלט זען משה מאַשבער אין פּנים און איז געלאָפֿן פֿאַר אים. לסוף איז מען אָפּגעשטאַנען, און געבליבן איז אַליין נאָר דער געפֿירטער מיט די פֿירער . ער אינמיטן, און איינער פֿון דער וואָך; מיט אַ הוילער שווערד, פֿון פֿאָרנט, און אַ צווייטער — הינטער אים.
משה מאַשבער האָט, שפּאַנענדיק מיטן טלית־ און תּפֿילין־זאַק אונטערן אָרעם אין משך פֿון גאַנצן וועג די אויגן ניט אויפֿגעהויבן, ניט ווען ער איז געפֿירט געוואָרן אין שטאָט און נישט אויך דערנאָך, ווען מ׳איז מיט אים אַרויס אויסער איר און זיך געלאָזט צו דער תּפֿיסה, וואָס האָט זיך געפֿונען ווייט אין פֿעלד, און ערשט שפּעטער, ווען מען איז צוגעקומען צום טויער פֿון דער תּפֿיסה און ווען מ׳האָט פֿאַר אים געעפֿנט די פֿאָרטקע פֿון טור־ מע־הויף און ער האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן און זיך באַדענקט וואוהין ער גייט, האָט ער די אויגן אויפֿגעהויבן און א-קוק געטאָן אויפֿן ביישטידל פֿון ↰ 202 דער פֿאָרטקע, ווי ער וואָלט אויך דאָ געזוכט און געוואָלט זען אַ מזוזה... אָבער דעמאָלט האָט אויף אים איינער פֿון דער וואָך אַן אונטערטרייבנדיקן הוקע געטאָן, האָט ער זיך אַ כאַפּ געטאָן און האָט די שוועל אַריבערגע־ טראַטן.
און דאָ לאָזן מיר אים איבער אַ וויילע, כּדי צו דערציילן, וואָס ס׳איז פֿארגעקומען ביי אים אין שטוב, נאָך דעם ווי זיינע אייגענע, וואָס האָבן אים אין דער פֿרי אין געריכט באַלייט, זיינען איצט אַהיימגעקומען שוין אָן אים.
ווי גאָר גיטעלע, משה מאַשבערס ווייב, האָט דערזען די צוריקגעקומענע פֿון געריכט — פֿריער די איידעמס מיט די אויסגעבלאַסטע פּנימער, ווי נאָך אַ תענית. דערנאָך איר טאָכטער יהודית מיטן פֿאַרוויינטן פּנים, און זי האָט פֿארשטאַנען, אַז ס׳איז געשען דאָס אויף וואָס אַלע האָבן זיך געריכט, — אַזוי האָט זי מיטאַמאָל אַ שפּאַן געטאָן צו איר טאָכטער יהודית, ווי מיטן מיין צו אויסהערן פֿון איר דאָס לעצטע וואָרט, וואָס זי האָט זיך עס אַליין ניט געוואָלט זאָגן; אָבער באַלד האָט זי חרטה געקראָגן, און נישט צוגייענדיק אַהין, וואוהין זי האָט געצילט — צו דער טאָכטער, האָט זי פֿון אָרט, וואו זי האָט זיך געפֿונען, עפּעס מיטאַמאָל אַ שטילן זאָג געטאָן־ יהודית, האַלט מיך צו... כ׳פֿאַל...
אַז יהודית איז צו איר צוגעלאָפֿן אַ דערשראָקענע האָט גיטעלע אין אירע אָרעמס זיך אַ נויג געטאָן מיטן גאַנצן קערפּער און באַלד גלייך איז זי שוין אַזוי שווער געוואָרן, אַז יהודית איז געווען געצוואונגען צו פֿרעמדער הילף אָנקומען, ווייל אַליין זי אונטערהאַלטן האָבן איר שוין קיין כּוחות נישט געקלעקס.
ס׳זיינען באַלד אונטערגעלאפֿן אויך די איידעמס, אויך אַנדערע, ווער ס׳איז מיט זיי צוריק פֿון געריכט געקומען, און מיט אַלעמענס הילף האָט מען גיטעלען, ווי אַן אונטערגעזעגענע, אין איר אַלקער אַריינגעבראַכט און אין בעט אַוועקגעלייגט.
יאָ, פֿון לאַנגע ליידן, אַפּנים, וואָס זי האָט אַ צייט געטראָגן אין זיך און זיי ניט אַרויסגעגעבן, ניט אויסגעוויינט און ניט אויסגעשריגן, האָט זי איצט געכאַפּט יענעם געוויסן שלאַק, וואָס מאַכט מענטשן צום האַלב־גולם, מיט קיין אבר צו רירן, מיט קיין רויע ניט צו פֿינטלען, און ערגער — ווען ס׳נעמט אים אָפּ דאָס לשון.
די דאָקטוירים, וואָס מ׳איז באַלד געלאפֿן נאָך זיי און זיי געבראַכט, ווי נאָר מ׳האָט זי אין בעט אַריינגעלייגט, זיינען נאָך אייניקע מינוט קוקן און זי באַטראַכטן, געקומען צו איין מיינונג — צו דער, וואָס מיר האָבן אָקאָרשט נאָר וואָס אַרויסגעזאָגט, און פֿון זייערע ווייטערדיקע ווערטער האָט מען פֿארשטאַנען, אַז ס׳איז ניט גוט, אַז ס׳איז כּמעט קיין האָפֿענונג ניטאָ, ↰ 203 אויסער דער, וואָס אַזוי וועט זי שוין בלייבן ביז ס׳איז איר באַשערט — די טעג, די וואַכן, חדשים אָדער יאָרן — ווייסט מען גיט.
זי איז געלעגן שטיל, ניט געקרעכצט און בכלל קיין קול גיט אַרוימגעגעגן און בלויז געקוקט אין איין פֿינטל גולמיש־שטאָר און ווי אַ וועקסענער מענטש — צום אַנטקעגן זיך.
ס׳נאָך גוט, זאָגן מיר דאָ, וגאַס זי האָט זוכה געווען צו איר אייגן נעט, צו איר אייגענער שטוב, און צו אַן אייגענעם דאָך אויפֿן קאָפּ, וואָס מ׳האָט זיי אויך זייער לייכט איצט געקאָנט צונעמען און צופּסקעגען לטובת משה מאַשבערס בעלי־חובות. דאָס איז אָבער נישט געשען, ווייל די שטוב, וואָס איז געווען איבערגעשריבן אויף סרולי גאַלס נאָמען האָט דער געריכט געפֿונען פֿאַר אַ געזעצלעכער קניה און אַז סרולי גאַל, דער קונד” האָט די רעכט צו גלייכן ביי דעם, וואָס ער האָט אָרנטלעך דערוואָרבן.
גוט נאָך, זאָגן מיר ווידער, וואָס די שטוב כאָטש איז פֿאַרבליבן אין רשות פֿון משה מאַשבערס משפּחה און וואָס גיטעלע, די פֿריערדיקע באַלעבאָסטע פֿון שטוב, האָט געקאָנט אויסגעהאַלטן ווערן אויך איצט, ווי אַ באַלעבאָסטע; ווייל דאָס איינציקע, וואָס יהודית, גיטעלעס עלטערע טאָכטער, האָט איצט געקאָנט טאָן צו פֿאַרגרינגערן די לאַגע. פֿון איר אומגליקלעכער, קראַנק־ליגנדיקער מוטער, איז געווען דאָס, וואָס זי האָט זיך מיט איר געפֿירט, ווי מיט דער אָנפֿירערין פֿון שטוב, נישט געקוקט דערויף, וואָס יענע, גיטעלע, האָט שוין לחלוטין דערצו ניט געטויגט. זי האָט שטילערהייט גענוג געוויינט, יהודית, יעדערס מאָל, ווען זי האָט באַדאַרפֿט קומען פֿאָר דער קראַנקער גיטעלע און זיך ווענדן צו איר, כּלומרשט, נאָך אַן עצה און איר אַריינזאָגן אין שווייגנדיקן פּנים וועגן דעם, וואָס זי רעכנט יאָ אָדער ניט צו טאָן אין שטוב־ווירטשאַפֿט. און נאָך אַמאָל x נישט געקוקט דערויף, וואָס אַרויסקריגן פֿון גיטעלען אַ מינדסטע מינע אויף יאָ, אָדער ניט, אויף הסכמה אָדער ניט, איז שוין נישט געווען שייך, דאָך האָט יהודית דאָס געהאַלטן פֿאַר איר הוג, און דאָס האָט איר געשאַפֿן די פֿאַרשטעלונג, אַז די מוטער איז נאָך מוטער, און אַז די שטוב פֿירט זיך, ווי זי האָט זיך פֿריער געפֿירט.
אַוודאי איז אויך דאָס געווען אַ זכות... אַוודאי אויך אַ זכות, וואָס לוזי, משה מאַשבערס ברודער, האָט אויסגעפֿילט משה מאַשבערס בקשה, מיט וועלכער ער האָט זיך צו אים געווענדט פֿאַרן געריכט, בעת ער האָט זיך מיט אים אָפּגעזעגנט'און פֿאַר אים זיך אויסגערעדט אין זאַל, ווי מיר געדענקען< און איצט, נאָך דעם, ווי משה מאַשבער איז אַוועק און נאָך דעם, וואָס גאָלד האָט זיך געטראָפֿן דער אומגליק מיט גיטעלען, האָט ער, לוזי, זיין ברודערס בקשה פֿאַרגעדענקט און פֿלעגט אָפֿט זיך ווייזן צו זיינע כני* בית מיט אַ טרייסט.
גוט אויך דאָס. אָבער אויסער אָט די אַלע „גוטסקייטן” איז משד, מאשגערם אייגענע שוין פֿיל דעמאָלט אָפּגעגאַנגען צו גוט...
נו, יאָ; משה מאַשבער — אין תּפֿיסה, גיטעלע — האַלב טויט אין געט, די געשעפֿטן — אָפּגעשלאָסן... בעלי־חובות האָבן שפּעטער אַ ביסל זיך אַפֿילו געפּרואווט זיי צוריק אויפֿשטעלן בשותּפֿות און זיי איבערגעגעבן אין די הענט פֿון מער דערפֿאַרענע און מער פֿאַראינטערעסירטע, אַז יענע זאָלן מיט זיי אָנפֿירן. ס׳האָט זיך אָבער גאָרניט ניט באַקומען. פֿאַרוואָס! — ווייל ווען משה מאַשבערס געשעפֿטן זיינען געבליבן אָן די פֿריערדיקע באַלעבאַטים, אָן אים מיט זיינע איידעמס, האָבן זייערע שטענדיקע קונים און קונדן, וועלכע האָבן זיך פֿיל אָנגעליען און זיינען געבליבן שטיין מיט אַ סך נישט אויסגעצאָלטע חובות — איצט גענומען אויסנוצן משה מאַשבערס אָנזעץ פֿאַר אַ שאנס אויף אַליין אויך אָנזעצן און ניט וועלן צאָלן... שלעכטע קונדן האָבן פּשוט געזאָגטt „ער—ניט, מיר—ניט,. און טוט זיי עפּעס... אַנדערע, מער לייטישערע, זיינען אָפּגעקומען מיט מער לייטישערע תירוצים, אָבער צאָלן האָבן זיי אויך ניט געצאָלט. אַזוי, אַז אויב מע וואָלט זיך געווען וועלן נעמען איינקאַסירן די אַלע חומת, וועלכע משה מאַשבער האָט געהאַט אָפּצומאַנען ביי זיינע קונים און קונדן, וואָלט זיך געפֿאָדערט פֿיל צייט, פֿיל דולעניש, און נאָך לאַנגן הין־און־הער און צו טאָן האָבן מיט די פֿאַרשולדיקטע, וואָלט מען סיי ווי געגליכן ביי גאָרנישט.
אַזוי ווידער, אַז מיט דעם, וואָס מ׳האָט געמאַכט משה מאַשבערן פֿאַר אויס, האָט מען ווייניק וואָס געפּועלט און גאָר ווינציק געוואונען. געפּועלט האָט מען נאָר, וואָס אייניקע בעלי־חובות מיט די זעלבע געשעפֿטן, וואָס ער, האָבן גענומען אַריבערציען זיינע קונים צו זיך, מיט דער האָפֿענונג, אַז דורכן פֿאַרדינען פֿון אָט די קונים וועלן זיי מיט דער צייט אָפּגעווינען דאָס, וואָס זיי האָבן אָנגעוואוירן ביי משה מאַשבער; געפּועלט האָט מען אויך, וואָס די קלענערע בעלי־חובות זיינען געבליבן שטעקן מיט זייערע אָרעמע געלטן שוין אָן שום האָפֿענונג אויף ווען?יט איז צוריק אַרויס מיט זיי... און צום לעצט געפּועלט, אַז יענע בעלי־הלוואות, וואָס קיין געשעפֿטן האָבן זיי ניט און וואָס אָפּצוגעווינען אויף אַזאַ אָדער אַנדער אופֿן ביי די קונדן פֿון משה מאַשבער, ווי אַנדערע, וואָס האָבן יאָ געשעפֿטן איז פֿאַר זיי אוממעגלעך געווען, זיינען געבליבן ביים זעלבן, וואָס די אָרעמע — בלויז מיט די וועקסלען אויף די הענט, און אפֿשר אויך נאָך מיט דער טרייסט, וואָס אַ דאַנק זיי איז משה מאַשבער אין תּפֿיסה פֿאַרזעצט געוואָרן... און נאַ, און דאָס לאָמיר זיי פֿאַרגינען.
און איצט ווידער צו משה מאַשבער.
אַז ער האָט אַריבערגעשפּאַנט די פֿאָרטקע פֿון טורמע־הויף און איז געבראַכט געוואָרן אין קאָנצעלאריע, וואו מ׳האָט אים איבערגעגעבן אין די הענט פֿונעם טורמע־עלצטן, וועלכער האָט אים באַדאַרפֿט אַריינשרייבן אין בוך פֿון די אַרעסטירטע, וועלכע געפֿינען זיך אונטער זיין אויפֿזיכט — האָט מען דאָס אים געטאָן... מ׳האָט אים באַלד אויך אויסגעטאָן די ציווילע קליידער און אים איבערגעטאָן אין אַרעסטאָנטישע און לסוף, שוין אַן איבערגעטוענעם, תאָט מען אים געבראַכט אין איינער אַ טורמע־געביידע פֿאַר קרימינעלע פֿאַרברעכער, און צוקומענדיק צו איינער אַ קאַמער־טיר, האָט מען זי פֿאַר אים אויפֿגעשלאָסן, אים אַריינגעלאָזט און צוריק פֿאַרשלאָסן.
ער איז אַריין, ווי אַלע אַרעסטאָנטן, וואָס קומען אַן אַהין — מיט גאָר־ נישט, אויסער נאָר מיט זיין טלית־ און חפֿילין־זאַק, וואָס דער געזעץ האָט אים דערלויבט מיטצוהאָבן, ווי זאַכן פֿון קולט. ער איז שטיק געבליבן מיטן טלית־ און תּפֿילין־זאַק אויף דער שוועל מיט אַזאַ אויסזען, ווי ער וואָלט געקומען אויף דער שוועל פֿון אַן אומבאַקאַנטער שול, און פֿון גרויס פֿאַרטראָגנקייט האָט ער אויך דאָ אַ ווענד געטאָן די אויגן צום יישטידל, וואו ער וואָלט געזוכט אַ מזוזה אויף אַ קוש טאָן.
אָנשטאָט אָבער אַ מזוזה האָט ער פּלוצלים דערזען פֿאַר זיך איינעם אַ פּאַרשוין, פֿון אַ גרויס רעדל אַרעסטאָנטן אים אַנטקעגנגעקומען, וואָס אַז מ׳האָט אויף יענעם נאָר אַ קוק געטאָן, אַזוי האָט מען געקאָנט ניט נאָר אין מזוזהס פֿאַרגעסן, נאָר אַפֿילו ווי אַזוי מ׳הייסט...
דאָס איז געווען אַ קורצוואוקסיקער, פֿירעקעכיק־געכויעטער קאַטאָרזשאַן, מיט אַ האַלב־געגאָלטן קאָפּ און שטאַרק־געלן פּנים, ווי ביי אַלע אַרעסטאָנטן, פֿון לאַנגן זיצן אָן לופֿט און אין ענגעניש! אויך מיט אַ געפֿאַלדעוועטער, אונטערגעשוירענער באָרד און מיט אַ העסלעך־געגאָלטער אויבערשטער ליפּ, געגאָלט אַזש ביז גלוי.
ס׳איז געווען אויף לאַנג אַ פֿאַרמשפּטער, וואָס גייענדיק מיטן עטאָפּ מיט אַ קאָמפּאַניע אַנדערע אַרעסטאָנטן אַהין, וואוהין מ׳האָט זיי באַשטימט, האָט מען זיי דאָ, אין N־אַ טורמע, פֿאַרהאַלטן אויף אַ צייט, ביז מ׳וועט זיך אין זיי דערמאָנען און זיי ווייטער שיקן.
ער איז אונטערגעקומען צו משה מאַשבער מיט זיין קורצער וואוקס, מיט זיין גרוי־געוואַנטן אַרעסטאָנטן־היטעלע, אָנעם דאַשעק, מיטן קורצן רעקל, קאַזיאַנע געשטעמפּלטע אויף די פּלייצעס, און מיט הויזן פֿון זעלבן שטאָף, ווי דאָס רעקל, און צוגייענדיק נאָענט, גאָר נאָענט צו משה מאַשבערן, האָט ער אָן אַ וואָרט צו זאָגן, ביי אים דעם טלית־זאַק פֿון אונטערן אָרעם א8ירגענומען.
— וואָס איז דאָס? — האָט ער אַ פֿרעג געטאָן.
— געבעט־זאַכן — האָבן זיך ביי משה מאַשבער געוונען אַ פּאָר ניט־ יידישע ווערטער אויף אָפּצוענטפֿערן דעם קאַטאָרזשאַן, ער זאָל וויסן, וואָס ער האַלט אין די הענט און ווי ער דאַרף זיך מיט דעם באַגיין.
— און דאָס — וואָס? — האָט דער קאַטאָרזשאַן גענומען ציען וון טלית־זאַק די ספֿרים, וואָס משה מאַשבער האָט וארן אַוועקגיין !ון דער היים אַהין אַריינגעלייגט.
— אויך דאָס, — האָט משה מאַשבער געענטוערט.
— און דו אַלים, ווער?
— אַ סוחר — האָט ער געשטאַמלט.
— און געלט האָסטו?
— ניין, און דערפֿאַר האָט ער אַהער אָנגעטראון, ווייל ער האָט ניט
— האָט משה מאַשבער, דערזען דעם אַרעסטאָנטן־עולם, וואָס האָט אים אַרומגעשטעלט, אים באַטראַכט און אין מויל געקוקט, געפֿונען ווערטער אויך אוילו פֿאַר אַ האַלב־לייבטן שפּאַס טאָן, מישטיינסגעזאָגט...
דעמאָלט האָט דער, וואָס איז צו אים צום ערשטן צוגעטראָטן און וואָס האָט זיך דערנאָך אַרויסגעוויזן צו זיין דער סטאַראָסטע וון קאַמער, צוגענומען דעם טלית, וואָס משה מאַשבער האָט מיטגעבראַכט. ער האָט לעפּיש, נישט געשיקט און ווי נישט מיט יידישע הענט אים געפּרואווט אָנטאָן און אין אים זיך איינמאָסטען. ער האָט אויך געפּרואווט עפּעס טאָן מיט די תּפֿילין אומבאַהאַלון, און אין דער זעלבער צייט אָבער ואדזיכטיק און מיט עפּעס אַ מין דרך־ארץ, ווי צו זאַכן, וועלכע זיינען אים, ווייזט אויס, געווען אַמאָל באַקענט, און וואָס איצט, איז ער וון זיי אָפּגעודעמדט.
משה מאַשבער איז עטוואָס בלאַס געוואָרן, זעענדיק, וואָס יענער טוט, ער האָט מורא געקראָגן ואר שענדונג פֿון די אַרומשטייענדיקע אַרעסטאָנטן, וואָס אַז זיי האָבן צוגעקוקט זייער חברס מלאכה, האָבן זיי געלאַכט און דאָס געלעכטער האָט זיך וון זייערע אַרעסטאָנטישע שטערנס, פּנימער און מיילער ניט אָפּגעטאָן.
— לאַכט גיט ב — האָט דעמאָלט מיט אַמאָל שטרענג אַ זאָג געטאָן דער עלטסטער, דער סטאַראָסטע, דער, וואָס מיט דער געואלדעוועטער באָרד און מיט דער העסלעך־געגאָלטער אויבער־ליפֿ. — ס׳איז זאַכן פֿון מיין גאָט און זיינעם — האָט ער אַ ווייז געטאָן אויף משה מאַשבער, וועלכער איז געשטאַנען נידערגעשלאָגן פֿונעם אַרום, וון די אַרעסטאָגטישע געלעכטערס און פֿונעם עלצטגס שותּפֿות, אין וועמעס הענט זיין טלית־און־תּפֿילין האָבן אַריינגעטראָפֿן, און וואָס, ווי ער האָט געמיינט, אַז אויך צוליב געלעכטער.
ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז גיין, אַז ניט צוליב דעם. יענער איז געווען אַ ייד... מאָל דיר, אַ וואָסערער: מיט אַ צינערן אוידינגל אין אויער, מיט אַ גידעריק־ביקישן שטערן, און דערצו נאָך מיט קורצע קלעצל־הענט, וואָס ↰ 207 ער איז גרייט זיי אַלע מאָל לאָזן אין גאַנג, און מ׳האָט געזען, אַז קיין סך מי וואָלט אים ניט געקאָסט, ער זאָל וועמען גיט איז, אויב ס׳5אָדערט זיך, דערוואַרגן ווי אַ קעצל.
„דער נאָוואַראסייער” — האָט מען אים גערופֿן. ער האָט געשטאַמט פֿונעם נישט־לאַנג באַזעצטן נאָוואַראסישן קאָנט, וואו די שפֿע איז גרויס, וואו מע עסט ווייצנס א5ילו אינדערוואָכן, און וואו יידן זיינען פֿאַרגרעבט און רעדן מיט דער שטאַרק־גראָגערנדיקער ר־ר־ריש...
זיין געשיכטע — גאָרנישט קיין געהויבענע. ער האָט זיך „באַשעפֿטיקט,
מיט גנבֿענען פֿערד און פֿאַרקויפֿש אויף ווייטלעכע ידירים. אויב די גנבֿה איז אָפּגעגאַנגען לייכט, איז גוט, און אויב נישט, אויב מ׳האָט זיך קעגנגע-שטעלט, האָט ער זיך נישט אָפּגעשטעלט אויך פֿאַר רציחה, וואָס ס׳האָט מיט אים שוין ניט איין מאָל זיך געמאַכט. דערביי, אַז ער האָט אַמאָל געמוזט אגטלויבן, זיך אויסבאַהאַלטן אין סטעפּ און ליידן הונגער, פֿלעגט ער אָפּשלאָגן אַ „שטיקל, פֿון אַ סטעפֿאווע טשערעדע, דאָס אַוועקלייגן און .עסן רוי... מ׳האָט געשמועסט, אַז ער האָט אויך איצט, זיצנדיק אין טורמע, זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿון אַריינצוכאַפּן אַמאָל אַ חלק רוי־פֿלייש, ווען ער פֿלעגט געשיקט ווערן אויפֿן קיך ברענגען עסן פֿאָר דער קאַמער, אָדער אַזוי העלפֿן דעם קוכער.
מיט איינעם וואָרט, אַ געוויסע פֿירמע, וואָס האָט זיך אויסגעהאָדעוועט אַ פֿאַרוואָרלאָזטער יתום ערגעץ אין אַ ווייט־ליגנדיקן פּויערשן ישוב אין נא־ וואַראָסיע. ער האָט לאַנג געדינט פֿאָר אַ שיק־יינגל, אָדער פֿאַר אַ קאָך טרייבער און דערפֿאַר געקראָגן זיין געמיינעם אויסהאַלט און מסתם אויך נישט איבעריק גוט באַהאַנדלט געוואָרן, און דערפֿאַר, ווידער, ווען ער האָט אָנגעטראָפֿן אויף אַ גנבֿים־קאָמפּאַניע, האָט ער פֿאַראייניקט זיין דעראָאַרונג וון קאָנען אַרומגיין אַרום פֿערד און אויך פֿון וויסן דעם סטעפּ צו דער דערפֿאַרונג פֿון אַנדערע „ווייסערס, מיט וועלכע ער איז אַוועק אויפֿן געוויסן גנבֿהשן דרך.
ער געדענקט שוין כּמעט נישט, ווען ס׳איז געשען, ער האָט זיין יוגנט, געשיכטע און קאָפּ אַרויסגעלאָזט, און דאָס איינציקע, וואָס איז אים פֿון איר נאָך פֿאַרבליבן און וואָס האָט אים געבונדן מיט זיין שטאַם, איז געווען דאָס, וואָס אַז ער האָט געהערט, ווי מ׳שעגדט, פֿלעגט ער זיך איינשטעלן און אָפֿט פֿלעגט ער דעם געשענדעטן אונטער זיין שוץ נעמען.
יאָ, משה מאַשבערן איז נאָך אַ גליק געשען, וואָס ער האָט אויף אַזאַ איינעם זיך אָנגעשלאָגן, ווייל ווען ניט וואָלט מען זיך זיכער מיט אים באַגאָנגען, ווי אַלע מאָל מיט אַ ניי־אָנקומענדיקן אין קאַמער — ווען מ׳נעמט אים אַריין אין חברה מיט אַרעסטאָגטישער שפּיל, וואָס באַשטייט 8ון קלעפּ, ↰ 208 טרוקענע און נאַסע, וון וועלכע דער נייער, בפֿרט אַזאַ, ווי משה מאַשבער, וואָלט זיכער מיט קיין גאַנצן אבר ניט אַרויס.
יאָ, אַוודאי אַ גליק, וואָס משה מאַשבערס טלית־ און תּפֿילין־זאַק האָט דערוועקט דרך־ארץ אויך צו אים אַליין ביים עלצטן, ביים סטאַראָסטע, ביי יענעם קאַטאָרזשאַן, וואָס־איז געוואָרן זיין באַשיצער פֿון דער ערשטער מינוט, ווי נאָר ער, משה מאַשבער, האָט די קאַמער־שוועל אַריבערגעשפּאַנט.
אָבער וויי צו דעם גליק, ווען משה מאַשבער האָט זיך בעסער איינגעקוקט און דערזען דעם פּאַרשוין, מיטן צינערנעם אוירינגל, מיטן טעמפּן שטערן און מיט די קורצע קלעצל־הענט, וואָס האָבן אים געמאַכט אויסזען מער מערדער, ווי אַנדערע אַרעסטאָנטן, און וואָס דערפֿאַר טאַקע איז ער, אַפּנים, אַרויסגערוקט געוואָרן אויף אָנפֿירערשאַפֿט: ער האָט באַדאַרפֿט היטן די דיסציפֿלין און שטיין אויף דער וואָך פֿון אַרעסטאָנטישע אינטערעסן, פֿאַר וועלכע ער האָט געקאָנט שטרעקן זיין אייגן לעבן און נישט שאַנעווען דאָס לעבן אויך פֿון אַנדערע, וועלכע האָבן זיך געפֿונען אונטערן אויפֿזיכט פֿון זיין מעסער, וואָס נישט געקוקט אויף אַלערליי פֿאַרבאָטן פֿון טורמע־רעזשים, האָט ער אים באַוויזן אויסבאַהאַלטן און באַשטענדיק האָבן מיט זיך...
ווי צום גליק, ווען משה מאַשבער האָט זיך שפּעטער נעענטער באַקענט. מיט יענעם פּנים און מיט זיין אויבערשטער העסלעך־געגאָלטער, בלוי-ער ליפּ, אויף וועלכער ס׳פֿלעגט זיך אַמאָל באַווייזן אַ גזלנישער שווייס־ טראָפּן, ווען ער איז אַריין אין פֿעס און האָט זיך באַדאַרפֿט מיט עמעצן צערעכענען...
— רבונו־של־עולם — האָט משה מאַשבער, שטילערהייט, אַ זאָג געטאָן גלייך נאָך דעם, ווי ער איז אַרויס פֿונעם אַרעסטאָנטן־רעדל, וואָס האָט אים באַגעגנט אויף דער שוועל, — וואוהין האָסטו מיך עס געבראַכט? און וואו מיך איינגעשטעלט?
ער האָט מורא געהאַט מער צו זאָגן, כּדי ניט צו ציען אויף זיך די אויפֿמערקזאַמקייט פֿון די אַרומיקע. ער האָט דאָס מויל פֿאַרמאַכט און ביי זיך באַשלאָסן, אַז איצט איז ניט די צייט, נאָר שפּעטער, אויפֿדערנאַכט, ווען אַלע וועלן אַנטשלאָפֿן ווערן און ער וועט בלייבן אַליין, וועט ער שוין, ווי ניט ווי, דערענדיקן, וואָס ער האָט איצט ניט דערזאָגט.
און אַזוי איז טאַקע געווען. ער האָט גלייך, נאָכן אַרויסקומען פֿון צווישן אַרעסטאָנטן־רעדל, באַקומען אָנגעוויזן אַן אָרט אויף אַ נאָרע, וואו זיך אָפּלייגן מיט זיין קליין ביסל געפּעק בייטאָג, און וואו ער וועט אויף ביינאַכט אַלע מאָל האָבן זיין געלעגער. ער האָט זיך, ווי ניט ווי, דאָרט באַזעצט, און נאַטירלעך האָט ער געזען זיך האַלטן אין אַ זייט, ווייט אָפּגעזונדערט און אין קיינע אַרעסטאָנטישע עסקים זיך ניט מישן. ער האָט אויך אָנהויב אָוונט באַקומען זיין פּאָרציע עסן, אויסגעטיילט לויט דער נאָרמע, פֿון וועלכן ער ↰ 209 האָט זיך אָפּגעזאָגט מיט אַן אויסרייד, אַז ער איז איצט ניט דערמי און אַז ער טרעט דאָס אָפּ דעם, וואָס באַגערט, אָדער וואָס נויטיגט זיך אין דעמ. דעמאָלט האָט ער גענומען אַרומקוקן זיין געלעגער אויף דער נאָרע, דער גלאַט־אָפּגעפּאָלירטער פֿון לאַנגן געברויך פֿון פֿיל לייפֿער, וואָס האָבן זי אויסגעריבן. ער האָט צו יענער צייט אויך געוואָרפֿן אַן אויג אויף דער פֿאַראשע, וואָס ביז אד׳ער האָט ער זיך אָפּגעהאַלטן פֿון צו קוקן אי אויף איר, אי אויף די, וואָס האָבן, אָן שום בושה, ביי אַ קליינער באַדערפֿעניש, זיך געווענדט צו איר, שוין צוגעוואוינט...
ער האָט לסוף, דערצויגן די צייט, ווען דער אַרעסטאָנטן־עולם האָט זיך גענומען גרייטן צום שלאָפֿן, און ווען אַ קליין קאָניצל, אין איינער אַ וואַנט איינגעמויערט, האָט שוואַך באַלויכטן די קאַמער, ווי אויך די אַרעסטאָנטן, וואָס זייער גרויע קליידונג האָט איצט אין גאַנצן דעם קאָליר אָנגעוואוירן און זייערע אַזוי אויך מאָט־געלע פּנימער האָט זיך איצט איינס פֿון אַנדערן מיט גאָרניט אויסגעטיילט אין טונקל.
און אָט האָט מען זיך באַלייגט. משה מאַשבער האָט איצט, דאָס ערשטע מאָל באַדאַרפֿט זיין טורמע־געלעגער באַנייען. ער האָט דאָס געטאָן. און אָט דעמאָלט, ווען אַלע אַרעסטאָנטן האָבן, נאָך לאַנגן און קורצן מאָסטען־זיך, גענומען איינשלאָפֿן, האָט ער, לסוף, געקראָגן די געגאַרטע שעה זיך צו באַדענקען און זיין לאַגע צו באַזיניקן...
ווער ס׳וואָלט אויף אים דעמאָלט אַ קוק געטאָן, ווי ער איז ביים שוואַכן קאָניצל־שיין, צווישן אַלע איבעריקע אַרעסטאָנטן, געלעגן אויף דער נאָרע, וואָלט אויך געזען, ווי דאָס פּנים איז אים נאַס פֿון טרערן, וועלכע גייען אים נישט פֿון די אויגן, נאָר ווי פֿון ערגעץ אַ טיף־אינערלעכן קוואַל אָן אַ נאָמען...
משה מאַשבער האָט, ליגנדיק אויף דער גלאַט־אָפּגעפּאָלירטער און גלי־' טשיקער נאָרע, אָן שום אונטערגעבעט, נישט באַמערקט ווי ער וויינט, ווי אויך נישט באַמערקט, ווען ער האָט אויפֿגעהערט וויינען און איז, דאַכט זיך, האַלב איינגעשלאָפֿן, און ווי אַזוי פֿאר זיינע אָפֿענע, אָדער אפֿשר שוין צד געמאַכטע אויגן האָט זיך אים שפּעטער, דערנאָך — זע — זיין טאַטע באַוויזן.
...אין אַ קיטל. און אין גאַרטל האָט ער געהאַט אייניקע שופֿרות פֿאַר־ שטעקט, ווי אַ בעל־תוקע אַמאָל, וואָס פֿארגרייט זיך, אַז טאָמער וועלן אים ניט גיין די תקיעות אויף איין שופֿר, זאָל ער האָבן אונטער דער האַנט אַנדערע...
— וואָס איז דאָס, טאַטע? ס׳היינט ראש־השנה? — האָט נןשה מאַשבער פֿאַרוואונדערט אַ פֿרעג געטאָן.
— ניין, מיין זון משר” אַ חרם.
— אויף וועמען?
— טו אַ קוק — האָט דער פֿאָטער געענטפֿערט.
און דאָ האָט משה מאַשבער מיט אַמאָל זיך דערזען עפּעס אין אַ גרויסער שול, וואו אַלע פֿאָלקם־פֿייערלעכקייטן קומען פּאָר, סיי פּריידיקע, און סיי ווען, חלילה, דער היפּוך... זיך אַליין זעט ער שטיין אין אַ זייט, ווי אַ געשטראָפֿטער, פֿאַר וועמען דער פֿאַרזאַמלטער עולם וואָלט אויסגעטיילט אַ באַזונדער אָרט, כּדי דאָס, וואָס דאַרף אים געשען, זאָל קיינעם ניט אָנרירן, גיט שאָטן.
זיין טאַטן מיט נאָך אייניקע אַזוינע חשובע, ווי דער טאַטע, זעט ער שטיין אויפֿן באַלעמער, ווי ערג כל־נדרי, ביי ויל אָנגעצינדענע ליכט און לאָמפּן אין שול... אַ גרויסער עולם איז פֿאַרזאַמלט אין גרויס־ערפֿורכטיקן שווייגן, מיט וועלכן מ׳וואָרט אויף עפּעס אַ פֿאַרשטייענדיקער געשעעניש... די שול, קעפּ און פּנימער פֿון עולם זיינען באַלויכטן פֿון פֿיל ליכט, וואָס קומט אַראָפּ פֿון די הענגלייכטער פֿון דער סטעליע, פֿון ליכט אויפֿן עמוד און ליכט אויפֿן באַלעמער. דער פּרוכת איז פֿאַרנומען, די טירלאַך פֿון אַרון-קודש שטייען אָפֿן און די ספֿר־תורות קוקן און וואַרטן אויך אויף דעם, וואָס אַלע.
און מיט אַמאָל דערהערט זיך אַ קול פֿון אַ שופֿר, וואָס מאַכט אַלעמען אויפֿציטערן, און באַזונדער ציטערט אויף און דערוואַכט ער, משה, וואָס שטייט אַן איינזאַמער, אין אַ זייט אָפּגעזונדערט, און ער דערזעט דעם שופֿר צוגעשטעלט צום מויל ניט פֿון קיין אַנדערן, נאָר פֿון זיין טאַטן, וואָס גיט צו וויסן דער עדה וועגן זיין זון, וועלכן מ׳האָט אַן אָרט אויסגעטיילט.
אַ קללה — דערהערט זיך דערנאָך אַ קול אויסרופֿן — די העכסטע פֿון די קללות, פֿון דער תוכחה, פֿון יהושע נן נון און פֿון אַלע אַנדערע, אוי6ן קאָפּ פֿון דעם, וואָס געפֿינט זיך דאָ אַן אָפּגעזונדערטער און וואָס האָט באַ. טראַטן דעם וועג פֿון אָפּטריניקייט, פֿון שאַנד און פֿעלשונג.
— פֿארשאָלטן זאָל ער זיין! — האָט דאָס קול אויסגערופֿן — אין שטיין און אין גיין, אין שטוב און אין דרויסן, אין שטאָט און אין פֿעלד אאַז״וו, אאַז״וו.
— פֿארשאָלטן — זאָגט נאָך דער גאַנצען עולם שטיל און אָפּגעהיט יעדער וואָרט פֿון שעלטער.
און דאָ הויבט משה מאַשבער אויף די אויגן און ער דערזעט און דערקענט פֿיל פֿון די אָרעמע בעלי־חובות, ביי וועלכע ער האָט זיך אָנגעליען און וואָס פֿלעגן די לעצטע צייט, זיין קאָנטאָר באַלאַגערן און זיך צו אים ווענדן מיט תחנונים, און וואָס דאָס לעצטע מאָל, ווען מ׳איז אים שטאַרק צוגעטראָטן, האָט ער זיך דורך אַ הינטר־טיר אויסגעדרייט, איז אַוועק אַהיים און דער עולם האָט אים נאָכגעיאָגט און האָט אין זיין עס־צימער פֿיל געלין*־ ↰ 211 רעמט און דערנאָך האָט געמוזט פֿארלאָזן דאָס צימער, פֿון אַ גויישער האַנט אַרויסגעטריבן.
— יא — האָט משה מאַשבער, שטייענדיק ביי דער זייט'אָפּגעזונדערט, גענומען אויף זיך די קללה, אונטער וועלכער ער איז איצט געשטאַנען, ווי אונטער אַ האגל, געבויגן, פֿארשעמט און געשטראָפֿט אי פֿון גאַנצן עולם און אויך 6ון זיין טאַטן, וואָס שטייט אויפֿן באַלעמער צווישן אַזוינע ווי ער, און מוז מיט די אייגענע ליפּן די אַלגעמייגע שעלטונג אונטערהאַלטן און נאָכזאָגן — ווי צום בזיון. משה מאַשבער נעמט אויף זיך דאָס אַלץ, באַרעכטיקט און בעט דעם טויט אויף זיך...
און מיט אַמאָל פֿארשווינדט דאָס בילד * די שול, דער עמוד, דער באַלע־
מער און דער גאַנצער עולם, וואָס האָט זיך דאָרט פֿאתאמלט, און ס׳בלייבן נאָר ער און זיין טאַטע, איינע אַליין, איינער לעבן אַנדערן, און דער טאַטע (פֿאָרט אַ טאַטע), קומט אים אַנטקעגן מיט דעם, מיט וואָס מ׳קאָן נאָר אָנט־ קעגנקומען אַן איינעם, וואָס איז גרייט אויף וואָס ער, משה, איז — אויף אַלץ, ער קומט צו אים צו, אַלץ אין זעלבן קיטל אָנגעטאָן, און ער באַווייזט אים די גרויס, די ברייט פֿון קיטל, אַז ער איז געניגנד, הייסט עס, אַז אויך ער, משה, זאָל זיך אין אים איינהילן און מיטגענומען ווערן אַהין, פֿון וואַנען דער טאַטע איז אַהערגעקומען — אַ שוכן עפֿר פֿון יענער וועלט... משה מאַשבער איז שוין גרייט באַלד צוצופֿאלן צום פֿאָטער און זיך לאָזן אַהין, וואו דער פֿאָטער באַגערט אים מיטצונעמען...
אָבער דאָ טוט ער זיך אַ כאַפּ אויף און דערזעט זיך ליגן ביינאַכט, ביי דער שוואַכער קאָניצל־שיין, אויף דער נאָרע;ביי דער זייט פֿון גרוי־געקליידטע אַרעסטאָנטן אין אָנטאָן, וואָס האָבן זייערע אַרעסטאָנטישע שינעלן איבער זייערע קעפּ אַריבערגעצויגן. און אַזוי ווי ער האָט ביי זיך אָקאָרשט געפּועלט צו מאַכן אַ שפּאַן פֿון איין וועלט אין דער צווייטער, אַרט אים שוין דערום ניט דער צוריק־קער אַהער, צו דער האַרבער ווירקלעכקייט, וועלכע ער האָט איצט דערזען ביי דער שוואָבער קאָניצל־שיין.
ער איז נאָכן דערוואַכן לאַנג ליגן געבליבן מיט אפֿענע אויגן. ס׳איז נאָך געווען פֿרי, נישט שפּעטער, ווי האַלבע נאַכט, און משה נאַאשבער האָט זיך אין האַלבן דרעמל דעמאָלט, איבערגעטראָגן אין שטאָט, וואו ס׳האָט אים .געדאַכט, אַז ער שטייט און הערט זיך איין, וואָס מ׳רעדט צווישן באַזונדערע רעדלעך אין מאַרק, וואו אייניקע באַדויערן אים און אַנדערע, פֿארקערט, טענהן, אַז ער האָט פֿאַרדינט, אַז ס׳איז רעכט אַזוי און אַ מיצווה אויף אים.
ער האָט דערנאָך געדאַנקלעך זיך דערקליבן צו זיך אַהיים, וואו ס׳האָט אים ווידער געדאַכט, אַז ער כלאַנקעט צוערשט אום אין זיין פּוסטלעך־ביינאַכטיקן הויף, ווי אַן אומבאַקאַנטער, קומט אונטער די טירן און האָט ↰ 212 ניט דעם מוט זיינע אייגענע שוועלן אַריבערטרעטן? דערנאָך, אַז ער באַשליסט זיך און קומט לסוף אין שטוב אַריין, דאַכט אים ווידער, אַז ער שפֿאגט אום, ווי לגנבֿה, מיט שטילע טריט פֿון צימער צו צימער... צוערשט קוקט ער זיך איין אין די אייניקלעך, ווי זיי שלאָפֿן; דערנאָך קומט ער אין זיין טאָכטער יהודיתעס צימער און זעט, אַז זי שלאָפֿט ניט און אַז די קישן איז איר נאַס פֿון טרערן, וואָס הערן ניט אויף שטיל אַראָפּרינען און קאַפּען, און לסוף, אַז ער קומט אַריין צו זיך אין צימער, זעט ער, ווי זיין בעט איז פֿאַרבעט און קיינער פֿאַרנעמט עס ניט, און אין אַנטקעגנאיבערדיקן ליגט גיטעלע, זיין.ווייב, אָבער זע — עפּעס משונה, נישט זי שלאָפֿט, נישט זי וואַכט, נאָר קוקט מיט גלעזערנע אויגן אין איין פּונקט פֿאַרגליווערט אוו דערוועקט ,עפּעס, אַ פּחד מיט איר פֿאַרגליווערטקייט. ער דערשרעקט זיך און באַלד איז אים גרייט אַ געשריי פֿון גאָרגל אַרויסקומען, ווי גלייך ער וואָלט באמת זיין אינדערהיים און וואָלט ווירקלעך דערזען גיטעלען עפּעס פֿאַראומגליקט. ער האָט זי דערזען אַזוי נאָענט, אַזוי וואַר, אַז ווי ער האָט ניט געוואוסט, וואָס אין זיין היים איז היינט פֿאָרגעקומען נאָך דעם, ווי ער האָט זיך שוין פֿון געריכט ניט אומגעקערט, האָט ער דאָך דערפֿילט, אַז עפּעס ענלעבעס צו דעם, וואָס ער זעט איצט, האָט געוויס דאָרט געטראָפֿן און ס׳האָט זיך אים ווידער געוואָלט פֿון גאָרגל 'א געשריי אַרויסלאָזן, ווי ווען מ׳רופֿט צו הילף אין אַן עת־צרה.
אָבער דאָ האָט ער זיך ווידער אַ כאַפּ געטאָן און זיך דערמאָנט, וואו ער געפֿינט זיך־ אַז ניט אינדערהייט, אַז ווייט פֿון שטאָט, אין טורמע, ביינאַכט, צוזאַמען מיט אַרעסטאָנטן אויף דער גלאַט־אָפּגעפּאָלירטער גליטשיקער נאָרע
— און אַז וואָס וועט אים העלפֿן דאָס שרייען...
ער האָט שוין אַזוי, די גאַנצע נאַכט ליגנדיק, מיט קיין אויג ניט צוגעמאַכט, און פֿאַרטאָג, ווען אַלע אַרעסטאָנטן זיינען נאָך געשלאָפֿן און ווען דער שוואָבער אָנהויב טאָג האָט דורכן הויכן פֿאַרגראַטעטן פֿענצטער מיט די ערשטע סימנים בלאַסקייט אַריינגעקוקט, האָט מען געקאָנט זען, ווי משה מאַשבער איז, $ין טלית און תּפֿילין אָנגעטאָן, מיטן פּנים צום פֿענצטער געווענדט געשטאַנען. דער טלית איבערן קאָפּ האָט געמאַכט אָנזען זיין שאַרף־קאָנטיקן „של־ראש” ווי עפּעס אַ מין משונהדיקע שישקע. ער איז געשטאַנען די גאַנצע צייט פֿון דאַווענען, ווי בעת אַ לאַנגער שמונה־עשרה — רואיק, שטיל און מיט קיין אבר ניט גערירט. און ווען איינער אַן אַרעסטאָנט, וואָס האָט זיך גראָד דעמאָלט אין שלאָף דורכגעוואָרפֿן, האָט אויפֿגעהויבן די אויגן און געוואָלט זען, ווי שפּעט ס׳איז, און האָט דערזען משה מאַשבערן אין זיין פֿרימאָרגנדיקן פֿרעמד־יידישלעכן פֿח, אַזוי האָט ער זיך מיט אַמאָל ווילד דערשראָקן, נישט וויסנדיק, וואָס ער זעט פֿאַר זיך, צו אַ לעבע־ ↰ 213 דיקן מענטשן, צי אפֿשר אַ געשפֿענסט, וואָס האָט ניט באַוויזן אין שלאָף און אין חלום אים פֿאַרשווינדן.
און שוין. און דאָ לאָזן מיר איבער משה מאַשבערן אין טורמע אויף אַ צייט, ביז מיר וועלן אים שפּעטער צוריק אַהיימברענגען אַן אונטערגערי-סענעם און שוין כּמעט נישט ער.
— ווייל יאָ — פֿאַרלויפֿן מיר דאָ אויף פֿריער — כאָטש אַ דאַנק געווייסע השתּדלותן פֿון זיינע אייגענע און אויך אַפֿילו פֿון זיינע בייזע בעל,־ חומת,וועלכע האָבן, סוף־כּל־סוף, זיך אַרומגעקוקט און זיך דערמאָנט וואָס זיי האָבן דאָ אָפּגעטאָן און וועמען זיי האָבן אין וואָסערע הענט איבערגעגעבן:
— כאָטש, זאָגן מיר, אַ דאַנק אָט די השתּדלותן האָט מען זיך דערשלאָגן ביי וועמען מען דאַרף, מ׳זאָל אים, משהן, אויסטיילן צום בעסערן פֿון אָנרעדע אַרעסטאָנטן און מ׳זאָל אים פֿאַרגרינגערן כאָטש דערמיט, למשל, וואָס מ׳זאָל אים נישט נעמען אויף שוואַרץ־אַרבעט אין שטאָט ווי אַלע אַנדערע, כּדי מ׳זאָל אים ניט זען אין בזיון און אין די אַרעסטאָנטישע קליידער; כאָטש מ׳האָט אויך געפּועלט, מ׳זאָל אים צולאָזן שבת־יום־טוב די געהעריקע יידישע שפּייז, ווי דער דין און מינהג פֿאָדערט; כאָטש מ׳האָט אויך ווידער געפּועלט, אַז ווען מ׳האָט דערהערט, אַז ער איז קראַנק געוואָרן — צי פֿון צער, צי פֿון טורמע־רעזשים — מ׳זאָל אים גלייך איבערפֿירן אין טורמע-שפֿיטאַל, וואו ער וועט זיך געפֿינען אויף בעסערע דערנערונג און אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַ דאָקטער, וועלכער וועט באַקומען גוט באַצאָלט פֿאַר גוטער באַציאונג — כאָטש דאָס אַלץ האָט מען געפּועלט, דאָך אָבער האָט דאָס ניט געניגט, מ׳זאָל אים זיין בראָך צוריק גאַנץ מאַכן און אַז ער זאָל אַליין שוין ניט האָבן ביי זיך געפּועלט, אַז בעסער איז אים זיך איבערפֿעקלען אַהין, וואו דער פֿאָטער האָט אים פֿאָרגעלייגט, איידער צו בלייבן דאָ, נאָך אַלעם דעם, וואָס אים האָט לעצטנס געטראָפֿן.
V
לודס וואָג אין וואַקלונג
צוליב דערציילערישע טעמים קערן מיר זיך אום אַ וויילע אויף צוריק.
אַז לוזי איז אָפּגערופֿן געוואָרן, ווי מיר געדענקען, פֿון ר׳ דודיס הויז אין יענעם געוויסן אויפֿדערנאַכט צו זיין ברודער משה מאַשבער, וואו ער האָט זיין מסוכן קראַנקע טאָכטער מבקר־חולה געווען — איז נאָך דעם, ווי ער איז אַהיים געקומען און ס׳האָט זיך אים אַביסל אויסגענומען דער צער, וואָס ער האָט געהאַט אי אַליין פֿון דער קראַנקער, אי פֿון זיין ברודער משה, ווי אויך פֿון אַלע זיינע בני־בית — האָט ער ווידער דעמאָלט גענומען אויפֿן זינען ר׳ דודין מיט אַלעם דעם, וואָס איז אין יענעם אָוונט ביי יענעם אין שטוב אים געשען.
ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ר׳ דודין, מיט אַלע זיינע ווייס־זויבערע הערעלעך אין באָרד, מיט זיינע קלוגלעכע, אַ ביסל צוגעזשמורעטע, אויגן, וואָס דרינגען אַריין אינעם צווייטן, נעמען אים דורך און ווילן אים צו זיך און צו זיין ווילן געהאָרכזאַם מאַכן, ער האָט דערפֿילט אין דעם, צו וועמען יענער בליק האָט געקערט, אי אַ גוואַלדיקן בן־תּורה, אי אָבער אין דער אַרומרינגלונג און געשטיצט פֿון אַזוינע לייט, ווי אַ יונה דער שענקער, וועמען לוזי האָט אין יענעם אויפֿדעתאַכט אין ר׳ דודיס נאָענטקייט גוט באַמערקט, זיין ראָל און וועזן באַנומען, און באַזונדערס — זיינע הענט, וואָס זיינען אים באַשטענדיק פֿאַרלייגט אויף אַרונטער...
ער האָט דערפֿילט אין ר׳ דודין איינעם פֿון די, פֿון וועלכע ער האָט לאַנג זיך אָפּגעקערעוועט מיט פֿאַרדראָס, דערפֿאַר, ווייל ער האָט דערזען, ווי זיי האָבן זיך באַרוט און זאַט באַזעצט אינעם אויבנאָן פֿון וואָגן, אין וועלכן דאָס גרויסע פֿאָלק איז איינגעשפּאַנט * ווי זיי שמאָטשקען מיט די ליפּן פֿון אָנטרייבערישער הנאה, און אין גרויס־אָנפֿירערישער זעלבסטצופֿרידנקייט גיכן זיי זיך קיין מאָל ניט די מי צו כאַפּן אַ קוק אויף די, וואָס ציען, גייען און האַלטן אויס דעם שפּאַן, צי זיינען זיי בכּוח דאָס צו טאָן...
ער האָט געזען אין אים איינעם פֿון די, וואָס פֿאַרגעסן וואָס פֿאַר אַ מאָס משא דאָרף געגעבן ווערן דער שלעפּ־קראַפֿט, לויט אירע כּוחות, ווייל אויב מער און אַריבער דער מאָס, האַלט מען ניט אויס, ברעכט מען זיך איין
און מ׳פֿאַלט ;אַנידערז איינער פֿון די, וואָס האַלטן פֿון יקוב הדין את התר, דאָס מיינט, אַז דער געזעץ איז הייליק נאָר דערפֿאַר, ווייל ער איז געזעץ און נישט דערפֿאַר, ווייל ער ברענגט נוצן, און דערפֿאַר משפּטן זיי ניט דעם מענטשן לויט די אומשטענדן, וואָס האָבן אים געבראַכט צו דעם אָדער צו אַן אַנדער טאַט.
ווי אָט, ווי מיכל בוקיער, וועמען אַזאַ, ווי ר׳ דודי וואָלט דאָך לויט אַלע געזעצן, באַדאַרפֿט, פֿאַר אַלעמען, מיטפֿילן, פֿאַרשטיין און גיט אַרויס גלייך מיט דער רוט און נישט דן זיין צום שלעכטן דעם, אין וועמענס לאַגע מ׳איז ניט געווען, און מ׳ווייסט ניט, ווי וואָלט מען זיך אַליין באַגאַנגען און אויפֿגעפֿירט אויף יענעמס אָרט, אין יענעמס אומשטענדן. אַזאַ ווי ר׳ דודי, וואָלט דאָס, געוויס, געמעגט געדענקען, אַז ישראל אף על פֿי שהטא, ישראל הוא, ד״ה אַז אַפֿילו אַ זינד־מענטש גלייכט דאָך מענטש, און אַז איידער מ׳גייט באַשטראָפֿן, דאַרף מען אַפֿריער אויפֿקלערן די סיבות פֿון דער שולד, און ניט גלייך אָפּשטויסן, און אָפּזאָגן דאָס לעבן אויף דער און אויף יענער וועלט.
אָט אַזוי האָט געטראַכט לוזי סיי דעמאָלט, אין יענעם אויפֿדערנאַכט, וועגן וועלכן מיר דערציילן דאָ, סיי אויך יעדעס מאָל דערנאָך, ווען אָט דער געדאַנק וועגן דער מעשה מיכל איז אים אויפֿגעקומען, און יעדעס מאָל אין דער באַגלייטונג פֿון ר׳ דודיס קליין און גרוי געשטאַלטל, וואָס האָט זיך אים פֿון די אויגן גיט אָפּגעטאָן, גלייך ס׳וואָלט געשטאַנען און געוואַרט, אַז ער, לוזי, וואָס האָט מיט אים דעם שטרייט וועגן מיכלען אָנגעהויבן, זאָל דעם זעלבן מיט אים ווייטער פֿאַרזעצן, גיט האַלטנדיק אים פֿאַר געענדיקט.
דערצו נאָך האָט שפּעטער אַ שטיקל צייט געטראָפֿן אַ זאַך, וואָס האָט לחין נאָך מער אויפֿגערודערט און אויפֿגעבראַכט — און ווידער טאַקע מיטן זעלבן מיכל, וואָס איז פּלוצים פֿאַרשלאָפֿט געוואָרן, און סרולי האָט אים איין מאָל, אין מיטן אַ בייטאָג, שוין אַ קראַנקן, צו לוזין אין שטוב אַריינגעבראַכט.
וואָס הייסט?
אָט: ס׳האָט זיך איין מאָל אין מיטן בייטאָג די טיר צו לולין אין שטוב געעפֿנט און אויף דער שוועל האָבן זיך צוויי מענטשן באַוויזן: צוערשט סרולי, און הינטער אים, אַ צווייטער, וועלכן סרולי האָט פֿאַר אַ האַנט געפֿירט און ווי אַ נישט־גערן־גייענדיקן נאָך זיך נאָכגעצויגן.
דאָס איז געווען מיכל בוקיער, וואָס זיין רעכטער האַלבער קערפּער האָט זיך אים עפּעס אימפּעטיק פֿאָרויס גערוקט, און דער צווייטער, דער לינקער, האָט ווי אַ פֿרעמד געדונגענער, זיך אים שווער נאָכגעשלעפּט. ער האָט, אַריינקומענדיק נאָך סרולין, זיך געטרייסלט און עפּעס געליימטלעך אונ-טערגעטענצלט, און דערביי האָט זיין האַלב פּנים, דאָס רעכטע, שטראַלנדיק- ↰ 216 פֿריילעך אויסגעזען און המעוואַטע־זיס געשמייכלט, און די צווייטע ד״אלב־ טויט, הילצערן און פֿאַרגליווערט.
און אָט אַזאַ האָט אים סרולי, צו לוזיס טיש און צו ואר זיין נאָענטקייט צוגעפֿירט, ווי אים פֿאָרגעשטעלט און אַ זאָג געטאָן דערביי:
— אָט וואָס מען האָט פֿון אים געמאַכטו
— ווער? וואָס? — האָט לוזי וון אומגעריכטקייט אַ פֿרעג געטאָן מיט וואונדער.
— די פֿיינע שטאָט, און די געוויסע באַלמעלאָכעס מיט זייער גרויס קענטעניש אין דעם פֿאַך.
— האי לחי... שלום... — האָט מיכל, שמייכלענדיק מיט זיין איין העלפֿט פּנים, פּלוצלים זיין רעכטע, לעבעדיקע האַנט צו לוזין אויסגעשטרעקט און מער האָט ער ניט געהאַט און ניט געקאָנט, ווי נאָר דאָס איינע וואָרט „שלום” — אַרויסברענגען.
לוזי האָט, קוקנדיק אויף אים, זיך דערפֿילט ווי געענגט און זיך אויך געשראָקן. ער האָט זיך אויפֿגעהויבן וון בענקל, אויף וועלכן ער איז געזעסן, און שוין נאָר ווי פֿרן יוצא וועגן מיכלען דעם צוריק־שלום אָפּגעגעבן; און זעענדיק, אַז ביי אים אַליין, וועגן אים אַליין, עפּעס געוואויר ווערן און זיך דערוויסן איז שוין אַרויסגעוואָרפֿן און ניט שייך, האָט ער דערום באַלד זיין בליק וון אים אָפּגעקערעוועט, און גלייך, ווי יענער וואָלט גאָרניט געווען דערביי און ווי ניט וועגן אים, מיכלען, וואָלטן די רייד געגאַנגען, האָט ער זיך צו סרולין געווענדט און ביי יענעם זיך גענומען דערפֿרעגן:
— וואָס הייסט? וואָס איז געשען?
אויך סרולי האָט קיין גענויע דערקלערונג ניט געקאָנט געבן און מער קלאָרער צו ענטוערן נישט געוואוסט, ווי נאָר דאָס, אַז מיכל איז, ווי לוזי זעט, שוין אויס מיכל: אַז ער איז אי קערפּערלעך געבראָכן, אי אַ גייסטיקער קאַליקע, און אַז אָקאָרשט נאָר וואָס האָט ער אים באַגעגנט, געוירט וון זיין וויינענדיק ווייב, ווען יענע איז מיט אים איבער די הייזער וון זיינע אַמאָליקע באַלעבאַטים אומגעגאַנגען, אים צו באַווייזן און אויף אים רחמנות צו דערוועקן...
— און באַן* ווייסט ער — האָט דאָ סרולי צוגעגעבן — אַז דאָס האָט ער צו פֿאַרדאַנקען דעם שטרייט מיט דער שטאָט, וואָס האָט אים, צו זיין איצ־ טיקער לאַגע געבראַכט און וואָס, זיכער, וועט אים נאָך ווייטער מער ברענגען... ער מיינט, אַז ער וועט שוין לאַנג גיט ציען, מיכל.
ווירקלעך, סרולי האָט דאָ, וואָס געהער מיכלס קרענק, רעכט געהאַט, און אָט ווי אַזוי ס׳איז וארגעקומען:
נאָך דעם, ווי ביי מיכלען, זיינען די קינדער אַוועקגעשטאָרבן; נאָך דעם, ווי מ׳האָט אים דאָס חדר אַוועקגענומען, לאָזנדיק אים אָן גאָרנישט ↰ 217 און נאָר מיט אַן אונטערגעריסענעם נאָמען, ווי אַזאַ, וועמען מע קאָן שוין גאָרנישט ניט פֿאַרטרויען, אַפֿילו ניט קיין שטעלע וון אַן אָרעמען אונטערשמש אין אַ מינדסט אָרעם שולכל, אויף וועלכער ער האָט זיך געבעטן און האָט באַקומען אָפּגעזאָגט — איז מיכלען מער ניט געבליבן, ווי צוערשט באַרגן, לייען, וואו נאָר ס׳האָט זיך געלאָזט, אויף הונגעריקן אויסהאַלט פֿאַר ווייג און קינדער? און דערנאָך, אַז אַלע ערטער, אוואו ווייטער צו נעמען האָבן זיך אים אויסגענומען, און די הרובע ניט געהייצט, דער אויוון אויך נישט, ווייל קאָכן, באַקן איז שוין ניט געווען וואָס און מיטוואָס — איז ווידער דאָס לעצטע איינציקע, וואָס איז אים געבליבן, געווען דאָס, וואָס ער האָט, וואו ניט וואו, ביי אַ קלייטניק אָדער ביי אַ שכן, געקראָגן אַ שפּאָר פֿיסל נאַפֿט אויף דעם דרייער לאָמפּ אָנצוצינדן, כּדי, אַז ווען אַלע זיינע שטוב־אייגענע וועלן, נישט געגעסענע און נישט געטרונקענע, ווי ער אַליין, אויף די קאַלטע געלעגערס אויף נאַכט זיך אַוועקלייגן — זאָל ער, מיכל, ביים לאָמפּ בלייבן זיצן און פֿאַרזעצן מיט גרויס פֿלייס און איבערגעגעבנקייט דאָס, וואָס ער האָט פֿון לאַנג שוין אָנגעהויבן אַ זיין ספֿר צו שרייבן, יענעם, וואו ער האָט זיך הויך און שאַרף געהאַט צו קריגן מיטן רמב״ם, אים זיינע דעות אָפּפֿרעגן, און ווי ער האָט געהאָפֿט, אַז פֿון דער אַרויסגעקראָגענער, ניי־אויפֿגעדעקטער דעה וועט זיך אַ גרויסע שיין באַווייזן, וועלכע וועט פֿיל אויגן פֿון פֿאַרבלענדעניש באַ8רייען.
איז אָט, ווי מיכל איז דעמאָלט, אין איינעם אַן אויפֿדערנאַכט ביי זיין לעמפּל געזעסן, שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין אַ שווער־פֿאַרדרייטן רמכ״ם־ענין און משכּיל, מושכל און שכל׳1 וועלכער איז אַפֿילו פֿאַר אַ מענטשן מיט אַ לויטערן קאָפּ אויך שווער דורכצוקריכן, אי מחמת דער שאַרפֿקייט פֿונעם ענין און אי אויך מחמת דער שטאַרק געקירצטער און אומפֿאַרשטענדלעכער שפּראַך, אויף וועלכער יענער ענין ווערט דערלאַנגט און אויסגעלייגט אַ און בפֿרט נאָך פֿאַר אַזאַ, ווי אַ מיכל, וואָס איז געווען גוואַלדיק אויסגעמאָרעט !ון פֿיל דאגות און דערצו נאָך פֿון גאָר ווייניק שפּייז, וועלכע ער האָט די לעצטע צייט געקראָגן — איז אָט, ווי ער איז פֿאַרטיפֿט געווען, אַזוי האָט אים פּלוצ־ לים, דער געדאַנק, ביי וועלכן ער האָט געהאַלטן, מיט אַ טראָסק זיך צע-שפּאַלטן, גלייך עפּעס אַ גלעזערנע כלי וואָלט אים מיט אַמאָל אין מוח אויפֿגעפּלאַצט... ס׳איז אים מיט אַמאָל אי עפּעס גוואַלדיק ליכטיק, אי שטאַרק פֿינצטער געוואָרן. ער האָט אויך מיטאַמאָל איין האַלבן קערפּער אוי8גע-הערט פֿילן... ס׳האָט אים פֿון יענער זייט מויל די סלינע אַ גיי געטאָן, און ווען דאָס ווייב, אָדער אַן אַנדערער ווער, וואָלט זיך דעמאָלט אויפֿגעכאַפּט
1 מ?&פֿיל — דער וואָס דענקט. מוע!כל — דאָס, וועגן וואָס מ׳דענקט, ע!כל — אַליין דאָס דענקען.
און אויף אים אַ קוק געגעבן, אַזוי וואָלט מען געזען, ווי נאָך דעם- ווי די סלינע איז אים איבערגעגאַנגען, איז ער אויף זיין אָרט אַן אויסגעלאָשענער זיצן געבליבן אַ איין העלפֿט פּנים האָט אים אויפֿגעלעבט און גולמיש־זיסלעך געשמייכלט, און די צווייטע העלפֿט — טויט, אָפּגעשטאָרבן און ווי אַ קאַלט־ פֿאַרשטאָרטע רעטעניש. און ווייטער, ווען ער, מיכל, וואָלט זיך דעמאָלט אַליין, אָדער מיט דער הילף פֿון עמעצן אַן אַנדערן, פֿון זיין אָרט אויפֿגעהויבן, אַזוי וואָלט מען אים דערזען שוין אַ פֿאַרטיקן און מיט אַלע יענע קרענקלעכע סימנים באַשאָנקען, מיט וועלכע מיר האָבן אים נאָר וואָס, מיט סרולין צו לוזין אין שטוב אַריינגייענדיק, געטראָפֿן.
— וויי — האָט לוזי, ווי נאָר ער האָט אַרויסבאַקומען די ערשטע ידיעה פֿון סרולין וועגן מיכלען, אַ זאָג געטאָן, און האָט, זיך אויסדרייענדיק, מיט מיטלייד אַ קוק געטאָן אויף יענעם.
— וויי צו וועמען — האָט סרולי אַ פֿרעג געטאָן, קוקנדיק אויף לוזין אי צופֿרידן פֿון דעם געהערטן, אי אויך מיט עטוואָס שפּאָט, וועלכער האָט באַטייט, אַז דאָס, צו וואָס לוזי האָט זיך אַזוי שפּעט דערטראַכט, איז שוין לאַנג, לאַנג צייט געווען דערצו צו קומען.
— וויי צו די, וועלכע סרולי האָט אָקאָרשט דערמאָנט און ביים נאָמען אַפּערופֿן — האָט לוזי געענטפֿערט.
— מהיכי־תיתי — האָט סרולי קורץ און קאַלט אַ זאָג געטאָן, ווי ניט וועלנדיק זיך לענגער פֿאַרהאַלטן, און ער האָט באַלד גענומען מער גענוי דערציילן פֿון מיכלען: פֿון ווי לאַנג ס׳איז אים די זאַך געשען, און ווי אַזוי ער האָט היינט צופֿעליק אין שטאָט אויף מיכלס ווייב צוזאַמען מיט מיכלען זיך אָנגעשלאָגן, ווי זי האָט אים פֿאַר אַ האַנט געפֿירט און, פֿירנדיק, געוויינט, און ווי אַזוי ער, סרולי, האָט איר די הענט איבערגענומען, בלייבנדיק אַליין מיט מיכלען, און ווי ער האָט מיט אים גענומען איבער באַקאַנטע און אומ* באַקאַנטע הייזער אומצוגיין און פֿאַר אים זאַמלען, קלויבן, וואָס ס׳לאָזט זיך.
דערביי, דאָס דערציילנדיק, האָט סרולי אויף מיכלען, וועלכער איז דער*
כיי געשטאַנען, קיין מינדסטע אַכט ניט געלייגט, גלייך יענער הערט ניט, אָדער איז ניט פֿעאיק צו באַנעמען דאָס געהערטע.
ווייל ווירקלעך x די גאַנצע צייט, זינט מיכל איז אַהער אין שטוב אַריין, זינט ער האָט לוזין דעם געוויסן „שלום” אָפּגעשטעקט, ביז איצט, ווען סרולי האָט וועגן אים דעם קראַנקךבאריכט אָפּגעגעבן — איז ער געשטאַנען, ווי אַ פֿרעמדער, אַ זייטיקער, גלייך ניט אים מיינט מען, און די גאַנצע צייט האָט ער שטיל נאָר אונטערגעטענצלט און אויף זיין רעכטן האַלבן פּנים האָט אים פֿון רעכטן אויג נאָר דער גולמישער שמייכל אַראָפּגעטריפֿט.
לוזי האָט, פֿאַרשטענדלעך, נאָך דעם ווי ער האָט אַלץ אויסגעהערט פֿון סרולין, געטאָן וואָס מ׳טוט אין אַזוינע פֿאַלן: געגעבן און זיך אונטערגזך גומען, אַז פֿון היינט און ווייטער זאָל ער יענעם פֿון אויג ניט אַרויסלאָזן.
שפּעטער אגיסל האָט סרולי מיכלען פֿאַר דער זעלבער האַנט, פֿאַר וועלכער ער האָט אים מיטגעצויגן, אַריינקומענדיק צו לוזין, איצט ווידער אָנגענומען און אים אַרויסגעפֿירט פֿון דאָרט.
אגכ: סרולי האָט שוין נאָך דעם איצטיקן מאָל ברענגען מיכלען צו לוזין אין שטוב, פֿיל אַנדערע מאָלן אויך אין אַנדערע הייזער אים געבראַכט.
מ׳וואָלט געקאָנט מיינען, זעענדיק, ווי אַזוי סרולי ש3אגט מיט אים פֿון הויז צו הויז, פֿון שוועל צו שוועל, האַלט אים אונטער, ריכט אים אויס זיינע קליידער, וועלכע מיכל האָט מחמת זיין קרענק אָפֿט ניט פֿאַרשטאַנען צו האַלטן אין אָרדענונג — אַז אָדער ער איז אַ שטאַרק נאָענטער קרוב מיכלס, אַ ברודער, אָדער אַן אַנדער אייגענער, און אויב ניט קיין אייגענער, איז האָט ער זיך דאָס פֿאַר אַ פּרנסה געמאַכט — יענעם איבער די הייזער אַרומצופֿירן. אָבער גיין, סרולי האָט דאָס געטאָן גיט פֿון קרובהשאַפֿט, ווי אויך אַוודאי נישט צוליב פּרנסה, ווי גאָר, ווייזט אויס, צוליב דעם, ער זאָל אויסנוצן די מיכל־געלעגנהייט, כּדי ווען ניט ווען, צו קאָנען האָבן אַ געוויסן געשפּרעך מיט לוזין, אויף וועלכן ער האָט שוין לאַנג געוואַרט.
יאָ, און אין גיכן האָט זיך אים אָט די געלעגנהייט געמאַכט.
ער האָט שפּעטער אַ שטיקל צייט, ווען עהאָיז איין מאָל אַהיים געקומען פֿון שטאָט מיט מיכלען איבער די הייזער אומצוגיין — .דערציילט, אַז, פֿאַרבייגייענדיק אין יענעם טאָג דורך ר׳ דודיס שטוב, האָט מיכל פּלוצים זיך פֿאַרהאַלטן און בשום אופֿן ניט געוואָלט אָפּטרעטן פֿון דאָרט — וואָס דאָס האָט באַטייט, אַז זיין באַגער איז, אַז ער, סרולי, זאָל אים, אָן שום תירוץ, אַהין אַריינפֿירן. צו קיינע אַנדערע הייזער פֿון זיינע פֿריערדיקע באַקאַנטע און באַלעבאַטים האָט ער קיין שום אינטערעס ניט אַרויסגעוויזן אַ יא־יא, ניט־ניט, און נאָר דאָ, צוקומענדיק צו ר׳ דודיס הויז, האָט ער זיך איינגעשפּאָרט, און אָן.ווערטער, נאָר מיט אַן עקשנותדיקער מינע, זיין ווילן אויסגעדריקט: דווקא און אומבאָדינגט אַהין אַריינגעבראַכט ווערן.
סרולי האָט אים צוליב געטאָן. זיי זיינען אַריין און האָבן גראָד דעמאָלט געטראָפֿן ר׳ דודין ביי אַ רבגישן ענין — ביי אַ שאלה פּסקענען אָדער ביי עפּעס אַ שמועס, ווען ר׳ דודי איז, ווי זיין שטייגער, געזעסן אויבנאָן און אייניקע מקורבים אַרום אים.
און אָט, ווי זיי האָבן די שוועל פֿון ר׳ דודיס צימער אַריבערגעטראָטן, אַזוי האָט מיכל זיך שטום אַ ריס געטאָן פֿון סרוליס האַנט, וועלכע האָט אים די גאַנצע צייט געהאַלטן, און אַ גיי געבנדיק צו ר׳ דודיס אויבנאָן, האָט ער זיך אַזאַ שטעל געטאָן, ווי גלייך איינער, וואָס דאַרף אָט באַלד אַ שאַרף ↰ 220 וואָרט זאָגן אָדער אַ גאַנצע רעדע אָפּהאַלטן. פֿון מויל זיינען אים עפּעס טויבלעך־אומפֿאַרשטענדלעכע קלינגען אַרויסגעקומען, אין פּנים האָט זיך אים רויטס געוויזן, און אין גאַנצן ער — עפּעס אומגעווייגלעך אָנגעשטרענגט... אָבער מחמת מאַנגל אין געדאַנק, און נאָך מערער, מחמת מאַנגל אין מעגלעכקייטן אויסצודריקן דעם געדאַנק, האָט ער זיך פֿאַרהאַקט, אַ שטראָמל סלינע האָט אים — פֿון אומבאַהאָלפֿענעם כעס; אָפּניט — פֿון זיין מויל אַ גיי געטאָן, און אַזוי ווי ער האָט פֿריער מיט גולמישן אימפּעט צו ר׳ דודיס טיש זיך אַ לאָז געטאָן, אַזוי האָט ער זיך דערנאָך, מיטן זעלבן אימפּעט, פֿון אים אַ דריי אָפּ געטאָן. ער האָט סרולין פֿאַר אַ האַנט אָנגענומען, און פּונקט ווי פֿריער האָט סרולי אים פֿון שטוב אָפּגעצויגן, נישט וועלנדיק אַהין אַריין, אַזוי האָט ער איצט סרולרן פֿון שטוב אַרויסגעצויגן, וועלנדיק וואָס גיכער אַרויס פֿון דאָרט.
— יא — האָט סרולי, דאָס דערציילנדיק, צוגעגעבן — מיכל האָט, ווייזט אויס, ר׳ דודיס שטוג פֿאַרגעדענקט, זיין אויבנאָן ביים טיש, וואו די מעשה מיטן טלית איז אים געשען, און דאָס האָט אים געשטויסן אויף אַ שטומען אופֿן זיין אויפֿגעבראַכטקייט אַרויסצוברענגען.
ר׳ דודי — האָט סרולי ווייטער צוגעגעבן — האָט, קוקנדיק אויף מיכלען, קיין וואָרט ניט געזאָגט. ער האָט, מעגלעך, יאָ עפּעס געוואָלט זאָגן, נאָר אַז ער האָט דערזען מיכלס צוגאַנג און אָפּגאַנג פֿון טיש און דעם גאַנצן קרענקלעכן באַנעם זיינעם, האָט אים ווי דאָס לשון אָפּגענומען. דערצו נאָך האָט זיך מיכל, ווי נאָר ער האָט זיך פֿון טיש אָפּגעדרייט, שטאַרק געאיילט און סרולין פֿאַרן האָבןז אַוועקגעפֿירט, אַזוי אַז ר׳ דודי האָט אַפֿילו, ווען ער וואָלט געוואָלט, שוין ניט באַוויזן צו זאָגן, דערפֿאַר אָבער האָט ער, סרולי, אַ געצויגענער און מיטגעשלעפּטער פֿון מיכלען, יאָ באַוויזן, און שוין שטייענדיק לעבן דער טיר, האָט ער אַ זאָג געטאָן, אויף מיכלען אָנווייזנדיק:
— רימט זיך, ר׳ דודי, און נעמט זיך איבער מיט דער מלאכה, וואָס איז אייך געראָטן.
— יא — האָט זיך ביי לוזין אַרויסגעריסן ווי אַ הסכמה צו סרוליס לעצטע ווערטער.
— ניין — האָט דאָ סרולי אַ זאָג געטאָן, ווי ער וואָלט אָפּגעשטויסן און נישט גערן געווען לוזיס אונטערהאַלטונג — ס׳ניט נאָר ר׳ דודיס שולד, נאָר אויך פֿון אַלע די, וואָס העלפֿן, אַזוי אָדער אַנדערש, אַז אַזאַ מלאכה זאָל גאָר מעגלעך זיין.
— וואָס מיינט ער? — האָט לוזי אַ פֿרעג געטאָן.
— ער מיינט, אַז מיט אַ צווייזייטיק מעסער, אויב מ׳קוילעט מיט איין זייט, אָדער מיט דער צווייטער, איז אַלץ איינס, אַבי געקוילעט.
— ער פֿאַרשטייט ניט, וואָס ער רעדט.
ניט? איז אָט: אויב לוזי מיינט, אַז ער אַליין האָט קיין חלק און קיין האַנט ניט אין דעם, וואָס דאָ קומט פֿאָר, האָט ער אַ טעות.
— וואָסער חלק און וואָסער האַנט? וואָס רעדט דער מענטש?
— יאָ, אויב לוזי מיינט, אַז דערמיט, וואָס ער שטייט ניט אין סאַמע מיט יריד פֿון גרויסן גאָטס־האַנדל, דערמיט, וואָס ער שטייט, כּלומרשט, אין אַ זייט און רופֿט ניט איבעריקס אויס אויף זיין סחורה, איז די סחורה מער טייער און דער האַנדל מער כּשר — האָט ער ווידער אַ טעות.
וואונדערלעך, ווי אַזוי סרולי איז דאָ דאָס ערשטע מאָל, זינט, ער קען זיך מיט לוזין, מיט אַזוינע דיגורים און אין אַזאַ טאָן אַרויס. ער האָט זיך ראָד אַלע מאָל געהאַלטן אין אַ זייט, זיך נישט געמישט און צו אַלעם געהערטן און געזעענעם אין לוזיס אַרומרינגלונג כּמעט ווי קיין אינטערעס ניט אַרויסגע־ וויזן, גלייך ס׳איז ניט זיין זאַך און ס׳האָט צו אים קיין שייכות, און דאָ גאָר, מיטאַמאָל, האָט ער זיך גענומען יאָ מישן און אַרויסצוטרעטן אַפֿילו אַליין קעגן לוזין, צו וועמען ער האָט זיך באַצויגן מיט אַזאַ אָפּשיי...
לוזי האָט אים פֿאַרוואונדערט אָנגעקוקט, נישט פֿאַרשטייענדיק ניט זיין דרייסט, אי אויך גיט די סינד” וועלכע האָט אים אויפֿגעריסן. און, פֿון דער צווייטער זייט, סרולי, ווי באַלד ער האָט שוין דאָס מויל געעפֿנט און זיך שוין דערלויבט מיטן ערשטן וואָרט אַרויס, אַזוי האָט ער שוין פֿארגעסן, פֿאַר וועמען ער שטייט און מיט וועמען ער דענקט דאָ אַ שטרייט צו פֿאַרפֿירן.
ער האָט צוערשט בלויז אַרויסגעזאָגט, וואָס געוואָלט, קורץ, פֿאַרשטעלט און אין דער פֿארם פֿון אַן אַלגעמיינער באַשולדיקונג, נאָר אַז לוזי האָט זיך גענומען דערפֿרעגן, וואוהין ער צילט און אים אויפֿגעפֿאָדערט, ער זאָל אָנרופֿן ביים נאָמען דאָס, וואָס ער מיינט מיטן געזאָגטן, האָט סרולי דעמאָלט זיך ווי אָנגעגורט און אין אַפּענעם פֿעלד מיט אַפּן געווער אַרויס.
ער האָט אויף לוזיס פֿראַגע.. „וואָסער חלק, וואָסער האַנט?” גלייך אַ זאָג געטאָן: נו יאָ... וואָרעם וואָס איז דען דער חילוק צווישן לוזין און די, וואָס ער האַלט זיי פֿאַר .קעגנער? וואָס איז פֿאַר אַן אונטערשייד צווישן לוזיס שיטה און אַרט גלויבן און די שיטות און גלויבנס־אָרטן פֿון אַנדערע, אויב דער עצם תוך פֿון אַלערליי שיטות איז אַזאַ, וואָס פֿאָדערט מי אַלע די, וועלכע האַלטן זיך אין דער זייעריקער, אַז אַלע אַנדערע זאָלן ביי זיי געגליכן זיין צו שטויב, אויף וועלכן מע מעג טרעטן?
— וואָס, ניין? — האָט סרולי, ניט וואַרטנדיק אויף קיינע דערווידערונ־
גען, ווי זיך אַליין דערווידערט — אַוודאי קאָן מען, אים הערנדיק, לאַכן, און פֿרעגן: וואָס הייסט, וואָס איז עס פֿאר אַ פֿארגלייך צווישן די, וואָס האָבן אויף זייער זייט דעם גרויסן רוב, וועלכער שטייט שטאַל און אייזן פֿאַר זיין דערוואָרבענער מאַכט און שטעלט זיך ניט אָפּ פֿון צו צווינגען די ↰ 222 אַנדערשדענקענדיקע מיט אַלערליי מיטלען צו זיי צושטיין, ביז אָנווענדן רדיפֿות, נגישות און אַלערליי רשעותן — און צווישן יענע, וואָס זיינען קליין אין צאָל, נאָר שטאַרק אין איבערצייגונג, און וואָס מיינען אָבער קיינעם קיין מאָל גיט צו צווינגען און זיי ליג מאַכן דאָס, וואָס איז זיי ליג, מיט בייטשן און צו וועלן מיט כּוח אַריינטרייבן זיי אַהין, וואוהין זיי איז געוואונטשן?
— אוי, ניין — וועט דערויף ענטפֿערן ער, סרולי, — מע קאָן זיי, יענע, די דערווייל נאָך גיונקעלעך און כּלומרשטע לעמעלעך, וואָס קוקנדיק אויף זיי פֿון אַ זייט, קאָן זיך דאַכטן, אַז ווער־ווער, נאָר זיי וועלן קיין מאָל ניט פֿעאיק זיין אָנצופֿאַלן, איבערפֿאַלן און רודפֿן, מחמת דעם טעם פֿון רדיפֿה האָבן זיי דאָך אַליין אויף די אייגענע פּלייצעס געפֿילט, אָבער, ניין, דער חילוק צווישן די און יענע איז נאָר אין צאָל, אָבער ניט אין עצם, אין מער מאַכט אָדער ווייניקער, אָבער ניט אין אייגנשאַפֿט.
— ווייל אַ כּלל איז, אַז אויב מע זעט, אַז אַ וואָסער גיט איז גלויביקע שיטה רייסט זיך ניט צום אויגנאָן, שטייט ביי אַ זייט און וויל כּלומרשט פֿון קהלס מאַכט ניט געניסן און פֿון איר הערשערישן קאָן גאָרניט ניט אַריינ־ כאַפֿן, וואָס דאָס הייסט, אַז זי איז ניט אָנגרייפֿעריש בפּועל — הייסט דאָס נאָך אָבער ניט, אַז פֿאַרבאָרגענערהייט, אַז שטיל פֿאַרטאיעט ערגעץ אין די פּיאַטעס, שטעקט ביי איר ניט די לוסט און פֿעאיקייט צו יאָ — אָנגריי-פֿערישקייט מוח, און אַז היינט־מאָרגן, ווען די ליאַדע מעגלעכקייט זאָל זיך איר מאַכן אַריינצוכאַפּן דאָס, וואָס אַנדערע האָבן פֿריער אַריינגעכאַפּט, זאָל זי ניט אַרויס מיטן זעלבן אימפּעט צו באַהערשן און צו באַצווינגען אַנדערע, פּונקט ווי אַנדערע האָבן פֿריער זי באַצוואונגען, באַהערשט און ביז דר׳ערד אַראָפּגעדריקט.
— אַזוי, למשל, אַז היינט איז ר׳ דודיס רב מיט די זייגיקע די מאַכט־ האָגער, און במילא די בעלי־עוולות, און מאָרגן, מעגלעך, אַנדערע, דאָס הייסט, די, וואָס היינט, ווי געזאָגט, זעען זיי אויס ווי לעמעלעך, אָבער וואָס ס׳איז ניט ערוב צו זיין, אַז מאָרגן זאָלן זיי אַליין קיין שאַרפֿע ציין נישט קריגן און רייס־נעגל צום טאָרצוקן.
~ יאָ, סי׳איז ניט אויסגעשלאָסן — האָט דאָ סרולי, קוקנדיק אויף לוזין האַרט און האַרב אַ זאָג געטאָן — אַז אַפֿילו אַזאַ, ווי ער, לוזי, מיט זיין דערווייל נאָך שוואַך ביסל מיטגייער וואָלט ניט אַרויס מיט דער העכסטער דראָפּ־מלאכה, ווען זיי זאָלן אויסוואַקסן אין צאָל און אויף אַ פּאָר שטאַפֿל מער מאַכט אַרויפֿשטייגן.
— ער? — האָט לוזי, צוריק אויף סרולין קוקנדיק, אָן ווערטער, בלויז מיט די אַקסל צוקנדיק, ווי אַ פֿרעג־געטאָן.
— יאָ, אויך ער!... ער חידושט זיך? — האָט סרולי 0ארגעזעצט.
— וואָס; וואָס איז דער מער מיט אים? און וואָס איז אין אים דאָס בטיחות אַזוי גרויס, האַלטנדיק זיך פֿאַר אַזאַ, ווי גלייך דאָס מיז קאָן צו אים נישט צושטיין, ווען אין דער אמתן נעכטיקט דאָס דאָך מיט אים אונטער איין באַלעק און שלאַפּט, אויב מ׳קאָן אַזוי זאָגן, אין איין בעט מיט אים צוזאַמען.
— וואָס? — האָט לוזי מיט ווידערווילן פֿון סרוליס לעצטע ווערטער זיך גענומען אָפּשאָקלען און וון זיי, ווי זיין געהער באַזייטיקן.
— יאָ, — האָט סרולי זיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון נאָך אַמאָל דאָס זעלבע איבערצוחזרן — אין איין בעט מיט אים צוזאַמען... אָבער — האָט ער באַלד זיך אַ כאַפּ געגעבן און צוריק אַ זאָג געטאָן — ניט דאָס איז ער אויסן, ווייל דאָס געהער דעם אויבנגעזאָגטן, איז דאָס דערווייל בלויז נאָר נגיאות, וואָס ווער ס׳וויל מיט דעם מסכּים זיין, קאָן ער, און ווער ניט — ניט און מעג דערווידערן. דערווייל זיינען די לוזי־לייט נאָך קליין אין צאָל און די מיטש איז ניט אין דער האַנט מי זיי, און מעגלעך, אַז גאָט וועט זיי אויך אויסהיטן פֿון דער בייטש... אַזוי, אַז ריידן וועגן שפּעטער און וועגן דעם, וואָס קאָן אַמאָל נאָך טרעפֿן, וויל ער ניט, כאָטש ער אַליין איז פֿעסט באַ־ גלויבט אין געזאָגטן... אָבער אויב לוזי מיינט, אַז שוין איצט אאָילו, איז זיין טייל שולד אין דעם ענין, וועגן וועלכן ס׳האַנדלט זיך דאָ און וועגן וועלכן ס׳קאָן זיך נאָך שפּעטער מער האַנדלען, וועגן מיכלען — אַ סך אַ קלענערע, ווי אַ ר׳ דודיס — האָט ער אַ טעות, און בכלל: ער האָט זיך קיין מאָל אין לוזיס זאַכן נישט געמישט, נאָר איצט, ווען ס׳איז צו רייד געקומען, זאָגט ער, אַז דאָס, וואָס לוזי באַגייט בנוגע אַלע די, וועלכע גייען אים נאָך, וואָס האַלטן זיך מי זיינע פּאָלעס אָנגעטשעפּעט, קוקן צו אים אַרויף און שלינגען מיט נחת די תּורה־ווערטער פֿון זיין מויל, איז גענוי אַזוי צום פֿאראור־ טיילן, ווי אַ איינעם, וואָס פֿאַראָירט בלינדע אין גרוב.
— ער מיינט דאָ די צווייטע זייט פֿון יענעם מעסער, וועגן וועלכן ער האָט פֿריער דערמאָנט, מיט וועלכן ער, לוזי, קוילעט.
— ווייל יאָ, צי זעט דען ניט אויס אַ מיכל, ווי אַ געקוילעטער פֿון אונטערן חלף אַנטלאָפֿן — און נישט נאָר פֿון ר׳ דודיס חלף, נאָר אויך פֿון לוזיס און אַפֿילו פֿון זיין אייגענעם, אונטער וועלכן ער האָט פֿרייוויליק זיין האַלדז געשטרעקט און זיך אַליין געשאַכטן?
— ווייל יאָ, ער וויל דאָ רעדן קלאָר: ווער איז דען אומשטאַנד אויס-צושטיין יענע אויפֿגעהעצלטע פֿרוטקייט, וואָס איז ווי אַ צרעת, וואָס אי זי מיסט זיך, אי זי מאַכט כּלומרשט אָנגענעם דאָס מיטן, און וואָס באמת איז דאָס נישט מער, ווי אומ&לייט, וואָס ווער וועמען ס׳איז נאָך געטריי, דער דאַרף יענעם עצהן, פֿאר אַלעמען, זיך זויבערן און זען פּטור ווערן אי פֿונעם מיסעכץ, אי פֿון דער מישטיינסגעזאָגטער הנאה דערפֿון.
— ער מישט זיך ניט און האָט קיין מאָל ניט געזאָגט, סרולי, אָבער צי זעט דען נישט לוזי, צו וואָס אָט די אַלע אָנגעפֿירטע פֿון אים זיינען שוין דערבראַכט געוואָרן און וועלן שפּעטער נאָך מער דערבראַכט ווערן? צי איז דען ניט קלאָר, אַז צו אַנגסט און בראָך וועלן מוזן קומען אָט די אַלע זייניקע, וועלכע ברענגען זייערע אויסגעמאַטערטע און אויסגעדעווערטע קערפּערס פֿאר אַ קרכן, און וואָס אין הימל קומט וון זיי מער ניט אָן, ווי נאָר אַ שלעכט־שמעקנדיקער טשאַד און ריח...
און דאָ האָט סרולי זיך אַליין איבערגעריסן און גענומען מאָלן בילדער איינס ערגער פֿונעם אַנדערן, פֿונעם צרהדיקן אויסקומעניש פֿון די לחי־ לייט? ווי אַזוי ס׳זעען אויס די הייזער, אין וועלכע זיי וואוינען; ווי אַזוי
— זייערע ווייבער און קינדער, וועלכע גייען אופּ פֿאַרכליאַנעט און ווי פֿליגן אין האַרבסט, ערב־מיתה, פֿאַרטשאַדעט — גאַנצע טעג, גאַנצע וואָכן, גאַנצע חדשים און יאָרן, נישט באַקומענדיק פֿון די מענער און פֿאָטערס אַפֿילו קיין שיכוש־ווערטיקע מטבעות, מיט וועלכע מ׳זאָל קאָנען ערגעץ אין אַ קראָם, אין אַ קלייט זיך ווייזן און כאָטש וואָס ניט איז פֿאַר זיי אייגהאַנדלען.
— יא — האָט דאָ סרולי אַ זאָג געטאָן — צי ווייסט ער, לוזי, ווי מע פֿרירט דאָרט אָפּ אַ ווינטער, אין יענע מינים הייזער, וואו די ווענט זיינען אָנגעבויטעט און געדראָלן פֿון נעץ, שניי און ווילגאָטש, און וואו די פֿענצטער שטייען אָן שויבן, נאָר אַמאָל מיט ברעטלעך, אַמאָל מיט שמאַטעדיקע קישעלעך פֿאַרשטעקט; און ווי אַזוי אין אָט די הייזער זעען אויס די קינדער, ווען זיי דרייען זיך אַרום נאָך געזונטע, ובפֿרט ווען ניט, ווען קראַנק, און ווען ניט איין קינד, נאָר עטלעכע מיט אַמאָל 'לייגן זיך אַוועק, פֿאלן איין און גלייכן ליגן אַלע אין איין נעט, אָן שום בעטגעוואַנט און צודעק, ווייל דאָס אַלץ איז שוין פֿון לאַנג, כּמעט פֿון דער חתונה אָן, ביים פּראָצענטניק און וואָכערניק פֿאַרזעצט און ס׳איז קיין ד.אפֿענונג ניטאָ דאָס, ווען ניט איז, אויסצוקויפֿן און צוריק אויסלייזן.
— יא — האָט דאָ ווייטער סרולי אין גרויס היץ און אימפּעט צוגעגעבן — און דאָס אַלץ נאָר דערפֿאר, ווייל די מענער פֿון יענע הייזער האָבן זייער לעצט פֿיסל כּוח נישט זייער משפּחה געווידמעט, נאָר גאָר, כּלומרשט, גאָט, וואָס אויב ער איז נאָר דאָ און קוקט אַראָפּ פֿון זיין הויכן געזעס אין הימל, דאַרף ער דאָך געוויס וויינען אָדער לאַכן פֿון אַזאַ ווידמונג, פֿון אַזוינע קדבנות און פֿון אַזאַ לויג, וואָס קומט אַרויס (זאָל מען אים מוחל זיין), פֿון שלעכט־שמעקנדיקע מיילער, און בכלל פֿון אַזוינע, וואָס ס׳איז פֿון זיי ניט קיין חלב, ניט קיין שנויץ פֿאַר קיין גראָשנדיקן ליכטל אַרויסצו־ קריגן.
— ווייל, וואָס פֿאַר אַ נח און גוטער תכלית קאָן דאָ זיין פֿון אַזוינע, וואָס פֿאַרברענגען גאַנצע טעג אין תאָילות אין שול, און וואָס ווייניק איז ↰ 225 זיי דער טאָג דערצו, גיכן זיי נאָך אָפּ די נאַכט אויף צו פֿאַרברענגען ביי די מתים אויפֿן „פֿעלד׳-, וואָס אַזוי ווי די מתים האָבן ניט פֿון זיי, אַזוי האָבן זיי ניט פֿון די אַתים...
— און אויג מ׳וועט אים זאָגן־ גוט, אָבער ווער האָט דאָס די רעכט צו לערנען אַ צווייטן, וואָס ס׳איז גוט אָדער שלעכט פֿאַר אים, ווען יעדערער איז אַ בעל־בחירה און אַ האַר אויף זיך, ווי אויף זיין גוף, אַזוי אויף זיין נשמה, אויסצואוויילן לויט זיין גוסט און געשמאַק, וואָס ער האַלט פֿאַר זיך אַליין פֿאַר זיסער און בעסער — ...קלאָרער גערעדט־ ווער, ווייסט עס, קאָן זיך אונטערנעמען צו זיין אַ בעל־רחמנות אויף אַ צווייטן, אין אַזאַ פֿאַל, ווען דער צווייטער קאָן צוריק אָפּוואַרפֿן דעם רחמנות, זאָגנדיק אַז ניט אויף אים, אויפֿן צווייטן, איז רחמנות צו האָבן, נאָר פֿאַרקערט, אַליין גאָר אויף דעם בעל־רחמים — ווי אָט די לוזי־לייט, וואָס האַלטן געוויס, אַז זיי אַליין בילן אַלע טעמים אין דעם” וואָס אַנדערע טוען זיי דערפֿאַר באַדויערן.
— אויב מע וועט אים אַזוי זאָגן, וועט ער ענטפֿערן ־ אַוודאי איז יעדערער אַ בעל־בחירה און אַ האַר אויף זיך אויסצוקלויבן, וואָס אים געפֿעלט. אָבער ס׳זיינען דאָך פֿאַראַן אויך קראַנקע „האָרך, ווי איינער אין אַ היציק שלאַפֿקייט אַמאָל, וועלכער וויל אין טומל פֿון בעט אַראָפּשפּרינגען און אין וואָס פֿאַר אַ וועטער ס׳זאָל ניט זיין, אין הוילן וועש, אין דרויסן אַרויס. דער חוב אָבער פֿון די, וואָס ייאכן אַרום אַזוינעם, איז אים אָפּצוהאַלטן, ווייל ער אַליין איז ניט פֿעאיק צו באַנעמען די סכנה, וואָס דראָעט אים.
— נו, און ווער איז, אין דעם פֿאַל, מער מחויב זיי, די קראַנקע, נישט צו דערלאָזן איינצושטעלן און פֿאַרלירן דאָס, וואָס זיי האָבן קיין רעכט נישט
— אויב נישט, ער , לוזי, דער, וואָס יענע האַלטן זיך אין אים אַזוי שטאַרק, און וואָס ער ווערט פֿון זיי אַזוי געשעצט און ערלעך געהאַלטן, אַז ער איז בנוח זיי צו ווענדן אין וואָס פֿאַר אַ ריכטונג זיין ווילן וואָלט נאָר וועלן.
— איז פֿאַרוואָס זאָגט ער ניט, פֿאַרוואָס האַלט ער ניט אָפּ פֿון פֿאַרדאדבונג, וואָס איז קעגן גאָט און קעגן אַלע געגעבענע תּורהס, דאַכט זיך? האָט דאָ סרולי זיין לאַנגע רעדע פֿאַרענדיקט און, פֿאַרענדיקנדיק, האָט ער, נאַטירלעך, רעכט געהאַט צו וואַרטן אויף אַן ענטפֿער פֿון זיין צוהערער.
אָבער אומזיסט זיין וואַרטן ־ לוזי האָט געשוויגן... ווי ס׳איז ניט אָנגענעם ניט צו ענטפֿערן אויף אַזוינע פֿראַגעס, וואָס ווער ס׳זאָל ניט זיין דער, וואָס שטעלט זיי, און ווי ס׳זאָל ניט זיין דיין באַציאונג צו יענעם, אָבער ווי באַלד זיי זיינען שוין פֿון יענעמס מויל אַרויסגעקומען און אין דער לופֿט זיך דערהערט, אַזוי ביסטו מחויב מיט וואָס ניט איז זיך אָפּשלאָגן — זאָל זיין מיט כעס, מיט ביטול און גדינגשעצנדיק מיט־דער־האַנט־אַוועקמאַכן, אָבער אַ וואָסער ניט איז כאָטש וואָרט זאָגן דאַרפֿסטו!... און דאָך האָט לוזי ניט אַזוי געטאָן. פֿאַרוואָס? — צי דערפֿאַר, ווייל ער האָט געהאַלטן פֿאַר ↰ 226 פֿאַרבאָטן דאָס רעדן וועגן דעם בכללן צי דערפֿאַר ווייל ער האָט סרולין געהאַלטן ניט פֿאַר זיין בעל־דין, ד״ה, פֿאַר אַזאַ, מיט וועמען מ׳זאָל קאָנען וועגן אַזוינע זאַכן האָבן אַ וויכּוח.
דעם אמת זאָגנדיק, האָט סרולי, ווייזט אויס, אויך ניט איבעריקם אויף יענעמס ענטפֿער געוואַרט, און איצט, זעענדיק, ווי לוזי דענקט אים גיט צו דערווידערן מיט גאָרניט, האָט ער זיך ניט באַליידיקט און ניט געפֿילט זיין כבוד געקריוודעט.
ער האָט פֿאַרקערט געטאָן: כּדי אַרויסצוציען לוזין פֿון זיין אומאַנגעגעטער לאַגע און פֿאַר זיין האַלב־שולדיקן שווייגן אַ תירוץ אויסגעפֿינען, האָט ער זיך געמאַכט, ווי ער וואָלט פּלוצים אין מיטן די רייד, זיך כּלומרשט דערמאָנט אין עפּעס אַ זאַך, וואָס ער דאַרף אָט באַלד דערליידיקן, און וואָס צוליב איר מוז ער זיך איבעררייסן, און נישט וואַרטנדיק אויף לוזיס ענטפֿער, פֿון צימער אַרויס. ער האָט טאַקע באַלד גלייך אין צווייטן צימער זיך אַרויסגעלאָזט און פֿון דאָרט אין דרויסן אַוועקגעאיילט, באַנוגנט און צופֿרידן דערמיט, וואָס אויב לוזי האָט זיך מיט אים איצט אין קיינע לענגערע מחזקות ניט געוואָלט ןן־ייבלאָזן, האָט אים אָבער דאָך זיך איינגעגעבן אַריינצודערלאַנגען אין יענעמס אויער אַ קליין ביסל פֿון יענעם מין, מיט וועלכן ער, סרולי, האָט זיך לאַנג אַרומגעטראָגן און וואָס ער האָט געגלויגט, אַז סוף־ כל־סוף, וועט דאָס אויך גלייכן ניט אָן ווירקונג אויף דעם, וועמען ער האָט געוואָלט באַווירקן.
אויף וויפֿל דאָס איז ריכטיק געווען, וועלן מיר שפּעטער זען; אָבער וואָס געהער דעם, אויף וויפֿל לוזי איז בכלל נישט געווען אַזאַ, וואָס שטייט אויסער ווירקונג און וואָס לאָזט דורך די ווענט פֿון זיין בגין קיין ווינט נישט דורכבלאָזן — קאָנען מיר שוין זאָגן, אַז ניין — ניט אַזאַ, און אַז ווען אַן אַנדערער וואָלט געווען אויף סרוליס אַרט און וואָלט אַרויסגעפֿאָרן מיט אַזוינע רייד, ווי סרולי, וואָלט לוזי נישט נאָר יענעמס טענות ניט פֿאַרשוויגן, נאָר פֿאַרקערטאַ לוזי וואָלט אַרויס צו זיך אַליין מיט טענות, וועלכע וואָלטן באַוויזן, אַז ערגעץ איז ער אָנגערירט, אַז זיין כלי איז אָנגעשפּאָלטן, און אַז גענוג וואַקלונגען האָט ער געהאַט אויסצושטיין ביז אתער און אַז אויך אויף ווייטער איז ער ניט באַוואָרנט...
ווי אָט, און ווי ס׳וועט באַלד טאַקע דערציילט ווערן.
אין איינעם אַ שטאַרק־פֿראָסטיקן גאַנצפֿרי, ווען דער דרויסן איז פֿול געווען מיט שניי־געפֿליטער, וועלכער האָט דורכגעלאָזט קאַרגלעך שיין פֿון דער שפּעט־אויפֿשטייענדיקער ווינטער־זון נישט נאָר פֿאַר דער שטאָט מיט אירע ווילד־פֿאַרדרייטע גאַסן און געסלעך, וואו ס׳האָט אַ היפּשע טונקלקייט ↰ 227 געהערשט, נאָר אַפֿילו פֿאַר אויסער דער שטאָט, וואו אַלע וועגן און שליאַכן זיינען אַזוי געדיכט פֿארהילט געווען, אַז זיי האָבן ניט געלאָזט זען, וואָס אין זייערע נאָענטע שטרעקעס טוט זיך < אָט אין איינעם אַזאַ פֿרימאָרגן האָט מען דורך איינער אַ ראָגאַטקע, ניט ווייט פֿון שטאָט, געקאָנט מערקן איינעם אַ מענטשן, פֿון איינעם אַ שליאַך אָנקומענדיק, צו דער שטאָט זיך דערנעענמערן און איר גרענעץ אַריבערשפּאַנען.
דער מענטש איז געווען הויך, קרעפֿטיק אין געניק אַ נאָך יונג, פֿאַר די דרייסיקער, און געקליידט, ווי אַלע אין יענער צייט — פֿרום־יידישלעך און לאַנג־פֿאַליק, און פֿון אונטערן לאַנגן וויגטער־מאַנטל האָט זיך אים אַרויסגעזען אַ נאָך לענגערע קאַפּאָטע, וועלכע האָט זיך אין די פֿיס און אין גאַנג אים געפּלאָנטערט.
אונטערן אָרעם האָט ער געטראָגן אַ קליק קלומעקל, וואָס אויפֿן ערשטן קוק האָט ער אויסגעזען מיט דעם, ווי איינער אַ היגער וואָלט זיך געלאָזט פֿון איק גאַס אין דער צווייטער, מיט טלית־און־תּפֿילין אין שול גייענדיק. ווען אין דער אמתן איז דער מענטש וון גאָר ווייט געקומען — פֿון אַ דאָרף, אַ שטעטל, אָדער פֿון ערגעץ אַ פֿאַרוואָרפֿענעם ישוב, וואָס פֿון,דאָרט ביז דער שטאָט איז פֿיליפֿיל צו גיין און גאָר היפּשע וויאָרסטן דורכצומאַכן.
דערויף האָבן עדות געזאָגט זיינע מלכושים — זיין מאַנטל, היטל, ווי אויך דאָס שוכוואַרג, וואָס איז פּונקט אַזוי באַדעקט און פֿאַרהילט געווען פֿון פֿראָסט, ווי אַליין די לופֿט, די נוימער, די צווייגן פֿון די בוימער, וועלכע האָבן זיך, וואו ניט וואו, פֿון אַ נאָענטער אָדער עטוואָס ודיטלעכער שטרעקע שווער געלאָזט אגזען. אויך זיין פּנים — אַזוי באַקלעפּט און פֿאַרהוכקעט, אַז קוים האָבן זיך זיינע שוואַרץ־ברענענדיקע גליקן, ווי אויך זיין שוואַרץ קורצלעך נערדל, געלאָזט מערקן.
ער האָט געשפּאַנט האַסטיקער און פֿיל שנעלער, ווי איינער, וואָס האָט שוין אַ לאַנגן וועג דורכגעמאַכט, און דאָס האָט געדינט פֿאַר אַ באַווייז, אַז אָדער דער מענטש פֿארמאָגט הייס בלוט, וואָס האָט זיך אים אין פֿראָסטיקן דרויסן און אין שניי־סקריפֿענדיקן גאַנג צעשפּילט, אָדער אַז די געדאַנקען טראָגן אים פֿאָרויס פֿיל מער, ווי אַ געוויינטלעכן און דערלאָזן אים גיט צו מער געזעצמעסיקן און סאָלידן גאַנג.
ווירקלעך: אינעם מענטש האָט זיך געפֿילט עפּעס אַ צעטראָגנקייט, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט אין דעם, וואָס נישט געקוקט אויף זיין פֿעסטן גענוי און קרעפֿטיקייט, האָט ער דאָך דעם קאָפּ עטוואָס ביים קאַרק געהאַלטן אַראָפּגעבויגן, ווי אים פֿאַרויסגעשטרעקט און געוואָלט מיט אים פֿאָרויסאיילן פֿאָרן קערפּער.
ער האָט די ראָגאַטקע אַריבערגעשפּאַנט, און דערפֿילנדיק די שטאָט מיט אירע טשאַדענדיקע פֿרימאָרגנדיקע ריחות פֿון די גאַנצ8רי שוין איינגעהייצטע ↰ 228 אויוונס און הרובעם, האָט ער די אויגן אויפֿגעהויבן, זיך אַרומצוקוקן, וואו ער געפֿינט זיך און אין וואָס פֿאַר אַ זייט און ריכטונג ער האָט איצט זיינע טריט צו ווענדן.
נישט וויסנדיק צו טרעפֿן אַליין, האָט ער זיך גענומען דערפֿרעגן ביי מענטשן, וואָס האָבן זיך אים אויפֿן וועג באַגעגנט. און אַזוי, פֿון גאַס צו גאַס און פֿון געסל צו געסל גליענדיק, איז ער לסוף אָנגעקומען אַהין, וואוהין געדאַרפֿט — צו איינעם אַ „קללה”־איעוואוינער, צו וועלכן ער האָט, אַפּנים, אַ ריכטיקן אַדרעס געהאַט, און וואָס ווי נאָר ער האָט זיך אַהין אַריינגעשטעלט, אַזוי האָט ער זיך גלייך געבעטן, מ׳זאָל אים אָפּפֿירן צו לוזין, וועגן וועלכן ער האָט געוואוסט, אַז ער געפֿינט זיך אין שטאָט- אין N, אָבער וואו און ביי וועמען ער וואוינט — האָט ער זיך שוין געמוזט ביי אַנדערע דערוויסן.
דאָס איז געווען אברהמל לובלינער, ווי מ׳האָט אים גערופֿן, וועלכער האָט זיין וועג צופֿוס דורכגעמאַכט נישט פֿון מאַנגל אין געלט, אָדער ווייל ער האָט קיין פֿור ניט געקראָגן, ניין, נאָר אַלעמאָל צופֿוס — צי איבער אַ מין נדר, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען, צי איבער אַן אַנדער טעם, וואָס אין יענע צייטן, ביי אַזוינע לייט, איז אַזוינס ניט געווען קיין אויסנאַם און קיין איבעריקע זעלטנהייט.
ער האָט אַלע מאָל געשפּאַנט שנעל, האַסטיק, און קיין מאָל קיין מידקייט ניט געפֿילט, מחמת ערשטנס, ווי געזאָגט, האָבן אים די אימפּעטיקע געדאַנקען געטראָגן, און צווייטנס, איז ביי אַזאַ יוגנט און קרעפֿטיקייט האָט זיך קיין גאַנג, און אַפֿילו לאַנגער גאַנג, כּלל ניט אָנגעזען.
אַז ער איז אַריין צו לוזין, האָט ער צוערשט, ווי ס׳פֿירט זיך, נאָך אין מאַנטל „שלום” אָפּגעגעבן, און דערנאָך, אַז ער האָט זיך אויסגעטאָן און איז געבליבן אין זיין לענגער, ביז דער ערד אַראָפּ דערגדייכנדיקער קאַפּאָטע, האָט זיך ערשט דעמאָלט זיין אמתע לענג געלאָזט מערקן, אי אַנטקעגן לוזין, וועלכער איז אַליין אויך געווען העכער מיטל־וואוקס, אי קעגן זיין שטוב, וואָס ער האָט צו איר נידעריקלעכער סטעליע ביז כּמעט אַרויף אויבן דערלאַנגט.
כאָטש ער האָט אויך איצט, ווי אין וועג, דעם קאָפּ ביים קאַרק עטוואָס אַראָפּגעבויגן געהאַלטן, דאָך האָט זיך געדאַכט, וואָלטן אַלע די, וועלכע וואָלטן צו אים באַדאַרפֿט האָבן, געמוזט אַרויפֿקוקן, צו אים זיך ווענדנדיק.
ער איז געווען געקליידט שוואַרץ, די קאַפּאָטע און אַלץ איבעריקע פֿון גאָר גוטן שטאָף גענייט, און כאָטש דאָס פֿוסגייעריי, ווי אויך די ערטער, וואו ער האָט אַלע מאָל אין וועג סטאַנציע געהאַלטן, ווי אויך די מענטשן, מיט וועמען ער האָט פֿאַרקערט, האָבן מיט קיין איבעריקער זויבערקייט זיך ניט אויסגעטיילט, דאָך איז דאָס קליק ביסל, וואָס איז אין אַזוינע באַדינגונ־ ↰ 229 גען נאָך מעגלעך איינצופֿאָרהיטן, פֿון אים ניט אַוועקגענומען געוואָרן * ער האָט זיך געהאַלטן פֿיל זויבערער, ווי אַנדערע זיינסגלייכן.
דאָס איז אים געקומען פֿון זיין רייכן שטאַם: אַ רייכער זון און אַ רייכער איידעם פֿון גאָר רייכע לייט אין דער ווייטלעכער פּוילישער שטאָט לובלין, וואו ער איז געבוירן געוואָרן און חתונה געהאַט, און וואָס ניט געקוקט דאָך דערויף, האָ