בנות מלכים גליון מד תשס"ט המשך
בנות מלכים מד - - בנות מלכים מד המשך - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל
מ.פ. אונגער
קיץ ס”ב האב איך פארברענגט אין מחנה בנות ישראל וויזניץ. עס איז געווען א שרעקליכע הייסע טאג ווען מיר זענען געגאנגען צו Quassy Amusement Park פאר אן אויספלוג. איינע פון אונזער דירעקטערס וואס זענען מיטגעקומען מיט אונז האט דארט געקויפט וואסער פאר אלע מיידלעך.
עס איז צוגעקומען א טינקעלע פרוי אויך עפעס קויפן, און יעדער האט זיך תיכף אוועקגעריקט איר צוצולאזן, (ווייל מיר זענען געווען עטליכע הונדערט קינדער). ווייזט אויס אז אונזער צניעות און איידלקייט האט ארויסגעברענגט איר קנאה און זי האט אנגעהויבן שרייען. זי האט אונז גערופן מיט נישט שיינע נעמען ווייל מיר גייען לאנגע ארבל, דיקע זאקן, און פארמאכטע בלוזקעס ווען עס איז °100 אינדרויסן. אונזער דירעקטער האט איר רואיגעהייט געפרעגט אויב זי איז אפשר אמאל געווען אין ענגלאנד אין די היצן.
ווען די גוי’טע האט געשוויגן האט זי ווייטער געפרעגט אויב זי האט אמאל געזען ווי די סאלדאטן ביי די Buckingham Palace שפאצירן מיט וואלענע לאנגע מונדירן, מיט הויעכע פעלענע היטן, און מיט שטיוול ביז די קני אפילו אין די היצן צוליב די כבוד פון די מלכה און איר פאלאץ. זי האט מסביר געווען אז מיר קענען נישט טון אנדערש אין געגנווארט פון מלך מלכי המלכים וואס ער איז דער קעניג אויף די גאנצע וועלט. נאך א פאר מינוט שווייגן האט די גוי’טע געפרעגט צי מיר מיינען באמת אז מיר קענען ח”ו אפקויפן דעם רבוש”ע מיט עטליכע אינטשעס סחורה. אונזער דירעקטער האט איר געענטפערט, ”You have it all wrong, we don’t buy G-D, G-D bought us“ יענע גוי’טע איז אוועקגעגאנגען, און מיר אלע וועלכע זענען דארט געשטאנען האבן זיך געשפירט זייער שטאלץ צו זיין “בנות מלכים”!
דַארְף אִיך
גֶעפֶעלְן...?דֶער קְלוּנְג פוּנֶעם וֶועקְזֵייגֶער הָאט אַרוֹיסְגֶעשְלֶעפְט שָׂרִי’ן פוּן אִיר וֶועלְט פוּן חַלוֹמוֹת...
מִיט פְלִינְקֵייט אּיז זִי אוֹיפְגֶעשְפְּרִינְגֶען פוּן בֶּעט, אוּן גֶעוַואשְן אִיר הֶענְט אוּן פָּנִים. זִי אִיז צוּגֶעגַאנְגֶן צוּם בַּאשְטִימְטֶן בֶּענְקל וִוי אִיר מַאמֶע גְרֵייט דָארְט אָן יֶעדן נַאכְט, מִיט אַזַא גֶעטְרֵיישַאפְט, אִיר קְלֵייד פַארְן קוּמֶענְדִיגֶען טאָג.
וֶוען זִי האָט גֶעזֶען אַז אִיר מַאמֶע האָט דָאס מָאל אָנְגֶעגְרֵייט דִי בְּלוֹי קְלֵייד מִיט דִי רָאזֶע קְנֶעפְלֶעך, הָאט זִיך פַארְשפְרֵייט אוֹיף אִיר פָנִים אַ שְטִיקל וִוידֶערְוִוילן.
"מַאמִי", האָט זִי אוֹיסְגֶערוּפְן, "אִיך וִויל מֶער נִישְט אָנְטאן דִי קְלֵייד. מַלְכִּי הַאלְט אַז סְ’אִיז שוֹין צוּ אַלְטְמאָדִיש, צוּ יאָנְטְשִי..."
"שָרְה’לֶע", האָט דִי מַאמֶע אַרוֹיפְגֵעלֵייגְט אִיר הַאנְט אוֹיף אִיר טאָכְטֶערְ’ס אַקְסל "פאַרְוָואס האָסְטוּ פְּלוּצְלוּנְג גֶעלֵייגְט אַזַא אוּמְחֵן אוֹיף דֶער קְלֵיידְל? סְ’אִיז דאָך אַזוֹי אֵיידְל אוּן צְנִיעוֹת’דִיג ?..."
וֶוען זִי האָט אָבֶּער גֶעזֶעהן אַז שָרִי אִיז נִישְט צוּפְרִידְן, האָט פְּלוּצְלוּנְג אוֹיפְגֶעבְּלִיצְט אַ גֶעדַאנְק אִין אִיר מֹחַ.
"וֵוייסְטוּ וָואס? רוּף אָן דֵיינֶע פִינֶף גוּטֶע חַבֶרְ’טֶע’ס אוּן פְרֶעג זִיך נאָך יֵּבי זֵיי וָואס אִיז שֵיין, אֶפְשְר אַזוֹי וֶועסְטוּ צוּקוּמֶען צוּ דֶער רִיכְטִיגֶע מַסְקָנְה."
שָרִי האָט זִיך צוּגֶעזֶעצְט צוּם טֶעלֶעפאָן, אוּן גֶערוּפְן אִירֶע חַבֶרְ’טֶע’ס: מַלְכִּי, רִבְקִי, בְּלוּמְי, שָרְה שֵיינְדִי, אוּן גִיטִי. וֶוען זִי האָט אַראָפְגֶעלֵייגְט דֶער טֶעלֶעפאָן מִיטְן לֶעצְטְן האָט זִי זִיך גֶעטְראָפְן מִיט אַזַא רְשִימְה: -מַלְכִּי זאָגְט אִיך זאָל אָנְטוּן דִי קְלֵייד מִיט דִי בְּלוֹיעֶ קֶעסְטְלֶעך.
-רִבְקִי הַאלְט אַז דִי גְרִינֶע מִיט דִי שְוַוארְצֶע לֵיינְס אִיז אַסַאך שֶענֶער. -בְּלוּמִי האָט גֶעזאָגְט אַז דִי פּוּרְפְּל דְזְאָמְפֶּער- דאָס אִיז שֵיין.
-שָרְה שֵיינְדִי האַלְט אַז דִי שְוַוארְצֶע שֶעסְל מִיט דִי וֵוייסֶע בְּלוּזְקֶע אִיז דִי שֶענְסְטֶע. -וִוידֶער, גִיטִי זאָגְט אַז נאָר מִיט דִי פִּינְקֶע קְלֵייד זֶע אִיך אוֹיס וִוי אַ לֵייט!
"זֶעסְטוּ שָרְה’לֶע, וִוי אַנְדֶערְשְ זֶענֶען מֶענְטְשֶנְ’ס מֵיינוּנְגֶען, נִישְט קֵיין חִילוּק וֶועלְכֶע קְלֵייד דִו וֶועסְט אָנְטוּן וֶועט דאָס פַאר דִי אַנְדֶערֶע פיר נִישְט גֶעפֶעלְן."
"אָבֶּער מַאמִי," האָט שָרִי גֶעפְרֶעגְט מִיט אִינְטֶערֶעס, "וִויאַזוֹי לֶערֶענְט אוּנְז דִי מִשְנה אִין פּרק אַז כֹּל שֶרוּחַ הַבְּרִיוֹת נוֹחָה הֵימֶנוּ רוּחַ הַמָקוֹם נוֹחָה הֵימֶנוּ – קֶען מֶען דֶען צוּפְרִידְנשְטעֶלְן יֶעדְן אֵיינֶעם?"
"דוּ פְרֶעגְסְט גוּט, מֵיין לִיבּ קִינְד. דֶער חוֹבַת הַלְבָבוֹת רֶעדְט שוֹין דֶערפוּן אוּן פְרֶעגְט טַאקֶע, וִויאַזוֹי אִיז מֶעגְלִיך יֶעדְן צוּ צוּפְרִידנשְטֶעלְן? שְטֶענְדִיג וֶועלְן זֵיין מֶענְטְשן וָואס זֵייעֶר מֵיינוּנְג וֶועט זֵיין אַנְדֶערְשְ.
נָאר יֶעדֶער מֶענְטְש דַארְף האָבְן אֵיין צִיל – צוּ צוּפְרִידְנשְטֶעלְן דֶעם הֵיילִיגְן בַּאשֶעפֶער, אוֹיב מֶען טוּט אַזוֹי אִיז דֶער שְׂכר פוּן השי"ת: אַז מֶענְטְשן זֶענֶען פוּן אִים אוֹיך צוּפְרִידְן..."
שָרִי הָאט פַארְשְטַאנֶען, אוּן מִיט אַ שְמֵייכְל זִיך גֶעקֶערֶט צוּם בֶּענְקְל אוּן זִיך אָנְגֶעטוּן. וֶוען זִי האָט גֶעקוּקט אִין שְפִיגְל וִוי אֵיידְל זִי זֶעט אוֹיס, אִיז זִי זִיכֶער גֶ עוֶוען אַז זִי גֶעפֶעלְט פַאר אִיר טַאטֶע אִין הִימְל..
זומער תשס”ב, אין קעמפ.
מיר האבן זיך צוגעגרייט צו גיין שלאפן, אזוי ווי יעדן טאג אין אזא צייט. זיסי איז אויך געווען צווישן אונז און זי איז ווי געווענטליך געגאנגען שלאפן מיט זאקן.
אויפגעשטאנען זענען מיר אבער אין גאנץ אן אומגעווענליכן צייט. ארום 3:00 ביינאכט זענען מיר ארויסגעיאגט געווארן פון די באנקס דורך די קעמפ אנפירערינס וועלכע האבן אין יעדן באנק אנגעגעבן אן אנדער תירוץ פארוואס מיר דארפן ארויסלויפן. עס זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן גאר געמיינט אז עס איז א breakout , אבער ארויסלויפנדיג אינדרויסן האבן מיר געזעהן די ווארהייט – פלאמען האבן זיך געצויגן ארויף פון די קעמפ’ס בעקעריי בנין.
אזוי אנגעטוהן אין די נאכט קליידער און בארפיסיג, זענען מיר געלאפן צום עס-זאל וואו מיר זענען שוין פארבליבן ביז אינדערפרי ווען דער פייער איז פולקאם פארלאשן געווארן.
און דאן, ווען די בהלה האט זיך אפגעשטעלט, האבן מיר באמערקט זיסי. יא זיסי-זי האט נישט געדארפט ארומלויפן אויף די בלויזע ערד אזוי ווי רוב פון אונז, און זיסי איז געווען די וועלכע איז אפגעהיטן געווארן פון אראפגיין פון בעט אומצניעות’דיג !