לדלג לתוכן

בנות מלכים בלעטל גליון מד תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בנות מלכים מד - - בנות מלכים מד המשך - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


וואס איז דיין סוד

מ. ל. הערמאן קום מיט מיר, אויף א שפאציר, צום פרישן גארטן דארט, מיט געוויקסן פון יעדע סארט.

לאמיר זיך א וויילע אפשטעלן, ביים הערליכן בלום וואס טוט אזוי געפעלן, דארט ביים עק פונ’ם הויז קוקט זי ארויס, מיין אייביג באליבטן רויז.

אירע פעדאלן אהערגעשטעלט אזוי שיין, מיט א ליבליכע אמת’ע חן, מיינע געפילן טוט זי באנעמען ס’איז כדי מיט איר זיך צו באקענען –

איך בעט ביים רויז – טו מיר אויסזאגן, וואספארא סוד טוסטו פארמאגן? ווי אזוי טוט גענוי זיין, אז די פארמאגסט אזא הערליכקייט, אזא חן?

פיל דערנער נעמען דיר ארום, וויאזוי ווערסטו נישט צושטאכן אומעטום? וויאזוי טוסטו בלייבן גאנץ מיט דיין שיינקייט- דיין אמת’ע גלאנץ?

"דער סוד, מיין פריינט, צו דיר וועל איך אנטפלעקן היינט, קוק אביסל טיפער אין מיין לעבן, א נענטערע בליק זאלסטו געבן.

דו וועסט באלד אין מיר באמערקן א מעלה, אז איך שטיי העכער פון די דערנער אלע, איך זיך זיך נישט, מיט זיי צו ווערן צומישט.

אפילו ווען בייזע ווינטן טוען זיך מערן, דאך טו איך זיך נישט צו זיי בייגן אדער צוהערן אזוי בלייב איך מיט מיין שיינקייט, און איך ווער נישט צוריסן אין דער זייט."

אן אנגענעמקייט פלוצלינג איך שפיר, עפעס אן ענליכקייט האט זי צו מיר, איך טו זיך אין א וועג שפיגלן אין איר, די זעלבע מעלות זענען פארהאן אין מיר.

אויך איך טו זיך נישט קערן, פראסטע מיינונגען צו הערן, איך מיש זיך נישט מיט זיי, נאר אויפן דרך הישר איך גיי.

מיינע מחשבות טו איך ריין האלטן, אפילו אויב עס בלאזט א ווינט א קאלטן מיין דיבור טו איך אויך האלטן איידל גענוי, און מיט דעם טו איך שטאלצירן – שלא עשני גוי.

מיט מיינע מעשים, זיך איך נישט דעם יונגן און פראסטן צו געפעלן, נאר ציען ווייטער דעם גאלדענעם קייט, אויף דעם טו איך זיך שטעלן, איך וועל זיך ווייטער האלטן שטאלץ מיט די שיינקייט וואס איז מיינע, און גליקליכערהייט, וועל איך זיין צווישן די דערנער, ווי אן אמת’ע שושנה!


דער קליינער מבין, מעשה שהיה

ג. פעדער

משה’לע איז אריינגעלאפן אין הויז פארשוויצטערהייט, "מאמי, קוק וואס כ’האב אהיימגעברענגט!"

"א גוטן טאג, צדיק’ל!" האב איך אים באגריסט.

איך האב שנעל אריינגעווארפן די גרינצייג אין טאפ, אפגעווישט מיינע נאסע הענט, און זיך אוועקגעזעצט ביים טיש. "קום אהער, זיסקייט, לאמיר זען וואס דו האסט אהיימגעברענגט."

משה’לע האט ארויסגעשלעפט פון זיין טאש א גאלדענע קייטל. "קוק ווי שיין ס’איז, מאמי!"

"ס’זעט אויס זייער שיין משה’לע, גיב עס אהער איך וויל עס בעסער קענען זען.”"

איך האב איבערגענומען דאס קייטל און עס באטראכט פון דער נאנט. עס איז געווען א הערליכע גאלדענע קייטל פיל מיט בליטשקעדיגע דיאמאנטן. "מן הסתם איז עס נאכגעמאכט פון א גאר טייער קייטל," האב איך געקלערט, “עס זעט אויס ממש ווי אן עכט-גאלדענע קייטל... אבער ווי אזוי קומט עס אן צו מיין דריי-יעריגע יונגעלע?!”

"משה’לע פון וואו האסטו די קייטל?" "א יונגל פון מיין קלאס האט מיר עס געגעבן, ווייל ער האט געוואלט איך זאל אים געבן מיין גרויסע קוקי."

"פון וואו האט ער געהאט די קייטל?"

"פון זיין הויזן טאש."

איך האב נאכאמאל באטראכט דעם קייטל פון אלע זייטן. ווען איך האב עס איבערגעדרייט, האב איך צו מיין שטוינונג באמערקט די אותיות 14K אריינגעקריצט אינ’ם קייטל. "נישט קיין וואונדער עס זעהט אויס ווי אן עכט גאלדענע קייטל, עס איז א גאלדענע קייטל!"

איך האב תיכף אנגעהויבן מיין אויספארשונג.

“משה’לע וויאזוי הייסט יענער יונגל פאר וועמען דו האסט היינט אוועקגעגעבן דיין קוקי?”

"גדלי’ חיים"

"וואס איז גדלי’ חיים’ס לעצטע נאמען?"

"שטיינמאן"

איין טעלעפאן קאל און צען מינוט שפעטער האב איך שוין געהאט א קלארע בילד פון דעם גאנצן פרשה. מרת שטיינמאן האט געזאגט אז זי האט א גאלדענע קייטל וועלכע זעט אויס פונקט אזוי ווי די וועלכע ליגט ביי מיר אין האנט. צופרי ווען די קינדער זענען געגאנגען אין חדר, איז דאס קייטל געליגן אויף דער שאפע אין איר צימער, און שפעטער איז עס מער נישט דארט געווען. זעט אויס אז דער קליינער גדלי’ חיים האט עס דערזען, און אומבאמערקטעהייט אריינגעשטיפט אין זיין טאש מיטצונעמען אין חדר. שפעטער, ווען עס האט זיך געמאכט א געלעגענהייט, האט ער עס געניצט צו מאכן א גוטן געשעפט.

איך האב זיך געוואונדערט וואס האט באוואויגן מיין קליינע יונגעלע אוועקצוגעבן פונקט דער קוקי וועלכע איך האב געוואוסט אז ער האט שטארק ליב. "זאג נאר משה’לע," האב איך אים אויסגעפרעגט "פארוואס האסטו ענדערש געוואלט האבן גדלי’ חיים’ס קייטל ווי דיין קוקי?"

"ווייל א קוקי עסט מען גלייך אויף, אבער א קייטל קען מען האבן פאר לאנג..."

יא משה’לע, כאטש דו האסט בכלל נישט באגרייפט דעם חילוק און ווערד צווישן א גאלדענע קייטל און א קוקי, האסטו דאך פארשטאנען אז עס זענען דא צייטן ווען עס לוינט זיך צו טוישן. ס’דא צייטן ווען ס’לוינט זיך אויפצוגעבן א צייטווייליגע הנאה, כאטש דער טעם דערפון איז גאר זיס אויפ’ן מינוט, פאר אן אייביגער הנאה. הלוואי זאלסטו שטענדיג געדענקען אז ס’איז ווערד אוועקצוגעבן חיי שעה פאר חיי עולם!


קענעגליכע קלאנגען

ה.ל. לעמבערגער

א פידל

קלאנגען: פארשידענע סארט, אנדערש, אין יעדן ארט.

נייג צו אן אויער, צום פאבריק אהין, עס רוישט – א מאשין.

אויפן פעלד, באפעלן, געשרייען, ארבעטער פיל, אקערן און זייען.

אין שפיטאל – א טרויעריג ליד, פאציענטן קראנקע, ערשעפט און מיד.

אויפן טראטואר – א שווערער טראפיק. פייפערייען, א דרייווער, א נודניק.

אבער... אין קעניגלעכע פאלאץ, א שטילן לידל, די פרינצעסין, שפילט מיט א פידל.

און איינער מיט פארשטאנד, ציט אים זיין געפיל, דווקא צום פאלאץ, וואו די קלאנגען זענען רואיג און שטיל... די וועלט רוישט, עס טומלט אין די גאסן עולם גולם, לויפן אין די מאסן.

אדווערטייזמענט’ס – סעילס, א געלויף א געפילדער, שפילן און טעיפס, וואס אמאל ווילדער.

סעלפאנס – האטליינס נייעס – טעגליך פארבינדן איז די וועלט אלעס איז היינט מעגליך.

וואקאציעס אין האטעלן מען ווארפט זיך מיט געלט, עס איז פילפארביג די דרויסנדע וועלט.

אוי, די גאס קיין רגע איז שטיל, אלעמאל רודערט, אלעמאל איז פיל.

אבער... אין א אידישע שטוב, גאר אנדערע קלאנגען, די בת ישראל, איז צום גאס נישט געפאנגען.

ווייל א בת מלך פארשטייט, עס ציט איר געפיל, דווקא צום לעבן, וואס איז באשיידן און שטיל!


מסירות נפש

ט. ביסטאן

אמעריקע! דאס ווארט אליינס האט אין יענע יארן ארויפגעברענגט אויפן געדאנק גליק, ענדלאזע געלעגנהייטן, און אומגלויבליכע פרייהייט. די ניי אנגעקומענע אידן האבן אבער געזיכט די גאלד אין די גאסן, און זיי האבן עס נישט געפונען. אנשטאט דעם האבן זיי געפונען די תורה ומצוות, צעטרעטן אונטער די פיס פון די “פארגעשריטענע” אידן וועלכע זענען פארשלעפט געווארן מיטן שטראם פון פרייהייט.

נישט אלע, אבער, זענען פארבלענדט געווארן פון די נסיונות פון די גאלדענע מדינה. עס זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן זיך געהאלטן פעלזן-פעסט מיט זייער אמונה, און זיך נישט אוועקגעריקט פון אידישקייט אפילו אונטער די שווערסטע אומשטענדן. צווישן אט די מסירת נפש אידן שיינען ארויס די חשובע עלטערן פון ר’ יוסף שלמה ביסטאן ע”ה.

"ראטעוועט! ס’ברענט! ראטעוועט! א פייער!"

די געשרייען האבן אפגעהילכט אינם גאנצן געגנט, אלע זענען זיך צוזאמגעלאפן און פרובירט צו העלפן. מען האט געגאסן וואסער, געשלעפט נאך וואסער, און ווייטער געגאסן. מען האט פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן צו פארלעשן דעם פייער אבער עס איז נישט געלונגען. כאטש אלע באמיהונגען, האט דאס הויז פון משפחת ביסטאן אפגעברענט, און די משפחה איז געבליבן אן א דאך איבער’ן קאפ.

די עלנדע משפחה איז געשטאנען אינדרויסן אין די היצן פארלוירן און הילפסלאז. זיי האבן געהאפט און געווארט אויף הילף פון די שכנים, אבער קיינער האט זיך נישט מרחם געווען. די ארומיגע האבן גאר חוזק געמאכט און צוגעגאסן זאלץ אויף זייערע אפענע וואונדן.

גאנצע דריי טעג איז די יונגע משפחה געווען אינדרויסן אינטער’ן פרייען הימל. אין דעם דריטען טאג, ווען מרת ביסטאן איז געזעצן אינדרויסן מיט אירע פארשוויצטע אין פארוויינטע קינדערלעך, האט זי פלוצלינג דערזען איר רייכע שוועסטער פונדערווייטנס. די שוועסטער איז ליידער געווען זייער ווייט פון אידישקייט, און זי האט שטענדיג געשפעט פון אירע ערליכע קרובים. ווען מרת ביסטאן האט איר דערזען, האט זי זיך שטארק געפרייט און זי האט זיך שנעל אויפגעשטעלט און פרובירט אביסל אפצורייניגן אירע קינדערלעך.

"פריי זיך נאך נישט אזוי שטארק," האט זיך די שוועסטער אנגערופן "איך נעם דיר נאך נישט אזוי שנעל אריין... איך וועל דיר אריינעמען צו מיר אין שטוב נאר מיט איין תנאי...!"

"וואס ווילסטו איך זאל טוהן פאר דיר?!" האט מרת ביסטאן געפרעגט מיט טרערן אין די אויגן, "איך בין גרייט צו טון אלעס, כדי איך זאל קענען אריין אין א שטוב...!"

די שוועסטער’ס פנים האט אויפגעלאכטן, "אויב דו וועסט טון דאס וואס איך וועל דיר בעטן, וועל איך דיר אריינעמען צו מיר אין שטוב, איך וועל דיר געבן עסן, טרינקען, קליידער, און וואס נאר דו וועסט בעטן... איך וועל דיר אפילו צוגעבן 500$ !!!"

א שטראל פון האפענונג האט אריינגעשיינט אין די צובראכענע הארץ פון די יונגע פרוי, און זי האט געווארט צו הערן איר שוועסטער’ס בקשה.

"...איך בעט פון דיר נאר איין קלייניגקייט... נעם אראפ דיין שייטל... און דאן וועסטו זיין די גליקליכסטע מענטש אויף דער וועלט...!"

"ניין! חס ושלום!! דאס וועל איך קיינמאל נישט טון! פאר קיין געלט אין דער וועלט וועל איך נישט פארקויפן מיין צניעות!!!" כאטש איר שווערע מצב, האט די חשובע פרוי נישט געקווענקלט פאר קיין רגע. עס איז איר געווען קלאר ווי דער טאג, אז איר צניעות שטייט העכער פון אלעס.

די שוועסטער איז אוועקגעגאנגן פארשעמט און אפגעפאטשט. השי”ת האט אבער נישט פארלאזט די וואס האבן געהיטן זיין תורה מיט מסירת נפש. די נעקסטע טאג, האט משפחת פרנס איינגעלאדנט די גאנצע משפחה צו זיך אין שטוב.

די גוטע פירות פון מסירת נפש פאר אידישקייט בכלל, און פאר צניעות בפרט, האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. די חשובע קינדער פון אייניקלעך פון משפחת ביסטאן זענען לעבעדיגע עדות אז דאס וואס מ’לייגט אריין, דאס נעמט מען ארויס!!