לדלג לתוכן

באגריסונג פון רבי יוסף יצחק שניאורסאן תרצ"ב הקדמה

פֿון װיקיביבליאָטעק

באגריסונג פון רבי יוסף יצחק שניאורסאן תרצ"ב הקדמה - - באגריסונג פון רבי יוסף יצחק שניאורסאן תרצ"ב


די רייד פון ליובאוויטישער רבי'ן יוסף יצחק שניאורסאן [הריי"ץ] שליט"א אין ריגא - כ' כ"ב חדש אדר ב' תרצ"ב

ב"ה

אין די טעג כ' כ"ב חדש אדר ב' תרצ"ב, איז אין ריגא פארגעקומען די אללעטלענדישע רבנים-קןנפערענץ וועגען חזוק התורה והיהדות. אויף דער ערעפנונגס-זיצונג איז אויך אנוועזענד געווען דער ליובאוויטשער רבי שליט"א.

ביי א געשפאנטער אויפמערקזמקייט פון גאנצען זאל הויבט אן דער ליובאוויטשער רבי שליט"א זיין בעגריסונגס-רנעדע צו דער רבנים קאנפערענץ. (זעה ווייטער).

די הארציגע ריהרענדע ווערטער, מיט וועלכע דער לוחם בעד התורה והיהדות פון דעם ליידענדען רוסישען יודענטום האט זיך געווענדעט צו די גייסטיגע מנהיגים פון לעטלענדישען יודענטום, האבען איבערגעלזען א טיפעף רושם אויף די רבנים און אויפ'ן גאנצען עולם און האבען זיך טיעף איינגעקריצט אין די הערצער פון פארזאמעלטען עולם.

(אונזער שטימע נומ. 38, ריגא)