באגריסונג פון רבי יוסף יצחק שניאורסאן תרצ"ב
באגריסונג פון רבי יוסף יצחק שניאורסאן תרצ"ב הקדמה - - באגריסונג פון רבי יוסף יצחק שניאורסאן תרצ"ב
באגריסונג פון ליובאוויטשער רבי'ן שליט"א. אויף דער אללעטלענדישער רבנים - קאנפערענץ אין ריגא. (כ' אדר ב' תרצ"ב)
פותחין בברכה לברך ולהודות לד' כי טוב, שמועה טובה שמעה ותחי נפשי. אין טוב אלא תורה, תורת ד' תמימה.
די הייליגע ווערטער פרן אבינו הראשון, דער אלטער רבי וואס שרייבט אן זיין ערשטען בריוו איבער חיזוק הרבצת התורה, און חיזוק היהדות אין יענער צייט, זיינען איינגעקריצט אין הונדערטער טויזענטער - כן ירבו - הערצער.
דער רבי, וואס גייט ענטשלאסען אויף מסירת נפש דורכזעצען די זאך פון הרבצת תורה תמימה און חיזוק עבודה שבלב זאגט פותחין בברכה לברך ולהודות לד' כי טוב, שמועה טובה: ער לויבט דעם אויבערשטען ב"ה אויף דער שמועה טובה דאס הייסט דעם גוטען דערהער, וווס יעדערער פון די בני תורה דערהערן, און הערן זיך צו, צו דעם אינערליכען רוף זייערן, צו חזוק הרבצת תורה תמימה און חזוק עבודה שבלב.
שמועה טובה שמעה ותחי נפשי - זעהענדיג ב"ה די רבנים אסיפה, וואס זיינען געקומען נאך דעם אינעווייניגסטן טיפן רוף זייערן אויף לחזק את שמירת השבת בפרט, וחיזוק היהדות בכלל.
ביי יעדן רב, ביי יעדן בן תורה, שטייט דער אינערליכער טיפער רוף אז עס איז א עת לעשות אין חזוק היהדות, נאר ליידער ווערט דער אינערליכער רוף פארטרונקען אין די טייכן פרן פארשידענע פארביטערונגען.
פארביטערונגען פון דעם מצב אחינו בני ישראל אין גשמיות, פון דעם מצב אין רוחניות, פון דער גרויסער ירידה און געפאלנקייט פון דעם גרונטיקן אלטן שטא לצן גאון יעקב.
איך מוז אונטערשטרייכן אז אונזערע רבנים, זאלן געזונד זיין, זיינען צו גרויסע בעלי ענוה זיי שאצן ניט אפ ריכטיג זייער ב"ה גרויסן יראת-שמים איינפלוס און פעולה-קראפט, אויף דער יודישער תמימות'דיגער הארץ.
די אסיפה ערוועקט מיין זכרון פון די ימי האור, ווען מיר האבן זוכה געווען לעבן אונטער דער פירונג פון הצדיקים הגאונים, אבירי הרועים ובראשם הוד כבוד קדושת אדוני אבי מורי ורבי ושאר הצדיקים הגאונים שהם בעולם האמת זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל ויבדלו לחיים טובים הצדיקים הגאונים אשר אתנו כהיום, יאריך השי"ח ימיהם ושנותיהם.
פאר מיינע אוינן שטייט ריין קלאר, דער אויס זעהן פון דער גרויסער רבנים-אסיפה וואס עס איז פארגעקומען אין ווילנא מיט 34 יאר פריער, די הייסע יראת-שמים לופט, וואס האט געשוועבט אין דעם גרויסן אסיפה-זאל.
צוליב די גרויסע רדיפות - לא עתה - וואס זיינען יעמאלט געווען צוליב פאדשידענע פשרות רפואות וואס אייניגע האבען פארגעשלאגן, האט נאך מעהרער פארביטערט דעם גרויסן עגמת נפש פון די בעלי האסיפה, אין יעדעדער האט געשילדערט דעם מצב היהדות פרן זיין ארט, און האט פארענדינט מיט א טיפען וויי געשריי און א קרעכץ פון טיפן הארצן.
נאך א זיצונג וואס האט געדויערט אייניגע שעות, האט זיך דער גדויסער זאל ווי פארוויקלט אין א יאוש-קלייד. בעפאר די שליסונג פון דער זיצונג, האט זיך דערזען א שטראל פון אור. ביי מיר לעבן די הייליגע הארציגע ווערטער וואס דער טאטע נ"ע האט דאן געזאגט: דער מצב איז ביטער! השם ירחם, מיר לעבן מיט מיט דעם צובראכענעם צושטאנד פון דעם כלל-ישראל ד' עליהם יחיו וואס במדינתינו און מיר פילן אייערע קרעכצן, מיר האבן געהערט אלץ דאס, וואס איר דערציילט איבער דעם מ צ ב היהדות אויף די ערטער! אבער אחי ורעי, מיר מוזן אלע מאל געדענקען טדב פועל אחד מאלף אנחות', אז יעדעדער פון די רבנים וועט זיך האלטן פעסט ביי דעם כלל! און טאן ענטשלאסן בחיזוק הדת אן פשרות וועט אונז השי"ת העלפן, אז די אנחות וועלן פארשוואונדן ווערן און ליהודים יהיה אורה זו תורה.
הרועים לעבט מיט אונז, און אין אונז. מיר דארפן גיין הארט ענטשלאסן אין דעם מסירת נפש'דיקן געגרינדעטן וועג פון אונזערע אייביג אומפארגעסענע פירער.
צוויי זאכן האבן זיי, די אבירי הרועים אויף יעדער אסיפה באהויפּטעט, מיט דעם גרעסטן געטליכן קראפט און אמת-אויטאריטעט האבן זיי באזייטיגט די קלענסטע פשרות און התירים-פארשלאגן אין חינוך והנהגת מוסדי התורה והצבור, און מיט די גרעסטע איידעלסטע אויפמערקזאמקייט האבן זיי געשטארקט דעם פיעל טוב פון יעדן רב און בן תורה, און ב"ה דאס האט געגעבן די בעסטע סך הכל'ן אויף דער אידישער גאס.
עס שטייט כה תברכו את בני ישראל אמור להם. בעפאר מען זאגט א ברכה דארף מען זאגן א פאר ווערטער אויף וואס די ברכה זאל חל זיין.
ביי א ברכה האלט מען די הענד אויפן קאפ. מען בענשט די קאפ, אבער מיינען מיט דער ברכה מיינט מען דעם גאנצען קערפער. ווייל - לא עלינו ולא על כל ילוד ישראל - אז א פינגער פון פוס איז חלילה קראנק, איז דאס אויך א חלאת.
דער קומת ישראל פון מרחבי עולם אויך יעדער עדה בישראל, איז א ציור קומה שלמה, אין ציור קומה את דער קאפ, דאס הארץ ואברים הפנימים. די אברים החיצונים און די אדערן.
דער קאפ זיינען די רבנים, ראשי אלפי ישראל. דאס הארץ זיינען די שוחטים, א שוחט איז ניט דער וואס איז מער ניט ווי א איש ומאכלת בידו. (א מענש וואס האט א מעסער אין האנד) א שוחט אין א שטאט איז א עמוד פון תורה. און פון יראת שמים. און דעם שוחט דארף מען קענען ניט נאר פון באָינע און פון יאטקע. דעם שוחט מוז מען קענען פון בלאט גמרא אין פון די שיעורים וואס ווערן געלענט. די אברים חפנימים זיינען מלמדים אין בעלי בתים בני תורה, די אברים החיצונים דאס את דער תמימות'דיקער קהל עדת ישראל, די אדערם זיינען דער יוגענד, דאס איז דער אלגעמיינער געבוי פון דעם עם אלקי אברהם.
אין קערפער איז דא גידי הדם און גידי רוח חיים. די גידי רוח חיים זיינען די ישיבה-יוגענד, די תורה לערנער, די תורה לערנער זיינען דער רוח החיים פון דער אלוועלטליכעד אידישער קערפעדשאפט.
זיי דארפן זיין די יעניגע, וואס זאלען מיט דעמ אויבערשטנס הילף באלעבן די אידישע גאס און באלייכטן די אידישע הויז. ליידער איבער פאדשידענע סבות פעלט נאך ביי זיי די געוויסע שטארקייט אויף אפזונדערן דעם בית מדרש פרן דעם קאלטן גאס-לופט זיי פעלט נאך די געוויסע שטארקייט אפגעוויינען זיך פון די התירים-פראשקעס, ארן אויסוויקלען זיך פון דעם פשרות-פלאנטער.
די בני הישיבה דארפן וויסן אז זיי זיינען די יעניגע וואס דארפן זיין א וועג-ווייזער פאר דער וועלטישער יוגנעד, זיין די וואס אויף זייי שטייט כל רואם יכירם כי הם זרע ברך ד'. מיט שמחה באצייכען איך, אז אין די גרעסטע וועלט-ישיבות איז ב"ה געווארן ניכר א גרויסע תנועת חיים פון יראת שמים מיט א גרויסער נטי' צר דער אלטער ישיבה, וואו תלמידי הישיבות האבן מיט עקעל אפגעשטויסן די התירים-פראשקעס און געריסן די פשרות-פעדים.
פרן טיפען הארצען באגריס איך די אלע בני הישיבה, וואס השי"ת הטט זיי באגליקט מיט א דעת חזקה שטעלן די ישיבות הקדושות אויף זייער ריכטיגען יסור תורה ויראת שמים און מיט דעם הייליגען פלאם פון מסורת אבות קדושים, זאג איך צר אלע בני הישיבות במרחבי תבל ומלואה - כן ירבו - הושלכו והתדברו, איש את רעהו ידברו להגביר הצורה על החומר, ויהי הוי' אלקי אבותינו עמכם ותעלו מעלה מעלה ותזכו להכניס אור תורה וידאת שמים בתוככי אחב"י שיחיו.
די גידי הדם דאס איז די וועלטישע יוגענד, וואס קריגט איר מזון רוחני אין פארשידענע מאדעדנע לעדן-הייזער, מיט פארשידענע פראגראמען. ניט דאס איז דעד ארט, ניט איצטער איז די צייט אפשטעלן זיך אויף דעם, און ריין קלאר דאס ערקלערן, ווי דער שלעכטער חנוך האט ביי אידן אפגעטוידט א טייל פון דער יוגענד, און האט איהם רחמנא ליצלן געמאכט פאר אויס מענש, פארדארבן זייערע כאראקטערן, עס איז ניטא קיין תפילין, קיין שבת, קיין טהרת המשפחה קיין כשר, און עס איז אויסגעוואקסן א אומנארמאלשער פראצענט, גנבים, גזלנים, דאס וואס ביי אידן איז קיינמאל ניט געווען אזא פראצענט.
עס איז שווער צו ריידן, אבער עס איז ביטער צר שווייגן, אחי ורעי, מיר טראגן אויף זיך א שווערן שולד, דאס אלעס וואס מיר געפינען אין דעם עם אלקי אברהם ניט קיין גוטע זאכן, און אויך שלעכסע זאכן, די שולד פאלט אויף דעם יו"ד פון ואשימם.
אין דער תורה שטייט ואשימם בראשיכם מיט א יו"ד, און רש"י זאגט, אז עס פעלט דער יו"ד, א וואונדערליכע זאך דער יו"ד איז פאראן און דער יו"ד פעלט, און ביידע זיינען אמת.
איצטער אין דער צייט פון די לעצטע צעהן יאר, זעהענדיג פאדשידענע מוסדי תורה, מוסדי החינוך, פארשטייען מיר דעם פליאותידיקן היכי תמצא, אז דער יו"ד איז פאראן אין דעד יו"ד פעלט.
דער יו"ד איז פאראן אבער מען בינדט אים מיט כשר'ע פשרות-פעדים אין מען באזאלצט אים מיט התירים-פּראשקעס אז עס דיכט זיך אז דער יו"ד פעלט ח"ו.
דער געזונד-צושטאנד פון דעם קערפער ווייס מען נאר פון די גידי הדם. דער בלוט דרוק פון דעם אידישן קערפער באווייזט אז דער קערפער איז קראנק און דארף האבן א גרויסע היילונג.
עס שטייט רוח איש יכלכל מחלהו. ווען דער קאפ, די הארץ און די אברים הפנימים זיינען געזונט, וועט דער קערפער בעזרת השם אויך געזונט ווערן.
געעהרטע אסיפת הרבנים, איר ווייסט גוט דעם גרויסן איינפלוס ב"ה וואס תןרה ויראת שמים האט אויף אלע אידן, דער אמת באלייכט איבעראל.
די אידישע הערצער זיינען אפען אין גארן העדן א ראט וואס צו טאן לחזק את הדת.
רבנים נכבדים! גייט שטארק אייער הייליגען וועג, נאר אויף די געזונטע יסודות וואס אבותינו רבותינו הקדושים האבן אונז געלערנט אן פשרות און אן התירים, געדיינקט! החיים והמות ביד הלשון, זאגט זיך ארויס דייטלעך קלאר איבער חיזוק היהדות אין אלעס, יעמאלט וועלן מיט אייך גיין מחנות יראים ושלמים'דיגע אידן - כן ירבו. - די אידישע הארץ איז גאנץ, יעדן אידן רופט א אינעווייניגסטער רוף צו אהבת התורה חיבת המצות, אהבת ישראל, שטארקט דעם נר תורה ומצות מעשיות, וברוכים תהיו אתם וכל בית ישראל מנפש ועד בשר.