תפילה למוצאי שבת מרלי"ב

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תפילה למוצאי שבת מר' לוי יצחק מבארדיטשוב

שיאמרו אנשים ונשים וטף בקשה זו בכל מוצאי שבת קודש קודם הבדלה שלש פעמים ובטוח אני שיצליחו בודאי אי"ה.

גאט פון אברהם און יצחק און יעקב

באהיט דיין ליב פאלק פון אלע בייזס אין דיין לויב, אז דער ליבער שבת קודש גייט, אז די וואך, און דער חודש, און דאס יאר, זאל אונז צו קומען, צו אמונה שלימה, צו אמונת חכמים, צו אהב חברים, צו דביקות הבורא ברוך הוא, מאמין צו זיין בשלש עשרה עקרים שלך, ובגאולה קרובה במהרה בימינו, ובתחית במתים, ובנבואת משה רבינו עליו השלום.

רבונו של עולם דו ביסט הנותן ליעף כח, גיב דיינע ליבע יידישע קינדערלעך אויך כח דיך צו לויבן, און נאר דיך צו דינען, און קיין אן אנדער חלילה נישט. און אז די וואך, און דער חודש, און דאס יאר, זאל אונז קומען צו געזונט, און צו מזל, און צו ברכה והצלחה, און צו חסד, און צו בני, חיי אריכי, ומזוני רויחי, וסיעתא דשמיא, לנו ולכל ישראל, ונאמר אמן.