תאוות

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תאוות פון יצחק באַשעוויס־זינגער (מאָדערנער אויסלייג)

א[רעדאַקטירן]

ווען אַ מענטש שפּאַרט זיך איין, קאָן ער אָפּטאָן זאַכן וואָס מ׳מיינט אַז מ׳קען זיי קיין מאָל נישט אויספירן – האָט זלמן גלעזער געזאָגט. – ביי אונדז אין ראַדאָשיץ איז געווען אַ פּראָסטער ייד, אַ דאָרפסגייער, לייב בעלקעס. ער פלעגט אַרומגיין איבער די דערפער און אויפקויפן ביי די פּויערים אַ מעסטל קאַשע, אַ קראַנץ קנאָבל, אַ טאָפּ האָניק, אַ קנויל פלאַקס. ער האָט פאַרקויפט די פּויערטעס קאָפּטיכלעך, גלעזערנע פּערל, וואַסערלעך זיך צו באַשמעקן, אַלערליי אָפּגעגילדטע שמאָכטעס. ווייטער ווי פינף וויאָרסט פון שטעטל איז ער קיין מאָל נישט אַוועק. די סחורה האָט ער באַצויגן דורך אַ שפּיליטער פון לובלין און דער אייגענער האָט אויפגעקויפט ביי אים וואָס ער האָט געהאַט צו פאַרקויפן. דער לייב בעלקעס איז געווען אַ פּראָסטער ייד, אָבער אַ פרומער. שבת האָט ער געלייענט דאָס טייטש חומש ווי אַ יידענע. אַז אַ פּאַקנטרעגער איז געקומען קיין ראַדאָשיץ, האָט ער גענומען ביי אים אויסצולייענען אַלע ספרימלעך אויף עברי טייטש. צום מערסטן האָט ער ליב געהאַט צו לייענען וועגן ארץ ישראל. ער פלעגט טייל מאָל רעדן מיט אונדז חדר־יינגלעך און פרעגן: וואָס איז טיפער, דער ירדן אָדער דער ים סוף? וואַקסן אין ארץ ישראל עפּל? וואָס פאַר אַ לשון רעדן די דאָרטיקע גויים? מיר האָבן אויס אים געלאַכט. אויסגעזען האָט ער עפּעס טאַקע ווי אַן ארץ־ישראלדיקער: שוואַרצע אויגן, אַ פּעך־שוואַרצע באָרד און ס׳פּנים אויך עפּעס שוואַרצלעך. איין מאָל אין יאָר פלעגט קומען קיין ראַדאָשיץ אַ שד״ר, איינער פון די ספרדישע יידן, אַ געבוירענער אין תימן אָדער אין שושן הבירה. געשיקט האָט מען אים פון ארץ ישראל. און דער דאָזיקער שד״ר האָט אויסגעזען ווי לייב בעלקעסעס אַ ברודער: אַזאַ באָרד, אַזוינע אויגן און אַזאַ שוואַרצקייט אין פּנים. אָנגעטאָן איז געווען דער שד״ר אין אַ זשופּיצע מיט שוואַרצע און רויטע פּאַסן און אין סאַנדאַלן וואָס האָבן אויסגעזען ווי חליצה שיך. אַ היטל האָט ער געהאַט ווי אַ טערק. ער האָט גערעדט לשון קודש אָדער תרגום לשון. יידיש האָט ער אויסגעלערנט, האָט ער געזאָגט, אין די שפּעטערדיקע יאָרן. ער איז אַרומגעגאַנגען פון שטוב צו שטוב און געעפנט די פּושקעלעך וואו מ׳האָט אַריינגעלייגט די נדבות פאַר ר׳ מאיר בעל הנס. דער לייב בעלקעס איז געוואָרן אַזוי פאַרקאָכט אין אים, אַז ער האָט אים אַריינגענומען צו זיך אין שטוב און יענער האָט ביי אים געוואוינט און געגעסן. ווי לאַנג דער שד״ר האָט זיך אויפגעהאַלטן אין ראַדאָשיץ האָט לייב בעלקעס נישט געטאָן קיין שום מיסחר. ער האָט געהאַלטן יענעם אין איין אויספרעגן: ווי זעט אויס די מערת המכפּלה? ווייס מען וואו ס׳ליגט אַברהם און וואו שרה? איז דאָס אמת אַז די מאַמע רחל קומט אַרויס אין מיטן דער נאַכט פון קבר און וויינט אויף אירע קינדער? איך בין נאָך דאַמאָלסט געווען אַ יינגל און איך בין אַליין אויך נאָכגעלאָפן דעם שד״ר. ווען האָט מען געזען אין ראַדאָשיץ איינעם פון יענע מקומות?

איינמאָל, נאָך דעם ווי דער שד״ר איז אַוועקגעפאָרן, איז לייב אַריין אין אַ געוועלב און זיך געהייסן געבן פופציק פּעקלעך שוועבעלעך. דער סוחר פרעגט אים: וואָס טויגן דיר אַזוי פיל שוועבעלעך? ווילסט אונטערצינדן ראַדאָשיץ? און ער זאָגט: כ׳וויל בויען ס׳בית המקדש. דער קרעמער האָט געמיינט אַז ער איז פון זינען אַראָפּ, אָבער ער האָט אים פון דעסט וועגן פאַרקויפט אַלע שוועבעלעך אין קראָם.

שפּעטער איז לייב אַריין אין אַ געוועלב פון פאַרב און ער האָט זיך געהייסן געבן זילבערנע פאַרב און גאָלדענע פאַרב. דער קרעמער פרעגט אים: וואָס טויג דיר אַזאַ פאַרב? ווילסט מאַכן פאַלש געלט? און לייב זאָגט: כ׳גיי בויען דאָס בית המקדש. דער שד״ר האָט לייבן געהאַט פאַרקויפט אַזאַ מאַפּע, אַ גרויסן בויגן פּאַפּיר און ס׳איז דאָרט געווען אויסגעמאָלט דאָס בית המקדש, מיטן מזבח, מיט דער עֲזָרָה מיט הכל־בכל־מכל. ביינאַכט, ווען לייב בעלקעס האָט געהאַט צייט, האָט ער זיך אַוועקגעזעצט מיט די שוועבעלעך און גענומען בויען דאָס בית המקדש. קיין קינדער אין שטוב זענען נישט געווען. ער האָט געהאַט צוויי טעכטער און זיי האָבן געדינט אין לובלין. דאָס ווייב פרעגט אים: וואָס שפּילסטו דיך עפּעס מיט שוועבעלעך? ביסט אַ חדר־יינגל? און ער זאָגט: כ׳בוי דאָס בית המקדש.

ער האָט אַלץ אויפגעבויט גענוי לויט דער מאַפּע: דאָס קדשי קדשים, דעם שולחן, די מנורה, דעם אָרון. אַז מ׳האָט זיך דערוואוסט אין שטאָט וואָס ער טוט, האָבן אָנגעהויבן מענטשן קומען און קוקן אויף חידושים. די מלמדים האָבן געברענגט די חדר־יינגלעך. דאָס גאַנצע געביי איז געשטאַנען אויף אַ הינקענדיק טישל און מ׳האָט עס נישט געטאָרט רירן, ווייל ס׳וואָלט זיך געפאַלן. ווען דער רב האָט געהערט פון דער זאַך, איז ער געקומען צו לייב בעלקעס אַהיים און מיטגענומען ישיבה בחורים. זיי האָבן זיך נישט געקאָנט גענוג אָנחידושן. לייב בעלקעס האָט געהאַט אויפגעבויט אַ בית המקדש פון שוועבעלעך גענוי ווי ס׳ווערט באַשריבן אין די הייליקע ספרים.

נו, אָבער מענטשן זענען נישט־פאַרגינערס. דאָס ווייב האָט נייערט געמרוקעט אַז זי דאַרף דעם טיש פאַרן געפעס. ס׳זענען געווען אין ראַדאָשיץ יידישע פייער לעשערס און זיי זיינען געקומען זיך קלאָגן אַז פון אַזוי פיל שוועבעלעך קאָן נאָך ווערן אַ שרפה און דאָס גאַנצע שטעטל קאָן אַוועק מיטן רויך. מ׳האָט אַזוי לאַנג געהעצט און געסטראַשעט, ביז אין איינעם אַ טאָג, ווען לייב איז צוריקגעקומען פון דאָרף, איז געווען אויס בית המקדש. דאָס ווייב האָט געזאָגט אַז די פייער לעשערס האָבן אַלץ איינגעלייגט. די פייער לעשערס האָבן געוואָרפן די שולד אויפן ווייב.

נאָך דעם ווי מ׳האָט חרוב געמאַכט זיין בית המקדש, איז לייב בעלקעס אַריינגעפאַלן אין אַ מרה שחורה. ער האָט אויפגעהערט רעדן צום ווייב. ער איז נאָך אַלץ געגאַנגען איבער די דערפער, אָבער ער האָט אַלץ ווייניקער פאַרדינט. ער איז אָפט געזעסן אין דער היים און געלייענט די ספרימלעך און מעשה ביכלעך וואו ס׳ווערט באַשריבן ארץ ישראל און ס׳בית המקדש. ער האָט אָפּגעשטעלט יידן לומדים, אָדער ישיבה בחורים און זיי געפרעגט קשיות: אַז משיח וועט קומען, וועלן אַלע יידן פליען קיין ארץ ישראל אויף איין וואָלקן, אָדער אין יעדער שטאָט וועט קומען אַן אַנדער וואָלקן? וועט תחית המתים זיין באַלד, אָדער פערציק יאָר שפּעטער? וועלן זיין פעלדער און גערטנער און מ׳וועט אַקערן און זייען, אָדער מן וועט פאַלן פון הימל? דער עולם האָט געהאַט פון וואָס צו לאַכן.

איינמאָל, ביינאַכט, האָט אים ס׳ווייב געהייסן גיין פאַרמאַכן דעם לאָדן. לייב בעלקעס איז אַרויס אין דרויסן און איז פאַרפאַלן געוואָרן ווי אַ שטיין אין וואַסער. אין שטעטל איז געוואָרן אַ האַרמידערץ טייל האָבן געזאָגט אַז די נישט־גוטע האָבן אים פאַרכאַפּט, אַנדערע האָבן אַרויסגעדרונגען אַז דאָס ווייב האָט אים געיאַדעט און ער איז אַנטלאָפן אויף יענער זייט ווייסל, פון דאָרט האָט ער געשטאַמט, אָבער ווער אַנטלויפט עס אין בלויזן שפּענצטער, אָן טלית־און־תפילין, שפּעט אין אָוונט? ווען דאָס טרעפט מיט אַ נגיד, וואָלט מען געשיקט שליחים אים זוכן. אָבער אַז אַן אָרימאַן ווערט נעלם, איז דאָ מיט איין קבצן ווייניקער. דאָס ווייב – שפּרינצע האָט זי געהייסן – איז געוואָרן אַן עגונה. אַ ביסל האָט זי צופאַרדינט פון גיין דאָנערשטיק קנעטן די טייגן אין די מולטערס. אַ ביסל האָבן די טעכטער צוגעשיקט פון לובלין.

פינף יאָר זענען אַריבער. איינמאָל אין אַ פרייטיק, ווען שפּרינצע איז געשטאַנען ביים אויוון און געקאָכט אויף שבת, האָט זיך געעפנט די טיר און ס׳איז אַריינגעקומען אַ ייד מיט אַ גרויער באָרד, פאַרשטויבט און באָרוועס. שפּרינצע האָט געמיינט אַז ס׳איז אַ בעטלער. מיט אַ מאָל טוט ער אַ זאָג

– שפּרינצע, כ׳קום פון ארץ ישראל. גיב מיר אַ ביסל פלוימען צימעס.

די שטאָט איז געגאַנגען אויף רעדער. אַלע זענען געקומען צו לויפן. מ׳האָט אַוועקגעפירט לייב בעלקעסן צום רב און דער רב האָט אים גענומען אויספאָרשן. ער איז געהאַט אַוועק קיין ארץ ישראל צו פוס.

– צו פוס קיין ארץ ישראל? – האָט לוי־יצחק געפרעגט.

– יאָ, צו פוס.

– סטייטש, אַלע ווייסן אַז קיין ארץ ישראל מוז מען פאָרן מיט אַ שיף.

מאיר טומטום האָט זיך אָנגענומען ביים קין, דאָרט וואו ס׳וואָלט געוואַקסן אַ באָרד ווען ער איז נישט קיין טומטום.

– אפשר האָט ער אָפּגענאַרט? – האָט ער געפרעגט.

– ר׳האָט געהאַט מיט זיך בריוו פון רבנים. ער האָט געברענגט מיט זיך אַ זעקל ארץ־ישראל ערד, וואָס אַז עמעץ שטאַרבט, לייגט מען דאָס אונטער דעם טויטן צוקאָפּנס. כ׳האָב דאָס אַליין געזען. ס׳איז געווען עפּעס ווי צעקרישלט קרייד. ער האָט געזאָגט אַז ער׳ט עס אַליין אויסגעגראָבן פון הר הזיתים.

– ווי לאַנג האָט אים געדויערט די נסיעה? – האָט לוי־יצחק געפרעגט.

– צוויי יאָר. צוריק איז ער שוין געפאָרן מיט אַ שיף. דער רב זאָגט צו אים: היתכן, ווי טוט עפּעס אַ ייד אָפּ אַזאַ זאַך? און ער ענטפערט: רבי, כ׳האָב אַזוי געבענקט קיין ארץ ישראל, אַז כ׳האָב מער נישט געקאָנט אויסהאַלטן. אַז כ׳בין אַרויס פאַרמאַכן דעם לאָדן און דערזען די לבנה לויפן צווישן די וואָלקנס, האָב איך גענומען לויפן צוזאַמען מיט דער לבנה. כ׳בין אַזוי אָפּגעלאָפן ביז וואַרשע. שפּעטער האָבן מיר גוטע מענטשן געוויזן דעם וועג. וואו כ׳האָב געטאָגט האָב איך נישט גענעכטיקט. כ׳האָב געוואַנדערט איבער פעלדער און וועלדער, איבער אַלע וויסטע מדבריות, ביז כ׳בין אָנגעקומען קיין ארץ ישראל.

– ס׳אַ וואונדער די חיות האָבן אים נישט אויפגעגעסן – האָט לוי־יצחק האַלב געפרעגט, האַלב געזאָגט.

– ס׳שטייט: שומר פּתאים ה׳ – האָט מאיר טומטום זיך אָנגערופן.

ב[רעדאַקטירן]

אַ וויילע האָבן אַלע דריי געשוויגן. לוי־יצחק האָט אַראָפּגענומען די בלויע ברילן פון דער נאָז און גענומען ווישן די שייבלעך מיט דער קעשענע פאַטשיילע. איין אויג האָט געהאַט אַ בעלמע און האָט דערויף אין גאַנצן נישט געזען. לוי־יצחק האָט געהאַט אַ שטעקן וואָס זאָל האָבן געשטאַמט פון קאָזשעניצער מגיד. ער האָט זיך מיט אים קיין מאָל נישט געשיידט, אַפילו נישט שבת. ער האָט געהונקען אויף אַ פוס און אַ קוליע איז נישט מוקצה. אַ לאַנגע וויילע האָט ער איצט אָנגעלענט דעם קין אויפן שטעקן. דערנאָך האָט ער זיך אויפגעריכט און געזאָגט:

– עקשנות איז אַ כוח. אין קראַסניסטאָוו איז געווען אַ שניידער, יהונתן שניידער. גענייט האָט ער פאַר ווייבער, נישט פאַר מאַנסלייט. געוויינטלעך אַ ווייבערישער שניידער איז אַ שטיקל קל. אַז מ׳מאַכט אַ נקבה אַ מלבוש מוז מען איר נעמען אַ מאָס און אַ מאָל קאָן זי זיין אין די אומריינע טעג. אַפילו ווען זי איז אין די ריינע טעג, איז אויך נישט גלייך אָנצורירן אַ נקבה, בפרט אַן אשת איש. נו, אָבער ס׳מוזן זיין שניידערס. אַליין קאָן קיין קלייד זיך נישט אויפנייען. גראָד דער יהונתן איז געווען אַ פרומער ייד, אָבער אַ שטיקל עם הארץ. ער האָט ליב געהאַט יידישקייט. שבת פלעגט ער לייענען דאָס טייטש חומש צוזאַמען מיט זיין ווייב ביילע־יענטע. אַז ס׳פלעגט קומען אַ פּאַקנטרעגער קיין קראַסניסטאָוו, האָט יהונתן ביי אים געקויפט די ספרימלעך און די מעשה ביכלעך אויף עברי טייטש. ס׳איז געווען אין קראַסניסטאָוו אַ חברה משניות און יהונתן האָט געהערט צו דער חברה. ער האָט זיך צוגעהערט צום שיעור, אָבער ער האָט מורא געהאַט זיך אָנצורופן, ווייל וויפל מאָל ער האָט אַרויסגערעדט אַ לשון־קודש וואָרט, האָט ער געמאַכט אַ גרייז און די לומדים האָבן אויס אים געחוזקט. ער שטייט מיר פאַר די אויגן: אַ הויכער, אַ דאַרער, אַ געשטופּלטער. פון די אויגן האָט אַרויסגעשיינט אַן איידלקייט. געזאָגט האָט מען אַז קיין בעסערן שניידער האָט מען נישט געקראָגן אַפילו אין לובלין. אַז ער האָט געמאַכט אַ יופּיצע אָדער אַ שובע, איז זי געלעגן ווי אויסגעגאָסן. ער האָט געהאַט דריי טעכטער, מיידן. יינגלווייז פלעג איך אָפט אַריינקומען צו אים, ווייל כ׳האָב געהאַט אַ חבר, געצל, אַ יתום, און ער איז געוואָרן ביי דעם יהונתן אַ לערניינגל. אַנדערע מייסטערס האָבן געפּייניקט די לערניינגלעך, זיי געשלאָגן, נישט געגעבן גענוג צו עסן. אַנשטאָט זיי צו לערנען די מלאכה, האָט מען זיי געהייסן צואוויגן ס׳קינד, אַרויסטראָגן ס׳פּאָמעשאַף, און דאָס אַלץ זיי זאָלן זיך נישט אויסלערנען די מלאכה און מ׳זאָל זיי נישט דאַרפן צאָלן קיין שכירות. אָבער יהונתן האָט דעם יתום געלערנט די מלאכה און ווי נאָר ער האָט זיך אויסגעלערנט אויסשלייפן אַ לעכל און אָננייען אַ קנעפּל, האָט ער אים אָנגעהויבן צאָלן צוויי רובל אַ זמן. מיין חבר געצל האָט פריער געלערנט אין בית מדרש און יהונתן פלעגט אים כסדר פרעגן אַלערליי קלאָץ קשיות: ווי האָט געהייסן די מאַמע פון עוג מלך הבשן? וויפל פליגן האָט נח אַריינגענומען אין דער תיבה? וויפל מיילן איז פון גן עדן צום גיהנום? ער האָט באַגערט אַלץ צו וויסן.

איצט הערט אַ מעשה. אַלע ווייסן אַז שמחת תורה רופט מען אויף צו די הקפות פריער די יוסטע באַלעבאַטים, די לומדים, די נגידים, און שפּעטער די בעל מלאכות, די פּראָסטע לייט, די קבצנים. אַזוי פירט זיך אויף דער גאַנצער וועלט. נו, איז ביי אונדז אין קראַסניסטאָוו געוואָרן גבאי איינער, נישט קיין היגער, אַן איידעם פון דער פרעמד. ער האָט קיינעם נישט געקאָנט און עמעץ האָט אים אויפגעשריבן די נעמען און דעם סדר וועמען אויפצורופן צו וואָסער הקפה. ס׳איז געווען אין קראַסניסטאָוו אַן אַנדער יהונתן, ר׳ יהונתן גאָרשקאָווער, אַ למדן און אַ נגיד, און דער גבאי האָט פאַרמישט די יוצרות און אויפגערופן יהונתן שניידער צו דערערשטער הקפה. אין בית מדרש איז געוואָרן אַ שושקעריי און אַ כיכעניש. אַז יהונתן שניידער האָט דערהערט אַז מ׳רופט אים אויף צו דער ערשטער הקפה, צוזאַמען מיטן רב און די פּרנסים, האָט ער נישט געגלייבט די אייגענע אויערן: ער האָט נעבעך פאַרשטאַנען אַז ס׳איז אַ טעות. אָבער אַז מ׳רופט, מוז מען גיין. צווישן די בעל מלאכות און געזעלן וואָס דאַווענען ביי דער מערב־וואַנט איז געוואָרן אַ געלעכטער. מ׳האָט אָנגעהויבן שטופּן און שטויסן דעם יהונתן ער זאָל וואָס גיכער גיין. ס׳איז געווען פאַר דער צייט פון מאָנאָפּאָל אויף בראָנפן, און אָקעוויט איז געווען וועלוועלער ווי באָרשט. אין יעדער לייטישער שטוב איז געשטאַנען אַ פעסעלע בראָנפן מיט אַ שטרוי צום טרינקען און ס׳האָט געהאַנגען אַ זייטל געטריקנט שעפּסנס צום פאַרבייסן. שמחת תורה האָט מען געכאַפּט אַ שלוק פאַרן דאַווענען און דער עולם איז שוין געווען ביי צייטנס פאַרשנאָשקעט. יהונתן שניידער איז צוגעקומען צו דער בימה און דער גבאי האָט אים דערלאַנגט די רייניקייט. אַלע האָבן געשטוינט, אָבער קיינער האָט גאָרנישט געזאָגט. בלויז איינער, אַ ר׳ זעקעלע ווישניצער, אַ וואָכערער, האָט אַ זאָג געטאָן:

– ווער רופט עס אויף אַן עם הארץ צו דער ערשטער הקפה?

און ער האָט צוריקגעגעבן זיין ספר דעם גבאי. ס׳האָט אים נישט געפּאַסט צו קריגן אַן הקפה מיט יהונתן שניידער.

אין בית מדרש איז געוואָרן אַ טומל. צוריקגעבן אַ ספר איז אַ חילול השם. דער גבאי, דער פרעמדער, האָט זיך אין גאַנצן פאַרלוירן. מבייש זיין אַ ייד ברבים איז אויך נישט עפּעס קיין קלייניקייט. דער רב האָט אין דער גיך אויפגערופן דעם אַנדערן יהונתן, אָבער קיינער האָט שוין נישט געקאָנט זינגען ביי דער הקפה און טאַנצן אַוודאי נישט. די אייגענע פּראָסטע לייט וואָס האָבן פריער געלאַכט אויס יהונתן שניידער און דעם כבוד וואָס מ׳האָט אים אָנגעטאָן, האָבן איצט געקריצט מיט די ציין און געשאָלטן ר׳ זעקעלען. אַז די הקפה איז געהאַט אַריבער, איז יהונתן שניידער צוגעגאַנגען צו ר׳ זעקעלע ווישניצער און געזאָגט הויך אויפן קול, אַז מ׳האָט געהערט איבערן גאַנצן בית מדרש:

– כ׳בין טאַקע אַן עם הארץ, אָבער איך טו אַ שבועה אַז איבער אַ יאָר אין דער צייט וועל איך זיין מער למדן פון אייך.

ר׳ זעקעלע ווישניצער האָט געטאָן אַ שמייכל און געענטפערט:

– אויב אַזאַ נס וועט געשען, וועל איך דיר אומזיסט אויפבויען אַ הויז אין מאַרק.

ר׳ זעקעלע ווישניצער האָט געהאַנדלט מיט געהילץ. ער האָט געהאַט היפּאָטעקן אויף אַ האַלבער שטאָט הייזער. יהונתן איז געשטאַנען אַ וויילע אַ מבולבלער. דערנאָך האָט ער געזאָגט:

– אויב נישט, וועל איך אויפנייען אייער ווייב בחינם אַ פוקסענעם פוטער ביז די קנעכל, מיט אַ סאַמעטענעם איבערצוג און מיט צען וויידלען.

וואָס ס׳האָט זיך אָפּגעטאָן יענעם שמחת תורה אין בית מדרש און אין גאַנץ קראַסניסטאָוו! מ׳האָט דערהערט אין ווייבערשול פון געוועט און ס׳איז דאָרט געוואָרן אַ געפּילדער. טייל ווייבער האָבן געלאַכט, אַנדערע זענען זיך פאַרגאַנגען אין אַ געוויין. נאָך אַנדערע האָבן זיך געקריגט און געפּרואווט אַראָפּרייסן איינע ביי דער אַנדערער די קאָפּקע. קראַסניסטאָוו איז אַ שטאָט ווי אַלע שטעט: אַ סך קבצנים און ווייניק גבירים, אָבער אויף יום־טוב האָט מען יענע יאָרן נישט געשפּאָרט. יעדער דריטער באַלעבאָס האָט גערופן אויף קידוש ביי זיך אין הויז, פאַרבעטן מחותנים, גוטע פריינד. מ׳האָט געטאַנצט אין מאַרק. די ווייבער האָבן אָנגעקאָכט טעפּ קרויט מיט רייבלעקעך, ראָזשינקעס און קרימעטאַרטע. מ׳האָט אָנגעבאַקן שטרודלען, טאָרטן, פלאָדנס. די חברה קדישה האָט יעדן שמחת תורה געמאַכט אַ סעודה און וויין און מעד האָבן זיך געגאָסן ווי וואַסער. מ׳האָט אַרויפגעזעצט דעם גבאי אויפן קאָפּ אַ באַניע מיט ליכט און מ׳האָט אים געטראָגן אויף די פּלייצעס. מחנות קינדער זענען נאָכגעלאָפן, די צאן קדשים, און געמעקעט ווי די שעפּסן. ס׳איז געווען אין קראַסניסטאָוו אַ קהלישער באָק און קונדסים האָבן אים אָנגעטאָן אויף די הערנער אַ שטריימל און אים געפירט אין באָד אַריין. גערעדט האָבן אַלע וועגן איין זאַך: יהונתן שניידערס שבועה און ר׳ זעקעלעס צוזאָג. מילא, ר׳ זעקעלע האָט זיך געקאָנט פאַרגינען צו בויען אַ הויז אָן געלט. אָבער ווי אַזוי ווערט עפּעס אַ פּראָסטאַק אין איין יאָר אַ למדן? דער רב האָט גלייך געפּסקנט אַז אַזאַ שבועה איז קיין שבועה נישט. פאַרצייטנס, האָט דער רב געזאָגט, וואָלט מען דעם יהונתן גלייך געשלאָגן מלקות פאַר עובר זיין אויפן לא תישא. ס׳זענען געוואָרן צוויי צדדים אין שטאָט: די לומדים האָבן געהאַלטן אַז מ׳דאַרף דעם יהונתן קנסנען ער זאָל קומען אין די זאָקן אין שול אַריין תשובה טאָן אויף דער פאַלשער שבועה, אויב נישט, זאָל מען אים לייגן אין חרם אַריין אָדער אַסרן זיין אַרבעט. דער המון האָט געטענהט אַז זיי וועלן דעם ר׳ זעקעלען אונטערצינדן ס׳הויז, אויסדרייען אַ פוס און אים אַרויסטרייבן פון שטאָט מיט שטעקנס. דאַנקען גאָט, ס׳זענען נישטאָ קיין יידישע גזלנים. מוצאי שמחת תורה, אַז דער עולם האָט זיך אויסגעניכטערט, מ׳האָט צענומען די סוכות מיטן סכך און ס׳האָט פאַר אַ צוגאָב אָנגעהויבן רעגענען, האָט יעדער זיך אומגעקערט צו זיין פּעקל צרות.

– מ׳האָט פאַרגעסן די גאַנצע זאַך, האַ? – האָט זלמן גלעזער געפרעגט.

– מ׳האָט גאָרנישט פאַרגעסן. האַרט־צו!..

ר׳ לוי־יצחק האָט אַרויסגענומען די טאַבאַק־פּושקע, געעפנט דאָס דעקל, געטאָן אַ שמעק און גלייך דריי מאָל גענאָסן. דער טאַבאַק זיינער האָט געהאַט אַ שם. ער האָט אין אים אַריינגעטאָן האַרבשטאַרק וואָס מ׳שמעקט יום כיפּור צו דערכאַפּן דאָס האַרץ פון תענית. ער האָט אָפּגעווישט די נאָז מיט דער פאַטשיילע און געזאָגט:

– ווען דער געצל וואָלט נישט געווען מיין חבר, וואָלט איך נישט געוואוסט אַלע פּרטים. אָבער געצל האָט געוואוינט ביי יהונתן אין אַלקאָוו און ער האָט מיר אַלץ דערציילט. נאָך מעריב איז יהונתן געקומען אַהיים און ווי נאָר ער האָט געעפנט די טיר, האָט ער אַ געשריי געטאָן: ביילע־יענטע, דיין מאַן איז געשטאָרבן. פון היינט אָן ביסטו אַן אַלמנה. טעכטער מיינע, עץ זענט אַלע יתומות! אין שטוב איז געוואָרן אַ יללה ווי אין תשעה באב: מאַן מיינער, טאַטע, וואו לאָזסטו אונדז איבער? יהונתן האָט געענטפערט: פון היינט ביז איבער אַ יאָר שמחת תורה האָט עץ מיר קיינעם נישט. ער האָט געהאַט ליגן צווישן פּסחדיקן געפעס הונדערט גילדוינים וואָס ער האָט געהאַט אָפּגעשפּאָרט פאַר דער עלטסטער טאָכטער אויף נדן. ער האָט גענומען די הונדערט גילדוינים און איז אַוועק פון שטוב. אין קראַסניסטאָוו איז געווען אַ ייד, האָט ער געהייסן ר׳ טבלע קראַצמיך. קראַצמיך איז געווען זיין צונאָמען. אין די יונגע יאָרן איז ער געווען אַ גמרא מלמד. ער האָט, ווי געוויינטלעך אַ מלמד, געהאַט ליגן אויפן טיש אַ האָזן־פיסל מיט אַ רימען, אָבער געניצט האָט ער עס נישט צום שמייסן, נאָר זיך צום קראַצן. ער האָט געליטן פון אַ בייסעניש אין רוקן. אַז ס׳האָט אים גענומען שטאַרק בייסן, האָט ער דערלאַנגט דאָס פיסל איינעם פון די תלמידים און באַפוילן: קראַץ מיך! דערפון האָט ער געקראָגן דעם צונאָמען. אויף דער עלטער האָט ער פאַרלוירן דאָס מלמדות און זיך אויפגעהאַלטן ביי אַ טאָכטער. דער איידעם איז געווען אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און קיין האָניק האָט טבלע דאָרט נישט געלעקט. יהונתן שניידער איז אַוועק צו דעם טבלען און געפרעגט: ר׳ טבלע, איר ווילט פאַרדינען געלט? ווער וויל דאָס נישט פאַרדינען קיין געלט? ענטפערט טבלע, און יהונתן זאָגט: איכ׳ל אייך צאָלן אַ גילדן אַ וואָך און לערנט מיט מיר אויס די גאַנצע תורה. טבלע האָט זיך צעלאַכט. די גאַנצע תורה האָט אַפילו משה רבנו נישט אויסגעלערנט. די תורה איז ווי שניי דעריי, אָן אַ גרונט. זיי האָבן אַזוי לאַנג גערעדט און זיך געדונגען ביז ס׳איז געבליבן אַז ר׳ טבלע זאָל לערנען מיט יהונתן שניידער אַ גאַנץ יאָר און אים מאַכן פאַר מער למדן ווי ר׳ זעקעלע. טבלע האָט געמאַכט אַ חשבון, אַז מ׳וויל אויסלערנען אין אַ יאָר גאַנץ ש״ס, דאַרף מען לערנען יעדן טאָג זיבן דפן. ר׳ זעקעלע האָט אַוודאי קיין האַלב ש״ס אויך נישט אויסגעלערנט. נו, אָבער מ׳דאַרף קאָנען תנ״ך אויך, און מדרש אויך, און אַריינקוקן אין די מפרשים אויך. וואָס זאָל איך אייך לאַנג ברייען? יהונתן שניידער איז געוואָרן אַ ישיבה בחור. ער איז געזעסן מיט טבלען טאָג און נאַכט אין בית מדרש און געלערנט. אין מיטן דער וואָך, ווען די ווייבערשול איז ליידיק, האָט דאָס פּאָרל אַרויפגענומען די ספרים און מ׳האָט דאָרט געלערנט. אַז כ׳זאָג אייך אַז יהונתן האָט געלערנט אַכצן שעה אין מעת לעת, איז דאָס אסור נישט קיין גוזמא. אַ גאַנצע וואָך איז ער געשלאָפן אין בית מדרש. ער איז געגאַנגען אַהיים שלאָפן בלויז שבת און יום־טוב.

– וואָס איז געוואָרן פון בני בית? האָט זלמן גלעזער געפרעגט.

– וואָס ווערט פון אַלע בני ביתן אַז מ׳בלייבט אָן אַ פאַרזאָרגער? פון קיין הונגער שטאַרבט מען נישט. די מיידן זענען אַוועק דינען. ס׳ווייב, ביילע־יענטע, איז געווען אַ שטיקל נייטאָרין. ווי זאָגט מען דאָס? אַ שיקסע ביי אַ רב קאָן אויך פּסקנען אַ שאלה. זי האָט אָנגענומען אַ ביסל לייכטע אַרבעט, צו לאַטען, ניצעווען, און געצל, דאָס לערניינגל, האָט איר צוגעהאָלפן. יהונתן האָט געטאָן איין זאַך: געלערנט תורה. אַזאַ התמדה האָט נאָך די וועלט נישט געזען. צוויי אָדער דריי מאָל אין דער וואָך איז ער אין גאַנצן נישט געשלאָפן: געוואַכט אַשמורות. מ׳האָט געהערט פון דער זאַך אין די שטעטלעך אַרום – גאָרשקאָוו, איזשביצע, בילגאָריי, יאַנעוו – און מ׳איז געקומען קוקן אויף דעם יהונתן ווי אויף אַ בייז־וואונדער. אין אָנהייב האָט ר׳ זעקעלע געמאַכט לצנות פון דער גאַנצער זאַך. ער האָט אָנגעוויזן אויף דער פלאַך פון דער האַנט און געטענהט: זאָל מיר דאָ האָר אָנוואַקסן, אויב אַ כאַמולע, אַ שניידערוק, קאָן ווערן אַ למדן. שפּעטער־צו, סוף יאָר, אַז מ׳האָט אָנגעהויבן דערציילן וועגן דעם יהונתן פּלאי פּלאים, אַז ער זאָגט גאַנצע בלעטער גמרא פון אויסנווייניק און אַז ער טרעפט־צו די קשיות פון מהרש״א און מהר״ם, האָט ר׳ זעקעלע, דער סקנער זיך דערשראָקן און ער האָט זיך אויך גענומען צום לערנען, אָבער שוין צו שפּעט. אַחוץ דעם איז ער געווען אַריינגעטאָן אין מיסחרים ביז איבערן האַלדז און געהאַט אויף זיך אַ פּראָצעס פאַר אַ צולאָג. דאָס ווייב זיינס, פּעשע, אַ יידענע מיט אַן אוירינגל, מיט אַ מויל אויף שרויפן, האָט שטאַרק געוואָלט אַז יהונתן זאָל איר מאַכן אומזיסט אַ פוטער מיט צען וויידלען, און זי האָט געטריבן דעם מאַן צו די ספרים, נאָר ס׳האָט שוין נישט געטויגט.

כ׳וועל עס מאַכן בקיצור: שמיני עצרת בייטאָג האָבן זיך צונויפגעזאַמלט ביים רב די שבעה־טובי־העיר און גלאַט לומדים און מ׳האָט פאַרהערט ר׳ זעקעלע ווישניצער און יהונתן שניידער ווי צוויי חתנים. ר׳ זעקעלע האָט שוין געהאַט אַ סך פאַרגעסן. ער האָט לאַנגע יאָרן נישט געלערנט אין דער וואָכן, בלויז שבת, און ס׳איז דאָ אַ ווערטל: אַז מ׳לערנט שבת, קאָן מען מכות. יהונתן שניידער האָט ממש געהאַט ש״ס אויפן קאָפּ. טבלע האָט שפּעטער געזאָגט אַז פון לערנען מיט יהונתן איז ער אַליין געוואָרן אַ טאָפּעלער למדן. יהונתן האָט ניט בלויז אַרויסגעוויזן בקיאות, נאָר חריפות אויך. די בית־דין שטוב איז געוואָרן פול אָנגעפּאַקט. מ׳איז געשטאַנען אין דרויסן צו הערן ווי יהונתן אַמפּערט זיך וועגן אַ האַרבן רמב״ם אָדער אַ מהר״ם שיף. ר׳ זעקעלע האָט אין אָנהייב געפּרואווט כאַפּן יהונתנען ביי גרייזן, אָבער באַלד האָט זיך איבערגעקערט דאָס רעדל און יהונתן האָט ר׳ זעקעלען גענומען אויפן צימבל. ניין, יהונתן שניידער האָט נישט געשוואוירן פאַלש. דער רב און די פּרנסים האָבן אַלע בקול־אחד אַרויסגעגעבן אַ פּסק אַז ר׳ יהונתן איז מער למדן פון ר׳ זעקעלען. מ׳האָט אים שוין גערופן ר׳ יהונתן. ביילע־יענטע און די טעכטער זענען געזעסן אין קיך צווישן די ווייבער און אַז זיי האָבן דערהערט דעם פּסק, האָבן זיי גענומען וויינען און פאַלן איינע אויף דער אַנדערער מיט אַ געיאָמער. די שטאָט האָט געקאָכט ווי אַ קעסל. דאָס שולגעסל איז געוואָרן פול מיט שניידערס, שוסטערס, חזיר־האָר־קעמערס, בעל עגלות, עמך. ס׳איז געווען זייער נצחון.

צו מאָרגנס האָט מען אויפגערופן יהונתן שניידער צו דער ערשטער הקפה. די שענסטע יידן האָבן אים פאַרבעטן אויף קידוש. מ׳האָט אָנגעהויבן רעדן דערוועגן אַז יהונתן שניידער קאָן ווערן אַ רב, אַ מורה הוראה, אָדער אַ גמרא מלמד, נאָר יהונתן שניידער האָט צו וויסן געטאָן אַז ער קערט זיך אום צו שער־און־אייזן. ר׳ זעקעלע האָט זיך שפּעטער געפּרואווט אַרויסדרייען פון דער גאַנצער זאַך באַשר ער האָט נישט געשוואוירן, נאָר בלויז צוגעזאָגט און אַ צוזאָג דאַרף מען נישט האַלטן, אָבער דער רב האָט געפּסקנט אַז ער מוז אויפשטעלן יהונתן שניידער אַ הויז: מוצא שפתיך תשמור. ר׳ זעקעלע האָט אָפּגעשלעפּט אַזוי לאַנג ווי ר׳האָט געקאָנט מיט אַלערליי דריידלעך און אויסריידן, אָבער נאָך שבועות האָט ס׳הויז געהאַט אַ דאַך. ערשט דאַמאָלסט האָט יהונתן שניידער געלאָזט וויסן אַז ער וויל דאָס הויז נישט פאַר זיך, נאָר פאַר אַ האַרבעריק פאַר ישיבה בחורים און אָרעמעלייט פון פרעמדע שטעט. ער האָט געחתמעט אַ כתב אַז ער גיט אַוועק דאָס הויז קהל.

– געבליבן אַ שניידער, האַ? – האָט זלמן גלעזער געפרעגט.

– ביזן סוף.

– די טעכטער האָט ער חתונה געמאַכט?

– וואָס דען? נישט? ס׳איז נישטאָ קיין יידישער קלויסטער.

ג[רעדאַקטירן]

די גאַנצע צייט וואָס לוי־יצחק האָט גערעדט, האָט מאיר טומטום געמאַכט אַלערליי העוויות. אַ וויילע זענען די גיילע אויגן זיינע געוואָרן פול מיט געלעכטער. באַלד האָט ער זיי צוגעשלאָסן, אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און ס׳האָט אויסגעזען ווי ער וואָלט געדרימלט. ער האָט זיך אויפגעריכט, זיך אָנגענומען ביים נאַקעטן קין און געפרעגט:

– פון וואַנען האָט דער דאָרפסגייער געוואוסט דעם וועג קיין ארץ ישראל? אַוודאי געפרעגט. מסתמא געגאַנגען דורך די טערקישע מדינות. מצרים אָדער סטאַמבול. וואו האָט ער גענומען צו עסן? אַוודאי געבעטלט. ס׳זענען דאָ יידן אומעטום. גענעכטיקט האָט ער מסתמא אין הקדש. אין די וואַרעמע מדינות קאָן מען שלאָפן אין גאַס אויך. ווידער דער יהונתן שניידער האָט אַוודאי באַגערט צו לערנען פון קינדווייז אויף, און דער כוח פון רצון איז שטאַַרק. ס׳איז דאָ אַ ווערטל: וויל נאָר, גאון. אַז מ׳גייט ליידיק, איז אַ יאָר גאָרנישט, אָבער אַז מ׳לערנט מיט חשק טאָג־און־נאַכט, זאַפּט מען זיך אָן ווי אַ שוואָם. ר׳האָט גוט געטאָן וואָס ר׳האָט נישט גענומען ביי דעם זעקעלען דאָס הויז, ווייל מ׳טאָר נישט מאַכן די תורה פאַר קיין קרדום לחפּור בה. אַזוי האָט ער נאָך פאַר אַ צולאָג צוגעקראָגן די מצווה פון הכנסת אורחים. דער לייב בעלקעס און דער יהונתן זענען ביידע געווען פּשוטע לייט, הגם נישט אין גאַנצן פּשוט. אָבער ס׳טרעפט ביי די גרויסע אויך, אַז זיי נעמען זיך עפּעס אַריין אין קאָפּ אַן עקשנות, אָדער מ׳קאָן עס אַפילו רופן אַ משוגעת. ס׳איז דאָ אַ זאָג: יעדער גאון האָט זיין שגעון.

אין בעכטעוו איז געווען אַ רבי אַ מקובל, ר׳ מענדעלע בעכטעווער. אַזוי האָט מען אים גערופן. דער ר׳ מענדעלע האָט געשטאַמט פון בעל שם. פון דער טאָכטערס צד, די האָדל וואָס פלעגט טאַנצן מיט די חסידים אין אַ ראָד. מ׳האָט זי, חלילה, נישט געהאַלטן ביי דער בלויזער האַנט. זי האָט געהאַט אין ביידע הענט צוויי פאַטשיילעס און די מאַנסלייט האָבן אָנגענומען די פאַטשיילעס ווי צו אַ מצווה טענצל. ר׳ מענדעלע בעכטעווער האָט געקאָנט האָבן אַן עולם, אָבער ר׳האָט געזאָגט אַז ר׳האָט אויסגעבעטן ביי דער מזוזה אַ קליינעם עולם. אַפילו אויף די ימים־טובים זענען נישט געקומען צו אים מער ווי עטלעכע מנינים חסידים. ער האָט געהאַט אַ רביצין וואָס איז ניפטר געוואָרן יונג און אים נישט איבערגעלאָזט קיין ממלא מקומו. מ׳האָט אים גערעדט שידוכים, נאָר ר׳האָט מער נישט געוואָלט חתונה האָבן. די מקורבים האָבן געטענהט: סטייטש, פּריה ורביה! נאָר ר׳ מענדעלע האָט געענטפערט: כ׳על קריגן אין גיהנום אַזוי פיל שמיץ, וועלן זיין נאָך עטלעכע שמיץ. וואָס איז די מורא פאַרן גיהנום? ווי באַלד כביכול האָט עס באַשאַפן, איז עס אַ פאַרשטעלט גן עדן. ער איז געווען – ער זאָל עס מיר מוחל זיין – אַ קרומער האָקן, אָבער אַ גרויסער מענטש. די מתנגדים האָבן אים גערופן: דער משוגענער מענדעלע. אַנדערע חסידים האָבן אים אויך באַרעדט, נאָר ער האָט געוויזן דער וועלט אַ פייג. ער האָט אַפילו טייל מאָל זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַ שאַרף וואָרט קעגן רבונו של עולם. איינמאָל, אַז ער האָט געזאָגט תהילים און ס׳איז געקומען צום פּסוק: יושב בשמים ישחק, האָט ר׳ מענדעלע אַ געשריי געטאָן: דו לאַכסט, אָבער מיך דריקט. די מתנגדים האָבן געהערט פון דער מעשה און ס׳האָט געפעלט אַ האָר מ׳זאָל אים לייגן אין חרם אַריין.

די תלמידי בעל שם האַלטן נישט פון פאַסטן. חסידות איז שמחה, נישט עצבות, נאָר ר׳ מענדעלע האָט זיך אַריינגעלאָזט אין תעניתים. פריער האָט ער געפאַסט בלויז מאָנטיק און דאָנערשטיק. דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן פאַסטן משבת לשבת. ער איז געגאַנגען אין קאַלטע מקוות אויך. דער גוף האָט ער גערופן: דער שונא, און אַ שונא, האָט ר׳ מענדעלע געטענהט, טאָר מען נישט נאָכגעבן. אַוודאי טאָר מען קיין שונא נישט דערהרגענען, אָבער אים קעכלען מיט מאַרצעפּאַנעס דאַרף מען נישט. די אַלטע חסידים זענען ביסלעכווייז אויסגעשטאָרבן. די יונגעלייט זענען אַוועק קיין גור, קיין קאָצק, כ׳ווייס וואו. דער רבי איז געבליבן ביי אַ צוויי־דריי מנינים עקשנים, און מיט עטלעכע יושבים, אַלטע לייט, וואָס האָבן געגעסן פון קעסל. אַן אַלטער שמש, טויב ווי די וואַנט, האָט געקאָכט פאַר זיי יעדן טאָג גריץ. אַן אַלטע יידענע, אַ גבאיטע, האָט פאַר זיי צונויפגענומען אין די געוועלבן קאַרטאָפל, גרויפּן, קאַשע, וואָס עמעץ האָט געגעבן.

איינמאָל אין אַ ראש השנה האָט דער רבי געהאַט אין בית מדרש נישט מער ווי צוויי מנינים. דער יום כיפּור דערנאָך איז קוים געבליבן אַ מנין, שוין אַריינגערעכנט דער רבי מיטן שמש און די יושבים. ר׳ מענדעלע האָט געדאַוונט פאַרן עמוד אַלע תפילות: כל נדרי, שחרית, מוסף, מינחה, נעילה. ער איז געווען פון די שפּעטע און ביז מ׳האָט אָפּגעדאַוונט מעריב און מחדש געווען די לבנה, איז שוין געווען חצות. דער שמש, ר׳ תנחום, האָט געגעבן דעם עולם נאָכן תענית טרוקענע חלה – קראַצבאַרשט – מיט הערינג און די גבאיטע האָט געהאַט פאַר זיי צוגעגרייט אַ ביסל יויך. קיין ציין האָבן זיי שוין קיינס נישט געהאַט און פון ווייניק עסן האָבן ביי זיי איינגעדאַרט די געדערים. ר׳ מענדל איז געווען עלטער פון זיי אַלע, אָבער דאָס קול איז ביי אים געבליבן יונג. די שמיעה האָט אים אויך געדינט. ער איז געזעסן ביים טיש און געטענהט: די וואָס יאָגן זיך נאָך עולם הזה, ווייסן דען וואָס עולם הזה איז? אסור. וואָס איז ביי זיי עולם הזה? פרעסן, זויפן, ניאוף, געלט. דאָס איז יסורים, נישט עולם הזה. נישטאָ קיין גרעסערער עולם הזה ווי יום כיפּור. דער גוף איז ריין און די נשמה איז ריין. די תפילות זענען מלא טעם. ס׳איז דאָ אַ ווערטל: פון על חטא ווערט מען נישט פעט. נאָר ס׳איז שקר וכזב. מיר קומט צו פון על חטא אַ שטיק געזונט. ווען איך וואָלט געהאַט די דעה אין הימל, וואָלט איך געמאַכט אַז יעדן טאָג זאָל זיין יום כיפּור.

אַזוי ווי דער רבי האָט געזאָגט די דאָזיקע ווערטער, האָט ער זיך געטאָן אַ שטעל־אויף און אַ געשריי געטאָן: אין הימל האָב איך נישט קיין דעה, נאָר ביי מיר אין בית מדרש האָב איך יאָ. פון היינט אָן און ווייטער וועט ביי מיר זיין יעדער טאָג יום כיפּור – יעדער טאָג, אַחוץ שבת און יום־טוב.

אַז מ׳האָט דערהערט אין שטאָט וואָס דער רבי וויל אָפּטאָן איז געוואָרן אַ מהומה. ס׳זענען געקומען צום רבין דער שטאָט רב, די פּרנסים. סטייטש, ס׳איז דאָך קעגן דין, האָבן זיי געטענהט, און ר׳ מענדעלע ענטפערט: וואָס גייט מיך אָן דער דין? כ׳טו עס פאַר עולם הזה, נישט פאַר עולם הבא. אויב ס׳קומט מיר אַ שטראָף, זאָל מען מיך שטראָפן. כ׳וויל אויך הנאה האָבן פון דער וועלט איידער כ׳גיי אַ גאַנג. כ׳בין אַ בעל תאווה ווי אַלע אַנדערע בעל תאוות. דער רבי טוט אַ געשריי: תנחום, צינד אָן די ליכט. מיר גייען צו כל נדרי. ער לויפט צו צום עמוד און נעמט זינגען כל נדרי. כ׳בין נישט געווען דערביי, נאָר דער וואָס האָט עס מיר דערציילט, האָט געשוואוירן אַז אַזאַ כל נדרי האָט מען נאָך נישט געהערט פון זינט די וועלט שטייט. גאַנץ בעכטעוו איז זיך צונויפגעלאָפן. אַלע האָבן געהאַלטן אַז ר׳ מענדעלע איז פון זינען אַראָפּ, אָבער ווער וועט זיך דערוועגן אַוועקצורייסן ר׳ מענדעלען פון עמוד? ער שטייט אין טלית און אין קיטל, אין די ווייסע זאָקן, און זינגט כל נדרי, ונסלח, די יעלות. דאָס קול איז שטאַרק ווי ביי אַ לייב און דאָס מתיקות פון געזאַנג איז אַזאַ, אַז מ׳פאַרגעסט אין אַלע חשבונות. איכ׳ל אייך לאַנג נישט ברייען: דער רבי האָט נאָך געלעבט דריטהאַלבן יאָר און די דריטהאַלבן יאָר זענען געווען איין יום כיפּור.

לוי־יצחק האָט אַראָפּגענומען די בלויע ברילן:

– וואָס האָט ער געטאָן מיט תפילין? – האָט ער געפרעגט. – נישט געלייגט קיין תפילין?

– תפילין האָט ער יאָ געלייגט – האָט מאיר טומטום געענטפערט – אָבער דאָס דאַווענען מיט אַלע יוצרות איז געווען פון יום כיפּור. ער האָט אַפילו געלייענט יעדן טאָג צו מינחה מפטיר דיונה.

– נישט אָנגעביסן נאָך נעילה? – האָט זלמן גלעזער געפרעגט.

– געפאַסט זעקס טעג אין דער וואָך, סיידן ס׳איז אויסגעפאַלן אַ יום־טוב.

– און די יושבים האָבן מיטגעפאַסט?

– זיי זענען אַלע פון אים אַוועק. געשטאָרבן אויך.

– געדאַוונט פאַר די הוילע ווענט?

– ס׳איז אַלע מאָל געווען אַן עולם. מ׳איז געקומען קוקן פון אַלע עקל פּוילן.

– און די וועלט האָט דאָס צוגעלאָזט? – האָט לוי־יצחק געפרעגט.

– ווער האָט דאָס יאַנדעס צו פירן מלחמה מיט אַ קדוש? מ׳האָט געציטערט פאַר זיין הקפּדה. מ׳האָט געזען באַשיימפּערלעך אַז ס׳איז ניחא אין הימל. אַ מענטש אַז ער פאַסט אַזוי לאַנג, ווערט ס׳קול ביי אים אָפּגעשוואַכט. די ראיה ווערט קאַליע, ער האָט נישט קאַ׳ כוח צו שטיין אויף די פיס. אָבער דער רבי איז געשטאַנען ביי אַלע תפילות. די וואָס האָבן אים געזען, האָבן דערציילט אַז ס׳פּנים האָט ביי אים געלויכטן ווי די זון. געשלאָפן איז ער נישט מער ווי דריי אָדער פיר שעה, אין טלית און אין קיטל. ער׳ט אָנגעשפּאַרט דעם שטערן אין משניות יומא און געדרימלט ממש ווי יום כיפּור. אַזוי זומער, אַזוי ווינטער. ביי מוסף איז ער געפאַלן כורעים און געזאָגט די עבודה.

– וואָס האָט ער געטאָן ווען ס׳איז געווען יום כיפּור אויף אַן אמת? – האָט זלמן געפרעגט.

– ס׳אייגענע וואָס יעדן טאָג.

– כ׳האָב קיין מאָל פון דער מעשה נישט געהערט – האָט לוי־יצחק געזאָגט.

דער ר׳ מענדעלע איז געווען אַ ניסתר און פון אַ ניסתר הערט מען נישט. דאָס בעכטעוו איז היינט אויך אַ העק. דאַמאָלסט איז בעכטעוו געווען אָפּגעריסן פון דער וועלט. אַ זומפּ צווישן וועלדער. אַפילו זומער איז שווער געווען צו קומען אַהין. ווינטער זענען אַלע וועגן געווען טיף פאַרזונקען אין שניי. אַפילו אַ שליטן איז אין זיי איינגעזונקען. ס׳האָבן נישט געפעלט קיין בערן און קיין וועלף.

ס׳איז געוואָרן שטיל. לוי־יצחק האָט אַרויסגענומען די טאַבאַק פּושקע:

– היינט וואָלט מען אַזאַ זאַך נישט צוגעלאָזט.

– היינט לאָזט מען צו ערגערע עבירות.

– ווי אַזוי איז ער ניפטר געוואָרן?

– ביים עמוד. ר׳איז געשטאַנען און געזאָגט דעם פּיוט: אדם במה יזכה. אַז ס׳איז געקומען צו די ווערטער: בתפילה ובצדקה ירבה אולי מיסורין יחבא, איז ער געטאָן אַ פאַל אַנידער און ס׳איז געווען יצאה נשמתו בטהרה. ר׳איז נסתלק געוואָרן ווי אַ צדיק: במיתת נשיקה.

זלמן גלעזער האָט אַריינגעשאָטן מאַכאָרקע אין דער פּיפּקע:

– וואָס איז דער שכל, האַ?

מאיר טומטום האָט נאָכגעטראַכט:

– יעדע זאַך קאָן ווערן אַ תאווה, אַפילו דינען דעם אייבערשטן...