לדלג לתוכן

שפּראַך פון שפּראַכן

פֿון װיקיביבליאָטעק

לײב פײנבערג (1969 – 1897)


"שפּראַך פון שפּראַכן"

"ביז גרײכן װעט די לעצטע הענט די קאלטע
קאן יידיש אױפרײסן דעם אוניװערס" [אַרן לײעלעס]
אָ, מאַמע-ייִדיש, שפּראַך פון שפּראַכן,
אָ, זיסער קלאַנג פון ייִדיש ליד:
אין נעכט פון צער, אין טעג פון נחת
האָט ס'פּראָסטע פאָלק דיך אױסגעשמידט.

װי ס'גאַרט אַ האַרץ נאָך גליק פאַרלאָשנס,
װי ס'חלשט גומען נאָך אַ טרונק,
האָט ס'שטומע פאָלק געזוכט אַ לשון,
געלעכצט מיט פּלאַפּלדיקער צונג.

געבאָרגט אַ קאָרעץ מעל בײ סלאַװן,
אַ טיפע מולטער בײ דעם דײטש,
און ס'האָבן מאַמע-הענט שערשאַװע
פאַרקנאָטן ס'טײג פון ייִדיש-טײטש.

און צוגעמישט צו רױע הײװן
אַ מעסטל האָניק פון תּן"כ --
װען אױפגײן װעט דאָס טײג אין אױװן,
זאָל זיס אױף גומען זײן די שפּראַך.

פון װערטער פּשוטע, װי גראָשנס,
פון פּראָסטע, װאָכעדיקע רײד
ביסט אױפגעגאַנגען, ייִדיש לשון,
װי פריש, געראָטן הײמיש ברױט.

דורך װײן און טרױער, טאַנץ און גילויִ,
מיט באָרד, מיט מאַסקע און מיט טוך,
האָט ערשטער זינגמײסטער דער _שפּילמאַן_,
געזונגען דיך אין _שמועל-בוך_.

נאָך ים, פון האַמבורג ביז װענעדיג,
העברעיִש -- האַלב און חצי -- דײטש,
געזונגען דיכטערס האָבן פרײדיק
אַ מזמור שיר לעברי-טײטש.