לדלג לתוכן

שלום בית

פֿון װיקיביבליאָטעק

1 יצחק-ל. פּרץ / שלום בית

https://drive.google.com/open?id=1c54td680DT9-TbOwMAmV6xRT2hmx9id5

https://soundcloud.com/ephraim-berkovitch/ylperets-sholem-bayis

חײם איז אַ טרעגער. אַז ער גײט דורך אַ גאַס, אײַנגעהױקערט אונטערן קאַסטן סחורה, זעט מען אים נישט אַרױס; עס דאַכט זיך , אַז דער קאַסטן גײט אַלײן אױף צװײ פֿיס... דאָס שװערע אָטעמען הערט זיך דאָ פֿון װײַטנס! דאָך – אָט לענט ער אָפּ די לאַסט, באַקומט זײַנע עטלעכע גראָשן; ער גלײַכט זיך אױס, אָטעמט שטאַרק אָפּ, בינדט אָפּ די פּאָלעס, װישט זיך אָפּ דעם שװײס פֿון פּנים, גײט גלײַך צום ברונעם, מיט אַ פּאָר שלינג װאַסער און לױפֿט אין אַ הױף אַרײַן. ער שטעלט זיך נעבן אַ װאַנט, הױבט אױף דעם ריזן-קאָפ אַזױ, אַז דעד שפּיץ באָרד מיט דער נאָז, מיטן דאַשעק פֿונעם היטל, קומען אױס אױףֿ אײן שטח. ער רופֿט׃ – חנה! פֿון אונטערן דאַך עפֿנט זיך אַ קלײן פֿענצערל, און אַ קלײן װײַבעריש קעפּל אין אַ װײַסן ציפּיק ענטפֿערט׃ – חײם?! דאָס פּאָרפֿאָלק קוקט זיך גאַנץ צופֿרידן אָן; די שכנים זאָגן: זײ קװעטשקען זיך. חײם װאַרפֿט אַרױֿף זײַן פֿאַרדינסט, אײַנגעװיקלט אין אַ שטיקל פּאַפּיר. חנה כאַפּט עס אין דער |לופֿט; עס איז איר נישט דאָס ערשטע מאָל. 2 – אַ בריה נפֿלאה! – מאַכט חײם, און האָט גאָר קײן חשק נישט אַװעקצוגײן. – גײ, גײ, חײם! – שמײכלט זי, – איך קאָן מיך נישט רירן פֿון קראַנקן קינד... איך האָב מיך צוגעשטעלט דאָס װיגל צום קױמען... מיט דער האַנט שױם איך און מיטן פֿוס װיג איך... – װאָס מאַכט עס, נעבעך? – בעסער! – געלױבט איז גאָט! און הענע? – בײַ דער נײטאָרין! – יאָסל? – אין הדר. חיים לאָזט צוריק אַראָפּ די באָרד, גײט אַװעק און חנה קוקט אים נאָך, ביז ער װערט ער פֿאַרשװינדן. דאָנערשטיק און פֿרײַטיק דױערט עס לענגער. װיפֿל האָסטו אינעם פּאַפּיר? – פֿרעגט חנה. – צװײ און צװאַנציק גראָשן. – איך האָב מורא, עס איז װײניק. – װאָס דאַרפֿסטו דען, חנה? פֿאַר אַ זעקסער שמירעכץ פֿאַרן קינד, פֿאַר עטלעכע גראָשן ליכט, חלה האָב איך שוין... פֿלײש אױך, אַנדערטהאַלבן פֿונט... נו – בראָנפֿן אױף קידוש! – הסינט דאַרף מען נאָך עטלעכע דרענגלעך! 3 – דרענגלעך װעל איך דיר שױן שאַפֿן, עס מוז זײַן אױפֿן מאַרק. – דאַרף איך נאָך ... און זי רעכנט אױס, װאָס זי דאַרף נאָך אַלץ פֿאַר שבת. סוף כּל סוף בלײַבט׃ אַז מען קאָן קידוש מאַכן איבער חלה, און אַז אָן אַ סך זאַכן איז זיך גאַנץ לײַכט צו באַגײן. דער עיקר איז – בענטשליכט, אױך די זאַלב פֿאַרן קינד! און פֿון דעסט װעגן, אַז גאָט העלפֿט, די קינדער זענען געזונט, די מעשענע לײַכטער – נישט פֿאַרזעצט, בפֿרט, אױב עס איז דאָ נאָך אַ קוגל – האָט דאָס פּאָר פֿאָלק אַ פֿרײלעכן שבת! װאָרום חנה איז אַ בריה נפֿלאה צום קוגל! שטענדיק פֿעלט איר עפּעס; דאָ מעל,דאָ אײער, דאָ פֿעטס, און צום סוף קומט אַר ארױס אַ פֿעטער, אַ זיסער, אַ מחיהדיקער קוגל, ער צעגײט פּשוט אין אַלע אברים! – דאָס קאָכט דער מלאך, זאָגט חנה און שמײכלט פֿאַר נחת. – יאָ, אַ מלאך, אװדאי אַ מלאך! לאַכט חיים, – דו מײנסט, אַז דו ביסט אַ קלײנער מלאך, אַז דו האַלסט אױס פֿון מיר און פֿון די קינדער זױפֿל מאָל טוען זײ דאָר אָן צרות, איך װער אַ מאָל בײז... נו איך הער עפּעס אַ קללה פֿון דיר, װי אַנדערע בײַ די װײַבער? און באשר דו האָסט אַ סך נחת פֿון מיר? דו און די קינדער גײען נאַקעט און באָרװעס... צו װאָס טױג איך? נישט צו קידוש, נישט צו הבדלה, איך קאָן אַפֿילו נישט רעכט קײן זמירות זינגען... – ביסט פֿאָרט אַ גוטער טאַטע, און אַ גוטער מאַן, האַלט זיך חבה צײַ איריקן, – אַזאַ יאָר אױף מיר, און אױף כל ישראל... איך זאָל מיך נאָר עלטערן מיט דיר, רבונו של עולם! און דאָס פּאָר פֿאָלק קוקט זיך אין די אױגן אַרײַן אַזױ גוט, אַזױ װאַרעם, און אַזױ מיטן גאַנצן האַרץ, אַז עס דאַכט זיך, זײ זענען ערשט פֿון אונטער דער חופּה אַפֿער... 4 עך װערט נאָך פֿרײלעכער בײַם טיש... נאָר נאָכן שלאָף, גײט חײם אין קלײנעם שילעכל אַרײַן הערן תורה. דאָרטן לערנט אַ מלמד מיטן פּראָסטן עולם „אַלשיך“. עס איז הײס, די פּנימער זענען נאָך פֿאַרשלאָפֿן; אײנער כאַפּט נאָך אַ דרימל, דער צװײטער לאָזט אַרױס אַ הױכן גענעץ; נאָר ראַפּטים, װען עס קומט צום רעכטן אָרט, מען שמוסט פֿון יענער װעלט, פֿון גיהנום, װוּ מאַן שמײַסט די רשעים מיט אײַזערנע ריטער; פֿון ליכטיקן גן–עדן , װוּ די צדיקים זיצן אין גאָלדענע קרױנען און לערנען תורה... דעמאָלט װערן אַלע אױפֿגעלעבט; די מײַלער – אָפֿן, די פּנימער – רױט... מען הערט זיך אײַן אָן אַן אָטעם, װאָס עס װעט זײַן אױף יענער װעלט! חיים שטײט געװײנטלעך בײם אױװן. ער האָט טרערן אין די אױגן, עס ציטערן אים הענט און פֿיס; ער איז אין גאַנצן אױף יענער װעלט! ער לײַדט צוזאַמען מיט די רשעים, באָדט זיך אין הײסער סמאָלע; ער װערט געװאָרפֿן כּף הקלע, קלױבט שפּענער אין װיסטע װעלעדער... אַלץ לעבט ער דורך, און עס באַדעקט אים דער קאַלטער שװײס... פֿאַר דאָס האָט ער שפּעטער נחת גלײַך מיט אַלע צדיקים׃ דאָס ליכטיקע גן-עדן, די מלאכים, דער לויתן, דער שור–הבר, און אַלע גוטע זאַכן שטעלן זיך אים פֿאָר אַזױ לעבעדיק און אַזױ בולט, אַז װעם דער מלמד ענדיקט, גיט אַ קוש און פֿאַרמאַכט דעם ספֿר, מאַכט ער זיך אױף װי פֿון אַ חלום, טאַקע װי פֿון יענער װעלט. אַך, – כאַפּט ער שװער דעם אָטעם, װאָס ער האָט אײַנגעהאַלטן בײַ דער גאַנצער צײַט, – רבונו של עולם! כאָטש אַ שטיקל, כאָטש אַ פּיצל, כאָטש אַ בראָקעניו עולם הבא... פֿאַר מיר, פֿאַר מײַן װײַב, און פֿאַר אַלע מײַנע קינדערלעך! און דעמאָלט װערט ער טרױעריק; ער פֿרעגט זיך׃ „אימשטינס געזאָגט, פֿון װאָס, פֿאַר װאָס?...“ 5 אײן מאָל איז ער נאָכן לערנען צוגעגאַנגען צום מלמד׃ – רבי, – זאָגט ער, און דער קול ציטערט – גיט מיר אַן עצה, איך זאָל זוכה זײַן צום האָבן עולם הבא! – לערן, מײַן קינד, תורה! – הערט ער אַ תשובה. – איך קאָן נישט! – לערן משניות ... אין- יעקב, כאָטש פּרק... – איך קאָן נישט! – זאָג תהילום! – איך האָב קײן צײַט נישט! – דאַװן ערנסט! – איך פֿאַרשטײ נישט, װאָס איך דאַװן! דער מלמד קוקט אים אָן מיט רחמנות. – װאָס ביסט דו? – פֿרעגט ער. – אַ טרעגער. – נו, זײַ משמש תלמידי-הכמים. – װאָס הײסט? – טראָג , למשל, אַלע פֿאַר נאַכט אין בית המדרש אַרײַן אַ פּאָר קאַנען װאַסער, די לומדים זאָלן האָבן צו טרינקאען... חיים װערט דערפֿרײט. – רבי, – האָט ער װײַטער געפֿרעגט, און מײַן װײַב? 6 – אַז דער מאַן זיצט אױף אַ שטול אין גן-עדן, איז דאָס װײַב זײַן פֿיסבענקעלע. אַז חיים איז אַהײמגעקומען הבדלה מאַכן, איז הנה געזעסן און געזאָגט „גאָט פֿון אַברהם“. אַז ער האָט זי דערזען, האָט אים עפּעס אָנגעכאַפּט בײַם האַרץ. – נײן, חנה – פֿאַלט ער צו איר צו, – איך װיל נישט, דו זאָלסט זײַן מײַן פֿיסבענקל... איך װעל מיך אַראָפּבײגן צו דיר. איך װעל דיך אױפֿהײבן און זעצן דיך נעבן מיר. ניר װעלן צוזאַמען זיצן אױף אײן שטול, װי אצינד... עס איז אונדז אַזױ גוט צוזאַמען... הערסט, חנה, דו מוזט זיצן מיט מיר אױף אײן שטול... דער רבונו של עולם װעט מוזן באַשטײן. Copyright © 2007 Leonard Prager All Rights Reserved