שושנת העמקים מב
פרשת שמות
טייערע פריינט, ווען מיר זענען געווען קנעכט צו פרעה, צו ווייסט איר וואס מיינט א קנעכט? א קנעכט מיינט איינער וואס טוט אלעס נאר ווייל ער האט עס נעכטן געטאן. ער איז א קנעכט צו נעכטן, מצות אנשים מלימודה, ווייל א קנעכט קען נישט דאווענען צו השי"ת אדער טאן א מצוה כאילו דאס איז זיין ערשטע מאל אין לעבן.
און דאס איז דער סיפור ביים יהודי הקדוש זי"ע, וואס איז ער געווען א שטארקער, אבער ער נישט געהאט קיין ציין נאר איינס, ווען מען האט עם געפרעגט דעראויף האט ער דערציילט, אז ער האט איינמאל מתפלל געווען פארן אייבערשטן, אז ער זאל שפירן דאס וואס אברהם אבינו האט משיג געווען ווען ער האט געדאווענט דאס ערשטע מאל, און כך הוי, ער האט דאס משיג געווען, און פון גרויס פחד זענען זיינע ציין ארויסגעפאלן.
אזוי אויך צו קוקן אויף אונזער קינדערלעך יעדעס מאל כאילו דאס איז דאס ערשטע מאל, און אנקוקן א צווייטן איד ווי דאס ערשטע מאל, דאס איז דער גרעסטער "בן חורין", די סוד פון יציאת מצרים ארוסצוגיין פון דעם צומצום און קנעכטשאפט פון מיין נעכטן, צו קענן דינען השי"ת באהבה ובשמחה יעדע רגע כאילו דאס איז צום ערשטן, ובזכות עבודת ד' בהתחדשות נזכה לצאת מאפילה לאור גדול בב"א.