שושנת העמקים מא
מראה
טייערע פריינט, מיר דארפן פארשטיין וואס האט יהודה געוואלט זאגן דערמיט אז יעקב האט ליב בינמין, נאר אונזער רבי'ס לערנען אונז אז דא איז די תורה מגלה דעם וועג פון מחנך זיין אידישע קינדער.
יהודה האט געזאגט אז יעקב אבינו האט דאך מחנך געווען זיינע קינדער מיט אזוי פיל אהבה, עס קען נישט זיין אז זיי זאלן טאן א נישט גוטע זאך.
ווייל די כח פון איבערגעבען אהבת השם אהבת ישראל און אהבת התורה צו די קינדער איז אזוי שטארק אז קיין שום כח אין דער וועלט קען דאס נישט אוועק נעמען. אזוי ווי עס שטייט "מים רבים לא וכלו לכבות את האהבה".
ובזכות זה וועט זיין דיגאולה שלימה, אזוי ווי מיר זאגן יעדן טאג "ומביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה" בב"א.